☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » זיך מוחל זיין די עבירות

זיך מוחל זיין די עבירות

48 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2197

ידען » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 9:59 pm

· #55303
זיך מוחל זיין די עבירות
שמח בחור בילדותך.
ווען מע איז יונג איז מען פול מיט לעבן, און מען וויל מאכן א לעבן, אויסנוצן די וועלט וואס איז דא אזוינע גוטע זאכן.
יונגעלייט זענען רוב מאל די וואס שמועסן ארום אין שוהל.

די עלטערע זענען די וואס שושקענען און זענען אין כעס פארוואס מען רעדט ארום ביים דאווענען און מען זעהט ווי זייער בלאד פרעשור פארט אויף די העכסטע, און אסאך מאל הערט מען פון זיינע אלטע חברים אז ער האט אויך געקענט טוהן א גוטע שטיקל עבירה און ער האט נישט באקומען הארץ ווייטאג ווען איינער האט געגעסן פארן דאווענען.

אבער יעצט ווען ער איז שוין 40 און ער דארף שוין זוכן שידוכים, ווערט ער א גאנצע צדיק'ל, און האט שוין די גאטס איינצוטיילן יענעם און פארגעסן אז ער איז נישט נאר געווען א ליידיגער יונג נאר האט אפי' געטוהן גראבע עבירות, און יעצט ווען ער ווערט שוין אין די יארן איז ער זיך אלעס מוחל און איז שוין מוחה אויף אנדערע אויך.

וואס מיינט עס?

פארוואס ווערן מענטשן אזוי?

ווייל דו ווערסט שוין וואויל, דארפסטו יענעם פייניגן?

ווען הייבט זיך עס אהן? ביי 30, 40?

געפילטע פיש » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 10:24 pm

· #55313
ביי יעדעם ביי א אנדערע עידזש, ס'הייסט מיד לייף קרייסיס.

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 11:50 pm

· #55324
ידען, דו רירסט אן א פארווייטיגטע נושא. נאך אביסל האלטן מיר אלע אויך דארטן, אוי געוואלד

(די רויטע זענען מיינע הגהות):

ידען
ווען מע איז יונג איז מען פול מיט לעבן, און מען וויל מאכן א לעבן, אויסנוצן די וועלט וואס איז דא אזוינע גוטע זאכן.
זאגסט "מען וויל". איך האב אויך נאר געוואלט. אבער געבליבן בינעך אין די ישיבה ביז געציילטע טעג פאר מיין חתונה, און נאכדעם איז מען דאך שוין א פארטיגער. אפשר ביי די מענטשן איז עס נישט אזוי געפערליך שפעטער אין די עלטערע יארן..?

יונגעלייט זענען רוב מאל די וואס שמועסן ארום אין שוהל.
איך פרוביר נישט צו שמועסן אינמיטן דאווענען.

די עלטערע זענען די וואס שושקענען און זענען אין כעס פארוואס מען רעדט ארום ביים דאווענען און מען זעהט ווי זייער בלאד פרעשור פארט אויף די העכסטע, און אסאך מאל הערט מען פון זיינע אלטע חברים אז ער האט אויך געקענט טוהן א גוטע שטיקל עבירה און ער האט נישט באקומען הארץ ווייטאג ווען איינער האט געגעסן פארן דאווענען.

אבער יעצט ווען ער איז שוין 40 און ער דארף שוין זוכן שידוכים, ווערט ער א גאנצע צדיק'ל, און האט שוין די גאטס איינצוטיילן יענעם און פארגעסן (עלטערע אידן ליידן דאך אויף שכחה..) אז ער איז נישט נאר געווען א ליידיגער יונג נאר האט אפי' געטוהן גראבע עבירות, און יעצט ווען ער ווערט שוין אין די יארן איז ער זיך אלעס מוחל און איז שוין מוחה אויף אנדערע אויך.

וואס מיינט עס?
אפשר טוען זיי עס אלס תשובת המשקל, באותו מקום ובאותה זמן...

פארוואס ווערן מענטשן אזוי?
ווייל אזוי ווילן זיי אפקויפן דעם באשעפער. די גרינגסטע וועג אין אידישקייט איז צו שרייען אויף יענעם.

ווייל דו ווערסט שוין וואויל, דארפסטו יענעם פייניגן?
זיי האלטן נישט אז ס'איז פייניגן. ביי זיי איז עס פשוט א מצוה פון הוכח תוכיח...

ווען הייבט זיך עס אהן? ביי 30, 40?
ענדערש ביי די 40-50...

משה געציל » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 12:09 am

· #55328
די אנגענומענע סטאנדארד איז פערציג (זעט אויס אז בינה איז אויך א לשון מחילה...). אבער עס זענען דא וואס ווערן דיאגנאזירט מיט די קראנקהייט היבש פריער, (לכאורה ווענדט זיך עס וויפיל מען האט געזינדיגט אין די יוגענט, אז מען זינדיגט מער דארף מען צולייגן אפאר יאר...). ווי פריער מען כאפט עס אלץ גרינגער איז עס צו היילן.

מיינס א באקאנטער איז שוין ל"ע דיאגנאזירט געווארן ביי די אכט און דרייסיג. אנגעפאנגען האט זיך עס מיט לייכטע סימפטאמען ווען די ארומיגע האבן באמערקט אז ער בייזערט זיך געפערליך אויף די בעלי תפלה וואס דאווענען פסוקי דזמרה שנעל (ווייניגער ווי צוואנציג מינוט פון הודו ביז שמו"ע), נאכדעם האט ער אנגעפאנגען שושקענען וכו' וכו'. אפאר גוטע חברים זענען צוגעגאנגען צו אים און דערמאנט ווי ער פלעגט קוים דאווענען דריי מאל א טאג, און ער זאל זיין אזוי גוט און האלטן די ליפן צוזאם געקושט אשה אל אחותה די לענגסטע וואס שייך און אויפהערן רודפ'ן דאס מענטשהייט.

עס האט געהאלפן פאר א שיין שטיקל צייט ביז ער האט פון פריש אויסגעפלאצט, געטרייע חברים זעענדיג אז די אלטע טריטמענטס ארבעטן שוין נישט אויף אים האט מען פון פריש אריינגעגעבן א פרישע דאזע, דאסמאל פון א שטערקערע רעצעפט דערמאנענדיג אים מאחוה"פ-ר'דיגע ענינים זיינע, ב"ה אויף דערווייל ארבעט דאס פיל שטערקער און מען הערט שוין נישט פון אים פאר א לענגערע צייט.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 12:17 am

· #55329
משה געציל
ווי פריער מען כאפט עס אלץ גרינגער איז עס צו היילן.

נישט געהערט אז מען קען דאס היילן. מפי השמועה איז דאס א אומהיילבארע מחלה...

משה געציל
ער זאל זיין אזוי גוט און האלטן די ליפן צוזאם געקושט אשה אל אחותה די לענגסטע וואס שייך

דעם אויסדרוק איז עפעס געוואלדיג, האט מיר געקאסט אן אויספלאץ...

משה געציל
אפאר גוטע חברים זענען צוגעגאנגען צו אים און דערמאנט ווי ער פלעגט קוים דאווענען דריי מאל א טאג,
געטרייע חברים זעענדיג אז די אלטע טריטמענטס ארבעטן שוין נישט אויף אים האט מען פון פריש אריינגעגעבן א פרישע דאזע, דאסמאל פון א שטערקערע רעצעפט דערמאנענדיג אים מאחוה"פ-ר'דיגע ענינים זיינע

מיט אזעלכע "גוטע, געטרייע" חברים, ווער דארף נאך שונאים...

elter-zeide » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 12:57 am

· #55338
דע עלטערע יודען וואס שרייען אין שישקען טיען דאס פאר קנאה אין אויך אפשר פאר שנאה, (ווען דער רבי זי"ע האט געגרונדעט דע התאחדת אברכים האט מען עם געפרעגט? פין ווען הייבט מען אן צי זיין אויס אברך? האט ער געאנטווארט! פין ווען מע הייבט אהן פיינט האבען דע יונגעלייט), אין אויך ווייל די עלטערע יודען האלטן שוין מער נישט מיט, אין אינטערעסירן מער נישט מיט דע היינטיגע נייע נייעס, זיי פארשטייען נישט אין האלטן נישט מיט דע יוגענט, זענען זיי נעוועז אין אהנגעצויגען, עס שטערט זיי דער גרידער שרייט ער, עס האט גארנישט מיט מוסר אדער ערלעכקייט, אבער א ערענסטער עלטערער איד דאווענט זיך אין זיין ווינקעל אין טיט תשובה אויפן עבר, אין קיקט נישט אויף דע שמיסערס, אפילו עס טיט עם זייער וויי וואס דע יונגעלייט שמיסען, איי וואס טיט זיך מיט "וגוערן בו"? געדעגט ער ווען ער איז געווען יונגער אין איז נישט בעסער געווען, איך בין אמאל געזעסען ביי א סעודה מיט א חבר מיינער אין מיינע יארן, אין ביים צווייטן טיש זענען געזסען יונגע לייט אין געשמיסט אין געלאכט הויעך אויפן קול, פרעגט מיין חבר דע יונגע לייט? אפשר קען איך אויך מיטהאלטען? זאג איך עם, מיט צוואנציג יאר צריק ווען אינץ האבן אזוי געלאכט האבען זיי נישט מיט געהאלטן, לאז זיי צירי, עד כאן מיט דע אלטע אידען, אין ווידער ענק יונגעלייט וואס שמיסען, זאלט איר וויסען אז שפעטער מיט דע יארן וועט איר שטארק חרטה האבן, עס טיט שפעטער זייער זייער וויי, וואס מ'האט אלטץ צאם גערעט פיסטע שטותים, י

פיקציע » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:33 am

· #55410
דאס איז א מחלה וואס איך האב שוין באמערקט אין אנדערע הינזיכטן אויך. איך האב געפרעגט יעדעם וועם איך הער מוחה זיין אויף רייכערען אז ס'איז נישט געזונט אדער אז ס'קאסט אסאך געלט, די אלע האבן אמאל גערויכערט.
פון די וועלכע האבן קיינמאל גערייכערט וועט מען נישט הערן זיך בייזערן אויף רייכערערס.

פרומאק » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:36 am

· #55412
רעדען ביים דאווענען איז גאר אן הארבער עבירה. ווי באקאנט די מדרש מיט דער אף וחימה וואס ווערט באשאפען פין אלעס וואס מען רעדט אין בית המדרש. און ווידער ארום די גרויסע שכר פין יעדעס אמן יהא שמיה רבא. א מענטש דארף זיין א חסר דעה צו רעדען אין בית המדרש ביי קדיש. שטעלט אייך פאר איינער קלאפט אייך און ווייזט אייך אהן א אוצר פין מיליאן דולר וואס איר קענט נעמען וויפיל איר ווילט, וואלט איר אויך גערעדט מיט א בייזקייט אויף דער מענטש? אוודאי נישט. דער וואס דערמאנט אייך צו זיין שטיל און מיט דאווענען גיט אייך אסאך מער ווי מיליאן דולר. מיט אביסעל הכנעה קענט איר זוכה זיין צו א גליקליך לעבען . זייט נישט נאריש. רעדט נישט ביים דאווענען.

פאדראטשיק » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 11:40 am

· #55454
ביי אונז פלעג מען זאגן אין אזא פאל: האסט מיך נישט מיטגענומען ווען ביסט געגאנגען זינדיגן, נעם מיך נישט מיט ווען דו טוסט תשובה! ודפח"ח.

קליגער איד » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 12:08 pm

· #55476
פאדראטשיק
ביי אונז פלעג מען זאגן אין אזא פאל, האסט מיך נישט מיטגענומען ווען ביסט געגאנגען זינדיגן נעם מיך נישט מיט ווען דו טוסט תשובה! ודפחח

דו ביסט גוטע נייעס "פאדראטשיק

היסטאריקער » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 12:36 pm

· #55484
געהערט פון אזא איינעם א זאכליך הגדרה

ער האט תשובה געטון, ער שמועסט נישט ביים דאווענען וכדומה, אבער ער זאגט נישט מוסר און שרייט נישט אויף קיינעם

חוץ פאר די אייגענע קינדער, זיי פילט ער, איז ער מחוייב צו זאגן

משה געציל » מוצ"ש אקטאבער 27, 2012 10:42 pm

· #55916
געזען דעם שבת א שיין ווארט פון ר׳ מאיר׳ל פרימשלאנער וואס איז פאסיג אהער. ״ואנשי סדום רעים וחטאים לה׳ מאוד״, טייטשט ר׳ מאיר׳ל ״ואנשי סדום רעים וחטאים״ און אלעס מיט׳ן אויסרייד ״לה׳״ פארשטייט זיך אלעס מיטן תירוץ אז מען האט נאר אינזין כבוד שמו יתברך..., האב איך געטראכט לפי זה אז אפשר דאס איז די כוונה פון רש״י וואס טייטשט ״רעים״ - בגופם, א מענטש ווערט עלטער זיין גוף גייט דורך דעם שווערן עלטער טויש נעמט ער זיך רודפ׳ן דעם מענטשהייט מיטן ״לה״...

זר זהב » מוצ"ש אקטאבער 27, 2012 10:46 pm

· #55917
שיין ווארט משה געציל!

שמעקעדיג » מוצ"ש אקטאבער 27, 2012 10:54 pm

· #55918
טאמבס אפ פאר בעמח"ס נטעי ההרים י"ב חלקים, ועוד ידו נטויה...

משה געציל » זונטאג אקטאבער 28, 2012 12:12 am

· #55934
שמעקעדיג
טאמבס אפ פאר בעמח"ס נטעי ההרים י"ב חלקים, ועוד ידו נטויה...

מי יתן ונזכה... פון שמעקעדיגס מויל צו גאטס אויערן...

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 28, 2012 12:35 am

· #55937
משה געציל
שמעקעדיג
טאמבס אפ פאר בעמח"ס נטעי ההרים י"ב חלקים, ועוד ידו נטויה...

מי יתן ונזכה... פון שמעקעדיגס מויל צו גאטס אויערן...


כמ"ש הכתוב, ל"ריח ניחוח" אשה "לה'"...

משה געציל » זונטאג אקטאבער 28, 2012 12:45 am

· #55941
שמעקעדיג
משה געציל
שמעקעדיג
טאמבס אפ פאר בעמח"ס נטעי ההרים י"ב חלקים, ועוד ידו נטויה...

מי יתן ונזכה... פון שמעקעדיגס מויל צו גאטס אויערן...


כמ"ש הכתוב, ל"ריח ניחוח" אשה "לה'"...

גוט גוט! דו כאפסט זיך שוין אריין אין מיין אינדוסטרי...

ידען » מיטוואך סעפטעמבער 4, 2013 7:48 am

· #147984
איך זעה אז סיז דא מענטשען וואס האבען אינגער הייט געכאפט די מחלה און יעצט זעהט מען מענטשען וואס זענען זיך מוחל די עבירות.

הקטן » מיטוואך סעפטעמבער 4, 2013 8:45 am

· #147988
פראוואס איז דאס אזוי אז ינגערע קענען נישט דילדען און פארגינען די עלטערע וואס זענען זיך מוחל די עברות. זארג נישט דו וועסט אויך עלטער ווערן אי"ה און זיך מוחל זיין..



ווען איינער האט נישט דעם ניסוין זעט ער זאכען מער קלאר, די ינגע וואס האבן א שטארקע נסוין צו רעדען זעהן נישט אזוי שטארק די גרויסע עוולה, וועס עלטער ווערן דיין ניסוין וועט זיין קלענער (אפשר וועגן שדוכים) וועסטו פארשטיין וואס יענעם שטערט. איך האף נאר וועסט האבן שכל און נישט סתם זיך בייזערען און שרייען

טאמבל סאס » מיטוואך סעפטעמבער 4, 2013 8:51 am

· #147991
ידען, פארוואס איז עס אזוי, אז ווען מען ווערט אביסל עלטער, הייבט מען אן שרייבן מיט מער מיסטעיקס?

שמעון וואלף » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 12:44 am

· #297926
ידען
שמח בחור בילדותך.
ווען מע איז יונג איז מען פול מיט לעבן, און מען וויל מאכן א לעבן, אויסנוצן די וועלט וואס איז דא אזוינע גוטע זאכן.
יונגעלייט זענען רוב מאל די וואס שמועסן ארום אין שוהל.

די עלטערע זענען די וואס שושקענען און זענען אין כעס פארוואס מען רעדט ארום ביים דאווענען און מען זעהט ווי זייער בלאד פרעשור פארט אויף די העכסטע, און אסאך מאל הערט מען פון זיינע אלטע חברים אז ער האט אויך געקענט טוהן א גוטע שטיקל עבירה און ער האט נישט באקומען הארץ ווייטאג ווען איינער האט געגעסן פארן דאווענען.

אבער יעצט ווען ער איז שוין 40 און ער דארף שוין זוכן שידוכים, ווערט ער א גאנצע צדיק'ל, און האט שוין די גאטס איינצוטיילן יענעם און פארגעסן אז ער איז נישט נאר געווען א ליידיגער יונג נאר האט אפי' געטוהן גראבע עבירות, און יעצט ווען ער ווערט שוין אין די יארן איז ער זיך אלעס מוחל און איז שוין מוחה אויף אנדערע אויך.

וואס מיינט עס?

פארוואס ווערן מענטשן אזוי?

ווייל דו ווערסט שוין וואויל, דארפסטו יענעם פייניגן?

ווען הייבט זיך עס אהן? ביי 30, 40?


ס'פאסירט אפט ביי אזעלכע וואס אין די יונגע יארן ווען זיי האבן נאך געהאט א גוד טיים האבן זיי זיך אריינגעגלידערט אין א סאסייעטי פון די שוואכערע סארט. אויף דער עלטער ווען ס'האט אים געכאפט א הרהור תשובה שעמט ער זיך מיט זיינע ארומיגע און דאס איז גורם אז ער זאל זיי רודפן.

אונטער חכם » דאנערשטאג יולי 12, 2018 9:46 am

· #408577
Re: זיך מוחל זיין די עבירות
אינטערעסאנט, הייסט איך האב מיך סתם איינגערעדט אז דער עלטערער דור איז ערנסטער ווי היינט, עס איז פשוט ווייל איך האב זיי נישט געקענט פאר די פערציג?

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 12, 2018 2:57 pm

· #408608
שמעון וואלף: נישט אינגאנצן. ביי אונז אין ביהמ"ד זענען דא 2 יונגעלייט וואס שושקענען א גאנצע צייט. און איך, דער אלטער תרח ווער קיינמאל נישט געשטערט ווען איינער זאגט א גוט ווארט... די שושקענערס. זיי שטערן מיך און גייען אויף מיינע נערוון...!

אישתישבי » דאנערשטאג יולי 12, 2018 4:45 pm

· #408621
עס איז דא פלענטי אינגעלייט וואס שושקענען, געווענליך זענען זיי נארסאסיסטען, איינער וואס פילט פאר יענעם קען נישט בדרך קבע זיין א מענטש וואס איז מבזה אנדערע ברבים.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יולי 12, 2018 5:23 pm

· #408627
די אלע אמעראצים וואס זענען פארנומען אז מ'טאר נישט רעדן אין שול זאלן מוחל זיין זיך זעצן לערנען, וועלן זיי אויסגעפינען אז אונזערע שולן, קלויזן, בעסמעדרעשס (מלשון בעיסמענט) און שטיבלעך, האבן נישט קיין דין בית הכנסת, און אויך נישט קיין דין בית המדרש.

טמיר » דאנערשטאג יולי 12, 2018 6:04 pm

· #408630
Re: זיך מוחל זיין די עבירות
רביה''ק זי''ע
די אלע אמעראצים וואס זענען פארנומען אז מ'טאר נישט רעדן אין שול זאלן מוחל זיין זיך זעצן לערנען, וועלן זיי אויסגעפינען אז אונזערע שולן, קלויזן, בעסמעדרעשס (מלשון בעיסמענט) און שטיבלעך, האבן נישט קיין דין בית הכנסת, און אויך נישט קיין דין בית המדרש.

קיינער, כמעט, איז נישט קעגן רעדן אין שול. מען רעדט פון רעדן ביים דאווענען. אבער אפילו אזוי קען מעו זיך אויך דינגען אז עס מיינט נאר שמו"ע.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 12, 2018 6:15 pm

· #408632
רביה''ק זי''ע
די אלע אמעראצים וואס זענען פארנומען אז מ'טאר נישט רעדן אין שול זאלן מוחל זיין זיך זעצן לערנען, וועלן זיי אויסגעפינען אז אונזערע שולן, קלויזן, בעסמעדרעשס (מלשון בעיסמענט) און שטיבלעך, האבן נישט קיין דין בית הכנסת, און אויך נישט קיין דין בית המדרש.

אזוי? וואס איז די היתר צו וואוינען אין א שטאט אן א ביהמ"ד צו ביהכנ"ס? וויאזוי האלט זיך עס אן? און ווען מ'שנדר'ט געלט, זאגט מען אויך אז די געלט גייט צו א Men's club אדער פאמפט מען אויף אז מ'רעדט פון לפאר ולרומם בית אלקינו?

ווען מ'דארף, איז עס נאר א דאווענען שטוב, מ'מעג חתונה מאכן אינעווייניג און עסן א סעודת קבע. און ווען מ'דארף פארקערט, איז עס שוין א הייליג פלאץ בלא בלא.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יולי 12, 2018 8:29 pm

· #408639
איך כאפ נישט וואס דו ווילסט, דו האלטסט אז מ'טאר נישט עסן און רעדן אין אונזערע שולן? דו האלטסט אז די תנאי וואס מ'מאכט אז ס'זאל נישט האבן קיין קדושה העלפט נישט? ביטע מער מסביר זיין.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יולי 12, 2018 8:32 pm

· #408640
.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יולי 13, 2018 5:43 am

· #408666
תנאי העלפט נאר בחרבנן.

דאס וואס שטיבלעך האבען נישט קיין הלכה פון א שול האט נישט מיט תנאי, עס האט מיט די תשובה אין דברי חיים אז עס איז קיינמאל נישט געווען קיין שול, נאר א "דאווענען שטוב" ווי מ'דאווענט און מ'עסט שאלעשידעס, מ'מאכט חתונות און בר מצוות און מ'פארברענגט.

עס איז נאר מערקבאר אז די וואס שטעלן אוועק די מציאות גלויבן נאר אין דעם ווען עס איז גוט פאר זיי.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יולי 16, 2018 9:42 pm

· #408990
ליטוואק פון בודאפעסט
עס איז נאר מערקבאר אז די וואס שטעלן אוועק די מציאות גלויבן נאר אין דעם ווען עס איז גוט פאר זיי.

וואס מיינסטו ארויסצוברענגען?

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 16, 2018 9:44 pm

· #408991
זיי שנארען געלט כאילו די צוועק איז די הייליגע צוועק פון בויען א בית המדרש. מ'שווענדט געלט שיין צו מאכען דער דאווענען שטוב, אנשטאטס פאר אן אמת'ע צוועק כגון צדקה, בויען בתי מדרשות, שטיצען לומדי תורה וכו'.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יולי 16, 2018 10:00 pm

· #408994
מ'קען דן זיין אין דעם, אבער מיט דעם אשכול האט עס נישט, קיינער האלט נישט אז אונזערע שולן האבן עפעס א קדושה.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 16, 2018 10:25 pm

· #408998
לאבהורי בעלמא, דאס איז נאר ביי חסידישע שולען. אלגעמיינע שולען זענען נישט געבויט אויף די תנאים, און מ'מאכט טאקע נישט קיין סעודות וכדו' אינעווייניג.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יולי 16, 2018 10:28 pm

· #408999
דאכצעך מיר אז אין לעיקוואוד האבן די שולן און ישיבות אויך נישט קיין קדושה.

איך האב נאך קיינמאל נישט געזען א שול וואו מ'זאל מקפיד זיין אויף אלע הלכות בית הכנסת וואס שטייט אין שו"ע, ס'וואלט מיר זייער אינטערעסאנט געווען צו זען.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 16, 2018 10:36 pm

· #409000
פארוואס זאגסטו אזוי? מ'עסט נישט דארט, מ'טוט גארנישט אחוץ דאווענען און לערנען. אכילת עראי ווי קאווע וכדו' איז מותר פאר די וואס לערנען, און נישט אלע פלעצער לאזט מען דאס. אין ב.מ.ג. טרינקט מען נישט אין בית המדרש.

און ביי ספרדים און יעקעס איז אפגערעדט.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יולי 16, 2018 10:40 pm

· #409001
אין א בית הכנסת טאר מען נישט לערנען, זענען טאקע דא וואס זענען מקפיד אויף דעם?

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 16, 2018 10:55 pm

· #409004
גראדע יא. ביי געוויסע יעקעס. איך געדענק 'מונקס' אין לאנדאן אלס אזא שול.

אבער בית המדרש האט אויך קדושה, און אחוץ חסידישע שטיבלעך, זענען רוב רובו פון שולען בתי מדרשים.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יולי 16, 2018 10:58 pm

· #409006
ביי די יעקעס איז טאקע אזוי, אבער ביי רוב עולם איז נישט אזוי.

איך האב געלערנט אין א ליטווישע ישיבה, ס'האט נישט אויסגעזען ווי דער עולם איז אזוי מקפיד נישט צו רעדן, מ'האט געקענט כאפן א שמועסעלע דא דארט פאר אפאר מינוט. קען זיין אז דאס איז אויך מותר אזויווי אכילת ושינת ארעי. און וואס איז מיט די היתר צו וואוינען אין א שטאט וואס האט נישט קיין בית הכנסת? קען זיין אז מ'פארלאזט זיך אויף די יעקישע שול. איז טאקע דא אין לעקוואוד א יעקישע שול? דארף מען וויסן.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 17, 2018 6:35 pm

· #409104
איך פארשטיי נישט וואס דו מיינסט. עס האט א דין פון א בית המדרש, ווייל עס איז אוועק געשטעלט צו לערנען און דאווענען און נישט מער. פרעגסטו א קשיא הלמאי מ'שמועסט דארט? איז א ראיה אז עס איז נישט קיין בית המדרש. און א צווייטע מאכט א קאמפיין אז מ'זאל אויפהערען שמועסען. די הלכה איז ווי עס שטייט אין שו"ע, און דער עולם איז צומאל מזלזל אין די הלכה, אזוי ווי אמאל אנדערע הלכות. אבער ביי חסידים ווי לכתחילה האט מען עס אוועק געשטעלט צו לערנען דאווענען, און פארברענגען אויך, קען קיינער נישט זאגען אז עס איז לכתחילה אוועק געשטעלט אלס א בית המדרש.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יולי 17, 2018 6:42 pm

· #409105
ס'געפעלט דיר נישט מיין היתר?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 17, 2018 8:27 pm

· #409121
Re: זיך מוחל זיין די עבירות
ערוך השלחן קנ"א אות ה׳

ויש לתמוה על מה שעכשיו מקילים לדבר בבית הכנסת ובבית המדרש אחר התפילה כמה דברים של חול, ונעשה כהיתר.

ונראה לי דסבירא להו כשיטת הרמב"ן שיתבאר, דבתי כנסיות של בבל על תנאי הן עשויות אפילו ביישובן לדבר שמוכרחין לכך. ואנחנו חושבים זה להכרח, כל אחד לפי עניינו.

מיהו זהו וודאי לעשן שם עלים מרורים כנהוג, ולהעלות שם עשן – וודאי איסור גמור יש בזה, ואין לך קלות ראש גדול מזה. ולא הותרה רק להיושבים ולומדים שם כל היום או חצי היום, דזהו כאכילה אצלם. ולכן מותר להם בבית המדרש ולא בבית הכנסת. ושאר כל אדם איסור גמור הוא, ולזה לא מהני תנאי. ולכן ראוי לגעור בהעושים כן.


שם אות ז׳
יש אומרים דמה ששנינו בקדושת בתי מדרשות – אינו אלא של רבים, כמו בית הכנסת. אבל יחיד הקובע חדר בביתו למדרש, ולצרכו שילמוד שם – אין בזה קדושת בית המדרש.

ואין שום ספק בזה, שהרי תחילת בניינו היתה לבית בעלמא. וגם עתה שייחד חדר זה ללימודו – לא כיון להקדישו כלל כקדושת בית המדרש. ואינו צריך תנאי מפורש על זה, דסתמא כן הוא.



Sent from my LG-K373 using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יולי 17, 2018 10:28 pm

· #409130
ברוך שכוונתי.

גראף » דינסטאג יולי 17, 2018 11:34 pm

· #409137
Re: זיך מוחל זיין די עבירות
איך וויל פארשטיין אויב דער אסור לדבר בשעת התפילה איז א חילוק צו ס'איז א בית הכנסת אדער א בית המדרש, שול, פאליש אדער מנחה רעסט עריע? איך פארשטיי אז א בית הכנסת איז אסור סתם אזוי אבער דארטן וואו מען מעג טאר מען נישט בשעת התפילה. איינער ווייסט אנדרעש?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 18, 2018 3:56 am

· #409146
בדרך כלל: די אלע וועלכע גייען ארום און..."שוש'קען"... ביים דאווענען , וואס מאכט נערוועז און שטערט מער ווי די וועלכע שמועסן שטילערהייט צווישן זיך, האבן צו טון מיט די נערוון. דאס איז אויך א חלק פון די או.סי.די. מאניפעסטאציע. אויך. זיי זוכן (סוב'קאנשיאס'לי) צו הערשן אויף א צווייטן. וכאן מצא בעל חוב מקום לגבות את חובו...אמער. ס'איז דאך א מצוה. ס'שטייט דאך אין שו"ע.."וגוערין בו"... איי. מ'איז א סאך מאל עובר אויפ'ן לאוו פון המלבין פני חבירו ברבים. (אויסער די מענטשן וועלכע לאכן זיך אויס פון זיי. וויסנדיג אז זיי זענען א ביסל צודרייט.)...!

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 18, 2018 6:26 am

· #409147
Re: זיך מוחל זיין די עבירות
רביה''ק זי''ע
ברוך שכוונתי.
צו וועלכע סעיף? סעיף ה׳ איז דירעקט נישט ווי דיר. עס שטייט דארט אז מ׳מעג שמועסען און עס האט נאכאלס קדושת בית המדרש.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נקודת-אמת » מיטוואך יולי 18, 2018 8:49 am

· #409151
[quote="ליטוואק פון בודאפעסט"][quote="ערוך השלחן קנ"א אות ה׳"]ויש לתמוה על מה שעכשיו מקילים לדבר בבית הכנסת ובבית המדרש אחר התפילה כמה דברים של חול, ונעשה כהיתר.
ונראה לי דסבירא להו כשיטת הרמב"ן שיתבאר, דבתי כנסיות של בבל על תנאי הן עשויות אפילו ביישובן לדבר שמוכרחין לכך. ואנחנו חושבים זה להכרח, כל אחד לפי עניינו.
מיהו זהו וודאי לעשן שם עלים מרורים כנהוג, ולהעלות שם עשן – וודאי איסור גמור יש בזה, ואין לך קלות ראש גדול מזה. ולא הותרה רק להיושבים ולומדים שם כל היום או חצי היום, דזהו כאכילה אצלם. ולכן מותר להם בבית המדרש ולא בבית הכנסת. ושאר כל אדם איסור גמור הוא, ולזה לא מהני תנאי. ולכן ראוי לגעור בהעושים כן.[/quote]
[quote="ערוך השלחן קנ"א אות ז׳"]יש אומרים דמה ששנינו בקדושת בתי מדרשות – אינו אלא של רבים, כמו בית הכנסת. אבל יחיד הקובע חדר בביתו למדרש, ולצרכו שילמוד שם – אין בזה קדושת בית המדרש.
ואין שום ספק בזה, שהרי תחילת בניינו היתה לבית בעלמא. וגם עתה שייחד חדר זה ללימודו – לא כיון להקדישו כלל כקדושת בית המדרש. ואינו צריך תנאי מפורש על זה, דסתמא כן הוא.[/quote] [/quote]
ליטוואק פון בודאפעסט
רביה''ק זי''ע
ברוך שכוונתי.
צו וועלכע סעיף? סעיף ה׳ איז דירעקט נישט ווי דיר. עס שטייט דארט אז מ׳מעג שמועסען און עס האט נאכאלס קדושת בית המדרש.

היינט וואס רובא דרובא בתי מדרשים זענען פריוואטע שוהל'ן און ס'איז קוים פארהאנען אין א שטאט עפעס 1 שטאטישע שוהל און צומאהל קיין איינס אויך ניט
איז לכאורה מעהר ווי סעיף ז' אין ערוה"ש וואס איהר האט ציטירט.
און אפי' די שטאטישע שוהל'ן אויב ס'איז מיט'ן תנאי פון אפי' ביישובן וואס ס'ווערט געברענגט אין סעיף ה', איז אויך דא א מקום להקל.
הכלל, א לימוד זכות אויף די וואס זענען מיקל איז זיכער דא דא.

רעדן אין א שוהל בשעת א קביעות'דיגע מניין האלט אינמיטן שמו"ע, אין נאך-מעהר בשעת חזרת הש"ץ איז א וודאי געוויס א גרויס פראבלעם, אפי' ביי א פריוואטן שוהל.
אבער שושקענען און מבזה זיין א מענטשן ברבים איז א בין אדם לחבירו, וואס איז ערגער ווי בין אדם למקום,
און שמועה שמעתי אז ס'איז פארהאן קהילות וואס דעם רעבי'ן (אדער רב) דרייט זיך און ער אליינ'ס איז עומד ומבזה את המדברים

ווער ס'קומט עם אויס צו אנקומען צו אזא סארט סצענע, קען זאגן פאר יענע רב אז נקודת אמת פון קאווע שטיבל האט שוין געשריבן אז דער איז ערגער פון אותם המדברים זעלבסט.
ויה"ר שיהפכו הימים האלו לששון ולשמחה.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 18, 2018 9:03 am

· #409153
Re: זיך מוחל זיין די עבירות
דו מישסט צוזאמען צוויי זאכען.
חסידישע שוהל׳ס זענען געווענדליך פריוואט, ליטווישע נישט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk