יואבלית דין בר נשאויב איז ער גיוועהן אונטער די איינפלוס פארשטייסטו אויך נישט?
פארשטיי איך שוין מער פארוואס ער ברויך קריגן א מער שטרענגען שטראף, אבער נאך אלץ נישט פארוואס לייף.
אויב פארשטייסטו אביסל וויאזוי די יוסטיץ סיסטעם ארבעט דאן וועסטו פארשטיין פארוואס ער האט באקריגן לעבנס לענגליכע טורמע. אסאך מאל געלונגט פאר פיל מענטשן זיך ארויסצודרייען פון יוסטיץ אפילו עס איז קלאר אז זיי זענען שולדיג. עס איז שוין געווען פיל מעשות פון מערדער, ערגעץ לעצטענס געווען א געשיכטע ווען א שווארצער סעלבערטי האט געדינגען א היט מענטש צו ארלעדיגן איינעם, און ער האט זיך ריינגעוואשן מיטן טענה אז די הענטשוך וואס מען האט געפונען אויפן סצענע פיט נישט אויף זיין האנט, און עס איז אים געלונגען. א צייט שפעטער האט מען אים געפונען שולדיג אויף א קלאגע. די ריכטער האט געזאגט האסט זיך לעצטע מאל ארויסגעדרייט, גוט, אבער יעצט גייסטו שוין כאפן. און ער האט געקריגן לייף.
דער איצטיגער ספידער וואס האט אראפגעקלאפט דעם פארפאלק האט געהאט א רעקארד צאל ארעסטן און קרימינאלע אקטן אויף זיין נאמען, יעצט נאכן ״אומשולדיג״ הרג׳נען 3 מענטשן האט ער געקריגן זיין פארדינטע שטראף. אזוי האב איך אויך געליינט אין די ווערדיקט אז דאס האט צוגעשפילט.