באגריסונגען
507 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #18
Re: באגריסונגען
א גרויסן יישר כח פאר דו חשובע עסקנים און בעלי בתים וואס האבן צוגעשטעלט אזא פיינע אויגעהאלטענע געשמאקע קאווע שטיבל, וחפץ ה׳ בידינו יצליח
Re: באגריסונגען
שלום אליכם אליכם השלום!
א הארציגן גריס פאר די ערפינדער און שרייבער פונעם נייעם פארום, איך בין זייער אנטציגט געווארן ליינענדיג דעם "ווארט צו דעם נייעם מעמבער" טרעפנדיג ממש וואס איך זיך שוין אזוי לאנג.
וואס מיין איך? איז אזוי.
ס'איז דא אן אנדערער היימישע אידישע פארום יעדער ווייסט מסתם פון וואס איך רעד, וואס איך פארברענגן שוין דארט אפאר יאר, און דארט האב איך אויך אויסגעפונען פון דעם פארום.... , אבער לא מצא ניחא לנפשי, ס'שווער צו רעדן, ס'איז א מואסע זאך זיך צו בארומען מיט יענעמ'ס פעלער, אבער איין ווארט מיז איך זאגן, די יסודות דארט זענען פונקט די פארקערטע פון דא!, און פארדעם איז מיר א גרויסע שמחה אז איך האב געטראפן את אשר יאהב נפשי, איך האף נאר אז די פרייהייט וועט נישט צוברענגן אז ס'זאל פארוואנדעלט ווערן אין פאליטיק אדער סתם פייטס פארום, והי' בזה שלום.
פאר איך בין מסיים דארף מען דערמאנען אז איך ווייס נישט ווי אפט איך וועל דא שרייבן צוליב מיין באגרענצטע ציטריט צום אונטערוועלט, ס'קען זיין ס'וועט זיין זייער זעלטען אבער איך האף אז די פארום וועט גוט אויסארבעטן אז ווען איך קום זאל זיין מיט וועם צו רעדן.
הצלחה רבה
כברכת קאווע.
Re: באגריסונגען
עגרי
Re: באגריסונגען
א גוט יאר אייך!
Re: באגריסונגען
שלום עליכם!
Re: באגריסונגען
אגב כ'מוז זיין גערעגט אויף א צווייטע סייט צו שרייבן דא?
אדער יעדער האט דא פרייע רעכטן.
Re: באגריסונגען
לייבישאגב כ'מוז זיין גערעגט אויף א צווייטע סייט צו שרייבן דא?
אדער יעדער האט דא פרייע רעכטן.
פרייע רעכטן פאר יעדן. פארוואס זאלט איז דארפן זיין גערעגט אויף א צווייטן? געדענקט, קאווע שטיבל איז באזירט אויף טאלארענץ. אהבה, אחוה, שלום, וריעות.
Re: באגריסונגען
לייביש חלילה, איטס זשאסט א מעטער אוו טעיסט. דאס איז וואס האט מיך אהער געברענגט, אדרבה אויב די קומסט פאר א בעסערע סיבה איז אסאך בעסער.
Re: באגריסונגען
אה איז גוט, ס'האט פשוט אזוי אויסגעקוקט פון א שיינע פאר תגובות
כ'האב אפאר הערות צו פאריכטן די אידיש ווי ווענד מען זיך?
Re: באגריסונגען
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/6">viewtopic.php?f=12&t=6</a><!-- l -->
Re: באגריסונגען
שלום עליכם
Re: באגריסונגען
שלום עליכם גוטע אידן.
איך ווייס נישט ווי אנצוהויבן.
איך האב שוין לאנג נישט געניצט צו שרייבן אידיש אין קיין היימישע פורומים צוליב פילע סיבות און ווען איך האב געהערט פון דעם פלאץ דא און זעענדיג די תקנות, האב איך געטראכט ביי מיר אזוי ווי ביי יעדע אנדערע נייע ווינקל וואס איז אהערגעשטעלט געווארן אז מסתם וועט עס אנהאלטן אביסל און דערנאך איינשלאפן אזוי ווי די פילע אנדערע פלעצער.
איך האב עס די לעצטע פאר טעג באטראכט און געקלערט וואס עפעס זאל איך דא אריינווארפן כחות און דערנאך וועט עס ערגעץ פארשווינדן ווערן אין דעם ריזן וועב-מיסט-קאסטן?
אבער ווי מען קען זען האב איך אנדערש באשלאסן, און אפגעמאכט אז אויב איז דא א קליינע טשענס אז עס וועט דא אויסוואקסן עפעס וואס איך האלט אז ס'פעלט אינעם אזוי אויך קליינעם אידישען מארקעט אויפן וועב, וועל איך עס שטיצן וויפיל איך קען.
הכלל איך הייב אן און היות איך האב נישט פיל געשריבן אין אידיש (אין אנדערע שפראכן מער) איז מעגליך אז מיין שריפט איז עפעס שטימפיג געווארן מיט דער צייט, בעט איך אז מען זאל נישט שפארן קיין קריטיק אויף מיין חשבון אויב איז עס נישט אויסגעהאלטן לויטן היינטיגער גראמאטיקע.
Re: באגריסונגען
שלום עליכם, מיינע טייערע ברודער!
באמת בעלאנגט נישט דא אזא ברייטן שלום עליכם, ווען אונז האבן זיך מסתמא געזעהן 5 מינוט צוריק אין קרעטשמע, אבער לויט ווי איך שמעק איז דא וואס ווילן דא אנפאנגען א ניי לעבן, נא איך וויל דאך נישט זיין קיין אויבער-חכם, לאמיר מיטשפילן, רעדי סטעדי גאו!
לויט'ן הויעכע מאס היימישע טרעפיק וואס קומט פאר אויפ'ן געוועב איז זיכער אז עס איז דא נאך פלאץ פאר נייע היימישע פארום'ס ווי אינגעלייט זאלן זיך דרייען, אסאך פילן זיך נישט באקוועם אויף געוויסע אנדערע פלעצער פאר פארשידענע סיבות און עס איז נישט מער ווי יושר אז יעדער זאל האבן א שטיבל ווי צו פארברענגען לויט זייער געשמאק, קנאת סופרים איז אויך זייער א וויכטיגע זאך, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, ממילא ווינטש איך דא אן פאר די חשובע מנהלים שתשרה שכינה במעשה ידיכם, ושתתברכו ממקור העליון ושתזכו לקדש שם שמים!
Re: באגריסונגען
אל הנער הזה התפללתי, אויף דעם פורום ווארט איך שוין א לאנגע צייט, איך וועל נישט נאכאמאל אויסשמועסן די סיבות וואס דער עולם האט שוין מער ווייניגער ערווענט,
איך קוק פאראויס אויף די הצלחה פונעם שטיבל
Re: באגריסונגען
איך גלייך זייער שטארק דאס קאווע שטיבל. ווי איך האב געהערט וועט דאס זיין א פלאץ וואו מען וועט זיך קענען אויסלופטערן אויף אן אנגענעמען אופן, און וואו מען וועט נישט לעבן אין פאנטאזיע וועלט מיט וואלן פאר מכלומר'שטע פירערשאפט פאזיציעס און אלע אנדערע שטותים. אויך הער איך וועט דא זיין א מענטשליכער צענזור און די מנהלים וועלן נישט מעקן און טראסקענען מענטשן נאר ווייל זיי מוזן ערגעץ ווייזן בעלות (געווענליך זענען דאס מענטשן וואס ביי זיך אינדערהיים און אין די ארבעט זענען זיי אונטער'ן טיש) און דער איינציגסטער ארט וואו זיי קענען זיך אויסגעבן איז אויף א פארום.
לאמיר הנאה האבן און פארברענגען אינאיינעם.
Re: באגריסונגען
שלום עליכם אידן!
Re: באגריסונגען
שלום עליכם טייערע אידן, יא איך בין דער זעלבער ווי פון דער אנדערע פארום סאו איך בין נישט ממש קיין נייער, און לענ"ד וועט זיך מן הסתם צום סוף אויסשטעלן אז די צוויי פארומ'ס וועט זיך פונאנדער טיילן אין די נושאים וואס מען וועט שמועסן, טא פארוואס זאל איך נישט קענען שרייבן אין ביידע, דאס האט מיר געמאכט זיך איינשרייבן.
Re: באגריסונגען
חח סאוי איך דארף דארט עפענען א ניק צו פארשטיין וואס מ'רעדט דא..
שכוח פאר זאגן.
Re: באגריסונגען
אהה שוין לאנג געווארט אויף א קאווע שטיבל זיך צו קענען דערקוויקען מיט א ווארעמע קאווע אן מורא האבן אז איינער וועט מיר אויסגיסן מיין קאווע ווייל איך שרייב אנדערש ווי זיינע צייטונג שרייבערס...
אבער פארוואס איז דא נאר 2 בענקלעך?? מדארף דאך שוין באלד ברענטשעס דא..
Re: באגריסונגען
שלום עליכם עליכם שלום
Re: באגריסונגען
שלום עליכם אידן!
איך קוק ארויס אויף דעם מאמענט ווען עס וועט זיך יאווען איינער מיט געניטע כשרונות און ערצייגן א וועבזייטל וואס וועט האבן אויף איין בלאט אלע אשכולות פון ביידע היימישע פארומס... אזוי וועל איך נישט דארפן נאכאנאנד קלעטערן הין און צוריק...
Re: באגריסונגען
יוא יוא וווט אופ ניגעס. העי דונט ווארי איך מאך זיך נאר אביסעלע שיכור עס גייט דאך זיין פורים אוף דער וועלט. איטס סוא נייס טו מיט יו אלל.
Re: באגריסונגען
שלום עליכם, חשוב'ע אידן! קוקט אויס א פיין פלאץ.
Re: באגריסונגען
שלום עליכם
Re: באגריסונגען
"שלום עליכם ברודער"
"עליכם שלום אייך!"
Re: באגריסונגען
פרידן צו אייך אלע.
איך האף אז מ'וועט זיך דא קענען אויסדרוקן אומגעשטערט אן קיין צענזור.
Re: באגריסונגען
העלא חד גדיא! אט אט קומט שוין דיין אושפיזין...
Re: באגריסונגען
Hi everyone! I’ve been watching this forum intently for the past two weeks, and I must say that I am highly impressed. At first I hesitated on signing in, due to my deficiency in typing Yiddish (although my first language is Yiddish, I type well only in English). But as I discovered tonight that the forum administration is OK with English*, I spontaneously registered.
I would like to extend my heartfelt gratitude to the initiators and administrators of Kave Shtiebel.
---
*(<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/63#p433">viewtopic.php?t=63#p433</a><!-- l -->)
Re: באגריסונגען
Maxwell, ברוך הנמצא!
Re: באגריסונגען
עליכם השלום
מאכט אייך באקוועם
Re: באגריסונגען
שלום עליכם גלעזעלע.
Re: באגריסונגען
שלום, חברה! כ'לייג בלויז אראפ מיינע רענצלעך דא אין ווינקל און כ'לויף זיך ארומוואשן. צום ווידערזעהן אין אווענט. (כ'בין שוין געניג היימיש צו בארגן א שירעם. מ'העמיר רעדן.)
Re: באגריסונגען
שלום וברכה אלע טייערע אידן, גלעזעלע, יואליש וכו'. קומט אריין און מאכט אייך היימיש!
Re: באגריסונגען
אה שלו' עליכם טייערע יודן
נאך א הערליכע שיינע יודישע ווינקל זיך דערקוויקן מיט פיינע קאווע....
Re: באגריסונגען
שלום עליכם מיינע טייערע ברידערלעך!
א אינטרעסאנטע האט פאסירט ביי מיר לעצטנס.
טרינקען א גלעזל קאווע פלעגט זיין ביי מיר נאר זיך צו האלטן אויף ביי די ארבעט. יעצט איז עס געווארן א וועג זיך אפצורוען. ווען איך טרינק היינט א קאווע, שפיר איך מיר ווי איך זיץ ביים וואסער מיט א געשמאקע ציגארעטל און איך בין אויף וואקאציע.
עניוועי, נייס טו סי יא און מיר וועלן זיך זעהן ביי פינף און זיבעציג תגובות.
גוד לאק!
Re: באגריסונגען
שלום עליכם אייך אלע!
Re: באגריסונגען
עליכם השלום זכר באנדל
נעם זיך בונדלען תגובות...
Re: באגריסונגען
קיינער האט מיר נישט געגעבן קיין שלום עליכם, וועל איך מיר אליינס געבן,
שלום עליכם פריינדליך!
Re: באגריסונגען
שלום עליכם ר' פריינדליך
Re: באגריסונגען
אה ענדליך, ביי מיין נעקסטע ניק זע אז איך זאל עס נישט דארפן בעטען, 😃 זאלסט עס געבן אומגעבעטען,
Re: באגריסונגען
שלום עליכם.
זעה אז זאלסט נישט דארפן מאכן קיין נייע ניק דא!
האלט דיך פריינדליך דא מיט יעדעם וועט דיר זיין גוט.
Re: באגריסונגען
איך בין שוין דא א שטיק צייט איך האב נאר נישט אויסגעזאגט.
Re: באגריסונגען
ראדני_שדכןאיך בין שוין דא א שטיק צייט איך האב נאר נישט אויסגעזאגט.
שלום עליכם שדכן! דאס איז א גוטער שדכן, ער קען שטיין און נאכקוקען וואס טוט זיך פון דער זייט, אהן דעם וואס איינער זאל באמערקען...
Re: באגריסונגען
ראדני_שדכןאיך בין שוין דא א שטיק צייט איך האב נאר נישט אויסגעזאגט.
שלום עליכם שדכן, איך האף אז דו וועסט טרעפן שידוכים פאר די בחורים דאהי (און אזוי ארום אויך קענען געניסן פונעם פרייוואטן פארום 😉 )
ברוכים הבאים הרב חנניה זרח שטיגליץ! יהא בואך לברכה!
שלום וברכה, קומט אריין און עסט עפעס און טרינקט נאך א קאווע.
שלום עליכם עס עפעס און שטיגליץ
און על דא ועל הא האט עפעס א ספעציעיל זכיה צו זיין די 250'טער באנוצער פונעם שטיבעל.
Thanks for the nice greeting, Zer Zahav!
[ציטאט אראפגענומען]
..."no, that's not me. If I would've written that column, it would've been named "On this and on that 🙂
ברוכים הבאים על דא ועל הא, מאכט אייך היימיש.