☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » יונג פארפאלק אומגעקומען אין שרעקליכע וויליאמסבורג טראגעדיע

יונג פארפאלק אומגעקומען אין שרעקליכע וויליאמסבורג טראגעדיע

406 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3090
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 4, 2013 7:48 pm

· #92779
@יתרו, אויסער קריטיק, וואס נאך האסטו צו זאגן?... 🙂

יתרו » מאנטאג מערץ 4, 2013 7:50 pm

· #92782
ווילסט הערן אז נאכדעם זאלסטו מיר קענען באגיסן מיט דיין שמעקעדיגע וואסער ? 😉

ראש המדברים » דינסטאג מערץ 5, 2013 12:08 am

· #92957
איך פארשטיי זייער גוט וואס קאך לעפל זאגט, אדרבה טראכט א מינוט, ווען די האסט געהערט די בשורה פון דעם בחור וואס איז ליידער נפטר געווארן פון א הארץ אטאקע בשעת ער האט געטאנצען ביי זיין חבר'ס חתונה, אן איבער לאזן דורות, האסטו אויך געוויינט? האסטו אויך גענפערט 20 הודעות אין קאווע שטיבל?
ווען פאראיאר איז א משפחה אינגאנצן ארויף אין פלאמען אין דעם שטאט רחובות א טאטע מיט 5-6 קינדער האסטו אויך געוויינט?
ווען ר"ח סיון האט פאסירט די שודערליכע עקסידענט אין א"י אויפן וועג צום שטאט טבריה און א גאנצע משפחה איז אויסגעמעקט געווארן נאר א קליין 7 יעריגע מיידל נעבעך איז געבליבן, האסטו אויך געוויינט?

אדער איז די תשובה, די בילד מאכט מיר וויינען? די קירבת המקום מאכט מיר וויינען? יעדער וויינט,

אנשטאט צו ענפערן טראכט אריין ביי דיר צו איז דאס וויינען אויף א נפש מישראל? אויף צער השכינה? אדער .........

זר זהב » דינסטאג מערץ 5, 2013 12:10 am

· #92958
גערעכט. איך געדענק גראדע אז נאך די טבריה מעשה בין איך ארויס אין א רקידה.

זר זהב » דינסטאג מערץ 5, 2013 12:47 am

· #92980
איך האב געהערט אז מארגן גייען ביידע פעמיליס זיצן צוזאמען, משפחת גלויבער קומט אויף וויליאמסבורג.

יואב » דינסטאג מערץ 5, 2013 1:52 am

· #93012
ווי גייט דער ווארט---A single death is a tragedy; a million deaths is a statistic

ניו יארק » דינסטאג מערץ 5, 2013 7:58 am

· #93038
ליידער איז אויף די מעשה נישט דא קיין ווארט, עס איז טאקע ווייניגער ווי א מיליאן, אבער ליידער מער ווי איין נפש.

קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 5, 2013 8:22 am

· #93039
זר זהב
איך האב געהערט אז מארגן גייען ביידע פעמיליס זיצן צוזאמען, משפחת גלויבער קומט אויף וויליאמסבורג.

מסתמא כדי להקל על כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, למנוע טילטולא דאורחא דגברא רבה.

בן תמליון » דינסטאג מערץ 5, 2013 9:30 am

· #93051
פרישע דעטאלן קומען אפיר איבער דעם מערדער באריכטעט דער דעילי ניוס באריכות. צווישן אנדערע האט פארציילט דער רוצח אקעוועדא פאר פריינט אז ער איז געווען אין א קאר טשעיס דורך איינעם פון זיינע אלטע דראג פיינט ווען ער האט געדריקט דעם געס פעדעל אויף קענט עוויניו. ער האט איינעם געהארגעט אין 1987 און צוויי וואכן צירוק האט איהם די פאליציי אפגעשטעלט דרייוון שיכור מיט רויטע אויגן. שוין פארוואס איז דער פארשוין אויף די גאס מיט א קאר? דער ברוקלין סיסטעם זעט אויס איז ביזי איינשפארן מענטשן ווי ר' אריה לייב גלאנץ צו שיקן מעסעזשעס פאר די ריכטיקע מאפיאנערן חסידים. ביני לביני פארן דא ארום די שעדליכסטע עלעמענטן צו רצח'נען אונזערע זיסע פארלעך און די פיצינקע במעי אמם.

עַל נִפּוּץ אֱלֵי סֶלַע עֲוִללֶיהָ נְעָרֶיהָ
וְעַל דָּמָם אֲשֶׁר שֻׁפַּךְ כְּמוֹ מֵימֵי יְאוֹרֶיהָ

<a class="postlink" href="http://www.nydailynews.com/new-york/brooklyn-baby-dies-day-parents-killed-hit-and-run-article-1.1278855">http://www.nydailynews.com/new-york/bro ... -1.1278855</a>

יאסעלע וואסער טרעגער » דינסטאג מערץ 5, 2013 9:34 am

· #93055
קאווע טרינקער
זר זהב
איך האב געהערט אז מארגן גייען ביידע פעמיליס זיצן צוזאמען, משפחת גלויבער קומט אויף וויליאמסבורג.

מסתמא כדי להקל על כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, למנוע טילטולא דאורחא דגברא רבה.

ניין נישט וועגן דעם עס האט מיט קיין רבי׳ס גארנישט עס איז אז ביידע עלטערן זאלן קענען באוויינען זייערע קינדער און זייער שרעקליכע פארלוסט ציזאמען...
איך וויל אייך אלע זאגן עפעס!!!
איך בין פון די משפחה!
די פלאץ דא פארשעמט די זכרון פון נחמי און רייזי.
בשעת עס איז דא אן אנדער פלאץ ווי מען קען פון דארט שעפן חיזוק און שטארקייט.
שעמטס ענק טרעפטס אן אנדער נושא ווי עטץ קענץ ווייזן ענקער חכמה און לאזט די נשמות אפ...

עטץ קענץ יעצט אלע חוזק מאכן פון מיר, אבער דער אמת וועט דאס נישט מרחק זיין...

טעפל » דינסטאג מערץ 5, 2013 9:39 am

· #93057
יאסעלע וואסער טרעגער
קאווע טרינקער
זר זהב
איך האב געהערט אז מארגן גייען ביידע פעמיליס זיצן צוזאמען, משפחת גלויבער קומט אויף וויליאמסבורג.

מסתמא כדי להקל על כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, למנוע טילטולא דאורחא דגברא רבה.

ניין נישט וועגן דעם עס האט מיט קיין רבי׳ס גארנישט עס איז אז ביידע עלטערן זאלן קענען באוויינען זייערע קינדער און זייער שרעקליכע פארלוסט ציזאמען...
איך וויל אייך אלע זאגן עפעס!!!
איך בין פון די משפחה!
די פלאץ דא פארשעמט די זכרון פון נחמי און רייזי.
בשעת עס איז דא אן אנדער פלאץ ווי מען קען פון דארט שעפן חיזוק און שטארקייט.
שעמטס ענק טרעפטס אן אנדער נושא ווי עטץ קענץ ווייזן ענקער חכמה און לאזט די נשמות אפ...

עטץ קענץ יעצט אלע חוזק מאכן פון מיר, אבער דער אמת וועט דאס נישט מרחק זיין...

ר' יאסעלע דו זאגסט אליינס אז ס'איז דא ערגעץ אנדערש, בכל הכבוד קיינער איז אייך נישט מכריח צו שרייבען דא, איהר קענט אריבערגיין צום אנדערען פלאץ וואו מען שעפט חיזוק (וואס איז אמת).

בן תמליון » דינסטאג מערץ 5, 2013 10:01 am

· #93068
יא, א שטארקער באריכט ווי אויך אונזער יניב. די קאמענטס זענען פאזיטיוו דאס מאל חאטש איך זעה איינער שרייבט מען האט אויסגעמעקט זיין שאלה ווי די פרויען זענען ביי די לוויה, וואס זאגט אז דער ניוס גיבט דא אכטונג די נאציס זאלן נישט שטעלן קאממענטס אין אזא סענסיטיווע טעמע.

שרייבער » דינסטאג מערץ 5, 2013 10:34 am

· #93089
א בריוו וואס נחמן ע"ה האט געשריבן לפני יום חופתו פאר זיינע עלטערן


<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=19484&start=350">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... &start=350</a>

לעמיל » דינסטאג מערץ 5, 2013 10:36 am

· #93093
שרייבער
א בריוו וואס נחמן ע"ה האט געשריבן לפני יום חופתו פאר זיינע עלטערן

<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=19484&start=350">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... &start=350</a>

נוי יארק האט שוין געפענט א אשכול דערוועגען

שרייבער » דינסטאג מערץ 5, 2013 10:38 am

· #93097
יא, יעצט געזען, אנטשולדיגט

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 5, 2013 11:09 am

· #93108
איך הער אז גאב"ד מאנסי הרב האלבערשטאם איז געזעצן א גאנצע נאכט מוצש"ק אינעם הויז פון הרב גלויבער, לעודד ולחזק.
זייער שיין, כה לחי!

ועיי' מה שכתבתי באשכול אחר.

קאך_לעפל » דינסטאג מערץ 5, 2013 11:38 am

· #93125
שמעקעדיג
איך הער אז גאב"ד מאנסי הרב האלבערשטאם איז געזעצן א גאנצע נאכט מוצש"ק אינעם הויז פון הרב גלויבער, לעודד ולחזק.
זייער שיין, כה לחי!

ועיי' מה שכתבתי באשכול אחר.


הרב שמעקעדיק:

די צייכענטס צו, צו אנדערע אשכול וואס דארט ביזטו מסביר די קוואלעפעקאציעס וואס מען דארף האבן צו זיין א רבי, און לויט דיין מיינונג האט גאב''ד הרב האלבערשטאם שליט''א די רבישע שטריכען, צילוב זיינע מידות און ג''ח וואס ער טיט,

כיהודה ועוד לקרא:

איך געדענק נאך ווען זיין שוואגער האט בר מצווה געמאכט זיין ערשטע אייניקל, א טאג נאך שבת שיבה, שנת תשס'ב, און די זאלן פון קאנקארד פלאזא, איז דער גאב''ד רב האלבערשטאם שליט''א אנגעקימען נאך דער בר מצוה, און דער שוואגער וואס איז דעמאלס דירוך געגאנגען א שווערע תקיפה, האט אים א פרעג געטאן, איצט קימט מען? האט דער גאב''ד רב האלבערשטאם שליט''א גענפערט מיט זיין באבווער חן, און זיין ענווה, און מידות, " איך האב נישט געקענט טרעפן קיין בעבי סיטער" עכ''ל

וואו נאך טרעפט אזא בעל מידות, אזא פארזענליכקייט וואו דער רב האלבערשטאם?

ער קען דאך ווען זאגן א רבניש תירוץ, וואו ער האט געהאט א שווערע שאילה, אדער א קאמפלעצירטע ד''ת אד''ג?
ניין! ער זאגט דעם " ריינעם אמת" " איך האב נישט געקענט טרעפן קיין בעבי סיטער"

אשרינו אז ביי יודן איז נאך דא אזעלעכע ערליכע אמת'ע רבנים וואו דער גאב''ד הרב האלבערשטאם שליט''א

שעפטל » דינסטאג מערץ 5, 2013 11:49 am

· #93133
ריפארט: ברעיקינג! דער דרייווער פונעם בי עם דאבעליו הולויא אסאוועידאו איז ארעסטירט!

שעפטל » דינסטאג מערץ 5, 2013 11:53 am

· #93136
אפדעיט: די פאליציי האט אים אויפגעפיקט אויף עווערגרין עוו. אין ברוקלין

*

געוויסע זאגן ס'איז נישט אמת... (ווי ריפארט יו דיסייד...)

יאסעלע וואסער טרעגער » דינסטאג מערץ 5, 2013 11:59 am

· #93143
מורינו הרב איז דא 11:59
והמבין יבין...

שעפטל » דינסטאג מערץ 5, 2013 12:19 pm

· #93150

ניו יארק » דינסטאג מערץ 5, 2013 12:23 pm

· #93153
מן הסתם קראנט
📎 IMG-20130305-WA0009.jpg

יואליש » דינסטאג מערץ 5, 2013 12:35 pm

· #93156
די אייגענטימעריו פון די בי עם דאבעליו איז ארעסטירט געווארן זונטאג צופרי פאר אינשורענס פראוד. לויט ווי איך הער אויף עללעון פיקס ניוז באשטייט די פראוד פון בארגן איר קאר פאר איימיצען וואס איז נישט אויף די פאליסי. כ'פארשטיי אז די פאליציי האט געזיכט דאס מינדעסטע חטא כדי איר צו קענען אויספארשן. אבער איז טאקע בארגן א קאר א טעכנישע ווייאלעישאן פון די אינשורענס פאליסי?

אוהב ספרים » דינסטאג מערץ 5, 2013 12:36 pm

· #93157
וואס איז נייעס האט אראפגענומען די ריפארט

יעצט שרייבען זיי אז עס איז נישט אמת, ער איז לעת עתה נישט ארעסטירט

בן תמליון » דינסטאג מערץ 5, 2013 12:42 pm

· #93161
Oren Yaniv ‏@OrenNYDN
You know how I know reports on Acevedo's arrest were bogus? I was on the phone with him after he was supposedly busted

שעפטל » דינסטאג מערץ 5, 2013 12:44 pm

· #93162
שעפטל

זיי אפדעיטן....
An NYPD spokesman denied Tuesday afternoon that they had anyone in custody.

בן תמליון » דינסטאג מערץ 5, 2013 12:45 pm

· #93164
<a class="postlink" href="http://www.nydailynews.com/new-york/driver-julio-acevedo-talks-death-crash-article-1.1279817">http://www.nydailynews.com/new-york/dri ... -1.1279817</a>

אין קורצן ער זאגט ער וועט זיך איבערגעבן ווען ער האט א לויער. ער זאגט מען האט געשאסן אויף איהם ווען ער האט אריינגעשמיסן אין נחמי & רייזי און ער איז אוועק פון די סצענע ווייל ער איז געווען דערשראקן פון די קוילן.

איך גלייב נישט ממש וואס ער זאגט.

יואליש » דינסטאג מערץ 5, 2013 12:55 pm

· #93166
בן תמליון
http://www.nydailynews.com/new-york/driver-julio-acevedo-talks-death-crash-article-1.1279817

אין קורצן ער זאגט ער וועט זיך איבערגעבן ווען ער האט א לויער. ער זאגט מען האט געשאסן אויף איהם ווען ער האט אריינגעשמיסן אין נחמי & רייזי און ער איז אוועק פון די סצענע ווייל ער איז געווען דערשראקן פון די קוילן.

איך גלייב נישט ממש וואס ער זאגט.


מעגליך אז די גאנצע מעשה אז איר איז אנטלויפן םון א שונא איז געבאקן פריש לכבוד פסח דורך זיין לויער צו פארענטפערן די ספידן און דאס אנטלויפן פונעם סצענע.

בן תמליון » דינסטאג מערץ 5, 2013 12:56 pm

· #93167
Oren Yaniv ‏@OrenNYDN
Another giveaway that Acevedo's arrest at his work was bogus: he's unemployed.

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 5, 2013 1:05 pm

· #93173
בן תמליון
ער זאגט מען האט געשאסן אויף איהם ווען ער האט אריינגעשמיסן אין נחמי & רייזי און ער איז אוועק פון די סצענע ווייל ער איז געווען דערשראקן פון די קוילן.

אינטרעסאנט אז פון אלע פארבייגייער האט מען נישט געהערט קיין רמז קל פון קוילן...

שעפטל » דינסטאג מערץ 5, 2013 1:12 pm

· #93177
בכלל נישט אינטערסאנט...

קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 5, 2013 1:28 pm

· #93184
יאסעלע וואסער טרעגער
קאווע טרינקער
זר זהב
איך האב געהערט אז מארגן גייען ביידע פעמיליס זיצן צוזאמען, משפחת גלויבער קומט אויף וויליאמסבורג.

מסתמא כדי להקל על כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, למנוע טילטולא דאורחא דגברא רבה.

ניין נישט וועגן דעם עס האט מיט קיין רבי׳ס גארנישט עס איז אז ביידע עלטערן זאלן קענען באוויינען זייערע קינדער און זייער שרעקליכע פארלוסט ציזאמען...
די פלאץ דא פארשעמט די זכרון פון נחמי און רייזי.
עטץ קענץ יעצט אלע חוזק מאכן פון מיר, אבער דער אמת וועט דאס נישט מרחק זיין...

דו האלסט טאקע איך בין מזלזל אין די משפחה'ס צער? גאנץ מוצאי שבת האט איך זיך געוואלגערט אין בעט. ניטמאל קיין לייקס האב איך נישט געקענט געבען פאר די באריכטען. יאסעלע, דו קענסט מיך נישט, איך וויין ביטערלעך ווען א איד איז בצער.
אבער ווען עפעס שמעקט פון עבו"ז, בין איך ווי די רבי לגבי ציונות.
אלץ א משפחה מיטגעליד וואלט איך אפשר דיך מציע געווען צו מארגן זיין אן אסיפת התעוררות אין גאר א גרויסע פלאץ, ווי ס'זאל אויפטרעטען א מהרז"ל דיין, א מהר"א דיין, און א צאנזע דיין, און אפשר אפילו א בעלזא רעדנער.
אויב דו ערלעדיגסט דאס דאן וועל איך דיר רעספעקטן לאין שיעור.

יאסעלע וואסער טרעגער » דינסטאג מערץ 5, 2013 2:03 pm

· #93206
עס האט מיט ר' זלמן לייב אדער מיט ר' אהרן גארנישט.
מיר אידן גלייבן אז נסתרים דרכי השם.
און דער אייבערשטער ווייסט וואס ער טוט אפי' מיר זעהן נישט די טובה.
אבער אריינצומישן פאליטיק אין אזא טראגעדיע איז נישט שיין.

צו זאגן אז א צובראכענע טאטע פארט אין שטאט זיצן כדי אז א רבי זאל אים קענען באזוכן איז שטותים!
ער פארט ווייל ער מיט זיין מחותן זאלן קענען צוזאמען באוויינען זייער חורבן צוזאמען...

קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 5, 2013 2:25 pm

· #93217
דו ווייסט דאך דער אמת, ביסט פון די משפחה.
איך האב סתם מעלה געווען אן השערה, חסידים און משבקי"ם זענען עלול אויף אלעם.
אם טעותי, טעותי.
ויה"ר שיקויים ושאבתם מים בששון.

בן תמליון » דינסטאג מערץ 5, 2013 2:31 pm

· #93221
אסעוועדא רעדט צו א רעפארטער פון ABC ווי עס שיינט ענזשויט ער זיין אטענשאן און ספאט אין די זון און איו די זעלבע צייט מאכט צו שפאט די NYPD.

<a class="postlink" href="http://abclocal.go.com/wabc/video?id=9016503&pid=9016026">http://abclocal.go.com/wabc/video?id=90 ... id=9016026</a>

בעל הבית » דינסטאג מערץ 5, 2013 3:11 pm

· #93241
ער זעהט גראדע אויס ענדליך צו רבי מאטל סלאנימער.


סארי, אפשר די צוגלייך ברענגט דיר טשילס, אבער וואסארא טפשות איז דאס? אפשאצן א מענטש לויט זיין פימפעלס.

מען דארף אים מחרים זיין ער רעדט ווי א פאלנער באם

ברסלבער » דינסטאג מערץ 5, 2013 3:22 pm

· #93247
שלום עליכם הרב בעל הבית.
דארפסט עפענען א באזונדערע אשכול פאר חרמות.
איך ווייס נאר נישט אויב אויפ'ן קאווע שטיבל?

מאראנצןזאפט » דינסטאג מערץ 5, 2013 3:23 pm

· #93248
קופערניקעס פארוואס זצ"ל? ער לעבט אויף אלע באקן!

בעל הבית » דינסטאג מערץ 5, 2013 3:36 pm

· #93258
בראסלבער די ביסט מיך זייער נישט שייו מקבל פנים ווען מען שרייבט אנדרזש ווי ראבותנו זצ'ל האבן אונז גלערנט קומט א קליינע חרמ"ל

בעל הבית » דינסטאג מערץ 5, 2013 3:40 pm

· #93264
הודעהדורך קופערניקוס » דינסטאג מערץ 05, 2013 3:30 pm
גראדע איז דער דרייווער א געמיינער יונג און א לאנגיעריגער פארברעכער, אבער מיר
האט נישט געשמעקט ווען איינער פסקנט אויף איינעמס מיאוסע פנים, דאס איז זייער נישט קיין אידישע מדה

קופערניקוס האט שון סימנו חרטה

ברסלבער » דינסטאג מערץ 5, 2013 3:48 pm

· #93274
בעל הבית
בראסלבער די ביסט מיך זייער נישט שייו מקבל פנים ווען מען שרייבט אנדרזש ווי ראבותנו זצ'ל האבן אונז גלערנט קומט א קליינע חרמ"ל

איימעסארי. עס האט מיר נאר געבאדערט דעם חרם, פאר א חרם דארף מען האבן א געהעריגן בית דין און דן זיין בכובד ראש.

ברוך הבא, מאכט אייך היימיש און באקוועם, איר וועט נאך אסאך הנאה האבן דא אויפ'ן שטיבל.

בעל הבית » דינסטאג מערץ 5, 2013 3:51 pm

· #93279
קופערניקוס חוזק מאכן פין א ספעללינג איז נישט קיין מהלך . מיין ספעשלטי איז נישט שרייבין איך האב ב"ה אנדרע שיינע מעלות איו כשרונות אי אפשר לפרטם כי .........

שעפטל » דינסטאג מערץ 5, 2013 3:53 pm

· #93280
אבער דער עולם ספיד געהעריג ווייטער
<a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/125576/2013/03/05/willliamsburg-ny-despite-deadly-crash-speeding-continues-on-kent-avenue">http://www.vosizneias.com/125576/2013/0 ... ent-avenue</a>

שעפטל » דינסטאג מערץ 5, 2013 4:03 pm

· #93287
גראדע נישט....
(און הער אויף מיט דיין גילו פראסעס...)

שעפטל » דינסטאג מערץ 5, 2013 4:06 pm

· #93291
נע, ס'איז א פארדרייטע בילד משום סיבות שונות

בעל הבית » דינסטאג מערץ 5, 2013 4:13 pm

· #93302
ך » דינסטאג מערץ 05, 2013 4:09 pm קופערניקוס די ביסט זייער ווילד די נעמסט דוך צו שטארק אן פאר דעם פאטריקאע גוי . ביסטו אפשר א משפחה זיינע ?

שעפטל » דינסטאג מערץ 5, 2013 5:21 pm

· #93355
[ציטאט אראפגענומען]

ולא זכיתי להבין

בעל הבית » דינסטאג מערץ 5, 2013 5:26 pm

· #93360
שעפסיל די ביסט א שוואכע קאפ .? אז קופערניקוס שרייבט פרעגט מען נישט אריין אר איז פין די חכמי מלאכת הקאווע שטיבל

שעפטל » דינסטאג מערץ 5, 2013 5:38 pm

· #93367
סארי מר. נייער בעל הבית, שלום עליכם און צאתכם לשלום. כ'גלייך נישט אזעלכע ווי דיר, אפילו דו האלסט ביזסט גערעכט נעם נישט א אינווידיאלע מעמבער און אטאקיר אים טריט און שריט. און וויש דיך נישט אריין אין מיר

צוריק צום ענין ביטע!

יאסעלע וואסער טרעגער » דינסטאג מערץ 5, 2013 5:49 pm

· #93372
יעדער דא אלע חכמים און נבונים זענען ביזי אז די רבנים זאלן שלום מאכן צווישן זיך און דעמאלטס וועט שוין נישט זיין קיין טראגעדיעס.
אבער תוך כדי דיבור רייסט מען זיך ארום דא ביי די קעפ איינער מיטן אנדערן אז עס איז א שרעק.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9