נו, איז וואס???
מהר"א מסאטמאר : א פראטעסט ווערט געפלאנט
486 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3293
איך וויל עפעס פארשטיין, אלס אן אוטסיידער...
איך זע אז אין סאטמאר (מהר'א), שעלט יעדער איינער דער יוסף פריד. איך בין פשוט נישט משיג פשט פון דעם. קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס זיי ווערן אזוי ווילד ווען א בחור אדער יונגערמאן שיקט טוויטס פון די קהלה ווי ער באלאנגט?

איינער שעלט? מ'לאכט נאר ווי ער פארקויפט באבקעס פאר זיינע אייזלן. א פערטיגע פראטעסט, זמן, פלאץ. אבער ער האט נאך די טי עף'ס....
איך רעד נישט וועגן יעצט. איך האב אמאל געזען ווי עלטערע יונגעלייט זענען פארנומען און רעדן וועגן עם. איז ער א אינסייד מענטש דארט?
ברעיקינג: די זאלי'ס האבן זיך אפיציעל אפגעזאגט פונעם פראטעסט!
שעפטלברעיקינג: די זאלי'ס האבן זיך אפיציעל אפגעזאגט פונעם פראטעסט!
I dont think its breaking anyone. 😉
שעפטלאיינער שעלט? מ'לאכט נאר ווי ער פארקויפט באבקעס פאר זיינע אייזלן. א פערטיגע פראטעסט, זמן, פלאץ. אבער ער האט נאך די טי עף'ס....
לאז ארויס די אייזלען. עס איז דא א באזונדערע אשכול וואס באהאדלט די מילקשעיקער מחלוקה.
זר,קומסט צום פראטעסט
נאך אין מיין לעבן נישט געווען ביי א פראטעסט אין מאנהעטטען!
זר זהבנאך אין מיין לעבן נישט געווען ביי א פראטעסט אין מאנהעטטען!
יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס דו מישט זיך נישט, ביסט א פשוטע ציוני...
🙂
איך שעמיר צו שטיין אינעם רוישיגן מאנהעטטען ווען גוים קוקן ווי טויזענטער באבערדעלטע אידן שרייען. אין זייערע אויגן ביניך פונקט ווי דער פאנאטיקער דזשיהאדיסט איז אין מיינע אויגן.

בקיצור: פונעם רבי'ן זצוק"ל )בעל דברי יואל ( האלטסטו אויך נישט.
בכלל נישט
איך האב אן אישו (איינס פון מערערע) דאס אלעס. די אלע וואס גייען שכרם הרבה

זר זהב:)
איך שעמיר צו שטיין אינעם רוישיגן מאנהעטטען ווען גוים קוקן ווי טויזענטער באבערדעלטע אידן שרייען. אין זייערע אויגן ביניך פונקט ווי דער פאנאטיקער דזשיהאדיסט איז אין מיינע אויגן.
זר זהבבכלל נישט
איך האב אן אישו (איינס פון מערערע) דאס אלעס. די אלע וואס גייען שכרם הרבה
איז דאס נישט קיין סתירה?, ירא הקהל וישפוט )קרעדיט: דער בלאט (
כ'פארשטיי זייער זר, און כ'וויל חלילה קיינעם אפקילן, טראץ וואס איך בין א שטארק סאטמארער בשיטה מילדיתי, אבער ליידער מיין יצר לאזט מיך נישט גיין, איך שפיר ס'אביסל אונטער מיין דיגנעטי,
איך ווייס די סאטמארע מכל הצדדים גייען מיך ציפליקן, און איך בין זייער מחשיב די וואס גייען אין מאנהעטן אדער וואשינגטאן, אבער מיין געוויסט לאזט עס עפעס נישט טאן, זייט איך האב חתונה געהאט בין איך קיינמאל געגאנגען צו פראטעסטן אויפן גאס

גאלד, דו גייסט נישט וועגן יצר הרע, קענסט זיך נישט מתגבר זיין.פיין
אבער זר גייט בשיטה נישט
די פאראגראף איז היפך דעת רבינו זי"ע אז פראטעסטן באשמוצען די ציונים, נישט די ארטאדאקסן...
אבער זר גייט בשיטה נישט
זר זהב:)
איך שעמיר צו שטיין אינעם רוישיגן מאנהעטטען ווען גוים קוקן ווי טויזענטער באבערדעלטע אידן שרייען. אין זייערע אויגן ביניך פונקט ווי דער פאנאטיקער דזשיהאדיסט איז אין מיינע אויגן.
די פאראגראף איז היפך דעת רבינו זי"ע אז פראטעסטן באשמוצען די ציונים, נישט די ארטאדאקסן...
קיינער גייט דיר נישט צופליקן.
נישט אז עס גייט איינעם אן ווער עס גייט יא אדער נישט, קריכטס ארויס פון ענקער קראנקע באבל.

רוזעוולטגאלד, דו גייסט נישט וועגן יצר הרע, קענסט זיך נישט מתגבר זיין.פיין
אבער זר גייט בשיטה נישטזר זהב:)
איך שעמיר צו שטיין אינעם רוישיגן מאנהעטטען ווען גוים קוקן ווי טויזענטער באבערדעלטע אידן שרייען. אין זייערע אויגן ביניך פונקט ווי דער פאנאטיקער דזשיהאדיסט איז אין מיינע אויגן.
די פאראגראף איז היפך דעת רבינו זי"ע אז פראטעסטן באשמוצען די ציונים, נישט די ארטאדאקסן...
איר האט מיר נישט פארשטאנען. מיט פאנאטיק דזשיהאד האב איך האב נישט געמיינט פון א ציוני ענגעל
זר,אויב מ'באטראכט די פראטעסטירער ווי דזשיהאדיסטן, טוט דער פראטעסט גארנישט אויף. אר יו אגריאינג וויט דעט פוינט?
כעל דיר מסביר זיין וואס זר מיינט,
ס'דא וואוילע אידן וואס האבן קיין שום פראבלעם צו וואקן אויף טיים-סקווער צווישן די רוישיגע מאנהעטן גאסן, מיט שטראמל ווייסע זאקן און א רעזשוואלקע,
אנדערע אבער זענען נישט אזוי אויסגעארבעט מיט דעם "שלא יבוש מן המלעיגים עליו", מיינט נישט אז זיי האבן א פראבלעם בעצם מיט שטראמל אין ווייסע זאקן

גאלדדי סעלעד וואס איך עס יעצט איז צו פעפעריג איינע האט א עצה
מ' מעג נישט עסן אין מק דאנעלד אפילו א סעלעד
איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט. לאמיר זאגן אז דער פראטעסט איז איבער די בייק לעינס. יעצט ליין איבער. איך רעד נישט פן ציונות און נישט פון אויפטון אדער נישט אויפטון.
פיין, אבער אויב קוקט מען דיר אן ווי א דזשיהאדיסט, טוסטו עפעס אויף?
דאס איז אויך ביי בייקלעינס
דאס איז אויך ביי בייקלעינס
גאלד, ווער שעמט זיך?
מ'זעט בכלל נישט קיין יחידים...
קיינער וועט נישט וויסען צי דו גייסט אנגעטוהן אידישלעך, די גוים זעען סתם צענדליגער טויזענטער אידן...

גאלד, שכח און ביזט גערעכט מיט מיין פראבלעם פון ואל יבוש מפני המלעיגים. אבער לגבי די וואס האבן נישט דעם פראבלעם קומט עס מער פון אראגאנץ ווי פון אויסגעארבעטקייט.
דאס איז מיין אפיניאן.
דאס איז מיין אפיניאן.
אויך זייער אמת, יש ויש,
איז דאס די שנעלסט וואקסענדע אשכול אין היסטאריע פון קאווע שטיבל?
כ'זע אז זייט איך האב געשריב'ן
מאנסיערהאט זיך דער עולם דערשראקן צו שרייבן, נישט דאס האבעך געמיינט, קיפ איט אן גיי'סאיז דאס די שנעלסט וואקסענדע אשכול אין היסטאריע פון קאווע שטיבל?
תלמידי רבינו האט פאל קאווערעזש.
צי זיי זענען גערעכט צי נישט וועל מיר זען זונטיג, צי די ליטאים וועלן למעשה גיין צןם פראטעסט.

פון תלמידי רבינו
ברעיקינג: התאחדות הרבנים זאגט פארן קרית יואלער רבי'ן: ידינו מסולוקת, מיר גייען נישט מיט'ן פראטעסט!
א קליין הסבר אויפן שפיץ גאפעל
וואס גייט פאהר מיט דעם פראטעסט?
קודם כל, להוי ידוע, אז שוין זייט פון בעפאר פסח האי שתא זענען די ראשי ישיבות פון די קנאי'שע ליטווישע קרייזן, ווי הרב וואכטפויגל פון פאלסבורג און זיין תלמיד הרב יעקב הורוויץ פון ישיבה בית מאיר, געווען ביי די גרויסע רבי'ס בעטן, אז מען מוז מאכן א כינוס כלל ישראל סארט עצרת קעגן די גזירה פון גיוס בני ישיבות. אלע האבן געזאגט אז זיי זענען מסכים זיך צו צושטעלן און מען וועט אויסארבעטן די דעטאלן דאס זאל קענען צושטאנד קומען.
איז אבער געווען דער רשכבה"ג וואס האט באשלאסן ארויסצונעמען דאס מאקסימום פאר זיינעט וועגן, און ער האט שוין שבת הגדול און חוה"מ פסח געפעדערט יעדן, מעלדנדיג, אז "ער" מאכט אן עצרת כלל ישראל, ברחובה של עיר, און ער בעט די וואס שטערן אלעס, זאלן איצט נישט שטערן.
דער רבשכבה"ג האט געוואוסט אז עס איז נישט ער וואס פאררופט עס, אבער "ער מיט שמואל ווידער און הערצקא צוויבעל" האבן אויך געוואוסט אז מרדכי לאנדא מיט הערץ הערשקאוויטש וועלן מיינען אז ער איז דער וואס פאררופט דעם כלל ישראל, און ער איז ממש דער סאטמאר רב! דאס האט ער אבער נישט געוואוסט, מחמת טפשתו, אז מיט אזעלכע שיסנדע פראזן וועט קיין עצרת כלל ישראל נישט זיין. יעדער נארמאלער רב און ראש ישיבה וואס איז נישט איינגעטונקען אין די טינופות, קען דאך נישט דולדן אזא סארט גערעדעכץ און וועט זיך אפשאקלען אין דער ענדע.
למעשה זענען די ליטווישע ראשי ישיבות געווען אין דער טונקעל. זיי האבן נישט נאכגעהערט וואס דער רשכבה"ג רעדט אלץ און זיי האבן געוואוסט אז סאטמאר איז צוזאמגעשטעלט און מ'וועט גיין אינאיינעם.
(דער צוויבעל פלאן פון חול המועד זעקס פארטאגס)
דעם זונטאג נאכט, נאכן גרויסן געווינס פונעם טעילאר כינוס, באקומט הרב וואכטפויגל א פאון-קאל פון הירצקע צוויבל, (נוסח הערצקא צוויבעל כידוע לי"ח, ווי אזוי ער איז געווארען אין כולל? וויאזוי ער האט פרובירט מאכען דעם קרית יואל רב פאר רב הצעיר לכל העולם כלו...) האט דער צוויבעל גערופען הרב וואכטפויגעל, אז מ'האט שוין אנאנסירט דעם גרויסן עצרת און מ'האט שוין רעדנערס און א פלאץ. אלעס אלעס איז מסודר. הרב וואכטפויגל רופט אן ר' יצחק שטערן און פרעגט היתכן מען האט אלעס באשלאסן אליינס אנדערש ווי געשמוסט? און, צי עס איז טאקע ביים מדינת ישראל קאנסולאט? ווייל מ'האט דאך געשמועסט אז מ'וועט עס מאכן ערגעץ וואו די ליטווישע קרייזן וועלן אויך קענען גיין! זאגט אים ר' יצחק שטערן, אז ער ווייסט פון גארנישט, נאר איין זייט סאטמאר האט דאס פאררופן און זיי נוצן דאס אויס פאר זייער פאליטיק. עס איז ליצנות. זיי האבן מיט אונז קיינמאל נישט גערעדט דערוועגן.
(הגם זייט נאך פסח האט מען שוין פרובירט צו ארבעטען אינאיינעם אויף א פראטעסט, און מען האט שוין פון די ערשטע מינוט געזען אז זיי זענען פשוטע לצים מופקרים, ווייל פון אלע צדדים הן פון סאטמאר הן פון די ליטווישע האט מען צוגעשטעלט עסקנים חשובים וואס זענען עוסק אין די ענינים די אלע יארען האט דער קרית יואלער רבי צוגעשיקט מצדו שמואל ווידער און אברמי רובין וד"ל)
דער הרב וואכטפויגל האט זיך געשפירט זייער אפגעפאטשט. אמער, ער איז דער וואס פרובירט צוצושטעלן די ליטווישע קרייזן און דערווייל איז סאטמאר נישט אינאיינעם. און הלמאי, מ'האט אים אויסגעשפילט און אויסגערופן איינזייטיג, געמאכט אליין פלענער, און ברחובה של עיר ווען מען האט געשמועסט פון אן עצרת??? א.א.וו. (און בכלל האבן אלע עסקנים געהאלטען אז הגם ביי אלע גזירות האבן מיר געהאלטן אז מצות מחאה אקעגען איזרעלישע קאנזאלאט, אבער די איצטיגע גזירה וואס די גויאישע וועלט וועט נישט פארשטיין איז מער פאסיג א ריזיגע עצרת.... ואכמ"ל)
נו, מוז מען צוריקציען, האט מען שנעל געטוישט דעם 'ברחובה של עיר' צו 'בקצה העיר' און געטוישט דעם דאטום אויף זונטאג ווייל די ליטאים האבן געזאגט אז מ'דארף געהעריג אפשמועסן מיט זיי קודם א זמן, און הירצקא צוויבל קען נישט אפמאכן זאכן אויף די אייגענע האנט.
איצט קומט אריין רבינו שליט"א אינעם בילד. דער ראש ישיבה בית מאיר איז אריבערגעקומען צום רבי'ן און דער רבי זאגט אים, איך פאררוף נישט קיין פראטעסט און איך גיי נישט צו קיין פראטעסט, נאר אויב די התאחדות הרבנים פירט עס אן אזוי ווי ס'איז אייביג געווען. אז זיי וועלן עס אנפירן און די רבנים חברי התאחדות הרבנים וועלן מסכים זיין, וועל איך מיך צושטעלן.
די ליטאים האבן גלייך געזאגט אז זיי גייען זיך נישט צושטעלן נאר אויב ביידע אדמורי"ם מסאטמאר גייען און ארבעטן אויס אז עס זאל קלאפן.
אז דער רשכבה"ג האט געזען אז עס איז צרות מיט זיין גראנדיעזן "צוויבעל פלאן" מרדכי לאנדא זאל זען אז ער איז דער מנהיג הדור, ער האט געזען אז אן די אנדערע סאטמאר, וועלן די ליטאים נישט מיטשטיין, האט ער מסכים געווען אז די התאחה"ר זאל עס אנפירן. ער האט נאכמער געזאגט, אז ער איז אויף אלעם גרייט מוותר צו זיין, ווייל ער מיינט בלויז דעם כבוד שמים.
רבינו האט געבעטן אז התאחה"ר זאל פאררופן אן אסיפה פון אלע רבנים און אינאיינעם זען צי ס'איז נאך אפילו שייך צו מאכן א פראטעסט אויף זונטאג, ווען עס איז קלאר פאר אלעמען אז עס איז זייער א קורצע צייט פאר אן עכט סוקסעפולער עצרת. אזוי איז געבליבן אז מיטוואך וועט זיין אן אסיפה אין דער התאחדות, וואו אלע רבנים וועלן אנטיילנעמען, ביז... דער רשכבה"ג האט געקאלט אז ער קומט נישט און ער ווארפט זיך אינגאנצן אונטער וואס די התאחדות וועט מחליט זיין.
דערווייל האט מען אין קרית יואל און אין די ארוינישע שולן אנגעפירקלט די גאסן, אז עס גייט פארקומען א' חקת א פראטעסט און אויך מיט צעטלען פון קהל יטב לב אז זיי פאררופן דעם פראטעסט. אהרן האט שוין מכבד געווען דעם גאלאנטער רבי מיט א דרשה, און די אהרונישע פי.אר. האט געשיקט מעלדונגן פאר די ישראלישע פרעסע מיטן פונקטליכן סדר היום. אלע ישראלישע פרעסע האבן שוין היינט געמאלדען אז רשכבה"ג רופט א פראטעסט און לכבודו של הליטאים אפגעשטופט אויף זונטיג און פאר כבוד שמים געט ער אלעס נאך כדי אלע זאלען קומען וכו' וכו' וכו'
דער ראש ישיבה בית מאיר האט געבעטן, אז ער האלט אז דאס מאל מיינט דער רשכבה"ג יא ערנסט און ער וויל זיך טאקע צושטעלן. ער איז דאך מסכים אויף אלעם, ער מצדו איז מוותר אויף א רעדנער און ער איז גרייט נאכצוגעבן וואס אונז ווילמער. פששששש. אזא ערנסטער מענטש!
דינסטאג ביינאכט איז דער רשכבה"ג געווען אין שטאט, זענען אריבערגעקומען איצא גליק און דער ר"י בית מאיר, אין שליחות צו ביידע רבי'ס, וואס איז געפארן אהער און אהין. ביז דער ר"י פון בית מאיר, האט שוין פארשטאנען אליין אז מ'האט צוטון מיט ביליגע לצים וואס האבן מיט שם שמים נישט קיין שייכות, זייער ווארט איז קיין ווארט און זיי האבן איין מטרה: ווייזן! אלעס צו ווייזן!
איצא גליק האט געזאגט פארן רשכבה"ג, אז אויב די התאחדות פירט עס אן, פארוואס דעמאלט הענגט מען קהל יטב לב צעטלען? האט דער רשכבה"ג געענטפערט אז דאס זענען סתם יונגלעך און ער גייט עס טאקע אפשטעלן. די התאחדות הרבנים האט אפגעשמוסט, אז יעדע צד זאל צושטעלן דריי עסקנים און זיי זאלן אויסארבעטן אלע פרטים, ווי צייט, פלאץ און דרשנים א.א.וו., וואס אויף דעם האט דער רשכבה"ג געענטפערט פאר איצא'ן אז ער וועט אים ענטפערן מארגן - מיטוואך 10 אזייגער צופרי.
אבער דער 10 אזייגער האט געהאט א פלאן פון פאראויס,
עס איז אריינגעגאנגען אין "נייעס באריכט" א מודעה, אז קהל יטב לב פאררופט א פראטעסט פארן גאנצן כלל ישראל. ס'איז אויך ארויסגעקומען זייער פלאן פון רעדנער און א פלאן צו שפאצירן אויפן ברוקלין בריק. האט מען געזען אז דא איז דא איין מטרה: זיך צו בויען. ווייל אויב וויל מען די ליטווישע קרייזן, איז נישט מעגליך צו מאכן א מארש אויפן ברוקלין בריק, עס איז א פשוט אן אומ'אחריות'דיגער קינדישער שריט אזאנס צו מאכן. דאס איז איינס. צווייטנס אויב פירט דאס די התאחדות, וואו אין דער וועלט איז דא א ליסטע פון רעדנערס ווען מ'האט נאך אפילו נישט געמאכט א מיטינג דערויף, ווי פירט מען אזא הייקעלע מערכה אויף אזא קינדישן און נארישן וועג?
און אקוראט דאס האט צוגעפירט אז סיי די התאחדות און סיי די ליטווישע קרייזן זענען געקומען צו דער זעלבער החלטה, אז דער רשכבה"ג איז טאקע דאס, וואס יעדער בר-דעת האט געוואוסט ער איז: א גרויסער גארנישט.
אלע פארמיטלער האבען איננגעזען אז עס איז נישטא קיין התאחדות, קיין וותרנות, קיין שם שמים, און עס איז נישטא מיט וועם צו ארבעטן. האט די התאחדות הרבנים זיך אפגעשאקלט, ממילא האט זיך רבינו אפגעשאקלט, און אז איין זייט סאטמאר גייט נישט, האט זיך הרב וואכטפויגל אפגעשאקלט
M
בלייבט אלעס אזוי ווי דוד המלך האט געזאגט
אלה ברכב ואלה בסוסים, ואנחנו בשם ה'...
ובשם השם נעשה ונצליח!

דעת תורהתלמידי רבינו האט פאל קאווערעזש.
צי זיי זענען גערעכט צי נישט וועל מיר זען זונטיג, צי די ליטאים וועלן למעשה גיין צןם פראטעסט.
כ'האלט נישט אז ר' יצחק גליק און מהרז"ל זענען אזאלכע קינדער צו בויקאטירן א פראטעסט איבער אזאלכע קינדערישע זאכן ווי צעטלעך און קעפלעך. וועם גייט אן ווער ס'הענגט צעטלעך, עפעס א ישיבה קטנה אדער וואס?
איצא גליק נישט, אבער מהרז"ל יא
און איך זע נישט פארוואס זאל ער עס נישט טון, ס'גייט אים עפעס שאדן טון? גארנישט! פארקערט, ווען ער גייט יא טוט ער צוברעכן זיין ציבור וואס לעבט נאר פון מלחמה מיטן ברודער
ס'איז דא א כח השכחה, נעקסטע וואך איז דא א פרישע נייעס און מען האט שוין לאנג פארגעסן פון די אלטע, עפעס איין רב וואס האט מיטגעהאלטן דא די פרשה גייט יעצט מער נישט גיין צו אים? א מכה, מען וועט ווייטער גיין צו אים כאילו לא הי', סאו מורא בני אדם איז בכלל נישט דא

ביי די זאלי'ס איז נישט דא קיין תורה, קיין באשאפער, אלעס איז ריין פאליטיק. די וואך זינטאג האבן זיי פארשטאנען אז די אהרונים טאן נישט ארויס בעקן ווייל זיי ווילן נישט געבן א דרשה פארן סאטמאר ווילימסבורג רב, טראץ וואס ער פארטרעט די גרעסטע קהילה אין די שטאט. אין יעצט דרייט מען אויס דעם דאשיק אז מען טאר נישט גיין ציזאמען ווייל מען געט נישט קיין דרשה פאר דעם מחררי ריב נפתלי בלומנפעלד. ווייטער הא לן והא להו.
די זאלי'ס האבן געהאט א תירוץ זיי האבן געזיכט א קשיא זיי האבן זיך קלאר נישט געוואלט באטיילגען דעראין נאר געוואלט אדער עס צי הייזשעקן אדער עס צי סאבאטאזשן לייגן אזעלכע תנאים אין אמראים אז ס'זאל נישט זיין מעגליך פין גיין באנזאם. אין דעס טיען איז זיי דורך געפאלן, רבינו שליט"א האט געכאפט זייער פאלטישע רשעות פארשלייערט אונטער דעם טעראריסט יצחק שטערן. אזוי קוקט מען אויס אז מען האט א רבי'ן א שטריק א יוד לא קרא ולא שנה.

יעצט באקומען אין אימעיל די דב"ק וואס מהר"א האט היינט גערעדט אין ישיבה, איך בין מעתיק דא מתוך דבריו:
מצדינו ליגט וויתורים גדולים, אונז האב מיר דעם כלל דא, מצות לאו להנות נתנו, ס'ווערט נישט אויסגענוצט צו פראפאטירן קיין שום ענין נישט, דאס ווערט געטון אויפן זעלבן דרך וואס אונז האב מיר געזען די הנהגה פונעם פעטער ז"ל נאך אין די געזונטע יארן, ווען ער האט אליין מסדר געווען אזעלכע הפגנות בהלו נרו על ראשינו, ער האט געטון פארשידענע השתדלות און אסאך וויתורים מצדו כדי ס'זאלן זיך באטייליגן אויך אנדערע קרייזן, ארויסצוברענגן דעם קול ה' ברמה בריבוי עם, אויסצושרייען פאר די גאנצע וועלט אז ס'איז דא א קול מלחמה במחנה קעגן די רשעות פון די ציונים, אונז האף מיר ממשיך צו זיין אין דעם וועג בעזר שמו יתברך.
שפעטער זאגט ער:
ס'איז דא א ווארט אין דברי יואל (פ' ויגש עמוד תסח), ער ברענגט עס צו בשם דעם הייליגן דברי חיים ז"ל, נתן תתן לו, אז מען געט צדקה זאל מען אוועקגעבן אפילו די זכות פון די מצוה. אונז זוכן מיר נישט דא צו מאכן א שם בארץ, אונז געבן מיר אוועק דאס אויך, זאלן אנדערע האבן דעם כבוד.

אויב אנדערע קרייזן גייען, האט ער א פראבלעם, מוז ער אויך גיין.
אויב נאר די אהרונים גייען, קען ער זיך רואיג אויסלאכן, און העכסטנס וועט ער נעקסטע יאר מאכן א פראטעסט אינאיינעם מיט אלע אנדערע קרייזן, מיט די פולע גוטהייסונג פון הרב שטיינמאן.

שעפטלביי די זאלי'ס איז נישט דא קיין תורה, קיין באשאפער, אלעס איז ריין פאליטיק. די וואך זינטאג האבן זיי פארשטאנען אז די אהרונים טאן נישט ארויס בעקן ווייל זיי ווילן נישט געבן א דרשה פארן סאטמאר ווילימסבורג רב, טראץ וואס ער פארטרעט די גרעסטע קהילה אין די שטאט. אין יעצט דרייט מען אויס דעם דאשיק אז מען טאר נישט גיין ציזאמען ווייל מען געט נישט קיין דרשה פאר דעם מחררי ריב נפתלי בלומנפעלד. ווייטער הא לן והא להו.
די זאלי'ס האבן געהאט א תירוץ זיי האבן געזיכט א קשיא זיי האבן זיך קלאר נישט געוואלט באטיילגען דעראין נאר געוואלט אדער עס צי הייזשעקן אדער עס צי סאבאטאזשן לייגן אזעלכע תנאים אין אמראים אז ס'זאל נישט זיין מעגליך פין גיין באנזאם. אין דעס טיען איז זיי דורך געפאלן, רבינו שליט"א האט געכאפט זייער פאלטישע רשעות פארשלייערט אונטער דעם טעראריסט יצחק שטערן. אזוי קוקט מען אויס אז מען האט א רבי'ן א שטריק א יוד לא קרא ולא שנה.
האט מען דען געענטפערט ניין אויף נפתלי בלומענפעלד? מהר"א האט געזאגט אז כ'וועל עס איבערטראכטן, למעשה קומט ארויס דער איד האבן זיי שוין געמוזט פאסן א באשלוס האבן זיי גענומען דעם באשלוס וואס זיי האבן סיי ווי געוואלט פאסן
איך אויף זר זהב'ס פלאץ וואלט יעצט געשריבן ווי פאלגענד:
דער ר' אהרן ווערט מיר פלוצים א נועם המדות, ער איז גרייט מוותר צו זיין אויף אלעם אבי מען זאל קומען, וואס זאל איך ענק זאגן, שכל האט ער מדות נישט, שכל האט ער, ער האט געוואוסט די זאליס וועלן סוכ"ס סיי ווי נישט קומען האט ער אלעס נאכגעגעבן, זאל ער כאטש הייסט דער גוטער
די טוויט פונעם סענטארי!
SatmarHQ: Update: As of now isn't R'Aron Teitelbaum ready to go with Hisachdus Hurabonim for a protest, so there's no date yet. DTF
יאפ דערלעבט! דער זאלי שרייבט מיט צער און כעס איבער עפעס אן נייעם אויפשטייגענדע שטערן איינער ר' אהרן וואס ווען ער שטעלט נישט צו וואס זיי ווילן (ביי זייער פראטעסט....) איז אלעס בטול....
איך בין אויף צו איך שלאף? האאאלללאאא???!!!!

שרייבעריעצט באקומען אין אימעיל די דב"ק וואס מהר"א האט היינט גערעדט אין ישיבה, איך בין מעתיק דא מתוך דבריו:
ס'איז דא א ווארט אין דברי יואל (פ' ויגש עמוד תסח), ער ברענגט עס צו בשם דעם הייליגן דברי חיים ז"ל, נתן תתן לו, אז מען געט צדקה זאל מען אוועקגעבן אפילו די זכות פון די מצוה. אונז זוכן מיר נישט דא צו מאכן א שם בארץ, אונז געבן מיר אוועק דאס אויך, זאלן אנדערע האבן דעם כבוד.
קיוט... עטס זאלטס אלע וויסן, איך - אבער טאקע איך - מאך עס, איך אראנזשיר עס, איך בין מוותר, אבער איך נעם נישט די קרעדיט פאר מיר...
וואס הייסט ער וויל נישט גיין מיט התאחדות? התאחדות האט פאררופן און ער וויל נישט גיין?
דעת,די זאליס שרייען דאך אז ווען די אהרונים גייען אליינס וועלן די ליטווישע נישט מיטגיין...
רבותי!! הערטס מיך ביטע אויס מיינע טייערע ברודער און שוועסטער שתחי'
ווען פאר אגוט יאר וועט מען זיך שוין דערלערנען אז צו צאמשטאלן די 2 רבי'ס איז קעגן די סדרי בראשית, דאס איז פונקט ווי מזאל פרובירן צאמקלעבן 2 פארקערעטע מאגנעטן,
ווער ס'פרובירט עס צו טאן איז א אפגעפליקטער אקס!! פארדען מיי לענגוויטש!!
אויב פארשטייט מען נאר אביסעלע די מענטעליטי וואס די זאליס האבן קעגן ר' אהרן - און מ'קען עס גוט זעהן פון די לעצטע "תלמידי רבינו" מעסעדש - שטייט און שטוינט וועלכער שוטה האט דא געהאט א הוה אמינא אז די 2 דברים הפכים זאל מען קען מחבר זיין, ס'פשוט קעגן די נאטור, ס'גרינגער צו אויפהענגן וואסער אויפן דאך
סיריעסלי, האט איינער דא ערענסט געקלערט אז דער זאלי גייט זיך דא לאזן פירן און באד אריין, ר' אהרן זאל שטיין בראש המערכה און זיי זאלן זיך לאזן פירן פון אונטערוויילעכטס, אזא מין זאך קען נישט עקזיסטירן,
איך בין נאר אביסל אימפרעסט פון ר' זלמן לייב'ן, ער איז נישט קיין נאר - איך זאג עס אינגאנצן נישט סארקאסטיש- ער האט גוט געוויסט אז פשוט נאכגיין ר' אהרן איז אויסגעשלאסן, אבער מ'קען דאך עס נישט זאגן גראב, איז ער אויפגעקומען מיט א אייזענע המצאה, ער גייט פארלאנגען אז ר' אהרן זאל איבערגעבן די גאנצע מערכה פארן איצא'ן און מיט איצא'ן he has his way אזוי ממה נפשך אויב געלונגט עס איהם זעצט ער זיך אויף די לייצעס, און אויב נישט האט ער שוין א גוטע אויסרייד, אמער "התאחדות"!! נישט שלעכט

נאכנישט פערטיג!
הרב איצא גליק פרובירט נאך צוריקצאמצושטעלן די צוויי פראקציעס.

אבער וואס טוט זיך מיט די ליטווישע יעצט
רבותי תלמידי רבינו האט אליין געזאגט. איר הערט ? ממש אליין ! אז איר גלייבט נישט איז כאילו כופר אין רבין זי"ע ולמעלה בקודש !!! כדי נישט מאריך צו זיין זאגען זיי נישט אלעס אין איין אימעיל. נאר די וויכטיגע זאכן און אויפן שפיץ גאפעל. און נישט סתם געזאגט נאר עס איז ברעיקינג !!! צוויבעל. אברמי רובין וד"ל וד"ל. יעצט פארשטייט איר שוין? כאף אזוי
אין איין ווארט. מהר"א פארפירט שוין חדשים לאנג ווען ער האט א געלעגענהייט אז מען מיז עפעס טוען. ווען עס האלט שוין אט ביים געלונגען פארגרייט מען שוין אויס אז דו סוקסעס איז גאר איינעם וואכטפויגל. ממ"נ זענען די ארונים לוזערס אויב עפעס געלונגט איז עס וואכטפויגל און איצא גליק. געלונגט עס נישט איז אהרן א לוזער. און ווי שטענדיג נעמט דער הצנע לכת רבי גארנישט אויף די אייגענע פלייצעס
מען זיכט יעצט א ריכטיגע קאנדידאט וואס זאל גיין מבשר זיין פארן גאלאנטע רב אז ער קען סטאפן זיך פארגרייטען זיין דרשה וואס אהרן האט אים מכבד געווען.

פיינע קאוועמען זיכט יעצט א ריכטיגע קאנדידאט וואס זאל גיין מבשר זיין פארן גאלאנטע רב אז ער קען סטאפן זיך פארגרייטען זיין דרשה וואס אהרן האט אים מכבד געווען.
ר' אהרן. ס'דא תקנות דא.
זר,שעפטל, גאלד, פיינע, שרייבער, וכו', פליז קומטס ענק טענה'ען אויף וואטסעפפ, סאיז אסאך גרינגער...
די אהרונים קוקט אויס דערווייל אז זיי גייען אן געהעריג מיטן פלאן פאר זונטאג, על אף וואס דאס מיינט לכאורה אז זיי און נאר זיי וועלן דארט זיין.
לויט ווי איך נעם ארויס פון די זאליס, איז זייער הויפט טענה אז נאכדעם וואס מען האט שוין מחליט געווען און אפגעמאכט אז התאחדות גייט פירן דעם פראטעסט, זענען נאכאלס די אהרונים אנגעגאנגען מיט די גאנצע צוגאנג צום פראטעסט, אז זיי פירן עס. דאס איז געווען סיי אויפן פראפאגאנדע פראנט, ווי די פלאקאטן אין די גאסן און די פילע מעלדונגען אין די צייטונג. אבער כאטש וואס דאס איז גאנץ גוט פאר א תירוץ, ווי אויך האט דאס גאר גוט אריין געשפילט אין די הענט פון די וואס זענען געווען ביי די מיינונג מען זאל מיט די אהרונים נישט גיין צוזאמען, איז דאס אליין נאכנישט גענוג געווען. ווייל מען פארשטייט דער גרויסער צורך ביי די אהרונים פאר אביסעלע פראפאגאנדע, איון באזעסענע ערוואקסענע מענטשן טוישן נישט זייער החלטה ווייל יענער האט - גארנישט ווייניגער ווי ערווארטעט - אויסגענוצט די גינסטיגע מצב לטובתם צו פאמפן אביסל דעם רבי'ן.
דער עיקר פראבלעם איז געווען, אז עס איז נישט נאר געווען הוילע פראפאגאנדע, נאר עס איז געווען אמת אויך. די אהרונים זענען ווייטער אנגעגאנגען מיט זייערע פריער געפלאנטע הכנות צום פראטעסט, אריין גערעכנט אויסשטעלן די זמנים, די פי. אר. מיטלען פאר די גאס, צייטונגען, און אזוי אויך דער געוואלדאוונער פלאן פון מארשירן אריבער דעם בריק. עס הערט זיך טאקע זייער גוט אין סאטמאר, אבער יעדער פארשטייט אז די ליטווישע זענען נישט געווען צו אימפרעסד דערפון. און וויסן דארף מען אז די גאנצע ליטווישע השתתפות איז געהאנגען אויף א האר, עס איז קיינמאל נישט געווען באשטימט אויף זיכער, און אויב האבן זיי נאך געטראכט פון מיטארבעטן, איז זיי יעצט פארגאנגען דער אפעטיט. די זאלי'ס טענה'ן אז זיי האבן קיינמאל נישט מסכים געווען צו קומען ווי געסט צו אהרן'ס פארטי. פונקט אזוי ווי די אהרונים וואלטן נישט איינגעגאנגען צו גיין צו די זאליס. און באמת קיין שום קהילה, אפילו ווער עס קריגט זיך נישט, האלט נישט ביים גיין אויף אזאלכע טערמינען.
לויט די ווערסיע, איז נישט עכט ר' אהרן טו בלעים. עס איז מער די חוסר שכל און פארשטאנד פון די נידריג - און הויך - ראנגיקע עסקנים ביי די אהרונים.

וואטסעפ? מ'קען האבן צוויי אקאונטס אויפן סטארטעק?
ס'גייט מיר נישט אריין אין קאפ פארוואס צעטלעך און פראפאגאנדע זאל האבן געשטערט פאר די פירער פון מהרז"ל אז מ'זאל נישט מאכן צוזאמען. וועגן רעדנער האט מען דאך געשמועסט אז מהר"א האט אלעס נאכגעגעבן, און כ'בין זיכער אז אויב וואלט'ן די אנפירער געוויסט אז אריבערשפרייזן דעם בריק אז א מיינוס וואלטן זיי דאס מבטל געווען.
שוין, נישט אלעס מוז מען פארשטיין.
שוין, נישט אלעס מוז מען פארשטיין.