אפשר איז שוין צייט צי אפדעיטן די תפילות
59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14852
אפשר איז שוין צייט צי אפדעיטן די תפילות
עס עגבערט מעך שוין א לאנגע צייט, פארוואס מען זאגט יעדן טאג דריי מאל ולירושלים עירך וכו', און ווייטער ביים בענטשן ובני ירושלים וכו', און תשעה באב וויינט מען אז מען האט אונז פארטריבן פון ארץ ישראל, און מען האלט אין איין מאכן א זכר לחורבן.
איך פארשטיי נישט, שוין איבער זיבעציג יאר וואס ווער עס וויל קען גיין וואוינען אין ירושלים, פיל מיט אידן וואוינען שוין דארט, און די בית המקדש מיז נישט זיין דווקא אויפן הר הבית מען קען עס אויך בויען אין מאה שערים אדער בני ברק.
איז פארוואס וויינען מיר מיט קראקאדיל טרערן אז אינז וויל מיר ציריק גיין קיין ארץ ישראל, אויב די ווילסט אזוי שטארק גיין, גיי נעם די נעקסטע פלייט פון גפק, פארדריי נישט א קאפ פארן אייבערשטען.
אפשר איז שוין צייט צי אפדעיטן די תפילות
איינס פון די טעמים טאקע פארוואס די רעפארמער דאווענען נישט קיין מוסף איז ווייל די גאנצע תפילה איז נאר געשטעלט אויף צו בעטן אז מ׳זאל קענען נאכאמאל מקריב זיין דעם קרבן מוסף, זאגן זיי, אדער גיי בוי א מזבח און זיי מקריב א קרבן מוסף אדער פייף זיך אן און זיי נישט מקריב און לאז דעם באשעפער צורוה.
Re: אפשר איז שוין צייט צי אפדעיטן די תפילות
און שלא עשני גויַ שטערט אייך נישטַ מחיה מתים אויכעט און יוצר רעדט מען פון מלאכים איך פיל נישט קיין קאנעקשן דארט
Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
קהל'ס נערעס עגבערט מעך שוין א לאנגע צייט, פארוואס מען זאגט יעדן טאג דריי מאל ולירושלים עירך וכו', און ווייטער ביים בענטשן ובני ירושלים וכו', און תשעה באב וויינט מען אז מען האט אונז פארטריבן פון ארץ ישראל, און מען האלט אין איין מאכן א זכר לחורבן.
איך פארשטיי נישט, שוין איבער זיבעציג יאר וואס ווער עס וויל קען גיין וואוינען אין ירושלים, פיל מיט אידן וואוינען שוין דארט, און די בית המקדש מיז נישט זיין דווקא אויפן הר הבית מען קען עס אויך בויען אין מאה שערים אדער בני ברק.
איז פארוואס וויינען מיר מיט קראקאדיל טרערן אז אינז וויל מיר ציריק גיין קיין ארץ ישראל, אויב די ווילסט אזוי שטארק גיין, גיי נעם די נעקסטע פלייט פון גפק, פארדריי נישט א קאפ פארן אייבערשטען.
אפשר איז שוין צייט צי אפדעיטן די תפילות
הינדערט פערסענט!
און נישט נאר דעס נאר די יודן וואס וואוינען אין ירושלים אליינס שרייען ובנה ירושלים וואס פונקטליך שרייסטו סאיז שוין געבויעט
מאנטריאלאון שלא עשני גויַ שטערט אייך נישטַ מחיה מתים אויכעט און יוצר רעדט מען פון מלאכים איך פיל נישט קיין קאנעקשן דארט
Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
איך זאג לעצטנס שעשני כרצונו (במקום שלא עשני גוי)...
קהל'ס נערעס עגבערט מעך שוין א לאנגע צייט, פארוואס מען זאגט יעדן טאג דריי מאל ולירושלים עירך וכו', און ווייטער ביים בענטשן ובני ירושלים וכו', און תשעה באב וויינט מען אז מען האט אונז פארטריבן פון ארץ ישראל, און מען האלט אין איין מאכן א זכר לחורבן.
איך פארשטיי נישט, שוין איבער זיבעציג יאר וואס ווער עס וויל קען גיין וואוינען אין ירושלים, פיל מיט אידן וואוינען שוין דארט, און די בית המקדש מיז נישט זיין דווקא אויפן הר הבית מען קען עס אויך בויען אין מאה שערים אדער בני ברק.
איז פארוואס וויינען מיר מיט קראקאדיל טרערן אז אינז וויל מיר ציריק גיין קיין ארץ ישראל, אויב די ווילסט אזוי שטארק גיין, גיי נעם די נעקסטע פלייט פון גפק, פארדריי נישט א קאפ פארן אייבערשטען.
אפשר איז שוין צייט צי אפדעיטן די תפילות
קהל'ס נער: איך האלט נישט אז דו ביסט אזוי נאאיוו. דו ווייסט גאנץ גוט אז די שליטה פון די אידישע רעגירונג איבער ירושלים און גאנץ ארץ ישראל איז אויך א ..."גלות רעגירונג"... זיי קענען נישט טון וואס זיי וויללן. א יעדער נארמאלער מענטש ווייסט און פארשטייט אז מ'איז היינט נאך אין גלות. אפילו אין ארץ ישראל.
דער סאטמאר'ע רבי זי"ע (דער עכטער) ברענגט א ראיה צו דעם (אפגעזעהן פון די שיטה) אין ספר על הגאולה ועל התמורה. ס'איז דאך דא א מצוה אין די תורה אז אידן דארפן אויסרייסן אלע עבודה זרות אין ארץ ישראל. אפילו אויב די היינטיגע רעגירונג זאלל וועללן, קענען זיי נישט אויסרייסן די עבודה זרה'ס. ווייל די גויים לאזן נישט. דאס איז דאך די גרעסטע ראיה אז אונ זעמיר אין גלות...!
רביה''ק זי''עאיינס פון די טעמים טאקע פארוואס די רעפארמער דאווענען נישט קיין מוסף איז ווייל די גאנצע תפילה איז נאר געשטעלט אויף צו בעטן אז מ׳זאל קענען נאכאמאל מקריב זיין דעם קרבן מוסף, זאגן זיי, אדער גיי בוי א מזבח און זיי מקריב א קרבן מוסף אדער פייף זיך אן און זיי נישט מקריב און לאז דעם באשעפער צורוה.
רביה"ק זי"ע: אויף דעם מזבח פון די רעפארמער וואלט איך נישט געוואלט מקריב זיין קרבנות...!
Re: אפשר איז שוין צייט צי אפדעיטן די תפילות
מאנטריאלאון שלא עשני גויַ שטערט אייך נישטַ מחיה מתים אויכעט און יוצר רעדט מען פון מלאכים איך פיל נישט קיין קאנעקשן דארט
Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
נישט פילן א קאנעקשען איז איין זאך שקר'נען און פרצוף איז א צווייטע זאך
Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk
Re: אפשר איז שוין צייט צי אפדעיטן די תפילות
רביה''ק זי''עאיינס פון די טעמים טאקע פארוואס די רעפארמער דאווענען נישט קיין מוסף איז ווייל די גאנצע תפילה איז נאר געשטעלט אויף צו בעטן אז מ׳זאל קענען נאכאמאל מקריב זיין דעם קרבן מוסף, זאגן זיי, אדער גיי בוי א מזבח און זיי מקריב א קרבן מוסף אדער פייף זיך אן און זיי נישט מקריב און לאז דעם באשעפער צורוה.
איך קים זיך נישט אננעמען פאר די רעפארמער, איך וויל וויסן פוו א ארטאדאקסישע בליק.
Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk
Re: אפשר איז שוין צייט צי אפדעיטן די תפילות
והאיש משהמאנטריאלאון שלא עשני גויַ שטערט אייך נישטַ מחיה מתים אויכעט און יוצר רעדט מען פון מלאכים איך פיל נישט קיין קאנעקשן דארט
Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
איך זאג לעצטנס שעשני כרצונו (במקום שלא עשני גוי)...
טאקע א גיטע קשיא לכאורה איז בבחינת אין זה מברך אלא מנעץ
Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk
Re: אפשר איז שוין צייט צי אפדעיטן די תפילות
berlbalagulehקהל'ס נערעס עגבערט מעך שוין א לאנגע צייט, פארוואס מען זאגט יעדן טאג דריי מאל ולירושלים עירך וכו', און ווייטער ביים בענטשן ובני ירושלים וכו', און תשעה באב וויינט מען אז מען האט אונז פארטריבן פון ארץ ישראל, און מען האלט אין איין מאכן א זכר לחורבן.
איך פארשטיי נישט, שוין איבער זיבעציג יאר וואס ווער עס וויל קען גיין וואוינען אין ירושלים, פיל מיט אידן וואוינען שוין דארט, און די בית המקדש מיז נישט זיין דווקא אויפן הר הבית מען קען עס אויך בויען אין מאה שערים אדער בני ברק.
איז פארוואס וויינען מיר מיט קראקאדיל טרערן אז אינז וויל מיר ציריק גיין קיין ארץ ישראל, אויב די ווילסט אזוי שטארק גיין, גיי נעם די נעקסטע פלייט פון גפק, פארדריי נישט א קאפ פארן אייבערשטען.
אפשר איז שוין צייט צי אפדעיטן די תפילות
קהל'ס נער: איך האלט נישט אז דו ביסט אזוי נאאיוו. דו ווייסט גאנץ גוט אז די שליטה פון די אידישע רעגירונג איבער ירושלים און גאנץ ארץ ישראל איז אויך א ..."גלות רעגירונג"... זיי קענען נישט טון וואס זיי וויללן. א יעדער נארמאלער מענטש ווייסט און פארשטייט אז מ'איז היינט נאך אין גלות. אפילו אין ארץ ישראל.
דער סאטמאר'ע רבי זי"ע (דער עכטער) ברענגט א ראיה צו דעם (אפגעזעהן פון די שיטה) אין ספר על הגאולה ועל התמורה. ס'איז דאך דא א מצוה אין די תורה אז אידן דארפן אויסרייסן אלע עבודה זרות אין ארץ ישראל. אפילו אויב די היינטיגע רעגירונג זאלל וועללן, קענען זיי נישט אויסרייסן די עבודה זרה'ס. ווייל די גויים לאזן נישט. דאס איז דאך די גרעסטע ראיה אז אונ זעמיר אין גלת...!
בזמן הבית איז געוועין צעין מאל מער געצינדינעריי, און נישט סתם אפאר גלחים, נאר שיך און זאקן און ר"ת גאטשע יודן, און מען האט עס נישט גערעכענט אלס גלות.
אגב דאכט זיך מער אז ארץ ישראל איז קיינמאל נישט געוועין ע"ז ריין, אנגעהויבן ביי פסל מיכה.
פארקערט ע"ז איז געוועין די ניסיון הדור, סא עס איז אזוי ווי צי זאגן אז היינטיגע צייטן ווערט קיין איין איד נישט נכשל בענייני קדושה.
Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk
Re: אפשר איז שוין צייט צי אפדעיטן די תפילות
berlbalagulehרביה''ק זי''עאיינס פון די טעמים טאקע פארוואס די רעפארמער דאווענען נישט קיין מוסף איז ווייל די גאנצע תפילה איז נאר געשטעלט אויף צו בעטן אז מ׳זאל קענען נאכאמאל מקריב זיין דעם קרבן מוסף, זאגן זיי, אדער גיי בוי א מזבח און זיי מקריב א קרבן מוסף אדער פייף זיך אן און זיי נישט מקריב און לאז דעם באשעפער צורוה.
רביה"ק זי"ע: אויף דעם מזבח פון די רעפארמער וואלט איך נישט געוואלט מקריב זיין קרבנות...!
האלא ביז יעצט האסטו גערעדט צום זאך, יעצט הייבסטו ציווארפן סטעיטמענטס וואס סאטמארער רבי האט (לכאורה) געזאגט בדרך מליצה (אויב נישט איז ער א כופר און דאס קען איך נישט גלייבן אויף איהם, למשל די מימרא אז ענדערש ביקן צי א צלם ווי רעדן היברעיש, האט ער זיכער געמיינט ארויסציברעינגען די שארפקייט פון רעדן עברית (לשטתו) ער האט עס זיכער נישט געמיינט ליטערלי).
בקיצור די נעמסט מיך ארום אין סירקלס, פון ווייסט מען אז עס מען איז נאך און גלות אפילו ווען מען בויעט א בית המקדש, פשוט סאטמארע רבי האט געזאגט אז עס איז א רעפארמער מזבח, יעצט לאמיר דרייען מיטן פינגער ווייטער, פון ווי האט סאטמארע רבי געוויסט אז עס איז א רעפארמער מזבח, זאג איך דיר, עס איז א אפענע על הגאולה ועל התמירה אז מדינת ישראל הייסט נישט קיין מדינה, (טייטל... טייטל... א פליק אין אויער...) יעצט ווייטער פון ווי ווייס איך אז די מדינה איז קיין מדינה ניט, אה אויף דעים האט סאטמארע רב געזאגט אז ער וויל נישט מקריב זיין אויף א רעפארמער מזבח, וחוזר חלילה ואין לדבר סוף.
שיין זעין מער אויס מיט אזאלכע פשעטלעך.
Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk
Re: אפשר איז שוין צייט צי אפדעיטן די תפילות
מאך זיכערקהל'ס נעררביה''ק זי''עאיינס פון די טעמים טאקע פארוואס די רעפארמער דאווענען נישט קיין מוסף איז ווייל די גאנצע תפילה איז נאר געשטעלט אויף צו בעטן אז מ׳זאל קענען נאכאמאל מקריב זיין דעם קרבן מוסף, זאגן זיי, אדער גיי בוי א מזבח און זיי מקריב א קרבן מוסף אדער פייף זיך אן און זיי נישט מקריב און לאז דעם באשעפער צורוה.
איך קים זיך נישט אננעמען פאר די רעפארמער, איך וויל וויסן פוו א ארטאדאקסישע בליק.
Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk
פון אן ארטאדאקסישער בליק וועסטו מוזן אליין איבערקוקן דיין תגובה און זען פארוואס דו האסט געשריבן שטותים.
איך הער סא די האסט מיך נישט געענטפערט, האסט מיך אפפגעסטעמפעלט אלס רעפארמער און יעצט שטימט אלס.
Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk
קהל'ס נערberlbalagulehרביה''ק זי''עאיינס פון די טעמים טאקע פארוואס די רעפארמער דאווענען נישט קיין מוסף איז ווייל די גאנצע תפילה איז נאר געשטעלט אויף צו בעטן אז מ׳זאל קענען נאכאמאל מקריב זיין דעם קרבן מוסף, זאגן זיי, אדער גיי בוי א מזבח און זיי מקריב א קרבן מוסף אדער פייף זיך אן און זיי נישט מקריב און לאז דעם באשעפער צורוה.
רביה"ק זי"ע: אויף דעם מזבח פון די רעפארמער וואלט איך נישט געוואלט מקריב זיין קרבנות...!
האלא ביז יעצט האסטו גערעדט צום זאך, יעצט הייבסטו ציווארפן סטעיטמענטס וואס סאטמארער רבי האט (לכאורה) געזאגט בדרך מליצה (אויב נישט איז ער א כופר און דאס קען איך נישט גלייבן אויף איהם, למשל די מימרא אז ענדערש ביקן צי א צלם ווי רעדן היברעיש, האט ער זיכער געמיינט ארויסציברעינגען די שארפקייט פון רעדן עברית (לשטתו) ער האט עס זיכער נישט געמיינט ליטערלי).
בקיצור די נעמסט מיך ארום אין סירקלס, פון ווייסט מען אז עס מען איז נאך און גלות אפילו ווען מען בויעט א בית המקדש, פשוט סאטמארע רבי האט געזאגט אז עס איז א רעפארמער מזבח, יעצט לאמיר דרייען מיטן פינגער ווייטער, פון ווי האט סאטמארע רבי געוויסט אז עס איז א רעפארמער מזבח, זאג איך דיר, עס איז א אפענע על הגאולה ועל התמירה אז מדינת ישראל הייסט נישט קיין מדינה, (טייטל... טייטל... א פליק אין אויער...) יעצט ווייטער פון ווי ווייס איך אז די מדינה איז קיין מדינה ניט, אה אויף דעים האט סאטמארע רב געזאגט אז ער וויל נישט מקריב זיין אויף א רעפארמער מזבח, וחוזר חלילה ואין לדבר סוף.
שיין זעין מער אויס מיט אזאלכע פשעטלעך.
Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk
קהל'ס נער: אנטשולדיג אבער דו רעדסט בבחינת טענו בחיטים והודו לזכר קדשו. ס'האט קיינער נישט געמאכט א קוגל פון סאטמאר'ע רבי מיט דעם מזבח פון די רעפארמער...לאל. איך האב נאר געזאגט (אינגאנצן ערנסט) אז דער סאטמאר'ע רבי ברענגט א ראיה אז די היינטיגע רעגירונג פון מדינת ישראל (שוין נאך אלע שיטת און התנגדות לציונות) איז א גלות רעגירונג. ווייל אפילו אויב זיי וואלטן געוואלט אויסרייסן די עבודה זרה'ס פון ארץ ישראל קענען זיי נישט. ווייל די גויים וועללן נישט צולאזן...דאס וועט נאר געשעהן בביאת המשיח...!
דער אשכול פארפארט....!
לכאורה איז די תירוץ אז מען רעט פון א מער רוחנית’דיגע צרוקקער ווי מען איז מתפלל ביי ותחזנה ”בשבך” מען בעיט אויף גלות השכינה
Re: אפשר איז שוין צייט צי אפדעיטן די תפילות
בערעלע: די פשעטל מאכט נישט קיין סענס, נישט זיין אין גלות און ביאת המשיח זענען צוויי אנדערע זאכן, דעיס אז נאר ווען משיח גייט קימען וועט מען פטור ווערן פון די ע"ז, איז נישט קיין ראיה אז יעצט איז מען נישט אין גלות, עס איז סה"כ א ראיה אז משיח איז נאך נישט געקימען, וואס איך האב קיינמאל נישט געקלעימט אז יא
אגב, האסט מיך נאך נישט געענטפערט וואס שטערצליך זענען.
עכשיו נחזור לענינינו.
Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk
Re: אפשר איז שוין צייט צי אפדעיטן די תפילות
בן נוןלכאורה איז די תירוץ אז מען רעט פון א מער רוחנית’דיגע צרוקקער ווי מען איז מתפלל ביי ותחזנה ”בשבך” מען בעיט אויף גלות השכינה
דאכצעך אז אונזער נוסח התפילה איז עלטער פונעם קאנצעפט 'גלות השכינה'..
מ׳קען אולי זאגן אז משם ראיה. והיינו, ווייל צב״ש די חמשה חומשי תורה איז, לאחרי הכל, עלטער פון די קאנצעפטן פון ״עוה״ב״, ״אחרית הימים״ וכדומה. אבער פונדעסטוועגן דאך האט מען נישט געהאט קיין עכטע פראבלעם דאס אלעס ״אריינצופיטן״ דארטן און שוין צופאסען און דרש׳נען די לשון אז ״דאס מיינט עס/באציהט זיך עס צו״. וממילא קען מען, מער-ווייניגער, ״צופאסען״ די לשון וכו׳ פון די טראדיציאנאלע ליטורדזשי צו די נייע מושגים, טעאלאגישע וכו׳, וואס מ׳דארף. דאס דינט אויף נאך אָנצוהאלטן און נישט דארפן (בעצם) טוישן טאקע אט די טראדיציאנאלע ליטורדזשי וואס געבט דאס אן אָראַ פון נצחיות.
Re: אפשר איז שוין צייט צי אפדעיטן די תפילות
[ציטאט אראפגענומען]
תפילת זכה איז סך הכל פון די חיי אדם (ספר געדרוקט בערך 30 יאר פאר די חפץ חיים'ס געבורט), נישט צי פארגלייכן צי אנגענומענע סדר התפילה.
איך מיין אז אין רוב מחזורים איז עס שוין ארומגעדרייט. עס איז מער צי די אנפאנג, און מערקבאר אז עס קומט נישט דארט אריין
berlbalagulehקהל'ס נערberlbalagulehרביה''ק זי''עאיינס פון די טעמים טאקע פארוואס די רעפארמער דאווענען נישט קיין מוסף איז ווייל די גאנצע תפילה איז נאר געשטעלט אויף צו בעטן אז מ׳זאל קענען נאכאמאל מקריב זיין דעם קרבן מוסף, זאגן זיי, אדער גיי בוי א מזבח און זיי מקריב א קרבן מוסף אדער פייף זיך אן און זיי נישט מקריב און לאז דעם באשעפער צורוה.
רביה"ק זי"ע: אויף דעם מזבח פון די רעפארמער וואלט איך נישט געוואלט מקריב זיין קרבנות...!
האלא ביז יעצט האסטו גערעדט צום זאך, יעצט הייבסטו ציווארפן סטעיטמענטס וואס סאטמארער רבי האט (לכאורה) געזאגט בדרך מליצה (אויב נישט איז ער א כופר און דאס קען איך נישט גלייבן אויף איהם, למשל די מימרא אז ענדערש ביקן צי א צלם ווי רעדן היברעיש, האט ער זיכער געמיינט ארויסציברעינגען די שארפקייט פון רעדן עברית (לשטתו) ער האט עס זיכער נישט געמיינט ליטערלי).
בקיצור די נעמסט מיך ארום אין סירקלס, פון ווייסט מען אז עס מען איז נאך און גלות אפילו ווען מען בויעט א בית המקדש, פשוט
סאטמארע רבי האט געזאגט אז עס איז א רעפארמער מזבח, יעצט לאמיר דרייען מיטן פינגער ווייטער, פון ווי האט סאטמארע רבי געוויסט אז עס איז א רעפארמער מזבח, זאג איך דיר, עס איז א אפענע על הגאולה ועל התמירה אז מדינת ישראל הייסט נישט קיין מדינה, (טייטל... טייטל... א פליק אין אויער...) יעצט ווייטער פון ווי ווייס איך אז די מדינה איז קיין מדינה ניט, אה אויף דעים האט סאטמארע רב געזאגט אז ער וויל נישט מקריב זיין אויף א רעפארמער מזבח, וחוזר חלילה ואין לדבר סוף.
שיין זעין מער אויס מיט אזאלכע פשעטלעך.
Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk
קהל'ס נער: אנטשולדיג אבער דו רעדסט בבחינת טענו בחיטים והודו לזכר קדשו. ס'האט קיינער נישט געמאכט א קוגל פון סאטמאר'ע רבי מיט דעם מזבח פון די רעפארמער...לאל. איך האב נאר געזאגט (אינגאנצן ערנסט) אז דער סאטמאר'ע רבי ברענגט א ראיה אז די היינטיגע רעגירונג פון מדינת ישראל (שוין נאך אלע שיטת און התנגדות לציונות) איז א גלות רעגירונג. ווייל אפילו אויב זיי וואלטן געוואלט אויסרייסן די עבודה זרה'ס פון ארץ ישראל קענען זיי נישט. ווייל די גויים וועללן נישט צולאזן...דאס וועט נאר געשעהן בביאת המשיח...!
די מצב איז אביסל צומישט... לאמיר עס אויסקלארען:
@קהלת_נער האט פארשטאנען אז
@בערעלע זאגט נאך א quote פון סאטמארע רבי יואליש, ווען עכט ענטפערט ס"ה
@בערעל צו
@רבינו הק'...
והמבין יבין... (@קהלת_נער איז נאך א גרינער...)
מי אנימ׳קען אולי זאגן אז משם ראיה. והיינו, ווייל צב״ש די חמשה חומשי תורה איז, לאחרי הכל, עלטער פון די קאנצעפטן פון ״עוה״ב״, ״אחרית הימים״ וכדומה. אבער פונדעסטוועגן דאך האט מען נישט געהאט קיין עכטע פראבלעם דאס אלעס ״אריינצופיטן״ דארטן און שוין צופאסען און דרש׳נען די לשון אז ״דאס מיינט עס/באציהט זיך עס צו״. וממילא קען מען, מער-ווייניגער, ״צופאסען״ די לשון וכו׳ פון די טראדיציאנאלע ליטורדזשי צו די נייע מושגים, טעאלאגישע וכו׳, וואס מ׳דארף. דאס דינט אויף נאך אָנצוהאלטן און נישט דארפן (בעצם) טוישן טאקע אט די טראדיציאנאלע ליטורדזשי וואס געבט דאס אן אָראַ פון נצחיות.
ס׳דא צוויי נקודות דא לגבי דאס ענין פון שקר אין אונזער נוסח התפילה, ס׳דא שקר וואס איז שכליות׳דיג וואס פאר א נויט (צו געבן די געפיל פון נצחיות) קען מען ארומשפילן דערמיט ווי דו ביזט אזוי שיין מסביר. דערנאך איז אבער דא די
געפיל פון שקר (אויך באוואוסט אלס כלל ישראל׳ס נאז) וואס מיט אלע תירוצים און ווי וויכטיג ס׳זאל נאר נישט זיין פאר׳ן קיום פון ארטאדאקסיע בלייבט נאך דיעס געפיל, יעדעס מאל איך זאג די ווערטער ביים דאווענען איבלט עס מיר, אסאך מאל פיל איך מיך ווי אזא שוטה ביים זאגן די ווערטער ואין אנחנו יכולים לעלות ולראות ולעשות חובותינו...וקרב פזורנו מבין הגוים... והביאנו לציון עירך... ושם נעשה לפניך את קרבנות חובותינו... וכו׳ אז איך לאז אינגאנצן אויס די שטילע מוסף און אין בין יוצא מיט׳ן בעל תפילה.
אגב, ס׳קען נישט זיין אז די אלע תפילות וועגן ירושלים און קרבנות האט מען לכתחילה אוועקגעשטעלט צו מיינען עפעס רוחניות׳דיג/גלות השכינה ווייל אינעם צווייטן בית המקדש איז נישט געווען קיין שכינה און מ׳זעהט נישט אז אידן זאלן האבן געבעטן אויף די זאכן מיט׳ן אויסרייד אז מ׳מיינט גלות השכינה.
אז דו דערמאנסט קרבנות שבתפילה הא׳ביך דאך
אין מיינע ארטיקלעך והאשכול דערמאנט די קשר צווישן זיי צוויי אז בכלל איז תפילה מער אן איבערבלייבעניש פון ווען מען האט מער באטראכט ג-ט ווי אַנטראפּאמארפיש/אַנטראָפּעפּטיק און ווי מ׳״בעהט״ זיך צו אים און מ׳האפט ער וועט נתרצה ווערן אא״וו - ענליך צום איבערבלייבעניש פון הקרבת קרבנות באותו תקופה. והשתא דאתית להכי, אָננעמענדיג אז ס׳פעהלט נאך אלס אויס תפילה צו זיין אן איבערבלייבעניש [א סארט מעדיטעטיוו מיטל צוצוקומען צו דביקות באלקות ובמושכלות], דאן פעהלט שוין נישט אויס צו טוישן; טוישן צו וואס און בלייבן מיט וואס? און מ׳קען שוין פארטייטשן דאס אז ״מ׳וויל צוריק די קרבנות״ צו אזא ראמאנטישע געפילישע רעלידזשיאסיטי ענליך צו ווען מ׳בעהט ג-ט זאל עפעס ״טוהן״. ובכלל לדעתי ווען פּוּשׁ-קומט-צו-שׁאָוו גלייב איך נישט אז אפילו פרומע חרדים ״ווילן/דארפן״ דאס צוריק בפועל ממש (עכ״פ סאָבּקאַנשׁעסלי; אָן די ״ליפּ-סערוויס״
(בענין תפילה הוי פשוטו כמשמעו…)) וכעין וואס איך גלייב זיי האלטן בנוגע
אמונה בביאת המשיח.
מי אניאז דו דערמאנסט קרבנות שבתפילה הא׳ביך דאך
אין מיינע ארטיקלעך והאשכול דערמאנט די קשר צווישן זיי צוויי אז בכלל איז תפילה מער אן איבערבלייבעניש פון ווען מען האט מער באטראכט ג-ט ווי אַנטראפּאמארפיש/אַנטראָפּעפּטיק און ווי מ׳״בעהט״ זיך צו אים און מ׳האפט ער וועט נתרצה ווערן אא״וו - ענליך צום איבערבלייבעניש פון הקרבת קרבנות באותו תקופה.
דאס קומט נאר מיט׳ן הנחה אז ס׳איז טאקע אן איבערבלייבעניש, די פרומע אידן וואס איך קען קוקן עס בכלל נישט אן ווי אן איבערבלייבעניש. 😃
און דאן איז יתכן לומר אז פאר די זעלבע סארט מענטשן וואס קוקן עס נישט אָן ווי אַן ״איבערבלייבעניש״ (אפילו סאָבּקאַנשׁעסלי), אט די מענטשן זענען די וואס ווילן אויך ממש צוריק שחט׳ן קרבנות (אלס מיסטישע טעאסאפיזם וכדומה) און האלטן בסתם פון א מער סארט ״דירעקטע אקטיווע״ פועל מצד ג-ט בעולם.
האלטן מיר שוין צוריק ביי square one.
ל״ד. ווייל פאר די איז דאך טאקע נישטא קיין שום סיבה צו טוישן די תפילות - זיי האלטן דאך ממש די זעלבע ווי די פארפּאסערס דערפון מיט די זעלבע רעליגיעזע וועלט-אויסקוק וכו׳ (עכ״פ מער-ווייניגער). ווידעראום, פאר די סארט מענטשן וואס זעהן יא איין א פּרימיטיווקייט אין די רעליגיעזע פילאזאפיע/טעאלאגיע/וועלט-אויסקוק פון נוסח התפילות, פאר זיי איז דאך יתכן לומר אז זיי פארשטייען אז די גאנצע אינסטיטוט פון תפילה בכלל ומעיקרא איז נאר בעצם אַן איבערבלייבעניש וכהיום איז עס פשוט א מעדיטעטיוו מיטל פאר דביקות באלקות ובמושכלות, וואס דאן פאלט בעצם ווייטער אוועק די שוועריקייט. וכנ״ל.
ווייל די וואס נעמען אָן א טאמער סאפיסטיקירטע טעאלאגיע וועלן בדרך כלל צוזאמען מיט׳ן, צב״ש, רעפּיוּדיִעישאן פון הקרבת קרבנות לה׳ אלס אן אידעאל, אויך נישט האלטן פון א ״דירעקטע״ פועל מה׳ בעולם - די געדאנק פון תפילה כפשוטו. פאר די וואס האלטן יא אָן אין א ״דירעקטע אקטיווע״ פועל מה׳ בעולם אבער נעמען נישט אָן די מער פּרימיטיווע קאנצעפּטן, פאר זיי איז טאקע דא די שוועריקייט.
די חילוק איז נאר אז די פארפאסער פון די תפילות האבן נישט געהאט די מעגליכקייט פאר אפאר פרוטות צו נעמען א פליגער קיין ארץ ישראל און מקריב זיין קרבנות, היינטיגע צייטן האט מען אבער יא די מעגליכקייט.
אבער די וואס האלטן דערפון כהיום נעמען אויך אָן (בדרך כלל זיכער) די אחרית הימים/עפּאַקעליפּטיק/גאולה פאראויסזאגן פון די נביאים האחרונים זייער ליטעראל און אָן קיינע ניסים גייט עס נישט.
כמובן איז דאס אויב זאגן מיר אז זיי האלטן באמת אזוי, אפילו סאָבּקאנשעסלי.
מי אני: איך (און דער פותח האשכול) האב בכלל גערעדט סטריקטלי איבער די לאנגע און מאנאטאנע קאפיטלעך פון ..."יוצרות"... וועלכע האבן (לפענ"ד) נישט קיין פלאץ אין די תפילות פון ר"ה און יום כיפור. אבער די תפילות דארפן פארבלייבן, און זענען אקטועל אויך אין די היינטיגע צייטן. די זעלבע איבער די נבואות פון אחרית הימים. מיר דארפן גלייבן אין די ליטעראלישע איבערזעצונג און אויסטייטשונג פון דעם...!
קהל'ס נער
אפשר איז שוין צייט צי אפדעיטן די תפילות
דו דערמאנסט מיר. דער יארמער רב האט אמאהל געזאגט אז ער האט אמאהל געזעהן א פארפרומטע גור'ר בחור (איינער פון די וועליכע האלטען אז דער באשעפער האט געמאכט א טעות מיט דעם אז ער האט באשפען נשים) זאגען ברכות ביים דאווענען בא"ה אמ"ה
שלא עשני כרצונואיך האב מיר טאקע אלס געוואונדערט סיי פארוואס מרדכי קאפלאן האט געפיהלט פאר וויכטיג ארויסצושניידן די "בחרתנו" חלקים פון תפילה, און סיי פארוואס מ'איז געווען אזוי ברוגז אויף אים דייקא דערפאר? והיינו, דאס אז "ג-ט האט אונז געוואלט און אונז בוחר געווען" איז דאך כמובן נישט כביכול מצדו, עס איז ניטאמאל שייך חל צו זיין אויף אים כביכול, און דאס יא צו זאגן און האלטן גרעניצט זיך מיט כפירה אינעם דריטן עיקר פונעם רמב"ם. וממילא איז עס נאר מצדינו וואס וויבאלד אונז הא'מיר די תורה (ווי אזוי אימער), וואס אונז גלייבן מיר אז דאס איז און איז א מיטל צו חכמת אלקות, מושכלות, און מאראל (ביסודה), אט דאס איז דעם "בחר" פאר וועם אימער עס האלט איין התורה ומטרתה, ווי אזוי אימער ער האלט עס איין, צי דורך די תורה ממש צי נישט. דאס פירט טאקע אריין צי מ'קען צוקומען צו שלימות אָן די תורה, ועיין לדוגמא בהאמונות ודעות (מאמר ג פ"ג) ובהעיקרים (מאמר א' פ"ו-ח ומאמר ג' פ"ו). אבער דאס איז ברור אז די ענד-רעזאָלט דאס איז דער "בחר".
ואולי האט ער דאס ארויסגעשניטן אלס'ן לזוז שפתים ותלונות העמים, און מ'איז געווען ברוגז אויף אים פשוט אלס'ן טוישן נוסח התפלה (הגם, ווי איך האב פארשטאנען, איז די עיקר תלונה געווען אז ער האט ארויסגעשניטן דייקא דעם ענין "בחרתנו" נישט). ואולי ווייל דאס איז מער א דירעקטע פועל יוצא פון זיין קלאסיפיצירן אידישקייט אלס נישט מער (אדער עכ"פ בעיקר) א "ציוויליזאציע" וואס עוואלווד לגמרי, און דאס גיין צוזאמען מיט אן אך ורק רעליגיעזע נאטורעליזם וואו רעליגיעזע גלויבונגען זענען נאר אין די ריין נאטורליך.
Re: אפשר איז שוין צייט צי אפדעיטן די תפילות
מאך זיכערקהל'ס נעראיך קים זיך נישט אננעמען פאר די רעפארמער, איך וויל וויסן פוו א ארטאדאקסישע בליק.
פון אן ארטאדאקסישער בליק וועסטו מוזן אליין איבערקוקן דיין תגובה און זען פארוואס דו האסט געשריבן שטותים.
''פון א ארטאדאקסישער בליק'' האט מען נישט געמיינט דיינע קאנסערוואטיווע געפיהלן, מ'האט געמיינט ע''פ 'כללי ארטאדאקסיע'.
וואס איז מיט די שטיקלעך סליחות וכדו' וואס מ'הערט נישט אויף רעדן איבער די צרות וואס מיר ליידן פונעם גוי - דאס איז לכו"ע (לרבות סאטמאר רבי) נישט נוגע היינט
און בכלל פארוואס נישט טוישן "ברך עלינו" צו די היינטיגע ווערזשאן פון פרנסה וואס האט פאר רוב מענטשן גארנישט מיט רעגן
און אז די אפדעיטס שוין די תפילות לייג שוין צו א תפילה פאר שידוכים (כ'בין נישט קיין אלטע בחור)
און אפשר ארויסנעמען ולמלשינים ווייל מאסטער שטערט מיך נישט צו סאך
רבותיי: דער גאנצער ויכוח דא איז איבער לופט. איך מיין אז אפילו דער פותח האשכול (אזוי ווי איך) האט נישט איזין געהאט צו רעפארמירן אונזערע תפילות. ווייל דאס איז בלי שום ספק, נישט קאנסערוואטיוו נאר רעפארם למהדרין מן המהדרין. אפילו אני הקטן ווען איך האב פארגעשלאגן (אין אן אנדער'ן אשכול) אז אפשר וואלט כדאי געווען צו נעמען די אלע (לאנגע) יוצרות און סליחות און זיי צוריקברענגען אין זייער אריגינאלע סעטטינג. און ארויסנעמען פון מחזור און סליחות. און זיי איבערארבעטן אין אנ'אנדער וועג. אזוי ווי למשל מאכן א חול המועד עווענט וואו מ'וועט זאגן און זינגען די אלע שיינע יוצרות און פאעמעס. נאר די אריגינאלע תפילות וועלכע זענען געמאכט געווארן דורך די אנשי כנסת הגדולה זאללן בלייבן אומבארירט און נישט פארענדערט.
אויסגעהאלטןוואס איז מיט די שטיקלעך סליחות וכדו' וואס מ'הערט נישט אויף רעדן איבער די צרות וואס מיר ליידן פונעם גוי - דאס איז לכו"ע (לרבות סאטמאר רבי) נישט נוגע היינט
און בכלל פארוואס נישט טוישן "ברך עלינו" צו די היינטיגע ווערזשאן פון פרנסה וואס האט פאר רוב מענטשן גארנישט מיט רעגן
און אז די אפדעיטס שוין די תפילות לייג שוין צו א תפילה פאר שידוכים (כ'בין נישט קיין אלטע בחור)
און אפשר ארויסנעמען ולמלשינים ווייל מאסטער שטערט מיך נישט צו סאך
מיט אלעס קענסטו זיין גערעכט חוץ מיט די רעגן.
מצפצף: לשיטתך דארף מען מתפלל זיין היינטיגע צייטן (אפשר טאקע) אז דער סטאק מארקעט זאלל אנהאלטן זיין הויכקייט. אנישט קען (ח"ו) ווערן א דיפרעסיע. אזוי ווי ס'איז געווען די נאכפאלגן פון דעם סטאק מארקעט טראסק אין (דעם שמיטה יאר) 1929...!
berlbalagulehמצפצף: לשיטתך דארף מען מתפלל זיין היינטיגע צייטן (אפשר טאקע) אז דער סטאק מארקעט זאלל אנהאלטן זיין הויכקייט. אנישט קען (ח"ו) ווערן א דיפרעסיע. אזוי ווי ס'איז געווען די נאכפאלגן פון דעם סטאק מארקעט טראסק אין (דעם שמיטה יאר) 1929...!
פארוואס לשיטתי?
רבותיי: דער גאנצער ויכוח דא איז איבער לופט. איך מיין אז אפילו דער פותח האשכול (אזוי ווי איך) האט נישט איזין געהאט צו רעפארמירן אונזערע תפילות. ווייל דאס איז בלי שום ספק, נישט קאנסערוואטיוו נאר רעפארם למהדרין מן המהדרין. אפילו אני הקטן ווען איך האב פארגעשלאגן (אין אן אנדער'ן אשכול) אז אפשר וואלט כדאי געווען צו נעמען די אלע (לאנגע) יוצרות און סליחות און זיי צוריקברענגען אין זייער אריגינאלע סעטטינג. און ארויסנעמען פון מחזור און סליחות. און זיי איבערארבעטן אין אנ'אנדער וועג. אזוי ווי למשל מאכן א חול המועד עווענט וואו מ'וועט זאגן און זינגען די אלע שיינע יוצרות און פאעמעס. נאר די אריגינאלע תפילות וועלכע זענען געמאכט געווארן דורך די אנשי כנסת הגדולה זאללן בלייבן אומבארירט און נישט פארענדערט.
לויט ווי איך געדענק זענען די סליחות נישט געמאכט דורכ'ן אנשי כנסת הגדולה, נאר גדולים - פייטנים האבן געשריבן און געבעהט לויט זייערע דעמאלסטיגע פראבלעמען - אויב אזוי זעה איך נישט קיין שום סיבה דאס צו טוישן (אדער בכלל ארויסנעמען) צו היינטיגע געברויכן
Re: אפשר איז שוין צייט צי אפדעיטן די תפילות
מאך זיכערתוהו ובוהו''פון א ארטאדאקסישער בליק'' האט מען נישט געמיינט דיינע קאנסערוואטיווע געפיהלן, מ'האט געמיינט ע''פ 'כללי ארטאדאקסיע'.
כללי ארטאדאקסיע זענען קאנסערוואטיוו.
ארטאדאקסיע איז אוודאי קאנסערוואטיוו אין אירע כללים אין פארגלייך צו רעפארם, אבער ס'האט זיך פארמירט כללים דערפון (וואס זענען לכאורה, זיין משועבד צו חז''ל און צו א געוויסע סארט מסורת הלכתית) און ווילאנג איינער גייט אין איינקלאנג מיט די כללים איז ער ארטאדאקסיש.
לדוגמא, די פראגעס וועגן די מדינה/שיבת ציון/וכו' וכו' זענען אוודאי ארטאדאקסיש, אפילו ס'איז נישט געפאלן פאר געוויסע קאנסערוואטיווע אידן, ופשוט הוא.
מאך זיכער
דער פותח האשכול דינן האט ארויסגעברענגט אין אנהויב אז ער שפירט אז מען דארף מאדערנאזירן די תפילות, און ווען מענטשן האבן אנגעהויבן ברענגען רעפארם געדאנקען איז ער צוריקגעשפרינגען צו ארטאדאקסיע. דאס איז חוץ פון דעם וואס איך בין נישט איינשטימיג מיט זיינע פראגעס, אבער איך האב נישט געוואלט אנברענגען א פולמוס.
די אשכול איז א לעגיטימע ארטאדאקסישע פראגע, נעמליך אמת די אנשי כנה''ג האבן מתקן געווען די נוסח התפילה אבער וואס טוט זיך ווען די מצב טוישט זיך און אידן בויען א ביהמ''ק ווי זייער חיוב, וועט אוודאי בנה ביתך כבתחילה ארויספליען פון דאווענען, ריכטיג? (הגע עצמך, אפילו לויטן ארטאדאקסישן נאראטיוו האט מען ביים צוויטן ביהמ''ק לכאורה נישט געזאגט די שטיקלעך..)
פרעגט ער צו דו ווילסט יא צו נישט, איז ירושלים געבויעט און ס'האט נישט קיין פשט צו זאגן ובנה אותה וכו' (איך מיין גראדע אז פון א ארטאדאקסישן בליק איז ירושלים ווערטלאז אן קיין ביהמ''ק און די כוונה פון ו''ובנה אותה'' מיינט בויען די ביהמ''ק מיט די גאנצע ניין יארדס)
מאך זיכער
האט ער באמת נישט פארשטאנען אז 'וילירושלים עירך' גייט ארויף אויף די גאולה? 'ותשכון בתוכה' מיינט אז גאט זאל זיך אומקערן, אפילו ער קען גיין קיין דזשעי. עף. קעי. וויל ער נאכאלס אז גאט זאל זיך אומקערן.
דאס אז ביי דיר איז פשוט, אז ''ולירושלים עירך ברחמים תשוב וכו' ובנה אותה'' רעדט מען עפעס פון 'השראת השכינה' צו וואס, איז ביי מיר פשוט אז מ'רעדט פון אויפבויען ירושלים וואס דאס איז די באדייט פון די ''צוריקקער'' פון גאט.
דער אשכול איז באזירט אויף א פארדריסליכער גראבע טעות.
דער תפילה פון ולירושלים עירך (די זעלביגע מיט המחזיר שכינתו לציון) איז נישט קיין תפילה אז "כלל ישראל" זאל זיך אומקערן קיין ירושלים, נאר אז די "שכינה הק'",
טייטשט אפ די ווערטער פשוטו כמשמעו אנע דריידליך:
ולירושלים עירך ברחמים תשוב ותשכון בתוכה כאשר דברת.
שטייט נישט ולירושלים עירנו ברחמים תשובינו,
וזה פשוט
און אפי' דער אויספיר פון "בונה ירושלים", וואס קען זיך אפשר יא דאכטן אז די תפילה איז בלויז בנין ירושלים, זאגט אבער דער ב"ח (נישט על הגאולה אדער ויואל משה) אז פארדעם איז די חתימה "וכסא דוד מהרה לתוכה תכין" וואס לכאורה יעדער ברכה דארף דאך זיין מעין החתימה, וואלט לכאורה געווען מער פאסיג אז מ'זאל קודם זאגן "וכסא דוד" און דער חתימה זאל זיין "ובנה אותה" איז מסביר דער ב"ח אז חז"ל האבן דוקא געמאכט "וכסא דוד" די חתימה צו מדגיש זיין אז בנין ירושלים אנע ביאת בן דוד איז ווערדלאז.
וטעות לעולם חוזר,
Re: אפשר איז שוין צייט צי אפדעיטן די תפילות
די ברכה איז אויף בנין ירושלים כפשטות הגמרא במגילה.
די נוסחאות פאר דעם קומען נישט פון חז''ל, קענסט זאגן וואס דו ווילסט.. ס'בלויז דא א דין אז ס'דארף זיין מעין החתימה.
און דעריבער פרובירט דער ב''ח צו פארענטפערן נוסח ''רבותינו גדולי אשכנז'' (כלשונו) וואס זאגן ''וכסא דוד וכו'' ס'דארף דאך זיין מעין החתימה (דהיינו: בנין ירושלים), זאגט ער אז מ'מיינט ארויסצוברענגן אז ''אין שאלתנו בבנין ירושלים לצורכנו, רק לצורך גבוה כי שכינתא בגלותא וכו' וכו'' ועיין שם עוד כמה ישובים.
מ'קען עס אפשר תולה זיין אין די מחלוקות דברי יואל מיט'ן אגרות משה צו מ'דארף רייסן קריעה בזמה"ז על חורבן ערי יהודה וירושלים. עיין בתשובות דברי יואל או"ח סימן ל'; ובאגרות משה או"ח ח"ד סימן ע'; וזה לשון אגרות משה או"ח ח"ה סל"ז:
עתה שבחסדי השי"ת אין מושלים האומות על ערי יהודה ועל ירושלים, והם גם מיושבים, הוא טעם גדול שלא לקרוע.
אויך איז אינטערסאנט צו צוברענגען וואס שטייט אין תשב"ץ ח"ב סימן קס"א אז די ארגענעלע נוסח פון ולירושלים עירך וואס די אנשי כנסת הגדולה האבן מתקן געווען איז טאקע געווען אנדערש, און מ'האט עס געטוישט לאחר החורבן, וז"ל:
ובלא ספק שאין נוסח התפילה שאנו מתפללין היום כנוסח שהיו מתפללין בפני הבית, שאנו מתפללין שתחזור מלכות בית דוד למקומה, ושיבנה ביהמ"ק במהרה בימינו, ושיתקבצו נפוצותינו, והם היו מתפללים שתתקיים מלכות בית דוד, ושלא יחרב ביהמ"ק, ושלא יגלו ישראל מארצם.
עובדיה: אויב איינער (א פוסק) זאל זיך דערוואגן צו פסק'נען אז מ'דארף נישט רייסן קריעה ווען מ'זעהט די ערי יהודה, וועללן די היינטיגע אויסטייטשערס פון די שיטה איהם פארשרייען אלס ציוני...!
אפשר איז טאקע צייט צי מעורר זיין כלל ישראל צו מכוון זיין די פשוט'ע פירוש המילות פון תפילות ולירושלים עירך, ורצה, וכדומה,
אפשר פאר דעם איז ועדיין לא נשענו,
ס'עפעס א מין הפלא ופלא,
בעת דער נוסח התפילה זאגט קלאר "ולירושלים עירך ברחמים תשוב", פליעט עפעס אריין א דשוק אין קאפ ווי כאילו זאל שטיין "ולירושלים עירינו ברחמים תשובינו"
בעת דער נוסח התפילה זאגט קלאר "ותשכון בתוכה כאשר דברת", פליעט עפעס אריין א דשוק אין קאפ ווי כאילו זאל שטיין "ותשכון אותנו בתוכה כאשר דברת"
בעת דער נוסח התפילה זאגט קלאר "ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים", פליעט עפעס אריין א דשוק אין קאפ ווי כאילו זאל שטיין "ותחזינה עינינו בשובינו לציון ברחמים"
בעת דער נוסח התפילה זאגט קלאר "המחזיר שכינתו לציון", פליעט עפעס אריין א דשוק אין קאפ ווי כאילו זאל שטיין "המחזיר צה"ל לציון"
פירוש המילות רבותי!
ובנה אותה בקרוב בימנו האסטו אויסגעלאזט...
גאלד
בעת דער נוסח התפילה זאגט קלאר "המחזיר שכינתו לציון", פליעט עפעס אריין א דשוק אין קאפ ווי כאילו זאל שטיין "המחזיר צה"ל לציון"
פירוש המילות רבותי!
אין בית שני איז שוין נישט געווען קיין שכינה און קיינער האט נישט געדאווענט המחזיר שכינתו לציון, בזמן בית שני האט מען געזאגט שאותך לבדך ביראה נעבוד און מ׳האט עס שפעטער געטוישט ווען די אידישע יישוב אין ארץ ישראל (צה״ל?) איז צופאלן, ידיעת היסטאריע רבותי!
רביה''ק זי''עגאלד

רביה"ק זי"ע: אפשר איז דער אידישער ישוב נאכ'ן בית שני צופאללן ווייל ס'איז נישט געווען קיין צה"ל. אדער נח"ל חרדי...!
דער רלב״ג
שרייבט אין סוף פ׳ אחרי (התועלת הראשון):
שאתה תראה באלו התפילות הנפלאות אשר סדרו לנו אנשי כנסת הגדולה שלרוב הרגלינו בהם נדבר בהם תמיד ולא נשתדל לעמוד על סודם שיהיה זה סיבה לרבים מחכמינו שיטעו בהם הרבה בדברים מהם למעוט עמידתם על המכוון בהם.
און דאס
שרייבט דר. אהוד בּענאר:
📎 EF616C86-43EA-4AB5-A2B8-7A44D69B999A.jpeg
(דאס האט שוין אויך א שייכות מיט די אשכול.)