☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » יונג פארפאלק אומגעקומען אין שרעקליכע וויליאמסבורג טראגעדיע

יונג פארפאלק אומגעקומען אין שרעקליכע וויליאמסבורג טראגעדיע

406 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3090
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9

מיין מיינונג » זונטאג מערץ 3, 2013 4:56 pm

· #92268
וואו האלט די לווי'? שוין אנגעקומען קיין מאנסי?

boxcover » זונטאג מערץ 3, 2013 4:56 pm

· #92269
די NYPD האט א מעגליכע סאספעקט אין די 90'סטע פרינסינקט.

קרעקער » זונטאג מערץ 3, 2013 4:57 pm

· #92270
אויב די ברודערס האלטען זיך ווייטער ביים פייטען דאן לאמיר עטליסט דא שלום מאכען
איך בין דע ערשטער
איך בין גרייט צאמצוקושען יעדע ארוני און זאלוני אין פנים אריין מיטען גרעסטען מאס ליבשאפט

ברסלבער » זונטאג מערץ 3, 2013 5:01 pm

· #92272
קאווע טרינקער
אגב אויף בעדפארד און סאוט 9 און אויף דריגס, זאל מען שוין לייגען א טרעפיק לייט, אבער שוין!)

אויב דו ווילסט טאקע אז מען זאל לייגן, מאך א קאמפיין אז דער עולם זאל אריינקאלן 311 מיט א קאמפלעין, זיי האבן א געוויסע סכום פון קאמפלעינ'ס, וואס ווען עס ריטשט דעם נאמבער נעמען זיי עס ערנסט און זיי לייגן א לייט, מען האט עס שוין געטוהן דארט אין די געגנט ביי אנדערע אינטערסעקשאנ'ס.

boxcover » זונטאג מערץ 3, 2013 5:02 pm

· #92275
קרעקער
אויב די ברודערס האלטען זיך ווייטער ביים פייטען דאן לאמיר עטליסט דא שלום מאכען
איך בין דע ערשטער
איך בין גרייט צאמצוקושען יעדע ארוני און זאלוני אין פנים אריין מיטען גרעסטען מאס ליבשאפט

ברסלבער » זונטאג מערץ 3, 2013 5:03 pm

· #92276
דו זאגסט גוט, אבער פארוואס שרייסטו אזוי הויך?

גאלד » זונטאג מערץ 3, 2013 5:15 pm

· #92281
כאנישט צופיל אריינצורעדן וועגן דעם ענין פון שלום ווייל ליידער האביך שוין לאנג אויפגעגעבן, כ'בין געווען נאיוו נאך די שבועות שריפה אז ס'העט זיין עפעס א שנוי דערווייל ווי-וואס-ווען,

כעל נאר זאגן איין זאך אויב זאל מען ווען ארויסשטויסן אלע פירער וואס זיצן ביים רידער און די צוויי סאטמארע קהלות, בגדול היכל וקטן כלה, און מ'זאל אריין שטעלן רענדעם מענטשן, פשוטי המון ארימע מעמבערס פון ביידע קהלות, למשל אזא איינער ווי ר' יצחק זילבערשטיין אדער ר' יום טוב גלויבער, (איך רעד אפי' פאר די טראגעדיע), האב איך נישט קיין ספק בעולם אז ס'וואלט אין איין מינוט געווען שלום, איך טרייב לגמרי נישט איבער

בדחן » זונטאג מערץ 3, 2013 5:19 pm

· #92282
קען נישט זיין מער אבוויס און מאדענע, מען איז ביזי ווי אזוי יענער זאל זיך פארעכטען, יענער זאל נישט מאכען קיין מחלוקות, יענער זאל נישט פייטען, מען איז גרייט שלום צו מאכען מיט יענעם,

קוק אריין ביי דיר און שיסל, איך קוק אריין ביי מיר, און טרעף ביי זיך וואס צו פארעכטען, זיי נישט ביזי מיט יענעם,
זאל יענער טיען דאס ארגעסטע איז אויך נישט דיין געשעפט, מען דארפן האבן א הארץ פון א נישט איד צו קענענן אריינמישען דא סאטמערע מחלוקות,

מען דארפן האבן א הארץ פון א נישט איד צו זאגען שלום עלי נפשי, און אז זיי זאלן שלום מאכען, עס איז א צווייטענעס פראבלעם,

טיפוש.. וווי קימט דא אריין סאטמער מחלוקות.. דיין אייגען ייצר הרע האסטעשוין באזיגט...?
אז דו גלייבסט בכלל נישט בשכר ועונש רעדט בכלל נישט אריין... און אויב די גלייבסט יא בשכר ועונש.. ווי קימט דא אריין יענעם'ס פראבלעמען?? די אייגענע יצר הרע שוין באזיגט???

זר זהב » זונטאג מערץ 3, 2013 5:21 pm

· #92284
וואס מיינט א שלום דא ? זאג א סינעריא, איך פארשטיי עס בכלל נישט. (אפשר אין אנדער אשכול)

יידל » זונטאג מערץ 3, 2013 5:22 pm

· #92286
בדחן, מען דארף האבן א הארץ פון א נישט איד אריינצומישן דא 'סאטמארע מחלוקת'? אדער א צווייטנס עבירות בכלל?

בדחן » זונטאג מערץ 3, 2013 5:27 pm

· #92289
יידל
בדחן, מען דארף האבן א הארץ פון א נישט איד אריינצומישן דא 'סאטמארע מחלוקת'? אדער א צווייטנס עבירות בכלל?

anything נאר רעדן פון סאטמערע מחלוקות ווייזט אויף א עקסטערע מאס טיפשות....
איך קוק ביי מיר, די קוק ביי דיר, און זאל יעדער קוקען ביי זיך, אבער זיך עפעס מקבל זיין..

יידל » זונטאג מערץ 3, 2013 5:29 pm

· #92292
פארוואס? וואס איז מיין אינטערנעט ווייניגער טפשות ווי דיין לשון הרע?

ברסלבער » זונטאג מערץ 3, 2013 5:29 pm

· #92293
אינטערנעט איז א פראבלעם, הכל מודים, און עס איז נאך אסאך פראבלעמען צו פארעכטן יעדער ביי זיך, אבער דאס מיינט נאכנישט אז מחלוקת ווערט אויס פראבלעם.
"שלום" מיינט נישט אז יעדער דארף האלטן די זעלבע, און יעדער דארף דאווענען אין איין בית המדרש, שלום מיינט אז יעדער זאל האלטן וואס ער וויל און דאווענען ווי ער וויל און גיין צו וועלכע רבי אים שמעקט, אבער זיך נישט קריגן מיט איינעם וואס האלט אנדערש און דאווענט אינעם ברודער'ס בית המדרש.

בדחן » זונטאג מערץ 3, 2013 5:30 pm

· #92294
יידל
פארוואס? וואס איז מיין אינטערנעט ווייניגער טפשות ווי דיין לשון הרע?
איך האב נישט קיין השגה וואס די ווילסט

זר זהב » זונטאג מערץ 3, 2013 5:33 pm

· #92296
גראדע דער אבי הנפטרת איז אפשר א סימבאל דערויף. א וואוילער סאטמאר איד, א ת"ח, פון די מתפללי ביהמ"ד שערי תורה (טאטנ'ס שול דאכט זיך) באלאנגט מער צו מהרז"ל (אויב עפעס) און ער האט א טעגליכע שיעור מיט זיין חברותא א מהר"א חסיד אין 13 הופער.

ממרום שלח אש » זונטאג מערץ 3, 2013 5:40 pm

· #92297
ברסלבער זיסער, איך האב אנטוישענדע נייעס פאר דיר, קיינעם אינטערעסירט נישט ווי דער צווייטער דאווענט.

סאו ניין, האסט נישט קייו אדווענטעזש מיטן זיין א ברסלבער.

מען האט ליב צו דיסקוסירן די פאליטיק (מחלוקה אויב דו ווילסט) אבער דעטס איט.

גוטע פינטעלך » זונטאג מערץ 3, 2013 5:42 pm

· #92299
מתוך הדברים שאמר האב ר' יצחק זילבערשטיין :

"זיי האבען זיך אזוי מכבד געווען איינער דעם צווייטען נחמן האב זיך אייביג געזארגט וואס רייזי מאכט".

"זיי זענען געווען ארומגענומען מיט אזא ליבשאפט".

"איך האב לעצטנס געהאט זייער שווערע צייטען און פרנסה רייזל ע"ה האט מיך ארומגענומען, און געזאגט 'טאטי וואס איז מיט דיין אמונה, וואס איז מיט דיין בטחון וואס די האסט אונז אזוי שטארק געלערנט'.

אוי די ווערטער ציפען מען ווערט ארומגענומען מיט ציטער פון רחמנות.

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 3, 2013 5:42 pm

· #92300
בדחן טייערער, קיינער זאגט נישט "שלום עלי נפשי", אבער אויב רעדט מען פון א כלליות'דיגע עבירה - וואס די שטראף דערויף איז א כלליות'דיגער עונש - איז נישטא מער אויף וואס אנצוווייזן ווי די מחלוקת היינטיגע צייטן. לאו דוקא סאטמאר, נאר אלע חסידות.
אודאי דארף יעדער זיך פארנעמען ביי זיך אליינס עפעס, אבער ביי יעדע טראגעדיע האט מען פרובירט צוצוטרעפן "בשל מי הרעה הזאת", וואס קען מען מתקן זיין אז דער עונש זאך נישט פאסירן נאכאמאל. ופשוט הוא.

זר זהב » זונטאג מערץ 3, 2013 5:44 pm

· #92301
יא אבער ווי די מחלוקת עקספערטן גיבן איבער - שוין יארן וואס איך הער עס פון די מבינים - איז די סאטמארע מחלוקה א וויץ אקעגן די שנאה וואס טוט זיך אפ ביי די אנדערע חסידישע קריגערייען ווי למשל אין באבוב. אין סאטמאר טענהן יענע איז עס מער ספארטס ווי האס.

boxcover » זונטאג מערץ 3, 2013 5:45 pm

· #92302
יידל
פארוואס? וואס איז מיין אינטערנעט ווייניגער טפשות ווי דיין לשון הרע?

בין אדם לחבירו?

ברסלבער » זונטאג מערץ 3, 2013 5:47 pm

· #92303
ממרום שלח אש
ברסלבער זיסער, איך האב אנטוישענדע נייעס פאר דיר, קיינעם אינטערעסירט נישט ווי דער צווייטער דאווענט.

ווען די נייעס וואלט געווען אמת, וואלט עס בכלל נישט געוען אנטוישנד, איך בין אנטוישט אז עס איז נאך דערווייל נישטא די נייעס ביי א גרויסע פארצענט פונעם עולם.
און איך מיין בכלל נישט סאטמאר און נישט באבוב, יעדע חסידות און קרעמל האט זיך זייערע מחלוקת ומשוגעת'ן, און אז עס קומט אזא ביטערע נייעס מעג מען נעמען א מוסר השכל און זיך אביסל עפענען די אויגן, און זיך אויסלופטערן מיט בעסערע זאכן ווי מיט די נארישע פאליטיק.

ממרום שלח אש » זונטאג מערץ 3, 2013 5:50 pm

· #92304
(כוועל איבערלייגן א הוספה צו א פריערדיגע תגובה ווייל כאב עס מוסיף געווען לאחר ההדפסה)

אז איך רעדט שוין יא, לדעתי איז שלום היבש אווערעטעד! וואס איז שלעכט אז צווי פארטייען האבן מיינונגס דיפרענצן? דאס הייסט איו אמעריקע "פאליטיק" ס'דא מענטשן וואס גלייכן עס און ס'איז דא וואס נישט.

פאליטיק איז נישט שלעכט לכשעצמו. (חוץ אויב דו האסט א פראבלעם אז עס בגימטריא עמלק)

אז מען טוט א עולה, איז עס א עולה פאר זיך, אבער בכלליות הייסט עס נישט קיין מחלוקת, און גלייבטס מיר גאט גייט נישט אן צו סאטמאר אזער סיי וועלכע אנדערע קהלה איז צוטיילט אדער גאנץ.

לדעתי אז נישט קיין ספק אז אפילו אויב אלע קהלות בעטן זיך איבער, אין די אלע סופערפישל מחלוקת ווערן אויס, גייט משיח נישט קומען (אלץ דעם אויס)!

און די וואס רופן עס אן טינופות זענען קינדערליך, נישט יעדע זאך וואס אינטערעסירט דיר אדער האסט נישט ליב איז טינופות!

פערסאנעלי כהיום אינטערעסירט מיר נישט די אלע זאכן, אמאל יא. ובכן? איך פארשטיי אבער די וואס עס פאראינטערעסירט זיי, פונקט ווי איך פארשטיי וועם עס אינטערעסירט אמעריקנער פאליטיק, אדער ספארטס, אדער טשיילד מאלעסטעשן אקטיוויזם, כאטש די אלע זאכן אינטערעסירן מיר אויך נישט.

עס ווערט נאכנישט קיין טינופות, און עס מאכט דיר נישט גרעסער ווען דו זאגסט עס.

ווי אויך איז נישט קיין לשון הרע צו שמועסן זאכן וואס יעדער ווייסט.

איחוד פעלד » זונטאג מערץ 3, 2013 5:59 pm

· #92305

כיהודה ועוד לקרא מוז איך זאגען אז די רעדסט דברים של טעם.

מחלוקת איז גוט פאר די עקאנאמיע אויך.

עס קען נישט זיין אז טיילונגען זענען שלעכט, ווען יא וואלטען עס די ראשי העדה קיינמאל נישט געטוהן.

בכלל זייט ווען דארף מען עפעס זיין אלעס אונטער איין מנהיג??

ווען אלע חסידות'ן זייט דער בעל שם טוב וואלטען נישט געווארען, נאר עס וואלט געגאנגען צו זיין זוהן, און זיין זוהן און אזוי ווייטער, ווער ווייסט ווער דער רבי וואלט געוועהן, און אלע חסידים וואלטען געוועהן נאר זיינע חסידים.

וואס יא, פארוואס אבער שלאגט מען זיך? פארוואס בארעדט מען איינער דער צווייטער? אפילו אידן יראים ושלימים וואס אויף איינער וואס איז נישט פין די אנדערע צד וואלטען זיי קיינמאל נישט געפענט דאס מויל ווייל עס איז ניבול פה לשון הרע וכו', ווען יענער איז אבער אויף די אנדערע זייט איז אלעס מותר.

ווערט רעדט נאך פין די רבי אליין, אויף אים איז דאך א מצוה חוזק צו מאכען, מען רופט מיט צונעמען און צוזאמען מיט דעם אלע גרויסע קנאקערס בארעדט מען מיט די ערגסטע עבירות וואס זענען אדער יא אדער נישט אמת.

דער חלק איז ליידער ליידער גאר שלעכט און דארף א גרויסע תיקון..

אפילו ביי די גרויסע וו"מ סומאטאכע, האט מיר אן ארוני געזאגט אז בעצם גייט אים נישט אהן די מעשה ווייל עס איז א זאלי פראבלעם וכו'. שומו שמים וויאזוי אידען וואגען זיך צו רעדען.

בדחן » זונטאג מערץ 3, 2013 6:00 pm

· #92306
והמבין יבין {איך פארשטיי נישט דיין תגובה}

יידל » זונטאג מערץ 3, 2013 6:06 pm

· #92308
boxcover
יידל
פארוואס? וואס איז מיין אינטערנעט ווייניגער טפשות ווי דיין לשון הרע?

בין אדם לחבירו?

איז דאך צו רעדן דערפון מער טפשות, נישט ווייניגער.

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 3, 2013 6:07 pm

· #92309
ממרום שלח אש
אז מען טוט א עולה, איז עס א עולה פאר זיך, אבער בכלליות הייסט עס נישט קיין מחלוקת, און גלייבטס מיר גאט גייט נישט אן צו סאטמאר אדער סיי וועלכע אנדערע קהלה איז צוטיילט אדער גאנץ.

לדעתי אז נישט קיין ספק אז אפילו אויב אלע קהלות בעטן זיך איבער, אין די אלע סופערפישל מחלוקת ווערן אויס, גייט משיח נישט קומען (אלץ דעם אויס)!

איך LOVE צו רעדן צו מענטשן וואס ווייסן פונקטליך וואס גאט וויל, און וואס עס גייט אים אן, אדרבה! איך וויל הערן נאך, לאו בכל יומא מתרחיש זיך צו באגעגענען מיט מענטשן וואס ווייסן גענוי וואס גאט גייט אן אדער נישט.
און לגבי וואס דו זאגסט אז אפילו מען בעהט זיך איבער קומט נישט משיח, וויל איך א מקור, ווייל מיר האט מען אויפגעצויגן מפי ספרים וסופרים אז צוליב שנאת חנם איז חרוב געווארן דער ביהמ"ק, און דאס האלט אפ די גאולה.
איך וועל צולייגן צו מיינע ווערטער, אז לאו דווקא חסידות, נאר יעדע סארט מחלוקת.

זר זהב » זונטאג מערץ 3, 2013 6:07 pm

· #92310
אינטערנעט אינוואלווד עפי"ר בין אדם לחבירו אויך (לאשתו...)

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 3, 2013 6:09 pm

· #92311
איך הער אז די לויה אין מאנסי איז אויך געווען הארצרייסענד. נישט געווען קיין טרוקן אויג.

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 3, 2013 6:11 pm

· #92313
פון אייוועלט:

דאס איז דער טאטע פונעם נפטר ז"ל ביי די לוויה.
📎 IMG-20130303-WA021.jpg

boxcover » זונטאג מערץ 3, 2013 6:17 pm

· #92315
זר זהב
אינטערנעט אינוואלווד עפי"ר בין אדם לחבירו אויך (לאשתו...)

ע"פ דרך זה קען מען אריינלייגען גאנץ בין אדם למקום (עי' ערך שיעור בלימוד התורה ועוד)

יואליש » זונטאג מערץ 3, 2013 6:22 pm

· #92317
מיין מיינונג
מ'האט געזוכט א וואוילען בחור מ'האט געטראפן א בחור פון "ר' משה מנחם".

דרך אגב, ר' משה מנחם הייסט אויך נאך זיין פאטער משה מנחם.

קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 3, 2013 6:23 pm

· #92318
ווייס.

יואליש » זונטאג מערץ 3, 2013 6:25 pm

· #92320
ברסלבער

רבי נחמן טוט זאגן
דער באשעפער וואס מיר פארמאגן
די זעלבע שכל ווי אונז טוט נישט טראגן

ווען יא, זענען מיר דאך אויפ'ן זעלבן וואגן

זיין פארשטאנד איז פון אונז העכער
ער פארשטייט בעסער, דאס איז זעכער
אונזער שכל האט לעכער
די גאנצע בילד האט פאר זיך-ער

....

אויב מיר וועלן בעסער ווערן
ווער דער באשעפער עס דערהערן
ער וויל דאך נאר אונז גוט'ס טוהן גערן
און אזוינע שוידערליכע מעשיות וועט מען מער נישט הערן

רישא וסיפא נראין כסותרין. ביסטו יא יודע דעת עליון צו נישט?

יואליש » זונטאג מערץ 3, 2013 6:27 pm

· #92321
קאווע טרינקער
ווייס.

דו זאגט ער האט נישט געלערענט ביי משה מנחם פון מאנטריאל, אדער אז זיין עכטע נאמען איז ווייס?

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 3, 2013 6:31 pm

· #92323
א בעסערע בילד פון די לוויה אין מאנסי (פון: VIN)
📎 Expectant-Parents-Kil_sham-3.jpg

ברסלבער » זונטאג מערץ 3, 2013 6:36 pm

· #92324
יואליש
רישא וסיפא נראין כסותרין. ביסטו יא יודע דעת עליון צו נישט?

נישט ממש א יודע, אבער איך קען זיך פרובירן פארצושטעלן.

וליתר ביאור, איך פארשטיי נישט פונקטליך פארוואס עס איז געשעהן צו דעם יונגערמאן און אויף אזא טראגישן אופן, און איך גלייב אז דער אייבערשטער פארשטייט בעסער פון מיר, וזה תהלתו, אבער איך שטעל זיך פאר אז אויב איך האב געהערט די מעשה וויל דער אייבערשטער מיר אויפוועקן לתיקון מעשי.

באס דרייווער » זונטאג מערץ 3, 2013 6:46 pm

· #92326
ר' יוליש מען דארף נישט זיין קיין יודע דעת עליון צי וויסען אז מען זינדיקט נישט שטראפט מען נישט
דע גאנצע תורה נבאים כתובים זענען ביזי מיט דיעם אז פירט זיך אויף גיט איז גיט, אויב ח"ו פארקערט איז......

זר זהב » זונטאג מערץ 3, 2013 6:57 pm

· #92329
א וואך צוריק אין ווילי, מאבילס מיט מוזיק פארשטעלט, שיכורים מ'טאנצט און מ'שפרינגט. איין וואך שפעטער אין ווילי, טישע באב

ברסלבער » זונטאג מערץ 3, 2013 7:06 pm

· #92333
ברסלבער

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/92061">viewtopic.php?f=3&t=3090&p=92061#p92061</a><!-- l -->
רבי נחמן טוט זאגן
דער באשעפער וואס מיר פארמאגן
די זעלבע שכל ווי אונז טוט נישט טראגן
ווען יא, זענען מיר דאך אויפ'ן זעלבן וואגן

מקור - ליקוטי מוהר"ן תנינא, נ"ב.
וּבְעִנְיָן הַקֻּשְׁיוֹת שֶׁקָּשֶׁה עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַך מַרְגְּלָא בְּפֻמֵּהּ לוֹמַר אַדְּרַבָּא, כָּך רָאוּי לִהְיוֹת דַּיְקָא, שֶׁיִּהְיוּ קֻשְׁיוֹת עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַך וְכָך נָאֶה וְיָפֶה לוֹ יִתְבָּרַך לְפִי גְּדֻלָּתוֹ וְרוֹמְמוּתוֹ כִּי מֵעצֶם גְּדֻלָּתוֹ וְרוֹמְמוּתוֹ, שֶׁהוּא מְרוֹמָם מְאד מִדַּעְתֵּנוּ עַל כֵּן בְּוַדַּאי אִי אֶפְשָׁר שֶׁנָּבִין וְנַשִּׂיג בְּשִׂכְלֵנוּ הַנְהָגָתוֹ יִתְבָּרַך וְעַל כֵּן בְּהֶכְרֵחַ שֶׁיִּהְיוּ עָלָיו יִתְבָּרַך קֻשְׁיוֹת כִּי כָּך נָאֶה וְיָפֶה לְהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַך, שֶׁיִּהְיֶה מְרוֹמָם וְנִשָּׂא מִדַּעְתֵּנוּ שֶׁעַל יְדֵי זֶה קָשֶׁה הַקֻּשְׁיוֹת כַּנַּ"ל וְאִם הָיָה הַנְהָגָתוֹ כְּפִי חִיּוּב דַּעְתֵּנוּ אִם כֵּן הָיָה, חַס וְשָׁלוֹם, דַּעְתּוֹ כְּדַעְתֵּנוּ.

יואליש » זונטאג מערץ 3, 2013 7:14 pm

· #92339
שמעקעדיג
ממרום שלח אש
אז מען טוט א עולה, איז עס א עולה פאר זיך, אבער בכלליות הייסט עס נישט קיין מחלוקת, און גלייבטס מיר גאט גייט נישט אן צו סאטמאר אדער סיי וועלכע אנדערע קהלה איז צוטיילט אדער גאנץ.

לדעתי אז נישט קיין ספק אז אפילו אויב אלע קהלות בעטן זיך איבער, אין די אלע סופערפישל מחלוקת ווערן אויס, גייט משיח נישט קומען (אלץ דעם אויס)!

איך LOVE צו רעדן צו מענטשן וואס ווייסן פונקטליך וואס גאט וויל, און וואס עס גייט אים אן, אדרבה! איך וויל הערן נאך, לאו בכל יומא מתרחיש זיך צו באגעגענען מיט מענטשן וואס ווייסן גענוי וואס גאט גייט אן אדער נישט.
און לגבי וואס דו זאגסט אז אפילו מען בעהט זיך איבער קומט נישט משיח, וויל איך א מקור, ווייל מיר האט מען אויפגעצויגן מפי ספרים וסופרים אז צוליב שנאת חנם איז חרוב געווארן דער ביהמ"ק, און דאס האלט אפ די גאולה.
איך וועל צולייגן צו מיינע ווערטער, אז לאו דווקא חסידות, נאר יעדע סארט מחלוקת.

אקוראט אזוי, דער אייבישטער אליין האט נישט געגעבן קיין דירעקטע ענטפער פאר איוב, אבער דא וווייסט יעדער טאם, דיק און הערי פארוואס ווי און ווען.

היינט זאגט מיר א אינגערמאן אז א קינד גייט ווערן אויפגעצויגן אן די עכטע טאטע און מאמע איז א רמז פון הימעל קעגן דעם וואס ביי אונז ביי עניני בין איש לאשתו נעמען טאטעס אוועק קינדער פון מאמעס און פארקערט, מאמעס נעמען אוועק קינדער פון טאטעס (ווי שוין דערמאנט אין אנן אנדערע אשכול דורך קינות_גירושין). כ'האב איך געזאגט, ס'איז א ריזיגע עוולה און עבירה, אבער בהדי כבשי דרחמנא למה לך? די ליסט פון מעגליכע עוונות איז גרויס און ענדלאז, כ'פארשטיי אבער נישט וויאזוי איינער קען קלעימען צו יודע זיין דעת עליון, און נאכמער פארשטיי אים נישט וויאזוי מענטשן ניצן דאס עבירה אידעטיפיקאציע אלס א בארואיגונס מיטל.

שרייבער » זונטאג מערץ 3, 2013 7:16 pm

· #92341
ווי האט יענער געזאגט, בלעם איז געווען א יודע דעת עליון, וד"ל.

אלא מאי אז מען איז נישט יודע דעת עליון דארף מען זיך פארנעמען צו פארבעסערן די מעשים מיט אלעם, אויף יעדן טריט און שריט, והקב"ה יאמר לצרות ישראל די, ות'הא ש'נת ג'מר ע'ניינו

יואליש » זונטאג מערץ 3, 2013 7:17 pm

· #92342
ברסלבער
ברסלבער

<a class="postlink" href="/post/92061">http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 061#p92061</a>
רבי נחמן טוט זאגן
דער באשעפער וואס מיר פארמאגן
די זעלבע שכל ווי אונז טוט נישט טראגן
ווען יא, זענען מיר דאך אויפ'ן זעלבן וואגן

מקור - ליקוטי מוהר"ן תנינא, נ"ב.
וּבְעִנְיָן הַקֻּשְׁיוֹת שֶׁקָּשֶׁה עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַך מַרְגְּלָא בְּפֻמֵּהּ לוֹמַר אַדְּרַבָּא, כָּך רָאוּי לִהְיוֹת דַּיְקָא, שֶׁיִּהְיוּ קֻשְׁיוֹת עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַך וְכָך נָאֶה וְיָפֶה לוֹ יִתְבָּרַך לְפִי גְּדֻלָּתוֹ וְרוֹמְמוּתוֹ כִּי מֵעצֶם גְּדֻלָּתוֹ וְרוֹמְמוּתוֹ, שֶׁהוּא מְרוֹמָם מְאד מִדַּעְתֵּנוּ עַל כֵּן בְּוַדַּאי אִי אֶפְשָׁר שֶׁנָּבִין וְנַשִּׂיג בְּשִׂכְלֵנוּ הַנְהָגָתוֹ יִתְבָּרַך וְעַל כֵּן בְּהֶכְרֵחַ שֶׁיִּהְיוּ עָלָיו יִתְבָּרַך קֻשְׁיוֹת כִּי כָּך נָאֶה וְיָפֶה לְהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַך, שֶׁיִּהְיֶה מְרוֹמָם וְנִשָּׂא מִדַּעְתֵּנוּ שֶׁעַל יְדֵי זֶה קָשֶׁה הַקֻּשְׁיוֹת כַּנַּ"ל וְאִם הָיָה הַנְהָגָתוֹ כְּפִי חִיּוּב דַּעְתֵּנוּ אִם כֵּן הָיָה, חַס וְשָׁלוֹם, דַּעְתּוֹ כְּדַעְתֵּנוּ.

זיכער אזוי. כ'האב נאר געזאגט אז די וואס זענען אין די ביזנעס פון פאראויס זאגן וויאזוי מ'קען פארמיידן אזא טראגעדיגע טוהן אוטומאטיש דאס, זיי קלעימען זיי פארשטייען צו הנהגתו און ווייסן גענוי ווען געט ברענגט יא אדער נישט עקסידענטן. דאס הייסט חס ושלום דעתו כדעתנו.

יואליש » זונטאג מערץ 3, 2013 7:17 pm

· #92343
שרייבער
ווי האט יענער געזאגט, בלעם איז געווען א יודע דעת עליון, וד"ל.

אלא מאי אז מען איז נישט יודע דעת עליון דארף מען זיך פארנעמען צו פארבעסערן די מעשים מיט אלעם, אויף יעדן טריט און שריט, והקב"ה יאמר לצרות ישראל די, ות'הא ש'נת ג'מר ע'ניינו

דאס יא, און ס'וועט זיכער זיין לעילו נשמתם.

קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 3, 2013 7:23 pm

· #92346
דערמאנט מיך פון א שמועס, נאך די פטירה פון דער קלויזעבורגע ראש-הקהל.

יואלי: יא, מ'זעהט דעם יד ה', אלעס האט א חשבון
משה: דהיינו?
יואלי: ער דאך געווען פון די מייסדי ומתקני העירוב
משה: און דו האלסט אז דאס איז אן עונש מן השמים?
יואלי: א שאלה? דער אויבערשטער איז נישט מעניש בחינם
משה: נו, שוין 10 יאר זינט די התייסדות העירוב, פארוואס אזוי לאנג?
יואלי: מיר פארשטייען דען דרכי ה'?!

יואליש » זונטאג מערץ 3, 2013 9:02 pm

· #92380
די ניו יארק טיימס האט געפאוסט די נייעס אויף איר פעיסבוך פעידזש, באגלייט מיט א שווארץ בילד פונעם עולם ביי די לוי', צוויי שווארצע ארונות פאראלאל און סאטמאר רבי מיטן ברוינע טילעף און גרויע בארד ביים שטענדער.

די נייעס האלט שוין ביי דרייצן הונדערט לייקים, נאך דרייסיג מינוט, און אפאר הונדערט קאמענטס. אלע זענען זייער צובראכן און אסך געבן חיזוק, און אסך באווינדערן דאס בילד, אזש איימיצער שרייבט אז דאס קען געווינען א בילדער פארמעסט פונעם יאר. די ניו יארק טיימס אליין האט שפעטער קאמענטירט, געבענדיג דעם נאמען פונעם פאטאגראפער.
📎 Ucndih5oE6gOFUJ7vdXy02Y8agrylPtMTKAtA6tgZPIj6z8drLT0U2XihV4isB8TLwRDD-goZeKy9CzhiQWHaIO33a6mNHqptb6s8nmKhb91TKsGA7D1RzhBbK6hA3UEYfprmG0_.jpeg

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 3, 2013 9:13 pm

· #92388
קען מען אריינברענגען דאס בילד קלארער?

יואליש » זונטאג מערץ 3, 2013 9:17 pm

· #92391
שמעקעדיג
קען מען אריינברענגען דאס בילד קלארער?

אפשר וועט דאס העלפן

<a class="postlink" href="http://mobile.nytimes.com/image?a=1033617&f=22">http://mobile.nytimes.com/image?a=1033617&f=22</a>

יידל » זונטאג מערץ 3, 2013 9:18 pm

· #92393
📎 nyt.jpg

ממרום שלח אש » זונטאג מערץ 3, 2013 9:20 pm

· #92395
ווערד צו באמערקן אז די קאמענטארן אויפן טיימס זענען -ווי געווענליך- מער באזעסן, און ווייניגער העסליך ווי אויף אנדערע נייעס קוועלער.

יאיר » זונטאג מערץ 3, 2013 9:21 pm

· #92397
אויף אנדערע נייעס באריכטן זענען דא העסליכע קאמענטארן?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9