☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #9553

אשכול אן א טיטל #9553

68 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9553
בלאט: 1 2

— » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 7:25 am

· #299653

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

גרויסע מענטשעלע » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 7:42 am

· #299654

סביב העולם » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 8:15 am

· #299657


.

ירח בן יומו » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 1:15 pm

· #299709
(קרעדיט: א סליחות נאכט אין קיעוו )

פליקער » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 1:33 pm

· #299712
אינטערעסאנט אז ליפא וואס האט הינדערט טויזענט פאלאערס האט א זעלטן קליינע עולם, איך האב מורא אז דער גר גאלדשטיין איז גערעכט

ירא שמים » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 1:51 pm

· #299714
מה הסיפור עם גאלדשטיין ?

לית דין בר נש » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 2:04 pm

· #299715

ירא שמים » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 2:07 pm

· #299716
איינער קען עס דא ארויפלייגן ?

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 2:09 pm

· #299717
פליקער
אינטערעסאנט אז ליפא וואס האט הינדערט טויזענט פאלאערס האט א זעלטן קליינע עולם, איך האב מורא אז דער גר גאלדשטיין איז גערעכט

פליקער: דו האסט אונז אלע געמאכט זייער שטארק נייגעריג. יעצט מוזטו זאגן וואס דער גר גאלדשטיין האט געזאגט. אדער זאגט נאכאלץ. און ווער איז ער בכלל...?... 🙄

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 2:18 pm

· #299718
אנאנים: דיין פתיחת האשכול דערמאנט מיך פון א געוויסע חסידות וואו מ'זאגט אלע ניגונים מיט א טרויעריגן ניגון פון סליחות. אנגעהויבן פון לכה דודי. אדורכגייענדיג כל מקדש שביעי. ביז א-ל מסתתר. לאמיר זיך פארשטעללן אז הרב הצדיק ר' אייזיק ספינקע'ר שליט"א דאוונט פאר'ן עמוד קבלת שבת מיט א קול בוכים. און ער זאגט לכה דודי...לקראאאאת כאאאלאה מיט דעם זעלבן ניגון וואס ער האט געזאגט דעם הספד ביים ציון פון זיין טאטן דער ספינקא רבי זצ"ל...! אדער כל מקדש שביעי אדער מנוחה ושמחה...! די אידן פון דעם געוויסן חסידות (ס'איז א רוסיש חסידות) דארפן טוישן די ווערטער אין זייער סידור. שטאטס זמירות לשבת, דארף דארט שטיין סליחות לשבת...!

פליקער » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 2:51 pm

· #299724
<a class="postlink" href="https://www.dropbox.com/s/asqwbo42druzam6/%D7%92%D7%A8%20%D7%A6%D7%93%D7%A7%20%D7%A2%D7%9C%20%D7%9C%D7%99%D7%A4%D7%90.aac?dl=0">https://www.dropbox.com/s/asqwbo42druza ... 0.aac?dl=0</a>

איך האף עס וועט ארבייטן

mevakesh » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 2:56 pm

· #299725
404 error

רויטע וואנצעס » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 2:58 pm

· #299726
@גרויסע מענטשעלע, ווער און ווי איז די דריטע קליפ?

גרויסע מענטשעלע » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 2:59 pm

· #299727
די דריטע קליפ איז יואלי ליובאוויטש אין ביהמד אור חיים פין שיינער אין פארשעי

יעקב מענטש » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 4:23 pm

· #299748
זאגן סליחות פרייליכערהייט איז ווי זאגן פרים הנשרפים בניגון איכה,

אז מ'וועט איינפירן צו זאגן קינות מיט א בענד און חזנים און דורך דעם מאכן אז אפגעפרעמדעטע אידן זאלן זיך אויך מיטכאפן, וועט עס אויך זיין אקעי ?


עת ספוד ועת רקוד

קאסטנער » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 4:36 pm

· #299751
אויב תשובה טין איז איכה ביסטו הינדערט פראצענט גערעכט.

Kool man » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 7:17 pm

· #299774
אין מיין האמבעל אפיניען, סליוחת איז געמאכט צו איבערבעטען דעהם הייליגען באעפער אויף וואס מ'העט אנגעווערטשאפט אגאנץ יאהר, און ס'איז גאהר פשוט אז מ'בעהט זיך כעני בפתח טאטע איך שעהם זיך פון דיר, זיי מיר מוחל, ווען איינער אהל קומען צום קעניג אדער צום טאטען מיט א גאנצע געזאנג און שמחה גדולה, טאטע איך האט געזינדיקט פאר דיר, וועט איהם דער טאטע ארויסשליידערען פון פענסטער.. אזוי האט מען געזעהן ביי אלע צדיקים, און אזוי שטייט אין אלע ספרי מוסר, און דאס איז אין די נוסח פון סליחות זעלבסט, מיט צובראכענקייט [נישט אויסמישען מיט מרה שחורה] ח"ו, מיט הכנעה וענווה, נישט מיט גאווה'דיקע הוליערייען און קאנצערטען אנשטאט א בקשת סליחה..

איך וויל נישט מקטרג זיין, זיכער מיינען זיי אלע גוט, אבער דאס איז א חלק פון די מגושם'דיקקייט און עם'עראצעס וואס האט לעצטענס אנגעהויעבן בושעווען אין די גאסען אויף כוח.

ירא שמים » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 7:30 pm

· #299776
מזונגט עפעס הוללות ?! מזינגט ווארעמע ניגונים , אפשר די כלי זמר איז א נייע זאך אבער זינגען פון א חזן מיט משוררים איז א אלטע זאך.

קאצקע ציקער » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 7:43 pm

· #299779
אזוי האט זיך אנגעהויבן די רעפארם באוועיגונג פונקטליך אזוי!! אז מען וועט עס נישט באצייטענס אפשטעלן וועט נעקסטעס יאר צוגיין צו סליחות אין ערמאנט שיהל ליפא'ס ווייב..........

ירא שמים » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 8:00 pm

· #299784
ווען זיי וואלטן כאטש תשובה געטון …

הקטן » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 9:40 pm

· #299796
איך מיין ס'איז גראדע א גיטע זאך (נישט אז איך דארף דאס האבן)
תשיבה איז ווערן נענטער, זיך צוריק קערן צום טאטען אין הימעל
היינטיגע צייטען איז ביי אסך דער געדאנק פין מרירות אזאך וואס איז מרחק בטבע
איך קען זעהן אז ביי א גרויס טייל נאך אזא סליחות זאל מען דאווענען בעסער אדער רעדען ווייניגער לשה"ר
Kool man

איך וויל נישט מקטרג זיין, זיכער מיינען זיי אלע גוט, אבער דאס איז א חלק פון די מגושם'דיקקייט און עם'עראצעס וואס האט לעצטענס אנגעהויעבן בושעווען אין די גאסען אויף כוח.

דאס עם'עראצעס איז דא, וואס וועלן מיר טון דערוועגן? וועלן מיר זיי אויסשליסן פין כלל ישראל אדער וועלן מיר זיי ברענגען נאנטער.
ביז וואו לאנג דאס איז נישט קעגען הלכה - און ס'איז מקרב אידען, איז דאס צו באגריסען

Kool man » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 11:32 pm

· #299814
אין א זייטיקע נאטיץ, שפילען מוזיק ביי תפילות איז קעגען די תקנות ועד ארבע ארצות, און פון די גרונד פרינציפען פון די דעמאלצדיקע גדולים אקעגען רעפארם.

ירא שמים » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 11:52 pm

· #299817
ועד ארבע ארצות ? דאקומענט ?

שלום על ישראל » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 11:52 pm

· #299818
Kool man
אין א זייטיקע נאטיץ, שפילען מוזיק ביי תפילות איז קעגען די תקנות ועד ארבע ארצות, און פון די גרונד פרינציפען פון די דעמאלצדיקע גדולים אקעגען רעפארם.

מיר וואוינען אין ארצות הברית; נישט אין די ארבע ארצות. מען קען נישט ארויפווארפען אלע חמרות פון אלע ארצות אויף איין הייפעלע אידען אויף וועמען מען האלט אין איין שרייען ״די שוואכע דורות״. גענוג איז גענוג.

Kool man » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 11:59 pm

· #299820
אט די זעלביקע רייד האבען געשריגען די רעפארמער, און אויף דעהם ארויף זענען געקומען די לייבען די גדולי ישראל און גודר גדר געוועהן מיט די תקנות ועד ארבע ארצות, [וועלכע האט בדרך אגב נישט קיין עקספיירעישען דעיט].

פלעין יודיש » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 8:05 am

· #299830
נא, האט דאך ליפא שוין מבטל געווען דעם וועד ארבע ארצות
היינו טעמא דשערות נשים והיינו טעמא דחצוצרות בתפילה....

יהושע חיים » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 8:06 am

· #299832
ר קאל מען די קענסט זאגן ווי שטארק א תקנה פון די וועד ארבע ארצות איז אבער ברענג ביטע א מקור אז עס איז דא אזא תקנה פון זיי

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

הקטן » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 8:27 am

· #299833
לדעתי, פאר 20-30 יאר ציריק וואלט אזא סליחות געדינט אויף פריקת עול, היינט איז דאס נאר א תיקון.

דער היינטיגער קאלל אינגערמאן איז צימישט, ער איז אויפגערעגט אויף די סיסטעם, ער האלט אז די סיסטעם איז שילדיק אויף אלעם בייזען און ביי אים איז דער סיסטעם מיט דער אייבישטער איינס אין די זעלבע. פין די אנדער זייט פילט ער ליידיג און זיין נשמה לעכטצט פאר אביסעל העכערס, אויב קענען מיר אים געבען א אטענטישע ווערשען פין אידישקייט וואס מאכט אים אויך פילען אז ער איז אינדרוסען פינעם באקס, כאפט ער זיך צי דערצו וואו א דאשטיגער צו א גלעזעל קאלט וואסער.
קענסט אמאל זען אזא סארט אינגערמאן זאל אנפאנגען דאווענען מיט מער געשמאק וואו סיי ווען.

ווען א ווילי אינגערמאן גייט צו אזא סליחות פילט ער וואו ער קאקאט אויף אינז אלע, די הרגשה, אבער, גיט אים דער רעכט צו ווערן נתעורר פין ראביי דשעקאבסאן און ווערן נתקרב לה'
קען זיין זיין רב זאגט בעסער וואו ראביי דשעקאבסאן אבער זיין רב האט ער קיינמאל נישט אויסגעהערט, קיינמאל נישט געקליקלט מיט אים, זיין רב רעדט דאך פלען אידיש ראביי דשעקעסאן רעדט א פענסי ענגליש (ער ווייסט אז ס'איז פענסי ווייל ער פארשטייט נאר א יעדער 3טע ווארט)


אידישקייט האט א core און האט אויך לבישים
די core איז אמינה בה', דבקות בה', דו העכערקייט פין נשמת ישראל, איבערגעגעבן אינגאנצען צו רצון ה' וכד'
די core קען מען נישט טוישען (אויב ווילסטו זאגן אז ככל הגוים בית ישראל אדער מיר טוען פשוט דרעדישען הערט דאס אויף צי זיין אידישקייט)
דו לבישים טוישן זיך מזמן לזמן ומדור לדור.

טויש איז אייביג געווען א חלק פין כלל ישראל, זאל דאס זיין חסידות אדער תניעת המוסר
דו שאלה איז די מאטיו, פארוואס עפעס א טויש, די גדולי ישראל האבן פארשטאנען אז דער מאטיוו פין די ריפארמער און אויך זייער אנהענגער זענען פשוט פריקת עול און א טויש און די core וואס דאס מיינט זיין א איד, און דערפאר זענען זיי ארויסגעקימען בחרב ובחנית דערקעגען.

צווישען די היינטיגע מארגנים איז אפשר דא וואס זענען דא פאר פריקת עול אבער ס'איז אויך דא וואס פארשטייען ערענסט די צורך השעה

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 10:57 am

· #299848
Kool man
אין מיין האמבעל אפיניען, סליוחת איז געמאכט צו איבערבעטען דעהם הייליגען באעפער אויף וואס מ'העט אנגעווערטשאפט אגאנץ יאהר, און ס'איז גאהר פשוט אז מ'בעהט זיך כעני בפתח טאטע איך שעהם זיך פון דיר, זיי מיר מוחל, ווען איינער אהל קומען צום קעניג אדער צום טאטען מיט א גאנצע געזאנג און שמחה גדולה, טאטע איך האט געזינדיקט פאר דיר, וועט איהם דער טאטע ארויסשליידערען פון פענסטער.. אזוי האט מען געזעהן ביי אלע צדיקים, און אזוי שטייט אין אלע ספרי מוסר, און דאס איז אין די נוסח פון סליחות זעלבסט, מיט צובראכענקייט [נישט אויסמישען מיט מרה שחורה] ח"ו, מיט הכנעה וענווה, נישט מיט גאווה'דיקע הוליערייען און קאנצערטען אנשטאט א בקשת סליחה..

איך וויל נישט מקטרג זיין, זיכער מיינען זיי אלע גוט, אבער דאס איז א חלק פון די מגושם'דיקקייט און עם'עראצעס וואס האט לעצטענס אנגעהויעבן בושעווען אין די גאסען אויף כוח.

איך אגריע מיט דיר און אויך מיט הקטן, מען קען טרעפן מעלות און אויך (בעיקר) חסרונות, אבער למעשה איז סליחות בלויז א מנהג, נישט קיין דאורייתא און נישט קיין דרבנן און שפילן מוזיק אדער זיין פרייליך איז נישט נגד ההלכה, עס איז פשוט א געפיל זאך. אלמלי זיי וואלטן צב"ש געשפילט מוזיק אום ת"ב, וואלט מען זיי געדארפט ארויסווארפן ממחנינו ווייל דאס איז אקעגן א בפירוש'ע הלכה, אבער סליחות איז נישטא קיין שום הלכה דערקעגן, אודאי איז 'געפיל' גאר א וויכטיגער פאקטאר צו אידישקייט, אבער טאמער זיי האבן אן אנדער געפיל, האבן זיי נאכנישט עוקר געווען א הלכה אדער מ"ע אדער לאו, און מען קען זיי נאך נישט דן זיין פאר דעם,

נקוט האי כללא בידך, מען דארף אלץ קוקן וועלכע זאך זיי זענען עוקר, דאורייתא, דרבנן, מנהג, חומרא, מסורה, אדער בלויז געפיל. דער נפק"מ איז זייער גרויס.

הקטן » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 11:17 am

· #299849
@שמעקעדיק איי קענט דיסעגרי וויט יא מאר
עוקר זיין לשם עוקר זיין וואלט ווען געווען א פראבלעם אפילו אויב דאס איז נאר געפיל, וואו די ריפסט דאס - אפילו ערקתא דמסנא
אידישקייט איז מעשה וואס דער תכלית איז געפיל און מחשבה, אבער דו סליחות געפיל איז נאר איין סארט געפיל וואס ברענגט נאטער צום תכלית ס'איז אויך דא אנדערע סארט געפילן וואס ברענגען צום זעלבען תכלית.

די היינטיגע דור האט א שוואכקייט צי אימברעסען אלע כ"ד עיתים און האבן אן נאטירליכע שוועריקייט מיט דעם עת לבכות.
איז בתחבולות תעשה לך מלחמה
וואו אזוי האט איינער לעצטענס געשריבען, "מיר האבן מורא פין דעם עץ החיים"

ראוונע » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 11:26 am

· #299850
לדעתי איז עס זייער א געווינטשענע זאך
פארשטייט זיך פאר די וואס מיינען עס ערענסט
סאיז דא מענטשען וואס ווערן נערוועז פון לאנגע דאווענען׳ס אין נישט נאר וואס זיי ווערן נישט נתעורר ווערן זיי נאר גערעגט אין הערן נישט אויף צו קוקען אויפען זייגער
ווידער מוזיק האט א וועג צו רעדן צו א מענטשען׳ס נשמה אין אויפוועקן זיינע אינערליכע געפילען אין אים באמת ברענגען נענטער צום באשעפער. אין ער האט נאך הנאה אינדערזייט אויך

פארשטייט זיך מדארף עס מיינען אמתדיג אין נישט סתם הוליענען אלץ פריקת עול

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 11:32 am

· #299851
הקטן
אפילו ערקתא דמסנא

ערקתא דמסאני איז נאר אסור בשעת השמד, אדערווייז איז עס נישט קיין שום פראבלעם.
ביזט גערעכט אז כ'האב נישט געמיינט ממש "עוקר זיין" לשם עוקר זיין, כ'האב געמיינט צו זאגן אז שפילן מוזיק ת"ב, אפילו אויב איינער שפירט עס ברענגט אים נענטער צום באשעפער איז נאך אלץ נישט גערעכט און ס'איז אסור, משא"כ ביי סליחות, ופשוט הוא.

הוגה » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 1:16 pm

· #299871
הקטן
לדעתי, פאר 20-30 יאר ציריק וואלט אזא סליחות געדינט אויף פריקת עול, היינט איז דאס נאר א תיקון.

דער היינטיגער קאלל אינגערמאן איז צימישט, ער איז אויפגערעגט אויף די סיסטעם, ער האלט אז די סיסטעם איז שילדיק אויף אלעם בייזען און ביי אים איז דער סיסטעם מיט דער אייבישטער איינס אין די זעלבע. פין די אנדער זייט פילט ער ליידיג און זיין נשמה לעכטצט פאר אביסעל העכערס, אויב קענען מיר אים געבען א אטענטישע ווערשען פין אידישקייט וואס מאכט אים אויך פילען אז ער איז אינדרוסען פינעם באקס, כאפט ער זיך צי דערצו וואו א דאשטיגער צו א גלעזעל קאלט וואסער.
קענסט אמאל זען אזא סארט אינגערמאן זאל אנפאנגען דאווענען מיט מער געשמאק וואו סיי ווען.

ווען א ווילי אינגערמאן גייט צו אזא סליחות פילט ער וואו ער קאקאט אויף אינז אלע, די הרגשה, אבער, גיט אים דער רעכט צו ווערן נתעורר פין ראביי דשעקאבסאן און ווערן נתקרב לה'
קען זיין זיין רב זאגט בעסער וואו ראביי דשעקאבסאן אבער זיין רב האט ער קיינמאל נישט אויסגעהערט, קיינמאל נישט געקליקלט מיט אים, זיין רב רעדט דאך פלען אידיש ראביי דשעקעסאן רעדט א פענסי ענגליש (ער ווייסט אז ס'איז פענסי ווייל ער פארשטייט נאר א יעדער 3טע ווארט)


אידישקייט האט א core און האט אויך לבישים
די core איז אמינה בה', דבקות בה', דו העכערקייט פין נשמת ישראל, איבערגעגעבן אינגאנצען צו רצון ה' וכד'
די core קען מען נישט טוישען (אויב ווילסטו זאגן אז ככל הגוים בית ישראל אדער מיר טוען פשוט דרעדישען הערט דאס אויף צי זיין אידישקייט)
דו לבישים טוישן זיך מזמן לזמן ומדור לדור.

טויש איז אייביג געווען א חלק פין כלל ישראל, זאל דאס זיין חסידות אדער תניעת המוסר
דו שאלה איז די מאטיו, פארוואס עפעס א טויש, די גדולי ישראל האבן פארשטאנען אז דער מאטיוו פין די ריפארמער און אויך זייער אנהענגער זענען פשוט פריקת עול און א טויש און די core וואס דאס מיינט זיין א איד, און דערפאר זענען זיי ארויסגעקימען בחרב ובחנית דערקעגען.

צווישען די היינטיגע מארגנים איז אפשר דא וואס זענען דא פאר פריקת עול אבער ס'איז אויך דא וואס פארשטייען ערענסט די צורך השעה


Could the comment be any more condescending? "You are great, you are amazing, they are nebech.. Let them be happy nebech". Utterly disgusting teguva, one of the worst I've seen on KS, ever

הוגה » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 4:15 pm

· #299903
[ציטאט אראפגענומען]


די איינציגסטע מציאות דא איז אז דו און אנדערע האבן אן אפיניאן, און דו ביזט בארעכטיגט צו דיינע אייגענע אפיניאנס אבער נישט צו דיינע אייגענע מציאות'ער. און נאכאמאל, די דאזיגע (בארעכטיגטע) אפיניאנס זענען קאנדיסענדינג און איך עקל מיך דערפון.


.

הוגה » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 4:26 pm

· #299907
שוין, מיט א גוטע סקר קען איך מיך נישט קריגן. איך הייב הענט.... אויסער אויב איך באשאף מיר א סקר אויף פארקערט.

Milk shake » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 6:27 pm

· #299944
אויב די אלע וואס דזשוינען די "פרייליכע סליחות" זענען אזוי נאנט צו גאט, פארוואס זעט מען אויף די בילדער אז אלע חסידים וואס באטייליגן זיך דארט פילן פאר וויכטיג צו זאגן דארט סליחות אן א שטריימל, סתם אידן שטייען אן די הוטן, און פיל פון די נאטע אידן זענען פארנומען די גאנצע צייט צו נעמען מיט זייערע האנט-העלד אינסטרומענטן בילדער און קליפס פון די געהויבענע מעמד פון נאנטקייט צו ה', איז די הוטן און שטריימלעך א זאך וואס רעגט אויף גאט ב"ה? ווערט די נאנטקייט צו ה' אמבעסטן ארויסגעברענגט דורך די אייפאונס און קעמקארדערס?

Milk shake » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 6:41 pm

· #299951
קילער מאן, דאכט זיך דו האסט א טעות, ס'איז פון די "תקנות מיהאלאוויץ", נישט פון וועד ד' ארצות, "שלא לנגן בארגע"ל בבית הכנסת", . אזוי צי אזוי איז עס א גדר אשר גבלו ראשונים כמלאכים.

הקטן » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 6:42 pm

· #299952
מען קען זיין נאנט צו גאט נאר מיט א שטריימל?
זעסט, דו טראכסט אזוי ווי איינער וואס איז אין די באקס.

לולי דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז דער גאנצער טעם וואס די השגחה עליונה האט צוגעפירט מיר זאלן גיין מיט שטריימל איז כדי צי געבען פאר די וואס ווילן קאקען אויפן סיסטעם וואס אויסצוטון
זאגן סליחות אן דעם שטריימל מאכט א סטעיטמענט. (אין מיין אפיניאן)

מיט די סעל-פאנ'ס האסטו א פוינט - וואו אנאנים האט שוין געזאגט, יש ויש

ראוונע » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 9:05 pm

· #299978
[ציטאט אראפגענומען]

די היינטיגע זייגער איז א סמארטפאון. ניין?
אבער למען האמת אין מיין תגובה האב איך אינזין געהאט אויך ראש השנה אין יום כיפור, וואס דעמאלטס איז נישט עכט שייך קוקן אויפן סמארטפאון.

סמבטיון » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 10:38 pm

· #300202
הוגה, איך פארשטיי אז די ביזט געוועהן דעם מוצאי שבת ביי יודא גרין אדער זיינס גלייכן, איך פארשטיי דיין צער און אויפברויז, אבער דער קטן האט דאך אזוי שיין ארויסגעברענגט דעם ענין, וואס זאל איך דיר זאגן? ער רעדט דברים של טעם, און איך זעה נישט וועלכע חלק פון זיין תגובה איז פון די ערגסטע און ק"ש.

הוגה » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 10:46 pm

· #300204
סמבטיון
הוגה, איך פארשטיי אז די ביזט געוועהן דעם מוצאי שבת ביי יודא גרין אדער זיינס גלייכן, איך פארשטיי דיין צער און אויפברויז, אבער דער קטן האט דאך אזוי שיין ארויסגעברענגט דעם ענין, וואס זאל איך דיר זאגן? ער רעד דברים של טעם, און איך זעה נישט וועכע חלק פון זיין תגובה איז פון די ערגסטע און ק"ש.



the judgmental and condescending part.

Milk shake » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2015 5:18 pm

· #300357
הקטן
מען קען זיין נאנט צו גאט נאר מיט א שטריימל?
זעסט, דו טראכסט אזוי וואו איינער וואס איז אין די באקס.

לולי דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז דער גאנצער טעם וואס די השגחה עליונה האט ציגעפריט מיר זאלן גיין מיט שטריימל איז כדי צי געבען פאר די וואס ווילען קאקען אויפן סיסטעם וואס אויסציטון
זאגן סליחות אן דעם שטריימאל מאכט א סטעטמענט. (אין מיין עפיניען)

מיט די סעל-פאנ'ס האסטו א פוינט - וואו אנאנים האט שוין געזאגט, יש ויש


הקטן האט זיך גענומען קטן'ען אינע'ם באקס, און ס'משפיע אויך אינדרויסן...,
קיינער האט נישט געזאגט אז מ'איז א גוי ווען מ'טוט אויס ס'שטריימל, נאר ס'זענען געווען דא חכמים וואס האבן גע'טענה'ט אז די סארט סליחות ברענגט גאר נענטער צום אויבערשט' ווי די טראדיציאנעלע סליחות, האב איך מעורר געווען פונקטליך ווי מ'זעט אז זיי זענען טאקע נענטער, הונטערשטע שורה, ס'שרייט ארויס פון יעדע בילד פון די מענטשן פונקטליך צו וואס און וום זיי פילן זיך נענטער".

הוגה » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2015 5:48 pm

· #300369
עטליכע האבן געפרעגט דא און אויך אין אישי איבער מיין קורצע תגובה, אז יענעמ'ס תגובה איז דזשאדזשמענטעל און קאנדיסענדינג. קודם כל וויל איך צולייגן נאך א דיסקריפציע וואס איז מיר דעמאלט אויפן מינוט ארויסגעפלויגן פון קאפ, עס איז אויך שרעקליך פעיטראנייזינג. יעצט לאמיך ערקלערן וואס איך מיין צו זאגן ווייל איך זעה אז מ'פארשטייט נישט.

ערשטענס, איך האב דאס דייקא נישט געזאגט אויפן כותב התגובה ח"ו, איך האלט נישט אז ער איז אין דזשענעראל אזוי, נאר איך האב דאס געשריבן דייקא אויף דער ספעציפישע תגובה, ועל הכלל כולו יצא, עס מאכט זיך פון צייט צו צייט אזעלכע סארט תגובות - פון גוטע שרייבער אפילו - מען דארף עומד זיין על המשמר און טראכטן פאר מען שרייבט.

דזשאדזשמענטל - זיך ארויסהייבן דורך יענעם אראפקלאפן. פילן אז מ'האט די רעכט יענעם דן צו זיין.
קאנדיסענדינג - רעדן צו/פון אנדערע כאילו זיי זענען קליינע קינדער, נארנים אדער נעבעכס.
פעיטראנייזינג - רעדן צו יענעם אדער וועגן יענעם כאילו שיין אבער פון א העכערע פלאץ כאילו מ'איז בעסער, קלוגער און געזונטער פון יענעם.
(די לעצטע צווי זענען בערך די זעלבע.)

דא האט איינער געעפנט אן אשכול איבער א נייע פינאמענאן אין די חרדי'שע געזעלשאפט, עפעס וואס האט אנגענומען גענוג גרויסע פראפארציעס אז עס זאל פארדינען צו אויסגעשמועסט ווערן לטב ולמוטב אין די חרדי'שע מידיאמס, קאווע שטיבלעך און מקוואות. די ריספעקטפולער און אינטעליגענטער אופן צו דיסקוסירן דער נושא (און די זעלבע איז ביי עני אנדערע נושא) איז צו דעבאטירן דער עצם זאך אדער די אייגענע געפילן. איר האלט אז עס איז נישט אויסגעהאלטן ע"פ הלכה אדער השקפה, דאן שרייבט פארוואס איר האלט אזוי. איר פילט אז עס איז נישט ריכטיג, דאן שרייבט וויאזוי איר פילט איבער דער פינאמענאן און פארוואס איר פילט אזוי, און פארוואס איר האלט אז ווי איר פילט איז די ריכטיגע וועג צו פילן. אזוי האבן טאקע געטון עטליכע מגיבים וואס האבן געשריבן אז לדעתם טאר מען אזוי נישט זאגן סליחות, אדער אז עס איז פונקט ווי די ריפארם מאוומענט, אקעגן די תקנות וועד ארבע ארצות וכדומה. אבער צו שרייבן איבער די באטייליגטע און זיי איינטיילען סיבות און געפילן וואס זענען כאילו מציאות, דאס איז דזשאדזשמענטעל, קאנדיסענדיגנ און פעיטראנייזינג.

לאמיך אייך געבן אפאר דוגמאות:

"דאס איז א חלק פון די מגושם'דיקקייט און עם'עראצעס וואס האט לעצטענס אנגעהויעבן בושעווען אין די גאסען אויף כוח." - דזשאדזשמענטעל
"ווען זיי וואלטן כאטש תשובה געטון …" - דזשאדזשמענטל
"יענע גאנצע תגובה אויף וואס ארויף איך האב מגיב געווען" = דזשאדזשמענטל, קאנדיסענדינג און פעיטראנייזינג

פארוואס קען מען נישט סתם אזוי דיסקוסירן און דעבאטירן די נושא אליינס? פארוואס פעלט אויס צו איינטיילן און זאגן פארוואס דער אדער יענער האט עס געטון, וואס די אורזאך דערצו איז, פארוואס ער איז א רחמנות? אפילו ווען מען טוט עס צו כלומפרשט פארענטפערן יענעם און פארטיידיגן איז עס אויך נישט מענטשליך און שיין און עס מאכט יענעם פילן ווי א שוטה. דאס געשעהט פון צייט צו צייט אין געוויסע אשכולות, ספעציעל ווען עס קומט צו אזעלכע סארט טעמעס. דאס איז געווען די פירוש פון מיין תגובה.

יעצט קען מען צוריק גיין צום נושא.

איך האב מיך באטייליגט ביי אזא מוזיקאלישע סליחות און איך געדענק נישט אז איך זאל אמאל האבן געפילט אזא געשמאקע טעם אין סליחות. ניין, עס איז נישט געווען מיין ערשטע מאל צו סליחות, איך בין אלעמאל געגאנגן צו סליחות פארטאגס, אבער ווען איך האב געזעהן די אדווערטייזמענטס האב איך מחליט געווען צו גיין. (איך האב שוין געטראכט דערפון פאר אפאר יאר.) איך האב מיטגענומען מיינע קינדער און זיי האבן אויך געוואלדיג הנאה געהאט דערפון. איך האב געטראפן דארט עטליכע חשוב'ע ק"ש מיטגלידער, ס'האט מיר אויסגעזעהן ווי זיי האבן אויך שטארק הנאה געהאט, איך האב זיי אבער נישט געפרעגט. אזא סליחות איז אויסדרוקליך נישט פאר יעדעם. אויב זענט איר פון די סארט מענטשן וואס מוזן האבן האבן דער נוסח און טעם מיט וואס איר זענט אויפגעוואקסן איז עס נישט פאר אייך. אויב מוז די נוסח פונקט שטימען כדי איר זאל נתעורר ווערן, איז עס נישט פאר אייך. אויב זענען איר א מענטש וואס איז צוגעוואוינט צו א געוויסע רוטין, איז עס נישט פאר אייך. איך בין אבער נישט אזוי. איך דאווען א יעדע צווייטע יאר ימים נוראים אין א נייע פלאץ מיט א פרישע נוסח. איך קען דאווענען איין יאר אין א ספרדישע שול מעדות המזרח וואו מען ענדיגט ראש השנה 12 אזייגער און א יאר שפעטער ביים ניקולשבורגער רבי און א דריטע יאר אין ראדני. ביי מיר איז נגינה און מוזיק א שטארקע מעורר, ממילא האב איך שטארק הנאה געהאט היי יאר סליחות און איך פלאן צו גיין נעקסטע יאר נאכאמאל.



.

אספקלריה » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2015 9:55 pm

· #300397
הוגה
דזשאדזשמענטל - זיך ארויסהייבן דורך יענעם אראפקלאפן. פילן אז מ'האט די רעכט יענעם דן צו זיין.
קאנדיסענדינג - רעדן צו/פון אנדערע כאילו זיי זענען קליינע קינדער, נארנים אדער נעבעכס.
פעיטראנייזינג - רעדן צו יענעם אדער וועגן יענעם כאילו שיין אבער פון א העכערע פלאץ כאילו מ'איז בעסער, קלוגער און געזונטער פון יענעם.
(די לעצטע צווי זענען בערך די זעלבע.)



לאמיך אייך געבן אפאר דוגמאות:
פארוואס פעלט אויס צו איינטיילן און זאגן פארוואס דער אדער יענער האט עס געטון, וואס די אורזאך דערצו איז, פארוואס ער איז א רחמנות? אפילו ווען מען טוט עס צו כלומפרשט פארענטפערן יענעם און פארטיידיגן איז עס אויך נישט מענטשליך און שיין און עס מאכט יענעם פילן ווי א שוטה. דאס געשעהט פון צייט צו צייט אין געוויסע אשכולות, ספעציעל ווען עס קומט צו אזעלכע סארט טעמעס. דאס איז געווען די פירוש פון מיין תגובה.

יעצט קען מען צוריק גיין צום נושא.

אויב זענט איר פון די סארט מענטשן וואס מוזן האבן האבן דער נוסח און טעם מיט וואס איר זענט אויפגעוואקסן איז עס נישט פאר אייך. אויב מוז די נוסח פונקט שטימען כדי איר זאל נתעורר ווערן, איז עס נישט פאר אייך. אויב זענען איר א מענטש וואס איז צוגעוואוינט צו א געוויסע רוטין, איז עס נישט פאר אייך. איך בין אבער נישט אזוי. איך דאווען א יעדע צווייטע יאר ימים נוראים אין א נייע פלאץ מיט א פרישע נוסח. איך קען דאווענען איין יאר אין א ספרדישע שול מעדות המזרח וואו מען ענדיגט ראש השנה 12 אזייגער...


.

איך בין צומישט.

ירא שמים » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2015 10:24 pm

· #300404
אבי מיין תגובה האט געהאט נאר איין חסרון …
הוגה , ווען בוסט גערעכט בוסטו גערעכט …
און איך בין נישט גערעכט , וואס האב איך צורעדן פון יענעמס תשובה …
זיי האבן דאך מסתמא מער תשובה געטון ווי מיר …

קאצקע ציקער » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2015 11:52 pm

· #300420
הוגה מען קען צוקישן יעדעס ווארט דיינע , יעצט טראכט איך חבל אז דיין ארטיקל גייט נישט אריינגיין אינעם סוכה'ס אויסגאבע ...

ליפא » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2015 11:57 pm

· #300422
די וואס טון נישט אן שטריימעל מוזן זיין אינדרויסן פונעם באקס ווייל די שטריימעל ליגט דאך אין באקס. די וואס טראגן יא שטריימעל קענען אריין אינעם באקס ווען זיי נעמען ארויס דעם שטריימעל.

לך לך » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 11:45 am

· #300484
מיין ברודער זאגט מיר ער איז געווען ביי יואלי לעבאוויטש/דזעקבסאן, ביני לביני זאגט ער מיר אז, צופרי איז ער געגאנגן זאגן געהעריג סליחות...
#ביידע וועלטן

אגב ווייסט איינער ערב ר"ה איז אויך דא די פרייליכע סליחות באוועגונג ערגעץ ?

געוואלדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 3:24 pm

· #300521
אלע זענען אין אומאן, פראביר דארט 😛

ווייל אזוי » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 11:16 am

· #350383
ווייסט איינער אימפארמאציע איבער סליחות די יאר איך האב חשק מיטצוהאלטן א ווארימע א' סליחות.
בלאט: 1 2