☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » די לעבעדיגע סתירה פונעם לעבן (פה-סח II)

די לעבעדיגע סתירה פונעם לעבן (פה-סח II)

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10420

זבולון » זונטאג מאי 1, 2016 7:13 am

· #331081
די לעבעדיגע סתירה פונעם לעבן (פה-סח II)
זמן חירותינו

מיר שטייען יעצט בעפארן פראווען דעם חג החירות, דאס איז אונזער יום-טוב צו פייערן אונזער זעלבסטשטענדיגקייט פון עגיפטן, מיר אידן דאנקען און לויבן אז מיר זענען שוין מער נישט קיין קנעכט, ואילו לא הוציאנו משם הרי אנו ובנינו ובני בנינו משועבדים היינו לפרעה במצרים.

פרידאם, פרייהייט, חופש!! דאס איז א פונדאמענט פון א מענטש'נס צופרידנהייט. פרידעם אוו טשויס, דאס איז א מתנה וואס מיר וועלן נישט אוועקגעבן פאר קיין געלט אין דער וועלט. ווען מיר רעדן איבער עבדות, פעלט נישט אויס קיין איבעריגע הסברים ווי שלעכט דאס איז. יעדער איינער פארשטייט פונקטליך וואס איז די גליק פון הוציאנו מעבדות לחירות. ווען מיר ווילן שטראפן א פארברעכער, און מיר ווילן איהם געבן די ארגסטע נאך טויט שטראף (און אנדערע וועלן אפילו זאגן פאר טויט שטראף), נעמען מיר איהם אוועק טאקע אט די מתנה פון פרייהייט, און זיין לעבן איז קיין לעבן.

מיר קענען נישט גרינגשעצן דעם צורך און רצון פון האבן א זכות בחירה. אין פארלויף פון די היסטאריע האבן מענטשן אסאך פארפיהרט און לוחם געווען צו האבן א וואויס. דאס האבן מיר געזעהן אין די לעצטע יאהרן ביי די שווארצע באפעלקערונג און ביי די פרויען, די שטערקסטע אנערקענונג איז געווען ווען מ'האט זיי געשאנקען מיט אט דעם הייליגן רעכט.


אבער איז עס טאקע אזוי? האבן מיר טאקע א פולקאמע פרייע בחירה? איז די הייליגע פרידאם אוו טשויס אן אמת'ע מציאות, אדער נישט מער ווי א מענטשליכע אילוזיע?


חופש הבחירה

די קלארקייט איבער אונזער בחירה איז היבש פארנעפלט, עס איז גארנישט אזוי קלאר און פשוט. עס איז גאנץ מעגליך אז די גאנצע מושג פון בחירה, האט גארנישט קיין נשיקה צו ריאלעטי. עס איז דא א גרויסע צד צו זאגן אז די גאנצע זאך איז נישט מער ווי א פסיכאלאגישע געים, וואס דער מענטש שטייט פון אינעווייניג און ער איז איינגערעדט אז ער מאכט טשויסעס, בשעת די גאנצע געים איז שוין פארגעשריבן פון פאראויס, און א חלק פונעם שפיל איז, אז דער מענטש רעדט זיך איין אז ער האט א טשויס. דער מענטש טראכט, און גאט לאכט.

אונזער אינטואציע זאגט אונז, אז מיר מאכן טשויסעס אין לעבן. ווען מ'פרעגט אונז: "וואולד יו לייק טשיקן אור שניצל?", איז ביי אונז קלאר אז עס איז מעגליך פאר אונז צו קלויבן יעדע איינס פון די צוויי פרייערהייט. און דער עתיד איז תלוי ועומד געוואנדן אין אונזער יעצטיגע בחירה.


מענטשן געבן אוועק פאר דעם גאנצע שעות און טעג. ווער פון אונז האט נאכנישט געספענדט שעות איבער א געוויסע החלטה, בפרט ווען עס איז א מעידזשער אישו וואס וועט האבן אן עפעקט אויף די המשך פון אונזער לעבן, צי עס איז א ביזנעס דיעל, אדער א שידוך, וכדומה. פארשטייט זיך, אז מ'פארגעסט נישט צו מורמלען פאר דעם און נאך דעם: "אלעס איז פון הימל, אלעס איז באשערט".

בחירה קומט אויך מיט א פרייז, אויב גלויבן מיר אז דער מענטש האט א פרייע בחירה בידו צו מכריע זיין לטוב או למוטב, דאן איז פשט אז די רעזולטאטן זענען דירעקט נשפע פון זיין בחירה, און דאן ווערט באשאפן א נייע מושג וואס הייסט "אחריות". ריספאנסיביליטי האט נישט קיין באדייט נאר אויב מיר גלייבן אין בחירה. אויב האסטו געטוהן די בחירה פרייערהייט אהן קיינער זאל עס אויף דיר ארויפצווינגען, דאן זענען די רעזולטאטן דיינע, קענסט פייערן די הצלחות און דו דארפסט אפגעבן דין וחשבון אויף די כשלונות.


סיבה ומסובב

פון די אנדער זייט, זאגט אונז די אינטואציע, אז יעדע זאך האט א סיבה. אז מיר זעען וואסער אויסגעגאסן אויפן פלאר אין דיינונג רום, פארשטייען מיר גלייך אז פון ערגעץ קומט די וואסער, עפעס א מסובב האט געברענגט דערצו אז די וואסער זאל אנקומען אויפן פלאר, און אויב איז עס אז א קאפ האט זיך איבערגעדרייט, טראכטן מיר גלייך אז עס איז פארהאן א סיבה דערצו אויך, און אזוי קענען מיר גיין ווייטער און ווייטער, און זעהן די לאנגע טשעין פון פאסירונגען, ווי איינע שלעפט די צווייטע.

למעשה, קען מען זאגן אז דער געדאנק איז די יסוד וואס סייענס שטייט דערויף, ווייל סייענס איז געבויעט אויף די הנחת היסוד אז יעדע (אדער כמעט יעדע) פאסירונג, האט עפעס א סיבה וואס האט עס גורם געווען. אויב וואלט דער סייענטיסט נישט געהאלטן אז יעדער סיבה האט א מסובב, וואלט ער קיינמאל נישט געזוכט צו פארשטיין אונזער וואונדערליכע בריאה, ער וואלט קיינמאל נישט געהאט קיין סיבה צו טראכטן אז דאס וואס די זוהן שיינט אויף בייטאג און גייט אונטער ביינאכט זאל האבן א סיבה דערפאר, און אונז וואלטן קיינמאל נישט דיסקאווערד די אלע חוקי הטבע וואס מיר ווייסן היינט.

דעטערמעניזם - דאס איז די פראפעסיאנאלע טערמין, פאר די השקפה אז אלעס אין די וועלט איז מוחלט, יעדע געשעהניש אין די יוניווערס סיי ווען און סיי וואו, איז דעטערמענט פון פאראויס. אין די השקפה האבן געגלויבט עטליכע פון די פאטערס פון מאדערנע סייענס, און מכח דעם זענען זיי צוגעקומען צו כל מיני נאטור געזעצן.

עס איז דא פארשידענע דרגות אין דעטערמעניזם אליינס (מ'קען עס אננעמען מיט די גאנצע שטארקקייט, אדער מער מילד). אבער דער הויפט געדאנק דערפון איז, אז יעדע פאסירונג וואס איז א רעזולטאט פון אן אנדערע פאסירונג, האט נאר געקענט זיין איין מעגליכע רעזולטאט, און עס איז נישט פארהאן א מושג אז עס האט געקענט זיין מער ווי איינס. (נאך מאדערנע סייענס, ווען קוואנטום פיזיקס איז אפיהר געקומען, האט עס באקומען א נייע באדייט, אבער דא איז נישט דאס פלאץ פאר דעם).

אויב גלייבן מיר אין דעטערמעניזם, מיינט עס אז טעארעטיש קענען מיר פאראויס זעהן די וועטער (פאר הונדערט פראצענט, נישט קיין סטאטיסטיק און פראבעביליטי) פאר די קומענדיגע הונדערט יאהרן, לאמיר זאגן אז מיר פארמאגן א קאמפיוטער פראגראם (אדער א נביא, אויב איהר ווילט) וואס קען און ווייסט "אלע" סייענטיפישע געזעצן פונעם נאטור, וועט ער קענען פאראויסזאגן אלע פאסירונגען און געשעהנישן פון ווען אימער אין דעם ווייטן עתיד.


די צוזאמענשטויס פון די ביידע

דא קומען אונז אן צו א צוזאמשטויס, ווען מיר ווילן פראבירן צוזאמענשטעלן פרי וויל (חופש הבחירה) מיט דעטערמעניזם. די צוויי זאכן קענען נישט גיין בשום פנים ואופן צוזאמען על פי כללי ההגיון. ווייל אויב גלייבן מיר אז יעדע סיבה האט א מסובב וואס דער מסובב האט בהכרח געברענגט די סיבה, דאן קומט אויס אז אין כלל פון דעם זענען זאכן וואס ווערן געטוהן דורך מענטשן, און דאס מיינט אז עס איז דא עפעס א דעטערמענט סיבה פארוואס דער מענטש האט אויסגעקליבן די בחירה, און עס איז נישט מעגליך בשום צורה ער זאל אויסקלויבן עפעס אנדערש.
פון די אנדערע זייט, אויב גלייבן מיר אין א בחירה חופשית, דאס הייסט אז דער מענטש קען אויסקלויבן ברצונו החופשי איינס אדער צוויי, דאן קומט אויס אז די בריאה איז נישט דעטערמענט.

פון איין זייט, וואלט געווען די גרינגסטע צו אויפגעבן אויף דעטערמעניזם, און זאגן אז אמת די בריאה איז געבויעט אז איין סיבה ברענגט די צווייטע, אבער עס איז נאך אלס נישט דעטערמענט בהכרח, און א מענטש האט א פרי וויל ברצותו מקבל וברצותו דוחה.
כאטש עס איז קלאר אז עס זענען פארהאן געוויסע זאכן וואס מענטשן טוהן מיט זייער מוח, און זיי האבן נישט קיין בחירה אין דעם. און עם-אר-איי עקספרימענטס באווייזן טאקע אז עס איז פארהאן געוויסע בחירות וואס דער מענטש איז נישט באמת בוחר. על כל פנים, עס איז נישט אויסגעשלאסן ווי אזוי צו באהאנדלען אזא סתירה.


א באקאנטע אילוסטראציע צו דעם פראבלעם, איז באקאנט מיטן נאמען "ניוקאמב'ס פראבלעם". ער שטעלט פאר אזא מציאות: עס איז דא א סופער קאמפיוטער פראגראם וואס קען פאראויסזאגן עתידות, ממש כפשוטו, נישט מכח סטאטיסטיקס און פראבעביליטי, נאר פשוט ווייל ער רעכנט אויס אלע פרטים און פרטי פרטים פון די דעטערמענט בריאה ביז ער קומט אן צו די הונדערט-פראצענטיגע אמת. אבער כאטש קיינער האט נישט די יכולת צו באקומען די עתידות בעפאר עס געשעהט (האסטו געזעהן א חכמה? דאס קען איך אויך…), קען מען צומאל ארויסשלעפן פון איהם האלבע אינפארמאציע.

און דאן באקומען מיר צוויי באקסעס איינס איז אן אפענע באקס וואס עס ליגט דערין 1000 דאלאר, און איינס איז א פארמאכטע באקס וואס קיינער ווייסט יעצט נישט וואס דארטן ליגט, קען זיין עס ליגט א מיליאן דאלער אדער גארנישט.

די געזעץ פון אונזער שפיל איז, אדער מעגט איהר נעמען די צוגעמאכטע אליינס, אדער קענט איהר נעמען ביידע צוזאמען.

אונזער סופער קאמפיוטער, האט שוין אויסגערעכנט זיינע רעכענונגען, און ער ווייסט שוין פונקטליך וואס עס ליגט אין די צוגעמאכטע באקס, און וועלכע באקס איהר גייט אויסקלייבן. אבער - ווי פריער געזאגט - די פראגראם איז פארשפארט און לאזט נישט ארויס קיין עתידות'דיגע אינפארמאציע. אבער אזויפיל האבן אונז מצליח געווען ארויסצושלעפן: אויב שטייט אין די פראגראם אז איהר וועט נעמען נאר די צוגעמאכטע, דעמאלס האט מען דארט אריינגעלייגט מיליאן דאלאר, אויב - אבער - שטייט אין די פראגראם אז איהר וועט נעמען ביידע, דאן ליגט גארנישט אין די צוגעמאכטע באקס.

יעצט בין איך אריינגעפאלן אין א דילעמע, זאל איך נעמען נאר די צוגעמאכטע, ווייל איך וויל באקומען די מיליאן פארזיכערטע דאלארן. אבער עס איז דאך סתם א שאד אויף די טויזנט דאלאר, לאמיר שוין נעמען ביידע באקסעס, איי, דעמאלס איז די צוגעמאכטע ליידיג, אויב עס איז ליידיג, דאן לאמיר זיכער נעמען די אפענע, ווייל איך וויל דאך נישט בלייבן מיט קיין צוגעמאכטע ליידיגע באקס. און אזוי ווייטער….

דאס ברענגט אונז צו די פשוטע מסקנה, אדער איז נישטא קיין חופש הבחירה, אדער איז נישטא קיין דעטערמעניזם (איז ממילא נישט מציאות'דיג צו האבן אזא סופער פראגראם).


הכל צפוי והרשות נתונה

דער דאזיגער דילעמא טרעפן מיר שוין אין אונזערע מקורות, אזוי פרי ווי אין די משנה. די משנה אין אבות (פרק ג משנה טו) זאגט: "הכל צפוי והרשות נתונה", דאס ברענגט ארויס די סתירה במלא חומרתה, אלעס איז פאראויסגעזעהן - דאס איז ריינע דעטערמעניזם. און מיט דעם אלעם הרשות נתונה - עס איז נאך אלס פארהאן א בחירה ביד האדם.

אויב לייגן מיר א הנחה אז עס איז פארהאן ידיעה, דהיינו, עס איז דא א באשעפער ערגעצוואו בשמים ממעל ועל הארץ מתחת, וואס ווייסט שוין בידיעה גמורה וואס איך גיי אויסקלויבן צו עסן פאר מיין מארגענדיגע פרישטאג, דאן האב איך נישט קיין בחירה, ווען א בחירה מיינט אז איך האב א טשויס צו אויסקלויבן וועלכע פרישטאג איך וועל נאר וועלן.

עס איז ממש אוממעגליך צו פארענטפערן די סתירה נאר אויב מיר וועלן טוישן די דעפינישן פון ידיעה, אדער פון בחירה. אבער מיר קענען און מיר ווילן נישט בשום פנים ואופן פארמינערן די ידיעה פון גאט ברוך הוא, ווייל מיר ווייסן אז זיין ידיעה איז א ידיעה ברורה שאין כמוהו. פון די אנדער זייט, ווילן מער נישט פארמינערן די כח הבחירה פונעם מענטש עלי אדמות, ווייל דעמאלס פארלירט די גאנצע יסוד פון אונזער רעליגיע איהר אינערליכע באדייט. אויב א מענטש'ס בחירה איז שוין פאראויסגעזאגט, איז וואס קען מען קומען צו איהם מיט טענות, די גאנצע סיסטעם פון שכר ועונש איז מער נישט צדק ויושר.

סא, מיר שטויסן זיך אהן אין א שרייעדיגע סתירה וואס איז אוממעגליך צו פארשווייגן, און אומבאקוועם צו נישט פארשווייגן. דאס איז נישט קיין סתירה פון א תוספות אין בכורות צו א רעק"א אין בבא קמא, וואס מ'קען לאזן מיט א צריך-עיון, און זיך לייגן שלאפן. דאס איז א סתירה וואס נעמט ארום דעם גאנצן מענטש מכף רגל ועד ראש, פון זיך לייגן ביזן אויפשטיין.


הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים - זאגן אונז חז"ל. ווען עס קומט צו ענינים של יראת שמים, ליגט עס נישט אינעם באשעפער'ס הענט. מ'קען זיכער נישט אפלערנען אזא גמרא כפשוטו, ווייל די מינוט וואס מיר זאגן אז עס איז פארהאן אן אמת'ע בחירה אין סור מרע ועשה טוב, הייסט עס אז די וועלט האט אומצאליגע אופנים ווי אזוי עס וואלט געקענט אויסזעהן, ווען מענטשן אין די פארלויף פון די היסטאריע וואלטן זיך אפגעהאלטן פון טוהן געוויסע מעשים, אדער וואלטן יא געטוהן זאכן וואס אין פאקט האבן זיי נישט געטוהן. און דאס מיינט אז עס איז א חסרון אין די ידיעה פון באשעפער ח"ו.

לאמיר נאר נעמען די האלאקאוסט פאר א דוגמא. וואלט היטלער געהאט א פולקאמע בחירה, הייסט עס אז עס איז פארהאן א מעגליכקייט פון א 2016 ערד-קוגל פלאנעט אן קיין היסטאריע פון א שואה, ווי אנדערש וואלט די וועלט אין אלגעמיין אויסגעזעהן? ווי אנדערש וואלטן אונז אויסגעזעהן? איך וועל לאזן פארן לייענער'ס דמיון זיך צו פארשטעלן אזא מציאות.

אין די תורה אליינס טרעפן מיר פארשידענע סתירות לכאורה אין דעם נושא, ווען די תורה שרייבט ובחרת בחיים, איז לכאורה משמע אז דער מענטש באקומט א פרייע בחירה. און אזוי אויך טרעפן מיר פארשידענע פסוקים אין תנ"ך וואס גייען ברוח זה. די ראשונים האבן שוין אסאך געשריבן ארום דעם. בשעת דער רלב"ג (בראשית ד) נעמט אהן א פרייע בחירה אויפן חשבון פון ידיעת השם, דער ריב"ש (סי' קיח) קומט ארויס קעגן איהם מיט א שטארקייט, און טענה'ט אז עס איז נישט קיין סתירה. (אבער למעשה, איז זיין מהלך אומפארשטענדליך, און נישט אויסגעהאלטן לאגיש). דער רמב"ם לעומתם (הלכות תשובה סוף פרק ה) שרייבט אז ידיעת השם איז אן אנדערע מושג ווי די פשוטע ידיעת בני אדם וואס מיר קענען, און ממילא איז עס נישט קיין סתירה צו א פרייע בחירה.

די סוגיא האט שוין פארגאסן געווארן פעסער פון טינט, און פארברענט טריליאנען בייטס. יכלה הזמן והם לא יכלו, צו אראפברענגען אלע מהלכים ווי אזוי זיך צו ספראווען מיט די סתירה.

עס איז וויכטיג צו אנמערקן, אז כאטש די סתירה באדערט בעיקר רעליגיעזע דענקער, איז עס לאו דוקא אזוי, דאס איז א פילאסאפישע פראבלעם, וואס וועלכע צד מ'זאל נאר אננעמען וועלן מיר דארפן זיך ספראווען מיט ערנסטע פראבלעמען. פאר סאם ריזען האבן די עיטאיסטן ליב צו באווארפן די טעאיסטן מיט די סתירה, כאטש זיי אליינס קענען נישט קלאר מאכן די נושא.


די חסיד'ישע צוגאנג

כדי דאס אמת'דיג צו פארשטיין, דארף מען קלאר מאכן אז דאס איז נישט קיין לאגישע מהלך צו פארענטפערן די שרייעדיגע סתירה, ניין! די סתירה בלייבט א סתירה, די לאגיק שטימט נאך אלס נישט, אבער מיר זענען נישט קיין לאגיק מאשינען, לא ניתנה תורה לקאמפיוטערס. די תורה איז נישט קיין סייענס ביכל, עס קומט נישט פארענטפערן פילאסאפישע קאנטראדיקציעס, עס איז נאר א תורת חיים, א ספר הוראה ווי אזוי צו אוועק שטעלן א לייף סטייל, אוועקלייגנדיג לאגיק אין א זייט.

אן אינטרעסאנטע זאך וואס ברענגט ארויס דעם אינטערשייד צווישן א מענטש און א לאגיק מאשין, איז ארויפגעשווימען ווען די דרייווערלעס קאר איז געווארן א ווירקליכער מציאות. דאן איז אויסגעקומען ערנסטע עטיק שאלות, למשל, אויב גייט די קאר דעטעקטן א גרופע פון מענטשן אויף רעכטס - פארנדיג אויף א הויכע ספיד - און וועלן פארמיידן זיי צו אראפשטויסן און ערלעדיגן, אבער אויף די לינקע זייט שטייט איין מענטש, מעגן מיר אנשטעלן די פראגראם אז אין אזא פאל זאל די קאר מאכן א שארפע לינקס און הרג'ענען דעם איינציגן מענטש אנשטאט די גרופע?

נאך א שווערערע דילעמע איז ארויפגעקומען, אויב די קאר רעכנט אויס אז ער גייט אריינהאקן אין א מענטש אדער אין א גרופע פון מענטשן, און די איינציגסטע סאלושן איז צו מאכן א לינקס און אריינקראכן אין א וואנט, וואס דאן וועט דער דרייווער גע'הרג'עט ווערן אנשטאט די אומשולדיגע פארבייגייערס. וואס זאל מען איהם הייסן טוהן? הרג'נען דעם אייגענעם באלעבאס? הרג'ענען אומשולדיגע מענטשן? יעדנמאל מאכן א רענדאם דיסיזשן? (פארוואס פיהלט עס רואיגער ווען עס איז רענדאם? טראכט א מינוט…).

דאס זענען פראבלעמען וואס נאר א לאגיק מאשין קען האבן, דאס איז א שאלה אין די דעטערמעניסטישע קאמפיוטערייזד וועלט, וואס אונז ברואים בני בחירה דארפן אויספראגראמען מיט א פרייע בחירה.


יעדער איד איז באשאנקען געווארן מיט אן אינערליכע געוויסן, דאס וואס אונזערע חסיד'ישע ספרים רופן אן די נקודה הפנימית, דאס דערציילט איהם מה חובתו בעולמו, דאס איז די נאטורליכע מאראל וואס איז איינגעפלאנצן אין אונז. דאס איז אונזער מהות, און ווען מיר פאלגן נאך דעם צו, זענען מיר בני חורין, ווייל דאס איז אן אמת'ע חירות, ווען א מענטש איז מחובר צו זיין עצמיות, ווען זיין מהות איז אפן צו איהם. אויף דעם זאגן אונז חז"ל: "אין לך בן חורין אלא מי שעוסק בתורה". אן אמת'ע חירות איז ווען מ'איז עוסק בתורה, אין די הוראת החיים, מ'קוקט אריין אין די אייגענע עצמיות הנפש. "בכל דור ודור חייב אדם לראות את עצמו", ווייל טיף אינעם עצמיות דארטן ליגט באהאלטן די נקודה הפנימית, ומבשרי אחזה אלוה.

פון די אנדערע זייט טרעפן מיר אין חסיד'ישע ספרים (צדקת הצדיק אות מ, ועוד) אז לאחר מעשה, קוקן מיר מלכתחילה אויף די וועלט מיט א דעטערמעניסטישע בליק, ווען א יוד איז אדורכגעפאלן מיט אן עבירה, קוקן מיר אהן ווי דאס איז געווען דעם רצון השם, ווייל הכל צפוי - דער בורא האט דאך געוואוסט און ממילא געוואלט אז אזוי זאל זיין. און דאס איז די אמת'ע תשובה וואס אויף דעם שטייט זדונות נעשין לו כזכיות, ווייל די זדונות איז דאך געווען ממש ווי דעם רצון השם.

סך הכל, בעפאר'ן טשויס נעמען מיר פול ריספאנסיביליטי אויף די רעזולטאטן פון אונזער טשויס, ווייל דארטן איז נישט פארהאן קיין דעטערמעניזם. אבער לאחר מעשה, קענען מיר עס אנקוקן אלס א געשעהעניש וואס איז נישט געווען תחת בחירתינו החופשית.

עס איז טאקע א סתירה, אבער זה חובתינו בעולם, מיר לעבן אין סתירות, מיר זענען מלא סתירות און ספיקות, אבער אונזער אינערליכע מאראל וויל נאך אלס נישט אויפגעבן אויף איהרע פרינציפן, ווייל דאס זענען מיר, קאמפליצירטע מענטשן מיט הארד-קאודעד נאטורן וואס איז אריינגעקריצט אין אונז פון מיליאנען יאהרן, מיר זענען נישט קיין לאגיק מאשינען.

הוגה » זונטאג מאי 1, 2016 9:26 am

· #331082
זייער שיין צולייגט די נושא בטוב טעם ודעת. כאטש איך בין נישט זיכער אז דעטירמיניזם איז דאס וואס סייענטיסטן רופן אן א דעפיניט קאוז. ידיעה איז יא דעטירמיניזם. דאס איז שוין מערערע מאל איבערגעשמועסט געווארן דורכאויס די יארן דא אין שטיבל. דיי לעצטע (חסיד'ישע) נקודה איז אויסגעשמועסט געווארן באריכות אין מיין אשכול ידיעה ובחירה - פראקטיש גערעדט. עיי"ש ותמצא נחת.


.

נהורא נפישא » זונטאג מאי 1, 2016 2:36 pm

· #331141
איך האב געשריבן עטליכע אשכולות דערוועגן.
איך קלער פשט אין די וואכעדיגע פרשה, אז דערפאר שטייט אז די שעיר המשתלח האט געדארפט זיין ביד איש עתי, ארויסצוברענגן אה"נ אז די חטאים און עוונות ופשעים זענען א פלאן פונעם מסבב כל הסיבות, אבער די תשובה ותקון המעשים זענען אויך א טייל פונעם פלאן פון באשטימונג, ואשרי הזוכה.

נולד מאוחר » זונטאג מאי 1, 2016 3:10 pm

· #331148
Re: די לעבעדיגע סתירה פונעם לעבן (פה - סח || )
זאג נישט די סטאדי א דרגא ווייטער ווי זבולן'ס ארטיקעל?
דיטערמענזים זאגט אז אלעס האט א סיבה קודמת וואס דאס איז גורם דאס נעקסטע, נאכאלץ איז דא א choosing פראסעס, סהייסט די מענטש באטראכט ביידע צדדים און וועלט אויס עפעס בעסעד אויף זיין פריעדיגע מציאות. דו סטאדי זאגט אז ווען א מענטש גייט דורך די choosing פראסעס טוט ער גארנישט ער האט שוין לאנג באמת מחלחט געווען די החלטה.
כווייס אליינס נישט אויב סאיז א חילוק.

פרייוויליג » זונטאג מאי 1, 2016 3:22 pm

· #331150
נהנתי מאד ביים ליינען דעם ארטיקל אינעם פה-סח - דאדורך איז די 'ידיעה' ביי מיך געווארן שטערקער אז כדי צו פארשטיין די 'ידיעה ובחירה' דארף מען האבן א 'בחירה' צו מען וויל לעבן אין די אפוועזעהייט פון די בהירות הענין. אליין בוחר צו זיין אז מען קען לעבן האנט ביי האנט מיט די מיסטעריע.

ונבנתה העיר » זונטאג מאי 1, 2016 3:28 pm

· #331153
גאר שיין, זבולון, איט'ס געוואלדיג - דא האביך געוואלט טענה'ן אז אפילו אהן דעטערמיניזם איז דא א געוויסע דעטערמעניזם.

---------

כ'מיין מ'דארף מדגיש זיין וואס אסאך מישן אויס: די קשיא פון ידיעה ובחירה איז אודאי נישט ממש די קשיא פון דעטערמעניזם.

די ידיעה-בחירה פראבלעם שטאמט פון דעם וואס זי איז א 'געטליכע' ידיעה, און אנדערש ווי 'גאט' ווייסט קען נישט זיין.

קל וחומר » זונטאג מאי 1, 2016 3:32 pm

· #331155
טאמער נעמט מען אהן אז גאט קען גיין שנעלער ווי ספיד אוו לייט איז נישט דא קיין ידיעה-בחירה פראבלעם.

נהורא נפישא » זונטאג מאי 1, 2016 3:36 pm

· #331156
ונבנתה, ידיעה מיט דיטערמאניזם איז דוקא יא פארבינדן, ווייל ידיעה איז נאר שייך ווען מ'ווייסט בהכרח וואס עס גייט זיין ווייל עס איז מוכרח , דאס איז עכ"פ די הגדרה פון ידיעה אין אונזער שפראך. דאס אז מ'זאל זאגן אז געטליכע ידיעה איז נישט די ידיעה פון אונזער הגדרה איז א געוויסע תירוץ אויף די סתירה פון ידיעה ובחירה.

ונבנתה העיר » זונטאג מאי 1, 2016 3:41 pm

· #331157
כוונתי: גאט'ס ידיעה גופא איז מכריח, ממילא איז אפי' אויב ס'איז דא בחירה חפשית מצד המציאות פאלט עס אבער אוועק מיט דעם וואס גאט 'ווייסט'.

נהורא נפישא » זונטאג מאי 1, 2016 3:44 pm

· #331158
וויאזוי ארבעט דאס אז א ידיעה איז מכריח ?

ונבנתה העיר » זונטאג מאי 1, 2016 3:54 pm

· #331161
עס קען נישט זיין אנדערש ווי 'גאט' ווייסט.

נהורא נפישא » זונטאג מאי 1, 2016 4:00 pm

· #331164
עס קען נישט זיין אנדרעש ווי גאט ווייסט, אדער גאט קען נישט וויסן אנדרעש ווי ס'גייט זיין ?
איך מיין וואס מיינט דאס אז ידיעה איז מכריח, אויב די ידיעה איז מכריח דאן קען ער וויסן וואס אים שמעקט און דאס וועט צום סוף אזוי זיין, און אויב קען ער טאקע וויסן וואס אים שמעקט דאן איז ער וואס איז מכריח די מעשים פונעם מענטש, און אויב ער איז די מכריח , וואס איז די מעכאניזם וויאזוי דאס ווערט אויסגעפירט ?

ונבנתה העיר » זונטאג מאי 1, 2016 4:11 pm

· #331167
איך כאפ נישט פונקטליך אויב מיר דינגן זיך.

כ'זאג איין זאך: די קשיא פון רמב"ם איז שווער אפילו ווען מען נעמט נישט אהן דעטערמיניזם, אפי' אויב בעצם - מצד עצמו - האט א מענטש א בחירה חפשית, אעפ"כ וויבאלד גאט האט א ידיעה וואס דער מענטש וועט סוכ"ס בוחר זיין פארלירט ער אטאמאטיש זיין בחירה.

שטעל עס למשל אין קאנטראסט מיט די ידיעה פון א בעל רוה"ק: ער ווייסט "גראדע" וואס איך גיי צו סוף בוחר זיין בבחירתי החפשית, זיין ידיעה איז אבער אין קיין שום וועג נישט משפיע אויף מיין כח הבחירה.

אבער א ידיעה פון א 'גאט' [וואס ער ווייסט מכח זיין מאדעל 2016 רוה"ק וואס ער האט] לאזט נישט צו בחירה - זיין ידיעה "אליין" פסק'ענט אפ אז אזוי וועט מוזן זיין.

די מעכאניזם? נישט קיין נפק"מ.

נהורא נפישא » זונטאג מאי 1, 2016 4:16 pm

· #331168
איך דינג זיך מיט דעם אז ידיעה דאס הייסט וויסן עפעס וואס גייט זיין אויף הונדרעט פארצענט איז נאר שייך אויב ס'איז דא א קלארע דיטערמאניסטישע חשבון אויף וואס איך באזיר מיין ידיעה.
רוח הקודש איך ווייס נישט וויאזוי דאס ארבעט, אויב לדוגמא איינער גייט פארביי א בוים און ער ווייסט צוזאגן וויפיל בלעטער די בוים האט, אנע ציילן, הייסט דאס ער ווייסט, אדער צופעליג צוגעטראפן ?

ונבנתה העיר » זונטאג מאי 1, 2016 4:22 pm

· #331170
אה, נישט געכאפט וואס דו מיינסט, דער רמב"ם אליין שמועסט עס דארט אויס.

כ'האב נאר געמיינט ארויסצוברענגען די חילוק פון די צוויי סארט ידיעות.

ס'געפעלט דיר נישט רוה"ק? נעם א פאראלעל יוניווערס: איינס לויפט פינף מינוט שנעלער פונעם אנדערן.

איך האב א ידיעה אין יוניווערס א' וואס עס גייט געשעהן אין יניווערס ב', אבער א געטליכע ידיעה איז גאר עפעס אנדערש.

בעצם איז עס אויך מקושר מיט דעם חילוק.

נהורא נפישא » זונטאג מאי 1, 2016 4:31 pm

· #331173
די רמב"ם גיט נישט צו פארשטיין די ידיעה ובחירה פארודוקס, ער זאגט סך הכל אז די פארדוקס דיינע איז געבויעט אויף א פאלטשע הבנה אין ידיעה, אבער אויב איז גאט דער יודע און דער ידוע, דאן ביסטו בכלל נישט משיג פון וואספארא סארט ידיעה דא רעדט מען ממילא איז נישט שייך צו פרעגן קיין קושיות.
אגב די לאגישע סברות צו זאגן אז ס'זענען פארהאן פאראלעל אוניווערסן איז דאך אויך געבויעט אויף א דיטערמאניסטישע בליק.

הוגה » זונטאג מאי 1, 2016 6:06 pm

· #331199
נהורא נפישא
איך קלער פשט אין די וואכעדיגע פרשה, אז דערפאר שטייט אז די שעיר המשתלח האט געדארפט זיין ביד איש עתי, ארויסצוברענגן אה"נ אז די חטאים און עוונות ופשעים זענען א פלאן פונעם מסבב כל הסיבות, אבער די תשובה ותקון המעשים זענען אויך א טייל פונעם פלאן פון באשטימונג, ואשרי הזוכה.


זייער שיין. אבער אויב נעמסטו אן אזא געדאנק אין ידיעה מוזטו בעל כרחך אננעמען אז די חטאים זענען די פלאן ורצון פונעם מסבב כל הסיבות אפילו ווען איינער טוט נישט תשובה. נישט אזוי? וועסטו מיר זאגן אז איינער וואס שטארבט אן תשובה האט אויסגענארט גאט און געלעבט שלא כרצונו יתברך?

אגב אז דו דערמאנסט דעם שעיר לעזאזל דארף מען טאקע דערמאנען דעם באקאנטע צדקת הצדיק אות מ' וואס נוצט דאס טאקע צו צייגן אז באמת איז נאר פארהאנען ידיעה גמורה, און אזוי איז אויך משמע פונעם רמב"ן.

איך וויל דא טאקע אויסנוצן די געלעגנהייט אויפצואווייזן אז די אלע וואס האבן נישט די קוראזש און פארדרייען דער רבי צדוק ווי כאילו ער האלט בעצם אז די חטא איז די רצון הבורא נאר ווען עס פאלגט נאך מיט תשובה שלימה, זענען מסלף דברי צדיקים און מגלה פנים בתורה שלא כהלכה. בעיקר באדערט מיר זייער שטארק אז עס איז אפאר וואכן צוריק ארויסגעקומען די נייע צדקת הצדיק מיט'ן פירוש נעימות הצדיק פון ר' אהרן מאזעסאן שליט"א. ער האט געמאכט א הערליכע ארבייט מפענח צו זיין די שווערע שטיקלעך, צוגעצייכנט די גאנצע לשונות פון חז"ל, צוגעברענגט דברי רבי צדוק ז"ל ורבותיו מיט די גאנצע לשון, וכהנה וכהנה הרבה פעלים צו מאיר זיין דעם אור הגדול. אבער פאר סאם ריזען האט ער זיך אונטערגענומען דעם עבודה פון פארדרייען און באהאלטן די אזוי-גערופענע "עקסטרעמע" שטיקלעך פון רבי צדוק מיט כל מיני אפאלגעטישע פירושים וואס האבן נישט קיין הענט און קיין פוס. עס איז ממש אזא הארצווייטאג אז פונקט דער וואס וועט מזכה זיין טויזנטע מיטן קענען לערנען דעם געוואלדיגן ספר וועט אויך פארהוילן פון טויזנטער די ריכטיגע אורות צוליב נארישע חשבונות. (איך בין אים דן לכף זכות אז ער פארשטייט בעצם דברי הצדיק נאר ער האלט אז עס איז נישט גוט אז די פשוטי המון עם זאלן פארשטיין.) איז לאמיר טאקע א קוק טון אין דעם שטיקל און זען וואס עס שטייט און פארוואס עס איז מוכרח אז רבי צדוק מיינט וואס ער שרייבט ולא כהמסלפים.

"עיקר התשובה הוא עד שיאיר ה' עיניו שיהיו זדונות כזכיות, ר"ל שיכיר ויבין שכל מה שחטא הי' ג"כ ברצון הש"י, כמשז"ל ג' פסוקים כו' ואתה הסבות את לבם ואשר הרעותי וגו', ובטעם ידיעה ובחירה שביאר האריז"ל...". ווער עס קוקט אריין אין די ווערטער פון ר' צדוק זעהט בפשטות אז ער זאגט אז די עיקר תשובה וויאזוי עס ווערן פון זדונות זכיות איז אז מ'איז מכיר אז די חטא איז געקומען פון גאט ב"ה אזוי ווי עס שטייט אין פסוק.

קומט הרב מאזעסאן און קודם שרייבט ער די פאלגענדע הקדמה צו דער שטיקל: "באות זה נצרכת משנה זהירות שלא להחליט דברים לפני שלומדים את כל הענין עם הביאור וגם לעיין בנושא ידיעה ובחירה בהשלומות ומילואים". איר הערט א מעשה? רבי צדוק וואס האט אליינס געשריבן דער ספר בכתב יד קדשו האט נישט געהאלטן אז מ'דארף דא עפעס א שטארקע זהירות, ער האט נישט געפונען פאר וויכטיג צו שרייבן א ווארענונג, אבער הרב מאזעסאן פארשטייט בעסער און האלט אז מען דארף זהירות צו לערנען אזא שטיקל דייקא מיט "זיין ביאור". שוין, לאמיר זעהן וואס ער שרייבט אין זיין ביאור (זיינער ווערטער אין bold). "שכל מה שחטא בעבר היה זה גם כן ברצון השי"ת שיעבור את מה שעבר, כדי שלבסוף יחזור בתשובה אחרי כל הריחוק ההוא". פון וואו נעמט ער דאס? רבי צדוק זאגט גארנישט וועגן תשובה, ער זאגט אז די עבירה איז געווען מרצון השי"ת, ותו לא. און מסברא מאכט עס אויך נישט קיין סענס. אויב ביסטו מקבל אז די ידיעת השם איז מכריח דער מענטש צו טון אן עבירה (עם תשובה, לשיטתו) דאן וויאזוי קענסטו זאגן אז די ידיעת השם קען נישט מכריח זיין דער מענטש צו טון אן עבירה שלא בתשובה? עס גייט מיר נישט אין קאפ אריין.

איך וויל אבער גיין ווייטער און אוויפווייזן מדברי רבי צדוק שם אז עס איז מוכרח ווי די פשטות ולא כהמסלפים. רבי צדוק ברענגט א ראי' פון דעם שעיר לעזאזל. "וזוכה לכפרה גמורה שביוה"כ, שזה סוד השעיר לעזאזל, שאלו עשוהו האדם עצמו הי' עובד ע"ז גמור... רק שהשעיר הוא ע"י רצון הש"י שהוא מצוה לשלחו לו, נעשה עוד מצוה ולא עבירה". אינעם הייליגסטן טאג פון דעם יאר, יום כיפורים, ווען אלע אידן זענען זוכה צו כפרה גמורה, וואס עיצומו של יום מכפר אן קיין תשובה, טוען מיר שיקן א שעיר לעזאזל, וואס ווי דער רמב"ן (ר' צדוק צייכנט אים צו בסוף הקטע) שרייבט איז עס א מתנה צום ס"מ. דער רמב"ן ברענגט אראפ דעם פרקי דרבי אליעזר: "אמר סמא"ל לפני הקב"ה, רבון כל העולמים על כל אומות העולם נתת לי רשות, ועל ישראל אין אתה נותן לי, אמר לו, הרי יש לך רשות עליהם ביום הכיפורים אם יש להם חטא, ואם לאו אין לך רשות עליהם. לפיכך נותנים לו שוחד ביום הכיפורים, שלא יבטל את ישראל שלא יקריבו את קרבנם, שנאמר....". זאגט רבי צדוק אז אויב וואלטן אידן אליינס מחליט געווען (כביכול) אז זיי געבן א קרבן פארן ס"מ וואלט עס געווען ע"ז גמורה, אבער היות דער אויבערשטער הייסט עס געבן ווערט עס גערעכנט פאר א זכות ומצוה. און דאס נוצט רבי צדוק צו מדמה זיין צום ענין וואס ער האט געזאגט פריער "ויבין שכל מה שחטא היה ברצון ה' ". פונקט ווי ביים שעיר לעזאזל פעלט נישט אויס קיין תשובה דערויף כדי עס זאל ווערן גערעכנט פאר א מצוה אזוי אויך ביי אלע עבירות, ופשוט הוא.

אבער בעצם פעלט נישט אויס דער ראיה בכלל, רבי צדוק שרייבט אז דאס איז די תשובה, דער הבנה און היכר אז אלעס איז פון דעם אויבערשטן, מצוות זענען פונעם אויבערשטן, עבירות זענען פונעם אויבערשטן, דאס איז די תשובה.

איך ווייס אז יעצט וועט @הקטן קומען און ברענגן פון אנדערע פלעצער וואו רבי צדוק שרייבט וועגן תשובה, חרטה, התמרמרות בלב וכדומה און מיט דעם וועט ער וועלן צייגן אז לויט רבי צדוק פעלט יא אויס דער מין תשובה. מיר פלעגט אויך באדערן דער קשיא, אבער נאכן לערנען אסאך ספרי רבי צדוק אין די פארגאנגענע צוויי יאר איז מיר קלאר געווארן וואס רבי צדוק'ס מהלך איז. ואי"ה עוד חזון. אבער וואס איז נוגע לענינינו אונזער שמועס דא, ווען רבי צדוק זאגט אז תשובה מיינט מכיר זיין אז די חטא איז געקומען פונעם אויבערשטער מיינט ער טאקע דאס וזהו.

נ.ב. רב מאזעסאנ'ס ביאור אין די השלמות אויף די ידיעה-בחירה פאראדאקס האט ממש נישט קיין הענט און קיין פוס. איך ווייס אז ער קומט כסדר קיין אמעריקא, איך וועל פרובירן זיך צו טרעפן מיט אים און אויב וועט ער האבן א צופרידנשטעלנדע ענטפער וועל איך מפרסם זיין בל"נ.

.

ירא שמים » זונטאג מאי 1, 2016 6:34 pm

· #331207
Re: די לעבעדיגע סתירה פונעם לעבן (פה-סח II)
איך בין נייגעריג צו הערן דיין הבנה אין ר״צ מהלך התשובה, ייש״כ.

הוגה » זונטאג מאי 1, 2016 7:05 pm

· #331220
ירא שמים
איך בין נייגעריג צו הערן דיין הבנה אין ר"צ מהלך התשובה, ייש"כ.
רבי צדוק'ס (און דער בעש"ט'ס) מהלך אין תשובה האט מען שוין אויסגעשמועסט. תשובה מיינט צוריק קערן די מעשה העבירה לשורשה, דהיינו מכיר זיין פון וואו זי קומט, נעמליך פונעם אויבערשטער. רבי צדוק'ס מהלך וואס איך דערמאן איז מער א כלליות'דיגע בליק אויפן בריאה, איר תכלית און אפטייטש וואס האט גע'גייד זיין בליק איבער אלעמען. דאס קומט דא נישט אריין און עס שרייבט זיך נישט פון איין מינוט צום צווייטע. בעז"ה מיט די צייט.

.

נהורא נפישא » זונטאג מאי 1, 2016 7:43 pm

· #331226
הוגה, איך האב שוין געשריבן אין אן אנדערע אשכול איבער די אלע שוועריגקייטן וויאזוי צוצופאסן דיטערמאניזם אז דאס זאל נישט סותר זיין דאס פארשטיין רעליגיעזע פאדערונג און אויך די ישרות פון אזא צוגאנג, איך האב דיוועלאפד א געוויסע מהלך, שפעטער האב איך געטראפן אין אור השם פון ר' חסדאי קרשקש די גענויע הסבר, וואס איך האב דערפון כמובן שטארק הנאה געהאט, איך וועל פרובירן דאס שרייבן בקיצור.

די שאלה איז אויב נעמען מיר אן אז אונזער בחירה איז אן אילוזיע, און באמת איז אלעס באשטימט, איז דאס נישט סותר די קלארע פסוקים ווי עס איז קלאר מבואר אז ס'איז פארהאן א בחירה?
אויב איז אמת אז אלע אונזערע מיסברויכן זענען פון פריער באשטימט, איז דאס יושר אז מיר ווערן געאורטיילט לפי אונזערע מעשים וואס מיר זענען געווען געצוואונגען זיי צו באשלוסן?
לייגט זיך אויפן שכל צו פאדערן פון אונז זיך צו פירן מאראליש ווען מיר זענען ממילא געצוואונגען צו מאכן אונזערע באשלוסן?

אבער אז מ'איז זיך מתבונן הויבן זיך די קשיות נישט אן. באמת זייער אסאך פארשטייען אינגאנצן נישט וויאזוי דיטערמאניזם קען זיין וואר ווען זיי עקספיריענסן יעדע מינוט פון לעבן פארקערט, אבער איינער וואס שפירט כאילו אז די עקספיריענס איז סותר די עקרון פון דיטערמאניזם, פארשטייט נישט דיטערמאניזם על בורייה. דיטערמאניזם זאגט נישט אז מיר מאכן נישט קיין ראציאנאליסטישע אויסוואהלן אין לעבן, דיטערמאניזם האט גאר באשטימט די מענטשליכע מין צו מאכן ראציאנאליסטישע באשלוסן יעדער לפי זיינע באגרעניצונגען, די עצם באגרעניצונגען זענען אויך דיטערמאנד.  יעצט די הנחה אז אזא סארט דיטערמאניסטישע אויסגאנג איז נישט יושר איז באגרינדעט אויף דעם וואס די מענטשליכע מין האט געשאפן א מאראלישע פליכט פון ישרות, מיר משפט'ן געוויסע מענטשן מיט סימפאטיע און געוויסע מענטשן מיט אנטאגעניזם. קיינעם אינטערסירט נישט די סיבות וואס האט צוגעברענגט היטלערן און בין לאדינ'ן אז זיי זאלן זיך דערקייקלן צו אזא רשעות'דיגע מצב, כאטש ס'איז דא קלארע סיבות פארוואס היטלער און בין לאדין זענען געווען וואס זיי זענען געווען. די גאנצע געפיל פון ישרות איז א חידוש, נישט די גלייכגילטיגקייט.

וואס איך מיין ארויסצוברענגען איז היבש קאמפליצירט מסביר צו זיין. בעצם וואלטן מיר געקענט באטראכטן מענטשן און זייערע השפעות לטב ולמוטב מיט א גלייכגילטיגקייט אן סימפאטיע אדער אנטאגעניזם, אזויווי מיר זענען זיך מתייחס צו אלע אנדער כוחות פון די נאטור. נאר דער מענטש האט אנטוויקלט אן אייגנארטיגן יחס צו א צווייטן מענטש, ווייל דאס איז די טבע פון מענטשהייט צו אנטוויקלען א געוויסע סארט פארשטענדעניש איינער צום צווייטן, דאס מיינט אבער נישט אז מיר דארפן יעצט אויסברייטערן א געפיל פון ישרות מער וויפיל אונזער נאטור האט באשטומט פאר אונז.

די נקודה איז, גאט האט באשאפן א וועלט, די תכלית ווייסט קיינער נישט, סיי צו איך קוק מיט א דיטערמאניסטישע בליק צו נישט, די וועלט ארבעט מיט קלארע געזעצן, איינער וואס רירט צו פייער וועט זיך אפבריען נישט קיין נפקא מינא צו בשוגג צו במזיד צו באונס, קיינער פרעגט נישט קיין קשיות, ווייל א זאך וואס איז א פאקט שליסט אויס קשיות. דאס זעלבע מיט מענטשן, גאט האט באשאפן מענטשן וואס זענען באשטימט זיך צו פירן אויף א אופן אז מ'וועט זיין צו זיי סימפאטיש, און גאט האט אויך באשאפן מענטשן וואס זענען באשטימט זיך צו פירן רשעות'דיג און דערפאר זיין פארפיינטע מענטשן.
עס איז נישט שייך צו פרעגן איבער די ישרות, פונקט אזויווי ס'נישט שייך צו פרעגן איבער די ישרות פון פייער וואס בריט אפילו באונס, נאר די סורפרייז כאילו וואס דאס טראכטן אזוי איז נישט קאנווענציענעל האט אונז אריינגעשטעלט אין א געוויסע הבנה איבער ישרות וואס פארשווערט אונז צו טראכטן אנדערש.

אלזא די תירוץ איז אה"נ אז איינער וואס וועט צום סוף שטארבן אנע תשובה און תיקון המעשים וועט טאקע געאורטיילט ווערן פאר דעם אונס, איז וואס? אונז פאראורטיילן מיר היטלער אויך פאר א אונס, זיין הזדה איז נאר אן אילוזיע, נאר מיר האבן נישט קיין סימפאטיע פאר א מזיד אפילו עס אילוזינעריש, מיר זענען נאר סימפאטיש אויב ס'איז אפילו אין אונזערע אויפפאסונג א ריכטיגער אונס.

צוריק צו פריער, ווער ס'פארשטייט די ענין פון דיטערמאניזם, פארשטייט אויך אז אלס א חלק פון אונזער ענדגילטיגע באשטימונג צו טון וואס איז ריכטיג, פעלט זיך אויס אין די מיקס כסדר'דיגע אויפאדערונגען, און כסדר מרתיע זיין מיט יראת העונש און קאנסעקווענצן, אלזא מאכט נישט קיין סענס צו פרעגן פארוואס פעלט זיך אויס די כסדר'דיגע אויפפאדערונג, ווייל הא גופא איז א חלק פון די באשטימונג.

איך האף אז מ'קען פארשטיין וואס איך שרייב דא.

הוגה » זונטאג מאי 1, 2016 7:59 pm

· #331227
פארוואס ביסטו אבער תולה דאס אז חטאים זענען א טייל פון גאט'ס פלאן, אין דיין הנחה אז תשובה איז אויך בהכרח אין גאט'ס פלאן? איך קען דיר אויפווייזן בהכרח אז תשובה איז נישט אלעמאל אין גאט'ס פלאן. והא ראיה, מענטשן זינדיגן און טוען נישט תשובה.

נהורא נפישא » זונטאג מאי 1, 2016 8:04 pm

· #331228
איך האב נישט געזאגט אז גאט'ס פלאן איז פאר יעדן איינעם צו טאן תשובה, אויסדרוקליך נישט. דאס זעלבע מיט זינדיגן, זינדיגן איז נישט אין גאט'ס פלאן פאר די וואס באמת זינדיגן זיי טאקע נישט. די אויסגאנג פון יעדע זאך איז די רצון השם, די רצון השם איז אז טייל מענטשן זאלן תשובה טון און טייל מענטשן נישט.
די אלע אינספראציעס וואס זענען משפיע אויפן אויסגאנג זענען אויך טייל פון גאט'ס פלאן.

הוגה » זונטאג מאי 1, 2016 8:09 pm

· #331230
אה. דאס האב איך געוואלט אויסקלארן.

הוגה » זונטאג מאי 1, 2016 8:59 pm

· #331235
נהורא נפישא
איך האב נישט געזאגט אז גאט'ס פלאן איז פאר יעדן איינעם צו טאן תשובה, אויסדרוקליך נישט. דאס זעלבע מיט זינדיגן, זינדיגן איז נישט אין גאט'ס פלאן פאר די וואס באמת זינדיגן זיי טאקע נישט. די אויסגאנג פון יעדע זאך איז די רצון השם, די רצון השם איז אז טייל מענטשן זאלן תשובה טון און טייל מענטשן נישט.
די אלע אינספראציעס וואס זענען משפיע אויפן אויסגאנג זענען אויך טייל פון גאט'ס פלאן.


כ'האב אמאל געהאט א לענגערע שמועס בענינים אלו מיט א גוטע חבר וואס איז געגאנגן OTD. ער פרעגט מיר וויאזוי א פרומע איד ווי מיך קען זיין אזוי באקוועם מיט א מענטש ווי אים. וויאזוי קען זיין אז עס עסט מיר נישט אויף די פאקט אז ער איז א כופר ועובר על התורה? האב איך אים געענטפערט, וואס האב איך זיך צו בייזערן אויף אים און צו זיין פארווייטאגט? איך גלייב דאך אז ער איז אזוי ווייל די באשעפער וויל אזוי. פרעגט ער מיך צוריק, "אויב גלייבסטו אז די רצון השם קען זיין אז איינער זאל זיין OTD, וואס האלט דיך צוריק פון גיין OTD?" ענטפער איך אים, "די זעלבע באשעפער".

ידידי, @לעיקוואד נ"י, האלט אז דער מהלך המחשבה איז נישט אויסגעהאלטן לאמיתו של דבר... אויב וועט די באשעפער וויל, וועט ער קומען דא מסביר זיין פארוואס. 🙂


.

ירא שמים » זונטאג מאי 1, 2016 9:49 pm

· #331243
די לעבעדיגע סתירה פונעם לעבן (פה-סח II)
.

הקטן » פרייטאג מאי 6, 2016 11:31 am

· #331965
הוגה


"
עיקר התשובה הוא עד שיאיר ה' עיניו שיהיו זדונות כזכיות, ר"ל שיכיר ויבין שכל מה שחטא הי' ג"כ ברצון הש"י, כמשז"ל ג' פסוקים כו' ואתה הסבות את לבם ואשר הרעותי וגו', ובטעם ידיעה ובחירה שביאר האריז"ל...". ו


איך ווייס אז יעצט וועט @הקטן קומען און ברענגן פון אנדערע פלעצער וואו רבי צדוק שרייבט וועגן תשובה, חרטה, התמרמרות בלב וכדומה און מיט דעם וועט ער וועלן צייגן אז לויט רבי צדוק פעלט יא אויס דער מין תשובה. מיר פלעגט אויך באדערן דער קשיא, אבער נאכן לערנען אסאך ספרי רבי צדוק אין די פארגאנגענע צוויי יאר איז מיר קלאר געווארן וואס רבי צדוק'ס מהלך איז. ואי"ה עוד חזון. אבער וואס איז נוגע לענינינו אונזער שמועס דא, ווען רבי צדוק זאגט אז תשובה מיינט מכיר זיין אז די חטא איז געקומען פונעם אויבערשטער מיינט ער טאקע דאס וזהו.
.[/justify]


נאך צוויי יאר לערנען האסטו זיכער געטארפן ואו רבי צדוק שרייבט טאקע וועגן חרטה, התמרמרות בלב און בעיקר וועגן עבודת התשובה
קען איך קוים ווארעט צו הערען דיין נייער מהלך וואו לאנג דו זאגסט נישט אזא סארט "כאן קודם החטא וכאן אחר החטא" וואו אסך מסלפים ווילען זאגן
און אויך אז רבי צדוק איז מודה און די מציאות פון בחירה אלס א פאקט אויף דער וועלט און אן אמת און אויך די מציאות פין ידיעה אלס א פאקט און אן אמת


אויב מעג איך אויך בעטען, נאר אויב סאיז נישט צו שווער, זאלסט מסביר זיין פארוואס פעלט בכלל אויס תשיבה - פארוואס זאל דאס נישט זיין דער אייבישטערס ביזנעס און שוין
און אויך איז נישט דער אייבישטער דער וואס טוט די מוצות תשיבה?

מי אני » פרייטאג אקטאבער 25, 2019 12:59 pm

· #437500
די לעבעדיגע סתירה פונעם לעבן (פה-סח II)
מ׳קען אפשר פארענטפערן אז רב מאזעסאן לערנט אפ דעם רבי צדוק עפ״י א קאמפעטעביליטיסט מהלך פון/אין בחירה חופשית מיט דעטערמעניזם פון (להבדיל) דר. הערי פראנקפורט. דהיינו, א חלק פון די לאגישע פארמולאציע פון די ידיעה ווס. בחירה פראבלעם, איז אז נאר טאמער מען קען נישט טוהן אנדערש [PAP], נאר דעמאלטס איז די מעשה נישט בחופש. דר. פראנקפורט פרעגט אויף די הנחה (און אז דאס איז נישט מקושר מיט מאראלישע אחריות). ער מאכט א משל דערין אז לאמיר זאגן ס׳איז דא א ניורא-כירורג וואס פלאנצט איין אין א מענטש׳נס מח שלא בידיעתו א טשיפ וואס וועט ארבעטן אזוי: אויב וועט דער מענטש וועהלן מצד עצמו פאר טראמפ וועט עס גארנישט טוהן, אבער אויב וועט ער וועלן וועהלן פאר קלינטאן וועט דאס אים באצווינגען [שלא בידיעתו] צו וועהלן פאר טראמפ. למעשה האט ער געוועהלט פאר טראמפ מדעת עצמו. איז טענה׳ט דר. פראנקפורט אז הגם קיין אנדערע מעגליכקייט(ן) איז נישט געווען (וממילא נישט קיין בחירה חופשית ממש), קען איך נאך אלס האבן טענות אויף אים און אים האלטן פאראנטווארטליך פאר׳ן וועהלן פאר טראמפ מכח בחירתו. (הגם אויף דעם אליין קען מען פרעגן אז זיין ווילן אליין בכלל אויך איז שלא בבחירתו (און אפילו אויף דעם אליין לייג איך די טשיפ וכן הלאה), ואדרבה אפשר בעוד יותר שאת אויב שטעלט מען צו דערצו מאמרו הידועה של שאופענהויער. אין אנדערע ווערטער, אפילו שורש מעשיו איז שלא בבחירתו. ויש עוד קושיות ע״ז.)

איז קען מען דאס אפשר צושטעלן אהער אויך אז איה״נ קיין ברירה האט ער נישט געהאט לגבי מעשה החטא, אבער תשובה טוהן (וואס דאס איז ווייטער מער תלוי ברצונו ודעתו ווי במעשיו) דארף ער אויף זיין אייגענע ווילן דערצו און אחריות דערויף, וואס דעמאלטס נעמט די ידיעה נישט קיין עפעקט. בדרך אפשר.

*

מ׳קען אפשר אפלערנען (אביסל בדוחק) די מהלך פונ׳ם רלב״ג אז עס איז ענליך צו, להבדיל, די דאקטרין פון מיטל ידיעה אינערהאלב מאליניזם (וואס איז אליין קאנטראווערסיאנאל מכח לאגיק). דהיינו, אז בעצם איז ידיעה כולל די בחירה, וכהריב״ש [ער ווייסט יעדע סארט פון outcome לגמרי אויב דאס איז וואס מ׳וועט בוחר זיין] אבער עס קומט אפיר דורך די בחירה פונ׳ם מענטש. אפשר.

(איך געדענק אז אין ליקוטי תורה פונ׳ם בעל התניא אין פ׳ בהר רעדט ער עפעס ארום (הספר את״י כעת) איבער דעם אז ידיעת הקב״ה כביכול איז מקיף ברייטער ארום אלעס און ס׳דא א מער אינערליכע מקיף וואס דארט קלאפט אויס די בחירה און איז נישט קיין סתירה דערמיט ע״ש.

וידוע תירוצו של האוהחה״ק (בראשית ו ה) עפ״י הרמב״ם דהקב״ה כביכול מסתיר ידיעתו, מה שאי אפשר לבשר ודם לעשות דהידיעה הוא חוצה ונפרד ממנו ע״ש.)

הוגה » פרייטאג אקטאבער 25, 2019 3:55 pm

· #437509
פרעגסט דאך אליינס אפ ד"ר. פרנקפורט, דאן ווילסטו עס נאך אריינקוועטשן אין רבי צדוק?

מי אני » מיטוואך דעצעמבער 4, 2019 12:06 pm

· #439519
מי אני
איך געדענק אז אין ליקוטי תורה פונ׳ם בעל התניא אין פ׳ בהר רעדט ער עפעס ארום (הספר את״י כעת) איבער דעם אז ידיעת הקב״ה כביכול איז מקיף ברייטער ארום אלעס און ס׳דא א מער אינערליכע מקיף וואס דארט קלאפט אויס די בחירה און איז נישט קיין סתירה דערמיט ע״ש.

אין תורה אור פ׳ וירא רעדט ער אויך ארום דערוועגן. ער זאגט אז די ידיעה פון הקב״ה אויף די מעשים וואס די מענטש גייט טוהן אינ׳ם עתיד, דאס איז אין דעת עליון וואס דאס איז די מקיף און איז נישט פועל אויפ׳ן בחירה פונ׳ם מענטש. דערנאך איז דא די דעת תחתון איז אין שכר ועונש מחמת בחירתו של אדם ע״ש.