☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » אפשר איז שוין צייט צי אפדעיטן די תפילות

אפשר איז שוין צייט צי אפדעיטן די תפילות

59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14852
בלאט: 1 2

היסטאריע » דינסטאג אקטאבער 5, 2021 10:27 pm

· #482634
.
📎 adh2.JPG

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג אקטאבער 5, 2021 11:13 pm

· #482640
Re: אפשר איז שוין צייט צי אפדעיטן די תפילות
כ'פארשטיי נישט, ווען נעמט מען אן דעם חת"ם סופר און ווען נישט?
און בכלל ווער מאכט אפ ווען אנצונעמען וועמענס פסק. דהיינו, דא ביי נוסח התפילה פסקנט דער חת"ם סופר, אז מ'קען נישט מבטל זיין דעם נוסח התפילה ווייל ס'געמאכט געווארן במנין, און נאר אזא ב"ד וואס איז מער אין חכמה און במנין קען משנה זיין.

כמדומה לי פסקנט דער חת"ם סופר אויך ביי חלב סת"ם אז היות סאיז ג'אסרט במנין קען מען עס נישט מבטל זיין, און למעשה זענען דא פוסקים וואס זענען מקיל, ווי למשל דער פרי חדש, תשב"ץ און נאך. איז ווען נעמט מען אן וועם און וואס?

און אויב וועט איינער קומען זאגן אז מיר אונגערישע אידן מוזן זיך פירן ווי דער חת"ם סופר (פארוואס?) דאן פארוואס פירן מיר זיך נישט מיט אלע זיינע פסקים, ווי למשל מציצה בכלי, בראקן מצות וכדומה. אויך האט דער חת"ם סופר געהאלטן אז אפילו בזמן הזה איז א מצוה צו עולה רגל זיין, און מקריב זיין דעם קרבן פסח, און וואס טוט זיך מיט דעם אז דער חת"ם סופר האט אויך געהאלטן אז רבנים זאלן לערנען מדע.

אינטערסאנט איז אז די זעלבע חברה וואס באציען זיך יומם ולילה אויף די פסקים פונעם חת"ם סופר און ציען זיך ארויף די ארבלען און ווישן זיך די נאז און קומען אן מיט'ן באקאנטן ווארט פונעם חת"ס אז חדש אסור מן התורה אט די זעלבע ווערן פארשווינדן ווען ס'קומט צו קולות פונעם זעלבן חת"ס??

כ'וואלט ווען געוואלט פארשטיין וויאזוי דאס ארבייט, זענען פארהאן עפעס כללים ביי דעם? צו נעמט מען אן נאר אלע חומרות פון יעדן? דערמאנט מיך פון חומרי ב"ש וחומרי ב"ה.

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

Nanach » דינסטאג אקטאבער 5, 2021 11:58 pm

· #482649
דער גאלדענער אדלער
אויך האט דער חת"ם סופר געהאלטן אז אפילו בזמן הזה איז א מצוה צו עולה רגל זיין, און מקריב זיין דעם קרבן פסח

לויט ווי ר’ עקיבה יוסף האט געלערנט פשט
(איך מאך נישט אוועק די פסק, גראדע ווען איך בין געוועהן אין א”י האב איך פרובירט מקיים זיין מצוות ראיה. נאר למען האמת דארף ווערן אנגעצייכנט אז עס איז נישט אזוי פשוט)

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 6, 2021 10:20 am

· #482673
נאנאך: ר' עקיבא יוסף שלעזינגער האט זיך געהאט זיינע אייגנארטיגע פסקים. און ער האט געהאט די גאטס דאס אדורכצופיהרן.

איין יאר ווען ס'איז געווען ר"ה שחל להיות בשבת. האט ער געזעצט א בית דין זיי (צוזאמען מיט איהם האבן געפסק'נט אז אפילו בזמן הזה דארף מען בלאזן שופר דעם ערשטן טאג, אפילו אום שבת. ס'זעהט אויס אז ער האט נישט געהאלטן פון די גזירת חכמים..."שמא יעבירנו"... דער עולם איז געווען זייער שטארק אויפגעברויזט אויף איהם. ער איז נישט נתפעל געווארן פון דעם.

דערפאר איז ער טאקע געווארן אן איידעם ביי ר' הילל קאלאמייער. וואס איז אויך געווען אזא מין מענטש. ער איז געגאנגען אקעגן שטראם. זיך נישט גערעכנט מיט קיינעם.

מ'פארציילט אז ער (ר' הילל מ'קאלמעיא) איז אמאל געווען באזוכן ביים צאנזער רב, דער דברי חיים. מ'האט דאמאלס געהאט פריש אויסגעפארבט די שטוב. האט ער זיך אנגערופן צום צאנזער רב..."פארוואס האט איהר נישט איבערגעלאזט אן אמה על אמה, זכר לחורבן. דער ד"ח האט געהייסן אז מ'זאלל ברענגען א לייטער און ווערקצייג. און ער' (ר' הילל מ'קאלמעא) איז אליינס ארויפגעקראכן אויפ'ן לייטער און אפגעהאקט אן אמה על אמה...!

די שטוב מענטשן זענען געווארן זייער שטארק אויפגעברויזט אויף איהם. ער איז תיכף נאכדעם אוועקגעפארן.
(געהערט פון מיין ראש ישיבה הרב שמואל אלכסנדר אונסדארפער זצ"ל.)

קהל'ס נער » מיטוואך אקטאבער 13, 2021 8:35 pm

· #483168

yn.NY האט געשריבען:
די מצב איז אביסל צומישט... לאמיר עס אויסקלארען:
@קהלת_נער האט פארשטאנען אז @בערעלע זאגט נאך א quote פון סאטמארע רבי יואליש, ווען עכט ענטפערט ס"ה @בערעל צו @רבינו הק'...

והמבין יבין... (@קהלת_נער איז נאך א גרינער...)


כ'האב עס ערשט יעצט גע'יבין'ט
😂 😂 😂

מצפצף » מיטוואך אקטאבער 13, 2021 10:27 pm

· #483173
Nanach
דער גאלדענער אדלער
אויך האט דער חת"ם סופר געהאלטן אז אפילו בזמן הזה איז א מצוה צו עולה רגל זיין, און מקריב זיין דעם קרבן פסח

לויט ווי ר’ עקיבה יוסף האט געלערנט פשט
(איך מאך נישט אוועק די פסק, גראדע ווען איך בין געוועהן אין א”י האב איך פרובירט מקיים זיין מצוות ראיה. נאר למען האמת דארף ווערן אנגעצייכנט אז עס איז נישט אזוי פשוט)

דער חת"ס איז זייער קלאר, נישטא קיין צוויי פשטים.

מי אני » מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 6:59 am

· #488102
📎 2B831A30-B2A4-4EC1-A239-80C2DBF0E967.jpeg
📎 DB4D3F20-FB82-4239-9351-01A15B5417BA.jpeg
דאס וואס דר. דזשעימס קוגל שרייבט קען אויך האבן א שייכות צום שמועס, וכעין מש״כ לעיל. ער נוצט אלס א משל דאס אז די אריגינעלע כוונה און פשט פון מזמור כג אין תהלים האט זיך געטוישט פון דעם אז מ׳איז אין א שוועריקייט און מ׳זאגט צו פאר ג-ט אז אויב ער וועט העלפן וועט מען זיין אין ביהמ״ק א לאנגע צייט צו דעם אז מ׳פארלאזט זיך אז ג-ט וועט ראטעווען פון אן ענדגילטיגן טויט און מ׳וועט האבן השארת הנפש.

מי אני » דאנערשטאג יוני 16, 2022 2:10 pm

· #502347
אז מ׳האט ערווענט דעם געדאנק פון שינוי בתפלה ובענין קאפּלאן׳ס טויש אין דעם ענין פון ״בחר בנו״, האט מען דא טאקע דערמאנט איבער דעם אז מ׳האט געטוישט צו ״אשר בחר בנו עם כל העמים״. עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז דאס גייט לכאורה מיט שפינאזע׳ס געדאנק אז, כנ״ל, איז הקב״ה נישט ״בוחר״ אין קיינעם און די גאנצע געדאנק פון ״בחירת הקב״ה״ איז דאך ניטאמאל שייך. אלעס וואס פאסירט, פאסירט בהכרח מאתו ית׳.

ועוד יותר, אז די איינציגסטע וועג פונאנדערצוטיילן עמים איז נאר לפי זייערע שפראכן און סאציאלע/פאליטישע אויסשטעל ומנהיגיה וחוקותיה. אבער נישט דורך חכמה און אינטעלעקט לשלעצמה; וואס דאס איז אויף צו באקומען איינשאפן מדע און שבירת המדות רעות. דאס איז וויבאלד די טבע מעיקרא באשאפט נישט עמים אבער עס באשאפט אינדיווידואלע מענטשן, וואס דאס הגדרה ״מענטש״ איז דאך חכמתו (וכידוע מאריסטו). וממילא זענען אין דעם אלע מענטשן (ביי עוורידזש), און ביי עקסטענשאן עמים, דאס זעלבע. ער צייכענט צו די פסוק בתהלים (לג טו) היוצר יחד לבם אלס ראיה דערצו אז בתנ״ך האט מען בעצם אויך אזוי געהאלטן - זיי האבן דאך געהאלטן אז די הארץ איז מושבו של השכל והאינטעלעקט. און די פסוק בשמות (לג טז) ונפלינו אני ועמך איז פשוט א תפילה אז די געזעצן און פאליטיק פונעם פאלק זאל זיך אויסארבעטן פשוט אלס׳ן זייער זיין א קשה עורף וואס שאדט צו דעם; זיי דארפן איבעריגע הילף אין דעם.

וממילא איז די לשון ״בחירה״ ממבט העם ישראל אין די פאזיטיווע הצלחה כאראקטעריסטיקס וואס זיי האבן געהאט במזל אלס פאלק, ועכ״פ בזמן התנ״ך, ממנהיגיה ופאליטיקיה וכדומה כנ״ל, וואס דאס העלפט אויף דאס ביטחון/שמירה פונעם פאלק. און דאס האבן זיי (דאן) געהאט ״בהכרח״. און דאס זעלבע איז דאס ממבט שאר העמים; זיי זענען ״נבחר״ ממבטם כלפי ווען זיי האבן די פאזיטיווע הצלחה כאראקטעריסטיקס ומנהיגיהם וואס זיי פארמאגן און זיי פארמאגן דאס דאן ״בהכרח״.

שפינאזע שרייבט דארט אין זיין טרעקטעטוס טעאלאגיקא-פּאליטיקוס (פ״ג):
The true happiness and blessedness of each person consists only in the enjoyment of the good, but not in a self-congratulatory sense that the good he is enjoying isn’t available to anyone else. Someone who thinks he is more blessed because things are well with him but not with others, or because he has better fortune than others, doesn’t know true happiness and blessedness. The pleasure he gets from such comparisons arises from envy and a bad heart — unless it’s mere
childishness

For example, a man’s true happiness and blessedness consist only in wisdom and knowledge of the truth, but not in being wiser or having more true knowledge than others. Someone who is glad for that invidious reason is glad because of something bad in someone else’s life, which means that he is envious and evil. He doesn’t knows true wisdom or the peace of true life
ער זאגט אז דארט אז צו וועמען די תורה האט גערעדט האבן נישט פארשטאנען בעסער, און דעריבער האט מען אָנגעכאפט דעם לשון פון ״בחר בם״. (ער פארגלייכט זיין מהלך צו שאול התרסי [Paul] אין אגרתו להרומיים בברית החדשה.) ווי אויך אז דאס אז זיי זענען פארבליבן א פאלק בקיום בגלות איז נישט קיין ראיה דערצו, ווי איידער א נאטורליכע פועל יוצא פון זיין אפגעזונדערט ושונה בדתיהם מכל עם (ער זאגט אז דאס איז בפרט לגבי מצות מילה), וואס דאס האט געברענגט שנאה אליהם, וואס דאס האט ווייטער געשטארקט זייער קיום.

ער ענדיגט צו די פרק:
Indeed, if the foundations of their religion hadn’t sapped their courage, I would be perfectly sure that some day, given the opportunity, they would set up their State again and God would choose them all over again… Finally, if you want to maintain for some reason or other that the Jews have been chosen by God for eternity, I shan’t fight back, as long as you maintain that insofar as this choice — whether temporary or eternal — is exclusive to the Jews, it concerns only their State and physical conditions of life (since that’s all that can distinguish one nation from another), and that God has not selectively chosen any nation on the basis of its intellect and true virtue, because in respect of those no nation is distinguished from any other
📎 85F0A508-A09F-4AC8-A741-4DEE74B7C8CB.jpeg

היסטאריע » דאנערשטאג יוני 16, 2022 3:01 pm

· #502357
לויט ווי דער מלבי"ם זאגט דא אז דער חילוק פין גוי און עם איז, אז גוי מיינט מענטשן וואס פאראייניגן זיך מיט א איחוד אבער אהן א ממשלה, עם מיינט אבער א פאלק וואס האט א ממשלה, הייבט זיך נישט אהן דער גאנצע "שוועריקייט" מיט אשר בחר בנו מכל העמים, ווייל אונז ווערען אנגערופען עם מער ווי אלע אנדערע עמים, ווייל אונזער ממשלה איז דורך השי"ת.

כשלעצמי בין איך נישט מחשיב טוישן תפילות, ווייל מאן יימר ביסט מער, אויב איינער זאל האבן א שיטה אז מען מעג זאגן וואס מען וויל, גוט, זאג וואס די ווילסט. אבער זיי נישט מתקן וואס צו זאגן.
בלאט: 1 2