☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » StandWithIsrael#

StandWithIsrael#

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16619

שאלתיאל » מאנטאג אקטאבער 9, 2023 1:06 pm

· #537178
StandWithIsrael#
חברים, אין די שווארצע טעג ווען מד"י קעמפט (ליטערלי) אויף איר עקזיסטענץ, און יעדעמס הארץ שטורעמט און קאכט און זידט און האפט און מ'זוכט וואס מ'קען נאר ארויסהעלפן און פונדערווייטענטס איז פארשטייט זיך שווערער, אבער פארט איז דא אסאך וואס צו טוען. למשל, א רעלאטיוו- איינפאכע זאך וואס יעדער קען זיך באטייליגן ווי אימער מ'איז, איז מיט די קריטיש וויכטיגע ערקלערונג באמיאונגען אויף די סאושעל מידיע נעצן.

יעדער וואס האט אביסל Followers אויף Twitter, Instagram, Tiktok, Facebook וכו' קען מיט פשוטע שריט אויפטון א געוואלד: אביסל ערקלערן, שעירן פאוסטס, ריעקטען, און אפי' לייקן. דאס זענען פשוטע זאכן וואס זענען זייער וויכטיג אין די אנגייענדע שלאכט אויף דער אינטערנעשאנעל פובליק עפיניען וואס זענען פארשוועמט מיט אנטי-ישראל'ישע/אנטיסעמיטישע פראפאגאנדע. רוב פון די ברייטע מאסן זענען איגנארענט איבער די אמת'ע סיטואציע אין די מדינה און ווערן געפיטערט דורך בייעסד מידיע פלאטפארמעס, אקטיוויסטן, סעלעבס, ארגאניזירטע פראפאגאנדע קאמפיינס וכו'.

א קליינע ביישפיל: געוויסע סעלעבס ( Kylie Jenner) און נאך האב געפאוסט אויף אינסטגרעם אין שטיצע פון מד"י און האבן עס אויסגעמעקט צוליב די העיט וואס זיי האבן צוריקגעכאפט.

עם ישראל חי.

שאלתיאל » מאנטאג אקטאבער 9, 2023 4:37 pm

· #537187
Re: StandWithIsrael#
א קליינע ביישפיל פון די מידיעס בייעס וואס כ'האב מיך צופעליג אנגעשטויסן יעצט ביים סקראלן מיין פיד: NBC פראבירט אזוי "תמימות'דיג" נישט מיר נישט דיר בארעכטיגן די גרוילטאטן פון חאמאס. אנבעליוועבל

https://m.facebook.com/story.php?story_fbid=pfbid0CChx6k33fhuWm5yPQMfPXnnA2eLiAQX8UFjUggjH2sPnMmfRKAtFt7p5gTEEQon5l&id=100059456233501

סקעפטיקער » מאנטאג אקטאבער 9, 2023 4:53 pm

· #537192
עס איז אויך כדאי צו ברענגען גוטע זאכן צו שעירן
Sam Harris
https://twitter.com/SwipeWright/status/1710695934445694993

שאלתיאל » מאנטאג אקטאבער 9, 2023 4:54 pm

· #537193
Re: StandWithIsrael#
@סקעפטיקער. גוטע איידיע

Sent from my SM-A546E using Tapatalk

שאלתיאל » מאנטאג אקטאבער 9, 2023 5:00 pm

· #537195
Re: StandWithIsrael#

שאלתיאל » מאנטאג אקטאבער 9, 2023 5:06 pm

· #537196
Re: StandWithIsrael#
Mark hamill

https://www.instagram.com/p/CyJhMFPvGk2/?igshid=MzRlODBiNWFlZA==


Sent from my SM-A546E using Tapatalk

שאלתיאל » מאנטאג אקטאבער 9, 2023 5:14 pm

· #537198
Re: StandWithIsrael#
עטליכע רולס וואס כ'האב באקומען פריער וואס קענען זיין בייהילפיג:

- נישט ריעקטן אויף אפענע פּרא-חאמאס/ווייעלענס פּאוסטס אדער עס שעירן ווייל עני ענגעדזשמענט ברענגט עס מער exposure. ענדערש עס רעפארטן.

-פארשטערקערן exposure פאר פרא-איזראל פאוסטס אדער ערקלערונג ווידעאס דורך שעירן, לייקן, ריעקטן (אפי' מיט פאזיטיוו אימודזשיס)

-שטיצן סעלעבס וואס קומען ארויס אין שטיצע פון אונז, דורך פאזיטיוו ריעקשענס

שאלתיאל » מאנטאג אקטאבער 9, 2023 5:28 pm

· #537200
Re: StandWithIsrael#

שאלתיאל » מאנטאג אקטאבער 9, 2023 5:33 pm

· #537201
Re: StandWithIsrael#

שאלתיאל » מאנטאג אקטאבער 9, 2023 5:41 pm

· #537203
Re: StandWithIsrael#

שאלתיאל » מאנטאג אקטאבער 9, 2023 6:46 pm

· #537206
Re: StandWithIsrael#

אינגערמאנטשיקל » מאנטאג אקטאבער 9, 2023 9:09 pm

· #537215
זי פירט אן אפעראציע דערוועגן. העלפטס ארויס!

moody » מאנטאג אקטאבער 9, 2023 9:17 pm

· #537217
ר' נתן ביים פארגאנגענם מלחמה מיט דעם זעלבן מעסעדש
https://www.rationalistjudaism.com/p/the-world-wide-war?utm_source=%2Fsearch%2Fwar&utm_medium=reader2

סקעפטיקער » מאנטאג אקטאבער 9, 2023 9:28 pm

· #537218
אינגערמאנטשיקל
זי פירט אן אפעראציע דערוועגן. העלפטס ארויס!
איך האב אן איידיע פאר ווער עס קען עס מאכן. א כמו אדווערטייזמענט פאר א נייעס ICES מיט די קעפל The new ISIS is coming אדער עפעס ענליך. און די נאמען פון די אייסעס איז Hamas

מי אני » דינסטאג אקטאבער 10, 2023 12:06 am

· #537233
דא, דא און דא ברענגט דר. דזשערי קוין ארויס די פראבלעם פון די דעקונג פון די לינקע פּראגרעסיווע מידיא ביי דעם. די קאמענטארן דארט זענען אויך גוט.

שאלתיאל » דינסטאג אקטאבער 10, 2023 10:26 am

· #537245
אינגערמאנטשיקל
זי פירט אן אפעראציע דערוועגן. העלפטס ארויס!
פאלגטס איר נאך. זי טוט א גוטע דזשאב און ווייסט וואס זי טוט

סקעפטיקער » דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 4:06 pm

· #537256
Re:
שאלתיאל #
אינגערמאנטשיקל
זי פירט אן אפעראציע דערוועגן. העלפטס ארויס!
פאלגטס איר נאך. זי טוט א גוטע דזשאב און ווייסט וואס זי טוט
יעצט אז ביידען האט שוין געזאגט אז חאמאס איז אייסיס האלט מען שוין ערגעץ

אסטראלאג » דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 5:16 pm

· #537275
Re: StandWithIsrael#
מיר דארפן געדענקען און דאס שטארק איינ'חזר'ן:
נישט די ציוניסטישע מדינה היט אויף די אידן אין ארץ ישראל - נאר דער רבונו של עולם!!!
נישט כוחי ועוצם ידי - נאר תפילות לאל.
נישט כפירה ומינות - נאר אמונה טהורה.
נישט דער גוג ומגוג מיליטער - נאר ביטול מלכות המינות.
זאל מיר שוין טאקע זוכה זיין במהרה דידן.

שאלתיאל » מוצ"ש אקטאבער 14, 2023 2:46 pm

· #537436
Re: StandWithIsrael#
"פראפארשענעליטי" איז א בריטיש Perversion. א מאדנע קאנסעפט מיט וואס זיי זענען אבסעסד נאר ווען ס'קומט צו מד"י.
אין א אינטערוויו אויף דער בריטישע Talk TV איז דער שרייבער דאגלעס מארי געפרעגט געווארן צו די מיליטערישע רעאקציע פון מד"י אין עזה איז "פראפארשענעל". ער האט גענטפערט וואונדערבאר

https://www.israelnationalnews.com/news/378457

berlbalaguleh » מוצ"ש אקטאבער 14, 2023 10:15 pm

· #537453
Re: StandWithIsrael#
אסטראלאג #
מיר דארפן געדענקען און דאס שטארק איינ'חזר'ן:
נישט די ציוניסטישע מדינה היט אויף די אידן אין ארץ ישראל - נאר דער רבונו של עולם!!!
נישט כוחי ועוצם ידי - נאר תפילות לאל.
נישט כפירה ומינות - נאר אמונה טהורה.
נישט דער גוג ומגוג מיליטער - נאר ביטול מלכות המינות.
זאל מיר שוין טאקע זוכה זיין במהרה דידן.
נאר געוויסע פארשוינען מיט זייערע פארקרומטע מיינונגען האלטן אז מתפלל זיין צו השי"ת אז די אידן זאללן האבן א ישועה און בייקומען זייערע שונאים איז כפירה ומינות. רחמנא לילצן מהאי דעתא...!

חובב ציון » מאנטאג אקטאבער 16, 2023 6:45 pm

· #537628
Re: StandWithIsrael#
📎 IMG_6182.jpeg איך ווייס נישט ווי עס צו לייגן, דערפאר לייג איך עס דא, א אנטי ישראל טוויטער אקאונט מיט איבער 800 k פאלאערס שניידט אריין פאר עפעס א היימישע אינגערמאן וואס האט זיך צו לאזט די פיסקעל מיט ראסיסטישע דיבורים.

חובב ציון » מאנטאג אקטאבער 16, 2023 6:48 pm

· #537629
Re: StandWithIsrael#
זיין פראפיל דערצערענט מיר, פארוואס פארשמירן די גאנצע חסידישע געמיינדע?? דאס צינד דאך אן א פייער! ווער ווייסט וואס דאס קען ח"ו צוברענגען.

אלע צוזאמען » דינסטאג אקטאבער 17, 2023 12:27 am

· #537659
Re: StandWithIsrael#
חובב ציון #
זיין פראפיל דערצערענט מיר, פארוואס פארשמירן די גאנצע חסידישע געמיינדע?? דאס צינד דאך אן א פייער! ווער ווייסט וואס דאס קען ח"ו צוברענגען.
מ'דארף פארשטיין פון ווי ער קומט...
ניין, נישט אזוי גייט די לינקע שלאג ווערטער נאך יעדע טעראר אטאקע?
די @יעקוואלף איז נעבעך אנגעווייטאגט, פאלעסטינער האבן נארוואס ערמארדעט 1,300 פון זיינע ברודער'ס און שוועסטער'ס, דארפסט עס לייגן אין קאנטעקסט.
גיי פרעג AOC מיט אילהאן אמאר ימ''ש, אייביג זענען זיי אזוי סימפאטיש צו טעראריסטן....

נחבא » דינסטאג אקטאבער 17, 2023 1:06 am

· #537664
Re: StandWithIsrael#
אלע צוזאמען #
חובב ציון #
זיין פראפיל דערצערענט מיר, פארוואס פארשמירן די גאנצע חסידישע געמיינדע?? דאס צינד דאך אן א פייער! ווער ווייסט וואס דאס קען ח"ו צוברענגען.
מ'דארף פארשטיין פון ווי ער קומט...
ניין, נישט אזוי גייט די לינקע שלאג ווערטער נאך יעדע טעראר אטאקע?
די @יעקוואלף איז נעבעך אנגעווייטאגט, פאלעסטינער האבן נארוואס ערמארדעט 1,300 פון זיינע ברודער'ס און שוועסטער'ס, דארפסט עס לייגן אין קאנטעקסט.
גיי פרעג AOC מיט אילהאן אמאר ימ''ש, אייביג זענען זיי אזוי סימפאטיש צו טעראריסטן....
דאן זאל ער ווענטן אין זיין פריוואטע ביה"כ, נישט געבן שטאף פאר אנטיסעמיטן אויף א פובליק פלאטפארמע.

פונדאַמענטאַל » דינסטאג אקטאבער 17, 2023 2:11 am

· #537666
Re: StandWithIsrael#
אסטראלאג #
מיר דארפן געדענקען און דאס שטארק איינ'חזר'ן:
נישט די ציוניסטישע מדינה היט אויף די אידן אין ארץ ישראל - נאר דער רבונו של עולם!!!
נישט כוחי ועוצם ידי - נאר תפילות לאל.
נישט כפירה ומינות - נאר אמונה טהורה.
נישט דער גוג ומגוג מיליטער - נאר ביטול מלכות המינות.
זאל מיר שוין טאקע זוכה זיין במהרה דידן.
פארוואס זענט איר אזוי אומזיכער מיט זיך אז איר ברויכט דאס אזוי שטארק איינ'חזר'ן?
די ריבונו של עולם - דורך זיינע געטרייע שליחים אין די צעניסטישע מדינה היטן. פארגעס נישט פון השתדלות, די רבי זי''ע האט אליינס פיל מאל געזאגט אז מען דארף טון השתדלות...
נישט כוחי ועוצם ידי, נישט כפירה ומינות. איינער האלט אנדערש?
איך האב איבערגעקוקט די נייעס, נישט געהערט איבער קיין גוג ומגוג מיליטער (אפשר א עפעס א ספעציעלע מיליטערישע יוניט פון וועלכע איך האב ביז היינט נישט געהערט?...).
אזוי אויך מלכות המינות ווייס איך נישט פונקטלעך וואס דאס איז. אפשר די ממלכת להט''ב? אדער אפשר פונעם צווייטען זייט ממלכת בעלזא?
בכלל, וויאזוי וועט מבטל זיין די ממלכה היטן אויף ארץ ישראל? זייט מסביר וויאזוי דאס ברויך זיך אויסשפילן.
וואס מיינט במהרה דידן?... אפשר איז עס די אלט פארגאסענע לשון הקודש וואס די צעניסטען האבן עוקר געווען? אדער אפשר לערנען מיר נישט קיין דקדוק...
בכל אופן, מיין איך אז איר זאלט אפפארן קין ארץ ישראל גלייך פאר די ממלכת המינים ווערט בטול, צו שפירן אויף די אייגענע ביינער ווי איר זענט באשיצט.

שאלתיאל » דינסטאג אקטאבער 17, 2023 10:58 am

· #537681
Re: StandWithIsrael#
שאלתיאל, פארוואס האַסטו אזוי די עקלהאפטיגע היפאקריטישע מידיע?

📎 Screenshot_20231017_175354_X.jpg

שאלתיאל » מיטוואך אקטאבער 18, 2023 11:21 am

· #537772
Re: StandWithIsrael#
שאלתיאל, פארוואס טראָסטו נישט די עקלהאפטיגע אומאחריות'דיגע מידיע?

סה"כ האבן זיי באזירט זייערע נייעס באריכט איבער אַן אנגעבליכע דראמאטישע געשעניש אין עזה (עקספלאוזשן פון א ציווילע שפיטאל, הונדערטע טויטע) אויף קוועלער פון חאמאס- א טעראריסטישע ארגיניזאציע וואס שיסט הונדערטע מיסעלס טעגליך אויף מד"י און האבן א רעקארד פון פרעכע ליגנטס - און באלד אנגענומען זייער נעראטיוו גאנצערהייט אן קיין שום קווענקעלישן אדער איבעריגע פראגעס (איזראעלי עיר סטרייק אויף שפיטאל, הונדערטע טויטע), וואס האט זיך פארשטייט ארויסגעוויזן צו זיין גענצליך פאלש (נישט איזראעלי עירסטרייק נאר אייגענע מיספייערד מיסעל, נישט אין שפיטאל נאר די פּארקינג לייט דערנעבן, נישט קיין הונדערטע טויטע ווייט דערפון), אבער האט אינצווישן אנגעהעצט די סיטואציע אין די אראבישע לענדער מיט טויזענטע צעיוזשעטע מאסן וואס פראבירן אטאקירן איזראעלי און אמעריקאנער עמבעסיס אין אנקארא און אין בייראט.

Israel: Hundreds killed in air strike on Gaza hospital, Palestinian officials say - BBC News
📎 Screenshot_20231018_175831_Rotter.jpg 📎 Screenshot_20231018_175845_Rotter.jpg 📎 Screenshot_20231018_180329_Rotter.jpg 📎 Screenshot_20231018_181435_Rotter.jpg

שאלתיאל » פרייטאג אקטאבער 20, 2023 10:50 am

· #537941
Re: StandWithIsrael#
א ביטערע וויץ אויף אונזער חשבון
📎 Screenshot_20231020_174726_X.jpg

שאלתיאל » זונטאג אקטאבער 22, 2023 2:56 pm

· #538042
Re: StandWithIsrael#

זופ מיט מאנדלען » זונטאג אקטאבער 22, 2023 5:30 pm

· #538054
Re: StandWithIsrael#
שאלתיאל #
שאלתיאל, פארוואס טראָסטו נישט די עקלהאפטיגע אומאחריות'דיגע מידיע?

סה"כ האבן זיי באזירט זייערע נייעס באריכט איבער אַן אנגעבליכע דראמאטישע געשעניש אין עזה (עקספלאוזשן פון א ציווילע שפיטאל, הונדערטע טויטע) אויף קוועלער פון חאמאס- א טעראריסטישע ארגיניזאציע וואס שיסט הונדערטע מיסעלס טעגליך אויף מד"י און האבן א רעקארד פון פרעכע ליגנטס - און באלד אנגענומען זייער נעראטיוו גאנצערהייט אן קיין שום קווענקעלישן אדער איבעריגע פראגעס (איזראעלי עיר סטרייק אויף שפיטאל, הונדערטע טויטע), וואס האט זיך פארשטייט ארויסגעוויזן צו זיין גענצליך פאלש (נישט איזראעלי עירסטרייק נאר אייגענע מיספייערד מיסעל, נישט אין שפיטאל נאר די פּארקינג לייט דערנעבן, נישט קיין הונדערטע טויטע ווייט דערפון), אבער האט אינצווישן אנגעהעצט די סיטואציע אין די אראבישע לענדער מיט טויזענטע צעיוזשעטע מאסן וואס פראבירן אטאקירן איזראעלי און אמעריקאנער עמבעסיס אין אנקארא און אין בייראט.

Israel: Hundreds killed in air strike on Gaza hospital, Palestinian officials say - BBC News

Screenshot_20231018_175831_Rotter.jpg

Screenshot_20231018_175845_Rotter.jpg

Screenshot_20231018_180329_Rotter.jpg

Screenshot_20231018_181435_Rotter.jpg
גראדע אין דעם פאל כאפ איך נישט דעם ויצעקו, ווען זיי בלייבן ווען אננעמען חמאס'ס נאראטיוו איז איין זאך, אבער ווי נאר די שטויב האט זיך געזעצט האבן אלע געטוישט די העדליינס, איי פארוואס האבן זיי ארגינעל אנגענומען חמאס'ס ווערסיע, ס'איז א פשוטע זאך אז ווען מדינת ישראל אטאקירט איבער צוויי טויזנט צילן אין עזה אין איין וואך, און זענען זיך בכלל נישט מחייב נישט צו שעדיגן ציווילע [זיי זענען זיך מחייב נישט צו צילן ציווילע, שעדיגן איז נישט קיין פראבלעם ווילאנג סשטימט מיט די מלחמה געזעצן] און דא געשעהט א אויפרייס אויף א שפיטאל, אויף א פארנעם וואס נאר א העכסט סאפיסטיקירטע באמבע קען אנדרייען, איז נישט מער ווי געזונטע לאגיק אז די ערשטע מסקנה זאל זיין אז סאיז א איזראעלישע ארבעט.

ווי נאר די איזראעליס האבן זיך אפגעשאקלט דערפון, און נאכן צושטעלן באווייז, און ערקלערן אז די אויפרייס איז נישט געווען אזוי גרויס, און אז די סיבה פארוואס סהאט יא געמאכט אזא אומפראפארציאנעלן שאדן פאר א אראבישע ראקעט איז וויבאלד די ראקעט איז נארוואס ארויסגעשאסן געווארן און איז נאך געווען פול מיט גאז. האבן אלע אראפגעגבעקט פון די ווערסיע פון די טעראריסטן. אלזא וואס איז די טענה דא?

שאלתיאל » מאנטאג אקטאבער 23, 2023 12:59 am

· #538082
Re: StandWithIsrael#
ווי ווייט איך ווייס באשטימט מען נישט קיין נייעס אויף לאגיק, געזונטע אדער נישט, נאר אויף פאקטן. זיכער ווען מען רעדט פון אזא דראמאטישע ניעס. און אויב דו לויפסט גלייך באשטימען די פאקטן מיט א זיכערקייט באזירט אויף וואס כאמאס זאגסט דאן ביזטו א דעזעסטער. דו קומסט נישט נאך די מינימאלע דזשורנאליסטיק עטיקס. דאס אז דו ''פארעכסט'' שפעטער דיין פרעכע ליגנט נעמט נישט אראפ פון די הארבקייט פונעם טהאט און ס'מאכט אויך נישט אויס קיין סאך ווייל די וועג וויאזוי די באריכסט עס אין די ערשטע מינוטן איז קריטיש און איז קובע די נעראטיוו הלכה למעשה און די דעמעדזש איז שוין געמאכט געוארן.

און אויב גייסטו יא מיט לאגיק (וואס כאמור איז נישט רעלעווענט בכלל לדעתי) וואלט איך געזאגט אז ס'איז אסאך מער מסתבר אז ס'זאל קומען פון די טעראריסטישע כאמאס וואס שיקט טויזענטע מיסלס א טאג און צענדליגע דערפון ווערן מיספייערד טעגליך ווי פון די איזראעלי מיליטער וואס זאל סתם באמבאדירן א ציווילע שפיטאל און נאך דערצו פאר די באזוך פון ביידן.

(אגב, די וואשינגטאן פאוסט העדליין איז פון א טאג דערנאך ווען ס'איז שוין געווען קלאר אז ס'אז נישט קיין איזראעלי עיר-סטרייק)

פשוטע אלף בית » דינסטאג אקטאבער 24, 2023 9:00 am

· #538142
Re: StandWithIsrael#
#standwiththeeibershter

שאלתיאל » מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 10:30 am

· #539228
Re: StandWithIsrael#
וואס וועט זיין BBC?

דזשעקסון הינקל איז שוין באלד מער רילייעבל.

📎 photo_2023-11-15_12-40-37.jpg

פונדאַמענטאַל » מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 11:34 pm

· #539270
Re: StandWithIsrael#
פרישע job opening
📎 FB_IMG_1700109155952.jpg