☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » יונג פארפאלק אומגעקומען אין שרעקליכע וויליאמסבורג טראגעדיע

יונג פארפאלק אומגעקומען אין שרעקליכע וויליאמסבורג טראגעדיע

406 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3090
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9

איחוד פעלד » זונטאג מערץ 3, 2013 10:43 am

· #92044
היינט האב איך הערשט דערהערט דער מעשה נורא, לב מי לא ידמע, ווער קען דען נישט לאזען א קרעכץ.

וואס קען מען ארויסנעמען פין די מעשה.

בראש וראשון,

וויפיל וואלטען מיר אלע געגעבען אז די מעשה זאל נישט געשעהן?

פארשטייט זיך אז מען וואלט אלעס (אקעי, כמעט אלעס) געטוהן אז א "קאפעל" זאל נישט געהרג'ט ווערען, און נאך אויף דעם וועג צו שפיטאל.

רבותי, עס זענען דא צענליגער קאפעלס וואס פארען אין קארס יעדען טאג.

גיבען מיר אכטונג וויאזוי מען דרייווט די קארס?

זאגט מען פאר די קאר סערוויס שנעלער שנעלער?

פארט מען אויס אנדערע פעם אחר פעם?

און ווער רעדט נאך ווען היימישע אינגעלייט פליפען דער פייגעל מיט א נצחון!

דער מעשה איז א לימוד אויף נאך א זאך.

זעהסט א קאפעל שפאצירען אין די גאס, ווינטש זיי אהן, נישט הויך, נאר שטיל, אז דער אויבערשטער זאל זיי געבען ברכות נחת און לעבען, ווער נישט א צורידערטער פרומאק וואס ווען ער זעהט א קאפעל קיצלען אים די הויזען און שעלט פארוואס זיי גייען צוזאמען.

ווען דער אויבערשטער העלפט און מען איילט זיך אין שפיטאל, אדער מען איילט זיך אויף סיי וואס וועלכע זאך, א דבר מצוה צו א דבר הרשות, טוה נישט קיין סכנה'דיגע זאכען, לאז אלע ווילדע שריט פאר אנדערע. און גיב אכטונג פאר די שיכורים, בפרט מוצאי שבת.

לעמאן דזשוס » זונטאג מערץ 3, 2013 11:07 am

· #92048
איחוד ביזט אף, עז אלוועיס. סאררי.

זר זהב » זונטאג מערץ 3, 2013 11:10 am

· #92049
[ציטאט אראפגענומען]

חוץ פון די נ.י. טיימס

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 3, 2013 11:11 am

· #92050
לעמאן דזשוס
איחוד ביזט אף, עז אלוועיס. סאררי.


כ'האב געוואלט שרייבן דאס זעלבע.
אין חכמה ואין תבונה נגד ה'.
דער מענטש טראכט און גאט לאכט.
ער האט זיך זיינע וועגן, מען קען אים נישט איבערקלוגן.
ס'נישט שיין צו מאכן קאנקלאזשענס וואס מען וואלט געדארפט טון בעסער.
אודאי דארף א מענטש אכטונג געבן, אבער נישט דאס איז דער מעסעדזש וואס השי"ת שיקט אונז. נישט דאס איז דער מוסר השכל.

מיקוה נייעס » זונטאג מערץ 3, 2013 11:12 am

· #92051
אוי טאטע די הארץ צו גייט ....... ב"ה די קינד לעבט זיי האבן איבער געלאזט א קדיש מען טראכט אריין די מצב פונעם קינד נישט קיין טאטע נישט קיין מאמע נישט קיין ברידערס או שווועסטער אוי מען קען אראפגייין פון זינען נאר פון טראכטען אוי הייליגער בשעפער שיק שוין משיח און לייז אוינז אויס פון גלות

ברעט מענינג » זונטאג מערץ 3, 2013 11:14 am

· #92054
א יונגעל

לעמאן דזשוס » זונטאג מערץ 3, 2013 11:18 am

· #92057
זעהסט א קאפעל שפאצירען אין די גאס, ווינטש זיי אהן, נישט הויך, נאר שטיל, אז דער אויבערשטער זאל זיי געבען ברכות נחת און לעבען, ווער נישט א צורידערטער פרומאק וואס ווען ער זעהט א קאפעל קיצלען אים די הויזען און שעלט פארוואס זיי גייען צוזאמען
שוין צייט איחוד זאלסט שטעלן די ווערטער אלס דיין חתימה

זר זהב » זונטאג מערץ 3, 2013 11:19 am

· #92058
און קאווע שטיבל לאזט דאס צו אין די נעים אוו פרידעם אוו עקספרעשאן, גאו פיגור.

טישו באקס » זונטאג מערץ 3, 2013 11:20 am

· #92059
איחוד פעלד ביסט הונדערט פראצענט גערעכט אז מעדארף שטארק אכטונג געבן ווי אזוי מעדרייווט אבער גענוג מאל ליידער און אזוי אויך ביי די מעשה איז עס בכלל נישט געווען אין די הענט פינעם דרייווער ווען א צורידערטער אנגעטרונקענער פארשוין קומט צו רייסן אויף זעכציג איז נישט דא ליידער וואס מער אכטונג צו געבן.

ברסלבער » זונטאג מערץ 3, 2013 11:22 am

· #92061
שרעקליך, איך וויין
שוידערלעך, ווער קען פארשטיין
דאס הארץ מוז זיין פון שטיין
אז עס זאל נישט צוגיין

א קאפל אזוי יונג
אן קיין פריערדיגע קלינג
פלוצלינג אוועקגעריסן ווי א פינק
דאס מוז אונז געבן א ווינק

רבי נחמן טוט זאגן
דער באשעפער וואס מיר פארמאגן
די זעלבע שכל ווי אונז טוט נישט טראגן
ווען יא, זענען מיר דאך אויפ'ן זעלבן וואגן

זיין פארשטאנד איז פון אונז העכער
ער פארשטייט בעסער, דאס איז זעכער
אונזער שכל האט לעכער
די גאנצע בילד האט פאר זיך-ער

לאמיר געבן א טראכט אריין
מיר טוען נאך דא זיין
לאמיר נישט ווארטן ביז מיר זענען גאַון
מיר דארפן זיך אויפוועקן פונעם שיכורת אן קיין וויין

דאס הארץ איז צוריסן
אבער מיר קענען דאך נישט וויסן
ווי לאנג מיר וועלן נאך אויף די וועלט געניסן
ווען אונזער נשמה וועט ווערן אוועקגעריסן

פארן אייבערשטן זיך בייגן
אלע שלעכ'טס אוועק לייגן
צו די תורה-וועגן זיך נייגן
נאר מצות ומעשים טובים זאל זיין אייגן

אויב מיר וועלן בעסער ווערן
ווער דער באשעפער עס דערהערן
ער וויל דאך נאר אונז גוט'ס טוהן גערן
און אזוינע שוידערליכע מעשיות וועט מען מער נישט הערן

נולד מאוחר » זונטאג מערץ 3, 2013 11:24 am

· #92062
קאווע טנעהט פאר קיין לייקס איז נישט דאס פלאטץ אין די אשכול. כ''ש פאר דיסלייקס. וד''ל

מיקוה נייעס » זונטאג מערץ 3, 2013 11:25 am

· #92063
ווער עס האט געפארקט אקאר ביי ראדני בימ"ד זאל עס זעהן אוועקצונעמען ווייל 12:00 גייט מען אוועקשלעפן אלע קארס

לעמאן דזשוס » זונטאג מערץ 3, 2013 11:26 am

· #92064
זר זהב
און קאווע שטיבל לאזט דאס צו אין די נעים אוו פרידעם אוו עקספרעשאן, גאו פיגור.


יא, יישר כח קאוועשטיבל פארן לאזן איחוד׳ס תגובה...ס׳גוט ארויסצוהאבן דעם מענטש וואס שטעקט זיך אונטער דעם איחוד ניק!

דרך אגב, איך קען נאר נאך איין גע׳מל׳טע יוד וואס וואלט אזוי גערעדט. וד״ל!

נולד מאוחר » זונטאג מערץ 3, 2013 11:29 am

· #92065
זר זהב
און קאווע שטיבל לאזט דאס צו אין די נעים אוו פרידעם אוו עקספרעשאן, גאו פיגור.

לאזט צי וואס?
מ'האט קיינעם נישט באשילדיג דא. מ'וויל ארויס נעמעו עפעס זאכליך למעשה פאר אונדז פין א טראגעדיע, נישט סתם מדארף תשובה טאן און אלעס בלייבט ביים אלטען.
אפשר איז נישט אין פלאטץ ווען סנאך מיתו מיטל בפניו.

ר' אביגדור מילער האט געזאגט פאר איינעם וואס האט געזאגט 'סאיז געווען באשערט איך זאל מיך אפבריען פין א אייסגעגאסנע טיי'' זיי נישט מצדיק השם, ער האט עס נישט געטאן, די ביסט שילדיג פארן לאזן דיין קונד אליינס מיט א הייסע טיי.
אודאי זאגט מען עס נישט פארן באטראפנער. אבער פאר אונדז א וועק אפ קאלל, מזאל דרייווען מער סעף אודאי.

לעמאן דזשוס » זונטאג מערץ 3, 2013 11:31 am

· #92068
נולד מאוחר
זר זהב
און קאווע שטיבל לאזט דאס צו אין די נעים אוו פרידעם אוו עקספרעשאן, גאו פיגור.

לאזט צי וואס?
מ'האט קיינעם נישט באשילדיג דא. מ'וויל ארויס נעמעו עפעס זאכליך פין א טראגעדיע, נישט סתם מדארף תשובה טאן און אלעס בלייבט ביים אלטען.
אפשר איז נישט אין פלאטץ ווען סנאך מיתו מיטל בפניו.


וועגן דעם שרייבט ער וועגן די הויזן קיצלונג? גיב מיר א ברעיק

קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 3, 2013 11:32 am

· #92069
אפשר איז נישט אין פלאטץ ווען סנאך מיתו מיטל בפניו.

דאס איז זיין פראבלעם, אפילו דאס פארשטייט ער נישט.
נניח ער האט נישט קיין קלעם געפיל. אבער זיך נישט רעכענען מיט אנדערע דא וואס האבן אביסל פלייש אין הארץ, ווי קלוג דארף מען שוין זיין פאר דעם?
דוקא די אויפגעקלערטע זענען תמיד דוגל מיט די שיטה פון פארשטיין יענעם, איז למה נגרע? אפשר זאל ער פארשטיין אידן וואס וויינען און קלאגן ביי אזא אומגליק וואס איז אוים ונורא.
צייט היילט, אבער ס'נאך איידער די לויה.

לעמאן דזשוס » זונטאג מערץ 3, 2013 11:34 am

· #92072
איחוד זיסער, רעדסט וועגן א קיצלונג אין הויזן
רעדסט וועגן דרייוון ווילד ווען נישט דאס איז די פאסירונג
רעדסט מיט האס און אן טראפ געפיל צו א פרישע טראגעדיע דעטס איט.

חכם מחוכם » זונטאג מערץ 3, 2013 11:35 am

· #92073
איך מיין אז יעצט איז נישט די צייט זיך ארומצושלאגן, אנשטאטס זיך שלאגן זאל יעדער זיך מקבל זיין א דבר טוב, איך מיין עס וועט זיין א תועלת פאר די נשמות וואס זענען אוועקגעריסן געווארן

קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 3, 2013 11:35 am

· #92074
STOP

יאסעלע וואסער טרעגער » זונטאג מערץ 3, 2013 11:36 am

· #92077
עס איז זייער וויכטיג אנציוויזן די פאקטן דא.

מי הי זה ואיזה הוא
ווער דער פארשוין איז.

מיין הארץ איז צובראכן אויף שטיקער, איך וויין שוין נישט ווייל איך האב שוין נישט קיין טרערן, מיינע הענט און פיס ווארפן זיך נאך פון נעכטן ביינאכט.

זיצענדיג אגאנצע נאכט מיט עלטערן וואס האבן פארלוירן זייער אוצר, זייער דיימאנט, זייער נחת.

אוי מי יתן לנו תמורתינו.

נחמי איז שוין נישט דא... א יונגערמאן א טייער יונגערמאן א הארץ פון פיטער

רייזי רייזעלע אוי א איידעלע יודישע נשמה איז שוין נישט בעולם הזה...

א קינד לרפ״ש געבוירן א קיילעכיגן יתום....

די קולות פון די מאמע וואס איר נשמל׳ה איז פארציקט געווארן וועט מיר באגלייטן אגאנצען לעבן...

און די איחוד ביסט נאר פארנומען מיט וואס מען קען דערקיטשענען די נשמה.
דאס איז די לעססאן וואס דיין פארדרייטן קאפ זעט דא....
ווער שעלט ווען א קאפפעל שפאצירט צוזאמען????

די ביסט גאר דער בעל הרחמים אז ווען עס דרייט זיך ארום דער עולם צושאסן און קען זיך נישט אפווישן די טרערן.

ליגט דיין קאפ און די זעלבע פלאץ ווי אייביג

שעם דיך.

לעמאן דזשוס » זונטאג מערץ 3, 2013 11:39 am

· #92080
אוקעי ברודערלעך. מ׳גיי מיר זיך שלאגן און רייסן ביי די קעפ אבער מארגן! ויש מחר לאחר זמן!!!

זר זהב » זונטאג מערץ 3, 2013 11:39 am

· #92081
לאמיר נישט פארגעסן, איחוד איז נאר דער מייזעלע, קאווע איז דער לאך. מעג מען איינמאל פאר אלאמאל פרעגן קאווע שטיבל וויפיל איז דער שיעור פון פרידאם אוו עקספרעשאן?!?!

מיינט איר טאקע אז דאס איז וואס האלט קאווע פאפולער און אנדערש פון אייוועלט?

אינגאנצן נישט, און ס'צייט פאר נייע רולס. ביטע.

לעמאן דזשוס » זונטאג מערץ 3, 2013 11:41 am

· #92082
זר, ביטע הער אויף! האמת יורה דרכו סא שאד צו פארלירן דאס זינען.

נולד מאוחר » זונטאג מערץ 3, 2013 11:42 am

· #92085
.

ברסלבער » זונטאג מערץ 3, 2013 11:42 am

· #92086
נחזור להענין, א שוידערליכע מעשה וואס וועט נישט אזוי שנעל ארויסגיין פון מח.
איינער האט מער פרטים פון די מעשה? דער דרייווער פונעם BMW איז אנטלאפן, וואס איז מיטן דרייווער פון זייער קאר? מען האט גלייך גערופן פאר הילף, אדער זיי זענען געליגן א שטיק צייט דארט? (אזוי האב איך געהערט האלבע ווערטער).

זר זהב » זונטאג מערץ 3, 2013 11:43 am

· #92087
אבער וואו קומט אריין דרייון ווילד ווען די סיבה פונעם טראגעדיע איז א שיכורער גוי וואס קען נישט ליינען אידיש?!?!

יאסעלע וואסער טרעגער » זונטאג מערץ 3, 2013 11:43 am

· #92088
יא נולד די טוסט וויי מער ווי איינעם.

לעמאן דזשוס » זונטאג מערץ 3, 2013 11:44 am

· #92091
[ציטאט אראפגענומען]

ברסלבער » זונטאג מערץ 3, 2013 11:50 am

· #92101
ברסלבער
נחזור להענין, א שוידערליכע מעשה וואס וועט נישט אזוי שנעל ארויסגיין פון מח.
איינער האט מער פרטים פון די מעשה? דער דרייווער פונעם BMW איז אנטלאפן, וואס איז מיטן דרייווער פון זייער קאר? מען האט גלייך גערופן פאר הילף, אדער זיי זענען געליגן א שטיק צייט דארט? (אזוי האב איך געהערט האלבע ווערטער).

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 3, 2013 11:53 am

· #92105
יעצט באמערקט דעם גבאי'ס הודעה. אימסארי. בעק טו סאבזשעקט.
און רבותי, לאמיר זיך טאקע מתקן זיין אין דעם ענין.
שנאת חנם האלט אפ משיח'ן, כידוע מפי ספרים וסופרים. לאמיר ארויסנעמען א ריכטיגן מוסר השכל פון די טראגעדיע.

איחוד פעלד » זונטאג מערץ 3, 2013 12:04 pm

· #92108
זר זהב
אבער וואו קומט אריין דרייון ווילד ווען די סיבה פונעם טראגעדיע איז א שיכורער גוי וואס קען נישט ליינען אידיש?!?!



ווער גענוי איז געוועהן שיכור, דער קאר וואס מען זוכט, אדער דער דרייווער פין די קאר סערוויס?

זר זהב » זונטאג מערץ 3, 2013 12:06 pm

· #92109
פרעגן האסטע געדארפט בעפארן אפשרייבן דיין לאנגן דייעטרייב

דער וואס האט אריינגעקראכט אינעם קאר סערוויס איז געווען אינטאקסיקעטעד.

איחוד פעלד » זונטאג מערץ 3, 2013 12:09 pm

· #92113
וויאזוי גענוי ווייסט מען אויב איז ער נישטא?

יידל » זונטאג מערץ 3, 2013 12:10 pm

· #92114
ווייל מ'האט אים שוין געכאפט.

גאלד » זונטאג מערץ 3, 2013 12:14 pm

· #92120
דערווייל האט מען קיינעם געכאפט

יידל » זונטאג מערץ 3, 2013 12:18 pm

· #92121
אופס, סליחה. כ'האב געזען א פאלשן בילד אויף אייוועלט. מ'האט נישט געכאפט, אבער אזויווי ממי זאגט האט זיין דרייווען געהאט אלע סימנים פון שיכרות.

דער אויבערשטער זאל העלפן אז דער קדיש'ל וואס די פארפאלק האט איבערגעלאזט זאל זיין געזונט און שטארק און זאל ברענגן נחת פאר זיינע עלטערן.

טעפל » זונטאג מערץ 3, 2013 12:18 pm

· #92122
גאלד
דערווייל האט מען קיינעם געכאפט

מ'האט דאך גערעדט אז די בילד איז פאלש אבער מ'האט געכאפט איינעם נעכטען?!

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 3, 2013 12:27 pm

· #92126
גאלד
דערווייל האט מען קיינעם געכאפט


וואס איך פארשטיי נישט, לכאורה איז דאך דער BMW געבליבן דארט צעשמעטערט, נישט אזוי?
ווייסט מען נישט ווער איז דער אייגענטימער פונעם אויטא?

יידל » זונטאג מערץ 3, 2013 12:28 pm

· #92128
ווי איך פארשטיי ווייסט מען יא, נאר מען ווייסט נישט וואו ער איז.

זר זהב » זונטאג מערץ 3, 2013 12:28 pm

· #92129
ער קען זיך דאך באהאלטן, איך פארשטיי נישט וויזוי איז מעגליך אז ער האט נישט געדארפט אנקומען צו באהאנדלונגען?

יידל » זונטאג מערץ 3, 2013 12:34 pm

· #92134
זר זהב
ער קען זיך דאך באהאלטן, איך פארשטיי נישט וויזוי איז מעגליך אז ער האט נישט געדארפט אנקומען צו באהאנדלונגען?

געזען אין איינע פון די צייטונגען אז די פאליציי האט ארויסגעלאזט אן אלערט צו אלע שפיטעלער אין די סיטי.

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 3, 2013 12:35 pm

· #92135
אהא. דאס מיינט עכ"פ אז מען האט גענוג אינפארמאציע צו ציען דעם קייט ווייטער ביזן כאפן דעם באנדיט.
נישט אז עס וועט אסאך העלפן, אבער יוסטיץ מוז פאסירן.

יידל » זונטאג מערץ 3, 2013 12:35 pm

· #92136
[ציטאט אראפגענומען]

ריספאנסיוו מיינט אז זי איז געווען קאנשעס?

זר זהב » זונטאג מערץ 3, 2013 12:36 pm

· #92137
Paramedic Yisroel Altman said he initially believed both husband and wife could survive, but their head injuries were just too much to overcome.

יידל » זונטאג מערץ 3, 2013 12:39 pm

· #92138
די מעשה ווערט טרויעריגער און טרויעריגער.

נייגעריגער » זונטאג מערץ 3, 2013 12:46 pm

· #92140
אינמיטן נאכט האב'ך געזעהן איינער וואס האט געשריבן אז די פייער לייט האבן נישט צוגעלאזט די הצלה מאכן CPR אויפן פרוי...
איז עס קאנפערמט אדער סתם דמיונות?

זר זהב » זונטאג מערץ 3, 2013 12:47 pm

· #92141
געזען א קאממענט אז זיי האבן נישט געהאט סיעט בעלטס, ווילט זיך פארשטיין איז דען דא איין אדאלט וואס טוט זיך אן סיעט בעלטס אין די אונטערשטע זיצן? און אויב איז עס טאקע א לייו סעיווער פארוואס איז עס נישט די געזעץ?

גאלד » זונטאג מערץ 3, 2013 12:49 pm

· #92142
ס'איז די געזעץ אפי' עדאלטס דארפן אנטאן סיט בעלטס אין די בעק

זר זהב » זונטאג מערץ 3, 2013 12:52 pm

· #92143
נאך נישט געהערט איינער זאל באקומען א טיקעט דערפאר. ס'וואלטאך געווען א גאלד גרוב פאר אלע מוניציפיאליטעטן

גאלד » זונטאג מערץ 3, 2013 12:54 pm

· #92145
און א קאר-סערוויס דארף מען נישט,
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9