☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » יונג פארפאלק אומגעקומען אין שרעקליכע וויליאמסבורג טראגעדיע

יונג פארפאלק אומגעקומען אין שרעקליכע וויליאמסבורג טראגעדיע

406 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3090
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9

יידל » זונטאג מערץ 3, 2013 9:23 pm

· #92401
געוויסע ווילן וויסן וואו זענען די פרויען וכו'.

ממרום שלח אש » זונטאג מערץ 3, 2013 9:27 pm

· #92405
אויף אנדערע פלעצער איז דא העסליכע קאמענטארן, פארוואס זיי האבן נישט געהאט קיין סיטבעלטס, ווי משוגע חסידים זענען, וואספארא באשעפעניש ליגט אויף זיין קאפ, אז עס איז א נייעס נאר ווייל זיי זענען אידן וכו. די רעגולער סטאף.

יאיר » זונטאג מערץ 3, 2013 9:29 pm

· #92407
ממש א גרויל צו אויסנוצן אזא טראגעדיע אונז צו באשמוצן.

ממרום שלח אש » זונטאג מערץ 3, 2013 9:31 pm

· #92409
דראדש האט עס שוין אראפגענומען, גאנץ שנעל.

אברעמעל » זונטאג מערץ 3, 2013 9:32 pm

· #92411
א קאמענט פון א גוי
Daniel D. Wayland
I see that in tragedy all barriers are broken and we care about people very different from us -why can't it be that way in the everyday?

יואליש » זונטאג מערץ 3, 2013 9:34 pm

· #92413
יידל
געוויסע ווילן וויסן וואו זענען די פרויען וכו'.


נישט מכח האס דוקא, נאר נייגער. קאמענטארן קומען פון די גאנצע וועלט אריינגערעכנט פון פלעצער וועלכע זענען נישט באקאנט מיט די גרויסע סכנה פון שדים אינוואלווד מיט נשים ביי א לויה.

יאיר » זונטאג מערץ 3, 2013 9:35 pm

· #92414
איך וויל נישט חלילה מעורר זיין א קטרוג, אבער איך מיין אז ביי אונז ווערט נישט דער גדר געבראכן אפילו ביי א טראגעדיע ביי די גויים, מען גיבט א זאג אין ערגסטן פאל כן יאבדו כל אוביך ה', אדער אין בעסטן פאל אבי ס'איז נישט א איד, און געגאנגען ווייטער. איינעם וואלט איינגעפאלן זיך צו נעמען די מיה און שרייבן א קאמענט און אויסדרוקן רחמנות אדער געפילן?

לעמאן דזשוס » זונטאג מערץ 3, 2013 9:45 pm

· #92418
יאיר
איך וויל נישט חלילה מעורר זיין א קטרוג, אבער איך מיין אז ביי אונז ווערט נישט דער גדר געבראכן אפילו ביי א טראגעדיע ביי די גויים, מען גיבט א זאג אין ערגסטן פאל כן יאבדו כל אוביך ה', אדער אין בעסטן פאל אבי ס'איז נישט א איד, און געגאנגען ווייטער. איינעם וואלט איינגעפאלן זיך צו נעמען די מיה און שרייבן א קאמענט און אויסדרוקן רחמנות אדער געפילן?


יאיר, ניתן לומר אז די סיבה איז אז די נייעס איז טראגעדיש און טראגט די רחמנות'דיגע פאקטאר פונעם ניי געבוירענעם שעפעלע. און די אופן פון זייער אומקום.

יאיר » זונטאג מערץ 3, 2013 9:47 pm

· #92423
לעמאן, איך האף אזוי. דו קלערסט אז ווען די זעלבע מעשה וואלט פאסירט ביי א שווארצע פאמיליע פון די בראנקס וואלטן מיר אויך געווען אזוי ערשיטערט ווי די גויים וואס האבן געשריבן זייערע געפילן און חיזוק ווערטער אויף די קאמענטס אין די נייעס?

אברעמעל » זונטאג מערץ 3, 2013 9:51 pm

· #92427
ס'וואלט נישט געווען אזא גרויסע לוי', די מידיע וואלט נישט געהאט וואס צו קאווערן ווי ווען ס'געשעט אין א קאמיוניטי.

לעמאן דזשוס » זונטאג מערץ 3, 2013 9:52 pm

· #92429
יאיר
לעמאן, איך האף אזוי. דו קלערסט אז ווען די זעלבע מעשה וואלט פאסירט ביי א שווארצע פאמיליע פון די בראנקס וואלטן מיר אויך געווען אזוי ערשיטערט ווי די גויים וואס האבן געשריבן זייערע געפילן און חיזוק ווערטער אויף די קאמענטס אין די נייעס?


איך הער!!!

בן תמליון » זונטאג מערץ 3, 2013 9:59 pm

· #92432
יאיר
לעמאן, איך האף אזוי. דו קלערסט אז ווען די זעלבע מעשה וואלט פאסירט ביי א שווארצע פאמיליע פון די בראנקס וואלטן מיר אויך געווען אזוי ערשיטערט ווי די גויים וואס האבן געשריבן זייערע געפילן און חיזוק ווערטער אויף די קאמענטס אין די נייעס?


יאיר דיין באמערקונג איז ווי מען זאגט אין ענגליש סקרוד-אפ וועגן כמה סיבות. קודם די פון אונז וואס שרייבן קאמענטס אויף נייעסן וואלטן געשריבן א גוט ווארט און זיכער נישט קיין האס ווי זיי שרייבן אפט. און וואלסטו געוויינט אויף א פרעמדן פונקט ווי דיין אייגנס? ווען עס קומט דערצו זענען מיר איין גרויסע משפחה.

יאיר » זונטאג מערץ 3, 2013 10:00 pm

· #92433
ממי, מיין פוינט איז נישט אז די אידן ווייזן ארויס מער ברודערשאפט פאר די אייגענע מענטשן, מיין פוינט איז אז די גויים, וועלכע זענען מכלומר'שט אונזערע שונאים, ווערן איבערגענומען ווען א חסידישער איד איז אין א צרה, בעת מיר ווערן כמעט נישט איבערגענומען ווען א גוי איז אין א צרה. לדוגמה ביי די לעצטע טראגעדיע אין סענדי הוק האט נישט אויסגעזען ווי דער עולם אויף קאווע שטיבל נעמט דאס צו שטארק צום הארצן. והדבר אומר דרשוני.

בן תמליון » זונטאג מערץ 3, 2013 10:02 pm

· #92435
ממי האסט עס גוט ארויסגעברענגט. ייש"כ.

שרייבער » זונטאג מערץ 3, 2013 10:02 pm

· #92437
הלכה היא בידוע שעשו שונא ליעקב דאס איז א פאקט, איי ער שרייבט רחמנות'דיגע קאממענטס, ווייל ס'פאסט אזוי, ס'איז מענאר'ס, ווען ער קען וואלט ער חלילה אריינגעפארן מיט זיין קאר אינעם גאנצן ציבור ביי די לוי' ח"ו

יאיר » זונטאג מערץ 3, 2013 10:06 pm

· #92440
שרייבער
הלכה היא בידוע שעשו שונא ליעקב דאס איז א פאקט, איי ער שרייבט רחמנות'דיגע קאממענטס, ווייל ס'פאסט אזוי, ס'איז מענאר'ס, ווען ער קען וואלט ער חלילה אריינגעפארן מיט זיין קאר אינעם גאנצן ציבור ביי די לוי' ח"ו

פון וואנעט נעמסטו דאס? און ביטע, אויב א גוי וועלכער איז גראדע אן אוהב ישראל וואלט געליינט דעם דאזיגן קאמענט, צו וואלסטו אים געקענט באשולדיגן פאר'ן אנהייבן פיינט האבן חסידישע אידן?

בן תמליון » זונטאג מערץ 3, 2013 10:06 pm

· #92441
יאיר טייערע חלום חלמת. זיי ווערן איבערגענומען ווי מיר אויף זיי. ווילסט אנהייבן מיטן האלאקאסט? אגב מען שעכט קינדער אין סיריע יעדן טאג מיין הארץ בלוטיקט אבער די וועלט דאס נאט גיב א דעם.

בונעס איירעס » זונטאג מערץ 3, 2013 10:08 pm

· #92442
ממי שאמרו ס'דאס ערשטע שיינע קאמענט דא.. דארפן מיר ווארטן ביז דעם 12טן בלאט? (חוץ פון די מקוננים מיט די גראמען וואס איז אויך גאר רירענד און צו דער זאך)

בונעס איירעס » זונטאג מערץ 3, 2013 10:09 pm

· #92443
.

קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 3, 2013 10:09 pm

· #92444
בונעס איירעס
.

אה, שלום עליכם, כ'האב שוין חושש געווען אז דיין נאמען איז גלו... רח"ל.

בונעס איירעס » זונטאג מערץ 3, 2013 10:13 pm

· #92446
קאווע טרינקער
בונעס איירעס
.

אה, שלום עליכם, כ'האב שוין חושש געווען אז דיין נאמען איז גלו... רח"ל.


פון וואו האסטו גענומען דיין חשש?
זיי ניט בייז כ'שטיי און ווארט צו הערן עפעס א שיינעם ברודעליכען קאמענט, נאך אזא טראגעדיע, און אט דא האט ממי מיך מחי' געווען
אלזא בין איך דא

יידל » זונטאג מערץ 3, 2013 10:18 pm

· #92450
בן תמליון
קודם די פון אונז וואס שרייבן קאמענטס אויף נייעסן וואלטן געשריבן א גוט ווארט און זיכער נישט קיין האס ווי זיי שרייבן אפט.

שרייבער
הלכה היא בידוע שעשו שונא ליעקב דאס איז א פאקט, איי ער שרייבט רחמנות'דיגע קאממענטס, ווייל ס'פאסט אזוי, ס'איז מענאר'ס, ווען ער קען וואלט ער חלילה אריינגעפארן מיט זיין קאר אינעם גאנצן ציבור ביי די לוי' ח"ו

בדחן » זונטאג מערץ 3, 2013 10:58 pm

· #92458
איז דא ערגעץ א בילד פון די טאטע פון די נפטרת?

גינות » זונטאג מערץ 3, 2013 11:44 pm

· #92475
טויזענטער אידן ביי ד לוויה באגלייטן די ארון מיט נאסע אויגע

זר זהב » מאנטאג מערץ 4, 2013 12:06 am

· #92485
עקסעלענט דזשורנאליזם פון די דזשואיש פרעס:

The tragedy has stunned the Satmar community in Williamsburg, where Nachman and Raizel Glauber were expecting their first child. Raizel complained that she could not feel her unborn baby’s movements, and under the principle that saving a life takes precedent over laws of the Sabbath, the couple hired a non-Jewish cab driver to take them to the hospital.

נולד מאוחר » מאנטאג מערץ 4, 2013 12:08 am

· #92487
ביסט סארקאסטיש?

זר זהב » מאנטאג מערץ 4, 2013 12:08 am

· #92488
וואדען?

נולד מאוחר » מאנטאג מערץ 4, 2013 12:23 am

· #92493
סאיז געווען שיין צי זען ווי אידן וואס זענען ביים וו''ב סאמטכע באשילדיגט געווארן, אז זיי האבן פיינט א צווייטע איד. האט זיך ארויסגעשטעלט ווי זיי האבן געבליטיגט און געווינט דא אין שטיבל. ניין זיי זענען נישט קיין סעלף העטינג דזשאס.

זר זהב » מאנטאג מערץ 4, 2013 12:28 am

· #92495
אזא טראגעדיע קען א זעלבסטהאסער אויך באוויינען.

בדחן » מאנטאג מערץ 4, 2013 1:05 am

· #92508
בדחן
איז דא ערגעץ א בילד פון די טאטע פון די נפטרת?

זר זהב » מאנטאג מערץ 4, 2013 1:06 am

· #92509
נישט אויף די געוועב

יואליש » מאנטאג מערץ 4, 2013 1:09 am

· #92511
בן תמליון
יאיר טייערע חלום חלמת. זיי ווערן איבערגענומען ווי מיר אויף זיי. ווילסט אנהייבן מיטן האלאקאסט? אגב מען שעכט קינדער אין סיריע יעדן טאג מיין הארץ בלוטיקט אבער די וועלט דאס נאט גיב א דעם.

איינגעמיירעט » מאנטאג מערץ 4, 2013 1:14 am

· #92513
יאיר
שרייבער
הלכה היא בידוע שעשו שונא ליעקב דאס איז א פאקט, איי ער שרייבט רחמנות'דיגע קאממענטס, ווייל ס'פאסט אזוי, ס'איז מענאר'ס, ווען ער קען וואלט ער חלילה אריינגעפארן מיט זיין קאר אינעם גאנצן ציבור ביי די לוי' ח"ו

פון וואנעט נעמסטו דאס? און ביטע, אויב א גוי וועלכער איז גראדע אן אוהב ישראל וואלט געליינט דעם דאזיגן קאמענט, צו וואלסטו אים געקענט באשולדיגן פאר'ן אנהייבן פיינט האבן חסידישע אידן?

יאיר טייערס ווי זענען דיע אלע אוהבי ישראל געווען ווען מהאט אויסגעקוילעט מיינע עלטערע זיידעס און עלטערע באבעס און מן הסתם דיינע אוכט,איז געווען א לאנד וואס זאל אונז געבען שוץ,איז דיר דאס נישט גענוג ראי׳ צוגלייבען חז״ל וואס זאגען אונז הלכה בידוע, און חז״ל וואס זאגען אונז רחמנים בני רחמנים,פלוצלינג ווערסטו איבערגענומען פון א גוי וואס ספאסט צושרייבען א קאממענט פון מיטגעפיל,קיין געניץ וואלט ער נישט געגעבן פאר דיר,משא״כ דער איד וועט נישט זיצען אינשרייבען קיין מן השפה ולחוצדיגע קאממענטס אבער ווען סוועט קומען למעשה וועט ער טוהן אלעס צו ראטעווען אן אנדערע יומען ביענג,

טעפל » מאנטאג מערץ 4, 2013 2:48 am

· #92529
ליידער אפילו אין די איזרעלישע וועבזייטליך איז געוועהן זייער העסליכע קאמענטס..

מיין מיינונג » מאנטאג מערץ 4, 2013 5:41 am

· #92534
ס'איז א הארצווייטאג צו באריכטן. עס האמערט דער מוח צו טראכטן אפילו אז עס איז אין די מינוטן אפגעהאקט געווארן א המשכת הדורות ביי 2 חשובע פאמיליעס ה"י. דאס קינד פון ר' נחמן וזו' גלויבער ז"ל האט יעצט אויסגעהויעכט זיין נשמה, און וועט זיך צוריק פאראייניגן מיט די עלטערן אין גן עדן.

מיין מיינונג » מאנטאג מערץ 4, 2013 5:46 am

· #92535
דער וואונד ווערט צוריק אפן, און דער טרערן קוואל אקטיוויזירט. א משפחה בישראל איז פארשניטן געווארן רח"ל. עס איז נישטא די ווערטער. מ'האט אזויפיל האפענונג געלייגט אז כאטשיג עפעס א קליינטשיגע נחמה'לע זאל פארבלייבן פון די שרעקליכע טראגעדיע, אז דאס קינד זאל קענען טראגן א נאמען נאך זיין טאטן ע"ה, און זאגן א קדיש נאך זיינע עלטערן, טאקע שוין דעם ערשטן תפילת מעריב אלץ בר מצוה בחורל, וואס וואלט געפאלן ביום היארצייט פון זיינע עלטערן. אבער פון הימל האט מען אנדערש געוואלט, מ'האט דעם פיצינקע ליכטיגקייט אויך צוגענומען. די טראגעדיע באקומט אן אנדערער פירוש ווי ביז יעצט. עס איז א פרישע מסכת מיט פרישע ווייטאג.

נייגעריגער » מאנטאג מערץ 4, 2013 5:57 am

· #92537
איזעס קאנפערמט?? כ'האף אז נישט!!
קיינער אנדערש באריכט עס שוין.
פון וואו קומט ס'נייעס?

מיין מיינונג » מאנטאג מערץ 4, 2013 6:00 am

· #92538
באקומען פון עטליכע קראנטע קוועלער. עס וויל זיך נישט לאזן גלייבן, די לעפצן ווערן פארטרוקענט, מ'ווערט שפראכ-לאז. מ'ברויך שוין נאכאמאל ארויסנעמען די קינות פעדערן און אפשרייבן א פרישע מגילת איכה.

נייגעריגער » מאנטאג מערץ 4, 2013 6:05 am

· #92539
וואס ארויסנעמען ווען ארויסנעמען? ווי קען מען נאך לעבן און שרייבן!?
אאווויייי!!

ברעט מענינג » מאנטאג מערץ 4, 2013 6:56 am

· #92540
טאטע איך האלט עס נישט אויס!!
אויך נישט דעס?!

ידען » מאנטאג מערץ 4, 2013 7:30 am

· #92541
נהפך לאבל מחולינו
📎 20130304_071832-1.jpg 📎 20130304_071819-1.jpg

גאלד » מאנטאג מערץ 4, 2013 9:39 am

· #92556
damn it!!!!
pist איז נישט דאס ווארט!!!!

איינער קען דא זאגן עפעס א גוט ווארט ווייל איך בין זייער דיפרעסט

ציבעלע-קיגל » מאנטאג מערץ 4, 2013 9:40 am

· #92557
ברוך דיין האמת
עס איז זייער שווער צוזאגן אבער ליידער איז דאס פיצל גלויבער קינד............
ברוך דיין האמת....... נסתרים דרכי השם......

טעפל » מאנטאג מערץ 4, 2013 9:41 am

· #92558
אוי רחמונת'דיגער גאט העלף אונז!!! אונז זאלען זעהן מיט די אויגן אז ס'איז גוט!

גאלד » מאנטאג מערץ 4, 2013 10:02 am

· #92564
פאר א שווארץ יאר, וואס האט מען נאך נישט דער כלב מיטן BMW?

מ'האט א רעדשיסטערט קאר, פינגער פרינטס, א דיסקריפשן, ברענגטס איהם שוין אפיר???

וואס גייט דא פאר?????

וואס דארט אזוי לאנג

געפילטע פיש » מאנטאג מערץ 4, 2013 10:12 am

· #92565
newyork.cbslocal.com/2013/03/04/newborn-baby-of-brooklyn-parents-killed-in-hit-and-run-dies/

ס'הארץ ווייטאגט, עיני עיני ירדו דמעה כי רחק ממני מנחם, נישטא קיין ווערטער, נישט דא קיין טרייסט.
וועלמיר מוזן גיין מנחם זיין די טריפעלטע אבילים, אבער ווי אזוי קען מען מנחם זיין? ווי קען מען טרייסטן? וואס ווייסן מיר פון פיין? קענען מיר האבן די העזה צו זאגן אז מיר פארשטייען פארלוסט? מיר קענען כלל נישט טרייסטן, מיר קענען נאר זאגן אז אז דער מקום וועט זיי מנחם זיין, דער דערבארעמדיגער באשעפער וועט געבן כוחות פאר די משפחה זיי זאלן קענען איבערלעבען דעם קאשמאר, מיט איבערנאטורליכע כוחות, ווייל נאטורליך איז דאס נישט מעגליך.

ברעט מענינג » מאנטאג מערץ 4, 2013 10:32 am

· #92571
גאלד
פאר א שווארץ יאר, וואס האט מען נאך נישט דער כלב מיטן BMW?

מ'האט א רעדשיסטערט קאר, פינגער פרינטס, א דיסקריפשן, ברענגטס איהם שוין אפיר???

וואס גייט דא פאר?????

וואס דארט אזוי לאנג

וואס דארפסטו אזוי שטארק דעם קאר?
מען וועט עם כאפען און ארעסטירן! און בעיל פארשייט זיך אזוי ווי די גליקליכע אמעריקע טיט אייביג,
און שוין!

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 4, 2013 10:41 am

· #92574
גאלד, גאלד, וועט דיר דאס עפעס העלפן? גרינגער מאכן? צוריק לעבעדיג מאכן איימיצן?
בלויז נקמה וועט נישט העלפן פאר קיינעם.
דא האט געמוזט זיין עפעס א געפערליכע גזירה רעה, דא איז געווען א חרון אף צוליב א זאך וואס מיר פארשטייען נישט, און השי"ת ברוב רחמיו האט גענומען א קרבן ציבור, אדער בעסער געזאגט, עטליכע קרבנות ציבור, און מיט דעם מכפר געווען אויפן כלל.

מיר דארפן וויסן איין זאך, מאת ה' היתה זאת, היא נפלאת בעינינו, ס'וועט נאך קומען א צייט ווען מיר וועלן פארשטיין אלעס, אז ימלא שחוק פינו, אבער יעצט איז עס נפלאת בעינינו, מיר פארשטייען נישט, ס'איז א פליאה נשגבה, און מיר מוזן האבן בלינדע בטחון און אייזערנע אמונה אז אלעס האט אזוי געדארפט זיין אזוי.

עת לבכות ועת לספוד, יעצט דארף מען וויינען און קלאגן, ס'איז זייער שווער זיך מחזק צו זיין, אבער די צייט וועט היילן, הרופא לשבורי לב יחבש לעצבותינו, גם זה יעבור, לאמיר נישט אויפגעבן, און וויסן אז די זון וועט נאך אויפשיינען מיטן פולן פראכט, און דערווארעמען אונזערע פארפרוירענע צובראכענע ביינער, און מיר וועלן שפירן אסאך בעסער, און עס וועט נאך מקויים ווערן אז מיר וועלן דאנקען השי"ת פאר דעם אלעם, אודך ה' כי אנפת בי...

לאמיר האפן אז מהיום והלאה וועט שוין זיין בלויז אפענע חסדים פאר גאנץ כלל ישראל. צוזאמען וועלן מיר עס אדורכמאכן, זיך אינאיינעם מחזק זיין. כולנו בני איש אחד אנחנו, אחים אנחנו, אחים לצרה, אחים לדעה, לאמיר אינאיינעם איינרייסן און שפאלטן הימלען, ביז משיח וועט אונז קומען אויסלייזן בקרוב.

טעפל » מאנטאג מערץ 4, 2013 10:46 am

· #92578
ר' חד גדיא איך גלייב נישט אז ס'איז געוועהן איין אידענע אין ברוקלין וואס האט נישט געוואסט אז ס'איז געבליבען א קינד..

קאך_לעפל » מאנטאג מערץ 4, 2013 10:52 am

· #92582
עס איז באוויסט אז דער הייליגער בעלזער רב הרה''ק רבי אהרן זי''ע, האט פארלוירן זיין רעביצן מיט אלע זיינע קינדער דירוך אויס דעם ביטערן קריג, זיי זענען ברוטאליש ערמארדערט געווארן און קאלט בלוט דירוך די בארבארישע מערדער די פארשאלטענע נאציס ימ''ש.

דער רב זי''ע האט דאס זייער שווער אויף גענימען, וואו עס איז ידוע, אבער ''ער האט קיינמאל נישט גערעדט דערפון אפי' איין ווארט'' וידום אהרן. ווייל ער האט נישט געוואלט ח''ו האבן קיין קישות אויפן הייליגן באשעפער, וואו גרויס און הייליג דארף מען זיין זיין צו ציקימען צו אזא הייליגע מדריגה.

דאס איז זיכער און זיכער אז מיר זענען ווייט פון אזעלכע הייליגע מדריגות נשגבות, וואס מיר האבן אפי' נישט קיין השגה, און אונזערע געפילן זענען אסאך שטערקער וואו אונזערע מוחות, און מיר האבן נישט די גייסטישע כוחות הנפש וואס דער צדיק און קדוש ה' האט געהאט.

אבער ווען עס געשעהנט אזא ביטערע אומגליק ביי כלל ישראל, אז א גאנצע משפחה ווערט ליידער פריצייטיג פארשניטען פון די וועלט, אויף אזא טראגישען אויפן, איז א צייט פון חשבן הנפש, נחפשה דרכינו ונשובה אל ה',

יעדער דא איז פארנימען מיט ארויס ברענגען זיינע געפילן מיט די מאקסימום געפיל וואס דער פעדער קען נאר שרייבן, וואס דאס פאסט אויסדריקליך פאר די עזרת נשים, און דאס ברענגט נישט גארנישט, נאר קישות מיט תרעימות אויפן הייליגען באשעפער, לאמיר הערן ענדערש קבלות טובות וואס דער עולם האט מקבל געווען אויף זיך, לאמיר הערן די חשבוני הנפש פונעם עולם, נישט נאר סתם אזוי די עזרת נשים געפילן, מיט נארישע בדחנות.

וואס פארלאנגט מען פון אונז פון הימל? וואס ווינקט מען פאר אונז פון הימל? ווען האבן מיר די לעצטע מאל געגאסן טרערן אויף צער גלות השכינה? ווען האט מען געהערט פון אונז די לעצטע מאל א געשריי צום הייליגען טאטען און הימל, עד מתי עוזך בשבי?

פארוואס דארף געשען אזאנע אומקליקן ביי כלל ישראל, אז מיר זאלן זיך אויפוועקן און זיך דערמאנען אז די הייליגע שכינה איז שוין און גלות כמעט 2000 יאר? רבותי לאמיר איינרייסען אז עס זאל שוין זיין יתגדל ויתקדש שמיה רבה, און מען זאל אונז מער נישט שיקן פון הימל אזאנע דערמאנאונגען!
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9