ווי איך האב דא געשריבן איז דא צוויי סארטן ״חקירות״. צו מער מסביר זיין איז דא א חילוק צווישן ווערן אויפגעוואוזן אויף צו ״אָננעמען/אקצעפטירן״ א גלויבונג, און דאס האבן אויפווייזונגען אויף נישט צו ״אפּווארפן/רעדזשעקטן״ א גלויבונג וואס מ׳האט שוין מחמת איזה סיבה חיצונית - אפּאלאדזשעטיקס. אין אנדערע ווערטער, עס איז א חילוק צווישן ״אפענסיווע״ חקירה און ״דיפענסיווע״ חקירה. יעצט, מען קען באטראכטן ווי אמונה פשוטה באציהט זיך צו דאס׳ן דאס שוין האבן, און רוּדימענטערעלי אָנהאלטן, דאס גלויבונג. פון דארט און ווייטער אויף נישט צו ״אפּווארפן״ די גלויבונג מכח ראציאנאלע קושיות און דאס אָנהאלטן ווייטער, לעומת דאס׳ן דארפן דאס ״אָננעמען״ מעיקרא לגמרי, איז גענוג די צווייטע סארט ״דיפענסיווע״ חקירה - אפּאלאדזשעטיקס.
דאס האט טאקע השלכות אויף ווי אזוי מ׳באטראכט די אנדערע ״נארישע״ רעליגיעס - עס קומט מיט מיט אן עפּיסטעמיק ענוה. און ווי @אנאנים ברענגט ארויס. עס איז אויך מן הראוי לציין צו זיינע פאלגענדע דריי מאמרים וואס זענען קילורין לעינים.
עצי שיטיםלאמיך דא איבער שרייבן פאר דיר, וואס איך האב שוין געשריבן אונעם 'טענות הכוזרי' אשכול, וואס מיין פראבלעם מיט אמונה פשוטה איז,
איך פול מיך ווי א נאר, און ווי א סטופיד מענטש, צו גלייבן אז אידישקייט איז די אמת, 'בלויז' ווייל מיין טאטע האט מיר אזוי אויסגעלערנט, און איך בין געבוירן אין אזא סביבה,
און דער צייט וואס איך ווייס אז די מוסלאמענער טאטע לערנט זיין זוהן איסלאם, און די קריסט לערנט זיין זוהן, די קריסטליכע גלויבונג,
נאר איינער איז גערעכט, און אלע אנדערע זענען נישט, סאו, בלויז גלייבן, לשם גלייבן? אן קיין פארוואס און אן קיין פארווען? נאר ווייל איך בין דא געבוירן? עס מאכט דאך נישט קיין טראפ סענס