☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #13516

אשכול אן א טיטל #13516

417 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13516
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9

אספקלריה » מיטוואך יאנואר 1, 2020 10:19 am

· #440668
איך קען ר׳ שמואל פון אסאך יארען,
ער האט אסאך מעלות,און ווען ער וואלט וועין געווען א חתן רבי,וואלט נישט ארויסגעקומען אזא קול קורא.
זיין פראבלעם איז אז ער איז א דיין אוכט און ער פאסקענט זייער געוואגטע זאכען אקעגען אלע פוסקים.
איך געדענק יארען צוריק האט מען גובה עדות אויף עם, ער פלעגט פאסקענען מראות אויפען טעלעפאון,מהאט עם דעמאלס געווארענט ער זאל אויפהערען פאסקענען מראות, ער האט אפיציעל זיך מחייב געווען צו אויפהערען פאסקענען מראות, ער האט אבער נישט אויסגעפאלגט.
הרב ר׳ רפאל שארר וואס איז לכאורה די שטערקסטע חתימה אויפען צעטיל האט שוין געזאגט אויף עם יארען צוריק אז ער איז א מגלה פנים בתורה שלא כהלכה (ער פלעגט זיין די רב המכשיר אויף די עירוב, און מהאט געטראפען דארטען אפאר שטארקע פראבלעמען, און ער האט עס מתיר געווען מיט פארשידענע לומדות׳ון ער איז געווען דעמאלס א 25 יערעגע יונגערמאן און ער האט געפאסקענט חידושים ווי די ראגאצובער. )
עכ״פ זיין עיקר פראבלעם איז אז ער פאסקענט פון בויך ארויס און ער רעכענט זיך נישט מיט קיין איינעם,און ניין ער איז נישט די וועלטס גאון, ער האט א גוטען קאפ און א גוטען צינג.
פאר דיע אלע וואס שרייען דא ״מהאט געדארפט רעדן צו עם״ מרעדט שוין צו עם יארען און מבעט זיך ביי עם, ער זאל אויפהערן קוקען פאסקענען מראות (יעדע רב וואס קען מראות האלט אז ער שפיעלט זיך מיט דאורייתות) ער לאכטסיך אויס פון יעדן מקען זיך מיט עם נישט טעהנען און לערנען און מקען נישט זאגען אנדערש פון עם, ער קען נישט מודה זיין אויף א טעות און ער וועט זיין עומד אויף זיין פסק אפילו ווען ער זעעט קלאר אז ער האט א טעות ער איז ״א ראדיקאלע ליבארעל״.
יא מהאט פרובירט אלע וועגען מיט עם און סאיז נישט געגאנגען.
סגעפעלט מיר ווי די עולם שרייבט און שימפט און מהאט נישט קיין אהנונג פון וועם מרעדט.

טראכטכמוני » מיטוואך יאנואר 1, 2020 10:21 am

· #440669
.

calculator » מיטוואך יאנואר 1, 2020 10:32 am

· #440672

תורה ומדע » מיטוואך יאנואר 1, 2020 10:33 am

· #440673
אנשולדיגט, אבער כך הוא דרכה של תורה. זה מתיר וזה אוסר. דאס פלאץ פאר דעם איז אין תשובה ספרים כנהוג בישראל מאז ומעולם. זאל יעדער ברענגען ראיות על כל ענין וסוגיא. און נישט פארשמירן א מורה הוראה בישראל בראש כל חוצות. דאס איז נוסח ווילי,עס שטאמט פון אונטערלאנד מר מראש.

אספקלריה » מיטוואך יאנואר 1, 2020 11:09 am

· #440678
סשווער צוזאגען אויף מראות זה מתיר וזה אוסר, היות סגייט אסאך בקבלה ובשימוש, אויב זיי האלטען אז ער גייט קעגען די קבלה פון מראות, איז עס אן ערנסטע פראבלעם.
און קיין איינער האלט נישט אז ממעג פאסקענען מראות אויפען טעלעפאון, (איך רעד אפילו נישט פון שיקען א פיקשער, איך רעד פון פרעגן אויפען טעלעפאון סאיז אזוי צו אזוי און געבן א היתר.

moneyminded » מיטוואך יאנואר 1, 2020 11:10 am

· #440679
סאיז אינטערסאנט אז אדמו"ר מהר"א האט געשיקט אלע מקוה לעידיס פון די מקוה אין קרית יואל צו אים פאר שיעורים מיט בערך 15 יאר צוריק איבער פרויען מיט ocd און נאך קראנקהייטן, סאיז נישט דא וואס צוזאגן , אז ער איז א יחיד מומחה און מען ברויך האבן נאך אזאנע ווי אים , פשוט אז עס געווארן א קריג איז ער געגאנגען פובליק ,און דא איז געווארן די פייט ווילד , רבנים וואס טיען פאר אנדערע אידענס וועגן און כלל טיערס האבן געשיקט צו אים נאך 20 יאר צוריק .
נאך א שטארקע נקודה וואס צו פארשטיין אים און אנדערע רבנים וואס זענען מער ליבעראל, וואס האלטען מיט צרות ישראל, אז זיי הערן זיך צוזאם א טאג מער וואס רוב פון די וואס האבן אינטערגעשריבן הערן אין אפאר יאר , און דאס רירט זיי צו באמת ,און ווילן באמת העלפן מענטשן, אזוי ווי אסאך האבן שוין געשריבן אז זייער אסאך רבנים האלטען טאקע אז מענטשן וואס דארפן צו קומען צו די הילף דארפן גיין צו אים, בעיקר די גיין פובליק האט זיי ארויסגענומען פון די כלים, עכ"פ דאס איז זייער תירוץ ,אבער ער איז באמת א צדיק שאין כדוגמתו אין היינטיגן דור, איך רעדט פון מענטשן,משפחות וואס ער כאט געראטעוועט במלוא מובן המולא בגשמיות וברוחניות

טראכטכמוני » מיטוואך יאנואר 1, 2020 11:15 am

· #440680
דאס איז די דריטע שטעכעריי אין מאנסי היי יאר ה״י, כאטשיג דאסמאל איז נאר דא איין פארוואונדערטע.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יאנואר 1, 2020 11:17 am

· #440681
אספקלריה
סשווער צוזאגען אויף מראות זה מתיר וזה אוסר, היות סגייט אסאך בקבלה ובשימוש, אויב זיי האלטען אז ער גייט קעגען די קבלה פון מראות, איז עס אן ערנסטע פראבלעם.
און קיין איינער האלט נישט אז ממעג פאסקענען מראות אויפען טעלעפאון, (איך רעד אפילו נישט פון שיקען א פיקשער, איך רעד פון פרעגן אויפען טעלעפאון סאיז אזוי צו אזוי און געבן א היתר.


אז זיין קבלה איז אנדערש ווי זייערס, מיינט נישט אז די אלע טויטע קללות זענען אין פלאטץ. מיט וואס איז זייערע קבלה בעסער ווי זיינס? סה"כ דארפען זיי דאס זאגען. אויפ'ן טלפון ווייס איך נישט וואס עס מיינט. איך קוק נישט קיין מראות, איך ברענג עס גלייך צום דיין. פארוואס? ווייס איך נישט, אפט איז עס הוילע גארנישט.קען זיין וואלט אזא דיין מיר אריין געגעבען אז נישט יעדער זאך איז א שאלה, וואלט איך איהם געפאלגט. נעה, מסתמא נאכאלס נישט.

עכ"פ, אז עס איז דא א טענה, קען זיין. זאלען די חותמים שרייבן די אמת, און נישט לאזונגן און קללות.

נעגעל וואסער » מיטוואך יאנואר 1, 2020 12:08 pm

· #440687
א פעטישן פאר ווער עס וויל אים מחזק זיין, דא.

פרייוויליג » מיטוואך יאנואר 1, 2020 12:22 pm

· #440691
אספקלריה
סשווער צוזאגען אויף מראות זה מתיר וזה אוסר, היות סגייט אסאך בקבלה ובשימוש, אויב זיי האלטען אז ער גייט קעגען די קבלה פון מראות, איז עס אן ערנסטע פראבלעם.
און קיין איינער האלט נישט אז ממעג פאסקענען מראות אויפען טעלעפאון, (איך רעד אפילו נישט פון שיקען א פיקשער, איך רעד פון פרעגן אויפען טעלעפאון סאיז אזוי צו אזוי און געבן א היתר.

דו ביסט אפילו משיג די פערדעריי וואס דו רעדסט? איך האב שוין צענדליגע מאל געפרעגט מראות אויפן טעלעפאן פון די עצם רבנים החותמים. דו מאכסט דאס כאילו די קול קורא איז איבער פסק'נען א מראה אויפן טעלעפאן. און אם תמצא לומר אז יא, איז א) זיי אליין טוען עס. און ב) אפילו טאמער אז נישט, דארף מען איינעם מחרים ומנדה זיין פאר דעם? און מדי דברי בו, איך ווייס פון מעינסטרים רבנים וואס באקומען מראות אויף אימעיל.

דריטע פערדעריי, אז אין לך 'זה מתיר וזה אוסר' גדולה ווען עס קומט צו מראות. יש מקילים ויש מחמירים.

היכי דמי » מיטוואך יאנואר 1, 2020 12:36 pm

· #440696
אינטרערסאנט אז רבי יוחנן וואזנער האט נאך קיינמאל נישט געסיינט אויף א קול קורא קעגן א מענטש, און דא יא.

איל הער אז ער האט באקומען אסאך דרוק צו חתמנ׳ן.

חיים יואל » מיטוואך יאנואר 1, 2020 12:38 pm

· #440697
נעגעל וואסער
א פעטישן פאר ווער עס וויל אים מחזק זיין, דא.

Has 294 Signatures

וואלווי » מיטוואך יאנואר 1, 2020 1:04 pm

· #440699
היכי דמי
אינטרערסאנט אז רבי יוחנן וואזנער האט נאך קיינמאל נישט געסיינט אויף א קול קורא קעגן א מענטש, און דא יא.

איל הער אז ער האט באקומען אסאך דרוק צו חתמנ׳ן.


איך קען פערזענליך א פארצווייגטע חמור'דיגע שאלה, וואס איז נוגע געווען או"ח, חו"מ, און אבה"ע, וואס ר' יוחנן וואזנער האט געפאסקענט אויפ'ן פאון שנעלערהייט פון דער מרחקים, אן אפי' רעדן צוויי מינוט מיט די נוגעים בדבר.

און סורפרייז! ער איז געשלאפן רוהיג...

וואלווי » מיטוואך יאנואר 1, 2020 1:05 pm

· #440700
טראכטכמוני
דאס איז די דריטע שטעכעריי אין מאנסי היי יאר ה״י, כאטשיג דאסמאל איז נאר דא איין פארוואונדערטע.


ער וועט זיך ערהוילן פון די וואונדען.

ביזדערווייל וועלען בלייבן דרייסיג געהרג'טע...

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יאנואר 1, 2020 1:22 pm

· #440703
יעצט גערעדט מיט א זון פון איינער פון די חותמים. לאמיר אראפ לייגען די מציאות ווי ער זאגט עס, און נאך דעם קען מען ארום שמועסן.

א. הרב שמואל ניימאן איז א גרויסע בעל כשרון, און ער קען אסאך. איין פראבלעם האט ער אבער, ער קען נישט אויסקומען מיט אנדערע. איהם קען מען נישט אפפרעגן, אפילו גרויסע תלמידי חכמים. מ'קען איהם נישט ווייזען קיין ראיות צו גארנישט. אזוי איז און פערטיג.

ב. מ'האט שוין יארען גערעדט מיט איהם, ר' מאטעלע האט שוין גערעדט מיט איהם, אבער הוא באחת און ער וויל נישט הערן. עס איז נישט אמת אז מ'האט נישט גערעדט מיט איהם.

ג. דער עיקר פון די קול קורא איז הרב רפאל שארר, וואס הייסט א מעסיגע מענטש. ער האט זיך געבעטען ביי ר' שמואל'ן אז ער זאל אויפהערן, און ער האט איהם געלאכט אין פנים.

ד. די יעצטיגע צעטל איז נישט די פארטיגע צעטל. מ'האט געוואלט ווייזען די צעטל פאר איהם איידער מ'גיבט עס אויס, נאר איינער האט עס ארויסגעלייגט. די 'חותמים' האבען דאך נישט געחתמ'ט, נאר מסכים געווען צ'זאל נוצן זייער נעמן. זיי האבען נישט געליינט די צעטיל איידער דאס ארויסגעבן. עס קומט באלד א הבהרה.

ה. זיין פעאיגקייטן צו העלפען מענטשן האט גארנשיט מיט די פסקי הלכה אויף וואס מ'האט טענות. איינס האט נישט מיט די צווייטע.

ו. מ'האט אויסגעמאכט אז מ'גייט עס נישט מפרסם זיין ביז מ'ווייזט עס איהם און מ'גיבט איהם נאך א געלעגענהייט. אבער, כנ"ל, נטרפה השעה דורך יענער 'קנאי'.


אקעי, יעצט צו מיין מיינונג.

א. טאמער עס איז אמת אז ער פסקנ'ט נישט צום זאך, און ער לאכט זיך אויס פון יעדער וואס פרעגט איהם דערויף, הער איך אז מ'דארף ארויס קומען דאקעגן. מ'רעדט דא נישט פון מחלוקת אין הלכה, נאר פון מדות וואס טויגען נישט.

ב. ווען די צעטל שרייבט קלאר וואס ער וויל, וואלט עס געהאט א בעסערן אויפקלאנג. יעצט גיין זיי מוזען פארוואסערן די צעטל, ווייל עס איז דאך נישט אמת. קומט אויס אז דער קנאי האט גאר קיילע געמאכט די מערכה.

ג. א קרומע פסק אויף מראות איז א פראבלעם. לאזען א וועלט אזוי זיך פיהרען איז פיהל פיהל ערגער. דער פרצה פון די צעטל מוז גיכער פארדאמט ווערן ווי א פרצה אין מראות. שרייב אז זיין פסקים זענען נישט ווי די הלכה, שרייב אז זיין מדות לאזען איהם נישט מודה זיין, שרייב אז מ'האט גערעדט מיט איהם און ער וויל נישט מסכים זיין, אבער שרייבן די סארט נאנסענס און וויי טון א מענטש און זיין נאכפאלגערס איז א פרצה בל יכופר. דאס קומט שוין פון די בעלזער צעטל פון די תש"מ'ס, ווי מ'האט מפקיר געווען די כבוד פון טויזענטער מענטשן. אבער דעמאלס איז עס געווען על לא דבר, און ממילא האט מען נישט גערלייגט מער ווי די הפקרות פון די צעטל זעלבסט. יעצט האט מען אי דערלייגט אין דעם, אי אין הלכות נדה.

ד. מ'דארף נעמן אין חשבון אז נגיעות מאכט נישט קיין פאקט. ווייל מר. פריעדמאן האט געהאט א תועלת פון איהם, מיינט נישט אז זיין פסקי הלכה טויגען. מ'דארף קענען צוטיילען די זאכען, און דאס וואלט געמעגט געשריבען ווערן אויף די צעטל.

real fake news » מיטוואך יאנואר 1, 2020 1:33 pm

· #440704
סאו תכלית וואס איז די פראכלעם מיט אים? אז ער הערט נישט צו אנדערע מיינונגען? דאס איז זייער איינציגסטע פראבלעם?
וואס טוט זיך מיט די חייבי כריתות? ער פסקנט יא מראות ביי פאון אדער נישט?

פרייוויליג » מיטוואך יאנואר 1, 2020 1:42 pm

· #440705
ליטוואק, שוואכע תירוצים. מידות, שמידות, געבעטן, נישט געוואלט, געווארנט, נישט געפאלגט. Doesn't sound good. אם תורה הוא האט ער א רעכט צו פסקנ'ן. פארוואס זענען נישט רוב שו"ת ספרים פיל מיט ענטפערס, אזוי ווי: איר קענט נישט אזוי האלטן, עס איז נישט שיין, איר האט נישט קיין מידות אויב איר האלט אזוי...

אלענפאלס, גארנישט אויף דער וועלט וועט נישט קענען בארעכטיגן אאזא קול קורא.

שבת אחים » מיטוואך יאנואר 1, 2020 1:52 pm

· #440706
סאיז ווייל ער גייט קעגן די שטראם- די מעינסטרים רבנים. ביי אונז איז נישטא קיין פלאץ פאר individuality. אז ס׳קומט איין דיין אדער רב וואס איז מעהר ליבעראל אדער האט א אביסל א אנדערע צוגאנג צו געוויסע זאכן און טייטש אריין אין די תורה זיינע אייגענע בויך-סברות וואס שטימט נישט מיט זייערע אגענדעס וועט מען אים באשייגעצן און מחרים זיין.

ר׳ שמואל ניימאן קען איך גוט. מיין משפחה האט זיך משדך געוועהן מיט אים ער איז א שטיקל אויבער-חכם אייביג געוועהן, און ביי די היינטיגע רבנים אפילו סאיז שוין 2020 איז נישטא קיין פלאץ פאר קיין אייגענשאפט. יעדער מוז מסכים זיין מיט אלע אנדערע רבנים און אפטייטשן די תורה און פסקנן שאלות לויט ווי זיי פארשטייען אז סאיז אויסגעהאלטן.

אונז האבן נישט קיין פלאץ און קיין טאלארענץ פאר קיין אויבער חכמים... פשוט!

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 1, 2020 2:31 pm

· #440708
אספקלריה
עכ״פ זיין עיקר פראבלעם איז אז ער פאסקענט פון בויך ארויס און ער רעכענט זיך נישט מיט קיין איינעם,און ניין ער איז נישט די וועלטס גאון, ער האט א גוטען קאפ און א גוטען צינג.
פאר דיע אלע וואס שרייען דא ״מהאט געדארפט רעדן צו עם״ מרעדט שוין צו עם יארען און מבעט זיך ביי עם, ער זאל אויפהערן קוקען פאסקענען מראות (יעדע רב וואס קען מראות האלט אז ער שפיעלט זיך מיט דאורייתות)
א רב וואס זאגט אז מראות האט עפעס איינגעשטויסן מיט דאורייתא איז אן עם הארץ מדאורייתא.

אספקלריה
ער לאכטסיך אויס פון יעדן מקען זיך מיט עם נישט טעהנען און לערנען און מקען נישט זאגען אנדערש פון עם, ער קען נישט מודה זיין אויף א טעות און ער וועט זיין עומד אויף זיין פסק אפילו ווען ער זעעט קלאר אז ער האט א טעות ער איז ״א ראדיקאלע ליבארעל״.
יא מהאט פרובירט אלע וועגען מיט עם און סאיז נישט געגאנגען.

וויפיל רבנים קענסטו וואס קענען יא מודה זיין אויף א טעות? איך קען דאך זייער גוט די אלע רבנים מיט זייערע פסקים, ס'איז אלץ נארישקייטן, יעדער פסק'נט וויאזוי ס'שטימט מיט זיין אגענדע. 99 פראצענט חילוקי דעות צווישן היינטיגע רבנים האט כמעט גארנישט איינגעשטויסן מיט וויאזוי זיי לערנען אפ די סוגיות, די נקודת המחלוקת איז אייביג מיט וועלכע פסק אידישקייט וועט זיך בעסער האלטן, און לגבי דעם איז ר' שמואל'ס מיינונג מער רעלעוואנט ווי אלע 30 רבנים אויפ'ן קול קורא קאמביינד, סיי אלץ פסיכאלאג און סיי אלץ זיין זיין מער מעורב בין הבריות.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יאנואר 1, 2020 2:37 pm

· #440709
פרייוויליג
ליטוואק, שוואכע תירוצים. מידות, שמידות, געבעטן, נישט געוואלט, געווארנט, נישט געפאלגט. Doesn't sound good. אם תורה הוא האט ער א רעכט צו פסקנ'ן. פארוואס זענען נישט רוב שו"ת ספרים פיל מיט ענטפערס, אזוי ווי: איר קענט נישט אזוי האלטן, עס איז נישט שיין, איר האט נישט קיין מידות אויב איר האלט אזוי...

אלענפאלס, גארנישט אויף דער וועלט וועט נישט קענען בארעכטיגן אאזא קול קורא.

פרייוויליג, שמייוויליג. תירוצים, שמירוצים. רעכט, שמעכט. פיל, שמיל.
קענסט ביטע רעדן צו דער זאך ?

לאמיר ארויס נעמן הרב ניימאן פון די זאך. איך קען מענטשן וואס זענען פיינע בעלי כשרונות און מתמידים. נאר עפעס א מדה האבען זיי אז זיי פארשטיין אלסדינג קרום. נאר דאס איז נישט גענוג. זיי זענען זייער עמפינדלעך, און ווען מ'פרעגט זיי א קשיא, מיינען זיי אז מ'נעמט זיי עפעס צו. קען אזא מענטש צוקומען צום אמת? (אמת, שמעמעס) אויב נישט, וויאזוי גיבט מען זיך אן עצה מיט אזא מענטש? וואס קען מען טון? ער ווייסט אליינס נישט וואס עס פעלט איהם, און ער קען נישט פארשטיין.

איך קוק אויך די קול קורא אלס א שאנדע, און לדעתי איז עס פארקערט. עס האט קאלייע געמאכט די מערכה אויף הרב ניימאן (טאמער די טענות זענען טאקע אמת. אליינס קען איך דאך נישט וויסען) ווייל אלע וואס האבען ליעב זיין גוטע חלקים קענען דא נישט זען אז דא רעדט זיך א צווייטע נושא.

לדאבונינו דרייען זיך ביי אונז אזעלכע אויבער-גלויבערס, וואס טראכטען אז עס איז דא אזא זאך ווי א 'דיין' צו א 'רב', און ברגע אזא סארט פארשוין זאגט עפעס, איז עס שוין א געזאגטע זאך. און ממילא האט מען שוין א 'פסק', און אויף א 'פסק' איז נישט שייך קיין קשיא. אינטרעסאנט אז די זעלבע אויבער-גלויבונג ציעט זיך נישט צו די חותמי האיסור.
ביי מיר עגזיסטירט נישט די גאנצע זאך, עס איז נישט דא אזא זאך ווי א 'דיין' צו א 'רב'. א הלכה מוז זיין אמת און געבויט אויף תורה, און דער וואס מאכט א טעות וועט קיינעם נישט העלפן זיין פאסטן. הן די חותמי האיסור הן די נושא האיסור. יעצט בלייבט נאר איבער צו וויסען צו די טענה פון דער חותם על יד בנו איז אמת צו נישט. אבער מיט 'רעכטן' האט עס נישט.

real fake news » מיטוואך יאנואר 1, 2020 2:59 pm

· #440710
לאמיר דורכגיין די זאכן וואס אונז ווייסן יא.
אונז קענען שוין די רבנים נישט פון היינט און סאיז א פשוטע זאך אז זיי האבן נישט ליב הרב ניימאן פשוט ווייל ער איז עגענסט די סטרים וכו' און סאיז זייער מובן פארוואס אזא איינעם זאל מען מחרים זיין.
ווי אויך האבן מיר שוין געזען אז ווען די רבנים גלייכן נישט איינעם קענען זיי אים באוואשן און באשמיצן מיט כל מיני מעשיות וואס הייבט זיך נישט אהן.
סאו פארוואס זאל איך מיר גיין ברעכן קאפ וואס זיי האבן געמיינט מיט די קו"ק איך ווייס זייער גוט וואס זיין עוולה איז און סנישט קיין חילוק וואס זיי שרייבן.

חוקר ודורש » מיטוואך יאנואר 1, 2020 3:05 pm

· #440711
יאיר אטינגר א דזשערנאליסט האט לעצטענס ארויסגעגעבן א ספר ״פרומים״ ווי ער טוט דורך אלע חלוקי דעות אין די רעליגיעזע ציונית׳טישע וועלט אין ארץ ישראל, און אזוי אויך און די מאדערנע ארטאדאקסישע יודענטום ארום די וועלט, עס איז א העכסט אונטערסאנטע בוך וואס לוינט זיך צו ליינען.
אזוי ווי ביי זיי איז ביי אונז אויך דא חלוקי דעות און הלכה והשקפה, און מיר זענען אויך צוטיילט צווישען שמרנים וואס וועלן אויסהערן די קול קורא׳ס צו ס׳זאל זיין וועגן הרב ניימאן צו וועגן זיך שערן די האר צו וועגן שבת קרבתנו צו וועגן גיין אין קאלעדזש צוליב פרנסה, צו וועגן טראגן מיט די עירוב צו וועגן גיין חול המועד צו פלעיס אדער הערן שירים מיט דרשות, צו וועגן סמארטפאונ׳ס מיט פילטער׳ס, וכו׳ וכו׳, מצד שני זענען דא די צווייטע גרופ, וואס לאזן זיך נישט אזוי שנעל און פרעגן קשיות אויף די רבנים ווען זיי פארשטייען נישט, אזוי אויך טוהן זיי זאכן אן פרעגן די רבנים רשות.
אין די וועלט בכלל און אזוי אויך ביי אונז פארלירן די רבנים מאכט און די עולם ווערט מער פאר זיך, אזוי אויך זענען שוין נישט דא היינט די רבנים וואס האבן א גרויסע השפעה א חוץ פון זייער עולם ווי למשל הרב וואזנער האט געהאט, צו הרב עובדיה צו האב אלישיב צו הרב שטיינמאן.
און אזוי ווי עס איז דא א ריס ביים עולם איז אויך דא ביי די רבנים, די קול קורא׳ס האבן געווענטליך די זעלבע סארט נעמען, הרב גיפס, צו רבי בנימין אייזנבערגער, צו אנדערע רבנים וואס פירן קהילות מיט מער ליבעראלע חסידישע אידן צו די רבנים וואס פירן קהילות פאר יוצאי ישיבות וואס דארט זענען א גרויס חלק יונגעלייט היינט, וועלן קיינמאל אינטערשרייבען, במילא יעדעס מאל עס קומט ארויס אזא קול קורא אפי׳ לאמיר זאגן אז זיי זענען גערעכט מיט זייער טענה קעגן הרב ניימאן׳ס פסקים אבער היות דאס זענען על פי רב די זעלבע סארט רבנים, מיט די זעלבע סארט ביליגע קול קורא׳ס מאכט עס נאך גרעסער די ריס צווישען די אלטע דור רבנים מיט די מער יונגערע וואס האבן שייכות מיטן יונגען דור און פארשטייען אז כדי צו אינטערשרייבען א קול קורא מוז דאס זיין א גאר וויכטיגע ענין און דער ענין מוז קלאר ארויסגעשריבן ווערן אז די עולם זאל דאס קלאר פארשטיין ועל כולם מיט א איידילע שפראך גראד צום נקודה.
דא קען מען ליינען אן אינטערוויו מיט יאיר אטינגר לרגל זיין נייעם בוך <a class="postlink" href="https://www.makorrishon.co.il/magazine/dyukan/193739/">https://www.makorrishon.co.il/magazine/dyukan/193739/</a>


Sent from my iPhone using Tapatalk

פרייוויליג » מיטוואך יאנואר 1, 2020 3:10 pm

· #440714
ליטוואק פון בודאפעסט
פרייוויליג
ליטוואק, שוואכע תירוצים. מידות, שמידות, געבעטן, נישט געוואלט, געווארנט, נישט געפאלגט. Doesn't sound good. אם תורה הוא האט ער א רעכט צו פסקנ'ן. פארוואס זענען נישט רוב שו"ת ספרים פיל מיט ענטפערס, אזוי ווי: איר קענט נישט אזוי האלטן, עס איז נישט שיין, איר האט נישט קיין מידות אויב איר האלט אזוי...

אלענפאלס, גארנישט אויף דער וועלט וועט נישט קענען בארעכטיגן אאזא קול קורא.

פרייוויליג, שמייוויליג. תירוצים, שמירוצים. רעכט, שמעכט. פיל, שמיל.
קענסט ביטע רעדן צו דער זאך ?

לאמיר ארויס נעמן הרב ניימאן פון די זאך. איך קען מענטשן וואס זענען פיינע בעלי כשרונות און מתמידים. נאר עפעס א מדה האבען זיי אז זיי פארשטיין אלסדינג קרום. נאר דאס איז נישט גענוג. זיי זענען זייער עמפינדלעך, און ווען מ'פרעגט זיי א קשיא, מיינען זיי אז מ'נעמט זיי עפעס צו. קען אזא מענטש צוקומען צום אמת? (אמת, שמעמעס) אויב נישט, וויאזוי גיבט מען זיך אן עצה מיט אזא מענטש? וואס קען מען טון? ער ווייסט אליינס נישט וואס עס פעלט איהם, און ער קען נישט פארשטיין.

איך קוק אויך די קול קורא אלס א שאנדע, און לדעתי איז עס פארקערט. עס האט קאלייע געמאכט די מערכה אויף הרב ניימאן (טאמער די טענות זענען טאקע אמת. אליינס קען איך דאך נישט וויסען) ווייל אלע וואס האבען ליעב זיין גוטע חלקים קענען דא נישט זען אז דא רעדט זיך א צווייטע נושא.

לדאבונינו דרייען זיך ביי אונז אזעלכע אויבער-גלויבערס, וואס טראכטען אז עס איז דא אזא זאך ווי א 'דיין' צו א 'רב', און ברגע אזא סארט פארשוין זאגט עפעס, איז עס שוין א געזאגטע זאך. און ממילא האט מען שוין א 'פסק', און אויף א 'פסק' איז נישט שייך קיין קשיא. אינטרעסאנט אז די זעלבע אויבער-גלויבונג ציעט זיך נישט צו די חותמי האיסור.
ביי מיר עגזיסטירט נישט די גאנצע זאך, עס איז נישט דא אזא זאך ווי א 'דיין' צו א 'רב'. א הלכה מוז זיין אמת און געבויט אויף תורה, און דער וואס מאכט א טעות וועט קיינעם נישט העלפן זיין פאסטן. הן די חותמי האיסור הן די נושא האיסור. יעצט בלייבט נאר איבער צו וויסען צו די טענה פון דער חותם על יד בנו איז אמת צו נישט. אבער מיט 'רעכטן' האט עס נישט.


ווען עס קומט צו דיסקוסירן די רעיון פון די קול קורא, איז אירעלעווענט אויב הרב ניימאן איז א בעל מידות אדער נישט. עס איז לא מעלה ולא מוריד. אויב הרב ניימאן איז עמפינדלעך, אדער איז אן אי-בעל המידות, טוט דאס נישט דזשאסטיפייען דעם קול קורא אויף קיין שום פאל.
איך ווייס איז דו קריגסט נישט דערמיט. דעריבער חם ליבי בקרבי, צו דיסקוסירן הרב ניימאן ביחס צו די גערעכטקייט פון די קול קורא.

ווי לאנג די נושאים איבער אים איז נישט, אויב ער איז א שומר שבת אדער וואס, נאר ענדערש אויב ער קאלירט ארויס פון די סיסטעם, אדער אויב ער מוז מסכים זיין צו מעינסטרים פוסקים, איז נישט קיין חילוק אויב הרב ניימאן איז א בעל מידות. אפילו דיין חבר איז גערעכט, איז דאס עדיין לא מעלה ולא מוריד ביחס צו די קול קורא. דו זאגסט אז דו קוקסט אן די קול קורא אלס א שאנדע, און בו בזמן שמועסט אויס אויב ער איז א בעל מידות מיט א סקעפטישקייט צו די קול קורא.

עס איז די ערשטע מאל איך הער א טענה איבער א דיין אז ער איז נישט קיין בעל מידות. און ספיקינג אוו סאטש, קען מען נעמען יעדן חותם און דן זיין אויב ער פאלט אין די קאטעגאריע.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יאנואר 1, 2020 3:25 pm

· #440716
real fake news
לאמיר דורכגיין די זאכן וואס אונז ווייסן יא.
אקעי, ענדליך זאגט איינער די אמת. די קול קורא איז נישט די נושא, נאר אן אלטע חשבון מיט די חותמים.

קענסט אבער נישט טענה'ן הלמאי מ'האט נישט גערעדט מיט איהם, ווען די איינציגסטע באווייז אז מ'האט נישט גערעדט מיט איהם איז ווייל דו קענסט זיי אלס מענטשן וואס רעדן נישט מיט דער בעל דין.

ובפרט אין די פאל, אז זיי זאגען אז זיי האבען יא גערעדט מיט איהם.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יאנואר 1, 2020 3:29 pm

· #440717
@פרייוויליג - דו נעמסט מיין ווערטער ארויס פון קאנטעקסט. די טענה אויף איהם איז אז ער פסקנ'ט קרום. איי, וועסטו פרעגן, ער איז דאך אזא ת"ח און בעל כשרון וכו'? דעריבער זאג איך אז אין געוויסע פעלער קען מדות אריין טאנצן. נישט יעדער נישט-בעל מדות קען נישט פסקנ'ן, אבער עס קען זיין אז חסרון מדות מאכט א פראבלעם.

מיין אייביגע טענה איז אז מ'מוז קענען אננעמען צוויי זאכען אויף א מאל. ווייל די קו"קו איז א שאנדע, מיינט נישט אז הרב ניימאן איז גערעכט. מ'מוז קענען צוטיילען די זאך.

אספקלריה » מיטוואך יאנואר 1, 2020 3:34 pm

· #440718
פרייוויליג
אספקלריה
סשווער צוזאגען אויף מראות זה מתיר וזה אוסר, היות סגייט אסאך בקבלה ובשימוש, אויב זיי האלטען אז ער גייט קעגען די קבלה פון מראות, איז עס אן ערנסטע פראבלעם.
און קיין איינער האלט נישט אז ממעג פאסקענען מראות אויפען טעלעפאון, (איך רעד אפילו נישט פון שיקען א פיקשער, איך רעד פון פרעגן אויפען טעלעפאון סאיז אזוי צו אזוי און געבן א היתר.

דו ביסט אפילו משיג די פערדעריי וואס דו רעדסט? איך האב שוין צענדליגע מאל געפרעגט מראות אויפן טעלעפאן פון די עצם רבנים החותמים. דו מאכסט דאס כאילו די קול קורא איז איבער פסק'נען א מראה אויפן טעלעפאן. און אם תמצא לומר אז יא, איז א) זיי אליין טוען עס. און ב) אפילו טאמער אז נישט, דארף מען איינעם מחרים ומנדה זיין פאר דעם? און מדי דברי בו, איך ווייס פון מעינסטרים רבנים וואס באקומען מראות אויף אימעיל.

דריטע פערדעריי, אז אין לך 'זה מתיר וזה אוסר' גדולה ווען עס קומט צו מראות. יש מקילים ויש מחמירים.

איך רעד נישט פון קיין פיקשעירס, איך רעד פון פרעגן דעם פרעגער וועלכע קאליר עס איז און לויט דעם פאסקענען.
קוק אהן די שרייבסט אז קיין שום זאך און דער וועלט קען נישט מסביר זיין אזא בריוו,לשיטתך איז נישט דא אזא זאך ווי א מגלה פנים בתורה שלא כהלכה, ווייל יעדער קען זאגען וואס סשמעקט איהם.
אלזא די קענסט גיין דזשוינען די קאנסערוועטיוו מאוומענט, קאפלאן האט אוכט א שיטה און זיין מאוומענט, ער האט מברר געווען אז די גאנצע עם הנבחר איז א שטות, מעג מען נישט ארויס קומען קעגן איהם ?
אויב א מעזשאריטי רבנים תלמידי חכמים און דיינים האלטען אז ער פאסקענט הלכות שלא כדין ע״ד עצמו, מיט אגענדאס, און זיין פסק איז נישט משועבד צו זיין אמיתיות התורה, און זיי פארשטיין אז ער הייסט א מגלה פנים בתורה שלא כהלכה מעגן זיי זאגען זייער דעה.
לשיטתך קען יעדע שמויגער זאגען וואס ער וויל און מקען נישט זיין אז איינער איז א יוצא מכלל השורה, איים סארי אויב די ביסט אן ארטדאקסישע יוד, האלטסטו אז רובא פון כלל ישראל זענען ראנג מיט זייער שיטה.
ר׳ רפאל שארר איז נישט קיין חדר יונגעל ער איז מן הסתם די גרעסטע גאון און אמעריקא כהיום,און ער קען גוט ניימאן (ר׳ רפאל איז נישט ווי זיין ברידער ר׳ אברהם ער זיצט יומם ולילה על התורה ועבודה, און ער סיינט נישט קיין צעטליך כמעט.
די פראבלעם איז אזוי ווי און אלגעמיין איז די וועלט זייער אומטאלערענט עקסטרעם לינק אדער עקסטרעם רעכט, די זעלבע איז ביי אונז, די איי וועלט רעכטע משוגעים קען מען נישט רעדן, און במח״כ די קאווע זענען עקסטרעם ליבארעל.
סאיז דא רבנים וואס זענען ליידער משוגע פארפרומט און אביוזען די סיסטעם מיט צודרייטע קול קוראס וואס געשענט איז, אז די מער ליבאראלע ווערען עקסטרעם קעגן יעדן גדר.
אזוי ויי אלעס און די וועלט איז דא אזא זאך ווי א בעלענס, יודישקייט האט אזא זאך ווי א ״ניין״ און אוכט אזא זאך ווי יא.
עת לקרב ועת לרחק, נישט יעדע דיין איז אפגעפרעגט סאיז דא א שיינע פאר מעסיגע רבנים וואס האבען געחתמעט, ווייל זיי האלטען אז ער פאסקענט שלא כדין.
און אויפען דריטען זאך אבוויוסלי האבען רבנים געזעען אז ער איז מתיר ווען קיין איינער וואלט נישט מתיר געווען,איז א רב וואס קען זיך און האט גענומען שימוש פון רבנים און ער ווייסט וואס איז בגדר יש אוסרים ויש מתירים און וואס איז בגדר וודאי אסור לכו״ע מעג ארויס שרייען ווען איינער איז מתיר עפעס וואס איז א וודאי אסור.

אספקלריה » מיטוואך יאנואר 1, 2020 3:47 pm

· #440719
moneyminded
סאיז אינטערסאנט אז אדמו"ר מהר"א האט געשיקט אלע מקוה לעידיס פון די מקוה אין קרית יואל צו אים פאר שיעורים מיט בערך 15 יאר צוריק איבער פרויען מיט ocd און נאך קראנקהייטן, סאיז נישט דא וואס צוזאגן , אז ער איז א יחיד מומחה און מען ברויך האבן נאך אזאנע ווי אים , פשוט אז עס געווארן א קריג איז ער געגאנגען פובליק ,און דא איז געווארן די פייט ווילד , רבנים וואס טיען פאר אנדערע אידענס וועגן און כלל טיערס האבן געשיקט צו אים נאך 20 יאר צוריק .
נאך א שטארקע נקודה וואס צו פארשטיין אים און אנדערע רבנים וואס זענען מער ליבעראל, וואס האלטען מיט צרות ישראל, אז זיי הערן זיך צוזאם א טאג מער וואס רוב פון די וואס האבן אינטערגעשריבן הערן אין אפאר יאר , און דאס רירט זיי צו באמת ,און ווילן באמת העלפן מענטשן, אזוי ווי אסאך האבן שוין געשריבן אז זייער אסאך רבנים האלטען טאקע אז מענטשן וואס דארפן צו קומען צו די הילף דארפן גיין צו אים, בעיקר די גיין פובליק האט זיי ארויסגענומען פון די כלים, עכ"פ דאס איז זייער תירוץ ,אבער ער איז באמת א צדיק שאין כדוגמתו אין היינטיגן דור, איך רעדט פון מענטשן,משפחות וואס ער כאט געראטעוועט במלוא מובן המולא בגשמיות וברוחניות

סאיז אמת יעדעס ווארט וואס די זאגסט מהאטסיך בא עם געבעטען טוה וואס די ביסט גוט, און טוה נישט וואס באלאנגט נישט פאר דיר.
איזהו חכם המכיר את מקומו, ער איז א מענטש מיט אסאך טאלאנט, אבער קיין מורה הוראה באלאנגט ער נישט צוזיין, ער איז נישט די גרויסער ת״ח און זיין פסק איז נישט משועבד צו תורה,
א רופא נפש איז איין זאך און א פוסק איז אן אנדער זאך,

real fake news » מיטוואך יאנואר 1, 2020 3:49 pm

· #440720
אספקלריה

אויב א מעזשאריטי רבנים תלמידי חכמים און דיינים האלטען אז ער פאסקענט הלכות שלא כדין ע״ד עצמו, מיט אגענדאס, און זיין פסק איז נישט משועבד צו זיין אמיתיות התורה, און זיי פארשטיין אז ער הייסט א מגלה פנים בתורה שלא כהלכה מעגן זיי זאגען זייער דעה.

ווי זעהסטו דא א majority?

שבת אחים » מיטוואך יאנואר 1, 2020 4:10 pm

· #440722
אספקלריה
פרייוויליג
אספקלריה
סשווער צוזאגען אויף מראות זה מתיר וזה אוסר, היות סגייט אסאך בקבלה ובשימוש, אויב זיי האלטען אז ער גייט קעגען די קבלה פון מראות, איז עס אן ערנסטע פראבלעם.
און קיין איינער האלט נישט אז ממעג פאסקענען מראות אויפען טעלעפאון, (איך רעד אפילו נישט פון שיקען א פיקשער, איך רעד פון פרעגן אויפען טעלעפאון סאיז אזוי צו אזוי און געבן א היתר.

דו ביסט אפילו משיג די פערדעריי וואס דו רעדסט? איך האב שוין צענדליגע מאל געפרעגט מראות אויפן טעלעפאן פון די עצם רבנים החותמים. דו מאכסט דאס כאילו די קול קורא איז איבער פסק'נען א מראה אויפן טעלעפאן. און אם תמצא לומר אז יא, איז א) זיי אליין טוען עס. און ב) אפילו טאמער אז נישט, דארף מען איינעם מחרים ומנדה זיין פאר דעם? און מדי דברי בו, איך ווייס פון מעינסטרים רבנים וואס באקומען מראות אויף אימעיל.

דריטע פערדעריי, אז אין לך 'זה מתיר וזה אוסר' גדולה ווען עס קומט צו מראות. יש מקילים ויש מחמירים.

איך רעד נישט פון קיין פיקשעירס, איך רעד פון פרעגן דעם פרעגער וועלכע קאליר עס איז און לויט דעם פאסקענען.
קוק אהן די שרייבסט אז קיין שום זאך און דער וועלט קען נישט מסביר זיין אזא בריוו,לשיטתך איז נישט דא אזא זאך ווי א מגלה פנים בתורה שלא כהלכה, ווייל יעדער קען זאגען וואס סשמעקט איהם.
אלזא די קענסט גיין דזשוינען די קאנסערוועטיוו מאוומענט, קאפלאן האט אוכט א שיטה און זיין מאוומענט, ער האט מברר געווען אז די גאנצע עם הנבחר איז א שטות, מעג מען נישט ארויס קומען קעגן איהם ?
אויב א מעזשאריטי רבנים תלמידי חכמים און דיינים האלטען אז ער פאסקענט הלכות שלא כדין ע״ד עצמו, מיט אגענדאס, און זיין פסק איז נישט משועבד צו זיין אמיתיות התורה, און זיי פארשטיין אז ער הייסט א מגלה פנים בתורה שלא כהלכה מעגן זיי זאגען זייער דעה.
לשיטתך קען יעדע שמויגער זאגען וואס ער וויל און מקען נישט זיין אז איינער איז א יוצא מכלל השורה, איים סארי אויב די ביסט אן ארטדאקסישע יוד, האלטסטו אז רובא פון כלל ישראל זענען ראנג מיט זייער שיטה.
ר׳ רפאל שארר איז נישט קיין חדר יונגעל ער איז מן הסתם די גרעסטע גאון און אמעריקא כהיום,און ער קען גוט ניימאן (ר׳ רפאל איז נישט ווי זיין ברידער ר׳ אברהם ער זיצט יומם ולילה על התורה ועבודה, און ער סיינט נישט קיין צעטליך כמעט.
די פראבלעם איז אזוי ווי און אלגעמיין איז די וועלט זייער אומטאלערענט עקסטרעם לינק אדער עקסטרעם רעכט, די זעלבע איז ביי אונז, די איי וועלט רעכטע משוגעים קען מען נישט רעדן, און במח״כ די קאווע זענען עקסטרעם ליבארעל.
סאיז דא רבנים וואס זענען ליידער משוגע פארפרומט און אביוזען די סיסטעם מיט צודרייטע קול קוראס וואס געשענט איז, אז די מער ליבאראלע ווערען עקסטרעם קעגן יעדן גדר.
אזוי ויי אלעס און די וועלט איז דא אזא זאך ווי א בעלענס, יודישקייט האט אזא זאך ווי א ״ניין״ און אוכט אזא זאך ווי יא.
עת לקרב ועת לרחק, נישט יעדע דיין איז אפגעפרעגט סאיז דא א שיינע פאר מעסיגע רבנים וואס האבען געחתמעט, ווייל זיי האלטען אז ער פאסקענט שלא כדין.
און אויפען דריטען זאך אבוויוסלי האבען רבנים געזעען אז ער איז מתיר ווען קיין איינער וואלט נישט מתיר געווען,איז א רב וואס קען זיך און האט גענומען שימוש פון רבנים און ער ווייסט וואס איז בגדר יש אוסרים ויש מתירים און וואס איז בגדר וודאי אסור לכו״ע מעג ארויס שרייען ווען איינער איז מתיר עפעס וואס איז א וודאי אסור.


דו זאגסט זייער גוט און דו ברענגסט ארויס צוויי גוטע פונקטן.

איינס אז יעדער האט א שיטה אין אידישקייט. און צווייטענס הרה״ג ר׳ רפאל שארר איז א ערנסטע מענטש א גאון וואס חתמט נישט יעדען טאג קיין קול קורא׳ס פון מיאמי ביטש און האט קאפס. און ער איז נישט אויף
פעיראל פון די סאכדעס.

ביידע זענען אמתע פאקטן.

אבער יעדער האט טאקע א אייגענע שיטה אין אידשקייט איך האב אויך א שיטה אין אידשקייט- האסטו געהערט א מעשה?(מיין שיטה איז געבויעט אויף פרקי אבות און אהב״י) אבער מ׳קען נישט צוגלייכן הרב ניימאן צו די קאנסערוועטיווע וכדומה ווייל זיי האלטן נישט די בעסיקס! זיי האלטן נישט קיין שבת!

סאיז כרחוק מזרח ממערב!

הרב שמואל ניימאן איז א ארטאדאקסישע איד מיט די פולע טראגע און פירט א חסידישע שטייגער לעבן. די אנדערע האלטן ממש גארנישט!

בקיצור יעדער האט א גדר ווי דארט שטעלן זיי זיך אפ!
ר׳ שמואל ניימאנס גדר איז גערוקט נאר א טראפקעלע פון די אלע חותמים׳ס גדר. ווידער די אנדערע וואס דו דערמאנסט זייער גדר איז שוין צו ווייט אוועק פון ארטאדאקסישע אידישקייט.

ליב צו וויסן » מיטוואך יאנואר 1, 2020 4:12 pm

· #440723
לאמיר קלאר מאכן דעם ענין, די פאקט אז ביי יעדע מחלוקה צווישן ווילי און קר"י וועט פילאפף וכת דיליה'ס פסק אלס זיין אויף ווילי'ס זייט (צומת, אריזאנע, ערכאות, עירוב, סידור קידושין ועוד ועוד) דאס איז נישט מגלה פנים שלא כהלכה ח"ו, נאר זיי טוהן אמת'דיג דורך יעדע שאלה עקסטער נאר happens to be אז די תורה איז אלס אויף ווילי'ס זייט,
וכמובן דאס אז הרב בערקאוויטש איז אלס אויף די פארקערטע זייט דאס איז ווייל נאכן שווער דורכטוהן די שאלות וועט אלס אויסקומען אז די ריכטיגע תורה'דיגע פסק איז אויף אויף קרית יואל'ס זייט,
במילא ביי הרב ניימאן טוט זיי זייער וויי אז זיינע פסקים זענען שלא על פי תורה.

אספקלריה » מיטוואך יאנואר 1, 2020 4:19 pm

· #440724
@real fake newsטרעף מיר א דיין א ת״ח וואס זאל ארויסקומען לטובתו, נישט יעדער וויל זיך באשמוצען די נאמען און חתמענען סברענגט קיינעם נישט קיין כבוד, אבער אדרבה טרעף מיר אן אנגענומענע מורה הוראה וואס האט מיטגעהאלטען זיינע פסקים און האלטען אז ער איז נישט קיין פראבלעם.
און פאר די אלע וואס שרייבען דא קעגן דיע אלע רבנים, סאיז דא א שיינע צאל פון די חותמים וואס געבן זיך אוכט אוועק פארען ציבור יומם ולילה, אוודאי זענען דא רבנים וואס זענען דא פאר זיך, סאיז אבער דא מעסיגע ערליכע גוטע רבנים וואס געבען זיך אוועק פארען ציבור.
@שבת אחים ר מאטעלע האטיך עם געהייסען אויפהערען פאסקענען באדיר איז דאך ר׳ מאטעלע גרעסער פון אלעס נאכדערצו אז ער איז די אהב״י אן אייניקעל.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 1, 2020 4:24 pm

· #440726
אספקלריה
טרעף מיר אן אנגענומענע מורה הוראה וואס האט מיטגעהאלטען זיינע פסקים און האלטען אז ער איז נישט קיין פראבלעם.

איך האב שוין געהערט נעכטן אינמיטן טאג אז ס'קומט א חרם, פונקט האב איך אנגעטראפן א באקאנטער א חשוב'ע תלמיד חכם (איך גיי נישט זאגן אין וועלכע בית הוראה ער זיצט) און כ'האב איהם געזאגט דערוועגן, ס'האט אויסגעזעהן ווי ער גייט כאפן א הארץ-אטאקע...

ליב צו וויסן » מיטוואך יאנואר 1, 2020 4:28 pm

· #440727
אספקלריה
@real fake newsטרעף מיר א דיין א ת״ח וואס זאל ארויסקומען לטובתו, נישט יעדער וויל זיך באשמוצען די נאמען און חתמענען סברענגט קיינעם נישט קיין כבוד, אבער אדרבה טרעף מיר אן אנגענומענע מורה הוראה וואס האט מיטגעהאלטען זיינע פסקים און האלטען אז ער איז נישט קיין פראבלעם.
און פאר די אלע וואס שרייבען דא קעגן דיע אלע רבנים, סאיז דא א שיינע צאל פון די חותמים וואס געבן זיך אוכט אוועק פארען ציבור יומם ולילה, אוודאי זענען דא רבנים וואס זענען דא פאר זיך, סאיז אבער דא מעסיגע ערליכע גוטע רבנים וואס געבען זיך אוועק פארען ציבור.
@שבת אחים ר מאטעלע האטיך עם געהייסען אויפהערען פאסקענען באדיר איז דאך ר׳ מאטעלע גרעסער פון אלעס נאכדערצו אז ער איז די אהב״י אן אייניקעל.


So דו ווילסט אז א רב זאל איינשטעלן זיין קאריערע זיך אנצונעמען פאר אים?
איך האב פאר דיר נייעס! כמעט נישטא ביי אונז קיין רבנים וואס וועלן זיך אוועק גיבן פארן אמת אויב גייען זיי דערלייגן דערפון..

real fake news » מיטוואך יאנואר 1, 2020 4:30 pm

· #440728
אספקלריה
@real fake newsטרעף מיר א דיין א ת״ח וואס זאל ארויסקומען לטובתו, נישט יעדער וויל זיך באשמוצען די נאמען און חתמענען סברענגט קיינעם נישט קיין כבוד, אבער אדרבה טרעף מיר אן אנגענומענע מורה הוראה וואס האט מיטגעהאלטען זיינע פסקים און האלטען אז ער איז נישט קיין פראבלעם.

סאו אזוי לערנסטו אפ פשט פון די וואס זענען נישט ארויסגעקומען, מיין שכל זאגט מיר אנדערש.
אויב עפעס די וואס זענען יא ארויס זענען געווען געצווינגן נישט פארקערט

שבת אחים » מיטוואך יאנואר 1, 2020 4:52 pm

· #440729
אספקלריה
@real fake newsטרעף מיר א דיין א ת״ח וואס זאל ארויסקומען לטובתו, נישט יעדער וויל זיך באשמוצען די נאמען און חתמענען סברענגט קיינעם נישט קיין כבוד, אבער אדרבה טרעף מיר אן אנגענומענע מורה הוראה וואס האט מיטגעהאלטען זיינע פסקים און האלטען אז ער איז נישט קיין פראבלעם.
און פאר די אלע וואס שרייבען דא קעגן דיע אלע רבנים, סאיז דא א שיינע צאל פון די חותמים וואס געבן זיך אוכט אוועק פארען ציבור יומם ולילה, אוודאי זענען דא רבנים וואס זענען דא פאר זיך, סאיז אבער דא מעסיגע ערליכע גוטע רבנים וואס געבען זיך אוועק פארען ציבור.
@שבת אחים ר מאטעלע האטיך עם געהייסען אויפהערען פאסקענען באדיר איז דאך ר׳ מאטעלע גרעסער פון אלעס נאכדערצו אז ער איז די אהב״י אן אייניקעל.


קודם כל איך בין נישט זיכער צי סאיז אמת אז ר׳ מאטעלע האט אים געהייסן. קען זיין יא קען זיין נישט.

צווייטענס איך האלט אז ר׳ מאטעלע איז געוועהן א גרויסע מענטש מיט אסאך קוואליפיקאציעס. איך האלט נישט אינגאנצן פון זיינע שיטות. ער איז געוועהן עקסטרעים. איך האלט אבער ער איז געוועהן א אמתע מענטש וואס האט אלעס געמיינט אמתדיג לש״ש מיינט נאכנישט אז איך האלט אז זיינע עקסטרעימע שיטות ווי נעמען 14 יעריגע בחורים און זיי פארשיקן אין א וואלד און לערנען גמרא 15 שעה א טאג אן קיין טראפ ליטעראטור, ניטאמאל א מב״ד אדער א טעיפ פון ר׳ יצחק אונגאר... ר׳ מאטעלע איז געוועהן א אמתע מענטש אבער איך בין נישט מסכים מיט זיינע שיטות...
ווי שטארק ר׳ מאטעלע האט זיך געקאכט אין די אהבת ישראל איז ער נאכאלץ נישט אנגעקומען צו די שפיץ פינגער פונעם זיידן, ער האט נישט געקענט פארליידן קיין מאדערענע אידן... די אהבת ישראל האט געקושט אידן וואס האבן קוים געהאלטן שבת אזש אז זיין אייניקל ר׳ יהודעלע האט אים אמאל געפרעגט איז עס דען מותר צו קישן רשעים? (וואס די אהב״י האט אים גענטפערט דארף מען שרייבן א גאנצע ארטיקל, אי״ה איין טאג,כ׳וועל נישטא אינגאנצן פארדרייען די אשכול)
איך האלט אויך אז סאטמארער רב איז געוועהן א אמתע מענטש און איך האלט אבער נישט פון זיינע שיטות.


הרה״צ ר׳ אליעזר פיש מ׳סאלקא שרייבט אין זיין ספר ״נועם שיח״ אז סאיז אמאל געוועהן עפעס וואס אסאך רבנים האבן געהאלטן אז איינער פון די רבנים אין יענע צייט טוהן עפעס וואס איז נישט אויסגעהאלטן, און יענער איז געוועהן זייער נאנט צו וויזניץ. זענען רבנים געגעאנגען בעטן די אהב״י זאל אים מוסר זאגן. און ער האט נישט געוואלט אים אריינרופן און אים פארהאלטן נאר די נעקסטע מאל וואס יענער איז געקומען צו אים האט אים די אהב״י געזאגט, ״ווער בין איך צוזאגן מוסר פאר א צווייטן, אבער איין זאך קען אייך זאגן, איך וועט עס נישט געטוהן״

פרייוויליג » מיטוואך יאנואר 1, 2020 4:59 pm

· #440730
אספקלריה
פרייוויליג
אספקלריה
סשווער צוזאגען אויף מראות זה מתיר וזה אוסר, היות סגייט אסאך בקבלה ובשימוש, אויב זיי האלטען אז ער גייט קעגען די קבלה פון מראות, איז עס אן ערנסטע פראבלעם.
און קיין איינער האלט נישט אז ממעג פאסקענען מראות אויפען טעלעפאון, (איך רעד אפילו נישט פון שיקען א פיקשער, איך רעד פון פרעגן אויפען טעלעפאון סאיז אזוי צו אזוי און געבן א היתר.

דו ביסט אפילו משיג די פערדעריי וואס דו רעדסט? איך האב שוין צענדליגע מאל געפרעגט מראות אויפן טעלעפאן פון די עצם רבנים החותמים. דו מאכסט דאס כאילו די קול קורא איז איבער פסק'נען א מראה אויפן טעלעפאן. און אם תמצא לומר אז יא, איז א) זיי אליין טוען עס. און ב) אפילו טאמער אז נישט, דארף מען איינעם מחרים ומנדה זיין פאר דעם? און מדי דברי בו, איך ווייס פון מעינסטרים רבנים וואס באקומען מראות אויף אימעיל.

דריטע פערדעריי, אז אין לך 'זה מתיר וזה אוסר' גדולה ווען עס קומט צו מראות. יש מקילים ויש מחמירים.

איך רעד נישט פון קיין פיקשעירס, איך רעד פון פרעגן דעם פרעגער וועלכע קאליר עס איז און לויט דעם פאסקענען.
קוק אהן די שרייבסט אז קיין שום זאך און דער וועלט קען נישט מסביר זיין אזא בריוו,לשיטתך איז נישט דא אזא זאך ווי א מגלה פנים בתורה שלא כהלכה, ווייל יעדער קען זאגען וואס סשמעקט איהם.
אלזא די קענסט גיין דזשוינען די קאנסערוועטיוו מאוומענט, קאפלאן האט אוכט א שיטה און זיין מאוומענט, ער האט מברר געווען אז די גאנצע עם הנבחר איז א שטות, מעג מען נישט ארויס קומען קעגן איהם ?
אויב א מעזשאריטי רבנים תלמידי חכמים און דיינים האלטען אז ער פאסקענט הלכות שלא כדין ע״ד עצמו, מיט אגענדאס, און זיין פסק איז נישט משועבד צו זיין אמיתיות התורה, און זיי פארשטיין אז ער הייסט א מגלה פנים בתורה שלא כהלכה מעגן זיי זאגען זייער דעה.
לשיטתך קען יעדע שמויגער זאגען וואס ער וויל און מקען נישט זיין אז איינער איז א יוצא מכלל השורה, איים סארי אויב די ביסט אן ארטדאקסישע יוד, האלטסטו אז רובא פון כלל ישראל זענען ראנג מיט זייער שיטה.
ר׳ רפאל שארר איז נישט קיין חדר יונגעל ער איז מן הסתם די גרעסטע גאון און אמעריקא כהיום,און ער קען גוט ניימאן (ר׳ רפאל איז נישט ווי זיין ברידער ר׳ אברהם ער זיצט יומם ולילה על התורה ועבודה, און ער סיינט נישט קיין צעטליך כמעט.
די פראבלעם איז אזוי ווי און אלגעמיין איז די וועלט זייער אומטאלערענט עקסטרעם לינק אדער עקסטרעם רעכט, די זעלבע איז ביי אונז, די איי וועלט רעכטע משוגעים קען מען נישט רעדן, און במח״כ די קאווע זענען עקסטרעם ליבארעל.
סאיז דא רבנים וואס זענען ליידער משוגע פארפרומט און אביוזען די סיסטעם מיט צודרייטע קול קוראס וואס געשענט איז, אז די מער ליבאראלע ווערען עקסטרעם קעגן יעדן גדר.
אזוי ויי אלעס און די וועלט איז דא אזא זאך ווי א בעלענס, יודישקייט האט אזא זאך ווי א ״ניין״ און אוכט אזא זאך ווי יא.
עת לקרב ועת לרחק, נישט יעדע דיין איז אפגעפרעגט סאיז דא א שיינע פאר מעסיגע רבנים וואס האבען געחתמעט, ווייל זיי האלטען אז ער פאסקענט שלא כדין.
און אויפען דריטען זאך אבוויוסלי האבען רבנים געזעען אז ער איז מתיר ווען קיין איינער וואלט נישט מתיר געווען,איז א רב וואס קען זיך און האט גענומען שימוש פון רבנים און ער ווייסט וואס איז בגדר יש אוסרים ויש מתירים און וואס איז בגדר וודאי אסור לכו״ע מעג ארויס שרייען ווען איינער איז מתיר עפעס וואס איז א וודאי אסור.


דו שרייבסט:
אויב א מעזשאריטי רבנים תלמידי חכמים און דיינים האלטען אז ער פאסקענט הלכות שלא כדין ע״ד עצמו, מיט אגענדאס, און זיין פסק איז נישט משועבד צו זיין אמיתיות התורה


און איך וויל רעאגירין דערויף:

וואס מיינט א מאיאריטעט? 10 רבנים? 20 רבנים? וואס איז די טערמס און קאנדישענס פון א מאיאריטעט? וויפיל רבנים? עס איז דא הונדערטער חסידישע דיינים ורבנים. אויב 20 נעמען זיך צוזאמען הייסט דאס א מאיאריטעט? דא איז געווען 30 רבנים, איז דאס א מערהייט?

אין וואס אין ג-טס נאמען רעדסטו פון "אז יעדער קען זאגען וואס סשמעקט אים". ער אז נישט קיין יעדער, ער איז א מורה צדק פונקט ווי הארעפענס און וואזנער, ער האט שימוש פונקט ווי זיי, געלערנט אין די זעלבע חדר ווי זיי. אויב זיי האלטן אז ער פסק'נט שלא כהלכה איז דאס בסדר, אבער ארויסקומען מיט א חרם? וואו איז דאס געהערט געווארן? זענען מיר אינגאנצן משוגע געווארן? זענען מיר צודרייט? איז הרב ניימאן א מסית ומדיח? אדער נעמט אן אנדערע פסקים?

פרייוויליג » מיטוואך יאנואר 1, 2020 5:04 pm

· #440731
אספקלריה
@real fake newsטרעף מיר א דיין א ת״ח וואס זאל ארויסקומען לטובתו, נישט יעדער וויל זיך באשמוצען די נאמען און חתמענען סברענגט קיינעם נישט קיין כבוד, אבער אדרבה טרעף מיר אן אנגענומענע מורה הוראה וואס האט מיטגעהאלטען זיינע פסקים און האלטען אז ער איז נישט קיין פראבלעם.
און פאר די אלע וואס שרייבען דא קעגן דיע אלע רבנים, סאיז דא א שיינע צאל פון די חותמים וואס געבן זיך אוכט אוועק פארען ציבור יומם ולילה, אוודאי זענען דא רבנים וואס זענען דא פאר זיך, סאיז אבער דא מעסיגע ערליכע גוטע רבנים וואס געבען זיך אוועק פארען ציבור.
@שבת אחים ר מאטעלע האטיך עם געהייסען אויפהערען פאסקענען באדיר איז דאך ר׳ מאטעלע גרעסער פון אלעס נאכדערצו אז ער איז די אהב״י אן אייניקעל.

דא קענסטו זען די פילע הסכמות, תוארים ומליצות אויף הרב שמואל ניימאן. נישט איינס נאר 9 רבנים.

שבת אחים » מיטוואך יאנואר 1, 2020 5:19 pm

· #440734
אינטערסאנט אז ר׳ שמואל ניימאן האט גארנישט גענטפערט? סאיז טיפיקל אים צוריק צו שיסן א קויל...

אספקלריה » מיטוואך יאנואר 1, 2020 5:45 pm

· #440736
@פרייוויליג
סאיז נישט אז ניימאן נעמט אהן אנדערע פסקים,די פראבלעם וואס זיי האבען איז אז ער מאכט אייגענע חידושים און ער פאסקענט על פיו אפילו סאיז קעגן אלעם,און סאיז דא יודען ת״ח וואס האלטען אז זיינע חידושים זענען קרום,און זיינע הכרעה איז געבויעט אויף זיינע נגיעות

ער איז נישט ר׳ משה פיינשטיין בדורינו, ר׳ משה איז געווען שולט בכהת״כ,האט ער געקענט אסאך מאל פאסקענען קעגן אלע אחרונים, און יעדער האט געוואוסט אז ישרות התורה איז זיין איינציגע מאטיוו און פאסקענען.
ניימאן ווען מפרעגט עם אפ לאזט ער זיך נישט רעדן און ער איז עומד ע״ד אפילו במקום טעות, און אפילו ווען סאיז גאר הארבע נושאים, ממילא האלטען זיי אז ער טאג נישט פאסקענען.
איך ווייס נישט וואס די ברענגסט מיר פון הסכמות אויף זיין ספר, א הסכמה אויף א ספר ווייסטו אליינס אז סמיינט אבסלוטלי גארנישט.

איך גיי מיך נישט מער מיט דיר טענה׳ן די שרייבסט זייער היציג און די גייסט נישט אננעמען קיין קריטיק אויף ניימאן אויף קיין שום אופן,אפילו ער וועט מתיר זיין עסן נו״ט, און איך קען פארשטיין פון וואו דיין קנאות קומט,אז מזעעט געוויסע רבנים אסערען אריזאנע ווייץ ווייל יענער האט עס געברענגט צום טיש,אדער אסערען יודען צו זינגען צוזאמען און חול המועד, ווערט מען זייער אויפגעהיצט, און די גאנצע נאמען רבנים באקומט אן עקל, און א קול קורא ווערט א שטיק ליצנות, ממילא אפילו ווען עפעס איז יא א פראבלעם האבען א קול קורא מער נישט קיין טשענס.

בסוגיה דידן קען איך די זאך פון גאר נאנט איך קען ניימאן פאר אסאך יארען נאכפאר דער גאס האט געוואוסט פון עם, און איך ווייס זיינע פראבלעמען, און די איינציגסטע סיבה פארוואס מאיז נישט ארויסגעקומען ביז יעצט איז וועגען מהאט געוואוסט וויאזוי די גאס וועט עס אנקוקען,
איך האב געשריבען מיינע תגובות פאר אויפריכטיגע מענטשען וואס ווילען אנקוקען די זאך אבזשעקטיוו,
די קנאים פון די פרומע לאגער וועלען סיי ווי האלטען קעגן עם, און קנאים פון אונזערע מער ליבעראלע לאגער וועלען סיי ווי האלטען אז די רבנים זענען צודרייט, אבער פאר די אויפריכטיגע מענטשען וואס ווילען אנקוקען די זאך כמות שהוא, אן קיין הנחות קדומות, האב איך געשריבען מיין אינפארמעישען זיי זאלען וויסען על מה יצא הקצף,און זיי זאלען קענען מאכען זייער אויפריכטיגע ריסערדזש און דערנאך זאלען זיי קענען מכריע זיין צו זיי ווילען יא אדער נישט פרעגן שאלות פון ניימאן.
סתם היציגע עקסזשענזש איז אשאד די צייט.

והאיש משה » מיטוואך יאנואר 1, 2020 5:58 pm

· #440738
כבוד אספקלרי'
פארוועם דו שרייבסט האב איך פארשטאנען, אבער מיין קושיא בלייבט פארוועם שרייבן די 30 רבנים? די קנאים זיינען ממילא קעגן אים די ליבעראלען ממילא פאר אים, נארמאלע מעסיגע מענטשען האבן פיינט חרמות פון די סארט... ממילא בלייבט שווער וועם ווילן זיי כאפען מיט אזעלכע ווילדע חרמות???

שבת אחים » מיטוואך יאנואר 1, 2020 6:16 pm

· #440741
והאיש משה
כבוד אספקלרי'
פארוועם דו שרייבסט האב איך פארשטאנען, אבער מיין קושיא בלייבט פארוועם שרייבן די 30 רבנים? די קנאים זיינען ממילא קעגן אים די ליבעראלען ממילא פאר אים, נארמאלע מעסיגע מענטשען האבן פיינט חרמות פון די סארט... ממילא בלייבט שווער וועם ווילן זיי כאפען מיט אזעלכע ווילדע חרמות???



סאיז זיכער דא מענטשען וואס רעכענען זיך מיט אסאך פון די רבנים וואס האבן געחתמט.

קען זיין הרב ניימאן וועט ווערן א נייע שטערן אין די חרדישע וועלט מיט א נייע מאוומענט פון אביסל מעהר אפענע אידישקייט.

אזא מאדערנע ר׳ משה מענדלסהאן להבדיל. ער האלט נאך ווייט פון אים און פון דארט...

שבת אחים » מיטוואך יאנואר 1, 2020 7:43 pm

· #440751
וואס האט ר׳ רפאל שארר געטוהן ביי די פרשה פון ר׳ מעכל לעבאוויטש?

תורה ומדע » מיטוואך יאנואר 1, 2020 7:57 pm

· #440755
אספקלריה
פרייוויליג
אספקלריה
סשווער צוזאגען אויף מראות זה מתיר וזה אוסר, היות סגייט אסאך בקבלה ובשימוש, אויב זיי האלטען אז ער גייט קעגען די קבלה פון מראות, איז עס אן ערנסטע פראבלעם.
און קיין איינער האלט נישט אז ממעג פאסקענען מראות אויפען טעלעפאון, (איך רעד אפילו נישט פון שיקען א פיקשער, איך רעד פון פרעגן אויפען טעלעפאון סאיז אזוי צו אזוי און געבן א היתר.

דו ביסט אפילו משיג די פערדעריי וואס דו רעדסט? איך האב שוין צענדליגע מאל געפרעגט מראות אויפן טעלעפאן פון די עצם רבנים החותמים. דו מאכסט דאס כאילו די קול קורא איז איבער פסק'נען א מראה אויפן טעלעפאן. און אם תמצא לומר אז יא, איז א) זיי אליין טוען עס. און ב) אפילו טאמער אז נישט, דארף מען איינעם מחרים ומנדה זיין פאר דעם? און מדי דברי בו, איך ווייס פון מעינסטרים רבנים וואס באקומען מראות אויף אימעיל.

דריטע פערדעריי, אז אין לך 'זה מתיר וזה אוסר' גדולה ווען עס קומט צו מראות. יש מקילים ויש מחמירים.

איך רעד נישט פון קיין פיקשעירס, איך רעד פון פרעגן דעם פרעגער וועלכע קאליר עס איז און לויט דעם פאסקענען.
קוק אהן די שרייבסט אז קיין שום זאך און דער וועלט קען נישט מסביר זיין אזא בריוו,לשיטתך איז נישט דא אזא זאך ווי א מגלה פנים בתורה שלא כהלכה, ווייל יעדער קען זאגען וואס סשמעקט איהם.
אלזא די קענסט גיין דזשוינען די קאנסערוועטיוו מאוומענט, קאפלאן האט אוכט א שיטה און זיין מאוומענט, ער האט מברר געווען אז די גאנצע עם הנבחר איז א שטות, מעג מען נישט ארויס קומען קעגן איהם ?
אויב א מעזשאריטי רבנים תלמידי חכמים און דיינים האלטען אז ער פאסקענט הלכות שלא כדין ע״ד עצמו, מיט אגענדאס, און זיין פסק איז נישט משועבד צו זיין אמיתיות התורה, און זיי פארשטיין אז ער הייסט א מגלה פנים בתורה שלא כהלכה מעגן זיי זאגען זייער דעה.
לשיטתך קען יעדע שמויגער זאגען וואס ער וויל און מקען נישט זיין אז איינער איז א יוצא מכלל השורה, איים סארי אויב די ביסט אן ארטדאקסישע יוד, האלטסטו אז רובא פון כלל ישראל זענען ראנג מיט זייער שיטה.
ר׳ רפאל שארר איז נישט קיין חדר יונגעל ער איז מן הסתם די גרעסטע גאון און אמעריקא כהיום,און ער קען גוט ניימאן (ר׳ רפאל איז נישט ווי זיין ברידער ר׳ אברהם ער זיצט יומם ולילה על התורה ועבודה, און ער סיינט נישט קיין צעטליך כמעט.
די פראבלעם איז אזוי ווי און אלגעמיין איז די וועלט זייער אומטאלערענט עקסטרעם לינק אדער עקסטרעם רעכט, די זעלבע איז ביי אונז, די איי וועלט רעכטע משוגעים קען מען נישט רעדן, און במח״כ די קאווע זענען עקסטרעם ליבארעל.
סאיז דא רבנים וואס זענען ליידער משוגע פארפרומט און אביוזען די סיסטעם מיט צודרייטע קול קוראס וואס געשענט איז, אז די מער ליבאראלע ווערען עקסטרעם קעגן יעדן גדר.
אזוי ויי אלעס און די וועלט איז דא אזא זאך ווי א בעלענס, יודישקייט האט אזא זאך ווי א ״ניין״ און אוכט אזא זאך ווי יא.
עת לקרב ועת לרחק, נישט יעדע דיין איז אפגעפרעגט סאיז דא א שיינע פאר מעסיגע רבנים וואס האבען געחתמעט, ווייל זיי האלטען אז ער פאסקענט שלא כדין.
און אויפען דריטען זאך אבוויוסלי האבען רבנים געזעען אז ער איז מתיר ווען קיין איינער וואלט נישט מתיר געווען,איז א רב וואס קען זיך און האט גענומען שימוש פון רבנים און ער ווייסט וואס איז בגדר יש אוסרים ויש מתירים און וואס איז בגדר וודאי אסור לכו״ע מעג ארויס שרייען ווען איינער איז מתיר עפעס וואס איז א וודאי אסור.

סליחה, אבער דער וועג איז קאונטערפראדאקטיוו. ס׳איז פארהאן אן אלטען, אויסגעטרויטענעם וועג ווי אזוי דן צו זיין הלכה. ניט קיין איטערשיד פון הלכות שבת, מקוואות, כשרות, אדער אין מער סענסעטיווער נושאים. אין יעדן אספעקט פון תורה איז דא א מקום אויף חילוקי דיעות און א וועג פון א מחלוקת לשם שמים. קעגן דעם בעל ערוך השולחן האט קיינער ניט געשריבן קול קורא׳ס ווען ער שרייבט זיין פסק וועגן שערות. ווייל אינעם אלטען, אמת׳ן וועג איז דא א נארמאלע, ציוויליזירטע וועג ווי אזוי צו האבן חילוקי דיעות אין הלכה. אמת, קעגן דעם פוסק הדור מרן בעל האגר״מ זצוק״ל האבן אחב״י תלמידי ישיבות הונגריא מזלזל געווען אויף אן ענדליכן אופן ווי אנקעגן הרב ניימאן, אבער אינעם נארמאלער וועלט ארבעט עס ניט אזוי. אויב זענט איהר מחולק שרייבט א בריוו צום פוסק און ווארט אויף א תשובה. אז ניט, זענט איהר א בחינה פון פעיק ניוז.

פרייוויליג » מיטוואך יאנואר 1, 2020 8:33 pm

· #440757
@אספקלריה

די גוטע פעולה פון די קול קורא איז אז איך האב היינט געלערנט נייע סארטן מהלכים וויאזוי צו מאכן אן אבסטראקטיווער ארגומענט. צב"ש אויב איינער איז נישט א בעל מידות קען ער נישט זיין א דיין, ואחרון חביב אז די פראבלעם וואס די רבנים האבן מיט הרב ניימאן איז אז "ער מאכט אייגענע חידושים און ער פסק'נט על פיו", איין מינוט לאמיך עס איבערזאגן נאכאמאל, אז די פראבלעם וואס די רבנים האבן מיט הרב ניימאן איז "ער מאכט אייגענע חידושים און ער פסק'נט על פיו". לאמיך עפעס שעירן מיט דיך, מיר לעבן נישט אין די צייטן פון כשהיה בית דין הגדול קיים לא היתה מחלוקת בישראל. הלכות ווענד זיך לויט די געאגראפיע, מיום שחרב בית המקדש לא נמצא הלכה ברורה ומשנה ברורה במקום אחד. יעדע דיין'ס הכרעה איז געבויעט אויף נגיעות, דער מחבר האט גע'פסק'נט לויט דער רשב"א און דער רמ"א האט געפסק'נט על-פי המסורות של קהילות אשכנז.

ווען איך רעד פון רבי משה פיינשטיין בין איך מדמה מילתא למילתא, עס איז קינדעריש צו טענה'נען אז ער איז נישט קיין ר' משה, ווייל דאס איז נישט די ארגומענט. דער דוגמה פון רבי משה איז אז ער איז געגאנגען קעגן דעם שטראם. איך לאז הרב ניימאן במקומו מונח, אבער ער איז בארעכטיגט אנצונעמען סייוואספארא פסק ער וויל כל זמן שיש לו על מה ועל מי לסמוך. עס איז זייער קינדעריש צו טענה'נען אז הרב ניימאן לאזט נישט רעדן אפילו עומד ע״ד אפילו במקום טעות, אויסער אז דו האלסט אז הרב ניימאן איז אומסטאביל. איך בין נאך צו אלט צו געדענקן ווען מ'האט געטון די זעלבע פאר ר' יחזקאל ראטה, אדער אפילו הגאון הגדול רבי משה פיינשטיין. נישט נאר האט מען געזאגט אז זיי זענען קרום, נאר זיי זענען דער בעל פעור אליין.

איך בין נישט מדמה קיינעם צו קיינעם, נאר מילתא למילתא. כל מי שיש מוח בקדקדו ווייסט אז די ארגומענט איז נישט אויב הרב ניימאן יש על מי לסמוך, נאר איבער פארוואס ער קאלירט ארויס פון די סיסטעם. ב"ה אז מיר שפילן מיט א פולע דעק מיט קארטלעך, און עס איז דא פסק און שיטה פאר אלעמען, ווי ערווענט מיום שחרב בית המקדש לא נמצא משנה ברורה במקום אחד.

און אויב האסטו נישט פארשטאנען, האב איך געברענגט די הסכמות צו ארויסצוברענגן די הערצה פון גדולים צו אים, נישט אז עס מיינט עפעס, אבער גענוג אים נישט אפצושטעמפלען אלס א מגלה פנים בתורה שלא כהלכה. רבי מאיר ברנסדרפר פלעגט זיך פירן נישט צו געבן הערצות פאר מגלי פנים בתורה שלא כהלכה.

איך נעם מיך נישט אן פאר הרב ניימאן, און איך האב א גוטע בינטל קריטיק אויף אים אויך, איך נעם מיך אן פאר די ישרות פון נישט צונעמען א רב בישראל אויף אזא שאנדפולע און רשעות'דיגן אופן. מען נעמט נישט קיין אייגענע ברידער וואס מען האט מיינונוגען דיפערענצן מיט אים און מ'ווארפט אים הינטערן באס. ער איז אלץ געווען outspoken, און זיין ספר איבער יחוד איז די בעסטע ראיה.

דער קול קורא איז ווען אכזריות טרעפט זיך מיט די לאנגע גלות. ג-ט איז מיין עדות, אז גארנישט קען נישט בארעכטיגן אזא שמיציגן פאשקעוויל. אויב איז ער טאקע אזא אבן נגף, אז מ'דארף שרייבן טיטלען אויף אים וואס מ'האט געשריבן אויף אברהם גייגיר, וואלט די גאנצע יהדות שבגולה געדארפט אויפגעציטערט ווערן דערפון.

יין שרף » מיטוואך יאנואר 1, 2020 9:35 pm

· #440762
לידיעה בעלמא שיש לו ספר שו"ת קל כנשר וכל מי שרוצה יכול לראות שם דרכי פסקיו

לבי ובשרי » מיטוואך יאנואר 1, 2020 10:22 pm

· #440767
יין שרף
לידיעה בעלמא שיש לו ספר שו"ת קל כנשר וכל מי שרוצה יכול לראות שם דרכי פסקיו
📎 קל כנשר.PNG

שמערל » מיטוואך יאנואר 1, 2020 10:26 pm

· #440768
עס איז אפשר נישט באקאנט אז דער סאטמערער רב ווען ער דערמאנט הרב קוק אין זיינע ספרים, שרייבט ער יא ארויס "הרב" קוק. איז שטעלט אייך פאר ווי א גרויסע רשע מרושע דער שמואל ניימאן איז אז ניטאמאל א ארויסגעשריבענע הרב קומט זיך אים.
IMG_20200101_221858-01-04.jpeg

תורה ומדע » מיטוואך יאנואר 1, 2020 10:53 pm

· #440769
שמערל
עס איז אפשר נישט באקאנט אז דער סאטמערער רב ווען ער דערמאנט הרב קוק אין זיינע ספרים, שרייבט ער יא ארויס "הרב" קוק. איז שטעלט אייך פאר ווי א גרויסע רשע מרושע דער שמואל ניימאן איז אז ניטאמאל א ארויסגעשריבענע הרב קומט זיך אים.

אז דער דברי יואל זצ״ל האט געהאט מער כבוד התורה ווי די חברה איז דאך פשוט. ער האט דאך גענומען די מוה צו שרייבען חיבורים עפ״י תורה קעגן די שיטה פונעם בעל האורות זצ״ל. דאס וואס די חברה טוען איז דאך אהן קיין שום רוקן ביין

לבי ובשרי » מיטוואך יאנואר 1, 2020 11:42 pm

· #440773
איין שאלה איז דא, פארוואס איז דער קול קורא נאכנישט עמטליך פאבלוצירט געווארן אין בלעטלעך און אין בתי מדרשים?
האבן די רבנים צוריקגעצויגן?..

אונטער חכם » דאנערשטאג יאנואר 2, 2020 1:06 am

· #440782
אפשר ברענגט דא איינער זיינע ספרים.

פון אויבנאויף זעהט מיר אויס אז זיין ספר יצא אדם לפעלו איז אינגאנצן נישט קיין קאנטראווערסיאל ספר, פארקערט גאר, טייל אידן דא וואלטן עס אנגעקוקט ווי עפעס א אכשר דרא'דיגער קונטרס.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9