פאעזיע פארמעסט!
137 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2868
לעיקוואד, קאמפיאטער, די איצטיגע מאראטטאן איז פאר אידישע שטיקלעך, ביטע פרובירט אין אידיש מיר ווילן אייך האבן.
אויב ממש אוממעגליך, דאן וועט איר מוזן ווארטן אויפן קומענדיגן ביי-לינגואל פארמעסט, וה״ה די לשון קודש׳ע און העברעאישע
נאך א עצה האב איך, קענסט אריינשיקן און ביי אונז אין ביורא וועלן חבירים עס פרובירן איבערזעצן, אויב ס׳ממש פארשטאפט דאס אידיש פונק.
פארוואס זאל מען נישט לאזן אין אנדערע שפראכן אויך? ביטע, כ'זע נישט פארוואס מ'זאל פארבאטן לשה"ק אדער העברעאיש. ווער איז מיט מיר?
לעמאן דזשוס
א טריקענע אופדעיט ביטע
[ציטאט אראפגענומען]
אז קופערניקוס מיט יודל האטען אזוי ווער קען זאגען אנדערש?
[ציטאט אראפגענומען]
ג"א מצטרף, לאו דוקא לשה"ק קעגן אידיש איז שווער צו מעסטן, ה"ה ענגליש קעגן אידיש און לשה"ק. יעדע שפראך האט זיך זיין געוויסע שטריכן ווי אזוי מען בערנגט ארויס פאעזיע. אויב די אידישע פארמעסט וועט זיין א סוקסעס וואלט אפשר געווען אינטערעסאנט צו מאכן א צווייטע פארמעסט אין לשה"ק.
[ציטאט אראפגענומען]
גענוי
אנאנים, אוודאי, געוויס, ריכטיג, גענוי...די לשון קודש איז נישט נארמאל שיין און פאעטיש אבער עס איז נישט א פארמעסט מיט אידיש, האסט שוין אמאל געזעהן א מאראטטאן ווי הערשן און אדלער פארמעסטן זיך? אדער אלימפיק שפילן ווי שפילער מיט הענדיקעפס פארמעסטן זיך?!
לכל חובבי פיוט בלשון קודש, ליהוי ידוע לכם שבעזר השם יתקיים מבחן (נא תעזור לי במלה על קאנטעסט) על פיוטים בלשונינו הקדש, לשון בו שרו אדונינו דוד, בו ניבאו ישעיה ויחזקא׳ בן בוזי
[ציטאט אראפגענומען]
איני מבין למה לא תבין שזה לא הולך?!
אנאנים, ניחמתני!
מעולם לא אמרתי קבלו דעתי, הלם ראיתי אחרי רואי שבקושי נכנס באזנך דברי הקודמים על כן אמרתי לכו נא ונוכחה, ויתקיים בנו ואת והב בסופה!
דרך אגב, קופערניקוס ידידי, יש לך מושג איזה מילה מתרגם ׳פארמעסט׳ או מאראטטאן? אני שואל אודות חבר!
געוואלדיג, סוי תחרות פיוטים, או תחרות פייטנים?
אדער מצעד גאווה לחובבי פיוט (גאווה עז אין גאות, לא ג׳ המתועב ח״ו)
אפדעיט, ׳שבוע פאעזיע׳
מיט פרייד און גוזמאות מעלדן מיר איבער די קונטרס ׳שבוע פארמעסט׳ וואס ידידינו וידיד ה׳פארמעסט הרב בנימין פרענקל האט אנגעשריבן לכבוד די מאורע! עס וועט זיין צו באקומען מערצטשעם מארגן אווענט....
טרוקענע אפדעיט, מיר האבן היינט נאכט מוצש״ק לסדר בגפו יבא נישט ערהאלטן קיין שטיקל!! עס איז די טרוקענסטע נייעס וואס איז דא אין ביורא, ובשם השם נזכיר!
איך זוך א טייפסעטער וואלאנטור פאר אביסל אפיס ארבעט, ביטע לאזט אריין א אישי. תודה רבה על עזרתכם בקדש
קונטרס ׳שבוע פארמעסט׳
שוין
דא צו קריגן דעם קונטרס
יישר כח לחבירינו הרב ברסלבר פאר די עריכה!
נו, ווי קען איך זיך פארמעסטן מיט די פאעזיע לייבן דא?
וועל איך כאטש ארויסהעלפן בעריכת הקונטרס.
אפדעיט
ברוך השם, מיר האלטן ביי זיבן שטיק, פיינע ווארע, חדשים לבקרים בואו והפיסו!
לעמאן דזשוסשוין
דא צו קריגן דעם קונטרס
יישר כח לחבירינו הרב ברסלבר פאר די עריכה!
ישר כח ברסלבר האסט די פאך אין די האנט!!
כ'בין אביסל צומישט... למעשה, ביז ווען קען מען אריינשיקן, און צו וועם דארף מען שיקן?
כ'האב נארוואס אפגעשטאט א באזוך אינעם פארמעסט ביורא,רבותי עס טוט זיך טישן אויף בענק עס גיסן זיך פעסער אהבה טרערן ווי ביים רבינס הקפות. נאך צוויי טעג פארבליבן נעמט א פעדער און שרייבט אייער שטיקל.
וואס איז געבליבן?
מחר יהי' האות הזה?
כ'האב אפגעשריבן א שיין שטיקל פאעזיע מיין נושא איז געווען "בעשן דעם סיסטעם". אלס כדי לאפוקי מדעת געפילטע וואס טענה'ט אז בעשן דעם סיסטעם איז נישט קיין ארט, הערטס אידן אבער נאך ווי ס'איז אן ארט! נאכן ענדיגען דעם פאעזיע האב איך דעזעהן א מייסטער-ווערק פאר מיר, א שטיקל וואס וועט זיכער געווינען דעם פארמעסט. אבער כ'האב מיך גלייך געכאפט אז אויב דאס וועט געווינען וועט דאס ברענגן ערנסטע פראבלעמען. ערשטענס, שיין וועט קאווע שטיבל אויסזעהן אז דער אנטעגאניסט, דער אנטי סיסטעם'ניק, דאס שטיקל פאעזיע וואס חוזק'ט אפ פון אלעס הייליג וועט געווינען דעם פארמעסט, שאץ מאץ אין אייוועלט וועט זיך אייסערן: כ'האב ענק געזאגט וואספארא שקצים זיי זענען!, קוק דאס געמיינהייט אליין געווינט א פארמעסט ביי זיי. צווייטנס וזה העיקר אז קופערניקס דער רב האט דאך נבואות געזאגט אז ער און נישט א צווייטער גייט געווינען דעם פארמעסט, פינטל. און כדי שלא לשבור דברי קופערניקוס האבן מיר באשלאסן צו שרייבן א צווייטע שטיקל אויף אן אנדערע נושא.
למעשה האב איך מיר געפלאגט צו טרעפן א פאסיגן נושא, האב איך גענומען יפתח'ס עצה, כ'האב געזאג בנדר ובשבועה: וועם איך וועל אנטרעפן דאס ערשטע, אים וועל איך מקריב זיין אויפן מזבח פון פאעזיע. וואס כ'האב אנגעטראפן קען איך אייך נישט מגלה זיין, אבער כ'האב מיך מיט עפעס אנגעטראפן, און זיך גלייך גענומען שרייבן איבער אים. ווען עס פארטיג געווארן האב איך עס געוויזן דעם עזר כנגדו, זי פרעגט מיך: וואס איז דאס? זאג איך : דאס איז א פאעם וואס איך האב געשריבן פאר א פארמעסט. זי טוט זיך אן אירע ברילן, קוקט עס איבער משפה לחוץ, זי זאגט מיר קליפ און קלאר: דו וועסט קיין פארמעסט נישט געווינען מיט דעם שטיקל. עס האט נישט קיין טעם און קיין ראם, וועסט דיך נאר מאכן ללעג ולקלס. איך טענה אבער מען קען נישט קיינמאל נישט וויסן, אויך אין פאעזיע גייט אן דעם כלל פון: ועל טעם ושיר אין להתווכח. אפשר דא אין שטיבל זענען פארהאן חברה וואס וועלן יא זעהן אין דעם טיפע רעיונות, באהאלטענע כוונות בליציגע געדאנקן און איבערגעשפיצטע חכמות. און אז נישט וועל איך א טובה טוען יענעם דארט, העכסטענס וועט יענער נישט זיין דער לעצטער און דעם ליסט, ס'וועט זיין איינער נאך אים.
הער אויס, זיי נישט עובר אויף בל תשחית. אויב גיסטו נישט אריין דעם "בעשן" ארטיקל אינעם פארמעסט, דאן לייג עס כאטש סתם אזוי ארויף, אן קיין פארמעסט!
זיי מקיים (מיט א קליק פון א באטטן!) דעם "מרבין בשמחה", און ציה ארויף א שמייכל אויף די ליינער דא, ביטע!
אפדעיט!
טייערע פריינט,
איך האב נעכטן נאכט אונטערגענומען א טאג אף סיילענס אין עהרע פון משה געציל'ס טראגעדיע, איצט קומט צו מיר געציל צו און זאגט מיר, איך בעט דיר, ברעך די סיילענס, זאלן די יעניגע נואפים שווייגן פאר אייביג אבער אונז טארן נישט בלייבן שטיל און אין די זייט. ער פארשפרעכט מיר אז ער איז מיט אונז, און דארף פשוט אביסל מנוחה פונעם שווערן קלאפ וואס האט אים באטראפן!!! ער זאגט מיר; די פארמעסט דארף אנגיין ביתר שאת וביתר עז, און טאר נישט קומען צו קיין אפהאלט!
דערפאר, טייערע ברודער, איר ווייסט אז אויף מיין טאג לוח שטייט אז היינט נאכט איז מיטוואך לסדר תרומה, טייל האבן שוין אריינגעשיקט גאר גאר הערליכע שטיקלעך, מיר פרובירן איצט אויסצוארבייטן אז די פארמעסט זאל קלאפן על צד היותר טוב, איך וויל נישט דא סתם פראפאגאנדירן, עס האט געשטערט עטליכע חברים דא פארגאנגענע וואך איך וויל פשוט מודיע זיין דעם עולם, איך ערווארט אז די לעצטע שעות פונעם פארמעסט וועט ווערן זייער אנגעצויגן אסאך פון די חברים וואס מיר האבן ערווארטעט האבן נאכניש אריינגעשיקט א פיפס!! טייל זוכן נאך טעמעס, ווען שניי זאווערוכעס וואלגערן זיך אין די גאסן, ווען א מנין יודן שמאכטן אין טורמעס, ווען חודש אדר קלאפט אויף'ן טיר, ווען וואלקענעס פון כמארע זענען אויפ'ן האריזאנט און צילן צו פארניכטן כל הקדש מיט זינלאזע מאוויס אין בארא פארקע גאסן, רבו הטעמעס והפאעזיע'ס לא!!
ביטע, שיקט אריין די סחורה בעוד מועד, און די אלע ריזיגע בנינים מיט געדאנקן און אוצרות מיט ווערטערבוכן מיט געשפריצטע געשלייפטע ווערטער לאזט איבער פאר די קומענדיגע פארמעסט, די פארמעסט איז נישט אן איינמאליגע געלעגנהייט, עס וועט נאך קומען נאך און נאך
איך זאג אייך, די פאר וואס האבן אריינגעשיקט (זיבן, דערווייל) האבן ארויסגעיאגט הערליכע, רירנדע שטיקלעך אזש עס איז צום שטוינען ווי ברייט עס דערעפענט זיך די קעסטלעך פאעזיע ווען מען גיט עס א קליין ריר...
מיר ווילן צוגיין צום וואלן פראצעס ווי אמשנעלסטן..זייט געזונט, אויף ווידערזעהן
שמעקעדיגהער אויס, זיי נישט עובר אויף בל תשחית. אויב גיסטו נישט אריין דעם "בעשן" ארטיקל אינעם פארמעסט, דאן לייג עס כאטש סתם אזוי ארויף, אן קיין פארמעסט!
זיי מקיים (מיט א קליק פון א באטטן!) דעם "מרבין בשמחה", און ציה ארויף א שמייכל אויף די ליינער דא, ביטע!
ליידער איז עס מער פאסיג אויף ערב תשעה באב
כ'דארף נאך א טאג,
הוסיף לעמאן יום אחד
פליז
@קאווע טרינקער, ווי געשריבן אויבן אין דף דריי פון דעם אשכול איז די סוף זמן מיטוואך, דאס מיינט מארגן שקיעה!
אפדעיט!
טייערע יודן, חברי הפארום,
די זיבן בלעטער זענען עדות אז א פארמעסט איז אין קראפט דא אין שטיבל, עס זענען ערהאלטן געווארן שיינע, רירנדע, זאכליכע, געניאלע שטיקער פאעזיע! אלס די ערשטע פון אזא פארמעסט (מכלל דאיכא נאך??) האלטן מיר, ביי גאר א שיינע מספר שטיקלעך, עס איז צום באוואונדערן וויפיל כוחות באהאלטן זיך אין פילע פילע פון אונזער עולם, סיי אין כח הכתיבה, הן אין כח הדמיון, און אין אלע הינזיכטן וואס שרייבן פאעזיע פאדערט, שפראך, טאקט, מוט, טראכט, און נאטן...
עס איז נישט איצט און דא די פלאץ פאר מיר מער מאריך צו זיין אינעם עצם געוואלדיגקייט פונעם פארמעסט, און ווי ווייט עס דארף באגריסט ווערן, עוד חזון למועד, אבער איך אפלאדיר עס מיט גאר הויכע טענער.
איצט, צום פונקט, אזויווי שוין געמאלדן אויף דף דריי פון דעם אשכול, איז די לעצטע זמן אריינצוגעבן און אזוי ארום אנטייל נעמען אינעם איצטיגן פארמעסט איז די מיטוואך, דאס איז מארגן אווענט בעזר השם. דערנאך וועלן מיר אנהייבן ארויסצולייגן צוביסלעך אין א באזונדערע אשכול, דריי, פיר שטיק אויף איינמאל. יעדע שטיקל וועט באצייכנט ווערן מיט א נומער פון איינס ביז ארויף צום לעצטן. און אינעם זעלבן צייט וועט גע'עפענט ווערן א באזונדערע אשכול ווי חברי הפארום וועלן אפגעבן זייערע מיינונגען און אנאלאזירן די שטיקלעך, עס וועלן דארט פארקומען דיבאטעס אפשר, און אפשר וועלן זיין וואס וועלן פרובירן ארויסצו'דג'ן די שרייבער אונטער די שטיקל! אין יעדנספאל, מיר האפן ביז שבת קודש הבעעל"ט צו האבן ארויסגעגעבן אלע שטיקלעך, און צוגאב, וועט זיין א פידיעף מיט אלע שטיקלעך מיט נומערן, אזוי ארום געבנדיג די געלעגנהייט פאר די וואס ווילן ארויסצודריקן די שטיקלעך און שטייט ליינען און כאפן דעם תוכן.
דערנאך, וועט לכאורה זונטאג, אדער מאנטאג גע'עפנט ווערן שטים בודקעס ווי דער עולם וועט איינציגווייז אריינגיין אפגעבן די שטימען....האמת אגיד, די פונקטליכע מהלך וויזוי די שטימען וועלן צוגיין איז לעת עתה נאכנישט באשטימט, עס זענען דא אסאך אסאך אפציעס אויפ'ן טיש, און יעדע אפציע טראגט מעלות און חסרונות מיט זיך, כמובן, אסאך אפציעס זענען דא אין אשכול שוין ערווענט-און-אפגעווארפן געווארן, און איז נאכנישט געהעריג באשטימט.
אין יעדנספאל, ביטע האלטן אין געדאנק, איר שטימט פאר א שטיקל (אדער צוויי) לויט די געלונגענקייט פונעם באטרעפנדן שטיקל, א געלונגענע שטיקל איז געוואנדן אין זייער אסאך פאקטארן, און אספעקטן ווי למשל; שריפט, אויסלייג, משקל, נאטן, געניאל, שארף, פסיכאלאגיש, פיליסאפיש, און נאך אסאך פאקטארן, אבער כדי צו געבן א שטיקל שמאלקייט פאר'ן פארמעסט, דארף לדעתי ווערן בעיקר אפגעמאסטן דריי פאקטארן;
שריפט, שארפקייט פון געדאנק, משקל-אויסלייג.
שריפט מיינט, ווערטער אויסוואל-ווי רייך אין ווערטער באנוץ די שטיקל איז. שארפקייט פון געדאנק מיינט, ווי שטארק איז די מעססעדש פונעם שטיקל, וואס עס זאל נאר זיין. משקל מיינט, וויזוי די עצם שטיקל איז געשריבן, ווי שיין די געזאנג לויפט און זינגט זיך, און אנדערע ווערטער ווי געשמאק איז עס צו ליינען
אזוי ארום, וועט לכאורה אויסקומען אז די געווינער, אדער געווינערס שטיקל צייכנט זיך אויס מיט די סאמע יסודות וואס א שטיקל פאעזיע דארף ענטהאלטן!
איך נעם די געלעגנהייט צו בעטן פארשטענדעניש, היות איך בין געוועהן גאר פארנומען מיטן פארמעסט, און נאכאלץ, כאב באמת נישט געהאט קיין אהנונג אין וויפיל צייט און געדולד איך לאז מיר אריין, דאס קענען מעיד זיין די חברים וואס האבן געשיקט און געזעהן די פארשטענדעניש וואס מיר האבן פרובירט צו געבן יעדן איינעם, דערפאר בין איך לדאבוני נישט אנגעקומען אפצושרייבן א שטיקל ראוי לעלות, בעט איך רשות צו נוצן איינע פון מיינע שוין-פאבליצירטע פאעזיע'ס, און כ'בעט מען זאל משפט'ן כאילו עס איז ניי, און מען ווייסט נישט ווער עס איז דער פארפאסער! דער עצם פארמעסט איז משה געציל און מיין און אייער געווינס!
וכאן אשים קינצי למילי. מיט דאנק פאר אויסהערן און פארשטיין, מיר האפן אז יעדער איינער וועט זיין צופרידן און פארשטיין האמור.
נ.ב. להוי ידוע, קיינער קיינער קיינער ווייסט נישט און וועט נישט וויסן די שרייבער פון די שטיקלעך ביז סוף פון די פארמעסט בעזר השם! והדבר פשוט מאד.
איז נישט בעסער ארויפצולייגן אלע אויפאיינמאל? אזוי באקומט יעדער די זעלבע אימפרעשאן שעיר נישט איינער מער ווי דעם צווייטן.
און יא לעמאן איר זענט דער אלטעמאטיווער געווינער פונעם פארמעסט נאכן זיך אזוי געטריי אהערשטעלן מיט שכל און מחשבה פארן ציבור.
נאך צוויי טעג
אדער too late ?
מר' קאווע אויב דו ווייסט וואס איז גוט פאר דיר מאך זיכער אריין צו שוקען עפעס
חז״ל הקדושים האבן אונז שוין פאראויס געזאגט, שלש תקיעות בלאזט מען ערב שבת! זיי האבן גוט געקענט אונזערע יידעלעך, וואס פארשטייט א גוי צו א שויער נאכ׳ן צווייטן פייף!!!
נו, וואו האלט מען? עפעס אפדעיטס??
וויפיל איז דא? ווען לייגט מען עס? וויאזוי גייט עס צוגיין?
מיר ווארטן שוין אזוי שטארק
געגאנגען!
חברה, מיר האבן ארויסגעשטעלט צוויי, דערווייל, עטליכע חברים האבן אריינגעשטארעמט ביי מיר אין אישי, און שרייען אז זיי זענען נאך אין שויער! עלמיר צוווארטן ביז זייער זייף איז אפגעוואשן און אפגעטרוקנט...ואתכם הסליחה.
צו אלע וואס זענען אין שויער, ביטע מעלדט אייך.
לעמאן דזשוסחברה, מיר האבן ארויסגעשטעלט צוויי, דערווייל, עטליכע חברים האבן אריינגעשטארעמט ביי מיר אין אישי, און שרייען אז זיי זענען נאך אין שויער! עלמיר צוווארטן ביז זייער זייף איז אפגעוואשן און אפגעטרוקנט...ואתכם הסליחה.
צו אלע וואס זענען אין שויער, ביטע מעלדט אייך.
שויער?? מדארף גיין אין מקוה!!!!!
אזעלכע אפיקורסס שרייבען!
דאס איז עס!
און שטיבעל דא וועל איך שוין מער נישט אריינטרעטען!
לץ וואס דו ביסט
כעוורע, א פראטעסט!
ווי זענען די כעוורע מיט די קעסטלעך אפגעגעבענע שטימען??
אני חבצלת השרון שושנת העמקים ---
איך בין די בלום פון שרון - די רויז פון די טאלן
מיין ליבשאפט וויל איך מיט דעם אביסל אפמאלן
איך זיץ און ווארט עס זאל ווערן ליכטיג
וועל איך ווערן ריין און ציכטיג
איך עפן מיינע בלעטער אויסגעשפרייט
צו באקומען פו ן די זוהן ווארמעקייט און ליכטיגקייט
ווען איך פיל די ווארעמקייט אזוי זיס און שיין
טוה איך פון מיין באהעלטעניש ארויסגיין
פון מיין ווינטער שלאף וועק איך מיך אויף
מיינע חושים איך נעם צונויף
דעם שיר השושנה נעמך איך מיך זינגען
אלע פליגן און פייגלעך טוהן מיט מיך שפרינגען
התעוררי התעוררי
כי בא אורך עורי עורי שיר דברי
כבוד ה' עליך נגלה
כמשוש חתן על כלה