☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » זיך איינלערנען וויאזוי צו שרייבן אדאנק ק"ש

זיך איינלערנען וויאזוי צו שרייבן אדאנק ק"ש

41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13428

לאשיצער » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 7:39 pm

· #438082
זיך איינלערנען וויאזוי צו שרייבן אדאנק ק"ש
חשוב'ע חברים,
כאטשיג איך בין נישט קיין חסידישער איד פרוביר איך (אלס אן אקאדעמיקער) צו פארשטיין די חסידישע געזעלשאפט און (אלס לינגוויסט) בעסער צו פארשטיין די אידישע שפראך ווי זי ווערט היינט גענוצט אין דעם חסידישן ציבור. וויל איך אייך פרעגן: וויפל פון אייך שפירן אז קאווע שטיבל האט געשפילט א ראלע אין דעם וואס איר שרייבט היינט אידיש, אדער אין דעם וואס איר קענט בעסער די כללים פון אידישער גראמאטיק און אויסלייג? אויב קענט איר מיר געבן א קאנקרעטן משל פון א גראמאטישן כלל אדער פרינציפ אדער אויסלייג-ענין וואס איר קענט היינט בעסער אדאנק אייער שרייבן/ליינען תגובות אויף ק"ש וואלט איך געווען זייער דאנקבאר צו הערן פון אייך. ש'כוח!

געפילטע פיש » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 9:13 pm

· #438096
א גוטן הרב לאשיצער. איך שרייב שוין כמעט נישט דא, אבער איינער האט מיר צוגעשיקט דעם לינק, האב איך מחליט געווען צו ענטפערן. מיר האט קאווע שטיבל נישט נאר אויסגעלערנט שרייבן יידיש, ספעלן, גראמאטיק, נאר די גאנצע היברו קיבאורד האב איך נישט געקאנט בעפאר כ'בין אהער אנגעקומען. דא האב איך מיך אויסגעלערנט וויאזוי צו ספעלן יידיש, טאקע די און\אין חילוק, און נאך אסאך וואס איך געדענק אליינס נישט. גיי צוריק צו מיינע ערשטע תגובות אין 2012 וועסטו זען אז כ'האב געספעלט ווי א באבע. (באבעס, נעמט עס נישט פערזענליך, איר שרייבט זייער גוט, ס'איז נאר אזא אויסווארט. כבודכן במקומן מונחת.)

כ'האב פונקט געשמיעסט מיט חבירים פאריגע וואך וועגן דעם עדיוקעישען YAFFED סומאטוכע, האב איך געזאגט אז נישט נאר לערענט מען נישט אויס ענגליש, נאר ניטאמאל תורה, יידישקייט, און די יידישע שפראך לערענט מען אויס. פון מיין כיתה אין ישיבה קען איך נישט ציילן דריי וואס קענען שרייבן א סענטענס (זאץ?) גראמאטיש אויסגעהאלטן אין עני שפראך. נישט יידיש, נישט ענגליש, נישט לשון קודש.

אויב איך מעג פרעגן, פארוואס פרעגט איר די שאלה?

לאשיצער » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 9:34 pm

· #438099
געפילטע פיש
אויב איך מעג פרעגן, פארוואס פרעגט איר די שאלה?

איך ארבעט יעצט אויף א לינגוויסטישן ארטיקל איבער דער שפראך פון ק"ש. איך האב אויסגעפארשט א קליינעם פרט פון אידישן ווערטער-סדר (וואס איך קען אייך שפעטער אויסזאגן) און באמערקט, דורך א סטאטיסטישן אנאליז, אז וואס לענגער מ'שרייבט אויף ק"ש אלץ מער ניצט מען א קאנסערוואטיווע (אייראפעיש-אידישע) גראמאטישע פארמע. איך וועל גערן שטעלן א לינק אדער PDF ווען דער ארטיקל וועט זיין פארטיק. דערווייל זוך איך עווידענץ אז ק"ש איז א פלאץ וואו נארמעס פון שרייבן אידיש פארשפרייטן זיך צווישן שרייבער, באוואוסטזיניג צי אונטערבאוואוסטזיניג. צי מעג איך, מיין אייער רשות @געפילטע פיש, ציטירן פון אייער תגובה אין מיין ארטיקל?

שצם_חנכל » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 10:50 pm

· #438105
אויב כ׳מעג פרעגן, וואס מיינסטו ״אלץ מער נוצט מען א קאנסערוואטיווע (אייראפעיש-אידישע) גראמאטישע פארמע״, כלומר, וואס זענען די אינגער שרייבער קודם און וואס איז זייער עוועלוציע לויט דעם אנאליז?

אויכעט, איז די זעלבע אנאליז גילטיג אויף אונזער שוועסטער סייט אייוועלט?

mevakesh » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 10:53 pm

· #438106
עס איז מיר שווער צו געבן אן קאנקרעטע ביישפיל אבער דאס ערשטע מאל וואס איך האב מיר געדארפט ספראווען מיט שרייבן א פאראגראף אויף יידיש איז געווען אויף קאווע שטיבעל

אגב אויב זיכט איהר אפצושאצן יידיש ביים חסידישן ציבור איז לכאורה אייוועלט מער געאייגענט פאר דעם ווייל עס רעפרעזענטירט די ברייטערע ציבור נישט נאר איין סארט אזוי ווי אויף קאווע שטיבעל

ביבער » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 11:24 pm

· #438107
mevakesh

אגב אויב זיכט איהר אפצושאצן יידיש ביים חסידישן ציבור איז לכאורה אייוועלט מער געאייגענט פאר דעם ווייל עס רעפרעזענטירט די ברייטערע ציבור נישט נאר איין סארט אזוי ווי אויף קאווע שטיבעל

אויב דו מיינסט דייווערסיטי איז ק"ש די ברייטערע און אייוועלט פון איין סארט.

ביבער » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 11:27 pm

· #438108
לאשיצער
חשוב'ע חברים,
כאטשיג איך בין נישט קיין חסידישער איד פרוביר איך (אלס אן אקאדעמיקער) צו פארשטיין די חסידישע געזעלשאפט און (אלס לינגוויסט) בעסער צו פארשטיין די אידישע שפראך ווי זי ווערט היינט גענוצט אין דעם חסידישן ציבור. וויל איך אייך פרעגן: וויפל פון אייך שפירן אז קאווע שטיבל האט געשפילט א ראלע אין דעם וואס איר שרייבט היינט אידיש, אדער אין דעם וואס איר קענט בעסער די כללים פון אידישער גראמאטיק און אויסלייג? אויב קענט איר מיר געבן א קאנקרעטן משל פון א גראמאטישן כלל אדער פרינציפ אדער אויסלייג-ענין וואס איר קענט היינט בעסער אדאנק אייער שרייבן/ליינען תגובות אויף ק"ש וואלט איך געווען זייער דאנקבאר צו הערן פון אייך. ש'כוח!

אין חסידיש אידיש זאגט מען אויסלערנען

כוכב » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 11:38 pm

· #438112
כ'ווייס אפילו נישט ווי אנצוהויבן ענטפערן די פראגע און וואס די ערפארונג אויף קאווע שטיבל באדייט, נישט בלויז איבער שרייבן נאר פשוט איבער די וועלט אויסקוק אין ידיעה און מושג אין סיי וועלכע טעמע. זאגן אז דאס פלאץ שארפט אויס גראמאטיש און שפראך איז א פרט, מיך האט עס פשוט געגעבן צו באקענען מיט א וועלט פון טערמינען, מושגים, יסודות, היסטארישע פאקטן, אלערליי ידיעות, ממש א וועלט.
איך געדענק נאך ווי היינט דאס ערשטע מאל כ'האב געזען דאס ווארט אנעקדאט, און א שמועס איבער אן אנעקדאטישע ראי' און כ'האב פשוט נישט פארשטאנען קיין ווארט, ביז כ'האב באקומען אן אנונג אין די מינדעסטע לאגיק און וויאזוי א געזעצטע שמועס דארף גיין און וואס מיינט אן ארגומענט און וואס נישט.
כ'וואלט נישט מגזם געווען אז מיין ערפארונג אויף קאווע שטיבל איז געווען כמעט ווי נאכאמאל געבוירן ווערן, אפגערעדט ווען ס'קומט צו שפראך איז עס געווען דאס ערשטע מאל וואס כ'האב געקענט נעמען די פעדער אין דער האנט אריין און שרייבן א זאץ אויף א זאץ און אייגנטליך זיך באנוצן מיט מיין שרייבערישן טאלאנט.
ס'איז שרעקעדיג ווען איך טראכט אריין אין דער נקודה ווי אלס בחור אדער קינד האב איך נישט געהאט די מינדעסטע געלעגנהייט צו שרייבן אף פאראגראף אחד זיכער נישט אין דער עפנטליכקייט להנות בהם בני אדם.

אישתישבי » מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 12:04 am

· #438120
ווי אנדערע ברענגען ארויס דא, איז א גרויסע עולם פין חסידישע אידן, זענען נישט געוואוינט צו שרייבן בכלל, ווייל מען האט מיט זיי נישט צופיל געלערנט שרייבען, נאר ליינען, ממילא האבן זיי א שווערע צייט צו קענען זיך ארויסברענגען ביים שרייבן.

אין בין זיכער אז אסאך שרייבערס דא געדענקען זייערע ערשטער תגובות ווי שווער עס איז אנגעקומן.

אבער דער לאשיצער זוכט לכאורה נישט דאס, ער האלט עפעס אז אפילו איינער וואס קען שוין שרייבן, טאמער ווערט ער א שרייבער דא, טוישט זיך זיין מהלך הכתיבה. און אויף דעם איז מיין תשובה, אויסדריקליך נישט, מיין מהלך איז געבליבן די זעלבע לאורך פין אלע מיינע ניקס דא.

בת קול » מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 12:18 am

· #438122
אישתישבי

גראדע ליינט זיך דיין ערשטע תגובה היבש קינדעריש, און האט פילע עקסקלעמעישאן מארקס.
איך ווייס נישט אויב איר זענט פשוט עלטער געווארן, אדער אויב דאס האט מיט קאווע שטיבל.

אישתישבי » מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 8:20 am

· #438134
אבי גערעדט.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 8:42 am

· #438135
איך האב זיכער גע'ענדערט מיין וועג פון שרייבען. ביז קאוועשטיבעל האב איך נישט געליינט כמעט קיין אידיש, אחוץ אין אלטע ביכער, און דאס אויך נאר אביסל. ממילא איז מיין אויסלייג געווען מער פארצייטיש. איך האב אויך פיהל געשריבען דעמאלס אין א וועג וואס איז קענטיג אז איך טייטש איבער אין קאפ פון לשוה"ק אדער ענגליש. געוויסע האבען מיר מעורר געווען אויף געוויסע גרייזען וואס איז געווארען ביי מיר איינגעבאקען, און די זאכען האבען זיך געטוישט.

טאמער דו ביסט שוין דא, @לאשיצער, וואלט איך זייער געוואלט א ווערטער בוך פאר פארצייטישער אידיש. איך ליין געוויסע ביכער, און זיי האבען דארט ווערטער וואס מ'נוצט נישט היינט בכלל, מאנכע קומען פון פויליש אדער רוסיש, און מאנכע האבען א פארגרייזטע אויסלייג און עס איז זייער שווער געוואויר צו ווערן וואס זיי מיינען. טאמער מ'וואלט גע'עפענט אן אשכול דערוועגן, וואלסטו דארט רעאגירט?

קורקלענד » מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 9:26 am

· #438136
אישתישבי
ווי אנדערע ברענגען ארויס דא, איז א גרויסע עולם פין חסידישע אידן, זענען נישט געוואוינט צו שרייבן בכלל, ווייל מען האט מיט זיי נישט צופיל געלערנט שרייבען, נאר ליינען, ממילא האבן זיי א שווערע צייט צו קענען זיך ארויסברענגען ביים שרייבן.

אין בין זיכער אז אסאך שרייבערס דא געדענקען זייערע ערשטער תגובות ווי שווער עס איז אנגעקומן.

אבער דער לאשיצער זוכט לכאורה נישט דאס, ער האלט עפעס אז אפילו איינער וואס קען שוין שרייבן, טאמער ווערט ער א שרייבער דא, טוישט זיך זיין מהלך הכתיבה. און אויף דעם איז מיין תשובה, אויסדריקליך נישט, מיין מהלך איז געבליבן די זעלבע לאורך פין אלע מיינע ניקס דא.

ס'דא די וואס פראבירן זיך כסדר צו לערנען, דערנאך איז דא די וואס ווייסן אז זיי ווייסן שוין אלעס.....

ס'איז מיר א חידוש אז אסאך דא האבן געוויסט אזוי ווייניג אז זיי האבן ניטאמאל געקענט מבחין זיין ציווישן אין און און, אבער ס'גיבט חיזוק ווען מ'זעהט אז אפי' אן א גוטע חינוך קען מען אויסוואקסן א געפילטע פיש.

מיין צוויי צענט. די גערעדטער אידיש איז מער א מיקס מיט די היינטיגע ענגליש, און ווען ס'קומט עס ארויסצושרייבן איז א אידישע אויסלייג ווערט עס פראבלעמאטיש, דערפאר איז אין א וועג אסאך גרינגער מיט די צייט צו לערנען די אויטענטישע אידישע ווערטער וואס לייגן זיך אויס בעסער אויף א געשריבענע אידיש.

געפילטע פיש » מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 9:56 am

· #438139
לאשיצער
געפילטע פיש
אויב איך מעג פרעגן, פארוואס פרעגט איר די שאלה?

איך ארבעט יעצט אויף א לינגוויסטישן ארטיקל איבער דער שפראך פון ק"ש. איך האב אויסגעפארשט א קליינעם פרט פון אידישן ווערטער-סדר (וואס איך קען אייך שפעטער אויסזאגן) און באמערקט, דורך א סטאטיסטישן אנאליז, אז וואס לענגער מ'שרייבט אויף ק"ש אלץ מער ניצט מען א קאנסערוואטיווע (אייראפעיש-אידישע) גראמאטישע פארמע. איך וועל גערן שטעלן א לינק אדער PDF ווען דער ארטיקל וועט זיין פארטיק. דערווייל זוך איך עווידענץ אז ק"ש איז א פלאץ וואו נארמעס פון שרייבן אידיש פארשפרייטן זיך צווישן שרייבער, באוואוסטזיניג צי אונטערבאוואוסטזיניג. צי מעג איך, מיין אייער רשות @געפילטע פיש, ציטירן פון אייער תגובה אין מיין ארטיקל?

ס'קען זיין אז שרייבן דא מאכט נוצן אן אנדערע גראמאטישע פארמע, אבער פאר מיר פערזענליך, און אסאך אנדערע איז שרייבן דא וואס גיבט אונז בכלל עפעס א גראמאטישן פארמע!

איבער ציטירן וואס כ'האב געזאגט, קיין פראבלעם האב איך נישט דערמיט, נאר א חבר וואס האט געזען מיין תגובה דא נעכטן איז צוריקגעגאנגען, און איבערגעלייענט מיינט ערשטע תגובות דא, און ער טענה'ט אז להד"ם*, אז כ'האב שוין געשריבן גוט פונעם אנהויב. איך געדענק אבער אז כ'בין נאכנישט געווען גוט, סא האיך יתקיימו שניהם? כ'קלער אז ס'פלעגט מיר נאר נעמען לענגער צו שרייבן ווייל יעדע צווייטע ווארט האב איך געדארפט סוירטשן און נאכזוכן די ריכטיגע אויסלייג. אבער פון מיין זייט, ציטיר אוועק. (דאס איז א פובליק פארום, כ'ווייס נישט אויב ס'פעלט אויס צו בעטן רשות)

___

*ר"ת לא היו דברים מעולם, א גמרא לשון אויף לייקענען אלעס.

אישתישבי » מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 10:26 am

· #438141
קורקלענד
אישתישבי
ווי אנדערע ברענגען ארויס דא, איז א גרויסע עולם פין חסידישע אידן, זענען נישט געוואוינט צו שרייבן בכלל, ווייל מען האט מיט זיי נישט צופיל געלערנט שרייבען, נאר ליינען, ממילא האבן זיי א שווערע צייט צו קענען זיך ארויסברענגען ביים שרייבן.

אין בין זיכער אז אסאך שרייבערס דא געדענקען זייערע ערשטער תגובות ווי שווער עס איז אנגעקומן.

אבער דער לאשיצער זוכט לכאורה נישט דאס, ער האלט עפעס אז אפילו איינער וואס קען שוין שרייבן, טאמער ווערט ער א שרייבער דא, טוישט זיך זיין מהלך הכתיבה. און אויף דעם איז מיין תשובה, אויסדריקליך נישט, מיין מהלך איז געבליבן די זעלבע לאורך פין אלע מיינע ניקס דא.

ס'דא די וואס פראבירן זיך כסדר צו לערנען, דערנאך איז דא די וואס ווייסן אז זיי ווייסן שוין אלעס.....

.

אפילו די פארשטייסט נישט מיין כוונה, אדער פארדרייסטו וויסענדיג, עם כל זה ouch

אישתישבי » מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 10:29 am

· #438143
ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב זיכער גע'ענדערט מיין וועג פון שרייבען. ביז קאוועשטיבעל האב איך נישט געליינט כמעט קיין אידיש, אחוץ אין אלטע ביכער, און דאס אויך נאר אביסל. ממילא איז מיין אויסלייג געווען מער פארצייטיש. איך האב אויך פיהל געשריבען דעמאלס אין א וועג וואס איז קענטיג אז איך טייטש איבער אין קאפ פון לשוה"ק אדער ענגליש. געוויסע האבען מיר מעורר געווען אויף געוויסע גרייזען וואס איז געווארען ביי מיר איינגעבאקען, און די זאכען האבען זיך געטוישט.

טאמער דו ביסט שוין דא, @לאשיצער, וואלט איך זייער געוואלט א ווערטער בוך פאר פארצייטישער אידיש. איך ליין געוויסע ביכער, און זיי האבען דארט ווערטער וואס מ'נוצט נישט היינט בכלל, מאנכע קומען פון פויליש אדער רוסיש, און מאנכע האבען א פארגרייזטע אויסלייג און עס איז זייער שווער געוואויר צו ווערן וואס זיי מיינען. טאמער מ'וואלט גע'עפענט אן אשכול דערוועגן, וואלסטו דארט רעאגירט?

דאס איז א געוואלדיגער פלאן, נעכטן בשעת'ן לייענען א ביכל פין אמאהל האב איך געזעהן פיל ווערטער וואס מען ניצט נישט היינט, און דערפאר איז שווער צו פארשטיין.

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 11:20 am

· #438147
ביבער
לאשיצער
חשוב'ע חברים,
כאטשיג איך בין נישט קיין חסידישער איד פרוביר איך (אלס אן אקאדעמיקער) צו פארשטיין די חסידישע געזעלשאפט און (אלס לינגוויסט) בעסער צו פארשטיין די אידישע שפראך ווי זי ווערט היינט גענוצט אין דעם חסידישן ציבור. וויל איך אייך פרעגן: וויפל פון אייך שפירן אז קאווע שטיבל האט געשפילט א ראלע אין דעם וואס איר שרייבט היינט אידיש, אדער אין דעם וואס איר קענט בעסער די כללים פון אידישער גראמאטיק און אויסלייג? אויב קענט איר מיר געבן א קאנקרעטן משל פון א גראמאטישן כלל אדער פרינציפ אדער אויסלייג-ענין וואס איר קענט היינט בעסער אדאנק אייער שרייבן/ליינען תגובות אויף ק"ש וואלט איך געווען זייער דאנקבאר צו הערן פון אייך. ש'כוח!

אין חסידיש אידיש זאגט מען אויסלערנען

ביבער:מ'קען אייגנטליך נוצן ביידע לשונות. אויב מ'ווילל א ביסל חקרנ'ען קענמען מאכן א שטיקל חילוק צווישן ..."איינלערנען" און "אויסלערנען". ביי די צווייטע פאל נוצט מען ווען מ'לערנט זיך אויס עפעס שנעלל (על רגל אחת). און ביי די ערשטע פאלל, איז ווען ס'איז א לענגערע פראצעס. און ס'נעמט צייט ביז מ'לערנט זיך איין וויאזוי צו שרייבן לויט גראמאטיק...!

לאשיצער » מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 11:44 am

· #438148
ליטוואק פון בודאפעסט
טאמער דו ביסט שוין דא, @לאשיצער, וואלט איך זייער געוואלט א ווערטער בוך פאר פארצייטישער אידיש. איך ליין געוויסע ביכער, און זיי האבען דארט ווערטער וואס מ'נוצט נישט היינט בכלל, מאנכע קומען פון פויליש אדער רוסיש, און מאנכע האבען א פארגרייזטע אויסלייג און עס איז זייער שווער געוואויר צו ווערן וואס זיי מיינען. טאמער מ'וואלט גע'עפענט אן אשכול דערוועגן, וואלסטו דארט רעאגירט?

מיטן גרעסטן פארגעניגן

אישתישבי » מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 12:04 pm

· #438150
berlbalaguleh
ביבער
לאשיצער
חשוב'ע חברים,
כאטשיג איך בין נישט קיין חסידישער איד פרוביר איך (אלס אן אקאדעמיקער) צו פארשטיין די חסידישע געזעלשאפט און (אלס לינגוויסט) בעסער צו פארשטיין די אידישע שפראך ווי זי ווערט היינט גענוצט אין דעם חסידישן ציבור. וויל איך אייך פרעגן: וויפל פון אייך שפירן אז קאווע שטיבל האט געשפילט א ראלע אין דעם וואס איר שרייבט היינט אידיש, אדער אין דעם וואס איר קענט בעסער די כללים פון אידישער גראמאטיק און אויסלייג? אויב קענט איר מיר געבן א קאנקרעטן משל פון א גראמאטישן כלל אדער פרינציפ אדער אויסלייג-ענין וואס איר קענט היינט בעסער אדאנק אייער שרייבן/ליינען תגובות אויף ק"ש וואלט איך געווען זייער דאנקבאר צו הערן פון אייך. ש'כוח!

אין חסידיש אידיש זאגט מען אויסלערנען

ביבער:מ'קען אייגנטליך נוצן ביידע לשונות. אויב מ'ווילל א ביסל חקרנ'ען קענמען מאכן א שטיקל חילוק צווישן ..."איינלערנען" און "אויסלערנען". ביי די צווייטע פאל נוצט מען ווען מ'לערנט זיך אויס עפעס שנעלל (על רגל אחת). און ביי די ערשטע פאלל, איז ווען ס'איז א לענגערע פראצעס. און ס'נעמט צייט ביז מ'לערנט זיך איין וויאזוי צו שרייבן לויט גראמאטיק...!

שיינער פשעטל אבער מען זאגט נישט איינלערנען.

אויסמאכן און איינמאכן איז צוויי אנדערע ווערטער.
און טאמער זאל איינער רופען איינגעמאכטס, אויסגעמאכטס, וועט ער נישט קענען טרעפען קיין קונים.
ווי אויך, איז נישט קיין גרויסע חילוק ווער עס טוט דא אויספירן, ווייל טאמער לאשיצער געווינט, טוט ער איינפירן.

לאשיצער » מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 12:54 pm

· #438154
איך מיין אז כ'האב טאקע געדארפט זאגן "אויסלערנען".
אויסלערנען זיך הייסט לערנען לערנען לערנען ביז מ'לערנט זיך עפעס אויס.
איינלערנען זיך הייסט דער פראצעס. אז איינער גייט מאכן אן עקזאמען אין עפעס א פרעמדער שפראך מוז ער זיך איינלערנען א לאנגע ריי ווערטער, ער זאל וויסן דעם באדייט פון יעדן ווארט.
אז איינער א ק"ש שרייבער רעכנט אויס אלע כללים פון דער אידישער גראמאטיק (וואס דאס איז נישט מעגליך) קען אן אנדערער זיך איינלערנען די רשימה כללים.
אזוי פארשטיי איך דעם חילוק (אבער אידיש איז נישט מיין ערשטע שפראך).

ונבנתה העיר » מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 1:01 pm

· #438155
וואס כ'געדענק אויף די מינוט, איז אז כ'פלעג נישט נוצן קיינע פעריאדס אינמיטן א פאראגראף, און כ'פלעג ממלא זיין אסאך ווערטער מיט א ה"ה. (וצ"ע* ממ"ש ברכות זאגן פיר קינדער.)

פון כוכב'ס נקודה איז דאך אפגערעדט; ביים זמן שבת האט ער אנידערגעלייגט די לולקע, און געשריגען שבת! ער איז ארויף אויבן** און איך בין געבליבן אונטן.

--------
* ו'צריך ע'יון. א לומדיש לשון איבער אן ערוועקטע פראגע.

** דא איז נישט שייך דער אקספארד קאממע?

ונבנתה העיר » מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 1:06 pm

· #438156
און אז דו רעדסט פון ערשטע שפראכן, כאפ איך מיר אז כ'האב צוויי: אידיש אין רעדן, און לשוה"ק אין שרייבן.

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 1:26 pm

· #438158
אישתישבי: ייש"כ פאר ריהמען מיין פשט'ל. אבער אין רעאליטעט נוצט מען ביידע ווערטער ביי פארשידענע געלעגנהייטן. למשל, מ'זאגט...ער האט זיך אויסגעלערנט צו דרייוון א קאר. אויך זאגט מען...ער האט זיך איינעלערנט וויאזוי צו פיהרן די פאבריק...!

הדסים » מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 2:35 pm

· #438160
לאשיצער
איך מיין אז כ'האב טאקע געדארפט זאגן "אויסלערנען".
אויסלערנען זיך הייסט לערנען לערנען לערנען ביז מ'לערנט זיך עפעס אויס.
איינלערנען זיך הייסט דער פראצעס. אז איינער גייט מאכן אן עקזאמען אין עפעס א פרעמדער שפראך מוז ער זיך איינלערנען א לאנגע ריי ווערטער, ער זאל וויסן דעם באדייט פון יעדן ווארט.
אז איינער א ק"ש שרייבער רעכנט אויס אלע כללים פון דער אידישער גראמאטיק (וואס דאס איז נישט מעגליך) קען אן אנדערער זיך איינלערנען די רשימה כללים.
אזוי פארשטיי איך דעם חילוק (אבער אידיש איז נישט מיין ערשטע שפראך).

איך האב קיינמאל נישט געהערט די ווארט איינלערנען, אבער לויט וויאזוי די ביזט עס מסביר, איז עס די זעלבע ווי איינ'חזר'ן. (פארשטייט זיך אז דו מוזט עס נישט מקבל זיין אלץ א אידישע ווארט.)

mevakesh
אויב זיכט איהר אפצושאצן יידיש ביים חסידישן ציבור איז לכאורה אייוועלט מער געאייגענט פאר דעם ווייל עס רעפרעזענטירט די ברייטערע ציבור נישט נאר איין סארט אזוי ווי אויף קאווע שטיבעל

איך האלט אויך אזוי. פארשטייט זיך אז ק"ש קען מען רעדן אסאך ענינים וואס מ'קען נישט דארט, און דערפאר בין איך דא, אבער אייוועלט האט סאך מער שרייבער'ס, און צוליב דעם סאך מער גוטע שרייבער'ס.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 3:22 pm

· #438163
אייוועלט האט אסאך מער שרייבערס, זאגאר פראפעסיאנעלע שרייבערס. אבער זיי שרייבען אקוראט וויאזוי די אויסגאבעס שרייבען, ווי קיין שעפערעשקייט איז נישט ערלויבט. ממילא איז עס אוממעגליך צו כאפען ווער איז דער שרייבער בלויז פון די סגנון הכתיבה זיינער. די אידיש אויסגאבעס זענען געפערליך אין דער הינזיכט. איך האב אמאל פראבירט זיך צו שאפען א דזשאב צו שרייבען עפעס וואכענטליך פאר א געוויסע ארגאניזאציע. איך האב יענעם אריין געשיקט א מוסטער פון מיין שרייב ארבעט, האט ער געזאגט אז די אידיש איז נישט גענוג 'היינטיג', עס איז צו פארצייטיש. איך האב עס איבערגעליינט און באמערקט אז איך האב גענוצט ווערטער וואס זענען עטוואס צו לאנג פאר איהם. אין די אלגעמיינע וועלט גיבט עס צו א פראפעסיאנעלקייט פאר'ן אויסגאבע, אבער ביי יענעם, וואס פארטרעט די ציבור נדבנים פון זיין ארגאניזאציע, איז עס גאר א חסרון.

דא אין ק"ש זענען פארהאנען א ריזיגע אויסוואל פון שרייבערס, מאנכע בעסער און מאנכע שוואכער. יעדער מיט זיין טעם און שעפערישקייט. קיינער וועט נישט אויסמישען אנאנים מיט קאך_לעפל, און עס איז נישט מעגליך זיך צו פארגרייזען צווישען ונבנתה העיר און ריכטיג, ווי אויך בערל בעל עגלה און קורקלאנד. נישט נאר אין תוכן, נאר אין די ווערטער וואס מ'נוצט און די וועג פון זיך אויסדרוקן. יעדער שרייבט וויאזוי ער וויל, נישט וויאזוי די אונטערשטער שורה אין גאס וויל.

לאשיצער » מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 7:33 pm

· #438221
הדסים
איך האב קיינמאל נישט געהערט די ווארט איינלערנען, אבער לויט וויאזוי די ביזט עס מסביר, איז עס די זעלבע ווי איינ'חזר'ן. (פארשטייט זיך אז דו מוזט עס נישט מקבל זיין אלץ א אידישע ווארט.)

וואדען? איינ'חזר'ן איז א כשר אידיש ווארט. איר האט א ספק ווייל דער שורש שטאמט פון ל"ק?

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 7:53 pm

· #438222
ליטוואק פון בודאפעסט: איך ווייס אז דו וועסט שיסן אויף מיר חצים ובליסטראות.(גיי פרעג רש"י פונקטליך וואס דאס מיינט) אבער אויב מ'קריטיקירט שוין וועלל איך דיר זאגן אז איינס פון דיינע שארטקאצינגס איז אז דו מישט אויס לשון זכר און לשון נקיבה. עבר און עתיד. יחיד ורבים. און צומאל לייגסטו צו אן איבעריג'ן אות צו ווערטער...!

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 9:15 am

· #438242
אדרבא, איך בין אפען צו יעדער סארט קריטיק אין דער (די?) הינזיכט. איך מיין אבער אז די סארט גרייזען זענען אזוי מאסגעבנד, אז פון ליינען ביכער און צייטונגען וועל איך זיך נישט אויסלערנען וויאזוי צו שרייבען, ווייל די בלינדע פיהרען די הינקעדיגע (ווי מ'זאגט אויף ענגליש).

אישתישבי » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 10:15 am

· #438247

שארטקאצינג?

געפילטע פיש » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 10:40 am

· #438250
לאשיצער
הדסים
איך האב קיינמאל נישט געהערט די ווארט איינלערנען, אבער לויט וויאזוי די ביזט עס מסביר, איז עס די זעלבע ווי איינ'חזר'ן. (פארשטייט זיך אז דו מוזט עס נישט מקבל זיין אלץ א אידישע ווארט.)

וואדען? איינ'חזר'ן איז א כשר אידיש ווארט. איר האט א ספק ווייל דער שורש שטאמט פון ל"ק?

ס'איז אזוי אידיש ווי די ווארט כשר איז כשר אידיש. ווער איז דער וואס איז מחליט וואס איז אידיש און וואס איז נישט? אלע אידישע ווערטער שטאמען פון דויטש, אונגאריש, פויליש, רוסיש, און נאך, ס'מאכט זיי נישט אויס אידיש, אידן אליינס שטאמען פון גוים.

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 12:55 pm

· #438258
געפילטע פיש: דו האסט פארגעסן אויסצורעכענען א סאך ווערטער וואס ווערן באנוצט, מערסטנס דורך אונגאריש/רומענישע אידן. וועלכע שטאמען פון פראנצויזיש. נאר זיי זענען אזוי שטארק פארבויגן געווארן אז מ'דערקענט שוין כמעט נישט פון וואו זיי שטאמען...!

פראפעסאר לאשיצער האלט אנדערש. האמיר א מחלוקת הפוסקים. אבער ער איז דאך א פראפעסאר. און איך בין נישט מער ווי א בעל עגלה. וועלכער געט צו עסן פאר זיינע פערדלעך ..."לאו סאלפור"...!

נ.ב.: ווער פון די חכמים יודעי העתים ווייסט וואס לאו סאלפור איז. זאלל זיך ביטע אנרופן...!

לאשיצער » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 8:03 pm

· #438316
געפילטע פיש
לאשיצער
הדסים
איך האב קיינמאל נישט געהערט די ווארט איינלערנען, אבער לויט וויאזוי די ביזט עס מסביר, איז עס די זעלבע ווי איינ'חזר'ן. (פארשטייט זיך אז דו מוזט עס נישט מקבל זיין אלץ א אידישע ווארט.)

וואדען? איינ'חזר'ן איז א כשר אידיש ווארט. איר האט א ספק ווייל דער שורש שטאמט פון ל"ק?

ס'איז אזוי אידיש ווי די ווארט כשר איז כשר אידיש. ווער איז דער וואס איז מחליט וואס איז אידיש און וואס איז נישט? אלע אידישע ווערטער שטאמען פון דויטש, אונגאריש, פויליש, רוסיש, און נאך, ס'מאכט זיי נישט אויס אידיש, אידן אליינס שטאמען פון גוים.

מיינע צוויי פרוטות:

אין אידיש קען מען זאגן: בייטאג שיינט די זון. ביינאכט שיינט די לבנה.
אין אידיש קען מען נישט זאגן: בייטאג שיינט דער שמש. ביינאכט שיינט דער מאנד.

ד"ה אידיש איז נישט סתם א "רענדאם" געמיש פון העברעיש מיט גערמאניש מיט אנדערע לשונות, נאר א סיסטעם וואס האט זיך אויסקריסטאליזירט ארגאניש, דורך דורות אידן וואס האבן זיך באנוצט מיט דער שפראך.

און די שפראך איז נישט נאר ווערטער. דאס פאלק האט באשטימט אז דער ווערטער-סדר איז אידיש:
"איך קען אים ווייל מיר האבן געלערנט צוזאמען אין חדר"
און אז דער ווערטער-סדר איז נישט אידיש:
"איך קען אים ווייל מיר צוזאמען אין חדר געלערנט האבן" (דאס איז א דייטשער סינטאקס)

אישתישבי » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 7:59 am

· #438433
דער סדר איז נישט פין ענגליש?

בדרך אגב, דער סדר אין דייטש איז אביסל אנדערש ווי די ברענגסט לויט גוגל.

Ich kenne ihn, weil wir in der Schule zusammen gelernt haben

לאשיצער » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 10:55 pm

· #438492
אישתישבי
דער סדר איז נישט פין ענגליש?

זיכער נישט. דער כלל אז דער ווערב מוז קומען אויפן "צווייטן ארט" אפילו אין בייזאצן (embedded clauses) איז זייער אלט, לאנג לאנג איידער אידיש-רעדנדע אידן זענען געקומען אין קאנטאקט מיט ענגליש.

אגב אין ענגליש קען מען זאגן: I know him because back in New York we used to study together.
אין אידיש קען מען נישט זאגן: איך קען אים ווייל אין ניו יארק מיר פלעגן לערנען צוזאמען. (נאטירליכער: פלעגן מיר)

איך האב געהערט לינגוויסטן טענה'ן אז דער גראמאטישער שטריך פון אידיש (וואס איז ווי געזאגט אנדערש פון דייטש) איז ארויסגעוואקסן פון קאנטאקט דווקא מיט די סלאווישע שפראכן. די סיבות דערפאר זענען גאר קאמפליצירט, און מוזן זיין גאר קאמפליצירט, ווייל די סלאווישע שפראכן שטעלן נישט דעם ווערב אויפן צווייטן ארט... (ד"ה אין פויליש, טשעכיש, אוקראיניש קען מען אפילו זאגן "היינט איך גיי" וואס איז אוממעגליך סיי אין אידיש סיי אין דייטש).

קטלא קניא » זונטאג יאנואר 5, 2020 1:04 pm

· #440992
אז איך בין נישט זיכער וויאזוי צו בוכשטאבירן (ספעלען, אויסלייגן) א ווארט קום איך אריין אין ק"ש און איך לייג אריין די וואריאנטן אין דאס זוך קעסטל אויבן לינקס. אז איינס געבט מיר 135 רעזולטאטן און דער אנדערער 19 ווייס איך באלד וואו איך שטיי. אזוי אויך אז ס'פאלט מיר איין א ווארט און איך בין נישט זיכער צי ס'עגזיסטירט אזא ווארט קוק איך צי מ'האט עס דא שוין געניצט. אדער לגבי זכר\נקבה קוק איך וויאזוי אנדערע שרייבן. (אויף גראמאר איז אביסל שווערער.) אמאל אז ס'איז נישט אן אפט געניצטער ווארט און די רעזולטאטן זענען מער ווייניגער שווה בשווה און די נומערן זענען נישט גענוג מכריע צו זיין, מוז איך זיין אביסל סוביעקטיוו און קוקן ווער האט געשריבן אזוי און ווער אזוי. און אז עס זענען דא אפילו צווישן חבירים ותיקים צדדים לכאן ולכאן מוז איך זיין נאך מער סוביעקטיוו און באשליסן לויט ווי דער שרייבער געפעלט מיר פערזענלעך.

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 5, 2020 10:12 pm

· #441034
קטלא קניא: דו זאגסט גוט. אבער דו מאכסט מיך קוילערן פאר געלעכטער...!

קטלא קניא » מאנטאג יאנואר 6, 2020 12:01 am

· #441037
berlbalaguleh
קטלא קניא: דו זאגסט גוט. אבער דו מאכסט מיך קוילערן פאר געלעכטער...!

ולשמחה מה זה עושה? איך טרייב נישט קאטאוועס (36 רעזולטאטן) און איך טו באמת אזוי.

והאיש משה » מאנטאג יאנואר 6, 2020 8:31 am

· #441042
37

החוקר » דינסטאג פעברואר 18, 2020 12:39 am

· #443088
Re: זיך איינלערנען וויאזוי צו שרייבן אדאנק ק"ש
@לאשיצער למעשה וואו האלט דער ארטיקל, איז עס שוין גרייט?

לאשיצער » מיטוואך מאי 20, 2020 2:39 pm

· #449115
החוקר
@לאשיצער למעשה וואו האלט דער ארטיקל, איז עס שוין גרייט?

דעם קיצור האט מען שוין פובליקירט: https://www.frontiersin.org/articles/10.3389/frai.2020.00035

ווען מ'וועט ארויסגעבן דעם גאנצן ארטיקל וועל איך שטעלן דעם לינק אויף ק"ש (דאכט זיך דעם זעלבן לינק).

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 20, 2020 2:46 pm

· #449117
קטלא קניא
אז איך בין נישט זיכער וויאזוי צו בוכשטאבירן (ספעלען, אויסלייגן) א ווארט קום איך אריין אין ק"ש און איך לייג אריין די וואריאנטן אין דאס זוך קעסטל אויבן לינקס. אז איינס געבט מיר 135 רעזולטאטן און דער אנדערער 19 ווייס איך באלד וואו איך שטיי. אזוי אויך אז ס'פאלט מיר איין א ווארט און איך בין נישט זיכער צי ס'עגזיסטירט אזא ווארט קוק איך צי מ'האט עס דא שוין געניצט. אדער לגבי זכר\נקבה קוק איך וויאזוי אנדערע שרייבן. (אויף גראמאר איז אביסל שווערער.) אמאל אז ס'איז נישט אן אפט געניצטער ווארט און די רעזולטאטן זענען מער ווייניגער שווה בשווה און די נומערן זענען נישט גענוג מכריע צו זיין, מוז איך זיין אביסל סוביעקטיוו און קוקן ווער האט געשריבן אזוי און ווער אזוי. און אז עס זענען דא אפילו צווישן חבירים ותיקים צדדים לכאן ולכאן מוז איך זיין נאך מער סוביעקטיוו און באשליסן לויט ווי דער שרייבער געפעלט מיר פערזענלעך.

דאס ארבעט נאר ווען די שרייבערס זענען פארשידענארטיג. ווען איין מענטש האט זיך איינגערעדט א געוויסע אויסלייג, און ער האט ליעב צו נוצן יענער ווארט, וועסטו עס טרעפן אין אן א שיעור ערטער, און אלס מיט די זעלבע גרייז איבערגעחזר'ט. ואני מבני בניהם.