☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » ידיעות חז"ל און די מציאות

ידיעות חז"ל און די מציאות

303 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3222
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג מערץ 18, 2013 12:07 am

· #98006
כמעט אויף יעדע תגובה אין דעם אשכול קען מען מאריך זיין און דן זיין, נאר וויבאלד ממי שאמרו איז דער לעצטע הודעה, וועלן איך מגיב זיין אויף זיינע ווערטער בבחינת אחרון אחרון חביב.

קודם א קליינע קאמפלימענט פאר יידל, מיט יעדע תגובה וואס ער האט געשריבן, האב איך געשפירט ווי ער שרייבט מיר אראפ און איז מיר מסדר מיינע צו-ווארפענע געדאנקען, פון די אנדער זייט האלט איך אבער אויך אז מאראנצן זאפט האט א פוינט, בנוגע תחכימני, אז מ'ברויך אכטונג געבן ווי אזוי מ'רעדט, בפרט אין א מקום וואס דרייען זיך אנשים של קראו ולא שנו.

[ציטאט אראפגענומען]


יא אבער די רמב"ם אליין האלט דאך אז נישט-גלייבן אין חז"ל'ס קענטעניסן אין מדע אדער רפואה איז 'קיין' אפיקורסת נישט, אלזא פון וואס רעדט איר דא ווען איר זאגט 'א מין איז איינער וואס גלייבט נישט אין חז"ל' ?

[ציטאט אראפגענומען]

חכמות אין מדע ? חכמות אין טבע ? חכמות אין רפואה ? וואס עפעס ?
אויב באציסט זיך אויף זמיר כהן'ס חידושים, אז חז"ל האבן שוין געוויסט פון אסאך גרויסע חידושים אין סייענס וואס איז ערשט נתחדש געווארן אין די לעצטע פאר הונדרעט יאר, איז זייט נישט ברוגז, טייל זאכן איז דער זמיר כהן סתם מדחיק אין חז"ל'ס וועטער כפיל בנקב המחט, כאילו זיי האבן דאס געמיינט אינדערצייט וואס ס'איז קלאר ווי דער טאג אז לא עלתה על דעתם מאנדל'ס חידושים פין גיענטיק וכדו', טייל זאכן קען מען שוין טרעפן ביי גריכישע אדער ביי אנדערע חכמי אומות העולם, (עכ"פ אלס א דעת היחיד). ממיילא ווייזט עס גארנישט איבער.
[ציטאט אראפגענומען]

א הוא אמינא אין בבא קמא ביסטו הונדרעט פראצענט גערעכט.
אבער א הוא אמינא ווי די זין גייט נאכדעם וואס עס גייט אונטער, האבן חז"ל אליינס מבטל געווען פאר א שיטה פון חכמי אומה"ע.

[ציטאט אראפגענומען]

דארט איז א נשתנו המנהג, נישט קיין נשתנו הטבעים (אדער נתגלה הטבע האמיתי).

[ציטאט אראפגענומען]

על זה אנו דנים, מען קען זיין אויף זייער טיעם און מיט דעם אלעם האלטן אז זיי האבן געלעבט אין א טעות בנוגע מדע טבע ורפואה און שדים, אזוי ווי די רמב"ם, וואס איר טראגט זיין בילד, איז געווען אויף חז"ל'ס טיעם הגם ער האט געהאלטן אז זיי האבן נישט געהאט קיין געטליכע ידיעות אין די ענינים [אנדערש ווי זמיר כהן]

יאיר » מאנטאג מערץ 18, 2013 12:14 am

· #98010
תחכמוני
די גמרא זאגט אז מלכות פרס איז נאר געשטאנען פאר 34 יאר און אזוי שטייט אויך אין סדר עולם. היינט ווייסן מיר אבער אז עס איז געווען איבער 200 יאר. שרייבט אויף דעם ר' שמעון שוואב אז חז"ל האבן במכוון באהאלטן די אמת'ע יארן כדי מיר זאלן נישט קענען אויסרעכענען די קץ פון דניאל און אזוי ווי עס שטייט אין פסוק "ואתה דניאל סתום הדברים וחתום הספר עד עת קץ" (דניאל יב, ד)".

געוואלד און געשריגן, ווי אזוי געשעט דאס אז קלוגע מענטשן זאגן נארישע אפאלאגעטיק תירוצים איינס מער טפשות'דיג ווי די צווייטע?

ממרום שלח אש » מאנטאג מערץ 18, 2013 12:17 am

· #98014
תחכמוני

ביי מים מגולים אבער האט מען יא משנה געווען פון די גמרא און די זעלבע איז מיט א בן שמונה אין שבת. טא, על כרחך מוזטו מודה זיין אז אין געוויסע פעלער איז מען יא משנה די הלכה.


מים מגולים האט פשוט צוטאן אז די שלענג דרייען זיך נישט היינט (אין אונזערע מקומות אין געהעריגע בנינים) אונטער די פוס.

סאיז דא זאכן וואס יעדער פארשטייט אז עס טוישט זיך ממקום למקום ומזמן לזמן און איז בכלל נישט דחוק, מען דארף נישט זאגן נשתנה הטבע אויף דעם.

והוא הדין מיט א בן שמונה, אמאל האט עס נישט דורכגעלעבט, מיט די היינטיגע טעכניק קען עס יא לעבן.

די קושיא איז ענדערש אויפן בן שבעה, אבער זיי האבן גערעדט פון א מציאות זעט אויס באיזה אופן האט א בן שבעה געהאט א טשאנס.

יאיר » מאנטאג מערץ 18, 2013 12:22 am

· #98018
[ציטאט אראפגענומען]

און וואס איז מיט די מספר השנים של שנות הבריאה וואס לויט ווי מיר רעכענען איז עס פאלש לויט די גוי'אישע היסטאריקער?

יאיר » מאנטאג מערץ 18, 2013 12:29 am

· #98020
איך רעד לגבי די יארן וואס מיר האבן אויסגעלאזט פון מלכות פרס, לויט די גוי'אישע היסטאריקער איז פארהאן 200 יאר פון וואס כלל ישראל מאכט זיך נישט וויסנדיג. לויט זיי איז דער צווייטער בית המקדש געשטאנען ארום הונדערט פופציג יאר לענגער ווי אונזער מסורה. עס זענען דא מער שמיטות און יובל'ן וכו'. דאס אלעס האט נישט קיין שייכות מיט די מלחמות פון פרס.

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 18, 2013 12:31 am

· #98021
אז מען רעדט שוין פון נשתנו הטבעים, איז כדאי צו דערמאנען אלס דבר בעתו די באקאנטע תוספות (פסחים ד:) וואס זאגט אז דערפאר דארפן די מענער בודק חמץ זיין, ווייל די נשים זענען בטבע פויל און ארבעטן נישט פלייסיג אויפצורוימען דאס הויז, משא"כ די מענער... נשתנו העתים? נשתנו הטבעיים?...

בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג מערץ 18, 2013 12:35 am

· #98023
יאיר
איך רעד לגבי די יארן וואס מיר האבן אויסגעלאזט פון מלכות פרס, לויט די גוי'אישע היסטאריקער איז פארהאן 200 יאר פון וואס כלל ישראל מאכט זיך נישט וויסנדיג. לויט זיי איז דער צווייטער בית המקדש געשטאנען ארום הונדערט פופציג יאר לענגער ווי אונזער מסורה. עס זענען דא מער שמיטות און יובל'ן וכו'. דאס אלעס האט נישט קיין שייכות מיט די מלחמות פון פרס.

דאכט זיך דער צמח דוד פארעט זיך מיט דעם.

בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג מערץ 18, 2013 1:21 am

· #98039
[ציטאט אראפגענומען]

קען זיין כ'האב פארפאסט עפעס, איבער וועלעכע טעות דינגט מען זיך דא צו מען זאל טוען ווי חז"ל צו נישט ?
בד"וו מכן זעהט פון חינוך אויך אז עס איז נישט קיין אפיקורסת צו האלטן אז חז"ל האבן זיך געקענט טועה זיין, נאר בנוגע למעשה דארף מען זיך פירן ווי זיי (אינטערסאנט אז דער חינוך לייגט צו די ווערטער "ח"ו נאר כדי לשבר את האוזן").

יאיר » מאנטאג מערץ 18, 2013 1:47 am

· #98045
[ציטאט אראפגענומען]

<a class="postlink" href="http://www.zootorah.com/controversy/Chaim1.pdf">http://www.zootorah.com/controversy/Chaim1.pdf</a>

איינגעמיירעט » מאנטאג מערץ 18, 2013 2:52 am

· #98052
בעיסיקלי זעע איך און דעם מאמר מילה במילה פון רב דקהל בית שלמה,א געליטענע יוד שטארק זיך אנגעליטען פונעם סיסטעם ,און סהאט זיך און עם אנגעקלעבט א ציבור פון אנגעווייטאגטע וויליאמסבורגער יונגעלייטלעך וואס און זייער יוגנט זענען זיי פארפאניקט געווארען פון זייער עלטערען מיט פארשידענע עקסטרימיוזעם,און מיד ווערענדיג פון דעם האבען זיי פארלוירען די גאנצע שיוו המשקל פון א אידיש נפש און זענען כסדר פארנומען מיט אויבערפלעכליכע חכמהלעך צו טשעלינזדען קדושת התורה.

תחכמוני » מאנטאג מערץ 18, 2013 8:07 am

· #98066
[ציטאט אראפגענומען]

די פראבלעם איז פיל טיפער פון דעם. עס עס זענען דא נאך פיל מאמרים וואס זאגן קלאר אז חז"ל האבן געהאלטן אז פון די מלוכה פון כורש (559 לפה"ס) ביז די ענדע פון דריוש השלישי (330 לפה"ס) זענען נאר געווען 34 יאר. איך וועל ברענגן עטליכע פון זיי (איך קען שרייבן א מאמר אויף דעם אליין):
מדרש רבה בראשית פרשה מד פסקה טו
ועז משולשת זו מדי שהיתה מעמידה ג' מלכים כורש ודריוש ואחשורוש
מדרש רבה בראשית פרשה לה פסקה ב
אמר רבי יודן לדרת כתיב פרט לשני דורות לדורו של חזקיהו ולדורו של אנשי כנסת הגדולה רבי חזקיה מוציא דורן של אנשי כנסת הגדולה ומביא דורו של ר"ש בן יוחאי
משנה מסכת אבות פרק א
(ב) שִׁמְעוֹן הַצַּדִּיק הָיָה מִשְּׁיָרֵי כְנֶסֶת הַגְּדוֹלָה.
על כל פנים זעהן מיר פון די פאר מאמרים אז די גמרא האט פארשטאנען אז עס זענען נאר געווען דריי מלכים פאר פרס.
אויך זעהן מיר אז די גמרא האט געהאלטן אז שמעון הצדיק וואס האט געלעבט אין די צייט פון אלכסנדר מוקדון (עס איז באקאנט די גמרא אין יומא סט.) איז געווען א חלק פון די אנשי כנסת הגדולה וואס איז כולל עזרא!
און די מדרש זאגט קלאר "לשני דורות לדורו של חזקיהו ולדורו של אנשי כנסת הגדולה" זעהן מיר אז די אנשי כנסת הגדולה האבן געלעבט אין איין דור. אזוי זענען דא נאך פילע ראיות פון חז"ל. כללו של דבר קיין איינער(!) וואס וויל פארענטפערן חז"ל פרובירט צו זאגן אז חז"ל זענען מודה צו די היינטיגע פרס'ישע כראנאלאגיע. אדער פרובירן זיי אפצופרעגן די היינטיגע כראנאלאגיע וואס דאס איז לשוא (איך קען נישט יעצט מסביר זיין ווי שטארק די היינטיגע כראנאלאגיע איז אויסגעבויט) אדער פרובירן זיי פארענטפערן חז"ל. ר' עזריה מן האדומים האלט אז חז"ל האבן נישט געקענט אזוי גוט היסטאריע (ער ברענגט זיך ראיות פון נאך פלעצער), ר' שמעון שוואב לעומתו געבט זיך אן אנדערע עצה.

בעצם פון נ"ך אליין איז קלאר אז מלכות פרס איז געווען לענגער ווי 34 יאר. וויאזוי געבט זיך די גמרא אן עצה?
תלמוד בבלי מסכת ראש השנה דף ג/ב
תנא הוא כורש הוא דריוש הוא ארתחשסתא כורש שמלך כשר היה ארתחשסתא על שם מלכותו ומה שמו דריוש שמו

דאס איז אויך פארוואס די גמרא שרייבט אז בית שני איז נאר געשטאנען פאר 420 יאר. [יוסיפון אליין שרייבט אז די בית המקדש איז געשטאנען 639 יאר (קרוב צו אונזערע היינטיגע חשבון)] לויט אונזערע חשבון איז אבער די בית המקדש געשטאנען פאר ארום 588 יאר.
עס איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז די עמי (דוכט זיך אז עס איז געווען די עמי. איך בין אבער נישט זיכער - איך ליין נישט קיין סאך פון די מאגאזינען) האט אראפגעברענגט איין וואך א באשרייבונג וועגן די nash papyrus, האבן זיי נאכגעשריבן דעם פראפעסאר לפי תומו אז די בית המקדש איז געשטאנען פון יאר 518 ביז יאר 70. זיי האבן ניטאמאל געכאפט וואס שטעקט הונטער דעם!

פארשטייט זיך אז אויב אונזערע פרס'ישע כראנאלאגיע איז אמת דאן דארף מען צולייגן א היפשע פאר יאר צו אונזערע חשבון פון בריאת העולם!
אזוי האלט טאקע ר' עזריה מן האדומים און אפילו די יעב"ץ אין מטפחת איז מודה אז דאס איז נישט קיין פראבלעם (וויבאלד אונזער חשבון פון די מולד איז נאר געבויט פון ווען מיר האבן אנגעפאנגען צו רעכענען נאכן חשבון פון הלל הנשיא, ממילא וועט אונזער קאלענדער זיך נישט טוישן אפילו מען לייגט צו יארן צו די חשבון פון בריאת העולם):
"כי הדבר ברור שתוספת השנים על חשבוננו מזמן היצירה לא ידחה סדר קביעותנו בשום אופן, ובהר"ד [מולד בהר"ד איז די מולד פון בריאת העולם] אינו כתוב בתורה ולא נזכר בתלמוד [און ממילא אויב מיר וועלן צולייגן יארן צו אונזער חשבון - דהיינו אז בריאת העולם וועט מוזען זיין עטליכע יארן פריער פון ווי מיר האלטן היינט וועט מען אויסקומען אז דער מולד פון בריאת העולם איז נישט געווען בהר"ד] כי אינו אלא סימן בעלמא. ואם יצויר איז' תוספת במנין השנים שלפני הזמן שהחל חשבון מתקני עבורינו, בשביל כך לא נפסד החשבון מעת שהוחל במאומ', ולא יפסיד עלינו כלום עוד כל ימי הארץ, לא יזח ולא ימוט לעולם... זה פשוט מאד לתינוקות".
און ער איז אויך מצדיק ר' עזריה וז"ל:
"וכמש"כ האדום [עזריה מן האדומים] ההוא התנצלות בזה [אז מען קען צולייגן יארן צו אונזער חשבון פון בריאת העולם און דאס וועט אבער נישט טוישן אונזער חשבון פון די מולד] באריכות מאוד, על כן לא ישיגהו עוון אשמה זאת כלל וכלל ודבריו כנים וישרים שלא חטא כן"

תחכמוני » מאנטאג מערץ 18, 2013 8:24 am

· #98068
ממרום שלח אש
תחכמוני

ביי מים מגולים אבער האט מען יא משנה געווען פון די גמרא און די זעלבע איז מיט א בן שמונה אין שבת. טא, על כרחך מוזטו מודה זיין אז אין געוויסע פעלער איז מען יא משנה די הלכה.


מים מגולים האט פשוט צוטאן אז די שלענג דרייען זיך נישט היינט (אין אונזערע מקומות אין געהעריגע בנינים) אונטער די פוס.

סאיז דא זאכן וואס יעדער פארשטייט אז עס טוישט זיך ממקום למקום ומזמן לזמן און איז בכלל נישט דחוק, מען דארף נישט זאגן נשתנה הטבע אויף דעם.

והוא הדין מיט א בן שמונה, אמאל האט עס נישט דורכגעלעבט, מיט די היינטיגע טעכניק קען עס יא לעבן.

די קושיא איז ענדערש אויפן בן שבעה, אבער זיי האבן גערעדט פון א מציאות זעט אויס באיזה אופן האט א בן שבעה געהאט א טשאנס.

צו האלטסטו אז עסן פיש מיט פלייש היינט איז א סכנה (און עס זענען דא מענטשען וואס עסן נישט קיין פיש מיט מילך ווייל אזוי שרייבט די בית יוסף אין קצ"ג וואס לויטן ש"ך און ט"ז איז דאס א פשוט'ן טעות!)??? זעהן מיר קלאר אז נישט אלעמאל ווי עס איז קלאר ווי די טאג אז עס גייט נישט אן היינט האבן מיר געטוישט די הלכה. דא קענסטו נישט מאכן א חילוק פון נשתנו הטבעים באמת אדער זאכן וואס מיר פארשטייען אליין אז עס טוישט זיך, ווייל פאקט איז אז עס איז נישט קיין סכנה היינט מער ווי עסן חלה מיט פיש אינאיינעם. און וויבאלד די גמרא זאגט קלאר אז די טעם פון די איסור איז נאר ווייל עס איז א סכנה, און היינט זעהן מיר אז עס איז נישט קיין סכנה (נישט קיין חילוק וואס דיין תירוץ איז) דארף מען מתיר זיין. נאר וואס דען וויבאלד אזוי איז אנגענומען געווארן להלכה (ווייל אמאל איז די טעם יא געווען נוגע - נניח) טוישן מיר נישט די הלכה. דאן אויב אזוי ביי מים מגולים דארפסטו אויך בלייבן מיטן אלטן איסור.

בנוגע מים מגולים האט שוין די גמרא אליין אנגעמערקט אז די גוים לעבן יא איבער און זיי האבן געזאגט אז די גויים זענען immune צו די גיפט פון א שלאנג ווייל זיי עסן שרצים! מוזטו ווייטער זאגן אז נשתנו הטבעים.
בנוגע דעם בן שמונה האב איך שוין מסביר געווען אז די גמרא האלט אז א בן שמונה האט קיינמאל נישט געקענט לעבן. אפילו לויט אונזערע טעכניק וואלטן מיר געדארפט זעהן אז א בן שמונה האט שוואכערע שאנסן איבערצולעבן ווי א בן שבעה. מען דארף פונקט אזוי צוקומען צו נשתנו הטבעים!

עסקן בדברים » מאנטאג מערץ 18, 2013 11:31 am

· #98119
תחכמוני,
נעכטן נאכט האב איך געליינט (offline) די ערשטן חלק פון די אשכל, און איך בין ארויס פון התפעלות פון די חכמה, טאלענט, און ארבעט וואס ליגט דערין. נעכטן ווען מיר האבן זיך געטענה'ט האב איך נישט אפי' באמערקט אז דו ביסט די בעל אחסניא. וויל איך דיר יעצט געבן א הארציגער ברוך הבא בשם ה' שחותמו אמת—להגדיל תורה ולהאדירה.
איך גלייב אז לפום ריהטיה און צוליב מיין שוואכער שפראך (ספיציעל ווען איך אייל זיך) האסטו אויך נישט געכאפט וואס מיין פוינט איז געווען. איך וואלט זייער געוואלט הערן דיין מיינונג איבער מיין ראיה אז די שיטה אז חז"ל האבן נישט געקענט האבן קיין טעות איז מופרך מתוכו.
איך טראכט יעצט אז איינער קען נאך אלס זאגן אז אין הכי נמי אז חז"ל פערזענדליך האבן געקענט האבן א טעות, אבער די חתימת התלמוד איז געמאכט געווארן מיט רוה"ק און וואס איז דארט אריין קען שוין נישט זיין קיין טעות, און דעס האבן די פריערדיגע דורות אויך געוואוסט אז וואס וועט אריינגיין אין די תלמוד איז אמת. די פראבלעם מיט דעם איז אבער אז דענמאלט דארף מען זאגן אזויווי יאיר האט מעורר געווען אז דער באשעפער האט דעס מגלה געווען אויף הר סיני אז די חתימת התלמוד וועט זיין א קאנאנישע זאך, און דער נבואה איז געווען א געהעריגע חלק פון תושבע"פ וואס אלע אידן וואס האבן איבערגעגעבן די מסורה ממימות משה האבן געלערנט. כאטשיק די גמ' ברכות ה. זאגט טאקע אזא מין זאך איז עס פשוט אז ס' נישט קיין זאך וואס לאזט זיך גלייבן בפרט אז די גאונים זאגן קלאר פארקערט און די גמ' ברכות מיינט זיכער אויך נישט יעדער ווארט און יעדער אגדתא נאר די מסקנות פון די הלכות וכדומה. אויכעט איז עס מסתמא נאר אן אסמכתא.

היימישער ליטוואק » מאנטאג מערץ 18, 2013 11:52 am

· #98128
ווען איז געווען די "חתימת התלמוד"? איז דאס געווען מיט צערמאניע? א סעודה וכדומה? וואו ווערט דערמאנט פון דעם?

עסקן בדברים » מאנטאג מערץ 18, 2013 11:59 am

· #98129
I totally agree. I'm just saying as crazy as it sounds it's the only possible way to explain that shita

ממרום שלח אש » מאנטאג מערץ 18, 2013 12:01 pm

· #98131
די אלע וואס האבן טענות פארוואס די שפעטערדיגע גדולי ישראל האבן נישט געהאט די ברייטקייט צו פארשטיין אז אויב איז דא א מחלוקה בין החכמים איז דאך בע"כ א ראיה אז לכה"פ איינער איז געווען אומגערעכט, אדער עט ליסט אז עס איז נישט געקומען ברוח הקודש.

זיי וואלטן אויך אזוי פארשטאנען מסברת עצמם, אבער אט איז א מאמר חז"ל וואס האט לכאורה פיל ביישטייערט אין די בליק וואס ארטהאדאקסן האבן היינט אויף חז"ל, די אלע וואס האבן טענות אויף די שפעטערדיגע זאלן קודם סעטלען די מאמר (אפשר קען מען ענטפערן אז סאיז אגדתא...)

תלמידי חכמים שיושבין אסופות אסופות ועוסקין בתורה הללו מטמאין והללו מטהרין הללו אוסרין והללו מתירין הללו פוסלין והללו מכשירין שמא יאמר אדם היאך אני למד תורה מעתה תלמוד לומר כולם נתנו מרועה אחד אל אחד נתנן פרנס אחד אמרן מפי אדון כל המעשים ברוך הוא דכתיב (שמות כ) וידבר אלהים את כל הדברים האלה אף אתה עשה אזניך כאפרכסת וקנה לך לב מבין לשמוע את דברי מטמאים ואת דברי מטהרים את דברי אוסרין ואת דברי מתירין את דברי פוסלין ואת דברי מכשירין

מערקווירדיג, די גמרא פארענטפערט אויך נישט די קושיא, האיך יתקיימו שניהם? נאר ער זאגט, זאלסט וויסן אז אלו ואלו דא"ח, ממילא לערן ביידע און ביידע זענען פונקט אזוי הייליג.

יאיר » מאנטאג מערץ 18, 2013 12:03 pm

· #98135
ממרום, דא רעדט מען פון הלכה, ס'איז אינגאנצן אנדערש.

ממרום שלח אש » מאנטאג מערץ 18, 2013 12:07 pm

· #98137
יאיר
ממרום, דא רעדט מען פון הלכה, ס'איז אינגאנצן אנדערש.


איך האב קלאר געשריבן אז איך באצו זיך צו די קושיא וואס עטליכע האבן ערווענט "וויאזוי האט רבא זיך געמעגט קריגן מיט אביי" וכדומה

ובכלל, איינמאל איינער זעט די ווערטער טראכט ער צוויי מאל פאר ער זאגט אז די חכמים האבן געקענט זאגן זאגן וואס איז נישט אמת אין מציאות, וויאזוי קען זיין "קל אחד אומרם" אויב אין אמתן איז בכלל נישטא קיין קנה צו די לעבער

יידל » מאנטאג מערץ 18, 2013 12:13 pm

· #98140
ממרום: שוין געשריבן כמה פעמים אין דעם אשכול אז דער ריטב"א זאגט אז אלו ואלו דברי אלקים חיים איז נאר ביי א מחלוקת בשיטה, נישט א מחלוקת במציאות. צווייטנס, עיין ברמב"ן בספר המלחמות על ספר המצוות לרמב"ן מצוה א' מש"כ אודות "כולם נאמרו למשה בסיני", שבודאי לא נאמרה והמימרא לא נתאמרה נאר צו מחזק זיין די זאך.

יאיר » מאנטאג מערץ 18, 2013 12:20 pm

· #98144
ממרום שלח אש
יאיר
ממרום, דא רעדט מען פון הלכה, ס'איז אינגאנצן אנדערש.


איך האב קלאר געשריבן אז איך באצו זיך צו די קושיא וואס עטליכע האבן ערווענט "וויאזוי האט רבא זיך געמעגט קריגן מיט אביי" וכדומה

ובכלל, איינמאל איינער זעט די ווערטער טראכט ער צוויי מאל פאר ער זאגט אז די חכמים האבן געקענט זאגן זאגן וואס איז נישט אמת אין מציאות, וויאזוי קען זיין "קל אחד אומרם" אויב אין אמתן איז בכלל נישטא קיין קנה צו די לעבער

אז רבא האט גיזאגט, האט זיך גישאפין א מציאות פון א קנה!

עסקן בדברים » מאנטאג מערץ 18, 2013 12:26 pm

· #98145
there are many places where the language is so harsh they clearly didn't hold the other was divrei elokim chaim

יאיר » מאנטאג מערץ 18, 2013 12:34 pm

· #98146
ס'איז ידוע שיטת רש"י (כתובות נז) אז אלו ואלו דא"ח איז נאר שייך ביי אזא מחלוקת וואו מען קען זאגן אז יעדער פון די בעלי פלוגתא האט גערעדט ביי א צווייטע פאל, און איינער וואלט מודה געווען צום צווייטן. אבער פון אנדערע איז משמע אז ס'איז יא שייך ביי יעדע מחלוקת. דער פשוט'ער פשט איז לכאורה אז פאר'ן באשעפער גייט נישט אן אויב מען פסק'נט ריכטיג אדער נישט, דער עיקר איז אז ס'איז לשם שמים און מ'שטרענגט זיך אן צו פארשטיין די תורה, ממילא ביידע שיטות האבן די זעלבע ערך.

יידל » מאנטאג מערץ 18, 2013 12:40 pm

· #98149
יאיר, דיר קומט זיך פעטש, ווייל אויב האלטסטו אז אלו ואלו מיינט פשוט אז עס האט ביידע די זעלבע ערך, איז דאך אודאי שייך צו זאגן ווי די ראשונים וואס האלטן אז חז"ל האבן נישט געהאט איבערנאטורליכע ידיעות בחכמת הטבע און נאך אלץ איז עס דברי אלוקים חיים?

יאיר » מאנטאג מערץ 18, 2013 12:43 pm

· #98152
יידל, כ'האב די רגע געטראכט די זעלבע זאך. עניוועי, איך זאג נאר דעם פשט פאר אזא סייענטיסט ווי עסקן, און ער דארף נישט אנקומען צו די אלע פשט'לעך צו "פארענטפערן" פארוואס חז"ל האבן נישט געקענט די מציאות. אבער פאר אן עכטער ערליכער חסידי'שער איד על דרך הסלולה לנו איז אלו ואלו דא"ח פשוטו כמשמעו, ביידע זענען אמת.

עסקן בדברים » מאנטאג מערץ 18, 2013 12:52 pm

· #98156
אוי! וואס נאך האסטו נאר געזאגט אויף דעם מהלך!

מוח שליט » מאנטאג מערץ 18, 2013 1:10 pm

· #98158
אוי געוואלד, אזויפיל דעות, אזויפיל שיטות, וואס האט א ווערט אפי' צו ליינען יעדעם איינעמס מהלך דא אין קאווע שטיבל? קומט אבער א פייער פון הימל און ברענגט אונז דאס פאלגענדע
ממרום שלח אש
מסכת חגיגה ג: תלמידי חכמים שיושבין אסופות אסופות ועוסקין בתורה הללו מטמאין והללו מטהרין הללו אוסרין והללו מתירין הללו פוסלין והללו מכשירין שמא יאמר אדם היאך אני למד תורה מעתה תלמוד לומר כולם נתנו מרועה אחד אל אחד נתנן פרנס אחד אמרן מפי אדון כל המעשים ברוך הוא דכתיב (שמות כ) וידבר אלהים את כל הדברים האלה אף אתה עשה אזניך כאפרכסת וקנה לך לב מבין לשמוע את דברי מטמאים ואת דברי מטהרים את דברי אוסרין ואת דברי מתירין את דברי פוסלין ואת דברי מכשירין.
יא, עס איז כדאי יעדעם אויסצוהערען דא. יעדעמס ווערטער געט צו עפעס. יעדעמס ווערטער איז ריכטיג to a degree.

אגב, יעצט געטראכט א פשט אין די ווערטער אלו ואלו דברי אלוקים חיים אזוי:
וואס איז די אפטייטש פון חיות - לעבעדיגקייט? וועבסטער דיקטיאנערי זאגט דאס
an organismic state characterized by capacity for metabolism, growth, reaction to stimuli, and reproduction
דהיינו עס פארארבעט מעשים כדי צו האבען א קיום פאר יעצט, און פאר שפעטער [מאכט א קאפי פון זיך], דורך נעמען חלקים וואס קומען צו איר און א חלק דערפון אריינעמען און א חלק נישט. (אויב וואלט עס פשוט געווען אז יעדע נייע מציאות ווערט צוגעטשעפעט צו איר אינגאנצען, איז דאס דאך נישט נקרא אז זי רעאקט צו סטימיולי, עס קומען פשוט צו נאך שטיקלעך. דהיינו זי קען זיין א דומם וואס קלעבט צו נאך זאכען. דוקא ווען זי ארבייט אויס די מציאות וואס קומט אהן צו איר [סטימיולי] און א חלק נעמט זי און א חלק ווארפט זי אוועק, דעמאלט איז נקרא חיות.)
דערפאר ניצט מען דא די מושג אלוקים חיים. עס איז א פראסעסס. דאס מיינט לעבען, אויסארבעטען און ניצען פון יעדע זאך חלקים דערפון. דאס איז די הבנה ווען מען זאגט אז די ווערטער פון גאט איז לעבעדיג.
משא"כ ווען א מענטש טענהט שטותים גמורים, קען מען גארנישט האבען פון זיין חלק השמועס. ער איז נישט part פון אלוקים חיים.

איינגעמיירעט » מאנטאג מערץ 18, 2013 11:50 pm

· #98322
אזויפיל שטותים אזויפיל הבלים,איך קום דא און קאווע שטיבעל פאר א התעוררות צו זעען וואו טיפשותדיג די מענטש איז ווען ער איז מחליט אז זיין מוגבלדיגע שכל אנושי,איז קובע א מציאות.
יודען הערטס צו צו די קול פון ענקער נשמה,מכסא כבוד חוצבה,הביטו אל צור חוצבתם, קאננעקטס צו אונזער אבות צו די גדולי ומאורי התורה
listen to your inner voice and to your inner self ס׳איז דא מציאותען וואס איז אסאך העכער ווי דער שכל האנושי,די שכל אנושי ווערט געפירט עפ״י רוב פון אגענדאס און געפילען וואס דער מענטשעס נפש הבהמית איז אנגעדרייט,ואין לנו שיור רק התורה הזאת זיך מדבק צוזיין און עצמיות וקדושת התורה,און מיט דעם קען מען ניצול ווערען פון אלע מיני פארשאנקעס,אויב ס׳איז דא דא א יוד וואס האט זוכה געווען צו א הרגש און אמיתיות תורתינו,איינער וואס האט זיך אביסעל ממית געווען באהלה של תורה (און נישט געלערענט רוב חכמתו און אוצר החכמה און וויקיפודיע) און ער קומט אריין דא און סדאכט זיך עם אז סטוט זיך א געשרייבאכטס פון איך ווייס וואסארע חכמים,צו עם שרייב איך און איך זאג ווער נישט נתפעל ס׳איז אביסעל פון וויקיפודיע פון וויקי און פון אנדערע אויבערפלעכליכע מקומות און לאמיר מתפלל זיין מזאל שוין זוכה זיין צו ומלאה הארץ דעה את ד כמים לים מכסים

ממרום שלח אש » דינסטאג מערץ 19, 2013 12:51 am

· #98330
[ציטאט אראפגענומען]


ברויערס תורה פאסט פאר א גלח אין א זונטאג צערעמאניע. חוץ פון וואס סהאלט נישט אויס על פי יהדות (גאט אפיעלירט צו אידנס לאגיק "הלא עיניכם הראות את אשר עשיתי וכו." ועוד), שטימט עס נישט במציאות, ווייל אויב דו ברויכסט דעם מענטש, ברויכסטו זיך איינבעטן צו זיין שכל, ווייל דאס איז דער מענטש, זיין שכל, זיין לאגיק, דאס איז ער. (העכסטענס זיי אים "לאגיש" מסביר אז אויף געוויסע פרטים זאל ער נישט אריינטראכטן אין די לאגיק דערפון)

קענסט נישט בעטן פון שמעון אז ראובן זאל דיר בארגן אפילו ס'פאסט דיר נישט צו רעדן צו ראובן...

איינגעמיירעט » דינסטאג מערץ 19, 2013 8:21 am

· #98373
די רצון און די ספיריט פון די מענטש איז די עצם פון די מענטש,די שכל איז נאך די רצון,(ווען איך וועל האבען א מעלאנע און באנק העל איך האבען צייט מער מסביר צוזיין יעצט מוז איך לויפען ארבעטען)

לאדיך אפ » דינסטאג מערץ 19, 2013 8:48 am

· #98377
אבער אויב איינגעמייערט אפיעלט צו אונזער געפיל מיר זאלן איגנארען די לאגיק, מיינט דאס אז געפיל אז העכער ווי לאגיק?

לעיקוואד » דינסטאג מערץ 19, 2013 1:11 pm

· #98444
א. קאנט האט דאס געטעהנט אז מקען נישט מוכיח זיין א מציאות העכער פון אונזערע דורך נוצען אונזער קאטאגאריעס פון שכל וייל דער שכל איז נישט גענוג שטארק מוכיח צו זיין עפעס וואס גייט ארויס פון זיינע גבולים, דער גאנצער שכל איז געבויט אויף זיין וועלט און לויט אונזער השגה, ער איז נישט באמת מוכיח גארנישט אויך דער וועלט, ממילא קען מען אוודאי נישט מוכיח זיין א גאט דורך דער שכל ווייל ערבך ערבא צריך.
דער סארט טענה פירט צו אטעזים אדער אגנאסטיזם, אויב איז דער שכל נישט גענוג שטארק צו מוכיח זיין גאט איז בלייבט דאס אונז א ספק, נישט אמונה וודאית. עס איז א פלא וויפיל מאל מענשען מאכען אזא גראבע טעות כאילו אז אויב איז מען מוכיח אז שכל איז נישט גענוג שטארק איז דאס עפעס א הוכחה צו אמונה בשעת וואס פונקט פארקערט.

ב. אויב זענען מיר נישט מסכים מיט קאנט און מיר קלערן אז מקען יא וייזען גאט דורך שכל, שכל איז שטערקער פון גאט, סמיינט סך הכל אז דער שכל דאס איז דער וועג וויאזוי מיר ווייסען אז עס איז דא א גאט, וויבאלד אונז זענען מענטשען און אונזער ידיעה ארבעט מט שכל און עס איז נישטא קיין אנדערע וועג עס זאל ארבעטן. לעולם דער גאט אליינס איז נישט געבונדען צו לאגיק אבער אונז מענטשען זענען געבונדען צו לאגיק און צו פראבירען רעדן אן לאגיק איז צו רעדן נארישקייטן, ממילא אז אונז ווילן רעדן וועגן גאט דארף עס זיין דורך שכל.

אביגדור » דינסטאג מערץ 19, 2013 1:13 pm

· #98445
יישר כחכם.

איינגעמיירעט » דינסטאג מערץ 19, 2013 1:14 pm

· #98446
לאדיך אפ
אבער אויב איינגעמייערט אפיעלט צו אונזער געפיל מיר זאלן איגנארען די לאגיק, מיינט דאס אז געפיל אז העכער ווי לאגיק?

זאג מיר נאר טייערעס די און דיינע קינדער זענען געבוירען און געקומען און עקזיסטענץ דורך לאגיק צו דורך הרגש ?

ממרום שלח אש » דינסטאג מערץ 19, 2013 1:39 pm

· #98455
צו די וואס ערווענען "געפיל"

ס'וועט נישט העלפן קיין סך, אויב מען דארף גלייבן און גאט דורך געפיל און נישט לאגיק, מאי הועילו? לויט ברויער איז דעמאלס געפיל העכער פון גאט.

עס איז ווי גלייך ער וואלט געזאגט אויב א מענטש גלייבט אין גאט איז דער מענטש העכער גאט ווייל ער דארף מחליט זיין יא אדער נישט גלייבן, בקיצור, סאיז הבל הבלים.

לעיקוואד » דינסטאג מערץ 19, 2013 1:40 pm

· #98457
א. איך קען נישט יעצט מסביר זיין די גאנצע טעאריע פון קאנט, בקיצור קאנט זאגט אז ער גלייבט אין גאט וועגן דער מאראלישער טענה, כלומר מענטשען פיעלן אז זיי האבע געוויסע חיובים מוסריים צו זיין גוטע מענטשען און די חוקים מוזען האבען געמאכט געווארען דורך א גאט ווייל ווען נישט האט עס נישט קיין תוקף.
סדא נאך וועגן צו רעדן וועגן גאט אליבא דקאנט אבער אויף דעם דארף מען מער אריכות.
ב. וואס איך האב געשריבען פארענטפערט נישט וויאזוי מקען זיך בכלל סומך זיין אויפן שכל, און צו די שאלה קען קיינמאלנישט זיין א ריכטיגע תירוץ וויבאלד מיר נוצען דאך די שכל צו טראכטען אויב מזאל זיך סומך זיין אויף די שכל בלייבט אלעמאל עפעס א נקודה ואוס אויך דעם בויט זיך עפעס וואס מקען דאס נישט מוכיח און בלייבט אלס באמת א ספק מבחינה שכלית. איך האב נאר פארענטפערט א צוייטער שאלה, דהיינו וויאזוי פאסט מוכיח צו זיין גאט דורך לאגיק אויב גאט איז לכאורה העכער לאגיק, אויף דעם איז דער תירוץ אז אה"נ גאט איז אפשר נישט משועבד צו לאגיק אבער מיר זענען יא וממילא איז נישט קיין חסרון אז מאיז מוכיח דורך לאגיק וויבאלד דאס איז די איינציגסטע וועג ווי אונז האבען, אע"פ אז דער אייבישטער בעצמו איז העכער אויף פון שכל, איז די וועג וויאזוי מיר קענען רעדן פון עם געבונדען צו שכל, דאס הייסט אז דער הגבלה איז אויף אונז נישט אויף עם.

איינגעמיירעט » דינסטאג מערץ 19, 2013 1:55 pm

· #98471
סמיר יעצט איינגעפאלען פשט און מאמר חז״ל ״הלוואי אותי עזבו ותורתו שמרו כי המאור שבו מחזירו למוטב״ דאס גייט ארויף אויף דיזיגע וואס פלאנטערען ארום מיט זייער מגושם׳דיגע שכל וועגען גאט,אויף דעם ארויף זאגט מען ״הלוואי אותי עזבו״ לאז דעם גאט און דיינע פלאנטערישען און די זייט,און זיי דיך מדבק און שמירת התורה וואס ״המאור שבה״ די קדושת און אור התורה דאס איז וואס האלט אונז און וואס האט אונז געהאלטען אלע יארען ביי די אמונה,און נישט די חקירעלעך פון אותי פון זיין פארנומען מיט חשבונות פון שכל (וואס חשבענט געווענטליך חשבונות וואס וועט זיך לוינען פארן גוף און פאר די חלקי הבהמי פונעם מענטש .

יידל » דינסטאג מערץ 19, 2013 2:08 pm

· #98485
איינגעמיירעט, כ'פארשטיי באמת נישט. דו ווילסט מיר איבערצייגן נישט צו נוצן מיין מגושם'דיגער שכל פאר עניני השקפה? כדי מיר צו איבערצייגן וועסטו דאך דארפן איבערצייגן מיין מגושם'דיגער שכל, טא וויאזוי פארלאנגסטו פון מיין מגושם'דיגער שכל צו ווערן איבערצייגט אז מ'קען זיך נישט פארלאזן אויף וואס ער ווערט איבערצייגט? אין החי יכול להכחיש את החי!

איינגעמיירעט » דינסטאג מערץ 19, 2013 3:12 pm

· #98506
קיינער זאגט נישט אז מזאל נישט ניצען דעם שכל,די שאלה איז נאר צו בויען אויף שכל.

יידל » דינסטאג מערץ 19, 2013 3:17 pm

· #98509
וואס איז די חילוק צווישן די צוויי?

יאיר » דינסטאג מערץ 19, 2013 5:41 pm

· #98587
איינגעמיירעט
אזויפיל שטותים אזויפיל הבלים,איך קום דא און קאווע שטיבעל פאר א התעוררות צו זעען וואו טיפשותדיג די מענטש איז ווען ער איז מחליט אז זיין מוגבלדיגע שכל אנושי,איז קובע א מציאות.
יודען הערטס צו צו די קול פון ענקער נשמה,מכסא כבוד חוצבה,הביטו אל צור חוצבתם, קאננעקטס צו אונזער אבות צו די גדולי ומאורי התורה
listen to your inner voice and to your inner self ס׳איז דא מציאותען וואס איז אסאך העכער ווי דער שכל האנושי,די שכל אנושי ווערט געפירט עפ״י רוב פון אגענדאס און געפילען וואס דער מענטשעס נפש הבהמית איז אנגעדרייט,ואין לנו שיור רק התורה הזאת זיך מדבק צוזיין און עצמיות וקדושת התורה,און מיט דעם קען מען ניצול ווערען פון אלע מיני פארשאנקעס

איך מיין אז דער ענטפער - אז וויבאלד מען רעדט פון א הייליגע זאך קען מען נישט נוצן דעם שכל - איז לכאורה דער בעסטער פאר רעליגיעזע אפאלאגעטיקס, עס האט נישט די אלע פראבלעמען וואס איך האב פריער דערמאנט מיט די אנדערע מהלכים. איינגעמיירעט זאגט עס צום פוינט, על פי שכל איז טאקע נישטא קיין וועג צו פארענטפערן פארוואס חז"ל האבן געמיינט אז די וועלט איז פלאך, אבער איינמאל מען איז קובע א מציאות אן דעם וואס מען נוצט דעם שכל, שטימט אלעס גאר געשמאק. די וועלט קען זיין סיי פלאך און סיי רינדעכיג אויף איינמאל, די חכמים קענען סיי וויסן אלעס וואס טוט זיך אפ מסוף העולם ועד סופו, און סיי נישט וויסן אז די וועלט איז רינדעכיג. לייז קענען ארויסשפרינגען פון דער ערד, און סלמנדרה'ס קענען באשאפן ווערן פון פייער. דאס איז די געוואלדיגע עדווענטעזש וואס מען האט איינמאל מען ווערט פטור פונ'ם מחלה וואס רופט זיך שכל, און מען פארשטייט אז שכל איז נישט קובע א מציאות. פאקטיש איז דער מהלך זייער גאנגבאר, און רוב מענטשן נוצן עס צו א געוויסע דעגרי. צוליב דעם מהלך איז נישט שווער פאר צוויי ביליאן קריסטן ווי אזוי זיי קענען גלייבן אז ישו איז אן אייניקל פון דוד המלך בעת מרים איז אנגעבליך געווארן פארשוואנגערט דורך גאט אליין. נו, אויב דער מהלך ארבעט פאר צוויי ביליאן קריסטן, פארוואס זאל עס נישט ארבעטן פאר עטליכע הונדערט טויזנט חרדים?

יתרו » דינסטאג מערץ 19, 2013 5:41 pm

· #98588
איינגעמיירעט
אזויפיל שטותים אזויפיל הבלים,איך קום דא און קאווע שטיבעל פאר א התעוררות צו זעען וואו טיפשותדיג די מענטש איז ווען ער איז מחליט אז זיין מוגבלדיגע שכל אנושי,איז קובע א מציאות.
יודען הערטס צו צו די קול פון ענקער נשמה,מכסא כבוד חוצבה,הביטו אל צור חוצבתם, קאננעקטס צו אונזער אבות צו די גדולי ומאורי התורה
listen to your inner voice and to your inner self ס׳איז דא מציאותען וואס איז אסאך העכער ווי דער שכל האנושי,די שכל אנושי ווערט געפירט עפ״י רוב פון אגענדאס און געפילען וואס דער מענטשעס נפש הבהמית איז אנגעדרייט,ואין לנו שיור רק התורה הזאת זיך מדבק צוזיין און עצמיות וקדושת התורה,און מיט דעם קען מען ניצול ווערען פון אלע מיני פארשאנקעס,

מיינסט צו זאגן אז ווען איך זעה חז"ל זאגן אז כינים ווערן געבוירן פון די לופט, און ווידער די מציאות אונטערן מייקראסקאפ ווייזט קליינע ביצים און א געהריגע פראדוקשען סיסטעם, גייט דאס אריין אין כלל "וואו טיפשותדיג מענטשן זענען מחליט לויט זייער מוגבלדיגע שכל אנושי, איז דאס איז קובע א מציאות" ? !
זיי מחול זיי מפרש וואס דו זאגסט, וואס גענוי ווילט איר אז א איד זאל טוהן אין אזא צייט זיך ארויסצודרייען פינעם פלאנטער ?

יידל » דינסטאג מערץ 19, 2013 6:03 pm

· #98604
למען האמת יתרו, די ביצים זענען נישט מיקראסקאפיש, זיי זענען נראה לעינים. אבער דיין קושיא צו איינגעמיירעט איז נאך אלץ קאי וקיים.

יאיר » דינסטאג מערץ 19, 2013 6:08 pm

· #98609
יתרו, דו קענסט פרעגן דיין קשיא אן נוצן לאגיק? איינגעמיירעט זאגט דאך קלאר אז ער סוספענדירט די לאגיק און שכל ווען עס קומט צו קשיות אויפ'ן תלמוד וויבאלד ער האט אומלאגישע ראיות אז ס'קומט פון גאט, און אויף געטליכע זאכן נוצט נישט קיין לאגיק.

לעיקוואד » דינסטאג מערץ 19, 2013 6:11 pm

· #98611
יאיר
צוליב דעם מהלך איז נישט שווער פאר צוויי ביליאן קריסטן ווי אזוי זיי קענען גלייבן אז ישו איז אן אייניקל פון דוד המלך בעת מרים איז אנגעבליך געווארן פארשוואנגערט דורך גאט אליין. נו, אויב דער מהלך ארבעט פאר צוויי ביליאן קריסטן, פארוואס זאל עס נישט ארבעטן פאר עטליכע הונדערט טויזנט חרדים?

ביטע זיי נישט מוציא לעז אויף צויי ביליאן יומאן ביינגס. דער קשיא וואס דו פרעגסט איז גארנישט אזוי שווער אז דו מאכסט עס כאילו מדארף אוועדווארפען דער שכל צו פארשטיין. אז מען פארשטייט וויאזוי מקען פארשוואנגען דורך גאט אליינס איז דער פשט צו ער הייסט א זון פון דיין טאטע אדער נישט פון די קליינע פרטים אויסצוגראדען. האסט נאך קיינמאלנישט געהערט אז סדא צויי בחינות אין א זאך?

יאיר » דינסטאג מערץ 19, 2013 6:16 pm

· #98614
לעיקוואוד, ביסטו אפשר דער רעטייערטער פויפסט? 🙂

ערנסט גערעדט, איך בין נישט אינגאנצן זיכער אויב דער "צוויי בחינות" איז א שכל'דיגער ענטפער, אבער אפילו אויב יא קען מען טרעפן נאך דוגמאות. למשל דער משולש, וואס אפילו לו יצוייר מען קען דאס פארענטפערן בדוחק ס'זאל נישט זיין קיין אפענע סתירה מיט אחדות הבורא, נאכאלס, רוב קריסטן טראכטן מסתמא נישט אריין אין דעם, און זיי גלייבן פשוט אז דער זעלבער גאט איז סיי איינס און סיי דריי. איי, ס'מאכט נישט קיין סענס? אבער ווען עס קומט צו רעליגיעזע גלויבונגען מאכן נישט צופיל זאכן קיין סענס. פארשטייט זיך אז צו זאגן אז גאט איז סיי צוויי און סיי דריי איז אינו דומה מיט זאגן אז די וועלט איז סיי פלאך און סיי רינדעכיג, אדער אפשר אפילו אינו דומה מיט זאגן אז חז"ל האבן געוואוסט אז די וועלט איז רינדעכיג, אבער איך מיין אז דער חילוק איז אין כמות, נישט אין איכות.

מוח שליט » דינסטאג מערץ 19, 2013 6:33 pm

· #98623
לעיקוואד
א. קאנט האט דאס געטעהנט אז מקען נישט מוכיח זיין א מציאות העכער פון אונזערע דורך נוצען אונזער קאטאגאריעס פון שכל וייל דער שכל איז נישט גענוג שטארק מוכיח צו זיין עפעס וואס גייט ארויס פון זיינע גבולים, דער גאנצער שכל איז געבויט אויף זיין וועלט און לויט אונזער השגה, ער איז נישט באמת מוכיח גארנישט אויך דער וועלט, ממילא קען מען אוודאי נישט מוכיח זיין א גאט דורך דער שכל ווייל ערבך ערבא צריך.
דער סארט טענה פירט צו אטעזים אדער אגנאסטיזם, אויב איז דער שכל נישט גענוג שטארק צו מוכיח זיין גאט איז בלייבט דאס אונז א ספק, נישט אמונה וודאית. עס איז א פלא וויפיל מאל מענשען מאכען אזא גראבע טעות כאילו אז אויב איז מען מוכיח אז שכל איז נישט גענוג שטארק איז דאס עפעס א הוכחה צו אמונה בשעת וואס פונקט פארקערט.

לו יציור אז שכל איז מוכיח אז זי שטימט נישט מיט זיך אליין? לו יציור זי איז מוכיח אז די גאנצע מושג פון קאנצעפטען, זענען זיך סותר מיניה וביה ווען מען גייט מיט זיי ביזען סוף? וועסטו דאך מיזען מסכים זיין פשוט צו אט דעם סימפעל רעאליטי אז שכל ענד קאמפאני איז נישט די be all and end all.
ואפתח במשל פי. איך וועל ברענגען א דוגמא ווי שכל שליסט זיך אליינס אויס. אבער נאר לשם דוגמא מען מיז נישט מסכים זיין צו דעם ספעציפישען משל. [חאטש איך האלט גראדע אז ס'איז יא א ריכטיגע טענה].
אויב די גאנצע מושג פון 'קאנצעפט' [וואס דאס איז שכל - מושגים -דעפיניציעס- הגדרות.], פארלאנגט צו האבען דעם יא און ניין, דעם דבר והיפוכו. עס איז נישט מעגליך צו קאנסעפטשולייזען 'יא', אהן האבען א קאנצעפט פון 'ניין'. דאן רוימט דאך די שכל זעלבסט אריין אין אונזער אויער און זאגט אונז - מיין נישט אז מיינע קאטעגאריעס און קאנצעפטען זענען באמת א פארטייטש אויף די מציאות, פארשטיי אז עס איז נישט מער ווי א נוצבארע tool, מיט וואס ארומצוארבעטען up to a point. (מעין דמעין ווי מען זעהט אז Newtonian physics מיט איר פונקטליכע הגדרות, איז א גיטע tool, אבער נאר up to a point, דערנאך נעמט quantom mechanics, מיט איר אומבאשטימטקייט, איבער.].
איך באמערק יעצט אז איך האב נישט אויסגעפירט דא די נקודה. וועל איך צולייגען דאס פאלגענדע. -אויב מיר זעעהן אז יא איז נישט שייך אהן ניין, און ניין איז נישט שייך אהן יא, ווייזט דאס אויף א סתירה מניה וביה. וויאזוי פאנגט זיך דאס אהן? עס איז קעגן די כללים פון שכל זעלבסט אז איין זאך [א'] זאל האבען א זכות קיום נאר מכח די אנדערע זאך [ב'], בו בשעה וואס די זכות קיום פון די אנדערע זאך [ב'] איז נאר מכח די ערשטע זאך [א']. עס איז נישט קיין אויסגעהאלטענע שכל. קומט דאך אויס אז שכל זאגט אז איך בין נישט אויסגעהאלטען לויט מיינע כללים. - עד כאן ההוספה
קען דאך שכל אויב אזוי יא מחייב זיין אז זי איז inherently נישט אויסגעהאלטען.
אויב מיר וועלן איר פאלגען און זיך ארויסלאזען פון די דיקטאטורשאפט און שליטה פונעם שכל, מיט וואס בלייבט מען? איך קען דיר נישט ענטפערן. ווייל דו בעטסט איך זאל דיר געבען א דעפעניציע, און פון דעם גופא (דהיינו דעפעניציעס) איז וואס איך קריך דאך ארויס פון. דאס נענסטע ווארט וואס איך קען דערויף ניצען איז בלי גבול, אבער זיין מיך נישט ביטע מגביל צו דעי הגדרה זעלבסט.[ווייל אפי' צו זאגען אז אלעס וועט זיין אהן הגדרה איז שוין אויך צופיל געזאגט, אויב מיינט מען עס מיט א פונקטליכקייט].
עס איז אזוי ווי א מענטש וואס האט מאיזשהוא סיבה א מהלך פון פארטייטשען און שפירען די גאנצע בריאה וכל אשר בה באופן שמעק, דהיינו מיט'ן חוש הריח. ענדליך נאך לאנגע שעה'ן הסבר,פארשטייט ער שוין אז ס'איז דא א וועלט אינדרויסען פון שמעק. געט ער זיך א רוף אהן, אהא איך פארשטיי שוין אז רעאליטי איז אויך אינדרויסען פון שמעק, טא זאג מיר זיי מוחל, וויאזוי שמעקט טאקע יענס? (נו האלט איך מיט אים ווי דער מאדער איד).
דאס זעלבע דא, אינדרויסען פון שכל/קאנצעפט איז אינדרויסען. מען קען איר נישט אריינשמוגלען פון אן אונטערטירל.
איך בין פריער געגאנגען איינקויפען עפעלעך פאר די אשת חיל. עס איז געלעגען אין א באקס אין אזעלכע cardboard קעסטעלעך. איך האב געגעבען א שלעפ ארויס די גאנצע cardboard קעסטעלעך כדי צו קענען נעמען אפאר עפעל אויף אמאל. מיר שלעפען דא ארויס די גאנצע מושג פון מושג.
מיר בלייבען מיט אין סוף, דהיינו מיר בלייבען אהן קיין מושגים הגדרות והגבלות. מיר בלייבען מיט בלי גבול.
נמצא אז איינמאל מיר אקצעפטירען שכל'ס זעלבסט מארד, זאגען מיר גארנישט מער. עס איז נישט אז מיר גייען פון דארט ווייטער, אויף צו מאמת זיין גאט. מיר זענען שוין דארט.
גאט איז סך הכל נאך א ווארט פאר 'אין סוף', 'בלי גבול', וכדו'.

יאיר » דינסטאג מערץ 19, 2013 6:42 pm

· #98630
אגב, צו מוכיח זיין אז לאגיק אליין איז נישט גענוג קען מען נוצן דעם פשוט'ן Gödel's incompleteness theorom וואס ווייזט אויף אז מאטעמאטיק קומט אן בהכרח אן צו א פוינט ווי סיי וועלכע ענטפער וועט זיך סותר זיין מיט זיך אליין. די שאלה איז צו דאס איז מוכיח אז מיר מוזן אנצייגן אויף עפעס טיפער'ס ווי לאגיק, אדער מיר קענען בלייבן דערביי און זאגן אז אין הכי נמי, די וועלט איז טאקע אינקאמפליט. איך וועל אויס די ערשטע אפציע.

מוח שליט » דינסטאג מערץ 19, 2013 6:48 pm

· #98633
יאיר
לעיקוואוד, ביסטו אפשר דער רעטייערטער פויפסט? 🙂

ערנסט גערעדט, איך בין נישט אינגאנצן זיכער אויב דער "צוויי בחינות" איז א שכל'דיגער ענטפער, אבער אפילו אויב יא קען מען טרעפן נאך דוגמאות. למשל דער משולש, וואס אפילו לו יצוייר מען קען דאס פארענטפערן בדוחק ס'זאל נישט זיין קיין אפענע סתירה מיט אחדות הבורא, נאכאלס, רוב קריסטן טראכטן מסתמא נישט אריין אין דעם, און זיי גלייבן פשוט אז דער זעלבער גאט איז סיי איינס און סיי דריי. איי, ס'מאכט נישט קיין סענס? אבער ווען עס קומט צו רעליגיעזע גלויבונגען מאכן נישט צופיל זאכן קיין סענס.

די מושג אז יעדע זאך איז בעצם דריי, איז אין מיין קאפ כמעט ווי מוכרח. כדי מיר זאלען קענען האבען א קאנצעפט פון מציאות. מוזען מיר האבען א קאנצעפט פון יש, העדר יש, און א וועג וויאזוי ביידע זאלען קענען זיין בחדא מחתא. דאס דרוקט זיך אויס אין יעדע חפץ ווי ס'איז דא ביידע צוזאמען, איר ישות (נישט פארמישען מיט ישו 😈 ] און איר גבול.
ומטינך קענען מיר טאקע זעהן אז די פשוטע מענטשען דארפען זיך טאקע פארלאזען אויף די חכמים. וואס קען איינער וואס איז נישט קיין פילוסוף פארשטיין אין דעי זאכען? אוודאי איז ער גערעכט זיך צו פארלאזען אויף זיינע חכמים, ניין?

יאיר » דינסטאג מערץ 19, 2013 6:54 pm

· #98636
נוח שליט'ס משולש שטימט אפשר מיט שכל, אבער דער משולש פון קריסטן באשטייט דאך פון דריי אנדערע זאכן.
דיין ענטפער אויף מיין טענה וואלט געווען גערעכט ווען יעדער קריסט וואלט געזאגט, "דער משולש לויט ווי אזוי איך פארשטיי עס שטימט טאקע נישט, נאר מיין שכינות'דיגע קריסטליכער פילאזאף האט עפעס א מהלך אין משולש וואס לויט דעם קען עס אפשר יא שטימען". (דאס איז אויסער דעם וואס איך האלט אז ס'איז נישט דא קיין עכטער שכל'דיגער וועג צו ערקלערן דעם משולש).

יידל » דינסטאג מערץ 19, 2013 7:04 pm

· #98639
יאיר כ'מיין האסט גענומען צו ערנסט לעיקוואד'ס ווערטער איבער די הסתברות פון די קריסטליכע אמונה. לכאורה האט ער געמיינט סארקאסטיש, און זיין תירוץ פון צוויי בחינות איז אן עקיצה צו די וואס ניצן אזעלכע תירוצים ווען ס'קומט צו זייער אייגענער אגענדע.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7