☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הרב יעקב קאמינעצקי

הרב יעקב קאמינעצקי

42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #239

יידל » דאנערשטאג מערץ 22, 2012 9:36 pm

· #2392
הרב יעקב קאמינעצקי
מארגן פרייטאג איז די יארצייט פון הרב יעקב קאמינעצקי. הרב קאמינעצקי איז געווען אן אויסגערופענער גאון מיט אן אפענעם קאפ.
ליינט וועגן דעם גדול אין וויקיפעדיע, וויקיפדיה און Wikipedia.

דולה ומשקה » מאנטאג מערץ 26, 2012 12:42 am

· #2793
Re: הרב יעקב קאמינעצקי
מ'דארף נעמען אין באטראכט אז דא אעפ"י וואס ער האט טאקע משמש געוועהן אלץ מנהל ור"מ במתיבתא 'תורה ודעת', דארף מען אבער וויסען אז פארדעם האט ער משמש געוועהן ברבנות אסאך יארען אין ליטא אין דער שטעטל 'ציטיוויאן', אויך שפעטער אין טאראנטא איז ער געוועהן א פוסק אין א מורה הוראה.

אזוי אויך זיין לעצטע צוואנציג יאר נאכדעם וואס ער האט זיך שוין געהאט אפגעזאגט פון זיין פאסטען פון ישיבת תורה ודעת, אין האט זיך אריבער געצויגען קיין מאנסי, אפילו ער האט נישט אנגענומען קיין צום אפציעלע פאסטען, דאך האבען די תושבי העיר איהם אנגעפרעגט אין יעדע הינזיכט, ולא נעשה דבר גדול או קטן שלא על פיו והסכמתו, ורבים השכימו לפתחו לדרוש את דבר ה' זו הלכה.

ישבב הסופר » דינסטאג מערץ 27, 2012 9:49 pm

· #3232
Re: הרב יעקב קאמינעצקי
ספרו 'אמת ליעקב' עה"ת יושב על המדף ליד שלחני בשבת קודש, ואני מרבה לעיין בו, יש בתוכו חידושים נפלאים בנויים כמין חומר, והכל בדרך מובן ופשוט. חובה לחובבי החידושים הפשוטים.

על המחיה » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 7:51 am

· #42415
מען פארציילט אז די סאטמערע רב זי"ע האט אים אמאהל אפיר גענומען, היתכן אז ער חתמ'ט אז מען דארף גיין וועלען ביי די בחירות אין ארץ ישראל

האט אים ר' יעקב גע'ענטפערט אז דע עולם גייט מילא צי די בחירות זארגט ער אז זיי זאלען לכה"פ וועלען פאר די פרימע פארטיי

אזוי?? זאגט די סאטמערע רב, אז די זעהסט איינעם ממילא עסען א חזיר פלייש וועסטו זארגען מען זאל עס לכה"פ שחט'ן כדין?

ניין, אוודאי נישט ענטפערט ער מיט א שמייכל, איך וועל אבער זארגען ער זאל נאר עסען חצי שיעור...

ישבב הסופר » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 9:44 am

· #42427
לא כך היה מעשה, אביסל אנדערש.
הרה"ץ מסקולען זצוק"ל רצה שהרב מסאטמאר זיע"א יחתום על קול קורא שלו, והביא את הגר"י קמנצקי שידבר עם הד"י שיסכים לחתום. כשנכנסו שאל הד"י את הרי"ק על מה בא, ענה רי"ק שבא לקבל חתימת הרבי על קול קורא בענין מסוים. ענה הד"י "מדוע אתם רוצים חתימתי? מי שומע אלי וסר אל משמעתי?" ענה הרי"ק "הלא אם קטון אתה בעיניך ראש שבטי ישראל אתה!". ענה הד"י "יש לי ראיה שאין זה נכון. ראה, גיליתי דעתי שאין ללכת לבחירות, ואתם חותמים שיש ללכת!... זה ראיה שאין לי כ"כ כח, והציבור לא שומע לי..." ענה הרי"ק "אני חתמתי שיש ללכת לבחירות? חתמנו שמי שכבר הולך לבחור, יצביע בעד אגודה." אמר הד"י "אזוי.. היינו שמי שאוכל דבר אחר, אתה רוצה שלפחות ישחטהו ואח"כ יאכלנו..." ענה רי"ק "לא, שמי שאוכל דבר-אחר, יאכל חצי שיעור..." והד"י נהנה וחתם על הקול קורא.

קאווע טרינקער » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 11:04 am

· #42455
ישבב הסופר
ספרו 'אמת ליעקב' עה"ת יושב על המדף ליד שלחני בשבת קודש, ואני מרבה לעיין בו, יש בתוכו חידושים נפלאים בנויים כמין חומר, והכל בדרך מובן ופשוט. חובה לחובבי החידושים הפשוטים.

אסאך חידושים זענען געבויט אויף חכמת הדקדוק. זייער אינטערסאנט.
אויך זיינע חידושים על הש"ס זענען אזוי נתקבל על הדעת. להפליא.

ער איז געווען אן אמת'ע נארמאלע מענטש.

תלמיד חכם » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 4:43 pm

· #43711
די טיטול חכימא דיהודאי ,קומט זיך פאר אים לכל הדעות ווער עס ווייסט.
אגב אמאל געהערט אז ביי א זיצונג וועגן מקוואות צווישען די סאטמער רב זי'ע ר' מיכאל בער ווייסמאנדל אין ר' יעקב צווישען אסאך אנדערע , האט ער פארציילט נאכדעם אז ער האט מיטגעהאלטען ביז אינדערמיט , און נאר ר' מיכאל בער מיט'ן סאטמער רב האבען זיך פארשטאנען ביז'ען סוף ,ווען קיינער האט נישט געקענט מיטהאלטען אין פארשטיין.

דולה ומשקה » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 11:32 am

· #43912
תלמיד חכם
די טיטול חכימא דיהודאי ,קומט זיך פאר אים לכל הדעות ווער עס ווייסט.
אגב אמאל געהערט אז ביי א זיצונג וועגן מקוואות צווישען די סאטמער רב זי'ע ר' מיכאל בער ווייסמאנדל אין ר' יעקב צווישען אסאך אנדערע , האט ער פארציילט נאכדעם אז ער האט מיטגעהאלטען ביז אינדערמיט , און נאר ר' מיכאל בער מיט'ן סאטמער רב האבען זיך פארשטאנען ביז'ען סוף ,ווען קיינער האט נישט געקענט מיטהאלטען אין פארשטיין.


דער סיפור הדברים איז לוטה בערפל
כעין א סוכה וואס מניצט לבוד, דופן עקומה, גיד אסיק, מיעוט לפנים רוב בחוץ, פרסו עליה מפה...

קאווע טרינקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 11:36 am

· #43915
דולה ומשקה
תלמיד חכם
די טיטול חכימא דיהודאי ,קומט זיך פאר אים לכל הדעות ווער עס ווייסט.
אגב אמאל געהערט אז ביי א זיצונג וועגן מקוואות צווישען די סאטמער רב זי'ע ר' מיכאל בער ווייסמאנדל אין ר' יעקב צווישען אסאך אנדערע , האט ער פארציילט נאכדעם אז ער האט מיטגעהאלטען ביז אינדערמיט , און נאר ר' מיכאל בער מיט'ן סאטמער רב האבען זיך פארשטאנען ביז'ען סוף ,ווען קיינער האט נישט געקענט מיטהאלטען אין פארשטיין.


דער סיפור הדברים איז לוטה בערפל
כעין א סוכה וואס מניצט לבוד, דופן עקומה, גיד אסיק, מיעוט לפנים רוב בחוץ, פרסו עליה מפה...

און "הואיל"........
הואיל די רבי איז דאך געווען דאס קלוגסטע שייך, און הואיל "יעדער" האט געהאלטן פון רבי'ן... ממילא......

תלמיד חכם » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 4:26 pm

· #44130
.

דער סיפור הדברים איז לוטה בערפל
כעין א סוכה וואס מניצט לבוד, דופן עקומה, גיד אסיק, וכו.
אס אז ר' מיכאל בער איז געווען א 'דזיניעס' האסטו מסתמא געליינט אין געהערט, אז רבינו יואל איז געווען שארף אין קליג אין א ריזן תלמיד חכם ווייסטו אויך , צי פין זיינע ספרים צי סתם מעשיות, אין בכלליות זענען רוב טייטלבוים'ס קליגער ווי א האלבערשאם טווערסקי אין רויזענבוים. (זייטס מדייק כ'האב נישט געשריבען אז זיי זענען נאריש אד'ג) אין די מעשה וועל איך נאכאמאל איבערפרעגען פין ר' יעקב'ס משפחה אדער פין איינער וואס איז מיר באגלייבט.

היסטאריקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 5:40 pm

· #44150
איך געדענק ווען ר׳ יעקב זצ״ל האט מספיד געווען דעם רבי׳ן זי״ע ביי די הקמת מציבה

בתו״ד האט ער מברר געווען אז דער תנא ר׳ עקיבא איז אלט געווען 93 יאר ( די רבי איז אזוי אלט געווען)

אינמיטן זיין הספד האט א. ג. פון לאנדאן זיך גענומען שרייען היתכן מ׳ לאזט א ציוני רעדן

פארשטענדליך אז מ׳ האט אים ארויסגעפירט פון ביהמ״ד

קאווע טרינקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 5:51 pm

· #44154
היסטאריקער

אינמיטן זיין הספד האט א. ג. פון לאנדאן זיך גענומען שרייען היתכן מ׳ לאזט א ציוני רעדן

פארשטענדליך אז מ׳ האט אים ארויסגעפירט פון ביהמ״ד

this was the answer to that question?
i guess it is, in some cults

איך אויך » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 8:53 pm

· #44218
[ציטאט אראפגענומען]

די לעגענדע דערציילט מען אויף עטליכע ראשי ישיבות, געווענליך מיט די הוספה אז די אויל מאפיע האט יענעם געסטראשעט מיטן לעבן אויב ער געבט עס ארויס, איין גירסה פארציילט אפילו אז מען האט איינעם געהרגעט, אינטרעסאנט צו וויסען צו די מעשיות האבן עפעס האפט און אויב יא ווי איז עס מעגליך אז קיינער אין די וועלט האט נאכנישט מצליח געווען צו טרעפן דעם גאונישן פאטענט.

יידל » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 9:07 pm

· #44223
איך אויך
[ציטאט אראפגענומען]

די לעגענדע דערציילט מען אויף עטליכע ראשי ישיבות, געווענליך מיט די הוספה אז די אויל מאפיע האט יענעם געסטראשעט מיטן לעבן אויב ער געבט עס ארויס, איין גירסה פארציילט אפילו אז מען האט איינעם געהרגעט, אינטרעסאנט צו וויסען צו די מעשיות האבן עפעס האפט און אויב יא ווי איז עס מעגליך אז קיינער אין די וועלט האט נאכנישט מצליח געווען צו טרעפן דעם גאונישן פאטענט.

קיינער אין די וועלט? נישט ממש.

על המחיה » זונטאג סעפטעמבער 9, 2012 10:28 am

· #44619

לעיקוואד » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 2:18 pm

· #45031
על המחיה

דער גאנצער פשעטל האט ער פארשריבען אין זיין ספר "אמת ליעקב" על התורה, פרשת בראשית עמ' טו , וז"ל:

ודברי רמב"ן אלה הם שעמדו לי נשעה
שראינו איך שבני אדם יורדים מעל המטוס
ע"י סולם על גלגל הלבנה וחשבתי בלני מה
יענה כעת הרמב"ם ז"ל שכתב שהלבנה היא
בעלת צורה רוחניתוו והרהרתי כלבי שנעת
נצחה הקבלה את הפיליסופיא ונחמתי את
עצמי כדברי רמב"ן אלו
אבל כפי שאנחנו מתייחסים לדברי
הראשונים שסוברים אנו בגדר של אלו ואלו
דברי אלקים חיים א"כ אע"פ שכמקום זה
אין הלכה כמותו אבל שיהיו דבריו דברי
טעות לא יכולתי להשלים ואם טעה
הרמב"ם בהלכות יסודי התורה מדוע לא
יטעה בהלכות שכת וכדומה
והנראה בזה דהנה לכאורה יש לתמוה
על כל הענינים שכתב הרמב"ם בארבעת
הפרקים הראשונים של הלכות יסודי התורה
הא כתב הרמב"ם בסוף הלכות אלו פ"ד
הלי"ג וז"ל ועניני ארבעה פרקים אלו הם
שחכמים הראשונים קוראין אותו פרדס וכו'
ובחגיגה דף י"א ע"ב איתא אין דורשין
במעשה כראשית כו' ולא במרכבה ביחיד
אא"כ היה חכם ומבין בדעתו וכו' וא"כ
כודאי לא נכתבו עניינים אלו אלא נמסרו
כעל פה מפה לאוזן וא"כ איך כתכן
הרמצים בחיבורו ופירסמם לכל וכפרט
שהרמב"ם עצמו בפ"ר הל"י הביא הדין
הזה שאין דורשין בדברים האלו ברבים וכו'
וא"כ מדוע כתכן בספרו
ובעל כרחנו אנו צריכין לומר שמה
שמסר לנו הרמב"ם בפרקים אלו אין זה לא
מעשה מרכבה ולא מעשה בראשית אלא
כתב כל הר' פרקים אלה מדעתו הרחבה
מתוך ידיעות בחכמות חיצוניות כלומר
שלא מחכמת התורה אלא הרי זה
פיליסופיא בעלמאי ונאמר שכבר השיג
עליו הגר"א ביו"ד סי' קע"ט סקי"ג
שהפיליסופיא הפתו ברוב לקחה ועיי"ש
והרמב"ם כתב פרקים אלו רק בתור הקדמה
לספר יד החזקה ועיקר הספר מתחיל מפרק
ה' כל בית ישראל מצווין על קידוש השם
וכו' ואין לדמות טעויות בהלכות אלו
לטעויות בהלכות שכת וכדומה ודו"ק.

אויס מענטש » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 2:43 pm

· #45524
ער פלעגט יארן דאווענען אין סאטמאר ביהמ"ד אין מאנסי הנקרא חרדים
און איין טאג איז צו געגאנגען מ.ד.ב. און אריינגעלייגט א צעטיל אין זיין טלית בייטל אז ער איז א מין און ציוני, און מען טאר נישט אים מצרף זיין צו מנין,
און ר' יעקב האט טאקע אויפגעהערט צו דאווענען דארטן.
דער ברך משה זצ"ל איז דאן געווען אין אמט.
און ער האט זיך געגעסן דערויף, אויף אזא טפשות.

ווען ער איז געווען אין מאנסי, איז דער אויבערדערמאנטער אריין מיט א בירור להלכה אז מען טאר נישט ר' יעקב'ן מצרף זיין צו מנין,
געבויט אויף ש"ס, תורה פון דעם רבין דער דברי יואל,
דער ברך משה האט אנגעכאפט דעם קונטרס און עס צוריסן בפניו
און געפרעגט דעם חכם: "האסטו דאס אמאל געזען ביים פעטער אזא התנהגות"? איז דאס נארמאל?
און דאן איז ארויף חמת הנ"ל וריעיו אויף דעם ברך משה, אז אכן נודע הדבר אז ער אליינס איז אויך געכאפט... מיט... ציונות רח"ל.

היסטאריקער » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 3:51 pm

· #45544
די מעשה איז געווען אביסל אנדערש, מיר זענן עדי ראי' ושמועה.

שנת תש"מ שבת וישלח איז רבינו הב"מ געפארן קיין מאנסי אויף שבת, פאר שבת האט מד"ב געווארפן צעטלעך קעגן ר׳ יעקב צוליב עפעס וואס ער האט דאן געטון (איך געדענק נישט וואס),
מאנסי האט געשטורעמט דערוועגן, ווען מיר בחורים זענען געגאנגען נאך געלט אין זיין ביהמ"ד (ער האט נישט געדאווענט אין חרדים, געהאט אן אייגן ביהמ"ד, דאכטציך בית ישראל) האט מען אונז ארויסגעווארפן מיט בזיונות.

מוצש"ק ביי די מלוה מלכה פאר די סאטמארע מוסדות אין מאנסי, האט דער ב"מ מוחה געווען דערקעגן זייער שארף, ארויסברענגענדיג ווי ברוגז דער פעטער וואלט ווען געווען דערויף.
איך געדענק ווי מד"ב איז געזעסן אויבן אן, יעדער האט געקוקט אויף אים, וויסענדיג אז מ'מיינט אים, ער איז אבער געזעסן רואיג מיט א שמייכעל כאילו לא הי'.

געווען אמאל צייטן...

אויס מענטש » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 4:59 pm

· #45563
אם קבלה היא נקבל
איך האב עס געהערט פון א מאנסיער תושב א נאמן וקיבלתי אותה
אבער די זאגסט געדענקסט אנדערש נאו פראבלעם.
די מעשה האט מיר אביסל געבאדערט ווייל פארוואס זאל ר' יעקב דווקא דאווענען אין א חסידיש שטיבל
ווען עס איז דא אסאך ליטווישע שולן

היסטאריקער » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 5:18 pm

· #45570
חרדים/סאטמאר איז געווען די "שטאטישע" שול

אשכנ » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 9:56 pm

· #45661
ר' יעקב האט געהאט אן אייגענע מנין שבת אין זיין שטוב, וואס איז יעצט די גערער שטיבל. שחרית אינדערוואכען פלעגט ער דאווענען אין די מנין אונטען פון בית תפלה (וואס איז אויך היינט א ספעציעל מתינות מנין ווי אסאך בני תורה דאווענען), קען זיין אז ער האט אריינגעפאלען אויך אין סאטמאר, אבער איך גלייב נישט אז ער איז דארט געווען בקביעות. אויז איך בין טועה ביטע לאז וויסען.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אקטאבער 25, 2015 8:04 am

· #305999
Re: הרב יעקב קאמינעצקי
איינמאל האט ר' יעקב געשמועס'ט מיט'ן סאטמארער רבי'ן אין פלארידא. האט דער סאטמארער געפרעגט ר' יעקב'ן אויף דאס וואס ר חיים וואלאזהינער שרייבט אויף דער גר''א 'מדרגתו כהרשב''א ואולי כהרמב''ן', ט'וואס שרייבט ער אזעלכע גוזמאות, ער האט געקענט שרייבען 'ווי דער רבי ר' בער?'
האט ר' יעקב גע'ענטפערט 'איך האב געזעהן א מעשה בוך וואס שרייבט אויף דער צאנזער רב אזעלכע דוגמאות אויך'.
'צאנזער רב! צאנזער רב איז געווען א מלאך!'

טאקע א חכימא דיהודאי.

אויבערלענדער חכם » זונטאג אקטאבער 25, 2015 2:08 pm

· #306071
[ציטאט אראפגענומען]

הערות פונעם חזון איש?! איינער קען צולייגען פרטים?

אויבערלענדער חכם » זונטאג אקטאבער 25, 2015 2:10 pm

· #306072
ישבב הסופר
ספרו 'אמת ליעקב' עה"ת יושב על המדף ליד שלחני בשבת קודש, ואני מרבה לעיין בו, יש בתוכו חידושים נפלאים בנויים כמין חומר, והכל בדרך מובן ופשוט. חובה לחובבי החידושים הפשוטים.

שמעתי שהסבא מסולובדקה רצה להניע אותו מדרכו המיוחד הלזו.

אויבערלענדער חכם » זונטאג אקטאבער 25, 2015 2:13 pm

· #306073
תלמיד חכם
די טיטול חכימא דיהודאי ,קומט זיך פאר אים לכל הדעות ווער עס ווייסט.
אגב אמאל געהערט אז ביי א זיצונג וועגן מקוואות צווישען די סאטמער רב זי'ע ר' מיכאל בער ווייסמאנדל אין ר' יעקב צווישען אסאך אנדערע , האט ער פארציילט נאכדעם אז ער האט מיטגעהאלטען ביז אינדערמיט , און נאר ר' מיכאל בער מיט'ן סאטמער רב האבען זיך פארשטאנען ביז'ען סוף ,ווען קיינער האט נישט געקענט מיטהאלטען אין פארשטיין.

למרות הייתי מתלמידי תלמידי רמ״ב אין זה מתקבל על הדעת כלל וכלל!!!!

outspoken » זונטאג אקטאבער 25, 2015 2:19 pm

· #306075
היסטאריקער
די מעשה איז געווען אביסל אנדערש, מיר זענן עדי ראי' ושמועה.

שנת תש"מ שבת וישלח איז רבינו הב"מ געפארן קיין מאנסי אויף שבת, פאר שבת האט מד"ב געווארפן צעטלעך קעגן ר׳ יעקב צוליב עפעס וואס ער האט דאן געטון (איך געדענק נישט וואס),
מאנסי האט געשטורעמט דערוועגן, ווען מיר בחורים זענען געגאנגען נאך געלט אין זיין ביהמ"ד (ער האט נישט געדאווענט אין חרדים, געהאט אן אייגן ביהמ"ד, דאכטציך בית ישראל) האט מען אונז ארויסגעווארפן מיט בזיונות.

מוצש"ק ביי די מלוה מלכה פאר די סאטמארע מוסדות אין מאנסי, האט דער ב"מ מוחה געווען דערקעגן זייער שארף, ארויסברענגענדיג ווי ברוגז דער פעטער וואלט ווען געווען דערויף.
איך געדענק ווי מד"ב איז געזעסן אויבן אן, יעדער האט געקוקט אויף אים, וויסענדיג אז מ'מיינט אים, ער איז אבער געזעסן רואיג מיט א שמייכעל כאילו לא הי'.

געווען אמאל צייטן...

שמעתי פון א מאנסי'ער אז ס'געווען ביי הכנסת ספר תורה פון ר' יודל שלעזינגער ממאנסי, די ברך משה ז''ל האט דארט געטאנצען מיט ר' יעקב ז''ל און אויף דעם האט ר' מ.ב.ב. מוחה געווען.
ער פלעגט נישט דאווענען אין חרדים, ער האט געהאט ווייניג פארקער מיטן חסידישען עולם.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אקטאבער 25, 2015 3:12 pm

· #306085
Re: הרב יעקב קאמינעצקי
יענער מעשה איז אויך באקאנט, אבער מיר דוכט זיך אז אויפ'ן ראפשיצער רב וואלט עס דער סאטמארער קיינמאל נישט געזאגט. קלוג איז ער געווען, אבער די אינערליכע צמצומים האט ער ווייטער געהאט. ער האט אלס געהאט זיין צמצומים פון זיין ערציאונג, און אלע שארפקייטען זיינער זענען געצילט צו דערויסען. ביי איהם איז געבליבען דער חתם סופר א גרויסע רב בדורו של הישמח משה. קיין שום שארפע מימרא זיינער איז קעגען זיין אייגענע. צמצום צום צאנזער רב פאסט גוט אריין.

בן אדם » זונטאג אקטאבער 25, 2015 3:24 pm

· #306088
סקווערער רבי האט געהאט א מנהג אז ער פלעגט נישט רעדן אין לערנען מיט קיינעם, און לשם דעם פלעגט ער מיטנעמען זיין איידעם ביי די וויזיטס פון די גדולי ישראל אז טאמער וועט איינער פרעגן עפעס אין לערנען וועט זיך שוין ס'איידעם זיינע אנייצע געבן. אבער דער סטמארער רבי'ן אלס חכימא דיהודאה האט געהאלטן אז די צאדיק פארשטייט יא עפעס און האט דאך געוואלט רעדן מיטנעם אין לערנען, סאו ער פלעגט עם אזוי אונטער ציפן פון צייט צו צייט אבער די צאדיק האט זעך כסדר פארעקשנ'ט כדרכו בקדושתו בקודש.

דולה ומשקה » זונטאג אקטאבער 25, 2015 7:18 pm

· #306125
[ציטאט אראפגענומען]


דאס איז געוועהן מיט רבי משה פיינשטיין, נאך וואס דער ליבאוויטשער רבי האט איהם געשיקט א פאהר רבינו תם'ס תפילין.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אקטאבער 25, 2015 7:28 pm

· #306127
ס'איז נישט זייער אשכול, אבער חזקה על כל אשכול בקאווע שטיבעל אז ס'וועט זיך וואלגערען ביז צו סאטמאר, א בחינה פון תתאה גבר.
אין דער היים איז דאך געווען א מעשה פון רייבעריי צווישען סאטמארער רב און דער קאלאראשער רבי'ן ביי די חתונה צווישען די עצי חיים'ס א טאכטער מיט'ן זוהן פון ר' פיניעלע אסטילער, ווען דער סאטמארער האט שטארק געקעמפט און בא,ארבעט אז ס'זאל נישט זיין קיין חתן מאהל. דער קאלאראשער האט געפרעגט דער סאטמארער צו ער האט נישט קיין מורא פון די צדיקים וואס האבען געמאכט חתן מאהל'ס. דער סאטמארער האט גע'ענטפערט "איך האב טאקע מורא, נאר איך האב מער מורא פון די תורה וואס שטייט אז מ'טאר נישט, כמבואר בשו"ת השיב משה".
ס'איז מיר שווער צו גלייבען אז די צוויי זענען פערזענליך אויסגעקומען, מיט זייער פארשידענהייטען אין נאטור.

און דער וואס וויל גלויבען אז דער סקווערער איז געווען אזא ת"ק אין לערנען צו 'קענען פארמעסטען' מיט יעדער איינער איז געבעטען אויפצוווייזען אביסל. נישט פון חסידיש'ע מעשה'ס פון חשודים לשקר נאר קראנטע מקורות פון ת"ח וואס האבען איינגעזעהן אין איהם איינער פון זיי.
#פעטיציעאלערט - @שמעקעדיג

דולה ומשקה האקט, אבער נישט ריכטיג וואס ער זאגט. ר' משה האט קיינמאל נישט אנגעטוהן רבינו תם'ס תפילין אין אמעריקא, און די מעשה פאסט טאקע מער פאר ר' יעקב מיט זיין מדת האמת, ווי אויך אז ס'פאסט איהם די וויץ אינ'ם ערשט'ן פאל.
דער ח"ח אנטוהן תפילין דר"ת מחמת דער ירושלמי המזוייף איז גארנישט אזא חידוש. ט'ווייסט מען דען אז דער ח"ח האט אמאל חוזר געווען פון זיין הסכמה צום ירושלמי? האט דער מהרש"ם? כבודו של האדמו"ר מגור מונח, אבער איך האב ביזדערווייל נישט געזעהן א קלארער ראיה אז ס'איז א זיוף.

דולה ומשקה » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 10:53 am

· #306349
ליטוואק פון בודאפעסט

דולה ומשקה האקט, אבער נישט ריכטיג וואס ער זאגט. ר' משה האט קיינמאל נישט אנגעטוהן רבינו תם'ס תפילין אין אמעריקא, און די מעשה פאסט טאקע מער פאר ר' יעקב מיט זיין מדת האמת, ווי אויך אז ס'פאסט איהם די וויץ אינ'ם ערשט'ן פאל.


דער ליטוואק האקט און גרויסן.

פון חב"דפדיה:
גם בענייניו הפרטיים קיבל הרב פיינשטיין מהרבי. בפורים שנת תשל"ו דיבר הרבי שכל נער מגיל בר מצווה שיתחיל להניח גם תפילין של רבינו תם. הרב צבי הירש שפריצר, שהיה לו קשר קודם עם הרב פיינשטיין, החליט לגשת אליו ולדבר איתו בנושא. הרב פיינשטיין התעניין בדברי הרבי ואמר לו שאכן עד גיל שמונה עשרה הוא הניח תפילין דררבינו-תם ומסיבות שונות הפסיק להניחן. כעת, לאחר ששמע את דברי הוא הרבי, הוא מעוניין להתחיל להניחן שוב בתנאי שהרבי יבחר את הסופר שיכתוב את התפילין ושיהיה בכתב ה"בית יוסף". כששמע על כך הרבי, ביקש באמצעות מזכירו, הרב חיים חודקוב, שהסופר ר' אליעזר זירקינד יגש למחרת לביתו של הרב פיינשטיין ולראות באילו תפילין הוא בדיוק מעוניין. הרב זירקינד סר לביתו של הרב פיינשטיין שהנחה אותו לגבי הפרשיות וביקש ממנו שהוא רוצה לראות את הפרשיות לפני שמכניסים אותם ל'בתים'[13]. בערב שבת פרשת שקלים תש"מ הוא החל להניח את התפילין.
על פי מכתבו אל הרבי. מודפס ב"אגרות משה" אורח חיים, חלק ד' סימן ט'.

דא האט איר דער בריעוו ואס רבי משה פיינשטיין האט געשריבען:

"בע"ה עש"ק שקלים תש"מ
מע"כ הוד כ"ק הגאון הצדיק מוהרמ"מ שליט"א שניאורסון האדמו"ר מליובאוויטש,

שלום וברכה לעולם.

כאשר הודיעו לי בדבר שהוד כ"ק גאונו מתעניין בדבר קיום מצוות תפילין אליבא דר"ת דעלי... ועתה כאשר הודיעו לי בשם כ"ק הוד גאונו שליט"א שיש סופר מובהק אצלו שנכון לשולחו אליי ולצוותו שיכתוב עבורי פרשיות דתפילין דר"ת כרצוני, הוא דבר גדול מאוד... והנני גומר בברכה שנזכה בקרוב לביאת הגואל אשר מצפים אנחנו תמיד.

מוקירו מאוד, משה פיינשטיין

דער בריעוו וואס דער ליבאוויטשער רבי האט צוריק געשריבען:

ב"ה. יום ד', ג' אדר ה'תש"מ

ברוקלין נ.י.

הרה"ג והרה"ח הוו"ח אי"א נו"מ צנמ"ס באסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא ורב פעלים וכו' הרר"מ שליט"א

אחדש"ת!

זה עתה קיבלתי שני מכתבי כבוד תורתו (מזך שבט ומערב שבת-קודש שקלים) ומקדימין בזריזות להודות ולברך על הברכות והאיחולים וכו'. ובעיקר אשר כמקרא מלא שדיבר הכתוב: ואברכה מברכיך - הקב"ה בברכתו ותוספתו שהיא מרובה על העיקר (דב"ר פ"א י"ג) ובברכות (נה,א) - שיאריך ימים ושנים טובות.

ובפרט שצירף כת"ר להנ"ל שו"ת שקלא וטריא בכמה עניינים בתפילין ומסקנא בזה בהנוגע למעשה רב בתפילין (דרבינו תם).

והרי במידתו של הקב"ה שהיא במידה שאדם מודד (אלא שכמה פעמים ככה), שעל-פי זה (תוספת ב)המניח תפילין (מוסיפה בהשכר של) מאריך ימים שנאמר ה' עליהם יחיו גו' ותחלימני (בבריאות) ותחייני (מנחות מד, סע"א)

ובמיוחד בנוגע ל(זרוע כנגד ה)לב ול(ראש כנגד ה)מוח - חב"ד בתורתנו הקדושה ועד לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא.


בכבוד ובהוקרה ובברכה רבה

במה שכתב כת"ר בשו"ע אדה"ז סל"ב קו"א סקי"ב - העיר בזה בס' קונטרס-השולחן (להרב נאה - שחקר ויגע הרבה בשו"ע אדה"ז ובפרט - בנוגע איך שנהגו בפועל וכו') במילתא דמסתבר ומתקבל ד"כיוון שנדפס בתוך השו"ע על-ידי בני רבינו ז"ל אין לפקפק כלל בדברי הכותב וכן נוהגין" - ומציין שם לכמה מקומות "שחזר בו" אדה"ז, ומצו"ב העתק הע' (בפוטו).

ויש להוסיף עליהם השינויים שבסידורו (שחיבר לעת זקנותו) לגבי השו"ע - ובכ"ז משנתו (בהשו"ע) לא זזה ממקומה, אף שהשו"ע נדפס כו"כ שנים לאחרי הדפסת הסידור, ונדפס ע"י "הרבנים בני הגאון המחבר ז"ל" - ורק במקומות ספורים מפורש טעם החזרה.

ומה שכתב בקונטרס-אחרון שם, "ידוע ומפורסם לכל הסופרים מובהקים דמדינתנו שהנהיג כו'" ולא כתב "לבניו ותלמידיו" או כיוצא בזה - יש לומר שהכוונה ללמד ההלכה בהדגשה ש"אמרו לו הלכה למעשה" (בב"ב קל,ב) וגם "הנהיג" עשה מעשה אצל הסופרים.

ואני כתבתי בחפזי ואת כת"ר הסליחה.
reb_moshe_feinstein.jpg

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 11:20 am

· #306352
Re: הרב יעקב קאמינעצקי
או דלמא חבדפדיה האקט אין גרויסען, והבוחר יבחר.
עכ''פ מיט'ן ח''ח און ווערען ניינציג האט עס נישט.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 1:20 pm

· #306387
Re: הרב יעקב קאמינעצקי
אין אג''מ שטייט אז ער האט זיי געטראגען?

דולה ומשקה » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 2:40 pm

· #306421
ליטוואק פון בודאפעסט
ר' משה האט קיינמאל נישט אנגעטוהן רבינו תם'ס תפילין אין אמעריקא


רבי משה פיינשטיין שרייבט (אגרות משה כרך ו', או"ח חלק ד', סימן ט') בתוך א לאנגע אריכות פארוואס ער לייגט נישט קיים רבינו תם'ס, הגם אין רוסלאנד האט ער יא געלייגט ר"ת תפילין, און פון ווען ער האט זיי מער נישט געהאט מחמת ימי הזעם, האט ער מער נישט געלייגט, וויל ער האט געזוכט עפעס א ספעציעלע סארט, ובתוך דבריו שרייבט ער:
"וכשבאתי לכאן לא השגתי תפילין דר״ת מאלו המצוין שיהיו לפי דעתי אלא פעם אחד נזדמן לי להשיג תפילין דר״ת ישנים אבל טובים שלבשתים הרבה שנים עד שהוצרכתי לגונזם, ותפילין דרש׳׳י חמחוייבים השגתי שני פעמים ע״י אחד בא״י כפי מה שאמרתי שיעשו, אבל לא הטרחתי כל כך בשביל תפילין דר״ת דליכא חיוב ממש וגם לא חיוב דמנהג אף שאבא מארי זצ״ל הניח כל ימיו אבל לא נהג באופן שיתחייבו גם בניו מדין מנהג, וגם בשביל הוצאה גדולה וכו'".

אויף דעם ארויף האט איהם דער ליבאוויטשער רבי געשיקט רבינו תם'ס תפילין צוגעפאסט לויט אלע תנאים חומרות וכדו' וואס רבי משה האט געוואלט.

ירא שמים » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 7:10 pm

· #306502
Re: הרב יעקב קאמינעצקי
וואס זענען ר׳ משה׳ס חומרות אין תפילין איינער קען צוצייכענען?

ישבב הסופר » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 8:29 pm

· #306514
אוי געוואלד, נצטרך לעשות קצת סדר כאן בכמה דברים. אין לי זמן, אבל רבי גדליה היה ה'מח' של אמעריקא?? היה גדול בסייענס? מי גילה לך רז זה? הוא הקים אלפי רבנים ומורי הוראה? אזוי??
אני צאצא לאיש שנמנה על אחד מתלמידיו. כמדו' שמה שנכתב כאן אודותיו הוא גוזמא גדולה. ובכלל, דומה שזה נובע מחוסר הכרת המציאות בישיבת בית מדרש עליון. הזמן קצר, בעז"ה אכתוב מאוחר יותר קצת יותר.
---

אויבערלענדער חכם
ישבב הסופר
ספרו 'אמת ליעקב' עה"ת יושב על המדף ליד שלחני בשבת קודש, ואני מרבה לעיין בו, יש בתוכו חידושים נפלאים בנויים כמין חומר, והכל בדרך מובן ופשוט. חובה לחובבי החידושים הפשוטים.

שמעתי שהסבא מסולובדקה רצה להניע אותו מדרכו המיוחד הלזו.

מה שמעת? פתח פיך ויאירו דבריך. רצה להניאו שלא יעסוק במקרא? נשמע מחודש, אבל יכול להיות. יהיה מעניין לשמוע פרטים.


ליטוואק פון בודאפעסט
איינמאל האט ר' יעקב געשמועס'ט מיט'ן סאטמארער רבי'ן אין פלארידא. האט דער סאטמארער געפרעגט ר' יעקב'ן אויף דאס וואס ר חיים וואלאזהינער שרייבט אויף דער גר''א 'מדרגתו כהרשב''א ואולי כהרמב''ן', ט'וואס שרייבט ער אזעלכע גוזמאות, ער האט געקענט שרייבען 'ווי דער רבי ר' בער?'
האט ר' יעקב גע'ענטפערט 'איך האב געזעהן א מעשה בוך וואס שרייבט אויף דער צאנזער רב אזעלכע דוגמאות אויך'.
'צאנזער רב! צאנזער רב איז געווען א מלאך!'

טאקע א חכימא דיהודאי.


רבים כבר העירו לך על סיפור זה שכולו אומר נאריש. אבל לדעתי פספסו נקודת תורפה שלדעתי גורם לכל הסיפור לעבור לבחינת "בדיחה לא מוצלחת". הרב מסטמר שאל את רבי יענקב למה רבי חיים מוולאזין לא כתב שהגר"א היה גדול כהמגיד ממעזריטש?? אתה באמת כתבת את זה בלי לצחוק בקול גדול ולא יסף? זה פשוט מגוחך מתוכו, מה יש לדון בכלל?

ישבב הסופר » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 9:53 pm

· #306537
תשמע. אני נכד של תלמיד של הגר"ג, וכל ימי נתגדלתי בין תלמידיו. ולהיפך, בין משפחתי ומכריי אין אוהדים את הגרי"ק בכלל. וכמדו' שאני מכיר את המצב דאז. (אני יליד מאנסי).
כוונתי היתה במה שהערתי, שהמצב בבית מדרש עליון לא היה של תלמידים של רב, אלא זה היה קיבוץ של עילויים וברי מעלה לעילא לעילא, שלא הוצרכו לרבי גדליה להנחות להם את דרכם בלימוד. כפי מה ששמעתי שמהגר"ג הם קיבלו בעיקר השראה רוחנית, הן מאישיותו הסוחפת והקורנת אור ומכשרונו המדהים, וכן מתורת המחשבה המיוחדת שהיה דולה ומשקה לשומעי לקחו. עוד לא שמעתי שצבאו לפתחו לשאלו שאלות בלימוד. האטרקציה היה שיעורו? מעולם לא שמעתי כן. לא נראה לי שזה היה מעמדו לאחמ"כ בימי מאנסי בבית מדרש עליון, הן מצד עצמו והן מצד התלמידים בבית מדרש עליון. אריות כרבי שמעלקא טויבענפעלד ור' משה דוד שטיינווארצל ור' שיע געלדצהעלער ור' חיים וואלין ועוד ועוד. אולי אני טועה, אדרבה, תקן אותי אם יש לך מידע אחר. אני מדבר מתוך הרושם שקיבלתי.
מה שברור הוא שכולם שם העריצוהו מאוד מאוד, ואת רבי יעקב ממש לא אהבו. כמובן שהיו כאלו וכאלו, אבל הציבור הזה של במ"ע דאז, היה ציבור של סולת נקיה מיוחדת, ורובם המוחלט היו בצד של רבי גדליה. והגר"י לא היה אהוד על רוב הציבור. תדע שאחרי הפסק, מרבית הציבור אחז עדיין עם הגר"ג שארר.
לגבי ה'מח' של ארה"ב, לא התווכחתי על גאונותו, אבל היו כאן הרבה גאונים גדולים. זה שרבי מאיר שפירא אמר כך אינו הופך את זה לסקר אמין... אימרה כזו הרי היא גוזמא מעיקרה.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 10:19 pm

· #306541
Re: הרב יעקב קאמינעצקי
איך האב געמיינט לפי תומי אז דער אשכול איז געווידמעט ארויסצוברענגען דער גדלות פון ר' יעקב. נו נו, געמאכט א טעות. נישקשה.

לגבי דער 'מח פון אמעריקא', דאס איז דער שפראך פון א חסיד, נישט עפעס וואס מ'דארף זיך פארען דערמיט. כ'מיין ס'קען איינער אנצייגען א חידוש להלכה זיינער וואס איז מתבדרא בי מדרשא, סיי ביי די לומדים, סיי ביי די פוסקים. סך הכל האט ער געהאט א גאנג אין דרוש וואס האט געגלאנצט ביי געוויסע מענטשען. אי משום הא, קומט דער טיטעל גיכער פאר הרב הוטנער.

און לגבי די מעשה מיט די סאטמארער רב, ס'איז ידוע אז די צוויי האבען זיך געווערטעלט צווישען זיך, און יעדער מעשה צווישען די צוויי האט ביי זיך אזעלכע קיצלעך. דער סאטמארער רב האט נישט געפרעגט וועגען דער רבי ר' בער לפי תומו, ער האט געוויסט אז ס'איז א טשעפער, וכידוע היותו מגדולי הטשעפעניאק'ס בדורו. דער ערשטע האלב פון די מעשה, ביז צו די תשובה פון הרב יעקב, האב איך אויך געהערט פון ר' מרדכי בצלאל דאהי אין לעיקוואוד, וואס איז נישט חשוד צו זיין עפעס א ליטוואק.

ישבב הסופר » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 11:00 pm

· #306550
שוין, נחזור לעניינו של אשכול, ודוקא בענין שהזכיר בן עירי, הליטאי מאובן ישן, ה'טשעפעריי' בין הגרי"ק והדבר"י.
שמעתי מהרב שמואל דישון שסיפר שבשעה שעסק האדמו"ר מסקולען להוציא לאור קול קורא נגד טלוויזיה, הוא חפץ מאוד בחתימה של האדמו"ר מסאטמאר זצ"ל. לאדמו"ר מסקולען לא היה שפראך עם הסאטמאר רב, והוא ביקש מרבי יעקב שיאות לבוא אתו לדבר עם הסאטמאר רב. הם נכנסו ומיד שמח הדבר"י ואמר "אה הרב קמינצקי איז דא וכו'" (הוא אהב לדבר עימו כי היה פיקח ושנון, וידע להלך לפי רוחו של כאו"א, לרבות הדבר"י, וכדלהלן). רבי יעקב הציג לפניו את האדמו"ר מסקולען, והסביר שהוא רוצה להוציא לאור קו"ק נגד טלוויזיה, והוא רוצה מאוד שהרב יחתום כיון שזה יתן לזה משקל גדול. הרב מסטמר שאל בתמיהה "וואס זאל איך חתמ'נען? ווער פאלגט מיר??....". ענה לו רבי יעקב "הלוא אם קטון אתה בעיניך, ראש שבטי ישראל אתה!" ענה לעומתו הסטמר רוב "אתם אומרים שאנשים מצייתים לי? יש לי ראיה שאינכם צודקים.... אני חתמתי שאסור להשתתף בבחירות באר"י, ואתם - הרב קמינצקי - חתמתם שיש ללכת לבחירות!...." ענה לו הגרי"ק "אני חתמתי שיש ללכת לבחירות? חתמתי שמי שהולך לבחירות, שיבחר לרשימה החרדית..." ענה לו הסאטמאר רב "אה, הייסט דאס אז ווער ס'וויל עסן דבר אחר, זאל ער דאס קודם שחט'ען...." ענה לו הגרי"ק "ניין, זאל ער כאטש נאר עסן חצי שיעור!" הרב מסטמר נהנה מתשובתו הניצחת, והמשיך בדיון על הקו"ק.

מבקר » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 11:09 pm

· #306553

ישבב הסופר » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 11:20 pm

· #306556
וואו שכחתי שכבר כתבתי.

עכ"פ עוד מעשה משעשע ששמעתי אבל לא ממקור מיוחד.
הדבר"י הלך ברחוב בדרכו להתפלל מנחה, וזה היה זמן רב אחרי שקיעה, והגרי"ק הלך ברחוב בדרכו למעריב. הדבר"י שאלו "הרב קמינצקי, איר האט שוין געדאוונט מנחה?" רבי יעקב נעצר ואחרי כרגע ענה "היינט? נאך נישט....."

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 11:35 pm

· #306561
Re: הרב יעקב קאמינעצקי
דער מעשה האב איך געהערט אלס אינגעל פון אן איידעם פון ר' גדליה שור.
הערץ פרענקל האט א מעשה אין זיין ביכ'ל מיט אן אסיפה פון סאטמאר רב מיט די גדולים פונ'ם דור, ווען דער סאטמארער רב האט געדאווענט מנחה פאר'ן אנקומען. ביים אסיפה האט מען גערעדט פון דאווענען מנחה און דער סאטמארער האט געזאגט 'איך האב שומו געדאווענט'. האט ר' יעקב געזאגט 'דער גאנצע אסיפה האט זיך געלאוינט אז סאטמארער רב זאל איין מאל דאווענען באצייטענס'.