עס איז דא גאנצע פלענער פון אן אזויגעריפענער "מארס פארבאנד" צו קאלאניזירן דעם מארס (מאדים) מיט מענטשן. איי וויאזוי וועט מען דארט לעבן אז ס'איז נישטא דארט קיין לעבנס מיטלען ? אויף דעם איז שוין דא גאנצע פלענער, וויאזוי אריבערצוברענגען אקסידזשן און וואסער א.א.וו.
אויב געלונגט עס, גייט דער מאדים זיין דאס וואס אמעריקע איז געווען פאר די אייראפייער מיט איבער הונדערט יאר צוריק. מ'וועט דארט לויפן זיכן דאס גליק. א היימישער איד וועט נישט טארן פארן צו דעם הפקר'דיגן לאנד דער נייער וועלט, ווי ס'איז נישטא קיין דעת תורה און איש כל הישר בעיניו יעשה. א טאטע וועט קלאגן אויף זיין זין וואס געפארן צום טריפנה'נעם מאדים... ערגעץ ווען נאך א מהומה ביי אונז אין דער אלטער וועלט, וועלן רבנים אנקומען אהין. עפעס א סאטמארער רבי וועט דארט אנקומען און איינפלאנצן די אידישקייט פון דער אלטער היים דער ערד לויט דעם פשרה'לאזן וועג פון אמאל. פעק מיט שו"ת ספרים וועלן ארויס קומען צו דן זיין וויאזוי מ'איז זיך נוהג מיט די מצות שהזמן גרמה (אזוי ווי אויף קו התאריך). די ימים טובים, תפילין און תפילות וועט מען לכאורה טון אזוי ווי זכר למקדש כהלל. דער "כדור הארץ" וועט האבן עפעס א העכערע משמעות (ווי אמאל ארץ ישראל פאר די חוץ לארץ'דיגער ), דער פלאץ וואו אונזערע עלטערן האבן געוואוינט, תלמידי בעל שם, ראשונים, תנאים, דער מעמד הר סיני איז דארט פארגעקומען, און נאר דארט קען מען מקיים זיין מצוות זמניות כתקינם, עפעס א סקווערער רבי -אדער אנדערע וואס טרעפן א באדייט אין מקומות הקדושים- פון יענע צייטן, וועלן כסדר מאכן נסיעות צום ארץ האבות דער כדור הארץ , און ארומפארן צו קברי אבותינו ורבותנו, א ר' חיים קאניעבסקי וכדו' וועט אויך האבן דארט וואס צו זיכן... ווער קען זיך פארשטעלן די געוואלדיגע געפילן, דאס הייליגקייט און לויטערקייט וואס מ'שפירט אויפן כדור הארץ,דאס פלאץ וואו דער אויבישטער האט אויסגעוועלט צו געבן דארט אירע מצוות, ווייל נאר די קדישת כדור הארץ איז מסוגל פאר די מצוות ... איר קענט מיר העלפן ווייטער פאנטאזירן???
דע, אז דער גאנצער מציאות פון אויבן און אינטן, און אראפפאלן, עקזיסטירט נאר ווען מ'שטייט אויף א פלאנעט אזוי ווי אונזער וועלט, ווייל איינמאל מ'פליט אוועק ווייט פון דער וועלט און מ'געפונט זיך צווישן די שטערנ'ס, דאן עקזיסטירט נישט קיין אויבן און קיין אונטן, און ממילא אויך נישט קיין אראפ פאלן. ס'איז שווער צו באגרייפן פאר אונז מענטשן איינואוינער פון די ערד קוגל וואס זענען - צוליב די גראוויטי - שטענדיג געוואינט אז ס'דא א אונטן און אויבן, אבער ווען מ'געפונט זיך צווישן די שטערן זעט מען און מ'פילט אז עולם הפוך, ס'נישטא קיין הגדרה פון אויבן און הונטן, מ'פאלט אין ערגעץ נישט, אלעס דרייט זיך ארום מיר וכו'
קומט אויס, אז הונטן, איז וואס נענטער צו די וועלט -נישט קיין חילוק וועלעכע זייט פון די וועלט באל- און אויבן איז ווייט פון די וועלט. און דאס וואס מ'רופט דעם נארט פאל אויבן, און זיט פאול אינטן האט גארנישט מיטן מציאות, ס'איז אזוי ווי מ'זאגט אז פלוני זיצט "אויבן" אן, דער מערב וועלט האט געגעבן פארן צפון דעם אויבן אן צוליב היסטארישע סיבות (טייל זאגן וויבאלד צפון פון די אמאליגע סופער פאוערס יון אשור בבל ארץ ישראל ועוד זענען געווען בערג בעת ביי דרום פון די לענדער זענען געווען מדבר אדער ים וואס קוקט אויס ווי אינטן [יורדי הים]). איי פארוואס ווערט ארץ ישראל אנגערופן גבוה מכל הארצות? אויף דעם קען מען ענטפערן אדער, אז ס'מיינט בחשיבתו, אדער כפשוטו, וויבאלד ס'איז נישטא אין דעם באל קיין אויבן און אינטן, קומט אויס אז וואו דו שטייסט איז אויבן, אזוי ווי פלוני האט געזאגט, אז וואו ער שטייט איז אין צענטער פון די וועלט... און היות ארץ ישראל איז פאר אונז חשוב הייסט עס פאר אונז די צענטער און שפוץ פון דער וועלט
היות איך האב מיך אריינגעגליטשט אינעם אסטראנאמיע אשכול, וואלט איך אייך געוואלט פרעגן א קשיא, וויפיל איך האב געטוהן דערינען און וויפיל איך האב פראבירט דאס צו פארשטיין ארבעט דאס נישט. פארוואס פאלן מיר נישט אראפ פונעם פלאנעט, ס’איז דאך רינדעכיג?, אה, ס’דא אזא זאך וואס רופט זיך גרעוועטי וואס פארדעם פאלסטו נישט אראפ, און פארוואס די מענטשן פון אנטארטיקע קומט זיי נישט די בלוט ארויף אין קאפ, זיי שטייען דאך איבערגעדרייט?, און פארוואס די מענטשן וואס געפינען דא אין אמעריקע פיעלן נישט שיעף, דאס איז אויך וועגן גרעוועטי?, איי דאנט ביי דיס. זאל זיך איינער פון די אסטראנאמיסטן נעמען דאס פענע און מסביר זיין, יישר כח למפרע.
די אלע ספיקות און שאלות שטאמען פון איין עם הארץ'דיגער בליק אויף די גאנצע מציאות פון גראוויטי.
עס איז נישט פשט אז ווען נישט גראוויטי וואלט מען אראפ געפאלן פון די וועלט, און די בלוט פון מענטשען אין אנטארטיקא וואלט אריינגעפארן אין קאפ, און די אמעריקאנער וואלטן זיך געשפירט שיעף, און ממילא דארף איך דיר קומען פארקויפן אז עס איז דא עפעס וואס שלעפט די אלע זאכן צו זיך.
די מעשה איז פונקט פארקערט, אהן גראוויטי איז נישט דא אזא מציאות פון 'פאלן', אהן גראוויטי גייט נישט קיין בלוט אריין אין קאפ וכו' וכו', והגה בעצמך, פארוואס זאלן זאכן טוישן זייער פאזיציע פון זיך אליין? פארוואס זאל מען נישט קענען שטיין ביים קוטב הדרומי און נישט אראפ פאלן? ווער שטופט דיר? [דאס איז חוץ די נקודה אז א כדור האט נישט קיין אויבן און קיין אונטן].
ממילא גייט דער חשבון פונקט פארקערט, 'גראוויטי' איז נישט א 'תירוץ' אויף דיינע שאלות, נאר ער איז דער וואס האט אין די פירסט פלעיס געמאכט די אלע פאקטן וואס דו נעמסט פאר גרענטעד.
וא"כ איז פשוט אז מען קען נישט אראפ פאלן פון די וועלט, ווען די גאנצע מושג פון פאלן איז נאר אדאנק די כח פון גראוויטי, וואס דער ערד שלעפט צו זיך.
[ד"א, איך גלייב אז עס האט נישט מיט אסטראנאמיע].
חכם מחוכם
ובחדא מחתא, וויל איך פרעגן, מ’זעהט אין די תוה"ק אז א"י איז גבוה מכל הארצות, נו איז נישט גרינלאנד אדער אפילו קאנאדע נענטער צום נארט פאול?
זייער שיין געשריבן, איין זאך נאר, דאס וואס דו שרייבסט
חאצקל
קומט אויס, אז הונטן, איז וואס נענטער צו די וועלט -נישט קיין חילוק וועלעכע זייט פון די וועלט באל- און אויבן איז ווייט פון די וועלט. און דאס וואס מ'רופט דעם נארט פאל אויבן, און זיט פאול אינטן האט גארנישט מיטן מציאות...
צפון און דרום זענען יא פיזיקאלע מציאות'ער אין צוויי זאכן, איינס אז די אקסיס אויף וואס די וועלט דרייט זיך איז ביי די נארט און זיד פאולס, און די מאגנעטישע פיעלד וואס נעמט ארום די וועלט ציט אויך אויף צפון, דערפאר וועט די ווייזערעל פון א קאמפאס ווייזען אויף (מאגנעטישען) נארט.
זייער שיין געשריבן, איין זאך נאר, דאס וואס דו שרייבסט
חאצקל
קומט אויס, אז הונטן, איז וואס נענטער צו די וועלט -נישט קיין חילוק וועלעכע זייט פון די וועלט באל- און אויבן איז ווייט פון די וועלט. און דאס וואס מ'רופט דעם נארט פאל אויבן, און זיט פאול אינטן האט גארנישט מיטן מציאות...
צפון און דרום זענען יא פיזיקאלע מציאות'ער אין צוויי זאכן, איינס אז די אקסיס אויף וואס די וועלט דרייט זיך איז ביי די נארט און זיד פאולס, און די מאגנעטישע פיעלד וואס נעמט ארום די וועלט ציט אויך אויף צפון, דערפאר וועט די ווייזערעל פון א קאמפאס ווייזען אויף (מאגנעטישען) נארט.
ער מיינט צוזאגן אז זיי האבן נישט מיט'ן מציאות פון אויבן און אונטן.
זייער שיין געשריבן, איין זאך נאר, דאס וואס דו שרייבסט
חאצקל
קומט אויס, אז הונטן, איז וואס נענטער צו די וועלט -נישט קיין חילוק וועלעכע זייט פון די וועלט באל- און אויבן איז ווייט פון די וועלט. און דאס וואס מ'רופט דעם נארט פאל אויבן, און זיט פאול אינטן האט גארנישט מיטן מציאות...
צפון און דרום זענען יא פיזיקאלע מציאות'ער אין צוויי זאכן, איינס אז די אקסיס אויף וואס די וועלט דרייט זיך איז ביי די נארט און זיד פאולס, און די מאגנעטישע פיעלד וואס נעמט ארום די וועלט ציט אויך אויף צפון, דערפאר וועט די ווייזערעל פון א קאמפאס ווייזען אויף (מאגנעטישען) נארט.
ער מיינט צוזאגן אז זיי האבן נישט מיט'ן מציאות פון אויבן און אונטן.
איך האב מיך פארגעשטעלט אז ער ווייסט דאס, כ'נאר געשריבן להוציא מלבן, אז דר'עולם זאל נישט האבן קיין טעות.
כאב געהערט אז די חכמה פון מייקראוועיו האבן סייענטיסטן אויסגעטרפן דורכדעם וואס מ'איז געווען אין ספעיס. ווייסט איינער דא צוזאגן דערוועגן?, אויך וואס איז דאס מייקראוועיוו, און מיט וואס איזדאס אנדערשט ווי א געווענליכע אויוון לגבי כשרות/בליעות וכדו. אויב איינער קען דאס מבער זיין, תבוא עליו ברכה.
וואס ווילסטו מבער זיין? די מייקראוועיוו אדער די געהעריגע אויווען?...
די מייקראוועיוו, די טעכניק דערפון, וויזוי ס'ארבייט, און דאס ברענגט אוטומאטיש א חילוק להלכה, קודם כל אז מ'קען אריין לייגן א דאבעל-רעפד עסן אין א נישט כשר מיקראוועיוו, אין דאכטזיך מיר אז לגבי כשר'ן איז אויך דא א חילוק פון א געהעריגן אויוון, אויב מ'קען בכלל כשרן א מיקראוויעיוו. פארשטייטזיך אז דע נושא קומט נאר אריין אויב די חכמה מיקרגוועיוו, האט מען דערשנאפט פון ספעיס.
גראדע די מייקרא-וועיוו קומט נישט פון NASA, אבער אסאך אנדערע ערפונדיגען וואס מיר נוצן יעדען טאג קומט יא פון זיי, און לאו דוקא אז מ'האט געטראפן די טעכנעלאגיעס אויפן לבנה, נאר כדי צו שיקן מענטשען אהין זענען זיי אויפגעקומען מיט די זאכן, ווי למשל, זיי האבן ערצייגט א וועג פון מעסטען די טעמפעראטור און ראדיעישען פון ווייטע שטערענס, און די זעלבע טעכנעלאגיע ווערט גענוצט פאר די פיבער מעסטערס וואס מ'לייגט אין די אויערען, וואס מעסט די טעמפעראטור פונעם אויער דראם. כדי די געצייג פון די אסטראנאטן זאלן זיך נישט צוקראצט אין די הויכע ספערן פון ספעיס שטויב און ברוכווארג, ספעציעל די פענסטערל פון די העלמעט, זענען זיי אויפגעקומען מיט אום-קריצבארע (סקרעטש ריזיסטענט) גלאז וואס ווערט היינט גענוצט אין אויגן גלעזער. אנטי אייסינג וואס מ'נוצט פאר עראפלאנען קומט פון נאסא. די גריבעלעך און קריצן אויפן זייט פון הייוועיס וואס מאכן נויס ווען מ'פארט אראפ פונעם לעין קומט אויף פון נאסא. געוויסע וואסער פילטערינג טעכנעלאגישע דורכברוכן קומט פון זיי, זיי האבן ערצייגט די טעכנעלאגיע וואס לאזט די איינוואוינער אויפן אינטערנאציאנאלע ספעיס צענטער איבערצוניצן (לייען: איבער צו טרינקען) די וואסער דארט מערערע מאל.
דאס איז נאר אפאר פון די הונדערטע זאכן וואס מיר האבן צו באדאנקען אונזער ספעיס פראגראם.
זייער שיין געשריבן, איין זאך נאר, דאס וואס דו שרייבסט
חאצקל
קומט אויס, אז הונטן, איז וואס נענטער צו די וועלט -נישט קיין חילוק וועלעכע זייט פון די וועלט באל- און אויבן איז ווייט פון די וועלט. און דאס וואס מ'רופט דעם נארט פאל אויבן, און זיט פאול אינטן האט גארנישט מיטן מציאות...
צפון און דרום זענען יא פיזיקאלע מציאות'ער אין צוויי זאכן, איינס אז די אקסיס אויף וואס די וועלט דרייט זיך איז ביי די נארט און זיד פאולס, און די מאגנעטישע פיעלד וואס נעמט ארום די וועלט ציט אויך אויף צפון, דערפאר וועט די ווייזערעל פון א קאמפאס ווייזען אויף (מאגנעטישען) נארט.
ער מיינט צוזאגן אז זיי האבן נישט מיט'ן מציאות פון אויבן און אונטן.
איך האב מיך פארגעשטעלט אז ער ווייסט דאס, כ'נאר געשריבן להוציא מלבן, אז דר'עולם זאל נישט האבן קיין טעות.
אויבן און אונטן איז גראדע יא א מציאות. וויבאלד די וועלט גייט ארום די זון איז דא אן אורביט וואס אויף דעם פארט די וועלט, און לגבי די אורביט איז איז איין זייט אלעמאל אויבן און איין זייט אלעמאל אונטן. אזוי ווי א באלל וואס פארט אויף טרעקס אבער אנשטאט זיך רואלען ריקט זיך עס גראד ווי א טרעין. קומט אויס אז אפילו אויב די באלל כלפי עצמו האט נישט קיין אויבן און קיין אונטען אבער כלפי די טרעקס איז דא איין זייט פונעם באלל וואס זיצט כסדר אויף די טרעקס - און דאס רופט מען דעם אונטען, און די אנדערע זייט איז אלעמאל אויף ארויף (כלפי די טרעקס) - און דאס רופט מען דעם אויבן.
איך האף אז איך האב עס געניג קלאר מסביר געווען, און אויב נישט, ואתכם הסליחה.
אויב די פארשטייסט ביי די טרעקס אז די זייט וואס זיצט אויפן טרעקס איז די אונטען און די פארקערטער זייט איז אויבן, פארוואס פארשטייסטו נישט די זעלבע מיט די וועלט כלפי די אורביט.
אמת אז מען קען איבערדרייען די גאנצע זאך און זאגן אז SOUTH איז אויבן און NOTRTH איז אינטען. אבער דאס בלייבט אלעמאל אז NORTH און SOUTH זענען די אויבן מיט די אינטען און נישט EAST און WEST אדער NE NW SE SW און דאס איז נאר צוליב די אורביט. יעצט פארוואס NORTH הייסט אויבן און נישט SOUTH, אויף דעם איז דער ענטפער זייער פשוט. וויבאלד בימים ההם האבן מענטשען (עכ"פ אסטראנאמערס) נאר געוואוינט אין די northern hemisphere האבן זיי גערופן זייער זייט 'ארויף' און די אנדערע זייט אראפ.
אמת אז מען קען איבערדרייען די גאנצע זאך און זאגן אז SOUTH איז אויבן און NOTRTH איז אינטען. אבער דאס בלייבט אלעמאל אז NORTH און SOUTH זענען די אויבן מיט די אינטען און נישט EAST און WEST אדער NE NW SE SW און דאס איז נאר צוליב די אורביט. יעצט פארוואס NORTH הייסט אויבן און נישט SOUTH, אויף דעם איז דער ענטפער זייער פשוט. וויבאלד בימים ההם האבן מענטשען (עכ"פ אסטראנאמערס) נאר געוואוינט אין די northern hemisphere האבן זיי גערופן זייער זייט 'ארויף' און די אנדערע זייט אראפ.
און דאס האב איך געשריבן אויבן:
געפילטע פיש
די אקסיס אויף וואס די וועלט דרייט זיך איז ביי די נארט און זיד פאולס
אבער דאס אז זיי האבן געוואונט אין די נארטערן העמיספעיר מאכט נאך נישט נארט זאל זיין אויבן, דאס איז נאר די סיבה פארוואס ביי אונז הייסט עס אויבן, און מאפעס ווערן געמאלן מיט נארט אויף ארויף.
די אקסיס זאגט נאר אז יענע נקודה אויפן כדור איז א מקום מסוים, עס זאגט אבער נישט אז דארט איז אויבן און אונטן, עס וואלט געקענט זיין אז מזרח ומערב זענען אויבן און אונטן, און די וועלט דרייעט זיך ווי די רעדל פון א קאר.
אויף דעם האט נאך א פשט מחדש געווען אז זיי זענען יא אויבן און אונטן מכח די ארביט.
די זון האט 332,950 מער מאל מעס ווי די ערד, אבער סורפעיס גרעוויטי, וויבאלד די סורפעיס איז סאך ווייטער פונעם קאור (core) איז די השפעה פון די גרעוויטי שוין אפגעשוואכט. איי מייט בי ראנג, עכ"פ דאס זענען די נומבערס וואס כ'האב געטראפן פון א שנעלע גוגל סוירטש.
די אטמאספערע איז א שיכט פון געז וואס נעמט ארום אונזער וועלט און האלט זיך דורך די גרעוויטי פון דער ערד. עס היט אפ דאס לעבן אויף דער ערד דורך איינזאפן די שעדליכע זון שטראלן, עס האלט ווארעם אונזער וועלט דורך איינהאלטן די היץ וואס די זון שיקט אהער דורך די גרינהאוז עפעקט, און עס רעדוצירט די טעמפעראטור עקסטרעמען צווישן טאג און נאכט (אנדערש ווי אויף די לבנה וואס דארט איז 225 דעגרי בייטאג און 243- ביינאכט, ווייל די לבנה האט נישט קיין אטמאספערע).
פון וואו הייבט זיך אן ספעיס?
ספעיס הייבט זיך אן פון נאך די אטמאספערע. עס איז נישט דא א קלארער גרעניץ צווישן די אטמאספערע און ספעיס. די אטמאספערע ווערט צוביסלעך אויס, ביז מען טרעפט זיך אין ספעיס בערך 300 מייל העכער דער ערד. מען קען טרעפן פיצינקע שטיקלעך פון די אטמאספערע אויך טיפער אריין אין ספעיס.
וואו אין ספעיס איז אונזער וועלט?
דער ערד איז א קליינטשיג פינטעלע אין ספעיס. עס איז איינס פון ניין פלאנעטן וואס רינגלען ארום די זון. וואס די זון איז איינס פון די הונדערטער ביליאנען שטערנס, וואס צוזאמען פארמירן זיין א גרויסער וואלד פון שטערנס, וואס ווערט גערופן "די מילקי וועי", דער שביל החלב, וואס איז בלויז איינס פון די ביליאנען געלעקסיעס וואס שוועבן ארום אין ספעיס.
האט ספעיס אן ענדע?
אסטראנאמער גלייבן אז ספעיס איז אין סוף, און האט נישט קיין ענדע. די נענסטע שכן צו אונז איז אונזער לבנה וואס איז ביילייפיג 238,900 מייל אוועק. די זון איז 93 מיליאן מייל אוועק פון אונז. רוב אנדערע שטערן אין די מילקי וועי, זענען צווישן א מיליאן און א ביליאן מאל ווייטער פון די זון.
וואס איז א ליכט יאר?
א ליכט יאר איז א וועג צו מעסטן די אומגעהויערע ווייטקייט אין ספעיס. עס איז די ווייטקייט וואס ליכט לויפט אין א יאר, בערך 5.9 טריליאן מייל.
פראקסימא סענטאורי איז די נאנטסטע שטערן צו די זון. עס איז בערך 4.2 ליכט יאר אוועק פון דער ערד, וואס מיינט אז די ליכטיגקייט פון דעם שטערן נעמט 4.2 ליכט יאר צו דערגרייכן דעם ערד קוגל.
שאו מרום עיניכם
אן א טעלעסקאפ קען מען זען בערך 2,500 שטערן, אין א טונקעלן פלאץ. די לבנה זעט מען געווענליך אלעמאל. צומאל קען מען אויך זען די פלאנעטן, מערקורי, ווענוס, מארס, יופיטער, און סאטורן. די ווייטסטע וואס מיר קענען זען מיט די בלויזע אויגן, איז די אנדראמע גאלאקסיע.
אטאמאטיש ווערט עס נקבע דורך דעם פלאץ וואו מען וויל אנקומען\זיין, ווייל ווען מען גייט אהין, מיט'ן פנים צו יענע פלאץ, איז יענע פלאץ אייביג העכער רעלאטיוו צום פלאץ פון וואו דו קומסט, און ווען דו גייסט אוועק פון דארט מיט'ן רוקען אהין גייסטו אראפ.
ממילא אז אר"י איז דער מקום וואו מען וויל גיין\זיין, און אז מען גייט אוועק פון דארט איז עס נאר במקרה און נישט בעצם, איז אר"י אטאמאטיש די העכסטע פלאץ, ודו"ק.
דער זכרון איז א גנב - שו"ת חת"ס יו"ד סי' רל"ד:
... מכאן שגבוה בהמ"ק מכל א"י ... ועוד שהאמת אינו כן והוא מבואר לבקי קצת במ(ו)פת העולם, ... והנה העולם עגול ככדור, ובדבר כדורי לא שייך גבוה ונמוך ובכל מקום שעומד שם רואה שמים שעל ראשו גבוהים וסמוך לאופק נמוכים ככיפה, והבא ממקום האופק נדמה לו כעולה מתחתית עומק בור, ולא שייך גב[ה]ות ונמוך.
אך נחזי אנן, אם יהי' לפנינו כדור עגול, ואנו מכירים בו נקודה א' שממנה שתיית הכדור ההוא ונתרחב משם והתפשט ונעשה עגול כמות שהוא, וכל הפיות אליו פונים וממנו יונקים יניקת חיותם והוא המרכז האמיתי של הכדור, ואז בלי ספק מכל צד שפונים אליו נקרא עלייה, לא עלייה במעלה וגדול(ה)[ת] המקום לבד, אלא עלייה ממש, כמי שעומד במקומו ורואה האופק שסביביו ירוד ועמוק, וכן בהיפך, כיון שכל הפיות אליו פונים א"כ הכל עמוק ממנו ועולים אליו כיון שהעולם כדורית.
... מכאן שבהמ"ק גבוה מכל א"י, שהוא משתיתו של עולם מתחלת יצירה, והוא מרכז ונקודה האמצעי שבכדור, וא"כ כל הבאים לשם עולים ולא יורדים, כנלע"ד.