☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » באגריסונגען

באגריסונגען

507 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #18
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11

שמעקעדיג » פרייטאג אוגוסט 3, 2012 1:45 pm

· #31542
יושב קרן
שלום עליכם אלע
וואס טוטצעך?


עליכם שלום!
די נאמען גיט אביסל א שטאך!
ווי אזוי וועל איך קענען זאגן מיט פאטאס "ולא שמת חלקינו מיושבי קרנות" בשעת איך זיץ דא אינאיינעם מיט דיר?
איז דאס א מוסר השכל פאר מיר????
אפשר הייב מיר אן צוזאמען א שיעור? (איך האב שוין איינס, אבער איך זעה איך האב נאך איבריג צייט.......)

יידל » פרייטאג אוגוסט 3, 2012 4:25 pm

· #31578
דוב בער
מיר האבן געזינגען
באגריסט אין גראמען
געווארט אויף מטעמים.
אבער גארנישט זיך דערווארט
שטיל געבליבן
אן קיין שפור

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 1:37 pm

· #32126
היי, ואוו, זאיען, חעס און טעס..
ס'איז יאנטעף אינדערוואכן חברה!

וועלקאם טו דע קלאב ראביי יאנטעף!

פויער » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 1:12 pm

· #32527
ביטע פארשעמט מיר נישט דא! איך בין א נייער דאהי.

אגב ווי ליגט די צוקער דא אין שטיבל?...

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 1:15 pm

· #32529
פויער
ביטע פארשעמט מיר נישט דא! איך בין א נייער דאהי.

אגב ווי ליגט די צוקער דא אין שטיבל?...


פארשעמען? חס וחלילה! א פויער אין שטיבל איז אלץ וועלקאם.
ס'איז נאר כדאי זיך דא אריינצוסיינען בעפאר מען נעמט די צוקער.

און ס'ליגט אויבן אויף די רעכטע זייט אונטער די צווייטע שעלף.

כאפ א זופ קאווע, און הייב אן צו גיסן, ויפוצו מעיינותיך חוצה.

שמואל הלוי » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 1:16 pm

· #32531
ברוך הבא פויער, צוקער שטעלט מען נישט צו דא, מ'ברויך אליין באצוקערן ציט צוקערדיגע תגובות.

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 1:17 pm

· #32532
שלום עליכם "פויער"!

מאך זיך באקוועם, און שטעל דיך אויפן סטעידזש זאגן דרשות......

פויער » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 1:36 pm

· #32547
פאסט פאר א פויער זיך אויפצושטעלן רעדן פאר אזא חשוב'ן עולם?!...

נאר, אין מסרבין לגדול, העמיר אנהייבן...

געפילטע פיש » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 1:49 pm

· #32560
שמעקעדיג
פארשעמען? חס וחלילה! א פויער אין שטיבל איז אלץ וועלקאם.

בייסיג...

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 1:50 pm

· #32561
שלום עליכם מיינע חשוב'ע קאווע מיט-טרינקערס.

איך ליין שוין קאווע שטיבל פון די טאג ס'האט זיך געעפענט, און פילע מאל געקלערט זיך איינצושרייבן צו נישט. די 'ניין' האט אייביג געווינען, און אוי איז ער דעמאלטס גערעכט געווען...

די 'ניין' האט פייערליך געשריגן "שעפטעל'ע (ער רופט מיך בלשון חיבה) ס'איז אן אדיקשען ווי דיין רעגולער קאווע געטרינקאכץ, אזוי ווי ביי א תענית דרייסטו דיך ארום מיט א קאפ ווייטאג ווייל די קאווע פעלט דיר, עד כדי כך אז דו שרייסט אז ווען די רבנן וואלטן יעצט גוזר תענית געווען וואלטן זיי ערלויבט איין קליינע זיבן אונס קאפ קאווע אינדערפרי און נאכדעם פאסט פארן טאג, אזוי העסטו אויסקוקען איינמאל די וועסט דיך איינשרייבן".
פון די אנדערע זייט האט 'יא' געטרייבערט, "שעפ (מער קיל געשטימט) וואס גייט דיך אן? העכסטענס העסטו שרייבן, האסט דען בעסער וואס צו טוהן אייביג?".

למעשה האב איך מיך טאקע איינגעשריבן, ווייל די 'יא' איז מער געווען שארף צום פונקט אן קיין געשרייערייען, און אזוי ווער איך צוגעצויגן מער און מער צום פארום. און פון 'א גאסט אין שטיבל' בין איך שוין 'מאנשי שלומינו'...

עניוועיס, כ'האף דער עולם העט כאטש הנאה האבן און פארדינען און די מין-טיים וועל איך האבן וואס צו טוהן.

זייטס מיר און האטס מיר פאר ביזדערווייל.

שמואל הלוי » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 2:12 pm

· #32570
אוודאי האבן מיר הנאה פון דיר, לאז זיך הערן ווי מער.

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 2:12 pm

· #32571
געפילטע פיש
שמעקעדיג
פארשעמען? חס וחלילה! א פויער אין שטיבל איז אלץ וועלקאם.

בייסיג...


רצונו של אדם זהו כבודו.

יידל » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 2:41 pm

· #32577
פויער
ביטע פארשעמט מיר נישט דא! איך בין א נייער דאהי.

אגב ווי ליגט די צוקער דא אין שטיבל?...

שאלה גדולה שאלת. "ווי זענען די קאצקעלעך?" האט אנאנים געשריגן חדשים צוריק. נאך א שטיקל טענה'ריי, האט די הנהלה ארויסגעגעבן די קאצקעלעך.

Espresso » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 8:02 pm

· #33135
ך' דריי מיך שוין דא א תקופה אבער זיך נאך קיינמאל נישט געהעריג באגריסט, אלזא מעלייכעמשאלעם, שאמעלייכעם, טענק יו.

שלומכן יסגא » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 10:54 am

· #33352
איך ליין שוין דעם הערליכן שטיבעל א לאנגע צייט, און עס באדערט מיר אז ערשט יעצט האב איך גענימען די קוראזש צו מאכן א ניק און געמאלדען שלעכטע נייעס - די ביטערע מעשה וואס איז נעכטן געשעהן אין א חסידישע קעמפ. אבער איך וועל אי"ה מיטטיילען גוטע נייעס אויך.

שלום עליכם טייערע אידן!

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 11:31 am

· #33362
עליכם השלום, און וועלקאם!! שפירט אייך היימיש.

זאל מען טאקע הערן נאר גוטע בשורות!

Espresso » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 6:19 pm

· #33505
[ציטאט אראפגענומען]

יישר

ברוין » זונטאג אוגוסט 12, 2012 9:48 pm

· #34380
געווען זייער פארנומען די לעצטע פאר וואכן. מ'האף מיר צוריק צו זיין מיט א פרישקייט. שלום עליכם עגעין

קורץ און שארף » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:26 pm

· #34664
שלום עליכם טייערע ברודער!

אט דאס איז די גליקליכע ערשטע תגובה מיינער.

לאמיר האפן אז גוטע תגובות וועלן נאכפאלגן צו די הנאה פון אייך און פון מיך.

שמואל הלוי » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:30 pm

· #34667
שלום עליכם אייך 'קטן וחריף'.

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:41 pm

· #34678
שמואל, קורץ איז קצר, נמוך, אדער גוץ, אבער נישט קטן.

שמואל הלוי » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:55 pm

· #34695
יאיא ס'איז א פליטת הקולמוס, סארי.

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 5:52 pm

· #34805
מחול לך.

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:07 pm

· #38666
זר זהב, איך גלייך דיין נייע קרוין!
אין מיינע אויגן האט עס א שענערע חן ווי די פריערדיגע.
א שטייגער ווי טוישן פון א שטאפענע הוט צו א פלאכע ביבער הוט!!...

(ווייטער געטוישט הוטן וואס שמעקט דיר)

משה רוקח » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 7:02 pm

· #38718
שמעקעדיג
זר זהב, איך גלייך דיין נייע קרוין!
אין מיינע אויגן האט עס א שענערע חן ווי די פריערדיגע.
א שטייגער ווי טוישן פון א שטאפענע הוט צו א פלאכע ביבער הוט!!...

(ווייטער געטוישט הוטן וואס שמעקט דיר)

איך האלט אויך ס'איז שענער, איך האב נאר נישט געוואוסט ווי עס צו שרייבן.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 7:04 pm

· #38723
שקויעך אייך.
גראדע האלט איך נישט אז ס'שענער, ס'מער איידעלער.

איך אויך » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 7:07 pm

· #38725
איך אויך.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 7:07 pm

· #38727
אויך איך

שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 7:08 pm

· #38728
איך האב גראדע בעסער געגליכן די אלטע, אבער דאס איז אויך נישט שלעכט.

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 7:09 pm

· #38730
איי געס שמואל גלייכט בעסער א שטאפענע הוט.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 7:14 pm

· #38731
די פאריגע האט אויסגעריסן די אויגן פון געוויסע פון מיינע קאלעגען, איך האב באקומען סטראשענונגען און טויט דראונגען.
איך זוך זיך נישט.

אויס מענטש » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 7:41 pm

· #38752
די ערשטע האט אויסגעזעהן ווי אחשורוש'ס דאס איז מער מרדכי הצדיק


פרעג מיך נישט איבער ווייל איך ווייס אליינס נישט

משה רוקח » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 7:56 pm

· #38761
די פריערדיגע זעהט אויס ווי גוגל אימעדשעס און דער נייער זעהט אויס ווי אייסטאק פאטאס.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 7:57 pm

· #38764
נעה! דער פריערדיגער איז געווען פון א קרוין וועבסייט, ס'געווען א גהינם ווילאנג איך האב עס געקענט דאונלאודען און ארויפלייגן.

שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 7:59 pm

· #38765
זר זהב
נעה! דער פריערדיגער איז געווען פון א קרוין וועבסייט

לינק ביטע (ס'קען מיר אפשר צוניץ קומען)

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 8:04 pm

· #38769
<a class="postlink" href="http://www.vectorstock.com/royalty-free-vector/crowns-vector-233810">http://www.vectorstock.com/royalty-free ... tor-233810</a>

שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 8:29 pm

· #38785
דאנקע שיינע

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 9:08 pm

· #38809
אויס מענטש
די ערשטע האט אויסגעזעהן ווי אחשורוש'ס דאס איז מער מרדכי הצדיק

פרעג מיך נישט איבער ווייל איך ווייס אליינס נישט


איך פרעג נישט איבער, נאר כדי להסביר די וועלכע פארשטייען נישט,
גיט א קוק אריין אין "א הילף פארן קינד" אויף מגילת אסתר,
אלעס וועט אייך פארענטפערט ווערן כמין חומר...... 🙂 🙂

הציץ ונפגע » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 8:12 pm

· #41134
שלום עליכם!
שלום עליכם, טייערע ברודער.
איך ליין שוין אפאר חדשים און איך האב שטארק הנאה, דעריבער האב איך באשלאסן זיך אנצושליסן אין דעם כנסיה שהיא לשם שמים און אביסל מהנה זיין אויף צוריק.

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 9:31 pm

· #41159
שלום עליכם, קענסט מציץ זיין, אבער פליז ווער נישט נפגע.

תלמיד חכם » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 3:51 pm

· #41496
שלום עליכם טייערע ברידער,
נאכן זיין א גאסט אפאר חדשים בין איך געווארען היימיש, ווערטס נישט איבערגענומען פין מיין 'ניק' ,ווער עס קען 'טייטש' ווייסט אז 'תלמיד חכם' מיינט 'לערנט צי ווערן א חכם'

לעמיל » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 3:54 pm

· #41499
וועלקאם אבארד הרב תלמיד חכם מאכט אייך באקוועים

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 4:08 pm

· #41514
תלמיד חכם
שלום עליכם טייערע ברידער,
נאכן זיין א גאסט אפאר חדשים בין איך געווארען היימיש, ווערטס נישט איבערגענומען פין מיין 'ניק' ,ווער עס קען 'טייטש' ווייסט אז 'תלמיד חכם' מיינט 'לערנט צי ווערן א חכם'


עליכם השלום א גאסט.
דערמאנסט מיך פון ידענ'ס תגובה, אז ער איז אהער געקומען "ווערן א ידען", נישט אז ער איז...

תלמיד חכם » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 4:18 pm

· #41517
לעמיל
וועלקאם אבארד הרב תלמיד חכם מאכט אייך באקוועים

באקוועם בין איך שוין , איך וויל ווערן אנערקענט, מיט די צייט .
ייש'כ פאר'ן ברוך הבא .פאר דיר אויך 'שמעקעדיג

פערינא » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 11:09 am

· #41836
אולי פערינא זשאונד זשאזסט טו סעי טעינקס ע מיליון דיינו..
יו גייס אר עמעזינג

משה געציל » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 11:40 am

· #41855
פערינא
אולי פערינא זשאונד זשאזסט טו סעי טעינקס ע מיליון דיינו..
יו גייס אר עמעזינג

יעלקאם מיסטער פערינא
ווי האפ זעט אין די נער פיוטשאר ווי וויל בי עיבעל טא סעי על אחת כמה וכמה...

טאמבל סאס » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 11:49 am

· #41858
פערינא, ווי עקספעקט יו, נאט אנלי טו ריד, באט טו רייט עס וועל. סאו זעט, ווי וויל סעי זען "פערינא יו אר אבסעלוטלי עמעיזינג"

אלזא » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 3:11 pm

· #44089
שלום צו דיר, עטץ האט'ס אויך "טיי"?

לעמיל » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 3:12 pm

· #44090
אלזא
שלום צו דיר עטץ האט'ס אויך "טיי?

וועלמיר פרובירן דיך צופרידן צו שטעלן, מאכט אייך באקוועם.

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 3:18 pm

· #44093
אלזא
שלום צו דיר, עטץ האט'ס אויך "טיי"?


נאך נישט, ס'איז אויף ארדער, און די שיפמענט איז אויף בעק-ארדער.
בקרוב אי"ה ערווארטן מיר דעם גאנצן שיפמענט.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11