☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אונזער אלטמאדישע פארקרומטע וועג פון מאכן שידוכים

אונזער אלטמאדישע פארקרומטע וועג פון מאכן שידוכים

259 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15014
בלאט: 1 2 3 4 5 6

רביה''ק זי''ע » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 4:18 pm

· #489332
שוין צייט צו טוישן דאס קעפל צו ״פארקרומטע סברות מיט וואס מענטשן ברעינוואשן זיך כדי צו פארענטפערן נארישקייטן וואס זיי זענען באגאנגען אין די אינגע יארן.״

שמן למאור » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 6:23 pm

· #489359
רביה''ק זי''ע
שוין צייט צו טוישן דאס קעפל צו ״פארקרומטע סברות מיט וואס מענטשן ברעינוואשן זיך כדי צו פארענטפערן נארישקייטן וואס זיי זענען באגאנגען אין די אינגע יארן.״

👍

שמן למאור » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 6:33 pm

· #489362
[ציטאט אראפגענומען]

איך ווייס נישט צו די האסט אמאל געזען די שאו, 'שטיסל', אויב נישט וואלט איך עס דיר שטארק רעקאמאנדירט,
ס'איז א נחת צו זען ווי עקיבא, גייט ממש מיט אונזער מהלך פון פשוט זיכן וועמען 'ער' האט 'באמת ליב' און פילט אן אמת'ן משיכת הלב צו איר,

וואס מיינסטו צו זאגן אז איך זאל ליב האבן מיין ווייב, בלויז ווייל זי איז מיין ווייב? זאג מיר ביטע וועליכע קנעפל צו דריקן? אפשר קען מען ארבייטן אויף דעם דורך איר פררבירן צו ציפרידנשטעלן, אבער דאס טו איך שוין, די משיכת הלב איז קיינמאל נישט דארט געווען,

גיב א קוק ווי די רמב''ם משל'ט אויס אהבת ה', צו אהבת אישה, ווי כל ימיו מחשבתו דבוק באותו האישה, האסטו אזוי געפילט דורך אויס דיין חתן'שאפט? אויב נישט דאן לעבסטו פשוט ציזאמען און איין הויז מיט איר, און די לעבסט זיך אפשר א פיין לעבן, אבער 'אהבה' פעלט,

גרויסע מענטשעלע » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 7:18 pm

· #489366
אהבה איז עפעס וואס עס ווערט דעוועלאפט. דער וואס זאגט דיר א טאג נאך די חתונה ווי שטארק ער האט ליב זיין ווייב ווייסט לכאו' נישט וואס אהבה מיינט.

אבער כמים הפנים אל פנים ווען 2 מענטשן זענען איבערגעגעבן איינער פאר צווייטן, צוביסלעך ווערט דעוועלאפט אן אהבה, איז ס'קען זיין ס'איז געוועהן מתוך שלא לשמה, אבער ס'קומט נאכדעם אן צו אן אהבה שאינו תלוי בדבר.

פאליטיקאנט » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 8:09 pm

· #489376
עובדיה
איך האב אמאל געהערט פון איינעם א גוטע סברה אין דעם, אז ווען א מענטש מאכט זיין אייגענע אויסוואל וועט ער עס נאכדעם אליינס דעפענדען, ווייל ס'איז זיין אויסוואל געווען און ער וויל זיין גערעכט, משא"כ ווען א צווייטער טוהט עס פאר עם [כל שכן ווען יענער מיינט נישט דוקא זיין טובה] פארוואס זאל ער זיין צופרידן מיט יענעמ'ס אויסוואל, און נישט טראכטן אז ער וואלט געקענט טוהן עפעס בעסערס.

אדער פונקט קאפויער.

ווען איינער קויפט עפעס א ביליגערע ברענד (למשל א כינעזער פאון) אנדערש ווי דעם שטראם וועט ער געווענליך פארטיידיגן זיין באשלוס און ארויסברענגן די מעלות דערפון אפי' אויב ער איז נישט צופרידן פון דעם פראדוקט, פשוט ווייל עס פאסט אן נישט אז ער איז דורכגעפאלן און געווען א אויבער חכם.

מיט שידוכים קען עס גיין ביידע וועגן.
1) ער זאגט קלאר ער איז נישט צופרידן און אז די סיסטעם איז קרום - ווייל ער האט נישט געמאכט די באשלוס, ממילא פילט ער נישט ווי ער האט די אחריות דערצו.
2) ער באהאלט אלעס וואס איז נישט גוט און פארטיידיגט די צוגאנג - ווייל ער ווייסט ער גייט ממילא בלייבן לעבן מיט איר, ממילא פאסט עם נישט אז ער איז געווארן אריינגענארט, וועט ער שפילן (פאר זיך) כאילו אזוי איז די בעסטע מהלך (אזויווי מענטשן וועלן נישט רעדן ווען זיי ווערן אויסגענארט דורך שווינדלער).

תרמב » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 9:34 am

· #489454
עצי שטים

איך ווייס נישט צו דו האסט אמאל געזען די שאו 'שטיסל', אויב נישט וואלט איך עס דיר שטארק רעקאמאנדירט,
ס'איז א נחת צו זען ווי עקיבא, גייט ממש מיט אונזער מהלך פון פשוט זיכן וועמען 'ער' האט 'באמת ליב' און פילט אן אמת'ן משיכת הלב צו איר

עקיבא שטיסל איז נישט קיין גוטע ראיה, ווייל ביי אים זעהט מען טאקע ווי זיין זוכן אזוי לאנג ברענגט אים קיינמאל נישט קיין גוטס, ער מאכט נערישע דעסיזשענס ווייל ער פאלט פאר איינעם, א חתן ווערן מיט א עלטערע אלמנה מיט א גרויס קינד וואס וויל זיך נישט קאמיטן אפילו צו חתונה האבן, אדער צו א מיידל וואס ליידט פון ערנסטע גייסטישע פראבלעמען אדער צו א טאכטער פון זיין צוקריגטע פעטער......

שמן למאור » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 11:50 am

· #489481
ער איז טאקע נישט קיין גוטע ראיה, און דעי בחור איז סתם אזוי גוט פארריקט, איך האב בלויז געוואלט ארויסברענגען אז מען זעט בכלל די מושג פון אהבת אשה דארטן , אויף אן אופן וואס וואלט געדארפט זיין ביי אונז אלע, בין איש לאשתו.

שמחהלע קאפשטיק » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 3:41 pm

· #489541
תרמב
עצי שטים

איך ווייס נישט צו דו האסט אמאל געזען די שאו 'שטיסל', אויב נישט וואלט איך עס דיר שטארק רעקאמאנדירט,
ס'איז א נחת צו זען ווי עקיבא, גייט ממש מיט אונזער מהלך פון פשוט זיכן וועמען 'ער' האט 'באמת ליב' און פילט אן אמת'ן משיכת הלב צו איר

עקיבא שטיסל איז נישט קיין גוטע ראיה, ווייל ביי אים זעהט מען טאקע ווי זיין זוכן אזוי לאנג ברענגט אים קיינמאל נישט קיין גוטס, ער מאכט נערישע דעסיזשענס ווייל ער פאלט פאר איינעם, א חתן ווערן מיט א עלטערע אלמנה מיט א גרויס קינד וואס וויל זיך נישט קאמיטן אפילו צו חתונה האבן, אדער צו א מיידל וואס ליידט פון ערנסטע גייסטישע פראבלעמען אדער צו א טאכטער פון זיין צוקריגטע פעטער......

קיווע שטיסל איז יא א גוטע ראי’ - נישט אז מען דארף נאכגיין יעדע משיכת הלב. נאר אפילו ווען דו גייסט ארויס צו זוכען א מיידל דארפסטו נעמען גוטע עדווייס פון איינעם וואס דו טראסט און איז א נארמאלע מענטש. זיין טאטע ר’ שולם איז געווען צו משוגע און אומטראסטבאר פאר קיווע'ן צוליב וואס ער האט איהם פאראטען עטליכע מאל אנגעהויבן פון אלס אינגער בחור...

ולעניננו, ווען א בחור גייט ארויס זוכען [און אפילו ער גייט נישט ארויס זוכען וויבאלד אונזער באקאקטע סיסטעם לאזט נישט] זאלן זיך די עלטערן אדורך שמועסן מיטן קינד. אדער זאלן די עלטערן איהם שיקען צו איינעם וועמען ער טראסט, און קלאר מאכן זיינע דיזייערס.
איך בין צופיל באקאנט פון שידוכים וואס די עלטערן האבן מחליט געווען וואס איז גוט פארן קינד און האט זיך אויסגעלאזט מיט ווייטאג. אדער די קינדער זיצן נאך און ווארטן פארן באשערטן ווייל די מאמע האט נאכנישט געטראפן וואס "זי" זוכט...
ויש כאן מקום להאריך

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 4:41 pm

· #489552
שמחה'לע קאפשטיק: ס'האט מיר געגעבן א בליץ אריין אזא מחשבה אין קאפ נאך מיט יארן צוריק. איבער 2 מענטשן וועם איך קען. א יעדער פון זיי א תלמיד חכם און מגיד שיעור. אן אנגעזעהענער מענטש. א יעדער איינער א בעל בכי. (אדער עגיל ואשמח.). אז זיי וואלטן זייער שטארק געפאסט צו זיין מחותנים...! אויב די קינדער פאסן אלס שידוך, דאס ווייס איך שוין נישט...!

שמחהלע קאפשטיק » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 4:59 pm

· #489556
berlbalaguleh
שמחה'לע קאפשטיק: ס'האט מיר געגעבן א בליץ אריין אזא מחשבה אין קאפ נאך מיט יארן צוריק. איבער 2 מענטשן וועם איך קען. א יעדער פון זיי א תלמיד חכם און מגיד שיעור. אן אנגעזעהענער מענטש. א יעדער איינער א בעל בכי. (אדער עגיל ואשמח.). אז זיי וואלטן זייער שטארק געפאסט צו זיין מחותנים...! אויב די קינדער פאסן אלס שידוך, דאס ווייס איך שוין נישט...!

לויט די היינטיגע סיסטעים איז דאך עס ממש ענבי הכרם [ליין: הכרס] בענבי הבייכל...

נ.ב. רש"י פאריגען וואך: ששה בכרס אחד האט דער רבי געטייטש זעקס אויפאיינמאל. און נישט געטייטשט אין איין בויך...
אן אנדערע רבי האט ב"ה געטראפן א גירסא "ששה בכרם אחד" אין איין וויינגארטען...

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 5:11 pm

· #489558
שמחה'לע קאפשטיק: מיין רבי האט אויך אזוי פארטייטשט די רש"י. איך געדענק נאך איינער א חכם האט געפרעגט פון די רבי (אני הקטן) ווי קומען די קינדער אין וויינגארטן?...לאל

יעקב מענטש » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 6:02 pm

· #489565
איז דא איינער דא וואס האט וועריפייד מיט די קאמיוניטיס וואס פראקטיצירן די דעיטינג סיסטעם, צו ביי זיי איז נישט דא די אלע פראבלעמען אדער אומצופרידענהייט וואס הערשט דא?

מ'דארף נישט אויפנעמען קיין חוקרים וואס זאלן אונז פארקויפן טעאריעס איבער יענעם סיסטעם, זיי זענען אונזערע ליטווישע/מאדערנע שכינים וואס פראקטיצירן שוין דאס פאר גענעראציעס, און איר קענט זיי אליין פרעגן צו די סוקסעס ראטע איז איבעריג הויעך, דאס יא ווען ס'קומט צו באשולדיגן קען ער נאר זיך אליין.

די פאקט אז מיר זענען אינג און נאאיוו ביים הייראטן, האט זיך זיינע חסרונות (נארישע אופפירונג וואס גייט אפט ארויס פון קאנטראל), אבער ס'איז גאנץ מעגליך אז די בענעפיט וועגט איבער, וויפיל שווערער איז עס פאר צוויי ערוואקסענע זיך צו שמעלצען? פרעגט נאר די סעקאנד מערידזשעס.

בכלל איך מיין אז יעדער וואלט געטוישט ווייב עטליכע מאל דורכאויס דעם לעבן לויט וויאזוי ער טוישט זיך, איין טאג וואלט ער געוואלט א מער מאדערנע פרוי, און 10 יאר שפעטער וואלט ער ענדערש געוואלט האבן איינער וואס פיט אין די באקס. ס'איז זינלאז צו קלעימן אז א 18 יעריגער גייט מאכן א אינטעלעקטואלע אויסוואהל פאר לייף. (איך רעד נישט יעצט צו די עלטערן קענען יא מאכן די ריכטיגע באשלוס פאר זייער קינד, אבער זיכער נישט דער 18 יעריגער מיט א אומערוואקסענעם בליק אויפן לעבן)

שמן למאור » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 6:06 pm

· #489570
ים רויבער
אגב, די ליטווישע האבן א וועג פון שידוכים וואס הייסט "דעיטן" און זיי האבן דארט גענוג און נאך אלטע בחורים און (נאך מער) מיידלעך, אדרבא פרעגט אייך נאך.

די אלע וואס ברענגען די נושא פון דעיטן, און זיך טרעפן מער פאר די חתונה, האבן נישט פארשטאנען מיין עיקר נקידה
ס'דא איין נושא, פון זיך טרעפן מער מאל און דורך א דעיט, סיי פארן שידוך שליסן און סיי דערנאך, און דאס מאכט טאקע נישט אויס גאר א סאך בנוגע דעם אויסוואל, דאס איז בעיקר געמאכט אז מען זאל נישט אהיימגיין די נאכט פון די חתונה מוט א פרעמדן מיידל, און רעיפן,

וואס איך האב בעיקר גערעדט איז אז אונז האבן נישט קיין שום אויסווייל, אונז באקומען נישט קיין שאנס נאכן בעשוי, צו כאפן א צען מינוטיגן שמועס מיט נאך צען מיידלעך פון איר קלאס, צו זען אפשר איז דא עפעס מער פאסיג פאר מיר, איינער וואס מיין הארץ ציט מער צו, איינער וועם איך האב ליב, אויב מען וואלט דאס געטון, וואלט מען אפשר איינגעזען אז די ערשטע האסטו בכלל נישט ליב,

און דאס טוען די ליטווישע אויך נישט, מען טראגט אן איינעם, און מיט דעם איינעם גייט מען טשילן מיט, פאר צוואנציג שעה,

ווען מען בויעט א נייע דעוועלאפמענט פון 200 הייזער, מיט 8 אנדערע אויסשטעלן ( layouts ) און די גייסט גיין קויפן איינס צו וואונען דיינע קומענדיגע זיבעציג יאר, וועסטו דען בלויז גיין קוקען איין הויז? ביזט גערעכט אז קוקען א הויז פאר צוויי שעה איז כמעט אזוי גוט ווי פיפצן שעה, און מען ווערט נישט ציפול קליגער, און ביסט אויך גערעכט, אז אויב האסטו נישט געקוקט קיין צווייטע הויז קודם, און געקלויזט אזוי אויפן ערשטן הויז וואס די האסט געקוקט, דאן איז דא וועגן וויאזוי אפילו יעצט אויפציבויען אן אהבה צו דיין הויז, אפילו די גייסט שפעטער זען אז דיין שכן'ס אויסשטעל איז מער געאייגנט פאר דיר, און בעיקר דורך אמונה אז בית פלוני לפלוני, וכ' וואס שטייט בדרך אגב ביי א הויז פינקט ווי ביי א שידוך, בלא בלא בלא,
אבער ביסטו פון קאפ געפאלן? אזוי מאכט מען א לעבנס החלטה? בלויז ווייל די ברויקער האט געזאגט אז ער האלט אז די לעיאוט איז די מערסטע פאסיג פאר דיר? אוודאי אז נישט, די וועסט שטיין און מדמה זיין מילתא למילתא און זעהן וועלעכע זעט אויס צו זיין די מערסטע ציגעפאסט פאר דיר, פאר דיינע פראזענליכע געברויכן, און אינטערעסן,

דאס איז די מיליאן דאלער קשיא, מיט וואס איז אנדערש די 'בת' פלוני לפלוני, צום 'בית' פלוני לפלוני???

ים רויבער » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 6:28 pm

· #489576
עצי שטים


און דאס טוען די ליטווישע אויך נישט, מען טראגט אן איינעם, און מיט דעם איינעם גייט מען טשילן מיט, פאר צוואנציג שעה,

גענוג און נאך ליטווישע האבן ליסטעס מיט מיידלעך וואס זיי האבן שוין געדעיט.

שמן למאור » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 9:20 pm

· #489599
ים רויבער
עצי שטים


און דאס טוען די ליטווישע אויך נישט, מען טראגט אן איינעם, און מיט דעם איינעם גייט מען טשילן מיט, פאר צוואנציג שעה,

גענוג און נאך ליטווישע האבן ליסטעס מיט מיידלעך וואס זיי האבן שוין געדעיט.

גוט האבן זיי געטון, אפשר זענען זיי גאר די צעפרידענע

ברוינשטיין » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 9:58 pm

· #489602
עס קען טאקע זיין אז מייקראו חלקים פון אינזער ראדיאציע פארקריפעלטע שידוכים שמיס'טעם, ארבעטן זיך אויס פאר געוויסע.

אבער פארוואס פרובירט מען דאס פארטיידיגן ווי כאילו גרויסע קארפן קעפ און פילעזאפן האבן דאס אהער געשטעלט?
יעדער ווייסט אז עס האט זיך אנגעהויבן פון מלחמה געליטענע, און קיין גרויס חכמה שטעקט נישט דערינען!

מחצה''ק » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 11:10 pm

· #489621
עצי שטים
ים רויבער
עצי שטים


און דאס טוען די ליטווישע אויך נישט, מען טראגט אן איינעם, און מיט דעם איינעם גייט מען טשילן מיט, פאר צוואנציג שעה,

גענוג און נאך ליטווישע האבן ליסטעס מיט מיידלעך וואס זיי האבן שוין געדעיט.

גוט האבן זיי געטון, אפשר זענען זיי גאר די צעפרידענע

בכלל נישט גיי רעד צי זיי

ברוינשטיין » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 11:22 pm

· #489626
מחצה''ק
בכלל נישט, גיי רעד צו זיי

ביי אונז רעדט מען בכלל נישט, אויב יא איז דאס ווי פאלגנד.
יא, באכאשעם אלץ קלאפט, כן.

גלייב מיר ס'לוינט זיך צו חתונה האבן.

וואט'עווער כ'האב עפעס א חבר וואס מוטשעט זיך מיט שלום בית.

וכדו' וכדו' וכדו'.

ברוינשטיין » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 11:24 pm

· #489629
Re: אונזער אלטמאדישע פארקרומטע וועג פון מאכן שידוכים
וווואאאסססס? יענער האט זיך גע'גט?,
סתם א צעריקטער!

ביי אינז ליגט אלעס פארשטעקט אין די ערד מדרייט זיך ארום מיט א שמייכל.
פשי ס'ראַקט

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 12:57 am

· #489647
דער עולם מישט דא אויס ליעבע מיט compatibility. פשוט׳ע ליעבע ווערט דעוועלאפט נאטורליך מיט סיי וועלכע מענטש מיט וועם מ׳לעבט א בשותפות׳דיגע לעבן, דאס גיבט אבער נישט אזויפיל סיפוק ווי לעבן מיט א compatible בן/בת זוג מיט וועם מ׳קען שטייגן און עקספלארירן צוזאמען, ס׳איז כרחוק מזרח ממערב. כ׳האב א חבר א גוי (נישט א גוי גמור, א מהודר׳דיגער גוי וואס איז כשר צו זיין א שבת גוי און קויפן חמץ אויף פסח 😛 ) וואס האט מיר פארציילט אז ער האט געוואוינט א שטיק צייט אין עפעס א סארט קליינע קיבוץ/קולט ערגעץ אין די שטאטן in the middle of nowhere, רוב חברה דארט זענען געווען פארהייראט מיט קינדער, ער מיט נאך א צוויי מיידלעך זענען געווען די איינציגסטע סינגלס דארט אין זיין יארגאנג. פארציילט ער מיר אז איינע פון די מיידלעך דארט איז געשלאפן מיט איהם אין א ציממער און ער האט איר נישט נארמאל געליעבט, אויף אזוי ווייט אז ווען ער האט זיך געזעגנט מיט איר פאר׳ן גיין ווייטער אין לעבן האט ער ממש געכליפעט ווי א קליין קינד. ס׳נישט כאילו ער האט געהאלטן ביים חתונה האבן מיט איר, פארקערט, ער האט איר נישט געקענט דערליידן, פשוט נאך א לאנגע צייט עסן, שלאפן, פארברענגען, און ארבעטן צוזאמען טאג איין טאג אויס, און זייענדיג כמעט די איינציגסטע סינגל זיין עידש וואס ער האט געזעהן פאר די אויגן חדשים לאנג האט זיך שוין עפעס דעוועלאפד. ער פארציילט מיר אויך אז אפאר מענטשן, אריינגערעכנט דאס מיידל אליין, האבן איהם געפרעגט פארוואס ער האלט נישט ביים איר הייראטן, ״דו האסט איר ליעב, נישט אזוי?״ - האבן זיי איהם געזאגט. ווי האט ער זיך אויסגעדרוקט, ״I loved her, but I didn't like her, she just wasn't for me". דאס איז מער ווייניגער וואס מ׳טוט ביי חרדים, מ׳פאקט אריין צוויי רענדאם נשמות וואס ווייסן נישט פון עפעס בעסערס אין איין שטוב, מ׳צווינגט זיי מיט הלכה׳דיגע אויסריידן צו האבן א קינד, און אז מ׳קערט צוזאמען פאר א קינד ווערט נאטורליך געשאפן עפעס א קאננעקשאן, ביי איינעם מער ביי איינעם ווייניגער, און שוין, דאס קאפל לעבט זיך אפ דאס גאנץ לעבן נישט וואוסענדיג וואס זיי פארפאסן, א רילעשנשיפ מיט א צוגעפאסטע מענטש קען אזויפיל מער געבן פאר א מענטש ווי א רעלעשנשיפ מיט סתם א רענדאם stranger, חבל.

שמחהלע קאפשטיק » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 8:27 am

· #489656
אינטערסאנט, בעפאר מיין חתונה בין איך געזעצן מיטן חתן מדריך איבער צעהן שעה הדרכה און ער האט מיר בכלל נישט דערמאנט דאס ווארט וואס שטייט אין די תורה "ויאהבה"
איינער קען מיר זאגן פארוואס??

זופ מיט מאנדלען » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 8:46 am

· #489661
צו בארשט דארף מען קיין ציין, ער האט זיך פארלאזט אויף דיינע מעגליכקייטן.

שמחהלע קאפשטיק » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 9:16 am

· #489668
דער עכטער אמת איז, אז ליבשאפט איז א זאך וואס אויב דו האסט עס קיינמאל נישט באקומען געהעריג איז שווער צו אויפבויען אזעלכע געפילן פאר א צווייטן. מיין מדריך אלס א קינד פון מלחמה געליטענע עלטערן וואס נישט יעדער האט געוואוסט וואס דאס מיינט בכלל האט נישט געקענט מסביר זיין וואס דאס מיינט ליעב האבן א פרוי. געבן ליבשאפט א זאך וואס דו האסט קיינמאל נישט באקומען.
אפילו דאס זאגן די דריי ווערטער I love you קען אנקומען שווער פאר אזעלכע מענטשן.
און אנדערע ווערטער דאס ווארט ליעבע איז נישט געשטאנען אין אונזער דיקשאנערי.

ועכשיו צו די ווערטער פון דעם פותח האשכול. אונזער סיסטעם פון שידוכים האט קיינמאל אריינגענומען ליעבע אין די בילד פונעם אויסוואל פון נקבות....

אונטער חכם » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 9:16 am

· #489669
ברוינשטיין
עס קען טאקע זיין אז מייקראו חלקים פון אונזער ראדיאציע פארקריפעלטע שידוכים שמיס'טעם, ארבעטן זיך אויס פאר געוויסע.

אבער פארוואס פרובירט מען דאס פארטיידיגן ווי כאילו גרויסע קארפן קעפ און פילעזאפן האבן דאס אהער געשטעלט?
יעדער ווייסט אז עס האט זיך אנגעהויבן פון מלחמה געליטענע, און קיין גרויס חכמה שטעקט נישט דערינען

עס איז אן אור אלטער סיסטעם, לפּחות טויזנט יאר אלט ביי אידן, און אויך אין להבדיל אסאך גוי'שע קולטורן.

ברוינשטיין » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 9:25 am

· #489672
Re: אונזער אלטמאדישע פארקרומטע וועג פון מאכן שידוכים
רוב עולם דא, שרייבט אז ביי זיי איז שלום בית וואונדערבאר, נאר ביי יענעם נעבעך הינקעט עס אינטער.

איך האב נישט קיינע טענות אויף קיינעם, ס'איז נארמאל אז מען שעמט זיך.
אבער דאס שטיצט אינטער מיין טענה אז עס איז נישט מעגליך צו וויסן די צעפרידהייט ראטע ביים ציבור..

(איך מיין נישט צו זאגן אז קיינער האט נישט קיין שלום בית, אסאך האבן לכאורה יא.
נאר ווי קען מען וויסן אויב די שידוכים סיסטעם טויגט, ווען אלעס איז פארנעפלט.)

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

שמחהלע קאפשטיק » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 9:32 am

· #489677
שמחהלע קאפשטיק
דער עכטער אמת איז, אז ליבשאפט איז א זאך וואס אויב דו האסט עס קיינמאל נישט באקומען געהעריג איז שווער צו אויפבויען אזעלכע געפילן פאר א צווייטן. מיין מדריך אלס א קינד פון מלחמה געליטענע עלטערן וואס נישט יעדער האט געוואוסט וואס דאס מיינט בכלל האט נישט געקענט מסביר זיין וואס דאס מיינט ליעב האבן א פרוי. געבן ליבשאפט א זאך וואס דו האסט קיינמאל נישט באקומען.
אפילו דאס זאגן די דריי ווערטער I love you קען אנקומען שווער פאר אזעלכע מענטשן.
און אנדערע ווערטער דאס ווארט ליעבע איז נישט געשטאנען אין אונזער דיקשאנערי.

ועכשיו צו די ווערטער פון דעם פותח האשכול. אונזער סיסטעם פון שידוכים האט קיינמאל אריינגענומען ליעבע אין די בילד פונעם אויסוואל פון נקבות....


הוספה... די גאנצע מושג פון love ביים היימישען ציבור איז בכלל א נייע זאך
פאר א טייל אידן איז עס נאך אפילו א גויאישע זאך...

ווען איך בין געווען א קינד איז נישט געווען אזא זאך ווי זאגן איך האב עס נישט ליעב איך וויל עס נישט עסן...
און דאס זעלבע ביים הלחם אשר הוא אוכל...

מרדכי מרדכי » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 9:47 am

· #489680
שמחהלע קאפשטיק
אינטערסאנט, בעפאר מיין חתונה בין איך געזעצן מיטן חתן מדריך איבער צעהן שעה הדרכה און ער האט מיר בכלל נישט דערמאנט דאס ווארט וואס שטייט אין די תורה "ויאהבה"
איינער קען מיר זאגן פארוואס??

א חתן מדריך איז נישט דא צי לערנען חומש מיט דיר

קהל'ס נער » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 10:02 am

· #489686
מרדכי מרדכי
שמחהלע קאפשטיק
אינטערסאנט, בעפאר מיין חתונה בין איך געזעצן מיטן חתן מדריך איבער צעהן שעה הדרכה און ער האט מיר בכלל נישט דערמאנט דאס ווארט וואס שטייט אין די תורה "ויאהבה"
איינער קען מיר זאגן פארוואס??

א חתן מדריך איז נישט דא צי לערנען חומש מיט דיר


די ענטפערסט לא לענין.
די חתן מדריך זאגט אז ער וועט אויסלערנען צי חתונה האבן ע"פ תורה, דארף ער מסביר זיין וואס מיינט "ויאהבה", נאר וואס די חתן מדריך האט א אג'ענדע, זאל ער זיך גיין שטיפען מיט עס.

בכלל מיין מדריך האט מיך איינגערעדט פיל שטותים, אפאר וואכן נאך די חתונה האב איך אנגעהויבן פילן אז דער טרייבט איבער, האב איך אנגעהויבן נאכזיכן, כיוון שהיגיע לעושה אדם עם אשתו כל מה שרוצה (נישט די פינקטליכע לשון) פירש, ב"ה היינט בין איך מקיים די שטיקל גמ' מיט אלע חומרות.

שמחהלע קאפשטיק » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 10:03 am

· #489688
מרדכי מרדכי
שמחהלע קאפשטיק
אינטערסאנט, בעפאר מיין חתונה בין איך געזעצן מיטן חתן מדריך איבער צעהן שעה הדרכה און ער האט מיר בכלל נישט דערמאנט דאס ווארט וואס שטייט אין די תורה "ויאהבה"
איינער קען מיר זאגן פארוואס??

א חתן מדריך איז נישט דא צי לערנען חומש מיט דיר

אזוי ??
אויף דעם פסוק חומש "קדושים תהיו" האט ער געזאגט דרשות צוויי שעה...

מי אני » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 10:39 am

· #489696
רביה''ק זי''ע
דער עולם מישט דא אויס ליעבע מיט compatibility. פשוט׳ע ליעבע ווערט דעוועלאפט נאטורליך מיט סיי וועלכע מענטש מיט וועם מ׳לעבט א בשותפות׳דיגע לעבן, דאס גיבט אבער נישט אזויפיל סיפוק ווי לעבן מיט א compatible בן/בת זוג מיט וועם מ׳קען שטייגן און עקספלארירן צוזאמען, ס׳איז כרחוק מזרח ממערב. כ׳האב א חבר א גוי (נישט א גוי גמור, א מהודר׳דיגער גוי וואס איז כשר צו זיין א שבת גוי און קויפן חמץ אויף פסח 😛 ) וואס האט מיר פארציילט אז ער האט געוואוינט א שטיק צייט אין עפעס א סארט קליינע קיבוץ/קולט ערגעץ אין די שטאטן in the middle of nowhere, רוב חברה דארט זענען געווען פארהייראט מיט קינדער, ער מיט נאך א צוויי מיידלעך זענען געווען די איינציגסטע סינגלס דארט אין זיין יארגאנג. פארציילט ער מיר אז איינע פון די מיידלעך דארט איז געשלאפן מיט איהם אין א ציממער און ער האט איר נישט נארמאל געליעבט, אויף אזוי ווייט אז ווען ער האט זיך געזעגנט מיט איר פאר׳ן גיין ווייטער אין לעבן האט ער ממש געכליפעט ווי א קליין קינד. ס׳נישט כאילו ער האט געהאלטן ביים חתונה האבן מיט איר, פארקערט, ער האט איר נישט געקענט דערליידן, פשוט נאך א לאנגע צייט עסן, שלאפן, פארברענגען, און ארבעטן צוזאמען טאג איין טאג אויס, און זייענדיג כמעט די איינציגסטע סינגל זיין עידש וואס ער האט געזעהן פאר די אויגן חדשים לאנג האט זיך שוין עפעס דעוועלאפד. ער פארציילט מיר אויך אז אפאר מענטשן, אריינגערעכנט דאס מיידל אליין, האבן איהם געפרעגט פארוואס ער האלט נישט ביים איר הייראטן, ״דו האסט איר ליעב, נישט אזוי?״ - האבן זיי איהם געזאגט. ווי האט ער זיך אויסגעדרוקט, ״I loved her, but I didn't like her, she just wasn't for me". דאס איז מער ווייניגער וואס מ׳טוט ביי חרדים, מ׳פאקט אריין צוויי רענדאם נשמות וואס ווייסן נישט פון עפעס בעסערס אין איין שטוב, מ׳צווינגט זיי מיט הלכה׳דיגע אויסריידן צו האבן א קינד, און אז מ׳קערט צוזאמען פאר א קינד ווערט נאטורליך געשאפן עפעס א קאננעקשאן, ביי איינעם מער ביי איינעם ווייניגער, און שוין, דאס קאפל לעבט זיך אפ דאס גאנץ לעבן נישט וואוסענדיג וואס זיי פארפאסן, א רילעשנשיפ מיט א צוגעפאסטע מענטש קען אזויפיל מער געבן פאר א מענטש ווי א רעלעשנשיפ מיט סתם א רענדאם stranger, חבל.

טענטאטיוו געדאנקען:

מען קען זאגן אז עס זענען דא צוויי באזונדערע פראבלעמען לגבי שידוכים אין אונזער געזעלשאפט וואס זענען צומאל מיוּטשולי עקסקלוּסיוו:

1). דאס׳ן נישט האבן אן אויסוואל מעיקרא צווישן מיידלעך פנים-אל-פנים מיט באקאנטשאפט

2). דאס אז מ׳שׁפּאַרט זיי איין צוזאמען דורכ׳ן האבן א קינד און אז׳ן זיך אפטיילן/גט׳ן איז טעבּוּ מכח דאס׳ן געוואלדיגע עמפאסיס אויף די קאמיטמענט און אָנהאלט פונעם הייראט

איז לפי דאס (ריכטיגע לדעתי) אפטייל צווישן ״קאָמפּעטיבּיליטי״ און ״אהבה״, דאן איז די צווייטע פראבלעם, עכ״פ פאר׳ן ״אהבה״ חלק, ל״ד א פראבלעם; עס טוהט דאך דאס בעצם שטארקן וכדברי @רביה״ק זי״ע. ווידעראום לגבי די חלק ה״קאָמפּעטיבּיליטי״ לשלעצמה, אויב איז ריכטיג אז ביי ״די גוים/מאדערנע״ זענען דא מער גיטין צי וואס (איז טאקע אזוי? איך ווייס נישט. לויט דא איז די גט ראטע 50% אין אמעריקע), דאן צייגט דאס לכאורה אז׳ן דאס׳ן האבן אויסוואלן מעיקרא אויף די דרך און זיך טרעפן פנים-אל-פנים מיט א באקאנטשאפט מיט מערערע [וואס ״די גוים טוהן״ אבער נישט אונז; די ״ערשטע פראבלעם״ ביי אונז הנ״ל] איז ל״ד א לעזונג; צו א קיומ׳דיגע/אָנהאלטענדע ״אהבה״ [אין די פארעם פון צוזאמען פארהייראט] זיכער נישט. ווי אויך (טאמער איז די סטאטיסטיק אמת) דאן ווייזט דאס אדער אז׳ן זיך טרעפן פנים-אל-פנים מיט א באקאנטשאפט מיט מערערע פרויען לעזט דאס נישט אז מ׳זאל קענען שאצן קאָמפּעטיבּיליטי, אדער אז מענטשן טוישן זיך כסדר וממילא וואס איז געווען קאָמפּעטיבּיל אמאל איז שוין נישט קאָמפּעטיבּיל יעצט. דאן בלייבט לכאורה איבער, עכ״פ אויב האלט מען פונעם אָנהאלט פונעם מאַנאַגאַמאס אינסטיטוט פון מערידזש בכלל אז עס זאל זיין א ״בנין עדי עד״ מיט איין זעלבע מויד און אינגל, אז די עיקר זאל טאקע זיין אויפ׳ן פאקוסירן און קוקן אויפ׳ן צווייטן חלק פון ״אהבה״ (ואולי פאָקוסירן אויף די עטוואס חלקים וואס זענען יא קאָמפּעטיבּיל צווישן זיי צוויי).

ווי איך האב אויבן צוגעברענגט איז אזא סארט שילוב פון די דרכים אולי פאסיג. והיינו, אז די עלטערן, וואס זענען מער באזעצן און מעטשור (און דאך אביסל אפגערוקט פון די עצם בעלי דבר ממש), זאלן פרובירן דאס מערסטע אפצושאצן ווער עס איז די מערסטע פאסיג/קאָמפּעטיבּיל (עכ״פ אינישעלי) פאר זייער זוהן/טאכטער טאקע. דאס איז לכאורה א דבר פשוט אז אפילו אויב וואלט טאקע איינגעפירט געווארן דאס׳ן זיך טרעפן מיט מערערע מיידלעך מיט א באקאנטשאפט איז לכאורה גאר גאר ראטזאם אזוי עלטערן זאלן האבן א (שטארקע) אינפּוּט, ואולי אפילו אינוואַלוומענט, אין דעם אלס זייער מעטשוריטי און באזעצענקייט צו קענען שאצן דאס קיום פונעם זיווג און די טובה פון זייער קינד (נאכאמאל, אָננעמענדיג אז די קיום פון מערידזש בכלליות צווישן איין מויד און איין אינגעל איז א דבר טוב בעצם).

נאכאמאל, אלעס וואס איך האב געשריבן איז טענטאטיוו.

ברוינשטיין » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 11:39 am

· #489715
וואס מיינט טענטאטיוו?
@מי אני

שמן למאור » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 12:03 pm

· #489723
רביה''ק זי''ע
דער עולם מישט דא אויס ליעבע מיט compatibility. פשוט׳ע ליעבע ווערט דעוועלאפט נאטורליך מיט סיי וועלכע מענטש מיט וועם מ׳לעבט א בשותפות׳דיגע לעבן, דאס גיבט אבער נישט אזויפיל סיפוק ווי לעבן מיט א compatible בן/בת זוג מיט וועם מ׳קען שטייגן און עקספלארירן צוזאמען, ס׳איז כרחוק מזרח ממערב. כ׳האב א חבר א גוי (נישט א גוי גמור, א מהודר׳דיגער גוי וואס איז כשר צו זיין א שבת גוי און קויפן חמץ אויף פסח 😛 ) וואס האט מיר פארציילט אז ער האט געוואוינט א שטיק צייט אין עפעס א סארט קליינע קיבוץ/קולט ערגעץ אין די שטאטן in the middle of nowhere, רוב חברה דארט זענען געווען פארהייראט מיט קינדער, ער מיט נאך א צוויי מיידלעך זענען געווען די איינציגסטע סינגלס דארט אין זיין יארגאנג. פארציילט ער מיר אז איינע פון די מיידלעך דארט איז געשלאפן מיט איהם אין א ציממער און ער האט איר נישט נארמאל געליעבט, אויף אזוי ווייט אז ווען ער האט זיך געזעגנט מיט איר פאר׳ן גיין ווייטער אין לעבן האט ער ממש געכליפעט ווי א קליין קינד. ס׳נישט כאילו ער האט געהאלטן ביים חתונה האבן מיט איר, פארקערט, ער האט איר נישט געקענט דערליידן, פשוט נאך א לאנגע צייט עסן, שלאפן, פארברענגען, און ארבעטן צוזאמען טאג איין טאג אויס, און זייענדיג כמעט די איינציגסטע סינגל זיין עידש וואס ער האט געזעהן פאר די אויגן חדשים לאנג האט זיך שוין עפעס דעוועלאפד. ער פארציילט מיר אויך אז אפאר מענטשן, אריינגערעכנט דאס מיידל אליין, האבן איהם געפרעגט פארוואס ער האלט נישט ביים איר הייראטן, ״דו האסט איר ליעב, נישט אזוי?״ - האבן זיי איהם געזאגט. ווי האט ער זיך אויסגעדרוקט, ״I loved her, but I didn't like her, she just wasn't for me". דאס איז מער ווייניגער וואס מ׳טוט ביי חרדים, מ׳פאקט אריין צוויי רענדאם נשמות וואס ווייסן נישט פון עפעס בעסערס אין איין שטוב, מ׳צווינגט זיי מיט הלכה׳דיגע אויסריידן צו האבן א קינד, און אז מ׳קערט צוזאמען פאר א קינד ווערט נאטורליך געשאפן עפעס א קאננעקשאן, ביי איינעם מער ביי איינעם ווייניגער, און שוין, דאס קאפל לעבט זיך אפ דאס גאנץ לעבן נישט וואוסענדיג וואס זיי פארפאסן, א רילעשנשיפ מיט א צוגעפאסטע מענטש קען אזויפיל מער געבן פאר א מענטש ווי א רעלעשנשיפ מיט סתם א רענדאם stranger, חבל.

זייער גוט ארויסגעברענגט, רביה''ק האט א ווייטן טיפן בליק,

מי אני » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 12:28 pm

· #489730
ברוינשטיין
וואס מיינט טענטאטיוו?
@מי אני

📎 CF37F922-2BEA-4B17-AEE5-E37584719C2E.jpeg

רביה''ק זי''ע » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 12:37 pm

· #489732
@מי אני: סדא אסאך מדרגות אין compatibility, נאכדערצו ווי דו זאגסט אז מענטשן טוישן זיך מיט די יארן. און באמת איז אוממעגליך צו טרעפן א מענטש מיט וועם מ׳קומט זיך אויס הונדערט פראצענט און מ׳האט הונדערט פראצענט געמיינזאמע אינטערעסן, העק, אפילו מיט זיך אליינס קומט מען זיך נישט אלץ אויס... דערפאר איז וואס? ווייל איך קען נישט זיין קיין בילליאנער זאל איך נישט פרובירן כאטש צו זיין א מילליאנער?

נאר די אמת איז אז חסידים לשיטתם זענען גערעכט, ווייל די איינציגסטע אינטערעס וואס אן ערליכער איד האט איז דאך מגדל צו זיין דורות וואס וועלן מגדל זיין דורות עד ביאת גואל צדק, וווערן צוזאמען נענטער צחם הייליגן באשעפער, וכו׳ וכו׳. אז ס׳נישט דא קיין אינדיווידואליזם זענען דאך אלע זענען די זעלבע 2x4 איז וואס איז שייך צו טרעפן עפעס מער געאייגענט? סתם זיין א מחליף 2x4 ב2x4 אחר? איז וואס איז די עצה? ויקץ והנה חלום וועט נישט העלפן ווייל ס׳וועט ווערן א וישן ויחלם שנית. אלה בדמיונות ואלה עם ראשם בחול, ואנחנו במציאות נחיה.

בת קול » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 1:31 pm

· #489743
רוב חסידי'שע ווייסן ניטאמאל וואס ליבע מיינט. אויב מען קריגט זיך נישט מיינט מען שוין מען האט שלום בית.

וויפיל פון ענק בענקען זיך נאך ענקערע ווייבער ווען ענק זענען אוועק פון אינדערהיים א שטיק צייט? וויפיל פון ענק באקומען butterflies ווען ענק אבזערווירן אייער ווייב מיט אנדערע? (ביי פרויען וואלט די עקוויווילענט געווען- באקומסטו butterflies ווען דו קוקסט אויף דיין מיין פון די אנדערע זייט מחיצה.) וויפיל בענקסטו זיך נאך איר ווען זי איז נישט ריין? צו האסטו חלומות און פאנטאזיעס איבער איר? וויפיל ווילסטו איר געבן אן עפעס צוריקבאקומען, סתם ווייל דו האסט איר ליב?

עס איז פיין און וואויל זיך נישט צו קריגן, און זיך צו שעצן אפילו, און נישט ווילן עס זאל ח"ו פאסירן עפעס שלעכט מיטן ווייב/מאן, אבער איז דאס אן אמת'ע געפיל פון ליבשאפט?

איינער וואס איז נאך קיינמאל געפאלן פאר איינעם פון זיך אליינס, קען נישט פארשטיין אז די אהבה איז נישט אויפן זעלבן מדריגה ווי ווען מען ווארפט סתם צוזאם 2 פונעם פארקערטן גענדער אין איין שטוב.

זיי קענען זיין גאר גוטע פריינט און נאך אלץ נישט שפירן ליבע.

תנחום » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 1:38 pm

· #489746
ברוינשטיין
רוב עולם דא, שרייבט אז ביי זיי איז שלום בית וואונדערבאר, נאר ביי יענעם נעבעך הינקעט עס אינטער.

איך האב נישט קיינע טענות אויף קיינעם, ס'איז נארמאל אז מען שעמט זיך.
אבער דאס שטיצט אינטער מיין טענה אז עס איז נישט מעגליך צו וויסן די צעפרידהייט ראטע ביים ציבור..

(איך מיין נישט צו זאגן אז קיינער האט נישט קיין שלום בית, אסאך האבן לכאורה יא.
נאר ווי קען מען וויסן אויב די שידוכים סיסטעם טויגט, ווען אלעס איז פארנעפלט.)


ס'איז אינטרעסאנט אז ביי פרויען איז פונקט פארקערט. זיי הערן זיך נישט אויף אפצורעדן אויף זייערע מענער פאר געשוויסטער און פריינט.

ברוינשטיין » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 1:43 pm

· #489747
קודם כל, קען טאקע זיין אז דאס איז א גוטע באווייז, אז די שידוכים מהלך איז א דורכפאל.
אבער מען קען אויך זאגן אז דאס איז זייער סטיל, און עס מיינט גארנישט.

גראדע זענען דא גענוג און נאך, וואס זענען פארנומען מיט, - מיי האסבענט,,, בלאַ בלאַ בלאַ

תנחום » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 1:45 pm

· #489749
רביה''ק זי''ע
אבי גערעדט, ס׳שוין דא דאטאבעיסעס און ליסטעס און ס׳זעהט נישט אויס ווי די נעמען אויף די ליסטעס זאלן טרעפן מער פאסיגע שידוכים. עלטערן וואס ווילן באמת מער פאסיגע שידוכים פאר די קינדער דארפן אנפאנגען צו ארבעטן דערויף שוין פון קליינווייז אן, צום אלעמען ערשט דארף מען מחנך זיין די קינדער פון פריען יוגנט זיך צו חבר׳ן און האלטן א קשר מיט קינדער פונעם אנדערן דשענדער, ווען זיין ווערן עלטער זאל מען זיי ערמוטיגן צו גיין עסן שבת סעודות ביי משפחות וואו ס׳דרייען זיך סינגלס פון ביידע דשענדערס וואו מ׳פארברענגט אינאיינעם, אזוי ווען ס׳וועט האלטן למעשה וועלן זיי שוין אליין פארשטיין וואס זיי האבן צוטוהן אולי יחוס.


צוריק צום ארגינעלע טעמע פונעם אשכול, די פאקט איז אז ס'איז נאכנישט דא א פראפעסענאלע דאטאבעיס. יא ס'איז דא ליסטעס וואס זענען רוב נישט פארהיינטיגט און זייער שווער צו ארבעטן מיט זיי. כ'רעד פון ערפארונג.

ערבי נחל » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 3:02 pm

· #489791
טאקע וועגען דעם האלט איך ס'דארף זיין נארמאל אז א יעדע 5 יאר גט מען זיך.
די סדר איז א מענטש טוישט זיך, וועמען מען האט ליב ביי די 18 ווערט מען באורד ביי די 25.

ברוינשטיין » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 3:04 pm

· #489793
איך האף אז דו מאכסט א ווערטל.
דו ווילסט אז קינדער זאלן טוישן עלטערן יעדע צוואנציג מינוט?

בת קול » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 3:56 pm

· #489807
ניין מען דארף פשוט לאזן ניצן ב.ק. תיקף ביי די ערשטע marriage.

ערבי נחל » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 5:06 pm

· #489829
ברוינשטיין
איך האף אז דו מאכסט א ווערטל.
דו ווילסט אז קינדער זאלן טוישן עלטערן יעדע צוואנציג מינוט?

און וואס טוען די גויים? ביי זיי טוישט מען א יעדע 3 יאר! די קינדער ווערען צוגעוואוינט צו דעם און מען הייסט נישט די גט קינד.

דערהויבענע איד » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 7:48 pm

· #489869
מי אני

טענטאטיוו געדאנקען:

מען קען זאגן אז עס זענען דא צוויי באזונדערע פראבלעמען לגבי שידוכים אין אונזער געזעלשאפט וואס זענען צומאל מיוּטשולי עקסקלוּסיוו:

1). דאס נישט האבן אן אויסוואל מעיקרא צווישן מיידלעך פנים-אל-פנים מיט באקאנטשאפט

2). דאס אז מ'שׁפּאַרט זיי איין צוזאמען דורכ׳ן האבן א קינד און אז׳ן זיך אפטיילן/גט׳ן איז טעבּוּ מכח דאס געוואלדיגע עמפאסיס אויף די קאמיטמענט און אָנהאלט פונעם הייראט

איך וואלט צוגעלייגט א דריטע, אז די עלטערן - נישט קיין חילוק צו זיי זענען נארמאל צו נישט - פירן אן און אראנזשירן די גאנצע געשעפט.

למשל אויב זיי הערן אז די מיידל איז נידריג אדער הינקעדיג, זענען זיי מחליט צו זייער זוהן איז אטרעקטעט צו אזא מיידל.

מי אני » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 7:57 pm

· #489873
וועגן דעם טאקע ענדיג איך צו:
מי אני
ווי איך האב אויבן צוגעברענגט איז אזא סארט שילוב פון די דרכים אולי פאסיג. והיינו, אז די עלטערן, וואס זענען מער באזעצן און מעטשור (און דאך אביסל אפגערוקט פון די עצם בעלי דבר ממש), זאלן פרובירן דאס מערסטע אפצושאצן ווער עס איז די מערסטע פאסיג/קאָמפּעטיבּיל (עכ״פ אינישעלי) פאר זייער זוהן/טאכטער טאקע [עמפאסיס יעצט צוגעלייגט].

עס איז אויך ראטזאם צו געדענקן די שטודיע איך האב דארט צוגעצייכענט.

דערהויבענע איד » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 8:06 pm

· #489876
[ציטאט אראפגענומען]


ברודער, דו קענסט זיין גערעכט, אבער א משוגענער בלייבסטו. אזוי טוט מען נישט קיין שידוכים. אזוי טרעפט מען נישט קיין סאויל מעיט. אזוי האט מען נישט חתונה.

ס'פשוט נישט נארמאל. נישט מענטשליך.

דערהויבענע איד » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 8:07 pm

· #489877
רביה''ק זי''ע
שוין צייט צו טוישן דאס קעפל צו ״פארקרומטע סברות מיט וואס מענטשן ברעינוואשן זיך כדי צו פארענטפערן נארישקייטן וואס זיי זענען באגאנגען אין די אינגע יארן.״

לשיטתך איז גאנץ קאווע שטיבל אזא אייין גרויסע אשכול....

ברוינשטיין » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 8:09 pm

· #489878
Re: אונזער אלטמאדישע פארקרומטע וועג פון מאכן שידוכים
זיי דיך מסביר @דערהויבענע איד

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

דערהויבענע איד » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 8:22 pm

· #489884
יעקב מענטש

בכלל איך מיין אז יעדער וואלט געטוישט ווייב עטליכע מאל דורכאויס דעם לעבן לויט וויאזוי ער טוישט זיך, איין טאג וואלט ער געוואלט א מער מאדערנע פרוי, און 10 יאר שפעטער וואלט ער ענדערש געוואלט האבן איינער וואס פיט אין די באקס. ס'איז זינלאז צו קלעימן אז א 18 יעריגער גייט מאכן א אינטעלעקטואלע אויסוואהל פאר לייף. (איך רעד נישט יעצט צו די עלטערן קענען יא מאכן די ריכטיגע באשלוס פאר זייער קינד, אבער זיכער נישט דער 18 יעריגער מיט א אומערוואקסענעם בליק אויפן לעבן)

שוין אז דו ווייסט אז די עלטערן איז נישט קיין אפשען אז זיי זאלן מאכן דיסיזשענס פאר זייערע קינדער האסטו גארנישט פארן זאגן דיין ערשטע האלב.

קוק דיך ארום אין בית המדרש און זאג מיר וויפיל פראצענט זענען נישט אמת'דיג מיט זייערע קינדער, ווייסן נישט ווי זייערע קינדער שטייען, ווייסן קוים וואס זיי ווילן, ווייסן קוים וואס טוט זיך מיט זיי, אדער ווערן פארבלענדעט פאר אביסל כבוד און געלט, אדער ווייל ס'גייט זיי זיין מער באקוועם אז זייערע קינדער זאלן וואוינען נעבן זיי, אא''וו.

חוץ פון דעם איז דא אסאך וואס איינע פון די עלטערן ווילן זיייער שטארק די שידוך, לאו דווקא אז ביידע זענען מסכים צו דעם. עפטער אלל זענען די עלטערן אויך א וויקטעם פון אונזער בעסטע שידוכים סיסטעם אין די וועלט ווא האט די וויניגסטע גירושין.

דאס איז חוץ א מעשה וואס מאכן א דיסיזשען פאר א צווייטע עדאלט איז עקעלדיג, אביוזייוו, און קאנטראלינג, אלטמאדיש, און פאריקט. מ'דארף עס מאכן איליגעל.

קהל'ס נער » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 8:30 pm

· #489886
דערהויבענע
ליבינו איתך, ס'זעיט אויס ווי דיין שלום בית איז נישט די בעסטע, מילד גערעדט.
גט דיך.
די טיפשות אז מ'בלייבט פאר די קינדער, איז אפגעפרעיגט מכל וכל, דיינע קינדער וועלן סאך מער מצליח זיין אויב זיי האבן ג'גטע עלטערן וואס שלאגן זיך נישט ארום.

זיך דיר א מיידל וואס געפעלט דיר (נישט פאר דיין טאטע) און הייב אן פון פריש.

איך האב א גאנצע אשכול אויף דעים טראומה פון נישט ג'גט'ע עלטערען

רביה''ק זי''ע » מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 12:37 am

· #489965
דערהויבענע איד
רביה''ק זי''ע
שוין צייט צו טוישן דאס קעפל צו ״פארקרומטע סברות מיט וואס מענטשן ברעינוואשן זיך כדי צו פארענטפערן נארישקייטן וואס זיי זענען באגאנגען אין די אינגע יארן.״

לשיטתך איז גאנץ קאווע שטיבל אזא אייין גרויסע אשכול....

גוט מארגן אמעריקטשקע 😃 פארגעס איין מינוט פון מיין שיטה, וואס האלטסטו, איז עס נישט טאקע אזוי? 😛 😂 😂
בלאט: 1 2 3 4 5 6