☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » באגריסונגען

באגריסונגען

507 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #18
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11

לעמיל » דינסטאג מאי 15, 2012 3:54 pm

· #12347
שלום עליכם הרב שמיטה עס איז א גרויס כבוד פאר אינז אייך צי האבען דא 👍 👍

שמיטה » דינסטאג מאי 15, 2012 4:06 pm

· #12353
עליכם השלום. שכח פאר די ווארימע אויפנאמע!
קוק ארויס אויף א געשמאקע פארברענגען דא.

שמואל הלוי » דינסטאג מאי 15, 2012 4:07 pm

· #12354
עניני דיומא, די וואך איז דאך פרשת שמיטה.

שלום עליכם אייך, שוין א גאנצע שמיטה וואס איך ווארט אויף אייער ערשיינונ און ענדליך זענט איר אנגעקומען.

טעפל » פרייטאג מאי 18, 2012 4:11 am

· #13246
שלום עליכם די טעפל איז דא מ'קען זיך וואשען די הענט.
כ'האף מ'וועט הנאה פון מיר דא

לעמיל » פרייטאג מאי 18, 2012 12:54 pm

· #13311
וועלכאם הרב טעפיל יהא בואכם להרמת קרן הקאווע שטיבל

טעפל » מאנטאג מאי 21, 2012 10:12 am

· #13844
שכוח פאר אלע באגריסער.

לעמיל » פרייטאג יוני 15, 2012 12:58 pm

· #18109
מזל טוב פאר מיך איך בין שוין א ידיד ותיק זאל די אייבישטער העלפען מ'זאל מיר גיין מעלה מעלה

קאמפיאטער » זונטאג יוני 17, 2012 12:40 pm

· #18228
יא עעעעעענדליך זעממיר דא עעעעעענדליך!!!!!!!
אנגעפאנגען האט זיך עס א גיטע חודש צירוק. אה וואס א חודש עס איז געווען תענות אסתר אין אויף א היימישע סייט דא אויפן געוועב האט זעך געטין איבער שרייבן רעכטען וואס א שרייבער האט, דארט בין איך געוואר געווארן אז עס איז דא אזא סייט ווי "קאווע שטיבל" אדער ווי איך האב עס ליב אנציריפן "מיין שטיבעלע", אבער איך בין פין די סארט וואס ווערט נישט אזוי בייגייסטערט פין איין מינוט אויפן צווייטן אין איך גלייב נישט פאראויס געשאצטע מיינונגען אין איך האב ליב צי זעהן פארדעם ווי אזוי א זאך ארבעט זיך אויס פאר איך נעם שריט.
אין אזוי ווי דא אין מיין שטיבעלע איז דא א מעגלעכקייט הנאה צי האבן אפי' מען איז נישט איינגעשריבן האב איך קודם אזוי געטאן אין טאקע איעדען טאג פארברענגט אין איך בין סתם געווען א מקבל אין נישט קיין משפיע,
אבער אפי' נישט פארפאסענדיג האב איך דאך אסאאאך פארפאסט קודם ווען עס איז דא אזאליכע זאפטיגע ארטיקלעך פין פארפעסער שפירא אדער פין שמואל הלוי אינזער ערשטע חבר וותיק אין איך ווי א לעמעלע קען נישט ארויסווייזען מיט א לייק,
אדער ווען עס איז דא אזאלעכע היציגע דעבאטעס ווי העלבראנץ א.א.וו. אין איך קען נישט ציגעבען מיינע צווי צענט ווי אזוי מיינט איר פילט מען זיך? ווי לאנג מיינט איר קען מען זיין סתם א גאסט?
איז האב איך מחליט געווען צי דשוינען די קלאב אין איך געב א דריק אויפן רעגסטרירען לינק אין היידא, אבער פין נאכן רעגעסטרירען ביזן אנקימען אהער האט גענימען א גיטע וואך פארוואס? פרעג איך אויך איך עפען מיין אימעלס א יעדען טאג אין איך ווארט צי הערן אז יא מען האט מיר אנגענימען, אין גארנישט אין קול ואין עונה מען מאכט זיך נישט וויסענדעג פין מיר.
סא וועגן דעם היינט ווען איך האב געשיקט אן אימעל פאר איינע פין די גבאים אין איך בין געווארן אנגענימען האב איך מיך צישריגען עעעעעענדליך!!
אין יא איך בין מתפלל צים בורא כל אז סיי איך אין סיי דער חושבער עולם דא זאל הנאה האבן אין עס זאל ח"ו נישט ארויס קימען קיין מכשול פין מיינע געשרייבעכצער,
(נ.ב. איך מיין אז די גבאים דארפן מיר פארגיטיגען אין אריין לאזן אינעם פריווארטען פארם אביסעלע שנעלער איך וואלט אפשר שוין אנגעיאגט צי שרייבן די פארלאנגטע צאל זאכליכע תגיבות אין די וואך)

זר זהב » זונטאג יוני 17, 2012 12:42 pm

· #18229
לעמיל
מזל טוב פאר מיך איך בין שוין א ידיד ותיק זאל די אייבישטער העלפען מ'זאל מיר גיין מעלה מעלה

ברוכים תהיה

זר זהב » זונטאג יוני 17, 2012 12:43 pm

· #18230
שלומאלייכעם "קאמפיאטער" יהא בואך לברכה

לעמיל » מיטוואך יוני 20, 2012 10:07 am

· #18849
זר זהב
שלומאלייכעם "קאמפיאטער" יהא בואך לברכה

גדול העונה יותר מן המברך

קאמפיאטער » מיטוואך יוני 20, 2012 12:40 pm

· #18904
אמן והמברך יתברך

אבי ווער » מאנטאג יוני 25, 2012 3:36 pm

· #19843
שלומעליכעם חעוורע!
גיימיר דזשוינען די קלאב אר יא רעדי?

נפתלי » מאנטאג יוני 25, 2012 4:39 pm

· #19858
Arrived at your destination

נפתלי » מאנטאג יוני 25, 2012 5:05 pm

· #19867
מ'קען זיך נישט מאכן, דאס איז א נאטור מיט וואס מ'ווערט געבוירן

יידל » מאנטאג יוני 25, 2012 5:06 pm

· #19870
נפתלי
מ'קען זיך נישט מאכן, דאס איז א נאטור מיט וואס מ'ווערט געבוירן

איר זענט היימיש?

נפתלי » מאנטאג יוני 25, 2012 5:09 pm

· #19873
יידל
נפתלי
מ'קען זיך נישט מאכן, דאס איז א נאטור מיט וואס מ'ווערט געבוירן

איר זענט היימיש?

דהיינו?

יידל » מאנטאג יוני 25, 2012 5:09 pm

· #19874
צו זענט איר געבוירן געווארן מיט א נאטור פון היימיש?

איך אויך » מאנטאג יוני 25, 2012 5:43 pm

· #19889
שלום עליכם פארן זקן החבורה ערעב נאפטאלע.

נפתלי » דינסטאג יוני 26, 2012 2:42 pm

· #20129
יידל
צו זענט איר געבוירן געווארן מיט א נאטור פון היימיש?

דאס ברויסטו פרעגן מיינע ארומיגע

עליכם ועל בניכם "איך אויך"

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 26, 2012 2:53 pm

· #20133
איך אויך
שלום עליכם פארן זקן החבורה ערעב נאפטאלע.


אגרי.

מיט אזא לאנגע בארד קומט שוין מיט א "רבי" בעפארן נאמען.

איז ר' נפתלי, אינעם אשכול פון די לאנגע בערד דארפט איר אפילו נישט אריינגיין, ווייל איר האט דאס שוין, און אויף דער עלטער וועט איר דאך זיכער נישט זיין קיין "תוהה על הראשונות", איז פתח דבריך יאיר, אין אלע אנדערע אינטרעסאנטע אשכולות.

ויהא ביאתך להרמת קרן השטיבל ולומדיה.

לעמיל » דאנערשטאג יוני 28, 2012 12:33 pm

· #20606
שלום עליכם אלע חשובע אידען וואס זענען געווארען חברים דא
זעצט אייך אראף מאכט א קאפי אין הייבט אן שרייבען

שלמה המלך » פרייטאג יוני 29, 2012 1:09 pm

· #20802
עליכם שלום.... הגם קיינער האט זיך נישש וויסענדיג פון מיין אנקום אונעם קאווע שטיבל און אפילו איך בין דאך א מלך! האט קיינער פארט נישט געפילט פאר וויכטיג מיר אפציגעבן דעם פאסיגן ברוך הבא, אבער פון בלאזען, און זיין באטראפעצט וועל איך ערגעץ נישט אנקומען וועל איך ביך בלית ברירה זיך אליין באגריסן (הגם מלך שמחל על כבודו.....) איך ווען ענדערש ניצן מיין חכמת שלמה ווי געפיל און פרובירן זיין א מח שליט על הלב

עליכם שלום!!

שלמה המלך » פרייטאג יוני 29, 2012 1:21 pm

· #20809
[ציטאט אראפגענומען]

אך לא ולא..... אבער פארן וויץ האבן איך געהאפט אז עס וועט ארבעטן! וכן הוה

לעמיל » פרייטאג יוני 29, 2012 1:28 pm

· #20813
די קימסט מיט די גאנצע סויטע? אשמדאי? וכו'?
וועלכם! פילט אייך היימיש

שלמה המלך » פרייטאג יוני 29, 2012 1:44 pm

· #20824
לעמיל
די קימסט מיט די גאנצע סויטע? אשמדאי? וכו'?
וועלכם! פילט אייך היימיש

אשמדאי נישט! אבער מיטן שמיר יא....
יש"כ לעמיל

לעמיל » פרייטאג יולי 6, 2012 1:26 pm

· #22191
וועלכאם ר' שעפסיל

נפתלי » פרייטאג יולי 6, 2012 1:49 pm

· #22204
לעמיל מיט שעפסיל כאפן א שמועס דארף מען זעהן אז די פאסטוך זאל האלטן א אויג אויף זיי

טעפל » מאנטאג יולי 9, 2012 11:33 am

· #22640
אידען וואס טוט זיך???

געפילטע פיש » מיטוואך יולי 18, 2012 1:51 am

· #25434
שלום עליכם פסיכיאלאג, מ'האמיר פונקט היינט גערעדט וועגן אייך, זענט איר זעלבסט געקרוינט?

זר זהב » מיטוואך יולי 18, 2012 1:53 am

· #25436
באלד קומט א פסיכיאטער און נאכדעם א פסייקעטעראפיסט

zamel » מיטוואך יולי 18, 2012 6:55 pm

· #25873
זר זהב
באלד קומט א פסיכיאטער און נאכדעם א פסייקעטעראפיסט


מען קען זיי נוצען דא ווען די געמוטער ווערן צוהיצט וד"ל

ענן כבד » זונטאג יולי 22, 2012 5:04 pm

· #27023
שלום עליכם טייערע ברודער, שוין א לענגערע צייט וואס איך דריי מיר ארום דא אין שטיבל אלס אן אומזעהבארע גאסט, און נישט געפלאנט צו ווערן א מעמבער ווייל קיין שרייבער בין איך נישט, סאוי וויי באדער, אבער למעשה זייט סאיז דא די לייק באטן, האב איך באקומען מערערע נסיונות פשוט צו קענען ארויסווייזן א דאנק פאר א שיין שטיקל ארבעט וואס איז אינטרעסאנט געווען צו ליינען אדער עפעס וואס האט סתם אזוי ארויסגעצויגן א שמייכל אויפן פנים, אנדעם וואס מזאל דארפן עפעס צו שרייבן, איז ב"ה מ'האלט שוין דא, מאיז אויפגעסיינט, און מ'קען זיך נעמען לייקן אויף רעכטס און לינקס.
גלייכצייטיג וויל איך דא באדאנקען פאר די חשובע מנהלים פונעם פארום, פארן צושטעלן אזא שיין צימערל ווי מ'קען זיך אויסלופטערן אויף א כשרן אופן, זאל די זכות ביישטיין פאר ענק אלע, ויה"ר ששבי"א.

זר זהב » זונטאג יולי 22, 2012 5:08 pm

· #27027
וועלקאם ענן כבד, מ'דארף נישט זיין קיין שרייבער דא צו שרייבן. איך בין אויך נישט קיין שרייבער און דאך שרייבעך... איך שרייב וואס ס'ליגט מיר אויפ'ן צונג און אויפ'ן מוט יענע מינוט, און לאז די פאטעיטא טשיפס פאלן וואו זיי מעגן.

ענן כבד » זונטאג יולי 22, 2012 5:20 pm

· #27035
א שיינעם דאנק, פארן אויפנאם און פאר די עדווייס.

טעפל » זונטאג יולי 22, 2012 5:24 pm

· #27040
שלום עליכם ענני הכבוד, און זר מיר האבען אסאך הנאה פון דיר...

געפילטע פיש » זונטאג יולי 22, 2012 8:25 pm

· #27183
שאמעלייחעם, איך וויל נאר אויסקלארן, דיין צווייטע נאמען, כבד, זעצט זיך מיט א צירי אדער מיט א חולם?

ענן כבד » מאנטאג יולי 23, 2012 11:39 am

· #27388
שכח טעפל, שכח געפילטע, און מיין משפחה נאמען זאגט זיך מיט א שוה, די מדקדקים זאגן עס מיט א צירי.

טעפל » מאנטאג יולי 23, 2012 12:22 pm

· #27403
ענן כבד
שכח טעפל, שכח געפילטע, און מיין משפחה נאמען זאגט זיך מיט א שוה, די מדקדקים זאגן עס מיט א צירי.

די מדקדקים אדער די גאליציאנע?

געפילטע פיש » מאנטאג יולי 23, 2012 8:56 pm

· #27634
ענן כבד
שכח טעפל, שכח געפילטע, און מיין משפחה נאמען זאגט זיך מיט א שוה, די מדקדקים זאגן עס מיט א צירי.

א צירי בלייבט א צירי, די שאלה איז אויב מ'איז מדגיש די צירי, מיין שאלה איז געווען צי דו ביסט פון די ענני הכבוד, אדער ענן כבד, א שווערע וואלקען. ווייל אויב ביסטו פון די ענני הכבוד, ביגעל מיר אפאר העמדער זיי אזוי גוט...

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 23, 2012 9:32 pm

· #27651
ברוכים הבאים קליינע רעבעלע.

אלס ערשטע קאמפלימענט, מוז איך דיר זאגן ווי שטארק דיין חתימה געפעלט מיר. א קורץ ווארט, אבער שארף!

און די ריכטיגע ווערטער נוצטו! אנשטאט זאגן "ערגער" אנשטאט בעסער, זאגסטו "ווייניגער".

הלואי זאל יעדער טראכטן אזוי, וואלט די וועלט געווען בעסער!

קליינע רעבעלע » מאנטאג יולי 23, 2012 9:39 pm

· #27657
ישר כח שמעקעדיג
אגב אורחה בין איך געווען פין דע ערשטע איינגשריבנע דא נאר איך האב פשוט נישט היינט ווי צי ליינען און שרייבן
יעצט האב איך געטראפן א קאמפיטער ליין איך דע אלע זאכן וואס איך האב פארפאסט ביז דאן

קפנדריא » מיטוואך יולי 25, 2012 4:45 pm

· #28522
ברוכים הנמצאים!
איך טוה ניט ערשיינען אויף די ליסטע פון "באנוצער", ווארשיינליך צוליב ווייל איך האב אויסגעקרויזט דעם הויפט שטרויס און זיך "אריינגעכאפט" דורך א קפנדריא..

שמואל הלוי » מיטוואך יולי 25, 2012 5:21 pm

· #28535
שלום עליכם!

אוודאי ערשיינסטו ביי די באניצער ליסטע
כאפ א בליק
<!-- l --><a class="postlink-local" href="http://kaveshtiebel.com/memberlist.php?start=350">memberlist.php?start=350</a><!-- l -->

דוד בער » דאנערשטאג יולי 26, 2012 11:10 am

· #28791
שטעלט אייך אין די רייע
ברודערלעך געטרייע
באגריסן א גאסט א נייע

איך אויך » דאנערשטאג יולי 26, 2012 11:13 am

· #28792
דוד בער
קום אהער
עס זאל נישט זיין ביי דיר שווער
שרייב ווי מער
מיט פרייד און יאמער
אויפגעקלערט אדער פרומער
וואס דו האסט א קלער
ווי דיין באגער
קאווע שטיבל זאל נישט זיין לער.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 26, 2012 11:22 am

· #28796
דוד בער
שטעלט אייך אין די רייע
ברודערלעך געטרייע
באגריסן א גאסט א נייע


שלום עליכם דוד בער, מיין טייערע קאזין!
כ'האב הנאה אז דו ביסט ארויפגעקומען אהער!
לויט ווי איך קען דיך, וועסטו דא מהנה זיין דעם עולם כמו שכתוב!
אלזא, נעם דיר צו די עבודה
נעם דיין פעדער און הייב אן שרייבן...!

טעפל » דאנערשטאג יולי 26, 2012 1:56 pm

· #28897
שלום עליכם דוב בער

איך קען גראמען א מכה מער!

יושב קרן » פרייטאג אוגוסט 3, 2012 1:35 pm

· #31536
שלום עליכם אלע
איך האב פאר ענק א שאלע
איך וויל א תשובה הערן
אן ענטפער פאר יושב קרן
און ווינקל זיצעך
וואס טוטצעך?

שמואל הלוי » פרייטאג אוגוסט 3, 2012 1:42 pm

· #31539
עליכם השלום יושב'ל, דו שיינסט צו זיין א נאנטער קרוב מיט דוב בער, ריכטיג?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11