☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » למעשה, האב איך בחירה?

למעשה, האב איך בחירה?

246 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2677
בלאט: 1 2 3 4 5

עגלה ערופה » פרייטאג מערץ 1, 2019 9:36 am

· #425466
הקטן
עגלה ערופה

וואס איז די חילוק צווישן דיסיזשען און רצון? ווען דו מאכסט עפעס אפ ווילסטו ס'זאל זיין אזויווי די החלטה. דו האסט פשוט אויפגעטוישט איין ווארט מיט א אנדערע ווארט. ווי מ'זאגט: a play of words

איז עס?
א יעדע דיסיזשען האט אינטער זיך א רצון (איינס פין אפאר) און נישט א יעדע רצון ענדיגיט זיך און א דיסיזשען!
פליז זיי בוחר און ניצן די מעקיניזם פון לאגיק! און פאל נישט ציריק צי דיין default מהלך, ווייל אזוי האסטו נעכטן געהאלטען, אדער ווייל אזוי זאגט סעם העריס.

עגלה ערופה

אבער איין רצון האט ער מער פון דיך און דאס איז צו ניצן די מעקיניזם פון לאגיק אין מוח צו אויסגעפונען די אמת איבער בחירה וואס דו האסט עס נישט.

אויב די end result פין דיי מעקעניזעם פין רעצאנאל איז hardcoded דיר צי געבען א געוויסע outcome און מיין מעקעניזעם איז hardcoded צי געבן א געוויסע outcome דאן האב נישט איך און נישט דו די מעגליכקייט צי טראכטן, אדער סיי וואספארא בארעכטוגונג אנצינעמען וואס מיר טראכטן.


נאכאמאהל. ס'איז זייער פשוט וואס פארשטייסטו נישט?

בחירה מיינט טוהן עפעס לויט די רצון. אוודאי איז מעגלעך צו טוהן זאכן אהן קיין רצון, איך וועל געבן עטליכע דוגמאות: איינער וואס גייט אין תפיסה, אן עפעלעפטיק וואס פאלט צאם, אדער איינער וואס קעקעצט. די אלע זאכן טוהען מענטשן אן קיין רצון. אבער דווקא די זאכן זענען פון די איינציגסטע זאכן וואס כולי עלמא מודי אז ס'איז נישט דא קיין בחירה.

סאו. קומט אויס אזוי: א זאך וואס דו טוסט לויט דיין רצון מיינט עס אז דו האסט בוחר געווען אזוי, איז דארט יא דא א בחירה. א זאך וואס דו טוסט בהכרח אן דיין רצון האסטו נישט קיין בחירה.

יעצט, איך בין מודה אז ס'איז דא בחירה, דהיינו געוויסע זאכן קען מען טוהן לויט די רצון. אבער די רצון אליין קומט דאך נישט פון די רצון, סאו אויף די רצון איז נישט דא קיין בחירה. ודו"ק.

נהורא נפישא » פרייטאג מערץ 1, 2019 2:47 pm

· #425487
הקטן, א) כ'האב אייביג געזאגט אז מיר עקספיריענסן בחירה און כ'האב געזאגט אז וועגן דעם איז די איידיע פון דיטערמאניזם קאונטער-אינטועטיוו
ב) בנוגע דאס וואס דו זאגסט אז עס איז דא א סתירה און מיינע ווערטער אויב צו האלטן די איידיע פון די דיטערמאניזם איז א מעלה אדער א חסרון האסטו ווארשיינליך בכלל נישט געכאפט וואס איך זאג און לאמיך עס נאכאיינמאל פרובירן מסביר צו זיין
יעדע קלארקייט וואס מ'האט איבער פסיכלאגיע אפילו עס איז נישט דוקא א ריכטיגע שיטה קען ברענגען א געוויסע זעלבסטזיכערקייט און רואיגקייט פארן מענטש און דערפאר איז דא א בענעפיט אויך פון וויסן און פארשטיין אז מענטשן זענען דיטערמאניסטיק לענין זה אבער פארשטייט זיך אז מ'דארף נישט גלויבן דוקא און דעם הגם איך זעה עפעס יוניק און דעם.
דיטערמעניזם איז א צומישקייט פאר ווער ס'פארשטייט נישט וויאזוי ס'ארבעט און וואס צו מאכן דערפין.
אויב איינער לערנט פשט אז מכח דיטערמאניזם איז ער נישט אחראי אויף זיינע מעשים וועט ער ממילא געוואויר ווערן אז ער גייט ווערן געהאלטן אחראי.
מענטשן האבן הנאה פון לעבן נישט וועגן אן אמת ווס. שקר געיעג נאר צוליב א סיפוק וואס מ'האט צו ערפילן די געפילן אויף א פאזיטיוון אופן.
מענטשן קענען זען אן אידיאל נישט דוקא אין וואס ס'איז אמת נאר אין וואס איז אטראקטיוו
מענטשן ווילן סורווייון, עס איז פאר יעדנ'ס בענעפיט צו מאכן א סאשעל קאנטרעקט צו לעבן אין א סאסייעטי ווי עס דא א פארזיכערונג פאר יעדנ'ס לעבן
דאס וואס מענטשן שרייען פון די דעכער, אחריות! אחריות! איז נישט די נקודה די אמתיות שבו נאר די אזהרה שבו ווייל דאס איז א דאזע צו שטופן די מעכאניזם זאל גיין לטובת הכלל און דאס זעלבסט איז דיטערמאניסטיק צו זיין אדאפטיוו פאר די סורווייוול פון די מענטשליכע ראסע

חתן בחור » זונטאג מערץ 3, 2019 1:01 am

· #425502
Re: למעשה, האב איך בחירה?
נהורא נפישא
שטיצער פאר בחירה באזירט אויף סייענס טענה'ן אז אין קוואנטעם מעקעניקס זעט מען אז עס איז פארהאן טשאנס. ראשית איז די זאך נישט גענוג נאכגעפארשט אויב ס'איז טאקע במקרה, קען זיין מ'האט פשוט נישט געטראפן די מעכאניזם וויאזוי זאכן זענען אויף די סובאטאמיק לעוול, צווייטענס איז דאך סוכ"ס די נעט רעזאלט אויף די אטאמיק לעוועל אייביג יא דיטערמענט. דריטענס כ'האב קיינמאל נישט פארשטאנען וואס די אנדערע צד איז אויב זאג איך אז ס'איז נישט דיטערמאנט איז פשט אז די מחשבות און בחירה פונעם מענטש זענען במקרה, איז דאס אפילו מער יושרדיג ?


ראשית ניין, Bell's theorem ווייזט אז די סיבה איז נישט ווייל מ׳האט נישט אויסגעטראפן וויאזוי ס׳ארבייט, נאר ס׳ארבייט אזוי ווייל ס׳האט אן אייגנארטיגן נאטור אז ס׳קען נישט זיין דיטערמענט.

צווייטענס די נעט רעזולטאט ווייזט אז ס׳איז [b]נישט[b/] דיטערמענט.

דריטענס, אז ס׳קען נישט זיין דיטערמענט איז נאך נישט מוכרח אז ס׳איז במקרה. ס׳איז דא וואס האלטן אז די מוח פון א מענטש האט אן אייגנארטיגן נאטור צו קענען מאכן א טשויס אן קיין פריערדיגען אינפוט.

רביה''ק זי''ע » זונטאג מערץ 3, 2019 1:06 am

· #425503
...It all boils down to pseudo-intellect

ועיין ערך אביגדור מיללער, אמנון יצחק, זמיר כהן, יוסף מזרחי, ואטו כרוכלא...

פאר ווער ס'ווייסט נישט וואס פסעוודא-אינטעלעקט איז: ס'איז די מהלך פון נוצן אינטעלעקט נאר ווען ס'קומט אויס גוט פאר מיין שיטה, ווען ס'קומט אבער צו א שיטה זייערער וואס איז נישט אויסגעהאלטן ע"פ אינטעלעקט, גייט די גאנצע אינטעלעקט זייערע אריין אין מיסט-קאסטן, און מ'פאנגט אן רעדן אזעלכע ווערטער ווי "גארנישט איז נישט זיכער", אדער "ס'איז אלץ סוביעקטיוו", "די אלע הוכחות אויף פארקערט זענען נאר א נסיון" וכו' וכו'.

לדוגמא: זיי קענען ברענגען כל מיני ראיות אויף מעמד הר סיני, ווען ס'קומט אבער למשל צו בחירה מיינען אלע ראיות זיראו.

נהורא נפישא » זונטאג מערץ 3, 2019 1:59 am

· #425507
חתן בחור
נהורא נפישא
שטיצער פאר בחירה באזירט אויף סייענס טענה'ן אז אין קוואנטעם מעקעניקס זעט מען אז עס איז פארהאן טשאנס. ראשית איז די זאך נישט גענוג נאכגעפארשט אויב ס'איז טאקע במקרה, קען זיין מ'האט פשוט נישט געטראפן די מעכאניזם וויאזוי זאכן זענען אויף די סובאטאמיק לעוול, צווייטענס איז דאך סוכ"ס די נעט רעזאלט אויף די אטאמיק לעוועל אייביג יא דיטערמענט. דריטענס כ'האב קיינמאל נישט פארשטאנען וואס די אנדערע צד איז אויב זאג איך אז ס'איז נישט דיטערמאנט איז פשט אז די מחשבות און בחירה פונעם מענטש זענען במקרה, איז דאס אפילו מער יושרדיג ?


ראשית ניין, Bell's theorem ווייזט אז די סיבה איז נישט ווייל מ׳האט נישט אויסגעטראפן וויאזוי ס׳ארבייט, נאר ס׳ארבייט אזוי ווייל ס׳האט אן אייגנארטיגן נאטור אז ס׳קען נישט זיין דיטערמענט.

צווייטענס די נעט רעזולטאט ווייזט אז ס׳איז [b]נישט[b/] דיטערמענט.

דריטענס, אז ס׳קען נישט זיין דיטערמענט איז נאך נישט מוכרח אז ס׳איז במקרה. ס׳איז דא וואס האלטן אז די מוח פון א מענטש האט אן אייגנארטיגן נאטור צו קענען מאכן א טשויס אן קיין פריערדיגען אינפוט.

איך קען נישט קיין פיזיקס אבער לויט ווי איך פארשטיי איז בעללס טעארעם בכלל נישט קיין פשוטע זאך צו פארשטיין על בוריה ווייל דאס ברענגט צו די שראדינגערס קאץ פאראדאקס, ממילא ביז ווילאנג מ'קען נישט פארענטפערן די סתירות ווייזט דאס אז עס פעלט הבנה אין דעם ענין ממילא קען מען נישט ציען קיין מסקנות דערפין אבער בעיקר דארף מען בכלל נישט אריינשלעפן פיזיקס אהער ווייל וויאזוי דו זאלסט עס דרייען צו ס'איז דיטערמאניסטיק צו ס'איז רענדאם איז אלס די זעלבע פראבלעם, רענדאמנעס מאכט נאך ערגער דעם פראבלעם.

און דאס אז סאיז פארהאן עפעס א נקודה אין די וועזן פונעם מענטש וואס האט בעומק עפעס א בחירה, ווער האט אים געגעבן אט די כח, די מענטש האט זיך דאס נישט אליין געמאכט און פארוואס ביי יעדען ברענגט דאס צו וועלן אנדרעש וואס איז למעשה די חילוק צעווישן איין מענטש און א צווייטן לענין זה ?

נהורא נפישא » זונטאג מערץ 3, 2019 2:29 am

· #425510
חתן בחור , צו זאגסטו אז אויף די אטאמיק לעוול איז אויך פארהאן רענדעמנעס ? אדרבה צייגט מיר א מקור דערויף.
ובדרך אגב ווען מ'רעדט אסאך מאל פון רענדעמנעס מיינט דאס נישט באמת רענדעם נאר מכח אונזער אוממעגליכע אבזארוואציע, למשל ווען איינער ווארפט א מטבע אן קיין שום חשבון וויאזוי ס'זאל פאלען צו אויפן קאפ צו אויפן וויידל וואס עס גייט באמת געשען גייט נישט זיין רענדעם לויט די געזעצן פון פיזיקס עס גייט זיין עפעס א סיבה פארוואס ס'זאל פאלן איין וועג איבער די אנדערע.

חתן בחור » זונטאג מערץ 3, 2019 2:38 am

· #425511
Re: למעשה, האב איך בחירה?
רביה''ק זי''ע
...It all boils down to pseudo-intellect

ועיין ערך אביגדור מיללער, אמנון יצחק, זמיר כהן, יוסף מזרחי, ואטו כרוכלא...

פאר ווער ס'ווייסט נישט וואס פסעוודא-אינטעלעקט איז: ס'איז די מהלך פון נוצן אינטעלעקט נאר ווען ס'קומט אויס גוט פאר מיין שיטה, ווען ס'קומט אבער צו א שיטה זייערער וואס איז נישט אויסגעהאלטן ע"פ אינטעלעקט, גייט די גאנצע אינטעלעקט זייערע אריין אין מיסט-קאסטן, און מ'פאנגט אן רעדן אזעלכע ווערטער ווי "גארנישט איז נישט זיכער", אדער "ס'איז אלץ סוביעקטיוו", "די אלע הוכחות אויף פארקערט זענען נאר א נסיון" וכו' וכו'.

לדוגמא: זיי קענען ברענגען כל מיני ראיות אויף מעמד הר סיני, ווען ס'קומט אבער למשל צו בחירה מיינען אלע ראיות זיראו.


כ׳קען זיך נישט קריגן מיט׳ן געדאנק פון pseudo intellectualism, אבער אויפ׳ן מינוט קען איך דיר זאגן אז די שפרינג וואס די מאכסט דורך לאגיק צום רצון אז ס׳מוז האבן א מצוי ראשון איז נישט קיין אויסגעהאלטנע הכרח עפ״י פיליזאפיע. און לאמיר נישט אריינברענגן דא די הכרחות פאר׳ן באשעפער, ס׳איז א זאך פאר זיך.

עיין פה ועוד.

<a class="postlink" href="https://en.m.wikipedia.org/wiki/Problem_of_mental_causation">https://en.m.wikipedia.org/wiki/Problem ... _causation</a>

https://en.m.wikipedia.org/wiki/Mind–body_dualism

.

רביה''ק זי''ע » זונטאג מערץ 3, 2019 3:05 am

· #425512
חתן בחור
די שפרינג וואס די מאכסט דורך לאגיק צום רצון אז ס׳מוז האבן א מצוי ראשון איז נישט קיין אויסגעהאלטנע הכרח עפ״י פיליזאפיע.
כ'פארשטיי נישט קיין ווארט וואס דו רעדסט דארט.

חתן בחור
און לאמיר נישט אריינברענגן דא די הכרחות פאר׳ן באשעפער, ס׳איז א זאך פאר זיך.
ס'גארנישט קיין זאך פאר זיך...

חתן בחור » זונטאג מערץ 3, 2019 3:24 am

· #425513
Re: למעשה, האב איך בחירה?
נהורא נפישא
חתן בחור
נהורא נפישא
שטיצער פאר בחירה באזירט אויף סייענס טענה'ן אז אין קוואנטעם מעקעניקס זעט מען אז עס איז פארהאן טשאנס. ראשית איז די זאך נישט גענוג נאכגעפארשט אויב ס'איז טאקע במקרה, קען זיין מ'האט פשוט נישט געטראפן די מעכאניזם וויאזוי זאכן זענען אויף די סובאטאמיק לעוול, צווייטענס איז דאך סוכ"ס די נעט רעזאלט אויף די אטאמיק לעוועל אייביג יא דיטערמענט. דריטענס כ'האב קיינמאל נישט פארשטאנען וואס די אנדערע צד איז אויב זאג איך אז ס'איז נישט דיטערמאנט איז פשט אז די מחשבות און בחירה פונעם מענטש זענען במקרה, איז דאס אפילו מער יושרדיג ?


ראשית ניין, Bell's theorem ווייזט אז די סיבה איז נישט ווייל מ׳האט נישט אויסגעטראפן וויאזוי ס׳ארבייט, נאר ס׳ארבייט אזוי ווייל ס׳האט אן אייגנארטיגן נאטור אז ס׳קען נישט זיין דיטערמענט.

צווייטענס די נעט רעזולטאט ווייזט אז ס׳איז נישט[b/] דיטערמענט.

דריטענס, אז ס׳קען נישט זיין דיטערמענט איז נאך נישט מוכרח אז ס׳איז במקרה. ס׳איז דא וואס האלטן אז די מוח פון א מענטש האט אן אייגנארטיגן נאטור צו קענען מאכן א טשויס אן קיין פריערדיגען אינפוט.

איך קען נישט קיין פיזיקס אבער לויט ווי איך פארשטיי איז בעללס טעארעם בכלל נישט קיין פשוטע זאך צו פארשטיין על בוריה ווייל דאס ברענגט צו די שראדינגערס קאץ פאראדאקס, ממילא ביז ווילאנג מ'קען נישט פארענטפערן די סתירות ווייזט דאס אז עס פעלט הבנה אין דעם ענין ממילא קען מען נישט ציען קיין מסקנות דערפין אבער בעיקר דארף מען בכלל נישט אריינשלעפן פיזיקס אהער ווייל וויאזוי דו זאלסט עס דרייען צו ס'איז דיטערמאניסטיק צו ס'איז רענדאם איז אלס די זעלבע פראבלעם, רענדאמנעס מאכט נאך ערגער דעם פראבלעם.

און דאס אז סאיז פארהאן עפעס א נקודה אין די וועזן פונעם מענטש וואס האט בעומק עפעס א בחירה, ווער האט אים געגעבן אט די כח, די מענטש האט זיך דאס נישט אליין געמאכט און פארוואס ביי יעדען ברענגט דאס צו וועלן אנדרעש וואס איז למעשה די חילוק צעווישן איין מענטש און א צווייטן לענין זה ?


בעללס טעאריע איז געווארן אויפגעוויזען אז ס׳איז אמת דורך פארשידענע עקספערימענטס.

ס׳איז דא פאקטישע פאראדאקסעס צווישן פיזיקס און קוואנטום מעכאניקס, ווי למשל quantum entanglement, די גאנצע וועלט פון קוואנטום מעכאניקס שלאגט זיך מיט׳ן אנגענומענע מציאות, דערפאר איז צוויי וועלטן, איינס פון קלאסישע פיזיקס און איינס פון מאדערן פיזיקס. דערווייל האט מען נאכנישט געפונען קיין וועג פון צוזאמברענגן ביידע און מ׳זוכט נאך א Grand unified theory.

אלענספאלס, אפילו ס׳פעלט הבנה אין דעם, און ס׳איז דא סתירות, ווייזט אבער עקפערימענט נאך עקספערימענט אז דאס איז די מציאות. ס׳איז נישט רענדאם! ס׳ווייזט אז ס׳איז א יסודות׳דיגן מציאות פונעם וועלט אז מ׳קען נישט אויסרעכענן זאכן פון פאראויס. ס׳איז דא טאקע פיזיקאלער וואס האלטן אפילו אז די קאנטשעסנעס פון א מענטש [b]מאכט
דאס מציאות!

די כוח האט א מענטש דורכ׳ן נשמה, אין דורך דעם קען ער אפמאכן וואס ער וויל.

לאמיך צוטירן א שטיקל פון וויקיפודיע איבער Interactionism, וואס איז די געדאנק אז די קאנטשעס פון א מענטש איז לויטער פיזיש ממילא מוז אלעס האבן א cause.

Interactionism is the view that mental states, such as beliefs and desires, causally interact with physical states. This is a position which is very appealing to common-sense intuitions, notwithstanding the fact that it is very difficult to establish its validity or correctness by way of logical argumentation or empirical proof. It seems to appeal to common-sense because we are surrounded by such everyday occurrences as a child's touching a hot stove (physical event) which causes him to feel pain (mental event) and then yell and scream (physical event) which causes his parents to experience a sensation of fear and protectiveness (mental event) and so on.

נהורא נפישא » זונטאג מערץ 3, 2019 5:43 am

· #425515
דו נוצט פארשידענע טעאריעס פון פיזיקס וואס עס פעלט אונז הבנה צו ציען סיי וואספארא מסקנות דערפין. פאקטיש דורך די פארבלענדעניש ברענגט דאס בכלל נישט נענטער צו קיין פארשטענדעניש איבער וואס בחירה איז אבער דו האלטסט און איין איבערחזרן א געוויסע מסקנא וואס קענסט נישט מסביר זיין בכלל וואס דו זאגסט און דו ענטפערסט בכלל נישט אויף דעם, ביטע זיי מסביר פון וואו דער כח הבוחר שטאמט און פארוואס איז דא א חילוק צעווישן איין מענטש און די צווייטע, אויב זענען מיר טאקע זעלבסשטענדיגע בוחרים און אונז זעען מיר וואו פאקטיש יעדענס בחירה סיסטעם פירט זיי צו אנדערע בחירות קומט דאך אויס אז יעדנס בחירה סיסטעם ארבעט אנדרעש און ווען ראובן וואלט ווען געהאט שמעון'ס סיסטעם וואלט ער דאך געוועלט ווי ראובן קומט אויס אז סוכ"ס נישט דער מענטש האט אויסגעוועלט דעם בחירה סיסטעם, ביטע פאר דו ענטפערסט אן אומפארשטענדליכע פארדרייעניש זיי אויפריכטיג און זאג צו דו פארשטייסט באמת וואס דו זאגסט אדער דו האסט עפעס א דעה קדומה וואס דו דארפסט נאכקומען און מיישב זיין.
דיין מהלך פון ארגומענט ברענגט דיר ענדרעש צו סקעפטיסיזם און עפענט ענדלאזע מעגליכקייטן אבער אנשטאטס האסטו זיך אויסגעוועלט עפעס א מהלך וואס דו ביסט נישט מצליח מסביר צו זיין, די איינציגסטע סיבה פארוואס דו זאלסט פרובירן אפילו צו גיין יענע וועג איז צוליב די שטארקע עקספיריענס וואס מיר האבן אז מיר זענען בוחרים אבער מיט די סקעפטישע ארגומענטן דארפסטו זיין די ערשטע צו זאגן אז וואס מיר עקספיריענסן זאגט אונז גארנישט.
נאך איין טובה פרובירט דאס מסביר צו זיין אויף פשוט אידיש נישט מיט קיין לינקס און אויסצוגן ווייל דאס גייט נישט העלפן אויסצוקלארן נאר מער פארבלענדן.

נהורא נפישא » זונטאג מערץ 3, 2019 9:38 am

· #425519
לאמיר לאזן דאס ארויסנעמען סיי וועלכע איידיע פון פיזיקס צום לעצט, לאמיר קודם פרובירן צו מאכן א לאגישע ארגומענט מכח עטליכע הנחות, און איר זייט מוחל ווייזט מיר אן וואו מיין ארגומענט איז אדער לעכערליך, אדער אז מ'קען אריינברענגן אנדערע הנחות אין די עקוועיזשאן.
ביזט מודה צו אזא הנחה אז מ'קען נישט באשולדיגן ראובן פאר די מעשים פון שמעון ?
אויב יא, וויל איך פרעגן וויאזוי ארום ראובן זעלבסט קען מען יא באשולדיגן פאר זיינע מעשים ווען ראובן זעלבסט איז א תוצאה פון אן אנדערע מעשה דאס הייסט פון זיין באשאפער.
ממ"נ אויב די סיבה פארוואס ראובן פירט זיך אויף אנדרעש פון שמעון איז צוליב ווייל זיי זענען אנדרעש און אה"נ אויב לו יצוייר וואלט ער געווען איידענטיקל ביים טיפה ראשונה גלייך צו שמעון וואלטן זיי זיך אויפגעפירט די זעלבע קומט אויס אז גאט איז די דירעקטער גורם פאר ראובן'ס אויפפירונג (און פארשטייט זיך וואס צו מאכן דערפין וועט זיך ווענדן וויאזוי מ'וועט דעפינירן די מושג פון גאט)
אויב אבער האט דאס גארנישט צו טאן וויאזוי גאט האט זיי באשאפן ווייל אפילו זיי וואלטן געווען איידענטיקל האבן זיי אין זיך עפעס א כח הבחירה וואס איז זעלבסשטענדיק דאן דארף מען זיך פרעגן פארוואס סוכ"ס פירן זיי זיך טאקע אויף אנדרעש, סוכ"ס זענען זיי אידענטיש סיי מכח זייער פאטענציעל און סיי מכח זייערע אומשטענדן אלא מאי ס'דא עפעס א באהאלטענע כח ווי א קוואנטאם כח וואס באווירקט יענעם צו וועלן אנדרעש, אבער ווער האט געמאכט דעם קוואנטעם כח ?
וואו איז די לעכערליכקייט פון מיין ארגומענט
וועלכע אנדערע הנחה קען מען אריינברענגן אין די עקוועזשאן
אדער אפשר איז לאגיק בכלל נישט רעלאווענט

עגלה ערופה » זונטאג מערץ 3, 2019 9:51 am

· #425521
קוואנטאם מעקעניקס איז אויך דעטערמענירט, אפילו דו באקומסט אייביג אנדערע תוצאות. ווי קוואנטאם מעקעניקס ארבעט איז אז פארטיקלס ווערן כוואליעס און זיי צעשפרייטן זיך און געפינען זיך אויף אסאך פלעצער אויף איין מאהל. זיי ארבעטן פונקט אזויווי כוואליס פון וואסער. און פינקט ווי כוואליעס פון וואסער זענען דעטערמאנירט, אזוי אויך קוואנטאם מעקעניקס. מ'ניצט די זעלבע מאטאמאטיקס פון כוואליעס פון וואסער פאר כוואליעס פון קוואנטאם מעקעניקס.

די פשוט'סטע מהלך פון קוואנטאם מעקעניקס איז אז די גאנצע יונעווערס ווערט אויך א כוואליע און ס'צעשפרייט זיך צו אסאך יונעווערסעס מיט קליינע חילוקים צווישן זיי. אין איינער פון די יונעווערסעס זעהסטו איין תוצאה, און אין די אנדערע איז דא א קאפי פון דיך וואס זעהט א אנדערע תוצאה. און איעדע איינער פון די יונעווערסעס קוקט די מענטש אן ווי ס'איז רענדאם און וואונדערט זיך פארוואס ס'איז פונקט אויסגעקומען אזוי און נישט פארקערט. וואס למעשה איז עס יא דיטערמענד און פיזיקער קענען אויסרעכענען פינקטלעך וויפיל פראצענט פון די יונעווערסעס וועסטו זעהן אזוי און וויפיל פראצענט פון די יונעווערסעס וועסטו זעהן אזוי.

הקטן » זונטאג מערץ 3, 2019 10:00 am

· #425522
@נהורא נפישא
דיין הנחה איז געבויט אויף
א. The law of causality און דו האסט דאס קיינמאל נישט אויפגעגעבן.
כדי צי פארשטיין די צד פין בחירה חפשית דארפסטו זיין גרייט אז קאז-אין עפעקט איז נאר א כלל אין "פיזיקס" נישט און די "מענטל"

ב. דו נעמסט אן אז די מענטעל כח וואס דער מענטש האט איז ריין "פיזיקס" (וואס איך ריף סטאק-אין-מעטערעליזעם)
כדי צי פארשטיין די צד פין בחירה חפשית דארפסטו זיין אפען צי די צד אז סאיז דא צוויי באזינדערע כחות מענטעל\מיינד\נפש און א אנדערע כח וואס דאס איז ברען\גוף\פיזיקעל און סאיז דא אן interface צווישען די צוויי.
און דו The law of causality גייט אן נאר און די פיזישע חלק און נישט אין די נפשיתדיגער חלק וואס האט א כח אויף די פיזישע.
ביז וואו לאנג די קענסט נישט אננעמען דאולאיזעם וועסטו נישט קענען פארשטיין די צד פין בחירה חפשית. דו ביסט גערעט אין עולם הפיזיק וואו אזוי וועסטעס דרייען וועסטו דיך טרעפען מיט דיטערמענט.


ווען דו שרייבסט: אלא מאי ס'דא עפעס א באהאלטענע כח ווי א קוואנטאם כח וואס באווירקט יענעם צו וועלן אנדרעש איז ווייל די ביסט געבינדען צי די The law of causality און ס'איז דיר שווער זיך ארויסציזען דערפין
דיין אלא מאי איז א false choice




בדרך אגב: איך האלט נישט אז קוואנטעם מעקעניקס איז די וועג צי בחירה חפשית, אויב עפעס, דינט דאס נאר צי צוווארפען די The law of causality
רענדעם מיט בחירה חפשית זענען זייער וואט אפארט.

נהורא נפישא » זונטאג מערץ 3, 2019 10:01 am

· #425523
עגלה ערופה אזוי פארשטיי איך אויך, אבער איך וויל נישט ער זאל זיך ארויפכאפן דערויף, סוכ"ס בין איך נישט קיין פיזיקער און איך לאז אים נעמען סיי וואספארא איידיע פון פיזיקס אריין אין די עקוועיזשאן און לאמיר זען די לאגישע תוצאה דערפין.

נהורא נפישא » זונטאג מערץ 3, 2019 10:04 am

· #425524
הקטן, איז זאגסטו אז ס'קען זיין צוויי איידענטיקל טיפות ראשונות וואס גייען דורך גיין די זעלבע אומשטענדן און פונדעסטוועגן אן קיין שום כח פון אינעווייניג אדער פון דרויסן קענען זיי וועלן אנדרעש ?
דאס איז ביי דעפינישן לאגיש אוממעגליך ווייל אויב זענען זיי טאקע אידענטיקל דאן קענען זיי נישט ביי דעפינישן זיין אנדרעש אויף קיין שום וועג
א חוץ אויב די קוועסטשענטס לאגיק זעלבסט, אבער דאן קענסטו נישט באשלוסן קיין שום הנחה איבער מענטל ענינים.

הקטן » זונטאג מערץ 3, 2019 10:15 am

· #425525
דו פרעגסט צי די צוויי אידענטיקעל טיפות גייען זיך אויפפירן אנדערש?
פארוואס נישט?!?
זיכער אזוי!
און סיאז קיינמאל נישט איבערגעוויזען געווארן אנדערש!

נאר וואס? דיין אינטאישען זאגט די אנדערש
ני וואו אזוי זאגסטו, סדא זאכן וואס ס'איז קאנטער אינטאעטיוו.


ווען די רעדסט פין "טיפות ראשונות" האסטו מיך און דיך אריינגעשלעפט און עולם המאטריאל, און מאטריאל only.
און די ביסט גערעכט, וואו אזוי די טיפה וועט זיך פירן איז "דיטערמענט" סווענד זיך און אינערליכע און אויסערליכע גורמים.
די סיבה פארוואס די צוויי טיפות גייען ביהעווען אנדערש איז ווייל א דרויסענדיגע כח גייט טוישען די פיזיקס פין זיי ביידע.
דער דרויסענדיגע כח איז דער "אני" פין דער מענטש

דער "אני " פין דער מענטש, האלט דער דוליסט, איז נישט זיין טיפה רשונה - און בחירה חפשית קימט נישט פין סיי וואס האט א שייכת מיט טיפה רישונה

נהורא נפישא » זונטאג מערץ 3, 2019 10:21 am

· #425526
אקעי אבער דאן זענען זייערע נשמות נישט אידענטיקל.
מיין שאלה איז אויב ס'מעגליך אז צוויי איידענטיקל טיפות ראשונות מיט די זעלבע הויעכע אדער נידריגע נשמה אונטער די זעלבע אומשטענדן, וועלן די תוצאות זיין אנדרעש ?

עגלה ערופה » זונטאג מערץ 3, 2019 10:26 am

· #425527
רביה''ק זי''ע
...It all boils down to pseudo-intellect

ועיין ערך אביגדור מיללער, אמנון יצחק, זמיר כהן, יוסף מזרחי, ואטו כרוכלא...

פאר ווער ס'ווייסט נישט וואס פסעוודא-אינטעלעקט איז: ס'איז די מהלך פון נוצן אינטעלעקט נאר ווען ס'קומט אויס גוט פאר מיין שיטה, ווען ס'קומט אבער צו א שיטה זייערער וואס איז נישט אויסגעהאלטן ע"פ אינטעלעקט, גייט די גאנצע אינטעלעקט זייערע אריין אין מיסט-קאסטן, און מ'פאנגט אן רעדן אזעלכע ווערטער ווי "גארנישט איז נישט זיכער", אדער "ס'איז אלץ סוביעקטיוו", "די אלע הוכחות אויף פארקערט זענען נאר א נסיון" וכו' וכו'.

לדוגמא: זיי קענען ברענגען כל מיני ראיות אויף מעמד הר סיני, ווען ס'קומט אבער למשל צו בחירה מיינען אלע ראיות זיראו.


בכלל די נושא פון קוואנטאם מעקעניקס האבן די חברה זייער שטארק ליב. זיי כאפן זיך ארויף דערויף צו מסביר זיין אלע זייערע שטותים. ס'מאכט עס אויסזעהן מער לעדזשיט אז מ'ניצט אזעלעכע הויכע ספוקי ווערטער. אפילו זיי האבן גארנישט מסביר געווען, זיי האבן געזאגט פינקט די זעלבע זאך ווי פריער, האבן זיי אבער צוגעלייגט די ווארט "קוואנטאם מעקעניקס" איז שוין אלעס פארענטפערט.

זיי ניצן קוואנטאם מעקעניקס צו מסביר זיין בחירה, קאנטשעסנעס, און וואס נישט. איינמאהל וועלן זיי אפשר אויפקומען אז אלו ואלו דא"ח איז אזויווי קוואנטאם מעקעניקס וואס אן עלעקטראן קען זיך געפונען צוויי פלעצער אויף איינמאהל, אזוי אויך קען זיין אין איין יונעווערס איז אזוי, און א צווייטע איז אזוי, און ביידע זענען אמת.

הקטן » זונטאג מערץ 3, 2019 10:27 am

· #425528
נהורא נפישא
אקעי אבער דאן זענען זייערע נשמות נישט אידענטיקל.
מיין שאלה איז אויב ס'מעגליך אז צוויי איידענטיקל טיפות ראשונות מיט די זעלבע הויעכע אדער נידריגע נשמה אונטער די זעלבע אומשטענדן, וועלן די תוצאות זיין אנדרעש ?

דא האסטו אנדעקט דיין סטאק'נעס

א. The law of causality און דו האסט דאס קיינמאל נישט אויפגעגעבן.
כדי צי פארשטיין די צד פין בחירה חפשית דארפסטו זיין גרייט אז קאז-אין עפעקט איז נאר א כלל אין "פיזיקס" נישט און די "מענטל" אדער און נשמות
א נשמה דארף נישט האבן א סיבה צי טון עפעס, פאר א נשמה איז געניג א טעם אז ער זאל בוחר זיין עפעס

די נעקסטע move וואס א נשמה נעמט איז נישט ציגעבינדען און געוואנדן אין וואס איז געווען פריער, פארוואס מיינסטו אז יא?
נשמות שטערבן צו ...
נישט, ווערן געטריבען אדער לויפן פין ...

דאס מיינט צוויי אידענטיקעל נשמות קענען מאכן צוויי באזינדערע moves און אנקימען צי צוויי אנדערע פלעצער.
אזאך וואס מען זעט נישט און עולם "הקלעסיקעל" פיזיקס
אויב געסטו אויף די The law of causality, און די נפש ספעיר, דאן פארוואס נישט?
לאגיק לאזט!

נהורא נפישא » זונטאג מערץ 3, 2019 11:09 am

· #425532
הקטן איך פארשטיי נאכאלטץ נישט וואס דו זאגסט, ווייל מיין לאגיק זאגט מיר אז ביי דעפינישאן איז אומעגליך א נשמה זאל זיין איידענטיקל צו א צווייטע נשמה און אין די זעלבע צייט ארויסגעבן אנדערע תוצאות ס'איז ביי דעפינישן א סתירה מיניה וביה
דא רעדט מען אפילו נישט פון א פאראדאקסישע מציאות נאר פון א סטעיטמענט וואס איז סותר מיניה וביה אן אקסימאראן.
נניח אז מ'קען מאכן אזא ארגומענט וויאזוי קענסטו באשטעטיגן אז די ארגומענט וואס דו זאגסט איז ריכטיג, זאגסט עס בדרך אפשר אדער בדרך וודאי ?

עגלה ערופה » זונטאג מערץ 3, 2019 11:43 am

· #425533
פארגעס די אלע טערמינען: נפש, נשמה, דיטערמאניסם, רענדאם, קוואנטאם, איידענטיקעל, נישט איידענטיקל. פארגעס די אלע טערמינען.
וויאזוי ס'זאל נאר זיין וואס איז די קאוז פון דיין בחירה, וויאזוי דו ווילסט עס נאר רופן; נפש, נשמה, קוואנטאם מעכאניקס וכו' איז די זאך קען נישט זיין די גורם פון זיך אליין. נאר וואס יא? קען זיין רענדאם, קען זיין קוואנטאם מעכאניקס, קען זיין גרין, רויט, בלו... וואס דו ווילסט עס נאר רופן. אבער דו קענסט נישט באשילדיגן די זאך אליין ווייל ס'האט זיך נישט גורם געווען.

בחירה שטימט פשוט נישט מיט לאגיק, א זאך וואס שטימט נישט מיט לאגיק מיינט אז ס'איז זיך אליין סותר. למשל א זאך וואס איז גרעסער פון זיך אליין שטימט נישט מיט לאגיק ווייל ס'איז זיך אליין סותר. אדער א זאך וואס איז זיך אליין גורם שטימט נישט מיט לאגיק וויל ס'איז זיך סותר.

אזוי אויך אבסעלוט בחירה איז זיך אליין סותר, ווייל ס'דארף זיך אליין גורם זיין.

נהורא נפישא » זונטאג מערץ 3, 2019 11:50 am

· #425534
לייגסט דאך עס אראפ בעסער ווי מיר
הקטן האלט נאר אין איין איבערחזרן אז עס איז ניטשא קיין שום סיבה ווייל ווען ס'קומט צו די נשמה איז נישט אויפגעוויזן געווארן אז ס'דארף האבן א סיבה



נאר וואס ?
א טעם, וואטעווער דעט מינס
הקטן, וואס איז די חילוק פון טעם און סיבה, אפשר זאל איך נוצן די טערמין מניע ?
פון וואו קומט אז צוויי איידענטיקל נשמות אונטער די זעלבע קערפערליכע אומשטענדן זאלן האבן אן אנדערען טעם ?
נאר היות מיר האבן געשמועסט אז ווען ס'קומט צו די נשמה דארף עס נישט א סיבה ממילא דארף די חילוק אין טעמים אויך נישט קיין סיבה, והיא כפתור ופרח.

הקטן » זונטאג מערץ 3, 2019 12:21 pm

· #425537
נהורא נפישא

הקטן, וואס איז די חילוק פון טעם און סיבה, אפשר זאל איך נוצן די טערמין מניע ?...


סיבה\מניע\גורם:
שטיפט איין איינציגער outcome!
עפענען די switch איז די סיבה פארוואס די לייט איז אפען
די לייט איז אפען ווייל די switch איז אפען

טעם\הסבר:
איינס פין מערערע הסברים וואס זענען געווען אפציעס:
פארווס ביסטו געפארן אויף קאלערפאניע?
ווייל איך האב געוואלט זיין אויף א ווארעמע פלאץ
איך האב אויך געקענט פארן אויף פלארידע
אדער בלייבן אונדערהיים, ווייל איך וויל זיין מיט די קינדער.


איידענטיקל:
עפעס וואס איז יעצט אין דער זעלבער מצב
לאגיק לאזט ביידע זיין און אן אנדערע מצב שפעטער

לאגיק איז נישט דער וואס פאדערט א גורם אדער סיבה, פאר צוויי זאכן וואס זענען איידענטיקל זאלן קענען מאכן א פרייער move, אינזער אינטאישען פאדערט דאס
לאגיק פארלאנגט ניטעמאל קיין טעם , לאגיק האט בכלל נישט קיין פראבלעם אויך מיט רענדעם
דו קלעבסט אן א לימיט אויף זאכן וואס זענען איידענטיקל אז זיי קענען נישט זיין פרייע טאנצערס, זיי מיזען נעבעך האבן א גורם, דאס האט נישט קיין שייכת מיט זיין איידענטיקל יעצט, און דאס איז זיך בכלל נישט סותר.

נהורא נפישא » זונטאג מערץ 3, 2019 12:29 pm

· #425538
הקטן, ס'מאכט סענס וואס איך גיי יעצט זאגן.
אסאך מאל זעט מען א רשע טון א גוטע זאך, די סיבה איז פארשטייט זיך די נשמה, ווייל ס'קען זיין אז זיין נשמה האט זיך פארטוישט מיט א צדיק און טאקע ס'לייגט זיך אויפן שכל אז פונקט דעמאלטס ווען די רשע טוט א גוטע זאך טוט די צדיק א שלעכטע זאך. די נשמה קען אבער נישט צו לאנג אנציען אין אזא חומריותדיגן קערפער נאך דעם ווען די פריערדיגע נשמה האט אים אפגעהרגט דערפאר נאך זעקס און פופציג שעה טאמער טוישט זיך נישט די נשמה צוריק גייען זיי ביידע שטארבן, מ'קען ברענגן אסאך ראיות צו דעם פון פיזיקס אבער אכהמ"ל.
דו קומסט מיט אלע מיני סקעפטישע ארגומענטס אבער וואונדער איבער וואונדער ציען ציסטו מסקנות בוודאות.

חתן בחור » זונטאג מערץ 3, 2019 2:04 pm

· #425547
Re: למעשה, האב איך בחירה?
הקטן
@נהורא נפישא
דיין הנחה איז געבויט אויף
א. The law of causality און דו האסט דאס קיינמאל נישט אויפגעגעבן.
כדי צי פארשטיין די צד פין בחירה חפשית דארפסטו זיין גרייט אז קאז-אין עפעקט איז נאר א כלל אין "פיזיקס" נישט און די "מענטל"

ב. דו נעמסט אן אז די מענטעל כח וואס דער מענטש האט איז ריין "פיזיקס" (וואס איך ריף סטאק-אין-מעטערעליזעם)
כדי צי פארשטיין די צד פין בחירה חפשית דארפסטו זיין אפען צי די צד אז סאיז דא צוויי באזינדערע כחות מענטעל\מיינד\נפש און א אנדערע כח וואס דאס איז ברען\גוף\פיזיקעל און סאיז דא אן interface צווישען די צוויי.
און דו The law of causality גייט אן נאר און די פיזישע חלק און נישט אין די נפשיתדיגער חלק וואס האט א כח אויף די פיזישע.
ביז וואו לאנג די קענסט נישט אננעמען דאולאיזעם וועסטו נישט קענען פארשטיין די צד פין בחירה חפשית. דו ביסט גערעט אין עולם הפיזיק וואו אזוי וועסטעס דרייען וועסטו דיך טרעפען מיט דיטערמענט.


ווען דו שרייבסט: אלא מאי ס'דא עפעס א באהאלטענע כח ווי א קוואנטאם כח וואס באווירקט יענעם צו וועלן אנדרעש איז ווייל די ביסט געבינדען צי די The law of causality און ס'איז דיר שווער זיך ארויסציזען דערפין
דיין אלא מאי איז א false choice




בדרך אגב: איך האלט נישט אז קוואנטעם מעקעניקס איז די וועג צי בחירה חפשית, אויב עפעס, דינט דאס נאר צי צוווארפען די The law of causality
רענדעם מיט בחירה חפשית זענען זייער וואט אפארט.


ממש פערל ווערטער זייער גוט געזאגט.

ס׳איז דא צוויי מהלכים, דואליזם און פיזיקאליזם. ווען מ׳ברענגט די טענה פון cause and effect נעמט מען אן די מהלך פון פיזיקאליזם. אבער ס׳איז נישט מוכרח אז ס׳איז אזוי, און ס׳קען נישט זיין מוכרח.

די פיליזאפישע הנחה אז ס׳איז נישט דא קיין יש מאין קומט פון פיזיקס און פערסאנעל עקספעריענס. ווייל טאמער איז עס ווען פיזיקלי מעגליך וואלסטו קיינמאל נישט געהאט אזא קשיא. די זעלבע מיט cause and effect.

חתן בחור » זונטאג מערץ 3, 2019 2:34 pm

· #425553
Re: למעשה, האב איך בחירה?
נהורא נפישא
דו נוצט פארשידענע טעאריעס פון פיזיקס וואס עס פעלט אונז הבנה צו ציען סיי וואספארא מסקנות דערפין. פאקטיש דורך די פארבלענדעניש ברענגט דאס בכלל נישט נענטער צו קיין פארשטענדעניש איבער וואס בחירה איז אבער דו האלטסט און איין איבערחזרן א געוויסע מסקנא וואס קענסט נישט מסביר זיין בכלל וואס דו זאגסט און דו ענטפערסט בכלל נישט אויף דעם, ביטע זיי מסביר פון וואו דער כח הבוחר שטאמט און פארוואס איז דא א חילוק צעווישן איין מענטש און די צווייטע, אויב זענען מיר טאקע זעלבסשטענדיגע בוחרים און אונז זעען מיר וואו פאקטיש יעדענס בחירה סיסטעם פירט זיי צו אנדערע בחירות קומט דאך אויס אז יעדנס בחירה סיסטעם ארבעט אנדרעש און ווען ראובן וואלט ווען געהאט שמעון'ס סיסטעם וואלט ער דאך געוועלט ווי ראובן קומט אויס אז סוכ"ס נישט דער מענטש האט אויסגעוועלט דעם בחירה סיסטעם, ביטע פאר דו ענטפערסט אן אומפארשטענדליכע פארדרייעניש זיי אויפריכטיג און זאג צו דו פארשטייסט באמת וואס דו זאגסט אדער דו האסט עפעס א דעה קדומה וואס דו דארפסט נאכקומען און מיישב זיין.
דיין מהלך פון ארגומענט ברענגט דיר ענדרעש צו סקעפטיסיזם און עפענט ענדלאזע מעגליכקייטן אבער אנשטאטס האסטו זיך אויסגעוועלט עפעס א מהלך וואס דו ביסט נישט מצליח מסביר צו זיין, די איינציגסטע סיבה פארוואס דו זאלסט פרובירן אפילו צו גיין יענע וועג איז צוליב די שטארקע עקספיריענס וואס מיר האבן אז מיר זענען בוחרים אבער מיט די סקעפטישע ארגומענטן דארפסטו זיין די ערשטע צו זאגן אז וואס מיר עקספיריענסן זאגט אונז גארנישט.
נאך איין טובה פרובירט דאס מסביר צו זיין אויף פשוט אידיש נישט מיט קיין לינקס און אויסצוגן ווייל דאס גייט נישט העלפן אויסצוקלארן נאר מער פארבלענדן.


ביטע אנטשולדיגן טאמער קען איך נישט אזוי גוט ארטיקולירן וואס איך מיין ארויסצוברענגן. למעשה ברענגט דא יעדער ארויף אן אנדערע פערספעקטיוו און איינער האט אנגעהויבן מיט קוואנטום מעכאניקס האב איך געשריבען מיין מיינונג.

איך האלט די מאכסט א טעות וועגן די פערסאנעל עקספעריענס פון בחירה. אלעס איז באזירט אויף סאבדשעקטיוו עקספעריענס, אפילו אין סייענס. איינער קען מאכן הונדערטער עקספערימענטס אבער ס׳איז גארנישט ווערט ווילאנג יעדער קען דאס נישט נאכמאכן און באקומען די זעלבע רעזולטאטן. און אז יעדער האט די זעלבע עקספעריענס פון בחירה איז דאס זייער מאסגעבענד.

און נישט קיין חילוק צו וואספארא מסקנא די קומסט צו מכוח לאגיק, קענסטו נישט אפווארפען די עקספעריענס וואס יעדער האט און זאגן אז די מוח נער׳ט אונז אויס. און טאמער זאגסטו אז יא דעמאלטס איז דאס אונזער רעאליטעט סיי ווי סיי, ווייל מ׳האב מיר גארנישט אחוץ דעם.

למשל אז די ווייסט הונדערט פראצענט זיכער עפ״י לאגיע אז א קאר קען נישט פליען. ויהי היום די שפאצירסט ארויס פון הויז און די זעהסט דאס אוממעגליכע! א קאר פליעט! רייבסט דיך די אויגן צו זעהן צי ביזט נישט אין א חלום. אבער ניין, יעדער איינער זאגט אז זיי האבן עס אויך געזעהן.

האסטו צוויי אפציעס. איינס קענסטו זאגן אז ס׳איז אבוויעס אז די מאדעל וואס כ׳האב מיך פארגעשטעלט אין קאפ וויאזוי א קאר ארבייט איז פעלערהאפטיג. אדער קענסטו זאגן אז איך זעלבסט (די מין האנושי) בין פעלערהאפטיג, דהיינו סאבדשעקטיוו עקספעריענס איז נישט מאסגעבענד.

טאמער נעמסטו אן די צווייטע מהלך ווערט עס א פאראדאקס. קענסט צומאכן דיין גמרא און אהיימגיין. ווייל דיין לאגיק איז קיין לאגיק נישט, און דיין פיליזאפיע איז אויך גארנישט, ווייל ס׳איז אלץ באזירט אויף דיין פעלערהאפטיגע סאבדשעקטיוו עקספעריענס.

טראכט אריין גוט אין דעם פוינט.

רביה''ק זי''ע » זונטאג מערץ 3, 2019 2:36 pm

· #425554
חתן בחור
און אז יעדער האט די זעלבע עקספעריענס פון בחירה איז דאס זייער מאסגעבענד.

פארוואס זאגסטו יעדער, איך בין עפעס א מפיל קינד?

הקטן » זונטאג מערץ 3, 2019 2:39 pm

· #425556
רביה''ק זי''ע
חתן בחור
און אז יעדער האט די זעלבע עקספעריענס פון בחירה איז דאס זייער מאסגעבענד.

פארוואס זאגסטו יעדער, איך בין עפעס א מפיל קינד?

חתן בחור, רביה"ק וויפיל ער האט געארבעט אויף זיך, און יא-טאב קליפס געוואטשט, ווערט ער נאך אלץ אויפגערעגט און האט טענות אויף איינעם וואס ער פילט האט אים בעוולט.
ער קען זיך נישט אפשאקלען פין האבן די אינטאישען.
אויב זאל ער אננעמען אז יענער איז בכלל נישט שילדיג וואלט דאס נישט אזוי געווען.

איך ווייס דאס, איך האב געמאכט אן עקספערימעט, ער ווערט באליידיגט און אויפגערעגט, פינקט וואו דו און איך.

חתן בחור » זונטאג מערץ 3, 2019 2:48 pm

· #425559
רביה''ק זי''ע
חתן בחור
און אז יעדער האט די זעלבע עקספעריענס פון בחירה איז דאס זייער מאסגעבענד.

פארוואס זאגסטו יעדער, איך בין עפעס א מפיל קינד?


זינט די האסט נישט קיין בחירה און האסט עס געמוזט שרייבן, פיל איך נישט ווי איך דארף דאס ענטפערן.

חתן בחור » זונטאג מערץ 3, 2019 3:06 pm

· #425561
Re: למעשה, האב איך בחירה?
נהורא נפישא
הקטן איך פארשטיי נאכאלטץ נישט וואס דו זאגסט, ווייל מיין לאגיק זאגט מיר אז ביי דעפינישאן איז אומעגליך א נשמה זאל זיין איידענטיקל צו א צווייטע נשמה און אין די זעלבע צייט ארויסגעבן אנדערע תוצאות ס'איז ביי דעפינישן א סתירה מיניה וביה
דא רעדט מען אפילו נישט פון א פאראדאקסישע מציאות נאר פון א סטעיטמענט וואס איז סותר מיניה וביה אן אקסימאראן.
נניח אז מ'קען מאכן אזא ארגומענט וויאזוי קענסטו באשטעטיגן אז די ארגומענט וואס דו זאגסט איז ריכטיג, זאגסט עס בדרך אפשר אדער בדרך וודאי ?


טראכט גרויס פאר א מינוט. לאז אפ די אלע אוממעגליכקייטן וואס די האסט זיך אויסגעלערנט פונעם וועלט און ס׳האט מצמצם געוועהן דיין מוח.

אלץ בעבי האסטו געהאט א פראבלעם אז צוויי איידענטיקאל נשמות זאלן ארויסגעבן אנדערע תוצאות? ווען איז דיך עס שווער געווארן? ווער האט דיך דאס איינגערעדט?

בחירה האסטו געהאט דעמאלטס, קיינער האט דיך עס נישט געדארפט אויסלערנען.

נהורא נפישא » זונטאג מערץ 3, 2019 3:20 pm

· #425563
חתן בחור, אנטשולדיגט איך האלט שוין דא אפאר בלאט ווייטער און די אלע חידושים האט מען שוין גערעדט פריער.
דאס אז אונזער כח הבחירה האבן מיר פונדאמענטעלי נישט בוחר געווען, איבער דעם איז בכלל נישט געזאגט אז ס'איז סותר אונזער עקספיריענס, איך האב געזאגט אז ס'איז קאונטער אינטועטיוו און עס איז א גרויסע חילוק צעווישן די צוויי.
ווען עפעס איז זיך סותר אין לאגישן מציאות ריפט זיך דאס א פאראדאקס סייענס האלט נישט פון דעם אז לאגיק קען זיך סותר זיין דערפאר זוכט מען אלס נייע טעאריעס.
אין דעים פאל איז נישטא קיין שום פאראדאקס עכ"פ נאכען פארשטיין אז אונזער עקספיריענס פון פרייע ווילן איז פשוט א מעכאניזם פון קאוז און אפעקט.
דאס וואס מיר עקספיריענסן בחירה ווייל אונזער באוואוסטיין און אונזער טשויס זענען איינס.
אבער אז מ'פארשטייט די מעכאניזם פון דרויסן דאן זעט מען אז ס'בכלל נישטא קיין סתירה
ס'איז פונקט אזויווי אפטיקס אז מיר עקספיריענסן אז בלוט איז די קאליר רויט אבער מיר פארשטייען דאך פון אפטיקס פארוואס מיר זעען דאס רויט.
א חוץ אז דו וועסט טענה'ן אז אפשר טאקע איז בלוט רויט בעצם ממילא ווייס איך עכ"פ ווי די שטייסט
א געדאנק עקספירימענט, וואלסטו מסכים געווען צו שטארבן מארגן נאכמיטאג בתנאי אז דו זאלסט קיינמאל וויסן דערפין ?
די תירוץ מוז זיין אז קיין התנגדות קען נישט זיין אז דו האסט דערצי אלזא מיינט עס אז דו באמת מסכים ?
און איין ווארט זאגסטו אז אונזער עקספיריענס דאס זאגט אונז רעאליטעט, האלסטו אז נאר דיין פערזענליכן עקספירענס ווייל דו קענסט אייביג זיין סקעפטיק אז דיין עקספירענס איז די איינציגסטע
ולעצם הענין דו קומסט אן מיט סקעפטעסיזם אבער לויט ווי איך פארשטיי ציעסט פעסטע מסקנות, איז מעגליך אז נאר דו האסט פרייע בחירה ? איי אנדערע זאגן אויך אזוי, דאס איז אבער ווייטער אין דיין עקספיריענס.
אלזא וואס וואלסו געזאגט אז מ'קען אננעמען בוודאות לגבי בחירה.

חתן בחור » זונטאג מערץ 3, 2019 3:42 pm

· #425568
Re: למעשה, האב איך בחירה?
[quote="נהורא נפישא"[ך
אין דעים פאל איז נישטא קיין שום פאראדאקס עכ"פ נאכען פארשטיין אז אונזער עקספיריענס פון פרייע ווילן איז פשוט א מעכאניזם פון קאוז און אפעקט.[/quote]

דאס איז איין וועג פון פארענטפערן דעם פאראדאקס. ס׳איז דא אן אנדערן מהלך וואס הייסט דואליזם וואס זאגט אז ביי קאנטשעסנעס איז נישט שייך דעם געדאנק פון cause and effect.

און ס׳איז דא א כלל אז טאמער קען מען נישט אפפרעגן א מהלך קען מען דאס נישט מוכיח זיין אויך נישט. ממילא עפ״י פיליזאפיע איז cause and effect נישט קיין סתירה אויף בחירה.

דאס איז סך הכל פון אלע מיינע תגובות. איך קום נישט זאגן אז מיין וועג איז ריכטיג און דיינס נישט, איך זאג נאר צו די וואס זענען 100% זיכער אז ס׳איז נישטא קיין בחירה (רביה״ק) אז זייער קייט פון לאגיק איז נישט מוכרח עפ״י פיליזאפיע.

נהורא נפישא » זונטאג מערץ 3, 2019 3:48 pm

· #425570
עקזעקטלי, דו ביסט א סקעפטיק, אבער דו רעדסט נישט פאר הקטן.
בכל אופן מיר איז פארשטענדליך די מאניזם מאדעל און איך קען נאר רעפלעקטירן וואס איך פארשטיי.
זאג מיר צו מקען מוכיח זיין אדער באשטעטיגן די פאלגענדע ;
אסאך מאל זעט מען א רשע טון א גוטע זאך, די סיבה איז פארשטייט זיך די נשמה, ווייל ס'קען זיין אז זיין נשמה האט זיך פארטוישט מיט א צדיק און טאקע ס'לייגט זיך אויפן שכל אז פונקט דעמאלטס ווען די רשע טוט א גוטע זאך טוט די צדיק א שלעכטע זאך. די נשמה קען אבער נישט צו לאנג אנציען אין אזא חומריותדיגן קערפער נאך דעם ווען די פריערדיגע נשמה האט אים אפגעהרגט דערפאר נאך זעקס און פופציג שעה טאמער טוישט זיך נישט די נשמה צוריק גייען זיי ביידע שטארבן, מ'קען ברענגן אסאך ראיות צו דעם פון פיזיקס אבער אכהמ"ל.

הקטן » זונטאג מערץ 3, 2019 3:56 pm

· #425571
נהורא נפישא

בכל אופן מיר איז פארשטענדליך די מאניזם מאדעל און איך קען נאר רעפלעקטירן וואס איך פארשטיי.


ער איז פיל מער וואו א סקעפטיק, ער ציווארפט דיין טענה אז דיטערמעניזעם איז די איינציגסטע לאגישע מסקנה.
און זאגן אז יא, איז פשוט אויבערפלעכליך, איז פשוט נעריש.

נהורא נפישא » זונטאג מערץ 3, 2019 4:01 pm

· #425572
און וואס זאגסטו אז דו איינציגע מהלך וואס איז דא איז דואליזם ?

חתן בחור » זונטאג מערץ 3, 2019 4:13 pm

· #425574
Re: למעשה, האב איך בחירה?
נהורא נפישא
עקזעקטלי, דו ביסט א סקעפטיק, אבער דו רעדסט נישט פאר הקטן.
בכל אופן מיר איז פארשטענדליך די מאניזם מאדעל און איך קען נאר רעפלעקטירן וואס איך פארשטיי.
זאג מיר צו מקען מוכיח זיין אדער באשטעטיגן די פאלגענדע ;
אסאך מאל זעט מען א רשע טון א גוטע זאך, די סיבה איז פארשטייט זיך די נשמה, ווייל ס'קען זיין אז זיין נשמה האט זיך פארטוישט מיט א צדיק און טאקע ס'לייגט זיך אויפן שכל אז פונקט דעמאלטס ווען די רשע טוט א גוטע זאך טוט די צדיק א שלעכטע זאך. די נשמה קען אבער נישט צו לאנג אנציען אין אזא חומריותדיגן קערפער נאך דעם ווען די פריערדיגע נשמה האט אים אפגעהרגט דערפאר נאך זעקס און פופציג שעה טאמער טוישט זיך נישט די נשמה צוריק גייען זיי ביידע שטארבן, מ'קען ברענגן אסאך ראיות צו דעם פון פיזיקס אבער אכהמ"ל.


איך הייב נישט אן צו פארשטיין דיין עקסזעמפל. די רעדטסט פון רשע און א צדיק מיט די נשמה כאילו דאס איז צוויי באזונדערע זאכן. די רשע איז א נשמה און די צדיק איז א נשמה. איי פארוואס בין איך נישט ווי א נשמה אין הימל? ווייל דא אויף די וועלט איז די נשמה צוגעבינדען צום גוף און ממילא קען ער נאר ארויסקוקען פון א קליין פענסטערל און פארשטיין זאכן פונעם גוף׳ס מצומצם׳דיגענס פערספעקטיוו. דאס איז וואס אונז רוף מיר קאנטשעסנעס און דאס איז א ספעציעלע באשעפעניש וואס קען מאכן א טשויס.

די זאגסט אז מאניזם איז פארשטענדליך. דאס אז די באשעפער איז א יש מאין קענסטו יא פארשטיין? איך שטעל מיך פאר אז די גלייבסט עס אפילו די קענסט עס נישט פארשטיין.

חתן בחור » זונטאג מערץ 3, 2019 4:21 pm

· #425576
למעשה, האב איך בחירה?
נהורא נפישא
און וואס זאגסטו אז דו איינציגע מהלך וואס איז דא איז דואליזם ?


נאכאמאל, איך זאג אז מ׳קען נישט וויסן.

איי פארוואס בין איך נוטה צו דואליזם? פשוט ווייל דאס איז מיין סובדשעקטיוו עקספעריענס.

עגלה ערופה » זונטאג מערץ 3, 2019 4:44 pm

· #425578
חתן בחור

דאס איז איין וועג פון פארענטפערן דעם פאראדאקס. ס׳איז דא אן אנדערן מהלך וואס הייסט דואליזם וואס זאגט אז ביי קאנטשעסנעס איז נישט שייך דעם געדאנק פון cause and effect.

אויב ס'איז נישטא קיין קאוז און עפעקט איז דאך זיכער נישטא קיין בחירה. דאס איז דאך די גאנצע דעפינישען פון בחירה: אז איך האב גורם געווען מיין מעשים.

הקטן » זונטאג מערץ 3, 2019 4:57 pm

· #425580
עגלה ערופה
חתן בחור

דאס איז איין וועג פון פארענטפערן דעם פאראדאקס. ס׳איז דא אן אנדערן מהלך וואס הייסט דואליזם וואס זאגט אז ביי קאנטשעסנעס איז נישט שייך דעם געדאנק פון cause and effect.

אויב ס'איז נישטא קיין קאוז און עפעקט איז דאך זיכער נישטא קיין בחירה. דאס איז דאך די גאנצע דעפינישען פון בחירה: אז איך האב גורם געווען מיין מעשים.

לאמער זען צי דו קענסט דאס אליין ענעפרן...
טריי...
איך בין זיכער דו קענסט...

גייט נישט?

עגלה ערופה » זונטאג מערץ 3, 2019 5:00 pm

· #425581
איך האב נישט קיין שום קשיות.
ביי מיך איז שוין אלעס פארענטפערט.

רביה''ק זי''ע » זונטאג מערץ 3, 2019 7:10 pm

· #425589
חתן בחור
זינט די האסט נישט קיין בחירה און האסט עס געמוזט שרייבן, פיל איך נישט ווי איך דארף דאס ענטפערן.

וואס האט הוידל צו בוידל?

רביה''ק זי''ע » זונטאג מערץ 3, 2019 8:31 pm

· #425594
עגלה ערופה
חתן בחור

דאס איז איין וועג פון פארענטפערן דעם פאראדאקס. ס׳איז דא אן אנדערן מהלך וואס הייסט דואליזם וואס זאגט אז ביי קאנטשעסנעס איז נישט שייך דעם געדאנק פון cause and effect.

אויב ס'איז נישטא קיין קאוז און עפעקט איז דאך זיכער נישטא קיין בחירה. דאס איז דאך די גאנצע דעפינישען פון בחירה: אז איך האב גורם געווען מיין מעשים.

ועל זה אמר החכם:
"...Consistency is not a Jewish value"
ודפח"ח.

רביה''ק זי''ע » זונטאג מערץ 3, 2019 11:19 pm

· #425602
אחרי ככלות הכל איז געבליבן אז ס'איז קלאר ווי די טאג אז מענטשן האבן יא בחירה, ס'איז א בפירושע רמב"ם אין הלכות תשובה.

ועל זה אמר החכם: "CHECKMATE".

חתן בחור » זונטאג מערץ 3, 2019 11:24 pm

· #425603
Re: למעשה, האב איך בחירה?
רביה''ק זי''ע
עגלה ערופה
חתן בחור

דאס איז איין וועג פון פארענטפערן דעם פאראדאקס. ס׳איז דא אן אנדערן מהלך וואס הייסט דואליזם וואס זאגט אז ביי קאנטשעסנעס איז נישט שייך דעם געדאנק פון cause and effect.

אויב ס'איז נישטא קיין קאוז און עפעקט איז דאך זיכער נישטא קיין בחירה. דאס איז דאך די גאנצע דעפינישען פון בחירה: אז איך האב גורם געווען מיין מעשים.

ועל זה אמר החכם:
"...Consistency is not a Jewish value"
ודפח"ח.


קיינער זאגט נישט אז קאנטשעסנעס קען נישט גורם זיין קיין מעשים, דואליזם זאגט אז די קשיא וואס די האסט פון ווי קומט דער ערשטער ווילן אדער סיבה, קענסטו נישט פרעגן אויף קאנטשעסנעס.

רביה''ק זי''ע » זונטאג מערץ 3, 2019 11:33 pm

· #425604
קיינער דא האט נישט געפרעגט פון וואו די ערשטע ווילן קומט, כ'האב נאר געזאגט אז די ערשטע רצון האט דער מענטש/נשמה/וואטעווער נישט געקענט אליינס מאכן, דו דינגסט זיך מיט דעם?

חתן בחור » זונטאג מערץ 3, 2019 11:38 pm

· #425605
Re: למעשה, האב איך בחירה?
רביה''ק זי''ע
קיינער דא האט נישט געפרעגט פון וואו די ערשטע ווילן קומט, כ'האב נאר געזאגט אז די ערשטע רצון האט דער מענטש/נשמה/וואטעווער נישט געקענט אליינס מאכן, דו דינגסט זיך מיט דעם?


אבסעלוטעלי.

רביה''ק זי''ע » זונטאג מערץ 3, 2019 11:41 pm

· #425606
דעקארט האט נישט אזוי געהאלטן, הענג נישט אן דיינע תורות אויף דועליזם.

חתן בחור » זונטאג מערץ 3, 2019 11:58 pm

· #425607
למעשה, האב איך בחירה?
רביה''ק זי''ע
דעקארט האט נישט אזוי געהאלטן, הענג נישט אן דיינע תורות אויף דועליזם.


מ׳גייט ארום און ארום ווייל די פארשטייסט נישט מיין פונקט דא, און די מיינסט אז איך האלט פארקערט פון דיר.

כ׳וועל דיך ענטפערן וואס הקטן האט פריער געזאגט ״ער ציווארפט דיין טענה אז דיטערמעניזעם איז די איינציגסטע לאגישע מסקנה.״

די האלטסט 100% זיכער אז ס׳איז נישטא קיין בחירה. איך זאג נישט 100% אז ס׳איז יא דא בחירה, פערזענליך האלט איך טאקע אזוי, אבער ס׳איז נישט מוכרח מכוח פיליזאפיע either way. סך הכל וואס איך וויל דיר זאגן איז אז דיין לאגיק איז נישט 100% iron clad. טאקע דעקארט האלט אזוי (איך ווייס נישט ווער דאס איז) און א צווייטער האלט פארקערט, נו וויאזוי קענסטו זיין 100% זיכער?

רביה''ק זי''ע » מאנטאג מערץ 4, 2019 9:05 am

· #425620
קום מיר נישט פארקויפן דואליזם ווען דו ווייסט ניטאמאל ווער דעקארט איז, דעקארט האט קיינמאל נישט געזאגט וואס דו לייגסט אן אויף אים.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג מערץ 4, 2019 11:01 am

· #425631
בלאט: 1 2 3 4 5