ידיעות חז"ל און די מציאות
303 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3222
יאירקודם, איך פרעג גארנישט אפ. איך וויל נאר פארשטיין. איך וויל פארשטיין פארוואס תחכמוני האט טענות אויף די אלע וואס טענה'ן אז חז"ל האבן געקענט אלע סייענס, און ווען מ'דרוקט זיי צו צום וואנט דרייען זיי זיך ארויס מיט שוואכע תירוצים, בעת ער אליין טוט די זעלבע זאך. ווען עס קומט צו רעזולטאטן פון זיינע טעאריעס מוז ער אויך דרייען מיט די צונג. דעמאלט קען איך דאך שוין בלייבן מיט דעם ערשטן מהלך?
יעצט, צום ענין. דארפן מיר אביסל פארשטיין וואו איז דער גדר. אויף אגדה ווייסן מיר שוין פון כמה ראשונים אז מען האט עס געזאגט בדרך סברא און נישט אלס א זיכערע זאך. אבער דעמאלט דארפסטו אוועקווארפן דיין הנחה אז "דאס איז דאך זיכער אז דרשות חז"ל זענען אמת לאמתו." ווייל עכ"פ ביי אגדה איז זיכער אז עס מוז נישט זיין אמת לאמיתו. דאס איז שוין א ריזיגע השלכה וואס וועט אויסקומען פון תחכמוני'ס מהלך.
והשנית, וואס איז מיט די פאקטישע מעשה וואס דער מדרש ברענגט אז מען האט געמאכט אן עקספערימענט און געזען אז די ימי הריון פונ'ם נחש איז זיבן יאר? איך גלייב אז א מעשה וואס די גמרא ברענגט אלס אן אמת'ע עובדא איז זיכער אמת לאמיתו. אבער לויט תחכמוני'ס מהלך וועלן מיר מוזן דרייען מיט תירוצים וואס זענען לכאורה נישט קיין סאך בעסער ווי אזעלכע מהלכים ווי נשתנו הטבעים.
דריטנס, דאס אז "חז"ל האבן נישט געקענט קיין סייענס", איז גארנישט אזא פשוט'ע סטעטימענט. מיר רעדן דאך דא פון שרפי מעלה, קדושים וטהורים, תחיית המתים (מגילה ז), שפאלטן ימ'ען (חולין ז), באשאפן גולמים און בהמות צו עסן לכבוד שבת (סנהדרין סה) איז ביי זיי געווען א קינדער שפיל. די אלע איבערנאטורליכע זאכן האבן זיי געקענט, נאר דאס אז די וועלט איז רינדעכיג האבן זיי נישט געוואוסט? ווי אזוי דער באשעפער האט באשאפן די וועלט מיט ספר יצירה האבן זיי געוואוסט, אבער ווי אזוי די יצירה אליין זעט אויס האבן זיי נישט געוואוסט?
יא, רבי אברהם בן הרמב"ם זאגט טאקע אז טייל פון די מעשיות זענען נישט געמיינט כפשוטם. אבער לדעתי איז דאס נישט קיין סאך א בעסערע ענטפער ווי נשתנו הטבעים, און בכל אופן האבן מיר שוין נאך א ריזיגע נפקא מינא לויט תחכמוני'ס מהלך.
פערטנס, דארפן מיר וויסן ביז ווי ווייט דער גדר גייט. אויב דער מאמר חז"ל אז איינער וואס ביקט זיך נישט ביי מודים ווערט זיין שדרה א נחש איז געבויט אויף מיטאלאגיע, פארוואס קען נישט זיין אז די אנדערע אזעלכע עונשים איז אויך געבויט אויף - אדער זענען זיי אליין - מיטאלאגיעס?
אין די גאנצע גמרא אין חגיגה וואס תחכמוני ברענגט וואו עס ווערט מבואר די קאסמאלאגיע פון די וועלט, וואס תחכמוני ווייזט אויף אז דאס איז פאלש, צווישן די אלע מימרות איבער די זיבן רקיעים וכדו' ווערט דערמאנט די באקאנטע מימרא "כל המפסיק ממשנתו מאכילין אותו גחלי רתמים". אויב תחכמוני פארשטייט אז די אלע גמרות פארדעם און נאכדעם זענען פאלש, און זענען נישט געמיינט געווארן שלא כפשוטם, פארוואס זאל ער גלייבן אין די אויבנדערמאנטע מימרא?
מיין ציל איז נישט צו אפפרעגן אדער צו זאגן אז דער חרדי'שער מהלך איז בעסער. מיין ציל איז צו פארשטיין די אלע אזעלכע אפאלאגעטיקס ווי סליפקין וכל הדומה לו וואס מאכן אזא באקוועמע חילוק פון תורה מיט סייענס, לא ראי זה כראי זה, פארוואס זייער ראציאנעלע מהלך ווערט מיסטעריעז פארשווינדן ווען עס קומט צו די נפקא מינא'ס וואס וועלן אויסקומען פון זייערע תירוצים.
יידל היטב לתרץ. איך וועל נאר צוווארפען מיינע פאר צענט. דאס וואס דו שרייבסט אז דו קענסט שוין ליבערשט בלייבן מיט די ערשטע מהלך איז גענצליך פאלש. אויב האסטו קשיות וואס דו האלטסט אז מען קען נישט פארענטפערן דאן זאג ליבערשט אז די דרשות זענען אויך נישט אמת אבער עס האט נישט קיין זין צו זאגן אז די מאמרים וואס חז"ל שרייבן זענען געבויט אויף סייענס וואס איז קלאר ווי די טאג אז עס איז פאלש. בכלל היות עס זענען דא כמה וכמה ראשונים וואס האלטן אז חז"ל האבן נישט געקענט די מציאות איז פארוואס זאלסטו צולייגן נאך א שוועריגקייט צו אידישקייט (פשוט ווייל די ביזט געבוירן געווארן מיט די שיטה) בעת די קענסט זיין א גוטער איד אן דעם.
דאס וואס דו פרעגסט פון די מעשיות וואס חז"ל ברענגען אראפ און פון די ניסים זייערע, איז ווייטער נאר שווער אויב די באטראכסט די חכמים ווי ג-טליכער באשעפענישן כמאמר העם "רבא איז נישט קיין מענטש נאר א פייער פון הימל". אויב זאלסטו האלטן אז זיי זענען געווען מענטשען פונקט ווי מיר און דיר דאן איז גארנישט שווער. דאס וואס די גמרא ברענגט אראפ מעשי ניסים פון די אמוראים דארפסטו פארשטיין אז די אמוראים זעלבסט האבן נישט געשריבן די מעשיות וואס האבן פאסירט מיט זיי. דאס איז ערשט געשריבן געווארן אפאר הונדערט יאר שפעטער ביי חתימת התלמוד אדער דורך די סבוראים (ואין כאן מקומו להאריך). יעצט אויב גלייבסטו יעדע מעשה פון שבחי בעל שם אדער פון די דערציילונגען פון צדיקים קענסטו דאס אויך גלייבן. איך, ווידעראום, האב נישט קיין פראבלעם צו גלייבן אז לעגענדעס זענען ארומגעוואקסן די גדולי אמוראים פונקט ווי עס איז ארומגעוואקסען ביי די חסידים און אפילו אויף די ראשונים און אחרונים. איך האף אז איך דארף נישט אלעס ארויסשרייבן ברחל בתך הקטנה. ודי לחכימא ברמיזא.
ממרום שלח אשיאיר, זייער ריכטיג.
איך טענה שוין יארן, אז די אלע חברה ווי סליפקין, א חלק מאדערן ארטאדאקס און אויך די שותי הקאווע זענען אפיקורסים אין הארץ. סאיז ברור אז מען קען נישט אנכאפן "אייביג" ביידע, סיי תורה און סיי סייענס.
נניח אז מען האט א פיינע תירוץ היינט, פרעג אים, וואס וועט זיין ווען דו וועסט נישט האבן קיין תירוץ, וועסט ברעכן קאפ און לסוף וועסטו מוזן "פיקן א סייד", סליפקין וועט לכאורה טשוזן סייענס און אזוי אויך רוב חברה דא. קיינער קען נישט זאגן "ס'איז מיר ברור אז כוועל אלץ האבן א וועג מישב צו זיין ביידע" סאו פרעג אים שוין יעצט היער ענד נאו, וועם וועסטו טשוזען?
דיינע שאלות אויף תחכמוני זענען א ברכה לבטלה, ער פארענטפערט נישט חז"ל, ער האט שוין מרמז געווען אז ביי אים אין מח איז פארגעקומען א טשעין רעאקציע, ער נעמט אונז אויף א רייד, ער האלט יעצט ביי די ערשטע פאזע.
די שאלה איז וואס הייסט אפיקורסות. כל עוד מ'גלייבט אין תורה מסיני פארוואס איז ער אן אפיקורס? און בכלל זע איך נישט פארוואס די איגנארירסט די נואנסד מהלך פון סליפקין ותחכמוני. אפילו לדעת יאיר זענען נאך אלץ ביידע מהלכים פון אפאלגעטיקער אייניג, און פארוואס איז זאגן אז תורה וועגט
אייביג איבער סייענס מער "אמונה'דיג" ווי תחכמוני'ס מהלך?
דיינע באשולדינגונגען פון "אפיקורס אין הארץ" איז בלויזע זאמד-אין-אויגן ווארפעניש.
ממרום שלח אש האט א דורכדרינגליכער בליק. מיר האבן אפגעמאכט אז מיר טראכטן און מיר שטעלן זיך נישט אפ ביי קיין שום ארביטרערי גרעניץ. איינמאל מיר קומען צו צו אן החלטה איז נישטא קיין וועג צוריק, מיר קענען נאר גיין ווייטער און זעהן צו די קומענדיגע יסודות זענען ריכטיג. עס האט אבער נישט קיין פשט צו זאגן עס געפעלט מיר נישט די וועג ווי דאס גייט, איך וויל צוריקגיין - איך צו צוריק פון מיין ערשטער מסקנא וואס איך בין צוגעקומען בדעה נכוחה. אויב עס געפעלט דיר נישט די וועג ווי עס גייט דאן פאנג בכלל נישט אן צו טראכטן. טראכטן איז א לענדסלייד, עס פאנגט זיך אן שטאט ענד איט בילדס אפ ספיד!
מיט א ציטער אין אלע גלידער וועל איך זיך שטעלן אויף דעם איינעם פאקט:
יידלדריטנס, דאס אז "חז"ל האבן נישט געקענט קיין סייענס", איז גארנישט אזא פשוט'ע סטעטימענט. מיר רעדן דאך דא פון שרפי מעלה, קדושים וטהורים, תחיית המתים (מגילה ז), שפאלטן ימ'ען (חולין ז), באשאפן גולמים און בהמות צו עסן לכבוד שבת (סנהדרין סה) איז ביי זיי געווען א קינדער שפיל. די אלע איבערנאטורליכע זאכן האבן זיי געקענט, נאר דאס אז די וועלט איז רינדעכיג האבן זיי נישט געוואוסט? ווי אזוי דער באשעפער האט באשאפן די וועלט מיט ספר יצירה האבן זיי געוואוסט, אבער ווי אזוי די יצירה אליין זעט אויס האבן זיי נישט געוואוסט?
וואס האט איינס מיטן צווייטן? אז דער באשעפער וויל זיי געבן א כח צו מחיה מתים זיין, מיינט עס שוין אז זיי ווייסן וויפיל בענדער די אנציקלאפעדיע בריטאניקע וועט האבן אין יאר 1957? לאמיך דיך פרעגן, אויב האט איינער ארויסגעשטעקט דעם צונג הונטער שמואל, האט שמואל געוואוסט דערפון ברוב קדושתו?
ווי אזוי קען מען דאס פארגלייכן? קען זיין אז אויב איינער האט טאקע ארויסגעשטעקט די צונג (און די צונג איז אים נישט אראפגעפאלן אויפן פלאץ, הוי זהיר בגחלתן!) האט שמואל אפשר נישט געדארפט וויסן דערפון, זיין קאפ האט געדארפט גיין אויף וויכטיגערע זאכן ווי יענעמ'ס צונג; אבער זאכן וואס זענען א חלק פון אונזער תורת אמת איז דאך אינגאנצן אן אנדער ענין, מיר גלייבן דאך אז די תורה איז מסיני, און אפילו די מחלוקת איז מקובל מסיני און יעדע שיטה און דרך האט א מקור (כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש..).
די תורה איז געשריבן מיט לויטער רוח הקודש, פון בעלי רוח הקודש, פון תנאים ואמוראים שרפי מעלה וואס מיר פשוטע מענטשן האבן נישט קיין השגה בגודל קדושתם. עס איז דאך תורה מן השמים. לו יהא אז די חכמים האבן נישט געוואוסט אלעס עד סוף כל הדורות, האט דאך אבער דער רבש"ע זיכער יא געוואוסט, און ער האט געגעבן די הסכמה אויף די תורה!
איז דאס נישט איינע פון די 13 אני מאמינ'ס, "שכל דברי נביאים אמת"? אז אפגעזעהן פון אונזער מאדערנע וויסנשאפט, דארפן מיר זיך מכניע זיין פאר זייער גרויסע כח התורה והצדקות? און אפילו מיר זאלן יא זיין קלוגער (הגם אנו כחמורים כלפי זיי), און מיר "פארשטייען מ'כלומר'שט בעסער", פונדעסטוועגן זאגט די אנדערע אני מאמין, "זאת התורה לא תהא מוחלפת"? און די אני מאמינ'ס האט נישט געשריבן א צווייטער ווי דער רמב"ם, וועלכער האט מודה געווען אז נישט אלעס האבן די חכמים ריכטיג געוואוסט?
איך מיין אז מיר זאלן זיך אפלאזן פון די טיפע ענינים וועלכע איז נישט פאר אונזערע מוחות. לאמיר נישט פרובירן גריבלען אין ענינים וועלכע זענען נישט געמאכט פאר אונז פשוטע אידן, און קען זיך גרעניצן מיט קשיות אויף די אמונה אדער אויף די הייליגע תורה.
יידלדי שאלה איז וואס הייסט אפיקורסות. כל עוד מ'גלייבט אין תורה מסיני פארוואס איז ער אן אפיקורס?
אויב איז עס טאקע מסיני, ווי קענסטו פרובירן איבערצוקלוגן? אלא מאי מוז מען נאכלאזן אביסל די אמונה פון תורה מסיני...
שמעקעדיגמיט א ציטער אין אלע גלידער וועל איך זיך שטעלן אויף דעם איינעם פאקט:
יידלדריטנס, דאס אז "חז"ל האבן נישט געקענט קיין סייענס", איז גארנישט אזא פשוט'ע סטעטימענט. מיר רעדן דאך דא פון שרפי מעלה, קדושים וטהורים, תחיית המתים (מגילה ז), שפאלטן ימ'ען (חולין ז), באשאפן גולמים און בהמות צו עסן לכבוד שבת (סנהדרין סה) איז ביי זיי געווען א קינדער שפיל. די אלע איבערנאטורליכע זאכן האבן זיי געקענט, נאר דאס אז די וועלט איז רינדעכיג האבן זיי נישט געוואוסט? ווי אזוי דער באשעפער האט באשאפן די וועלט מיט ספר יצירה האבן זיי געוואוסט, אבער ווי אזוי די יצירה אליין זעט אויס האבן זיי נישט געוואוסט?
וואס האט איינס מיטן צווייטן? אז דער באשעפער וויל זיי געבן א כח צו מחיה מתים זיין, מיינט עס שוין אז זיי ווייסן וויפיל בענדער די אנציקלאפעדיע בריטאניקע וועט האבן אין יאר 1957? לאמיך דיך פרעגן, אויב האט איינער ארויסגעשטעקט דעם צונג הונטער שמואל, האט שמואל געוואוסט דערפון ברוב קדושתו?
ווי אזוי קען מען דאס פארגלייכן? קען זיין אז אויב איינער האט טאקע ארויסגעשטעקט די צונג (און די צונג איז אים נישט אראפגעפאלן אויפן פלאץ, הוי זהיר בגחלתן!) האט שמואל אפשר נישט געדארפט וויסן דערפון, זיין קאפ האט געדארפט גיין אויף וויכטיגערע זאכן ווי יענעמ'ס צונג; אבער זאכן וואס זענען א חלק פון אונזער תורת אמת איז דאך אינגאנצן אן אנדער ענין, מיר גלייבן דאך אז די תורה איז מסיני, און אפילו די מחלוקת איז מקובל מסיני און יעדע שיטה און דרך האט א מקור (כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש..).
די תורה איז געשריבן מיט לויטער רוח הקודש, פון בעלי רוח הקודש, פון תנאים ואמוראים שרפי מעלה וואס מיר פשוטע מענטשן האבן נישט קיין השגה בגודל קדושתם. עס איז דאך תורה מן השמים. לו יהא אז די חכמים האבן נישט געוואוסט אלעס עד סוף כל הדורות, האט דאך אבער דער רבש"ע זיכער יא געוואוסט, און ער האט געגעבן די הסכמה אויף די תורה!
איז דאס נישט איינע פון די 13 אני מאמינ'ס, "שכל דברי נביאים אמת"? אז אפגעזעהן פון אונזער מאדערנע וויסנשאפט, דארפן מיר זיך מכניע זיין פאר זייער גרויסע כח התורה והצדקות? און אפילו מיר זאלן יא זיין קלוגער (הגם אנו כחמורים כלפי זיי), און מיר "פארשטייען מ'כלומר'שט בעסער", פונדעסטוועגן זאגט די אנדערע אני מאמין, "זאת התורה לא תהא מוחלפת"? און די אני מאמינ'ס האט נישט געשריבן א צווייטער ווי דער רמב"ם, וועלכער האט מודה געווען אז נישט אלעס האבן די חכמים ריכטיג געוואוסט?
אויף דעם וואס דו שרייבסט אז יעדע מחלוקת איז מקובל מסיני שטייט שוין אין רשב"א (או בריטב"א, כ'וועל דארפן נאכקוקן) אז דאס איז נאר א מחלוקת אין מיינונג. אבער א מחלוקת אין מציאות איז ברור אז נאר איינער איז גערעכט און דער צווייטער האט געהאט א טעות. דאס זענען נישט מיינע ווערטער, דאס זענען דברי ראשון כמלאך.
אלעס וואס דו שרייבסט איבער די קדושה פון די בעלי המסורה איז כלל וכלל נישט קיין סתירה צו דעם געדאנק אז דער באשעפער האט דירעקט נישט מגלה געווען אלע ידיעות וואס איז נוגע צו וויסן די תורה. פארוואס דער אויבערשטער האט אזוי געטון? אין לי עסק בנסתרות. וואס דארפן מיר מער פון דעם אז די גמרא ברענגט די תירוץ פון "סוד ה' ליראיו" נישט מער ווי צווי אדער דריי מאל, און אפילו דאן נאר נאך וואס די גמרא ענטפערט קודם אנדערע תירוצים".
און דער עיקר נקודה מיינער איז אז איך האלט גענוי ווי דיר! דו שרייסטט:
לו יהא אז די חכמים האבן נישט געוואוסט אלעס עד סוף כל הדורות, האט דאך אבער דער רבש"ע זיכער יא געוואוסט, און ער האט געגעבן די הסכמה אויף די תורה!
איך האלט גענוי דאס זעלבע!
שכל דברי נביאים אמת, איז דירעקט אויף די נביאים, נישט אויף די חכמים. דער רמב"ם שרייבט אין הקדמה צו פירוש המשניות אז מחלוקת בחז"ל זענען פיל מאל במקום ווי מ'האט פארגעסן די ריכטיגע
מסורה המסורה לנו הללמ"ס.
שמעקעדיגיידל
די שאלה איז וואס הייסט אפיקורסות. כל עוד מ'גלייבט אין תורה מסיני פארוואס איז ער אן אפיקורס?
אויב איז עס טאקע מסיני, ווי קענסטו פרובירן איבערצוקלוגן? אלא מאי מוז מען נאכלאזן אביסל די אמונה פון תורה מסיני...
חלילה! איך פרוביר דען איבערצוקלוגן? די שמועס דא איז אויף איין נקודה: האבן חז"ל געוואוסט אלע ידיעות הטבע ווי עס איז, אדער נישט. און אויב נעם איך אן די שיטה פון א שלל פון ראשוינם און אחרונים מיינט דאס אז איך לאז חלילה נאך מיין אמונה פון תורה מסיני?! חלילה!
שמעקעדיג, מחמת אנדערע מישן אריין אנדערע נקודות קען אפשר משמע זיין פון מיינע ווערטער אז איך בין זיך חלילה נישט מכניע אונטער די תורה וכדו'. אבער דער אמת איז אז אלעס וואס איך האב געשריבן זענען בעצם דעות פון אסאך ראשונים אין אחרונים, און כ'מיין אז דו וואלסט זיי נישט חושד געווען אין די זאכן מיט וועלכע ביסט מיר חושד.
איך פארשטיי נישט,
עס איז דאך דא כמה וכמה מחלוקת אין טבע'דיגע ענינים,
אויב זאג איך אז אפילו סייענס האבן זיי געוויסט פון הימעל ,
וויאזוי האבן דריי אמוראים געזען אנדערע זאכן אין הימל
פונקט היינט געלערנט די גמרא אין ברכות נט ע"ב ווי מ'קריגט זיך ארום, באזירט אויף פסוקים, וויאזוי א דונער ווערט פראדוצירט. פיר שיטות. איינער קען ביטע אראפברענגן?
יידלפונקט היינט געלערנט די גמרא אין ברכות נט ע"ב ווי מ'קריגט זיך ארום, באזירט אויף פסוקים, וויאזוי א דונער ווערט פראדוצירט. פיר שיטות. איינער קען ביטע אראפברענגן?
נו, אלו ואלו דברי אלקים חיים.
איך וויל צולייגן א שטערקער קשיא שאין עליה תשובה: אויב ס' נישט געווען קיין אפיקורסות פאר אביי צו האלטן אז רבא איז זיך טועה, ווען איז עס געווארן אפיקורסות?
יידלפונקט היינט געלערנט די גמרא אין ברכות נט ע"ב ווי מ'קריגט זיך ארום, באזירט אויף פסוקים, וויאזוי א דונער ווערט פראדוצירט. פיר שיטות. איינער קען ביטע אראפברענגן?
תלמוד בבלי מסכת ברכות דף נט/א
ועל הרעמים מאי רעמים 1) אמר שמואל ענני בגלגלא שנאמר קול רעמך בגלגל האירו ברקים תבל רגזה ותרעש הארץ 2) ורבנן אמרי ענני דשפכי מיא להדדי שנאמר לקול תתו המון מים בשמים 3) רב אחא בר יעקב אמר ברקא תקיפא דבריק בעננא ומתבר גזיזי דברזא 4) רב אשי אמר ענני חלחולי מחלחלי ואתי זיקא ומנשב אפומייהו ודמי כזיקא על פום דני ומסתברא כרבי אחא בר יעקב דבריק ברקא ומנהמי ענני ואתי מטרא:
רש"י ברכות דף נט/א
ענני בגלגלא - עננים מתחופפין ומתחככין, ונשמע הקול, לשון אחר העננים פוגעין בגלגל ומתגלגלות עם הגלגל בעל כרחם, ואותו הקול היינו רעמים:
ברקא - ברקים של אש:
ומתבר גזיזי דברזא - ואותו הקול היינו רעמים, גזיזי גלציי"ש, חתיכות של ברד:
חלחולי מחלחלי - ענני, ומנשב זיקא עלייהו, והיינו רעמים:
מנהמי ענני - הומות העננים:
יידל, כ'האב נישט געמיינט דיר, מכירך הייתי מלעבר, איך ווייס אז דו ביסט א איד א מאמין א ירא שמים, איך האב נאר געקוואוט דיינע ווערטער זיך צו באציען דערויף, אבער באמת האב איך געמיינט דעם גאנצן אשכול און אודאי דעם לאנגן מאמר פון תחכמוני.
איך פארשטיי דיין תשובה, און איך מאך עס בכלל נישט אוועק, נאר דאך האב איך געטראכט אז דאס זענען צו סענסיטיוו צו ליינען פארן פשוטן המון עם איד.
עסקן בדבריםאיך וויל צולייגן א שטערקער קשיא שאין עליה תשובה: אויב ס' נישט געווען קיין אפיקורסות פאר אביי צו האלטן אז רבא איז זיך טועה, ווען איז עס געווארן אפיקורסות?
איך מיין אז די קשיא האט נישט קיין דירעקטע שייכות מיט דעם אשכול.
יאירעסקן בדבריםאיך וויל צולייגן א שטערקער קשיא שאין עליה תשובה: אויב ס' נישט געווען קיין אפיקורסות פאר אביי צו האלטן אז רבא איז זיך טועה, ווען איז עס געווארן אפיקורסות?
איך מיין אז די קשיא האט נישט קיין דירעקטע שייכות מיט דעם אשכול.
פארוואס נישט? איז נישט דער שאלה צו חז"ל האבן געקענט מאכן א טעות?
ווייל דו קענסט פונקט אזוי פרעגן פארוואס רבי משה פיינשטיין טאר נישט מחולק זיין מיט רבא, אבער אביי מעג יא.
יאיריידלפונקט היינט געלערנט די גמרא אין ברכות נט ע"ב ווי מ'קריגט זיך ארום, באזירט אויף פסוקים, וויאזוי א דונער ווערט פראדוצירט. פיר שיטות. איינער קען ביטע אראפברענגן?
נו, אלו ואלו דברי אלקים חיים.
דהיינו? וועלכע פון די פיר איז דאס ריכטיגע מציאות?
און וואס וועלן מיר זאגן לויטן ריטב"א/רשב"א וועלכע כ'האב דערמאנט פאר שמעקעדיג (אז ביי א מחלוקת במציאות איז נישטא קיין אלו ואלו)?
שמעקעדיג
איך פארשטיי דיין תשובה, און איך מאך עס בכלל נישט אוועק, נאר דאך האב איך געטראכט אז דאס זענען צו סענסיטיוו צו ליינען פארן פשוטן המון עם איד.
כ'הער. האסט א נקודה.
דהיינו? וועלכע פון די פיר איז דאס ריכטיגע מציאות?
אלע פיר.
יאירווייל דו קענסט פונקט אזוי פרעגן פארוואס רבי משה פיינשטיין טאר נישט מחולק זיין מיט רבא, אבער אביי מעג יא.
הלכה האט א פראצעס.ס' דא א הלכה פון לא סתור, אין בי"ד יכול לבטל דברי בי"ד חברו אא"כ גדול הימנו בחכמה ובמנין. מאיזה טעם איז אנגענומען אז די גמ' איז הלכה'דיג דער לעצטער ווארט. איך מיין דער רמב"ם אין די הקדמה זאגט דעס קלאר אז ס' א הלכה'דיגע זאך
אויב דו פארשטייסט אז די הלכה קען זיך טוישן, דעמאלט קען פונקט אזוי זיין אז אמאל איז א געוויסע זאך נישט געווען אפיקורסות און היינט איז עס יא.
יאירדהיינו? וועלכע פון די פיר איז דאס ריכטיגע מציאות?
אלע פיר.
הייסט אז די קול פון א דונער איז א געמיש פון וואלקענס וועלכע רייבן זיך איינער אינעם צווייטן, אין אינעם גלגל (וועלכע גלגל?), און פון די וואסער וואס גיסט זיך איבער פון איין וואלקן צום צווייטן, און פון די בליץ וואס צעשפאלט דעם וואלקן און פון די ווינט וואס בלאזט אויפן הוילן וואלקן?
און היות כ'האב צוגעלייגט א שטיקל צו מיין פריערדיגער תוגבה וועל איך עס איבערפרעגן: וואס וועסטו זאגן לויטן ראשון (רשב"א אדער ריטב"א) וואס שרייבט אז אלו ואלו גייט נישט אן ביי מחלוקת במציאות?
די ווארט אפיקורס ווי אונז נוצן דאס האט נישט קיין פונקטליכע דעפיניציע. אן אפיקורס איז נישט איינער וואס גלייבט נישט אין גאט. מיר רופן אן אפיקורס איינער וואס האלט נישט אזוי ווי די אנגענומענע שיטה ביי די ארטאדאקסישע אידן. היות אבער עס זענען דא מערערע שיטות צווישן אונז אויך איז די ווארט אפיקורס אביסל פליסיג. געוויסע מענטשען קענען זיכער נישט ווערן באטראכט אלס אפיקורסים געוויסע זיכער יא און אנדערע הענגען ביים גרעניץ - חציו בקודש וחציו בחול. מאנכע וועלן זיי רופן אפיקורסים, מאנכע וועלן זיי רופן פרומע אידן און מאנכע וועלען זיי רופן האלבע אידן (אפשר נאר גענוג אז מען זאל נישט זאגן מורידין ולא מעלין). נאר בנוגע די וועלטליכע ידיעות פון חז"ל האבן די פרומע א פראבלעם ווייל עס זענען דא ראשונים וואס האלטן אזוי און זיי זענען דאך זיכער נישט געווען קיין אפיקורסים אפילו לשיטתם. אנדערע אבער קומען אויף מיט וואזשנע המצאות אז אלע ראשונים זענען מודה אז חז"ל האבן געקענט סייענס און די אלע מקורות וואס זאגן קלאר פארקערט און מען קען דאס נישט פארענטפערן מוז זיין אז זיי זענען געפעלשט געווארן דורך משכילים.
צווישן די ראשונים איז אויך נישט קלאר. די עקרי אמונה איז דאך תלוי במחלוקת. עס איז דאך באקאנט די מחלוקת צווישן רמב"ם און ראב"ד אויב דער וואס גלייבט אין הגשמה איז אן אפיקורס. די עיקרים אויף די אנדערע זייט האלט אז דער וואס קומט צו צו אן החלטה ווייל ער פארשטייט אזוי די תורה (הגם ער איז זיך טועה) איז נישט קיין אפיקורס. איך וועל נישט דא מאריך זיין. ממילא קען מען נישט פרעגן וואס דאס מיינט אפיקורסות - עס ווענדט זיך לויט וועם. א קראי קען שרייען חי וקים אז ער איז אן ערליכער איד אבער לויט אונזער מעסטער איז ער א כשר'ען אפיקורס ואין להאריך.
יאיראויב דו פארשטייסט אז די הלכה קען זיך טוישן, דעמאלט קען פונקט אזוי זיין אז אמאל איז א געוויסע זאך נישט געווען אפיקורסות און היינט איז עס יא.
יסודות פון אמונה איז נישט שייך זיך צו טוישן.
ווענדט זיך לויט וועם 🙂 ידועים דברי הרמב"ם בזה כשיטתך, אבל ידועים דברי החת"ס בזה איבער דעם דעה וואס האלט אין סנהדרין אז אין להם משיח לישראל אז דעמאלטס האט מען געמעגט אבער לאחר חתימת התלמוד נפסק כאפיקורסות.
עסקן בדבריםיאיראויב דו פארשטייסט אז די הלכה קען זיך טוישן, דעמאלט קען פונקט אזוי זיין אז אמאל איז א געוויסע זאך נישט געווען אפיקורסות און היינט איז עס יא.
יסודות פון אמונה איז נישט שייך זיך צו טוישן.
אזוי?
ווער האט בכלל אוועקגעשטעלט די יסודות? די ראשונים! איך האב דאך נארוואס אראפגעברענגט אז זיי האבן זיך געדינגען אין דעם.
עסקן בדבריםיאיראויב דו פארשטייסט אז די הלכה קען זיך טוישן, דעמאלט קען פונקט אזוי זיין אז אמאל איז א געוויסע זאך נישט געווען אפיקורסות און היינט איז עס יא.
יסודות פון אמונה איז נישט שייך זיך צו טוישן.
הלכה דעפינירט וואס איז אפיקורסות, נישט אזוי?
נאכ'ן ליינען די מאמרים פון תחכמוני האב איך נישט געהאט קיין ברירה, אפירגעזוכט מיין שטויביגן קובץ אגרות, און זיך אביסל מחזק געווען מיט זיינע ליכטיגע ווערטער.
איך וועל דא ציטירין איין שטיקל טאמער עס קען פאר איינעם זיין בייהילפיג, וז"ל:
נרתעים אנחנו מלשמוע הטלת ספק בדברי חז"ל בין בהלכה בין באגדה, כשמוע של גידוף ר"ל, והנוטה מזה הוא לפי קבלתינו ככופר בדברי חז"ל, ושחיטתו נבילה, ופסול לעדות, ועוד. (ק"א ח"א ט"ו).
מיר איז זיסער אזוי, און איך גלויב אז איך בין נישט דער איינציגער.
יאירעסקן בדבריםיאיראויב דו פארשטייסט אז די הלכה קען זיך טוישן, דעמאלט קען פונקט אזוי זיין אז אמאל איז א געוויסע זאך נישט געווען אפיקורסות און היינט איז עס יא.
יסודות פון אמונה איז נישט שייך זיך צו טוישן.
הלכה דעפינירט וואס איז אפיקורסות, נישט אזוי?
ווענד זיך לויט וועם 🙂
מאראנצן זאפט האט געמאכט מיין טאג היינט. איך ווער נתפעל פאר א מודה על האמת.
יידליאירעסקן בדבריםיאיראויב דו פארשטייסט אז די הלכה קען זיך טוישן, דעמאלט קען פונקט אזוי זיין אז אמאל איז א געוויסע זאך נישט געווען אפיקורסות און היינט איז עס יא.
יסודות פון אמונה איז נישט שייך זיך צו טוישן.
הלכה דעפינירט וואס איז אפיקורסות, נישט אזוי?
ווענד זיך לויט וועם 🙂
לויט יעדן. דער רמב"ם האט בסך הכל געהאלטן אז ס'איז דא י"ג עקרים וואס על פי הלכה מוז מען גלייבן דוקא אין דעם.
מאראנצןזאפטנאכ'ן ליינען די מאמרים פון תחכמוני האב איך נישט געהאט קיין ברירה, אפירגעזוכט מיין שטויביגן קובץ אגרות, און זיך אביסל מחזק געווען מיט זיינע ליכטיגע ווערטער.
איך וועל דא ציטירין איין שטיקל טאמער עס קען פאר איינעם זיין בייהילפיג, וז"ל:
נרתעים אנחנו מלשמוע הטלת ספק בדברי חז"ל בין בהלכה בין באגדה, כשמוע של גידוף ר"ל, והנוטה מזה הוא לפי קבלתינו ככופר בדברי חז"ל, ושחיטתו נבילה, ופסול לעדות, ועוד. (ק"א ח"א ט"ו).
מיר איז זיסער אזוי, און איך גלויב אז איך בין נישט דער איינציגער.
איך ציטיר פון פאר דעם:
"וחובתינו להתרחק ממחקר ולאמת בלבבינו את כל העיקרים
בפשוטם השגור בפי כל חכם כהדיוט... משרשי האמונה, שכל הנאמר בגמרה בין במשנה ובין בגמרה, בין בהלכה
ובין באגדה, הם הם הדברים שנתגלו לנו על ידי כח נבואי שהוא כח נשיקה של השכל הנאצל"
צו זאל איך זאגן אזוי ווי דער שבות יעקב (חלק ג' סימן כ') אז פון די גמרא אין חגיגה איז משמע די וועלט איז פלאך ממילא ברויך אזוי צו זיין?
נישט אלעמאל קען מען באגראבן די קאפ אפילו ווען מען וויל שטארק. פארפאלן ביזט געבענטשט (אדער געשטראפט) געווארן מיט א מח. ווילאנג ער ארבעט וועסטו זיך מוזן ראנגלען מיט אים.
כבוד? ווער דארף כבוד? וואס איז שוין כבוד, א שייינע קאר? ווען איך האב ווען געלט האב איך אויך א שיינע קאר! א יחסן? איר קענט איינער וואס האט זיך אליינס געבוירן?! תלמיד חכם? חכם דו ער האט דאך געלערנט, און ווען איך לערן ווען?!
איר ווילט וויסן וואס איז כבוד, א לייק פון יאיר דאס איז כבוד!
תחכמונימאראנצןזאפטנאכ'ן ליינען די מאמרים פון תחכמוני האב איך נישט געהאט קיין ברירה, אפירגעזוכט מיין שטויביגן קובץ אגרות, און זיך אביסל מחזק געווען מיט זיינע ליכטיגע ווערטער.
איך וועל דא ציטירין איין שטיקל טאמער עס קען פאר איינעם זיין בייהילפיג, וז"ל:
נרתעים אנחנו מלשמוע הטלת ספק בדברי חז"ל בין בהלכה בין באגדה, כשמוע של גידוף ר"ל, והנוטה מזה הוא לפי קבלתינו ככופר בדברי חז"ל, ושחיטתו נבילה, ופסול לעדות, ועוד. (ק"א ח"א ט"ו).
מיר איז זיסער אזוי, און איך גלויב אז איך בין נישט דער איינציגער.
איך ציטיר פון פאר דעם:
"וחובתינו להתרחק ממחקר ולאמת בלבבינו את כל העיקרים
בפשוטם השגור בפי כל חכם כהדיוט... משרשי האמונה, שכל הנאמר בגמרה בין במשנה ובין בגמרה, בין בהלכה
ובין באגדה, הם הם הדברים שנתגלו לנו על ידי כח נבואי שהוא כח נשיקה של השכל הנאצל"
צו זאל איך זאגן אזוי ווי דער שבות יעקב (חלק ג' סימן כ') אז פון די גמרא אין חגיגה איז משמע די וועלט איז פלאך ממילא ברויך אזוי צו זיין?
נישט אלעמאל קען מען באגראבן די קאפ אפילו ווען מען וויל שטארק. פארפאלן ביזט געבענטשט (אדער געשטראפט) געווארן מיט א מח. ווילאנג ער ארבעט וועסטו זיך מוזן ראנגלען מיט אים.
תחכמוני, שמך נאה לך. א איד זאגט דיר אז זיינע מאראנצן זאפט איז זיסער לויט'ן חזון איש. וואס פייניגסטו אים מיט קשיות על גבי קשיות? לאז געמאך!
יאיריידליאיר
הלכה דעפינירט וואס איז אפיקורסות, נישט אזוי?
ווענד זיך לויט וועם 🙂
לויט יעדן. דער רמב"ם האט בסך הכל געהאלטן אז ס'איז דא י"ג עקרים וואס על פי הלכה מוז מען גלייבן דוקא אין דעם.
חלילה! ע"פ הלכה? ער האט געהאלטן אז דאס איז אן עיקר, וויבאלד דאס איז אידישקייט! נישט אז ס'שייך מחלוקת אין דעם אדער פסקי הלכה
יידל, איך ווייס נישט וועליכע חת"ס דו מיינסט (אין שו"ת דאכט זיך ער זאגט פארקערט און קריגט זיך אויפ'ן רמב"ם לגבי צו משיח איז אן עיקר) אבער בכל אופן איך האב נישט קיין ספק אז ס' טאקע דא אן א שיעור אחרונים וואס וועלן אזוי זאגן. איך זאג נאר אז שכל'דיג מאכט עס נישט קיין סענס צו זאגן פון איין זייט אז אן זאך איז א יסוד וואס מ'מוז גלייבן און פון צווייטן זייט אז דעס איז נישט אייביג אזוי געווען. וויזאזוי קען עס שפעטער ווערן?
לגבי למשל ר' הלל אז אין משיח לישראל מוז מען זאגן אז לויט אונזער אמונה האט ער (א יחיד) געהאט בטעות א כפירה'דיגע שיטה אזויווי די גמ' זאגט טאקע שרי ליה מריה לר' הלל. אבער אזא זאך ווי זאגן אז קיין איין אמורא האט נישט געקענט האבן קיין טעות האט קיינער נישט געהאלטן בכלל אין יענעם דור!!!! פונקט פארקערט! הא גופא איז די גרעסטע אפיקרסות צו זאגן אז זיי אלע האבן געהאט אפיקרסישע שיטות ווייל זיי האבן דעס נישט איינגעזען!
גראדע ר' שלמה זלמן אויערבאך (אין ספר שמירת הגוף והנפש) זאגט אז קיינער קען זיך נישט קרוגן מיט ר' שרירא גאון אז חז"ל האבן געקענט מאכן א טעות אין מציאות!!
תחכמוני,
איך פארשטיי נישט וואס דו טענ'סט. אוודאי קען יעדער האלטן וויאזוי ס' איז איהם מסתבר וואס זענען יסודות אין אמונה. אבער וואס ער האלט האלט ער אז די יסודות זענען אייביג געווען (זייט דער עצם מעשה. למשל מעמד הר סיני). וויאזוי דען האבן זיי געקענט ווערן?
יאיר,
לאמיר זאגן אז הלכה דעפינירט וואס איז אפיקורסות איז מיין פוינט נאך אלס מוכרח
עסקן, אויב דו ביסט מודה אז די הלכה זאגט די דעפינישן פון אפיקורסות, און דו ביסט אויך מודה אז הלכה אין דזשענעראל קען זיך טוישן, דעמאלט מיינט דאס אז די דעפינישן פון אפיקורסות קען זיך טוישן.
עסקן בדברים
תחכמוני,
איך פארשטיי נישט וואס דו טענ'סט. אוודאי קען יעדער האלטן וויאזוי ס' איז איהם מסתבר וואס זענען יסודות אין אמונה. אבער וואס ער האלט האלט ער אז די יסודות זענען אייביג געווען (זייט דער עצם מעשה. למשל מעמד הר סיני). וויאזוי דען האבן זיי געקענט ווערן?
ביזט גערעכט אז לויטן רמב"ם איז דאס אייביג געווען אזוי אבער פאר אונז קען זיך דאס טוישן. למשל עס קען זיין אז די גמרא האט געגלייבט אין הגשמה (אזוי ווי עס איז משמע אין פילע פלעצער) נאר די רמב"ם איז אהערגעקומען מיט זיין פילאזאפיע און אראפגעשטעלט אז דאס איז אפיקורסות. אויב דאס זאל זיין אזוי קומט אויס אז אין די צייטן פון גמרא וואלסטו געמעגט גלייבן אין הגשמה יעצט אבער אז מיר האבן אנגענומען ווי די רמב"ם איז אסור צו גלייבן אין הגשמה. פארשטייט זיך אז נאכן רמב"ם פרובירן מיר צו פארענטפערן די גמרות אבער דאס איז נאר נאך מיר האבן אוועקגעשטעלט אז די יסודי האמונה מוזן זיין אנדערש. ממילא קען זיין אז אין מציאות האט יעדע תקופה געהאט אן אנדערע מושג פון אפיקורסות (און דאס איז זיכער געווען אמת אין א געוויסן זין). אויב אזוי קענען מיר זאגן אז די יסודות האמונה האבן זיך געטוישט במשך הזמן פאר די אידן בכלליות.
אויך איז מעגליך געווען אז די רמב"ם זאל זיך האבן אויפגעוועקט אין איין שיינע טאג און געזאגט "רבותי איך האב איבערגעקוקט די גמרות און איך בין צוגעקומען צו די מסקנה אז איינע פון מיינע יסודות זענען נישט ריכטיג." נאך אלעמען האט ער דאך זיי נישט מקבל געווען ברוח הקודש. נאר די ראשונים צווישן זיך האבן זיך געקריגט אין דעם. און אויב דאס זאל האבן פאסירט דאן וועט די רמב"ם אליין האבן געטוישט זיין עקרי האמונה במשך זיינע יארן (הא בילדותיה והא בזיקניתיה).
יאירעסקן, אויב דו ביסט מודה אז די הלכה זאגט די דעפינישן פון אפיקורסות, און דו ביסט אויך מודה אז הלכה אין דזשענעראל קען זיך טוישן, דעמאלט מיינט דאס אז די דעפינישן פון אפיקורסות קען זיך טוישן.
אויב א נייע בי"ד וואס איז גדול בחכמה וכו' קומט און פסק'נט אז ווער עס גלייבט כך וכך איז אן אפיקורס איז יעצט די הלכה אזוי ווי דער שיטה. אבער דער שיטה האלט אז די אלטע שיטה איז געווען א טעות און ס' אייביג געווען אפיקורסות. וויאזוי קען איינער זאגן דעס ווערט יעצט אפיקורסות??? ס' מאכט פשוט נישט קיין סענס
עסקן, א גוטע קשיא. אבער דו קענסט פונקט אזוי פרעגן אויב די נייע בית דין פסק'נט אז די מצה פון די פריערדיגע בית דין איז געווען חמץ, קומט אויס אז גאנץ כלל ישראל האט געגעסן חמץ. שפעטער קומט א פרישער בית דין און פסק'נט אז ס'איז נישט חמץ, ווערן זיי אויס אוכלי חמץ למפרע. דערפאר האב איך געשריבן אז דיין קשיא איז נישט נוגע דוקא צו דעם אשכול.
תחכמוני
איך בין אלעס מסכים צו וואס דו זאגסט. איך רעד וועגן א זאך וואס די אמונה אליין האט זיך געמוזט אנהייבן שפעטער למשל צו גלייבן אז חז"ל האבן נישט געקענט האבן קיין טעות.
אויב גאט האט געקענט זאגן ביים מעמד הר סיני אלעס וואס יעדער תלמיד ותיק וועט מחדש זיין עד סוף כל הדורות, פארוואס האט ער נישט געקענט צולייגן אזוי בדרך אגב אז מ'מוז אויך גלייבן אז זיי האבן געקענט אלע סייענס פון איינשטיין און ניוטאן?
תחכמוני ברודערל טייערער, מיר האבן דיר ליב אהבת נפש, מיר וועלקאמען דיר מיט ברייטע ארעמעס, אבער זייט וויסן, אז צווישן אלע חכמים ונבונים דא, האט זיך נאך קיינער נישט געטרויעט דאס וואס איר ערלויבט זיך.
ווי פאסיג זענען די ווערטער פונעם אבי החכמים דער הייליגער רמב"ם ז"ל אין אזא פאל, אז א חכם מעג אויך וויסן אז נישט אלעס איז פאר אלעמען. וז"ל הבהיר עבו"ז ב' ג': מפני שדעתו של אדם קצרה, ולא כל הדעות יכולות להשיג האמת על בריו, ואם ימשך כל אדם אחר מחשבת לבו נמצא מחריב את העולם לפי קוצר דעתו. ע"כ.
ער זאגט עס לגבי "כל מחשבה שגורמת לו לאדם לעקור עיקר מעיקרי התורה", און מיר קלערן אז ס'איז גליטיג דא אויך, איידל גערעדט.
יאירעסקן, א גוטע קשיא. אבער דו קענסט פונקט אזוי פרעגן אויב די נייע בית דין פסק'נט אז די מצה פון די פריערדיגע בית דין איז געווען חמץ, קומט אויס אז גאנץ כלל ישראל האט געגעסן חמץ. שפעטער קומט א פרישער בית דין און פסק'נט אז ס'איז נישט חמץ, ווערן זיי אויס אוכלי חמץ למפרע. דערפאר האב איך געשריבן אז דיין קשיא איז נישט נוגע דוקא צו דעם אשכול.
But I wasn’t originally talking about different beis din’s changing the halacha regarding what is apikursus. There you are right that is the same as any halacha. I was talking about a belief that inherently couldn’t have been apikursus to deny at an earlier time. Such a belief cannot possibly ever become apikursus
מאראנצןזאפטתחכמוני ברודערל טייערער, מיר האבן דיר ליב אהבת נפש, מיר וועלקאמען דיר מיט ברייטע ארעמעס, אבער זייט וויסן, אז צווישן אלע חכמים ונבונים דא, האט זיך נאך קיינער נישט געטרויעט דאס וואס איר ערלויבט זיך.
ווי פאסיג זענען די ווערטער פונעם אבי החכמים דער הייליגער רמב"ם ז"ל אין אזא פאל, אז א חכם מעג אויך וויסן אז נישט אלעס איז פאר אלעמען. וז"ל הבהיר עבו"ז ב' ג': מפני שדעתו של אדם קצרה, ולא כל הדעות יכולות להשיג האמת על בריו, ואם ימשך כל אדם אחר מחשבת לבו נמצא מחריב את העולם לפי קוצר דעתו. ע"כ.
ער זאגט עס לגבי "כל מחשבה שגורמת לו לאדם לעקור עיקר מעיקרי התורה", און מיר קלערן אז ס'איז גליטיג דא אויך, איידל גערעדט.
אפשר ביזטו זיך מסביר אביסעלע קלארער. איך וויל נישט רעאגירן אויף א תגובה וואס איך בין נישט זיכער אז איך פארשטיי.
יאירעסקן בדבריםתחכמוני
איך בין אלעס מסכים צו וואס דו זאגסט. איך רעד וועגן א זאך וואס די אמונה אליין האט זיך געמוזט אנהייבן שפעטער למשל צו גלייבן אז חז"ל האבן נישט געקענט האבן קיין טעות.
אויב גאט האט געקענט זאגן ביים מעמד הר סיני אלעס וואס יעדער תלמיד ותיק וועט מחדש זיין עד סוף כל הדורות, פארוואס האט ער נישט געקענט צולייגן אזוי בדרך אגב אז מ'מוז אויך גלייבן אז זיי האבן געקענט אלע סייענס פון איינשטיין און ניוטאן?
ווייל קיינער אין יענער דור האט נישט אזוי געהאלטן
עסקן בדבריםיאירעסקן, א גוטע קשיא. אבער דו קענסט פונקט אזוי פרעגן אויב די נייע בית דין פסק'נט אז די מצה פון די פריערדיגע בית דין איז געווען חמץ, קומט אויס אז גאנץ כלל ישראל האט געגעסן חמץ. שפעטער קומט א פרישער בית דין און פסק'נט אז ס'איז נישט חמץ, ווערן זיי אויס אוכלי חמץ למפרע. דערפאר האב איך געשריבן אז דיין קשיא איז נישט נוגע דוקא צו דעם אשכול.
But I wasn’t originally talking about different beis din’s changing the halacha regarding what is apikursus. There you are right that is the same as any halacha. I was talking about a belief that inherently couldn’t have been apikursus to deny at an earlier time. Such a belief cannot possibly ever become apikursus
אלזא, דיין שאלה איז, ווי אזוי מיר קענען באצייכענען אלס אפיקורסות עפעס וואס איז בכלל נישט געווען שייך צו לייקענען אדער צו גלייבן בשעת מתן תורה?
ניין איך וועל איבערשרייבן מיין ערשטער תגובה
עסקן בדבריםאיך וויל צולייגן א שטערקער קשיא שאין עליה תשובה: אויב ס' נישט געווען קיין אפיקורסות פאר אביי צו האלטן אז רבא איז זיך טועה, ווען איז עס געווארן אפיקורסות?
אויף דעם האב איך דאך שוין געשריבן אז די דינים פון אפיקורסות זענען אויך נכלל אין הלכה, און פונקט ווי אלע הלכה'דיגע גדרים ווי חמץ ומצה קענען זיך טוישן, אזוי קען זיך דער גדר פון אפיקורסות אויך טוישן.
so you're saying that the generation after the gemara somehow had the power to go against all the amoraim and rule that their view that they didn't know everything was all apikursus because they did know everything even though they didn't realize it. If this makes any sense to you I don’t know what to sayi
עסקן בדבריםso you're saying that the generation after the gemara somehow had the power to go against all the amoraim and rule that their view that they didn't know everything was all apikursus because they did know everything even though they didn't realize it. If this makes any sense to you I don’t know what to sayi
די עצם הנחה אז חז"ל האבן געקענט אלע סייענס מאכט דאך סייווי נישט קיין סענס. וועלן מיר מוזן צולייגן נאך עפעס וואס מאכט נישט קיין סענס 😉.
[ציטאט אראפגענומען]
ווי למשל? ביטע נישט נאכשרייבן זמיר כהן!
בנוגע דיין ערשטע חלק תגובה: איך קום נישט דא אוועקנעמען די מינדעסטע פון די גרויסקייט פון חז"ל. נאר לדאבונינו הרב, היינט צוטאגס רעכנט מען די גרויסקייט פון א גדול לויט זיין spookiness. די רמב"ם איז געווען לפי דעתי פיל גרעסער פון אלע חסידישע רבי'ס און זיין גרויסקייט באשטייט נישט פון קיין מופתים אדער ניסים גלויים. אזוי ווי ר' אברהם בן הרמב"ם ברעגט די גמרא (חולין קכ"ד.) "האלהים אי אמר לי יהושע בן נון משמיה לא צייתנא ליה" אין אנדערע ווערטער ווען עס קומט צו תורה קימערט מען זיך נישט צו א נביא שרייבט דאס אדער א פאלנער איד וואס זיצט און לערנט (גארנישט פאלנע לויט מיר). מען רעכנט זיך נאר מיט די סברא דערפון. זעהן מיר קלאר פון דעם אז די ערך פון א גדול איז נישט תלוי אויב ער קען מאכן ניסים ונפלאות. איך גלייב אז די נוצט די בילד פונעם רמב"ם פאר דיין פרופיל נישט ווייל ער איז געווען א מקובל נאר ווייל ער שרייבט צום זאך און יעדער קלוגער מענטש פארשטייט וואס ער שרייבט. לענינינו, צו זאגן אז חז"ל זענען נישט געווען בעלי מופת איז בכלל נישט קיין חסרון אין זיי און ר' אברהם בן הרמב"ם און אנדערע ראשונים זענען מסביר די אלע גמרות פון ווי עס קוקן אויס אז חז"ל האבן יא געמאכט ניסים נישט לפי פשוטו. די חילוק צווישן מיר און ר' אברהם בן הרמב"ם איז נאר וויאזוי מיר געבן זיך אן עצה מיט די גמרא. איך האלט נישט אז מען קען נוצן ר' אברהם בן הרמב"ם'ס פשט'לעך וואס לערנען נישט די גמרא לפי פשוטו פונקט ווי איך האלט אז מען קען נישט נוצן די מהר"ל'ס פשט'לעך. ממילא מוז איך זיך אן עצה געבן אויף אן אנדער אופן. די קענסט האלטן אז מיין פשט איז אפיקורסות און אזוי ווי איך האב שוין פריער מסביר געווען ווענדט זיך עס אין וואס די עולם נעמט אן, אבער איך ווייז דיר נאר אויף אז מען דארף נישט ווערן אנגענומען ווי א כופר בדברי חז"ל וועגן דעם.
די גמרא זאגט אז מלכות פרס איז נאר געשטאנען פאר 34 יאר און אזוי שטייט אויך אין סדר עולם. היינט ווייסן מיר אבער אז עס איז געווען איבער 200 יאר. שרייבט אויף דעם ר' שמעון שוואב אז חז"ל האבן במכוון באהאלטן די אמת'ע יארן כדי מיר זאלן נישט קענען אויסרעכענען די קץ פון דניאל און אזוי ווי עס שטייט אין פסוק "ואתה דניאל סתום הדברים וחתום הספר עד עת קץ" (דניאל יב, ד)". אתמהה!!! ווער ווייסט וויפיל נאך זאכן זיי האבן פארדרייט? איז ר' שמעון שוואב אן אפיקורס? נאר ווייל דאס איז א פשט וואס ווערט נישט דערמאנט אין די ראשונים מיינט נישט אז א צווייטער קען דאס נישט מחדש זיין.
מ׳קען דן זיין אין פארשידענע פעלער וואס זייער כוונה איז געווען. הלואי זאל איך פארשטיין זייער הוה אמינא.
אבער, אלס א איד א מאמין, גלייב איך באמונה שלימה אז די מעשיות וואס זיי ברענגען אראפ וואס זיי האבן אליינס בייגעוואוינט איז זיכער נישט בדותא ח״ו. און וואס זיי האבן גע׳פסק׳נט איז תורת אמת.
תוספות אליינס פרעגט שוין וועגן הלכה ביי נשתנה העיתים, אבער תוספות לאזט נישט משנה זיין. (ווי למשל נעמען מעדעצין שבת גזירה שמא ער וועט אליינס מאכן די מעדעצין ועוד כמה מקומות).
איך קען באשטיין צו לעבן אין א טעות (ח״ו, נאר כדי לסבר את האוזן), אבער צו זיין אויף די זעלבע טים פון די חכמי ישראל.
ביי מים מגולים אבער האט מען יא משנה געווען פון די גמרא און די זעלבע איז מיט א בן שמונה אין שבת. טא, על כרחך מוזטו מודה זיין אז אין געוויסע פעלער איז מען יא משנה די הלכה.