באגריסונגען
507 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #18
שלום עליכם
העלא
מיין נאמען איז שאולי
עס איז מיר א כבוד צו ווערן א מעמבער דא
מיין אגענדע איז צו הערן און זיך צו לאזן הערן
זאל מען נאר הערן גוטס!
שלום עליכם רב הצעיר און שלום עליכם שאולי מאכטס א קאווע און גיסטס אויס טינט דא..
שאולי איך בין אויך א גרינער דא איך מיין אז אונז דארפן מאכן א שטיקל יוניאן פון די נייע מעמבער'ס מיר זאלן נישט צוריבן ווערן/פארדעקט ווערן אין שאטן פון די אלטגעזעסענע לייבן, מיין הענט ציטערן ביים לייגן די הענט אויפ'ן שיק קנעפל,
שאוליהעלא
מיין נאמען איז שאולי
עס איז מיר א כבוד צו ווערן א מעמבער דא
מיין אגענדע איז צו הערן און זיך צו לאזן הערן
זאל מען נאר הערן גוטס!
עליכם שלום שאולי
welcome to the club
א ערנסטע שרייבער איז קיינמאל נישט קיין חיסרון
פתח פיך, רעד זאג עפעס
🙂
ווען איך ליין די ווערטער פון די גרויסע חכמי השטיבל ווי קופערניקוס לעקיוואוד כאפט מיר א ציטער אז איך פיל ווי א חדר יונגעל וואס האט אריינגעבלאנשעט אין א כולל, און איך וויל ענדערש לייגן מיין פינגער אין מויל ווי אויפ'ן שיק קנעפל, אבער זאת נחמתינו אז סאיז דא ב"ה עטליכע ניקס וואס איך קען נישט איבערשטייגן זייער נארישקייט אפילו איך זאל שווער ארבעטען [זאל איך שרייבן נעמען אדער סאיז נישט לפי תקנת המקום?]
איך זיץ מיר פארענט מיין פ.ס. איין שייינעם טאג ליינענדיג קאווע שטיבל, מיטאמאל.. שפרינגט מיר ארויף א מראה נהדר ... פאר גרויס דביקות געב איך א קלאפ אפ, אוי דערבארעמדיגער!... פופצן מינוט שפעטער, והנה: איך בין א מעמבער.
א ענדליכע מעשה האט פאסירט מיט אסאך יאהרן צוריק מיט א איד רבי לוי יצחק פון שטאט בארדיטשוב, אויב וועסטו שרייבן דברים של טעם וואט מען נאך פארציילן דיין מעשה פאר די קומענדיגע דורות אין די קאווע שטיבלעך
איש עבריא ענדליכע מעשה האט פאסירט מיט אסאך יאהרן צוריק מיט א איד רבי לוי יצחק פון שטאט בארדיטשוב, אויב וועסטו שרייבן דברים של טעם וואט מען נאך פארציילן דיין מעשה פאר די קומענדיגע דורות אין די קאווע שטיבלעך
איש עברי;
וואס דארפסטו קריכן ביז ר' לוי יצחק? מיר האבן דא דעם איש עברי........
ר' איש עברי איהר שרייבט זייער זייער גוט שוין אסאך צוריק געהערט אין גאס וועגן דיינע געלונגענע תגובות
סאו די אלע נייע חברהלייט האבען געקראכט די סיסטעם היינט? וואס גייט פאר?
עניוועי שלום עליכם ברידערס.
א גרויסן ישר כח, סאיז מיר א פארגעניגן צו ווערן באגריסט דורך דיר, איך גלייך זייער דיינע שרייבעריי. דו ביסט אין מיינע אויגן א ריז!
שלום עליכם אלע געסט, עס איז א פארפלייצונג פון נייע ניקס, די הארץ וואקסט פון פרייד, בקרוב וועט עטץ מער נישט זיין געסט נאר זיך שפירן היימיש,
ווי מער אידן קומען אריין אין דעם שטיבל און זוכן צו פארברענגען באהבה ואחוה מיט א ברודערליכע געשמאקקייט, אלס בעסער איז דאס, נאה להם ונאה לעולם,
אמת, יאנקל, קופערניקוס, קאווע טרינקער, מאראנצן זאפט, ברסלבער, וכו', אלע סארטן ריזן זענען דא, אבער די "ריזן" ליינען מיט דארשט יעדנ'ס תגובה, זושא דארף זיין זושא, נישט פרובירן נאכמאכן יענעם, יעדער האט זיך זיינע טאלאנטן.
אויב האט איר א פראבלעם צו שרייבן צוליב די אנדערע ריזן, איז שוין דא היינט די פראדוקטיוו קלאסן אדער להשיג קורסן.....
נעמט אייך שרייבן פלייסיג, מאכטס א גוטן אטמאספערע. ויהא בואכם לטובה ולברכה ולתפארת השטיבל.
אוי דערבארעמדיגעראיך זיץ מיר פארענט מיין פ.ס. איין שייינעם טאג ליינענדיג קאווע שטיבל, מיטאמאל.. שפרינגט מיר ארויף א מראה נהדר ... פאר גרויס דביקות געב איך א קלאפ אפ, אוי דערבארעמדיגער!... פופצן מינוט שפעטער, והנה: איך בין א מעמבער.
עךליכם שלום דערבארעמדיגער
שוין זעסטי פארוואס די ערליכע אידען האלטען פון די טריפהנעם כלי?
שמעקעדיגשלום עליכם אלע געסט, עס איז א פארפלייצונג פון נייע ניקס, די הארץ וואקסט פון פרייד, בקרוב וועט עטץ מער נישט זיין געסט נאר זיך שפירן היימיש,
ווי מער אידן קומען אריין אין דעם שטיבל און זוכן צו פארברענגען באהבה ואחוה מיט א ברודערליכע געשמאקקייט, אלס בעסער איז דאס, נאה להם ונאה לעולם,
אמת, יאנקל, קופערניקוס, קאווע טרינקער, מאראנצן זאפט, ברסלבער, וכו', אלע סארטן ריזן זענען דא, אבער די "ריזן" ליינען מיט דארשט יעדנ'ס תגובה, זושא דארף זיין זושא, נישט פרובירן נאכמאכן יענעם, יעדער האט זיך זיינע טאלאנטן.
אויב האט איר א פראבלעם צו שרייבן צוליב די אנדערע ריזן, איז שוין דא היינט די פראדוקטיוו קלאסן אדער להשיג קורסן.....
נעמט אייך שרייבן פלייסיג, מאכטס א גוטן אטמאספערע. ויהא בואכם לטובה ולברכה ולתפארת השטיבל.
שמעקעדיג, די אלע ריזן וואס דו רעכנסט אויס זענען אויך געווען אמאהל ניי, you never know who's going to hit the Jackpot
רויטע וואנצעסלייג מיך אויף די רויטע ליסטע.
בד"וו טאמעס דזעפערסאן איז געווען א כופר ער האט נישט געגלייבט אין גאט. אפשר ביסטו א גלגול פון אים געקומען מתקן זיין.
דשעפרעסאן איז, הפנים, ווי ווייט מ'ווייסען מיר, און לויט ווי ער האט זיך אויסגעדריקט, קלאר נישט געוועזן אן עטיעסט. מ'גלייבט ער איז געוועזן רוב פון זיין לעבן א דיעסט. ער האט ליב געהאט רעליגיע פאר איר מאראליטעט, נישט הימלישקייטן. זיינע דם שונאים -- די פעדראליסטן -- האבן געפריווט אים צו פארבן אלס עטיעסט.
דזשעפרעסאן איז געוועזן א קלוגער, געלערנטער און געלונגער מאן, און האט אגב בראוויש געקעמפט קעגן סעפערעציע פון רעליגע און סטעיט.
שלום עליכם!
It feels good to be part of the crew
ווער ס'האט סיי וואספארא ספיקות אין מיין ייחוס, און ווארט אויף תירוצים צו זיינע קשיות, זאל קודם צו שטעלן א ייחוס בריוול פון וועמען ער שטאמט.
שלום עליכם, איים עם ווערי סארי אבער אלמודד איז א זוהן פון יקטן.
אבער וואס גייט מיר אהן, וועלקאם ענד דזוין די קלאב!
טעפלשלום עליכם, איים עם ווערי סארי אבער אלמודד איז א זוהן פון יקטן.
אבער וואס גייט מיר אהן, וועלקאם ענד דזוין די קלאב!
הייסט עס יקטן האט רעזעווירט די רעכטן איבער דעם נאמען אלמודד, למשל אזוי ווי אברהם איבער יצחק?
צווייטנס, איך זאג דאך קלאר בן הכנענית. ס'טייטש נישט יקטן. ס'קומט מיך פאר אזוי ווי איך זאל זאגן שאול בן הכנענית, און דו וועסט זאגן ניין:שאול איז א זון פון קיש.
שוין, אלמודד גוט געענטפערט, ביסט אינסייד!! לאמיר הערן פון דיר גוטע זאכען שטענדיג.
עלעבאריר. מיינסט צוזאגן אז ישרות וועט דינען ווי א מאדערעטער אין א היציגע דעבאטע?
ברוך הבא
בריכאבע
וואס איז שלעכט געווען מיט דיין אלטע ניק?
--
Just kidding
ווינער איז טאקע מיין אלטע ניק-נאמען, איך גלייך מער סעוועדזש
איך וויל באגריסען די נייע מנהל כמר
@root,
איך מיין אז מען האט אים אויפגענומען מיט די ענגלישע נאמען, צוליב די לעצטערע איבערפלוס פון שרייבערס אויף די ענגלישע שפראך!
ווילאנג ער אינישט קיין רוט קאנאל איז גוט.
שלום עליכם, נאך יארן ליינען האב איך זיך איינגעשריבן לאכול מפריה ולשבוע מטובה צו מיטטרינקען קאווע. איך האב ליב א פלאץ ווי נאר פרייליך און שלום דין האבן אייניגע רעכטן, ווי מען קען סתם קוועטשן קעגן סטארס וואס געבן נישט סערוויס און אריינגיין אין טיפע לעיקוואדישע דיסקוסיעס, ווי מען קען זיך טענהן צימעסדיג און נאכדעם ליינען די גאונישע מאטעמאטיקס פון פארוואס. עס קוועטשט מיר וואס עס קוועטשט דעם רוב עולם דא, איך האב ליב צו ליינען און זאגן דעות און קווענקלענישן און אט דא פה אשב כי איוותיה נעמט מיר אויף מיט אפענע ארעמס, איך דארף אביסל ליבשאפט
עליכם השלום בר דעת, אט האט איר ליבשאפט...
מאכט אייך באקוועם, און נעמט אייך שרייבן. איר שיינט צו האבן א גוטע פעדער און א בא'טעמ'טע שפראך. יהא בואך לברכה.
גם אני מצטרף לדברי חברינו אפטעמיסט, שרייבסט פיין, אז חז"ל זאגן צרת רבים חצי נחמה, ווי גרעסער דער רבים, אלס גרעסער די נחמה.
מיר ווארטן צו הערן פון אייך דברים כדרבונות.
איר גייט אין די ריכטיגע דירעקציע, אביסעלע ליבשאפט האט נאך קיינעם נישט געשאדט. עס איז מיר א כבוד אז שמעקעדיג באגריסט מיר, און אפעטמיזם איז וויכטיג אין א זייטל ווי פעסימיזם איז גאנץ אפט.
איך האף צו שרייבן ווען איך האב צייט און פארברענגען בשבת אחים
@אנאנים ווילאנג האט דיך גענומען אים צו טעגן?!.. 😂 😂
כ'האב געמיינט אז ס'איז איין ווארט?! נעמטאדאם..
על כל פנים שלום עליכם, אינגארשיע אידען זייט איהם מקרב פליז..
זיינע לשונות פאסט מער ווי א פוילישע אבער וואס ווייס איך
מיט פארגעניגן מיינע ליבע פריינט. און א שיינעם דאנק אייך פאר דעם אנגענעמע אויפנאמע.
איך פארהאף צום אויבירשטן ער זאל מיר שענקן דאס גענאדע יאך זאל קענען מהנה זיין מיינע קאלעגען מיטליינער/שרייבערס. בבחי׳ יקראו ענווים וישבעו. עס זאל נישט אויפהערן דעם זכר עמלק (אל תקרי אלא ליי״ק).... במהרה בימינו איגען.
וויאזוי ערלעדיגט מען זיך א שלום עליכם אויב מען האט נאר איין ניק?
האטס מיר אלע א גוטן טאג.
אוי, אנטשולדיגט, כ'האב פארגעסען דאס צו זאגן אין לשון הקודש:
האטס מיר אלע א גוט יום טוב!
א גוטן
שלום עליכם, יהא בואכם לברכה!
מאכט אייך היימיש און באקוועם און לאזט אייך הערן.
שוין נישט געווען דא א שטיקל צייט, אויף אזא אנגענעמע איבעראשונג האב איך מיך נישט געראכטן, יוסל שרייבר פון אייוועלט איז אריינגעקומען ביינונז!
יוסל איז א פאנעמענאלע ידען, אויב איך האב אמאל פארבלאנזשעט קיין אייוועלט איז עס געווען צו זעהן יוסל'ס ווערק, אצינד ברויך מען מער נישט פאשען אין פרעמדע פעלדער! יוסל יהא בואך לברכה, דא איז דיין נאטורליכע פלאץ ווי די וועסט קענען מהנה זיין דעם עולם מיט דיינע זעלטערנע כשרונות, און לאזן דיין פעדער גיין א גאנג אן קיין פחדים....
א גרויסען ייש''כ אייך הרב איש פאר די ווארימע אויפנאמע (מיינע מוח קעמערלעך דרייען זיך ארום, זאל איך פראווען עניוות נעה איך בין כלל נישט אזא זעלטענהייט, א צווייטע מחשבה שרייט אריין זיכער מאך א גוטע רושם עס וועט דיר נאר ברענגען מער כבוד. שוין לאז איך געמאכט), איך עפרישיעט ספעציעל די פיר פינטעלעך....(ווער עס פארשטייט פארשטייט).
איך קלער צו איך זאל אנהייבען דא צו שטעלען די חתימות, חותמות, הגהות והארות אויף אלטע ספרים וואס איך פלעג דארט שטעלען און אויב יא ווי? באשכול היסטאריע? איך זעה נישט דא א אשכול א שטיייגער ווי על פליטת בית סופריהם באייוועלט.
שלום עליכם הרב שרייבער.
מאכט אייך באקוועם, דא האט איר א קאווע איין מינוט איר דארפט צוקער דערינען?
איך קלער צו איך זאל אנהייבען דא צו שטעלען די חתימות, חותמות, הגהות והארות אויף אלטע ספרים וואס איך פלעג דארט שטעלען און אויב יא ווי? באשכול היסטאריע?
עס איז דא א אפטיילונג מיטען נאמען ספרים און ביכער
כאפט א בליק
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/forum/5">viewforum.php?f=5</a><!-- l -->
@יוסף שרייבער, ברוכים הבאים.
מדורות אין קאווע שטיבל מאכן זיך ווען עס ווערט א מבוקש. נאך עס זאמלט זיך א שלל איבער א געוויסע ענין מאכט מען אויף א נייעע מדור. לעצטע חודש אליינס זענען9 צוגעקומען צוויי נייע מדורות.
שרייב דערווייל אין ספרים און ביכער, וסוף הכבוד לבוא.
ספרים און ביכער איז (לדעתי) זיכער נישט געאייגענט דערפאר. איך קלער נאר צוויישען אנשי שם און היסטאריע אדער ווי הרב פישעלע זאגט אז עס וועט זיך שוין עפעס מאכען.
רבותי זייער נישט שיין
@ישמעאל הכהן איז
צריקגעקומען נאך א אפשניט פון 8 חדשים און קיינער באגריסט אים נישט?
יהא בואך לשלום און די זאלסט שוין דא פארבלייבן!
און
@לעיקוואוד איז עפעס א ראזשינקע? ברוך הבא
לעיקוואד האט יעדע באגריסט דוירט ווי ער האט זיך מגלה גיוועהן איינער מיט קאלט'ס און איינער מיט ווארעמ'ס
ווען ער וואלט געקומען פארגיינגענע מיטוואך וואלט מען עם זיכער אויפגענומען בכבוד הראוי לו ביותר. אבער במשך די לעצטע פאר טעג וואס ס'איז ממילא געווען א גרויסע התגלות פון די אבוה"ק (אזוי ווי ס'באוויסט אויף צדיקים פאר זייער יציאת נשמה), און מ'איז נאך געווען אוטערן רושם פון די פריערדיגע זיידעס, און מ'האט נישט געקענט געהעריג באגריסן די שפעטערע זיידעס. ומובן הוא
קורץ און שארףשלום עליכם טייערע ברודער!
אט דאס איז די גליקליכע ערשטע תגובה מיינער.
לאמיר האפן אז גוטע תגובות וועלן נאכפאלגן צו די הנאה פון אייך און פון מיך.
וועמען האב איך דא אנגעטראפן??
כ'האף אז עס קומט נישט א לעגאלע טרעיד-מארק מלחמה!
כ'שפאן מיינע ערשטע טריט דא, מיט דרך ארץ און כבוד הראוי, איך האף צו זיך דערווארעמען דא דאס הארץ, בררר...
שלום עליכם @כספי
א פלייץ פון אויפגעפרישטע אשכולות!
טענק'ס!!
קיפ איט אפ!!