☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » ציוניזם פון מיין הומענסטישע קוק-ווינקל

ציוניזם פון מיין הומענסטישע קוק-ווינקל

50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14229

זבולון » דינסטאג אקטאבער 6, 2020 11:10 am

· #459789
ציוניזם פון מיין הומענסטישע קוק-ווינקל
אלס א רעליגיעזער איד, האב איך ליב דאס אידישע רעליגיע, אלס מיין אידישן אפשטאם, גלייך איך דעם יידישן פאלק, און אלס א ישראלי (לאו דוקא מלידה), שטיץ איך די אידישע מדינה אין מיטל-מזרח באקאנט אלס "מדינת ישראל".

אלס א משפחה-מיטגליד, וועל איך אייביג נאר זוכן די מעלות פון מיין משפחה, איך וועל פארקוקן (אדער ניטאמאל איינזעהן) זייערע חסרונות. ווען מיין משפחה וועט זיין אין געפעך מיט אנדערע משפחות, וועל איך שטענדיג שטיין צו דער זייט פון מיין פאמיליע.

אבער טאקע פונקט ווי ביי משפחה, ערווארט איך נישט פון אנדערע נישט משפחה מיטגלידער, צו קעמפן צוזאמען מיט מיר אין מיין מערכה, ווייל איך פארשטיי אז פאר מיר איז עס משפחה, אבער נישט פאר זיי. דאס זעלבע איז מיט מיין יידישע רעליגיע / אפשטאם / מדינה, איך ערווארט נישט פון יעדן איינעם אין די וועלט, זאל מיר אייביג בארעכטיגן און פארשטיין, און איך וועל זיי נישט באשולדיגן מיט אנטי-סעמיטיזם אויב נישט.

כאטש אונזער אהבה צו אידן איז אומבאגרעניצט, אונזערע געפיהלן צו די אידישע לאנד איז אומבאשרייבבאר, מיט דעם אלעם - איז עס עפעס וואס איז נאר ביי אונז אידן, און מיר קענען און דארפן נישט ערווארטן צו טרעפן דאס זעלבע מאס ליבשאפט ביי אנדערע פעלקער צו אונז.

עס פאדערט זיך א גדלות הנפש און א ברייטקייט צו קענען פארשטיין די קוק-ווינקל פון אנדערע וואס טיילן לאו דוקא מיט דאס זעלבע אפשטאם, הומעניזם איז די קומענדיגע גרופע נאך אפשטאם וואס נעמט אונז אלע מענטשן אריין, כאשט מיר קענען נישט זאגן כולנו בני איש אחד אנחנו, מיר קענען אבער זאגן כולנו אנשים הם. אלס דעם וואס מיר זענען אלע מענטשן, מיר טיילן די זעלבע גורל אויף דעם דאזיגן ערד-קוגל, דאס איז אונז מאחד צו פיהלן א קירבה און אן אינטערעס צו שטיין צו די האנט איינעם צום צווייטן.

אלס א מענטש, קען איך נישט פארשטאפן מיין הארץ צו די ווייטאג פון אנדערע מענטשן אפילו אויב זיי זענען פון אן אנדערע אפשטאם. אלס א איד, קען איך נישט שווייגן עוולות וואס ווערן פארשריבן אין דעם נאמען פון מיין פאלק אקעגן אנדערע טיילן פון די וועלט איינוואוינער.

הומעניזם מיינט נישט אז מענטשן זענען די איינציגסטע חיה וואס מעג לעבן דא אויפן ערד קוגל, הומעניזם איז נישט קיין סתירה צו בעלי-חיים רעכטן, און הומעניזם

דאס איז א שטענדיגע קאנפליקט וואס איך דארף לעבן מיט, און לכאורה וועל איך מיט דעם שטארבן.

מי אני » דינסטאג אקטאבער 6, 2020 11:53 am

· #459791
זייער שיין!

דאס קען סתם אזוי גיין אין איינקלאנג מיט׳ן משווה זיין הומעניזם מיט׳ן זיין (טעאיסטיש) רעליגיעז בכלל (ועיין ערך הומעניסטיק דזשודעאיזם).

דאס קען אויך בכלל גיין צוזאמען מיט וואס @אנאנים האט געשריבן דא.

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 7, 2020 3:13 am

· #459835
זבולון: פארגעס פאר א מינוט פון הומאניזם. אוואו איז דאס הומאניזם געווען ווען די נאציס האבן פארגאזט מיליאנען אידן...?!

וואס מיך וואונדערט איז וויאזוי ס'נעמט זיך צו אידן צו פיינט האבן דאס אייגענע לאנד וואס גאט ברוך הוא האט אונז געגעבן. און פיינט האבן די פיהרערס מיט אן עכטע שנאה.

וואס וואלטן אט די אלע ..."צדיקים"... געוואלט. אז אכמעד און מוכאמעד זאללן געוועלטיגן איבער ארץ ישראל? אדער די אייניקלעך פון אברהם, יצחק ויעקב. אפילו זיי פיהרן זיך נישט אייביג אויף אינגאנצן ווי זיי וואלטן געדארפט...!

מי אני » מיטוואך יאנואר 5, 2022 6:34 am

· #490716
דאס קען לכאורה גיין אין איינקלאנג מיט פּוֺיסט-ציונית (אין איר פאזיטיווע סענס).

דערהויבענע איד » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 1:26 am

· #490837
סתם אזוי, כ'זע נישט פארוואס דו גייסט צו מיט א פשטות אז מדינת ישראל באגייט אומרעכטן. איך האפ אז כ'גיי נישט אויפוועקן דא א נייע וויכיח, אבער לדעתי איז ישראל אייע פון די מדינות וואס רעכענען זיך אויף א צודרייטע איבערגעטריבענע וועג מיט זייערע שונאים, זינט הקמת המדינה.

ליב צו וויסן » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 8:19 am

· #490862
די חברה וואס רייסן ארונטער ישראל ווען זיי ווילן signal'ן virtue זענען אין מיינע אויגן פעיק פאויני פראודס...

ישראל האט זיך איר קופה של שרצים, אבער פארוואס כאפסטו דיך ארויף דווקא אויף איר ווען "אלע" אירע שכנים זענען צען מאל ערגער ווען ס'קומט צו Human rights..?

און דזשאסט פאר אביסל פאן..
געדענקטס אז די פאלעסטינער שלאגן זיך פאר זייער "פרייהייט" און פאר "פאלעסטינע".
ס'איז נאר אינטערסאנט אז ביי די מזרח זייט פונעם ירדן -וואס איז פונקט אזא חלק פון די היסטארישע פאלעסטינע- זענען זיי היפש באקוועם מיט די ירדן'שע מלוכה עד היום..
ווען ירדן און מצרים האבן פאר כמעט 20 יאר קאנטראלירט די מערב ברעג און עזה (צווישן 48' און 67'), זענען זיי נישט געווען קיין Occupiers....

ס'איז קלאר אז פאר די מערהייט אראבער איז "פרייהייט פאר פאלעסטינע" א קאוד ווארט פאר "אראבישע" קאנטראל

און דאן קומען די לינקע Dummies און רעדן זיך אפ אויף ישראל, היתכן ס'איז א "אידישע" לאנד.

mevakesh » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 9:08 am

· #490869
לאמיר פארגעסן א מינוט פון לינקע און ירדן
די פאלעסטינער וואינען דארט פאר דורי דורות און עס איז אלס געווען גאר א קליינע פראצענט יידן
פון איין מינוט אויפן צוויטן דערמאנט זיך א פאלק אין אייראפ( וואס מאנכע צווייפלען צו זיי זענען ריכטיקע אפשטאמיקע פון די איזראליטן פון צוויי טויזנט יאר צוריק) אז עס איז זייערס. און הייבט אן צו שווערצן טויזנטער מענטשן אומלעגאל און ווערן כמעט די מערהייט נאכדעם ביי א בירגער קריג פארטרייבן זיי טויזנטער פון די איינוואוינער ארויס פונעם לאנד און ווערן ענדגילטיקע בעלי בתים
איז דאס גערעכט?
האבן די פאלעסטינער נישט א שטארקע טענה?
דארף א מאראלישע מענטש נישט לפחות זיין אביסל אומבאקוועם מיט דעם?
יעצט לגבי ירדן ווי איך פארשטיי פילן זיי כמעט ווי איין פאלק און אפילו אזוי זענען זיי נישט אינגאנצן צופרידן אבער זיי פילן דאך נישט אונטערדריקן דאס אידענטיטעט

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 10:02 am

· #490876
מבקש: די אידן זענען נישט א פאלק וועלכע זענען פלוצלינג אויפגעשטאנען און פארטריבן די אלטע איינוואוינערס פון זייער לאנד. דאס איז די לאנד וואס גאט ברוך הוא האט געגעבן פאר די אידישע קינדער. מעגליך אז דו פיהלסט נישט זיכער אז דו שטאמסט פון אברהם, יצחק און יעקב. דו טראכטסט אפשר ביסטו אן אפשטאמיגער פון די כוזרים. דו גלייבסט די פראפאגאנדע ברעינוואשינג פון אלע אנטיסעמיטן. איך בין יא זיכער מיט מיין אפשטאם.

נאר דא זענען אין גאנג 2 גרויסע שקרים. איינס אז די פאלעסטינער זענען אן אריגינאל פאלק אין ארץ ישראל. די צווייטע. אז די אידן זענען נישט קיין אייניקלעך פון אברהם אבינו. נאר זיי שטאמען פון די כוזרים. וועלכע האבן זיך מיט עטליכע הונדערט יאר צוריק מגייר געווען. ס'איז נישט דא קיין איין פאלעסטינער וועלכער וואוינט שוין אין ארץ ישראל פאר הונדערטער יארן. מיט בערך 150 יאר צוריק האט די טערקישע, אטאמאן עמפייער זיי אימפארטירט. טייל פון עגיפטן. אן אנדער טייל (אפילו) פון טשערקאסיע. די אידן האבן דא גארנישט געטון. נאר זיך צוריקגעקערט צו זייער היימלאנד. פון וואו זיי זענען פארטריבן געווארן מיט 2000 יאר צוריק...!

mevakesh » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 10:20 am

· #490877
berlbalaguleh
מבקש: די אידן זענען נישט א פאלק וועלכע זענען פלוצלינג אויפגעשטאנען און פארטריבן ד אלטע איינוואוינערס פון זייער לאנד. דאס איז די לאנד וואס גאט ברוך הוא האט געגעבן פאר די אידישע קינדער. מעגליך אז דו פיהלסט נישט זיכער אז דו שטאמסט פון אברהם, יצחק און יעקב. דו טראכטסט אפשר ביסטו אן אפשטאמיגער פון די כוזרים. דו גלייבסט די פראפאגאנדע ברעינוואשינג פון אלע אנטיסעמיטן. איך בין יא זיכער מיט מיין אפשטאם.

נאר דא זענען אין גאנג 2 גרויסע שקרים. איינס אז די פאלעסטינער זענען אן אריגינאל פאלק אין ארץ ישראל. די צווייטע. אז די אידן זענען נישט קיין אייניקלעך פון אברהם אבינו. נאר זיי שטאמען פון די כוזרים. וועלכע האבן זיך מיט עטליכע הונדערט יאר צוריק מגייר געווען. ס'איז נישט דא קיין איין פאלעסטינער וועלכער וואינט שוין אין ארץ ישראל פאר הונדערטער יארן. מיט בערך 150 יאר צוריק האט די טערקישע, אטאמאן עמפייער זיי אימפארטירט. טייל פון עגיפטן. אן אנדער טייל (אפילו) פון טשערקאסיע. די אידן האבן דא גארניש געטון. נאר זיך צוריקגעקערט צו זייער היימלאנד. פון וואו זיי זענען פארטריבן געווארן מיט 2000 יאר צוריק...!

די פאלעסטינער זענען פונקט אזוי פאלק ווי די ענגלענדער אין ענגלאנד וואס זענען געקומען פון אזיע אריגינעל און מער פון די אמעריקאנער וואס האבן קוים אימיגרירט אהער
דאס וואס איך האב געזאגט אז עס איז נישט זיכער אז די אייראפעישע אידן זענען באמת יידן איז נישט דער עיקר דא
אפילו אויב זיי זענען יא איז נישט דא קיין פרעצעדענט פון א פאלק וואס קערט זיך צוריק נאך 2000 יאר און עס איז נישט קיין טענה וואס לייגט זיך אויפן שכל

ליב צו וויסן » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 12:07 pm

· #490888
mevakesh
לאמיר פארגעסן א מינוט פון לינקע און ירדן
די פאלעסטינער וואינען דארט פאר דורי דורות און עס איז אלס געווען גאר א קליינע פראצענט יידן
פון איין מינוט אויפן צוויטן דערמאנט זיך א פאלק אין אייראפ( וואס מאנכע צווייפלען צו זיי זענען ריכטיקע אפשטאמיקע פון די איזראליטן פון צוויי טויזנט יאר צוריק) אז עס איז זייערס. און הייבט אן צו שווערצן טויזנטער מענטשן אומלעגאל און ווערן כמעט די מערהייט נאכדעם ביי א בירגער קריג פארטרייבן זיי טויזנטער פון די איינוואוינער ארויס פונעם לאנד און ווערן ענדגילטיקע בעלי בתים
איז דאס גערעכט?
האבן די פאלעסטינער נישט א שטארקע טענה?
דארף א מאראלישע מענטש נישט לפחות זיין אביסל אומבאקוועם מיט דעם?
יעצט לגבי ירדן ווי איך פארשטיי פילן זיי כמעט ווי איין פאלק און אפילו אזוי זענען זיי נישט אינגאנצן צופרידן אבער זיי פילן דאך נישט אונטערדריקן דאס אידענטיטעט

לאמיר פארגעסן א מינוט פון די רעכטן פון די פאלעסטינער אויפן ארט.

איך וויל זיך דייקא באציען צו די אזוי גערופענע מאדערנע וואולע לינקע אין די מערב וועלט, וואס ס'באדערט זיי אז די פאלעסטינער ווערן ב'עוול'ט..

-וואו זענען זיי ווען ס'קומט צו די שרעקליכע מענטשן אומרעכטן אין טשיינע??
-אין סיריע??
-אין סודאן??
-סאודי אראביע
-קעניע
-פאקיסטאן
-איראן
-עגיפטן
-ליביע
וכו
וכו
וכו
וכו

לענדער וואס זענען 10 מאל אזוי גרויס ווי מדינת ישראל און פארמאגן 30 מאל אזויפיל בירגער..!

פארוואס זענען זיי ביזי יומם ולילה מיט עפעס א קליין מדינה וואס מען קען עס קוים טרעפן אויפן מאפע (און אה.. ס'איז די איינציגסטע אידישע לאנד אויפן כדור..)?

און וואו זענען זייערע וואולע געפילן צו די אלע ספרד'ישע אידן וואס זענען פארטריבן געווארן/ענג געמאכט פון זייערע היימען אין די אראבישע מדינות???

ליב צו וויסן » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 12:30 pm

· #490891
mevakesh
לאמיר פארגעסן א מינוט פון לינקע און ירדן
די פאלעסטינער וואינען דארט פאר דורי דורות און עס איז אלס געווען גאר א קליינע פראצענט יידן
פון איין מינוט אויפן צוויטן דערמאנט זיך א פאלק אין אייראפ( וואס מאנכע צווייפלען צו זיי זענען ריכטיקע אפשטאמיקע פון די איזראליטן פון צוויי טויזנט יאר צוריק) אז עס איז זייערס. און הייבט אן צו שווערצן טויזנטער מענטשן אומלעגאל און ווערן כמעט די מערהייט נאכדעם ביי א בירגער קריג פארטרייבן זיי טויזנטער פון די איינוואוינער ארויס פונעם לאנד און ווערן ענדגילטיקע בעלי בתים
איז דאס גערעכט?
האבן די פאלעסטינער נישט א שטארקע טענה?
דארף א מאראלישע מענטש נישט לפחות זיין אביסל אומבאקוועם מיט דעם?
יעצט לגבי ירדן ווי איך פארשטיי פילן זיי כמעט ווי איין פאלק און אפילו אזוי זענען זיי נישט אינגאנצן צופרידן אבער זיי פילן דאך נישט אונטערדריקן דאס אידענטיטעט

-די אידן האבן נישט עמיגרירט קיין פאלעסטינע.. אזא לאנד האט נאכנישט עקזיסטירט.
-די שטח ווי ארץ ישראל געפינט זיך איז געווען א סעמי-פוסטע שטח פאר טויזנטער יארן, קאנטראלירט דורך מערערע מאכטן און מלוכות (אידישע, גריכישע, רוימישע, פערסישע, מוסלעמענע, קריסטליכע און טערקישע..).
-איינמאל די אידן זענען דארט האבן זיי די זעלבע רעכטן ווי די אנדערע איינוואוינער, ס'איז בכלל נישט קיין נ"מ ווער ס'איז געווען "פארדעם" (האסט געזעהן מען זאל לימיט'ן מעקסיקא אפשטאמיגע פון וואוטען וויבאלד זיי זענען געקומען נאך די ענגליש אפשטאמיגע?).

-איינמאל די טערקן/ענגלישע האבן אפגעצויגן פון דארט, פארוואס זאלן אידישע איינוואוינער נישט מעגן פארלאנגען אז דארט ווי זיי וואונען זאלן זיין אונטער אידישע הערשאפט? (דאס איז דאך געווען די ארגינאלע יו-ען פלאן וואס די אידן האבן אנגענומען אבער די אראבער נישט).

ברוינשטיין » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 12:57 pm

· #490893
Re: ציוניזם פון מיין הומענסטישע קוק-ווינקל
אויב מען גייט מיט די חשבון ווער עס האט געוועלטיגט פריער, דארף מען אפיר זוכן די כנענים...
נאר וואס דען, ביי די אייגענע משפחה קוקט מען נישט אויף שכל נאר ליבערשט אויף אינטערעסן.

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

ליב צו וויסן » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 1:07 pm

· #490895
די סיבה פארוואס איך באציה מיר בעיקר צו די לינקע טענות, איז וויבאלד:

-דאס אז די אידן האלטן אז ס'איז זייער לאנד מדורי דורות, און דעריבער האבן זיי דערויף [לכה"פ געוויסע] רעכטן איז פארשטענדליך (פון א אידישער שטאנדפונקט).
-דאס אז אן אראבער וויל ענדערש וואונען צווישן אנדערע אראבער, און אונטער אראבישע הערשאפט; איז אויך פארשטענדליך.

-וואס איז נישט פארשטענדליך, זענען די אלע מה יפית'ניקעס וואס פלוצלונג ווען מען רעדט פון דאס אידישע פאלק דערמאנען זיי זיך פון מענטשן רעכט פארלעצונגען, דאס איז עפעס וואס כ'פארשטיי נישט.

מיין פערזענדליכער מיינונג אויף די גאנצע נושא איז אז ביידע זייטן זענען זיך גוט ווערט דאס געלט און אויב איינער פון די צוויי זייטן וואלטן אמת'דיג געוואלט פרייהייט פאר "יעדן" צוגלייך, וואלט איך עס זיכער געשטיצט.

ברוינשטיין » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 1:11 pm

· #490896
Re: ציוניזם פון מיין הומענסטישע קוק-ווינקל
אין ישראל זעלבסט הערשט פרייהייט פאר אראבער, נאר אין פאלעסטינע פירט מען זיך איינזייטיג, דערפאר מיין איך אז די קענסט רוהיג שטיצן איזריעל

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

ליב צו וויסן » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 1:21 pm

· #490897
ברוינשטיין
אין ישראל זעלבסט הערשט פרייהייט פאר אראבער, נאר אין פאלעסטינע פירט מען זיך איינזייטיג, דערפאר מיין איך אז די קענסט רוהיג שטיצן איזריעל

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

זאגסט א פאוינט...

ברוינשטיין » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 2:50 pm

· #490901
Re: ציוניזם פון מיין הומענסטישע קוק-ווינקל
. "ישראל"

גלייכבארעכטיגונג פאר ביידע, אראבער זענען נישט ערלויבט אין מיליטער(אזוי מיין איך), געוויסע געזעצן זענען געצילט לטובת אידן, עקסטרעמיסטישע אנגרייפונגען אויף אראבער זענען נישט הויעך און ווען יא זעטיגן זיך פון דעם די לינקע מידיע ווי אויך איז דאס מילדע פעלער א שטייגער ווי מתנחלים ווארפן שטיינער וכדו', מארד אטאקעס אויף פאלעסטינע זענען ממש א זעלטנהייט ספעציעל אין די לעצטערע יארן.

. "פאלעסטינער"

אינז טארן דארט נישט וואוינען, א יַהוד קען זיך פון דארט נאר ארויסדערזען מיט ניסים, ממש ווי די אמאליגע פראגראמען, די פאלעסטינע (אפילו אסאך אזוי גערופענע וואוילע) ווילדעווען און גריוודעטען אינז אָן ווען רייאטן ברעכן אויס, אראבער זענען געמוטיגט און טוען שלאגן, שטעכן, שניידן, אויפרייסן, ווארפן שטיינער, קאר אטאקעס, שיסן, מערדערן, רצחענען, טויטן, שעכטן, ברענגען כאס, חרבנות, פארקערט פון סיווילעזאציע, דערשטיקן דאס לאנד'ס ריהוגקייט, טוריזם, עקענאמיע, שטייער געלט גייט פאר ביטחון (א גרויס חלק). זייער פערסינאלעטעט איז לעבן ווי חזירים, גנב'נען, שעלטן, שימפן, זידלען, אמפערייען, שרייען, בייסיג, זיי גלייכן בלוט פארגיסונג!

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 3:24 pm

· #490903
mevakesh
berlbalaguleh
מבקש: די אידן זענען נישט א פאלק וועלכע זענען פלוצלינג אויפגעשטאנען און פארטריבן ד אלטע איינוואוינערס פון זייער לאנד. דאס איז די לאנד וואס גאט ברוך הוא האט געגעבן פאר די אידישע קינדער. מעגליך אז דו פיהלסט נישט זיכער אז דו שטאמסט פון אברהם, יצחק און יעקב. דו טראכטסט אפשר ביסטו אן אפשטאמיגער פון די כוזרים. דו גלייבסט די פראפאגאנדע ברעינוואשינג פון אלע אנטיסעמיטן. איך בין יא זיכער מיט מיין אפשטאם.

נאר דא זענען אין גאנג 2 גרויסע שקרים. איינס אז די פאלעסטינער זענען אן אריגינאל פאלק אין ארץ ישראל. די צווייטע. אז די אידן זענען נישט קיין אייניקלעך פון אברהם אבינו. נאר זיי שטאמען פון די כוזרים. וועלכע האבן זיך מיט עטליכע הונדערט יאר צוריק מגייר געווען. ס'איז נישט דא קיין איין פאלעסטינער וועלכער וואינט שוין אין ארץ ישראל פאר הונדערטער יארן. מיט בערך 150 יאר צוריק האט די טערקישע, אטאמאן עמפייער זיי אימפארטירט. טייל פון עגיפטן. אן אנדער טייל (אפילו) פון טשערקאסיע. די אידן האבן דא גארניש געטון. נאר זיך צוריקגעקערט צו זייער היימלאנד. פון וואו זיי זענען פארטריבן געווארן מיט 2000 יאר צוריק...!

די פאלעסטינער זענען פונקט אזוי פאלק ווי די ענגלענדער אין ענגלאנד וואס זענען געקומען פון אזיע אריגינעל און מער פון די אמעריקאנער וואס האבן קוים אימיגרירט אהער
דאס וואס איך האב געזאגט אז עס איז נישט זיכער אז די אייראפעישע אידן זענען באמת יידן איז נישט דער עיקר דא
אפילו אויב זיי זענען יא איז נישט דא קיין פרעצעדענט פון א פאלק וואס קערט זיך צוריק נאך 2000 יאר און עס איז נישט קיין טענה וואס לייגט זיך אויפן שכל

ס'דארף נישט צו זיין א ..."פרעצעדענט"... וואס לייגט זיך יא, אדער נישט אויפ'ן שכל. ס'איז געניג אז ס'שטייט אין די תורה אז דער אייבישטער האט צוגעזאגט פאר אברהם אבינו אז דאס לאנד ארץ ישראל געהערט פאר זיינע קינדער. קוק אריין אין די ערשטע רש"י אין פ' בראשית.( אז נתניהו ווייסט פון די רש"י, מעגסט דו עס אוודאי וויסן.)...!

וואלווי » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 6:28 pm

· #490922
berlbalaguleh
ס'דארף נישט צו זיין א ..."פרעצעדענט"... וואס לייגט זיך יא, אדער נישט אויפ'ן שכל. ס'איז געניג אז ס'שטייט אין די תורה אז דער אייבישטער האט צוגעזאגט פאר אברהם אבינו אז דאס לאנד ארץ ישראל געהערט פאר זיינע קינדער. קוק אריין אין די ערשטע רש"י אין פ' בראשית.( אז נתניהו ווייסט פון די רש"י, מעגסט דו עס אוודאי וויסן.)...!

ער דארף קוקען? נתניהו דארף קוקען? די אראבער דארפן קוקען, און ווי לאנג זיי האלטן נישט ביים קוקען אין רש"י פרשת בראשית גייט גארנישט זיין. שטעל דיך פאר מוחאמאד האט א נבואה אז רצועה של ארץ העמים דעקט איבער אין ארץ ישראל (ווי רביה"ק שרייבט אין ויואל"מ כידוע...), גיי די יודען זיך אויפהייבן צירוק קיין אייראפע? זיי וואלטן אנגעהויבן שרייען מ'זאל פארברענען די קוראן.

אפילו ביי די בני ברית זעלבסט פסק'ענט מען נישט הל' חזקה פון מדרשים ארויס. ס'איז פיין ביי א פארברענג אין 770, אבער צווישען מענטשען אויף די וועלט, בין לפי חוקי התורה, בין לפי חוקות העמים, עקזיסטירט נישט קיין מדרשים, לגענדיעס, און אידילאגיע ווען ס'קומט צו ממונות.

וויסען פון דעם רש"י מיינט גארנישט מער פון דאס אז נתניהו ווייסט די רש"י, און מ'קען עס פארפאקן דארט ווי נתניהו האט פארפאקט אלע רש"יס.

----

אז א גוי וועט "וועלען" הרגענען א יוד, וועלען זיינען קינדער נישט דארפן לייגען קיין תפילין וכו' אין די ערשטע פאר שעה ביז מען "וואלט" באהאלטן די טאטע וואס "וואלט" ווען געווען א בר מינן, ווייל "מ'זאגט" יא ביי א גוי מחשבה רעה הקב"ה מצרף למעשה...?!

קהל'ס נער » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 7:59 pm

· #490933
סדר שנאת ישראל

לשם יחוד קודשא בריך הוא ושכינתיה, הנני מוכן ומזומן לקיים מצוות שנאה עצמית, כמו שנאמר: ושנאת את עצמך ויראת מאלוהיך אני ה'. ליחד שם י"ה בו"ה ביחודא שלים בשם כל ישראל.

(המנהג לקחת דגל ישראל, ומוכרים את זכות ההצתה בכסף רב, אומרים בשם צדיקים שזה סגולה לעשירות, ומעשה בשטינקעווער האמצעי שאמר בזה"ל, "אז מען וועט צינדען, וועט זיין מיט וואס צי צינדען" ומברך.)

ברוך אתה ה' אלוהינו מלך העולם אשר קדשנו במצוותיו וציונו על ההפגנות, ואסר לנו את הבחירות, והתיר לנו את הרציחות על ידי התחנפות לאחמדינג'ד. ברוך אתה ה' מקדש עמו ישראל על ידי שריפת הדגל.

(ומצית את הדגל, ורוקדים סביב הדגל, ומזמרים את השיר הידוע, ג"פ)

ה' הוא מלכנו ולו אנו עבדים
התורה הקדושה היא חיינו ולה אנו משועבדים.
בשלטון הכופרים אין אנו מאמינים
ובחוקותיהם אין אנו מתחשבים.
בדרך התורה נלך באש ובמים
בדרך התורה נלך לקדש שם שמים

(כאן צועקים ז' פעמים פוי, ואח"כ החזון קורא שוב)

פוי
פוי
פוי
פוי
פוי
פוי
פוי

ויום טוב היה עושה בצאתו בשלום.

וואלווי » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 8:03 pm

· #490934
ברוינשטיין
אין ישראל זעלבסט הערשט פרייהייט פאר אראבער, נאר אין פאלעסטינע פירט מען זיך איינזייטיג, דערפאר מיין איך אז די קענסט רוהיג שטיצן איזריעל

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

די איזרעילי-אראבס האבן פונקטליך די זעלבע פרייהייט עד הסוף?

די טענה וואס פארט אייביג ארום אז די פאלעסטינער זענען גרעסערע רוצחים, וואס איז אמת, האט נישט קיין שייכות מיט אינטערדריקעניש פון אראבער, און באלאנגט נישט אין א דעמאקראטישע סאסייעטי. און דעם סוגיא טרעפט מען זייער אפט די וויאלעישאן פונעם אלטן כלל, דהיינו אז two wrongs don't make one right, און מ'קען זיך נישט באהאלטן אינטער דעם ווען מ'באגייט אומרעכט.

קהל'ס נער » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 8:08 pm

· #490935
וואלווי

יא אלע אראבער'ס האבן די זעלבע פרייהייט אין ישראל, ברעינג מיר איין זאך וואס זיי האבן ווייניגער רעכט ווי די יודן.

נאך מער ס'דא שטעיט ווי לויט די ישראל'ישע געזעץ, נאר אראבער'ס זענען ערלויבט אריין ציגיין אבער יודן נישט.
זאג די מיר ווער האט נישט קיין רעכטן אין ישראל, די אראבער אדער די יודן?

ליב צו וויסן » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 8:19 pm

· #490939
קהל'ס נער

ס'איז באקאנט אז אידן טארן נישט דאווענען אויפן הר הבית, און דאס ווערט ענפארסעד דורך די איזראעילי פאליציי..
איז דא ערגעץ אין ישראל א פארקערטע מציאות, ווי אראבער טארן נישט דאווענען?

בן נון » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 8:21 pm

· #490940
קהל'ס נער
וואלווי
ברוינשטיין
אין ישראל זעלבסט הערשט פרייהייט פאר אראבער, נאר אין פאלעסטינע פירט מען זיך איינזייטיג, דערפאר מיין איך אז די קענסט רוהיג שטיצן איזריעל

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

די איזרעילי-אראבס האבן פונקטליך די זעלבע פרייהייט עד הסוף?

די טענה וואס פארט אייביג ארום אז די פאלעסטינער זענען גרעסערע רוצחים, וואס איז אמת, האט נישט קיין שייכות מיט אינטערדריקעניש פון אראבער, און באלאנגט נישט אין א דעמאקראטישע סאסייעטי. און דעם סוגיא טרעפט מען זייער אפט די וויאלעישאן פונעם אלטן כלל, דהיינו אז two wrongs don't make one right, און מ'קען זיך נישט באהאלטן אינטער דעם ווען מ'באגייט אומרעכט.

יא אלע אראבער'ס האבן די זעלבע פרייהייט אין ישראל, ברעינג מיר איין זאך וואס זיי האבן ווייניגער רעכט ווי די יודן.

נאך מער ס'דא שטעיט ווי לויט די ישראל'ישע געזעץ, נאר אראבער'ס זענען ערלויבט אריין ציגיין אבער יודן נישט.
זאג די מיר ווער האט נישט קיין רעכטן אין ישראל, די אראבער אדער די יודן?

עס איז דא א געזעץ אין ישראל אז אידן קענען אייביג מאכן אן עליה וואס דאס איז א ראסיסטישע געזעץ

ישראל האלט אן עימברגא ארום עזה וואס קאסט הינדערטער לעבנס יאר יערליך

און ישראל שעמט זיך נישט די רעכטע לאגער מיט אפענע ראסיזעם ווי רופען אלע אראבער מחבלים

ועוד

ועוד

קהל'ס נער » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 8:39 pm

· #490943
בן נון

וויבאלד ס'איז די איינציגסטע יודישע לאנד מיז זיין אזא געזעץ, משא"כ אראבערס האבן געניג לענדער ווי צי גיין

ישראל האלט אן עימברגא ארום עזה וואס קאסט הינדערטער לעבנס יאר יערליך
עזה איז געזעצליך נישט קיין חלק פון ישראל, און אז א צווייטע לאנד הייבט אן א מלחמה מיט דיך האסטו אלע רעכטן זיך צי באשיצן

און ישראל שעמט זיך נישט די רעכטע לאגער מיט אפענע ראסיזעם ווי רופען אלע אראבער מחבלים
על הצד ס'איז אמת, איז אמעריקא פינקט אזא ראסיסטישע לאנד, וויפיל אנטעסימיטיזם aoc, rashida trleib, מיט אלע אירע אנטעסעמיטישע חבר'טעס
ועוד
ועוד
ועודועוד

יעצט לאמיר זעין ווי גרויסע אנטעסעמיטין די אראבישע לענדער זענען.
כמעט נישטא קיין איין יוד אין רוב אראבישע לענדער, בשעת הקמות המדינה זענען געוועין הינדרעטע טויזענטע צי מער, איר ווייסט פארוואס? מען האט זיי געפייניגט און גע'רודפ'ט ציליב די מדינה, זענען זיי אנטלאפן, דאס איז אהבת ישראל, וואס?

יודן טארן נישט ארייןקימען אין אסאך אראבישע לענדער.

זיי שטיצן טעראר אקעיגן יודן

וויפיל טעראר אטאקעס האבן יודן געמאכט אויף אראבערס?
מען קען עס ציילן מיט איין הענט, און מען בלייבט נאך מיט טשעינזש.
וויפיל האבן די אראבער געמאכט אויף יודן, קיינער האלט שוין נישט חשבון ווייל מען האלט שוין ביי הינדרעטע טויזענטע

פרעידיגן ראסיזם איז מותר און ווערט געשטיצט דורך די אראבער.
פרעידיגן ראסיזם איז נישט ערלויבט אין ישראל.

געניג מיט די זעלבסט שנאה, די ווייסע גוי גייט אינז נישט מער ליבן האבן ווען מיר טאנצן מה יפית, און מיר קלאפן על חטא שלא חטאנו.
און ס'איז בכלל נישט אויפגעקלערט און קיל זיך צי ביקען צי די ליבעראלע משוגעת'ן.
אהוד ברק= יהודי שונא עצמו
בערני סענדערס=סעלף העיטינג ג'ו

בן נון » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 8:58 pm

· #490945

יא אלע אראבער'ס האבן די זעלבע פרייהייט אין ישראל, ברעינג מיר איין זאך וואס זיי האבן ווייניגער רעכט ווי די יודן.די זעלבע ?
קוק אין נתב”ג ווען אן אראבער דייט אריבער סיקירעטי ווע א איד
קוק אופן גאס וויאזוי מען באגייט זיך צו אראבערס זיי זענען דארטן די צווייטע קלאס בירגער אפי’ די א”ג איזרעילי-אראבס כש”כ די פאלעסטינער וואס מען האלט אין לימבא צליב פאליטיק

נאך מער ס'דאפאלעסטינע שטעיט ווי לויט די ישראל'ישע געזעץ, נאר אראבער'ס זענען ערלויבט אריין ציגיין אבער יודן נישט.
זאג די מיר ווער האט נישט קיין רעכטן אין ישראל, די אראבער אדער די יודן?

עס איז דא א געזעץ אין ישראל אז אידן קענען אייביג מאכן אן עליה וואס דאס איז א ראסיסטישע געזעץ
וויבאלד ס'איז די איינציגסטע יודישע לאנד מיז זיין אזא געזעץ, משא"כ אראבערס האבן געניג לענדער ווי צי גיין

ישראל האלט אן עימברגא ארום עזה וואס קאסט הינדערטער לעבנס יאר יערליך
עזה איז געזעצליך נישט קיין חלק פון ישראל, און אז א צווייטע לאנד הייבט אן א מלחמה מיט דיך האסטו אלע רעכטן זיך צי באשיצן

און ישראל שעמט זיך נישט די רעכטע לאגער מיט אפענע ראסיזעם ווי רופען אלע אראבער מחבלים
על הצד ס'איז אמת, איז אמעריקא פינקט אזא ראסיסטישע לאנד, וויפיל אנטעסימיטיזם aoc, rashida trleib, מיט אלע אירע אנטעסעמיטישע חבר'טעס
ועוד
ועוד
ועודועוד[/quote]

יעצט לאמיר זעין ווי גרויסע אנטעסעמיטין די אראבישע לענדער זענען.
כמעט נישטא קיין איין יוד אין רוב אראבישע לענדער, בשעת הקמות המדינה זענען געוועין הינדרעטע טויזענטע צי מער, איר ווייסט פארוואס? מען האט זיי געפייניגט און גע'רודפ'ט ציליב די מדינה, זענען זיי אנטלאפן, דאס איז אהבת ישראל, וואס?

יודן טארן נישט ארייןקימען אין אסאך אראבישע לענדער.

זיי שטיצן טעראר אקעיגן יודן

וויפיל טעראר אטאקעס האבן יודן געמאכט אויף אראבערס?
מען קען עס ציילן מיט איין הענט, און מען בלייבט נאך מיט טשעינזש.
וויפיל האבן די אראבער געמאכט אויף יודן, קיינער האלט שוין נישט חשבון ווייל מען האלט שוין ביי הינדרעטע טויזענטע

פרעידיגן ראסיזם איז מותר און ווערט געשטיצט דורך די אראבער.
פרעידיגן ראסיזם איז נישט ערלויבט אין ישראל.

געניג מיט די זעלבסט שנאה, די ווייסע גוי גייט אינז נישט מער ליבן האבן ווען מיר טאנצן מה יפית, און מיר קלאפן על חטא שלא חטאנו.
און ס'איז בכלל נישט אויפגעקלערט און קיל זיך צי ביקען צי די ליבעראלע משוגעת'ן.
אהוד ברק= יהודי שונא עצמו
בערני סענדערס=סעלף העיטינג ג'ו

[/quote]
אויב ישראל'ישע געזעץ מעג ערלויבען אז בלויז אידן זאלן קענען אריין וויל אז נישט וועט מער נישט זיין קיין ישראל פארוואס קענען נישט די פאלעסטינער שטעט טוען די זעלבע כדי נישט צו ווערן איבערגענימען פון מתנחלים

יא די אראבער זענען רוצחים קיינער האלט נישט פון זיי יא זיי האבן געהארגעט אידן אלע יארן יא ישראל איז מער פריי פון עני אנדערע לאנד אין די מיטל מזרח יא איך בין א ציוני אבער קיין איין לאנד איז נישט קיין וגאר זאב אם כבש

ליב צו וויסן » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 9:51 pm

· #490950
בן נון, די חוק השבות איז טאקע ווערד צו דעבאטירן אבער דאס איז א היפש קליינער עבירה ווען דו נעמסט אריין די גרויסע בילד.

(די עזה טענה איז במחכ"ת היפש נישט צו די זאך, דו ווייסט זייער גוט אז ווי נאר זיי לייגן אראפ דאס געווער איז נישטא קיין בלאקאדע..)

בן נון » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 10:25 pm

· #490952
ליב צו וויסן
בן נון, די חוק השבות איז טאקע ווערד צו דעבאטירן אבער דאס איז א היפש קליינער עבירה ווען דו נעמסט אריין די גרויסע בילד.

(די עזה טענה איז במחכ"ת היפש נישט צו די זאך, דו ווייסט זייער גוט אז ווי נאר זיי לייגן אראפ דאס געווער איז נישטא קיין בלאקאדע..)

אויב זיי לייגן ארופ די וואפן מיינט אז זיי דעבן זיך אינטער צו מד”י א זאך וואס זיי קענען זיך נישט ערלויבען צו טוען
די בלאקאדע איז א מיטל צו שלאגן די אומשלידיגע עזה בירגער די ממשלת ישראל ווייסט אז די חמס פירער האבן אלעס וואס זיי חלומ’ן נאר אבער די אומשילדיגע ליידן און דאס מאכט זיי פיינט האבן אידן און ישראלים
איך זאג נישט אז מד”י דארף עפענען די גרעניצן אבער יא די בלאקאדע איז א אומווירקזאמע רשעות
נאכאמאל נישט אז די פארשאלטענע פאלעסטינע פירערשאפט איז בעסער

קהל'ס נער » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 11:17 pm

· #490957
בן נון:
אראבערס האבן געניג לענדער צי אנטלויפן אויב ס'געשעיט צי זיי א האלאקאוסט, משא"כ דער יוד האט נאר איין לאנד.

אינטערסאנט אז ס'שטערט דיך נאר אז מען געט א הארד טיים פאר אראבערס אין נתב"ג (איך בין שוין געוועין מינוממם 30 מאל ביי סעקיוריטי אין נתב"ג און כ'האב נאך קיינמאל נישט געזעין אז מען האט מער משוגע געמאכט א אראבער ווי א יוד).
אבער אז א יוד טאר נישט אריין גיין אין א אראבישע שטאט אדער דאווענען אויפן הר הבית שטערט דיך נישט.

אפילו לשיטתך אז עס איז פאלעסטניא שטעיט, איז עס נישט אנטיסעמעיטיזעם אז יודן טארן נישט אריין גיין אין אראבישע שטעיט?

זאל א יוד פרובירן אריינציגיין אין עזה, ער האט נישט קיין טשענס ארויס צי קימען לעבעדיג, משא"כ אין ישראל דרייען זיך אראבערס אויפן גאסן אין די מאסן, ואין פוצה פה.

ליב צו וויסן » פרייטאג יאנואר 7, 2022 9:11 am

· #490982
בן נון
ליב צו וויסן
בן נון, די חוק השבות איז טאקע ווערד צו דעבאטירן אבער דאס איז א היפש קליינער עבירה ווען דו נעמסט אריין די גרויסע בילד.

(די עזה טענה איז במחכ"ת היפש נישט צו די זאך, דו ווייסט זייער גוט אז ווי נאר זיי לייגן אראפ דאס געווער איז נישטא קיין בלאקאדע..)

אויב זיי לייגן ארופ די וואפן מיינט אז זיי דעבן זיך אינטער צו מד”י א זאך וואס זיי קענען זיך נישט ערלויבען צו טוען
די בלאקאדע איז א מיטל צו שלאגן די אומשלידיגע עזה בירגער די ממשלת ישראל ווייסט אז די חמס פירער האבן אלעס וואס זיי חלומ’ן נאר אבער די אומשילדיגע ליידן און דאס מאכט זיי פיינט האבן אידן און ישראלים
איך זאג נישט אז מד”י דארף עפענען די גרעניצן אבער יא די בלאקאדע איז א אומווירקזאמע רשעות
נאכאמאל נישט אז די פארשאלטענע פאלעסטינע פירערשאפט איז בעסער

דאס צו ס'איז ווירקזאם באלאנגט פאר די עקספערטן צו דעבאטירן, פאקט בלייבט אז די בלאקאדע איז בלויז אזוי לאנג ווי די מלחמה האלט אן, און יא.. אין א מלחמה ליידן אסאך אומשולדיגע.

און אז מען רעדט שוין, חאמאס איז נאר דארט ווייל די "איינוואונער" האבן זיי אריינגעוועלט.

ברוינשטיין » פרייטאג יאנואר 7, 2022 9:30 am

· #490984
Re: ציוניזם פון מיין הומענסטישע קוק-ווינקל
נישט ממש אזוי. חאמאס האט זיך ארויפגעזעצט אויפ'ן בענקל מיט געוואלד, אבער היינט באקומען זיי שוין ליבליכע שטיצע פון די ארטיגע איינוואוינער\טעראריסטן

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

ברוינשטיין » פרייטאג יאנואר 7, 2022 9:31 am

· #490985
Re: ציוניזם פון מיין הומענסטישע קוק-ווינקל
אפילו אין די מערב ברעג הייבט זיך שטיצע פאר חאמאס טעגליך, פאטאך פארכט פון מאכן וואלן

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

קהל'ס נער » פרייטאג יאנואר 7, 2022 9:39 am

· #490986
אזוי צי אזוי, די מדינה איז גרייט פאר שלום, די עזה'עינער ווילן נאר אינטער ברעינגען מדנ"י, משא"כ די יודן זאגן, לאז מיך צירי און איך לאז דיך אפ.

יעצט קען מען באשילדיגען חמס און וועים מען וויל, אבער דעיס מאכט נישט אז ישראל זאל ווערן שילדיג אין זייער צרות, פארוואס איז ישראל שילדיג אז חמס האט זיך ארויףגעזעצט אויף עזה, און ציליב דעים ליידן די אראבער.

אינטערעסאנט אז די אלע הייליגע ליבעראלע מענטשן רעכט צדיקים, שטערט זיי נישט אז חמס פייניגט אירע בירגער, און וואס ס'גייט פאר און צפון קארעא, און אין סוריא, אלא מאי הלכה הוא בידוע שעשיו שונא ליעקוב, די הלכה זענען זיי זייער מקפיד, אבער וויבאלד ס'מער נישט אין סטייל צי זיין א אנטעסעמיט, זענען זיי עס מלבש מיט צידקות בשם מענטשנרעכט.

ליב צו וויסן » פרייטאג יאנואר 7, 2022 12:33 pm

· #491004
ברוינשטיין
נישט ממש אזוי. חאמאס האט זיך ארויפגעזעצט אויפ'ן בענקל מיט געוואלד, אבער היינט באקומען זיי שוין ליבליכע שטיצע פון די ארטיגע איינוואוינער\טעראריסטן

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

נישט ריכטיג.
חאמאס האט געווינען די לעצטע עלעקשן אין די פאלעסטינע טעריטאריעס (אין 2006).

mevakesh » פרייטאג יאנואר 7, 2022 1:49 pm

· #491009
קהל'ס נער
אזוי צי אזוי, די מדינה איז גרייט פאר שלום, די עזה'עינער ווילן נאר אינטער ברעינגען מדנ"י, משא"כ די יודן זאגן, לאז מיך צירי און איך לאז דיך אפ..

די מדינה איז גרייט אויף שלום נאר אויף אירע טערמינען און די פאלעסטינער האבן זייער אייגענע טערמינען
אפגערעדט פון ביבי מיט די רעכטע וואס זענען פארנומען זאגן אז זיי ווילן שלום און אפילו טראמפ וואס איז כמעט אינגאנצן אויף זיין זייט האט געזען אז דאס איז בול*יט
נאר אפילו די סענטעריסטן וואס זענען גרייט צוריקצוגעבן שטחים זענען נישט גרייט אויף א מינימאלע פליטים צוריקקער
איך זאג נישט אז זיי מוזן איינגיין אויף דעם אבער די פאלעסטינער זענען פונקט אזוי בארעכטיקט צו זייערע טערמינען

יודל טריקען » פרייטאג יאנואר 7, 2022 2:12 pm

· #491014

״מינימאלע פליטים צוריקקער״ כאילו מען רעדט דא פון עפעס א אלטע מיני באס פון ירדן מיט צוועלעף פליטים, זיי רעדען פון אור אור אייניקלעך וואס איינע פון פון די עלטער זיידעס ע״ב פילגשים שרייט אז זי קומט פון דארט (זייער טענה איז אז מ׳איז דאך אנטלאפען, טא ווי פארלאנגסטו פון אן אומשילדיגער פליט צו ברענגען פאפירען) איך האב נישט נאכגעקוקט די נומערען לעצטענס אבער א שיינע פאר יאר צוריק איז עס געווען 5 מיליאן.

Sent from my iPhone using Tapatalk

berlbalaguleh » פרייטאג יאנואר 7, 2022 2:19 pm

· #491016
קהל'ס נער
אזוי צי אזוי, די מדינה איז גרייט פאר שלום, די עזה'עינער ווילן נאר אינטער ברעינגען מדנ"י, משא"כ די יודן זאגן, לאז מיך צירי און איך לאז דיך אפ.

יעצט קען מען באשילדיגען חמס און וועים מען וויל, אבער דעיס מאכט נישט אז ישראל זאל ווערן שילדיג אין זייער צרות, פארוואס איז ישראל שילדיג אז חמס האט זיך ארויףגעזעצט אויף עזה, און ציליב דעים ליידן די אראבער.

אינטערעסאנט אז די אלע הייליגע ליבעראלע מענטשן רעכט צדיקים, שטערט זיי נישט אז חמס פייניגט אירע בירגער, און וואס ס'גייט פאר און צפון קארעא, און אין סוריא, אלא מאי הלכה הוא בידוע שעשיו שונא ליעקוב, די הלכה זענען זיי זייער מקפיד, אבער וויבאלד ס'מער נישט אין סטייל צי זיין א אנטעסעמיט, זענען זיי עס מלבש מיט צידקות בשם מענטשנרעכט.

און די פארפארצ'טע, פאררוקטע נטורי חרתא ( מלשון חרא) טאנצן מיט מיט זיי. אדער זענען זיי נישט מזרע ישראל. אפשר מזרע ישמעאל. אדער זענען זיי סתם פאררוקטע בהמות...!

מי אני » מאנטאג יוני 20, 2022 7:09 am

· #502575
‏דר. דוד ביאלע במשנתו של בּערנארד לאזאר: 📎 9CA3CF3F-ADB7-45AD-BAF5-C7F8A642AE14.jpeg

מאטי » מאנטאג יוני 20, 2022 7:54 am

· #502577
mevakesh
לאמיר פארגעסן א מינוט פון לינקע און ירדן
די פאלעסטינער וואינען דארט פאר דורי דורות און עס איז אלס געווען גאר א קליינע פראצענט יידן
פון איין מינוט אויפן צוויטן דערמאנט זיך א פאלק אין אייראפ( וואס מאנכע צווייפלען צו זיי זענען ריכטיקע אפשטאמיקע פון די איזראליטן פון צוויי טויזנט יאר צוריק) אז עס איז זייערס. און הייבט אן צו שווערצן טויזנטער מענטשן אומלעגאל און ווערן כמעט די מערהייט נאכדעם ביי א בירגער קריג פארטרייבן זיי טויזנטער פון די איינוואוינער ארויס פונעם לאנד און ווערן ענדגילטיקע בעלי בתים
איז דאס גערעכט?
האבן די פאלעסטינער נישט א שטארקע טענה?
דארף א מאראלישע מענטש נישט לפחות זיין אביסל אומבאקוועם מיט דעם?
יעצט לגבי ירדן ווי איך פארשטיי פילן זיי כמעט ווי איין פאלק און אפילו אזוי זענען זיי נישט אינגאנצן צופרידן אבער זיי פילן דאך נישט אונטערדריקן דאס אידענטיטעט

נישט ממש ריכטיג אז אידן זענען פשוט'ע אייראפעער אפילו לויט די טענה פון דעם לינקן לאגער.

אויב למשל די פאלעסטינער וואלטן 'נישט' געקלעימט דאס שטיקל טעריטאריע וואלטן די פראנצויזן למשל געווען די זעלבע מחותנים צום לאנד? אודאי נישט..
ס'איז אלעמאל געווען אן אנגענומענע היסטארישע קאנצענזוס אז פאלעסטינע איז דאס אידישע לאנד. זאל דאס זיין נאפאליאן צו סוליימאן דער גרויסער. אויב עפעס - אפילו לויט די גרעסטע פרא-פאלעסטינער אנשויאונג - איז דאס אידישע פאלק צווייט אין ליניע צו באקומען דאס לאנד.

אידן זענען טאקע געווען א מינאריטעט אין פאלעסטינע אבער זיי האבן גערעדט דערפון און געשפירט ווי זייערס א לאנד. די גלות אידן האבן אלץ געהאפט אנצוקומען דארטן ווי זיי זענען מתפלל דריי מאהל א טאג אז זיי זאלן אנקומען.

אלזא, וואס דו זאלסט נאר נישט זאגן אויף די אראבער זענען אידן א פארזיכערטע Wildcard און נישט עפעס וואס דו רופסט אן פאלנער אייראפעער. פארשטייט זיך דאס איז אפילו לשיטתם פון די לינקע

מי אני » זונטאג יולי 10, 2022 3:56 pm

· #503934
דאס קען האבן א שייכות צו וואס דר. נתנאל בערמאן שרייבט לגבי השוואות צווישן משנתם של יאָהאַן הערדער און בּערנארד לאזאר:
Lazare stands here in the midst of a paradox that has long marked liberal European thought on the relationship between nationalism and internationalism. This paradox is expressed most clearly by Herder, in whose writing one finds an "abyss" yawning between the perspective of those living within particular cultures and those considering humanity as a whole. On the one hand, cultural particularist "prejudice is good," for it "thrusts people toward their center, attaches them more firmly to their roots, causes them to flourish more fully in their own way… The age that wanders towards the desires and hopes of foreign lands is already an age of disease, flatulence, unhealthy opulence, approaching death!" On the other hand, one should proclaim the universalist truth of cultural relativism, that "the good" is "scattered throughout the earth": "Since one form of humanity and one region cannot encompass the good, it has been distributed in a thousand forms, continually changing shape like an eternal Proteus throughout all continents and centuries." There is hardly a word that would need to be changed to insert these two passages from Herder into Lazar's later writings.

Lazare expresses the relationship between these two divergent perspectives in a number of rhetorical and thematic forms. An attempt to bridge the "abyss" may be found in the assertion, whose paradoxical quality Lazare nonetheless emphasizes, that national liberation is necessary for the achievement of human liberation. Thus, Lazare declares that narionalism is the "condition of individual liberty; that the very definition of the term, "nation," is "the milieu within which the individual can develop and blossom in a complete fashion."
‏(ועיין בדברי הרב דר. יעקב צבי [יונתן] זאקס זצ״ל.)

berlbalaguleh » זונטאג יולי 10, 2022 6:40 pm

· #503943
berlbalaguleh
זבולון: פארגעס פאר א מינוט פון הומאניזם. אוואו איז דאס הומאניזם געווען ווען די נאציס האבן פארגאזט מיליאנען אידן...?!

וואס מיך וואונדערט איז וויאזוי ס'נעמט זיך צו אידן צו פיינט האבן דאס אייגענע לאנד וואס גאט ברוך הוא האט אונז געגעבן. און פיינט האבן די פיהרערס מיט אן עכטע שנאה.

וואס וואלטן אט די אלע ..."צדיקים"... געוואלט. אז אכמעד און מוכאמעד זאללן געוועלטיגן איבער ארץ ישראל? אדער די אייניקלעך פון אברהם, יצחק ויעקב. אפילו זיי פיהרן זיך נישט אייביג אויף אינגאנצן ווי זיי וואלטן געדארפט...!
נאכמער: מיין הארץ האט נישט קיין פלאץ צו בלוטיגן אויפ'ן גורל פון די אזוי-גערופענע פאלעסטינער פליטים. ווייל זיי זענען גרויסע רוצחים. זיי ווערן אויפגעפרעסן פון שנאת ישראל. און זיי פיהרן אדורך די מערסט ברוטאלע רציחות אויף אידן זייט די צווייטע וועלט מלחמה.

אויב זיי וואלטן נישט געווען אזעלכע פארביסענע שונאי ישראל און גרויסע רוצחים, וואלט איך אפשר געקענט האבן א ביסל סימפאטיע פאר זייער מצב. וואס זיייערע פיהרערס-פארפיהרערס האבן זיי געברענגט דערצו...!

כפתור » זונטאג יולי 10, 2022 11:47 pm

· #503947
כ'האב געהערט אז און די ישראלדיגע יוניוועסיטיס זענען די אראבער פארגעצויגען, אזא מין אפערמעטיוו עקשן. ווייסט איינער דערפון?

פרנס החודש » מאנטאג יולי 11, 2022 3:41 am

· #503960
Re: ציוניזם פון מיין הומענסטישע קוק-ווינקל
דער באקאנטער Omar Barghouti פירער פון דער BDS באוועגונג האט באקומען זיין Masters in philosophy פון תל אביב אוניווערזיטעט…

שאלתיאל » מאנטאג יולי 11, 2022 5:22 am

· #503961
mevakesh
קהל'ס נער
אזוי צי אזוי, די מדינה איז גרייט פאר שלום, די עזה'עינער ווילן נאר אינטער ברעינגען מדנ"י, משא"כ די יודן זאגן, לאז מיך צירי און איך לאז דיך אפ..
די מדינה איז גרייט אויף שלום נאר אויף אירע טערמינען און די פאלעסטינער האבן זייער אייגענע טערמינען
אפגערעדט פון ביבי מיט די רעכטע וואס זענען פארנומען זאגן אז זיי ווילן שלום און אפילו טראמפ וואס איז כמעט אינגאנצן אויף זיין זייט האט געזען אז דאס איז בול*יט
נאר אפילו די סענטעריסטן וואס זענען גרייט צוריקצוגעבן שטחים זענען נישט גרייט אויף א מינימאלע פליטים צוריקקער
איך זאג נישט אז זיי מוזן איינגיין אויף דעם אבער די פאלעסטינער זענען פונקט אזוי בארעכטיקט צו זייערע טערמינען
אין די צייטן פון אולמערט איז ישראל געווען גרייט זיך אפציען פון 90 פראצענט פון אירע איינגענומענע שטחים. די פאלעסטינער האבן עס אפגעזאגט פונקט ווי זיי האבן אפגעזאגט יעדער סארט פארשלאג וואס מען האט זיי נאר אנגעטראגן . פארוואס? וויבאלד ס'איז זיי באקוועמער צו פארבלייבן אינעם פאזיציע פונעם נעבעכל פון דער וועלט און אויסמעלקן געלטער און צומי פון די מערב וועלט און די יו ען און אויפן וועג אפרצחנ'ן אפאר אידעלעך. נאך אלעם חוץ פון חורבן און כאאס האבן זיי דאך מילא נישט וואס צו אנטראגן פארן מענטשהייט און אז מען קען אויספירן דעם ועל חרבך תחיה מיטן ברייטע שטיצע פון די וועלט איז דאך מה טוב ומה נעים.

ים רויבער » מאנטאג יולי 11, 2022 12:57 pm

· #503969
שאלתיאל

און קענסט זיין זיכער אז ווען זיי וואלטן ווען באקומען די שטחים וואלטן זי נישט געווען צופרידן ביז מד"י געט זיי איבער די גאנצע מדינה.

שאלתיאל » זונטאג אוגוסט 28, 2022 2:02 pm

· #507492
וואונדעבארע קליפ פון Ami Horowitz איבער די אונטערשייד אין די צוגאנג און באהאנדלונג פון די LGBTQ אישו אין מדינת ישראל און דאקעגן אין די פאלעסטינער געביטן.

די LGBTQ געמיינדע זענען ע"פ רוב אין שטיצע פון די פאלעסטינער און קעגן מד"י, ווארום די מדינה ווערט אלץ אראפגעשטעלט אלץ א כאפטע בייזוויליגע מענטשן-רעכט פארלעצער און אקופירער און די פאלעסטינער- אלץ אומשולדיגע באשעפענישן וועלכע ליידן זיך צאם אונטער די ציוניסטישע גרויזאמע שטיוול, און וואס רעדט דען מער צום איידעלן הארץ פונעם פראגרעסיווע געי ווי די ליידן פונעם פאלעסטינער שלא טעם טעם חטא ( צוליב אומקלארע סיבות, די בלוטיגע ברידער קריג אין סוריע, די שטערבליכע קאמפף אין ארמעניע אדער אנדערע מענטשן רעכט פארלעצונגען וואס גייען שוין אן יארן לאנג רעדט נישט עפעס עקסטער צו זיין הארץ..)

עניוועי, האראוויץ רעדט מיט עטליכע מיטגלידער פון דער געמיינדע און פרעגט זיי איבער זייער מיינונג איבער דעם איזראעלי- פאלעסטינער קאנפליקט. דערנאך וואס זיי רופן זיך אן אין שטיצע פון פאלעסטינער ווייזט ער זיי וואס איז זייער צוגאנג צום גאנצן \LGBTQ אישו און וויאזוי זיי האלטן מען דארף אומגיין מיט געיס+ . אין ענד, די שאקירענדע מיטגלידער, קענטליך אין שאק פון די אינפארמאציע וואס זיי הערן נישט אין די אלגעמיינע מידיע, זאגן אז זיי מוזן איבערטראכטן זייער שטיצע אין די פאלעסטינער.

https://www.youtube.com/watch?v=-hS_6enMdco

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 28, 2022 5:05 pm

· #507497
מי אני
דאס קען לכאורה גיין אין איינקלאנג מיט פּוֺיסט-ציונית (אין איר פאזיטיווע סענס).
מי אני: זייער גוט געשריבן. נאר עטליכע (קליינע תיקונים אין גראמאטיק און ספעללינג

די ווארט פאוסט (נאך) שרייבט מען אל"ף ווא"ו. נישט ווא"ו יו"ד. ווייל אנישט קענמען עס פארטוישן מיט..."פויבסט". אדער ..."פויסט"...!

דאס ווארט ציונות שרייבט מען מיט א ווא"ו נאך די נו"ן. ווייל אנישט (לפי דיקדוק) מיינט דאס נישט א שם דבר. נייערט (א ווארט וואס חיים גראדע נוצט א סאך) א פרוי וועלכע איז איינשטימיג מיט דעם געדאנק פון ציוניזם.

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 28, 2022 5:18 pm

· #507498
mevakesh
קהל'ס נער
אזוי צי אזוי, די מדינה איז גרייט פאר שלום, די עזה'עינער ווילן נאר אינטער ברעינגען מדנ"י, משא"כ די יודן זאגן, לאז מיך צירי און איך לאז דיך אפ..
די מדינה איז גרייט אויף שלום נאר אויף אירע טערמינען און די פאלעסטינער האבן זייער אייגענע טערמינען
אפגערעדט פון ביבי מיט די רעכטע וואס זענען פארנומען זאגן אז זיי ווילן שלום און אפילו טראמפ וואס איז כמעט אינגאנצן אויף זיין זייט האט געזען אז דאס איז בול*יט
נאר אפילו די סענטעריסטן וואס זענען גרייט צוריקצוגעבן שטחים זענען נישט גרייט אויף א מינימאלע פליטים צוריקקער
איך זאג נישט אז זיי מוזן איינגיין אויף דעם אבער די פאלעסטינער זענען פונקט אזוי בארעכטיקט צו זייערע טערמינען
מבקש: איך ווייס נישט וועלכע תורה דו האסט געלרנט אין דיין חדר. נאר אין מיין חדר האט מען געלערנט די תורה (הקדושה) וועלכע זאגט אז דאס אידישע פאלק האט זיך נישט אנגעהויבן מיט די אימיגרציע פון די אזוי-גערופענע ציונים (ווי עטץ ווילטץ עס אראפלייגן) קיין פאלעסטינע (א לאנד וואס האט קיינמאל נישט עקזיסטירט.) נאר די אידישע היסטאריע האט זיך אנגעהויבן מיט אונזער זיידע אברהם . וואס דער אייבישטער האט איהם און פאר זיין זון יצחק און פאר יצחק'ס זון יעקב צוגעזאגט צו געבן ארץ ישראל פאר זייערע קינדער. די איבריגע תורת הקלוקל וואס מ'האט דיך געלערנט אין חעידער קענסטו נעמען און אראפפלאשן. אויסער אז דו ווילסט ווערן א נטורי חרטא'ניק. און האפן אז ווען דיינע פאלעסטינער אראבישע קאלעגעס (רוצחים) וועללן (ח"ו) איבערנעמען ארץ ישראל וועסטו אויך באקומען א חלק פון דעם (אויב זיי וועללן דיך און דיינס גלייכן נישט הרג'נען פריער.). (דו קענסט מעקן. דו מוזסט אפילו נישט אנגעבן קיין תירוץ (פון שקר.). אן בושה. לשם אידעאלאגיע.

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2022 12:56 am

· #507866
mevakesh
berlbalaguleh
מבקש: די אידן זענען נישט א פאלק וועלכע זענען פלוצלינג אויפגעשטאנען און פארטריבן ד אלטע איינוואוינערס פון זייער לאנד. דאס איז די לאנד וואס גאט ברוך הוא האט געגעבן פאר די אידישע קינדער. מעגליך אז דו פיהלסט נישט זיכער אז דו שטאמסט פון אברהם, יצחק און יעקב. דו טראכטסט אפשר ביסטו אן אפשטאמיגער פון די כוזרים. דו גלייבסט די פראפאגאנדע ברעינוואשינג פון אלע אנטיסעמיטן. איך בין יא זיכער מיט מיין אפשטאם.

נאר דא זענען אין גאנג 2 גרויסע שקרים. איינס אז די פאלעסטינער זענען אן אריגינאל פאלק אין ארץ ישראל. די צווייטע. אז די אידן זענען נישט קיין אייניקלעך פון אברהם אבינו. נאר זיי שטאמען פון די כוזרים. וועלכע האבן זיך מיט עטליכע הונדערט יאר צוריק מגייר געווען. ס'איז נישט דא קיין איין פאלעסטינער וועלכער וואינט שוין אין ארץ ישראל פאר הונדערטער יארן. מיט בערך 150 יאר צוריק האט די טערקישע, אטאמאן עמפייער זיי אימפארטירט. טייל פון עגיפטן. אן אנדער טייל (אפילו) פון טשערקאסיע. די אידן האבן דא גארניש געטון. נאר זיך צוריקגעקערט צו זייער היימלאנד. פון וואו זיי זענען פארטריבן געווארן מיט 2000 יאר צוריק...!
די פאלעסטינער זענען פונקט אזוי פאלק ווי די ענגלענדער אין ענגלאנד וואס זענען געקומען פון אזיע אריגינעל און מער פון די אמעריקאנער וואס האבן קוים אימיגרירט אהער
דאס וואס איך האב געזאגט אז עס איז נישט זיכער אז די אייראפעישע אידן זענען באמת יידן איז נישט דער עיקר דא
אפילו אויב זיי זענען יא איז נישט דא קיין פרעצעדענט פון א פאלק וואס קערט זיך צוריק נאך 2000 יאר און עס איז נישט קיין טענה וואס לייגט זיך אויפן שכל
מבקש: דו דארפסט זאגן אנדערע אני מאמינ'ס ווי דאס וואס נארמאלע, ערליכע אידן זאגן.
אני מאמין באמונה טפילה שמשיח לא יבוא לגאול את עם ישראל. (אולי
את עם ישמעאל.)
אני מאמין באמונה טפילה שעם ישראל הם לא צאצאים של אברהם, יצחק ויעקב. אלא צאצאי הכוזרים.
אני מאמין באמונה טפילה שהעם הפלסטיני הם יושבי הארץ הותיקים והאמתים.
אני מאמין באמונה טפילה שהצדיק היטלר והנאצים לא הרגו ששה מיליון יהודים. שזה שקר שהציונים (שר"י) בדו מליבם (הטמא)
אני מאמין באמונה טפילה שהרב הצדיק חמינאי, נשיא איראן הוא אחד מחסידי אומות העולם.

אזא פנים האט עטץ. מיט ענקערע טוירעס. און אמונות טפילות. נאר דו ביסט דאך נישט שולדיג. דו ביסט דאך א תינוק שנשבה בין המשוגעים.

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 4, 2022 5:28 pm

· #508226
mevakesh
berlbalaguleh
מבקש: די אידן זענען נישט א פאלק וועלכע זענען פלוצלינג אויפגעשטאנען און פארטריבן ד אלטע איינוואוינערס פון זייער לאנד. דאס איז די לאנד וואס גאט ברוך הוא האט געגעבן פאר די אידישע קינדער. מעגליך אז דו פיהלסט נישט זיכער אז דו שטאמסט פון אברהם, יצחק און יעקב. דו טראכטסט אפשר ביסטו אן אפשטאמיגער פון די כוזרים. דו גלייבסט די פראפאגאנדע ברעינוואשינג פון אלע אנטיסעמיטן. איך בין יא זיכער מיט מיין אפשטאם.

נאר דא זענען אין גאנג 2 גרויסע שקרים. איינס אז די פאלעסטינער זענען אן אריגינאל פאלק אין ארץ ישראל. די צווייטע. אז די אידן זענען נישט קיין אייניקלעך פון אברהם אבינו. נאר זיי שטאמען פון די כוזרים. וועלכע האבן זיך מיט עטליכע הונדערט יאר צוריק מגייר געווען. ס'איז נישט דא קיין איין פאלעסטינער וועלכער וואינט שוין אין ארץ ישראל פאר הונדערטער יארן. מיט בערך 150 יאר צוריק האט די טערקישע, אטאמאן עמפייער זיי אימפארטירט. טייל פון עגיפטן. אן אנדער טייל (אפילו) פון טשערקאסיע. די אידן האבן דא גארניש געטון. נאר זיך צוריקגעקערט צו זייער היימלאנד. פון וואו זיי זענען פארטריבן געווארן מיט 2000 יאר צוריק...!
די פאלעסטינער זענען פונקט אזוי פאלק ווי די ענגלענדער אין ענגלאנד וואס זענען געקומען פון אזיע אריגינעל און מער פון די אמעריקאנער וואס האבן קוים אימיגרירט אהער
דאס וואס איך האב געזאגט אז עס איז נישט זיכער אז די אייראפעישע אידן זענען באמת יידן איז נישט דער עיקר דא
אפילו אויב זיי זענען יא איז נישט דא קיין פרעצעדענט פון א פאלק וואס קערט זיך צוריק נאך 2000 יאר און עס איז נישט קיין טענה וואס לייגט זיך אויפן שכל
מבקש: מיט דיין פארקרומטע אידעאלאגיע נעם און מעק אויס דעם חומש. און די הבטחה וואס דער אייבישטער האט געגעבן פאר אברהם, יצחק און יעקב. דאמאלס ביסטו גערעכט. נאר דו און איך זענען נישט קיין ברודערס. אונז שטאמען נישט פון דעם זעלבן פאלק. דו שטאמסט מסתמא פון דייטשע אדער אונגארישע גויים. איך שטאם פון אברהם, יצחק און יעקב.

מי אני » פרייטאג אקטאבער 14, 2022 11:47 am

· #510262
דר. סוזען שניידער שרייבט בנוגע די קשר וואס מ'זעהט צווישן רעכטע אנטיסעמיטן און זייער (פאראדאקסישע) שטיצע פאר מדינת ישראל, בתוך אַן אנאליז וואו מ'ציהט זיך אוועק אין פאליטישע פילאזאפיע פונעם ליבעראלן אפטייטש פון "רעליגיע" אלס דאס אינדיווידואליסטיק גלויבונג ובחירה פונעם מענטש, וואס קען גיין אין איינקלאנג מיט הומאניזם, צו וואו עס איז די אטאמאטישע fixed אידענטיטעט זיינע קעגן "אנדערע אינדרויסן":
This Zionist emphasis [of Jewish identity being contingent on] natal status and religion qua ethnos is key to understanding why Israel is so attractive to many Right-wing Christians and white nationalists. This includes some genuine antisemites, who regard the Jewish ethno-state as a template for creating a socially homogenous polity