☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אונזער אלטמאדישע פארקרומטע וועג פון מאכן שידוכים

אונזער אלטמאדישע פארקרומטע וועג פון מאכן שידוכים

259 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15014
בלאט: 1 2 3 4 5 6

שמן למאור » מוצ"ש דעצעמבער 25, 2021 8:17 pm

· #489144
אונזער אלטמאדישע פארקרומטע וועג פון מאכן שידוכים
די נושא איז שוין אפאר מאל ארויפגעברענגט געווארן אין שטיבל דא, אבער נאר למחצה לשליש ולרביע, און לדעתי דארף מען עס גוט צונעמען און ארויסברענגען מיט באקציין.

איך גיי נישט באהאנדלען דא די שידוכים קריזיס און די אלטע בחורים און מיידלעך פראבלעם, דאס ווערט שוין אויסגעלופטערט אויף מער מצומצם'דיגע פלאטפארמעס, מיט פאלשע לעזונגען ווי צאלן מער פאר שדכנים וכדו', וואס דאס איז טאקע לכשעצמו א גוטע זאך, אבער ווייט נישט אנגערירט די נקודת הדברים, און אז מען פארשטייט נישט די פראבלעם קען מען נישט אויפקומען מיט א גוטע לעזונג, ובין הדברים וועט דאס אויך דא געלעזט ווערן בס''ד.

פאר יארן זענען אונז געפארן פון איין פלאץ צום צווייטן מיט א פערד און וואגן, 'בערל בעל עגלה' פלעגט אפילו ציען זיין חיונה דערפון, אבער היינט.... דרייווט ער שוין א אובער פאר פרנסה,

עס זענען געווען צדיקים וואס האבן נישט געוואלט פארן מיט א באן, ציטערנדיג פונעם 'חדש אסור מן התורה' אבער די פאקט איז אז די וועלט איז זיך מתקדם און היינט פארן אלע צדיקים מיט שיינע קעדילעקס און (פריוואטע) עראפלאנען, זאת אומרת, מען דארף זיך רוקן ווייטער מיט זאכן וואס זענען פשוט נישט קיין פראקטישע מהלכים, וויאזוי צו לעבן אינעם היינטיגע וועלט.

יא, גערעכט אז אמאל פלעגט א שידוך צוגיין מיט א שדכן, און אין הלכה ווערט דערמאנט וועגן זיין באצאלונג וכדו', אבער דאס מיינט נישט אז אזוי דארף עס צו גיין, דאן פלעגן אויך די פריצים פון צוויי ווייטע דערפער, וואס פלעגן זיך נאר טרעפן ביים יריד, זיך אויך משדך זיין אהן דעם וואס די חתן כלה זאלן זיך אמאל האבן געקענט פון פארדעם, עס איז געווען מער אן אנגענומענע זאך אין יענע פרימיטיווע צייטן, אבער הלכה'דיג? דער רמב''ם שרייבט קלאר אז 'קודם מתן תורה אדם פוגע אשה בשוק, אם רצה היא והוא וכו' און ער פירט נאר אויס אז נאך מתן תורה דארף מען קידושין, אבער די חלק פון אדם פוגע אשה, האט זיך הלכה'דיג נישט געטוישט.

יעדער זאל נעמען זיין זכרון און צוריקגיין צו זיינע ישיבה יארן, פון אלע בחורים וואס האבן געלערט און זיין סביבה, איז געווען בערך צען בחורים מיט וואס ער האט מיט זיי קוים געהאט א שייכות, נאך צוואנציג וואס ער איז געווען גוט מיט, און פון צייט צו צייט אויסגעטוישט אפאר ווערטער מיט זיי, דערנאך איז געווען נאך בערך צען, וואס זיי זענען געווען פון זיין נאנטע רינגל חברים, און פון זיינע צען נאנטסטע, איז געווענליך דא איין אדער צוויי וואס מיט זיי איז מען מורא'דיג נאנט.

יעצט שטעל זיך פאר אז זיי זענען אלע נקיבות און עס קומט די צייט צו ווערן א חתן, וועמען וואלסטו אויסגעקליבן?? וואס איז די שאלה? אודאי וואלסטו גענומען דעם וועם דו קומסט זיך די בעסטע אויס מיט אים, מיט וועם דו האסט די מערסטע ליב צו פארברענגען, און פארשטייען זיך די בעסטע צוזאמען, נישט קיין נפק''מ אויב די טאטע'ס שטימען, נישט קיין נפק''מ אויב זיין טאטע האט געלט אדער נישט, און אויך נישט קיין חילוק ווי פלייסיג ער לערנט שובבי''ם, דו וועסט לעבן מיט וועמען דו פארשטייסט זיך די מערסטע, און מיט וועמען דו האסט די מערסטע א משיכת הלב צו אים.

יעצט וועל איך ענק אויסזאגן די סוד!! עס איז טאקע דא אזא ישיבה! עס הייסט בית חינוך לבנות, און דארט איז דא אלע מיני סארטן מיידלעך!! די פראבלעם איז אז דו קענסט קיין איינעם נישט, און די שדכן קען נאר קוקן אויף די נארישסטע זאכן ווי געלט, לערנען, וכו', און אלע אנדערע משוגעת'ן, מען גיבט נישט די בחור קיין שום אויסוואל, מען נעמט א בחור פון אכצן יאר וואס האט קוים געזען א צורת אשה, און מען זעצט אים קעגנאיבער א נקבה פאר א שעה צוויי, זיי רעדן אביסל, ער מאכט זיכער אז עס רינט איר נישט קיין שפייעכטס פון די מויל און אז זי קען אביסל שמועסן, און.... מזל טוב!! א נייע שידוך!! פארוואס נישט?

איך ווייס נישט צו די עולם כאפט ווי פארריקט דאס איז! האסטו אים אראפגעזעצט מיט די מיידלס חבר'טעס? ווייז אים אפשר א קלאס פיקטשער? אפשר איז די מיידל טאקע פיין לכשעצמה און די בחור אויך פיין לכשעצמו, אבער ווען זיי וואלטן געלערנט אויסגעמישט ווי און פאבליק סקול, וואלט דאס געווען זיין זיבעטע אדער אכטע אויסוואל, פשוט ווייל זיי קליקן נישט עכט, און הגם מען וועט זיך אפשר מסדר זיין מיטן לעבן, אבער פארוואס מיז מען צורויבן פון אונזערע קינדער דאס וואס וואלט געקענט זיין פאר זיי דאס בעסטע? מען מוז האבן א שטארקע מזל אז די שדכן זאל פונקט צוטרעפן דיין ''בעסטע'' חבר אויפן צווייטע זייט מחיצה.

אלץ חתן בין איך געווען פאר א נסיעה פון דריי וואכן אין אר''י, געדענק איך ווי איך האב דארטן אנגעטראפן א פרייע איד וואס האט געקענט ענגליש, און אונז זענען אריין אין א שטיקל שמועס, אינמיטן האב איך אים פארציילט אז איך בין א חתן, ער זאגט מיר 'זייער שיין! נא? האסטו ליב דיין כלה'? איך בין געבליבן אזוי שטיין פארגלייזט פון די ציוניסטישע, משכיל'ישע שאלה, אבער נאך א האלבע מינוט האב איך מיר געכאפט אז ער האט גארנישט געמיינט.. ער פרעגט די פשוט'סטע שאלה וואס קען נאר זיין, און דאס איז וויאזוי מען פרעגט ביי זיי, נא? ווען איז די חתונה? איך דארף נישט ענטפערן, יא! איך האב איר ליב! עס איז ווי א שאלה וואס דארף נישט קיין תירוץ, טא? אויב האסטו איר נישט ליב דאן פארוואס איז זי בכלל דיין כלה?

איך בין אוועק פונעם שמועס מיט א שטארקע בויכדרייעניש, האב איך טאקע ליב מיין כלה? איך ווייס קוים וויאזוי זי הייסט? וויאזוי קען איך איר בכלל ליב האבן? ער איז דאך פשוט נישט מער ווי גערעכט, מען דארף חתונה האבן מיט וועמען מען האט ליב, ניין?

מען האלט שוין אסאך יארן נאך די מעשה, און איך בין נאך ב''ה פיין חתונה געהאט, אונז קומען זיך גוט דורך און שלאגן זיך ווייניג, אבער די מחשבות לויפן מיר כסדר אין קאפ, איז זי טאקע מיין נומער איינס אויסוואל?, שוין מער ווי איינמאל איז מיינע אויגן געפאלן אויף איר שוועסטער, און אויף געוויסע פון אירע חבר'טעס, און איך וואונדער מיך, ווען די שידוכים צוגאנג וואלט נישט געווען אזוי פארקריפלט, צו וואלט איך נישט באקומען עפעס מער צוגעפאסט?

אלזא, פלעגן די שרייבערס שרייבן, וואס איז מיין לעזונג? וואס קען מען טון דערצו? דער תירוץ איז גאנץ א פשוטע, און איז גאנץ ענליך צו וואס די משנה זאגט אין תענית 'לא היה ימים טובים וכו' שבהם בנות ישראל וכו'...

מען דארף נעמען א גרויסע זאל, און אלע בחורים פון אכצן יאר און ארויף און אויכעט אלע מיידלעך פון די יארגאנג און ארויף זאלן זיך צוזאמקומען, יא!!! אהן קיין מחיצה!! לשם זיך טרעפן און באקענען לצורך שידוכין!!

מען זאל אנגרייטן גוטע עסן מיט טרינקען, (נישט קיין יין המשכר, עס זאל נישט ארויסגיין פון די גבולים) און אויסשטעלן אסאך טישן וכדומה מען זאל שיין פארברענגען איינער מיטן צווייטן, זיך טרעפן דיין בעסטע אפציע, זען מיט וועמען דיינע אויגן מאכן א גוטע קאנטאקט, מען זאל זיך אויפטוישן טעלעפאן נומערן און מען זאל טרעפן דער וואס איז די בעסטע צוגעפאסט פאר דיר!

מען זאל דאס טון איינמאל א חודש, און פארשטייט זיך אז די פאר וועלכע זעהן אויס די מערסטע צוגעפאסט, וועסטו אנהאלטן קשר אויפן טעלעפאן און אויך זיך טרעפן אין אנדערע צייטן און אנדערע פלעצער..

און... לדעתי וועט ביז דריי חדשים נישט זיין קיין אלטע בחורים אדער אלטע מיידלעך, עס וועלן ווערן אמת'ע פיינע צוגעפאסטע שידוכים, בעסער ווי די בעסטע שדכנים וועלן אמאל קענען צושטעלן, און שלום על ישראל!

יא, עס הערט זיך קאטערווערסיאל, אבער... האסט א בעסערע עצה??

berlbalaguleh » מוצ"ש דעצעמבער 25, 2021 8:47 pm

· #489148
עצי שיטים: ייש"כ. מ'דארף נישט קיין בעסערע סאלושן ווי די וואס די גמרא ברענגט. נאר אפשר מיט א שטיקל מאדיפיקאציע. זיך נישט טרעפן אין א פארק ביי א טאנץ. נאר אין א זאל. אין א רואיגע, געשמאקע אטמאספערע...!

אלבערט איינשטיין » מוצ"ש דעצעמבער 25, 2021 9:10 pm

· #489151
Re: אונזער אלטמאדישן פארקרומטע וועג פון מאכן שידוכים
די זאך איז אז עס איז נישט מעגליך צו אויפקלערן פאר די מנהיגי העדה דעם פראקטישע געדאנק. זיי וועט עס נישט געפעלן וועלן זיי זאגן גמרא איז נישט ווי כפשוטו אז מיידלעך האבן געגאנגען אויפן גאס טרעפן בחורים... בלא בלא בלא. זיי וועסטו נישט פארציילן ווי אזוי עס איז געווען אינדערהיים אדם פוגע אשה בשוק. מדארף מאכן די מעגלעכקייטן אז בחורים זאלן גרינגער קענען האבן קאנטאקט מיט מיידלעך פון די היימישע שולעס. די רגע עס ווערט אויפגעלאזט די ווענט צעווישן היימישע בחורים און היימישע מיידלעך און עס וועט זיין א נארמאלע זאך צו זעהן ביידע צוזאמען טאנצן ביי קאנצערט׳ס אדער פראווענען אין רעסטאראנען וועט שיין זיין שידוכים ביי יודן. און גלייב מיר די יונגע דור וועט נישט הערן וואס די אלטע רבנים געבן ארויס התאחדות קול קורס דער אויף... און אז זיי טרעפן אליינס די שידוך אן די טאטע שדכן באבע. וועלן זיי נישט אזוי ווייט קימערן אז די טאטע באדערט עס ווי באלד די שידוך איז געקומען אויף א געזונטע ליבליכע נאטורליכע וועג.

אלבערט איינשטיין » מוצ"ש דעצעמבער 25, 2021 9:14 pm

· #489152
Re: אונזער אלטמאדישן פארקרומטע וועג פון מאכן שידוכים
<!-- l --><a class="postlink-local" href="http://www.kaveshtiebel.com/mobiquo/mobiquo.php?welcome=1&referer=http%3A%2F%2Fwww.kaveshtiebel.com%2Fviewtopic.php%3Ft%3D14960&board_url=http%3A%2F%2Fwww.kaveshtiebel.com&code=946adccd148a6ececfd9f6aa7ecc7b09&name=%D7%A7%D7%90%D7%95%D7%95%D7%A2%20%D7%A9%D7%98%D7%99%D7%91%D7%9C&deeplink=www.kaveshtiebel.com%2F%3Flocation%3Dtopic%26tid%3D14960%26page%3D1%26perpage%3D25">mobiquo/mobiquo.php?welcome=1&referer=http%3A%2F%2Fwww.kaveshtiebel.com%2Fviewtopic.php%3Ft%3D14960&board_url=http%3A%2F%2Fwww.kaveshtiebel.com&code=946adccd148a6ececfd9f6aa7ecc7b09&name=%D7%A7%D7%90%D7%95%D7%95%D7%A2%20%D7%A9%D7%98%D7%99%D7%91%D7%9C&deeplink=www.kaveshtiebel.com%2F%3Flocation%3Dtopic%26tid%3D14960%26page%3D1%26perpage%3D25</a><!-- l -->


דאס קוקט מיר שוין אויס ווי די ליכטיקייט ביים ענדע פונעם טונעל. די רעדע דא איז געווען פון אמעריקאנער בחורים מיט אמעריקאנער מיידליך... צוביסלעך וועט ווערן שידוכים און דעם שטייגער..

געדאנקן » מוצ"ש דעצעמבער 25, 2021 9:27 pm

· #489154
איך בין טאקע נייגעריג, ווען האט זיך אויפגעהערט די חמשה עשר באב מהלך און זיך אנגעהויבן אונזער מהלך?

רביה''ק זי''ע » מוצ"ש דעצעמבער 25, 2021 9:36 pm

· #489156
עצי שטים
אבער די מחשבות לויפן מיר כסדר און קאפ, איז זי טאקע מיין נאמער איינס אויסווייל, שוין מער ווי איינמאל איז מיינע אויגן געפאלן אויף איר שוועסטער, און אויף געוויסע פון אירע חבר'טעס, און איך וואונדער מיך, ווען די שידוכים ציגאנג וואלט נישט געווען אזוי פארקריפלט, צו וואלט איך נישט באקומען עפעס מער ציגעפאסט?

אוטש!!! 😢 😢 😢

טעארעטיש גערעדט זאגסטו זייער גוט אבער פראקטיש גערעדט וועט עס קיינמאל געשעהן, איך ווייס אז אין די מאדערנע קרייזן איז דאס זייער איינגעפירט אבער ביי חרדים וועט דאס קיינמאל געשעהן, די חרדישע קולטור איז FUBAR, נישטא עכט וואס צו טוהן, נעקסט. אויב ווילסטו דאס קענען טוהן דאן שיק די קינדער אין מאדערנע מוסדות, אינאיינוועגס וועסטו שוין אויך פארדינען נאך אסאך אנדערע פאזעטיווע מנהגים וואס זיי טוען וואס איז נישט דא ביי אונז. 😛

אלבערט איינשטיין » מוצ"ש דעצעמבער 25, 2021 9:53 pm

· #489162
Re: אונזער אלטמאדישן פארקרומטע וועג פון מאכן שידוכים
געדאנקן
איך בין טאקע נייגעריג, ווען האט זיך אויפגעהערט די חמשה עשר באב מהלך און זיך אנגעהויבן אונזער מהלך?
לכוארה ווען די רבי זכיילינו האט אויפגעשטעלט יודישקייט אין אמעריקא נאכן קריג

תרמב » מוצ"ש דעצעמבער 25, 2021 10:39 pm

· #489165
תודה רבה פאר די שיינע אשכול!
די געדאנק פון צאמטרעפן אינגלעך און מיידלעך איז שוין צענדליגע אויב נישט הונדערטער מאל דערמאנט געווארן איבער די ווינקלעך פון קאווע שטיבל, דארפסט האבן א עצה וויאזוי עס איינצופירן.

געדאנקן » מוצ"ש דעצעמבער 25, 2021 10:45 pm

· #489166
אלבערט איינשטיין
געדאנקן
איך בין טאקע נייגעריג, ווען האט זיך אויפגעהערט די חמשה עשר באב מהלך און זיך אנגעהויבן אונזער מהלך?
לכוארה ווען די רבי זכיילינו האט אויפגעשטעלט יודישקייט אין אמעריקא נאכן קריג

נישט אמת, סאיז שוין זיכער געווען סאך פריער.

שמן למאור » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 12:08 am

· #489174
רביה''ק זי''ע
עצי שטים
אבער די מחשבות לויפן מיר כסדר און קאפ, איז זי טאקע מיין נאמער איינס אויסווייל, שוין מער ווי איינמאל איז מיינע אויגן געפאלן אויף איר שוועסטער, און אויף געוויסע פון אירע חבר'טעס, און איך וואונדער מיך, ווען די שידוכים ציגאנג וואלט נישט געווען אזוי פארקריפלט, צו וואלט איך נישט באקומען עפעס מער ציגעפאסט?

אוטש!!! 😢 😢 😢

טעארעטיש גערעדט זאגסטו זייער גוט אבער פראקטיש גערעדט וועט עס קיינמאל געשעהן, איך ווייס אז אין די מאדערנע קרייזן איז דאס זייער איינגעפירט אבער ביי חרדים וועט דאס קיינמאל געשעהן, די חרדישע קולטור איז FUBAR, נישטא עכט וואס צו טוהן, נעקסט. אויב ווילסטו דאס קענען טוהן דאן שיק די קינדער אין מאדערנע מוסדות, אינאיינוועגס וועסטו שוין אויך פארדינען נאך אסאך אנדערע פאזעטיווע מנהגים וואס זיי טוען וואס איז נישט דא ביי אונז. 😛

איך ווייס אז עס וועט זיך נישט אזוי שנעל טוישן, אויב בכלל,
ס'איז נאר וויכטיג קלאר ארויסציהאבן דעם פראבלעם

תנחום » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 12:24 am

· #489178
די ריכטיגע און רעאליסטישטע סעלושען איז א דאטאבעיס פון יעדע רווק העכער אכצן מיט א דעטאלירטע פראפיל ווי יעדער שדכן אדער עלטערן האבן צוטריט.

רביה''ק זי''ע » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 12:38 am

· #489180
אבי גערעדט, ס׳שוין דא דאטאבעיסעס און ליסטעס און ס׳זעהט נישט אויס ווי די נעמען אויף די ליסטעס זאלן טרעפן מער פאסיגע שידוכים. עלטערן וואס ווילן באמת מער פאסיגע שידוכים פאר די קינדער דארפן אנפאנגען צו ארבעטן דערויף שוין פון קליינווייז אן, צום אלעמען ערשט דארף מען מחנך זיין די קינדער פון פריען יוגנט זיך צו חבר׳ן און האלטן א קשר מיט קינדער פונעם אנדערן דשענדער, ווען זיין ווערן עלטער זאל מען זיי ערמוטיגן צו גיין עסן שבת סעודות ביי משפחות וואו ס׳דרייען זיך סינגלס פון ביידע דשענדערס וואו מ׳פארברענגט אינאיינעם, אזוי ווען ס׳וועט האלטן למעשה וועלן זיי שוין אליין פארשטיין וואס זיי האבן צוטוהן אולי יחוס.

שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 12:52 am

· #489181
רבינו לעצטנס ענדיג איך נישט לאכן פון דיר.... דו מיט דיינע עצות...

רביה''ק זי''ע » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 12:58 am

· #489182
כ׳האב הנאה אז איך קען פרייליך מאכן א איד, זעה אבער נישט צו בלייבן ביים לאכן, נאכ׳ן ענדיגן זיך גוט אויסלאכן טראכט זיך גוט איבער צו ס׳לוינט זיך אפשר צו פרובירן מיינע עצות. 😃

און אז מ׳רעדט שוין וועגן עצות, לעצטנס האב איך געטראכט, פארוואס די אלע אויפגעקלערטע חברה וואס זענען פארנומען אגאנצן טאג לאכן פונעם ״נארישן״ ״סיסטעם״ ווען ס׳קומט למעשה טוישן זיי נישט קיין זיז כלשהוא? וואס איז דאס ענין פון לאכן אויף די אינטערנעט מערכה און צו דער זעלבער צייט זיך דרייען מיט א פליפפאון אין טאש? אז ס׳מאכט נישט קיין סענס פאר דיר גיי קויף זיך א סמארטפאוין און פערטיג! דו ווילסט נישט קיין מיט קיין הוט און רעקל? גיי נישט! דו האלטסט אז דיין רבי איז אן עם הארץ און טיפש מרחם? גיי נישט צו זיין טיש! די חרדישע בעשאו שידוכים סיסטעם איז קרום? גיי זוך זיך א בעסערע שידוכים סיסטעם! ניין, ס׳איז איהם ענדערש צו לעבן אינעם באקס ווייל דארט איז ער דער חכם צווישן די נאראנים, די מינוט וואס ער קריכט ארויס פונעם באקס איז ער שוין גארנישט מער פונעם ספאניאלע מיט׳ן סמארטפאון וואס שיקט זיינע קינדער דעיטן.

דערהויבענע איד » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 1:22 am

· #489191
אלטמאדיש איז נישט דאס ווארט.

די פותח אשכול איז לאקי אז ער איז העפי. איך, און אסאך פון מיינע חברים זענען ליידער נישט.

איך ווייס נישט פון ווי אנצוהייבן צו רעדן ווען ס'קומט צו "שידוכים", צו פון די צווינגעריי, צו פון די כבוד שטיקעריי, אדער פון די מענטשן וואס זענען מעביר בנם למולך, צון פון די סתם פערדקאפעריי פון פלאשן 100,00$ פאר א זאך וואס ס'איז דא טשענעס אז ס'גייט זיך נישט אויסארבעטן, - איך וואלט געוואלט זען די אלע גרויסע "מאמינים" קויפן א שטיקל ריעל עסטעיט אן זען די פראפערטי ווייל די מארגעזש בראויקער איז א פרוי און סתם אזוי זענען רוב הייזער גוט -,
צו די אלע שלום בית אישוס וואס ס'ברענגט, און נישט מקיים זיין די ראיות אשה לפני קידושין שלא תתגנה עליו ולא יעבור על מצות עשה של ואהבת לרעיך כמוך.

אסאך מענטשן וואונדערן זיך פארוואס אונז נעמען זיך אן פאר מעלעסטרעס, דו שוטה דו גיי אריין יעדע נאכט צו א "חתונה" ביים חסידי'שן עולם ווי מ'צווינגט א "חתן" און א "כלה" צו חתונה האבן, און אונז פערדן טאנצען נאך ארום.

איך ווינדער מיך פארוואס ס'איז בכלל ליגעל אזא זאך, איך קען נישט ווארטן ביז מ'גייט עס מאכן איליגעל.

@רבהי"ק, מ'דארף גארנישט מחנך זיין, יעדע מענטש ציט צו חברים, און מ'ווערט עלטער ציט מען צי די אנדערע זשענדער, סה"כ פארקרום נישט די קעפ פון די אינגלעך און מיידלעך וועט אלעס זיין מסודר.

שמעון וואלף » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 1:58 am

· #489195
פראגע:
האט שוין איינער געמאכט א סטאטיסטיק וויפול פראצענט חרד'ישע מענטשן זענען העפעלי מעריעד קעגן מאדערנע? איך האב עס נאכנישט געזעהן, טאמער איז עס יא פארהאן וואלט איך זייער נייגעריג געווען צו זעהן די נאמבערס. דערווייל בין איך נאכנישט קאנווינסט אז א נייע סיסטעם פון שידוכים וועט ארבעטן בעסער ווי די "אלטמאדישע פארקרומטע וועג".

רביה''ק זי''ע » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 2:03 am

· #489197
האלטסט טאקע אז ס׳מאכט גארנישט אויס? אפילו א קליינע שאנס? פארוואס לוינט זיך עס נישט אפילו אויפ׳ן פיצינקע ספק אז אפשר יא? נאר דערפאר ווייל ס׳איז פרעמד?

שמעון וואלף » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 2:12 am

· #489198
איך האלט גארנישט; איך ווייס נישט וועלכע וועג איז בעסער. איך ווינדער מיך נאר אויף די וואס זאגן מיט א פשטות אז די מאדערנע וועג איז בעסער. פון ווי נעמען זיי דאס?

וואלווי » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 2:32 am

· #489199
שמעון וואלף
איך האלט גארנישט; איך ווייס נישט וועלכע וועג איז בעסער. איך ווינדער מיך נאר אויף די וואס זאגן מיט א פשטות אז די מאדערנע וועג איז בעסער. פון ווי נעמען זיי דאס?


ס'איז נישט עכט א שאלה פון בעסער דא אדער דארט. א יעדע סיסטעם, און א סאשעל סיסטעם בפרט, וועט האבן א פעלער. די מדובר איז ביי אונז, וואס איז אינזער פראבלעם? טענה'ט די ציבור אז משפרינג אריין אן בכלל זיך באקענען מיט א מויד. פיין, סיריעס אישו, לאמיר עס פרובירן פארעכטן. יעצט אז די מאדערנע (ארטאדאקסישע...) סיסטעם איז אויך פעלערהאפטיג מיט זייער אייגענע סאשעל פעלער, דעמאלטס דארף מען דאס אויך באווארענען כדי סזאל נישט זיין קיין מחליף פרה בחמור.

בנתיים, two wrongs don't make one right, פון אונזער זייט האבן מיר א פראבלעם פון דיסקאנעקשאן, מילא דארפן מיר יעצט צופיקסן אונזער פרה, און דאס איז די פאונט. אז מ'וועט האלטן ביי די חמור עמער זארגן ווייטער.

רביה''ק זי''ע » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 2:49 am

· #489200
שמעון וואלף
איך האלט גארנישט; איך ווייס נישט וועלכע וועג איז בעסער. איך ווינדער מיך נאר אויף די וואס זאגן מיט א פשטות אז די מאדערנע וועג איז בעסער. פון ווי נעמען זיי דאס?

?Common sense

תרמב » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 2:58 am

· #489201
כמעט קיינער וועט דיר נישט מודה זיין אז ער האט נישט קיין שלום בית, והא ראיה, אז דו אלע וואס קומען מיט די סארט טענות הייבן אן געווענטליך אזוי, גראדע בין איך גוט חתונה געהאט, אבער.....

שמן למאור » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 3:01 am

· #489202
שמעון וואלף
איך האלט גארנישט; איך ווייס נישט וועלכע וועג איז בעסער. איך ווינדער מיך נאר אויף די וואס זאגן מיט א פשטות אז די מאדערנע וועג איז בעסער. פון ווי נעמען זיי דאס?

און אפשר איז גאר פארן מיט א פערד און וואגן בעסער און געשמאקער ווי פארן מיט א קאר? האסט שוין אמאל פראבירט? אויף דעם ווילסטו אויך זען סטאטיסטיקס?

די קענסט נישט צאמשטעלן איינס מיט איינס? אויב שטייט א שדכן און מעטשט צאם יענקל גרויס'נס בחור מיט משה גרויס'נס מיידל פשוט ווייל זיי האבן די זעלבע לעצטע נאמען, פארוואס זאל איינער מיט א גראדע מח טראכטן אז דא איז געווארן אויסגעפירט די פאסיגסטע שידוך וואס איז נאר שייך?

איך בין טאקע מער ווייניגער ציפרידן, און עס זעט אויס ווי ביי דיר איז עס אויך גאנץ פיין אקעי, אבער, עיין לעיל וואס א דערהויבענע איד שרייבט, אסאך זענען ממש נישט ציפרידן, אודאי ווערן א גרוש ווערט מען נאר ווען עס איז כלו כל הקיצין (בלויז ווייל און אינזער סיסייעטי איז עס א 'געפערליכע' זאך, און דאס דארף אייגנטליך אן עקסטערע אפהאנדלונג, פארוואס אונז קענען נישט טון אזוי ווי טראמפ ועוד הרבה, מען מעג טוישן נאך א צענדליגע יאר צו עפעס פריש אויב מען וויל, עס איז נישט קיין פראבלעם, און מען מעג אפילו בלייבן גוט מיט די ערשטע ווייב און משפחה, פארוואס און די וועלט נישט??, אבער דאס דארף א באזינדערע אשכול) אבער למעשה איז דא אסאך, וואס מיטשענען זיך ממש דבר יום ביומו, און שטיפן פשוט דורך זייער לעבן אזוי, און גאר אסאך וואס זענען נישט ציפרידן למחצה לשליש ולרבוע,
די מציאות איז, אז ס'דא ממש א גאר קליינע פראצענט חסידישע אידן, וואס האבן באמת ליב זייער ווייב מיטן גאנצן הארץ...!!
און איך מיין אז עס דארף נישט צו זיין אזוי

שמן למאור » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 3:07 am

· #489203
תרמב
כמעט קיינער וועט דיר נישט מודה זיין אז ער האט נישט קיין שלום בית, והא ראיה, אז דו אלע וואס קומען מיט די סארט טענות הייבן אן געווענטליך אזוי, גראדע בין איך גוט חתונה געהאט, אבער.....

קוק, ס'דא אסאך לעוועלס, עס איז דא און די קאטיגאריע וואס עסן חריין יעדן איינציגסטן טאג, און אדער קומט צום סוף א גט, אדער לעבט מען זיך אפ א פארצרה'טן לעבן, אבי נישט צו הייסן א גרוש און קענען חתונה מאכן די קינדער 'בדרך כבוד' (כ'קען אפאר אידן וואס האבן זיך גע'גט נאכן חתונה מאכן אלע קינדער)
און ס'דא וואס זענען ווי נישט ווי ציפרידן אביסל, איינער מער פונעם צווייטען,
און דאן איז דא פון די געציילטע לאקי אידן וואס האבן פינקט געטראפן א גוט שטיקל...
סא ווען איינער זאגט אז ער איז גוט חתונה געהאט, קען עס מיינען אסאך זאכן

פאליטיקאנט » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 3:49 am

· #489207
Re: אונזער אלטמאדישע פארקרומטע וועג פון מאכן שידוכים
אייביג ווען מ'רעדט פון דעם נושא קומען אפאר חברה וואס ס'פאסט זיי נישט אז זיי זענען דורך די זעלבע צודרייטע סיסטעם, און קען גאר זיין זענען אויך נישט צופרידן מיט זייער בת זוג. און פארטיידיגן די היפך שכל צוגאנג מיט'ן געבן אזא פרעג 'דו מיינסט ביי די גוים / מאדערנע / ליטווישע איז עפעס בעסער'? אדער 'קוק וויפיל גיטין זיי האבן'!

די ענטפער איז שוין געווארן אויסגעשמועסט טויזנט מאל, און 'פרענקלי' איינער וואס פארשטייט עס נישט אליין איז א שאד מסביר צוזיין, אבער היער יו גוא.

קודם כל כ'ווייס נישט אויב ס'איז 'בעסער' אבער 'ערגער' פון אונז איז עס זיכער נישט, און מער מענטשליך איז דאך פשוט אז ס'איז.
יעצט דאס אז ביי זיי איז בעסער איז נישט קיין ספק, והוא הנותנת טאקע ווייל זיי האבן אזויפיל (כ'ווייס נישט וויפיל מער -אויב בכלל- פון אונז) גיטין, דהיינו עס איז נישט קיין בושה זיך צו גט'ן, און א גרוש איז נישט אפגעפרעגט, ממילא איינער וואס איז נישט צופרידן גט זיך 'אבער די רוב וואס גט זיך נישט איז פשוט צופרידן'....
משא"כ ביי די חרד'ישע עולם.


אגב כ'האב געשמועסט מיט א סירישע, זאגט ער מיר אז ביי זיי איז טאקע דא קאנצערטן און אווענטן בלויז אהערגעשטעלט אז סינגלס זאלן זיך טרעפן, און ער האט טאקע געטראפן זיין באשערטע אזוי.

ברוינשטיין » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 5:28 am

· #489210
איך אלץ א בחור אין די טין עידש יארן ליינענדיג דעם ארטיקל, קומט מיר טרערן פון די אויגן. איך שפיר ווי די שידוכים וועלט מאכט פון מיר פשוט א געלעכטער, ס'איז באמת ווייטאגליך.

איין טאג זאגן מיר מיינע עלטערן אז עפעס א נייע שדכן טראגט אן א שידוך פון מאנטריאל, די מיידל איז אכצן יאר, נארוואס ארויס פון שולע, דער שדכן ווייסט ניטאמאל ווער איך בין, און ווי גוט קען שוין דעם ש(ד)חין קענען די מיידל?

וואס דארף איך ענטפערן יא? ניין? מ'גייט זיך נאכפרעגן? נאכפרעגן ביי וועם? וואס וועט יענער זאגן, אז אין די זומער איז די מיידל אן עסיסטענט העד קאונסלער? ווערדלאז.

סוף המעשה, איך האב געזאגט ניין, ווייל אין מיינע אויגן האט מען גארנישט אנגעטראגן.

שוין, וואלגערט מען זיך ווייטער אין בעט אליינס.

וואלווי » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 5:31 am

· #489211
שמעון וואלף
איך האלט גארנישט; איך ווייס נישט וועלכע וועג איז בעסער. איך ווינדער מיך נאר אויף די וואס זאגן מיט א פשטות אז די מאדערנע וועג איז בעסער. פון ווי נעמען זיי דאס?


נאך אלע תירוצים דא, וגם אני בתוכם, איז @שמעון וואלף געבליבען אן א תירוץ. איה"נ אז ס'נישט א קשיא אויף די הנחה, פונקט אזוי ווי יעדער האט געענפערט דא אז אונז האב מיר זיכער א פראבלעם, אבער א שאלה פון מהיכי תיתי בלייבט עס. ווער זאגט אז די מאדערנע וועג ארבעט?

סברות, און געדאנקען אויף א זייט, ווער זאגט? אויף וואס פארלאזט מען זיך?

ברוינשטיין » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 5:59 am

· #489215
[
ברוינשטיין
איך אלץ א בחור אין די טין עידש יארן ליינענדיג דעם ארטיקל, קומט מיר טרערן פון די אויגן. איך שפיר ווי די שידוכים וועלט מאכט פון מיר פשוט א געלעכטער, ס'איז באמת ווייטאגליך.

איין טאג זאגן מיר מיינע עלטערן אז עפעס א נייע שדכן טראגט אן א שידוך פון מאנטריאל, די מיידל איז אכצן יאר, נארוואס ארויס פון שולע, דער שדכן ווייסט ניטאמאל ווער איך בין, און ווי גוט קען שוין דעם ש(ד)חין קענען די מיידל?

וואס דארף איך ענטפערן יא? ניין? מ'גייט זיך נאכפרעגן? נאכפרעגן ביי וועם? וואס וועט יענער זאגן, אז אין די זומער איז די מיידל אן עסיסטענט העד קאונסלער? ווערדלאז.

סוף המעשה, איך האב געזאגט ניין, ווייל אין מיינע אויגן האט מען גארנישט אנגעטראגן.

שוין, וואלגערט מען זיך ווייטער אין בעט אליינס.

איך שפיר ווי עפעס א פארקריפעלטע סארט באשעפעניש, וואס מען האט ארויסגעשניטן פון די עקאו סיסטעם.
אדער ווי א מייזל אין לאבעטאריע וואס ווארט אז די שדכנים\סייענטיסטן זאלן אויף מיר מאכן אן עקספערימענט.
איך האב מיט גאט'ס נאטירליכע וועלט זילטש.

ברוינשטיין » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 6:16 am

· #489216
אזוי שרייבענדיג מיינע ווערטער פון ווייטאג, פאלט מיר איין א קריאויזע אבער שטארקע געדאנק.
היות די חברים דא אין קאווע שטיבל זענען היפש אפענע קעפ, און כמעט אלע זענען אויף איין בלעטל ווען עס קומט צו די נושא פון שידוכים.
לאמיר מאכן אייגענע שידוכים!

מען דארף דאס פארשטייט זיך גוט אויסארבעטן, אבער "יאַלאַ" לאמיר טון אין דעם.

צפור בודד » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 7:36 am

· #489217
דערהויבענע איד
אסאך מענטשן וואונדערן זיך פארוואס אונז נעמען זיך אן פאר מעלעסטרעס, דו שוטה דו גיי אריין יעדע נאכט צו א "חתונה" ביים חסידי'שן עולם ווי מ'צווינגט א "חתן" און א "כלה" צו חתונה האבן, און אונז פערדן טאנצען נאך ארום.


[emoji22][emoji22][emoji22]

צפור בודד » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 7:56 am

· #489219
מאך זיכער
אין די צייטן פון די גמרא איז געווען א נארמאלע זאך צו חתונה האבן מיט אפאר ווייבער

דאס איז לכאורה פאקטיש נישט ריכטיג. כאטש צרותיהן וצרות צרותיהן ווערן ברייט ארומגערעדט אין דער משנה און גמרא איז עס אלס טעארעטיש. פאקטיש ווערט נישט דערמאנט קיין איין תנא אדער אמורא וואס האט געהאט מער ווי איין פרוי.

אלגעמיין, זיך פארגלייכן מיט געזעלשאפטן פון טויזנט יאר צוריק האט נישט קיין גרויסער תועלת אויף למעשה. נישט אלעס איז הלכה און אונזער לעבן היינט אין 2021, איז סיי באאיינפלוסט און סיי באגרעניצט פון דער היינטיגער הילוך העולם. אז אונזער סיסטעם דארף א תיקון איז אפגערעדט און די אבות הקדושים און חז"ל זענען בעסער אויף צו ווייזן וויאזוי אונז זענען פארפארן ווי איידער וועגווייזער וויאזוי צו פאררעכטן.

קהל'ס נער » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 8:22 am

· #489221
דערהויבענע זאגט דאך אזעלכע דערהויבענע ווערטער.
"וואלט עני פון די א.ג. מאמינים אריינגעלייגט 100ק אין א שטיק ריעל עסטעיט בלויז ווייל דער בראוקער האט אזוי געזאגט?"
מען דארף דאס שרייבן בכתב אשורית על הקלף און אויפהענגען אין יעדע שול!

די אלע וואס פרעגן ווער זאגט אז די אנדערע מהלכים זענען בעסער, לאמיר זעהן, ווארף אריין א מאה אלפ'ל אין א השקעה בלויז ווייל דער בראוקער זאגט אזוי, ווער זאגט אז די מהלך ארבעט נישט?

אז די מחותן וועט זיין א אויבן-אן איד, פארלאזן מיר זיך נישט אויפן אויבערשטן, אז ער וועט אויסצאלן 80% פון די חתונה אויך נישט, אז די כלה זאל ח"ו נישט האבן קיין פעטער וואס האט זיך ג'גט, פארלאזט מען זיך זיכער נישט אויפן אייבערשטן.
אבער אז די חתן כלה מעטשן, דא נעמט מען ארויס די בטחון קארטל ס'באשערט פון אויבן.

הני חסידאי טיפשאי דמשדכי טליא וטליתא דלא קא חזינא בהדייהו

עוקר הרים » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 9:59 am

· #489229
Re: אונזער אלטמאדישע פארקרומטע וועג פון מאכן שידוכים
ברוינשטיין
אזוי שרייבענדיג מיינע ווערטער פון ווייטאג, פאלט מיר איין א קריאויזע אבער שטארקע געדאנק.
היות די חברים דא אין קאווע שטיבל זענען היפש אפענע קעפ, און כמעט אלע זענען אויף איין בלעטל ווען עס קומט צו די נושא פון שידוכים.
לאמיר מאכן אייגענע שידוכים!

מען דארף דאס פארשטייט זיך גוט אויסארבעטן, אבער "יאַלאַ" לאמיר טון אין דעם.
אלע זענען אפענע קעפ ביז ס'קומט למעשה....

פתחון פה » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 10:06 am

· #489230
Re: אונזער אלטמאדישע פארקרומטע וועג פון מאכן שידוכים
תנחום
די ריכטיגע און רעאליסטישטע סעלושען איז א דאטאבעיס פון יעדע רווק העכער אכצן מיט א דעטאלירטע פראפיל ווי יעדער שדכן אדער עלטערן האבן צוטריט.
B"S

Sent from my moto g(100) using Tapatalk

ברוינשטיין » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 10:08 am

· #489231
Re: אונזער אלטמאדישע פארקרומטע וועג פון מאכן שידוכים
פתחון פה
תנחום
די ריכטיגע און רעאליסטישטע סעלושען איז א דאטאבעיס פון יעדע רווק העכער אכצן מיט א דעטאלירטע פראפיל ווי יעדער שדכן אדער עלטערן האבן צוטריט.
B"S

Sent from my moto g(100) using Tapatalk
גראדע האט מען שוין אנגעהויבן אזא פראיעקט מיטן נאמען bashert4me.
ווי ווייט איך ווייס זענען די רעזולטאטן שוואך.


Sent from my SM-A125F using Tapatalk

ברוינשטיין » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 10:13 am

· #489233
Re: אונזער אלטמאדישע פארקרומטע וועג פון מאכן שידוכים
מען קען זיך איינשרייבן אויף www. Bashert4me.com

לאזט וויסן פאר די חברים אייער עקספיריענס

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 10:15 am

· #489234
Shabbat.com איז טויזענט מאל מער עפפעקטיוו.

ברוינשטיין » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 10:16 am

· #489235
Re: אונזער אלטמאדישע פארקרומטע וועג פון מאכן שידוכים
דאס איז פאר אידיש רעדנדע?
אדער מער פאר באדערענע?

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 10:18 am

· #489237
ווער ס׳וויל, ס׳דא גענצליך סעקולארע אויך.

מונטסורי » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 10:23 am

· #489238
ס'לאזט זיך קלערן אויב טרעפען א בת זוג וואס זאל זיין פאסיג פאר די קומענדע זיבעציג יאר איז בכלל שייך, מענטשען עוואלווען, וואס איז פאסיג היינט וועט גאנץ מעגליך נישט שטימען אין צען יאר ארום, אלזא, פאר די אלגעמיינע וועלט ווי מ'פארשטייט גרינגער די קאנצעפט פון זיך אפטיילן ווען די קאפל איז פונאדערגעוואקסען קען צוואנציג יעריגע אינגעל מיט א מויד זיך פארן לויט זייער יעצטיגע פארשטאנד. משא"כ ביי אונז ווי א שידוך איז לעולם ועד אויף די וועלט און לנצח נצחים אין גן עדן איז שווערער אנצונעמען אז גאר אינגע מענטשען זאלן קענען מאכן גוטע לאנג-טערמיניגע באשלוסען, נישט אז עלטערע זענען פערפעקט, אבער איך קען זען די סברה אז עלטערן דארפען זיין גאר שטארק אריינגעמישט און זאגאר מאכן די שידוך פארשלאגען. אויף אזויפיל יא, די מדובר/ת דארף אויך זיין פיל מער אריינגעטון אין די פראסעס פון די סאמע אנהויב, אויך אפשר דארפען זיי מער ארויסגיין ווי ביי די ליטאים און זיי זאלן האבן די פולע פרייהייט אין זייער ענדגילטיגע באשלוס.

דאס אלעס איז געבשריבען מיט אונזער איצטיגע סטיגמא פון זיך אפטיילן, און דאס פלאשען אזויפיל געלט פאר אינגע שנוקעס וואס האבן נאכנישט פארדינט א פעני אין זייער לעבן, און דאס מאכן בעביס בשעת די אייגענע מח איז נאך ניטאמאל גענצליך אנטוויקעלט. כ'זאג נישט אז ס'איז שלעכט אזוי, אפשר איז דאס טאקע די ריכטיגע וועג, אבער דאן מוזן די ערוואקסענע זיין אינוואלווד מיט די אינגע קינדער, כנלע"ד.

ברוינשטיין » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 10:26 am

· #489239
מאך עס נישט הייליגער ווי ס'איז, מיט גן עדן.

לאנגע הויזן » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 11:58 am

· #489261
אפאר הערות צו @עצי שיטים

קודם כל אפילו דו שרייבסט אז היינטיגע טעג האסטו גאר גוטע שלום בית קוקט עס נישט אויס אזוי. אויב איר האט אוועקגעגעבן די פולע שעה צו שרייבן די ווייטאגליכער ווערטער, מיינט אז איר זענט נישט אזוי העפי מיט דיין בני בית.

דאס וואס דו זאגסט אז מען זאל מאכן די זאך פון זיך צוזאם טרעפן בחורים מיט מיידלעך אין א זאל איז אויך נישט קיין גוטע עצה, ווייל אפילו דו וועסט דארט טרעפן עפעס א שיינע מיידל וואס געפעלט דיך וועסטו אלע מאל שפעטער טרעפן נאך שענערע מיידלעך וואס וועלן דיך אנרייצן און מאכן דיין יעצטיגע שיינע ווייב אויסקוקן כעגילי דבילה קעגן די נייע.. אזוי ווי די שרייבסט אז דיין ווייב'ס שוועסטער אדער חברתות האבן דיך שפעטער נאכן חתונה בעסער געפאלן..

בקיצור, ביי די גוים גייט עס טאקע אז מען טוישט יעדע צוויי וואכן צו שענערס, אבער נישט ביי די אידן.

מי אני » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 12:11 pm

· #489266
מונטסורי
ס'לאזט זיך קלערן אויב טרעפען א בת זוג וואס זאל זיין פאסיג פאר די קומענדע זיבעציג יאר איז בכלל שייך, מענטשען עוואלווען, וואס איז פאסיג היינט וועט גאנץ מעגליך נישט שטימען אין צען יאר ארום, אלזא, פאר די אלגעמיינע וועלט ווי מ'פארשטייט גרינגער די קאנצעפט פון זיך אפטיילן ווען די קאפל איז פונאדערגעוואקסען קען צוואנציג יעריגע אינגעל מיט א מויד זיך פארן לויט זייער יעצטיגע פארשטאנד. משא"כ ביי אונז ווי א שידוך איז לעולם ועד אויף די וועלט און לנצח נצחים אין גן עדן איז שווערער אנצונעמען אז גאר אינגע מענטשען זאלן קענען מאכן גוטע לאנג-טערמיניגע באשלוסען, נישט אז עלטערע זענען פערפעקט, אבער איך קען זען די סברה אז עלטערן דארפען זיין גאר שטארק אריינגעמישט און זאגאר מאכן די שידוך פארשלאגען. אויף אזויפיל יא, די מדובר/ת דארף אויך זיין פיל מער אריינגעטון אין די פראסעס פון די סאמע אנהויב, אויך אפשר דארפען זיי מער ארויסגיין ווי ביי די ליטאים און זיי זאלן האבן די פולע פרייהייט אין זייער ענדגילטיגע באשלוס.

דאס אלעס איז געבשריבען מיט אונזער איצטיגע סטיגמא פון זיך אפטיילן, און דאס פלאשען אזויפיל געלט פאר אינגע שנוקעס וואס האבן נאכנישט פארדינט א פעני אין זייער לעבן, און דאס מאכן בעביס בשעת די אייגענע מח איז נאך ניטאמאל גענצליך אנטוויקעלט. כ'זאג נישט אז ס'איז שלעכט אזוי, אפשר איז דאס טאקע די ריכטיגע וועג, אבער דאן מוזן די ערוואקסענע זיין אינוואלווד מיט די אינגע קינדער, כנלע"ד.

אביסל ענליך האב איך דא (טענטעטיוולי) פּאזיטירט.

דאס גייט סתם אזוי צוזאמען דערמיט אז עס איז נישט אזוי פשוט צו זאגן (פון א סייענטיפישן מבט) אז דאס מענטש איז בעצם אויסגעשטעלט פאר מאַנאַגעמי בכלל.

שמן למאור » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 12:17 pm

· #489269
רביה''ק זי''ע
Shabbat.com איז טויזענט מאל מער עפפעקטיוו.

ס'איז כמעט נישט דא דארט קיין חסידישע פראפילן, פון רווקים

קהל'ס נער » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 12:52 pm

· #489276
מונטסורי
ס'לאזט זיך קלערן אויב טרעפען א בת זוג וואס זאל זיין פאסיג פאר די קומענדע זיבעציג יאר איז בכלל שייך, מענטשען עוואלווען, וואס איז פאסיג היינט וועט גאנץ מעגליך נישט שטימען אין צען יאר ארום, אלזא, פאר די אלגעמיינע וועלט ווי מ'פארשטייט גרינגער די קאנצעפט פון זיך אפטיילן ווען די קאפל איז פונאדערגעוואקסען קען צוואנציג יעריגע אינגעל מיט א מויד זיך פארן לויט זייער יעצטיגע פארשטאנד. משא"כ ביי אונז ווי א שידוך איז לעולם ועד אויף די וועלט און לנצח נצחים אין גן עדן איז שווערער אנצונעמען אז גאר אינגע מענטשען זאלן קענען מאכן גוטע לאנג-טערמיניגע באשלוסען, נישט אז עלטערע זענען פערפעקט, אבער איך קען זען די סברה אז עלטערן דארפען זיין גאר שטארק אריינגעמישט און זאגאר מאכן די שידוך פארשלאגען. אויף אזויפיל יא, די מדובר/ת דארף אויך זיין פיל מער אריינגעטון אין די פראסעס פון די סאמע אנהויב, אויך אפשר דארפען זיי מער ארויסגיין ווי ביי די ליטאים און זיי זאלן האבן די פולע פרייהייט אין זייער ענדגילטיגע באשלוס.

דאס אלעס איז געבשריבען מיט אונזער איצטיגע סטיגמא פון זיך אפטיילן, און דאס פלאשען אזויפיל געלט פאר אינגע שנוקעס וואס האבן נאכנישט פארדינט א פעני אין זייער לעבן, און דאס מאכן בעביס בשעת די אייגענע מח איז נאך ניטאמאל גענצליך אנטוויקעלט. כ'זאג נישט אז ס'איז שלעכט אזוי, אפשר איז דאס טאקע די ריכטיגע וועג, אבער דאן מוזן די ערוואקסענע זיין אינוואלווד מיט די אינגע קינדער, כנלע"ד.


לאמיר צירקגיין צי דערהויבענעס משל פון ריעל עסטעיט, לויט דיך זאל איך אריינלייגן 100ק מיט פארמאכטע אויגן, ווייל אפילו אויב איך מאך ריסערטש און איך טרעף א גיטע פראפערטי, קען זיין אז אין 20 יאר ארום וועט עס גיין קראכן, מילא איז א שאד די גאנצע דו-דיליג'נס.

ים רויבער » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 1:31 pm

· #489280
אגב, די ליטווישע האבן א וועג פון שידוכים וואס הייסט "דעיטן" און זיי האבן דארט גענוג און נאך אלטע בחורים און (נאך מער) מיידלעך, אדרבא פרעגט אייך נאך.

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 1:53 pm

· #489282
ברוינשטיין
[
ברוינשטיין
איך אלץ א בחור אין די טין עידש יארן ליינענדיג דעם ארטיקל, קומט מיר טרערן פון די אויגן. איך שפיר ווי די שידוכים וועלט מאכט פון מיר פשוט א געלעכטער, ס'איז באמת ווייטאגליך.

איין טאג זאגן מיר מיינע עלטערן אז עפעס א נייע שדכן טראגט אן א שידוך פון מאנטריאל, די מיידל איז אכצן יאר, נארוואס ארויס פון שולע, דער שדכן ווייסט ניטאמאל ווער איך בין, און ווי גוט קען שוין דעם ש(ד)חין קענען די מיידל?

וואס דארף איך ענטפערן יא? ניין? מ'גייט זיך נאכפרעגן? נאכפרעגן ביי וועם? וואס וועט יענער זאגן, אז אין די זומער איז די מיידל אן עסיסטענט העד קאונסלער? ווערדלאז.

סוף המעשה, איך האב געזאגט ניין, ווייל אין מיינע אויגן האט מען גארנישט אנגעטראגן.

שוין, וואלגערט מען זיך ווייטער אין בעט אליינס.

איך שפיר ווי עפעס א פארקריפעלטע סארט באשעפעניש, וואס מען האט ארויסגעשניטן פון די עקאו סיסטעם.
אדער ווי א מייזל אין לאבעטאריע וואס ווארט אז די שדכנים\סייענטיסטן זאלן אויף מיר מאכן אן עקספערימענט.
איך האב מיט גאט'ס נאטירליכע וועלט זילטש.

ברוינשטיין: איך קען דיר גאראנטירן אז דער אריגינאלער ר' לייבל ברוינשטיין האט זיך אויך נישט געלאזט אנטראגן שידוכים דורך עפעס א שדכן. ער האט ענדערש מקיים געווען וואס דער רמב"ם זאגט..."אדם פוגע אשה בשוק"... או ב'אוניווערסיטי......!

דו ביסט אפשר א (שטיקל) קרוב צו ר' לייב'ל...?! דו האסט געהערט? דער גרויסער רוצח דזשוגאשווילי (ימ"ש) האט איהם געלאזט אומברענגען. אין מעקסיקא. וואואהין ער (ר' לייבל) איז אנטלאפן פון זיין היימלאנד. וואו ער איז געווען פאררעכנט פאר איינעם פון די חשוב'ע בעלי בתים...!

מונטסורי » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 1:53 pm

· #489283
קהל'ס נער
לאמיר צירקגיין צי דערהויבענעס משל פון ריעל עסטעיט, לויט דיך זאל איך אריינלייגן 100ק מיט פארמאכטע אויגן, ווייל אפילו אויב איך מאך ריסערטש און איך טרעף א גיטע פראפערטי, קען זיין אז אין 20 יאר ארום וועט עס גיין קראכן, מילא איז א שאד די גאנצע דו-דיליג'נס.

אוודאי נישט, פארדעם שלאג איך טאקע פאר אז די עלטערן וואס זענען האפענטליך אחריות׳דיג זאלן מאכן די ריסערטש און נישט די קינדער. עס קען זיין ס׳הערשט א נאכלעסיגקייט אין זיך נאכפרעגן כדבעי און/אדער א פראבלעם פון פשוט פארקויפען די קינדער פאר געלט, סטאטוס, און אנדערע נארישקייטען, אבער דאס זענען נישט סיסטעמאטישע פראבלעמען, יעדער יחיד קען גאנץ גרינג אפמאכן ביי זיך באמת צו טון דאס בעסטע פאר זייער קינד, און מאכן די בעסטע ריסערטש מעגליך וכו׳. וואס איז יא א סיסטעמאטישע פראבלעם איז דאס אז די מדובר/ת האבן כמעט נישט קיין אינפּוט ווי @עצי שטים און @ברוינשטיין באקלאגען זיך און שלאגען פאר אז די קינדער זאלן טון די גאנצע אדער רוב ארבעט, אויף דעם זאג איך אז אונזער מהלך החיים איז נישט ממש גרייט אויף דעם. אפשר אויב מ׳וואלט געשטופט די עלטער פון חתונה האבן צו פינף און צוואנציג און מ׳מאכט נישט קיין בעיביס פאר די ענדע פון שנה ראשונה קען מען אפשר רעדן.

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 2:00 pm

· #489284
מונטסורי: דו זאגסט גאנץ גוט. נאר איין קליינע הערה. דו מיינסט זיכער צו זאגן..."סיסטעמ'ישע"...פראבלעמען. ס'איז א (שטיקל) חילוק פון סיסטעמיש ביז סיסטעמאטיש. ואכמ"ל. אפשר יא. אויב דו ווילסט...!

מונטסורי » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 2:23 pm

· #489296
ש׳כח ר׳ בערל! יעצט מגגל געווען ואין ק״ש בלא חידוש 🙂

עובדיה » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 3:39 pm

· #489320
[ציטאט אראפגענומען]

איך האב אמאל געהערט פון איינעם א גוטע סברה אין דעם, אז ווען א מענטש מאכט זיין אייגענע אויסוואל וועט ער עס נאכדעם אליינס דעפענדען, ווייל ס'איז זיין אויסוואל געווען און ער וויל זיין גערעכט, משא"כ ווען א צווייטער טוהט עס פאר עם [כל שכן ווען יענער מיינט נישט דוקא זיין טובה] פארוואס זאל ער זיין צופרידן מיט יענעמ'ס אויסוואל, און נישט טראכטן אז ער וואלט געקענט טוהן עפעס בעסערס.
בלאט: 1 2 3 4 5 6