דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #46
7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #46
וואס גיסטו מיך אן? קענסט נישט וואטשן? אקעי ס'העט שוין גוט זיין, בלייב מיר גוטע פריינט
איר מיינט אז דאס איז דאס ערשטע מאל? איך האלט אין איין צוברענגען די קאצקעס, און יעדע מאל איז ווידער די זעלבע מעשה. "מר. טעמפא, פארוואס איז נישטא קיין קאצקע צוקערלעך?" "טעמפא, ס'וואלט געמעגט זיין הארטע צוקער". "הרב טעמפא, שוגער קיובס פארגונט מען אומז נישט". הערט שוין אויף למען השם! און אז איר וועט טרונקען א קאווע מיט ווייעכע צוקער וועט דען פאסירן עפעס?
הרב טעמפא, הייבסט שוין אן צו רעדן ווי דו האסט פייגל אין קאפ. ווי קענען מיר משנה זיין ממטבע שטבעו חכמים? אונז וועלעמער טרונקען אזויווי אונזערע זיידעס האבן געטרונקען, מוטן קאצקע צווישן די ציין מאכענדיג מאדנע סאונד עפעקטס כדת משה וישראל.
זעסטע שוין פארוואס ס'פעלט אויס צענזור?
זעסטע שוין פארוואס ס'פעלט אויס צענזור?
ההאא... ווי גוט,
שוין באלד נאכן דאווענען נעם צי א דעינעש, זעך צי דערקוויקען דאס נפש'ל,
____
פארשטייט איר 'קאווע' פארוואס איר זענט ארויס מיט ריווח אז אנאנים'ס טאטע האט אזוי אויס געלערנט זיין זוהן, ווייל דעמאלטס, און אויך יעצט, האט מעגליך זיין טאטע, און איר ווען איר ווערט אנגעגאסן מיט צוקער דערינען, וואלט אפשר די מעשה געהאט נאך א קנייטש.

אוי ס'דערמאנט מיר מיט נאסטאלגיע פון מיין מלמד זאל רוען אין לעכטיגן ג"ע
ווי ער האט פארמאגט א קאצקע צוקער שניידער
(א שטייגער ווי די ניסל קראכער'ס אדער ווי די יוסט שניידער'ס א.ד.ג.)
ער האט צוטיילט די צוקער מיט א פאכמאנישקייט די צוקערל אויף פיר כנגד ארבעה בנים
פאר פיר קינדער וועלכע האבן פלייסיג געלערענט האבן זיך פארדינט נישט מער און נישט ווייניגער א -------------פערטל צוקער----------
די בא'חנ'טע ערהאבן בילד ווי די טישן אינעם סמעדרעש זענען געווען אנגעלייגט מיט האלבע ברוינע צוקערלאך איבערגעלאזט פונעם קאווע טרונקעריי.......
דרך אגב: רעדענדיג פון די קאצקעלעך
ווען כ'טרינק א טיי די ליפטאן טראדיצינאלע טיי זעקלעך מיטן אויפשריפט ליפטאן "בריסק"
און מען נעמט צו דעם צי א "קאצק"ע צוקער
קענט איר זיך פארשטעלן די שארפקייט דערפון
קאצק מיט בריסק אינאיינעם
וילכו שניהם יחדיו!