☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

366 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15337
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

לאכעדיג » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 11:28 pm

· #547813
Re: א ווענדונג צו מענדל הערש פאנעט
טמיר #
@לאכעדיג, כ'ווייס נישט פונקטלעך דיין אגענדע אנטקעגן רמ"ה, ס'איז זיכער נישט סתם ווייל האסט "איינגעזעהן" אין ריינער'ס גערעכטיקייט. אבער כ'וואלט דיך געראטן זיך צי בארואיגן, ווייל מתוך גנותו בא לידי שבחו.

אויב דו באקומסט באצאלט פאר דעם, קען עס זיין א חשש גזילה

א דאנק פאר אייער געראטאכץ.

טמיר » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 11:34 pm

· #547815
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
פאר די וואס פרעגן וואס די השתלשלות הדברים איז דא. איז אזוי, איך בין נאר באקאנט מיט איין זייט פון די שטעקן. פארוואס? ווייל דער זייט לייגט אלעס ארויס. מ'קען זעהן באריכות גדול אלע זיינע טענות מיט הוכחות אויף זיין יוטוב טשענעל https://youtube.com/@mhpaneth?si=u4nWudCH1l0TOUH0. און טאמער האסטו נאך א שאלה איז ער גרייט צי ענטפערן בטו"ט סיי אויפן טעלעפון, טעקסט, וואטסעפפ און טעלעגראם.

אויב דו ווילסט הערן סיי ווער פון די אנדערע צד, גוד לאק. אין בעסטן פאל (אויב די טעלעפון איז נישט געווארן מיסטיריעז אפגעהאקט) וועסטו באקומען א גרעפץ "נישט אויפן טעלעפאן".

כ'מיין דאס איז שוין פונקט גענוג. מ'דארף גארנישט מער קיין "הוכחות"

לאכעדיג » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 11:38 pm

· #547816
Re: א ווענדונג צו מענדל הערש פאנעט
בא גד #
זעמער געוואר געווארן היינט אז מיר האבן דא גאר א חשובע ניק
א דאקטער!
א ראבינער אויך!
יעצט ביסטו מיר שוין א בעל רוח הקודש?
געטץ א קוק וואס מיר פארמאגן דא!!
שטעלט אייך אויף פאר לאכעדיג

אבער ברוך ה' אז א גנב בין איך נישט...
און פאנעט האלט גאלאנטע רב שליט"א
ועוד רבנים אז ער איז יא א גנב.

בא גד » פרייטאג פעברואר 2, 2024 12:15 am

· #547825
Re: א ווענדונג צו מענדל הערש פאנעט
לאכעדיג #
בא גד #
זעמער געוואר געווארן היינט אז מיר האבן דא גאר א חשובע ניק
א דאקטער!
א ראבינער אויך!
יעצט ביסטו מיר שוין א בעל רוח הקודש?
געטץ א קוק וואס מיר פארמאגן דא!!
שטעלט אייך אויף פאר לאכעדיג

אבער ברוך ה' אז א גנב בין איך נישט...
און פאנעט האלט גאלאנטע רב שליט"א
ועוד רבנים אז ער איז יא א גנב.
זיי האלטן נישט אזוי! קען זיין זיי "זאגן" אזוי אבער זיי האלטן נישט אזוי
גאלאנטער רב האט ניטאמאל אויסגעהערט מענדל הערש פאנעטס טענות בכלל
סא ווי קען ער האבן א מיינונג?
אבער אויב גאלאנטא רב זאגט אז ער איז א גנב (כאטש איך האב עס נאכנישט געהערט) דאן איז ער נישט קיין כשר'ע דיין
ווייל א דיין קען נישט פסקנען אן אויסהערן ביידע צדדים

און די "אנדערע רבנים" האלטן וואס? וועלכע אנדערע רבנים? די זעלבע וואס האבן אים קיינמאל נישט אויסגעהערט?

לאמיר דאס מאכן קלאר
דער איינציגסטער וועלכע האט עפישעלי געהערט ביידע זייטן איז בלויז משה בערגמאן, אויך רוב צייט האט בערגמאן בלויז געהערט דעם ריינער און קוים געלאזט פאנעט רעדן
אויב בויעסטו דיין הנחה אויף בערגמאן'ס מיינונג, דעמאלס חוץ פון לאכן וועל איך נישט גארנישט זאגן
נו נו וועט מען זען אין קארט ווער משה'לע איז
צו די "דיינות געלט" וואס ער רייסט ארויס איז אזוי ערליך גענומען
גיי ארום אין גאס פרעג זיך נאך אויף דעם משהלע בערגמאן

און יעדער אנדערע רב וואס זאגט דאס איז א שקרן און א רשע מרושע ווייל קיין שום רב קען נישט פסקענען אויף א איד אן אים אויסהערן
דאס איז וואס אונזער תורה זאגט
קען זיין אז ריינער האט א נייע תורה אבער דאס איז נישט אונזער תורה

סתם אזוי, מענדל הערש האט געוואלט גיין בימים ההם צו א בית דין של שלשה און ריינער דער "נישט גנב" האט געציטערט אהין צו גיין
פארוואס האט ער אזוי מורא געהאט? הא?
און לא לחינם הלך דוד ריינער לי.ק. קוק ווער זיין קליקע איז
א גוטן פורים

(ביסט אפשר א דאקטער אבער זייער א שוואכער קאמפיינער
סארי פארן זיין בלאנד)

לאכעדיג » פרייטאג פעברואר 2, 2024 1:46 am

· #547837
Re: א ווענדונג צו מענדל הערש פאנעט
ערנסטגערעדט #
מיין הארץ גייט אויס פאר הרב פאנעט
ער איז א זעלטענע טאלאנט וואס האט אויפגעבויט אזא ברענד ווי קינדליין, וואס האט פארקויפט די מערסטע פון אלע אויסגאבעס אין די גוטע יארן.

אין די זעלבע צייט איז ער באגאנגען אן עולה, צי ער איז יא גערעכט מיט טענות אדער נישט, אויסשפארן יענעם פונעם אקאונט, און לויפן אין ערכאות איז לכולי עלמא א שטינק.
נעמען א מאגאזין וואס האט א מאדזשאריטי שותף, לכולי עלמא האט ער נישט געהאט די רעכט דאס צו פארמאכן.
נעמען א מאגאזין מיט געלט פון א שותף און טוישן שלעסער פון די אפיס , טוישן די נאמען פון קינדליין צו הונדערט טוישט נישט די מציאות אז די ארבעטער און די אפיס מיט אלעס אינעווייניג באלאנגט נישט פאר אים.
ער האט גענומען א געמבל וואס האט זיך אויסגעלאזט וויאזוי סאיז, און ער האט זיך אנגעהויבן מיט די ראָנג מענטש מיט איינער וואס האט אסאך געלט סיי צו עפענען א נייע מאגאזין און סיי צו פייטן אין דין תורה אדער קאורט.
זיכער איז עס א גראבע איגו פייט ביי יעצט
אבער אראפרייסן יענעם אלס א טעראריסט און שרייען וועגן דין תורות וועט אים זיכער נישט העלפן.

איך וואונטש אים דאס בעסטע
און איך האב גרויס מיטלייד מיט אים
אבער אויך מיר האבן נישט געהערט אדער געזען די הוכחות פון קיין שום צד.
פון די אנדערע זייט פעלט נישט קיין נעסטי וואטסעפ מעסעדזשעס פון פאנעט צו זיינע ארבעטער וואס מאכט די סקרינשאטס וואס ער האט ארויסגעגעבן (מיט וואס די עולם ממש קען זיך נישט בארואיגן וואסערע אויסניצער יענער איז געווען) גאלד קעגן זיינע מאניפולאציעס אין ביזנעס.

סא קודם הרב פאנעט ווייז דיינע הוכחות
נאכדעם דארף מען הערן יענעמס ענטפער דערנאך קען די עולם פסקנען.

מענדל הערש פאנעט איז נאר פארנומען אראפצורייסן דין תורות מיט רבנים אבער ער רעדט נישט פון וואס ער האט געטון...
פארשטייט זיך...

אגריפס המלך » פרייטאג פעברואר 2, 2024 1:54 am

· #547839
Re: א ווענדונג צו מענדל הערש פאנעט
נו אדרבה לאמיר הערן, וואס האט ער געטוהן?

לאכעדיג » פרייטאג פעברואר 2, 2024 2:02 am

· #547841
Re: א ווענדונג צו מענדל הערש פאנעט
זיך צושלאגן מיט זיין שותף.

אגריפס המלך » פרייטאג פעברואר 2, 2024 2:07 am

· #547843
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
לאכעדיג #
זיך צושלאגן מיט זיין שותף.
בוסט ממש צוקער זיס...

חוץ פון דעם האסטו נאך עפעס אדער דאס איז געוועהן נאך עפעס סתם א "לאכעדיגע" תגובה ווי אלע דיינע איבעריגע?

איך האב מיך גראדע געראכטן אויף אזא סארט ענטפער ווייל ווען דו האסט ווען עפעס א גוטע מעשה אויף איהם גלייב איך נישט דו וואלסט דיך איינגעהאלטן ביז יעצט, אבער אזוי זיס צו זיין האב איך נישט געגלייבט אז דו בוסט, איך מיט דיר זאגן די בוסט ממש געלונגען! דו נעמסט אפשר אן חתונות? איך טראכט ערנסט פון דיר אפשר נעמען פאר מיין זון'ס חתונה?

לאכעדיג » פרייטאג פעברואר 2, 2024 2:09 am

· #547844
Re: א ווענדונג צו מענדל הערש פאנעט
אגריפס המלך #
דו נעמסט אן חתונות? אפשר נעם איך דיך פאר מיין זון'ס חתונה?
.Ask me in private

אגריפס המלך » פרייטאג פעברואר 2, 2024 2:13 am

· #547845
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
לאכעדיג #
אגריפס המלך #
דו נעמסט אן חתונות? אפשר נעם איך דיך פאר מיין זון'ס חתונה?
.Ask me in private
אבער גענטפערט נארמאל אויף וואס איך האב דיר געפרעגט האסטו נישט! פארוואס? איך ברעך מיך ממש קאפ פארוואס דו האסט נישט וואס מיר צו ענטפערן.

לאכעדיג » פרייטאג פעברואר 2, 2024 2:16 am

· #547846
Re: א ווענדונג צו מענדל הערש פאנעט
אגריפס המלך #
אבער גענטפערט נארמאל אויף וואס איך האב דיר געפרעגט האסטו נישט! פארוואס? איך ברעך מיך ממש קאפ פארוואס דו האסט נישט וואס מיר צו ענטפערן.

וויייל די האסט געזען וואס ערנסטגערעדט האט געשריבן.
וואס פרעגסטו איבער ווי א האן פון די בני אדם וואס ער האט געטון.

און צוברעך נישט דיין קאפ ווייל די וועסט נישט האבן ווי צולייגן דיין הוט.

אגריפס המלך » פרייטאג פעברואר 2, 2024 2:32 am

· #547847
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
לאכעדיג #
אגריפס המלך #
אבער גענטפערט נארמאל אויף וואס איך האב דיר געפרעגט האסטו נישט! פארוואס? איך ברעך מיך ממש קאפ פארוואס דו האסט נישט וואס מיר צו ענטפערן.

וויייל די האסט געזען וואס ערנסטגערעדט האט געשריבן.
וואס פרעגסטו איבער ווי א האן פון די בני אדם וואס ער האט געטון.
קודם כל איך ווייס נישט וואס דו ווילסט דא מיט ערנסטגערעדט ס'זעהט מיר אויס אז ס'פעלט דיר אביסל הסברה אין דיין תגובה(ות אזוי ווי אלע דיינע) ווייל איך כאפ נישט וואס דו ענפערסט מיך דא.

און צווייטנס זעה איך פשוט ווייטער אז דו האסט מיר נישט וואס צו ענטפערן און די שיסט מיר צוריק עפעס א תגובה וואס האט אביסל אותיות מיט ספעיסעס וואס דאס דארף ענטפערן צו אפפרעגן איך פרוביר נאך צו כאפן וואס איך דארף טוהן מיט דעם (קען זיין גאר אז איך דארף עס שיקן צו ריינער ווייל ער וועט שוין מאכן עפעס א קלעים דערפון ווער ווייסט...)

לאכעדיג » פרייטאג פעברואר 2, 2024 2:37 am

· #547850

אגריפס המלך, איינס פלאס איינס איז צוויי און נישט קיין רענצל.
די שרייבסט אזוי דראמאטיש אז מען קען פאר איין רגע מיינען אז די רעדסט צו די זאך. (נישט געזארגט, נאר פאר איינס..)
אויך מיר א מלך, ניטאמאל א ראזשינקע.

אגריפס המלך » פרייטאג פעברואר 2, 2024 2:38 am

· #547851
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
לאכעדיג #
אגריפס המלך #
לאכעדיג #
אגריפס המלך #
אבער גענטפערט נארמאל אויף וואס איך האב דיר געפרעגט האסטו נישט! פארוואס? איך ברעך מיך ממש קאפ פארוואס דו האסט נישט וואס מיר צו ענטפערן.

וויייל די האסט געזען וואס ערנסטגערעדט האט געשריבן.
וואס פרעגסטו איבער ווי א האן פון די בני אדם וואס ער האט געטון.
קודם כל איך ווייס נישט וואס דו ווילסט דא מיט ערנסטגערעדט ס'זעהט מיר אויס אז ס'פעלט דיר אביסל הסברה אין דיין תגובה(ות אזוי ווי אלע דיינע) ווייל איך כאפ נישט וואס דו ענפערסט מיך דא.

און צווייטנס זעה איך פשוט ווייטער אז דו האסט מיר נישט וואס צו ענטפערן און די שיסט מיר צוריק עפעס א תגובה וואס האט אביסל אותיות מיט ספעיסעס וואס דאס דארף ענטפערן צו אפפרעגן איך פרוביר נאך צו כאפן וואס איך דארף טוהן מיט דעם (קען זיין גאר אז איך דארף עס שיקן צו ריינער ווייל ער וועט שוין מאכן עפעס א קלעים דערפון ווער ווייסט...)
איינס פלאס איינס איז צוויי און נישט קיין רענצל.
די שרייבסט אזוי דראמאטיש אז מען קען פאר איין רגע מיינען אז די רעדסט צו די זאך.
אויך מיר א קעניג, ניטאמאל א ראזשינקע.
דו ווילסט זאגן אז פאנעט האט גע'גנב'ט איין צוויי רענצלעך אנגעפילט מיט ראזשינקעס פונעם קעניג?
און ווי אזוי גייט די פלעי ווייטער איך ווער דא נאכאמאל אפגעפרעגט?

אגריפס המלך » פרייטאג פעברואר 2, 2024 2:40 am

· #547852
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
לאכעדיג #
אגריפס המלך #
אבער גענטפערט נארמאל אויף וואס איך האב דיר געפרעגט האסטו נישט! פארוואס? איך ברעך מיך ממש קאפ פארוואס דו האסט נישט וואס מיר צו ענטפערן.

וויייל די האסט געזען וואס ערנסטגערעדט האט געשריבן.
וואס פרעגסטו איבער ווי א האן פון די בני אדם וואס ער האט געטון.

און צוברעך נישט דיין קאפ וויייל די וועסט נישט האבן ווי צולייגן דיין הוט.
יעצט זעה איך אז דו האסט צוגעלייגט נאך א שורה צו דיין אותיות תגובה און איך מיז דיר זאגן דו בוסט א שרעקליכע לץ וואס דו וועלט האט נאכנישט געזעהן

לאכעדיג » פרייטאג פעברואר 2, 2024 2:45 am

· #547853
Re: א ווענדונג צו מענדל הערש פאנעט
אגריפס המלך #
דו ווילסט זאגן אז פאנעט האט גע'גנב'ט איין צוויי רענצלעך אנגעפילט מיט ראזשינקעס פונעם קעניג?
און ווי אזוי גייט די פלעי ווייטער איך ווער דא נאכאמאל אפגעפרעגט?
די זיצט ביי א פלעי יעצט?
!Enjoy it

איך האף אז די האסט נישט פארגעסן דיינע שיך אין די פריזער אויב יא קען איך בעטן די Aid זאל עס ארויסנעמען.

און איך האב נישט געוויסט אז מענטשן וואס וועפן שוין שרייבן דא. נעבעך. אנטשולדיג.

איך אויך » פרייטאג פעברואר 2, 2024 4:41 am

· #547862
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
.OK, this is getting weirder as we go along

שמן למאור » פרייטאג פעברואר 2, 2024 8:31 am

· #547867
Re: א ווענדונג צו מענדל הערש פאנעט
לאכעדיג #
די רבנים און די בתי דינים וועלן בלייבן לעולם ועד.
און פון מענדל הערש פאנעט איז שוין יעצט גארנישט געבליבן.

הער גוט וואס איך זאג דיר, איינמאל פאר אלעמאל,
פאנעט האט "ZERO CHANCE" צו געווינען די קארט.

וועסטו זאגן ליין דורך זיין קלעם, ער האט גוטע ראיות.
וועל איך דיר זאגן נאכאמאל, ער גייט גארנישט געווינען.

לייג אוועק די תגובה און פרעג מיר אין אפאר יאר ארום
פון ווי איך האב דאס געוויסט.
אז ס'וועט זיך ארויסשטעלן אז ביסט טאקע גערעכט געווען און מענדל הערש וועט פארלירן, וועט קיינער נישט אויפמישן דיין תגובה דא און באוואונדערן וויאזוי דו האסט דאס פאראויסגעזאגט. סך הכול איז עס א 50/50 שאנס, און דו האסט גענומען א געמבל. כ'קען שרייבן די זעלבע תגובה מיט א פעסטקייט אויף פארקערט, און אויב זאל זיך ארויסשטעלן אז איך בין גערעכט וועל איך זיך אויך קענען אהערשטעלן ווי א נביא.

דאס איז בכלל נישט אינטערסאנט און סתם געהאקט אין קאפ אריין. אז דו זאגסט מיט א פעסטקייט אז פאנעט גייט זיכער פארלירן דאן לייג ארויס פארוואס דו האלטסט אזוי, וואס האט דיר געפירט צו קומען צו דעם מסקנה, אנדערש איז דיין תגובה ניטאמאל ווערט לצור על פי צלוחית.

טייטרינקער2 » פרייטאג פעברואר 2, 2024 8:46 am

· #547869
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
אזוי פיהל noise אן קיין קראנטע פאקטן 😕

בא גד » פרייטאג פעברואר 2, 2024 11:14 am

· #547877
Re: א ווענדונג צו מענדל הערש פאנעט
שמן למאור #
לאכעדיג #
די רבנים און די בתי דינים וועלן בלייבן לעולם ועד.
און פון מענדל הערש פאנעט איז שוין יעצט גארנישט געבליבן.

הער גוט וואס איך זאג דיר, איינמאל פאר אלעמאל,
פאנעט האט "ZERO CHANCE" צו געווינען די קארט.

וועסטו זאגן ליין דורך זיין קלעם, ער האט גוטע ראיות.
וועל איך דיר זאגן נאכאמאל, ער גייט גארנישט געווינען.

לייג אוועק די תגובה און פרעג מיר אין אפאר יאר ארום
פון ווי איך האב דאס געוויסט.
אז ס'וועט זיך ארויסשטעלן אז ביסט טאקע גערעכט געווען און מענדל הערש וועט פארלירן, וועט קיינער נישט אויפמישן דיין תגובה דא און באוואונדערן וויאזוי דו האסט דאס פאראויסגעזאגט. סך הכול איז עס א 50/50 שאנס, און דו האסט גענומען א געמבל. כ'קען שרייבן די זעלבע תגובה מיט א פעסטקייט אויף פארקערט, און אויב זאל זיך ארויסשטעלן אז איך בין גערעכט וועל איך זיך אויך קענען אהערשטעלן ווי א נביא.

דאס איז בכלל נישט אינטערסאנט און סתם געהאקט אין קאפ אריין. אז דו זאגסט מיט א פעסטקייט אז פאנעט גייט זיכער פארלירן דאן לייג ארויס פארוואס דו האלטסט אזוי, וואס האט דיר געפירט צו קומען צו דעם מסקנה, אנדערש איז דיין תגובה ניטאמאל ווערט לצור על פי צלוחית.
איך פארשטיי נישט דיין פראגע בכלל!

זעסטו נישט ווי לענגאויס די מערכה האלט ריינער און איין שיסן און ווארפן פאנטאסטישע הבטחות און לאזונגען וועלכע.....עם עם... ארבעטען זיך אויס פונקליך (נישט אזוי ממש),
איך רעכן דא אויס אפאר סעמפלס:

ווער געדענקט נישט דעם לאזונג זיינער ביים "צוריק" עפענען קינדליין אויפן אייגענעם פויסט: "שענער בעסער גרעסער"!
דאס האט געהאקט און געקנאקט אין אלע גאסן וואסטאפ גרופס טוויטער און ווי נישט
מיט א זעלבסזיכערקייט וואס האט געשיינט אז ער האט דעקונג און שטארקע פלענער דערפאר
איז דאס מקויים געווארן? אויסגעפירט? וואס זאגט איר?

נאך א לאזונג: "עס קומט א אויסגאבע פאר עדאלטס ווי קיינמאל בעפאר"!
און? יא עס איז טאקע ארויס געקומען א אויסגאבע ווי קיינמאל בעפאר
אבער לאמיר נישט אריינגיין אין פרטים מיט וואס איז עס "ווי קיינמאל בעפאר" lol

נאך א לאזונג? "פאנעט וועט קיינמאל נישט קענען ארויס גיין פון בערמגאן דורך קארט"!
און? ווי זיצט ער די לעצטע לאנגע לאנגע תקופה? ווי קוקט עס אויס?

איך האב אמאל אליין געהערט מפיו: "איך האב געמאכט אין קאראנע 200 מיליאן דאלער ריווח"!
נו? קען זיין? הלואי!
אזוי וועט כאטש פאנעט האבן פון ווי צו קאלעקטן זיינע גראשן.

סאיז מיר סתם א פלא, א נגיד מיט די סארט געלטער זאל זיך אזוי שלאגן מיט א קבצן פאר א ביזנעס וואס איז ווערד פעניס קעגן וואס ער זאגט אז ער האט אין באנק?
ווי בכלל לאזט ער זיך אזוי אראפ? ווי האט ער צייט פארדעם? לוינט זיך אים אזוי די גאנצע קאפווייטאג?

און אויב איז ער אזוי רייך פארוואס זאגן שרייבערס/פאטאגראפערס און נאך ארבעטער אין דעם "נייעם גרעסערע שענערע און בעסערע קינדליין" אז ער בלייבט שולדיג געלט פאר זייער ארבעט?
(וואס אין די ארגינעלע קינדליין האט מען עס נישט געהערט במשך אלע יארן וואס די קאפל פאנעט האט עס געפירט, אן האבן 200 מיליאן אין באנק)

מילא ווען ער מוטשעט זיך צו קאווערען זיין טאג/חודש
אקעי הערט מען ליידער אזאנס ביי ביזנעסנער
אבער א בעה"ב מיט 200 מיליאן אין באנק זאל נישט צאלן שרייבערלעך?
בכלל ברענגט מיר אפיר נאך איין נגיד וואס טראגט די סומעס אין טאש זאל זיך אזוי שלאגן און שמוציג מאכן, אבער שוין, דאס איז נישט קיין פירכא אפשר אבער א פלא עצום איז עס זיכער
בפרט אז פאנעט האט כסדר פארגעשלאגן גאר מכובדיגע סעטלמענטס וועלכע ריינער האט אפגעווארפן

איך דארף נישט אויסרעכענען מער לאזונגען וואס פליסן פון זיין מויל די לעצטע יארן וועלכע זענען ממש פונקליך מקויים געווארן, ממש אויפן האר 🙄 😂
צו דאס זאל זיין לשון הרע'ס וואס ער האט ארום געפירט קעגן פאנעט וואס מיט איין רגע מברר זיין האט זיך ארויסגעשטעלט אז לא דובים ולא יער
מר ריינער האט נישט מינימום דיגנעטי כאטש צו באקן א מעשה וואס איז שווערליך צו מוכיח זיין אין א רגע אז סאיז קינדערישע בלאף
נידט אז אלע זיינע נאנטע זאלן אים אנקוקן ווי איינער מיט די פוס אין די לופטן
אבער איך פשוטע גד'ל גייט זיך נישט דערוואגן צו געבן עצות פאר א חכם און נביא ווי דער מעכטיגער פילאנטראפ ריינער

איר ווילט מער לאזונגען פון "קראנטע פאקטן" מיט מעשיות און "רוח הקודש" פון דער 200 מיליאן דאלערדיגער ריינער?
שטעלט אייך נעבן זיינע פריינט און הערט נאך יאמען פון לאזונגען וואס זענען נישט אזוי פונקליך געשען אדער געשטויגן און געפלויגן

-----
אמת יעדע קארט איז 50 50
די שאלה דא איז וואס 50 50 מיינט?
צו מיינט עס אז עס וועט זיין א פסק אז ריינער ועוזריו זאלן מוזן צאלן 30 מיליאן דאלער אדער א אנדערע סכום?
צו עס מיינט אז געוויסע פון די נתבעים קענען ווערן ארעסטירט אדער נישט?
די 50 50 קען מיינען אסאך גאר אסאך
קען זיין אז פאנעט וועט אלעס פארלירן
אבער ווער עס קען א' ב' און האט שטודירט ריכטיג דעם קעיס (נישט פין קאווע שטיבל נאר פון די קארוט דאקומענטן פון ביידע זייטן) גלייבט שווער אז פאנעט וועט אלעס פארלירן
די מומחים זאגן דאס נישט בכלל

אבער גארנישט איז נישט זיכער ווען עס קומט צו קארט
גארנישט!

אבער זאגן מיט אזא פשטות און זעלבסזיכערקייט "פאנעט גייט 100% פארלירן", דאס קען בלויז א פארשוין ווי ריינער זאגן

בפרט נאכן פארלירן לעיני כל הקהל די לעצטע תקופה אין בענקראפסי קארט זאך נאך זאך כאטש ער האט מבטיח געווען פאר זיינע שלוחים אז "אלעס איז אונטער קאנטראל און סאיז נישטא וואס זיך צו זארגן"...

ווען וואלט איך געווען איינע פון די שלוחים זיינע וואלט איך נישט געשלאפן אזוי רוהיג ביינאכט נאכן זען ווי זיינע לאזונגען לאזן זיך אויס, און וואס א ווארט מיינט ביי אים

וואס מיין פראדישקאן איז?
כהאב נישט!
ווייל מיר פשוטע אידן וואס מאכן נישט 200 מיליאן ביי א קאראנע קענען נישט זיך אונטער נעמען צו שיסן עתידות און פאנסטאסטישע לאזונגען
דעריבער וועלן מיר לאזן דעם באשעפער טון זיינס

אבער רוב יהדות החרדית קוקט אויס פאר מה"פ'ס געווינס
פשוט ווייל מען וויל נישט לעבן אין די מצב (צוגעלייגט א סקרין שאט).
און מיר אלע ווייסן אז די אינהאלט פון דעם סקרינשאט איז נישט א דזשאוק אן דעקונג דאס איז די מציאות אין וואס גאנץ יהדות החרדית דניו יארק לעבט די לעצטע 3 דורות! און דאס איז terrible
עס האט שוין געקאסט צופיל אידיש בלוט צופיל אידיש געלט צופיל קרבנות און אפילו שוין גורם געווען טויט פעלער ווי קרבנות פון די מושחתים זענען פשוט קראנק געווארן צום טויט פון זייער רשעות
ביי השיבה שופטינו האבן אסאך צובראכענע אידן אינזינען די פרשה
📎 Screenshot_20240202_104930_Chrome.jpg

בא גד » פרייטאג פעברואר 2, 2024 11:26 am

· #547879
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
בכלל איז מיר א פלא
אויב ריינער איז "אזוי זיכער" מיט זיין געווינס און נקיית כפיים פארוואס אינוועסט ער שוין צוויי יאר געלט ארויס צו שלעפן די קעיס פון קארט?
ביסט אזוי זיכער אז דו ביסט ריין און גערעכט
גיי לייג פאר דיינע טענות
גיי פייט עס אויס דארט
פארוואס טוסטו אלעס צו אנטלויפן פון קארט?

פארקערט
קארט קען טון וואס בית דין קען נישט
ווי דיסקאווערי וכדומה

א איד וואס שרייט דריי יאר אז פאנעט איז דער וועלטס רויבער און ער איז ריין ווי ריינער
א איד ווי אים וואלט זיך געדארפט פרייען צו קארט
וואלט געדארפט קומען מיט א גראדע קאפ צו קארט

וועלכע דרייווער לויפט אוועק פון די פאליציי?
וועלכע יונגעלע לאזט נישט דער מנהל אויסטאפן זיינע טאשן?
הא?

גלייב מיר
איך בין נישט מקנא זיינע שיק יונגלעך
קיין רגע נישט
או להם מיום הדין אין קארט

צומישט און צוחישט » פרייטאג פעברואר 2, 2024 11:32 am

· #547881
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
@בא גד ווי אנדערע האבן שוין ערווענט קען יעדע פארלירער ביי א דין תורה שרייען אז די רבנים האבן גענומען געלט, און מ'שרייעט עס שוין אלע דורות און ביזדערווייל איז נאך יש דין בישראל און בתי דינים גייען געהעריג אהן און די טענה האט זיי נישט אונטערגעברענגט ווייל ס'פארקויפט זיך נישט אהן קיין געהעריגע פרוף.

בא גד » פרייטאג פעברואר 2, 2024 11:40 am

· #547882
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
צומישט און צוחישט #
@בא גד ווי אנדערע האבן שוין ערווענט קען יעדע פארלירער ביי א דין תורה שרייען אז די רבנים האבן גענומען געלט, און מ'שרייעט עס שוין אלע דורות און ביזדערווייל איז נאך יש דין בישראל און בתי דינים גייען געהעריג אהן און די טענה האט זיי נישט אונטערגעברענגט ווייל ס'פארקויפט זיך נישט אהן קיין געהעריגע פרוף.
ווען סוואלט נישט געווען אזא מציאות אזא נסיון
וואלט די הייליגע תורה נישט געשריבן "לא תקח שוחד"
און מיט די קלא דלא פסיק פאר יארן
א קלא דלא פסיק ווי דו גייסט און שטייסט
איז אביסל שווער צו גלייבן א סאיז ממש געבויט אויף ביטערנישט פון לוזערס אין בית דין
יעצט טאקע איז א געלעגנהייט ווי סאיז מעגליך אז מען גייט דאס קענען מברר זיין איינמאל פאר אלעמאל
דערפאר האט קארט די כח פון דיסקאווערי און אויב ווילן זיי קען די FBI אויך אריינקוקן דארט
הלואי זאל די אמת ארויס קומען
אזוי צו אזוי
הלואי!
ווייל די קולות אין אונזער ציבור איז צו הויעך אז מען זאל עס לאזן אזוי ווי סאיז
דאס איז א נושא וואס מוז איין איינמאל פאר אלעמאל ווערן דורכאקערעט
ממה נפשך
זענען די בתי דינים הייליג זאל עס יעדער זען
און אויב נישט זאל מען עס אויך זען

קורקלענד » פרייטאג פעברואר 2, 2024 11:43 am

· #547883
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
איינער פון די פראבלעמען דא איז, אז עס איז קיין דין תורה ביי א בית דין קיינמאל נישט געווען. פאנעט האט נישט פארלוירן א דין תורה. אפי' בערגמאן האט קיינמאל נישט געגעבן קיין פולקאמע פסק.

בא גד » פרייטאג פעברואר 2, 2024 11:45 am

· #547884
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
סתם פרעג איך
אויב זענען זיי אזוי ריין פארוואס לאזן דיינים נישט אריין קיין קעמערעס ביי דיני תורה?
אדער קאורט ריפארטערס?
אדער נימוקים?

אלעס דארט איז אזוי באהאלטן און פארשלייערט
דאס אליינס זאגט "דרשינו"
א ריינער מענטש א נקי כפיים באהאלט זיך נישט!

אדרבה
די בתי דינים הערן די טענות שוין 70 יאר
און עס האט זיך נאך קיין איין בית נישט אויפגעשטעלט און געזאגט:
נעמט אויף א אויספארשונג קאמפאני וואס זאל אונז אויספארשן
און דערנאך לייגט עס ארויס לעיני כל הקהל
פשוט אלץ והייתם נקיים

ניין
נישט געשען
און וועט נישט געשען
עכ"פ דורך די בתי דינים אליינס
עפעס עפעס באהאלטן זיי
וואס? און פארוואס?
פארוואס שעמען זיי זיך אזוי?

צומישט און צוחישט » פרייטאג פעברואר 2, 2024 1:18 pm

· #547900
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
אלעס זייער שיינע תורות און סברות, אבער ווי איר ברענגט אליינ'ס ארויס ווילאנג עס איז נישט פעסגעשטעלט דורך די קאורט אדער סיי וועלכע אנדערע אויספארשונג מיט ראיות אז ס'איז טאקע אזוי, איז די טענה נישט עפעס וואס קען איבערצייגן דעם נוטראלן מענטש אזוי צו האלטן.

אגריפס המלך » מוצ"ש פעברואר 3, 2024 7:43 pm

· #547921
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
צומישט און צוחישט #
אלעס זייער שיינע תורות און סברות, אבער ווי איר ברענגט אליינ'ס ארויס ווילאנג עס איז נישט פעסגעשטעלט דורך די קאורט אדער סיי וועלכע אנדערע אויספארשונג מיט ראיות אז ס'איז טאקע אזוי, איז די טענה נישט עפעס וואס קען איבערצייגן דעם נוטראלן מענטש אזוי צו האלטן.
דו מיינטס אוודאי צו זאגן דער ריינעראלן מענטש

צומישט און צוחישט » מוצ"ש פעברואר 3, 2024 8:19 pm

· #547926
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
אגריפס המלך #
דו מיינטס אוודאי צו זאגן דער ריינעראלן מענטש

פשוט אלס והייתם נקיים וויל איך דיר זאגן אז כ'ווייס ניטאמאל ווער דער ריינער איז און וויאזוי ער קוקט אויס און כ'האב נישט די מינדעסטע סימפאטיע צו אים מער ווי צו פאנעט, כ'פארשטיי אז דא איז פאנעט ביי דיפאלד די העלד ווייל ער רייסט אראפ די רבנים, אבער איך פערזענליך האב נישט קיין שום צד לכאן ולכאן, ולראי' קוק מיינע תגובות דא ארויפציר ווי איך בעט מיך פאר אביסל רקע אין די פרשה.

אגריפס המלך » מוצ"ש פעברואר 3, 2024 8:51 pm

· #547934
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
ביז ליגנט!

איך גלייב נישט אז דיין אישי איז פארמאכט והבן.

סוף טוב הכל טוב » מוצ"ש פעברואר 3, 2024 9:16 pm

· #547937
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
צומישט און צוחישט #
פשוט אלס והייתם נקיים וויל איך דיר זאגן אז כ'ווייס ניטאמאל ווער דער ריינער איז און וויאזוי ער קוקט אויס און כ'האב נישט די מינדעסטע סימפאטיע צו אים מער ווי צו פאנעט, כ'פארשטיי אז דא איז פאנעט ביי דיפאלד די העלד ווייל ער רייסט אראפ די רבנים, אבער איך פערזענליך האב נישט קיין שום צד לכאן ולכאן, ולראי' קוק מיינע תגובות דא ארויפציר ווי איך בעט מיך פאר אביסל רקע אין די פרשה.

גם אני בחלומי.
קיין איידיע ווער די אלע מענטשן זענען.

לאכעדיג » זונטאג פעברואר 4, 2024 12:41 am

· #547970
Re: א ווענדונג צו מענדל הערש פאנעט
ווער ס'וויל אריינרעדן אין דעם אשכול אפילו נאר צו אויפמערקזאממאכן אז ס'איז דא צוויי צדדים
וועט כאפן פון בא גד און אגריפס איבערן קאפ.
ווי למשל די ארבעטס פאר ריינער און אנדערע לאזונגען.

איך דעשרעק מיר נישט פון זיי און דעריבער וועל איך
נאכאמאל איבער שרייבן פאר אלע וואס זייער מוח
איז אביסל ברייטער פון גד און אגריפס,
ביטע, לייענט איבער אלע תגובת פון ביידע צדדים
און באשליסט אליין וואס איר האלט.

(ווארט נאר וואס איך גיי כאפן פאר די תגובה אליין.)

whatever » זונטאג פעברואר 4, 2024 12:55 am

· #547971
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
איז דאס די ערשטע דין תורה אין כלל ישראל צווישן צוויי שותפים?!! וואס איז יעדער אזוי פארקאכט פאר איין צד אדער צווייטן?!! ס'דא הונדערטער אזוינע מעשיות יעדן טאג!! WHO CARES?!!!

לאכעדיג » זונטאג פעברואר 4, 2024 1:08 am

· #547973
Re: א ווענדונג צו מענדל הערש פאנעט
whatever #
איז דאס די ערשטע דין תורה אין כלל ישראל צווישן צוויי שותפים?!! וואס איז יעדער אזוי פארקאכט פאר איין צד אדער צווייטן?!! ס'דא הונדערטער אזוינע מעשיות יעדן טאג!! WHO CARES?!!!
לאמיר דיר מסביר זיין. נערמאל ביי א קריגעריי גייט מען צו דין תורה אדער אין קארט, מען קומט זיך אויס אדער נישט און שוין.

דא איז אבער דא א אויבער חכם. א דעעשע אייניקל אן אינטערעסאנטע מענטש, געמוזט אנטלויפן פון אנטווערפען. ה"ה מענדל הערש פאנעט ער האט נישט קיין ארבעט, ער גייט ליידיג א גאנצע טאג און אז מען איז א יושב בטל זאגט שוין די משנה ווערט מען משוגע.
און ער דרייט איבער די גאנצע שטאט, ער מאכט גערודער מיט זיינע נארישע בריוון, סאשעל מידיע וכו' בו בזמן וואס ער שרייט אז ריינער מאכט גערודער. נישט דא ווער ס'זאל לאכן.

יעצט וועט קומען אגריפס און גד און זאגן זעסט פון די תגובה אז לאכעדיג איז אויף ריינערס זייט. וועל איך דיר זאגן ניין, איך נעם נישט קיין זייט ווייל איך בין נישט קיין דיין און נישט קיין ריכטער. איך זאג בלויז די סיבה פארוואס פון די מחלוקה רעדט די גאס.

צומישט און צוחישט » זונטאג פעברואר 4, 2024 1:10 am

· #547975
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
אגריפס המלך #
ביז ליגנט!

איך גלייב נישט אז דיין אישי איז פארמאכט והבן.
"והבן" איז א ברכה אדער א הבטחה?..
אויב ס'איז א בקשה, האביך שוין געטרייט און ס'נישט געגאנגן..
(נ.ב אויב איינער דא מיינט אז איך האב ערהאלטן עני אישי פון אגריפס בין איך מוסר מודעה אז נישט.)

בא גד » זונטאג פעברואר 4, 2024 1:41 am

· #547981
Re: א ווענדונג צו מענדל הערש פאנעט
לאכעדיג #
whatever #
לאמיר דיר מסביר זיין. נערמאל ביי א קריגעריי גייט מען צו דין תורה אדער אין קארט, מען קומט זיך אויס אדער נישט און שוין.
נו פארוואס לויפט ריינער אוועק פון קארט?
פארוואס האט ריינער נישט געוואלט גיין צו א געהעריגע בית דין?
און פארוואס וויל זיך נישט ריינער אויס קומען?
ריינער זאגט דאך אז האט 200 מיליאן! 😂
לאכעדיג #
whatever #
א אויבער חכם. א דעעשע אייניקל
דאס דארף זיין א טשעפע?
"דעעשע אייניקל" דארף זיין א בושה?
ווי וואגסט זיך אזוי צו מזלזל זיין אין פריעדיקע צדיקים וגדולי ישראל זיעוכ"י בשעת ווען לשיטתך איז פאנעט איז א שייגעץ ווייל ער רעדט אויפן גאלאנטער רב שליט"א?
אויפן מפוקפקדיגער עלעגאנטער רב טאר מען נישט רעדן
אבער אויף פריעדיגע גדולי ישראל מעג מען יא?
נישט פארשטאנען

ביסט אזוי דזעשלעס פון זיין יוחס?
כהער אז ריינער איז זייער זייער אבסעסט מיט "דעעש" פון די ערשטע מינוט שרייט ער "דעעשער גנב"
אפשר וויל דא איינער מאכן פאר ריינער א אפוינטמענט
ביי מכון יוחסין? אפשר וועט ריינער טרעפן עפעס זיידעס
און שלום על ישראל
לאכעדיג #
whatever #
געמוזט אנטלויפן פון אנטווערפען
איך כאפ נישט ווי קומט דאס אריין ווען מען רעדט פון די קעיס?
זאג ווילסט מען זאל דא אויספראקן ווער ריינער איז?
זיין בעקראונד?
די פרשה ווען ריינער האט געציטערט מיט אפאר יאר צוריק אז מעגליך ווען FBI אים אויפפיקן עני מינוט, צוליב... זאל מען דאס דערציילן מיט אלע איינצלהייטן?
זיין שייכות מיט זיין באקאנטער שותף י. ק. און זיינע מעשים?
זיין משפחה פון ביידע זייטן? ריינער מיט יערמיאש?

ב"ה סאיז דא בריוח וואס צו שרייבן צו האלטן דעם עולם געשפאנט פאר וואכן 😃
לאכעדיג #
whatever #
ער האט נישט קיין ארבעט
נו טאקע פארוואס? וועמענס ארבעט איז דאס?
לאכעדיג #
whatever #
ווערט מען משוגע
אה ביסט א דאקטער טאקע יא יא פארגעסן

א רגע
ער איז משוגע ווייל ער האלט אנדערש פון דיר? אדער סתם א דאקטערישע אנוליז?

לאכעדיג » זונטאג פעברואר 4, 2024 2:15 am

· #547985
Re: א ווענדונג צו מענדל הערש פאנעט
ריכטיג. די דעעשע רביס זענען געווען זייער הייליג אבער די אייניקלעך זענען גאר אינטערעסאנט מילד גערעדט. כידוע האט רבי מענדלע וויזניץ'ער אויך דעעשע בלוט

און נאכאמאל אז מען איז א יושב בטל זאגט שוין די משנה ווערט מען משוגע. שהבטלה מביאה לידי שיעמום (שיגעון). כתובות

בא גד » זונטאג פעברואר 4, 2024 2:30 am

· #547988
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
עטץ עפענט אשכולות אויף פאנעט רעכטס און לינקס אים צו באשמירן און באשמוצן
אבער ער זיצט אויף סאשעל מידיע 😂

אפשר איז א גוטע עצה צו מאכן א אשכול אויפן הייליגן פאדהייצער רב, אלעס ארום און ארום
סקען זיין שטארק אינטרעסאנט!
און עס וועט פארשטענדלעך ווערן אסאך זאכן איבער די יורש זיינער

אגריפס המלך » זונטאג פעברואר 4, 2024 12:02 pm

· #548020
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
צומישט און צוחישט #
אגריפס המלך #
ביז ליגנט!

איך גלייב נישט אז דיין אישי איז פארמאכט והבן.
"והבן" איז א ברכה אדער א הבטחה?..
אויב ס'איז א בקשה, האביך שוין געטרייט און ס'נישט געגאנגן..
(נ.ב אויב איינער דא מיינט אז איך האב ערהאלטן עני אישי פון אגריפס בין איך מוסר מודעה אז נישט.)
דו זאגסט אז דו האסט ניטאמאל קיין אנונג ווער ריינער, האסטו אמאל געהערט פון א באצאלטע שרייבער? נאכאמאל מסביר זיין?

אגריפס המלך » זונטאג פעברואר 4, 2024 12:04 pm

· #548021
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
סוף טוב הכל טוב #
צומישט און צוחישט #
פשוט אלס והייתם נקיים וויל איך דיר זאגן אז כ'ווייס ניטאמאל ווער דער ריינער איז און וויאזוי ער קוקט אויס און כ'האב נישט די מינדעסטע סימפאטיע צו אים מער ווי צו פאנעט, כ'פארשטיי אז דא איז פאנעט ביי דיפאלד די העלד ווייל ער רייסט אראפ די רבנים, אבער איך פערזענליך האב נישט קיין שום צד לכאן ולכאן, ולראי' קוק מיינע תגובות דא ארויפציר ווי איך בעט מיך פאר אביסל רקע אין די פרשה.

גם אני בחלומי.
קיין איידיע ווער די אלע מענטשן זענען.
ס'איז מורא'דיג אינטרעסאנט איך קוק דא איבער די אשכול און איך זעה דא אפאר ניק'ס וואס מ'קען מיינען אז זיי שרייבן בשעת ריינער שטייט אינטער זיי און זאגט זיי וואס צו שרייבן (אדער איז עס אפילו א בחינה פון מצוה בו יותר מבשלוחו וד"ל)

און זיי שימפן און באשרייען פאנעט און פלוצלינג האבן זיי נעבעך פארלוירן זייער זיכרון און זיי האבן פארגעסן ווער איז מענדל הערש פאנעט און ווער איז דוד ריינער אדער ווי דער סוף טוב האקט אז ער האט זיך אויף געוועקט פון זיין שלאף און ער האט שוין פארגעסן וואס ער האט גע'חלומ'ט

היום » מאנטאג פעברואר 5, 2024 1:27 pm

· #548214
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
עס איז עפעס גאר הייס אין דעם מקום.
צו סאך חברה זענען עפעס גאר שטארק פירסענאל געפיל׳יש אינוואלוועד דא…
איינער מאכט דא געלט פון איינע פון די זייטן? ווי אזוי? איך קען אויך בייקומען?
אלל אי עם סעינג איז, טשיל! נעם עס קאלט!
אלגעמיינע באפעלקערונג איז נישט אינטרעסירט דא (לדעתי) און קיין פרעזענדלעכע אטאקעס.
ברענג נייעס/ אפדעיטס, אדער ענפער ממין הטענה.
TYVM

בא גד » מיטוואך פעברואר 7, 2024 6:11 pm

· #548653
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
פרישע דערפרייענדיגע נייעס!
📎 Screenshot_20240207_173336_Telegram.jpg

סוף טוב הכל טוב » מיטוואך פעברואר 7, 2024 6:46 pm

· #548661
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
בא גד #
פרישע דערפרייענדיגע נייעס!
איך פרעג נישט לשם קריטיקירן, פשוט צו וויסן דעם פאקט.
וועלכער בי"ד האט איהם געגעבן א היתר צו גיין אין קאורט?
ביטע לייג דא ארויף דעם בריוו

בא גד » מיטוואך פעברואר 7, 2024 7:29 pm

· #548670
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
אפשר די זעלבע בית דין וואס האט געגעבן רשות פאר ריינער צו גיין אין ערכאות צו צונעמען זיין הויז... 🙂
אדער אפשר די זעלבע בית דין וואס האט געגעבן ריינער רשות צו רופן פאליציי 🙄
און ווי שוין געזאגט האט אילאוויטש פון סאכדעם געזאגט אז רבנים קען מען נישט רופן אין דין תורה
סא מכלל לאו אתה שומע 😂
ממילא ווער סהאט א רב וואס נעמט עם צו די פרנסה זאל גיין אין קארט
א פרייליכן חודש אדר

ווער לויפט פאר פורים רב דאס יאר אין פאדהייץ?

קורקלענד » מיטוואך פעברואר 7, 2024 7:36 pm

· #548674
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
ער זאגט גראדע אז ער האט א היתר ערכאות פון רבנים. הרוצים בעילום שמם. אפשר ליגט יענע היתר אויך ביי וויענער רב.....ַ

בא גד » מיטוואך פעברואר 7, 2024 8:13 pm

· #548682
Re: א ווענדונג צו מענדל הערש פאנעט
לאכעדיג #

הער גוט וואס איך זאג דיר, איינמאל פאר אלעמאל,
פאנעט האט "ZERO CHANCE" צו געווינען די קארט.

וועסטו זאגן ליין דורך זיין קלעם, ער האט גוטע ראיות.
וועל איך דיר זאגן נאכאמאל, ער גייט גארנישט געווינען.

לייג אוועק די תגובה און פרעג מיר אין אפאר יאר ארום
פון ווי איך האב דאס געוויסט.
געפאלגט
און אוועק געלייגט

פאר א סיבה רופט ער זיך לאכעדיג
😅

נישנאש » מיטוואך פעברואר 7, 2024 8:48 pm

· #548691
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
בא גד #
אפשר די זעלבע בית דין וואס האט געגעבן רשות פאר ריינער צו גיין אין ערכאות צו צונעמען זיין הויז... 🙂
אדער אפשר די זעלבע בית דין וואס האט געגעבן ריינער רשות צו רופן פאליציי 🙄
און ווי שוין געזאגט האט אילאוויטש פון סאכדעם געזאגט אז רבנים קען מען נישט רופן אין דין תורה
סא מכלל לאו אתה שומע 😂
ממילא ווער סהאט א רב וואס נעמט עם צו די פרנסה זאל גיין אין קארט
א פרייליכן חודש אדר

ווער לויפט פאר פורים רב דאס יאר אין פאדהייץ?
וואס א חילוק וואס ריינער האט געטון און וואס סאכדעס האט געזאגט און יענער האט געטראכט, ער פרעגט דיר א סימפל שאלה: קענסט ארויפלייגן דא די היתר פון גיין אין ערכאות יא אדער ניין?

סוף טוב הכל טוב » מיטוואך פעברואר 7, 2024 9:44 pm

· #548698
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
נישנאש #
בא גד #
אפשר די זעלבע בית דין וואס האט געגעבן רשות פאר ריינער צו גיין אין ערכאות צו צונעמען זיין הויז... 🙂
אדער אפשר די זעלבע בית דין וואס האט געגעבן ריינער רשות צו רופן פאליציי 🙄
און ווי שוין געזאגט האט אילאוויטש פון סאכדעם געזאגט אז רבנים קען מען נישט רופן אין דין תורה
סא מכלל לאו אתה שומע 😂
ממילא ווער סהאט א רב וואס נעמט עם צו די פרנסה זאל גיין אין קארט
א פרייליכן חודש אדר

ווער לויפט פאר פורים רב דאס יאר אין פאדהייץ?
וואס א חילוק וואס ריינער האט געטון און וואס סאכדעס האט געזאגט און יענער האט געטראכט, ער פרעגט דיר א סימפל שאלה: קענסט ארויפלייגן דא די היתר פון גיין אין ערכאות יא אדער ניין?
נו, איך הער קלאר די תירוץ. ניין ס'איז נישט דא קיין היתר (עכ"פ נישט בכתב).

איז אלזא, מיר קאווע-שטיבלערס קענען איהם שטיצן, אבער וויאזוי קען א טיפיקל חרדי'שע רב אדער חרדישע מענטש איהם סופפארטן?

סוף טוב הכל טוב » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 9:43 am

· #548777
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
[ציטאט אראפגענומען]
אלץ יועץ זיינער וואלט איך איהם זיכער געזאגט אז עס לוינט נישט אזוי ווי דו האסט אזוי קלאר ארויסגעברענגט.
אבער איך קום צוריק צו די מעשה זעלבסט: @בא גד שרייט אז ער איז 100% גערעכט, און ווער עס הערט איהם אויס זעהט איין די אמת, אויב אזוי פרעג איך היתכן אז קיין איין בית דין געט איהם נישט א היתר צו גיין אין ערכאות? ריינער האט אונטערגעקויפט אלע?

בא גד » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 11:29 am

· #548793
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
דורך נישנאש » מיטוואך פעברואר 07, 2024 8:48 pm
וואס א חילוק וואס ריינער האט געטון און וואס סאכדעס האט געזאגט און יענער האט געטראכט, ער פרעגט דיר א סימפל שאלה: קענסט ארויפלייגן דא די היתר פון גיין אין ערכאות יא אדער ניין?

פרעג עם גראד
ער ענפערט יעדער וואס ווענט זיך צו עם

דורך סוף טוב הכל טוב » מיטוואך פעברואר 07, 2024 9:44 pm
נו, איך הער קלאר די תירוץ. ניין ס'איז נישט דא קיין היתר עכ"פ נישט בכתב.

דו הערסט קלאר אדער דו ווילסט אזוי זאגן?
איך האב געהערט קלאר אז ער האט יא (צו סאיז אמת? מיר גייט עס נישט אן ביי מיר דארף מען היינט נישט קיין היתר ערכאות ווייל סאיז נישט דא ביי אונז קיין איין געהעריגע כשרע בית דין), אבער זאגן קלאר אז ער האט נישט ווען דו ווייסט דאס נישט אויף זיכער דאן קענסטו נאך זיין א לוזער ווי דער וואס האט געשריבן אז ער האט פאנעט האט "ZERO CHANCE" צו געווינען די קארט....

און מיר אלע ווייסן קלאר אן קיין ספק אז אויב שטעלט ער ארויס די בריוון גייען די רבנים ליידן
קוק נאר וואס זיין געוועזנער בורר דער יאָקער רב האט זיך אנגעליטן פון ריינער בלויז פארן חטא פון אים אננעמען אלץ א קלייענט
ווען מענדי ריינער פון רינועל פלעגט פאר א לאנגע צייט נאכשרייען דעם יאקער רב אין די גאסן פון בארא פארק ברבים
וואס צו מיין ווינדער האט קיין איין איינציגער רב נישט מוחה געווען דערויף קעגן ריינער פארן פארשעמען א רב ברבים, א זאך וואס פאנעט האט קיינמאל נישט געטון גיין אין גאס און נאכשרייען א רב בישראל אפגעזען צו ער איז א גרויסער אדער א קליינער רב
נאכשרייען א רב אין גאס איז א רויטע ליניע וואס ריינער איז דורך! און נישט פאנעט! דזשאסט פאר די רעקארד
אבער ווילאנג דער יאקער איז נישט אויפן ריינער'ס זייט איז נישט שייך די מושג פון כבוד הרבנים
א מזל אז גאלאנטער רב האט יא געוויסט ווי מען מוז זיך שטעלן פאר סעפטי ריזענס אזוי כאטש נעמט מען זיך אן פאר זיין "כבוד התורה און פאר זיינע הייליגע הייליגע זיידעס" בכל חומר הדין...

צוריק, אויב דאס איז די טריטמענט וואס א בורר באקומט, וועלכע טריטמענט וועט באקומען א רב וואס שרייבט א היתר ערכאות?

דורך סוף טוב הכל טוב » מיטוואך פעברואר 07, 2024 9:44 pm
איז אלזא, מיר קאווע-שטיבלערס קענען איהם שטיצן, אבער וויאזוי קען א טיפיקל חרדי'שע רב אדער חרדישע מענטש איהם סופפארטן?

עס איז זיס צו זען ווי די ריינערס מאכן זייער פייט א "כלל ישראל פייט"
אין מיינע אויגן ווייזט דאס די שוואכקייט פון ריינער און זייער געמיינקייט
האסט א פייט מיט דיין געוועזנע שותף? פעלט דען מענטשן מיט פייטס? וואס עפעס מוזטו אריינמישן כלל ישראל אין דעם ווי סוואלט געווען א מלחמת מצוה?
האסט טענות? גיי טענה דיר אויס אין קארט!
וואט דער העל האט עס מיט כלל ישראל?
אויב עפעס האט פאנעט צוגעשטעלט און אויפגעטון פאר כלל ישראל עפעס וואס ווייניג האבן צוגעשעלט די לעצטע 100 יאר!
בשעת פאנעט איז געווען אויף נעכט פאר אונזערע קינדער איז סך הכל ריינער געגאנגען נעמען געלט פון דעם באקאנטן י.ק. (וואס גיי ווייס וועמענס געלט דאס איז געווען פון וועמען מען האט דאס ארויסגעשווינדלט נעבך) און עס אינוועסטירט אין קינדליין
אויסער דעם האט ער גארנישט געטון
ער פירט זיין מערכה און שייגעץ שטיק ווי המן מן התורה מניין
די פאקט אז זיי מוזן נעמען די "מלחמת מצוה סלענג" דאס אליינס ווייזט מיר אז ריינער זעלבס ווייסן גאר גוט אז זיי זענען נישט גערעכט

וועגן צו חרדים שטיצן עם אדער נישט
כהאב נייעס ער האט ביג טיים שטיצע גיי אין גאס און הער די מיינונג פון די המון עם
גיי פרעג "שטיל" רבנים ואדמורים וואס זייער טעיק איז אויפן פאנעט וועסטו אליינס הערן
אבער וואס דארפסטו גיין פרעגן ווען דו ווייסט די אמת אליינס?
און דאס אז ער האט נישט פרנסה איז ווייל .... לייגן פוסלעך ממש ווי מען האט דא קלאר געשריבן אויף קאווע שטיבל און ווי זיין לויער האט נעכטן האלבוועגס מודה געווען אין קארט
סא סהאט גארנישט מיטן חרדישן אידנטום סהאט מיט ריינער און נאכאמאל ריינער
און אנשטאט ריינער זאל גיין ווי א גרויסע טאטע פעיסן די טענות אין קארט און אויפווייזן זיינע "מעגא טענות קעגן פאנעט" לויפט ער אוועק פון קארט ווי א סוספעקט וואס פליט אוועק פון א פאליס קאר און לויפט פארקויפן אין מקוה אז פאנעט איז פשוט א כופר וואס מען מוז באגראבן א מצוה ממש
פשוט גאט האט געזוכט א ריכטיגער מענטש וואס זאל טון די "גרויסע מצוה" פון באגראבן דעם כופר גנב פאנעט עפ"ל, און גאט האט נישט געטראפן אין גאנץ כלל ישראל קיין גערסערע צדיקים ווי אחים ריינער...
ווייל מגלגלין זכות על ידי זכאי און נישטא קיין גרעסעער זכאי ביי גאט ווי ריינער
אקעי גענוג נאנסענץ?

דורך חיים הלוי » דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 12:23 am
דו האסט געהערט די לעצטע חדשים די שיעורים פון פאנעט? ער האט זיך אפיציעל אפגעזאגט פון סאסייעטי לויט ווי ער זאגט איז ער געווארן שוידערליך באעוולט דורך די סיסטעם רבנים און עס גייט עם נישט אן און ער גייט לוחם זיין עד הסוף.

ווי פונקליך האט ער זיך אפגעזאגט פון סעסייעטי?
קענסט מיר ברענגען א רעקארדינג פון זיינע שיעורים?
סאיז פאבליק
גיי ברענג מיר פון יוטוב איין אזא אויסצוג

דאס אז ער גייט לוחם זיין
יא ריינער מיט זיינע דיינים'לעך "שונאי בצע" רודפן עם עד הסוף שוין 3 יאר בערך
און ריינער האט אריינגעגעבן קלעימס אין קארט צו צונעמען זיין הויז
און יעצט איז געקומען די צייט וואס ער ענפערט צוריק מה כל הרעש?

דורך חיים הלוי » דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 12:23 am
צו ער טוט קלוג? איך מיין אז נישט, אפגעזעהן צו ער געווינט אין קורט וואס גייט ער טון נאכדעם? האט ער דען נאך א טשענס צו עפענען א מאגאזין? נישט מיט די וועג וואס ער גייט יעצט, זיי קלוג נישט גערעכט.

צו ער טוט קלוג?
מיר ווייסן אלע די כלל אז דער וואס געווינט איז קלוג אפגעזען צו ער איז טאקע גערעכט און קלוג אדער נישט
איך בין נישט קיין דאקטער ווי @לאכעדיג וואס קען אנוליזירען מענטשן ממילא קען איך נישט זאגן צו פאנעט איז קלוג אדער נישט
און כהאב נישט קיין רוח הקודש ווי ריינער ממילא קען איך נישט זאגן צו ער איז גערעכט
בסך הכל האב איך געהערט אלע מעשיות פון ריינער געליינט אלע זיינע טוויטערס וואסטאפס בריוון און זיי אויסגעהערט אין ביתמדרש
פון דארט בין איך געגאנגען הערן פאנעט און מיין פערסענעל טעיק איז אז ער איז גערעכט אפשר בין אין ראונג אבער כהאב רעכט צו האבן א מיינונג איבער עפעס וואס כהאב דורך געאקערט

לגבי קלוג אדער נישט
און דאס קענען ענק זיין זיכער אז אויב גייט ער געווינען גייט זיך סייווי יעדער לעקן צו אים, און די ערשטע אין די רייע גייען זיין די רבנים אליינס
אפגעזען צו ער איז גערעכט צו נישט ווייל מיר ווייסן אלע אז ביי אונזערע סעסייעטי קוקט מען נישט ווער סאיז גערעכט נאר ווער סאיז דער געווינער
(ווער האט אנגעקוקט ר' חיים משה סטראלאוויטש ע"ה א רגע נאכן פארלירן זיין געלט? און די ליסט איז לאנג ווי די גלות)
און צו ער גייט קענען עפענען א מאגאזין אמאל?
כנ"ל דער געווינער קען אלעס
און אויב פרעגט ער מיר וואלט איך עם נישט געראטן עס צו טון
נישט ווייל ער קען נישט מצליח זיין מיט א מעגעזין נאכן געווינען
נאר פשוט ווייל איך האלט נישט אז נאכן זיך אזוי אפבריען זאל ער אינוועסטן זיינע טעלענטס אין א זאך וואס מיט אביסל "אנדערע זייט מטבע" קען מען עם חרוב מאכן דאס לעבן
ער איז גענוג טאלאנטפול צו טון אין א צווייטע ליין

דורך חיים הלוי » דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 12:23 am
מאידך גיסא האט ער א טענה, די שענסטע רבנים גייען אין קורט ווען עס קומט צו זייער כבוד און געלד, סאטמער האט דען געהאט א היתר צו גיין אין קארט? און יעדער סופארט זיי ווייטער כאילו לא היה, און פארוואס איז אזא איבערקערניש ווען דעש גייט אין קארט?

דאס אז די רבנים ואדמורים אליינס גייען אין קארט איז אויך א מציאות
ווען א פרעזידענט פון א האספיטאל וויל בשום אופן נישט גיין זיך באהאהנדלן אין זיין אייגענע האספיטאל זאגט דאס קלאר וואס די אמתע מצב פון די האספיטאל
דאס אז זיי טראסטן נישט די בתי דינים סיסטעם און לויפן אין קארט קומט צו ווייזן וואס די אמתע מצב איז
און מיר דארפן נישט פאנעט זאל עס אונז קומען אויסלערנען

און אלץ מעשה רב די אלע רבנים ואדמורים שטעלן אויך נישט קיין שום היתר ערכאות
טוט ער די זעלבע
ער איז נאך עניטיים די זעלבע יחסן ווי זיי

דורך סוף טוב הכל טוב » דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 9:43 am
אלץ יועץ זיינער וואלט איך איהם זיכער געזאגט אז עס לוינט נישט אזוי ווי דו האסט אזוי קלאר ארויסגעברענגט.

ביסט זיין יועץ? ער האט דיר געהייערט?

דורך סוף טוב הכל טוב » דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 9:43 am
אבער איך קום צוריק צו די מעשה זעלבסט: @בא גד שרייט אז ער איז 100% גערעכט, און ווער עס הערט איהם אויס זעהט איין די אמת, אויב אזוי פרעג איך היתכן אז קיין איין בית דין געט איהם נישט א היתר צו גיין אין ערכאות? ריינער האט אונטערגעקויפט אלע?

פאנעט איז נישט דער איינציגסטער וואס איז גערעכט און רבנים האבן באעוולט
גיי ליין קאווע שטיבל אשכול נאך אשכול און קום מיר זאגן נאכדעם צו סאיז דא א טשאנס פאר צדק ביי די חברה רבנים
און צו ריינער האט יעדעם אפגעקויפט
לכאורה נישט אבער אפגעשראקן זיכער
וועלכע דיין אדער רב וויל די טריטמענט פון ריינער קוק וואס יאקער רב כאפט

און פאר די אלע צדיקים דא אויף קאווע שטיבל וואס האבן זיך שוין מוחל געווען אלע זייערע עבירות און זוכן פארוואס משיח איז נאכנישט דא און האבן ענדליך געטראפן דעם שייגעץ פאנעט מיט זיין עבירה פון ערכאות
און זיי בעטן שטרענג זיין היתר ערכאות
די זעלבע בעט איך שטרענג זייער "היתר אינטערנעט" און "היתר קאווע שטיבל"
ביסט אזוי פרום? ווי איז דיין היתר צו האבן אפענע אינטערנעט און שרייבן אויף קאווע שטיבל

די נאנסעץ איז שטאקעדיג
הושענא היפעקריטיע!

איך אויך » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 4:05 pm

· #548841
Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט
בא גד, אן אריינגיין אינעם עצם סכסוך בינעך נייגעריג וויפיל דו באקומסט פער תגובה? איז דא א אפענונג פאר נאך א שרייבער? רעד איין דיין באבן אז דו שרייבסט דאס אלעס בחנם.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8