☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

366 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15337
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

טמיר » זונטאג מערץ 10, 2024 3:59 am

· #553963
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
לאכעדיג #
פאנעט טייערע, פון פארלערנען משניות מסכת אבות און אויסלערנען וויאזוי מען מאכט סקוואש קוגעל וועסטו קיין פרנסה נישט האבן. די דארפסט צושטעלן גוטע סחורה.

ווי אויך ברויך מען אינוועסטירן אין א פראיעקט, לדוגמא צושטעלן א געשמאקע וועבזייטל.
די האסט גענומען א וועבזייטל וואס קאסט נישט קיין געלט און ס'איז טאטע נישט באטעמט. מילד גערעדט.

די וויינסט פאר נאך סובסקרייבערס, אבער די עולם וויל זעהן וואס די קענסט. דערווייל קומסטו אריין שטומפיק.

ביי קינדליין ביסטו אריינגעקומען קלארער.
השנאה מבצבצת ויוצאת מבין ריסי אצבעותיך...
אבער פארשטייט זיך אז ס'איז נאר לכבוד שמים זיך אנצינימען פאר די הייליגע בתי דינים. ווי מ'זעהט טאקע אין דיינע אנדערע תגובות ווי די כבוד הרבנים פלאקערט אין דיר 😂

שליח מעיד על טיב המשלח (חוץ אז דו ביזט די משלח אליין)

יצחק אייזיק » זונטאג מערץ 10, 2024 9:03 am

· #553971
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
לאכעדיג #
מענדל הערש האט נאך קעגנער און נישט גוטע פריינד אויסער ריינער.
לדוגמא, זיין אנטווערפענע פרשה, די בתי דינים און ספרא דדיינא'ס וועם ער באשמוצט, וכו'

אויב ס'איז אמת די מעשה קען מען טאקע נישט וויסן ווער ס'האט עס געטאן, דעריבער האט @אנאנים זייער גוט געשריבן אז 'זיינע קעגנער' האבן עס געטאן.
דאס הייסט אז ס'איז דא מאנכע, נישט אויף פאנעט'ס זייט, וואס האלטן אז די בתי דינים און ספרא דדיינא'ס זענען עלול צו טון אזא מעשה.

בא גד » זונטאג מערץ 10, 2024 10:15 am

· #553980
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
לאכעדיג #
מענדל הערש האט נאך קעגנער און נישט גוטע פריינד אויסער ריינער.
לדוגמא, זיין אנטווערפענע פרשה,
דו רעדסט און רעדסט פון "זיין אנטווערפענע פרשה" סהערט זיך עפעס זייער מיסטריעיז און שרעקעדיג
סא, לייג ארויס די פרשה
איך וויל וויסן פון וואס דו רעדסט מר תמימותדיגע צדיק

א בושה
א חרפה
דאס זענען די זייט
איך זאג נישט די ווארט "פוי" כמעט
אבער אויב איך זאג עס אויף איינעם איז עס...
צום ברעכן
פון די רשעות מיאוסקייט קינדערישקייט
אן עקל

בא גד » זונטאג מערץ 10, 2024 10:21 am

· #553981
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
איין זאך ווייסט גאנץ אנטווערפען גאר גוט
אז דער וואס האט אים דעמאלט געשטעפעט האט געעענדיגט זייער זייער מיאוס נעבך
סאיז דא א גאט יונגעלע
מען קען נישט טון וואס מען וויל

סא דערצייל דערצייל די מעשה
אדרבה
זאל דער עולם לערנען א מוסר השכל
זאל דער עולם גוט וויסן וואס מען צאלט ווען מען טרוקנט אידיש בלוט
און זאל דער עולם וויסן וואס פארא גיבור מענדל הערש איז
ער גייט אייביג ווייטער
בשעת די חברה זענען ביזי ביזן קאפ מיט די ארגסטע
יא יא שענער בעסער גרעסער
פעך

מענדל בייליס » זונטאג מערץ 10, 2024 2:26 pm

· #554038
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
מענדל הערש פאנעט איז טאקע א גרויסע רחמנות, נאר ס'קומט א פוינט וואס מ'קען שוין נישט גענוג יוצא זיין די חובת רחמנות. די העדליין "מ'רודפ'ט מענדל הערש פאנעט" קריכט שוין פון די נאז. שוין צייט צו טוישן סטראטעגיע, אדער זיך אביסל שענער מארקעטן.

נחום הסופר » זונטאג מערץ 10, 2024 4:23 pm

· #554087
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
ער האט א געלונגענעם פעדער און א שעפערישן מוח, נישט דא אסאך וואס האבן אזוינס, איך וואלט אים געראטן ער זאל אנהייבן ארבעטן אין איינע פון די עקזיסטירנדע פאפולערע אויסגאבעס (אזוי ווי ער האט געטון א שטיק צייט אין דער בלאט), און דערנאך עס צוביסלעך נעמען א שטאפל ווייטער לויט די אומשטענדן און מעגליכקייטן

סביב העולם » זונטאג מערץ 10, 2024 4:49 pm

· #554095
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
[ציטאט אראפגענומען]
הונדערט פראצענט. עס איז מעשים בכל יום, אויף יעדע היימישע פאבליק וואטסאפ גרופ. די חברה זיצן און לאקערן, און פראבירן צו טוהן וואס זיי קענען צו קאנעקטן מיט אנ"ש און זיי עווענטועל בלעקמעילן. ווי באקאנט פאר אסאך האט דאס ליידער געקאסט לעצטנס א היימישן נפש וועלכער האט נישט דורכגעטראגן די צער און פחד פאר עווענטועלע בושות.
--
איך זאג נישט אז אלע בתי דינים זענען אומקארופטירט, און קען זיין אז ריינער האט באמת געטאן שגץ שטיק און רציחה פאר פאנעט, כ'ווייס באמת נישט. אבער די וואטסאפפ מעשה האט קיין שום שייכות מיט דעם, בדרך הטבע. פשוט ווייל יענע חברה טוען דאס יעדן טאג אלל אווער די פלעיס, מער און מער אגרעסיוו.

נחום הסופר » דינסטאג מערץ 12, 2024 11:08 am

· #554523
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
[ציטאט אראפגענומען]
די שאלה איז פארוואס זיי האבן אויפגעהערט: צוליב דרוק פון זיינע געוועזענע שותפים בלויז פאר רשעות, אדער צוליב וואס דער בלאט וואס באלאנגט צו א חסידות קען נישט האלטן א מענטש וואס בארעדט רבנים בריש גלי' (אגב, איך פארשטיי הונדערט פראצענט זיין ווייטאג)

מר. קלונימוס » דינסטאג מערץ 12, 2024 11:25 am

· #554528
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
נחום הסופר #
ער האט א געלונגענעם פעדער און א שעפערישן מוח, נישט דא אסאך וואס האבן אזוינס, איך וואלט אים געראטן ער זאל אנהייבן ארבעטן אין איינע פון די עקזיסטירנדע פאפולערע אויסגאבעס (אזוי ווי ער האט געטון א שטיק צייט אין דער בלאט), און דערנאך עס צוביסלעך נעמען א שטאפל ווייטער לויט די אומשטענדן און מעגליכקייטן
בלאט איז ווייט פון ''פאפולער''... כהיום די שוואכסט גייענדע אויסגאבע

נחום הסופר » דינסטאג מערץ 12, 2024 4:50 pm

· #554593
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
[ציטאט אראפגענומען]
אנפאנג נישט אבער שפעטער שוין יא, כ'געדענק ווי כ'האב געטראכט צו מיר אליינס ווילאנג זיי גייען אים קענען אזוי האלטן

מר. קלונימוס » זונטאג מאי 5, 2024 1:11 am

· #560669
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
פאדקעסט גייט נאך אן?

רב חאצאצאק הקטן » זונטאג מאי 5, 2024 7:50 am

· #560694
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
מר. קלונימוס #
פאדקעסט גייט נאך אן?
וועלעכע פאדקעסט?

מר. קלונימוס » זונטאג מאי 5, 2024 12:42 pm

· #560713
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
רב חאצאצאק הקטן #
מר. קלונימוס #
פאדקעסט גייט נאך אן?
וועלעכע פאדקעסט.
זיין פלאטפארמע

לאכעדיג » דאנערשטאג מאי 30, 2024 12:11 am

· #563719
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
איז עפעס געבליבן פון אים????

לאכעדיג » דאנערשטאג מאי 30, 2024 12:12 am

· #563721
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

בגתן » דאנערשטאג מאי 30, 2024 1:43 am

· #563753
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
קוקט אויס ער פלאנט נישט פארצוזעצן, ער האט ארויסגעשטעלט אלע ווידעאס אין פאבליק
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8