יונג פארפאלק אומגעקומען אין שרעקליכע וויליאמסבורג טראגעדיע
406 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3090
דאס איז פון dmv.ny.gov
Every occupant, regardless of age or seating position, of a motor vehicle being operated by the holder of a Class-DJ Learner Permit, a Limited Class-DJ, or Class-DJ Driver License must be restrained by a safety restraint.
If you are pregnant, your seat belt can help protect yourself and the baby you are expecting. Make sure the lap belt is low on your hips, under your abdomen, and the shoulder belt is resting closely and comfortably across your chest and shoulder.
כמיין אז אין א טעקסי דארף מען נישט קיין סיעט בעלדס און קאר סיעט.
גערעכט
Seat belt use is not required in taxis or livery vehicles, emergency vehicles, 1964 or older vehicles, or by passengers in buses other than school buses (seat belt use may be required by the school district). Rural letter Carriers are also exempt while they are delivering mail.
זר זהבנאך נישט געהערט איינער זאל באקומען א טיקעט דערפאר. ס'וואלטאך געווען א גאלד גרוב פאר אלע מוניציפיאליטעטן
ווייל העכער 16 איז דער דרייווער נישט אחראי, ממילא איז נישט שייך צו געבן א מאווינג ווייעלעשן פאר קיינעם,
אבער אונטער 16 הערט מען יעדן טאג מ'זאל געבן טיקעטס
נישט טיקעטן דעם דרייווער מיינעך. כ'רעד פונעם פאסאזשיר, פונקט ווי מ'טיקעט דעם וואס זיצט אין פראנט נעבן דרייווער.
דאס האט מיך באנומען ביז טרערן (קרעדיט: איי וועלט)
דאס הארץ בלוטיגט, עס רינט א טרער נאך א טרער, מאנה להנחם
ס'איז געבוירן א אינגעלע למזל טוב, א נייע נשמה'לע אויף די וועלט
נאך אביסל וועט זיין די ברית אי"ה, וואס גייט מען הערן דארט?
ישמח האב בגן עדן ביוצא חלציו, ותגל אמו בגן עדן בפרי בטנה.
אוי באשעפער, וויפיל כוחות האבן מיר נאך אויסצוהאלטן אזעלכע טראגעדיעס
ווער וועט זאגן אויף דעם בכור זה בני בכורי?
הייליגער באשעפער, לייז שוין אויס דיין בכור נאך בעפאר דעם, ויקיצו וירננו שוכני עפר, ואז ננחם.
זר זהבנישט טיקעטן דעם דרייווער מיינעך. כ'רעד פונעם פאסאזשיר, פונקט ווי מ'טיקעט דעם וואס זיצט אין פראנט נעבן דרייווער.
ווייל דאס איז אינגאנצן אן אנדערע סארט טיקעט, דאס האט גארנישט מיט קיין דרייווערס לייסענס וכדומה, ס'נישט קיין "מאטאר וויהיקל מאווינג ווייעלעשן", ווייל דער מענטש מוז דאך לגמרי נישט האבן קיין לייסענס,
דאס איז אזא סארט טיקעט וואס למשל מ'זאל געבן איינער וואס טרינקט אלקאהאל אין פאבליק וכדומה, די סארט טיקעטס גיבט מען נישט קיין סאך און מ'קומערט זיך נישט צו געבן,
נייעס באריכט איבער די שוידערליכע עקסידענט
מער באריכטען איבער די שוידערליכע עקסידענט און וויליאמסבורג
אין ניו דזשורזי טוט מען יא אינפארסן די סארט טיקעטס, הגם די פאליציי קען נישט אפשטעלן בלויז פאר דעם.
אין ניו יארק טוט מען דאס נישט אינפארסירן, נאר ביז די 16 יאר.
אבער וואס זיכער איז זיכער, עס איז אלץ מער סעיף זיך צוצובינדן, אפגעזעהן וואס דער געזעץ זאגט.
זיי זענען זיכער "נישט" געפארן צו דעליווערן, זיי זענען בלויז געפארן צו זעהן די דאקטאר צוליב א געוויסע קאמפליקאציע, זי האט געהאלטן ביים 6'טן חודש און דאס קינד לרפו"ש איז אביסל מער ווי 3 פונט גרויס
דאס האב איך נישט געזעהן אין יענעם ארטיקל, נאר פון אנדערע מקורות
כווייס נישט פארוואס קיינער האטעס נישט אויפגעברענגט
איז דע דרייווער פין די בי עםW געוועהן א יוד?
אברהמי רובין זאגט אז ער האט געהאט א בארד
אויב יא ווער איז געוועהן די פרוי מיט עם?
זיינ פרוי?
א בארד מיינט נישט א איד
ריפארטינג לייוו פון ראדני סטריט.
טויזענטער פארזאמלען זיך אין די מינוטן אפצוגעבן דעם כבוד האחרון פאר די נפטרים, און גלייכצייטיג באוויינען די שרעקליכע טראגעדיע וואס האט באטראפן אונזער שטאט. ווי עס הייסט יעצט וועלן די מיטות (!) דא זיין ביז געציילטע מינוטן.
די ארונות זענען דא. א טרויער אויסגעשפרייט אויף אלעמענס פנימ'ער. ביטערע געוויינערייען דורך די בני המשפחה.
דער סאטמאר רבי האט אנגעהייבן אצינד זיין הספד מיט א קול געשטיקט פון טרערן: כי ימצא חלל באדמה!... מ'קען קוים הערן, ער וויינט און וויינט.
דער גאס ווערט שווארץ.
די שוידערליכע לויה
📎 Levaya-03.jpg
אבד״ק לימנוב איז מספיד
מעורר געווען אויף די אינטערנעט, און מבקש רחמים געווען אויף ס'פיצל קינד.
לימנובער רב איז יעצט מספיד.
זעט אויס פון זיין הספד אז ער איז זייער נאנט געווען מיטן אינגערמאן. ער דערציילט נאך פון אים זייער שיינע און ערליכע עובדות און מימרות.
א שאד איך בין נישט דארט, כ'וויל וויינען.
מרדכי יואל א ברודער פון נחמן איז יעצט מספיד
מרדכי יואל זילבערשטיין, ווארשיינליך א שוואגער, רעדט.
קאווע טרינקערא שאד איך בין נישט דארט, כ'וויל וויינען.
מען קען הערן א הוקאפ אויף קול-מבשר.
דער צובראכענע טאטע ר' יצחק יעצט מספיד. נישטא קיין טרוקן אויג.
ר׳ יצחק זילבערשטיין
א שטיין קען צוגיין מיט צו האלטען אזא לויה
א גוי וועט דאס קיינמאל נישט פארשטיין. נאר א ערליכע אידישע טאטע קען אזוי רעדן. אזא אמונה, אזא בטחון. עס צוברעכט דעם נפש היהודי.
watch live, Credit: vinnews
<a class="postlink" href="http://www.ustream.tv/channel/13536996">http://www.ustream.tv/channel/13536996</a>
ער האט יעצט געמאכט די ברכה ברוך דיין האמת. כי כל לבב דוי וכל ראש לחלי.....
אוי טאטע אין הימל... אויב דאס רייסט נישט אויף אלע טויערן אין הימל, דאן וואס יא???
מען פארט יעצט קיין מאנסי
מען פארט קיין מאנסי און פון דארט קיין מאנרא
עס איז כמעט אויבן אויף דראזש רעפארט.
איז עס א טאקע א נאציאנאלע געשעעניש? אדער אזוי אויסערגעווענליך?
בכ"א , יה"ר אז מיר זאלן שוין נישט זיין אין די נייעס אזויפיל.
יא, ס'איז ממרום שלח אש. נישט פשוט.
ממרום שלח אשעס איז כמעט אויבן אויף דראזש רעפארט.
איז עס א טאקע א נאציאנאלע געשעעניש? אדער אזוי אויסערגעווענליך?
בכ"א , יה"ר אז מיר זאלן שוין נישט זיין אין די נייעס אזויפיל.
יא א פארפאלק אויפן וועג צו שפיטאל און דאס קינד האט איבערגעלעבט, זיכער איז עס א אומגעווענליך הארצרייסנדע געשעעניש
אוודאי איז עס א שרעקליכע טראגעדיע, אבער דראזש מעלדט נישט געווענליך אזאנע סארט געשעענישן, ס'פיט נישט זיין קריטעריע.
בכל אופן, נישט קיין גרויסע נפק"מ.
זאל הקב"ה אונז מנחם זיין בכפלים, בבנין ציון וירושלים, ואז אנחם.
CNN האט עס יעצט אויבנאן אויף זייער וועבסייט, ס'איז ממש די ערשטע נייעס, און די קאמענטס וואקסן ווי אויף הייוון ממש יעדע סקונדע א פרישע קאמענט,
<a class="postlink" href="http://www.cnn.com/2013/03/03/us/new-york-crash-baby/index.html?hpt=hp_t1">http://www.cnn.com/2013/03/03/us/new-yo ... ?hpt=hp_t1</a>
רבותי, די אלע שיינע טרייסט ווערטער פארן עופה'לע איז זיכער באגריסענסווערד, אבער אידן רחמנים בני רחמנים וועלן געוויס נישט לאזן שפירן דאס מינדעסטע צער, מען וועט זיך זיכער אפגעבן מיט אים דאס בעסטע וואס מעגליך, און אנווענדן אלעס אין דער וועלט צו פארזיסן זיין לעבן.
די עלטערן, די קאפעל? זיי זעהען דאך שוין די טובה, זייער אויסגעלייטערטע נשמה שוועבט אין העכערע ספערן, וואו מען ווייסט שוין נישט פון קיין צרות.
לדעתי, איז די גרעסטע רחמנות די צובראכענע עלטערן, וועלכע האבן באקומען א שוידערליך-צושטערטן לעבן פון איין מינוט אויפן צווייטן, און קענען נישט צו זיך קומען פון צער.
נישטא די קינות וועלכע זאל דאס באשרייבן.
המקום ינחם אותם, נאר ער קען.
כ'ווייס נישט צו איך בין גערעכט, כ'ווייס נישט אין וואספארא אשכול דאס געהערט.
כמדומה אז די נייע חלקה פארמאגט היבש טראגעדיע נפטרים. עכ"פ אנגעהויבן האט זיך עס זיכער אזוי. אפשר איז שוין צייט אויפצוהערן די פייערדיגע חילול השם?
קאווע, דו ביזט שוין איינמאל גערעכט.
ווען דען און ווי דען זאל מען רעדן פון דעם, היינט איז דער עולם זייער אנגעווארימט און מען איז גרייט צו הערן דברי מוסר, אבער מיט דעם אלעמען בין איך כמעט זיכער אז מען האט נישט דערמאנט קיין ווארט דערפון ביי די לוי', זיי כאטש מעורר דא אויפ'ן קאווע שטיבל.
תצפה לרגלי משיח
ווארטסט טאקע איינער זאל זיך אויפשטעלן און זאגן כ'האב געמאכט א מיסטעיק?
דאס איז זיכער דער וואס וועט עס טון, אפגעזען צו ער איז יא גערעכט מתחלה צו נישט, וועט האבן א גרויסן זכות
ונזכה ונחי' ונראה כל אחד מעלת חברינו ולא חסרונם (מדברי בעל הילולא)
די פראבלעם איז אז "איך" קען גארנישט טוהן.
מען רעדט דאך נישט צו די מנהיגים, זיי ליינען סיי ווי נישט דעם קאווע שטיבל, אבער עולם גולם וועקט אייך אויף! וויפיל איז די שיעור זיך צו באדן אין טינופת?
ווי האט און בן פלת'ס רעביצין אים געזאגט? צו משה וועט געווינען צו קרח וועט געווינען, וועסטו סיי ווי בלייבן דער זעלבער נאר.
אויב מהר"א זאל היינט אריינשטורעמען קיין 500 בעדפארד און שלום מאכען מיט זיין ברודער וועט ער זיין די וועלטס העלד
(פון מהרז"ל ערווארט עס קיינער נישט)
קרעקעראויב מהר"א זאל היינט אריינשטורעמען קיין 500 בעדפארד און שלום מאכען מיט זיין ברודער וועט ער זיין די וועלטס העלד
(פון מהרז"ל ערווארט עס קיינער נישט)
דאס איז א ריכטיגע סעמפל פון די טינופת פון וואס איך האב גערעדט (סארי, נישט נעמען פערסענעל).
וואס א חילוק מהר"א מהרז"ל, יאחז כל אחד דרכו, יעדער זאל זיך גיין זיין וועג, און נישט קוקן אויפ'ן צווייטן, וואסע פשט אז דער עולם דארף האלטן אין איין מעלה גרה זיין די נארישע נושאים?
שוין צייט אביסל צו עפענען די אויגן, און אנהייבן קוקן אויף זיך, נישט נאר אויף יענעם.
דער עולם איז פשוט קיען וואס גייען נאך דע צוויי בלינדערהייט
אויב זיי זאלען היינט שלום מאכען איז שלום אין סאטמאר
פארשטאנטא?
ברסלבערקרעקעראויב מהר"א זאל היינט אריינשטורעמען קיין 500 בעדפארד און שלום מאכען מיט זיין ברודער וועט ער זיין די וועלטס העלד
(פון מהרז"ל ערווארט עס קיינער נישט)
דאס איז א ריכטיגע סעמפל פון די טינופת פון וואס איך האב גערעדט (סארי, נישט נעמען פערסענעל).
פארוואס נישט נעמען פערסאנעל? ביטע יא נעמען פערסאנעל. דאס איז דאך דער בראך!
כ'גיי שוין נישט אריין אין די ליגענט דערפון, פארוואס מיינסטו אז איין ברודער יא און דער צווייטער נישט, אבער לו יהא כדברך, רעד נישט, טראכט נישט, דו זיי בידידות מיט אלע אידן, זאלסט זיך משדך זיין מיטן אנדערן צד אויכעט, און נישט אויסטיילן ציפקע-צרות פאר אלע וועלכע גייען נישט אין שפאן לויט דיין דעת קדשך.
קרעקערדער עולם איז פשוט קיען וואס גייען נאך דע צוויי בלינדערהייט
אויב זיי זאלען היינט שלום מאכען איז שלום אין סאטמאר
פארשטאנטא?
כ'קאן זיך נישט איינהאלטן, כ'מוז ארויסברענגען מיין שברון הלב, און כ'וועל דיר עפעס זאגן: די ברודער אליין אז זיי שלאגן זיך, כ'קען זיי דן זיין לכף זכות, זיי האבן זיך זייערע נסיונות, דאס איז זייער יצר הרע, ס'איז זייער עסק, נישט מיינס. פון הימל וואלט מען נישט געשיקט אזעלכע טראגעדיעס נאר צוליב זייער מחלוקת.... ס'איז אונז!!! מיר זענען עס שולדיג, די חסידים (אדער מתנגדים), וועלכע מאכן זיכער צו גיסן כסדר אויל אויפן פייער, ורוצים בכל נפשם ומאודם לשמור על גחלת הפאליטיק שלא תכווה, מיט א נארישן אויסרייד אז אסאך מענטשן "ענדזשויען חסידישע פאליטיק", די אלע מאכן זיכער אז אין "סאטמאר" ברענט א פייערל, קיינער וועט עס קיינמאל נישט פארלעשן, און די ערגסטע פון אלעם? מען מישט אריין דעם בורא עולם! פון זאלציגע מצות, ביז צומת הגידין, אפילו אויב זיי זענען גערעכט, איז עס דאך בלויז לשם פאליטיק, נישט לשם שמים, מען נעמט די תורה און מען מאכט א קרדום לחפור בה, די אלע חומרות זענען לצנינים אין אויגן פון באשעפער, עס איז גארנישט אנדערש ווי ס"ת שכתבו מין, פונקט ביי די עטליכע זאכן מיינט מען אזוי שטארק דעם באשעפער, וואס זאגט גאט? הלואי אותי עזבו, נעמט אייך נישט אן פאר מיינע מ'כלומר'שטע פרומע שטיק, ותורתי שמרו, היט נאר מיין תורה וואס איך האב געגעבן, וועסט מקיל זיין אין כשרות?, טאקע נישט דאס בעסטע, אבער ענדערש זיי מחמיר אין בין אדם לחבירו, דאס איז חמורות שבחמורות, וויפיל אידיש בלוט ווערט פארגאסן, וויפיל זאפטיגע לשה"ר ורכילות, נישט נאר אין מקוה, נאר טאקע אויפן ברייטן געוועב ווי יעעדער איינער קען אלעס מטהאלטן, מעתה ועד עולם, אוי לאותה בושה ואוי לאותה כלימה... לאמיר זיך עפענען אונזערע אויגן!!!!!!!!!!!!! ס'איז די העכסטע צייט, אם לא עכשיו אימתי!!!!
ומחה ה' דמעה מעל כל פנים ובא לציון גואל בב"א.
איינער פרעגט אין אישי, היתכן פריער בין איך געווען מתנגד וואס איחוד האט ארויפגעברעגט:
א) כ'האב מקדים געווען אז ס'קומט אפשר נישט דא
ב) ס'איז שוין נאך די הספדים, און מ'האט נישט גערעדט דערפון.
ג) ס'האט גארנישט מיט די נפטרים זעלבסט
ד) עקסידענט וועט אייביג זיין (אויף רשעים גוים) ממילא איז נעריש צו מאכן דערפון אן עסק יעצט (אויסער אויב דער אינטערסקעשן איז א מקום סכנה - אגב אויף בעדפארד און סאוט 9 און אויף דריגס, זאל מען שוין לייגען א טרעפיק לייט, אבער שוין!)
איר אלע (וואס רעדט פון די ביה"ח) זענט גוט גוט משוגע (זייט מיר מוחל דעם עקספרעשאן)
ווי קומט דא אריין א בית החיים? וואס א חילוק ווען אין וויאזוי? איעדע קהלה ברויך א פלאץ אוועקצולייגן די נפטרים! ברויך צד מהרז"ל לאזן די נפטרים אויפן פעלד? סל הכל פון די בית החיים איז, אז מען האט געעפענט א אייגענע נאכדעם וואס די אלטע האט מען נישט געקענט נוצן מאיזה סיבה שיהיה.
בקיצור, דאס עפענען א נייע בית החיים איז זיכער נישט קיין פראבלעם, טא וואס רעדט איר דא?
(אויב עפעס, קען מען דן זיין ווען א נפטר קומט לקבורה אויפן אלטן, ווייל די אלטע איז דאך שנו במחלוקת, יש אומרים אזוי, ויש אומרים אזוי, אבער די נייע איז דאך אפגעקויפט כדת וכדין ואין עליה תובעין ותערומות. נאר וואס דען? קליינע מחות ווערן נתרגש פון אויבערפלעכליכע זאכן, א נייע ביה"ח איז "דיפרענט" ברענגט עס אויף עמאושענס, משא"כ די אלטע קוקט דאך אויס כקדמת דנא.
נאר איך זאג דאס אויך נישט, ווייל עס איז הבל הבלים אריינצימישן דא א קהלשע אלגעמיינע מחלוקה וואס האט נישט קיין שייכות בכלל מיט די נפטרים, ליתר שאת ברענג איך נאר ארויס די לעכערליכקייט, פון די סארט מענטשן וואס זענען אלץ ביזי מיט שלום.)
אז איך רעדט שוין יא, לדעתי איז שלום היבש אווערעטעד! וואס איז שלעכט אז צווי פארטייען האבן מיינונגס דיפרענצן? דאס הייסט איו אמעריקע "פאליטיק" ס'דא מענטשן וואס גלייכן עס און ס'איז דא וואס נישט.
אז מען טוט א עולה, איז עס א עולה פאר זיך, אבער בכלליות הייסט עס נישט קיין מחלוקת, און גלייבטס מיר גאט גייט נישט אן צו סאטמאר אזער סיי וועלכע אנדערע קהלה איז צוטיילט אדער גאנץ.
לדעתי אז נישט קיין ספק אז אפילו אויב אלע קהלות בעטן זיך איבער, אין די אלע סופערפישל מחלוקת ווערן אויס, גייט משיח נישט קומען (אלץ דעם אויס)!
און די וואס רופן עס אן טינופות זענען קינדערליך, נישט יעדע זאך וואס אינטערעסירט דיר אדער האסט נישט ליב איז טינופות!
פערסאנעלי כהיום אינטערעסירט מיר נישט די אלע זאכן, אמאל יא. ובכן? איך פארשטיי אבער די וואס עס פאראינטערעסירט זיי, פונקט ווי איך פארשטיי וועם עס אינטערעסירט אמעריקנער פאליטיק, אדער ספארטס, אדער טשיילד מאלעסטעשן אקטיוויזם, כאטש די אלע זאכן אינטערעסירן מיר אויך נישט.
עס ווערט נאכנישט קיין טינופות, און עס מאכט דיר נישט גרעסער ווען דו זאגסט עס.