☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » באגריסונגען

באגריסונגען

507 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #18
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11

זר זהב » דינסטאג יולי 9, 2013 12:45 pm

· #131846
משה געציל
ס'איז גארנישט, די ווייץ שניט יארן לויפן אביסל אנדערשט.

וואלט ער געדארפט שרייבן תשע"ד..

משה געציל » דינסטאג יולי 9, 2013 12:48 pm

· #131849
אין משיבין על הדרוש...

זר זהב » דינסטאג יולי 9, 2013 12:48 pm

· #131851
🙂

יידל » דינסטאג יולי 9, 2013 4:14 pm

· #131913
שלום עליכם הרב לאווי.

טעפל » מיטוואך יולי 10, 2013 8:48 am

· #132086
[ציטאט אראפגענומען]

אויב אזוי איז שוין טאקע אן דבר אחר אינגאנצען..

יאיר » מיטוואך יולי 17, 2013 7:10 pm

· #134325
הרב לאווי איז פארשוואונדן געווארן. ער איז שוין געקומען צום שכל.

לעמיל » מאנטאג יולי 22, 2013 5:41 pm

· #135317
חברה גלייבטס צו נישט עטץ ווייסט ווער איז אהער געקומען? @משה רבנו אליין איז דא

פלוין פון ממרא » מאנטאג יולי 22, 2013 5:45 pm

· #135319
לאמיר זען צו ער בלייבט דא לענגער ווי 40 טעג אין 40 נעכט

משה רבנו » מאנטאג יולי 22, 2013 5:47 pm

· #135322
יא יא!אזוי ווי איר זעהט!

boxcover » מאנטאג יולי 22, 2013 5:57 pm

· #135330
פלוין פון ממרא
לאמיר זען צו ער בלייבט דא לענגער ווי 40 טעג אין 40 נעכט

די פערציג-טעג-לימיט גייט נאר אן אויבן אין הימל ווי ער האט קיין זאך נישט אריינגענומען אין מויל, אבער אין בית שכולו קאווע קען @משה רבנו פארוויילן פאר יאהרן לאנג.

איך אויך » מאנטאג יולי 22, 2013 7:34 pm

· #135372
קענסט דאך די מעשה מיטן גלח מיט די פייפ.

סאשי פיש » מאנטאג יולי 22, 2013 7:55 pm

· #135377
[b]
ברעקינק נייעס

מען האלט שוין ביי 1100 באנוצער


:like 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍
👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍
👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍

איך אויך » מאנטאג יולי 22, 2013 9:24 pm

· #135391
דו מישט נחום מיט חיים נחום, איי דאונט טינק הי וויל בי ווערי העפפי.

I'm back » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 11:05 pm

· #138865
יצחק לאווי
שלום עליכם טייערע ידידים און פריינט , דא בין איך במלוא יפי והדרי, בשם המפורש, מיט אלע אינפארמאציע.
דא וועל איך שטיין אונטער מיינע מיינונגען, אלעס מיט מיין נאמען מיין בילד אן זיך באהאלטען אינטער מאדנע ניק-נעמען און אן מורא האבען פון די אייגענע שאטן.
ואליכם אישים שומרי משמרת הקודש אקרא, אז איר האט א פארבלעם מיט עפעס וואס איך שרייב, זייט מוחל הייבט אויף א טעלעפאן, שיקט מיר אן אימעיל, אינבאקס מיר אויף מיין פעיסבוק, שיק מיר א פאקס, שרייבט מיר א צעטל אויף א פאפירוס, שיק מיר א בריעף מיט א טייבל, שרייבט מיר אויף די פארע וואס זאמלט זיך איין אויף מיין פענסטער, קאנטעקט מיר עני וועג וואס עטס ווילסט, נאר מיט איין תנאי, אז איר חתמ'ט זיך אינטער מיט אייער פילער נאמן אן זיך באריפען עפעס א מאדנע פאשקיוויל אינטערשריפט נאמען. מיט 'היהדות החרדית', 'בני הישיבות', 'מרנן ורבנן', 'מקום חותם הבד"ץ', וועל איך נישט האבען צוטוהן.


@יצחק לאווי ווער האט דיר אוועקגעשלעפט?

סאשי פיש » פרייטאג אוגוסט 9, 2013 1:10 pm

· #140210
זה היום קיווינו לו

אונזער שר צבא כמר יואב און אונזער שר הלאכען והשמייכלען איז ארויף צו די פופצען מערסטע לייק'ס

וואויל פארדינט יעדע איינס באזונדער


וואונטשט סאשי פיש בשם כל הקהל הקודש

טעפל » זונטאג אוגוסט 11, 2013 3:35 am

· #140403
ס'קומט זיך איהם אפילו העכער'ס..

I'm back » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 4:28 pm

· #143879
ברוך השם, מען האט שוין @קענדי קראש דא אין שטיבל.

atmybest » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 7:23 pm

· #146517
היות קיינער האט נישט באמערקט, מזל טוב צו מיך לכבוד די 128'סטע תגובה.

כן ירבו וכן יפרוש.

מאראנצןזאפט » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 10:41 pm

· #150377
ברוכים הבאים פאר סיד ההיכל, חכם באשי און זשאן אסטריק.
זאלט איר ערליך ממלא זיין אלע אונזערע פארלוירענע ברודער.

נולד מאוחר » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 10:45 pm

· #150378
על שם מי זשאן אסטריק?

סאשי פיש » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 1:50 am

· #150456
עס טוט זיך דא א טוץ פון נייע ניקס ב״ה, כל אחד בשמו הטוב יברוך!!!
קאווע שטיבעל האט אויפגעלעבט אויף אלע באקען!!
און איז ארויסגעקראכען פון די זומער שטילקייט!!

@שליח, נעמט קער פון די וויסענשאפט, מיט די תורה ומחשבה,אפטיילונגען בפרט, ובכלל יעדע תגובה זיינע איז געשריבען מלא תוכן מיט א זעלטענע נארמאלע פארשטענדליכע וועג פון מסביר זיין א זאך מלא טעם אז יעדער זאל זיין צופרידען!!

@רויטע וואנצעס נעמט קער פון די קונסט אפטיילונג, און מאכט זיכער אז עס זאל אלס זיין פרישע סחורה פון זיינע קונסטליכע פאעזיע ארטיקלעך!!

@Big joe נעמט קער פון די היסטאריע אפטיילונג, און באלייכט אונזער שטיבעל מיט זיינע וועכענטליכע תורות און געדאנקען!!

להבדיל בין... ל.....

@נאר,,פרייליך ומשפחתו @שמייכל גיט (מיך מאכט ער נישט שמייכלען) נעמט קער פון צימעס אז אלס זאל זיך עפעס קאכען דארטען און אז עס פעלט פארקאכט ער אליין עפעס!!

נולד מאוחר » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 1:57 am

· #150457
כקען קוים מיהאלטן. כבין מאך צימישט מיט קאווע טרינקערס גלייבעריי

קאווע טרינקער » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 8:37 am

· #150473
[ציטאט אראפגענומען]

ס'שמעקט מיר נישט אז מ'האט אנגענומען אזא ניק.

I'm back » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 10:15 am

· #150502
איך בין נייגעריג, זענען די נייע ניקס ניי צו קאווע שטיבל, אדער פלעגן זיו אלעמאל ליינען, און יעצט באשלאסן צו שרייבן אויך?

רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 11:02 am

· #150526
I'm back
איך בין נייגעריג, זענען די נייע ניקס ניי צו קאווע שטיבל, אדער פלעגן זיו אלעמאל ליינען, און יעצט באשלאסן צו שרייבן אויך?


אדער זענען זיי אלטע ניקס וואס האבן באשלאסן צו מאכן א חליפת נשמה פאר פראקטישע סיבות?

שצם_חנכל » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 5:08 pm

· #150685
כ'ליין שוין א לענגערע צייט, כ'האב יעצט באשלאסען צו קאמענטירן ווען ס'ליגט מיר אין בויך.

בשבילי! » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 6:25 pm

· #150735
שצם_חנכל
כ'ליין שוין א לענגערע צייט, כ'האב יעצט באשלאסען צו קאמענטירן ווען ס'ליגט מיר אין בויך.

איך אויך » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 4:28 pm

· #150979
קאווע טרינקער
[ציטאט אראפגענומען]

ס'שמעקט מיר נישט אז מ'האט אנגענומען אזא ניק.

I'm back » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 12:19 pm

· #151150
איך ווייס אז דער אשכול איז מיוחד צו באגריסן נייע ניקס וכו, אבער איך וויל דא באגריסן איינער פון די עמודי ה'שטיבל צו א גוטע טאט וואס ער טוט...

יא, איך מיין טאקע @זר זהב.

כידוע, האט ער געשריבן די מערסטע תגובות דא. דאס מיינט אז ער לעבט און אטעמט מיטן שטיבל, און עס איז ביטערליך שווער זיך אוועקצורייסן פון דא.
דאך, איז דער חשובע יונגערמאן) ראש ישיבה?) געגאנגן און ארויסגעסיינט פאר עטליכע טעג, בלויז צו קענען העלפן זיין ווייב בויען די סוכה!

מי כעמך ישראל!!

פאריז » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 11:59 am

· #153319
שלום עליכם

יה"ר שנשמע ונתבשר בשורות טובות ונמצא חן בעיני אלקים ואדם וניק'ס.

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 12:10 pm

· #153321
עליכם שלום א גאסט פון ערי פאריז וחוצות פראנקרייך.

אביגדור » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 12:37 pm

· #153329
עצה טובה קמ"ל.

פאריז » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 1:07 pm

· #153347
merci beaucoup très gentil de votre part

Si on parle déjà, c'est quelque chose de nouvelles dans la communauté babub?
Il ya quelques nouvelles de la peine si elle s'éteint? Et si oui, quand?

petergrifin » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 2:32 pm

· #153385
שלום עליכם פאריז
די האסט געברענגט פרענטש פרייס? חחחח

חכם באשי » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 8:06 pm

· #153507

תחת השמש » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 11:34 pm

· #153586
שלום עליכם!

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 11:39 pm

· #153588
עליכם השלום א איד פון אוסטראליע!

נעגאשיעיטאר » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 11:25 am

· #155523
שלום עליכם.

שפתים ישק » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 11:51 am

· #155527
Shulem aleichem

לעמיל » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 12:10 pm

· #155529
שפתים ישק
Shulem aleichem

שלום עליכם מר' @שפתים ישק
דא איז נישטא קיין major players יעדער איז די זעלבע איינוג עפען דיין פעדער און נעם דיך שרייבעון

איך אויך » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 1:05 pm

· #155552
נחום (און גערער רבי) לאזן נישט איך זאל דיר קושן באט וועלקאם עבארד.

Josh » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 2:58 am

· #159008
שלום עליכם טייערע ברודער. שוין איינגעשריבן א היבשער צייט צוריק, נישט געהאט קיין סאך צייט צו מגיב זיין. קיין גרויסע שרייבער בין איך (נאך) נישט. געליינט האב איך אסאך דא. לייקס קען איך טיילן לרחצה.

איך אויך » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 10:20 am

· #159021
שלום עליכם ר' יואש.

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:18 am

· #159040
Oh my Josh
שלום עליכם, גם אני מצטרף, מאכט אייך באקוועם.

מאטל שניידער » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 12:43 pm

· #159060
שלום עליכם יידאלעך!

איך אויך » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 12:50 pm

· #159061
שלום עליכם ,פון וואנען איז א איד? פולין ,ליטא, אוקריינע?

מאטל שניידער » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 12:52 pm

· #159062
איך אויך
שלום עליכם ,פון וואנען איז א איד? פולין ,ליטא, אוקריינע?

מיר זיינען פון רוסלאנד!

איך אויך » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 12:56 pm

· #159067
איר האט מיטגעברענגט די ארבייטס כלים? אלזא וואזשע ווארט איר זעצט אייך צום שניידער טישל און פארנייט א לאטע ,מיר צאלן נישט פאר באטלאנים.

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 1:34 pm

· #159078
שלום עליכם מאטל 108.

Josh » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 7:18 pm

· #159140
איך אויך
שלום עליכם ר' יואש.


דאכט זיך עס איז שוין דא א ניק יואש.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11