☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » למעשה, האב איך בחירה?

למעשה, האב איך בחירה?

246 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2677
בלאט: 1 2 3 4 5

חתן בחור » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 4:36 pm

· #425381
איך מיין אונז האב מיר שוין געמאכט מער פון זיבן הקפות דא...
למעשה האב איך זייער הנאה פונעם שמועס, און איך ווער כסדר קלוגער פון יעדעם׳ס איינטווארט.

בקיצור לאמיר מאכן א summary.

יעדער האט האט די פערסאנעל עקספערינס פון מאכן א טשויס.
רביה״ק זאגט אז ס׳קען נישט זיין קיין בחירה ווייל ס׳איז נישט דא קיין effect without cause.

איך האב צוויי מהלכים דא:

ערשטענס, ס׳איז אן אנגענומענע הייפאטעסיס אז קאנטשעסנעס איז ערמעגליכט דורך קוואנטום מעכאניקס. קוואנטום מעכאניקס צייגט אז cause and effect איז נישט וואס מ׳האט אייביג געמיינט, ווייל ס׳איז non-deterministic. דהיינו אפילו מ׳וועט צוגלייכען אלע פראפערטיעס פון צוויי פארטיקעלס איז נאך אלץ נישט מוכרח אז ביידע וועל גיין אונעם זעלבן דירעקציע.

די צוויי לינקס גייען אריין און מער פרטים.
<a class="postlink" href="https://simple.wikipedia.org/wiki/Heisenberg%27s_uncertainty_principle">https://simple.wikipedia.org/wiki/Heise ... _principle</a>
<a class="postlink" href="https://simple.wikipedia.org/wiki/Bell%27s_theorem">https://simple.wikipedia.org/wiki/Bell%27s_theorem</a>

דאס הייסט אפילו איך וואלט געבוירען געווארן אין היטלערס הויזן און געהאט די זעלבע סביבה און השפעות און גענעטיקס איז בכלל נישט מוכרח אז כ׳וואלט געמאכט די זעלבע טשויסעס.

איי וועסטו פרעגן וואס בין איך שולדיג אז די קוואנטום מעכאניקס אין מיין קאפ האט דיסיידעד צו הרג׳נען א מענטש? די תירוץ איז אז דאס איז א מיספארשטענדעניש וויאזוי די קאנטשעסנעס ארבייט. קאנטשעסנעס און קוואנטום מעכאניקס איז איינס און די זעלבע, און דיין מוח פארמאגט די פיזישע מעגליכקייט צו מאכן אן indeterminded decision. לייען דעם קונטרס פאר א קלארערע הסברה: <a class="postlink" href="http://horizons-2000.org/philosophy/bites/does%20continuity%20of%20causality%20negate%20freedom%20of%20will.html">http://horizons-2000.org/philosophy/bit ... 0will.html</a>

צווייטענס, די נשמה. א מענטש האט א נשמה וואס איז א חלק אלוק ממעל, און ביים באשעפער איז נישטא די פראבלעם פון cause and effect.

און פון א טיעפערן בליק קען מען זאגן אז אלו ואלו דברי אלוקים חיים, און ביידע מהלכים זיינען באמת איינס.

חתן בחור » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 4:58 pm

· #425382
רביה''ק זי''ע
הקטן
וואו אזוי וויייסטו דאס?
איך עקספיריענס עס.

😂

עגלה ערופה » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 6:36 pm

· #425388
הקטן
עגלה ערופה
קען זיין ס'איז דא בחירה אבער דו האסט נישט בוחר געווען וואס דיין בחירה זאל זיין. אדער קען זיין אז דו האסט בוחר געווען וואס דו זאלסט בוחר זיין, אבער דו האסט נישט בוחר געווען וואס דו זאלסט בוחר זיין וואס דו זאלסט בוחר זיין. אדער קען זיין...
ווי ווייט דו ווילסט נאר גיין איז אבער די לעצטע בחירה האסטו נישט בוחר געווען.
וואו אזוי וויייסטו דאס?
ד"ה דו קענסט בוחר זיין צו טוהן עפעס דהיינו דו קענסט טוהן וואס דו ווילסט אבער דו האסט נישט בוחר געווען וואס דו זאלסט וועלן.
סעס הא?
למשל, איינער גייט אריין אין א רעסטאראנט און ס'איז דא א מעניו פון עסן, ער האט די בחירה צו נעמען וואס ער איז אין די מוד, אבער ער האט נישט די בחירה צו ער זאל מער זיין אין די מוד פון לאקשן איבער רייז. און אפילו אויב ער זאל ווען יא האבן די בחירה צו טוישן זיין מוד, וואס האט אים געמאכט וועלן טוישן זיין מוד, ער האט נישט די בחירה איבער ווילן טוישן זיין מוד. און אפילו אויב יא האט ער נישט אויף יענע ווילן א בחירה...
פארוואס איז בכלל מאד א צישטעל צי בחירה אויף מעשים ?
גראדע איז דא געניג און סעקאלעדשי וואס האלטן אויף מאד האט אויך דער מענטש אריינצירעדן

ס'איז א פשוטע זאך אז מחשבות און געפילן און רצונות האט מען נישט קיין קאנטראל איבער זיי, זיי פאפן פשוט אריין אין קאפ. אזויווי דו פארשטייסט אז א זאך קען נישט זיין די גורם פון זיך אליין, אזוי אויך קען נישט די מחשבה פון א מענטש גורם זיין די מחשבה. יא, מחשבות קענען גורם זיין אנדערע מחשבות, מחשבה א' קען גורם זיין מחשבה ב', אבער פון וואו איז מחשבה א' געקומען? ס'מוז קומען פון עפעס אנדערש וואס האט עס גורם געווען.
כמאמר החכם סעם העריס (איך געדענק נישט פינקטלעך די לשון אבער עפעס אזוי) "saying that you chose your thoughts is like saying you thought it before you thought it"

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 6:55 pm

· #425390
חתן בחור
ערשטענס, ס׳איז אן אנגענומענע הייפאטעסיס אז קאנטשעסנעס איז ערמעגליכט דורך קוואנטום מעכאניקס. קוואנטום מעכאניקס צייגט אז cause and effect איז נישט וואס מ׳האט אייביג געמיינט, ווייל ס׳איז non-deterministic.

איי וועסטו פרעגן וואס בין איך שולדיג אז די קוואנטום מעכאניקס אין מיין קאפ האט דיסיידעד צו הרג׳נען א מענטש? די תירוץ איז אז דאס איז א מיספארשטענדעניש וויאזוי די קאנטשעסנעס ארבייט.

צווייטענס, די נשמה. א מענטש האט א נשמה וואס איז א חלק אלוק ממעל, און ביים באשעפער איז נישטא די פראבלעם פון cause and effect.

און פון א טיעפערן בליק קען מען זאגן אז אלו ואלו דברי אלוקים חיים, און ביידע מהלכים זיינען באמת איינס.

א. די תורת הקוואנטום מאכט נאר שווערער בחירה, ווייל אויב איז אלעס רענדאם דאן האסטו זיראו קאנטראל אויף זיך, ס'איז פונקט ווי דו האסט א דיבוק, און דאס אז ס'איז א מיספארשטענדענישט פארענטפערט נישט גארנישט.

ב. אויב די באשעפער איז שולט אויף דיינע מעשים, דאן קען זיכער נישט זיין קיין בחירה.

די שאלה ווערט נאר פארוואס ווען ס'קומט צו מוכיח זיין מציאות השם קומסטו מיט די סיבה ומסובב טענה, אבער ווען ס'קומט צו בחירה לויפסטו צום קוואנטום, ליגט עפעס א בייעס דא?

און פון א טיפערן בליק קען מען זאגן אז קלו וקלו שטויות במיץ עגבניות, כמאמר החכם "Philosophy is just white guys je**ing off", ודפח"ח.

חתן בחור » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 7:03 pm

· #425392
מאכסט מיך לאכן!

כ׳האב נישט דערמאנט א ווארט פון רענדאם. און איך זעה האסט נישט געליינט דעם לינק צו:
<a class="postlink" href="http://horizons-2000.org/philosophy/bites/does%20continuity%20of%20causality%20negate%20freedom%20of%20will.html">http://horizons-2000.org/philosophy/bit ... 0will.html</a>

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 7:11 pm

· #425394
כ'פארשטיי נישט קיין ווארט וואס שטייט דארט, כ'האף נאר אז דער שרייבער אליינס האט יא פארשטאנען, אפשר ברענג א לינק וואס רעדט אביסל קלארער, אדער פארצייל מיר די נאמען פון די שיטה וועל איך עס אליינס קענען נאכקוקן.

הקטן » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 7:16 pm

· #425396
חתן בחור
הקטן
חתן בחור

די באשלוסן זענען נישט באשאפן אוט אף די בלו. די האסט צוויי עקזעסטירענדע ברירות, און מיט׳ן כוח פון בחירה קענסטו נוטה זיין צו וועלכע צד די ווילסט.

דא שטעקט נאך א טעות וואס טייל דא מאכן, די קאנפיאשען פין א רענדעם צי בחירה חפשית.

רענדעם איז עפעס בלי טעם
ווען איך בין בוחר קען איך קלאר מסביר זיין פארוואס איך האב אזוי בוחר געווען, איך האב אבער פינקט אזוי געקענט בוחר זיין פארקערט און דאס אויך מסביר זיין, איך אלץ בוחר האב בוחר געווען די מעשה מיט די הסבר איבער די אנדערע הסבר.
די הסבר גייט פין אויווען אראפ נישט פין אינטען ארויף

קענסט מיר מסביר זיין פארוואס די האסט ליב א רויטע לאלי און נישט קיין גרינע?

פארוואס איך האב ליב די רויטע אדער פארוואס איך בין בוחר צי עסען רויטע?
איך קען ליעב האבן די רויטע און בוחר זיין צי עסען די גרינע.
פארוואס? איך וויל זיך יצעט נישט נאגגעבען די תאות.

ס'דא זייער אסך זאכן וואס מיר לויפן אויף autopilot און מיר האבן בכלל נישט קיין בחירה אויף דעם - ביי רוב מענטשען, למשל, די קלאפעניש פין הארץ
דערנאך איז דא זאכן וואס לויפט אויף autopilot אבער מיר קענען בוחר זיין און דאס איבערנעמען - מיר קענען בזדון שנעלער אדער פארשטאטערען די אטעם
ס'אויכעט דא וואס קענען בוחר זיין בקום ועשה צי פארשטייטערן די הארץ קלאפעניש, ואכ"ם
אזוי קען א מענטש סעלעקטען די רויטע לאלי אן האבן צוויי צדדים דערוועגן, פשוט אויף autopilot - א קאץ קען דאס אויך טון.

דיין ליעב האבן רויטע לאלי איז גראדע בכלל נישט רענדעם, דאס קען זיין געבויט אויף זייער אסך באהאלטענע פאקטרען פין nature and nurture וואו שבת אחים האט געשריבן.
בוחר זיין נישט צי עסען די רויטע לאלי ווייל ס'איז גיט איז אויך נישט רענדעם - דו האסט דאס בוחר געווען - ווער האט דיר געזאגט אז דו קענסט נישט?!

חתן בחור » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 7:26 pm

· #425397
רביה''ק זי''ע
כ'פארשטיי נישט קיין ווארט וואס שטייט דארט, כ'האף נאר אז דער שרייבער אליינס האט יא פארשטאנען, אפשר ברענג א לינק וואס רעדט אביסל קלארער, אדער פארצייל מיר די נאמען פון די שיטה וועל איך עס אליינס קענען נאכקוקן.

זאל איך עס פארליינען פאר דיר אויכעט?

קודם פארשטיי די ערשטע צוויי כללים נאכדעם וועמער רעדן ווייטער.

די לינקס זענען צו wikipedia simple English:
<a class="postlink" href="https://simple.wikipedia.org/wiki/Heisenberg%27s_uncertainty_principle">https://simple.wikipedia.org/wiki/Heise ... _principle</a> <a class="postlink" href="https://simple.wikipedia.org/wiki/Bell%27s_theorem">https://simple.wikipedia.org/wiki/Bell%27s_theorem</a>

ס׳ווייזט אז אפילו צוויי מענטשן זענען קאמפליט די זעלבע איז נישט מוכרח אז זיי וועלן מאכן די זעלבע טשויסעס.

הקטן » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 7:28 pm

· #425398
עגלה ערופה
הקטן
עגלה ערופה
קען זיין ס'איז דא בחירה אבער דו האסט נישט בוחר געווען וואס דיין בחירה זאל זיין. אדער קען זיין אז דו האסט בוחר געווען וואס דו זאלסט בוחר זיין, אבער דו האסט נישט בוחר געווען וואס דו זאלסט בוחר זיין וואס דו זאלסט בוחר זיין. אדער קען זיין...
ווי ווייט דו ווילסט נאר גיין איז אבער די לעצטע בחירה האסטו נישט בוחר געווען.
וואו אזוי וויייסטו דאס?
ד"ה דו קענסט בוחר זיין צו טוהן עפעס דהיינו דו קענסט טוהן וואס דו ווילסט אבער דו האסט נישט בוחר געווען וואס דו זאלסט וועלן.
סעס הא?
למשל, איינער גייט אריין אין א רעסטאראנט און ס'איז דא א מעניו פון עסן, ער האט די בחירה צו נעמען וואס ער איז אין די מוד, אבער ער האט נישט די בחירה צו ער זאל מער זיין אין די מוד פון לאקשן איבער רייז. און אפילו אויב ער זאל ווען יא האבן די בחירה צו טוישן זיין מוד, וואס האט אים געמאכט וועלן טוישן זיין מוד, ער האט נישט די בחירה איבער ווילן טוישן זיין מוד. און אפילו אויב יא האט ער נישט אויף יענע ווילן א בחירה...
פארוואס איז בכלל מאד א צישטעל צי בחירה אויף מעשים ?
גראדע איז דא געניג און סעקאלעדשי וואס האלטן אויף מאד האט אויך דער מענטש אריינצירעדן

ס'איז א פשוטע זאך אז מחשבות און געפילן און רצונות האט מען נישט קיין קאנטראל איבער זיי, זיי פאפן פשוט אריין אין קאפ. אזויווי דו פארשטייסט אז א זאך קען נישט זיין די גורם פון זיך אליין, אזוי אויך קען נישט די מחשבה פון א מענטש גורם זיין די מחשבה. יא, מחשבות קענען גורם זיין אנדערע מחשבות, מחשבה א' קען גורם זיין מחשבה ב', אבער פון וואו איז מחשבה א' געקומען? ס'מוז קומען פון עפעס אנדערש וואס האט עס גורם געווען.
כמאמר החכם סעם העריס (איך געדענק נישט פינקטלעך די לשון אבער עפעס אזוי) "saying that you chose your thoughts is like saying you thought it before you thought it"

איך וויל יעצט נישט פארקריכן און די ריכטונג פין "בחירה אויף מחשבה" איבער בחירה אויף צווישען צוויי מחשבות (יצ"ט ויצה"ר, id and ego, yin and yang וכו')
וואו איך האב געשריבן, בחירה אויף מעשים איז נישט די זעלבע וואו בחירה אויף אן autopilot מחשבה.

אויב אבער ביסטו גרייט צי טראכטן אינדרוסען פין די דיטערמינטע שכל פין סעם העריס, דאן לאמאיך די געבן אביסל חומר למחשבה "וואו אזוי פאנגט אן א קליין קינד צי טראכטן" ?
וואס איז זיין ערשטע מחשבה וואס דאס ברענגט די צווייטע? און וואו אזוי ווערט א דרויסענדיגע פאקט, אדער אן אינערלעכע הרגשה, טרענספארמד צי א מחשבה ?

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 7:33 pm

· #425399
חתן בחור
קודם פארשטיי די ערשטע צוויי כללים נאכדעם וועמער רעדן ווייטער.

קוק אהער, איך גיי מיך נישט יעצט זעצן לערנען פיזיקס נאר כדי זיך צו קענען טענה'ן ווייטער און אפילו ווען יא קען מיר יענער פארקויפן וואס ער וויל, כ'האב נישט קיין שום סיבה צו גלייבן אז ער פארקויפט מיר נישט קיין לאקשן. אויב קענסטו זאגן די נאמען פון די שיטה וואס דו שטעלסט פאר, וואלט איך געקענט אליינס נאכקוקן, און איך וואלט געקענט טרעפן לינקס וואס זענען מסביר אויף א פשוטע שפראך.

חתן בחור » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 7:54 pm

· #425400
רביה''ק זי''ע
חתן בחור
קודם פארשטיי די ערשטע צוויי כללים נאכדעם וועמער רעדן ווייטער.

קוק אהער, איך גיי מיך נישט יעצט זעצן לערנען פיזיקס נאר כדי זיך צו קענען טענה'ן ווייטער, אויב קענסטו זאגן די נאמען פון די שיטה וואס דו שטעלסט פאר, וואלט איך געקענט אליינס נאכקוקן, און איך וואלט געקענט טרעפן לינקס וואס זענען מסביר אויף א פשוטע שפראך.

Heisenberg's uncertainty principle
ווייזט אז קיין שום זאך קען נישט זיין predetermined. אלעס איז בלויז probabilities.

Bell's theorem
זאגט אז די סיבה פארוואס ס׳קען נישט זיין predetermined איז נישט מפני חוסר ידיעה, נאר אפילו מ׳ווייזט אלע variables גייט מען אויך נישט קענען determine׳נען.

די לעצטע לינק איז מסביר אז ס׳איז נישט מן הנמנע אז די מוח זאל קענען האבן אייגענארטיגע קאנטראל איבער טשויסעס דורך קוואנטום מעכאניקס.

אויכעט וואטש דאס: <a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=Jint5kjoy6I">https://www.youtube.com/watch?v=Jint5kjoy6I</a>

חתן בחור » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 7:59 pm

· #425401
הקטן
חתן בחור
הקטן
חתן בחור

די באשלוסן זענען נישט באשאפן אוט אף די בלו. די האסט צוויי עקזעסטירענדע ברירות, און מיט׳ן כוח פון בחירה קענסטו נוטה זיין צו וועלכע צד די ווילסט.

דא שטעקט נאך א טעות וואס טייל דא מאכן, די קאנפיאשען פין א רענדעם צי בחירה חפשית.

רענדעם איז עפעס בלי טעם
ווען איך בין בוחר קען איך קלאר מסביר זיין פארוואס איך האב אזוי בוחר געווען, איך האב אבער פינקט אזוי געקענט בוחר זיין פארקערט און דאס אויך מסביר זיין, איך אלץ בוחר האב בוחר געווען די מעשה מיט די הסבר איבער די אנדערע הסבר.
די הסבר גייט פין אויווען אראפ נישט פין אינטען ארויף

קענסט מיר מסביר זיין פארוואס די האסט ליב א רויטע לאלי און נישט קיין גרינע?

פארוואס איך האב ליב אדער פארוואס איך בין בוחר צי עסען?
איך קען ליעב האבן די רויטע און בוחר די גרינע, די טעם? איך וויל זיך יצעט נישט נאגגעבען די תאות

בכלל איז דא זייער אסך זאכן וואס מיר לויפן אויף autopilot און מיר האבן בכלל נישט קיין בחירה אויף דעם - ביי רוב מענטשען די קלאפעניש פין הארץ
דערנאך איז דא זאכן וואס לויפט אויף autopilot אבער מיר קענען בוחר זיין און דאס איבערנעמען - מיר קענען בזדון שנעלער אדער פארשטאטערען די אטעם
א מענטש קען סעלעקטען די רויטע לאלי אן האבן צוויי צדדים דערוועגן, פשוט אויף autopilot - א קאץ קען דאס אויך טון.

דיין ליעב האבן רויטע לאלי איז גראדע נישט רענדעם, דאס קען זיין געבויט אויף זייער אסך באהאלטענע פאקטרען פין nature and nurture וואו שבת אחים האט געשריבן.
בוחר זיין נישט צי עסען די רויטע לאלי ווייל ס'איז גיט איז אויך נישט רענדעם - דו האסט דאס בוחר געווען - ווער האט דיר געזאגט אז דו קענסט נישט?!

האסט געזאגט אז א יעדע טשויס קענסטו מסביר זיין. נו זיי מיר מסביר ווען די האסט א טשויס צווישן א רויטע און גרינע לאליפאפ פארוואס נעמסטו איינס און נישט דאס צווייטע?

הקטן » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 8:07 pm

· #425402
נישט א יעדער סעלעקשען איז א בחירה- טשויס, קוק וואס איך שרייב
א קאץ מאכט אויך סעלעקשענס.

אויב די וואלסט געהאט צדדים אויף צוויי זייטען, די רויטע ווייל איך האב דאס ליעב אדער די גרינע ווייל פארוואס זאל איך זיך נאכגעבען די תואות
פארוואס האסטו בוחר געווען די גרינע?
וויי מיט זיך נישט נאכגעבן די תואה ווער איך שטערקער!

פארוואס האסטו בוחר געווען די רויטע?
ס'איז שוין נאך שובובים!

(אויב דיין שאלה איז פארוואס דו האסט ליעב די רויטע, דאס איז א שמיס פאר זיך)

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 8:07 pm

· #425403
כ'האב יעצט דורכגעליינט דעם לינק אויבנאויף, איך פארשטיי נישט קיין ווארט וואס ער זאגט, אבער ער באציט זיך בכלל נישט צו מיין טענה, פארגעס פון נשמה/פיזיקס/אינדרויסן פון נאטור/אין נאטור.

איך זאג זייער א פשוטע זאך: א מענטש קען נאר טון א זאך וואס ער וויל טון, און אפילו ווען א מענטש טוט פארקערט פון זיין רצון, קען ער עס נאר טון ווייל ער וויל גיין קעגן זיין רצון.

יעצט א מענטש קען נישט טוישן די רצון מיט וואס ער איז געבוירן/באשאפן געווארן, און אויך קען ער נישט באשאפן קיין נייע רצונות, אויסער ווען ער האט א רצון צו טוישן זיין רצון אדער באשאפן א נייע. איז איינער וואס איז באשאפן/געבוירן געווארן מיט א רצון נישט צו טוישן א רצון, היכן בחירותו של זה?

ווייטער א מענטש וואס איז געבוירן/באשאפן געווארן מיט א רצון צו טוישן אדער באשאפן נייע רצונות, קען נאר טוישן און באשאפן רצונות וואס זיין ערשטע רצון וויל, קומט אויס אז ער איז אלץ מוגבל צו די רצון וואס גאט/ביג בענג האט אריינגעלייגט אין אים.

לסיכום: היטלער האט געהרגט מענטשן ווייל אזוי האט ער געוואלט, וואלט ער נישט געוואלט וואלט ער עס נישט געטון. וואס זאל ער טון אז גאט האט אים באשאפן מיט אזא מין שכל וואס וויל וועלן וועלן וועלן וכו' וכו' הרגנען מענטשן?

הקטן » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 8:19 pm

· #425404
דו זאגסט געוואלדיג, אבער דו הייבסט אן מיט א פרעמיס, וואס איז אדער יא אדער נישט אמת
"א מענטש קען נישט טוישן די רצון מיט וואס ער איז געבוירן/באשאפן געווארן"

די באזירסט דעם פרעמיס מיט דעם יסוד מוצק פין קאז-ען-עפעקט וואס מיר זען און די גשמותדיגער וועלט
און די ווילסט פין דעם עקסטרעפעלטן אז די יסוד איז אויך שייך אויף soul-stuff - דו האסט נישט געברענגט דערצו קיין איין באווייז, דו זאגסט דאס מסברה - פיין!
קימט יעצט תורת הקוואנטעם און ווייזט אינז, אז אפילה אין דער וועלט פין גשם איז אויך נישט דער כלל איבעראל און אייביג.

חקירה ברענגט די ראיה אויף די כללים וואס זענען אין וועלט
וועגן דעם איז נישט שייך צי פרעגן און ווער האט באשאפען דעם בורא, ווייל דער בורא איז soul-stuff און דאס מיז נישט האבן די כלל
קען זיין אז תורת האקוומטעם פרעגט אפ די ראיה פין חקירה, קען זיין אז נישט. איז שרייב צים כוזרי

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 8:22 pm

· #425406
הקטן
דו זאגסט געוואלדיג, אבער דו הייבסט אן מיט א פרעמיס, וואס איז אדער יא אדער נישט אמת
"א מענטש קען נישט טוישן די רצון מיט וואס ער איז געבוירן/באשאפן געווארן"

ליין ווייטער...

וואו קומט די כוזרי אריין דא, גיי שרייב צו ר' חסדאי קרשקש.

הקטן » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 8:23 pm

· #425407
רביה''ק זי''ע
הקטן
דו זאגסט געוואלדיג, אבער דו הייבסט אן מיט א פרעמיס, וואס איז אדער יא אדער נישט אמת
"א מענטש קען נישט טוישן די רצון מיט וואס ער איז געבוירן/באשאפן געווארן"

ליין ווייטער...

ווייטער פרעמיסע וואס זענען אדער יא אדער נישט אמת, אן קיין באווייז
אזוי איז טשעכעפאכעס ביז אראפ

רביה''ק זי''ע

וואו קומט די כוזרי אריין דא, גיי שרייב צו ר' חסדאי קרשקש.

מעק עס אויס - נעם-טאדאם

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 8:26 pm

· #425408
טראכט זיך גוט איבער, וועסטו זיך אליינס איבערצייגן אז דו האסט נאכקיינמאל נישט אויסגעוועלט צו טון עפעס וואס דו האסט נישט געוואלט.

חתן בחור » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 8:27 pm

· #425409
רביה''ק זי''ע
איך זאג זייער א פשוטע זאך: א מענטש קען נאר טון א זאך וואס ער וויל טון, און אפילו ווען א מענטש טוט פארקערט פון זיין רצון, קען ער עס נאר טון ווייל ער וויל גיין קעגן זיין רצון.

זייטיגע שאלה. וויאזוי ווייסטו דאס? פערסאנעל עקספעריענס?

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 8:28 pm

· #425410
פון באאכבעטן מענטשן, ברענג מיר איין מענטש וואס האט איין מאל אין זיין לעבן אויסגעוועלט צו טון עפעס וואס ער האט נישט געוואלט טון.

חתן בחור » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 8:31 pm

· #425411
רביה''ק זי''ע
פון באאכבעטן מענטשן, ברענג מיר איין מענטש וואס האט איין מאל אין זיין לעבן אויסגעוועלט צו טון עפעס וואס ער האט נישט געוואלט טון.

און וויאזוי ווייסטו דאס?

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 8:33 pm

· #425412
ווייל אזוי זאגן זיי, כ'גלייב זיי אויפ'ן ווארט.

חתן בחור » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 8:52 pm

· #425414
רביה''ק זי''ע
פון באאכבעטן מענטשן, ברענג מיר איין מענטש וואס האט איין מאל אין זיין לעבן אויסגעוועלט צו טון עפעס וואס ער האט נישט געוואלט טון.

דיין קשיא איז אויף די וועג וויאזוי די קוקסט אן די בחירה פון א מענטש ווי עס וואלט געוועהן אן אביעקט. ס׳איז נישט קיין זאך וואס דארף באשאפען ווערן. די רצון פון א מענטש גייט האנט ביי האנט מיט קאנטשעסנעס. רצון ווערט קריעטעט אונעם מענטש׳ס קאפ דורכ׳ן מענטש. וויאזוי? דורך קוואנטום מעכאניקס. איינמאל א מענטש האט זיין רצון דעמאלטס טוט ער עס.

פונקט אזוי ווי א חלום זעהט א מענטש און קריעט עס בשעת מעשה, איי קענסט פרעגן טויזענט קשיות. ווען האט די מענטש באשאפען דעם חלום? פאר׳ן חלום׳ן צו נאכדעם? און פארוואס האט ער נישט געזעהן דעם חלום בשעת׳ן עס אויפטראכטן? ווען וועסט פארשטיין קאנטשעסנעס וועסטו קענען פרעגן קשיות.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 8:55 pm

· #425415
חתן בחור
רצון ווערט קריעטעט אונעם מענטש׳ס קאפ דורכ׳ן מענטש. וויאזוי? דורך קוואנטום מעכאניקס. איינמאל א מענטש האט זיין רצון דעמאלטס טוט ער עס.
וואו פונקטליך שטעקט די בחירה?

חתן בחור
פונקט אזוי ווי א חלום זעהט א מענטש און קריעט עס בשעת מעשה, איי קענסט פרעגן טויזענט קשיות. ווען האט די מענטש באשאפען דעם חלום? פאר׳ן חלום׳ן צו נאכדעם? און פארוואס האט ער נישט געזעהן דעם חלום בשעת׳ן עס אויפטראכטן? ווען וועסט פארשטיין קאנטשעסנעס וועסטו קענען פרעגן קשיות.
חלומות זענען אינפארמאציע וואס ליגן שוין אין קאפ בעפאר, אדער שדים וואס שפילן זיך ארום אין דיין קאפ, אויב דאס מאכט דיר פילן הייליגער.

חתן בחור » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 9:06 pm

· #425416
רביה''ק זי''ע
חתן בחור
רצון ווערט קריעטעט אונעם מענטש׳ס קאפ דורכ׳ן מענטש. וויאזוי? דורך קוואנטום מעכאניקס. איינמאל א מענטש האט זיין רצון דעמאלטס טוט ער עס.
וואו פונקטליך שטעקט די בחירה?

די נשמה ציט איין זייט און די גוף די אנדערע זייט. קוואנטום מעכאניקס ערמעגליכט דעם onsciousness/being/awareness צו נוטה זיין צו וועלכע זייט זי וויל, אפילו אן קיין אינפוט. דאס איבעריגע איז טעכניש.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 9:12 pm

· #425417
חתן בחור
די נשמה ציט איין זייט און די גוף די אנדערע זייט. קוואנטום מעכאניקס ערמעגליכט דעם onsciousness/being/awareness צו נוטה זיין צו וועלכע זייט זי וויל.

מ'דארף נאר וועלן, און וואס איז אז מ'וויל נישט, דארף מען וועלן וועלן, און וואס איז אז מ'וויל נישט וועלן וועלן, ואין לדבר סוף.

ווי האט יענער געזאגט, "איך טרינק מיך אן אזויפיל ביז ס'גלייכט זיך שוין אויס..."

עגלה ערופה » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 9:26 pm

· #425418
דאס אז זאכן זענען רענדאם איז נאר ביי קליינע זאכן ווי ביי עלעקטראנס, אבער ביי גרויסע זאכן ווי ביי מענטשן איז ע"פ רוב אלעס דעטערמיניסטיק.

אויב מענטשן וואלטן געווען פיור רענדעם וואלטן זיי זיך אויפגעפירט אזוי ווי אנדערע זאכן וואס זענען פיור רענדאם, אזויווי א הארעקעין. מענטשן וואלטן זיך אויפגעפירט אזויווי ס'איז אריין אין זיי א בייזע רוח. ס'וואלט זיי ארויפגעקומען רענדאם מחשבות אן קיין שום הסבר. מענטשן אין ביהמ"ד וואלטן זיך גענומען שיסן און ווארפן און צערייסן ספרים ווייל ס'איז זיי יעצט רענדאמלי אויפגעקומען א רצון עס צו טוהן. פארוואס זאל מיך יעצט נישט רענדאמלי אריינקומען א מצשבה צו גיין איבערדרייען יענע טיש, אדער אויסגיסן יענע קאווע, אדער זיך אויסטוהן נאקעט.

דעס אז רוב מענטשן טוהן נישט אזוי ווייזט עס אז מ'איז נישט רענדאם.

חתן בחור » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 9:35 pm

· #425419
רביה''ק זי''ע
חתן בחור
די נשמה ציט איין זייט און די גוף די אנדערע זייט. קוואנטום מעכאניקס ערמעגליכט דעם onsciousness/being/awareness צו נוטה זיין צו וועלכע זייט זי וויל.

ווען איך רעדט פון onsciousness רעדט איך פון מיך און דיך. איך רעדט נישט פון עפעס א פרעמדע זאך אין אונזער קאפ וואס מאכט טשויסעס פאר אונז. און ווי כ׳האב געשריבען, די מוח קען האבן אייגענארטיגע קאנטראל איבער טשויסעס דורך קוואנטום מעכאניקס.

אלענפאלס, ס׳איז מיר א נחת אז איך קען דיך מאכן אזוי העפי מיט אזא נישטיקייט 🙂

עגלה ערופה » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 9:46 pm

· #425421
חתן בחור! דעס אז דו ניצט הויכע ווערטער וואס מענטשן פארשטייען נישט (און איך האב מורא דו פארשטייסט עס אויך נישט) איז נאכנישט מסביר בחירה.

חתן בחור » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 9:55 pm

· #425423
עגלה ערופה
חתן בחור! דעס אז דו ניצט הויכע ווערטער וואס מענטשן פארשטייען נישט (און איך האב מורא דו פארשטייסט עס אויך נישט) איז נאכנישט מסביר בחירה.

וואס זאל איך טון? מיין גענעטיקס און סביבה האבן מיך געברענגט דערצו אז איך זאל ניצן הויכע ווערטער וואס איך פארשטיי נישט. ס׳איז נישט מיין שולד!

איך קען אבסעלוטלי נישט מסביר זיין בחירה. אבער מיין פערסאנעל עקספעריענס ווייזט מיר אז איך האב עס יא. און אז איינער טענה׳ט אז ס׳איז נישט מעגליך, מעג איך אפווארפען זיינע סתירה׳ס לויט וויפיעל איך פארשטיי.

נהורא נפישא » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 10:20 pm

· #425426
וועם למעשה ברויך מען דא אויפפאטשן ?
די רענדעם אגענט וואס האט געהיידזשעקט דעם קערפער צו טון שלעכטס
די קערפער, ווייל דאס איז די איינציגסטע וועג צו שיקן א מעסעדזש צום רענדעם אגענט
באקומט טאקע דער רענדעם אגענט דעים מעסעדזש צום סוף
איז די רענדעם אגענט וואס היידזשעקט דעם קערפער די איינציגער וואס איז ווערט אן עונש, אדער היא הדין לו יצוייר א רענדעם אגענט וואס היידזשעקט אן אנדערע קראפט פון נאטור ?

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 10:30 pm

· #425428
חתן בחור
ווען איך רעדט פון onsciousness רעדט איך פון מיך און דיך. איך רעדט נישט פון עפעס א פרעמדע זאך אין אונזער קאפ וואס מאכט טשויסעס פאר אונז.

די טשויס וועלכע רצון אונז זאלן וועלן איז באשלאסן געווארן דורך א פרעמדע זאך, פאר דעם האסטו ניטאמאל געהאט א רצון צו וועלן אויך נישט.

איך ווייס נישט וואס דו עקספיריענסט, אבער דו קענסט נאר בוחר זיין אין עפעס וואס דו ווילסט, ווען דו וואלסט געבוירן מיט'ן מיינדסעט נישט צו וועלן די זאך וואלסטו עס נישט געטון, והא ראיה אז די אלע מענטשן וואס זענען נישט אינטערעסירט דערין טוען טאקע אנדערש.

הקטן » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 10:57 pm

· #425430
??I think, therefore I am??
לויט די שוועריקייטען פין טייל דא, קיקט מיר אויס ס'איז כדי זיך אפצישטעלן און פרעגן ווער איז דאס דער "איך"
ווער איז דער "איך" וואס איז "פריי" בוחר צי זיין במה שליבו חפץ

ווער איז דער "אני"
מיין מחשבה?
מיין רצון?
איז דאס מיין מאד?
מיין בחירה?

אויב "איך" אין מיין "רצון" זענען איינס און די זעלבע איז זיכער קען "איך" נישט טוישן זיך זעלבסט דארך טוישן מיין רצון!!

חתן בחור, די תורה אז קאנשעס ארבעט דארך קוואטעם מעקיניקס לייגסטו אראפ כאלו דאס איז דער אנגענימענע מהלך, איך הער דאס דער ערשטער מאל, די לינק מאכט א זייער א שוואכע קעס דערפאר. איך וויל נישט פארדייען דעם אשכול ער בויט בעיקר דענאך וואס מיר זאגן אז קאנשעס ארבעט דארך קוואטעם, דאן איז בחירה חפשית א דבר פשוט, אבער ער האט זייער שוואכע דעקאנג אז דאס איז וואס דאס איז - און וואס ער זאגט יא קען איך ציבלאזען, ע"כ בין איך נייגעריג אויב דו האטס דאס געזען אין אנדערע מקורת אויך, אויב יא, וואו?

חתן בחור » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 11:10 pm

· #425431
רביה''ק זי''ע
חתן בחור
ווען איך רעדט פון onsciousness רעדט איך פון מיך און דיך. איך רעדט נישט פון עפעס א פרעמדע זאך אין אונזער קאפ וואס מאכט טשויסעס פאר אונז.

די טשויס וועלכע רצון אונז זאלן וועלן איז באשלאסן געווארן דורך א פרעמדע זאך, פאר דעם האסטו ניטאמאל געהאט א רצון צו וועלן אויך נישט.

איך ווייס נישט וואס דו עקספיריענסט, אבער דו קענסט נאר בוחר זיין אין עפעס וואס דו ווילסט, ווען דו וואלסט געבוירן מיט'ן מיינדסעט נישט צו וועלן די זאך וואלסטו עס נישט געטון, והא ראיה אז די אלע מענטשן וואס זענען נישט אינטערעסירט דערין טוען טאקע אנדערש.

ביזט אזויפיעל מעלה גרה דא אז די ווערסט שוין באלד כשר...

איך טענה נישט אז מענטשן טוען וואס זיי ווילן נישט. איך זאג אז ס׳עקזעסטירט נישט א ווילן אין מיין קאפ וואס דיקטירט מיך וואס צוטוען. איך האלט אז מיין קאנטשעסנעס האט אן אייגעארטיגן כוח צו קענען מאכן דיסיזשענס.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 11:12 pm

· #425433
חתן בחור
איך האלט אז מיין קאנטשעסנעס האט אן אייגעארטיגן כוח צו קענען מאכן דיסיזשענס.
ס'דארף אבער וועלן מאכן די ריכטיגע דעסיזען.

חתן בחור » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 11:18 pm

· #425435
הקטן
חתן בחור, די תורה אז קאנשעס ארבעט דארך קוואטעם מעקיניקס לייגסטו אראפ כאלו דאס איז דער אנגענימענע מהלך, איך הער דאס דער ערשטער מאל, די לינק מאכט א זייער א שוואכע קעס דערפאר. איך וויל נישט פארדייען דעם אשכול ער בויט בעיקר דענאך וואס מיר זאגן אז קאנשעס ארבעט דארך קוואטעם, דאן איז בחירה חפשית א דבר פשוט, אבער ער האט זייער שוואכע דעקאנג אז דאס איז וואס דאס איז - און וואס ער זאגט יא קען איך ציבלאזען, ע"כ בין איך נייגעריג אויב דו האטס דאס געזען אין אנדערע מקורת אויך, אויב יא, וואו?

כ׳האב שוין געלייענט איבער דעם אסאך. Scientific American פלעגט שרייבן דערפון. ס׳איז אנגענומען אלס hypothesis, אזוי ווי string theory. למעשה טענה׳עך אפילו נישט אז ס׳איז אמת, איך ברענג עס נאר אלץ א וועג ארויס פון די סתירה פון cause and effect.

We're all over the place anyway. וואס מ׳טענה׳ט זיך יעצט איז שוין נישט וועגן פיזיקס, נאר צו פארשטיין וואס הייסט ווילן.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 11:22 pm

· #425436
חתן בחור
נאר צו פארשטיין וואס הייסט ווילן.

הער אויס, אני הק' בין געזעצן דערויף וואכן לאנג ביז איך האב געכאפט די נקודה, ס'איז נישט געקומען פון עסן פיצא מיט פאלאפעל.

חתן בחור » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 11:25 pm

· #425437
רביה''ק זי''ע
חתן בחור
נאר צו פארשטיין וואס הייסט ווילן.

הער אויס, אני הק' בין געזעצן דערויף וואכן לאנג ביז איך האב געכאפט די נקודה, ס'איז נישט געקומען פון עסן פיצא מיט פאלאפעל.

פוי! מאן דכר שמיא.

חתן בחור » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 11:29 pm

· #425438
רביה''ק זי''ע
חתן בחור
איך האלט אז מיין קאנטשעסנעס האט אן אייגעארטיגן כוח צו קענען מאכן דיסיזשענס.
ס'דארף אבער וועלן מאכן די ריכטיגע דעסיזען.

ס׳איז איז נישט קיין ס׳. ס׳איז איך און די אויף די Being level.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 11:40 pm

· #425440
נו פון דעם רעד איך דאך, מ'דארף האבן די רצון אויף די being level צו מאכן די ריכטיגע באשלוסן.

הקטן » פרייטאג מערץ 1, 2019 12:00 am

· #425442
רביה''ק זי''ע
חתן בחור
נאר צו פארשטיין וואס הייסט ווילן.

הער אויס, אני הק' בין געזעצן דערויף וואכן לאנג ביז איך האב געכאפט די נקודה, ס'איז נישט געקומען פון עסן פיצא מיט פאלאפעל.

א ברירה האסטע געהאט?

רביה''ק זי''ע » פרייטאג מערץ 1, 2019 12:02 am

· #425444
ביטע נישט פארדרייען, שכח.

און אז מ'רעדט שוין יא, כ'האב טאקע נישט געהאט קיין אנדערע ברירה, די שאלות האבן מיך אזוי שטארק געעגבערט אז איך האב געמוזט זיך אוועקזעצן מאכן סדר אין די עניינים.

חתן בחור » פרייטאג מערץ 1, 2019 12:15 am

· #425446
רביה''ק זי''ע
נו פון דעם רעד איך דאך, מ'דארף האבן די רצון אויף די being level צו מאכן די ריכטיגע באשלוסן.

ניין ס׳דארף נישט גארנישט. The buck stops here.

טיף אונעם מוח (איך רעד נישט פיזיש) איז דא פלאץ וואס מאנכע רופן די נשמה, awareness, the mind's eye, being, consciousness, א.א.וו. און דאס איז די ווייטסטו ווי א מענטש קען אנקומען (short of prophecy). ס׳איז דא טויזענטער ביכער וויאזוי א מענטש קען אנקומען דארט אין וויאזוי צו פירן דעם לעבן פון יענעם שטאנדפונקט. מ׳רופט עס היינט enlightement.

דארטן זעהט א מענטש דעם אמת לאמיתו ווער ער איז, און דארטן קען ער מאכן דיסיזשענס אן קיין שום פריעדדיגע רצון. די באשעפער האט עס אזוי אוועקגעשטעלט אז ווען ער שטעלט צוזאם די גוף און נשמה ווערט באשאפן א sentient being, און ס׳איז דא א מקום אין זיין מוח ווי ער האט פול קאנטראל צו מאכן אייגענע דיסיזשענס, און האט די אחריות צו מאכן די ריכטיגע דיסיזשענס.

הקטן » פרייטאג מערץ 1, 2019 12:19 am

· #425447
רביה''ק זי''ע
חתן בחור
נאר צו פארשטיין וואס הייסט ווילן.

הער אויס, אני הק' בין געזעצן דערויף וואכן לאנג ביז איך האב געכאפט די נקודה, ס'איז נישט געקומען פון עסן פיצא מיט פאלאפעל.

א ברירה האסטע געהאט?

רביה''ק זי''ע
ביטע נישט פארדרייען, שכח.

און אז מ'רעדט שוין יא, כ'האב טאקע נישט געהאט קיין אנדערע ברירה, די שאלות האבן מיך אזוי שטארק געעגבערט אז איך האב געמוזט זיך אוועקזעצן מאכן סדר אין די עניינים.

דא האט איר אויף דיספלעי וואו אינסטניגלי ס'איז איינגעקריצט און איינגעבאקען ביים מענטש צי נעמען קרעדיט פאר זיינע מעשים.
אפילה און די צייט וואס ער טרייט צי מאכן די פוינט אז אלעס אלעס איז דיטערמעט, און קען אויף גארנישט נעמען קיין קרעדיט, וועט ער זיך אליין רימען און ווערען דערצערענט פין עפעס וואס לויט וואו אזוי ער זאגט ער האלט האט יענער בכלל נישט געהאט קיין ברירה אנדערש צי שרייבן.

שוין נאכן ציריקימען און זאגן אז איך האב נישט געהאט קיין בריירה קימט דאס אויך מיט זעלבסט לויב - "די שאלות האבן מיך אזוי שטארק געעגבערט אז איך האב געמוזט זיך אוועקזעצן מאכן סדר אין די עניינים."

איז לאמעך דיך פרעגן, אפשר איז דארט וואו די ביסט אנגעקימען נאכן מאכן "סדר" האט נישט קיין שייכת מיט דעם אמת, די ביסט אבער פארט אנגעקימען צי דעם ווייל לויט 180 דארויסענדיגע פאקטארן ביזטו געצווינגען אזוי צי האלטן?!?
אנדערע וואס זענען געצווינגען צי האלטן אנדערש האלטן אנדערש.

אחוץ זיך אננעמען אויף דיין כבוד, וואס קימט דיר בכלל נישט, ווייל אלס אלעס איז דיטערמענט! איז אויך קענטיג פין דיין תגיבה אז ביסט געווארן געטשעפעט פין מיר, פארוואס? האב איך דען געהאט אריינצירעדען און מיין תגיבה?

איך האב געוואלט טעסטען די טיפערע געוויסען אפילה פין דער וואס לייקענט זיך
איך האב שוין פין לאנג חושוש געווען אז אויך די וואס האלטן אז אלעס איז דיטערמענט, האבן אויך א שייכת מיט כבוד, און ווערען אויך אויפגערעגט ווען א "בעל בחירה" טשעפעט זיי (אנדערש וואו ווען א דומם טשעפעט)
איך האב דאס איינמאל געוואלט טעסטען
איך מיין ס'האט געמאכט די פוינט אויף אן עקספעריענשעל לעוועל - סארי רביה"ק פארן זיין מיין גיני פיג

איך האב בוחר געווען צי שרייבן אין די אשכול אסך, די תגיבה איז זיכער נישט געווען פארדרייט.

נהורא נפישא » פרייטאג מערץ 1, 2019 1:45 am

· #425451
דאס וויבאלד אלעס איז דיטערמאנט איז ערווארטעט אז א מענטש וואס גלייבט אזוי זאל רעכענען אז אלעס איז ווי א דומם איז זינלאז, זינט א מענטש האט אן אינסטינקט פון סורווייוול ווי אויך אן אינסטינקט פון באשיצן זיין שטאנד און כבוד און דאס ווערט דוקא ערמעגליכט מיט דעם וואס דער מענטש טראכט און עקספירעינס ווי ער פאסט באשלוסן, און דאס איז באמת די גאנצע לעבן און איר עקספיריענס, א מענטש איז נאך אלעם איינגעווארצעלט מיט געפילן און עס איז נישט די אינטערעסע פון א מענטש דאס צו ריווערסן, וויי פאר א מענטש וואס איז ביכולת אלעס צוריקצודרייען, מיט דעם אלעם טאקע מיט א בעסערע פארשטאנד פון פסיכאלאגיע קען מען טאקע שטיין בעסער אויך מיט עמאשינעל אינטעליגענץ און האבן א גוטע קאנטראל אויף די געפילן דאס צו נוצן פאזעטיוו.
דאס איז פונקט אזויווי איך זאל זאגן אז ווען איינער וואטשט אן עמאשינעל סצענע פון א מאווי און ווערט איבערגענומען אז ס'איז א סימן אז ס'איז אן אמתע פאסירונג.
און דרך אגב איך האב שוין געזען מענטשן זיך רעגן אויף א דומם אויך.

עגלה ערופה » פרייטאג מערץ 1, 2019 1:56 am

· #425453
חתן בחור
רביה''ק זי''ע
נו פון דעם רעד איך דאך, מ'דארף האבן די רצון אויף די being level צו מאכן די ריכטיגע באשלוסן.

ניין ס׳דארף נישט גארנישט. The buck stops here.

טיף אונעם מוח (איך רעד נישט פיזיש) איז דא פלאץ וואס מאנכע רופן די נשמה, awareness, the mind's eye, being, consciousness, א.א.וו. און דאס איז די ווייטסטו ווי א מענטש קען אנקומען (short of prophecy). ס׳איז דא טויזענטער ביכער וויאזוי א מענטש קען אנקומען דארט אין וויאזוי צו פירן דעם לעבן פון יענעם שטאנדפונקט. מ׳רופט עס היינט enlightement.

דארטן זעהט א מענטש דעם אמת לאמיתו ווער ער איז, און דארטן קען ער מאכן דיסיזשענס אן קיין שום פריעדדיגע רצון. די באשעפער האט עס אזוי אוועקגעשטעלט אז ווען ער שטעלט צוזאם די גוף און נשמה ווערט באשאפן א sentient being, און ס׳איז דא א מקום אין זיין מוח ווי ער האט פול קאנטראל צו מאכן אייגענע דיסיזשענס, און האט די אחריות צו מאכן די ריכטיגע דיסיזשענס.

וואס איז די חילוק צווישן דיסיזשען און רצון? ווען דו מאכסט עפעס אפ ווילסטו ס'זאל זיין אזויווי די החלטה. דו האסט פשוט אויפגעטוישט איין ווארט מיט א אנדערע ווארט. ווי מ'זאגט: a play of words

עגלה ערופה » פרייטאג מערץ 1, 2019 2:08 am

· #425454
הקטן
רביה''ק זי''ע
חתן בחור
נאר צו פארשטיין וואס הייסט ווילן.

הער אויס, אני הק' בין געזעצן דערויף וואכן לאנג ביז איך האב געכאפט די נקודה, ס'איז נישט געקומען פון עסן פיצא מיט פאלאפעל.

א ברירה האסטע געהאט?

רביה''ק זי''ע
ביטע נישט פארדרייען, שכח.

און אז מ'רעדט שוין יא, כ'האב טאקע נישט געהאט קיין אנדערע ברירה, די שאלות האבן מיך אזוי שטארק געעגבערט אז איך האב געמוזט זיך אוועקזעצן מאכן סדר אין די עניינים.

דא האט איר אויף דיספלעי וואו אינסטניגלי ס'איז איינגעקריצט און איינגעבאקען ביים מענטש צי נעמען קרעדיט פאר זיינע מעשים.
אפילה און די צייט וואס ער טרייט צי מאכן די פוינט אז אלעס אלעס איז דיטערמעט, און קען אויף גארנישט נעמען קיין קרעדיט, וועט ער זיך אליין רימען און ווערען דערצערענט פין עפעס וואס לויט וואו אזוי ער זאגט ער האלט האט יענער בכלל נישט געהאט קיין ברירה אנדערש צי שרייבן.

שוין נאכן ציריקימען און זאגן אז איך האב נישט געהאט קיין בריירה קימט דאס אויך מיט זעלבסט לויב - "די שאלות האבן מיך אזוי שטארק געעגבערט אז איך האב געמוזט זיך אוועקזעצן מאכן סדר אין די עניינים."

איז לאמעך דיך פרעגן, אפשר איז דארט וואו די ביסט אנגעקימען נאכן מאכן "סדר" האט נישט קיין שייכת מיט דעם אמת, די ביסט אבער פארט אנגעקימען צי דעם ווייל לויט 180 דארויסענדיגע פאקטארן ביזטו געצווינגען אזוי צי האלטן?!?
אנדערע וואס זענען געצווינגען צי האלטן אנדערש האלטן אנדערש.

אחוץ זיך אננעמען אויף דיין כבוד, וואס קימט דיר בכלל נישט, ווייל אלס אלעס איז דיטערמענט! איז אויך קענטיג פין דיין תגיבה אז ביסט געווארן געטשעפעט פין מיר, פארוואס? האב איך דען געהאט אריינצירעדען און מיין תגיבה?

איך האב געוואלט טעסטען די טיפערע געוויסען אפילה פין דער וואס לייקענט זיך
איך האב שוין פין לאנג חושוש געווען אז אויך די וואס האלטן אז אלעס איז דיטערמענט, האבן אויך א שייכת מיט כבוד, און ווערען אויך אויפגערעגט ווען א "בעל בחירה" טשעפעט זיי (אנדערש וואו ווען א דומם טשעפעט)
איך האב דאס איינמאל געוואלט טעסטען
איך מיין ס'האט געמאכט די פוינט אויף אן עקספעריענשעל לעוועל - סארי רביה"ק פארן זיין מיין גיני פיג

איך האב בוחר געווען צי שרייבן אין די אשכול אסך, די תגיבה איז זיכער נישט געווען פארדרייט.

איך זעה נישט פארוואס איינער וואס האלט אז ס'איז נישט דא קיין בחירה זאל זיך אויפפירן אנדערש ווי איינער וואס האלט אז ס'איז יא דא בחירה.
בסך הכל האט ער מער ווייניגער די זעלבע רצונות, די זעלבע תאוות און עמאציענאלען. אבער איין רצון האט ער מער פון דיך און דאס איז צו ניצן די מעקיניזם פון לאגיק אין מוח צו אויסגעפונען די אמת איבער בחירה וואס דו האסט עס נישט. (אדער האסטו נישט די מעקיניזם אדער האסטו נישט די רצון עס צו ניצן)
אבער נאכאמאהל, דו האסט דאך נישט קיין ברירה.

חתן בחור » פרייטאג מערץ 1, 2019 2:26 am

· #425455
עגלה ערופה
וואס איז די חילוק צווישן דיסיזשען און רצון? ווען דו מאכסט עפעס אפ ווילסטו ס'זאל זיין אזויווי די החלטה. דו האסט פשוט אויפגעטוישט איין ווארט מיט א אנדערע ווארט. ווי מ'זאגט: a play of words

שכויעך פאר די constructive criticism.

כ׳האב אפשר נישט גענוצט די ריכטיגע טערמינען, אבער וואס איך מיין ארויסצוברענגען איז, אז ס׳איז דא צוויי מינע רצונות. איינס איז ווען די וועגסט דיינע אפציעס, געדולד, עמאציאנעלע צושטאנד און מאכסט א ראציאנעלע באשלוס וואס די ווילסט. די צווייטע איז אן אינערליכע טיעפע awareness וואס איז נישט באיינדרוקט פון קיין שום חיצוניות׳דיגע properties און דארטן האט א מענטש innate קאנטראל, ס׳איז נישט דא דארטן קיין פריערדיגע רצון אדער cause, כי זה כל האדם.

דאס איז ווייט נישט מיין אייגענע סברות, אסאך באקאנטע דענקער באנוצען זיך מיט דעם געדאנק. אויך די תניא און אנדערע ספרים וסופרים רעדן פון דעם, נפש הבהמית און נפש השכלית, קליפת נוגה וכו׳ וכו׳.

הקטן » פרייטאג מערץ 1, 2019 7:34 am

· #425458
עגלה ערופה

וואס איז די חילוק צווישן דיסיזשען און רצון? ווען דו מאכסט עפעס אפ ווילסטו ס'זאל זיין אזויווי די החלטה. דו האסט פשוט אויפגעטוישט איין ווארט מיט א אנדערע ווארט. ווי מ'זאגט: a play of words

איז עס?
א יעדע דיסיזשען האט אינטער זיך א רצון (איינס פין אפאר) און נישט א יעדע רצון ענדיגיט זיך און א דיסיזשען!
פליז זיי בוחר און ניצן די מעקיניזם פון לאגיק! און פאל נישט ציריק צי דיין default מהלך, ווייל אזוי האסטו נעכטן געהאלטען, אדער ווייל אזוי זאגט סעם העריס.

עגלה ערופה

אבער איין רצון האט ער מער פון דיך און דאס איז צו ניצן די מעקיניזם פון לאגיק אין מוח צו אויסגעפונען די אמת איבער בחירה וואס דו האסט עס נישט.

אויב די end result פין דיי מעקעניזעם פין רעצאנאל איז hardcoded דיר צי געבען א געוויסע outcome און מיין מעקעניזעם איז hardcoded צי געבן א געוויסע outcome דאן האב נישט איך און נישט דו די מעגליכקייט צי טראכטן, אדער סיי וואספארא בארעכטוגונג אנצינעמען וואס מיר טראכטן.

הקטן » פרייטאג מערץ 1, 2019 8:24 am

· #425461
נהורא נפישא
די זאגסט דא אפאר נקידות וואס איינס טרעט אויף די אנדערע

א
דאס וויבאלד אלעס איז דיטערמאנט איז ערווארטעט אז א מענטש וואס גלייבט אזוי זאל רעכענען אז אלעס איז ווי א דומם איז זינלאז, זינט א מענטש האט אן אינסטינקט פון סורווייוול ווי אויך אן אינסטינקט פון באשיצן זיין שטאנד און כבוד
און דאס ווערט דוקא ערמעגליכט מיט דעם וואס דער מענטש טראכט און עקספירעינס ווי ער פאסט באשלוסן.

דו נעמסט דא ארויס די גרויסע joker - וואס זאגט, הגם ס'איז נישט אמת, אבער אינזער אבזערוואציע און עקספירעינס איז דאך אז מיר זענען די וואס פאסען די באשלוסן
ווייל דאס איז adoptive.
קודם קימט דיר קרעדיט און מודה זיין אז מיר אבזערווירען אויף א טיפער לעוועל free choice (איך האלט יא פין געבן קרעדיט וואו קרעדיט איז דא)

הגם וואס דו זאגטס איז בכלל נישט אמת, מיר דארפן נישט שפירן אז מיר מאכן א דעסישען צי פארמאכן די אויגען ווען עפעס קימט צי פליען אגעגען אינז אדער אוועק שלעפען די פינגער פין עפעס וואס איז הייס

ב
און דאס איז באמת די גאנצע לעבן און איר עקספיריענס, א מענטש איז נאך אלעם איינגעווארצעלט מיט געפילן און עס איז נישט די אינטערעסע פון א מענטש דאס צו ריווערסן.
איך בין נישט זיכער וואס דאס איז all about
אויב פארשטיי איך וואס די זאגסט איז, א מענטש איז אזוי געבוירן און ס'איז נישט דא קיין מעלה פין ריווערסען ממילא לאזט ער דאס אויף default
פריער איז געווען אז ס'איז גאר א מעלה צי האלטן די קרימע דעה.

ג
וויי פאר א מענטש וואס איז ביכולת אלעס צוריקצודרייען,
ווייטער אז סלוינט זיך ענדערש צי לעבן די שקר, און וואס מיר אבזערווירן די שקר איז גאר א מעלה

מיט דעם אלעם טאקע מיט א בעסערע פארשטאנד פון פסיכאלאגיע קען מען טאקע שטיין בעסער אויך מיט עמאשינעל אינטעליגענץ און האבן א גוטע קאנטראל אויף די געפילן דאס צו נוצן פאזעטיוו.
דא בין איך שוין געווארען פארלוירן - איז בעסער אדער ערגער ארויס האבן דעם אמת!?!
אויב איז אדאפטיוו צי פילען אז מיר מאכן די דיסעשען און דאס איז גאר א מעלה איז פאר וואס זאל נישט זיין אויפדעקען דער אמת א ריגרעשען און א חסרון
דא שרייבטסטו שוין אז ס'איז גאר א מעלה צי וויסען אז נישט מיר זענען וואס מאכן דעסישענס - די וואס ווייסען די אמת זענען מער fit איז וואו אזוי איז אריינגעקימען די טעות in the first place?

באמת, דאס אז ס'דא אזויפיל שיטות אין פסיכאלאגיע וואס וויל אינז אויפקלערן אז איך און דו זענען ראבאטס, און הגם מיר קענען עס זייער גוט מסביר זיין און קאנשסענלי טראכטן, דאך דאך געלאנגט נישט פאר מענשהייט זיך ארויסצידרייען פין די עלאזשען, דאס זאגט זייער אסך
די קענסט אויפרעגן סעם-העריס אדער סיי וועלעכע פסיכאלאג מיט סיי וועלעכע שיטה עני טאג אויף דער וואך

און די וואס זענען דוגל מיט שיטת וויקטער פרענקל אדער choice theory אדער ACT זענען בכלל נישט אינטערשטעליג עמאשענעל אינטעלעגענס