☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » אריינשטעלן בילדער אין א הודעה

אריינשטעלן בילדער אין א הודעה

64 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #304
בלאט: 1 2

געפילטע פיש » פרייטאג מערץ 30, 2012 12:36 pm

· #3601
אריינשטעלן בילדער אין א הודעה
שרגא

וויאזוי שטעל איך אריין א בילד וואס איך האב אויפ'ן קאמפיוטער?

ס'דא אסאך אימעדש האוסטיג סייטס, דא איז איינער פון זיי וואס צ'ברויך נישט קיין קאנטע ביי זיי.
tinypic.com

שרגא » פרייטאג מערץ 30, 2012 12:42 pm

· #3602
געפילטע פיש
שרגא

וויאזוי שטעל איך אריין א בילד וואס איך האב אויפ'ן קאמפיוטער?

ס'דא אסאך אימעדש האוסטיג סייטס, דא איז איינער פון זיי וואס צ'ברויך נישט קיין קאנטע ביי זיי.
tinypic.com

ס'הייסט אז מ'מוז עס דוקא אפלאודן אנליין. אקעי. א דאנק.

Java » פרייטאג מערץ 30, 2012 1:50 pm

· #3608
אריינשטעלן בילדער אין א הודעה
שרגא

וויאזוי שטעל איך אריין א בילד וואס איך האב אויפ'ן קאמפיוטער?


איר קענט עס טון דורך tinypic אויב איר ווילט אבער עס איז דא א גרינגערע וועג דאס צו טון דירעקט פון קאווע שטיבל. עס פארמאגט די באזונדערע מעלה אז קאווע שטיבל ציילט וויפיל מאל דער בילד ווערט געזען.
פאלגנד זענען די אנווייזונגען:

ווען איר דרוקט אויף שלח תגובה, עפנט זיך אויף די ווינדאו אין וועלכער איר שרייבט די תגובה. סקראלט אראפ אונטערן תגובה קעסטל, וועט איר זען דאס:

📎 add file tab.png
קליקט אויף די טעב אנגעצייכנט אין רויט. די פאלגענדע אויסוואל קומט ארויף:

📎 choose file.png

קליקט אויף choose file, און וועלט אויס דעם בילד פון אייער קאמפיוטער וועלכע איר ווילט ארויפלייגן. דאן קליקט דעם קנעפל:

📎 add file.png

נאכן ארויפלאדענען די בילדער, וועט די ליסטע פון ארויפגעלאדנטע בילדער שטיין גלייך אונטערן תגובה קעסטל:

📎 insert in line.png

אויב שיקט איר דעם תגובה ווי עס שטייט און גייט וועט די בילד ערשיינען אונטען פונעם תגובה. אויב ווילט איר דעם בילד אריינשטעלן אין דערמיט פון א תגובה, לייגט דעם קורסער אויפן ארט ווי איר ווילט אז עס זאל ערשיינען און דאן קליקט "הכנס בשורה".

שמואל הלוי » פרייטאג מערץ 30, 2012 1:53 pm

· #3609
ווי גרויס איז די מערסטע וואס א בילד מעג זיין? וויפיל פיקסלס?

Java » פרייטאג מערץ 30, 2012 5:30 pm

· #3624
שמואל הלוי
ווי גרויס איז די מערסטע וואס א בילד מעג זיין? וויפיל פיקסלס?

דערווייל אומבאגרעניצט. מיט די צייט, ווען די הנהלה וועט שוין האבן א שטיקל באגריף וואס פארא בילדער דער עולם שטעלט ארויף, וועט עס ווערן אנגעשטעלט.

געפילטע פיש » מוצ"ש מערץ 31, 2012 10:37 pm

· #3642
Re: אריינשטעלן בילדער אין א הודעה
Java
שרגא

וויאזוי שטעל איך אריין א בילד וואס איך האב אויפ'ן קאמפיוטער?


איר קענט עס טון דורך tinypic אויב איר ווילט אבער עס איז דא א גרינגערע וועג דאס צו טון דירעקט פון קאווע שטיבל.

נישט געוויסט פון דעם פיעטשור, שכויעך.

שרגא » מיטוואך אפריל 4, 2012 2:09 am

· #3977
Java
שמואל הלוי
ווי גרויס איז די מערסטע וואס א בילד מעג זיין? וויפיל פיקסלס?

דערווייל אומבאגרעניצט. מיט די צייט, ווען די הנהלה וועט שוין האבן א שטיקל באגריף וואס פארא בילדער דער עולם שטעלט ארויף, וועט עס ווערן אנגעשטעלט.


א דאנק פאר די גוטע סערוויס און קלארע אנווייזונגען.
עס איז יא באגרעניצט, ווייל איך האב געמוזט קלענער מאכן דעם בילד עס צו קענען אריינשטעלן און עס האט מיר געמאלדן אז עס איז צו גרויס דער בילד (קען זיין ס'אזוי ביי דיפאולט)

יואליש » מאנטאג מאי 7, 2012 12:55 pm

· #10371
וויאזוי ברענג איך אריין א בילד דא, נישט קיין לינק?

שמואל הלוי » מאנטאג מאי 7, 2012 1:17 pm

· #10376
דרוק די קנעפל "רעאגיר", וועסטו האבן אונטן א אפציע "צולייגן א פייל" און ברענג עס אריין פון דיין קאמפיוטער.

אדער אויב די בילד ליגט שוין ערגעץ אויפן געוועב, דאן קאפי די URL אדרעס פונעם בילד (רייט קליק אויפן בילד וועסטו האבן די אפציע), און ביים שרייבן די תגובה ביי די אפציע אימעידזש לייג אריין די בילד.

יואליש » מאנטאג מאי 7, 2012 1:23 pm

· #10379
כ'האב פרויבירט דיין צווייטע אפציע, מיטן לינק אויפן געוועב, און ס'האט געפאוסט א לינק, נישט דעם עצם בילד.

שמואל הלוי » מאנטאג מאי 7, 2012 1:29 pm

· #10380
יואליש
כ'האב פרויבירט דיין צווייטע אפציע, מיטן לינק אויפן געוועב, און ס'האט געפאוסט א לינק, נישט דעם עצם בילד.

זאג פונקטליך וואס דו האסט געטון ווייל עפעס האסטו נישט געטון ריכטיג.

יידל » מאנטאג מאי 7, 2012 1:34 pm

· #10382
יואליש <!-- l --><a class="postlink-local" href="http://kaveshtiebel.com/faq.php#f3r3">faq.php#f3r3</a><!-- l -->

יואליש » מאנטאג מאי 7, 2012 1:40 pm

· #10384
שמואל הלוי
יואליש
כ'האב פרויבירט דיין צווייטע אפציע, מיטן לינק אויפן געוועב, און ס'האט געפאוסט א לינק, נישט דעם עצם בילד.

זאג פונקטליך וואס דו האסט געטון ווייל עפעס האסטו נישט געטון ריכטיג.


כ'האב געדריקט Img און אזוי איידעל פלאצירט די פאלגענדע לינק צווישן די הטמל קאוד.
<a class="postlink" href="http://oyveycartoons.files.wordpress.com/2012/05/on-protesting.jpg">http://oyveycartoons.files.wordpress.co ... esting.jpg</a>

כ'האב יעצט פאראכטן די הודעה און ארויפגעלאדענט דאס בילד דורך מיין קאמפויטער. אבער אלס ילמדנו רבינו וויל איך וויסן דעם דרך קצרה.

שמואל הלוי » מאנטאג מאי 7, 2012 1:43 pm

· #10385
פארוואס ביי מיר גייט עס יא?

יואליש » מאנטאג מאי 7, 2012 1:45 pm

· #10387
דא קומט אריין מיין ווייטאג. ): 😢

שמואל שלום שלמה » מאנטאג מאי 7, 2012 1:45 pm

· #10388
יואליש
שמואל הלוי
יואליש
כ'האב פרויבירט דיין צווייטע אפציע, מיטן לינק אויפן געוועב, און ס'האט געפאוסט א לינק, נישט דעם עצם בילד.

זאג פונקטליך וואס דו האסט געטון ווייל עפעס האסטו נישט געטון ריכטיג.


כ'האב געדריקט Img און אזוי איידעל פלאצירט די פאלגענדע לינק צווישן די הטמל קאוד.
<a class="postlink" href="http://oyveycartoons.files.wordpress.com/2012/05/on-protesting.jpg">http://oyveycartoons.files.wordpress.co ... esting.jpg</a>

כ'האב יעצט פאראכטן די הודעה און ארויפגעלאדענט דאס בילד דורך מיין קאמפויטער. אבער אלס ילמדנו רבינו וויל איך וויסן דעם דרך קצרה.

html קאוד ארבייט נישט. מ'דארף נוצן bb קאוד.

שמואל הלוי » מאנטאג מאי 7, 2012 1:52 pm

· #10392
יואליש
דא קומט אריין מיין ווייטאג. ): 😢

האסט געדרוקט אויף IMG אדער אויף URL?

Java » מאנטאג מאי 7, 2012 2:04 pm

· #10404
פאלגנד זענען די אנווייזונגען וויאזוי ארויפצושטעלן בילדער פון אנדערע וועבסייטס.

[list=1]
[*]קודם גייט צו דעם בילד וועלכע איר ווילט ארויפשטעלן און רייט-קליק דערויף. די פאלגענדע מעניו קומט ארויף (ווענד זיך לויט דעם בראוזער אבער עס איז בערך די זעלבע איבעראל). קליקט אויף copy image URL:
📎 img0.gif[/*:m]
[*]אינעם רעאקציע פענסטערל אין קאווע שטיבל דרוקט אויף די קנעפל "IMG" וועלכע געפינט זיך העכער דעם רעאקציע קעסטל:
📎 img1.gif[/*:m]
[*]פעיסט אריין די URL פונעם בילד און דרוקט אקעי.[/*:m]
[*] דאס גייט זיין וויאזוי די קאוד וועט ערשיינען אינעם הודעה:
📎 img5.gif[/*:m]
[*]לייגט צו טעקסט אונטער דעם אדער העכער דעם, און דאן שיקט דעם תגובה. די תגובה וועט ערשיינען מיט די בילד עמבעדעד דערין.[/*:m][/list:o]

אברעמעל » מאנטאג מאי 7, 2012 7:36 pm

· #10476
ס'איז כדי אנצומערקן, דאס איז בלויז ביי קראום.
ביי IE דארף מען גיין צו פראפערטי'ס, דארט איז דא א אפשען Address (URL)

משה געציל » פרייטאג יולי 20, 2012 3:37 pm

· #26679
איז דא א מעגליכקייט ארויף צו שטעלען א בילד פון א איי פעד?

געפילטע פיש » פרייטאג יולי 20, 2012 5:38 pm

· #26705
משה געציל
איז דא א מעגליכקייט ארויף צו שטעלען א בילד פון א איי פעד?

שאר, כאפט א בילד פון א אייפעד און לייגט עס ארויף. אזוי:


דזשאוקס אסייד, איז די פיקטשער אויפן אייפעד לאקאל, אדער אנליין?

געפילטע פיש » פרייטאג יולי 20, 2012 6:51 pm

· #26724
זיידעטשקע
געפילטע פיש

דזשאוקס אסייד, איז די פיקטשער אויפן אייפעד לאקאל, אדער אנליין?

פון אייפאן איז מסתמא די זעלבע הלכה. וויל איך דעמאלץ אויך וויסן. איך וויל וויסן אויב די פיקטשער איז אויף די פאון לאקאל.

וואס געשעט ווען דו קליקסט אויף " צולייגען א פייל" און דערנאך אויף "Choose file"?

טעלעפאן » פרייטאג יולי 20, 2012 7:29 pm

· #26731
משה געציל
איז דא א מעגליכקייט ארויף צו שטעלען א בילד פון א איי פעד?


דערווייל איז נאכנישט דא קיין וועג, אין iOS 6 וואס קומט ארויס בקרוב וועסטו דאס קענען טון

משה געציל » מוצ"ש יולי 21, 2012 10:29 pm

· #26736
געפילטע פיש
זיידעטשקע
געפילטע פיש

דזשאוקס אסייד, איז די פיקטשער אויפן אייפעד לאקאל, אדער אנליין?

פון אייפאן איז מסתמא די זעלבע הלכה. וויל איך דעמאלץ אויך וויסן. איך וויל וויסן אויב די פיקטשער איז אויף די פאון לאקאל.

וואס געשעט ווען דו קליקסט אויף " צולייגען א פייל" און דערנאך אויף "Choose file"?

די צולייגען א פייל אפציע איז נישט אקטיוו ביי די איי פעד.

געפילטע פיש » מוצ"ש יולי 21, 2012 11:14 pm

· #26742
טעלעפאן
דערווייל איז נאכנישט דא קיין וועג, אין iOS 6 וואס קומט ארויס בקרוב וועסטו דאס קענען טון

משה געציל
די צולייגען א פייל אפציע איז נישט אקטיוו ביי די איי פעד.

מיינסט עס ערענסט??? חחחי חייי חיייי! אוי איז דעס פאני... קוש דיך מיט דיין פענסי אייפעד, און קענסט זיך איבערווישען דערמיט (בלשון נקיה), שיק מיך א ביפ ווען iOS6 קומט ארויס.

משה געציל » מוצ"ש יולי 21, 2012 11:17 pm

· #26745
געפילטע פיש
טעלעפאן
דערווייל איז נאכנישט דא קיין וועג, אין iOS 6 וואס קומט ארויס בקרוב וועסטו דאס קענען טון

משה געציל
די צולייגען א פייל אפציע איז נישט אקטיוו ביי די איי פעד.

מיינסט עס ערענסט??? חחחי חייי חיייי! אוי איז דעס פאני... קוש דיך מיט דיין פענסי אייפעד, און קענסט זיך איבערווישען דערמיט (בלשון נקיה), שיק מיך א ביפ ווען iOS6 קומט ארויס.

אפשר הערסטו אויף? איך בין שוין גענוג אנטוישט מיט מיין איי פעד מאך מיך נישט מער צובראכען...

געפילטע פיש » מוצ"ש יולי 21, 2012 11:24 pm

· #26749
משה געציל
אפשר הערסטו אויף? איך בין שוין גענוג אנטוישט מיט מיין איי פעד מאך מיך נישט מער צובראכען...

ביזט נישט אליינס, צרת רבים חצי נחמה.

שעפטל » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 12:02 pm

· #45464
Java
שמואל הלוי
ווי גרויס איז די מערסטע וואס א בילד מעג זיין? וויפיל פיקסלס?

דערווייל אומבאגרעניצט. מיט די צייט, ווען די הנהלה וועט שוין האבן א שטיקל באגריף וואס פארא בילדער דער עולם שטעלט ארויף, וועט עס ווערן אנגעשטעלט.

און וואס איז געווארן? כ'מיין מ'זאל העכערן די פיקסלס

signout » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 3:59 pm

· #63818
אין וויזוי לייגט מען א יו טוב ווידיא?

יידל » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 4:44 pm

· #63829
זע דא <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/13119">viewtopic.php?p=13119#p13119</a><!-- l -->

נייגעריגער » מיטוואך יאנואר 9, 2013 6:26 pm

· #78833
צולייגן בילדער מיט אן ענדרויד.
איך האב אסאך מאל פראבירט צוצולייגן א בילד אין א מודעה מיט אן ענדרויד און ביזדערווייל איז עס נאכנישט געלונגען.
איך האב פראבירט דעם לאקאלע טשוס די פייל אפשען און ווען איך האב געדרוקט לייג צו פייל האט זיך די פעידזש איבערגעלוידעט אבער ס'נישט געווען דארט קיין זכר פון א בילד, נאכדעם האב איך פראבירט דעם אנדערע אפשען פאר בילדער וואס געפונען זיך שוין אויפן געוועב און כ'האב אריינגעפעיסט א יורעל פון טוויטער ולא הצליח מעשיים.
העלפט ארויס!!!

שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 9, 2013 6:34 pm

· #78837
איך ווייס דיר נישט וואס צו זאגן.
ביי מיר ארבעט עס זייער גוט.

נולד מאוחר » מיטוואך יאנואר 9, 2013 8:06 pm

· #78870
איך קען אויך נישט צילייגן א בילד מיט מיין אנדרויד פיקטשער פאלדער.
געפילטע האט מיר אמאל געצהט צי אפלאדען צי tinypic. דעלמאטס ארבעט עס.

נייגעריגער » מיטוואך יאנואר 9, 2013 8:34 pm

· #78874
אקעי! געלינגען.
ברוך השם, האב איך אויך מצליח געווען דורך טייניפיקס דאטקאם, יישר כח פאר אלע וואס האבן געהאלפן.
אבער איך וואלט געוואלט וויסן אויב עס איז אויכעט דא א וועג עס צו טוהן לאקאל דורך'ן לייג צו א פייל אפשען!!!????

אברעמעל » מיטוואך יאנואר 9, 2013 9:43 pm

· #78885
טעסט, ארבעט געהעריג.
📎 IMG-20130109-WA0000.jpg

נייגעריגער » מיטוואך יאנואר 9, 2013 10:00 pm

· #78890
נאך "אברעמל'ס" תגובה האב איך נאכאמאל פראבירט, און ביי דעם בילד וואס איך האב געוואלט ביילייגען איז ארויפגעקומען "דאס בילד קען מען נישט ביילייגען" האב איך פראבירט אן אנדערע בילד און די המשך זעהט דא בייגעלייגט...
📎 imagegif95i (2)-1.gif
איינער ווייסט אפשר וואס עס קען זיין די פראבלעם פון א בילד אז מען זאל עס נישט קענען ביילייגן???

נולד מאוחר » מיטוואך יאנואר 9, 2013 10:47 pm

· #78899
איך האב געטרייעט מיט דריי בילדער . אלע מאל באקומען די מעסעדזש. אז מ'קען נישט.

נייגעריגער » מיטוואך יאנואר 9, 2013 10:56 pm

· #78902
עס האט מן הסתם מיט די סייז פונעם בילד אין פייקעלס [בלע"ז],פראביר לייגן א פונקטליך פיהר עקענדיגע בילד וואס איז נישט מער פון הונדערט ביי הונדערט פייקעלס, עס דארף צו גיין.
וואס מען דארף נאך מברר זיין איז וואס איז די לימיט??!!

נולד מאוחר » מיטוואך יאנואר 9, 2013 11:19 pm

· #78905
כהאב.געסעווט דיין געלע טאנצעדיגע סמיילי,און דערנאך פראבירט ציצילייגן. באקום איך די מעסעדזש'' אינה מורשת php ''.
מה זה?

נייגעריגער » מיטוואך יאנואר 9, 2013 11:36 pm

· #78912
זאג קלאר און דייטליך סטעפ ביי סטעפ וואס דו האסט געטוהן,עפעס טוהסטו נישט גוט ווייל איך האב עס יעצט דאונגעלאוד פון מיין תגובה און נאכדעם סוקסעספול עטעטשט צו א תגובה!

נולד מאוחר » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 12:26 am

· #78918
איך דריק שטארק אויף די בילד און דיין תגובה . באקומ איך אן אפשען צי סעווען די אימידזש. איך דריק סעוו און סדאן לאוד זיך און סעוועד זיך און מיין פיקטשער פאלדער. דערנאך דריק איך ''פארעפנטליכט א רעאקציע'' '' צילייגן א פייל' ''טשאס עי פייל'' עפענט זיך אויף מיין אלע פאלדערס איך סלעקט ''מיי גאלערי'' איך סעלעקט די בילד, דערנאך ''לייג צי א פייל''.

נייגעריגער » זונטאג יאנואר 13, 2013 12:53 pm

· #79484
ווייסעך נישט, איך האב פראבירט דיינע סטעפס און ס'געגאנגען געהעריג!?

נולד מאוחר » דאנערשטאג מערץ 28, 2013 1:58 pm

· #100205
כבין נישט קלאר, קען איך ארויפלייגן א בילד וואס כ'האב אין מיין קאמפויטער, אדער כמיז עס קודם ארויפלייגן אויף למשל tinypic.com?
דא דא שטייט אז מקען עס טון פין די קאמפויטער

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 28, 2013 2:06 pm

· #100207
קענסט ארויפלייגן פון דיין קאמפיוטער, ער שרייבט דאך קלאר אזוי, און איך (ווי אויך אנדערע ניקס) טוען דאס כסדר. אבער עס מוז זיין קלענער ווי 256 ק"ב.

נולד מאוחר » דאנערשטאג מערץ 28, 2013 2:19 pm

· #100210
שכוח שמעקי, נישט געוויסט די ארבעטס חו"ה.
דאס וואס שטייט דא
איר קענט נישט פארבינדען צו בילדער וועלכע ליגן ביי אייך אויפן קאמפיוטער
איז נאר אויב די מנהלים לאזן נישט?

נייגעריגער » דאנערשטאג מערץ 28, 2013 2:29 pm

· #100214
נולד מאוחר
שכוח שמעקי, נישט געוויסט די ארבעטס חו"ה.
דאס וואס שטייט דא
איר קענט נישט פארבינדען צו בילדער וועלכע ליגן ביי אייך אויפן קאמפיוטער
איז נאר אויב די מנהלים לאזן נישט?

ניין, ניין!!!!
דער "פארבינדען" וואס שטייט דארט מיינט מיט דער [img][img] אפשען וואס מען נוצט אריינצולייגן א אימעידזש לינק פון עפעס וואס איז ערגעצוואו געהאוסטעט אויפן געוועב, משא"כ א זאך וואס ליגט לאקאל ביי דיר אויפן קאמפיוטער דארפסטו נוצן דער אנדערע אפציע פון צולייגן א פייל!
און דאס איז א זאך וואס די מנהלים קענען באגרעניצן [און די גרויסקייט פונעם פייל איז טאקע באגרעניצט צו 256קב], אבער ב"ה אז עס איז אפען!

נולד מאוחר » דאנערשטאג מערץ 28, 2013 3:49 pm

· #100231
שכח נייגעריגער. ווען איך ניץ די אפשען 'צי לייגן א פייל' וועט די בילד ארויףקימען אדער נאר אן עטשמענט וואס מוועט דארפן קליקין צי זען?

נייגעריגער » דאנערשטאג מערץ 28, 2013 4:25 pm

· #100234
אויב וועסטו טוהן סוקסעספול דער "צולייגן א פייל" פראסעס, דאן וועט ארויפקומען געהעריג דער בילד!!
און עס האט נאך א מעלה מער ווי אויב דו ברענגסט אן אימעידזש לינק אויפן אנדערען אופן - אז אונטערן בילד וועט שטיין וויסאך מאל ס'איז שוין געזעהן געווארן!

יואב » דאנערשטאג מערץ 28, 2013 8:48 pm

· #100267
ביי באנוצער פראפייל,
וואס איז דער חילוק צווישן ארויסגייענדע פאסט,
און פריוואטע הודעה?

נייגעריגער » דאנערשטאג מערץ 28, 2013 9:29 pm

· #100275
איך פארשטיי אינגאנצן נישט וואס דו פרעגסט?!
דער "פריוואטע הודעה" [ארומגערונגעלט רויט] איז דאך דער טעב נאמען. און "ארויסגייענדע פאסט" [ארומגערונגעלט שווארץ] איז איינער פון די אפציעס אין דער טעב!!
אויב מיינסטו עפעס אנדערש זיי דיך מסביר.
📎 PicsArt_1364520155400.jpg
בלאט: 1 2