☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #13516

אשכול אן א טיטל #13516

417 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13516
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9

אישתישבי » פרייטאג יאנואר 10, 2020 8:14 am

· #441246
דער אברהם אבא האלט זיך פאר א חתן רבי, און ער זעהט דער כלומרשטע חורבן פין ר' שמואל.

ער איז א אינגע קראצער.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יאנואר 10, 2020 9:39 am

· #441249
איינער האט עפעס אינפארמאציע וואס איז דא געשען? איינער קען אנצייגען וועלכע איסור הרב ניימאן האט מתיר געווען? וואס האט ער שוין געזאגט? איך בין נאך נישט איבערגעצייגט וועגן די גאנצע מראות ביזנעס פון פריער, ווער האט מחליט געווען פאר זיכער וועלכע מסורה איז ריכטיג? אלס ליטוואק (וואס די עכטע ליטווישע מסורה איז געווען שטארק מחמיר צו זיין אין מראות דם, כמבואר בחכמ"א) קוק איך אלע אונגארישע מקילים אלס קלי דעת, און דעריבער זענען זיי אלע א באנדע בני נדה. אדער נישט. ביז ווילאנג אז מ'קען נישט אויפווייזען הלכה'דיג, איז דאך אלס דברים בטלים ומבוטלים.

וכבר היה לעולמים, אין ירושלים האט זיך איינער אויפגעשטעלט און גערעדט צו די ווייבער, אז טאמער זייער מענער גיין צו א געוויסע רב, מוזען זיי אלע תשובה טון וכו'. גאנץ א"ףי האט זיך געטומולט, צו מ'דארף מקיל זיין אדער מחמיר זיין, און אלס איז געווען נקי מחשש תורה. איך הער אז יעצט איז דער מערער גענצליך אויסגעשפילט, הגם אז ער האט אסאך ספרים געדרוקט, מיט גאר שיינער הסכמות.

איך האב געהערט נאך א הערה. אפשר קען אונז @אנאנים אויפקלערן דערוועגן. (אין די אשכול קען מען זען פארוואס)

הרב רפאל שור איז אן איידעם ביי משפ' פישער, וואס איז אן איידעם געווען ביים מאטערסדארפער רב. דאס הייסט אז הרב שמחה שוסטאל זצ"ל איז געווען זיינס א פעטער. און הרב שור האט שטארק מקפיד געווען נישט זיך צו באטייליגען אין א שמחה ווי הרב שוסטאל וועט מעגליך זיין, צוליעב די מצוה פון מחזיק זיין במחלוקת. יעצט אבער, ווען עס איז געקומען צום אנדערן מצוה פון באשטייניגען א איד, האט ער מקיל געווען און זיך געלאזט חתמנ'ן מיט זיין קאזין הרב דוד שוסטאל.

הוגה » פרייטאג יאנואר 10, 2020 11:09 am

· #441255
עס איז מיר כמעט ברור אז דער קו"ק האט גארנישט מיט מראות, און אוודאי דער רכילות הנ"ל ווי כאילו ער פסק'נט מראות אויפן טעלעפאן איז זיכער נישט אמת. (פארשטייט זיך אז ווען איינער רופט אים אז זיי האבן געזעהן א בלויע כתם אויף א גרינע פיקל, פסק'נט ער אויפן טעלעפאן.) די גאנצע סומאטאכע דא איז צווישן פארקוועטשטע עונה און לעבעדיגע עונה. די אוסרים האלטן אז מ'טאר נישט זאגן בפומבי אלעס וואס מען מעג טון און שוין. אפילו די וואס האבן נישט גע'חתמ'ט האלטן אויך נישט פון ניימאנ'ס מהלך, נאר זיי האבן געהאלטן אז די קו"ק איז נישט די ריכטיגע שריט.

די פראבלעם מיט די קו"ק איז נישט אז זיי האלטן אז ניימאן איז שלעכט פאר אידישקייט, נאר אז די קו"ק זעלבסט איז טעראריסטיש און אז ס'טוט מער שאדן פאר יהדות ווי סיי וועלכע איסור ניימאן וועט נאר אמאל מתיר זיין. ווי אויך טוט עס מגלה זיין די ריכטיגע פרצוף פון די פני הדור וכו'.

איך וואלט נאר געוואלט caution'ן די אלע וואס שפרינגן מכתיר צו זיין ניימאן פאר דער משיח המושיע וואס וועט ענדליך ראטעווען אידישקייט, אן דעם וואס מען זאל אים קענען. זייט געווארנט, ווייל איר ווייסט נישט וויאזוי ס'וועט זיך אויסלאזן. מיר איז נישט אזוי קלאר אז ער איז אזא אומשולדיגע שעפעלע. שוין יארן וואס אין מאנסי הערט מען אסאך נעגיטיוויטי אויף אים, במיוחד וויאזוי ער באהאנדלט קעיסעס וואס קומען אן צו אים. איך בין נישט מקבל לשון הרע, אפילו ערשט-האנטיגע, אבער איך וואלט נישט אויפגעסיינט אזוי שנעל צו ווערן א פען.

בנוגע הרב רפאל שור, וואס עטליכע האבן אים גענוצט אלס א ראיה אז די קו"ק איז יא אן אדורכגעטראכטע זאך. עס האט מיר געקאסט א ביטערע געלעכטער. רבי רפאל איז אדורכגעטראכט? ער חתמ'ט נישט נאר אויב ער ווייסט אויף וואס ער חתמ'ט? פליז! כ'האב אליינס מיטגעהאלטן זאכן כמה פעמים. איך וועל נישט זאגן אז ער איז פונקט ווי זיין ברודער רבי אברהם, אבער זיי האבן ביידע געזייגט פון איין מאמע, דאכציך.

.

יין שרף » פרייטאג יאנואר 10, 2020 1:26 pm

· #441264
מכתב לאחד מהרבנים
Screenshot_20200110-132426_Drive.jpg

שיטה הקדושה » פרייטאג יאנואר 10, 2020 1:31 pm

· #441266
הוגה

איך בין א שטארקע חסיד פון ר' שמואל
אבער חס ושלום צו רעדן אויף מורי ורבי ר' רפאל
אונז קענען נישט פארשטיין ער איז נאך פון פריעדיגע דור

Sent from my Pixel 3 XL using Tapatalk

הוגה » פרייטאג יאנואר 10, 2020 1:52 pm

· #441267
איך האב אין ערגעץ נישט געזאגט אז ער איז נישט פון די פריערדיגע דור. ער איז אויך א שקדן, מתמיד וגאון עצום וואס לערנט תורה יומם ולילה. אבער ער האט נישט קיין פראבלעם דן צו זיין דיני נפשות (figuratively) ביחיד אן אויסהערן ביידע צדדים. ודי בזה.

אגב, איך בין אויך א תלמיד זיינע.

אספקלריה » פרייטאג יאנואר 10, 2020 3:36 pm

· #441276
וויפיל מער איך טראכט אריין און די גאנצע ניימאן סוטמאכע, זעע איך א אומטאלאראנץ פון עקסטרימיוזים פון ביידע צדדים.
און אונזער אלעם באקאנטע מאנסי איז די שורש,
צוויי שכנים איינער רירט נישט צו קיין סמארטפאון,דער אנדערער רירט בצנעה אפילו...., פון ר׳ משה בער בעק ביז חסידיש יונגעלייט בייבעל קריטיקירער, איינער עסט נישט נאר היימישע עסן, דער שכן חוץ פלייש קויפט ער אלעס אפילו אן א הכשר,איינער שטייט אויף חצות לערנען קבלה, זיין שכן האלט אז גאנץ קבלה איז א פאנטזיע, איינער היט אפ זיין רעקיל זאל נישט צורירען איהר קלייד בימי נדה, דער שכן דארף רחמים אז סזאל נישט אנקומען ביז כרת ממש.
איינער האלט אז רב ניימאן איז מעלה ולא מורידין, און דער אנדעדער וועט האלטען אז רב ניימאן איז משיח אליינס און אלע רבנים זענען א פראוד נישט משנה ווער זיי זענען, צו זיי האבען יא גערעדט צו רב ניימאן צו נישט זיי זענען פסול און פערטיג.
און בארא פארק זענען מענטשען נישט אזוי שיטה׳דיג און נישט אזוי סענסעטיוו, מענטשען שרעקען זיך נישט פון א קולא און אוכט נישט פון א חומרא.
די פארפרומע לאגער,און די אויפגעקלערטע לאגער האבען נישט גארנישט און קאממען.
ביידע זענען פארווייטאג בייסיג שארף אומטאלארענץ און עקסרעמיסטען, און ביידע טראגען זיך ארום מיט שיטות און איידיאלגעס,
פערהעפס אפאר גוטע מענטעל העלט פראפעשינעלס און שטאט וואלט אסאך געהאלפען לשלום העיר.

דעברעצינער » מוצ"ש יאנואר 11, 2020 1:18 pm

· #441278
יין שרף
מכתב לאחד מהרבנים

who wrote this letter

אישתישבי » מוצ"ש יאנואר 11, 2020 7:00 pm

· #441279
אספקלריה
וויפיל מער איך טראכט אריין און די גאנצע ניימאן סוטמאכע, זעע איך א אומטאלאראנץ פון עקסטרימיוזים פון ביידע צדדים.
און אונזער אלעם באקאנטע מאנסי איז די שורש,
צוויי שכנים איינער רירט נישט צו קיין סמארטפאון,דער אנדערער רירט בצנעה אפילו...., פון ר׳ משה בער בעק ביז חסידיש יונגעלייט בייבעל קריטיקירער, איינער עסט נישט נאר היימישע עסן, דער שכן חוץ פלייש קויפט ער אלעס אפילו אן א הכשר,איינער שטייט אויף חצות לערנען קבלה, זיין שכן האלט אז גאנץ קבלה איז א פאנטזיע, איינער היט אפ זיין רעקיל זאל נישט צורירען איהר קלייד בימי נדה, דער שכן דארף רחמים אז סזאל נישט אנקומען ביז כרת ממש.
איינער האלט אז רב ניימאן איז מעלה ולא מורידין, און דער אנדעדער וועט האלטען אז רב ניימאן איז משיח אליינס און אלע רבנים זענען א פראוד נישט משנה ווער זיי זענען, צו זיי האבען יא גערעדט צו רב ניימאן צו נישט זיי זענען פסול און פערטיג.
און בארא פארק זענען מענטשען נישט אזוי שיטה׳דיג און נישט אזוי סענסעטיוו, מענטשען שרעקען זיך נישט פון א קולא און אוכט נישט פון א חומרא.
די פארפרומע לאגער,און די אויפגעקלערטע לאגער האבען נישט גארנישט און קאממען.
ביידע זענען פארווייטאג בייסיג שארף אומטאלארענץ און עקסרעמיסטען, און ביידע טראגען זיך ארום מיט שיטות און איידיאלגעס,
פערהעפס אפאר גוטע מענטעל העלט פראפעשינעלס און שטאט וואלט אסאך געהאלפען לשלום העיר.

און אויף דעם זאגט דער פסוק האלב מאנסי איז גאנץ משוגע און גאנץ מאנסי איז האלב משוגע.

אישתישבי » מוצ"ש יאנואר 11, 2020 7:10 pm

· #441280
הוגה
עס איז מיר כמעט ברור אז דער קו"ק האט גארנישט מיט מראות, און אוודאי דער רכילות הנ"ל ווי כאילו ער פסק'נט מראות אויפן טעלעפאן איז זיכער נישט אמת. (פארשטייט זיך אז ווען איינער רופט אים אז זיי האבן געזעהן א בלויע כתם אויף א גרינע פיקל, פסק'נט ער אויפן טעלעפאן.) די גאנצע סומאטאכע דא איז צווישן פארקוועטשטע עונה און לעבעדיגע עונה. די אוסרים האלטן אז מ'טאר נישט זאגן בפומבי אלעס וואס מען מעג טון און שוין. אפילו די וואס האבן נישט גע'חתמ'ט האלטן אויך נישט פון ניימאנ'ס מהלך, נאר זיי האבן געהאלטן אז די קו"ק איז נישט די ריכטיגע שריט.

די פראבלעם מיט די קו"ק איז נישט אז זיי האלטן אז ניימאן איז שלעכט פאר אידישקייט, נאר אז די קו"ק זעלבסט איז טעראריסטיש און אז ס'טוט מער שאדן פאר יהדות ווי סיי וועלכע איסור ניימאן וועט נאר אמאל מתיר זיין. ווי אויך טוט עס מגלה זיין די ריכטיגע פרצוף פון די פני הדור וכו'.

איך וואלט נאר געוואלט caution'ן די אלע וואס שפרינגן מכתיר צו זיין ניימאן פאר דער משיח המושיע וואס וועט ענדליך ראטעווען אידישקייט, אן דעם וואס מען זאל אים קענען. זייט געווארנט, ווייל איר ווייסט נישט וויאזוי ס'וועט זיך אויסלאזן. מיר איז נישט אזוי קלאר אז ער איז אזא אומשולדיגע שעפעלע. שוין יארן וואס אין מאנסי הערט מען אסאך נעגיטיוויטי אויף אים, במיוחד וויאזוי ער באהאנדלט קעיסעס וואס קומען אן צו אים. איך בין נישט מקבל לשון הרע, אפילו ערשט-האנטיגע, אבער איך וואלט נישט אויפגעסיינט אזוי שנעל צו ווערן א פען.

בנוגע הרב רפאל שור, וואס עטליכע האבן אים גענוצט אלס א ראיה אז די קו"ק איז יא אן אדורכגעטראכטע זאך. עס האט מיר געקאסט א ביטערע געלעכטער. רבי רפאל איז אדורכגעטראכט? ער חתמ'ט נישט נאר אויב ער ווייסט אויף וואס ער חתמ'ט? פליז! כ'האב אליינס מיטגעהאלטן זאכן כמה פעמים. איך וועל נישט זאגן אז ער איז פונקט ווי זיין ברודער רבי אברהם, אבער זיי האבן ביידע געזייגט פון איין מאמע, דאכציך.

.

און לדעתי איז עס במקורו ווייל ער זאגט אז געוויסע מנהגים וואס זענען עיקרים ביי זייערע חסידות'ער זענען "סיסטעם", און דאס רעגט אויף סאטמערע און סקווירא קולט פירער. די סאטמארער זענען זייער קלוג און ווייסען שוין ווי אזוי אנצודריייען א קאשע, און גייען צו די אלע רבנים וואס זיי קענען נאר, און זאגן אלעס וואס זיי קענען נאר אויף ר' שמואל, און ברענגען אויסצוגן פין טעיפס וואס ווייזט אז ער איז א מקיל וכדומה, וואס כמובן קען מען זיך אסאך שפילען אין דעם, און ארבעטען און ארבעטען ביז זיי האבן א בעיס פין גענוג רבנים וואס זענען מסכים ארויסצוקומען מיט עפעס א קול קורא, דערנאך איז דער קול קורא אסאך שארפער ווי די רבנים האבן מסכים געווען לכתחילה, אבער דא זענען זיי אין א פיקעל, ווייל זיי האבן סוף כל סוף מסכים געוועהן.

ביי מיר איז א פשטות, אז די אלע נייטראלע רבנים, וואס קענען אליין דיסיידען אויב זיי ווילען אונטערשרייבן אדער נישט, אז מען האט אויף זיי געדארפט ארבעטען א לאנגע צייט, און זיי זענען שוין אזוי צודרייט פין דער גאנצע מעשה אז זיי ווייסן אליינס נישט וואס דער נידון איז דא.

ליב צו וויסן » מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:04 pm

· #441284
אספקלריה
וויפיל מער איך טראכט אריין און די גאנצע ניימאן סוטמאכע, זעע איך א אומטאלאראנץ פון עקסטרימיוזים פון ביידע צדדים.
און אונזער אלעם באקאנטע מאנסי איז די שורש,
צוויי שכנים איינער רירט נישט צו קיין סמארטפאון,דער אנדערער רירט בצנעה אפילו...., פון ר׳ משה בער בעק ביז חסידיש יונגעלייט בייבעל קריטיקירער, איינער עסט נישט נאר היימישע עסן, דער שכן חוץ פלייש קויפט ער אלעס אפילו אן א הכשר,איינער שטייט אויף חצות לערנען קבלה, זיין שכן האלט אז גאנץ קבלה איז א פאנטזיע, איינער היט אפ זיין רעקיל זאל נישט צורירען איהר קלייד בימי נדה, דער שכן דארף רחמים אז סזאל נישט אנקומען ביז כרת ממש.
איינער האלט אז רב ניימאן איז מעלה ולא מורידין, און דער אנדעדער וועט האלטען אז רב ניימאן איז משיח אליינס און אלע רבנים זענען א פראוד נישט משנה ווער זיי זענען, צו זיי האבען יא גערעדט צו רב ניימאן צו נישט זיי זענען פסול און פערטיג.
און בארא פארק זענען מענטשען נישט אזוי שיטה׳דיג און נישט אזוי סענסעטיוו, מענטשען שרעקען זיך נישט פון א קולא און אוכט נישט פון א חומרא.
די פארפרומע לאגער,און די אויפגעקלערטע לאגער האבען נישט גארנישט און קאממען.
ביידע זענען פארווייטאג בייסיג שארף אומטאלארענץ און עקסרעמיסטען, און ביידע טראגען זיך ארום מיט שיטות און איידיאלגעס,
פערהעפס אפאר גוטע מענטעל העלט פראפעשינעלס און שטאט וואלט אסאך געהאלפען לשלום העיר.

ווי פונקטליך זעהסטו עקסטרעמיזם פון די וואס זענען ברוגז אויפן קול קורא ?

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש יאנואר 11, 2020 9:25 pm

· #441290
אספקלריה איז הונדרעט פערצענט גערעכט. מ'טאר נישט זיין קיין עקסטרעמיסט. טאמער געוויסע מענטשן האבען א טעם אין בלוט, און ביי זיי איז מבזה זיין א מענטש ברבים א חלק פון זייער ברויט מיט פוטער, מוז מען דאס אנערקענן און שעצן. מ'טאר זיך נישט מישען אין זיין לעבן, מ 'דארף אים לאזען טון וואס ער וויל. הרב ניימאן איז מחוייב אים צוצושטעלן פלייש פאר זיין תאווה דאס אריין צו בייסען.

ליהוי ידוע, אז איך האב מיט מאנסי גארנישט. איך האב דארט קיינמאל נישט געוואוינט און איך האב דארט נישט גענעכטיגט מער ווי פינף נעכט אין מיין לעבן (איינער פון זיי בעל כרחי). איך בין נישט קיין חלק פון זייער מחלה. נאר טאמער מ'האט פילען פאר די אלע וואס חתמנ'ן שאנד צעטליך קעגן די תורה און די מענטשהייט, וואלט איך זיי שנעל גע'עצה'ט צו נעמן א דאפעלטע פארציע.

real fake news » מוצ"ש יאנואר 11, 2020 9:31 pm

· #441293
ליטוואק פון בודאפעסט
ליהוי ידוע, אז איך האב מיט מאנסי גארנישט. איך האב דארט קיינמאל נישט געוואוינט און איך האב דארט נישט גענעכטיגט מער ווי פינף נעכט אין מיין לעבן

אוודאי אזוי,די ביסט דאך פון בודאפעסט

אישתישבי » זונטאג יאנואר 12, 2020 12:16 am

· #441298
נעכטיגן אין אונגארין איז אסאך ערגער ווי אין מאנסי כידוע פין ראפשיץ.

מיימון » זונטאג יאנואר 12, 2020 1:44 am

· #441310
איינער שיקט מיר אין אימעיל. ער בעט עס ארויפצולייגן (איך האב פארראכטן ספעלינג מיסטעיקס און צוגעלייגט קאמעס)
_______

צו קענען די אדמורי"ם ראשי ישיבות מנהלים משגיחים זאגען ידינו לא שפכו את הדם הזה?

מיר זיינען נישט די וואס מאכען די חשבונות פונע'ם באשעפער, אבער א התבוננות מעג מען האבן אויף די געשעהנישן וואס איז אריבער אויפ'ן ציבור כלל ישראל אין די לעצטע צייטן, וואס אידיש בלוט האט זיך געגאסען בפועל ממש, עס כאפט שוידער צו הערן וואס האט פאסירט אדער צו זעהן די בילדער.

אבער וואס וויל מען פון אונז? א ודאי דארף יעדער איינער זיך מתבונן זיין וואס ער דארף מתקן זיין און זיך פארבעסערן, אבער אזא זאך וואס איז צרת הכלל דארף באמת א התבוננות אויף כלל ענינים, און נישט לאזען זיך פארפירן פין די וואס ווילן אלעס לייגען אויף יחידים אדער אויפן המון עם, פארפלאגטע ארבעטס יונגעלייט אדער סתם בע"ב, כדרכם אלע מאל בשילדיגען די אומבאשיצטע אין זיך פטר'ן פון א יעדען שולד, נאר פארקערט אויף די אנשי ציבור וואס זיצען אויף די ציבור'שע פאסטענעס אויף זיי ליגט א אחריות צו פארעכטען זייער צוגאנג.

לאמיר אנכאפן א וויכטיגע ענין, בחורים ווערן נישט אנגענומען אין ישיבות פאר נישטיגע סיבות, עלטערן גיסט די בלוט אין הארץ ווען די זמן האט זיך אנגהויבן אין זיין בחור איז געבליבן אן א ישיבה. קיין איין ישיבה שפירט נישט אחריות אפשר דארף מען אויך אנעמען א בחור וואס געפעלט נישט אזוי און אויפארבטען די בחור צו א מדריגה אז ער זאל זיך מיט די צייט צופאסען, וואס מיט אביסל געפיל און ארבעט קען מען מצליח זיין. אויך דער בחור אליין גייט דורך מורא'דיגע צער בושה עגמות נפש שפיכת דמים און קיינעם אינטרעסירט עס נישט, מען האט זיך ממש נישט מיט וועם דורך צורעדן, אלעס דרייט זיך ארויס ווייל ער גייט גארנישט פאדינען פון דעם, אלע זענען דא פאר געלד און כבוד און עס זאל אים אלעס גרינג אנקומען.

אנפאנג ווינטער ווען אלעס קלאפט שוין צו זייער באקוועמליכקייט די ימים טובים זענען דורך פאר די מנהגי העדה מיט געלט און כבוד אן א שיעור, עס קומט א לאנגע ווינטער, זעץ זיך כאטש לערנען בהמתדה עיון התורה, האלט ער דאך נישט דערביי, נאר א בחור דארף לערנען, הייבט זיך אן א ויהי בנסוע איינער פארט אויף אייראפע צו קברי צדיקים מיט א קבוצה נאכשלעפערס, די צווייטער פארט קיין ארצינו הקדושה אפלעקען כבוד און אויסגעבען מיליאנען פאר פראפאגאנדע, וואס די אלע געלטער וואלט מען גענוצט צו העלפן עלטערן און ישיבות צו צאלען פאר טויגליכע יונגלייט צו לערנען מיט בחורים וואלט מען געראטעוועט דורות שלימות. אין ווער איז דען די גרויסע דעת תורה וואס איז באמת מחליט ווי קודם צו געבען די געלד, דער אנדערער פארט אויף פלארידא און באקט זיך פיין אויס אויף די הייסע זין אין פארגעסט אינגאנצען אז עס עקזעסטירט א כלל ישראל, אין בדרך כלל טוט מען אלע דריי צוזאמען במשך די ווינטער, קיינעם אינטרעסירט גארנישט, יעדער מיט א אנדערע תירוץ פארוואס ער איז נישט דער בעל אחריות.

איז אפשר די אלע שפיכת דמים וואס איז געשעהן בפועל ממש א מידה כנגד מידה אויף די שפיכת דמים פין עלטערן אין בחורים בין והתבונן.

אבער פארן גנב ברענט דאך דאס היטל, דארף מען טרעפן א קרבן ציבור וועמען צו באשילדיגן, מיר אדמורי"ם רבנים ראשי ישיבות זענען זיכער נישט שילדיג, הייבט מען אן אנצולייגן די שולד אויפן פארפלאגטן ציבור, מען טרעפט קליינע פירצות אבי זיכער צו מאכען אז די אומבשיצטע מענטשען זענען שילדיג און נישט די ראשי העדה, אדער טרעפט מען א יחיד א תלמיד חכם מופלג מען מאכט א קול קורא אין מען שרייבט אויף זיכער אז ער איז שילדיג אין אלעס, רבנים ראש ישיבות גיבען זייער חתימות, פארוואס נישט, ער האט דאך נישט קיין פאוער ער קען דאך נישט גארנישט צוריק טוהן, זאל מען פראבירן איינע פון די חותמים צו בעטן א חתימה אויף א מאכטפולע מענטש וועט ער ציטערן אינטער צו שרייבן, איז נאר ווייל דער יחיד קען דיר גארנישט צוריק טוהן אדער צונעמען ווערסטו מיר א לוחם אויפען בלוט פון א צווייטן, אויב דו שרייבסט נישט אונטער דיין חתימה אקעגען א פאוערפול מענטש אדער א מנהיג פון א חסידות ווייל די האסט מורא, חאטש יענער פארדרייט זיינע אנהענגערס מיט עיקרי הדת אדער איז א פוסע על ראשי עם קודש מיט א שיעובוד נישט ע"פ תורה, דעמאלסט שרייב נישט אונטער אפי' ווען די האסט נישט מורא אויך, אז נישט ביזטו דאך א אמת'ר שופך דם ווייל די ביסט נישט גרייט א משהו צו ליידן פארן אמת, נאר אדרבה ביי די מאכטפולע מענטשען ביסטו חונף, לעקסט דינסט פארקיקסט אלע רשעות עולות אין מחלוקת וואס זיי טוהן אקעגען די תורה און מענשהייט, מען גיט זיי כבוד, מען איז זיך מכניע צו זיי, מיטן פאלשען עם הארצ'ישען ווארט מען דארף זיין בטל צום צדיק, און נאר דער אומבאשיצטער יחיד ווייל ער קען נישט צוריק פאטשען גיט מען זיך אויס די תאוות הקנאות און מען מיינט אז מען איז א לוחם מלחמות ה'.

אבער דער אמת איז, אז אויב עס איז א צרת הכלל מיט שפיכת דמים איז אפשר דא א התבוננות אין די ענין פון שפיכת דמים פון עלטערן און קינדער און בחורים וואס מען נעמט נישט אהן אין ישיבות, אדער מען ווארפט ארויס א בחור פון ישיבה פאר נארישע סיבות אן זיך רעכענען ווי דער בחור פאלט, און זיך נישט רעכענען מיט די צער פון אויסגעהארעוועטע עלטערען, ווייל מען איז נישט גרייט צו ארבעטן מיט א בחור באמת מקרב צו זיין און זיך באמת אפגעבן מיט אים און אויפהייבן צו תורה ויראת שמים. מען זיכט נאר מצויינים אדער וואוילע בחורים וואס פאלגען אלעס ווי א תם ווייל דאס איז גרינג און עס ברענגט געלט און כבוד.

ע"כ וועקט אייך אויף און האלטס אפיר די וואס זיצען ביי די מאכט און דארפען קיינעם נישט געבען דין וחשבון, אז די זאך האט זיך געענדיגט, קיינער איז נישט בעה"ב, יעדער דארף קענען דעקען זיינע מעשים אז עס זאל שטימען על פי תורה, עס איז נישט א הפקר וועלט, די ראשי ישיבות וועלען נישט אפזאגען בחורים אדער ווארפען בחורים אן זיך נישט דארפען פארענטפערן, די אלע חסידות'ער זאלען נישט קענען רודפ'ן האקן שלאגען זיצען און ערכאות אן זיך דארפן פארענטפערן, נאר די תורה זאל זיין די כח וואס יעדער איינער איז משעובד, כקטן כגדול אליו ישמעון, און אזוי וועלן מיר זוכה זיין צו א רוח טהרה ממרום און אויסגעלייזט צו ווערן פון דעם ביטערן גלות בביאת משיח צדקינו בב"א.

אספקלריה » זונטאג יאנואר 12, 2020 9:49 am

· #441321
איך זאג נישט אז זיין ברוגז אויף די קול קורא מיינט אז מאיז משוגע,
וואס איך טראכט איז אז די סיבה אז מאיז אנגעקומען צו אזא קול קורא איז א תוצאה פון די עקסרימיוזים פון מאנסי אויף ביידע זייטען,אז די פרומע זענען עקסטרעם פרום, און די אויפגעקלערטע זענען אוכט עקסטרעמע בעלי שיטה, און ממילא ווערט א מציאות אז ביי די פרומע איז הרב ניימאן די טייוועל אליינס, און ביי די ליבאראלע איז ר׳ רפאל שארר א גארנישט,ר׳ רפאל איז א יוד וואס לא פסק פומיה מגירסא, און גאר גאר א איידעלע און אויסגערעכענטע מענטש, און וואס געוויסע שרייבען דא אויף עם איז הרחק כמטחווי קשת, ווען סזאל וועין זיין א פארשטענדיניש צווישען די פראקציעס, ווען רב ניימאן וואלט פארשטאנען וואו זיין פלאץ איז, און ער וואלט רעספעקטירט זיין רבי רב שארר, און ער וואלט ארויסגעברענגט אז וואס ער רעדט פון איינעם, מיינט נישט אז סאיז פאר יעדעם, און א יוד וואס איז אביסעל מער בפרישות איז נישט קיין משוגענער, וואלט נישט געווארען די מרחק אזוי שטארק, די פראבלעם איז און מאנסי פון ביידע זייטען,די פרומערע לאגער און די אנדערע לאגער רעספעקטירען זיך נישט

אישתישבי » זונטאג יאנואר 12, 2020 11:39 am

· #441324
קען זיין.

און איך זאג יכה יוסי את יוסי, האקט ענק די קעפ, זאלען די רבנים זיך שלאגן און רייסען צווישן זיך, און אונז לאזן צורוה.

פירוד להם נאה להם ונאה לעולם.

און טאמער איינער האט א ספק אז די משנה האט נישט זיי געמיינט, זאל ער ווארטן ביז ער וועט פארכאפט ווערען אין דער קראספייער.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יאנואר 12, 2020 4:45 pm

· #441335
יעדער איז צודרייט אין מאנסי, אחוץ הרב רפאל שארר. און מ'האט ביזדערווייל קיינמאל נישט מסביר געווען ווי קומט א קופקע ראש ישיבות צו רעדן פון א ריין הלכה'דיגע פונקט. אחוץ טאמער הלכה איז בכלל נישט וויכטיג, און דא רעדט זיך פון ראש ישיבה עניינים. פונקט וואס דאס איז, ווייסט מען נישט.

הדסים » זונטאג יאנואר 12, 2020 5:12 pm

· #441339
קיינער קען נישט ברענגען אפאר גוטע פסקים פון רב שמואל?

איך וויל עט ליסט האבן עפעס א ידיעה פון וואס מען רעדט.

יין שרף » מאנטאג יאנואר 13, 2020 6:46 am

· #441378
הדסים
קיינער קען נישט ברענגען אפאר גוטע פסקים פון רב שמואל?

איך וויל עט ליסט האבן עפעס א ידיעה פון וואס מען רעדט.

אמממ, יא.

[list]ער האלט אז דער וואס דארף נעמען מעדיקעשן יום כיפור מוז עס נעמען מיט וואסער (נישט פרובירן אראפשלינגן אן אביסל לחליחות), און מען דארף נישט פוגם זיין די וואסער בדבר מר. (שלא כפסק רוב "מוצי"ם").

אז מען טאר נישט נוצן OUD. במקום חולי יש להקל בשעה"ד מיט מילך פאודער.

אז פאר טבילת עזרא, און אזוי אויך פאר יעדע טבילה דרבנן, קען מען לכתחילה נוצן די מקוה ווען די פילטער ארבייט.

אז ארום שיקן וואוסנאוטס אדער ווידיאוס פון א צווייטן אן רשות, ספעציעל אויב יענער קען זיך שעמען מיט עס, איז א איסור דאורייתא.

אויב איינער קען נישט טרינקן וויין אדער גרעיפ דשאוס, און נישט עסן סיי וועלכע חמשת מיני דגן, קען ער יוצא זיין קידוש מיט פיש אדער פלייש.

אז במקום הדחק או חולשא קען מען מקיל זיין היא למעלה והוא למטה.

אויב עלטערן זענען קאנטראל פריקס, איז נאך אלס דא א מצוה פון כיבוד אב ואם, אבער נישט אויפן חשבון פון די קינדער, סיי פיזיש (געלט וכדו'), און סיי גייסטיש.

מען זאל נישט האלטן די ד' מינים און די הושענות צוזאמען, אלס חדש בל תוסיף.

ראש השנה קען מען יוצא זיין קידוש פון א צווייטן אפילו אויב מען וויל נישט עסן אדער טרינקן, אויב דער מקדש עסט אדער טרינקט א רביעית יין, און דער שומע וויל נאר טרינקן א קאווע.
[/list:u]
זוכסט נאך פסקים פון אים?

חיים יואל » מאנטאג יאנואר 13, 2020 9:38 am

· #441384
חיים יואל
חיים יואל
נעגעל וואסער
א פעטישן פאר ווער עס וויל אים מחזק זיין, דא.

Has 294 Signatures

ס'האט שוין 1,024 חתימות
<a class="postlink" href="https://www.change.org/p/rabbanim-rabbi-shmiel-neiman-please-continue-teaching-us-torah?utm_content=cl_sharecopy_19880953_en-US:v5&recruiter=1031924066&recruited_by_id=973af4e0-2ca9-11ea-9f10-3d5b612a770a&utm_source=share_petition&utm_medium=copylink&utm_campaign=psf_combo_share_initial&utm_term=psf_combo_share_abi">https://www.change.org/p/rabbanim-rabbi ... _share_abi</a>

ס'האט שוין 1,445 חתימות

פארווע חסיד » מאנטאג יאנואר 13, 2020 9:45 am

· #441385
עס קומט דא אריין נאך א פונקט , לאמיר זאגען זיי זענען גירעכט הרב ניימאן איז גיפערליך אין עס קומט אים א שארפע ק"ק אין נישט נאר דאס, נאר טאקע מיטן נאמען ווייל אזוי האבען זיי איינגעזעין, אין מיר דארפען נישט אין מיר קענען נישט אללעס פאשטיין ברויך מען אבער אינאכט נעמען וויאזוי דאס עט באיינדרוקן אין ווירקן אויפן המון, אין נישט מאכן די ק"ק אויסקיקן אווי די פאסטוך שרייט וואלף אזוי ווי עס איז טאקע גישעין, אין בכלל איז לעצטענס גיווארען אז אלץ גייט מיט א ק"ק ווי נמשל א קומזיץ /שבת וואס די ווילסט אויסדריקען דיין קעגענערשאפט צו דיינע נאכפאלגער קען ווען די זעלבע זיין ביי א דרשה אין דיין ביהמ"ד וכדו'

calculator » מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:06 pm

· #441409
יין שרף

אויב עלטערן זענען קאנטראל פריקס, איז נאך אלס דא א מצוה פון כיבוד אב ואם, אבער נישט אויפן חשבון פון די קינדער, סיי פיזיש (געלט וכדו'), און סיי גייסטיש.

יא, זיינע שיעורים אויף כיבוד ואב ואם איז זייער א גוטע סעמפאל פון זיין מהלך אין הוראה, ווי ער ארבעט ארום און ער איז מברר מיט א קלארקייט וואס איז אן הלכה און וואס איז שטותים, ווי מען זעהט ווי ער האט ארויס די היינטיע דור מיט א געוואלדיגע בהירות.

א דוגמא, אויפן טעלפון קען מען הערן נאך אימזינסט "212-776-0030"

איש את רעהו » דינסטאג יאנואר 14, 2020 1:21 am

· #441452
ווי מענטשן זאגן איז געווען גביית עדות פון רבנים בנוגע די סוגיא, די ווינדער איז בזמנינו ווען אלעס איז אזוי אפען פארוואס איז די גביית עדות פארשטעקט, עס וואלט בזמנינו זיך אויסגעפעלט אויפצושטעלן אין א פרהסיא'דיגער זאל לעיני רבבות בני ישראל זאל יעדער פארשטיין פונקטליך על מה אנו דנין.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יאנואר 14, 2020 7:52 am

· #441454
עס איז זייער קיוט צו זען ווי מענטשן שפילען סנהדרין, זיי מאכען 'גביית עדות' און אפשר וועלן זיי נאך מסדר זיין איין טאג א מיאון. און ווער רעדט פון א טבילה לשם עבדות\שפחות?

זאלען זיי זיך אויסלערנען אז דאס איז אלס ריין שטיר אפפאל, עס האט גארנישט מיט תורה און נישט מיט 'פארשונג'. דאס איז סתם א געים וואס די קינדער שפילען זיך צו שפירען טאטי.

אישתישבי » דינסטאג יאנואר 14, 2020 8:47 am

· #441456
שטיר אפפאל, איז דאס אריגינעל אידיש?

ובאותו ענין, גביית עדות מוז זיין בפניו, און דאס איז זיכער נישט געוועהן.

איך שיהיה איז דער קול קורא היסטאריש, וויפיל מען זאל פראבירן צו זאגן אז עס איז אמאהל געוועהן, איז עס נישט אמת. ברענגט מיר א קול קורא פין רוב מנין ובנין פין די רבנים פין יהדות החרדית קעגן א מורה הוראה.

ברענגט נישט קיין ראיה פין בעלזא, בעלזא איז אנדערש מכמה סיבות, געוועהן יונג און א מחוצף בגלוי און גארנישט פארקויפט. איך זאג נישט אז עס איז גערעכט געוועהן וכו', דא רעדט מען פין א מורה הוראה וואס האט געזאגט אז די עקסטערע זאכן וואס מען טוט איז נישט דער עיקר אידישקייט, און די אלע אונטער געשריבענע רבנים האלטען אויך אזוי. און אפילו זיינע כלומרשטע קולות האלטען אלע רבנים די זעלבע, עס באדערט זיי נאר אז ער זאגט עס אין שיעורים באופן פומבי, און מיט א שטיקעל גלייך גילטיקייט, און מצורף צו דעם זיינע חידושים אין הלכות עונה וואס דער יהדות החרדית איז צוביסלעך פארגער'ט און תולדות אהרן געווארן, האט געברענגט דער קול קורא.

א קול קורא אויף א מורה הוראה איז נאך קיינמאל נישט געוועהן.

הדסים » דינסטאג יאנואר 14, 2020 10:16 am

· #441460
אישתישבי
איך שיהיה איז דער קול קורא היסטאריש, וויפיל מען זאל פראבירן צו זאגן אז עס איז אמאהל געוועהן, איז עס נישט אמת.

איך וואלט געזאגט אז די עיקר היסטארישקייט פון די קול קורא איז די בעקלעש. אפילו מענטשן וואס רעדן זיך געווענליך נישט אפ אויף די רבנים, האב איך יעצט געזען רעדן.

real fake news » דינסטאג יאנואר 14, 2020 10:50 am

· #441462
נו נו היינו הך, די בעקלעש איז געקומען ווייל די רבנים זענען אריבער די ליניע

והאיש משה » דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:15 pm

· #441467
אישתישבי
א קול קורא אויף א מורה הוראה איז נאך קיינמאל נישט געוועהן.

און א קול קורא קעגן רבנים זיכער נישט, ס'איז ממש היסטאריע! אויפ'ן גאס אריבער 1000 חתימות דרך ארץ'דיג געשריבן, בכלל נישט ווילד, ס'איז ממש פלאי פלאים! משיח צייטן...

אישתישבי » דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:34 pm

· #441468
הגם עס איז טאקע דער ערשטע מאל וואס טויזענט אידן האבן אונטערגעשריבן א בקשה צו רבנים, איז נישט קיין ראי'אז אמאהל וואלטן אידן נישט געטוהן דאס זעלבע. עס איז נישט געווען קיין אינטערנעט זאל דאס ערמעגליכן.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יאנואר 14, 2020 1:00 pm

· #441469
אישתישבי
שטיר אפפאל, איז דאס אריגינעל אידיש?

איך האב געפאלגט @קטלא קניא און געזוכט אין קאוועשטיבעל. דא וועט איהר טרעפן די רעזולטאטן.

והאיש משה » דינסטאג יאנואר 14, 2020 6:13 pm

· #441479
אישתישבי
הגם עס איז טאקע דער ערשטע מאל וואס טויזענט אידן האבן אונטערגעשריבן א בקשה צו רבנים, איז נישט קיין ראי'אז אמאהל וואלטן אידן נישט געטוהן דאס זעלבע. עס איז נישט געווען קיין אינטערנעט זאל דאס ערמעגליכן.

אמת איך זאג נישט וואס דער סיבה דערצו איז, און אדרבה אויב וויל מען באדאנקען און גיבן קרעדיט פאר די אינטערנעט פארדעם כה לחי, למעשה איז עס היסטאריע.

ועוד ס'קען גאר זיין אז די סיבה פארוואס די רבנים זיינען לעצטנ'ס אזוי צולאזט אז יעדע זאך מוז קומען מיט א קול קורא איז אויך א דאנק אינטערנעט, א' ווייל קרבתנו וכו' איז אלעס אדאנק אינטערנעט און פארשריט, ב' זיי בוזשעווען ווייל אינטערנעט איז זיי אמת'ע שונא און סכנה כו' און פארגעס נישט דאס איז א וואפען וואס זיי קענען נישט נוצן! ממילא שיסט מען קול קורא'ס, דער עיקר מ'דארף געדענקען ס'געשעט יעצט זאכן וואס זיינען נאך נישט געשעהן און למעשה מאכט דאס היסטאריע!

איש את רעהו » דינסטאג יאנואר 14, 2020 11:43 pm

· #441503
אנדערע ארומיגע פון רבנים, און חשובע מורי הוראה זאגן אנדערש
זיי זאגן עס איז יא געווען רעקארדירונגען און גביית עדות אויף וואס מען האט געמיזט ארויסטרעטן פערזענליך און עס פארדאמען.

אישתישבי » מיטוואך יאנואר 15, 2020 8:25 am

· #441512
ווער האט געזאגט פאר וועמען? וועלכע געוויסע רעקארדינגען? רעקארדינגען אז וואס? מען דארף זיין אדער א טיפש אדער א שקרן דאס צו זאגן.

אוהב ספרים » מיטוואך יאנואר 15, 2020 8:51 am

· #441513
יעדער בן בלי שם קען ארויף קומען דא און אויף טוויטער וכדומה און זאגען ער האט גערעדט מיט דעם דיין און א זוהן פון יענעם רב, און א אייניקל פון דעם אנדערע ראש ישיבה, און ער האט זיי געדרוקט צו די וואנט וכו', אלטס איז HOGWASH, בעלאוניס

שלינגטס אראפ דעם פאקט, די רבנים האבן דן געווען און יצא לדעתם לאיסור און האבן געשריבען א שארפן קו"ק, וואס איז נישט לטעמם פון יושבי הקאווע שטיבל הדין, נו נו, עס מוז נישט אלעס געפעלן פאר יעדען איינעם,

יעדער ווייסט אז די קו"ק איז אמת ויציב, יעדער רב האט געחתמ'ט אויף דעם נוסח וכו', איי איך האב דאך א פראבלעם, איך וויל דאך ווייטער הערן די דברי חשק וכו', קומט יעדער אויף מיט אנדערע המצאות, דאס האט מען נישט געמיינט, איך האב געחתמעט אויף גאר א אנדערע נוסח, מען האט דאס נישט געדארפט מפרסם זיין נאר א עסקן האט דאס מפרסם געווען פרי צייטיג, איך האב מיר סומך געווען אויף ג' און ג' האט זיך סומך געווען אויף ד', וכו 'וכו', דער עיקר איז אז עבדא בהפקירא ניחא להו -

אבער ב"ה אשר לא השבית לנו גואל, מען זעהט אז אפילו יושבי ק"ק הדין האב נאך אין זיך דעם ניצוץ קדוש, עס באדערט זיי באמת גוט דעם קו"ק ומכתב הרבנים, אנדערש וואלט מען נישט געדארפט יעדען טאג אויף קומען מיט נייע דמיונות והמצאות

פארווע חסיד » מיטוואך יאנואר 15, 2020 8:57 am

· #441514
אויך מיר גביית עדות ,,,, עדות אויף וואס ???? איינער זאגט מיר אז די איסורי כרותות איז ווייל ער פלעגט אויספאסטען יו"כ בעפארן ר"ת דאס איז די איינציגסטע זאך וואס לייגט זיך מיר אויפען שכל

טראכטכמוני » מיטוואך יאנואר 15, 2020 9:00 am

· #441515
אישתישבי
ווער האט געזאגט פאר וועמען? וועלכע געוויסע רעקארדינגען? רעקארדינגען אז וואס? מען דארף זיין אדער א טיפש אדער א שקרן דאס צו זאגן.

איך וויס בידוע עס זענען געווען רעקארדינגען מ׳דארף זיין א טיפש אדער א שקרן צו זאגן אויף זיכער אז נישט ווען מ׳ווייסט נישט.
(אגב, איך גיי נישט אריין דא די רעקארדינג איז מצדיק דעם איסור אדער איז אפילו געבויט נאר אויף דעם)

טראכטכמוני » מיטוואך יאנואר 15, 2020 9:06 am

· #441516
אוהב ספרים
יעדער בן בלי שם קען ארויף קומען דא און אויף טוויטער וכדומה און זאגען ער האט גערעדט מיט דעם דיין און א זוהן פון יענעם רב, און א אייניקל פון דעם אנדערע ראש ישיבה, און ער האט זיי געדרוקט צו די וואנט וכו', אלטס איז HOGWASH, בעלאוניס

שלינגטס אראפ דעם פאקט, די רבנים האבן דן געווען און יצא לדעתם לאיסור און האבן געשריבען א שארפן קו"ק, וואס איז נישט לטעמם פון יושבי הקאווע שטיבל הדין, נו נו, עס מוז נישט אלעס געפעלן פאר יעדען איינעם,

יעדער ווייסט אז די קו"ק איז אמת ויציב, יעדער רב האט געחתמ'ט אויף דעם נוסח וכו', איי איך האב דאך א פראבלעם, איך וויל דאך ווייטער הערן די דברי חשק וכו', קומט יעדער אויף מיט אנדערע המצאות, דאס האט מען נישט געמיינט, איך האב געחתמעט אויף גאר א אנדערע נוסח, מען האט דאס נישט געדארפט מפרסם זיין נאר א עסקן האט דאס מפרסם געווען פרי צייטיג, איך האב מיר סומך געווען אויף ג' און ג' האט זיך סומך געווען אויף ד', וכו 'וכו', דער עיקר איז אז עבדא בהפקירא ניחא להו -

אבער ב"ה אשר לא השבית לנו גואל, מען זעהט אז אפילו יושבי ק"ק הדין האב נאך אין זיך דעם ניצוץ קדוש, עס באדערט זיי באמת גוט דעם קו"ק ומכתב הרבנים, אנדערש וואלט מען נישט געדארפט יעדען טאג אויף קומען מיט נייע דמיונות והמצאות

וואס האקסטו א טשייניק, געפעלט דיך נישט וואס יענער זאגט? ווענד אים אפ, גלייבסט נישט וואס ער זאגט אבער קענסט נישט אפווענדן? וויש דיך אפ דעם סקרין און גיי ווייטער.
דיין שרייען דמיונות איז גארנישט קיין בעסערע דמיונות ווי זייער דמיונות.

אוהב ספרים » מיטוואך יאנואר 15, 2020 9:18 am

· #441517
טראכטכמוני

תיובתא טראכמוני תיובתא

טראכטכמוני » מיטוואך יאנואר 15, 2020 10:19 am

· #441520

אדרבה איך האלט נישט אז מ׳קען אפווענדן מיט דמיונות, דו האלטסט דאך אז יא אויב אזוי ווערסטו אפגעוואנדן פון מיינע דמיונות אויך.

chosen people » מיטוואך יאנואר 15, 2020 10:57 am

· #441521
אוהב ספרים
יעדער בן בלי שם קען ארויף קומען דא און אויף טוויטער וכדומה און זאגען ער האט גערעדט מיט דעם דיין און א זוהן פון יענעם רב, און א אייניקל פון דעם אנדערע ראש ישיבה, און ער האט זיי געדרוקט צו די וואנט וכו', אלטס איז HOGWASH, בעלאוניס

שלינגטס אראפ דעם פאקט, די רבנים האבן דן געווען און יצא לדעתם לאיסור און האבן געשריבען א שארפן קו"ק, וואס איז נישט לטעמם פון יושבי הקאווע שטיבל הדין, נו נו, עס מוז נישט אלעס געפעלן פאר יעדען איינעם,

יעדער ווייסט אז די קו"ק איז אמת ויציב, יעדער רב האט געחתמ'ט אויף דעם נוסח וכו', איי איך האב דאך א פראבלעם, איך וויל דאך ווייטער הערן די דברי חשק וכו', קומט יעדער אויף מיט אנדערע המצאות, דאס האט מען נישט געמיינט, איך האב געחתמעט אויף גאר א אנדערע נוסח, מען האט דאס נישט געדארפט מפרסם זיין נאר א עסקן האט דאס מפרסם געווען פרי צייטיג, איך האב מיר סומך געווען אויף ג' און ג' האט זיך סומך געווען אויף ד', וכו 'וכו', דער עיקר איז אז עבדא בהפקירא ניחא להו -

אבער ב"ה אשר לא השבית לנו גואל, מען זעהט אז אפילו יושבי ק"ק הדין האב נאך אין זיך דעם ניצוץ קדוש, עס באדערט זיי באמת גוט דעם קו"ק ומכתב הרבנים, אנדערש וואלט מען נישט געדארפט יעדען טאג אויף קומען מיט נייע דמיונות והמצאות

ביזדערווייל קען איך נישט קיין איין רב וואס האט אונטערגעשריבן וואס האט גערעדט מיט ר' שמואל אליינס, אויב אזוי איז די קול קורא א שטיק רכילות, און אויב עס איז אמת אז זיי האבן טאקע אינטערגעשריבן און עס איז נישט פאלשע חתימות. דעמאלטס זענען זיי א חלק פון די נימנו לדבר עבירה.

פארווע חסיד » מיטוואך יאנואר 15, 2020 11:52 am

· #441525
די קענסט אבער יא איינעם וואס האט אינטערגעשריבען אין נישט גערעדט מיט אים ?????

שבת אחים » מיטוואך יאנואר 15, 2020 12:46 pm

· #441527
אוהב ספרים
יעדער בן בלי שם קען ארויף קומען דא און אויף טוויטער וכדומה און זאגען ער האט גערעדט מיט דעם דיין און א זוהן פון יענעם רב, און א אייניקל פון דעם אנדערע ראש ישיבה, און ער האט זיי געדרוקט צו די וואנט וכו', אלטס איז HOGWASH, בעלאוניס

שלינגטס אראפ דעם פאקט, די רבנים האבן דן געווען און יצא לדעתם לאיסור און האבן געשריבען א שארפן קו"ק, וואס איז נישט לטעמם פון יושבי הקאווע שטיבל הדין, נו נו, עס מוז נישט אלעס געפעלן פאר יעדען איינעם,

יעדער ווייסט אז די קו"ק איז אמת ויציב, יעדער רב האט געחתמ'ט אויף דעם נוסח וכו', איי איך האב דאך א פראבלעם, איך וויל דאך ווייטער הערן די דברי חשק וכו', קומט יעדער אויף מיט אנדערע המצאות, דאס האט מען נישט געמיינט, איך האב געחתמעט אויף גאר א אנדערע נוסח, מען האט דאס נישט געדארפט מפרסם זיין נאר א עסקן האט דאס מפרסם געווען פרי צייטיג, איך האב מיר סומך געווען אויף ג' און ג' האט זיך סומך געווען אויף ד', וכו 'וכו', דער עיקר איז אז עבדא בהפקירא ניחא להו -

אבער ב"ה אשר לא השבית לנו גואל, מען זעהט אז אפילו יושבי ק"ק הדין האב נאך אין זיך דעם ניצוץ קדוש, עס באדערט זיי באמת גוט דעם קו"ק ומכתב הרבנים, אנדערש וואלט מען נישט געדארפט יעדען טאג אויף קומען מיט נייע דמיונות והמצאות

יא עס באדערט אונז אז אפאר רבנים סיקריקים האלטן אז די תורה באלאנגט פאר זיי... און נאר זיי- די וואס שרייבן אינטער קו״ק ווי איך טויש זאקן. האבן גענומען די חוצפה פון אינטערייסן א ת״ח וואס האלט א טראפקעלע אנדערש ווי זיי.

סאיז א גרויסע חוצפה און א עזות פון די רבנים! סאיז נישט געהערט געווארן אזא זאך דערווייל דאכצעך...

און איך זעה נאכנישט וואס זיי האבן אויפגעטוהן. יעדער וואס האט געהאלטן פון ר׳ שמואל ניימאן פאר דעם וועט ווייטער האלטן פון אים. די רבנים האבן זיך ביליג געמאכט...

האלטס אנדערש פון אים? פיין, מ׳קען זיך מתווכח זיין אויף א ציוויליזירטע וועג וויאזוי מ׳האט געטוהן די לעצטע צוויי טויזנט יאהר, איינער האט געהאלטן אז די תורה זאגט דעס און א צווייטער האט געהאלטן די תורה זאגט עפעס אנדערש. אבער אראפרייסן יענעם ווייל ער האט א אנדערע פשט ווי דיר?

בכלל זייער ווייניג מענטשען מיט אפענע מוחות קוקן ארויף אויף רוב פון די רבנים וואס האבן אינטערגעשריבן...

ווער האט שוין אינטערגעשריבן דארט? הארפענס? באב״ד? איך געדענק נאך יוסי באב״ד ווען די נאז האט אים גערינען ביי שאלישידיס... מקען מיינען אז ער איז דער פוסק הדור? און ווער פונקטליך איז ר׳ מעכל שטיינמעץ... מוראדיג!

שמואלי ניימאן קען זיך נאך פארמעסטן מיט די גרויסע חכמים ווי יוסי באב״ד, מעכל שטיינמעץ, יחיאל שטיינמעץ, וויינבערגער, און הארפענס.
ער איז אסאך קלוגער און נארמאלער ווי די רבנים...

פארווע חסיד » מיטוואך יאנואר 15, 2020 1:14 pm

· #441528
די זאגסט אז עס קומט נישט קיין ק"ק אדער מען דארף קלארער ארויסשרייבען זיין זינד , פיין , אבער די שרייסט אז ער איז כשר גירעכט קוקט אויס די ווייסט וואס עס איז פארגעגאנגען , אדרבא פארצייל פליז

שבת אחים » מיטוואך יאנואר 15, 2020 1:39 pm

· #441529
פארווע חסיד
די זאגסט אז עס קומט נישט קיין ק"ק אדער מען דארף קלארער ארויסשרייבען זיין זינד , פיין , אבער די שרייסט אז ער איז כשר גירעכט קוקט אויס די ווייסט וואס עס איז פארגעגאנגען , אדרבא פארצייל פליז

איך ווייס נישט מעהר ווי דיר. סאיז פשוט ווייל ער איז מעהר אויפגעקלערט און ליבעראל. און די פארפרומטע רבנים ווייסן נישט וויאזוי אראפצושלינגען אז איינער האלט אנדערש ווי זייערע פשטים אין די תורה... א מין חוצפה פון דעם שמואלי ניימאן צו פסקנן אנדערש ווי דער רשכבה״ג פון די מילך-קעסטלעך והגלילות....

איך זעה נישט קיין שום גוטע סיבה פון ארויסקומען מיט אזעלכע קו״ק אויסער אז אפאר רבנים האלטן אז גאטס-ווארט ליגט ביי זיי אין בוזעם טאש.... און נאר זיי האבן געלערנט די תורה. משא״כ שמואלי ניימאן איז דאך א מעקעניק וואס פיקסט וואש מאשינס...

קוקטס נאך פערצן בלעטער אין די אשכול און קיינער קומט נישט אריין קלאר ״על מה יצא הקצף״. די אלע וואס פרובירן צו פארענטפערן די חותמים קענען נאך אלץ נישט אפירקראצן אפאר גיטע טאלקינג פוינטס און ארגיומענטס לטובת די איסור.

יאסל ראקאווער » מיטוואך יאנואר 15, 2020 2:31 pm

· #441533
ס'איז מבהיל על הרעיון אז ס'איז דא ערוואקסענע אידן וואס האלטען אז ר' ניימאן פארקויפט דברי חשק וואס איז מושך את הלב און פראסטע אינגען (עבדא בהפקירא) זיכען עס צו הערן און אז די קול קורא באדערט זיי וועגען דאס. עפעס א שרעקליכע קליינקעפיקייט.

"יעדער ווייסט אז די קו"ק איז אמת ויציב, יעדער רב האט געחתמ'ט אויף דעם נוסח וכו', איי איך האב דאך א פראבלעם, איך וויל דאך ווייטער הערן די דברי חשק וכו', קומט יעדער אויף מיט אנדערע המצאות, דאס האט מען נישט געמיינט, איך האב געחתמעט אויף גאר א אנדערע נוסח, מען האט דאס נישט געדארפט מפרסם זיין נאר א עסקן האט דאס מפרסם געווען פרי צייטיג, איך האב מיר סומך געווען אויף ג' און ג' האט זיך סומך געווען אויף ד', וכו 'וכו', דער עיקר איז אז עבדא בהפקירא ניחא להו -"

ליב צו וויסן » מיטוואך יאנואר 15, 2020 2:43 pm

· #441535
פארווע חסיד
די זאגסט אז עס קומט נישט קיין ק"ק אדער מען דארף קלארער ארויסשרייבען זיין זינד , פיין , אבער די שרייסט אז ער איז כשר גירעכט קוקט אויס די ווייסט וואס עס איז פארגעגאנגען , אדרבא פארצייל פליז

וואס פארט מין ארגומענט איז דאס...
איך דארף אויפקומען פארוואס ער איז נישט קיין פראבלעם ? How about די וואס לאזן ארויס א שמוץ אויף איינעם זאלן פארציילן וואס איז "יא" די פראבלעם

שבת אחים » מיטוואך יאנואר 15, 2020 2:51 pm

· #441536
יאסל ראקאווער
ס'איז מבהיל על הרעיון אז ס'איז דא ערוואקסענע אידן וואס האלטען אז ר' ניימאן פארקויפט דברי חשק וואס איז מושך את הלב און פראסטע אינגען (עבדא בהפקירא) זיכען עס צו הערן און אז די קול קורא באדערט זיי וועגען דאס. עפעס א שרעקליכע קליינקעפיקייט.

"יעדער ווייסט אז די קו"ק איז אמת ויציב, יעדער רב האט געחתמ'ט אויף דעם נוסח וכו', איי איך האב דאך א פראבלעם, איך וויל דאך ווייטער הערן די דברי חשק וכו', קומט יעדער אויף מיט אנדערע המצאות, דאס האט מען נישט געמיינט, איך האב געחתמעט אויף גאר א אנדערע נוסח, מען האט דאס נישט געדארפט מפרסם זיין נאר א עסקן האט דאס מפרסם געווען פרי צייטיג, איך האב מיר סומך געווען אויף ג' און ג' האט זיך סומך געווען אויף ד', וכו 'וכו', דער עיקר איז אז עבדא בהפקירא ניחא להו -"

כפארשטיי נישט פונקטליך וואס דו רעדסט. אפשר זאל איך יא ליינען צווישן די שורות (נישט ווי דו שרייבסט אין דיין חתימה) ווייל פון דיינע שורות אליינס פארשטיי איך נישט וואס דו רעדסט!

הפקירא שמירא מיין מאמע...

יעדער ווייסט גאנץ גוט אז אלע רבנים האבן אינטערגעשריבן אז מ׳זאל ח״ו נישט פארן קיין מיאמי ביעטש. איי איך האב דאך א פראבלעם, איך וויל דאך פארן ווייטער אין א ווארימע שטאט זיך אפרוהן וואו עס איז דא הונדרעטער כשרע רעסטעראנט׳ס, שוהלן, מקוואות, און אידן פון אלע שיכטן און קרייזן. אלזא טוהן טאקע ווייטער פארן קיין מיאמי טויזנטער היימישע אידן אין די מאסן און מארשירן צום “טריפנעם ביעטש” על אפם ועל חמתם פון די מילך-קעסטלעך רבנים...

פארווע חסיד » מיטוואך יאנואר 15, 2020 3:01 pm

· #441539
ליב צו וויסן
פארווע חסיד
די זאגסט אז עס קומט נישט קיין ק"ק אדער מען דארף קלארער ארויסשרייבען זיין זינד , פיין , אבער די שרייסט אז ער איז כשר גירעכט קוקט אויס די ווייסט וואס עס איז פארגעגאנגען , אדרבא פארצייל פליז

וואס פארט מין ארגומענט איז דאס...
איך דארף אויפקומען פארוואס ער איז נישט קיין פראבלעם ? How about די וואס לאזן ארויס א שמוץ אויף איינעם זאלן פארציילן וואס איז "יא" די פראבלעם

אוודאי אזוי אבער דאס אז זיי האבען נישט אזוי גאטאן מאכט אים נאכנישט כשר גירעכט

ישי שטיינמעץ » מיטוואך יאנואר 15, 2020 3:27 pm

· #441546
אפדעיט,

ר' יוחנן וואזנער האט אנגעריפען ר' שמואל ניימן איבערבעטען (פאריגע וואך ערב שבת פאר'ן זמן ), אבער ער וויל נישט ארויסקומען מיט א צעטעל אז ער האט חרטה דערויף.... ער זאגט קודם זאל יוסף ישראל (אייזענבערגר דיין סקווירא) צוריקציען...., און אנדערע ווערטער ר' יוחנן האט מורא אז ער גייט חאפען פראסקעס פון די סקווירא רעזשים טאמער קומט ער ארויס מיט א אפיציעלע צעטעל,

ר' שלום פאללאק האט לויט ווי כ'הער פון א באגלייבטע מקור אויך אנגעריפען איבערבעטען, כ'מיין ער טענה'ט אז ער האט קיינמאל נישט מסכים געווען מען זאל ניצען זיין נאמען אויף אזא וועג, אבער פון וויפעל איך ווייס איז ער אויך נישט ארויסגעקומען מיט א בריוו צי צוריקציען ברבים,

כ'מיין אז קאמען סענס איז אז איבערבעטען אן טרייען צו פיקסען די שאדען איז ווערד א רעטעך !!!! וואס פארא סארט איבערבעטען איז דאס ???? ליצנות !!!

איינער זאגט מיר היינט אז ר' יוסף מאיר קענטאר האט היינט געחתמעט אויף א בריוו אז ער ציהט צוריק !!!! (ברויך מען זעהן צו שאפען דעי בריוו און עס דא ארויפלייגען)

כ'האב געהערט פון א פאר מענטשען אז לויט ווי ס'קוקט אויס שטייט טווערסקי פון סקווירא אונטער די גאנצע קול קורא, יענער טענה'ט אז דאס איז די סיבה פארוואס ר' יוחנן וואזנער האט געלאזט ניצען זיין נאמען, ווייל ס'געקומען פרעשור פון טווערסקי,

דאס איז די זעלבע טווערסקי וואס שיקט משפיעים זאגען פאר יונגעלייט אז חיבוק ונישוק שלא בשעת מצוה ברענג אלע צרות......(....sick) (נישט קיין וויץ, אזוי טוט ער ! ) ממילא איז גרינג צו פארשטיין פארוואס ער זאל זיין ברוגז אויף ר' שמואל ניימאן,

לויט ווי כ'הער פון איינעם וואס קען סקווירא, אז דארט אין סקווער שמועסט מען געהעריג אז "סקווירא" שטייט אונטער דעי קול קורא,
טאמער ס'איז טאקע אזוי, דאן קוקט אויס אז דער טווערסקי האלט אז נישט נאר ער האט זיך געגעבען די רעכט צו איינטיילען פאר מונסי איינוואוינער ווי זיי מעגען וואוינען, נאר ער געבט זיך אויך די רעכט צו איינטיילען וועלכע רבנים צו ניצען..... ס'איז א ערענסטע חוצפה !!!!

דער טווערקי מיט זיינע נאכשלעפער האבען שוין לאנג א מערכה קעגען ר' שמואל ניימן, זייערע רבנים רעדען שוין לאנג קעגען אים בכל עת מצוא,
ווי כ'הער האט דער דירנפלד מיט זיין גענג גווארענט ר' שמואל ניימאן אז ער מוז אויפהערען מיט זיינע שעורים פאר חתנים ! אין טאמער נישט קומט ארויס חתימות קעגען אים אויף אלע גאסען,
ר' שמואל האט זיך אויסגעלאכט פון זיי, אזוי ווי ער האט טאקע געדארפט טאהן, אין דעי גענג האט מקיים פסק געווען,

נאר זיי האבען זיך פאררעכענט !!! זיי האבען זיך נישט גערעכענט אויף אזא בעקלעש,
יעצט דארף מען עקספאוזען פינקטליך ווער ס'שטייט אונטער די גאנצע זאך,

ווי עס קוקט אויס איז עס טווערסקי פון סקווירא מיט זיין שמש דירנפעלד !!! און דירנפלד איז ארום געגאנגען אנרייצען אנדערע ווי יצחק שטערן פון סאטמאר אין אזוי ווייטער,

ה' יצילנו מהם ומהמונם !!!
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9