☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

366 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15337
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

פארווע חסיד » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 4:15 pm

· #548842
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
נע בא גד איז אמאל געווען פּראוי קינדליין קוק צוריק זיינע פריערדיגע תגובות
ס׳מוז זיין ער מיינט עס ערענסט

קורקלענד » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 4:22 pm

· #548844
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
איך אויך #
בא גד, אן אריינגיין אינעם עצם סכסוך בינעך נייגעריג וויפיל דו באקומסט פער תגובה? איז דא א אפענונג פאר נאך א שרייבער? רעד איין דיין באבן אז דו שרייבסט דאס אלעס בחנם.
אפשר גייט ער זיין א שותף אין די סעטעלמענט.

אבימלך » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 4:58 pm

· #548852
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
נאך אלע מעשיות, שרייבט ער גאנץ צום זאך

אדרבה האסט עפעס אפציווענדען ?

סביב העולם » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 6:21 pm

· #548870
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
איך האף - פאר זיינעטוועגן, נישט ווייל כ'גלייך אים עקסטער - אז מענדל הערש האט פשוט א ציהל צו סעטלען מיט די נתבעים זיינע אינדרויסן פון קאורט אויף 3-4 מיליאן דאלער, און נוצן דאס געלט צו אנהייבן א ניי בלעטל אוטסייד פון די חסיד'ישע קאמיוניטי.

פארוואס כ'האף אזוי? ווייל דאס קוקט מיר אויס צו זיין די איינציגסטע זאך וואס קען אפשר מאכן סענס מיטן רופן די גאנצע קיטשען סינק אין קאורט. אדערווייז איז עס סתם א וועיסט פון צייט. גייט גארנישט געשעהן.

קהל'ס נער » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 7:21 pm

· #548881
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
סוף טוב הכל טוב #
בא גד #
פרישע דערפרייענדיגע נייעס!
איך פרעג נישט לשם קריטיקירן, פשוט צו וויסן דעם פאקט.
וועלכער בי"ד האט איהם געגעבן א היתר צו גיין אין קאורט?
ביטע לייג דא ארויף דעם בריוו
סיריעסלי? די ווילסט ער זאל גיין בעטען די בתי דינים א היתר צו רופן די בתי דינים אין קאורט?

ודברת בם » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 8:29 pm

· #548885
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
"אזא שיינע מחלוקת, אזא קליינע קהלה"

לאכעדיג » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 8:44 pm

· #548889
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
איך גיי מאכן חזרה און איבערשרייבן אפאר שטריכן
וואס איך האב שוין דערמאנט אין די אשכול.

א) מענדל הערש פאנעט גייט נישט אונטערברענגען
די בתי דינים און די רבנים.
ב) מענדל הערש פאנעט (איז שוין) גייט ארויספאלן און זיין אויסגעשפילט פון אונזער קאמיונעטי.
ג) מענדל הערש פאנעט גייט גארנישט געווינען
קיין איין דאללער אין קארט.

גד טייערע, איך דעשרעק מיך נישט פון דיין
קידוש לבנה און רויטע אותיות.

און אלע חכמים גייען מיר יעצט נאכאמאל איבערפרעגן,
זיי דיר מסביר, פון ווי ווייסטו, וכו'.

וועל איך נאכאמאל ענטפערן, בכל הדורות ווער ס'האט געטאן וואס מענדל הערש פאנעט טוט יעצט און געפייט די סיסטעם האט פארלוירן זיין פלאץ און אונזער קאמיונעטי.

וועסטו שרייען, די סיסטעם איז קאראפטירט, די דיינים און רבנים זענען קאראפטירט, קען זיין, אבער אונז זעמיר אין גלות, און זיי פירן די רעדל און אונז דארפן זיך אונטערווארפן אונטער זיי ווייל אויב נישט קוקט מען אויס ווי נחום ראזענבערג וואס איז אויך גערעכט.

און קען זיין אז דא אין קאווע שטיבל באקומט פאנעט שטיצע פון געוויסע, צו ווייל זענען אנגעווייטאגט אויפן סיסטעם, צו ווייל דא ווייסט מען נישט ווער ס'שרייבט, וכדומה. אבער און ריעל לייף איז פאנעט א לוזער. אדרבא פרעגט אייך נאך ביי אייער מנין אדער און מקוה און לאט מיר וויסן וואס ס'איז געבליבן.

און איך ווער שוין הייזעריג פון דאס איבערשרייבן אזויפיל מאהל אבער וואס זאל איך טאן אז יעדע מאהל פאנעט גרעפסט עפעס ארויס ווערן די קטנים דא פרייליך.

קורקלענד » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 9:26 pm

· #548905
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
א) ער פלאנט נישט אונטערצוברענגען די רבנים און בתים דינים. ער וויל נאר אז ס'זאל ווערן מער אויפריכטיג און אויסגעהאלטן.

ב) איז צו פארדאנקען צום מערסטנס זיין בעל דין. א עקל פּליז טוה דיך נישט אויף דערמיט.

ג) רעדסט פון בויך ארויס פשוט ווייל דו ווילסט איהם קלאפן די קאנפידענץ און אריינברענגן דאובּטס.

תם ולא נשלם מיינסטו אוודאי צו זאגן אז די גייסט דיך ווידער איבער חזר'ן נאך טויזנט מאל מיט די זעלבע שפאס. פּליז טריי צו רעדן ווי אן אדאָלט, די עולם דא איז ערוואקסן און מען אפרישיעט נישט ווען איינער'ס גאנצע ארגומענט באשטייט בלויז פון בּוליאינג און שפּאַס. קום מיט ריזאנינג.

תקע בשופר » פרייטאג פעברואר 9, 2024 12:20 am

· #548923
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
אז מען קריגט זיך מיט מענטשן וואס זענען שטערקער, ענדיגט מען אויס אזוי ווי טראמפ מיט וועלן דרעינען די סוואמפ...... א ספעשעל פראסיקיוטער, צוויי אימפיטשמענטס, פיר אינדייטמענדטס וכו'

אבימלך » פרייטאג פעברואר 9, 2024 1:03 am

· #548931
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
@לאכעדיג , מ'האט שוין דערלעבט חידושים, און אז די רבש''ע וועט העלפן, וועט ארויפשווימען די אמת, און די רבנים וועלן אי''ה במילא אונטערברעכן, ווען ס'וועט נתגלה ווערן קלונם ברבים,

לאכעדיג » פרייטאג פעברואר 9, 2024 1:37 am

· #548936
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
אבימלך #
@לאכעדיג , מ'האט שוין דערלעבט חידושים, און אז די רבש''ע וועט העלפן, וועט ארויפשווימען די אמת, און די רבנים וועלן אי''ה במילא אונטערברעכן, ווען ס'וועט נתגלה ווערן קלונם ברבים,
אבימלך, ס'איז א פארגעניגן צו זעהן דיינע תגובת.
און די זעלבע צייט וואס די שרייבסט דיין מיינונג און מיט רעכט, פליקסטו נישט פערזענטליך און די באליידיגסט קייינעם נישט.
Keep up, די געבסט אסאך צו צום שטיבל.

מר. קלונימוס » פרייטאג פעברואר 9, 2024 2:02 am

· #548938
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
לאכעדיג #
אבימלך #
@לאכעדיג , מ'האט שוין דערלעבט חידושים, און אז די רבש''ע וועט העלפן, וועט ארויפשווימען די אמת, און די רבנים וועלן אי''ה במילא אונטערברעכן, ווען ס'וועט נתגלה ווערן קלונם ברבים,
אבימלך, ס'איז א פארגעניגן צו זעהן דיינע תגובת.
און די זעלבע צייט וואס די שרייבסט דיין מיינונג און מיט רעכט, פליקסטו נישט פערזענטליך און די באליידיגסט קייינעם נישט.
Keep up, די געבסט אסאך צו צום שטיבל.

אפשר איז צייט אז דו זאלסט אויך אנהויבן שרייבן אויף דעם גאנג

טאמבל סאס » פרייטאג פעברואר 9, 2024 8:57 am

· #548960
Re: א ווענדונג צו מענדל הערש פאנעט
בא גד #

בפרט נאכן פארלירן לעיני כל הקהל די לעצטע תקופה אין בענקראפסי קארט זאך נאך זאך כאטש ער האט מבטיח געווען פאר זיינע שלוחים אז "אלעס איז אונטער קאנטראל און סאיז נישטא וואס זיך צו זארגן"...

ווייל מיר פשוטע אידן וואס מאכן נישט 200 מיליאן ביי א קאראנע קענען נישט זיך אונטער נעמען צו שיסן עתידות און פאנסטאסטישע לאזונגען
וואס הייסט דאס ער האט געפיילט פאר בענקראפסי?

ווי אזוי האט ער געמאכט 200 מיליאן ביי קאראנע?

טאמבל סאס » פרייטאג פעברואר 9, 2024 8:59 am

· #548961
Re: א ווענדונג צו מענדל הערש פאנעט
בא גד #

די פרשה ווען ריינער האט געציטערט מיט אפאר יאר צוריק אז מעגליך ווען FBI אים אויפפיקן עני מינוט, צוליב... זאל מען דאס דערציילן מיט אלע איינצלהייטן?
זיין שייכות מיט זיין באקאנטער שותף י. ק. און זיינע מעשים?
זיין משפחה פון ביידע זייטן? ריינער מיט יערמיאש?
וואס איז געווען די געשיכטע? ספילל אאוט די בּיענס? אגב, איז יואלי קליין א טאהשער פון ארידזשען אדער איז דאס א צווייטער?
קען איינער ברענגען פיקטשערס פון ריינער און יואלי?

נ.ב. אפשר טוסטו א טובה און דו הויבסט אהן שרייבן אין לאנגע ליינס, אויסנוצענדיג די פולע ברייט פון די שורה? דאס שרייבן מיט אזויפיהל קערידזש ריטורינס איז אינסטענט טשעט, פאון-לעיאאוט סטייל און גייט אויף די געהירן פאר אונז דעסקטאפ, קאווע שטיבל זיצער. דאנקע!

סקעפטיקער » פרייטאג פעברואר 9, 2024 2:47 pm

· #549021
Re: א ווענדונג צו מענדל הערש פאנעט
טאמבל סאס #
בא גד #

בפרט נאכן פארלירן לעיני כל הקהל די לעצטע תקופה אין בענקראפסי קארט זאך נאך זאך כאטש ער האט מבטיח געווען פאר זיינע שלוחים אז "אלעס איז אונטער קאנטראל און סאיז נישטא וואס זיך צו זארגן"...

ווייל מיר פשוטע אידן וואס מאכן נישט 200 מיליאן ביי א קאראנע קענען נישט זיך אונטער נעמען צו שיסן עתידות און פאנסטאסטישע לאזונגען
וואס הייסט דאס ער האט געפיילט פאר בענקראפסי?

ווי אזוי האט ער געמאכט 200 מיליאן ביי קאראנע?
פאנעט האט געפיילט בענקראפסי, און ריינער זאגט אז ער האט געמכאט 200M ביי קאראנע

חיים׳ל ברוקלינער » דינסטאג פעברואר 13, 2024 12:27 am

· #549444
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
תקע בשופר #
אז מען קריגט זיך מיט מענטשן וואס זענען שטערקער, ענדיגט מען אויס אזוי ווי טראמפ מיט וועלן דרעינען די סוואמפ...... א ספעשעל פראסיקיוטער, צוויי אימפיטשמענטס, פיר אינדייטמענדטס וכו'
ס׳הייסט דעמאקראטיע.

א פארשטייער » דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 12:07 am

· #549717
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
עפעס האב איך גהערט מעלדען אז ער קומט ארויס מיט עפעס ניי
איינער דא האט עפעס גהערט

קהל'ס נער » דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 12:12 am

· #549720
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
מענדל הערש פאנעט האט געלאזט בויען א וועבסייט.

לכאורה פארדינט ער צוויי זאכן:
1. ריינער וועט נישט קענען טענה'ן אין קאורט אז ער איז א שותף אין דעם אויכעט, וויבאלד עס איז נישט א געדריקטע צייטונג.
2. ער שניידט ארויס אלע רבנים, עיקולים און טעראריסטן און אפעלירט דירעקט צום קאסטומער.

זאל ער האבן הצלחה.

https://mhpaneth.com/

קהל'ס נער » דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 10:07 am

· #549764
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
בהנחה אז 95% פונעם עולם האט טאקע פילטערס (זיכער נישט אמת, אבער כ'ווייס נישט וואס די אמת'ע נאמבער איז), אפילו אויב האט ער נאר טויזענט קאסטומערס וואס צאלן צוואנציג א חודש מאכט ער 240ק א יאר.

וויבאלד עס איז א וועבסייט, דארף ער נישט אראפגעבן געלד פארן דיסטריבוטער, ריטעילער, דריקער וכו', ער איז א איין-מאן-באנד און אלעס גייט פאר אים.

זיין איינציגסטע קאסט איז א נייע בעקיטשע יעדע פאר וואכן😂

בא גד » דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 10:07 am

· #549765
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
[ציטאט אראפגענומען]

ער האט זיך באווארנט אויף דעם אויך
ליינט זיינע סטאטוסן און טעלעגרעם
טעראר איז שוין עקספייערט אין יאר 2024

שפילער » דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 10:22 am

· #549767
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
קהל'ס נער #
בהנחה אז 95% פונעם עולם האט טאקע פילטערס (זיכער נישט אמת, אבער כ׳ווייס נישט וואס די אמת׳ע נאמבער איז), אפילו אויב האט ער נאר טויזענט קאסטומערס וואס צאלן צוואנציג א חודש מאכט ער 240ק א יאר.
וויבאלד עס איז א וועבסייט, דארף ער נישט אראפגעבן געלד פארן דיסטריבער, ריטעילער, דריקער וכו׳ ער איז א איין-מאן-באנד און אלעס גייט פאר עים.

זיין איינציגסטע קאוסט איז א נייע בעקיטשע יעדע פאר וואכן😂

די שאלה איז צו ער וועט אנקומען צו טויזענט סובסקרייבערס.

סוף טוב הכל טוב » דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 10:33 am

· #549768
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
זעה איך אז איינע פון זיינע סערוויסיס איז "עצות און הדרכות אין דיני תורה"...
וויאזוי זאגט טראמפ? איך וויל בעסער עצות פון איינער וואס האט געווינען...

אבער איך וואונטש איהם הצלחה

שמעקעדיג » דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:01 am

· #549771
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
לאל ער קען אפשר געבן עצות וואס "נישט" צו טון...

אין חכם כבר נסיון.

שווארצע אדיסי » פרייטאג פעברואר 16, 2024 12:59 am

· #549883
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
שפילער #
קהל'ס נער #
בהנחה אז 95% פונעם עולם האט טאקע פילטערס (זיכער נישט אמת, אבער כ׳ווייס נישט וואס די אמת׳ע נאמבער איז), אפילו אויב האט ער נאר טויזענט קאסטומערס וואס צאלן צוואנציג א חודש מאכט ער 240ק א יאר.
וויבאלד עס איז א וועבסייט, דארף ער נישט אראפגעבן געלד פארן דיסטריבער, ריטעילער, דריקער וכו׳ ער איז א איין-מאן-באנד און אלעס גייט פאר עים.

זיין איינציגסטע קאוסט איז א נייע בעקיטשע יעדע פאר וואכן😂

די שאלה איז צו ער וועט אנקומען צו טויזענט סובסקרייבערס.
ער האט אויף יוטיוב איבער צוויי טויזנט, איך וואנדער מיך וויפיל גייען זיך לאזן קאסטן. (איך האב מיר סובסקרייבט פאר זעקס חדשים)

ס'זעהט מיר אויס אז ער וויל קאמביימען אפשענס. קענסט אדער מאכן א פעיד סובסקריפשען אויף יוטיוב , אדער אימעיל אדער וואסעפפ וכולהו ממילא איז נישט קיין פראבלעים מיט פילטרס וכדומה.

מייערן » פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:42 am

· #549887
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
וויאזוי גייט ער מאכן מזאל נישט קענען קאפיען פין WhatsApp?

עמרם » פרייטאג פעברואר 16, 2024 12:34 pm

· #549969
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
וואו? (איך זעה עס נישט)

עמרם » פרייטאג פעברואר 16, 2024 12:37 pm

· #549971
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
ש'כח

שפילער » זונטאג פעברואר 18, 2024 11:43 am

· #550052
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
[ציטאט אראפגענומען]
Ouch אפשר טון זיי עס עים צו פראטעקטען סאיז אריינגעקימען גאר אסאך נעגעטיוויטי ...

מר. קלונימוס » זונטאג פעברואר 18, 2024 11:48 am

· #550053
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

שפילער » זונטאג פעברואר 18, 2024 11:51 am

· #550055
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
ער לאזט זיך נישט...
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=67439

עמרם » זונטאג פעברואר 18, 2024 11:55 am

· #550056
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
מר. קלונימוס #
שפילער #
ער לאזט זיך נישט...
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=67439
ביידע זענען שוין געפלויגן

בא גד » זונטאג פעברואר 18, 2024 12:25 pm

· #550061
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
קיין סאך וועט עס נישט העלפן ער האט צו א שטארקע willpower אין דבר עומד בפני הרצון אפילו טעראר

לאכעדיג » זונטאג פעברואר 18, 2024 12:30 pm

· #550062
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
"אין דבר עומד בפני הרצון אפילו טעראר?"

נישט ממש, ער האט צוגעמאכט הונדערט וועגן טעראר.

אדער קען זיין אז די רצון זיינע איז א פרישע זאך, העמער זען.

סקעפטיקער » זונטאג פעברואר 18, 2024 1:46 pm

· #550074
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
ער קען נישט קלאגן אייוועלט און די פילטער קאמפאניס פארדעם?

קורקלענד » זונטאג פעברואר 18, 2024 2:27 pm

· #550078
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
סקעפטיקער #
ער קען נישט קלאגן אייוועלט און די פילטער קאמפאניס פארדעם?
קלאגן אויף וואס?

עמרם » זונטאג פעברואר 18, 2024 2:34 pm

· #550081
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
אייוועלט לאזט אים שרייבן, נאר נישט וועגן דעם פלאטפארם, מיט א טענה אז עס איז אומבאצאלטע עטוועטייזמענט, (אזוי האבן זיי געשריבן פאר מיינס א ידיד אין אישי)

די שאלה איז פארוואס פונקט די זאך לאזן זיי נישט אטוועטייזען בחינם, נאכדעם וואס אלעס אנדערש ווערט יא געלאזט בחינם,
(און די תשובה איז לכאורה, ...)

מר. קלונימוס » זונטאג פעברואר 18, 2024 3:15 pm

· #550094
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

עמרם » זונטאג פעברואר 18, 2024 4:10 pm

· #550110
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
קעפל: ברוכים הבאים
מענדל_הערש_פאנעט #
ווי איך פארשטיי פון די לעצטע געשעהנישן אז איך בין אין מוחרם דא אויף דעם סייט
סא בעט איך אייך חשוב'ע מנהלים וְעַתָּה אִם תִּשָּׂא חַטָּאתָם וְאִם אַיִן מְחֵנִי נָא מִסִּפְרְךָ אֲשֶׁר כָּתָבְתָּ
מעקט אויס מיין ניק מיט מיין נאמען

הצלחה

סוף טוב הכל טוב » זונטאג פעברואר 18, 2024 4:37 pm

· #550125
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
עמרם #
קעפל: ברוכים הבאים
מענדל_הערש_פאנעט #
ווי איך פארשטיי פון די לעצטע געשעהנישן אז איך בין אין מוחרם דא אויף דעם סייט
סא בעט איך אייך חשוב'ע מנהלים וְעַתָּה אִם תִּשָּׂא חַטָּאתָם וְאִם אַיִן מְחֵנִי נָא מִסִּפְרְךָ אֲשֶׁר כָּתָבְתָּ
מעקט אויס מיין ניק מיט מיין נאמען

הצלחה
ברוגז אויף: די רבנים + רבי'ס + בתי דין + אייוועלט

עמרם » זונטאג פעברואר 18, 2024 4:48 pm

· #550129
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
סוף טוב הכל טוב #
עמרם #
קעפל: ברוכים הבאים
מענדל_הערש_פאנעט #
ווי איך פארשטיי פון די לעצטע געשעהנישן אז איך בין אין מוחרם דא אויף דעם סייט
סא בעט איך אייך חשוב'ע מנהלים וְעַתָּה אִם תִּשָּׂא חַטָּאתָם וְאִם אַיִן מְחֵנִי נָא מִסִּפְרְךָ אֲשֶׁר כָּתָבְתָּ
מעקט אויס מיין ניק מיט מיין נאמען

הצלחה
ברוגז אויף: די רבנים + רבי'ס + בתי דין + אייוועלט
אלעס די זעלבע זאך

קורקלענד » זונטאג פעברואר 18, 2024 5:30 pm

· #550148
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
עס טוהט מיר זייער לייד צו זעהן זיין לאַגע, און עס איז באמת שווער צוקוקן וויאזוי איינער קען אזאנס אדורכגיין.

אמת טאקע אז ער האט געמאכט ריזיגע טעותים אין די עבר. און ער אליינס איז אין איין וועג אדער א אנדער מודה אז ער האט געמאכט טעותים. די פראבלעם דא איז אבער אז ס'איז נישטא פאר איהם קיין שום וועג ארויס. ס'איז א פחד מורא אז אפי' אויב ער וויל קען ער נישט תשובה טוהן. אדרבה, אויב איינער האט פאר איהם א גוטע איידיע וויאזוי ער קען ארויסקריכן און זיך איבערבעטן מיט די עסטאבלישמענט גאַרד קיעפּערס זאל ביטע לאזן וויסן.

לאכעדיג » זונטאג פעברואר 18, 2024 5:42 pm

· #550153
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
ער דארף איבערבעטן די רבנים און די דיינים וואס ער האט פארשעמט ברבים און יעדער וועט אים עקסעפטען ופשוט הוא.

קהל'ס נער » זונטאג פעברואר 18, 2024 5:43 pm

· #550154
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
לאכעדיג #
פאנעט דארף איבערבעטן די רבנים און די דיינים וואס ער האט פארשעמט. ופשוט הוא.
ער דארף איבערבעיטען די וואס האבן עים באגראבן?

#סדום

לאכעדיג » זונטאג פעברואר 18, 2024 5:44 pm

· #550155
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
ער וויל מען זאל אים עקסעפטען דארף ער איבערבעטן.

#סיסטעם

קהל'ס נער » זונטאג פעברואר 18, 2024 5:56 pm

· #550159
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
קהל'ס נער #
לאכעדיג #
פאנעט דארף איבערבעטן די רבנים און די דיינים וואס ער האט פארשעמט. ופשוט הוא.
ער דארף איבערבעיטען די וואס האבן עים באגראבן?

#סדום

לאכעדיג #
ער וויל מען זאל אים עקסעפטען דארף ער איבערבעטן.

#סיסטעם
היצא לנו מזה סיסטעם = סדום

יצחק אייזיק » זונטאג פעברואר 18, 2024 6:05 pm

· #550163
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
מענטשן לערן זיך נישט פון טעותים, זייער סעד.
ער באגראבט זיך טיפער און טיפער אנשטאט זיך ארויסצוזעהן פון די גרוב.

די עסטעבלעשמענט לערנט זיך אויך נישט און גייען אויך נאר טיפער און טיפער.

moneyminded » זונטאג פעברואר 18, 2024 6:26 pm

· #550168
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
עס קומט א באצאלטע בעננער עד אויף אייוועלט פאר צוויי חדשים

עמרם » זונטאג פעברואר 18, 2024 6:32 pm

· #550169
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
moneyminded #
עס קומט א באצאלטע בעננער עד אויף אייוועלט פאר צוויי חדשים
וואס מיינט "בעננער עד" ?

סוף טוב הכל טוב » זונטאג פעברואר 18, 2024 6:40 pm

· #550170
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
לאכעדיג #
ער דארף איבערבעטן די רבנים און די דיינים וואס ער האט פארשעמט ברבים און יעדער וועט אים עקסעפטען ופשוט הוא.
ער דארף קיינעם נישט איבערבעטן. ער איז עקסעפטעד.
אבער הער אויף דיין מלחמה, אויב דו ווילסט נישט א מלחמה אויף צוריק.
דיין עטיטוד צו אייוועלט (וואס עבדכם הנאמן איז א קנאפע חסיד פון יענס ארט) ווייזט וואס דיין עטיטוד איז געווען צו די רבנים און דיינם.

אסטיון » זונטאג פעברואר 18, 2024 6:47 pm

· #550172
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
עמרם #
אייוועלט לאזט אים שרייבן, נאר נישט וועגן דעם פלאטפארם, מיט א טענה אז עס איז אומבאצאלטע עטוועטייזמענט, (אזוי האבן זיי געשריבן פאר מיינס א ידיד אין אישי)

די שאלה איז פארוואס פונקט די זאך לאזן זיי נישט אטוועטייזען בחינם, נאכדעם וואס אלעס אנדערש ווערט יא געלאזט בחינם,
(און די תשובה איז לכאורה, ...)
ס'קוקט אויס אזוי ווי רוסלאנט האט ארעסטירט אלקסי נבלני פאר געלט זאכן און ח"ו נישט פארן לויפן קעגן פוטין....
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8