☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » בריוו פון נחמן גלויבער ע"ה צו זיינע עלטערן

בריוו פון נחמן גלויבער ע"ה צו זיינע עלטערן

70 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3116
בלאט: 1 2

ניו יארק » מאנטאג מערץ 4, 2013 11:41 pm

· #92940
בריוו פון נחמן גלויבער ע"ה צו זיינע עלטערן
איך האב גארנישט צוצולייגען חוץ אפאר הייסע טרערן.
📎 IMG-20130304-WA0019.jpg📎 IMG-20130304-WA0020.jpg
אויסגעשאסן האב איך ביי די זאץ "און אזוי מחנך זיין מיין שטוב, און מיינע קינדער"

מיין מיינונג » מאנטאג מערץ 4, 2013 11:44 pm

· #92942

דאס הארץ צורינט פאר רחמנות.

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 4, 2013 11:55 pm

· #92948
אויסגעשאסן האב איך ביי די זאץ: עטץ זאלטס האבן נחת פון מיר און די כלה ביז די 120.....
מוראדיג... שפראכלאז.

לעמאן דזשוס » מאנטאג מערץ 4, 2013 11:56 pm

· #92949
איך דארף האבן ענקערע תפלות, איך וועל מתפלל זיין פאר ענק!!!!!!!!

זר זהב » מאנטאג מערץ 4, 2013 11:58 pm

· #92952
און נאך א הערליכע שריפט צו אלע צרות!

חזקיהו המלך » דינסטאג מערץ 5, 2013 3:12 am

· #93024
אפגעטייפט אין געלייגט אויף JPG אין PDF ס'זאל זיין גרינגער צי ליינען,
📎 בריוו_נ-ג.jpg 📎 בריוו_נ-ג.pdf

טעפל » דינסטאג מערץ 5, 2013 3:44 am

· #93028
פחד פחדים...נישטא קיין ווערטער!!

gehlungen » דינסטאג מערץ 5, 2013 8:56 am

· #93043
[ציטאט אראפגענומען]

Vehachei yeeten el leeboi vd"l

שרייבער » דינסטאג מערץ 5, 2013 10:38 am

· #93096
איך סעיוו עס ביי מיר, ערב יום כיפור איז עס מסוגל דורכצוליינען, און איך מיין אז אי"ה פאר איך וועל פירן מיינע קינדער אונטער די חופה וועל איך זיי געבן דאס דורכצוליינען, זיי זאלן וויסן אויף וואס מען דארף מתפלל זיין

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 5, 2013 11:11 am

· #93110
gehlungen
[ציטאט אראפגענומען]

Vehachei yeeten el leeboi vd"l

VD"L איז אסור פונקט ווי וד"ל
און ביטע זיי מסביר וואס דו מיינסט, ווייל איך פארשטיי נישט די טיפקייט פון דיינע ווערטער.

גאלד » דינסטאג מערץ 5, 2013 11:31 am

· #93122
יעצט געענדיגט טרענסלעטן די בריוו ס'וואלט געווען א געוואלדיגע קידוש השם אז ס'קומט אן צו די מידיע, איך ווייס נישט וויזוי אבער איך געב עס דא איבער און האפענטליך וועט עס אנקומען צו דורך טוויטער בלאגס וכדומה

Letter from Nachmen Glauber to his parents on his wedding day
To my dear parents [shell live till hundred and twenty]

In these imminent joyous and highly spiritual moments of my life, when I’m heading to my CHUPA (Jewish Canopy for exchanging vows) [in a good and lucky moment], to begin my own family, I feel a sting in my heart that I’m already leaving your warm home.

I feel an obligation to thank you, for everything you did to me, since I was a small child. You did not save time, energy and money, whether it was when I needed a private tutor to learn or an eye doctor or general encouragement. Also later on you helped me to succeed in my Torah studies, you sent me to Yeshiva to learn your values, religious and worldly, until I reached to this current lucky moment. Even though I’m leaving your home (actually I’m not leaving, I’m bringing in an additional family member) I want to tell you that all the education and values you taught me I’ll – with God’s help - take along with me in my new home, and continue to plant the same education in my home and kids that God will grant me

But since kids do not grasp what parents are, and how much they do for them, and only when he matures and – with God’s help - have their own kids, they could realize it. And unfortunately I may have caused you a lot of pain; I am asking you to please forgive me.

I’m asking you, I’m dependent on your prayers, pray for me and my bride, and I will pray for you.

I pray to God that daddy and mommy should see lots of pride and delight from me and my special bride [shell live], until the final redemption of the Messiah.

From your son who admires and thanks you
And will always love you
Nachmen

קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 5, 2013 1:35 pm

· #93186
די בריוו איז pure יראת שמים און צדקות.

איך טראכט אזוי צו מיר, א חשבון הנפש, ווען איך פגר, וועט נישט זיין קיין איין גוט ווארט אויף מיר.

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 5, 2013 1:44 pm

· #93187
ווען דו פגר'סט? גערעכט ביסטו,
אבער ווען דו וועסט צוריקגעבן דיין הייליגע נשמה פארן בורא, וועט מען זיך שטיקן פון געוויין, און האבן אויף דיר א שלל מיט הספדים...
אזא תלמיד חכם מופלג, אזא ידען, און יעצט וועל איך ענדיגן אלס מקצת שבחו בפניו.
און אויב דו ווילסט נאך מער שבחים, יעצט איז די צייט....... יש קונה עולמו בשעה...

קינות גירושין » דינסטאג מערץ 5, 2013 1:46 pm

· #93188
איך מעג זאגען וואס איך טראכט אדער איך גיי כאפען שטיינער???
איז נישט דעס בערך די זעלבע וואס יעדע חתן שרייבט צו זיינע עלטערן ביום חיפותו ????
וואס ווערט מען אזוי איבער גענומען???

זר זהב » דינסטאג מערץ 5, 2013 1:48 pm

· #93189
אפשר יעדע חתן וואס האט גוטע עלטערן

לעמיל » דינסטאג מערץ 5, 2013 1:48 pm

· #93190
@ קאווע טרינקער
דו דערמאנסט מיך א מעשה אמאל איז געוועין א שטאט ווי מ'האט נישט באגראבען איינעם נאר אויב עס איז דא א גיטע זאך צו זאגען אויף אים ויהי היום עס איז אוועק א פראסטע פויער און מ'האט נישט געטראפען קיין איין גוטע זאך צו זאגען אויף אים ביז איין חכם קומט ארויף אז ער האט א גוטע זאך יעדער עפענט די אויער זאגט ער דער איד האט א ברודער וואס איז אסאך ערגער פון אים שוין מ'האט אים באגראבען אפאר וואכען שפעטער די ברודער איז אוועק וואס טוט מען יעצט מ'דארף דיך עפעס א גוטע זאך ביז מ'האט זיך דערמאנט אז און זיין זכות האט מען געקענט באגראבען זיין ברודער
איז זארג דיך נישט מר' קאווע אונז וועלען שוין טרעפען עפעס גוטס אויף דיר
די עולם האקט
שמעק זאגסט גוט

גאלד » דינסטאג מערץ 5, 2013 1:48 pm

· #93191
קינות גירושין
איך מעג זאגען וואס איך טראכט אדער איך גיי כאפען שטיינער???
איז נישט דעס בערך די זעלבע וואס יעדע חתן שרייבט צו זיינע עלטערן ביום חיפותו ????
וואס ווערט מען אזוי איבער גענומען???

דעמאלטס זינק איך פאר בושה ווייל איך האב נישט געשריבן קיין בריוו צו מיינע עלטערן,

ווער יא?

גאלד » דינסטאג מערץ 5, 2013 1:52 pm

· #93195
זר זהב
אפשר יעדע חתן וואס האט גוטע עלטערן

זייער אמת, דער בריוו זאגט אויך וואסערע עלטערן די גלויבערס זענען, באמת א מוסטער

קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 5, 2013 1:52 pm

· #93196
קינות גירושין
איך מעג זאגען וואס איך טראכט אדער איך גיי כאפען שטיינער???
איז נישט דעס בערך די זעלבע וואס יעדע חתן שרייבט צו זיינע עלטערן ביום חיפותו ????

נישט שטיינער, לויזע אייער.

ניין, איך האב נישט געשריבן, מיין מאמע האט אבער יא, נישט נאר ביום חופתו, נאר יעדע פאר וואכן.

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 5, 2013 1:54 pm

· #93198
גאלד
קינות גירושין
איך מעג זאגען וואס איך טראכט אדער איך גיי כאפען שטיינער???
איז נישט דעס בערך די זעלבע וואס יעדע חתן שרייבט צו זיינע עלטערן ביום חיפותו ????
וואס ווערט מען אזוי איבער גענומען???

דעמאלטס זינק איך פאר בושה ווייל איך האב נישט געשריבן קיין בריוו צו מיינע עלטערן,

ווער יא?

איך אויך נישט.
איך מיין ס'האט מיט א סטייל. אזוי ווי מאנכע בחורימ'לעך ביי די בר מצוה "באדאנקען זיך" פאר די עלטערן, ווייל "אזוי טוט יעדער"...
איך האב איבערגעבעטן מיינע עלטערן פערזענליך, מיטן מויל... וואסי שלעכט?

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 5, 2013 1:57 pm

· #93200
גאלד
דעמאלטס זינק איך פאר בושה ווייל איך האב נישט געשריבן קיין בריוו צו מיינע עלטערן

אי משום הכי, קענסט נאך היינט אויך שרייבן....
קויף זיי א שיינע מתנה (לכבוד יו"ט וכדומה), און שרייב זיי ווי היינט זעהסטו ענדליך איין וואס עלטערן טוען פאר א קינד, און ווי דאנקבאר דו ביסט פאר זיי!

גאלד » דינסטאג מערץ 5, 2013 2:01 pm

· #93202
איך פלעג אלס גאר יונג קינד ראש השנה ביינאכט אונטערלייגן א בריוו אונטער די חלה דעקל,

ווען איך בין געווארן עלטער פלעג איך בלויז מיטן מויל איבערבעטן כל נדרי נאכט נאך ברכת הבנים,

שרייבער » דינסטאג מערץ 5, 2013 2:29 pm

· #93219
קינות גירושין
איך מעג זאגען וואס איך טראכט אדער איך גיי כאפען שטיינער???
איז נישט דעס בערך די זעלבע וואס יעדע חתן שרייבט צו זיינע עלטערן ביום חיפותו ????
וואס ווערט מען אזוי איבער גענומען???

איך ווייס נישט וואס יעדע חתן טוט, איך האב אבער אזא בריוו נישט געשריבן, על אף וואס איך קען אביסל שרייבן, ועל אף אז איך האב ב"ה פיינע עלטערן

אבער באמת איז נישט דער געדאנק און צונעמאכץ אזוי שטארק וואס ער האט געשריבן, נאר דער געדאנק איז 'והחי יתן אל לבו', א קנאפע יאר צוריק שרייבט ער מיט האפענונג ער וועט איבערפלאנצן די חינוך אין זיינע קינדער, נישט קלערנדיג וואס קען פאסירן א יאר שפעטער

גאלד » דינסטאג מערץ 5, 2013 4:10 pm

· #93299
מיין טרענסלעשן איז שוין אנגעקומען צו טוויטער, א דאנק, יענער האט עס אביסל מגיה געווען תשאות חן לו

http://www.twitlonger.com/show/l7nqsm

טעפל » מיטוואך מערץ 6, 2013 3:29 am

· #93569
[ציטאט אראפגענומען]

זייער שיין, דאס יאר האט מיין ווייב מיר געשריבען א שיינס..

טעפל » מיטוואך מערץ 6, 2013 9:37 am

· #93595
[ציטאט אראפגענומען]

יא יא ס'איז בכלל נישט געוועהן שלעכט, זי האט מיר עס אריינגעשטופט אין מיין יום כיפור מחזור ערב יו"כ..

איך אויך » מיטוואך מערץ 6, 2013 9:52 am

· #93601
דאס איז שוין ערנסטע טיזינג..

צדיקל » מיטוואך מערץ 6, 2013 3:50 pm

· #93850
דער נ"י טיימס האט די בריוו אויף זייער בלאג

http://cityroom.blogs.nytimes.com/2013/ ... tw-nytimes

בן תמליון » מיטוואך מערץ 6, 2013 4:28 pm

· #93874
צדיקל
דער נ"י טיימס האט די בריוו אויף זייער בלאג

http://cityroom.blogs.nytimes.com/2013/ ... tw-nytimes

אפשר גאלד'ס קרעדיט? דער בריוו אין טיימס איז א ריכטיקער קידוש השם.

גאלד » מיטוואך מערץ 6, 2013 4:30 pm

· #93876
היות איך האב אריינגעלייגט מוח אין די טרענסלעשן פונעם בריוו, פאלג איך נאך מיט גרויס אינטערעסע ווי ווייט מיין ארבעט צישפרייט זיך,

דער נ.י. טיימס האט עס געטוויט אויף זייער אפציעלער טוויטער אקאונט, און ס'האט שוין יעצט כמעט 60 ריטוויטס, דאס העט לכאורה וואקסן,
נאכדעם איז דא כמעט 100 פריוואטע טוויטס פון מענטשן וואס האבן געטוויט די לינק,

https://twitter.com/nytimes/status/309392832303620096

יידל » מיטוואך מערץ 6, 2013 4:34 pm

· #93877
די טרענסלאציע אין ניו יארק טיימס איז גאלד'ס?

גאלד » מיטוואך מערץ 6, 2013 4:39 pm

· #93883
אידן, להבדיל, גוים, גויטעס פון אלע ראסעס רעאגירן מיט גרויס איבערגענומענקייט

איינער א HUGO SCHWYZER פון קאלעפארניע באמערקט "This will be your afternoon cry"

א געוויסער LISA FUHRMAN באמערקט "Haunting, indeed."

NCANDACE OLSE שרייבט: "Beautiful letter."

איינער פון ווייטן ענגלאנד "So so sad "

גאלד » מיטוואך מערץ 6, 2013 4:42 pm

· #93885
יידל
די טרענסלאציע אין ניו יארק טיימס איז גאלד'ס?

יא, ס'נאר אביסל ציגעפיצט, למשל כאמעך עכט געמיטשעט וויזוי צו איבערטייטשן "שפארן" געלט, איך האב געשריבן "save" כאגעוויסט אז ס'נישט ריכטיק דער מגיה האט עס געטוישט צו "spare" דאס איז טאקע סאך בעסער

בן תמליון » מיטוואך מערץ 6, 2013 4:45 pm

· #93887
גאלד
יידל
די טרענסלאציע אין ניו יארק טיימס איז גאלד'ס?

יא, ס'נאר אביסל ציגעפיצט, למשל כאמעך עכט געמיטשעט וויזוי צו איבערטייטשן "שפארן" געלט, איך האב געשריבן "save" כאגעוויסט אז ס'נישט ריכטיק דער מגיה האט עס געטוישט צו "spare" דאס איז טאקע סאך בעסער

כל הכבוד גאלד! ביזט געווען אין קאנטאקט מיטן שרייבער?

גאלד » מיטוואך מערץ 6, 2013 4:48 pm

· #93891
די מיינסט דער נ"י טיימס שרייבער? ניין, א צווייטער האט גומר געווען די מצוה

לעמאן דזשוס » מיטוואך מערץ 6, 2013 4:51 pm

· #93893
הרב גאלד, אפשר וועט די טיימס באוויליגן אריינצושטעלן פון לעבעדיגע מענטשן אויך? אז איך סקען דיר אריין די פאעמע וואס איך האב פארשריבן פאר מיין ווייב צום אניווערסיטי וועסטו עס פארטייטשן און זיי שיקן??!

יואליש » מיטוואך מערץ 6, 2013 8:44 pm

· #94000
גאלד
יידל
די טרענסלאציע אין ניו יארק טיימס איז גאלד'ס?

יא, ס'נאר אביסל ציגעפיצט, למשל כאמעך עכט געמיטשעט וויזוי צו איבערטייטשן "שפארן" געלט, איך האב געשריבן "save" כאגעוויסט אז ס'נישט ריכטיק דער מגיה האט עס געטוישט צו "spare" דאס איז טאקע סאך בעסער

כ'האב נישט געוואלט זיין א פעדאנט נעכטן אבער דאס ווארט האט מיך אויך געגריזשעט, און דאס ערשטע זאך האב איך געקיקט ביים טיימס אויב זיי האבן דאס פאראכטן.

א געלונגען ארבייט, גאלד! בראווא!

דאס צייגט אז מיט אביסעל עפארד איז זייער גרינג היינט צו באקומען פאזיטיוו פי אר און ארויסהייבן אונזער ווארעמע קולטור לעיני כל העמים. (אנטעסימיטן האבן א אינטערעסאנטע גיסטע. מ'ברויך האבן שכל נישט צו ערווארטן צו באקומען גיטע פי אר פון זיי ווען מ'באשיצט.... שוין לאמיך נישט אנהייבן. כ'וועל ליבערשט גיין זאגן אתה חונן לאדם דעת.)

יואליש » מיטוואך מערץ 6, 2013 8:46 pm

· #94002
גאלד
אידן, להבדיל, גוים, גויטעס פון אלע ראסעס רעאגירן מיט גרויס איבערגענומענקייט

איינער א HUGO SCHWYZER פון קאלעפארניע באמערקט "This will be your afternoon cry"

א געוויסער LISA FUHRMAN באמערקט "Haunting, indeed."

NCANDACE OLSE שרייבט: "Beautiful letter."

איינער פון ווייטן ענגלאנד "So so sad "

ווערט נישט איבערגענימען. הלכה בידוע. זיין מאכן זיך.

גאלד » מיטוואך מערץ 6, 2013 10:15 pm

· #94059
msnbc today

http://todaynews.today.com/_news/2013/0 ... it-and-run

(כאף קיינער איז נישט ברוגז אז איך בין אזוי אבסעסט מיט דעם)

לעמאן דזשוס » מיטוואך מערץ 6, 2013 10:28 pm

· #94072
גאלד
msnbc today

http://todaynews.today.com/_news/2013/0 ... it-and-run

(כאף קיינער איז נישט ברוגז אז איך בין אזוי אבסעסט מיט דעם)

WOWWW, HOW NICE!

חשבון » מיטוואך מערץ 6, 2013 11:22 pm

· #94100
ס'איז מיר א כבוד צו זיין מיט גאלד אויף איין בלאג

קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 6, 2013 11:26 pm

· #94102
ערגעץ דא איז געווען אן אשכול, וויפיל קאווע שטיבל איז ווערד.
ך' גלייב אז ס'איז געטאפלעט געווארן.
שכוח גאלד.

קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 6, 2013 11:48 pm

· #94112
גאלד, קבל את הברכות אנאנים.

געפילטע פיש » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 1:10 am

· #94160
גאלד
msnbc today

http://todaynews.today.com/_news/2013/0 ... it-and-run

(כאף קיינער איז נישט ברוגז אז איך בין אזוי אבסעסט מיט דעם)

זיי לינקען נישט ממש אהער, אבער אינטען פונעם בילד שטייט אז ס'קומט פון דא.

טעפל » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 2:11 am

· #94181
אינטערסאנט פארוואס אלע ברענגען נאר דעם צווייטען פעידזש, בעצם ס'איז נישט קיין חילוק זיי קענען סיי ווי נישט קיין אידיש זיי ליינען נאר גאלד'ס טרענסעלעישען..

גאלד » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 7:34 am

· #94201
http://www.nydailynews.com/new-york/gro ... -1.1281643

ידען » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 7:50 am

· #94202
חשבון
ס'איז מיר א כבוד צו זיין מיט גאלד אויף איין בלאג

גאלד » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 7:54 am

· #94203

ידען » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 7:59 am

· #94204
גאלד

א נייע emoticon?

מע קען מאכען אייגענע?

ידען » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 8:01 am

· #94205
גאלד
http://www.nydailynews.com/new-york/groom-hit-and-run-crash-penned-emotional-letter-parents-wedding-day-article-1.1281643

זיי האבען יא די ערשטע חלק פון די בריוו און זיי האבען עס פון גלויבער משפחה.

זיי שרייבען אז סע איז Hebrew און נישט אידיש...
בלאט: 1 2