באגריסונגען
507 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #18
999 ניקס
1000!!! מעמבערס
ב"ה מען האלט שוין ביי 1000 מעמבערס
1000 ניקס נישט מעמבערס יחי ההבדל הקטן.
נו, מ'דאר מאכען עפעס א צערמאניע לכבוד די טויזענט!!
וואס איז פשט??
וואס איז פשט פון די נייע ניק נאמען mr49er קען מיך איינער מסביר זיין וואס דאס מיינט??
וואס איז שווער צו פארשטיין?
א אומפארטייש'יר, מר. ניין און פערציגער נישט אכט און נישט פינעף... שטימט?
ס'מיינט "מר. א פרעמדער". ליין אין עגליש.
משה געצילא אומפארטייש'יר, מר. ניין און פערציגער נישט אכט און נישט פינעף... שטימט?
ניין,
49 באלאנגט פאר רמ"ד.
א גוט יארע.
לא מאשקע אני ולא בן מאשקע, הגם איך רוף מיר "יין שרף" אבל לא כשאני נקרא אני נזכר, נאר א פשוטער איד'ל וואס האט נארוואס אריינגעבלאנזשעט אין קאווע שטוב. אזוי ווי איך בין אין א כולל נאכנישט געווען, ממילא האב איך נאכנישט 'דעוועלאפט' מיין 'טעיסט' פון קאווע, ממילא בלית ברירה האב איך אריין געוואנדערט און נאנסטן קרעטשמע פאר א גלעזל משקה.
א נייער בין איך נישט דא, אבער אלט אויך נישט ווייל כ'האב מיר נישט לאנג צוריק רעגיסטרירט, און כ'ווארט שוין אזוי לאנג מיט געגועים אז איינער זאל מיר זאגען 'העלא' אבער אין קאל ואין עונה, ממילא גר ותושב אנכי עמכם אם תרצו הריני כגר ואם לאו הריני תושב ואטלנה בחזקה וועל איך זיך מוזן פירן אזוי ווי די רבי ר' שמעלקא פון ניקלסבורג (נישט פון מאנסי) זיך אליין זאגן אלע שבחים און טיטלען, און זיך אליין אויפרופן יעעעעעעמוד הר"ר יין שרף חזק!
הגם איך בין נישט א שרייבער ולא קרוב לזה, העלעכמעך דאך אנשטרענגען אביסעלע און שרייבן פון מאל צו מאלצייט...
שכח! שכח יין שרף ביסט געוואלדיג! (?)
ברוך הבא "יין שרף"!!!!!!!
ברוך הבא, שפוך חמתך, שרפ'ל... לאמיר זעהן מה טיבך..
אגב: א שיינע פאסיגע אוואטער. איי לייק!
[ציטאט אראפגענומען]
נעה.. א עניו בין עך יא! נאר א שרייבער נישט...
סאשי פישוואס איז פשט פון די נייע ניק נאמען mr49er קען מיך איינער מסביר זיין וואס דאס מיינט??
מסתם איז ער א fan (חסיד בלע״ז) פון די פוט באלל טיעם
49נערספוטין האט געשיקט א שפיאן דא!
שלום עליכם הרב סופר! איר זעט אויס קוואליטעט סחורה לאזט אייך הערן.
שלום עליכם, מאך זיך היימיש,
לאמיר זעהן, מיר דארפן באשליסן ווי אזוי מען גייט אייך אפיציעל רופן. תמליון שרייבט "סופר". קען מען דאס נוצן?
בן תמליוןשלום עליכם הרב סופר! איר זעט אויס קוואליטעט סחורה לאזט אייך הערן.
און ביטע טוישט צו עפעס נארמאלס.
שלום עליכם ערעב פראנקפורטער, אוואו טרעפט מען אזוינע בוכשטאבן?
געפילטע פיששלום עליכם ערעב פראנקפורטער, אוואו טרעפט מען אזוינע בוכשטאבן?
איך מיין אז דאס איז האמארית וואס די יוצצי אתיופיה נוצען.
שלום עליכם -/+. סופר מאכט אייך באקוועם נעמט א טעפל קאווע און שרייב אויף אלע שפראכען אפילו אטיופיש..
וואס עפעס
rel="noopener nofollow">גאנץ קלוג? דו ביסט זייער קלוג אז דו ביסט אהער געקומען
לעמילוואס עפעס
rel="noopener nofollow">גאנץ קלוג? דו ביסט זייער קלוג אז דו ביסט אהער געקומען
סיג לחכמה שתיקה..
ייש"כ פארען מיך אזוי שיין אויפנעמען, למעשה האב איך נישט געהאט די מעגליכקייט צו שרייבען ביז איצט.
די נושאים וואס איך שרייב געווענליך זענען, תולדות רבנים וקהילות, חתימות והקדשות, דאקומענטען, היסטאריע, אינטרעסאנטע דרוקען וכדומה. וויל איך פרעגען דעם עולם ווי זאל איך אנהייבען? וואס אינטרעסירט דעם עולם דא?
דאקומענטען איז בעצם היסטאריע נאר געשריבענע אדער געדרוקטע פון כל מיני מקומות און קהילות.
יוסף שרייבערייש"כ פארען מיך אזוי שיין אויפנעמען, למעשה האב איך נישט געהאט די מעגליכקייט צו שרייבען ביז איצט.
די נושאים וואס איך שרייב געווענליך זענען, תולדות רבנים וקהילות, חתימות והקדשות, דאקומענטען, היסטאריע, אינטרעסאנטע דרוקען וכדומה. וויל איך פרעגען דעם עולם ווי זאל איך אנהייבען? וואס אינטרעסירט דעם עולם דא?
היסטאריע איז זייער ברייט, זיי ביטע מגדיר וואס רופסטו היסטאריע?
פון אלע אנדערע זענען מיינע אינטערעסן אין דעם פאלגענדעם סדר: תולדות קהילות, דאקומענטן, אינטערעסאנטע דרוקן, תולדות רבנים, חתימות והקדשות.
כ'גלייב אויך אז איך וועל מער הנאה האבן אויב איר הייבט אן מיט נושאים/אישים/מקומות וועלכע זענען ברייטער באקאנט.
אלעס אבער בעיקר היסטאריע פון די לעצטע צוויי-דריי הונדערט יאר מיט א נייגונג צו אנגארען ותלמידי מרן החת"ס.
געווענליך פראביר איך צו שיינען א ליכט אויף די ווייניגער באקאנטע, ווייל אויף די באקאנטע איז דא גענוג וואס שרייבען, אבער אינו מוכרח.
אויב איינער דא האט ספרים מיט חתימות חותמות והקדשות אדער רבנישע בריווען וואלט איך זיך געפרייט ער זאל ארויפשטעלען און איך וועל פראבירען מפענח צו זיין.
ס'איז צרות! 😠 😢
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/user/1335">memberlist.php?mode=viewprofile&u=1335</a><!-- l -->
זר זהב
כ'האב שוין געמיינט גאלאנטע בחור, עפעס א חאזער באחער נאך פונדערהיים אין גאלאנטע, נא שוין שלום עליכם בחור-חלק למהדרין, אסאך לאק!
ב"ה אונז האבען שוין א
נאה דורש און אויך א
rel="noopener nofollow">נאה מקיים וועלכאם עבארד
וואס איז פשט פון די נייע ניק
@10952 וואס מיינט עס?
גמטרי״א 11211 אנעם כולל (בני תורה) עיין ערך מאנסי ווערט נייער ווילי
שלו' עליכם טייערע אידן. איך האף זיך צו באקענען מיט ענק.
עליכם השלום. סעים העיר
פילוןשלו' עליכם טייערע אידן. איך האף זיך צו באקענען מיט ענק.
אפשר קונסטו מסביר זיין וואס עס מיינט דיין ניק נאמען
@פילון ???
עס איז א נאמען, גענוי ווי אנדערע נעמען.
עליכם השלו' יאנקל. און ישר כוח זר זהב פאר'ן מיך ענטפאנגן ווארעם און סאשי פיש פאר'ן זיך פאראינטערעסירן.
פילוןעס איז א נאמען, גענוי ווי אנדערע נעמען.
ס'דא "מדרש פילון".
דער אוצר הספרים אין ישיבה האט דאס נישט געהאט, אבער א דאנק הרב פינטער'ס שמות געשעפט בין איך געוואר געווארן פון פילון און זיין מדרש. עס איז צום האפן אז דער ניק פילון וועט אונז מהנה זיין.
ישר כוח קאווע טרינקער פאר די אויפנאמע. איך ווייס נישט צו איך וועל קענען מהנה זיין ווי פילון זעלבסט, אבער א ייד דארף פרובירן!
ווי אזוי דו ביסט אנגעקומען מיטען גאנצען קנאק זעסטו אויס גוטע נייעס!!!!
שלום עליכם טייערע ידידים און פריינט , דא בין איך במלוא יפי והדרי, בשם המפורש, מיט אלע אינפארמאציע.
דא וועל איך שטיין אונטער מיינע מיינונגען, אלעס מיט מיין נאמען מיין בילד אן זיך באהאלטען אינטער מאדנע ניק-נעמען און אן מורא האבען פון די אייגענע שאטן.
ואליכם אישים שומרי משמרת הקודש אקרא, אז איר האט א פארבלעם מיט עפעס וואס איך שרייב, זייט מוחל הייבט אויף א טעלעפאן, שיקט מיר אן אימעיל, אינבאקס מיר אויף מיין פעיסבוק, שיק מיר א פאקס, שרייבט מיר א צעטל אויף א פאפירוס, שיק מיר א בריעף מיט א טייבל, שרייבט מיר אויף די פארע וואס זאמלט זיך איין אויף מיין פענסטער, קאנטעקט מיר עני וועג וואס עטס ווילסט, נאר מיט איין תנאי, אז איר חתמ'ט זיך אינטער מיט אייער פילער נאמן אן זיך באריפען עפעס א מאדנע פאשקיוויל אינטערשריפט נאמען. מיט 'היהדות החרדית', 'בני הישיבות', 'מרנן ורבנן', 'מקום חותם הבד"ץ', וועל איך נישט האבען צוטוהן.
זר זהבעליכם השלום. סעים העיר
עליכם השלום טייערער ר' יצחק, הכרת פנים ענתה אז מ'רעדט דא פון א בר הכי, יהא בואכם לברכה, גיסט אייך אן א גלעזעלע און לאזט אייך הערן.
ליידער האבן מיר נישט די דרייסטקייט ווי אייך ארויסצוקומען מיט'ן פולן פראכט, און מיר ווילן זיך יא באהאלטן אונטער אונטערשריפטן פון מאראנצןזאפט און תושבי העיר הכואבים. אין פאקט איז קאווע שטיבל געגרינדעט און באזירט אויף פרינציפן פון אנאנים און איסור גילוי, אפשר אז איר וועט זיך דא דרייען א שטיק צייט וועט איר אונז אביסל פארשטיין.
ברוכים הבאים בשם!
שלום עליכם אלע טייערע און חשוב'ע ניקס, כל אחד בשמו או בניק הטוב יבורך.
בשמחה רבה וברגשי גיל וחדוה אנו מקדימים את האורחים החשובים, גר ותושב אתם עמנו, א גר יעצט, אבער א תושב בקרוב, האפענטליך וועט איר אונז אלע מהנה זיין מיט ענקער פעדער!
יצחק לאווישלום עליכם טייערע ידידים און פריינט
איר ווערט שוין דערמאנט לטובה אין קאווע שטיבל דורך @אנאנים
דא. נומער 6.
שלום עליכם ר' גלעקל.
קע"ה קאווע שטיבל איז פרו וישרצו וירבו ויעצמו במאוד מאוד....
סאשי פישוואס איז פשט פון די נייע ניק
@10952 וואס מיינט עס?
א דאנק פאר אייער אינטערעסע. איך מיין אז
@moti107 האט שוין פארענטפערט די מיסטעריע...
יצחק לאווישלום עליכם טייערע ידידים און פריינט , דא בין איך במלוא יפי והדרי, בשם המפורש, מיט אלע אינפארמאציע.
דא וועל איך שטיין אונטער מיינע מיינונגען, אלעס מיט מיין נאמען מיין בילד אן זיך באהאלטען אינטער מאדנע ניק-נעמען און אן מורא האבען פון די אייגענע שאטן.
ואליכם אישים שומרי משמרת הקודש אקרא, אז איר האט א פארבלעם מיט עפעס וואס איך שרייב, זייט מוחל הייבט אויף א טעלעפאן, שיקט מיר אן אימעיל, אינבאקס מיר אויף מיין פעיסבוק, שיק מיר א פאקס, שרייבט מיר א צעטל אויף א פאפירוס, שיק מיר א בריעף מיט א טייבל, שרייבט מיר אויף די פארע וואס זאמלט זיך איין אויף מיין פענסטער, קאנטעקט מיר עני וועג וואס עטס ווילסט, נאר מיט איין תנאי, אז איר חתמ'ט זיך אינטער מיט אייער פילער נאמן אן זיך באריפען עפעס א מאדנע פאשקיוויל אינטערשריפט נאמען. מיט 'היהדות החרדית', 'בני הישיבות', 'מרנן ורבנן', 'מקום חותם הבד"ץ', וועל איך נישט האבען צוטוהן.
טייערער ר' יצחק קודם כל שלום עליכם, שנית פון וואנט זאל איך וויסען אז איהר זענט עס כ'קאן נישט דעים יצחק'ן, מארגען קען איך מאכען א ניק זעמל קעניגשטיין מיט א ריזען בילד, גיי ווייז אויף אז ס'איז דו!! לאמיר זעהן פראק דיך אויס דא, אימעיל, טוויטער, פייסבוק וגו'.....די עיקר יהא בואכם לברכה!
[ציטאט אראפגענומען]
איך ווייס נישט וועגן אייך קופערניקוס, אבער ביי מיר איז שוין תשע"ג, 2013 למספרם. 😉
ס'איז גארנישט, די ווייץ שניט יארן לויפן אביסל אנדערשט.