למעשה, האב איך בחירה?
246 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2677
אישתישבי
לדעתי איז נאך מער, אפילו די פאר קליינע נקודות וואס דארט איז כלומר'שט יא דא א בחירה, איז אויך נישט אזוי, ווייל אלע דעות קדומות און המשכות אויף דער זייט צו אויף דער זייט קומען פין פריערדיגע גורמים וואס האבען אריין געלייגט דער מענטש אין דער פאזיציע, און די גורמים האט ער זיך נישט אליין בוחר געוועהן, ממילא איז דער בחירה אויך פאלש.
דאס איז שוין אויסגעשמיסט געווארן פריער דארך נהורא נפישא און אנדערע וואס האבן געוואלט זאגן אז א
יעדער זאך וואס מיר אבזערווירען זעען מיר cause and effect דע law פין causality
דאס מיינט לכורה די רגע וואס איז דא א cause און נישט דא מער קיין פלאץ פאר קיין options און
נאר איין outcome איז שייך
ווער האט דיר געזאגט דער כלל איז אמת אייביג?!?
א. אסך זאגן אז מיר אבזערווירען און קוואטעמ-מעקעניקס ממש די פארקערטע, מיר זען אז א קאס לאזט איבער מער וואו איין עפעקט
אויב סייענס געט זיך אפ מיט observations קען מען נישט ניצען אפשר וועלן מיר איינטאג איינזען אז קוואטעם-מעקעניקס איז נישט רעדעם
(ודלא כשבת)ב. דער כלל איז אבזערווירט נאר און דער פיזישע-מאטריליסטישע וועלט, אויב זאל איך אננעמען אז "קאנשענעס" איז נישט מער וואו ביילאגיע, קען זיין אז די טענה וועט זיין א טענה אויב אבער זאל איך האלטן אז קאנשענעס איז מער וואו געוויעס מאליקיאלס, און אזוי האלטן די וואס האלטן פין בחירה חפשית -
(מיט דעם פאלט אוועק די וואס פרעגן וועגן חקירה און בחירה - אויב מען איז נישט אויבערפלעכלך איז דאס נישט קיין סתירה)ג. איך האב יעצט צוויי options אדער צי שרייבן ווייטער אדער צי גיין ארבעטען, איך
אבזערוויר מיט מיין כח פין introspection אז איך האב מער וואו איין option יעצט, קען זיין איך בין גערעכט קען זיין נישט, אבער פארוואס זאל איך אננעמען די כלל פין causality ווען מיין אבזערוואציע זאגט מיר אנדערש? - ווער זאגט אז די 5 חישים זענען גובר אויף introspection (איך האלט גראדע פארקערט, ואכ"ם)
ד. גיין ארבעטן האט גובר געווען, צווישען די צוויי options (אויף שרייבן די ליין זעלבסט, בין איך נישט זיכער איך האב געהאט בחירה)
איך בין בכלל נישט אנציגקט פון העריס׳ס בוך. ער ברענג ראיות פון גייסטיש קראנקע מענטשען וואס קענען זיך נישט באהערשען און האבן נישט קיין קאנטראל איבער זייערע תאוה צו בלוט פארגיס. איך האלט דאס איז זייער נעריש.
א יעדע מענטש קען האבן א בחירה באשר הוא שם. א היימישע יונגערמאן פארמאגט טאקע נישט די בחירה צו גיין בארויבען א צווייטן מיט א ביקס און יענעם דערמארדערן, אבער ער האט א בחירה אויפצושטיין שחרית אדער בלייבן שלאפן. א מענטש׳ס בחירה איז באקוועמליכקייט אנטקעגן דאס געוויסן. ביי איינעם קלאפט דאס אויס ביי גאר דקות׳דיגע זאכן און ביי א צווייטן קלאפט דאס אויס צו ער זאל באצווינגען א פרוי אדער איר מערדערן, אדער ביידע. מ׳קען נישט צוגלייכן, ס׳איז נישט קיין סתירה. א יעדע מענטש ווי אימער האט א בחירה צו ער וויל שטייגן אדער זיך לאזן וואויל גיין, און זיך אומוויסענדיג מאכן פון זיין געוויסען.
מ׳קען אפשר וויסען פון פאראויס בערך ווי א מענטש׳ס בחירה גייט אויסקלאפן, באזירט אויף זיינע אומשטענדען. אבער ס׳איז דא אן א שיעור מעשיות פון קינדער וואס זענען אויסגעוואקסן אונטער די שווערסטע אומשטענדען אבער האבן באוויזען אויפצואוואקסן גאר געלערנטע מענטשן אדער ספארטלער. מ׳קען טאקע זאגן אז זיי האבן זיך באגעגענט מיט די ריכטיגע מענשטן וואס האבן זיי ארויסגעהאלפן, אבער די קינדער אליינס האבן געארבייט זייער זייער שווער, און געמאכט די שווערע אבער ריכטיגע ״טשאוסעס״ אנצוקומען אהין. אפילו ווען סייענס דיקטורט אז ס׳איז נישט מעגליך.
די גאנצע בחירה boils down צו delayed gratification (עוה״ז vs עוה״ב א.א.וו.) און דאס איז נישט צוגעבינדן צו די סביבה, אומשטענדען אדער גענעטיקס. ס׳איז דא א באקאנטע עקספערימענט וואס רופט זיך marshmallow experiment וואס צייגט אז א מענטש׳ס ווילן פאר delayed gratification איז די שורש פון אלע טשויסעס וואס א מענטש מאכט איבער׳ן לעבן, און ווי סוקסעספול ער/זי גייט זיין, נישט ווי ער וואקסט אויף און וואס זענען זיינע אומשטענדען.
בכלל, צו ברענגען א ראיה פון סייענס אנטקעגען וואס א מענשט עקפעריענסט פאר זיך אליינס - האלט איך - איז א פירחא מיניה וביה. איך מוז נישט וויסן וויאזוי די מעקעניזם דערפון ארבייט (ס׳איז דא גענוג טעאריעס, קוואנטום מעכאניקס א.ד.ג. און אפילו ס׳איז נישט מעגליך דורך פיזיקס איז די נשמה דאך א חלק אלוק ממעל) אבער, טאמער קען מען נישט טראסטן וואס מ׳עקפעריענסט אין זיך אליינס דעמאלטס קען מען נישט טראסטן וואס מ׳לייענט און וואס מ׳פארשטייט אויך נישט! ווער זאגט אז 2 + 2 = 4? אפשר נער׳ט אונז אלע די מוח אויס? וואס דען האט א מענטש אויב נישט די אייגענע עקפעריענס?
מ׳קען ניצן דעם מוח צו פארשטיין פיזיקס און אויס׳חשבון׳ען וויאזוי זאכן ארבייטן, אבער ס׳ארבייט נישט צוריקציוועגס. פיזיקס קען אונז נישט דערציילען וויאזוי אונזער מוח פארשטייט אים. איך האלט אז ס׳גייט אפילו טיפער ווי איך קען עס יעצט דא ארויסברענגען, אבער כ׳האב שוין אפגעשטופט מיין תגובה איבער א טאג, ותן לחכם ויחכים עוד...
האסט שוין געזען די שטיקל וואו ער רעדט פון "soul-stuff"?
אזויווי סעם הערריס פירט זיך אלץ צו פרעגן:
"?How much credit do you want to take for the fact that you haven't been given the soul of a psychopath"
<a class="postlink" href="https://youtu.be/7t_Uyi9bNS4">https://youtu.be/7t_Uyi9bNS4</a>
דער ראי' פין דער רב דארט, איז אזויווי אות ה' פין הקטן פריערדיגע תגובה.
עס איז א ענין וואס איז שטארק דעבאטירט ביי די גוישע חכמים, די שאלה פאר אונז קען זיין צו לויט דער גלויבונג פין אידען היינט אין השגחה, אױב בחירה איז מעגליך כפשוטו.
אפילו למאן דאמר אז בחירה איז יא דא, דילמא לא קאמר נאר פאר גוים וואס האבן נישט קיין השגחה תמידית, אבער אונז אידן, שאני.
ואפילו למאן דאמר אז עס נישט דא קיין בחירה, אפשר איז עס א בריאה מיוחדת פאר אונז אידן, ווייל די תורה שרייבט דאך ובחרת, איז געווארען א נייע בריאה, בחירה.
רביה''ק זי''עהאסט שוין געזען די שטיקל וואו ער רעדט פון "soul-stuff"?
למען האמת בין איך נישט אנגעקומען ביז דארט, אבער יעצט אז איך לייען עס, זעה איך אז ס׳איז אויך פארענטפערט מיט מיין פריערדיגען תגובה.
ער טענה׳ט אז ס׳איז נישט דא קיין בחירה ווייל ס׳איז נישט אויסגעהאלטן עפ״י פיזיקס, אדער ווייל מ׳פארשטייט נישט וויאזוי עס פאסירט. למעשה האבן וויסענשאפטלער נאך נישט אויסגעפונען ווי דאס געוויסן פון א מענטש געפונט זיך אין קאפ, אדער וויאזוי דאס ארבייט. קען ער טענה׳ן אז מיר זענען נישט קאנטשעס? ניין, ווייל יעדער מענטש ווייסט אז ער איז קאנטשעס. די זעלבע מיט בחירה, א יעדער מענטש עקפעריענסט בחירה. איי איך פארשטיי עס נישט? קאנטשעסנעס פארשטייט מען נאך ווייניגער אבער קיינער טענה׳ט נישט אז ס׳איז נישט דא.
אויב געדענק איך גוט, וויל ער ארויסברענגען אז אלעס ארבעט דורך סיבה ומסובב, אפילו רוחניות'דיגע זאכן. די פאקט איז אז ווען מ'הערט א גערעכטע ארגיומענט (מסובב) ווערט מען איבערצייגט (סיבה), און אפילו אויב נישט האט דאס אויך א סיבה.
כ'האב נישט געמיינט יענע שטיקל ממש, איך געדענק נאר אז בערך דארט האט ער עס שוין געדעקט.
האט גאט א בחירה? לכאורה לויט די טענה אז ס'איז נישט דא קיין בחירה האט גאט אויך נישט קיין בחירה.
מען זאגט דאך אתה בחרתנו, מוז זיין ער האט א בחירה.
באמת פארשטיי איך נישט דער דמיון, אונז בני אדם פילען במושכל ראשון אז מען האט א בחירה, ווען מען קלערט טיפער זעהט מען אז עס איז נישט אזוי פשוט, בחירה איז געבויט אויף פילינגס מיט מצבים וכו' וואס מען האט נישט בוחר געוועהן. אבער גאט? ווייסט איינער פין אונז וויאזוי זיינע פילינגס ארבעטן? צו זיינע מצבים? לכאורה נישט. איז נישט שייך מדמה צו זיין.
אבער באמת, אויב זאגסטו אז גאט האט נישט קיין בחירה, איז ער נישט א גאט, ממילא איז עס א אקסימאראן, אויב גאט, איז ער א בעל בחירה.
עפעס גריבעלט אין זכרון אז בדמותו כצלמו מיינט אז א מענטש האט א בחירה.
חסיד פון ליטאשבת אחיםרביה''ק זי''עדי פאקט איז אז מענטשליכע בחירה איז געבינדן צו cause & effect, סעם הערריס ברענגט קלארע הוכחות אויף דעם, דאס צו אונז זענען פראגראמירט פון פאראויס איז א שאלה פאר זיך, וכמאמר החכם: "Man can do what he wills but he cannot will what he wills."
ווען מזאל נעמען א מענטש און אריינלייגן אלע דאטא אין א קאמפיוטער. זיין כאראקטער MBTI און וויאזוי ער איז אויפגעוואקסן, ווי קלוג ער איז וכו׳ וכו׳ קען מען לכאורה פרידיקטען געוויסע ביהעיווערס און choices פון דעם מענטש פון פארויס. מקען מיט די Myers Briggs אליינס פרידיקטען געוויסע זאכן.
איך וואלט זיך געקריגט מיט דעם, קודם כל ווייסט נישט דער קאמפיוטער וואס דער מענטש וועט נאך אדורך גיין אז ער זאל קענען פרעדיקטן אויף.
1)אוואדי נישט אלעס קען מען פרידיקטען. קוק איבער וואס איך האב געשריבן ״געוויסע ביהעיווערס״ קען מען
קלאר פרידיקטען. איך קען פרידיקטען לויט די מייערס-בריגס געוויסע זאכן.
2)אז מוועט אריינלייגן אין א קאמפיוטער אלע אינפארמאציע פון די מענטש, די גענעטיקס, כאראקטאר, קלוגשאפט, אויפברענגונג, די וועג וויאזוי מאיז אויפגעוואקסן וכו׳. קען דיר דער קאמפיוטער דערנאך ארויסשיסן ״אלע מעגליכקייטן״ פון פארויס. סקען דיר זאגן אויב וועט ער אויפוואקסן אין אזא שטוב וועט ער ארויסקומען אזוי, אויב וועט ער זיין אין אזא און אזא מצב וועט ער טוהן דאס און יענץ, ווידער אויב וועט ער זיין אין אזא מצב וועט ער טוהן דאס. אויב זיין רבי אין חדר וועט אים שלאגן וועט ער טוהן דאס. אויב וועט ער זיין אויף א שיף וואס זינקט וועט ער טוהן יענץ. וכו׳ וכו׳
חתן בחוררביה''ק זי''עהאסט שוין געזען די שטיקל וואו ער רעדט פון "soul-stuff"?
למען האמת בין איך נישט אנגעקומען ביז דארט, אבער יעצט אז איך לייען עס, זעה איך אז ס׳איז אויך פארענטפערט מיט מיין פריערדיגען תגובה.
ער טענה׳ט אז ס׳איז נישט דא קיין בחירה ווייל ס׳איז נישט אויסגעהאלטן עפ״י פיזיקס, אדער ווייל מ׳פארשטייט נישט וויאזוי עס פאסירט. למעשה האבן וויסענשאפטלער נאך נישט אויסגעפונען ווי דאס געוויסן פון א מענטש געפונט זיך אין קאפ, אדער וויאזוי דאס ארבייט.
קען ער טענה׳ן אז מיר זענען נישט קאנטשעס? ניין, ווייל יעדער מענטש ווייסט אז ער איז קאנטשעס. די זעלבע מיט בחירה, א יעדער מענטש עקפעריענסט בחירה. איי איך פארשטיי עס נישט? קאנטשעסנעס פארשטייט מען נאך ווייניגער אבער קיינער טענה׳ט נישט אז ס׳איז נישט דא.
קלאר אז ער און נאך אסך וואו אים האלטן אז ס'עקזעסטירט נישט אויף קיין אמת קיין קאנשעס און אלעס איז פשוט פיזיקס - זייער וועלט בילק לאזט זיי נאר אנערקענען און מאטרעליזעם.
ער זאל אינז קודם מסביר זיין וואס איז דאס דער soul איידער ער גייט אינז זאגן וואס דער soul קען יא אדער נישט טון!
רבה"ק איך האב נישט קיין צייט צי קיקען א יעדע נארישע לינק, אויב דו פארשטייסט וואס יענער זאגט און די ווילסט דן זיין איבערדעם, פארוואס נישט.
ער זאגט קלאר אז אפילו אויב א מענטש'ס מוח איז געמאכט פון "soul-stuff", קען נאך אלץ נישט זיין קיין בחירה.
חתן בחוראיך בין בכלל נישט אנציגקט פון העריס׳ס בוך. ער ברענג ראיות פון גייסטיש קראנקע מענטשען וואס קענען זיך נישט באהערשען און האבן נישט קיין קאנטראל איבער זייערע תאוה צו בלוט פארגיס. איך האלט דאס איז זייער נעריש.
איינער וואס איז קראנק, איז פשט אז אים פעלט עפעס וואס אן אנדערע האט יא. איז וואו ברענגט מען א ראיה פין פעטאלעגי צי די נארם?
דער אמת איז אבער אז דער רוצח, און מעגליך אויך דער קראנקע, האט אסך קאנטראל א יעדע מעניט וואו אזוי ער זאל זיך באגיין מיט זיין וויקטעם, אפשר נישט אויף די זאכן וואס מיר האבן געוואלט ער זאל קאנטראלען
א יעדע מענטש קען האבן א בחירה באשר הוא שם. א היימישע יונגערמאן פארמאגט טאקע נישט די בחירה צו גיין בארויבען א צווייטן מיט א ביקס און יענעם דערמארדערן.
פין די אנדערע זייט, איינער וואס איז אויפגעוואקסען צווישען גענגסטערס זיין גאנץ לעבן, און דאס איז זיין וועג וואו אזוי ער מאכט א לעבען, יעצט איז ער און א שטילע עלי און ס'גייט דארך אן אלטע פרוי מיט א שיינע נעקלעס, ער האט נישט קיין בריירה אדער בחירה, ער גייט ארפשלעפן די נעקלעס און הייבן פיס - נישט דארט שטעקט זיין בחירה. נאכן שלעפן די קייטעל פארן הייבן פיס, קימט אים אריין א בייזע מחשבה "געב איר א פאנטש אין פנים אזוי וועט זי זיין באוויסטלאז אפאר מעניט" ס'ווער א הייסע דיבאטע ביי אים (די ID מיט די EGO מי אני) און די ספילט סעקענד איז זיין נקידות הבחירה
אבער ער האט א בחירה אויפצושטיין שחרית אדער בלייבן שלאפן.
איך האב היינט נישט געהאט קיין בחירה יא אדער נישט צי לייגן תפילן, אפילה איך זאל היינט נישט זיין אין די מאד, איז די גילט פין ווערן א קרקפתא דלא מנח תפילין, לויט איין דעה, צי א טייערע פרייז צי באצאלן. איז פארוואס זאל איך באקימען שכר דערפאר? איך האב אבער געקענט בינדען די תפילן מיט א כוונה פין "לשעבד בזה תאוות ומחשבות ליבנו" אדער זיך זאגן "לאז געמאכט, ס'איז געניג אז איך לייג תפילן" דא האט געשטעקט מיין בחירה און דא איז געווען מיין שוועריקייט און דא ליגט מיין שכר וענש.
און אזוי איז דאס מיט אלע תרי"ג מצות - אישתישבו
סעם העריס איז א 100% גערעכט מיט זיין שטרוי מענטש ארגיאמעט! מיר קימט גארנישט קיין credit פאר נישט האבן די נשמה פין א psychopath!
א מענטש׳ס בחירה איז באקוועמליכקייט אנטקעגן דאס געוויסן. ביי איינעם קלאפט דאס אויס ביי גאר דקות׳דיגע זאכן און ביי א צווייטן קלאפט דאס אויס צו ער זאל באצווינגען א פרוי אדער איר מערדערן, אדער ביידע. מ׳קען נישט צוגלייכן, ס׳איז נישט קיין סתירה. א יעדע מענטש ווי אימער האט א בחירה צו ער וויל שטייגן אדער זיך לאזן וואויל גיין, און זיך אומוויסענדיג מאכן פון זיין געוויסען.
וואו פריער שוין געזאגט, אפילה בשעת באצווינגען די פרוי, איז דא פיל פיל מיט בחירה. וגנבא אפום מחתרתא רחמנא קריא
מ׳קען אפשר וויסען פון פאראויס בערך ווי א מענטש׳ס בחירה גייט אויסקלאפן, באזירט אויף זיינע אומשטענדען. אבער ס׳איז דא אן א שיעור מעשיות פון קינדער וואס זענען אויסגעוואקסן אונטער די שווערסטע אומשטענדען אבער האבן באוויזען אויפצואוואקסן גאר געלערנטע מענטשן אדער ספארטלער. מ׳קען טאקע זאגן אז זיי האבן זיך באגעגענט מיט די ריכטיגע מענשטן וואס האבן זיי ארויסגעהאלפן, אבער די קינדער אליינס האבן געארבייט זייער זייער שווער, און געמאכט די שווערע אבער ריכטיגע ״טשאוסעס״ אנצוקומען אהין. אפילו ווען סייענס דיקטורט אז ס׳איז נישט מעגליך.
דאס זעט מען אויך ביי צוויי געשוויסטער וואס זענען דארך געגאנגען אט אט די זעלבע טראמע - איינער איז ארויס געקימען א ציקלאפטער און איינער אסך אסך שטערקער דארך דעם. ביידע וועלן אנצייגן די זעלב סיבה , די טראמא, פאר זייערע כאראקטער.
די גאנצע בחירה boils down צו delayed gratification (עוה״ז vs עוה״ב א.א.וו.) און דאס איז נישט צוגעבינדן צו די סביבה, אומשטענדען אדער גענעטיקס. ס׳איז דא א באקאנטע עקספערימענט וואס רופט זיך marshmallow experiment וואס צייגט אז א מענטש׳ס ווילן פאר delayed gratification איז די שורש פון אלע טשויסעס וואס א מענטש מאכט איבער׳ן לעבן, און ווי סוקסעספול ער/זי גייט זיין, נישט ווי ער וואקסט אויף און וואס זענען זיינע אומשטענדען.
די marshmallow experiment קען ווערן געניצט אז א ראיה אז א מענטש האט זיין אייגענשאפט מיט וואס ער האט נאך פין גאנץ אינג, און דאס טראגט אים א גאנץ לעבן. דער אמת איז אבער אז פאר אלע קינדער אין די experiment איז דא א סכום וואס דארט וואלטן זיי זיך זיכער געבראכן, איין marshmallow פאר יענע, דאס איז די נקידות הבחירה!
בכלל, צו ברענגען א ראיה פון סייענס אנטקעגען וואס א מענשט עקפעריענסט פאר זיך אליינס - האלט איך - איז א פירחא מיניה וביה. איך מוז נישט וויסן וויאזוי די מעקעניזם דערפון ארבייט (ס׳איז דא גענוג טעאריעס, קוואנטום מעכאניקס א.ד.ג. און אפילו ס׳איז נישט מעגליך דורך פיזיקס איז די נשמה דאך א חלק אלוק ממעל) אבער, טאמער קען מען נישט טראסטן וואס מ׳עקפעריענסט אין זיך אליינס דעמאלטס קען מען נישט טראסטן וואס מ׳לייענט און וואס מ׳פארשטייט אויך נישט! ווער זאגט אז 2 + 2 = 4? אפשר נער׳ט אונז אלע די מוח אויס? וואס דען האט א מענטש אויב נישט די אייגענע עקפעריענס? וואו איך האב געשריבן דארף ווען סייענס זיין די ערשטע מודה צי זיין און אבזערוועשן! מיר אבזערווירען choice!
מ׳קען ניצן דעם מוח צו פארשטיין פיזיקס און אויס׳חשבון׳ען וויאזוי זאכן ארבייטן, אבער ס׳ארבייט נישט צוריקציוועגס. פיזיקס קען אונז נישט דערציילען וויאזוי אונזער מוח פארשטייט אים. איך האלט אז ס׳גייט אפילו טיפער ווי איך קען עס יעצט דא ארויסברענגען, אבער כ׳האב שוין אפגעשטופט מיין תגובה איבער א טאג, ותן לחכם ויחכים עוד...
זייער א גיטער און טיפער פוינט!חתן בחוראיך בין בכלל נישט אנציגקט פון העריס׳ס בוך. ער ברענג ראיות פון גייסטיש קראנקע מענטשען וואס קענען זיך נישט באהערשען און האבן נישט קיין קאנטראל איבער זייערע תאוה צו בלוט פארגיס. איך האלט דאס איז זייער נעריש.
די גאנצע בחירה boils down צו delayed gratification (עוה״ז vs עוה״ב א.א.וו.) און דאס איז נישט צוגעבינדן צו די סביבה, אומשטענדען אדער גענעטיקס. ס׳איז דא א באקאנטע עקספערימענט וואס רופט זיך marshmallow experiment וואס צייגט אז א מענטש׳ס ווילן פאר delayed gratification איז די שורש פון אלע טשויסעס וואס א מענטש מאכט איבער׳ן לעבן, און ווי סוקסעספול ער/זי גייט זיין, נישט ווי ער וואקסט אויף און וואס זענען זיינע אומשטענדען.
די זעלבע לאגיק וואס דו האסט גענוצט אפצומאכן אז ווען דו וואלסט געבוירן מיט היטלער'ס שכל וואלסטו זיך אויפגעפירט פונקט ווי אים, די זעלבע לאגיק קענסטו נעמען ווייטער אויף delayed gratification אויך. ווען דו וואלסט געהאט די שכל פון אזא מענשט וואס קימערט זיך נישט מיט delayed gratification, וואלסטו זיך אויפגעפירט פונקט ווי אים.
בכלל, צו ברענגען א ראיה פון סייענס אנטקעגען וואס א מענשט עקפעריענסט פאר זיך אליינס - האלט איך - איז א פירחא מיניה וביה. איך מוז נישט וויסן וויאזוי די מעקעניזם דערפון ארבייט (ס׳איז דא גענוג טעאריעס, קוואנטום מעכאניקס א.ד.ג. און אפילו ס׳איז נישט מעגליך דורך פיזיקס איז די נשמה דאך א חלק אלוק ממעל) אבער, טאמער קען מען נישט טראסטן וואס מ׳עקפעריענסט אין זיך אליינס דעמאלטס קען מען נישט טראסטן וואס מ׳לייענט און וואס מ׳פארשטייט אויך נישט! ווער זאגט אז 2 + 2 = 4? אפשר נער׳ט אונז אלע די מוח אויס? וואס דען האט א מענטש אויב נישט די אייגענע עקפעריענס? וואו איך האב געשריבן דארף ווען סייענס זיין די ערשטע מודה צי זיין און אבזערוועשן! מיר אבזערווירען choice!
כהאב נישט געליינט די גאנצע ארגעיומענטס דא. אבער כהאב מיך פארקלאצט אויף די שטיקל.
און כ׳ווייס ניטאמאל וואו אנצופאנגן.
גיי צו די מעדיצין קלאזט און ווארף אוועק אלע דיינע מעדיצינען. ווייל כמעט יעדע זאך אין סייענס האט גארנישט צוטוהן מיט ״אונזער עקספירענס״ נאר ממש פארקערט. אונזער חושים קומט בכלל נישט אריין אין די בילד. אונזער חושים ארבעט נאר אז אונז זאלן קענען דורכלעבן אין אונזער ענווייערמענט, און סאיז זייער לימיטעד און פאלש אין געוויסע פעללער. סייענטיסן זענען אבער אויפגעקומען מיט אנדערע מעטאדעס צו קענען זעהן זאכן
אין א אנדערע ליכט אונז קענען שיינען א געוויסע ליכט אדער קוקן מיט מאשינען און מיר זעהן א אנדערע בילד אינגאנצן. סייענס איז נישט בעיסט אויף אבזערוועישאן פון אונזערע חושים נאר אויף מאטאמאטיקס. אונזער חושים זענען נישט אייביג ריכטיג. יא ווען מוועט נעמען צוויי עפעל און מוועט צולייגן נאך צוויי עפעל וועט מען טאקע האבן פיר עפעל. אבער דאס מיינט נאכנישט אז מקען טראסטן אונזערע חושים ווייל אין אסאך פעללער האט זיך קלאר ארויסגעשטעלט אז אונזער חושים פארציילט נישט און ריפלעקט נישט דעם אמת. מקען אסאך רעדן וועגן די נושא. דאס איז אויפן שפיץ גאפל. קוק ארום אין דיין הויז זאג מיר צי דו זעהסט Micro Waves, Radio Waves, און אלע אנדרע waves? ניין! אבער מיט sophisticated מאשינען קען מען עס קלאר זעהן. און 2+2 זעהט מען אויך מיט די זעלבע מאשינען. דערפאר קען מען נישט טראסטן בלויז אונזערע חושים, נאר מ׳דארף יעדע זאך גרונטליך שטודירן מיט פארשידנע experiments, מאטאמאטיקס און מאשינען און דערנאך קען מען באקומען א קלארערע בילד.
נאכאמאל, קיינער זאגט נישט אז ס'נישט דא אזא זאך ווי choice, סך הכל זאגן אונז אז אלע אונזערע באשלוסן זענען געבויעט אויף פריערדיגע פאקטארן, ווי פריערדיגע איבערלעבענישן, מהלך המחשבה, רצונות, אמונות, פריערדיגע אינפארמאציע, וויפיל מוסר און חיזוק שמועסן אונז האבן געהערט, וכו' וכו', און אפשר אויך ווי ריין אדער שמוציג אונזערע נשמות זענען (ווענדט זיך צו דו גלייבסט דערין צו נישט), און קיין איינס פון די פאקטארן זענען נישט אין אונזערע הענט.
רביה''ק זי''עחתן בחוראיך בין בכלל נישט אנציגקט פון העריס׳ס בוך. ער ברענג ראיות פון גייסטיש קראנקע מענטשען וואס קענען זיך נישט באהערשען און האבן נישט קיין קאנטראל איבער זייערע תאוה צו בלוט פארגיס. איך האלט דאס איז זייער נעריש.
די גאנצע בחירה boils down צו delayed gratification (עוה״ז vs עוה״ב א.א.וו.) און דאס איז נישט צוגעבינדן צו די סביבה, אומשטענדען אדער גענעטיקס. ס׳איז דא א באקאנטע עקספערימענט וואס רופט זיך marshmallow experiment וואס צייגט אז א מענטש׳ס ווילן פאר delayed gratification איז די שורש פון אלע טשויסעס וואס א מענטש מאכט איבער׳ן לעבן, און ווי סוקסעספול ער/זי גייט זיין, נישט ווי ער וואקסט אויף און וואס זענען זיינע אומשטענדען.
די זעלבע לאגיק וואס דו האסט גענוצט אפצומאכן אז ווען דו וואלסט געבוירן מיט היטלער'ס שכל וואלסטו זיך אויפגעפירט פונקט ווי אים, די זעלבע לאגיק קענסטו נעמען ווייטער אויף delayed gratification אויך. ווען דו וואלסט געהאט די שכל פון אזא מענשט וואס קימערט זיך נישט מיט delayed gratification, וואלסטו זיך אויפגעפירט פונקט ווי אים.
חתן בחור, האטסטו געזאגט אז היטעלר האט נישט געהאט קיין free choice ?
אדער איז דאס סך הכול סירקעלער ריזענעיג פין רביה"ק - היטלער האט דאך זיכער נישט געהאט free choice איז פין דעם געדריגען אז דו אויך נישט.
איך מיין אז שבת אחים מאכט א שטארקען פוינט
הגם סייענס זאגט אז מיר אבזערווירן אינזער 5 חישום' אין אזוי קימען זיי אן צי סיי וואספארא מסקנה, קענען זיי זיך אויך נישט נישט וויסענדיג מאכן פין אינטראספעקטשען אדער ריזעניג וואס איז געבויט אויף אינטראספעקשען, כדי צי וויסע אז די חישום נארען אינז נישט.
ווער איז דער פוסק אחרון? נישט די 5 חושים נאר די סחורה צווישען אינזער אוירען
פאקט: (רוב) מענטשען ווען זיי מאכן א choice איז זייער אבזערוואציע אז זיי זענען פריי צי מאכן די choice פין מערערע Option
Re: למעשה, האב איך בחירה?
הקטןרביה''ק זי''עחתן בחוראיך בין בכלל נישט אנציגקט פון העריס׳ס בוך. ער ברענג ראיות פון גייסטיש קראנקע מענטשען וואס קענען זיך נישט באהערשען און האבן נישט קיין קאנטראל איבער זייערע תאוה צו בלוט פארגיס. איך האלט דאס איז זייער נעריש.
די גאנצע בחירה boils down צו delayed gratification (עוה״ז vs עוה״ב א.א.וו.) און דאס איז נישט צוגעבינדן צו די סביבה, אומשטענדען אדער גענעטיקס. ס׳איז דא א באקאנטע עקספערימענט וואס רופט זיך marshmallow experiment וואס צייגט אז א מענטש׳ס ווילן פאר delayed gratification איז די שורש פון אלע טשויסעס וואס א מענטש מאכט איבער׳ן לעבן, און ווי סוקסעספול ער/זי גייט זיין, נישט ווי ער וואקסט אויף און וואס זענען זיינע אומשטענדען.
די זעלבע לאגיק וואס דו האסט גענוצט אפצומאכן אז ווען דו וואלסט געבוירן מיט היטלער'ס שכל וואלסטו זיך אויפגעפירט פונקט ווי אים, די זעלבע לאגיק קענסטו נעמען ווייטער אויף delayed gratification אויך. ווען דו וואלסט געהאט די שכל פון אזא מענשט וואס קימערט זיך נישט מיט delayed gratification, וואלסטו זיך אויפגעפירט פונקט ווי אים.
חתן בחור, האטסטו געזאגט אז היטעלר האט נישט געהאט קיין free choice ?
אדער איז דאס סך הכול סירקעלער ריזענעיג פין רביה"ק - היטלער האט דאך זיכער נישט געהאט free choice איז פין דעם געדריגען אז דו אויך נישט.
ניין, איך האלט און איין זאגן אז יעדער האט א בחירה אבער ס׳קלאפט אויס ביי יעדעם ערגעץ אנדערש.
היטלער האט געקענט האבן א בחירה צווישן הרג׳נען 1 מיליאן אדער 10 מיליאן יודען, מיט א 0.000000001 טשענס צו זיין אן ערליכען גוי.
די סביבה פון א מענטש האט די שטערקסטע כוח, אבער א מענטש קען בוחר זיין אין וועלכע דירעקציע ער וויל זיך ציען צו.
חתן בחור, דאס וואס דו זאגסט אז היות סייענס ווערט געחשבונט דורכ'ן מח קען מען נישט דורך סייענס יעצט צוריקגיין וועגן דעם מח זעלבסט איז א כלליותדיגע טענה וואס איז נישט שייך דוקא ביים צוריקגיין צום מח זעלבסט נאר איז א טענה וואס פיליזאפישע סקעפקטיקער ברענגן אויף איבער די מעגליכקייט פונעם מענטש צו וויסן אמתע וויסענשאפט, נאך אלעם ווערט דאך אונזער וויסענשאפט פראצעסירט פון אוונזער מח און אפשר איז די מח א סקעמערישע מאשין, אבער צו לערנען איבער דעם מח זעלבסט איז דאס גארנישט אנדרעש ווי אלעס איבעריג, נאך אלעם איז דאס נישט איבער די מח וואס חשבונ'ט איבער איר אייגענעם מח נאר דאס איז איבער סייענס וואס זענען אבזערווירט געווארען פון מערערע מוחות און געווארן עקספערימענטעד און ס'איז נישטא קיין שום סיבה צו טראכטן אז מ'קען נישט יעצט גיין אבזערווירן דעם ארגאן וואס הייסט מוח אויף א זעלבסשטענדיגע אופן. מכ"ש וכ"ש אז די טענה טוט נישט ברענגן צו די צד אז בחירה ד.ה. רענדאם סיבות פאר באשלוסן עקזעסטירן. ולעצם הענין כלפי די פיליזאפישע סקעפטעסיזם מאכט דאך למעשה נישט קיין נפק"מ אויף למעשה, היות מיר קענען טרעפן הארמאניע על אף דעם סקעמערישן ארגאן וואס הייסט מח, מ'חשבונט אלע סארט פיזיקס מ'בויעט ספעיס שאטעלס וכדומה, ממילא קען מען אפעלירן דעם זעלבן סארט סייענטיפישע אבזארוואציע לגבי דעם מוח זעלבסט.
די איידיע איז אז די בחירה און רצונות פונעם מענטש איז פשוט די קאנטשענס זייט פון די מטבע פון וואס ס'שפילט זיך ממילא אפ אויף א פיזיקל לעוול. ווי אויך די אוניווערס איז איין גרויסע אינטערילטעד סיסטעם וואס לויפט אויף קאוז און אפעקט און דאס רעכענט אריין אלעס ווי אויך די קלאסטער פון מאסע וואס מיר ריפן מענטשהייט.
פארוואס איז דאס קאנטער-אינטועטיוו? צוליב מערערע סיבות.
עס שפירט זאך דאך למעשה ווי מיר זענען זעלבסטשענדיגע בוחרים
מיר האבן א סיסטעם פון מאראל, מיר באזיסן איינגעווארצעלטע הרגשות פון כעס און התפעלות וכדומה און דאס איז זייער שווער צו רעקאנסיילן ווען מ'באטראכט מענטשן אלס א טייל פון א קאוז און אפעקט סיסטעם.
ובדרך אגב, די טענה אז מענטשן ווערן באווירקט מיט רענדאם מחשבות ווען ס'קומט צו שיקול הדעת איז לכאורה גארנישט בעסער
רביה''ק זי''עאויב געדענק איך גוט, וויל ער ארויסברענגען אז אלעס ארבעט דורך סיבה ומסובב, אפילו רוחניות'דיגע זאכן. די פאקט איז אז ווען מ'הערט א גערעכטע ארגיומענט (מסובב) ווערט מען איבערצייגט (סיבה).
קען איינער טרייען צי מאכן אן ארגיאמענט און צוויי מענטשן זאלן אים הערן און ביידע זאלן קימען צי אנדערע מסקנות? זיכער יא
איז מאן יאמר סיבה ומסובב אפשר בחירה און נאכאמאל בחירה!
אויב A קען גורם זיין סיי B און סיי C
פארקערט:
אויב דו ביסט גערעכט, אז דיין ווערן איבערצייגט איין וועג, און מיין ווערען איבערצייגט א צווייטע וועג, איז דיטערמענט און תלי אין דרויסענדיגע גרומים. איז פארוואס זאלסטו אננעמען וואס די ביסט איבערצייגט?
זאגס'ט דאך אליין אז דרויסענדיגע וועריבעלס, און נישט די "דבר שכל" איז די סיבה פארוואס דו מיזט האלטן וואס די האלסט!!!
נהורא נפישאחתן בחור, דאס וואס דו זאגסט אז היות סייענס ווערט געחשבונט דורכ'ן מח קען מען נישט דורך סייענס יעצט צוריקגיין וועגן דעם מח זעלבסט איז א כלליותדיגע טענה וואס איז נישט שייך דוקא ביים צוריקגיין צום מח זעלבסט נאר איז א טענה וואס פיליזאפישע סקעפקטיקער ברענגן אויף איבער די מעגליכקייט פונעם מענטש צו וויסן אמתע וויסענשאפט, נאך אלעם ווערט דאך אונזער וויסענשאפט פראצעסירט פון אוונזער מח און אפשר איז די מח א סקעמערישע מאשין
לויט דיר איז דער סקעמערישע מאשין שוין איינגעשטעלט וואו אזוי א יעדע רעדעל פין די מאשין זאל זיך דרייען איידער פלוני אלמוני זאגט וואס ער האט צי זאגן, און וואו אזוי ס'זאל זיך דרייען ווען פלוני אלמוני וועט דיר טענען וואס ער וועט טענענען.
נהורא נפישא
פארוואס איז דאס קאנטער-אינטועטיוו? צוליב מערערע סיבות.
עס שפירט זאך דאך למעשה ווי מיר זענען זעלבסטשענדיגע בוחרים
מיר האבן א סיסטעם פון מאראל
מיר באזיסן איינגעווארצעלטע הרגשות פון כעס און התפעלות וכדומה
דו ברענגסט זייער שטארק ארויס אז מיר
אבזערווירען free choice!
פארוואס זאלסטו נישט אננעמען און שלום מאכן מיט די אבזערוואציע?!? פינקט וואו דו טיסט מיט סיי וועלכע אנדערע אבזערוואציע.
unless די ביסט סטאק אין א מאטראליסטישע וועלט.
דא האט איר צוויי קעגנגעזעצטע מאמרים
יכול אדם להיות כמשה רבינו (רמב"ם הל' תשובה)
מ'פארלאנגט נישט פון זושא צו זיין אברהם אבינו(?) מ'פארלאנגט פון זושא צו זיין זושא (ר"ר זושא מ'האניפאלי זי"ע)
בפשטות איז די פשט אז א מענטש איז ביכולת צו רוקן זיין נקודת הבחירה צו א העכרע לעוועל. פון היטלער פארלאנגט מען נישט אויף די מינוט אז ער זאל פארלעשן די קרעמאטאריומ'ס, יעצט פארלאנגט מען פון אים אז ער זאל אויפהערן צו שיסן קינדער פארענט פון זייערע עלטערן, איינמאל ער האט שוין געמאכט די ריכטיגע בחירה, וועט מען פארלאנגן פון אים מער און מער, ביז ער קען אנקומען צו משה רבינו (אקעי, נישט ממש ער איז פארט א גוי, באט יו געט די פוינט)
להעיר:
דער עינין פין ריקען די נקידת הבחירה פאראויס, איז א שיינער זאך פאר אן עובד וואס וויל שטייגן, אבער דאס האט נישט אזוי ווייט ציטון מיט די עצם געדאנק.
היטלער קען בלייבן אויף די דרגא וואס ער איז און אויך טון זיין שליחות אויף דער וועלט, וואו לאנג ער שיסט נישט די קינדער און פראנט פין די עלטערן.
עיין תניא, ס'דא וואס זענען דא צי בלייבן אויף דער זעלבער פלאץ, און זיך שלאגן אין די זעלבע דרגא נאכאמאל און נאכאמאל
שבת אחים, נהורא נפישא.
מ׳רעדט דא פון 5 אנדערע זאכן און איך ווער צומישט!
קודם כל איז צוויי וועגן וויאזוי צו אטאקירען די בחירה פראגע. איינס איז פיזיקס: וויאזוי די פראצעס פון בחירה ארבייט אונעם מוח, צו ס׳איז בכלל מעגליך פיזיש. די צווייטע איז פילאזאפיע, צו א מענטש ווערט באיינדרוקט פון מאמענטן וואס שטעלן אים אויס די רעלסען פאר׳ן לעבן און אחוץ דעם פארמאגט ער נישט די כוח ימינה ושמאולה.
צווייטענס די חושים פון א מענשט איז נישט די זעלבע ווי זיין כוח ההגיון. די מישט אויס חושים מיט לאגיק. סייענס קען אונז זאגן אז די אויגן אדער אונזער אנדערע חושים נער׳ן אונז אויס, אדער אז די וועלט איז א האלאגרעף, און מ׳קען טאקע נישט זעהן קיין ווייפיי שטראלן. אבער איך רעדט פון לאגיק. און ווי פריער דערמאנט, פיזיקס קען זיך נישט דערוואגן צו זאגן אז אונזער לאגיק איז פעלערהאפטיג, ווייל גאנץ סייענס איז געבויט אויף לאגיק, און טאמער מ׳ברענגט א ראיה פון סייענס אנטקעגן לאגיק עקזיסטירט נישט די גאנצע סייענס.
מיט סייענס קען מען טאקע מאכן הונדערטער סטאדיס אויפ׳ן מוח (פונדערויסען) און זעהן ווי די ספיטש פראסעסינג פלאץ איז, ווי מ׳דערקענט פנים׳ער, און מ׳קען זעהן א חילוק צווישן נארמאלע מענטשן און סקידזאפרעניקס. אבער דעם מוח זעלבסט איז אינגאנצען אנדרעש ווי אלעס. קיין שום סייענטיסט האט נאך נישט אויסגעפונען ווי די קאנטשעס פון א מענטש איז און וויאזוי עס ארבייט. ממילא קענסט אבזערווירן דעם ארגאן וואס הייסט מוח, אבער די עקפעריענס וואס א מענטש האט זייענדיג אונעם business end פונעם מוח, קען קיין שום סייענס אדער מאשין זיך נישט אריינמישן אין דעם.
בכלל די גאנצע וועג וויאזוי סייענס ארבייט, אויכעט שטודיעס און קאמפיוטערס איז א פארנעפלטן ענין ביי רוב מענטשן. סייענס אדער קאמפיוטערס וועלן קיינמאל נישט זיין קלוגער פון א מענטש. און ווער ס׳האלט אז יא פארשטייט נישט די בעסיקס. יעדע שטודיע, יעדע פראגראם, און יעדע algorithm האט א מענשט דיזיינט. ממילא ווען אן עטיאיסט זאגט מיר אז א פראגראם האט געוויזן אז די תורה איז צוזאם געשטעלט פון אנדערע ביכער לאך איך אים אויס.
מ׳קען זיך נישט טענה׳נען אויב מענטשן זיינען קאנטשעס. קאנטשעסנעס איז נישט א פענאמענאן וואס מ׳קען זיך דינגען דערויף צו אונז פארמאגן דאס אדער נישט. ניין. ס׳איז פארקערט! דאס וואס אונז עקפעריענסן א יעדן טאג, דאס רופן מיר אן קאנטשעסנעס. די חילוק צווישן מיך און א קי, דאס איז קאנטשעסנעס. די זעלבע מיט בחירה, דאס וואס איך עקספעריענס ווען איך מאך א טשויס, דאס רוף איך בחירה!
די טענה פון מעדיצין איז לעכערליך און ווייזט גאר פארקערט. ריסערטש קומט כסדר ארויס מיט פרישע מעדעצינען וואס עפ״י סייענס דארף ווען צו ארבייטן 100%, אבער למעשה שטעלט זיך עס ארויס אינגאנצן אנדערש. יעדע מעדיצין וואס ווערט פארקויפט מוז דורכגיין דריי human trials, און peer reviewed studies, און אוודאי די FCC פאר ס׳ווערט באשטעטיגט. פארוואס? ווייל סייענס אליינס האט נישט דאס לעצטע ווארט. נאר עקפעריענס קען ווייזען וואס איז ריכטיג און וואס נישט. זעלבע זאך מיטן ספעיס שאטל, מ׳האט פרובירט הונדערטער מאל פאר ס׳איז עוונטועל געלונגען.
אויב איינער פארשטייט נישט די גאנצע סייענס איז זיין ריסערטש נישט מאסגעבענד אן קענען עס אויפווייזען. אין סייענס איז גארנישט באשטעטיגט נאר טאמער מ׳האב אויפגעוויזען אז ס׳איז טאקע אזוי, און קיינער פארשטייט נישט די גאנצע סייענס אחוץ גאט.
שוין מיין קאפ טוט מיר שוין וויי פון טראכטן צופיעל...
אז מ'רעדט שוין יא: space & time זענען אויך זאכן וואס אונז זעען בחוש, און אעפ"כ ווייסן אונז קלאר אויף הונדערט פראצעט אז זיי זענען הוילע דמיונות, וכן יש רבות ואטו כי רוכלא.
חתן בחורדי צווייטע איז פילאזאפיע, צו א מענטש ווערט באיינדרוקט פון מאמענטן וואס שטעלן אים אויס די רעלסען פאר׳ן לעבן און אחוץ דעם פארמאגט ער נישט די כוח ימינה ושמאולה.
אפילו אויב א מענטש זאל יא האבן א כח חוץ דעם, איז אבער וואס ער מאכט אפ צו טון מיט די כח אלץ געבויעט אויף פריעריגע פאקטארן, גארנישט איז נישט רענדאם.
רביה''ק זי''עחתן בחורדי צווייטע איז פילאזאפיע, צו א מענטש ווערט באיינדרוקט פון מאמענטן וואס שטעלן אים אויס די רעלסען פאר׳ן לעבן און אחוץ דעם פארמאגט ער נישט די כוח ימינה ושמאולה.
אפילו אויב א מענטש זאל יא האבן א כח חוץ דעם, איז אבער וואס ער מאכט אפ צו טון מיט די כח אלץ געבויעט אויף פריעריגע פאקטארן, גארנישט איז נישט רענדאם.
דעם פארהוילענעם כוח וואס די קענסט נישט פארשטיין, (און איך אויך נישט), דאס רוף איך בחירה.
דו האלטסט אז די פארהוילענע כח מאכט רענדאם באשלוסן אן קיין שום חשבון?
רביה''ק זי''עדו האלטסט אז די פארהוילענע כח מאכט רענדאם באשלוסן אן קיין שום חשבון?
די רעדטס דא וועגן physical terms אויף א פלאץ ווי physics קען נישט רילעיטען. ניין. איך פארשטיי טאקע נישט וויאזוי מאכן א טשויס ארבייט, אבער איך עקפעריענס עס כסדר.
איך רעד בכלל נישט אין פיזישע טערמינען, די כלל אז אין סיבה בלי מסובב האט גארנישט מיט פיזיקס צוטון, א מלאך קען אויך נישט אריינפאפן אין עקזיסטענץ פון זיך אליין.
אמת, אבער איך האלט אז בחירה איז א מורא׳דיגע ספעשל זאך און ס׳איז נאך ערמעגליכט געווארן דורך דעם וואס א מענטש איז א חלק אלוק ממעל ממש. ס׳איז פאר מיר א ראיה אז ס׳שטעקט אין א מענטש עפעס העכערס.
בקיצור, דו האסט א דמיון אין קאפ אז דו מאכסט זעלבסשטענדיגע באשלוסן, וועגן דעם האסטו אפגעמאכט אז ס'איז דא בחירה, און דו האסט שוין א ראיה אויך אז דו ביזט "עפעס העכערס" (גיי ווייס וויאזוי דאס דארף צו פארענטפערן עפעס).
די פאקט איז, אז ווען א מענטש טוט עפעס, וועט ער דיר אייביג קענען מסביר זיין וואס האט אים צוגעברענגט אזוי צו טון, אמאל וועט טאקע די תירוץ זיין "כ'האב נישט געטראכט", אבער באשלוסן ווערן קיינמאל נישט באשאפן אוט אף די בלו.
רביה''ק זי''עבקיצור, דו האסט א דמיון אין קאפ אז דו מאכסט זעלבסשטענדיגע באשלוסן, וועגן דעם האסטו אפגעמאכט אז ס'איז דא בחירה, און דו האסט שוין א ראיה אויך אז דו ביזט "עפעס העכערס" (גיי ווייס וויאזוי דאס דארף צו פארענטפערן עפעס).
די פאקט איז, אז ווען א מענטש טוט עפעס, וועט ער דיר אייביג קענען מסביר זיין וואס האט אים צוגעברענגט אזוי צו טון, אמאל וועט טאקע די תירוץ זיין "כ'האב נישט געטראכט", אבער באשלוסן ווערן קיינמאל נישט באשאפן אוט אף די בלו.
ס׳איז די זעלבע דמיון וואס די האסט אז סייענס איז גערעכט, און אז ס׳איז דא פרוף, און אז די ביזט קאנטשעס. די שטערקסט יסוד וואס א מענטש קען פארמאגן איז די אייגענע עקספעריענס.
אלעס איז געבויט אויף דעם. קענסט פרובירן צי גרובלען טיעפער און טיעפער, אבער וועסט אייביג דארפ׳ן צוקומען צו א מענטש׳ס לאגיק. און א מענטש׳ס לאגיק איז מחובר צו זיין קאנטשעסנעס.
די באשלוסן זענען נישט באשאפן אוט אף די בלו. די האסט צוויי עקזעסטירענדע ברירות, און מיט׳ן כוח פון בחירה קענסטו נוטה זיין צו וועלכע צד די ווילסט.
די באשלוס וועלכע צד צו נוטה זיין געשעט אויך נישט אוט אף די בלו.
רביה''ק זי''עדי באשלוס נוטה צו זיין צו איין צד געשעט אויך נישט אוט אף די בלו.
איך מיין ס׳פעלט דיר אויס אביסל מעדיטאציע צו קענען פארשטיין וויאזוי א מענטש קען האבן אן אייגענעם ווילן אן קיין אינפוט פון סיי וואס. אפשר אביסל עסיד אויכעט... צא ולמד!
<a class="postlink" href="https://www.globalbreathingawareness.com/rebirthing-breathwork/what-is-rebirthing-breathwork">https://www.globalbreathingawareness.co ... breathwork</a>
קען זיין ס'איז דא בחירה אבער דו האסט נישט בוחר געווען וואס דיין בחירה זאל זיין. אדער קען זיין אז דו האסט בוחר געווען וואס דו זאלסט בוחר זיין, אבער דו האסט נישט בוחר געווען וואס דו זאלסט בוחר זיין וואס דו זאלסט בוחר זיין. אדער קען זיין...
ווי ווייט דו ווילסט נאר גיין איז אבער די לעצטע בחירה האסטו נישט בוחר געווען.
ד"ה דו קענסט בוחר זיין צו טוהן עפעס דהיינו דו קענסט טוהן וואס דו ווילסט אבער דו האסט נישט בוחר געווען וואס דו זאלסט וועלן.
למשל, איינער גייט אריין אין א רעסטאראנט און ס'איז דא א מעניו פון עסן, ער האט די בחירה צו נעמען וואס ער איז אין די מוד, אבער ער האט נישט די בחירה צו ער זאל מער זיין אין די מוד פון לאקשן איבער רייז. און אפילו אויב ער זאל ווען יא האבן די בחירה צו טוישן זיין מוד, וואס האט אים געמאכט וועלן טוישן זיין מוד, ער האט נישט די בחירה איבער ווילן טוישן זיין מוד. און אפילו אויב יא האט ער נישט אויף יענע ווילן א בחירה...
איך האלט אז האנטוכער האבן בחירה, יא, ביזט גערעכט אז כמעט אלעמאל קען מען פאראויסזאגן וואס א האנטוך וועט טון, אבער ס'איז דא א געוויסע נקודה וואו א יעדע האנטוך האט בחירה. מ'פארלאנגט נישט פון א האנטוך וואס דרייט זיך אין וואשמאשין, ארויסצוטאנצן, זיך אויסצוטריקענען און אפוואשן די פלאר, אבער יעדע האנטוך באשר הוא שם האט א געוויסע פלאץ וואו צו בוחר זיין. כ'האב שוין אפילו אליינס אמאל געזען ווי א האנטוך שאקלט זיך פון זיך אליינס, יא, ס'איז טאקע געווען א שטיקל ווינט, אבער איך האב קלאר עקספיריענסד ווי ס'האט זיך געשאקלט אביסל שטערקער פון די אנדערע האנטוכער. כ'האב אויך א ראיה פון די תורה אויף דעם, אבער דאס וועל איך לאזן פאר א צווייט מאל.
יעקב מענטשדא האט איר צוויי קעגנגעזעצטע מאמרים
יכול אדם להיות כמשה רבינו (רמב"ם הל' תשובה)
מ'פארלאנגט נישט פון זושא צו זיין אברהם אבינו(?) מ'פארלאנגט פון זושא צו זיין זושא (ר"ר זושא מ'האניפאלי זי"ע)
בפשטות איז די פשט אז א מענטש איז ביכולת צו רוקן זיין נקודת הבחירה צו א העכרע לעוועל. פון היטלער פארלאנגט מען נישט אויף די מינוט אז ער זאל פארלעשן די קרעמאטאריומ'ס, יעצט פארלאנגט מען פון אים אז ער זאל אויפהערן צו שיסן קינדער פארענט פון זייערע עלטערן, איינמאל ער האט שוין געמאכט די ריכטיגע בחירה, וועט מען פארלאנגן פון אים מער און מער, ביז ער קען אנקומען צו משה רבינו (אקעי, נישט ממש ער איז פארט א גוי, באט יו געט די פוינט)
מען וועט נישט שמייסען זושא פאר נישט זיין מיילעך, נאר פאר נישט זיין זושא.
רעדט ער וועגען עונש, און זיין דמיון איז לאוו דווקא צו זאגען א מען פארלאנגט נישט פין אין צו זיין אזוי גרויס ווי מיילעך, נאר אויף פארקערט אויך, טאמער מיילעך איז קלענער וועט מען אים שמייסען פאר נישט זיין גרעסער, א זושא.
און דאס ברענגט ארויס נאך מער, אז א מענטש קען נישט צוקומען צו זיין עפעס אנדערש ווי דעסטיני האט אים געגעבען.
און דער רמב"ם איז א בעל בחירה, ער האלט פין בחירה, ער האלט בנוגע די קשיא פין ידיעה און בחירה אז בחירה איז כפשוטו, און ידיעה שלא כפשוטו. רבי ר' זושא איז א חסיד, ער האלט פארקערט, בחירה איז שלא כפשוטו. ולשיטתייהו אזלי
אישתישבי
מען וועט נישט שמייסען זושא פאר נישט זיין מיילעך, נאר פאר נישט זיין זושא.
רעדט ער וועגען עונש, און זיין דמיון איז לאוו דווקא צו זאגען א מען פארלאנגט נישט פין אים צו זיין אזוי גרויס ווי מיילעך, נאר אויף פארקערט אויך, טאמער מיילעך איז קלענער וועט מען אים שמייסען פאר נישט זיין גרעסער, א זושא.
און דאס ברענגט ארויס נאך מער, אז א מענטש קען נישט צוקומען צו זיין עפעס אנדערש ווי דעסטיני האט אים געגעבען.
דאס אז די קענסט נישט יעצט זיך אויפהייבן און פליען וואו א פייגעל ברענגט אויך ארויס ס'איז נישט דא קיין בחירה חפשית?
אדער נאר די פאקט אז זישע איז אנדערש וואו מיילעך,
און מען וועט אים שמייסן, ברענגט דאס ארויס?
עגלה ערופהקען זיין ס'איז דא בחירה אבער דו האסט נישט בוחר געווען וואס דיין בחירה זאל זיין. אדער קען זיין אז דו האסט בוחר געווען וואס דו זאלסט בוחר זיין, אבער דו האסט נישט בוחר געווען וואס דו זאלסט בוחר זיין וואס דו זאלסט בוחר זיין. אדער קען זיין...
ווי ווייט דו ווילסט נאר גיין איז אבער די לעצטע בחירה האסטו נישט בוחר געווען.
וואו אזוי וויייסטו דאס?
ד"ה דו קענסט בוחר זיין צו טוהן עפעס דהיינו דו קענסט טוהן וואס דו ווילסט אבער דו האסט נישט בוחר געווען וואס דו זאלסט וועלן.
סעס הא?
למשל, איינער גייט אריין אין א רעסטאראנט און ס'איז דא א מעניו פון עסן, ער האט די בחירה צו נעמען וואס ער איז אין די מוד, אבער ער האט נישט די בחירה צו ער זאל מער זיין אין די מוד פון לאקשן איבער רייז. און אפילו אויב ער זאל ווען יא האבן די בחירה צו טוישן זיין מוד, וואס האט אים געמאכט וועלן טוישן זיין מוד, ער האט נישט די בחירה איבער ווילן טוישן זיין מוד. און אפילו אויב יא האט ער נישט אויף יענע ווילן א בחירה...
פארוואס איז בכלל מאד א צישטעל צי בחירה אויף מעשים ?
גראדע איז דא געניג און סעקאלעדשי וואס האלטן אויף מאד האט אויך דער מענטש אריינצירעדן
הקטןוואו אזוי וויייסטו דאס?
איך עקספיריענס עס.
חתן בחור
די באשלוסן זענען נישט באשאפן אוט אף די בלו. די האסט צוויי עקזעסטירענדע ברירות, און מיט׳ן כוח פון בחירה קענסטו נוטה זיין צו וועלכע צד די ווילסט.
דא שטעקט נאך א טעות וואס טייל דא מאכן, די קאנפיאשען פין א
רענדעם צי
בחירה חפשית.
רענדעם איז עפעס בלי טעם
ווען איך בין בוחר קען איך קלאר מסביר זיין פארוואס איך האב אזוי בוחר געווען, איך האב אבער פינקט אזוי געקענט בוחר זיין פארקערט און דאס אויך מסביר זיין, איך אלץ בוחר האב בוחר געווען די מעשה מיט די הסבר איבער די אנדערע הסבר.
די הסבר גייט פין אויווען אראפ נישט פין אינטען ארויף
בקיצר די בחירה איז נישט קיין מסובב, אזוי וואו א האנטאך וואס איז געווארן געשטיפט פין א ווינט.
אגב, דער האנטעך איז איינער אויפגעקימען מיט א היפאטעסעס אז די סיבה פארוואס ספאלט אמאל אריס פין א וואשמעשין איז, ווייל א דרויסענדיגע כח האט דאס געשטיפט, למשל א ווינט, און נישט ווייל ס'האט בוחר געווען, ס'איז געווען אן היפאטעסעס ביז וואו לאנג מען האט דאס פראבירט און די לעב 1000טע מאל און
אבזערווירט אויב איז דא א דרויסענדיגע גורם וועט זיך דאס ריקען און אויב נישט נישט.
אזוי ארבעט סייענס
מען האט דאס אויך געטרייט מיט נאך זייער אסך מאטריאלען, נישט נאר האנטעך, און לא-ענד-ביהאלד די כלל האט געהאלטן! אויב מיר ווילען אז א דבר גשם וואס האט אן אורך רוחב ועומק זאל מאכן א טויש מיז זיין א דארויסענדיגע גורם.
נהורא נפישאדי איידיע איז אז די בחירה און רצונות פונעם מענטש איז פשוט די קאנטשענס זייט פון די מטבע פון וואס ס'שפילט זיך ממילא אפ אויף א פיזיקל לעוול.
איז מעגליך אז דאס זענען צוויי מטבעות וואס איינס האט יחסי גומלין אויף דער אנדערע אבער איז נישט די איינס און די זעלבע?
איז מעגליך אז דאס וואס שפילט זיך אפ אויף די קאנשעס קלאפט
נאכדעם אויס אויך אויף די פיזיקל לעוול?
הקטןנהורא נפישאדי איידיע איז אז די בחירה און רצונות פונעם מענטש איז פשוט די קאנטשענס זייט פון די מטבע פון וואס ס'שפילט זיך ממילא אפ אויף א פיזיקל לעוול.
איז מעגליך אז דאס וואס שפילט זיך אפ אויף די קאנשעס קלאפט
נאכדעם אויס אויך אויף די פיזיקל לעוול?
ניין, זיי טענה'ן אז אפאר סעקונדעס בעפאר דו פאסט א באשלוס, קענען זיי עס שוין זען אין דיין מוח.
ווער האט דיר געזאגט אז פאסען א באשלוס און קאנשעסלי וויסען אז די האסט געפאסאט א באשלוס איז איינס און די זעלבע
די סדאדיס ווייזען אז דער סוב-קאנשעס ווייסט צי זאגן פין די באשלאס איידער דער מענטש קען מעיד זיין קאנשעליס די באשלוס
דא האסטו א סימפלעפייד דייעגרעם
קאנשעס-באשלאס---->סוב-קאנשעס ווערט געוואר דערפין---->קאנשעס אווערנעס
ס'דא אסך פראקטישע סיבות (אדאפטיוו בלשונם) פארוואס ס'איז כדי ס'זאל די מוח זאל אזוי ארבעטען
די FMRI דערשמעקט שטאפעל צוויי, ביז דערווייל, און נישט שטאפעל איינס און אויך נישט שאטפעל דריי
אונז האבן נישט קיין שום קאנטראל אויף אונזער סוב-קאנשעס.
?Do We Really Have Free Choice
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=sJT7kXYvInM&t=17s">https://www.youtube.com/watch?v=sJT7kXYvInM&t=17s</a>
הקטןחתן בחור
די באשלוסן זענען נישט באשאפן אוט אף די בלו. די האסט צוויי עקזעסטירענדע ברירות, און מיט׳ן כוח פון בחירה קענסטו נוטה זיין צו וועלכע צד די ווילסט.
דא שטעקט נאך א טעות וואס טייל דא מאכן, די קאנפיאשען פין א
רענדעם צי
בחירה חפשית.
רענדעם איז עפעס בלי טעם
ווען איך בין בוחר קען איך קלאר מסביר זיין פארוואס איך האב אזוי בוחר געווען, איך האב אבער פינקט אזוי געקענט בוחר זיין פארקערט און דאס אויך מסביר זיין, איך אלץ בוחר האב בוחר געווען די מעשה מיט די הסבר איבער די אנדערע הסבר.
די הסבר גייט פין אויווען אראפ נישט פין אינטען ארויף
קענסט מיר מסביר זיין פארוואס די האסט ליב א רויטע לאלי און נישט קיין גרינע?