☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » פשט אין דיין ניק, און צו וואס וואלסטו עס געטוישט

פשט אין דיין ניק, און צו וואס וואלסטו עס געטוישט

84 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5702
בלאט: 1 2

געוואלדיג » זונטאג יאנואר 25, 2015 5:00 pm

· #250045
עס איז פשוט @געוואלדיג אז חבר אני לכל אשר .... ולכן קרא שמו געוואלדיג

א איד » מאנטאג פעברואר 9, 2015 5:50 pm

· #252663
בעל מדות

עניוועיס ביטע נישט זיך צוקלעבן צו מיין נאמען און צעגערן דערוועגן, עס מאכט נערוועז אז איך טאר נישט שרייבן ווילד ווייל מיין ניק נעים איז בעל מדות, פונקט ווי לעיקוואוד מעג שרייבן פון מאנסי און סושי פיש פון סעמאן.

אן נעמען פערזענליך וואס רעפעזנטירט דיין נאמען?

בעל מדות » מאנטאג פעברואר 9, 2015 6:03 pm

· #252670
איינער וועלכע וויל בלייבן אנאנים און דאך שרייבן שיינע אנאליזן איבער די נייעס, ארטיקלען איבער אלץ און אלעמען, ווערן רעספעקטירט אין אזא אנגענעמע געזעלשאפט, ווערן גע'לייקט אויף זאכן וועלכע זענען באליבט, הערן קריטיק אויף זאכן וואס דארפן א פארבעסערונג,
איך רעפרעזענטיר נישט קיינעם און איך זיך נישט זיך צו דארפן פארענטפערן און אויסשמועסן וועם איך רעפרעזענטיר, איך בין א פשוטע איד וואס האט גוטע מדות, און שלעכטע מדות אויף וואס איך פרוביר צו ארבעטן דערויף,
איך האב ליב מיוזיק ווי די שווארצאפל פון אויג און קען נישט פארנעמען קיין האלווא, דאס האסטו געוואלט הערן? און יעצט וואס רעפרעזענטירט איר חוץ איינער וועלכע איז געווארן גע'מלט ביי די אכטע טאג?

א איד » מאנטאג פעברואר 9, 2015 6:15 pm

· #252673
וואס דארף מען מער פון דעם?
איך בין א איד אבער א איד

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 2, 2015 3:30 pm

· #256707
מעולם האט מיר געווינדערט, וואס איז פשט אינעם נאמען @יידל?
אזא רואיגער געשמאקער קלוגער שרייבער, ווייסט ער דען נישט אז יודל שרייבט מען מיט א ו'?
און קוק וואס כ'האב היינט אויסגעפינען:

.
📎 yidel.jpg

moshav zekeinim » זונטאג יולי 26, 2015 8:24 pm

· #291829
האט איר חרטה אויף אייער ניק נאמען?
א ניק נאמען וואס האט א גוטע רעפאטאציע איז שווער צו טוישן, ווייל עס טראגט שוין א כאראקטער מיט זיך.

אבער מאכט זיך וואס דוקא ווען מען זעט וואס פאר א גוטער אדער אייגנארטיגער כאראקטער דער ניק פארמאגט וואלט זיך עס געוואלט טוישן צו א אנדער נאמען וואס וואלט געווען מער צוגעפאסט צום כאראקטער, אדער וואס וואלט בעסער בעסער אויסגענומען ביים עולם.

נו, לאמיר הערן פון אייך ליבע חברים, ווער פון אייך וואלט געוואלט טוישן זיין געלונגענע ניק, און אויב יא, צו וועלעכער נאמען?

קאצקע ציקער » זונטאג יולי 26, 2015 8:26 pm

· #291831
דו ווילסט זיכער 😉

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג יולי 26, 2015 8:30 pm

· #291836
איך וואלט עס כאטש געספעלט בעסער. ״פון״ אמעריקע.

פאפיטעס » זונטאג יולי 26, 2015 10:24 pm

· #291867
רוב ניקים זענען ארויסגעשאסן פונעם לינקן ארבל ווי נאר דער יעניגער דארף אריינקלאפן אין די אויספרעג בויגן זיין צונאמען,
קיינער וויל דאך נישט הייסן מיט א נאמען וואס איינער זאל כאפן ווער סאיז, שרייבט מען אריין עפעס א נארישקייט פון א זאך, סא דעיע גאנצע אשכול איז נישט אזוי אין פלאץ

אין ביידעוועי כבין עלערדזשיק צו פאפיטעס...

שמעקעדיג » זונטאג יולי 26, 2015 10:28 pm

· #291874
און איך בין זייער סענסעטיוו צו א שמעק....

chaims » זונטאג יולי 26, 2015 10:39 pm

· #291878
Re: האט איר חרטה אויף אייער ניק נאמען?
וואס איז שלעכט מיט חיים? אבער וואס איז דער ס?

I can't believe I just said that...

berlbalaguleh » זונטאג יולי 26, 2015 10:43 pm

· #291882
איך בין געווען בערל בעל עגלה מיום היוולדי. פונ'ם טאג וואס איך האב מיך איינגעשריבן צו ליינען און שרייבן אויפ קאווע שטיבל. און איך האלט עס נישט ביים טוישן. אין א יעדן שטעטל אינדערהעים איז געווען א שטעטל'שער בעל עגלה און איך בין דער בעל עגלה פון קאווע שטיבל. און איך בין פראוד צו זיין דער שטעטל'שער בעל עגלה. ב"ה כה יתן ה' וכה יוסיף לי עמו"ש...!

ירא שמים » זונטאג יולי 26, 2015 10:46 pm

· #291887
ערלעדיג נאר מיט @אסף המזכיר אז ער זאל נישט צולאזן קיין קאמפיטישען 😂

געוואלדיג » זונטאג יולי 26, 2015 10:53 pm

· #291891
איז דא אמאל אזאנס?

סאשי פיש » מאנטאג יולי 27, 2015 12:15 am

· #291941
דא האט איר א אלטע אשכול דערוועגן פון @רויטע וואנצעס
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/176967">viewtopic.php?p=176967#p176967</a><!-- l -->

moshav zekeinim » מאנטאג יולי 27, 2015 1:00 am

· #291968
מיין נאמען מושב זקנים איז מיר אויפגעקומען אויפן געדאנק זייענדיג אין א מצב מיואש נאך א שווערער דורך גאנג, און מיט א עבר ובטל'דיגער געפיל האב איך אריין געגעבן דעם נאמען מושב זקנים, איך האב עס געגעבן אין ענגליש פשוט ווייל מיין יידיש קיבארד האט נישט געארבעט. היינט וואלט איך מיר א נאמען געגעבן "שחר", וואס האט א טאפלטער באדייט: שווארצקייט און פרימארגן, א אנצוהערעניש אויף יאוש מיט האפענונג אינאיינעם.

ירא שמים » מאנטאג יולי 27, 2015 1:03 am

· #291970
Re: פשט אין דיין ניק, און צו וואס וואלסטו עס געטוישט
שוין ,זעמיר מלמד זכות אויף דיר אז דיינע מאדנע תגובות זענען געווען נאך פון די שווארצע תקופה מ׳זאל נישט געפרובט ווערן
און האפנטליך מיט די צייט וועט זיך אלס פארהוילן און מוועט זעען נאר נחת פון דיר[emoji2][emoji18][emoji39]

moshav zekeinim » מאנטאג יולי 27, 2015 2:00 am

· #291982
וועלעכע מאדנע תגובות האב איך געשריבן?

האמת לאמיתו » מאנטאג יולי 27, 2015 7:06 pm

· #292168
איש עברי
אז מ'דעדט שוין איך וואלט געהאלטן אז מען זאל בכלל נישט קענען מאכן קיין ניק'ס אויף ענגליש, איך ווייס נישט פארוואס אבער ס'גייט מיט עפעס אויף די נערווען די ניקס אויף ענגליש,
ווער ס'איז מסכים זאל געבן א לייק

די ביסט א ריכטיגע אידישיסט
און דאס אז מען שרייבט אויף ענגליש איז גארנישט...???

פאסיגע ניק » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 5:00 pm

· #295265
סטאטיסטיקס
• פאסיגע ניק איז די נייעסטע באניצער

נעגעל וואסער » דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 10:06 pm

· #421853
Re: פשט אין דיין ניק, און צו וואס וואלסטו עס געטוישט
איך וואלט שוין לאנג געטוישט מיין ניק צו די ריכטיגע אויסלייג, פון "נעגעל" צו "נעגל", אבער ליידער קען איך נישט.
ויהי בימים ההם, ווען איך האב זיך דא איינגעשריבן האב איך כמעט נישט געשריבן קיין אידיש, ויצא העגל הזה! אבער עס טוט מיר דערמאנען ביי יעדן תגובה וואס איך שרייב, אז איך האב נאך א וועג צו גיין...

וואלווי » פרייטאג יאנואר 11, 2019 3:35 am

· #421879
וואס איז שלעכט מיט די נאמען וואלווי? כ'דארף מיך שעמען כ'האב געהאט א ברית?

מי אני » פרייטאג מערץ 6, 2020 8:20 am

· #443668
Re: פשט אין דיין ניק, און צו וואס וואלסטו עס געטוישט
איך האלט אז א מענטש דארף זיין א מבקש חכמה. אין ווי באקאנט (בשם כמה חכמים) אז ווי מער מ׳איז קונה און מען ווערט געוואָר אלס מער אנערקענט מען פחיתות עצמו און ווי ווייט מ׳האלט באמת פון שלימות החכמה. דאס איז ״מי אני״ = ״ווער בין איך [דען]״.

ועוד, אז דאס קנין דערפון מאכט טוישן (ווי נישט) דעם ״איך״/אידענטיטעט [דעם ״אני״], וואס דארף זיין באזירט אויף די סענשענס פונ׳ם מענטש, וואס דאס איז בעיקר און גייט האנט-אין-האנט מיט זיין קעפּעסיטי פאר קנין חכמה.

ובזה, אזוי ווי מיין חתימה ברענגט ארויס, רירט די ניק-נאמען אן אויפ׳ן באקאנטן ספק פון דעקארט. דאס גייט ווייטער צוזאמען מיט׳ן ציל פון קונה זיין חכמה וואס ברענגט אויך צו די שפלות און אידענטיטי טויש אנערקענונג הנ״ל.

ועוד, ״מי״ איז די ר״ת פון מיין און מיין ווייב׳ס נעמען, והיינו אז דאס איז מיין ״אני״ אלס אן איין יוניט [״לבשר אחד״, פלג גופא וכו׳].

berlbalaguleh » מוצ"ש מערץ 7, 2020 9:25 pm

· #443680
וואלווי
וואס איז שלעכט מיט די נאמען וואלווי? כ'דארף מיך שעמען כ'האב געהאט א ברית?

וואלווי: ניין. דו דארפסט דיך נישט שעמען. אבער פארצייל עס נישט פאר א יעדן...!

יין שרף » מוצ"ש מערץ 7, 2020 9:30 pm

· #443681
berlbalaguleh
וואלווי
וואס איז שלעכט מיט די נאמען וואלווי? כ'דארף מיך שעמען כ'האב געהאט א ברית?

וואלווי: ניין. דו דארפסט דיך נישט שעמען. אבער פארצייל עס נישט פאר א יעדן...!
ווילאנג ער גייט נישט ארום ווייזן evidence איז ער גוט..

וואלווי » זונטאג מערץ 8, 2020 3:12 am

· #443689
berlbalaguleh
וואלווי
וואס איז שלעכט מיט די נאמען וואלווי? כ'דארף מיך שעמען כ'האב געהאט א ברית?

וואלווי: ניין. דו דארפסט דיך נישט שעמען. אבער פארצייל עס נישט פאר א יעדן...!


מילתא דעבידא לגלויי, מיין טאטע האט שוין סיי ווי געהאנגן א צעטל אין ביהמ"ד בעתו ובזמנו...

וואלווי » זונטאג מערץ 8, 2020 3:32 am

· #443690
מי אני
איך האלט אז א מענטש דארף זיין א מבקש חכמה. אין ווי באקאנט (בשם כמה חכמים) אז ווי מער מ׳איז קונה און מען ווערט געוואָר אלס מער אנערקענט מען פחיתות עצמו און ווי ווייט מ׳האלט באמת פון שלימות החכמה. דאס איז ״מי אני״ = ״ווער בין איך [דען]״.


אינטערסאנט, כ'האב אלס געמיינט ס'איז בלשון בתמיה, מי אני? ווייסט דען נישט ווער איך בין?...

מי אני » זונטאג מערץ 8, 2020 7:50 am

· #443691
פשט אין דיין ניק, און צו וואס וואלסטו עס געטוישט
וואלווי
berlbalaguleh
וואלווי
וואס איז שלעכט מיט די נאמען וואלווי? כ'דארף מיך שעמען כ'האב געהאט א ברית?

וואלווי: ניין. דו דארפסט דיך נישט שעמען. אבער פארצייל עס נישט פאר א יעדן...!


מילתא דעבידא לגלויי, מיין טאטע האט שוין סיי ווי געהאנגן א צעטל אין ביהמ"ד בעתו ובזמנו...

וממילא דארף דער ״זאב יטרף״ נישט מורא האבן אז מ׳וועט ״יחלק שלל״ (בראשית מט כז), זיך ״מחולק״ זיין אויף דעם ענין און נישט וויסן פון זיין נאמען וואס מ׳האט אים געגעבן ביי זיין ״כמוצא שלל רב״ הנאמר אצל ברית מילה (שבת קל.)...
וואלווי

אינטערסאנט, כ'האב אלס געמיינט ס'איז בלשון בתמיה, מי אני? ווייסט דען נישט ווער איך בין?...

ולפי האמור כאן, בענין סאליפּסיזם און די שייכות דערצו צו מיין חתימה (וממילא ניק וכנ״ל), איז דאס טאקע אזוי בלשון בתמיה [״איך בין דאך דיר אליינס״]...

פאליטיקאנט » זונטאג אפריל 26, 2020 12:20 am

· #446711
Re: פשט אין דיין ניק, און צו וואס וואלסטו עס געטוישט
פאליטיקאנט, פשוט ווייל איך פיל אז איך בין אזא געבוירענע ליגנער, און איך דריי מיך אלץ ארויס פון רעספאנסעביליטי .......

ווי אויך בין איך אלץ געווען פאפולער ביי פארמעסטן (מיינט נישט, איך רעד פון קעמפ).

איך וואלט געקענט באשטיין עס זאל זיך טוישן צו @מיליאנער......

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 26, 2020 1:03 am

· #446719
וואלווי
מי אני
איך האלט אז א מענטש דארף זיין א מבקש חכמה. אין ווי באקאנט (בשם כמה חכמים) אז ווי מער מ׳איז קונה און מען ווערט געוואָר אלס מער אנערקענט מען פחיתות עצמו און ווי ווייט מ׳האלט באמת פון שלימות החכמה. דאס איז ״מי אני״ = ״ווער בין איך [דען]״.


אינטערסאנט, כ'האב אלס געמיינט ס'איז בלשון בתמיה, מי אני? ווייסט דען נישט ווער איך בין?...

וואלווי: און איך האב עס אנגעקוקט אלס א מידת הענווה. ווער ביניך דען?! בבחינת ..."ואנכי עפר ואפר"...!

2 מוסר'ניקס האבן געהאט אמאל א וויכוח. א יעדער איינער פון זיי האט געהאלטן אז ער איז גארנישט. זאגט איינער. דו ווייסט דאך אז איך בין גארנישט. האט איהם זיין חבר געענטפערט...אמת אז דו ביסט טאקע גארנישט. אבער איך בין א סאך א גרעסער און מער גארנישט פון דיר...!

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 26, 2020 1:05 am

· #446721
פאליטיקאנט
פאליטיקאנט, פשוט ווייל איך פיל אז איך בין אזא געבוירענע ליגנער, און איך דריי מיך אלץ ארויס פון רעספאנסעביליטי .......

ווי אויך בין איך אלץ געווען פאפולער ביי פארמעסטן (מיינט נישט, איך רעד פון קעמפ).

איך וואלט געקענט באשטיין עס זאל זיך טוישן צו @מיליאנער......

פאליטיקאנט: אויב דו וועסט בלייבן א פאליטיקאנט וועסטו סייווי ווערן א מיליאנער. ביז מ'וועט דיך נישט כאפן...לאל

רביה''ק זי''ע » זונטאג אפריל 26, 2020 1:17 am

· #446722
berlbalaguleh
2 מוסר'ניקס האבן געהאט אמאל א וויכוח. א יעדער איינער פון זיי האט געהאלטן אז ער איז גארנישט. זאגט איינער. דו ווייסט דאך אז איך בין גארנישט. האט איהם זיין חבר געענטפערט...אמת אז דו ביסט טאקע גארנישט. אבער איך בין א סאך א גרעסער און מער גארנישט פון דיר...!

איך האב פונקט מיטגעהאלטן די שמועס און כ'האב מיך אנגערופן צו זיי "ענק זענען ביידע גארנישעס", איך בין קוים ארויס מיט'ן לעבן...

וואלווי » זונטאג אפריל 26, 2020 1:21 am

· #446723
רביה''ק זי''ע
berlbalaguleh
2 מוסר'ניקס האבן געהאט אמאל א וויכוח. א יעדער איינער פון זיי האט געהאלטן אז ער איז גארנישט. זאגט איינער. דו ווייסט דאך אז איך בין גארנישט. האט איהם זיין חבר געענטפערט...אמת אז דו ביסט טאקע גארנישט. אבער איך בין א סאך א גרעסער און מער גארנישט פון דיר...!

איך האב פונקט מיטגעהאלטן די שמועס און כ'האב מיך אנגערופן צו זיי "ענק זענען ביידע גארנישעס", איך בין קוים ארויס מיט'ן לעבן...


האסט עס געזאגט מיט א צובראכענקייט? אדער מיט א שטאלץ געפול אס די ביסט יא עפעס?

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 26, 2020 1:30 am

· #446725
וואלווי: ער וואלט געכאפט קלעפ (אויב די מעשה איז אמת) אפילו אז ער וואלט געזאגט אז ער איז א גרעסערער גארנישט פון זיי 2...!

אויב די מעשה וואלט אמת געווען. ווער ווייסט צו ער וואלט ארויס מיט'ן לעבן...!

דאס דערמאנט מיך א מעשה וואס א חשוב'ער איד האט מיר פארציילט. ויהי. און ס'איז אמאל געווען, פארציילט מיר מיין חבר. איך גיי מיר שפאצירן אונטן פון א בארג. און איך באמערק אויבן אויפ'ן שפיץ בארג פארט א וואגן מיט גרויסע קלעצער, צוגעבינדן מיט אן אייזערנע קייט. איך שטיי מיר אזוי געמיטליך ווען איך באמערק אז די קייט האטציך אפגעריסן און די שווערע קלעצער הייבן זיך אן אראפקוילערן פונ'ם בארג פונקט דארט וואו איך בין געשטאנען. נאך א מינוט פארן זיי ארויף אויף מיר...א מזל האביך געהאט... אז די מעשה איז נישט אמת. ווייל אנישט וואלט איך נישט ארויס א לעבעדיגער..!
בלאט: 1 2