☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » נישט "ציטירן", סיידן אויב נויטיג!

נישט "ציטירן", סיידן אויב נויטיג!

39 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3068

שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 27, 2013 5:42 pm

· #91097
נישט "ציטירן", סיידן אויב נויטיג!
איך האב שוין געשריבן אין דעם "קאמענטארן אשכול" ווי פאלגענד, אבער כ'זעה ס'איז נישט גענוג, וויל איך גרינדן דערפאר א באזונדערן אשכול.
שמעקעדיג
ס'מאכט מיך נערוועז די "ציטירן". עטליכע ניקס ציטירן אפט ריזיגע שטיקער, ציטוט בתוך ציטוט בתוך ציטוט, לאנגע דרשות, וואס מאכט מיך סקראלן נאך 7 מאל מיין מייזל ביז איך קום אן צו די קוים-איין-שורה-תגובה וואס דער שרייבער האט מוסיף צו זיין.

את אחי אנכי מבקש. ביטע נישט ציטירן אבי געזונט. אפילו מיט איין תגובה, פעלט נישט אויס צו ציטירן די גאנצע.
לאזט נאר איבער די ווערטער אויף וועלכע איר ווילט זיך באציען, און די איבריגע מעקט אויס. עס מאכט גרינגער פאר אלע לייענער. מען פארשטייט בעסער וואס איר ווילט, וואס אייך קוועטשט, וכדו'.

מיט פולע דאנקע!

דאס איז א זאך וואס אסאך ניקס כאפן זיך נישט, און ווען מען וויל צוריקענטפערן א תגובה, דרוקט מען "ציטיר", און מען נעמט זיך שרייבן, אפגעזעהן וואס מען ציטירט.

דאס איז א גרויסע טעות, און מאכט זייער נערוועז. פארוואס ציטירסטו? און אויב שוין יא ציטירן, פארוואס די גאנצע, און נישט בלויז די ווערטער אויף ואס דו באציהסט זיך?

בכלל אויב ענטפערסטו מיניה וביה, פעלט בכלל נישט אויס צו ציטירן! עס שטערט דאס פליסיגקייט פון ליינען תגובות כסדרן! (עס איז בעיקר נוצליך אויב ענטפערט מען א שפעטערע צייט אויף א פריערדיגע תגובה)

למשל:
אז זרח פרעגט: "וואו קען מען באקומען א געוויסע חפץ"?
די קומענדיגע תגובה פון פרץ דארף בלויז זיין: "ביי משה'ס הארדווער סטאר".

נישט אזוי:
זרח
"וואו קען מען באקומען א געוויסע חפץ"?
"ביי משה'ס הארדווער סטאר".

פארוואס איבערלייגן זרח'ס שאלה על לא דבר??

עטליכע ניקס טוען דאס כסדר, און ווארשיינליך בשוגג.
אלס אן אחראי, טו איך דאס כסדר מתקן זיין, צענדליגער שטיק א טאג (גיי פרעג פארוואס... בין איך א פערפעקשאניסט?), אבער איך ווער שוין מיד דערפון!
איך וויל בעטן יעדן עקסטער, אויב ווילט איר בלויז ענטפערן, אן ציטירן, דרוקט אדער "שנעלע הודעה", אדער דעם קנעפל "רעאגיר" אונטן רעכטס.

בתקוה להבנה!
📎 Reply.jpg

זר זהב » מיטוואך פעברואר 27, 2013 5:45 pm

· #91098
שמעקעדיג #

א שטארקע נקודה, מיר שטערט עס אויך.

לעמיל » מיטוואך פעברואר 27, 2013 5:48 pm

· #91102
זר זהב
שמעקעדיג

א שטארקע נקודה, מיר שטערט עס אויך.

זר פארוואס מאכסטו קאלט??? דאס איז די עמלק אשר קרך

נולד מאוחר » מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:05 pm

· #91140
ווען איך שרייב מיט מיין פאן איז מיר זייער שווער צי מעקן א חלק פון די ציטאט.

געפילטע פיש » מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:31 pm

· #91144
לפום צערא אגרא

איך אויך » מיטוואך פעברואר 27, 2013 9:07 pm

· #91178
אויב וואלט איך געהאט א דאלער פאר יעדע מאל איך זעה דא א צודרייטע ציטיר בתוך ציטיר בתוך ציטיר אלעס פאר א תגובה'לה פון א שורה'לה וואלט איך געהאט אסאך דאלערס.

געוויסע ניקס וואלטן גרינג געווינען דעם 'אומנויטיגן ציטיר עווארד' ומכאן הקריאה יוצאת ביטע אויפהערן מיט די משוגעת, און בכלל ווי שמעקי דערמאנט שוין אויב מען ענטפערט אויף א תגובה וואס איז דירעקט העכער דיין תגובה פעלט בכלל נישט אויס צו ציטירן.

ובחדא מחתא וויל איך אויפמערקזאם מאכן ידידינו ר' בערל הבעל עגלה אז זיין 'ענטפער צו...' קעפל פעלט נישט אויס און מאכט סתם נערוועז, דער עולם גיבט זיך פיין אנייצע אן דעם.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:15 am

· #91256
איך אויך
ובחדא מחתא וויל איך אויפמערקזאם מאכן ידידינו ר' בערל הבעל עגלה אז זיין 'ענטפער צו...' פעלט נישט אויס און מאכט סתם נערוועז, דער עולם גיבט זיך פיין אנייצע אן דעם.

אויף דעם וועסטו שוין מוזן אריינגעבן אויך פאר יידל און שמעקעדיג...

דולה ומשקה » מוצ"ש מערץ 2, 2013 9:48 pm

· #91852
פאר די מדקדקים אין ציטירען ציטער בתוך ציטער, איז דען נישט מעגליך אוועקצונעמען פון זיי דעם ציטיר אפשען אדער עכ"פ א אזהרה באישי.

נ.ב. כ'האב נישט געוויסט הרב שמעק איהר זענט פון די אחראים, ערשט איצטעט באמערקט, כ'וואלט געהאט מער דרך ארץ פאר אייך, אקעי נעקסט טיים.

George » דאנערשטאג מאי 30, 2013 11:10 pm

· #119836
די מעין טינג איז אז מ'דארף ניצן דעם קאפ ווען מען שרייבט א תגובה א ס'זאל געשמאק צו לייענען פאר א צווייטען.

מה דלך שנאך ...

פרישער » פרייטאג מאי 31, 2013 12:59 am

· #119863
אויף למעשה ווי קויפט מען די געוויסע חפץ

וועלכע חפץ זיכסטי

ובחצה מחצה ווי אינאר משה'ס הארדווער סטאר

איך אויך » פרייטאג מאי 31, 2013 7:55 am

· #119896
הא?

berlbalaguleh » זונטאג יולי 14, 2013 3:58 pm

· #133421
שמעקעדיג
געוויסע ניקס טוען דאס כסדר, און ווארשיינליך בשוגג.
אלס אן אחראי, טו איך דאס כסדר מתקן זיין, צענדליגער שטיק א טאג (גיי פרעג פארוואס... בין איך א פערפעקשאניסט?), אבער איך ווער שוין מיד דערפון!
איך וויל בעטן יעדן עקסטער, אויב ווילט איר בלויז ענטפערן, אן ציטירן, דרוקט אדער "שנעלע הודעה", אדער דעם קנעפל "רעאגיר" אונטן רעכטס.

בתקוה להבנה!

כ'על דיר (און פאר גאנץ בראד) אויסזאגן א סוד. דו וועסט מיך אפשר אויסלאכן (געזונטערהייט) ס'ארא עיין הא (עם הארץ) איך בין. ס'מאכט מיך אויך נערוועז, ווען איך וויל ציטירן איין שורה און איך דארף אראפברענגען דעם גאנצן פאראגראף. פשוט ווייל כ'ווייס נישט וויאזוי.
מ'דארף אפשר גרינדן א סקול ספעציעל פאר אזעלכע אמעראצים ווי איך. איך וועל בל"נ פרעגן ביי מיינע קינדער וויאזוי מ'טוט דעם פראסידזשור. ייש"כ.

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 17, 2013 9:37 pm

· #134344
לידידינו איך אויך שליט"א
אנגענומען. ייש"כ פאר'ן מעורר זיין כ'האב אנגענומען דיין עצה. און איך וועל בל"נ מיך האלטן צו דעם. בחדא מחתא ווילעך מודיע זיין אז כ'האב אויך אנגענומען הרב שמעקעדי'ס עצה נישט צו ציטירן סתם אין די וועלט אריין, נאר ווען נויטיג. מהאי טעמא האביך טאקע נישט געברענגט דעם אריגינאלן מאמר ככתבו וכלשונו. 😃

איך אויך » דאנערשטאג יולי 18, 2013 2:39 am

· #134469
ומודה ועוזב ירוחם. כדי צו ציטירן נאר איין שורה קענט איר פשוט אויסמעקן די איבריגע און עס בלייבט איבער נאר יענע שורה וכן אני נוהג.

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 2:53 pm

· #159407
אזוי ווי מיר האבן לעצטנס אריינבאקומען א פרישן שיפמענט פון ניקס, יהא בואם לברכה, און זיי זענען נאכאנאנד גילטי אויף מיין בקשה הנ"ל, טוה איך ווידעראמאל ארויפברענגען דעם אשכול, וכל העם ישמעו וייראו ולא יזידון עוד.

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 21, 2014 10:58 am

· #201523
שמעקעדיג
אזוי ווי מיר האבן לעצטנס אריינבאקומען א פרישן שיפמענט פון ניקס, יהא בואם לברכה, און זיי זענען נאכאנאנד גילטי אויף מיין בקשה הנ"ל, טוה איך ווידעראמאל ארויפברענגען דעם אשכול, וכל העם ישמעו וייראו ולא יזידון עוד.

נאה דורש » מאנטאג פעברואר 16, 2015 3:31 pm

· #201605
שמעקעדיג
אזוי ווי מיר האבן לעצטנס אריינבאקומען א פרישן שיפמענט פון ניקס, יהא בואם לברכה, און זיי זענען נאכאנאנד גילטי אויף מיין בקשה הנ"ל, טוה איך ווידעראמאל ארויפברענגען דעם אשכול, וכל העם ישמעו וייראו ולא יזידון עוד.

מאך עס פאר א סטיקי אז עס זאל אייביג בלייבן אויוון. דרך אגב איך ניץ אייביג נאר אקטיווע אשכולות קען מען גארט אויך מאכן אז א געוועסע אשכול זאל אייביג בלייבן אויבן אז די אלע וואס ניצן נאר אקטיווע אשכולות זאלן עס אויך זעהן?

שעפטל » מאנטאג פעברואר 16, 2015 3:38 pm

· #254067
סתם אריינצוווארפן... דאס אשכול ברענגט מיר טרערן זיך דערמאנענדיג פון @זר זהב בתקפו.
זר'לע, ציטיר!!! יא נויטיג נישט נויטיג! רעדאגיר, טוה וואס דו ווילסט, אבער קום צוריק!

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 16, 2015 4:29 pm

· #254079
שמעקעדיג: את חטאי אני מזכיר. איך בין מודה (איי פליעד גילטי). אז איך בין עובר אויף דעם חלק פון שכל הישר און קאמאן סענס, אז ווען איך וויל ציטירן איין שורה פון עפעס א מאמר החכם, ברענג איך דעם גאנצן ציטאט. קוואוט, בלע"ז. חטאתי עוויתי פשעתי.

על כן אבקש את בית דינך הצדק, אזוי ווי דא איז דאך דער עולם האמת, ווייסטו דאך דעם אמת אז איך טו עס נישט מחמת עצת היצר, נאר פשוט מכח גרויס אמעראצעס (עם הארצות). בושנו ונכלמנו מאד, איך שעם מיך זייער שטארק, אבער איך ווייס נישט וויאזוי אפצוטיילן א "קוואוט"...

נאך איין בקשה האביך, פליעס פארצייל נישט פאר קיינעם אונזער שמועס דא. יישר כח.
הק' בערל בעל עגלה.... 😳

איך אויך » מאנטאג פעברואר 16, 2015 4:32 pm

· #254080
יא לעצטענס הערשט א געוואלדיגע התרשלות אינעם חומר העוון של ציטרן לבטלה ,און ווער רעדט נאך ווען מען ציטירט תגובה בתוך תגובה בתוך ציטיר און אלעס אויף צוצולייגן דריי מיט א האלב ווערטער.

נייע ניקס (און עטליכע אלטע אויך) ביטע נעמט אין אכט! אז אויב דו ביסט מגיב אויף א תגובה דירעקט העכער דיך פעלט אין 99.99% פון די פעלער נישט אויס צו דרוקן דעם ציטיר קנעפל, און אפילו אויב עס איז אפאר תגובות אפגערוקט פארשטייט מען על פי רוב וואס דו ווילסט אויך אן ציטירן.

געדענק, דער עולם ניקס זענען רובם קלוגער ווי דו מיינסט.

פישלע העררינג » מאנטאג פעברואר 16, 2015 5:25 pm

· #254093
נישט ממש.

פישלע העררינג » מאנטאג פעברואר 16, 2015 5:28 pm

· #254094
פישלע העררינג
נישט ממש.

"נישט ממש" וואס?

1. אז עס הערשט לעצטענס א געוואלדיגע התרשלות?

2. אז אין 99.99% פעלט נישט אויס צו ציטירן?

3. אז רוב ניקס זענען קלוגער ווי מען מיינט?

פישלע העררינג » מאנטאג פעברואר 16, 2015 5:30 pm

· #254096
פישלע העררינג
פישלע העררינג
נישט ממש.

"נישט ממש" וואס?

1. אז עס הערשט לעצטענס א געוואלדיגע התרשלות?

2. אז אין 99.99% פעלט נישט אויס צו ציטירן?

3. אז רוב ניקס זענען קלוגער ווי מען מיינט?

אה, א פשוט'ע "ציטיר" וואלט געהאלפן...

איך אויך
לעצטענס הערשט א געוואלדיגע התרשלות אינעם חומר העוון של ציטרן לבטלה

נישט ממש.

איך אויך
אין 99.99% פון די פעלער נישט אויס צו דרוקן דעם ציטיר קנעפל

נישט ממש.

איך אויך
געדענק ,דער עולם ניקס זענען רובם קלוגער ווי דו מיינסט.

נישט ממש.

רויטע וואנצעס » מאנטאג פעברואר 16, 2015 5:33 pm

· #254097
פישעלע אין די מאוד היינט.. מאכט שטיק'לץ.

לית דין בר נש » מאנטאג פעברואר 16, 2015 5:38 pm

· #254098
רויטע וואנצעס
שטיק'לץ.

פאר דעס פעלט זיך אויס א ציטיר 👍

איך אויך » מאנטאג פעברואר 16, 2015 7:08 pm

· #254120
נאר איין פשט האסטו אויסגעלאזט ,כזה:

פישלע העררינג
פישלע העררינג
פישלע העררינג
נישט ממש.

"נישט ממש" וואס?

1. אז עס הערשט לעצטענס א געוואלדיגע התרשלות?

2. אז אין 99.99% פעלט נישט אויס צו ציטירן?

3. אז רוב ניקס זענען קלוגער ווי מען מיינט?

אה, א פשוט'ע "ציטיר" וואלט געהאלפן...

איך אויך
לעצטענס הערשט א געוואלדיגע התרשלות אינעם חומר העוון של ציטרן לבטלה

פישלע העררינג
נישט ממש.

איך אויך
אין 99.99% פון די פעלער נישט אויס צו דרוקן דעם ציטיר קנעפל

פישלע העררינג
נישט ממש.

איך אויך
געדענק ,דער עולם ניקס זענען רובם קלוגער ווי דו מיינסט.

פישלע העררינג
נישט ממש.

.

#עם פישעלע תתפישל.

שמעקעדיג » מאנטאג יאנואר 4, 2016 6:34 pm

· #316014

ירא שמים » מאנטאג יאנואר 4, 2016 7:10 pm

· #316017
Re: נישט "ציטירן", סיידן אויב נויטיג!
סאיז א פעין אין די נעק יעדעס מאל מדארף עדיטן א תגובה פאר ציטירן, שמעקעדיג האסט אן עצה פארדעם?

שמעקעדיג » מאנטאג יאנואר 4, 2016 8:44 pm

· #316034
ממה נפשך. אויב באציסטו זיך צו איין תגובה פריער, ציטיר נישט בכלל נאר דרוק "רעאגיר" / "שנעלע תגובה"; אויב באציסטו זיך צו עטליכע תגובות פריער איז אקעי צו ציטירן. דארפסט נישט עדיטן. חוץ צומאל אויב עס פארמאגט ציטוטים בתוך ציטוטים, מעג מען זיך מטריח זיין און פארשפארן טירחא דציבורא...

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 12, 2016 10:30 am

· #332753

יחיאל יעקבזון » דאנערשטאג מאי 12, 2016 10:34 am

· #332754
פאר מיר איז דאס ס׳ערשטע מאהל וואס כ׳הער אזא בקשה. כ׳וועל זיך באמיהען צו ערפילן אייער באגער.

פייער אפפער » דאנערשטאג מאי 12, 2016 2:14 pm

· #332793
Re: נישט "ציטירן", סיידן אויב נויטיג!
100% גערעכט איך אנטשולדיג מיר איך האב נישט אויפגעפאסט דערויף
איך וועל פרובירן אכטונג צו געבן פון היינט און ווייטער.

לית דין בר נש » פרייטאג דעצעמבער 16, 2016 11:49 am

· #357255
@מיש-נייעס ביטע ליין דא איין מינוט
בהבנה

מיינונגזאגער » זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:41 am

· #457305
נישט
את אחי אנכי מבקש. ביטע נישט ציטירן אבי געזונט. אפילו מיט איין תגובה, פעלט נישט אויס צו ציטירן די גאנצע.
לאזט נאר איבער די ווערטער אויף וועלכע איר ווילט זיך באציען, און די איבריגע מעקט אויס. עס מאכט גרינגער פאר אלע לייענער. מען פארשטייט בעסער וואס איר ווילט, וואס אייך קוועטשט, וכדו'.

עטליכע ניקס טוען דאס כסדר, און ווארשיינליך בשוגג.
אלס אן אחראי, טו איך דאס כסדר מתקן זיין, צענדליגער שטיק א טאג (גיי פרעג פארוואס... בין איך א פערפעקשאניסט?)
————————
1000% גערעכט איך האב עס נישט גענומען אין באטראכט קיינמאל.
האועווער, איך געווענליך בין איך אין שטיבעל דורך טעפטאלק. טעפטאלק האט א פיטשער אז מען קען צוקומען צום ערשען און צום לעצטן תגובה מיט א קנעפל, ע"כ האב איך קיינמאל נישט אין אכט גענומען.
לכבוד ר"ח אלול, א נייע קבלה. חרטה על העבר וקבלה על העתיד שלא יחזור לכסלה עוד.

איך דארף פשוט נאך זיך דערלערנען וויאזוי מען טוהט דאס אויף טעפטאלק.

שמעקעדיג » דינסטאג פעברואר 6, 2024 11:07 pm

· #548468
Re: נישט "ציטירן", סיידן אויב נויטיג!
לעצטנס האבן מיר ב"ה א פלוס פון נייע ניקים וואס שרייבן געשמאק, אבער זיי זענען נישט נזהר אין הלכות ציטירן...
ע"כ ברענגען מיר ארויף דעם אשכול אויפ'ן אויבערפלאך כדי אלע נייע ניקים זאלן וויסן דערוועגן, און די עלטערע ניקס מעגן עס אויך חזר'ן - ווי דער רבי האט געזאגט אין חדר: חזרה שאדט נישט!

שמעקעדיג » דינסטאג פעברואר 6, 2024 11:28 pm

· #548477
Re: נישט "ציטירן", סיידן אויב נויטיג!
ביג דיעל.
יצא שכרה בהפסדה.

העכסטנס לאז נאר די ערשטע שורה, דאס איבריגע פארמעק.

בְּתוֹךְ עַמִּי » דינסטאג פעברואר 6, 2024 11:39 pm

· #548480
@שמעקעדיג און @אנאנים לאזט מיר אייך עפעס זאגן, מ׳קען אויך טון אזוי ווי איך האב איצטער געטאן.
(און ס׳האט נאך די מעלה אז מ׳קען רופן מער ווי בלויז דער וועם מ׳ציטירט)
_ _

האט עס געארבייט?
כ׳פרעג ווייל כ׳זע אז ס׳נישט געווארן בלוי.
אסאך מאל זעי איך אז א ניק ווערט באלד און בלוי און ווי א לינק.

שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 7, 2024 12:08 am

· #548484
Re: נישט "ציטירן", סיידן אויב נויטיג!
יעצט האט עס נישט געארבעט ווייל לויט ווי עס זעהט אויס האסטו סתם געלייגט א @ צייכן בעפאר דעם נאמען. דער ריכטיגער וועג איז צו דרוקן דעם tag קנעפל אויבן.

סקעפטיקער » מיטוואך פעברואר 7, 2024 1:03 pm

· #548577
Re: נישט "ציטירן", סיידן אויב נויטיג!
אז מ'לערנט נישט קען מען נישט, וועל איך מיך פרובירן צוצושטעלן.