☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

366 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15337
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

בעל בעמיו » פרייטאג יוני 3, 2022 9:40 am

· #501574
א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
לכבוד האי ספרא רבה ר' מענדל הערש פאנעט הי"ו

מיט צער און ווייטאג קוק איך מיך צו צו דיין צער און ווייטאג. דו האסט אויפגעשטעלט א שיינעם ביזנעס, דו האסט געמאכט א רעוואלוציע אין אידישע ליין מאטריאל, בפרט ביי קינדער, און יעצט איז אלעס געגאנגען לטמיון, צוליב א סכסוך וואס דו האסט מיט דיין שותף. דו ביסט געבליבן בעירום ובחוסר כל, מיט גרויסע חובות. הקב"ה ימלא חסרונך.

עס טוט מיר אויך אביסל וויי אז מיינע קינדער וואס האבן אזוי ליעב געהאט דיינע מאגאזינען, גייען דאס מער נישט האבן. זיי האבן פארלוירן דאס בעסטע ליין מאטריאל וואס זיי האבן געהאט.

רבי מענדל הערש, דו גייסט יעצט פובליק מיט די השחתה וואס די האסט געזעהן ביי די דיינים און רבנים. דו שרייבסט און זאגסט דרשות ווי דו ביסט מגלה וואס עס האט זיך אפגעטאן אונטער די קוליסן. און איך וויל מיך אביסל באציען אויף דעם.

בתי דינים זענען קארופטירט. מיר אלע ווייסן דאס. עס איז נישטא קיין איבערזיכט אויף די בתי דינים, וואס דאס איז א סגולה פאר יחידי סגולה און קאנעקטעד מענטשן דאס אויסצונוצן פאר זייערע אינטערעסן.

נאטינג ניוז היר.

דאס גייט שוין אן יארן לאנג. יעדער מענטש מיט א ביבער הוט וואס האט א לעטערהעד פון א בית דין, קען טעראריזירן וועמען ער וויל. יעדער באיצטלא דרבנן קען נוצן אלע הויך-קלינגענדיגע לשונות ווי מסרב, עיקול, בית דין, מרים יד, מסור, וכל שום וחניכה דאית להם. אויב וואגסטו דיך נישט צו פאלגן דעם ביבער-הוט מענטש, מעג ער דיך מבזה זיין ברבים. פון איין מינוט צום צווייטן קענסטו דיך טרעפן אן קיין מוסד פאר דיינע קינדער און אן דעם וואס מענטשן זאלן וועלן האנדלען מיט דיר.

איך דארף דיר דאס נישט דערציילן. מבשרך תחזה. דו ווייסט וואס די ביסט אדורך אונטער די האנט פון די טעראר וואס האט דעם קלינגענדיגן נאמען "בית דין".

דאס איז נישט עפעס וואס איז געשען נעכטן נאכט און דאס האט זיך נישט אנגעהויבן מיט דיר. דאס גייט שוין אן יארן לאנג. בעלי זרוע מיט די הילף פון רבנים טוען מה שלבם חפץ, ואין פוצה פה ומצפצף! יעדער האט מורא צו רעדן. קיינער וויל נישט ווערן אן אפגעפרעגטער. קיין איין טאטע וויל נישט טרעפן זיינע קינדער אינדערהיים אן קיין חדר נאר ווייל ער האט חלילה געהאט מחשבות זרות אויף א איד וואס האט דעם טיטל הרב.

אבער ר' מענדל הערש, דו האסט געשטיפט דעם באן די אלע יארן!

צו קענען אנגיין מיט די קארופציע, דארפן די פירער האבן א בלינדן עולם. אן עולם וואס גלייבט אין זיי. אן עולם וואס זעהט אין זיי עפעס מער, עפעס גרעסערע כוחות. דער עולם דארף באקומען כסדר'דיגע איינשלעף מעדעצינען.

אז איר קוקט אין די וועלט פון דיקטאטורן וועט איר זעהן אז זיי באקומען די מאכט דורך האבן מענטשן וואס גלייבן אין זיי. זיי קאנטראלירן דעם מוח פון די מענטשן.

איינע פון די מיטלען צו פארמאכן די מוחות פון מענטשן איז דורך קאנטראלירן די אינפארמאציע וואס דער עולם באקומט. דער עולם קען נאר באקומען פאזיטיווע אינפארמאציע אויף דעם סיסטעם און די דיקטאטורן. האבן דעם בעלות אויף די צייטונגען און מאגאזינען איז דער ערשטער זאך וואס די דיקטאטורן פארלייגן זיך אויף.

דייינע אויסגאבעס, קינדליין און הונדערט, זענען געווען קאנטראלירט ביי שיינע אידן. זיי האבן געגעבן זייער הסכמה. זיי האבן דארט געשריבן. דארט האט מען געשטיפט דעם וואגן. אין דיינע אויסגאבעס זענען שיינע אידן געווארן באשריבן אויפן שענסטן אויפן. דארט האט מען דערציילט אותות ומופתים פון זיי. דארט האט מען געפרעדיקט אמונת צדיקים, אז מ'דארף גלייבן אין יעדן בעקיטשע איד. דארט האט מען שיין געמאכט דעם סיסטעם וואס דו באשמיצט יעצט.

אויב געדענק איך גוט, איז דארט אפילו געלאפן אן ארטיקל איבער די ארבעט פון א בית דין. ווי הייליג די רבנים פירן זיך אויף, ווי ערליך זיי האנדלען און ווי ערנסט זיי באהאנדלען שאלות און געפעכטן!

אין דיינע אויסגאבעס האט מען נישט געפינען קיין איין שלעכט ווארט אויפ'ן סיסטעם. קיין איין השחתה האט מען דארט נישט פארציילט. דארט האט מען נישט געלערנט די קינדער צו טראכטן. דארט האט מען נאר געפרעדיגט, אויסגאבע נאך אויסגאבע, בלינדע צוטרוי צו די בעלי זרוע.

אין דעם קינדליין האט מען נישט דערציילט פאר די קינדער אז בתי דינים פסק'נען נישט וואס די תורה הייסט. אז דער ולא תגורו מפני איש אדער דער איסור פון שוחד זענען שוין נישט קיין ארטיקל היינטיגע צייטן. אין דעם הונדערט האט מען קיינמאל נישט דערציילט פאר די קינדער אז עס זענען דא מענטשן וואס לאקערן אויף זיי. מ'האט דארט אכט געגעבן אויפן דעם סיסטעם אויפן חשבון פון די קינדער.

דאס איז פון ווי די רבנים און בתי דינים נעמען זייער כוח און מאכט. פון קינדווייז אן ווערן די קינדער געפיטערט אז מען טאר נישט האבן קיין קשיות. אז יעדער בנש"ק האט עפעס א כוח. אז יעדער שיינער איד פארשטייט בעסער פון דיר. אז יעדער רב קען טוהן וואס ער וויל און דו קענסט נישט האבן קיין טענות.

איר הערט ר' מענדל הערש, דו האסט זיי געגעבן דעם כוח צו טוהן מיט דיר די השחתה וואס זיי טוען יעצט מיט דיר!

ווען די השחתה וואלט נאר געווען ביי דיני תורות, החרשתי. אבער ליידער ליידער גייט דער השחתה אן כמעט אין יעדן אספעקט פון אונזער לעבן, פון כשרות ביז ישיבות. פון פעדעפיליע ביז מחלוקת. רבנים מעגן טוהן וואס זייער הארץ באגערט, און עולם גולם דארף דאס אננעמען ווי תורת משה מסיני!

קינדליין און הונדערט זענען געווען דער פאן טרעגער פון די רבנים!

יעצט ווען די זעלבע רבנים האבן אויסגעדרייט זייער געווער אויף דיר, ווען זיי האבן איינגעזען ברוחב בינתם אז פאר זייער אינטערעסן איז דיין געוועזענער שותף בעסער, קומסטו וויינען צו אונז?!

איך וויל נישט חלילה גיסן זאלץ אויף דיינע וואונדן, בפרט נישט בעת צר, ווען דיינע וואונדן זענען נאך אפן. די סיבה וואס איך שרייב צו דיר איז לתועלת העתיד.

יעצט ווען דו זיכסט עצות וואס צו טאן ווייטער, וויל איך אריינווארפן מיינע צוויי צענט:

דו האסט יעצט שני דרכים לפניך. איין דרך איז זוכן פרנסה אין דעם באקס וואס ווערט קאנטראלירט אדורך די זעלבע אידן וואס טיילן דיר אויס ציפקע צרות. דו קענסט זוכן מיטלען ווי אזוי ווייטער צו ברענגען פאר די קינדער וואס קינדליין האט געפרעדיגט. דו קענסט פראבירן א נייעם וועג ווי אזוי ווייטער צו פארהייליגן דיינע אונטערדריקער. אפשר נישט אין קיין מאגאזין, אבער אפשר גיין דיזשיטעל. דער תוכן וועט בלייבן דאס זעלבע, נאר דער מיטל גייט זיך טוישן.

דער אנדערער דרך איז טוישן דעם תוכן. פון היינט און ווייטער גייסטו מער נישט זיין אונטערגעווארפן אונטער דעם טעראר, באשלייערט מיטן נאמען רבנים. דו גייסט מער נישט זיין דער וואס גייט פארהייליגן השחתה.

עס דא איז דא אסאך וואס אזא טאלאנטפולער אינגערמאן ווי דיר קען טוהן. דו קענסט שרייבן ביכער אויף וויסנשאפט וואס וועט ברענגען א תועלת פאר די קינדער. דו קענסט האבן ביכער אויף חשבון, ענגליש, אידישע און וועלטליכע היסטאריע, פיינענץ, ביזנעס, מאפע און נאך. אפשר קענסטו גאר אויפמאכן אן עפטער סקול פראגרעם אנליין ווי דו וועסט לערנען מיט די קינדער די זאכן. דו קענסט אויך האבן קלאסן אויף טאלאנט ווי נגינה און מאלן. דו קענסט לערנען קינדער שרייבן. עס איז דא א געוואלד זאכן וואס דו קענסט לערנען מיט די קינדער וואס איז נישט קיין לימוד צו פארשטאפן די קאפ פון די קינדער מיט שטותים און בלינדע צוטרוי צו רבנים און צום סיסטעם.

אפשר קענסטו מאכן אינטערעסאנטע קארטלעך אויף חשבון, ווי די קינדער וועלן זיך קענען לערנען עפעס וואס גייט זיי צוניץ קומען אין לעבן ווי איידער זיי זאלן טרעדן שומרים קארטלעך. קענסט מאכן קארטלעך איבער היסטאריע, וואס וועט געבן פאר די קינדער אסאך מער ווי די קארטלעך פון וויפל מצילי אש מעמבערס ס'איז דא אין קרית יואל און וויפל הצלה מעמבערס ס'איז דא אין אנטווערפן. קארטלעך פון לענדער אויף די וועלט און זייער לאקאציע, וועט געבן פאר די קינדער א געוואלד מער פון קארטלעך פון אידן מיט קאלערדיגע בעקיטשעס.

נאך בעסער. עס איז מעגליך דא א פארלאנג פאר א ישיבה וואס איז געשטעלט צו מחנך זיין פיינע ערליכע קינדער, ווי איידער א ישיבה וואס איז געשטעלט אז די בחורים זאלן מאכן א שם טוב פאר די ישיבה. דו קענסט זיין דער פיאנער. דער רעוועלוציאנער. דו קענסט עפענען א ישיבה שלא למצויינים. א ישיבה מיט בא'טעמ'טע מגידי שיעור, ווי יעדער בחור קען לערנען אין א ווארעמע סביבה.

עס זענען דא נאך אסאך וועגן מיט וואס דו קענסט עפעס אויפטוהן מיט דיינע טאלאנטן ווי איידער נוצן דיינע טאלאנטן צו שטופן דעם וואגן פון השחתה.

וועט זיך עס אויסארבעטן? איך ווייס נישט. דער סיסטעם גייט דיך אוודאי פייטן. זיי קענען זיין סוקסעספול. אבער עס איז נישט זיכער. דער שטערן יוכיח. עס איז זייער מעגליך אז דו וועסט דיך טרעפן מיט הונדערטער קינדער וואס זייערע עלטערן זענען גרייט צו באצאלן אז דו זאלסט זיי אויסלערנען עפעס זאכליך, נישט קיין חילוק וויפל איסורים וקול קורא'ס עס גייט זיין.

דו קענסט אבער זיך אויסוועלן דעם אנדערן דרך. דער דרך פון ווייטער שטופן דעם וואגן וואס איז דיר אריבערגעפארן. דו וועסט שטופן אז דער זעלבער וואגן זאל קענען אריבערפארן אנדערע אידן. דו קענסט באשלוסן צו קושן די האנט וואס האט דיר געשלאגן און לעקן די פיס וואס האט דיך געשטויסן.

קום אבער נישט נאכדעם וויינען צו אונז!

אויב גייסטו מיט דעם דרך, דארפסטו שוין אויפהערן צו באשמיצען דעס סיסטעם. דער סיסטעם געבט פאר איינעם וואס האט געליטן זייער א קליינעם גרעיס פיריעד ווען ער קען וויינען און שרייען. איינמאל דער צייט גייט פארביי, איז סיומא דלעלם. דו קענסט נישט מער קיינמאל נישט וויינען איבער די אכזריות וואס דו ביסט פאריבער. אויב גייסטו אנגיין מיט דיינע דרשות, גייען אפילו די פאר רבנים וואס האבן זיך אנגענומען פאר דיר דיך ווארפן איבערן דראנג. ווייל דער סיסטעם איז איבער אלעם, אפילו ביי די פאר דיינים וואס האבן פון צייט צו צייט א שטיקל דרייסטקייט צו גיין קעגן דעם שטראם.

אויב גייסטו אנגיין מיט אויפדעקן השחתה, גייסטו ווערן אן אפגעפרעגטער, א שגץ, איינער וואס טאר נישט האבן קיין השפעה אויף קינדער. רבנים וועלן דיר מער נישט שטיצן, זיי וועלן מער נישט געבן קיין הסכמות אויף דיינע ווערק.

עס איז מיין האפענונג אז דו וועסט אויסוועלן די קינדער איבער די רבנים. נארמאלקייט איבער השחתה. אמת'ע אידישקייט איבער א קארופטירטע סיסטעם.

אויב דו טוסט דאס, האף איך אז דו זאלסט מצליח זיין און דער אייבערשטער זאל דיר שיקן ברכה והצלחה, עושר ואושר.

נייגעריגע אינגערמאן » פרייטאג יוני 3, 2022 10:18 am

· #501576
שפתיים ישק

סמבטיון » פרייטאג יוני 3, 2022 10:24 am

· #501578
זייער גוט געשריבן. שטארקעע ווערטער.

כרם זית » פרייטאג יוני 3, 2022 12:43 pm

· #501598
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
דאס אלעס אויפן צד אז ער איז דער צדיק ממילא זענען די בתי דינים קאראפטירט. אודאי זענען דא שלעכטע רבנים און מענטשן אבער איך בין נישט אזוי איבערצייגט אז פאנעט איז נישט פון זיי.

יא ריינער איז גארנישט בעסער. בידיעה אז ער האט זיך באניצט מיט טעראר. אבער פאנעט איז אויך א רבישע אייניקל וד''ל.

איך בין בכלל נישט אינטערעסירט אין זיין מפלה ח''ו אבער זענדיג ווי די דעת הקהל איז עפעס שטארק מיט אים, זיד מיך די בלוט ווי מען מאכט אים פאר דער צדיק, ווען איך ווייס אז ער האט בעולט געוויסע מענטשן מיט גרויסע געלט שאדן.

און פאר מיר איז עס א לימוד ווי פיל מען קען וויסן פון די גאס. ווען נישט איך קען דא אביסל די בעלי דינים וואלט איך אויך נאכגעטאנצן קק''ק.

נאכאמאל, זאל כלל ישראל האבן טיפע טאשן מיט גאלדנע רענדלעך, אבער זייט וויסן אז מען קען נישט וויסן!

קורקלענד » פרייטאג יוני 3, 2022 2:11 pm

· #501602
ס'איז זייער א חשובע זאך צו פירן א 'אויפריכטיגע' ווערטשאפט. די פראבלעם איז אבער אז מ'דארף אויך אהיים ברענגען אויף שבת צו מאכן. און אלע אייערע 'אויפריכטיגע' ראיונות קענען נישט מצליח זיין צו זיין עפעס מורא'דיג פּראפיטעבל.

פרעגט אייך נאר גוט נאך וועלכע סעריע אויבערחכם קארטלעך האט געהאט מער סעילס די מער באלערנדע מיט ווערטפולע ידיעות אדער די הצלה און חתונה זאלן?

טאמבל סאס » פרייטאג יוני 3, 2022 2:15 pm

· #501603
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
שפריץ נישט אזויפיהל וועסטו נישט דארפן אזויפיהל אויף שבת צומאכן..און אגב פון די מיליאנען פון וואס ס'האט זיך גערעדט האט אויסגעקוקט אז מען האט גערעדט עפעס מער ווי סתם אויף וואס שבת צומאכן.

דו סאונדס ווי די חכמים וואס מאכן אוועק סוסטעינעבילעטי אקטיוויסטן מיטן אויסרייד אז מיר האבן זיבן ביליאן מענטשן צו פיטערן. גאט האט טאקע געזאגט פרו ורבו אבער וואו האט ער געזאגט אז די ציהל כשרט די מיטל?

היסטאריע » פרייטאג יוני 3, 2022 2:42 pm

· #501606
בתי דינים קארופטירט איז א שפיגל פין אונז.

אין סדום זענען נישט די בתי דין געוועהן קארופטירט, גאנץ סדום איז געוועהן קאראפט.

ממילא, פאר מען מאכט אז ברייטע סטעיטמענט אז בתי דינים זענען קאראפט, געדענק אז עס איז א סטעמפעל אויף אונז אלע.

אין זיין קעיס זעה איך נישט אזוי ווייט ווי א קאראפט סיסטעם פין בית דין, נאר א גבר אלים וואס האט אויסגענוצט דער סיסטעם פין א עיקול אים צו דערשטיקן. איך פארשטיי נישט אשר לאנדא, אבער עיקולים קומען ארויס יעדן טאג, און ווערען אנגעפיפען יעדעס טאג.

אין זיין קעיס האבן די גראסעריס נישט מורא געהאט פין דער עיקול, נאר פין דער גבר אלים אונטער דער עיקול. און אונז אלע קענען זיין זיכער, אז אהן דער עיקול וואלט ער געטוהן דער זעלבער מעשים תעתועים. אשר לאנדא האט פשוט געהאט דער זכיה צו זיין דער שטעקען פין דער גבר אלים.

בורו פארק » פרייטאג יוני 3, 2022 5:14 pm

· #501613
איך מיין אז דער ערשטע סטעפ וואס יעדער איינע קען טוהן איז אויפהערען מכבד זיין בנש"קלעך אין שוהל און זיי אנהייבען אראפצוקוקען און עשירים זאלען אויפהערען זוכען זייערע כבוד ביי אזעלעכע סארט פיגארען.

מאטי » פרייטאג יוני 3, 2022 6:54 pm

· #501618
דעת הקהל איז א וויכטיגע ארטיקל מצליח צו זיין. טויש, אמת'ע טויש איז מצליח געווענליך דורך א וועג פון קמעא קמעא, ארגאניש, נישט בייגנדיג דעם בוים צופיל אויפן אנדערן זייט. נישט קיין נפקמ ווי גערעכט מ'האלט מ'איז.

תרמב » מיטוואך יוני 8, 2022 4:17 pm

· #501747
בורו פארק
איך מיין אז דער ערשטע סטעפ וואס יעדער איינע קען טוהן איז אויפהערען מכבד זיין בנש"קלעך אין שוהל און זיי אנהייבען אראפצוקוקען און עשירים זאלען אויפהערען זוכען זייערע כבוד ביי אזעלעכע סארט פיגארען.
די פראבלעם איז אז אסאך רעבישע אייניקלעך ווערן עשירים און אסאך עשירים פרובירן צו ווערן רעבישע אייניקלעך....

חדשים » מיטוואך יוני 8, 2022 6:18 pm

· #501755
זייער א טיפע פוינט.

איך קען נישט הרב פאנעט פערזענליך. איך האב אבער אייביג ארויפגעקוקט אויף דעם איד. אלץ איינער וואס קען אזוי גוט אונזער סיסטעם און האט גענוצט די סיסטעם אליינס איר צוביסלעכווייז אויסצוברייטערן. זיין פארגעטערן די סיסטעם איז געווען מיט א כוונה צו אויפטון פון אינעווייניג. די נושאים וואס איז דארט געווארן אויסגעשמועסט איז געווען מלא חידושים פאר אונזער סיסטעם. ער האט אנגעפילט אונזערע קינדער'ס קעפ מיט וויסענשאפט און ברייטע פארשטאנד. עס האט געלערנט א וועג פון טראכטן וואס זיי האבן נישט באקומען ערגעץ אנדערש אין די סיסטעם.

עס קען זיין איך בין ראנג מיט מיין מיינונג אין זיינע כוונות אבער דאס האט אויטאמאטיש פאסירט. אויב גייט ער עס נעמען אינדרויסן פון די סיסטעם וועט עס ווייט נישט האבן די ווייטגרייכענדע אפעקט ווי ביז יעצט. עס וועט ווערן א מלחמה אקעגן פאנעט, אקא וויסענשאפט, וואס וועט נאר מער פארמאכן אונזער סיסטעם.

פון די אנדערע זייט קאסט עס די פרייז וואס ער צאלט יעצט. אוי לי מיצרי ויוצרי.

הקטן » מיטוואך יוני 8, 2022 7:52 pm

· #501766
בורו פארק
איך מיין אז דער ערשטע סטעפ וואס יעדער איינע קען טוהן איז אויפהערען מכבד זיין בנש"קלעך אין שוהל און זיי אנהייבען אראפצוקוקע
איז דאס נישט נידריגע סטיריא טייפ און bigotry?!?


אינטעראסאנט קיינער פין די וואקישע דא צווישען אינז האט נאך נישט מוחה געווען

היסטאריע » מיטוואך יוני 8, 2022 10:57 pm

· #501771
ער מיינט לכאורה בנש"ק אלץ בנש"ק. פארשטייט זיך א בנש"ק א אדם חשוב אין זיין אייגענע רעכט איז ראוי פאר כבוד.

דוד שריפטליך » דאנערשטאג יוני 9, 2022 12:24 am

· #501776
ליידער

Chasidishmashpia » דאנערשטאג יוני 9, 2022 5:45 pm

· #501840
דברים נכונים ואמתיים.

ששון ושמחה » דאנערשטאג יוני 9, 2022 7:08 pm

· #501844
.
📎 5878.jpg

כרם זית » דאנערשטאג יוני 9, 2022 7:52 pm

· #501849
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
איז אפשר זאל ער ארויסגעבן ''וועקערליין'' פאר קינדער?

הקטן » פרייטאג יוני 10, 2022 8:07 am

· #501883
היסטאריע
ער מיינט לכאורה בנש"ק אלץ בנש"ק. פארשטייט זיך א בנש"ק א אדם חשוב אין זיין אייגענע רעכט איז ראוי פאר כבוד.
פארוואס טראכסטו דאס דער אלגעמיינער בנש"ק אלץ בנש"ק איז וויינגער חשוב וואו איך און דו?!?
פארוואס עפעס דארף ער ווערן "אראפגעקיקט"?!?
דו זעסט נישט אין דעם די בייעס און סטיריא טייפ!!!

כלבאשבוע » פרייטאג יוני 10, 2022 10:09 am

· #501885
בין איך דער איינציגסטער וואס נאכן איבערקוקן פאנעטס טענות האב איך נישט געטראפן קיין שום ערנסטע אינדיקאציע (ווער רעדט נאך פון באווייז) פון קארופציע ביי די דין תורה?

כלבאשבוע » פרייטאג יוני 10, 2022 10:29 am

· #501887
[ציטאט אראפגענומען]
אקעי. עפעס באווייזן איז דא?
[ציטאט אראפגענומען]
איך טענה שוין יארן אז מהדרין'ס יאגורט האט מיר פארדארבן די מאגן און אראפגעצויגן די הויזן, כ'האב נאר נישט קיין באווייז.

קורקלענד » פרייטאג יוני 10, 2022 11:16 am

· #501888
בי''ד בית יוסף האט געלייגט א עיקול. אבער נישט געוואלט געבן א זיצונג בשום אופן עס דן צו זיין. און אלע אנדערע בתי דינים האבן נישט געוואלט אראפנעמען אזא עיקול, אדער אפי' געבן א זיצונג עס דן צו זיין. לויט ווי ער צייגט האבן די ספרא דדיינא'ס אנגעדרייט אלעס צו האלטן די רבנים ריין.

די שאלה איז נאר צו די קארופציע איז ביי די ספרא דדיינא'ס און שוואכערע בית דין אדער ביי די גרויסע רבנים.

איר וועט נאר אנערקענען אין אזא זאך אויב ס'וועט ווערן 'אפיציעל' באריכטעט אין מיט יארק טיימס. סתם הארטע באווייזן איז ביי אייך נישט נוגע.

טאמבל סאס » פרייטאג יוני 10, 2022 12:45 pm

· #501894
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
דערפאר האב איך קיינמאל נישט אנגערירט קינדליין. איך האב תיכף באמערקט דא שמעקט פון ריין גויאישקייט על טהרת הקודש. נו מילא איז דאך שוין ספיידערמען בעסער..

אגב, איינער האט א פיקטשער פון מר פאנעט? וויזוי קוקט ער אויס? כוויל וויסן צו כ'קענעם?

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

כלבאשבוע » פרייטאג יוני 10, 2022 1:31 pm

· #501895
קורקלענד
בי''ד בית יוסף האט געלייגט א עיקול. אבער נישט געוואלט געבן א זיצונג בשום אופן עס דן צו זיין. און אלע אנדערע בתי דינים האבן נישט געוואלט אראפנעמען אזא עיקול, אדער אפי' געבן א זיצונג עס דן צו זיין. לויט ווי ער צייגט האבן די ספרא דדיינא'ס אנגעדרייט אלעס צו האלטן די רבנים ריין.

די שאלה איז נאר צו די קארופציע איז ביי די ספרא דדיינא'ס און שוואכערע בית דין אדער ביי די גרויסע רבנים.

איר וועט נאר אנערקענען אין אזא זאך אויב ס'וועט ווערן 'אפיציעל' באריכטעט אין מיט יארק טיימס. סתם הארטע באווייזן איז ביי אייך נישט נוגע.
ער צייגט נישט גארנישט, סאיז דא א סיסטעם און אז א איד שרייבט אונטער שטרי בירורין איז ער מחוייב זיך צו האלטן דערצו, דאס איז מקובל קבל עולם ומלואו און אפילו אין קאורט וועט מען דאס פארסירן

פאנעט האט דא געזוכט צו שלעפן די דיו תורה ערגעץ אנדערש און באשאפן נייע דין תורות און קאמפאניס ווען ער האט געזען אז סגייט אים נישט גוט, אריינגערעכנט גיין אין ערכאות

מקען פארשטיין זיין פארלעגנהייט אבער ער האט דא עובר געווען אויף פונדאמענטואלע כללים און בי״ד בית יוסף האט נישט געדארפט אויסהערן זיין צד ווען סאיז דא אפענע פאקטן אז ער איז געגאנגען אין קאורט שלא ברשות בי״ד

פאנעט האט דא געבראכן זיין התחייבות און איז א ריינער מסרב לדין

קורקלענד » פרייטאג יוני 10, 2022 1:49 pm

· #501899
גערעכט אז ווען צוויי אידן שרייבן אונטער א קאנטראקט (שטרי ברורין) ביי א איינצעלע רב אדער רועי בקר פריוואט. דארף מען לכאורה געווענליך פאלגן. אבער אזא סטרוקטור איז קלאר נישט קיין געהעריגע בי''ד .

יעצט איז די שאלה אויב א איד זיצט מיט אזא אפמאך צו ער קען מאיזה סיבה אפמאכן צו גיין פון דארט אין די''ת צו א בי''ד של שלשה.

קיינער דא האט אויך נישט געזען יענע ערשטע שטרי ברורין. און קיינער ווייסט נישט אויף וואס און וועלכע חלק פון די סוכסוך זיי זענען איינגעגאנגן. לויט צד ריינער איז עס נאר געווען געוויסע רעכטן בנוגע א ביכל. אויב געדענק איך גוט.

אויב איז ער געגאנגען אין קאורט און ס'פעלט אויס א עיקול, וואו קומט אריין בי''ד בית יוסף? זאל דער אנדערער בי''ד וואס פירט דער די''ת מאכן א עיקול. אבער יענער איז נישט קיין בי''ד. אבער דער בי''ד וויל נישט געבן קיין זיצונג.

ווען ער האט זיך ארויסגעצויגן פון קאורט, האט עס ווידער בי''ד פרעכערהייט איגנארירט.

שמן למאור » פרייטאג יוני 10, 2022 2:00 pm

· #501901
טאמבל סאס

אגב, איינער האט א פיקטשער פון מר פאנעט? וויזוי קוקט ער אויס? כוויל וויסן צו כ'קענעם?

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
מענדל הערש פאנעט
📎 Screenshot_20220610-135841_Telegram.jpg

כלבאשבוע » פרייטאג יוני 10, 2022 2:19 pm

· #501904
קורקלענד
גערעכט אז ווען צוויי אידן שרייבן אונטער א קאנטראקט (שטרי ברורין) ביי א איינצעלע רב אדער רועי בקר פריוואט. דארף מען לכאורה געווענליך פאלגן. אבער אזא סטרוקטור איז קלאר נישט קיין געהעריגע בי''ד .

יעצט איז די שאלה אויב א איד זיצט מיט אזא אפמאך צו ער קען מאיזה סיבה אפמאכן צו גיין פון דארט אין די''ת צו א בי''ד של שלשה.

קיינער דא האט אויך נישט געזען יענע ערשטע שטרי ברורין. און קיינער ווייסט נישט אויף וואס און וועלכע חלק פון די סוכסוך זיי זענען איינגעגאנגן. לויט צד ריינער איז עס נאר געווען געוויסע רעכטן בנוגע א ביכל. אויב געדענק איך גוט.
נישט ריכטיג, לויט צד ריינער האט מען געחתמעט שטרי בירורין ״על כל הסכסוכים שביניהם״
קורקלענד
אויב איז ער געגאנגען אין קאורט און ס'פעלט אויס א עיקול, וואו קומט אריין בי''ד בית יוסף? זאל דער אנדערער בי''ד וואס פירט דער די''ת מאכן א עיקול. אבער יענער איז נישט קיין בי''ד. אבער דער בי''ד וויל נישט געבן קיין זיצונג.

ווען ער האט זיך ארויסגעצויגן פון קאורט, האט עס ווידער בי''ד פרעכערהייט איגנארירט.
Nice try, לאמיר דיר העלפן

> פאנעט מאכט א ליצנות שפיצל מיט הונדערט (כאילו, ער איז דאך נישט קינדליין)
> ספעלט אויס א עיקול = א עיקול איז א פארסירונג דאקומענט וואס דארף א כח בי״ד און די די״ת דא איז נישט ביי קיין בי״ד
> מוז מען גיין צו א בי״ד = בית יוסף (בית יוסף דארף נישט געבן קיין זיצונג פאר קיין עיקול)

> פאנעט גייט אין קאורט
> ספעלט אויס א עיקול = כנ״ל
> מוז מען גיין צו א בי״ד = בית יוסף כנ״ל

קורקלענד » פרייטאג יוני 10, 2022 2:43 pm

· #501905
זאגסטו אז ער איז נישט געווען אין בי''ד, און האט נישט געהאט די אפציע אפי' צו גיין אין א בי''ד. אבער פאר א עיקול איז בי''ד דא. טראץ וואס ער האט זיך שפעטער אינגאנצן צוגעשטעלט. מען דארף טאקע נישט א זיצונג ארויס צו לייגן א עיקול, אבער ווי נאר דער גע'עיקול'טער איז גרייט אויף א זיצונג דארף מען עס זאפארט געבן און אויסהערן זיין צד.

דער הונדערט סיטואציע איז ממה נפשך. אויב איז דער פוסק יחיד אונטערגעשריבן אויף אלעס זאל ער פסק'ענען אויף הונדערט, אויב נישט, אריין צו א בי''ד. למעשה האט ער נישט געהאט קיין איין פון די אפציעס.

איך בין נישט דא צו שרייען אז ער איז אינגאנצן גערעכט, אדער אז בי''ד בכלליות איז קארופטירט. איך וויל נאר ארויסברענגן געוויסע פונקטן וואס צייגן אויס פראבלעמען אין דער קעיס. לויט מיין פערזענליכע אנאליז איז פאנעט אליין מער שולדיג פאר זיין פארלוסט ווי בי''ד. איך ווייס נישט אלע דעטאלן, אבער נאך אלעם איז קלאר אז קיין איין צד דא איז נישט אינגאנצן גערעכט. נישט פאנעט, נישט ריינער, נישט בי''ד.

קורקלענד » פרייטאג יוני 10, 2022 3:51 pm

· #501907
אגב, וואס האט די עיקול מיט גיין אין קאורט? די עיקול איז געווען בלויז איהם אפצושטעלן פון אנגיין מיט הונדערט. און כ''ש וואלט בי''ד בית יוסף איהם געדארפט געבן א זיצונג צו הערן זיין צד.

היסטאריע » זונטאג יוני 12, 2022 12:53 am

· #501927
מען דארף נישט פאלגען א בית דין וואס איז קאראפטירט, אפילו מען האט גע'חתמ'ט שטרי בירורין. שטרי בירורין איז נאר אז זיי זאלען פסק'ענען על פי תורה.

דער פראבלעם איז קארט, אז מען קען נישט קומען אין קארט טענה'ן אז דער בית דין האט גע'פסק'נט שלא על פי תורה, ווייל דער קארט קען נישט דיני תורה. מען קען טענה'ן קאראפציע, דאס איז יא א דעהערבארע טענה.

אבער אין נוי יארק איז גאר שטארק אנגענומען אין די געריכט אנצונעמען ארביטרעישן. און דער פראצענט וואס א קארט דרייט איבער א פסק פין ארביטרעישן איז גאר ווייניג.

אבער עס איז ווערט צו דערמאנען, אז פין דער קליינע פראצענט ארביטרעישן וואס דער קארט דרייט יא איבער, איז רוב פין דיני תורה. וואס ווייזט אז... מאכט אליין אפ וואס.

אין אונזער פאל איז פאנעטה געוועהן ידו על התחתונה, בעיקר ווייל ער האט געהאט צוטוהן מיט א גבר אלים. נישט ווייל דער סיסטעם איז שולדיג וכו', א דין תורה איז גוט ווען צוויי צדדים ווילען האבן א עכטע דין תורה, יעדער זאל זאגן זיינע טענות, און א בית דין זאל פסק'ענען ווער עס איז גערעכט. א גבר אלים וועט זוכן צו קאראפטירען א בית דין לטובתו.

אין דער פאל, האט דער גבר אלים טאטאל אויסגעניצט דער סיסטעם אויף צו צוברעכן פאנעטה, און עס איז אים גוט געלונגען, ווייל דער סיסטעם איז נישטא צו פראטעקטען מענטשן פין א גבר אלים, בתי דינים זענען דא פאר מענטשן וואס ווילען א דין תורה.

עס איז נישטא קיין וועג צו מאכען א בתי דינים זאלען זיין קאראפט פריי, זיי זענען מענטשן, און מענטשן ווערען פארדרייט. פארפאלען.

ווען דו האסט צוטוהן מיט א גבר אלים, איז א שאד צו מאכן א פייט, פראביר צו באקומען דער מערסטער דו קענסט, און צייל דיין פארדינסט.

א גבר אלים וועט שוין טרעפען וועגן דיך צו צוברעכן, לאז אפ.

דאס איז דער עיקר מוסר השכל פין דער גאנצע מעשה. אלע טיפס וואס פאנעטה גיבט, זענען ווערט כקליפת השום.

קורקלענד » זונטאג יוני 12, 2022 1:18 am

· #501928
די סיסטעם ארבעט גאנץ אפט קעגן א גבר אלים אויך. אבער אין די פאל, וויבאלד פאנעט איז געשפרינגן און געפענט הונדערט אן זיך מסביר זיין און פראפעגאנדירן זיין צד, האט ער גאר אויסגעזען ווי דער גבר אלים. און דער שותף זיינער האט גוט געשפילט די מארקעטינג ווי א ריזן רחמנות, דערפאר האט ער געקענט נוצן די סיסטעם פאר זיינעט וועגן.

אויף וואס פאנעט טוהט יעצט לאחר המעשה זיך מסביר צו זיין איז שוין אביסל צו שפעט.

הקטן » זונטאג יוני 12, 2022 7:29 am

· #501938
היסטאריע
אבער עס איז ווערט צו דערמאנען, אז פין דער קליינע פראצענט ארביטרעישן וואס דער קארט דרייט יא איבער, איז רוב פין דיני תורה. וואס ווייזט אז... מאכט אליין אפ וואס.
פין וואו נענסטו דאס?

היסטאריע » זונטאג יוני 12, 2022 11:08 am

· #501944
עס איז אינטערסאנט צו פארשטיין פאנעטה'ס החלטה לכתחילה צו גיין צו בערגמאן. און נאך זיין א דן יחידי. פארוואס נישט א געהעריגע בית דין?

היסטאריע » זונטאג יוני 12, 2022 11:09 am

· #501945
הקטן
היסטאריע
אבער עס איז ווערט צו דערמאנען, אז פין דער קליינע פראצענט ארביטרעישן וואס דער קארט דרייט יא איבער, איז רוב פין דיני תורה. וואס ווייזט אז... מאכט אליין אפ וואס.
פין וואו נענסטו דאס?
געהערט פין לויערס וואס זענען עוסק אין איבערדרייען פסק פין בתי דינים.

קורקלענד » זונטאג יוני 12, 2022 11:20 am

· #501948
א ריזיגע ישר כח פאר הרב פאנעט פארן אדרעסירן מיינע קאמענטארן.

איך פארשטיי אז ווען ער האט אונטערגעשריבן פאר בערגמאן איז עס געווען אויף אנדערע קלענערע סכסוכים און ער האט נישט פאראויס געזען וואס דא גייט/קען פאסירן. איך האב שוין געזען אנדערע פעלער ווי צוויי שותפים גייען צו אזא שלוש, אבער אין די שטרי ברורין שרייבן זיי אריין אז ס'איז אייביג דא די אפציע צו אפּגרעידן צו א געהעריגע בי''ד של שלשה, און אפטמאל ענדיגט זיך עס אזוי.

בורו פארק » זונטאג יוני 12, 2022 12:23 pm

· #501954
יישר כח פאר הרב פאנעט ארויסצוקומען און זאגען וואס איז שלעכט מיט הרב בערגמאן, און ער איז מסביר אז א שטר בירורין איז מחייב, ממילא קען ער נישט אוועקגיין פון הרב בערגמאן.

גראדע איז דא א הלכה אין שו"ע חושן משפט סי' כ"ב וועגען דעם, און אזוי אויך סי' כ"ה וואס דארט שטייט קלאר אז אויב דער דיין יחיד פאלגט נישט אויס דער תורה מיט אלע הלכות ווי אזוי צו פירען א דין תורה איז זיין גאנצע פסק גארנישט ווערט, און מ'דארף נישט פאלגען זיין פסק.

אין סי' י"ז מיט דער קעפעל "להשוות הבעלי דינין בכל דבר" שטיט קלאר געפסק'נט אין סעיף י"א אז "צריך הדיין לפסוק הדין מיד אחר שיתברר לו. שאם מענה את הדין ומאריך בדברים הברורים כדי לצער אחד מהבעלי הדינים, הרי זה בכלל לא תעשו עול (ויקרא יט, טו ו - לה)."

און אזוי אויך אין סעיף א' שטייט "בצדק תשפוט עמיתך (ויקרא יט, טו), איזהו צדק המשפט, זו השוויית שני הבעלי דינים בכל דבר. לא יהא א' מדבר כל צרכו, ואחד אומר (לו): קצר דברך. ולא יסבירו פנים לאחד וידבר לו רכות, וירע פניו לאחר וידבר לו קשות."

אין ספר סדר הדין שטייט קלאר אז אלע הלכות פון פירען א דין תורה איז שייך אויך ביי א בורר און אויך ביי איינער וואס מאכט פשרות.

בורו פארק » זונטאג יוני 12, 2022 12:30 pm

· #501957
אין דרך אגב ס'איז דא א גרויסע חילוק צווישען א ביזנעס שותף און א דיין. א ביזנעס שותף טאר מען נישט גלייבען, און מ'זאל אלעמעל איבערקוקען דאקיומענטען מיט אן אייגענע לויער, אבער א דיין דארף פסקנ'ן לויט דער דאקיומענטען, און מ'קען נישט האבען טענות אויף דער דיין וועגען אייגענע מיסטעיקס. (אין גמרא שפראך ווערט עס אנגערופען איהו דאפסיד אנפשיה).

קורקלענד » זונטאג יוני 12, 2022 1:49 pm

· #501961
רוב דיני תורה היינט זענען אויסגענומען פון פאראויס אז מ'גייט נישט צו בתורת דין תורה.

תרמב » מאנטאג יוני 13, 2022 4:28 pm

· #502070
איך האב אלס געוויסט אז סאטמאר איז געווען די ערשטע צו גיין אין קאורט און באבוב איז געווען די לעצטע צו גיין אין דין תורה, זעהט אויס פאנעטה האט נישט געוויסט דערוועגן, קוקט ער אויס אזוי....

טאמבל סאס » מיטוואך יוני 15, 2022 10:00 am

· #502235
איך האב א קוק געטוהן אויף זיין טעלעגראם טעשענעל און כ'האב מיך אביסל פארעקלט. ער מישט אריין גאנץ כלל ישראל אין זיין פריוואטע מחלוקת ווי כאילו אין צוגאב צו מיינע דאגות ווי אזוי איך לייג ברויט אין פוטער יעדע וואך אויף די טעיבּל, דארף איך נאך דאגה'ן אז עמיצער ריינער האט אים אויסגעשפיהלט פון זיין אוועל אפיס און קאלירטע ביכעלעך וועלכער ער פלעגט האבן די לוקזשערי צו קאטשקען יעדע וואך און נאך קריגן באצאלט דערפאר. ער וויינט אז ער מוז נעבעך ארומפארן מיט זיין זוהן (אנשטאט זיין אין ישיבה - האלוי אפשר טוט ער מער אויף מיט'ן עקשולי ארבעטן פאר א פיאסטער) דעסטריביוטן אליינס די ביכלעך. גלייב מיר הונדערטע אינגעלייט וואלטן זיך מחיה געווען צו קענען קאטשקען, מאלן און קאלירן אגאנצע וואך אין א פיין אויסשטאפירט אפיס (האט קאָפס און א באנטש מיט אלטע קינדליין סטאק 😂 ) און נאך באקומען באצאלט דערפאר. און וויפיל האבן נישט געהאט, אדער געמוזט אוועקגעבן, די לעצטע פרוטה צו קויפן זיינע אויסגעזויגענע בולשיט מעשיות איבער סיפורי מופתים, בלוט בילבולים, האולעקאוסט, אינגעלע משומד און נאכאמאל האולעקאוסט -- ווען זיי וואלטן דאס געקענט אויסנוצן פאר נאך א רעפטל ברויט אדער כאטש פאר עפעס זאכליך צו פיטערן די קינדער און נישט סתם פוסטע מעשיות אנצוברענגען די צייט און העלפן זיי פארשטאפן די מוחות. אין אנדערע ווערטער, ביסט א ביזנעס [געווען] ווי אלע אנדערע ביזנעסער און קום באקלייד נישט דער עסק אין א מין הומאניטערישע טראגעדיע אדער קאנפליקט. ער איז נעבעך פשוט דא צו פארפילן אידישע קינדער'ס דארשט צו קאמיקס און דער שטן אליינס שטעלט זיך אין די לענג און די ברייט דאס צושטערן.. איין ציהל און תפקיד האט ער אין לעבן.. אז דו זוכסט א געהויבענע טאהט און עררייכונג, זיי מנדב א ניר פאר א סטאַרט.

אבער נאכאלס קומט אים קרעדיט און ער נוצט דא א גוטער שטעקן פאר'ן ארויסלייגן די טוכעס אויפ'ן טיש און נישט איינמאכן פאר בושה אדער סטראשונקעס. איך האב שוקל געווען אויב כ'זאל עס לאזן מיין זוהן לייענען און כ'האב מחליט געווען אז יא מתוך התחשבות אז אויב האבן זיי געלייענט ווי מען מאכט גרויס דעם עגל זאלן זיי לייענען אויך ווי די עגלים צעפראסקענען זיך...

פצעי » מיטוואך יוני 15, 2022 10:29 am

· #502236
טאמבל סאס
איך האב א קוק געטוהן אויף זיין טעלעגראם טעשענעל און כ'האב מיך אביסל פארעקלט. ער מישט אריין גאנץ כלל ישראל אין זיין פריוואטע מחלוקת ווי כאילו אין צוגאב צו מיינע דאגות ווי אזוי איך לייג ברויט אין פוטער יעדע וואך אויף די טעיבּל, דארף איך נאך דאגה'ן אז עמיצער ריינער האט אים אויסגעשפיהלט פון זיין אוועל אפיס און קאלירטע ביכעלעך
מענדל הערש פאנעט וויינט אויף צוויי זאכן.

איינס. אז ער האט נישט קיין פרנסה, אדער מען האט אים צוגעכאפט דאס בענקל. דאס גייט מיר קנאפ אן יעדער וואס דארף א זשאב קען טרעפן עס זענען דא געניג צו באקומען ב"ה די אידישע וועלט מאנגעלט ב"ה נישט אין ארבעטס געלעגענהייטן, דארפסט א שיינע אפיס, ווילסט פירן א ביזנעס, כ'הער איך וויל אויך נישט אלעס וואס מען וויל האט מען...

צווייטענס שרייט ער אז מען האט אים בא'עוולט אין בי"ד, דאס איז שוין א זאך וואס דארף אויפשאקלען יעדע איד מען איז אינז מחנך אז די רבנים ברויכט מען ארויפקוקן איבעראל קומט פאר עבירות חוץ ביי די סמעטענע אין בי"ד קומט ח"ו נישט פאר די שווינדלערייען ווי ביי די גוים, אין ווען עס קומט א איד אין דעקט אויף דעם שיינע רבי'שע טישטעך אין געבט ארויס וואס דארט קומט באמת פאר דארף זיך יעדער פרעגן איז עס טאקע אזוי שיין ווי מען שפילט עס אראפ? מיר האבן אלע אריינגעכאפט געבראטענע מכות פרשת משפטים אין מיר געדענקן וואס די תורה זאגט אויף די בתי דינים.

ביז יעצט האט מען עס פארווישט אינטערן פארטוך אין מיט די פאוער פון די רבנים האבן זיי עס באהאלטן אבער יעצט אז מענדל הערש פאנעט קומט ארויס מיטן גראבע אמת קומט אים אסאך קרעדיט ער ווייזט אינז וואס עס קומט דארט באמת פאר אינטער שיין קלונגענדע נאמען בי"ד אין וויאזוי זיי ניצן אויס אינזער צוטרוי אין תמימות צו זיי.

איך בין טאקע נישט מסכים צו יעדע פוינט וואס ער זאגט ער מיינט אז וויבאלד ער האט א שטיקל פלאטפארמע איז ער געוואר כלל ישראל'ס עצה געבער, אבער מיטן פוינט פון אויפדעקן די קארופציע אין בי"ד זאל ער ווייטער אנגיין אין זיי אראפשניידן די פעטע ביצים.

טאמבל סאס » מיטוואך יוני 15, 2022 10:59 am

· #502237
אגב, איך האב יעצט געוואטשט זיין אינטערוויאו מיט בורשטין פונוואס איך האב זייער הנאה געהאט. איך האב באזוכט ביי בורשטין יארן צוריק, בתחילת דרכי אין א יונג אידיש נאכט (און א קוק געטוהן אין די ביכער ביז דער האן האט געקרייעט) און ער איז א טייערע איד מיט א גראדע מחשבה. דאס אליין אז פאנעטה איז אזא אידן מחשיב און גיט אים א פלאטפארמע ווייזט אויף א ברייטע מענטש נאר הלוואי זאל אים פאנעטה נישט אזויפיהל איבערהאקן..

כ'האב געלאכט ווי בורשטין לאכט אפ פון מאיר אדלער'ס האַקערייען און די רעשיגע מוזיק פון די אלע מקהלותער למיניהן, ביי די רעבישע טישן און שמחות.. 😂

שמן למאור » מיטוואך יוני 15, 2022 1:19 pm

· #502261
טאמבל סאס
איך האב א קוק געטוהן אויף זיין טעלעגראם טעשענעל און כ'האב מיך אביסל פארעקלט. ער מישט אריין גאנץ כלל ישראל אין זיין פריוואטע מחלוקת ווי כאילו אין צוגאב צו מיינע דאגות ווי אזוי איך לייג ברויט אין פוטער יעדע וואך אויף די טעיבּל, דארף איך נאך דאגה'ן אז עמיצער ריינער האט אים אויסגעשפיהלט פון זיין אוועל אפיס און קאלירטע ביכעלעך וועלכער ער פלעגט האבן די לוקזשערי צו קאטשקען יעדע וואך און נאך קריגן באצאלט דערפאר. ער וויינט אז ער מוז נעבעך ארומפארן מיט זיין זוהן (אנשטאט זיין אין ישיבה - האלוי אפשר טוט ער מער אויף מיט'ן עקשולי ארבעטן פאר א פיאסטער) דעסטריביוטן אליינס די ביכלעך. גלייב מיר הונדערטע אינגעלייט וואלטן זיך מחיה געווען צו קענען קאטשקען, מאלן און קאלירן אגאנצע וואך אין א פיין אויסשטאפירט אפיס (האט קאָפס און א באנטש מיט אלטע קינדליין סטאק 😂 ) און נאך באקומען באצאלט דערפאר. און וויפיל האבן נישט געהאט, אדער געמוזט אוועקגעבן, די לעצטע פרוטה צו קויפן זיינע אויסגעזויגענע ****** מעשיות איבער סיפורי מופתים, בלוט בילבולים, האולעקאוסט, אינגעלע משומד און נאכאמאל האולעקאוסט -- ווען זיי וואלטן דאס געקענט אויסנוצן פאר נאך א רעפטל ברויט אדער כאטש פאר עפעס זאכליך צו פיטערן די קינדער און נישט סתם פוסטע מעשיות אנצוברענגען די צייט און העלפן זיי פארשטאפן די מוחות. אין אנדערע ווערטער, ביסט א ביזנעס [געווען] ווי אלע אנדערע ביזנעסער און קום באקלייד נישט דער עסק אין א מין הומאניטערישע טראגעדיע אדער קאנפליקט. ער איז נעבעך פשוט דא צו פארפילן אידישע קינדער'ס דארשט צו קאמיקס און דער שטן אליינס שטעלט זיך אין די לענג און די ברייט דאס צושטערן.. איין ציהל און תפקיד האט ער אין לעבן.. אז דו זוכסט א געהויבענע טאהט און עררייכונג, זיי מנדב א ניר פאר א סטאַרט.

אבער נאכאלס קומט אים קרעדיט און ער נוצט דא א גוטער שטעקן פאר'ן ארויסלייגן די ***** אויפ'ן טיש און נישט איינמאכן פאר בושה אדער סטראשונקעס. איך האב שוקל געווען אויב כ'זאל עס לאזן מיין זוהן לייענען און כ'האב מחליט געווען אז יא מתוך התחשבות אז אויב האבן זיי געלייענט ווי מען מאכט גרויס דעם עגל זאלן זיי לייענען אויך ווי די עגלים צעפראסקענען זיך...
פון אוועל אפיס ביזן עגל, פון הומאניטערישע טראגעדיע ביז מנדב זיין א ניר, פון א רעפטל ברויט ביזן האלאקאסט, מישטו צאם גאר א גרויסע זויערע לאקשן קיגל,

צו מענדל הערש'נס דיפענס, ער איז געווען א פשוטע מלמד אין חדר, וואס האט געזוכט אויסצוניצן זיינע טאלאנטן, און געוואלט גרינדן א שיינע מאגאזין ליהנות בהם בני אדם,
ווי א תמים וואס גלייבן אין מענטשן און אינעם סיסטעם, האט ער זיך גענומען א שותף וואס האט אים אויסגעלייגט די געלט, און געשטעלט די שטרות אויף א אופן אז ער וועט קענען אויסנוצן פאנעט ביז צו א מעקס, אז עס זאל אים ממש גארנישט בלייבן, און ער זאל זיין די שליט מוחלט אויף זיין לעבן.

פאנעט טענה'ט אז אין די "גוטע" צייטן פון קינדליין האט ער געמאכט 1500 דאלער א וואך, (אלעס ווייס, אויף די בוקס פארשטייט זיך) און ער האט זיך פשוט געמוטשעט צו דעקן די חודש, ער האט געמוזט אננעמען זייטיגע דזשאבס און פירן שבתים, כדי זיך צו קענען דעקן, און דאס איז בנוסף צו דעם אז ער האט געמוזט פירן גאנץ קינדליין, האנדלען מיט די גערעגטע רבנים וואס האבן יא געלאזט שרייבן דאס און נישט געלאזט שרייבן יענס, לויט ווי ער לייגט עס אראפ, האט ער נישט געהאט קיין טאג און נישט קיין נאכט, ער איז אויף געווען גאנצעטע נעכט, ער מיט די בני בית, צו פערטיגן די מאגאזין, און דאס אלעס בשעת ער מוטשעט זיך צו קאווערן די חודש, און דאס אלעס בשעת ער הייסט א שיינע נגיד אויפן גאס וואס איז "די בעל הבית פון קינדליין" די גוט גייענדיגע ביזנעס,

יעצט איך קען דאס אלעס נישט קאנפירמען, אבער פאנעט האט יא פארעפענטליכט א סקרינשאט פון א וואטסאפפ ווי ער זאגט פאר ריינער איבער זיין געדריקטע מצב, און ריינער ריספאנדט קאלטערהייט, אז איך האב אויך גענומען ריזיקעס מיט אינוועסטירן מיין געלט... עס זעט אויס פון די מעסעדזש אז פאנעט האט נישט געלעקט קיין האניג די אלע יארן, זיצענדיג אינעם "אוועל אפיס" בשעת'ן "פירקלען" אויף פאפיר,

דו האסט טענות אז ער האט פארקויפט בולשיט מעשיות, גערעכט, דאס איז די אידישע מארקעט פון ליין מאטריאל, זאל ער ווען באשרייבן עפעס וואס איז האלבוועגס קאטערווערסיאל, קומט ארויס די נעקסטע טאג צען קול קורא'ס און קינדליין קען זיך פארמאכן די נעקסטע מינוט, ער האט געטון די בעסטע וואס ער האט געקענט, אויף זיינע לייווס שמועסט ער דאס גאנץ פיין אויס ווי שווער עס איז אים אנגעקומען צו טאנצן צווישן די טראפן, ווען פון איין זייט שטייען די רבנים מיט א פארגרעסערונג גלאז און מאכן אים קאפוויי פאר א פשוטע באשרייבונג וועגן די כותל, און פון די אנדערע זייט דארף ער יא גיבן אביסל כשר'ע עדזשיוקעישן פאר די קינדער, אבער ער האט זיך למשל יא אפגעהאלטן פון רעדן קעגן טעכנעלאגיע וכדומה...

יעצט ווען ער האט געזען אז עס איז כלתה אליו הרעה, ער קען מער נישט אזוי אנגיין, איז מען געגאנגען צו א בורר, און ווייטער ווי א תמים האט ער געמיינט אז די רבנים זענען יושר'דיג און ערליך, און מען וועט פשוט זיכן צו פסק'ענען און ענדיגן די דין תורה מיט א שיינע פשרה אדער וואס, ווי שנעלער,

למעשה איז די לאך געווארן אלץ ברייטער און טיפער, עס שלעפט זיך שוין יארן די דין תורה ווען די בורר און די טוענים פילן זיך דערביי אהן די טאשן כנהוג, זיי ווערן באצאלט לויט די שעה און די שעות ווערן אלטס לענגער און לענגער, עס נעמט נישט קיין עק,
פון איין זייט שטייט ריינער מיט א תאוות הנצחון, און מצד שני שטייט פאנעט וואס וויל בלויז פירן ווייטער זיין צייטונג מיט א יושר און גערעכטיגקייט, ער איז שוין גרייט צו גיין דא און דארט, מאכן שלום, נאר לאמיר עס ענדיגן און פארטיג, אבער ניין, ער איז סטאק,

ער עפענט הונדערט, עס הייבט זיך אהן רדיפות און לשון הרע אויפן גאס, פאנעט האט גע'גנב'עט קינדליין, ער האט גע'גנב'עט די אפיס, ריינער וכת דיליה האבן געמאכט קולות וברקים, אבער פאנעט ווי א נער האט זיך געהאלטן די מויל פארמאכט, ער האט געמיינט אז אמת מארץ תצמח געשעט אליינס אהן עס באוואסערן, ער האט געמיינט אז עס איז נאך דא יושר און צדק אויפן וועלט...

נאך יארן פון שווייגן, האט די טעראר און פראפעגאנדע געטון דאס זייניגע און ער האט באנקרארטירט, נישט וועגן א עיקול, פאנעט האט אויך געהאט עיקולים לעיקליהם וואס ווענדט אפ זייער עיקול, נאר וועגן איין סיבה, "טעראר"! מען האט טערארעזירט בעלי כשרות מיט גראסעריס, ביז מען האט אים ארויסגעפירט פון ביזנעס, פשוט פארמאכט די פרנסה פון א איד, און ווען ער האט זיך געכאפט ביים קאפ, איז שוין געווען צו שפעט, עס איז שוין נישט געווען שייך צוריקצודרייען.

האט ער מחליט געווען עד כאן, גענוג געשוויגן, פון יעצט הייב איך אהן צו רעדן, איך וועל אלעס פארציילן, זאל דער עולם וויסן אביסל וואס טוט זיך אויפן וועלט, און נישט אנקוקן די וועלט מיט אזעלכע תמימות'דיגע גלעזער וואס ער האט עס אנגעקוקט, און גלייכצייטיג פראבירט ער אויך צו געווינען די דעת הקהל צו זיין זייט, און זיך אביסל ריינוואשן זיין נאמען פון אלעס וואס מען האט ארויפגעשמירט אויף אים במשך די יארן,

אזוי קוק איך עס אהן.

טאמבל סאס » מיטוואך יוני 15, 2022 5:36 pm

· #502283
איך הער. איך אנטשולדיג מיך און איך ציה צוריק פון מיינע דיסרעספעקטול ווערטער אויף פאנעטה.

ניין, איך האב קיינמאל נישט אריינגעקוקט אין זיי כאטש מיין זוהן האט זיי יעדע וואך אהיימגעברענגט. דו פארשטייסט, מיך בלוטיגט אז אין די צייט וואס ס'איז דא א וועלט מיט אמת'ע און ווירדעוויילע וויסענשאפטן לערנט מען אין די מוסדות מיט אונזערע קינדער, גארנישט. אבער זיי פיטערן די מח מיט שטותים, קאמיקס און דברים של מה בכך דאס ווייסט מען שוין איינמאל. אתמהה, וואס קומט פריער?

שמן למאור » מיטוואך יוני 15, 2022 6:02 pm

· #502285
מענדל הערש פאנעט האט מיר געשיקט א סקרינשאט פריוואט, און דערביי דערציילט די מעשה אינטער דעם, אז מען זאל קענען זען די געוואלדיגע "פאן" וואס ער האט געהאט זיצענדיג אינעם אזוי געריפענעם "אוועל אפיס"

דוד ריינער'ס ברידער מענדי פון רינאועל, האט געוואלט אז קינדליין זאל באשרייבן די ארגעניזאציע פאר אן אדווערטייזמענט, דהיינו אז מען זאל מאכן א קאמפיין אז די קינדער זאלן גיין נאך געלט חנוכה, מען האט אפגעשמועסט א פרייז פון 18 אלפים, עס האט אפגעקאסט פאר קינדליין 12 אלפים, און 6 אלפים איז געווען ריווח, למעשה איז ער נישט געווען צעפרידן פון די תוצאות פונעם קאמפיין, עס האט נישט אריינגעברענגט אזוי פיל געלט וויפול ער האט געוואלט, און ער האט געהאט טענות, אבער פאנעט האט געטענ'ט אז ער איז בלויז אזוי ווי א פשוטע מארקעטינג קאמפעני כלפי די עדוואטייזערס, ער איז נישט שילדיג אויף די תוצאות, אזוי ווי יעדע מאגאזין וואס האט נישט קיין אחריות אויף די תוצאות פון די עדס וואס גייען אריין אונעם צייטונג, למעשה האט מענדי געשיקט אן הזמנה צו מענדל הערש, און דוד האט נישט געוואלט דילן מיט דעם, ווייל ער האט גע'טענה'ט אז די סיבה פארוואס די געלט איז נישט אריינגעקומען ווי ערווארטעט, איז וועגן די שוואכע ארבייט פונעם ארטיקל

די סקרינשאט איז פון די קאווערסעישן צעווישן פאנעט און דוד ריינער אויף וואטסאפפ, מען קען זיך אסאך לערנען פון די שמועס דא
📎 IMG_20220615_175644_356.jpg

פאליטיקאנט » מיטוואך יוני 15, 2022 8:02 pm

· #502294
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
עצי שטים
מענדל הערש פאנעט האט מיר געשיקט א סקרינשאט פריוואט, און דערביי דערציילט די מעשה אינטער דעם, אז מען זאל קענען זען די געוואלדיגע "פאן" וואס ער האט געהאט זיצענדיג אינעם אזוי געריפענעם "אוועל אפיס"

דוד ריינער'ס ברידער מענדי פון רינאועל, האט געוואלט אז קינדליין זאל באשרייבן די ארגעניזאציע פאר אן אדווערטייזמענט, דהיינו אז מען זאל מאכן א קאמפיין אז די קינדער זאלן גיין נאך געלט חנוכה, מען האט אפגעשמועסט א פרייז פון 18 אלפים, עס האט אפגעקאסט פאר קינדליין 12 אלפים, און 6 אלפים איז געווען ריווח, למעשה איז ער נישט געווען צעפרידן פון די תוצאות פונעם קאמפיין, עס האט נישט אריינגעברענגט אזוי פיל געלט וויפול ער האט געוואלט, און ער האט געהאט טענות, אבער פאנעט האט געטענ'ט אז ער איז בלויז אזוי ווי א פשוטע מארקעטינג קאמפעני כלפי די עדוואטייזערס, ער איז נישט שילדיג אויף די תוצאות, אזוי ווי יעדע מאגאזין וואס האט נישט קיין אחריות אויף די תוצאות פון די עדס וואס גייען אריין אונעם צייטונג, למעשה האט מענדי געשיקט אן הזמנה צו מענדל הערש, און דוד האט נישט געוואלט דילן מיט דעם, ווייל ער האט גע'טענה'ט אז די סיבה פארוואס די געלט איז נישט אריינגעקומען ווי ערווארטעט, איז וועגן די שוואכע ארבייט פונעם ארטיקל

די סקרינשאט איז פון די קאווערסעישן צעווישן פאנעט און דוד ריינער אויף וואטסאפפ, מען קען זיך אסאך לערנען פון די שמועס דא
כ'האב נישט קיין אנונג וואס גייט פאר מיט די גאנצע מחלוקה און כ'האב ניטאמאל דורכגעליינט דעם אשכול.
אבער די סקרינשאט (אויב אמת) ווייזט אז דער ריינער איז א שטארקע עגאאיסט, און איינער וואס רעכנט זיך נישט מיט קיינעם.

קורקלענד » מיטוואך יוני 15, 2022 8:06 pm

· #502296
דער ריינער אין די מעסעדזשעס קומט אריין ווי א שטארקע מאמין און בעל בטחון.

מיינע קינדער ווילן בשום אופן נישט הערן פון קינדליין. און זייט הונדערט איז באנקראט, האבן זיי אנגעהויבן ליינען מער גרעסערע און ערנסטע זאכן. ווי די גלאק, ביכער, נאוועלעס, און לענגערע היסטאריע. קען טאקע זיין אז די זאכן האבן געטוהן די פארקערטע פון אויפטוען?

פאליטיקאנט » מיטוואך יוני 15, 2022 8:10 pm

· #502298
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
יא יא, אמונה ווען עס איז יענער וואס ארבעט.
און מיט זיין שטארק אמונה שפעקולירט ער אז קען זיין עס איז פשוט זיין מזל.....


סתם נייגעריג,פארוואס קען נישט א צווייטע עפענען הונדערט און ר' מענדל הערש וועט 'ארבעטן' פאר יענעם (אפשר אפ' אפיציעל מיט קאמישען)?

תרמב » מיטוואך יוני 15, 2022 11:39 pm

· #502309
קורקלענד
דער ריינער אין די מעסעדזשעס קומט אריין ווי א שטארקע מאמין און בעל בטחון.

מיינע קינדער ווילן בשום אופן נישט הערן פון קינדליין. און זייט הונדערט איז באנקראט, האבן זיי אנגעהויבן ליינען מער גרעסערע און ערנסטע זאכן. ווי די גלאק, ביכער, נאוועלעס, און לענגערע היסטאריע. קען טאקע זיין אז די זאכן האבן געטוהן די פארקערטע פון אויפטוען?
אפשר זענען דיינע קינדער פשוט עלטער געווארן....?

אגב איך ווייס נישט וואס מ'רעגט זיך אויף די תוכן פון די קינדליין, אמאל פלעגן די קינדער לייענען נאר די כל העולם כולו ביז די קינדליין איז געקומען און געמאכט א איבערקערעניש אין די וועלט פון קינדער לייען מאטריאל, אוודאי האט ער געדארפט אריינרוקן אסאך קאמיקס מיט נאך שטותים, אז די קינדער זאלן עס וועלן אויפהייבן בכלל, אבער צווישן די בלעטער האט ער אריינגערוקט גאר אסאך נאלעזש וואס די קינדער וואלטן אין ערגעץ נישט באקומען, ער האט געהאט הערליכע רוברוקן איבער סייענס און נפלאות הבורא, היסטאריע סיי אלגעמיינע און סיי אידישע און נאך איטערעסאנטע נושאים, ער האט געמאכט א גרויסע טויש, אנשטאט לייענען קיריעס זשאורזש האט מען אנגעהויבן לייענען מער אינהאלטספולע זאכן.

קורקלענד » דאנערשטאג יוני 16, 2022 12:50 am

· #502310
תרמב
אפשר זענען דיינע קינדער פשוט עלטער געווארן....?
עטליכע קינדער פון אנדערע יארגאנג זאלן צוזאמען אין איין וואך אויסוואקסן איז א חידוש....

טאמבל סאס » דאנערשטאג יוני 16, 2022 3:11 am

· #502321
קורקלענד
דער ריינער אין די מעסעדזשעס קומט אריין ווי א שטארקע מאמין און בעל בטחון.
און מיט א שוואכער ענגליש (צו פאנעטה'ס טוען):
😂 I will never be moichel you...helping a ganav continue his steal

מיט וועם ווילסטו ענדישער שטיין אין ווארט, א געלט'ס מענטש אדער א מענטש מיט וועמען מ'קען קאמיוניקירן אינטעלעדזשענטלי?

וחוץ מזה, טערעראזירן א טוען איז א געוואלדיגע עולה. נאר אזוי קענען מיר האבן דעמאקראטישע און פעיר טרייעלס דורכ'ן געבן יעדן די רעכט צו ווערן פעירלי רעפרעזענטירט! גייט ער און און שרעקט אפ יענעמ'ס לויער. שומי שמים..!
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8