☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » רמב"ן פרשת בחוקותי: די הבטחה פון די תורה אז ס'וועט קיינמאל נישט זיין קיין פאלעסטינע לאנד

רמב"ן פרשת בחוקותי: די הבטחה פון די תורה אז ס'וועט קיינמאל נישט זיין קיין פאלעסטינע לאנד

74 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16636
בלאט: 1 2

חדשים » מיטוואך אקטאבער 18, 2023 12:18 am

· #537751
Re: רמב"ן פרשת בחוקותי: די הבטחה פון די תורה אז ס'וועט קיינמאל נישט זיין קיין פאלעסטינע לאנד
לויט ווי איך האב געליינט איז כאמאס דומה צו אייסיס, און וויאזוי איך האב צוגעצייכענט. וואס איך פארשטיי ביזטו דעמאלטס אויך מודה אז מען קען זיי נישט טראסטן מיט א מדינה.

עס איז שווער צו ענטפערן אויף א צד השוה, ווען עס איז א געמיש פון נקמות אקעגן פריוואטע רעכטע שטיק און ראדיקאלע שטיק ועוד.

לגבי די דריטע נקודה, איז אין לדבר סוף וא”א לברר, עס איז שאד די סברות ווייל עס גייט לכאן ולכאן.

עובדיה » מיטוואך אקטאבער 18, 2023 11:42 am

· #537775
Re: רמב"ן פרשת בחוקותי: די הבטחה פון די תורה אז ס'וועט קיינמאל נישט זיין קיין פאלעסטינע לאנד
לדעתי איז די גרינדונג פון מדינת ישראל געווען א הצלה פאר כלל ישראל ברוחניות (בגשמיות אויך, אבער אויף דעם האט מען זיך שוין דא אויסגעטענה'ט אלע צדדים לכאן ולכאן) @אלפא האט עס שוין אביסל אנגערירט דא.

כידוע איז די אידישע רעליגיע געבינדען מיט די אידישע פאלק, ס'איז א רעליגיע פאר די אידישע נאציאן, און דאס איז א פאלק זאל זיך האלטן אזוי לאנג ווען זיי האבן נישט קיין אייגן לאנד און זענען צושפרייט איבער אלע עקן וועלט איז ממש שלא כדרך הטבע, ווי ס'איז באקאנט די לשון פון ר' יעקב עמדין: "חי נפשי, כאשר אני מתבונן בקיום אומתנו בגלות, שה אחת בין שבעים זאבים, גדול נס זה בעיני מכל הניסים שנעשו לאבותינו במצרים ועל הים ובארץ ישראל".

אבער די מציאות ווי אזוי כלל ישראל האט זיך געהאלטן אלע יארן אין גלות איז געווען טאקע וויבאלד מ'האט נישט געהאט קיין מנוחה פון די אומות העולם, מען האט כסדר געהאט צרות פון זיי, און ממילא האט מען זיך נישט אויסגעמישט מיט די גוים נאר זיך געהאלטן אפגעטיילט, און אלס געהאפט אויף משיח און ארויסגעקוקט ווען מ'וועט שוין קענען צוריק גיין קיין ארץ ישראל.

ווי מ'האט טאקע געזעהן לאורך הדורות און ספעציעל די לעצטע צוויי הונדערט יאר ווי נאר די אידן האבן באקומען עפעס מנוחה און גלייכע רעכטן איז אידישקייט שטארק געפאלן און מ'האט זיך אנגעהויבן אויסמישן מיט די גוים.

ממילא טאקע וויבאלד מליידט שוין נישט היינט קיין צרות און די פרייע מערב וועלט פון די אומות העולם, נאר אדרבה אידן זענען ברום המעלה אין אמעריקע און אין אנדערע מדינות, איז די מציאות אז די אידן אלס א פאלק וואלטן זיך מער און מער אויסגעמישט מיט די גוים, ביז ס'וואלט חלילה כמעט גארנישט געבליבן (ווער רעדט נאך אויב וואלט טאקע אויפגעשטעלט געווארן א פאלעסטינע לאנד אין ארץ ישראל פאר די אראבער וואס דאס וואלט אוועק גענומען יעדע אידשע האפעננג פון זיך אמאל צירוק קערן).

אבער מיט די גרינדונג פון מדינת ישראל האט עס געברענגט אז אידן אלס א פאלק זאל ווייטער האבן א שטארקע אחיזה אין די מציאות, בעיקר טאקע פאר די אידן וואס וואוינען דארט אבער דאס האט שוין ממילא אן עפעקט אויף אידן אין די גאנצע וועלט, און אפילו ס'איז שוין געשעהן אסאך דעמעדזש און רוב כלל ישראל איז פריי, האלטן זיי זיך כאטש אלס אידן און קענען עווענטועל צוריק קומען צו אידישקייט.

מי אני » מיטוואך אקטאבער 18, 2023 12:06 pm

· #537776
חדשים #
לויט ווי איך האב געליינט איז כאמאס דומה צו אייסיס, און וויאזוי איך האב צוגעצייכענט. וואס איך פארשטיי ביזטו דעמאלטס אויך מודה אז מען קען זיי נישט טראסטן מיט א מדינה.
אפילו אז נניח את זה, איז ווי כ׳האב געשריבן טוהט א מלחמה קעגן חאמאס, נישט באדייטן אַן אפווארף פון דאס גילטיגקייט, תועלת און ריכטיגקייט וכו׳ פון א צוויי-סטעיט סאלושאן מיט די פאלעסטינער בכלל (אַבּאַס וכו׳).
חדשים #
עס איז שווער צו ענטפערן אויף א צד השוה, ווען עס איז א געמיש פון נקמות אקעגן פריוואטע רעכטע שטיק און ראדיקאלע שטיק ועוד.
אבער לכאורה איז די שורש פון אלע און זיי אלע זענען נובע פון א פאליטישע ״מיינס/דיינס״ געפעכט, ווי איידער א ״דו גלייבסט אין עפעס אנדערש ווי איך״ געפעכט וכדומה. דאס איז די צד השוה. די פונקטליכע פרטים וואס האבן דאס פונקט צוגעברענגט יעדעס מאל, זענען טאקע יעדעס מאל אנדערש. אבער די אונטערליגענדע כלל איז אלעמאל דאס זעלבע.
חדשים #
לגבי די דריטע נקודה, איז אין לדבר סוף וא”א לברר, עס איז שאד די סברות ווייל עס גייט לכאן ולכאן.
איה״נ. פון איין זייט קען מען דאס מדמה זיין צו איראן, סיריע, טאליבאן וכו׳ ווי איך טוה. פון די אנדערע זייט אבער קען מען טענה׳ן, ווי צוגעברענגט פון דר. הררי, אז בהעבר ווען מ׳האט נאר נאכגעגעבן דברים פרטיים, האט עס נאר געברענגט אלס רעזולטאט מער געוואלדטאטן. און די שאלה איז צי דאס ווייזט אויך אויף דעם אז נאכגעבן על הכלל כולו, אַן אייגענע לאנד מיט סעלף-דיטערמענעישאן, וועט אויך ווייטער זיין אזוי.



וואס @עובדיה זאגט רירט אָן אויפ׳ן שמועס איבער הגדרת זהות ״ישראל״, און ווי ווייט דאס איז אָנגעוואנדן אין נעשאנעליזם. לדוגמא, מיינענדיג, דא אין די קאנטעקסט קען מען טענה׳ן פון א רעליגיעזע פּערספּעקטיוו אז מאידך גיסא האט דאס געהאט אַן אפעקט און טוישן זהות ״עם ישראל״ פונעם רס״ג׳ס ״אין אומתינו אומה אלא בתורותיה״, דאס וואס ראש וראשון (arguably, ואליבא דהרס״ג) דעפינירט איר אייגענארטיגע קולטור, צו דאס אז די זהות ״עם ישראל״ איז (ראש וראשון) מקושר עם ארצו ועמו אזוי ווי יעדעס אנדערע עטניק נאציאנאליטעט. און די פראיעקט איז טאקע נולד געווארן און בעיקר אָנגעפירט געווארן דורך די וואס זענען נישט געווען רעליגיעז, ווען מ׳האט איינגעזעהן אז דאס מענטשליכע בּיגאטרי (עכ״פ לע״ע) דערלאזט נישט אז קיין שום אומה זאל (גענצליך) נתבולל ווערן אין אַן אנדערע; יעדעס אומה וועט בע״כ אלס פארבלייבן מיט איר עטנישע נאציאנאליטעט זהות און מאַרקער, אפגעזעהן וויפיל זי זאל דאס וועלן שׁעדן ‏(ולכאורה אונטער דעם ליגט טאקע א חלק פון די היינטיגע ליבעראלע געדאנק פון מאָלטיקולטוראליזם און אנערקענען און רעספּעקטירן די פארשידענארטיגע קולטורן פון מענטשן, און קעגן דאס געדאנק פון ריין אסימילירן). (ווי געשריבן, האט הערצל טאקע געקלערט אז א מדינה מיוחדת לישראל קען זיין א לעזונג צום בּיגאטרי פראבלעם פון אנטיסעמיטיזם קעגן אידן, ווען מ׳איז אפגעזונדערט בארץ לבדד להם ככל שאר עם ולשון. און זהות האט טאקע צו טוהן מיט בדידות, כמו שפירשו המפורשים עה״פ בבמדבר כ״ג ט׳ הן עם לבדד ישכון ובגויים לא יתחשב.)

מי אני » מיטוואך אקטאבער 18, 2023 2:46 pm

· #537785
דר. מרדכי קידר
מ׳האט מיר אויפמערקזאם געמאכט צו וואס דר. מרדכי קידר טענה׳ט. ער זאגט (אין קורצן), און ער באזירט דאס אויף דעם אז אסאך אראבישע לענדער זענען אומסטאביל וכו׳, אז דאס אראבישע קולטור על הכלל איז נישט אויסגעשטעלט פאר א גאנצע נאציאנאלע לאנד אלס א conglomerate. נאר איידער פאר א לאנד פון שבטים וואס זענען פאראייניגט, כעין די יוּנייטעד אראבישע עמירעיטס, וואס דאס קען יא האבן הצלחה. דאס איז ווייל זיי זענען שבטים וואס ווילן זיך נישט משדך זיין צווישן זיך און וועלן בשו״א נישט מקבל מרות זיין פון א צווייטן שבט. און דאס פאלעסטינער פאלק איז אויך אזוי. וא״כ, אויב געבט מען זיי א גאנצע לאנד פאר איין נאציאנאליסטישע ענטיטי, איז כדי אָנצוהאלטן דאס אחדות אלס ״איין״ פאלק, און זיך נישט שלאגן צווישן זיך אלס שבטים, באדארף דאס אז זיי זאלן כסדר מלחמה האלטן מיט אַן אייניגע פיינט פון ״אינדרויסן״ פון זיי אלע (א צד השוה) וואס דאס איז מדינת ישראל. דאס איז וואס פאראייניגט זיי לע״ע.

דערפאר שלאגט ער פאר אַן ״אכט״-סטעיט סאלושאן; אכט סטעיטס בתוך א פאלעסטינער סטעיט, וואו יעדעס שבט רעגירט אויף די שטח וואו זיי וואוינען. און דערנאך קענען זיי זיך צוזאמען קומען אלס א יוּנייטעד סטעיטס/עמירעיטס (כעין EU), וואו יעדעס שבט האט אבער נאך אלס דאס גענצליכע בעלות אויף איר שטח.

הגם עס זענען דא חולקים עליו (ווי דר. שאול אריאלי און אנדערע), איז יתכן אז ער איז גערעכט. (ווי אויך פארשטיי איך אז דר. ראשיד קאלידי דינגט זיך מיט דעם, אין די קאנטעקסט פון פאלעסטינע נעשאנעליזם וזהות. ואפשר אז דאס איז אויך נאר ווילאנג זיי האבן אַן אייניגע מטרה.) אבער הצד השוה שבו און מיט וואס איך זאג דא, איז אז די מדינה דארף גענצליך אוועקגעבן די שטחים פאר די פאלעסטינער, כדי מדינת ישראל זאל זיין פארזיכערט. (הגם אז לויט אים קומט טאקע אויס אז אביסל פון די אומבאוואוינטע שטחים נישט.) צי פאר אלע פאלעסטינער ביחד, צי צו דאס צוטיילן צווישן שבטים בתוכם, איז שוין מער טעקניקעליטיס.

‏(ואפשר לומר רמז בזה אז צוויי פסוקים נאך דעם רמב״ן דארט בפ׳ בחקותי וואס @עובדיה האט צוגעברענגט, אין ויקרא כו לד, זאגט דער פסוק, ״אז״ תרצה הארץ וגו׳. והיינו, אז טאמער וויל מען א שלום ותרצה הארץ, דארף מען יא אוועקגעבן 8 עמירעיטס, כמספר ״אז״, להפלסטינים וכדברי דר. מדרכי קידר…)

דערהויבענע איד » מיטוואך אקטאבער 18, 2023 3:18 pm

· #537787
Re:
מי אני #
איה״נ אז ס׳איז דא אסאך פאקטארן צו שאצן סאָקסעס און ווי אזוי צו דעפינירן אז די מדינה איז א ״טובה פאר עם ישראל״. דא איז די נידון בנוגע שאצן די סוקסעס דערפון און די ״טובה דערפון פאר עם ישראל״ אין טערמינען פון איר אויפטוה פאר סעקיוריטי לעם ישראל נגד אנטיסעמיטיזם והקמים עליה; לדוגמא, אז עס זאל נישט קענען פאסירן א צווייטע שואה. איז די שאלה דא צי איז זי טאקע געווען סאָקסעספול אין די ציל? וואו איז מער עלול ס׳זאל חלילה פאסירן א צווייטע שואה?

די איינציגסטע וועג דאס צו שאצן, איז מיט די דאטא וואס מ׳האט אָנגעזאמעלט דערין במשך ימי קיומה מיום הווסדה, נגד די קאנטראל פון אלגעמיינע אנטיסעמיטיזם נגד יהודים אין חו״ל (בלא קשר לציונות) זייט דעמאלטס פונעם זעלבן צייט-אפשניט. די קאנטראל דערפון פון סעקיוריטי פון אידן בחו״ל נגד סעקיוריטי פון אידן בא״י באותו זמן, איז א בעסערע קאנטראל פון די אנטיסעמיטיזם פון בעפאר זי איז געשטאנען, ווען די וועלט והתפתחותה איז געווען אנדערש און איז נישט באותו זמן.
.
איך זע נישט פארוואס מ'זאל עס נישט שאצן אויף אנדערע וועגן, למשל, ווי א גרויסע השפעה אידן האבן אויפן וועלט נאכן מדינה, אויב ח''ו ס'געשעט נאך א קריג צו אידן האבן ווי צו גיין, און לכבוד דעם האבן אידן א רוקן צו לעבן רואיגער אפילו אין חו''ל, און ווי איז דא א גרעסערע טשענס מ'זאל דיסקרימינעיטן אידן.

( למשל אין ברוקלין האב איך מורא צו כאפן א שטויס פון א שווארצער, אבער כ'גיי נישט הערן דארטן אזוי שנעל פון א טעראר אטאקע, אוטוימאטיש וואלט איך שנעלער געשיקט א קינד אין בני ברק אויפן גאס נאך 12 אזייגער.)

מי אני » מיטוואך אקטאבער 18, 2023 3:21 pm

· #537788
איה״נ. די געדאנק דא איז אז אין די עגרעגעיט און ביי עוורידזש, מעת הקמת המדינה עד עתה, וואו זענען אידן על הכלל מער סעיף און לעבן רואיגער: א״י אדער אמעריקע/חו״ל?

Nanach » מיטוואך אקטאבער 18, 2023 3:26 pm

· #537789
Re: דר. מרדכי קידר
מי אני #
מ׳האט מיר אויפמערקזאם געמאכט צו וואס דר. מרדכי קידר טענה׳ט. ער זאגט (אין קורצן), און ער באזירט דאס אויף דעם אז אסאך אראבישע לענדער זענען אומסטאביל וכו׳, אז דאס אראבישע קולטור על הכלל איז נישט אויסגעשטעלט פאר א גאנצע נאציאנאלע לאנד אלס א conglomerate. נאר איידער פאר א לאנד פון שבטים וואס זענען פאראייניגט, כעין די יוּנייטעד אראבישע עמירעיטס, וואס דאס קען יא האבן הצלחה. דאס איז ווייל זיי זענען שבטים וואס ווילן זיך נישט משדך זיין צווישן זיך און וועלן בשו״א נישט מקבל מרות זיין פון א צווייטן שבט. און דאס פאלעסטינער פאלק איז אויך אזוי. וא״כ, אויב געבט מען זיי א גאנצע לאנד פאר איין נאציאנאליסטישע ענטיטי, איז כדי אָנצוהאלטן דאס אחדות אלס ״איין״ פאלק, און זיך נישט שלאגן צווישן זיך אלס שבטים, באדארף דאס אז זיי זאלן כסדר מלחמה האלטן מיט אַן אייניגע פיינט פון ״אינדרויסן״ פון זיי אלע (א צד השוה) וואס דאס איז מדינת ישראל. דאס איז וואס פאראייניגט זיי לע״ע.

דערפאר שלאגט ער פאר אַן ״אכט״-סטעיט סאלושאן; אכט סטעיטס בתוך א פאלעסטינער סטעיט, וואו יעדעס שבט רעגירט אויף די שטח וואו זיי וואוינען. און דערנאך קענען זיי זיך צוזאמען קומען אלס א יוּנייטעד סטעיטס/עמירעיטס (כעין EU), וואו יעדעס שבט האט אבער נאך אלס דאס גענצליכע בעלות אויף איר שטח.

הגם עס זענען דא חולקים עליו (ווי דר. שאול אריאלי און אנדערע), איז יתכן אז ער איז גערעכט. (ווי אויך פארשטיי איך אז דר. ראשיד קאלידי דינגט זיך מיט דעם, אין די קאנטעקסט פון פאלעסטינע נעשאנעליזם וזהות. ואפשר אז דאס איז אויך נאר ווילאנג זיי האבן אַן אייניגע מטרה.) אבער הצד השוה שבו און מיט וואס איך זאג דא, איז אז די מדינה דארף גענצליך אוועקגעבן די שטחים פאר די פאלעסטינער, כדי מדינת ישראל זאל זיין פארזיכערט. (הגם אז לויט אים קומט טאקע אויס אז אביסל פון די אומבאוואוינטע שטחים נישט.) צי פאר אלע פאלעסטינער ביחד, צי צו דאס צוטיילן צווישן שבטים בתוכם, איז שוין מער טעקניקעליטיס.

‏(ואפשר לומר רמז בזה אז צוויי פסוקים נאך דעם רמב״ן דארט בפ׳ בחקותי וואס @עובדיה האט צוגעברענגט, אין ויקרא כו לד, זאגט דער פסוק, ״אז״ תרצה הארץ וגו׳. והיינו, אז טאמער וויל מען א שלום ותרצה הארץ, דארף מען יא אוועקגעבן 8 עמירעיטס, כמספר ״אז״, להפלסטינים וכדברי דר. מדרכי קידר…)
האסט געמיסט לדעתי עטליעסט דריי פוינטס וואס ער ברענגט ארויס
1) טעראר מעג נישט געווינען. אז טעראר געווינט אפילו איין געווינס און ניין פארלוסטן, וואקסט עס. די אכט וואס ער טראגט אן, זענען נישט די וואס פירן די טעראר (עכ״פ רוב פון זיי) זיי זענען די געסענע וואס ווילן לעבן. און זיי זאלן האלטן די טעראריסטן אין טשעק.
2) פריאריטיס ביי זיי איז אנדערש ווי ביי אונז, איינמאל מען האט דאס ארויס פארשטייט מען וויאזוי צו האנדלען מיט זיי
3) נישט דא אזא זאך ביי זיי ווי שלום, שלום ביי זיי איז טייטש מורא, דהיינו ביסט צו שטארק ממילא גיי איך איין פאר א פייער אפשטעל

מי אני » מיטוואך אקטאבער 18, 2023 4:17 pm

· #537792
מיט די ערשטע פונקט בין איך בעצם מסכים. ווי איך האב עטליכע מאל געזאגט, האב איך נישט קיין אנדערע פלאן וואס פונקטליך צו טוהן אינעם יעצטיגן מצב ממש, און דערפאר בין איך אפען מתפלל און מאך די מי שברך לחיילי צה״ל. (ווי אויך האב איך צוגעברענגט פון דר. הררי אז בהעבר האט נאכגעבן נאר ערגער געמאכט דערנאך.)

דאס איז אבער מאידך גיסא לכאורה א סתירה צום דריטן פונקט: מ׳זעהט אז זיי האלטן אין איין ווערן געשלאגן און באזיגט פי כמה, און דאך הערט זיך דאס נישט אויף. עס זעהט נישט אויס ווי זיי האבן מורא (עכ״פ פאר צי לאנג).

לגבי די צווייטע פונקט ווייס איך טאקע נישט. און ווי א חשוב׳ע מיטגליד וואס האט געליינט וואס כ׳האב צוגעברענגט פון דר. קידר האט מיר יעצט געשריבן אין אישי (מיט רעדאגירונג):
חשוב׳ע מיטגליד
ער ברענגט אויך ארויס במשך זיינע שמועסן אז די אראבערס’ קולטור איז אזוי אנדערש ווי אונזער, אז מען קען נישט עפּלייען די זעלבע כללים, מוסר, עטיקס וכדומה ווי אונזער.

לדוגמא, די גאנצע מושג פון ״ציווילע״ איז נישט דא ביי זיי. זיי לעבן נאך מיט די פערסעפשען פון 2,000 יאר צוריק אז יעדע זכר העכער בר מצווה איז אטאמאטיש א סאלדאט, און דאס גייט אן סיי ביי זיך און סיי ביי יענעם.

נאך א דוגמא ביי זיי איז ״שלום״ טייטש, כל דאלים גבר. דהיינו, ווען צווי שכנים אנערקענען אז די שכן איז גענוג שטארק אז עס לוינט זיך נישט צו גיין אין מלחמה, ווערט דעמאלטס א דע פאקטא שלום, אבער זיי האבן נישט די מושג פון שלום פאר מיוטעל בענעפיט.

און נאך אסאך אזעלכע זאכן וואס איז מסביר אז אונזער (מערב וועלט) גאנצע צוגאנג צו זייערע רעכטן, עוולות וכו׳ איז אזוי מין אָף, אז די סאלושענס זענען בכלל נישט שייך.

לסיכום איז זיין נקודה: דו קענסט נישט לערנען מעדצין און כש״כ נישט טראכטן אפילו פון אנטראגן א רפואה, פאר דו האסט געלערנט בּעיסיק אנאטאמיע, און אויב דו וועסט פרובירן היילן איז 99% אז דו וועסט נאר ערגער מאכן. און דאס איז פונקט וואס די מערב וועלט טוט: מען האט נישט ארויס די קולטור און וועלט פּערסעפּשען פון מזרח, אבער דאך מען טרייט צו היילן מיט כללים פון מערב איינער פון די קאמפליצירסטע פראבלעמען (צו די משל אויבן, איז עס ווי א מומחה און קאנסטראקשען וועט פיקסן א צובראכענע פיס מיט א דריל און נעגל).

היינט צוטאגס, נאכ׳ן אים אויסהערן און פארשטיין זיינע נקודות, בין איך איבערצייגט אז:

1). עס טאר בשום אופן נישט זיין קיין פאלעסטינע לאנד (עכ״פ אָן די עמירעיטס מהלך)

2). פאר יעדע טעראר אטאקע דארף צוריק קומען מינימום דאפלט, און ליידער בלית ברירה אריין גערעכנט ציווילע (לשיטיתנו, ווייל לשיטתם איז דאך נישטא אזא זאך)

3). יעדע מלחמה וואס מען געווינט בעזהשי״ת דארף מען אין די שטח וואס מען נעמט איין, ארויף לייגן די מענטשן וואס וואוינען דארט אויף באסעס און זיי אריינשיקן אין די חלק וואס מען האט נישט איינגענומען, און האלטן סאלדאטן געפאנגן פאר אפאר חדשים נאך די מלחמה. און פאר שלום צוריק געבען די האסטידזשעס

‏4). קיינמאל נישט צוריק געבן לאנד אויך נישט פאר שלום. עס איז נישט דא אזא מציאות. ווען מען געבט נאך לאנד פאר שלום איז עס פשוט פיטערן די מאנסטער.

דאס איז נישט נאר פאר די טובה פון מדנ״י, עס איז פאר די גאנצע מערב וועלט. אז זיי געווינען מדנ״י קומען זיי תיכף נאכדעם מלחמה האלטן דא מיט טעראר וכו׳ אקטיוויטעטן.

איך ווייס אז עס קען זיך הערן זייער ראסיסטיש, אבער יעדער וואס פארשטייט די אראבישע קאפ וועט מסכים זיין מיט דעם. ווי האט גאלדא מאיר געזאגט ״ כשיבוא שלום, אולי נוכל, עם הזמן, לסלוח לערבים על שהרגו את בנינו, אך יהיה לנו קשה יותר לסלוח להם על שאילצו אותנו להרוג את בניהם״.

חדשים » מיטוואך אקטאבער 18, 2023 4:48 pm

· #537801
Re:
מי אני #
חדשים #
לויט ווי איך האב געליינט איז כאמאס דומה צו אייסיס, און וויאזוי איך האב צוגעצייכענט. וואס איך פארשטיי ביזטו דעמאלטס אויך מודה אז מען קען זיי נישט טראסטן מיט א מדינה.
אפילו אז נניח את זה, איז ווי כ׳האב געשריבן טוהט א מלחמה קעגן חאמאס, נישט באדייטן אַן אפווארף פון דאס גילטיגקייט, תועלת און ריכטיגקייט וכו׳ פון א צוויי-סטעיט סאלושאן מיט די פאלעסטינער בכלל (אַבּאַס וכו׳).
חדשים #
עס איז שווער צו ענטפערן אויף א צד השוה, ווען עס איז א געמיש פון נקמות אקעגן פריוואטע רעכטע שטיק און ראדיקאלע שטיק ועוד.
אבער לכאורה איז די שורש פון אלע און זיי אלע זענען נובע פון א פאליטישע ״מיינס/דיינס״ געפעכט, ווי איידער א ״דו גלייבסט אין עפעס אנדערש ווי איך״ געפעכט וכדומה. דאס איז די צד השוה. די פונקטליכע פרטים וואס האבן דאס פונקט צוגעברענגט יעדעס מאל, זענען טאקע יעדעס מאל אנדערש. אבער די אונטערליגענדע כלל איז אלעמאל דאס זעלבע.
חדשים #
לגבי די דריטע נקודה, איז אין לדבר סוף וא”א לברר, עס איז שאד די סברות ווייל עס גייט לכאן ולכאן.
איה״נ. פון איין זייט קען מען דאס מדמה זיין צו איראן, סיריע, טאליבאן וכו׳ ווי איך טוה. פון די אנדערע זייט אבער קען מען טענה׳ן, ווי צוגעברענגט פון דר. הררי, אז בהעבר ווען מ׳האט נאר נאכגעגעבן דברים פרטיים, האט עס נאר געברענגט אלס רעזולטאט מער געוואלדטאטן. און די שאלה איז צי דאס ווייזט אויך אויף דעם אז נאכגעבן על הכלל כולו, אַן אייגענע לאנד מיט סעלף-דיטערמענעישאן, וועט אויך ווייטער זיין אזוי.
איה”נ, לו יהא עס וואלט געווען א מעגליכקייט אז עס בלייבט ביי אבאס. אזויווי עס איז אוממעגליך דאס צו וויסן און עס איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז עס זאל ווערן א פאנאטישע איסלאמיק סטעיט אונטער די נאמען פון כאמאס ודומיהן, פארשטיי איך פארוואס א צוויי שטאטן לעזונג איז נישט קיין אפציע.

עס איז א”א לברר וואס די שורש איז. און עס איז אויך א חילוק צווישן די אנטי מדינה אטאקעס און אנטיסעמעטיזים אטאקעס. האבן זיי געצילט די מדינה אדער פריוואטע בירגער, ועוד רבות.

דיין דריטע נקודה איז לכאורה די סיבה פארוואס מען איז ענדערש בוחר בשב ואל תעשה.

מי אני » מיטוואך אקטאבער 18, 2023 5:08 pm

· #537802
חדשים #
איה”נ, לו יהא עס וואלט געווען א מעגליכקייט אז עס בלייבט ביי אבאס. אזויווי עס איז אוממעגליך דאס צו וויסן און עס איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז עס זאל ווערן א פאנאטישע איסלאמיק סטעיט אונטער די נאמען פון כאמאס ודומיהן, פארשטיי איך פארוואס א צוויי שטאטן לעזונג איז נישט קיין אפציע.

דיין דריטע נקודה איז לכאורה די סיבה פארוואס מען איז ענדערש בוחר בשב ואל תעשה.
ווי איך פארשטיי שטעלסטו יעצט א פאזיציע, אז טאמער מ׳חשבונ׳ט אז א זעלבסטשטענדיגע לאנד וועט ווערן א טעאקראטיע ווי, לדוגמא, איראן, זאל מען דאס ענדערשער האלטן אקופירט על אף די כסדר׳דיגע טעראר און ווייאלענס וואס קומט מיט דערמיט, וואס וואלט אפשר געלעזט געווארן ווען עס באקומט ווען זעלבסטשטענדיקייט (מכח די זעלבסט-אינטערעסע הנ״ל, אויב נעמט מען אָן דלא כסברת דר. קידר, אדער אַן אכט-סטעיט סאלושאן כדבריו). דאס איז נישט אזוי זיכער.

ענליך צו דעם איז די שאלה צי איז די פרייז וואס מ׳צאלט פאר׳ן שב ואל תעשה שוין אפשר מער ווי די מעגליכע פרייז מ׳וועט צאלן פאר׳ן קום ועשה?
חדשים #
עס איז א”א לברר וואס די שורש איז. און עס איז אויך א חילוק צווישן די אנטי מדינה אטאקעס און אנטיסעמעטיזים אטאקעס. האבן זיי געצילט די מדינה אדער פריוואטע בירגער, ועוד רבות.
אפילו די געוואלדטאטן קעגן יחידים זענען לכאורה אויך נובע משורשם מכח א פאליטישע קריוודע ומחלוקת. אין אנדערע ווערטער, ביי די פעלער אויף וועלכע מ׳איז דן זאל מען פרעגן די קאַוּנטעפעקטשועל: ״ווען די פאלעסטינער האבן אַן אייגן זעלבסטשטענדיג לאנד (אדער מדינת ישראל איז נישטא), וואלט דאס פאסירט?״ אויב איז די ענטפער ״לכאורה נישט״, דאן איז דאס וואס דאס האט פאסירט לכאורה משורש דעם פאליטישן געפעכט. (זיכער איז נישט גארנישט, ועיין בחתימתי.)

Nanach » מיטוואך אקטאבער 18, 2023 5:47 pm

· #537807
Re: Re:
חדשים #
מי אני #
חדשים #
לויט ווי איך האב געליינט איז כאמאס דומה צו אייסיס, און וויאזוי איך האב צוגעצייכענט. וואס איך פארשטיי ביזטו דעמאלטס אויך מודה אז מען קען זיי נישט טראסטן מיט א מדינה.
אפילו אז נניח את זה, איז ווי כ׳האב געשריבן טוהט א מלחמה קעגן חאמאס, נישט באדייטן אַן אפווארף פון דאס גילטיגקייט, תועלת און ריכטיגקייט וכו׳ פון א צוויי-סטעיט סאלושאן מיט די פאלעסטינער בכלל (אַבּאַס וכו׳).
חדשים #
עס איז שווער צו ענטפערן אויף א צד השוה, ווען עס איז א געמיש פון נקמות אקעגן פריוואטע רעכטע שטיק און ראדיקאלע שטיק ועוד.
אבער לכאורה איז די שורש פון אלע און זיי אלע זענען נובע פון א פאליטישע ״מיינס/דיינס״ געפעכט, ווי איידער א ״דו גלייבסט אין עפעס אנדערש ווי איך״ געפעכט וכדומה. דאס איז די צד השוה. די פונקטליכע פרטים וואס האבן דאס פונקט צוגעברענגט יעדעס מאל, זענען טאקע יעדעס מאל אנדערש. אבער די אונטערליגענדע כלל איז אלעמאל דאס זעלבע.
חדשים #
לגבי די דריטע נקודה, איז אין לדבר סוף וא”א לברר, עס איז שאד די סברות ווייל עס גייט לכאן ולכאן.
איה״נ. פון איין זייט קען מען דאס מדמה זיין צו איראן, סיריע, טאליבאן וכו׳ ווי איך טוה. פון די אנדערע זייט אבער קען מען טענה׳ן, ווי צוגעברענגט פון דר. הררי, אז בהעבר ווען מ׳האט נאר נאכגעגעבן דברים פרטיים, האט עס נאר געברענגט אלס רעזולטאט מער געוואלדטאטן. און די שאלה איז צי דאס ווייזט אויך אויף דעם אז נאכגעבן על הכלל כולו, אַן אייגענע לאנד מיט סעלף-דיטערמענעישאן, וועט אויך ווייטער זיין אזוי.
איה”נ, לו יהא עס וואלט געווען א מעגליכקייט אז עס בלייבט ביי אבאס. אזויווי עס איז אוממעגליך דאס צו וויסן און עס איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז עס זאל ווערן א פאנאטישע איסלאמיק סטעיט אונטער די נאמען פון כאמאס ודומיהן, פארשטיי איך פארוואס א צוויי שטאטן לעזונג איז נישט קיין אפציע.

עס איז א”א לברר וואס די שורש איז. און עס איז אויך א חילוק צווישן די אנטי מדינה אטאקעס און אנטיסעמעטיזים אטאקעס. האבן זיי געצילט די מדינה אדער פריוואטע בירגער, ועוד רבות.

דיין דריטע נקודה איז לכאורה די סיבה פארוואס מען איז ענדערש בוחר בשב ואל תעשה.
די זאגסט מען זאל עס געבן פאר אבאס
אבאס איז נישט די זעלבע טעראריסט ווי חאמאס, אבער אויך א טעראריסט. ער איז אנגעקומען ווי ער איז אנגעקומען נאר דורך ארבעטן אונטער אראפאט וואס איז געווען נישט קיין קליינע טעראריסט
דא איז געווען די טעות פון די מערב וועלט, מען האט געמיינט אז אראפאט איז אזוי ווי נעלסאן מענדעלע וואס האט געפייט פאר פרייהייט און טעראר איז געווען א מיטל אנצוקומען דערצו (הוא הדין אצ״ל לח״י) משא״כ ביי זיי איז טעראר נישט קיין מיטל עס איז א ציל.
פאליטיק, דיפלאמאטיע איז די מיטל צו קענען אנקומען צום ציל פון ארויף צווינגען איסלאם אויף די וועלט, אבאס פארשטייט ס״ה בעסער וויאזוי צו שפילן די געים מיט אונז.
וואס אונז קוקן אן ווי א מיטל איז ביי זיי א ציל, וואס אונז קוקן אן ווי א ציל איז ביי זיי א מיטל

ברוך שפינוזה » מיטוואך אקטאבער 18, 2023 9:15 pm

· #537821
Re:
מי אני
לדוגמא, די גאנצע מושג פון ״ציווילע״ איז נישט דא ביי זיי. זיי לעבן נאך מיט די פערסעפשען פון 2,000 יאר צוריק אז יעדע זכר העכער בר מצווה איז אטאמאטיש א סאלדאט, און דאס גייט אן סיי ביי זיך און סיי ביי יענעם.

נאך א דוגמא ביי זיי איז ״שלום״ טייטש, כל דאלים גבר. דהיינו, ווען צווי שכנים אנערקענען אז די שכן איז גענוג שטארק אז עס לוינט זיך נישט צו גיין אין מלחמה, ווערט דעמאלטס א דע פאקטא שלום, אבער זיי האבן נישט די מושג פון שלום פאר מיוטעל בענעפיט.
דאס הייסט אנגעכאפט דעם ענין ביים קארג, אין א געוויסע זין זענען חסידים נאך אויך אזוי, באטראכט די חסידישע הלוך-ילך און multiply עס ביי 100, דאס זענען אראבער.

מי אני » מיטוואך אקטאבער 18, 2023 9:33 pm

· #537824
לגבי דעם אז זיי האבן נישט קיין קאנסעפּשאן פון ״ציווילע״, ווייס איך נישט צי דאס איז אינגאנצן ריכטיג. אויב פון איין זייט טענה׳ט מען אז זיי זענען פרומע מוסלעמענער (און נישט אז עס איז ״אראבישע קולטור לחוד ודת איסלם לחוד״), איז דאך בדתן דא די חילוק; עכ״פ לגבי דעם שונא. די מחלוקת איז נאר וואס איז די הגדרה פון ״ציווילע״. ווי אויך זעהט מען אז זיי פארשטייען אז די שונא האלט דעם חילוק, מיט דעם וואס זיי זוכן זיך אריינצושטעלן צווישן ציווילע כדי די שונא זאל זיך אפהאלטן פון זיי אטאקירן.

ברוך שפינוזה » מיטוואך אקטאבער 18, 2023 9:37 pm

· #537825
Re: רמב"ן פרשת בחוקותי: די הבטחה פון די תורה אז ס'וועט קיינמאל נישט זיין קיין פאלעסטינע לאנד
ס'נישט דא אזאך זאך ווי "אראבישע קולטור לחוד ודת איסלאם לחוד" ווייל די אידיאלאגיע פון די רעליגיעזע עווענטועל trickles down צו די עם הארץ, ליבעראלע מוסולמענער (אזעלכע וואס דו וואלסט נישט געוואוסט אז זיי זענען בכלל רעליגיעז ווען נישט וואס זיי זאגן דיך) א שטייגער ווי מ'קען טרעפן אין די מערב וועלט עקזיסטירט נישט דארט.

מי אני » מיטוואך אקטאבער 18, 2023 9:47 pm

· #537828
אט דאס זאג איך: וויבאלד זייער קולטור איז מער-ווייניגער איסלאם און עס איז תרי הן דלא מתפרשין מהדדי, דאן איז דאך ביי זיי און אין זייער קולטור יא דא דעם חילוק צווישן א סאלדאט און א ציווילער, וויבאלד די חילוק איז יא דא בדת איסלאם.

ברוך שפינוזה » מיטוואך אקטאבער 18, 2023 9:57 pm

· #537830
Re: רמב"ן פרשת בחוקותי: די הבטחה פון די תורה אז ס'וועט קיינמאל נישט זיין קיין פאלעסטינע לאנד
איך ווייס נישט אויף וויפיל מ'קען זיך א ראיה ברענגען פון scripture צו פאקטישע אנגענומענע הלכות, ס'קוקט אביסל אויס ווי א כינעזער פראפעסאר וואס פרובירט אויסצומאלן די חסידישע לעבנסשטייגער באזירט אויפ'ן תנ"ך.

מי אני » מיטוואך אקטאבער 18, 2023 10:00 pm

· #537831
פון וואס איך פארשטיי פון די לינקס איך האב ציטירט, איז דאס נישט דוקא אינעם קוראן - עס איז אין זייער דת ו״הלכה״ ודזשוריספּרודענס, און ווי אזוי מ׳האט ״גע׳פסק׳נט״ באזירט אויף זייערע ״הייליגע שריפטן״.

אזוי צי אזוי זעהט מען אז זיי זענען ליידער ״מקיל״ אין דעם למען אכזריותם (ומטרתם). אין אנדערע ווערטער, זיי דרייען זייער רעליגיע אזוי אז עס זאל שטימען מיט ווי אזוי זיי ווילן ס׳זאל זיין. (אזוי ווי יעדער איינער.)

ברוך שפינוזה » מיטוואך אקטאבער 18, 2023 10:03 pm

· #537832
Re:
מי אני
זיי דרייען זייער רעליגיע אזוי אז עס זאל שטימען מיט ווי אזוי זיי ווילן ס׳זאל זיין. (אזוי ווי יעדער איינער.)
😛

אסטראלאג » מיטוואך אקטאבער 18, 2023 10:07 pm

· #537833
Re: רמב"ן פרשת בחוקותי: די הבטחה פון די תורה אז ס'וועט קיינמאל נישט זיין קיין פאלעסטינע לאנד
הציונים ימח שמם וזכרם 💪

Nanach » מיטוואך אקטאבער 18, 2023 10:55 pm

· #537834
Re:
מי אני #
פון וואס איך פארשטיי פון די לינקס איך האב ציטירט, איז דאס נישט דוקא אינעם קוראן - עס איז אין זייער דת ו״הלכה״ ודזשוריספּרודענס, און ווי אזוי מ׳האט ״גע׳פסק׳נט״ באזירט אויף זייערע ״הייליגע שריפטן״.

אזוי צי אזוי זעהט מען אז זיי זענען ליידער ״מקיל״ אין דעם למען אכזריותם (ומטרתם). אין אנדערע ווערטער, זיי דרייען זייער רעליגיע אזוי אז עס זאל שטימען מיט ווי אזוי זיי ווילן ס׳זאל זיין. (אזוי ווי יעדער איינער.)
די פוסקים וואס דו ברענגסט איז פשטות פון מעסיגע, כאמאס פירט זיך אויף אזוי ווי להבדיל חסידישע לגבי סוף זמן תפילה
פרעג א סאטמערע אינגערמאן 11 אזייגער מיט נאסע פאות וועגן סוף זמן תפילה
מיט די משל פון@ברוך שפינאזע די כי עזי פראפעסער וואס וועט וועלן פארשטיין די חסידישע קולטור וועט ברענגען פון א ״חרדישע״ אנגענומענע פוסק די חזון איש א פסק אז ביי שידוכים א בחור וואס פארפאסט סוזקרי״ש זאל מען זאגן אז ער איז נישט א יראת שמים און היות חסידים זענען מקפיד אויף מקוה וכו׳ מוז זיין אז די חסידישע קולטור איז יעדער איז אויף שפעטסטענס 7 אינדערפרי 🙂

מי אני » מיטוואך אקטאבער 18, 2023 11:18 pm

· #537836
Re: רמב"ן פרשת בחוקותי: די הבטחה פון די תורה אז ס'וועט קיינמאל נישט זיין קיין פאלעסטינע לאנד
יא יא. ווי כ'האב געזאגט דרייען זיי רעליגיע צו זיין ראדיקאל.

אזויפיל זאג איך, אז מ'זעהט אז אין זייער דזשוריספּרודענשאל ליטעראטור איז דא א חילוק צווישן א ציווילער און א סאלדאט במלחמה. וממילא איז שווער צו זאגן אז אין זייער קולטור האבן זיי בכלל נישט דעם קאנצעפט. זיי קענען "מקיל" זיין אין דעם קאנצעפט, אבער עס איז דא. פונקט אזוי ווי ביי די דמיון פון להבדיל חסיד'ישע אידן וואס דו מאכסט וואס זענען מקיל בסוזק"ש; אפילו זיי האבן דעם קאנצעפט פונעם פראבלעם פון סוזק"ש און עס איז סעיליענט אין יעדע חסידי'שע איד'ס סייקי דעם געדאנק דערפון.

אגב, ס'איז מיר אינטרעסאנט אז די 25-מינוטיגע קליפּ ווי א חסידי'שער איד אין ענגלאנד טענה'ט זיך מיט ישוב הדעת מיט א באנדע פּראָ-פּאלעסטינער גוים וועלכע רינגלען אים ארום, איז נאך נישט געגאנגען וויירעל. אייזן!

דערהויבענע איד » דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 2:36 am

· #537844
Re: רמב"ן פרשת בחוקותי: די הבטחה פון די תורה אז ס'וועט קיינמאל נישט זיין קיין פאלעסטינע לאנד
חדשים #
זיי זענען פונקט ווי א ווילעדזש אדער טאון וואס איז אונטערגעווארפן אונטער די געזעצן פון די סטעיט. און עס קען נישט אנגערופן ווערן א לאנד אפילו זיי האבן אייגענע געזעצן.
וואס איז אנדערש ווי ליטא אדער בעלגיע וואס זענען אנגעשלאסן אין די אי. יו.? אדער קיובע וואס ציטערט זיך צו הייבן די קעפ, ווייל זיי ווייסן אמעריקא קען זיי געווינען ביז א טאג?

אלע לענדער אחוץ די 8 גרויסמאכטן, אדער פאר דיר 18 מאכטפולע לענדער, וואס גייען גארנישט טון אן די וועלט זאל מסכים זיין צו דעם, זענען נישט קיין לענדער?

אלפא » דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 9:32 am

· #537854
Re:
מי אני #
פון וואס איך פארשטיי פון די לינקס איך האב ציטירט, איז דאס נישט דוקא אינעם קוראן - עס איז אין זייער דת ו״הלכה״ ודזשוריספּרודענס, און ווי אזוי מ׳האט ״גע׳פסק׳נט״ באזירט אויף זייערע ״הייליגע שריפטן״.

אזוי צי אזוי זעהט מען אז זיי זענען ליידער ״מקיל״ אין דעם למען אכזריותם (ומטרתם). אין אנדערע ווערטער, זיי דרייען זייער רעליגיע אזוי אז עס זאל שטימען מיט ווי אזוי זיי ווילן ס׳זאל זיין. (אזוי ווי יעדער איינער.)
איך בין נישט קיין קוראן אדער איסלאם עקספערט, כ'האב אבער יא געהערט פון איינער וואס קען גוט די קוראן מיט זייער רעליגיע, ער טענה'ט אז דאס וואס חז"ל האבן געטון מיט אידישקייט האבן זיי נישט, דהיינו פארוואסערן געוויסע פרימיטיווע געדאנקען און עס אביסל 'אויסמענטשלען' (קיינער גייט נישט קלעימען אז ער ווייסט ווער עמלק איז און אים הרג'ענען, עס איז אומרעלעוואנט געווארן אינעם פראקטישן ראלם, וכן לגבי בי''ד קוטלנית וכדו') .
זייער קוראן איז היבש vague און יעדער האט נאך די מקום אריינצולערנען פשטים און זיך פסק'נען ווי אזוי זיין ראדיקאליזם אדער איידעאלאגיע דיקטירט...

דאס איז א פראבלעם וואס איך האב אויפגעמערקט לעצטנס מיט די גאנצע איסלאמישע פאפולאציע, פון טאפ טו באטטאם, ווי זיי ווערן דיקטירט ביי זייער פרימיטיווע רעליגיע מיט א מאכט וואס אנדערע רעליגיעס האבן נישט, און ניטאמאל קענען די ליבעראלע צווישן זיי האבן אן השפעה איבער די ראדיקאלע גרופעס, אפגערעדט אז די מערב-וועלט מיט זייער אויסגעווארפענע וועליוס (לדעתם) גייען נישט האבן קיין וועג דאס צו איבערדרייען אדער טוישן, אפי' מיט מאכט...
עס מאכט עס בס"ה מער קאמפליצירט פאר די לאנג-טערם.
אבער אויך שטרייכט עס מער אונטער די טעות פון מדנ"י זיך אריינצולייגן פאר 75 יאר צוריק און אן אוממעגליכע סיטואציע..

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 23, 2023 2:28 pm

· #538094
Re: רמב"ן פרשת בחוקותי: די הבטחה פון די תורה אז ס'וועט קיינמאל נישט זיין קיין פאלעסטינע לאנד
ס'איז דא אן אינטרעסאנטער בעל הטורים אין סוף פ' חיי שרה אויף דעם פסוק איבער ישמעאל..."על פני כל אחיו נפל"...!

זאגט דער בעה"ט 2 דיוקים. פארוואס שטייט אין פסוק "נפל". נישט וימת. די צווייטע. וואס איז די סמיכות הפרשיות מיט ואלה תולדות יצחק בן אברהם (די נעקסטע פרשה).

נאר, זאגט דער בעל הטורים, אז ..."כשיפול ישמעאל, באחרית הימים , אז יצמח בן דוד שהוא מתולדות יצחק בן אברהם "...!
בלאט: 1 2