אשכול אן א טיטל #13516
417 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13516
וואס איז דער עולם דא אזוי אויפגערעגט וועגן דעם?
מען קען מיינען ער האט עפעס רעפארמירט.
ווידער די אוסרים האבן אים גע'אסר'ט, ווער גיבט א ניסל וואס זיי אסר'ן? האט איינער דא נישט געקויפט א קידאטשקע וועגן דער איסור? זיי קענען אסר'ן וואס זיי ווילען, איך האב מיין פאן, וכשהפאן כאן הכל כאן.
און אויף א אמת, די רבנים נעמען קיינעם גארנישט צו מיט זייערע איסורים, זיי האבן נאך קיינמאל נישט גע'אסר'ט א זאך וואס מען ברויך באמת אסר'ן לטובת הקהל, זיי זענען ציינלאזע קרומע מה יפית'ניקס וואס אפאר אינגעלייט ווייזען שמאטעס, אויסער דעם האבן זיי גארנישט צו זיך, אבער זייער גאות רעדט זיי איין אז זיי פירען כלל ישראל און אז עס איז נאך דא מענטשן וואס פרעגן נאך זיי, ווען זיי וואלטן געוואוסט רעאליטעט, וואלטן זיי באגאנגען זעלבסט מארד.
און רב ניימאן, קודאס פאר דער איסור אויף אייך, איך האף אז דער איסור האט אייך געגעבן שכל קיינמאל נישט צו אסר'ן יענעם.
ב.ד.וו. קען איינער געבן א פליק פאר יצחק שטיין פין מיר? ער איז סתם א קאקער, איך פארגיןַ איםַ נישט די הנאה פין קוקען אויף דער פעיפער.
@פרייוויליג - אז דו פארשטייסט נישט ווי ר' משה פיינשטיין קומט דא נישט אריין, ביסטו טאקע ווייט פון די פאוינט. הרב משה פיינשטיין וואלט געקומען אלע קריטיק וואס ער האט באקומען, ווען ער וואלט נישט געקענט פארפאסען אזא חיבור ווי דברות משה. נאר ווייל ער האט געהאט אזא מין שליטה אויף די סוגיות האט ער געמעגט זיך דינגען אויף מוסכמות. אויף ר' יחזקאל, ביסטו הונדרעט פערצענט גערעכט. מ'קען איהם נישט אויפווייזען זיין קרומקייט, עס איז צו איינגעדרייט. אבער יעדער אויפריכטיגע לומד מוז זיך כאפען א שוידער ווען ער קוקט זיין ספרים און ער הערט אז ער איז גאר א פוסק הדור אין זיין געזעלשאפט. נאר וואס קען מען טון? יארען לאנג האט ער געדינט ווי א גוטן שוואנץ פאר די סיסטעם, און ווען ער האט זיך ארויס געשלעפט דערפון, האט ער געהאט אן אומפארדינטע קרעדיביליטי. און היינט לעבט מען אין א דור פון השתוות, ווי יעדער שמויגער זאגט א דעה אויף אלס, און אן עם הארץ איז פונקט אזא מ"ד אויף ווער איז א ת"ח ווי דער וואס קען אויפ'ן אמת. ממילא איז ער שוין א רשכבה"ג, די המון עם בלייבט דערמיט און פערטיג.
אין זיין ספר איז דא ניין בריווען. בתוכם איז דא דוכט זיך דריי הסכמות. הרב נסים קרליץ מיט הרב מתתיהו סאלאמאן וכדו' האבען זיך בעיקר באצויגען צום רעיון פונ'ם ספר און מיט ווארימע ברכות זיך אויסגעדרוקט אויף די חיזוק וואס עס ברענגט. און מסתמא ווייל די ספר איז טאקע נייטיג פאר מענטשן. צו זאגען פון דארט אז זיין מיינונג אין מראות איז אויסגעהאלטען איז היבש איבערגעטריבען.
חיים יואלנעגעל וואסערא פעטישן פאר ווער עס וויל אים מחזק זיין,
דא.
Has 294 Signatures
ס'האט שוין 1,024 חתימות
<a class="postlink" href="https://www.change.org/p/rabbanim-rabbi-shmiel-neiman-please-continue-teaching-us-torah?utm_content=cl_sharecopy_19880953_en-US:v5&recruiter=1031924066&recruited_by_id=973af4e0-2ca9-11ea-9f10-3d5b612a770a&utm_source=share_petition&utm_medium=copylink&utm_campaign=psf_combo_share_initial&utm_term=psf_combo_share_abi">https://www.change.org/p/rabbanim-rabbi ... _share_abi</a>
איך זעה נישט מען זאל ארויסברענגען. אבער דער גאנצע פראבלעם מיט ר' שמואל איז סאטמאר, כלומר סאטמאר האט אים געוואלט אונטערברענגן פאר איין סיבה, ער איז שטארק, און ער איז נישט א סאטמארע, און ער זאגט זאכן קעגן זייערע שיטה. וואס זאגט ער?
ער זאגט אזוי.
אז טאמער איינער האט א זוהן וואס וויל נישט זיין אזוי ווי דער טאטע, ער וויל זיין פרום, אבער ער וויל נישט טוהן אלעס אזוי ווי דער טאטע, און ער זאגט א רייע משלים, ער וויל נישט גיין א שטריימל, ער וויל נישט גיין פיאות ווייל ער וויל זיין א ליבאוויטשער, ער וויל נישט גיין א לאנגע רעקל, א טאכטער וויל נישט גיין א שפיצעל, אדער א צו געדעקטע שייטעל, אדער אפילו נאך מער מאדערן, איז א טעות גדול מרחק צו זיין א קינד נאר פאר אזעלכע זאכן, וואס זענען נישט אידישקייט נישט תורה נאר סיסטעם זאכן.
ביז אהער וואלטען די דרייסיג רבנים נאך אויסגעהאלטען ווען ער לייגט נישט צו אפאר אמת'ער געטשקע זאכן.
ר' שמואל האט געמאכט א טעות און אין די משלים האט ער אויך אריין געלייגט למשל אז א סאטמארע ווערט א ציוני, אדער אז א סאטמארע ווערט א ליבאוויטשער, אדער אז א סקווירא ווייל נישט זאגן תהלים שבת אינדערפרי.
דא, הגם ער זאגט אמת, און דער סאטמארע איז מודה צו ר' שמואל וועגן תהלים שבת אינדערפרי, און דער סקווירא איז מודה צו ר' שמואל וועגן ווערען א ציוני, אבער דער סאטמארער קען נישט אראפ שלינגען אז א וויזניצער פאץ זאגט אז ווערען א ציוני איז סיסטעם.
ועל זה יצא הקצף, סאטמארע ווילען אז ציונות זאל זיין אפילו הארבער פין די ג' חמורות, און סקווירא וויל אז תהלים שבת אינדערפרי זאל זיין וויכטיגער פין אלעס. און איך כאפ נאר אהן די צוויי משלים ווייל דאס ליגט מיר אויפן זכרון אז ר' שמואל האט געזאגט, אבער ליידער האלטען מער היינט אז יעדער חסידות האט זיך זיין עבודה זרה וואס מען קישט לא עלינו, און אלע האבען מורא אז א מורה הוראה זאגט אויף זייערע עבודה זרות אז עס איז שטותים.
ממילא וואס טוהן די סאטמארער, כאפען זיי זיך אהן אויף אנדערע זאכן, ווייל מען קען דאך נישט זאגן דער אמת'ער פראבלעם, און זיי האקן א טשייניק מיט שלום בית שיעורים וכו', אבער דער אמת'ער פחד זייערע איז דאס וואס איך זאג.
און ממילא וואס נעמט מען ארויס פין דעם? זיי אפען מיט דיינע קינדער, זאג זיי אז די אלע זאכן זענען שיינע הוספות, אבער נישט דער עיקר, גייט אלע בדרך ר' שמואל און זייט מקדש שם שמים, רייסט אויס די עבודה זרות פין צווישן אונז, און שעמט אייך נישט, ווען איינער זאגט ווי וויכטיג די שטותים זענען, זאגט אים דינט נישט עבודה זרה.
בד"וו וואסי פשט אז קיין איין ארונישע דיין האט נישט אינטערגעשריבן?
[ציטאט אראפגענומען]
וואס האסטעך אפגעשטעלט ביי זיי, לייג די רשימה פון אלע רבנים בכל קצוי תבל וכו'.
דרך אגב, לפי המתפרסם האט רבי חיים יהושע ה"ש ממאנסי אין א דרשה די וואך גערעדט קעגען איהם.
דער עולם נעמט עפעס אסאך מער ערנסט א קול קורא ווי די חותמים זעלבסט. זיי מיינען נישט קיין חרם נידוי שמתא אדער אנדערע לשונות וואס שטיין דארט, זייי קוקען עס אן סך הכל אן אזהרה אז מען זאל זיין פארזיכטיג פון דעות וואס זענען נישט אזוי פרום אדער מקובל. דאס אלעס. די וואס חתמנן האלטן אז עס איז אויך וויכטיג דאס מפרסם זיין ווייל אמאל איז דא א תמים וואס הערט א דיין זאגט עפעס און ווייסט נישט אז דאס איז שנוי במחלוקת, מאכט מען א צעטל ער זאל דאס וויסען.
מען דארף נאר אויסהערן ר' מרדכי בעק'ס פאון קאל דאס צו פארשטיין. אפשר אנדערע רבנים זענען מער נאריש אבער איך האב געלערנט ביי ר' מרדכי ער איז א איד א ערנסטע תלמיד חכם און בכלל נישט קיין נאר. ער פארשטייט נישט וואס יענער וויל פון עם אוודאי מיינט מען נישט דא מען זאל אויפהערן גיין צו זיין חומש רש"י שיעורים. ער עקספעקט אז דער עולם זאל זיין קלוג און ליינען צווישען די שורות אז מען מיינט בסך הכל אז מען האט נישט ליב זיין פשט אויף או"ח סימן ר"מ. אפילו די איסורי כריתות שפראך איז פשוט א קאוד פאר דעם.
די לשונות חריפים זענען סתם א שיגרא דלישנא, דער חותם אליינס נעמט עס נישט ערנסט.
א איד וואס מיינט בלויז א אזהרה, חתמ'ט נישט אויף א צעטל וואס שרייבט הר' שמואל ניימאן, איז אדער האט ר' מרדכי בעק נישט געזעהן די לשון הקול קורא, וואס איז מסתבר, אבער איז כשלעצמו א גרויסע חטא, אדער איז ער א אכזר ושופך דם. שיגרא דלישנא אויף שפיכות דמים איז צו א שווערע לימוד זכות.
דאס איז אוודאי א ריכטיגע טענה און איך זאג נישט אז דאס איז א וועג זיך צו פירען.
אבער למעשה איז נאכאלץ אמת אז די רבנים מיינען נישט די לשונות ערנסט. איך ווייס נישט וואס ער האט געזעהן אדער נישט אבער איך ווייס קלאר אין אנדערע פעלער ווי מען האט געוואוסט די גוזמאדיגע לשונות און געוואוסט אז זיי זענען נישט ערנסט און נאר געמיינט אזא אזהרה.
די נפקא מינא איז בעיקר פאר אונז צו וויסען דאס נישט צו נעמען אזוי ערנסט אפילו לפי דעת החותם, ווייניגער דן צו זיין אויב דער חותם וועט באקומען פעטש דערפאר..
שיגרא דלישנא אדער לישנא דשיקרא? וואס מיינט חכמים הזהרו בדבריכם אז נישט דאס? בקום עלינו אדם שטייט ביי המן, פרעג איך אייך, דאס איז שיגרא?
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
די רבנים מיינען כבוד און די עסקנים מיינען די לשונות כהוויתן, און פאר דעם באדערט יעדען דער קול קורא, ווייל עס דערמאנט אונז דער ביטערע אמת אז אונז ווערען געפירט דורך א חברה קאקערס, צוזאמען מיט דיין רבי ר' מרדכי.
ב.ד.וו. האסט געלערנט ביי אים, וואס האלט איר דער מלאך האט אויסגערופען אויף זיין טפה סרוחה פערציג טעג פאר דער יצירה, חכם או טפש?
כבוד האט יעדער איינער ליב עס בלייבט נאכאלץ אמת אז די חותמים זענען נישט מסכים מיט דער הדרכה פון ההרב ניימאן און זיי ווילען דו זאלסט וויסען דערפון. דאס אז אפילו נישט קיין גרויסער נייעס ער וייסט דאך אויך אז ער איז נישט מסכים מיט זיי. דער חידוש איז. נאר אז זיי האלטן דאס וויכטיג מודיע צו זיין .
חברה איך בין טאקע נישט קיין חסיד פון דער מהלך און אן עוולה בליייבט אן עוולה, אבער לאמיר נישט זיין תמימות'דיג. עס איז שוין הונדרעט פופציג יאר וואס די סארט אונגארישע רבנים געבן ארויס די סארט נוסחאות פון צעטלעך און חרמות אויף יעדער ציווייטער זאך, עס איז שוין א מסורת דער נוסח, נאך הונדרעט יאר וואלט יעדער שוין געמעגט וויסען אז דאס איז נישט פאר ריעל, און אז זיי אליינס האלטן נישט אז די נוסחאות זענען ערנסט, יעדער איינער וואס דרייט זיך אביסעל און ווייסט אביסעל און איז נישט קיין שוטה ווייסט דאס. מען שמועסט דא כאילו דאס איז נישט common knowledge אז ווען דער רבי זאגט אפיקורס מיינט ער בערך אזויווי א בעלזער חסיד..
לעיקוואדחברה איך בין טאקע נישט קיין חסיד פון דער מהלך און אן עוולה בליייבט אן עוולה, אבער לאמיר נישט זיין תמימות'דיג. עס איז שוין הונדרעט פופציג יאר וואס די סארט אונגארישע רבנים געבן ארויס די סארט נוסחאות פון צעטלעך און חרמות אויף יעדער ציווייטער זאך, עס איז שוין א מסורת דער נוסח, נאך הונדרעט יאר וואלט יעדער שוין געמעגט וויסען אז דאס איז נישט פאר ריעל, און אז זיי אליינס האלטן נישט אז די נוסחאות זענען ערנסט, יעדער איינער וואס דרייט זיך אביסעל און ווייסט אביסעל און איז נישט קיין שוטה ווייסט דאס. מען שמועסט דא כאילו דאס איז נישט common knowledge אז ווען דער רבי זאגט אפיקורס מיינט ער בערך אזויווי א בעלזער חסיד..
איך געדענק נישט ס'לעצטע מאל עס איז ארויס אזא שארפן קול קורא אויף א יחיד, סיידן אין תש"מ.
ר' לעיקוואוד with all due respect אלף פעמים, איר רעדט מתוך book smarts כעין פיליסאפישע רייד, צו פארשטיין וואס גייט דא פאר סייענטיפיקלי. אבער פון די טאג טעגליכע street smarts און פאר די פראקטישע every day joe איז דאס קלאר אן עון בל יכופר.
דאס איז ע"ד פשט. יעצט ע"ד רמז, די רושמי רשומות וועלען נאך אמאל זאגען, אז דוקא בו ביום פון די געפערליכע חילול ה' און מיאוס'ע בזיון התורה, איז זה לעומת זה, אפגעשטעלט געווארן די חרון אף, און די סיום הש"ס האט מכפר געווען דורך גרויסע קידוש השם און געוואלדיגע כבוד התורה.
Who knows...
אויב דער עולם וועט פארשטיין אזויווי מיר אלץ א דבר פשוט וועט דאס זיין למעשה אויך..
על פי הלכה איז נישט דא אזא זאך אז מען קען ארויס געבן א קול קורא אנקעגן איינעם אן רעדן צו איהם אין איהם רופן פאר בית דין
Sent from my Pixel 3 XL using Tapatalk
שיטה הקדושהעל פי הלכה איז נישט דא אזא זאך אז מען קען ארויס געבן א קול קורא אנקעגן איינעם אן רעדן צו איהם אין איהם רופן פאר בית דין
Sent from my Pixel 3 XL using Tapatalk
ווי שטייט הלכות קול קורא?
נעגעל וואסערשיטה הקדושהעל פי הלכה איז נישט דא אזא זאך אז מען קען ארויס געבן א קול קורא אנקעגן איינעם אן רעדן צו איהם אין איהם רופן פאר בית דין
Sent from my Pixel 3 XL using Tapatalk
ווי שטייט הלכות קול קורא?
זיי פארופען זיך אלס רבנים וואס געבן ארויס א פסק, נישט אזוי?
לעיקוואד - מצד דער עולם ביסטו גערעכט. אבער מצד דער נחתם איז עס א ריזיגע פאטש. דו וואלטסט געוואלט אזא צעטל אויף דיר? יעדער זאגט 'יא, וואס גייט מיר אן?' אבער למעשה איז עס א געפערליכע אומבאקוועמליכקייט.
ועוד, דאס אליינס אז מ'איז געגאנגען צו א נייעם שטאפל פון אויסדרוקן, און זייט די געשטאפטע גענץ מחלוקת לשם שמים האט מען נישט געזען אזעלכע אויסדרוקן, איז עס אן עוולה גדולה. מצד הרב ניימאן דארף ער אנקוקען אז זיין חברים זענען גרייט איהם צו שטויסען מער ווי סתם א 'שירים ושירות' פרצה. ער האט נאך מער זאלץ ווי אין גאנץ אריזאנא און נאך מער ביינער ווי גאנץ בית שמש. מ'קען עס נישט אפווישען מיט 'יעדער פארשטייט דאך'.
צום שלוס, הרי"מ לוין האט געהאט א סעקרעטאר וואס האט געשריבען די המלצות פאר איהם. יעדער המחצה האט געהאט די זעלבע נוסח. אין שווארצע טינט האט עס געמיינט מ'זאל יענעם מקרב זיין, אין בלויע טינט האט עס געמיינט נישט מקרב זיין און נישט מרחק זיין, און אין רויטע טינט האט עס געמיינט אז מ'זאל איהם רודפ'ן עד חרמה.
וואלווינעגעל וואסערשיטה הקדושהעל פי הלכה איז נישט דא אזא זאך אז מען קען ארויס געבן א קול קורא אנקעגן איינעם אן רעדן צו איהם אין איהם רופן פאר בית דין
Sent from my Pixel 3 XL using Tapatalk
ווי שטייט הלכות קול קורא?
זיי פארופען זיך אלס רבנים וואס געבן ארויס א פסק, נישט אזוי?
דאס איז טאקע מיין טענה זיי טוען אנקעגן די הלכה
ווייל זיי האבן מורה צו אפראטשען דעם ר' שמואל ווייל ער איז זייער א קלארער מענטש
אין ער ווייסט פינקטליך פארוואס ער זאגט אלעס
Sent from my Pixel 3 XL using Tapatalk
רבי שמואל ניימאן האט באקומען א היתר הוראה און שימוש פון רבי פישעלע זצ"ל (און אויך שימוש פון זיין טאטע רבי אברהם ניסן, דומ"ץ וויזניץ מאנסי)
דער איד/גוי האט עס געלייגט א פול פעדטש אין די פאד'ערשטע זייטן
מען זאגט דער טאכטער און מען מיינט דער שנור, ווען ער רעדט נישט אז זיין א ציוני איז נישט אזוי געפערליך, און דער סאטמארע רבי האט נישט געמיינט מען זאל רודפן ציונים, וואלט אים קיינמאל נישט געוועהן.
איך זע נישט דא עיונים אין דער לשון הקול קורא. ס'הייבט זיך לשון יחיד פון איין פערשוין, דערנאך גייט עס אריבער צו לשון רבים "לא לשמוע דרשותיהם" "לא לקבל מהם" "אסור להזמינם". פון וויפל מענטשן רעדט מען דא? ויש ליישב בדוחק אז זיי מיינען תלמידים פון רב ניימאן, כעין פראנקיסטן. אויב אזוי דארף דאך יעדער שומר נפשו וויסן ווער זענען די תלמידים כדי להתרחק מהם.
און צום סוף דערמאנען זיי גאר טעיפס. האלאו, איינער אונטער 35 ווייסט וואס דאס איז בכלל א טעיפ? ביי רב פילאפ אין דער היים הערט מען טעיפס? און איז דער איסור חל אויך אויף סידיס אדער וואטסאפ קליפס? און אויב רב ניימאן איז מתיר בני ט' דבר, וויבאלד ס'איז נישט איסורי כריתות מעג מען אים כאטש אויף דעם פאלגן?
תורה היא וללמוד אני צריך.
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
לעיקוואדדער עולם נעמט עפעס אסאך מער ערנסט א קול קורא ווי די חותמים זעלבסט. זיי מיינען נישט קיין חרם נידוי שמתא אדער אנדערע לשונות וואס שטיין דארט, זייי קוקען עס אן סך הכל אן אזהרה אז מען זאל זיין פארזיכטיג פון דעות וואס זענען נישט אזוי פרום אדער מקובל. דאס אלעס. די וואס חתמנן האלטן אז עס איז אויך וויכטיג דאס מפרסם זיין ווייל אמאל איז דא א תמים וואס הערט א דיין זאגט עפעס און ווייסט נישט אז דאס איז שנוי במחלוקת, מאכט מען א צעטל ער זאל דאס וויסען.
מען דארף נאר אויסהערן ר' מרדכי בעק'ס פאון קאל דאס צו פארשטיין. אפשר אנדערע רבנים זענען מער נאריש אבער איך האב געלערנט ביי ר' מרדכי ער איז א איד א ערנסטע תלמיד חכם און בכלל נישט קיין נאר. ער פארשטייט נישט וואס יענער וויל פון עם אוודאי מיינט מען נישט דא מען זאל אויפהערן גיין צו זיין חומש רש"י שיעורים. ער עקספעקט אז דער עולם זאל זיין קלוג און ליינען צווישען די שורות אז מען מיינט בסך הכל אז מען האט נישט ליב זיין פשט אויף או"ח סימן ר"מ. אפילו די איסורי כריתות שפראך איז פשוט א קאוד פאר דעם.
די לשונות חריפים זענען סתם א שיגרא דלישנא, דער חותם אליינס נעמט עס נישט ערנסט.
און פארוואס טאקע קענען זיי נישט זאגן קלאר "מ'טאר איהם נישט אויסהערן ווייל אונז האבן נישט ליב וואס ער זאגט, ווער ס'וויל באמת פארשטיין וואס אונז האלטן אז ער טוט נישט גוט האט מען נישט איהם געמיינט" און א גוטן פורים. צו וואס פעלט אויס די "איסורי כריתות" נאנסענס צו וואס? פארוואס בכלל נוצן קאוד ווערטער? זאג קלאר דיינע טענות און פערטיג. איך ווייס וואס די תירוץ איז, ווייל זיי ווייסן אז אויב זיי וועלן זאגן וואס זיי טראכטן באמת וועט מען זיי לאכן אין פנים אריין, נוצן זיי אזעלכע שרעקעדיגע ווערטער צו דערשרעקן די תמימות'דיגע שעפעלעך. זאג איך, אויב האבן זיי מורא אז מ'וועט זיי לאכן אין פנים איז א סימן אז ס'טאקע דא פון וואס צו לאכן. אויב האבן זיי וואס צו זאגן זאלן זיי עס זאגן הויעך, און אויב נישט זאלן זיי פארמאכן א מויל מיט וואסער, סתם דערשרעקן דעם עולם מיט פריש-געבאקענע "קאוד ווערטער" נוסח אחד בפה ואחד בלב איז נישט צום זאך.
ווארט אויס ביז מוצאי שבת. די רבנים וועלן די וואך זיך אויסקלארן, וואס פונקטליך די מעשה איז.
[ציטאט אראפגענומען]
און ווען א בן בלי שם שטעלט זעך אויף רעדן אנטקעגען אונזערע רבנים, ווייל עס איז איהם צו שווער די אלט-מאדישע יידישע חסידישע תורה'דיגע דרכים - האב איך גענצליך פארלוירן טראסט אין אונזער מענטשהייט
[ציטאט אראפגענומען]
ווער איז דאס געווען?
מאך זיכער
ר' זלמן לייב פילאפף, ר' חיים דוד כ"ץ און ר' מרדכי בעק האבן שוין אויך וועריפייד אויף וואטסעפפ אז זיי האבן געוואלט באגראבן שמואל ניימאן'ס כח.
Good luck with that.. ער האט דורכן קול קורא באקומען מער כח און נאכפאלגערס ווי כ"ץ, פילאפף, און בעק צוזאמען..
[ציטאט אראפגענומען]
יעדען האסטו פארגינען א שליט״א ווי עס דארף צו זיין חוץ הג״ר יעקב הורוויץ ר״י ב״מ אויף וואס קומט זיך אים דעם טריטמענט?
אוהב ספריםאון ווען א בן בלי שם שטעלט זעך אויף רעדן אנטקעגען אונזערע רבנים, ווייל עס איז איהם צו שווער די אלט-מאדישע יידישע חסידישע תורה'דיגע דרכים - האב איך גענצליך פארלוירן טראסט אין אונזער מענטשהייט
וואס פונקטליך איז די פראבלעם, אז ער איז א בן בלי שם, אז ער רעדט קעגן רבנים, אדער אז ס'איז איהם שווער די אלט-מאדישע יידישע חסידישע תורה'דיגע דרכים?
וואלוויר' לעיקוואוד with all due respect אלף פעמים, איר רעדט מתוך book smarts כעין פיליסאפישע רייד, צו פארשטיין וואס גייט דא פאר סייענטיפיקלי. אבער פון די טאג טעגליכע street smarts און פאר די פראקטישע every day joe איז דאס קלאר אן עון בל יכופר.
דאס איז ע"ד פשט. יעצט ע"ד רמז, די רושמי רשומות וועלען נאך אמאל זאגען, אז דוקא בו ביום פון די געפערליכע חילול ה' און מיאוס'ע בזיון התורה, איז זה לעומת זה, אפגעשטעלט געווארן די חרון אף, און די סיום הש"ס האט מכפר געווען דורך גרויסע קידוש השם און געוואלדיגע כבוד התורה.
Who knows...
ומצד סוד, וועלן נאך יודעי ח"ן אמאל זאגן, אז דווקא בו ביום פון די געפערליכע חילול ה' פון די טרייפענע משוקצדיגע מעמד סיום דף היומי רח"ל, איז געווען אזא גרויסע קידוש ה' ווען מ'האט געשינדן די הויט פונעם עוכר ישראל הר' שמואל ניימאן...
ללמדך, אז יעדער בהמה "זעט" וואס ער וויל זען, און דארט וואו דו שפירסט אז א פייגל באמאכט זיך אויף דיין קאפ - שפירט א צווייטער אז ס'רעגנט גשמי ברכה.
"באנו בזה להודיע צערנו ברבים..."
אינטערסאנט ווי אלץ זענען די רבנים פארנומען מיט "זייער" צער. האו אבאוט דו רעדסט אביסעל פון די צער פון יענעם?
החותם בצער
גדליה
[ציטאט אראפגענומען]
יעצט לא'מיר זעהן אויב די מויל-מאכערס דא אין שטיבל וועלן אויך אנידערלייגן די געווער.
[ציטאט אראפגענומען]
קוקט נישט אויס אמת.
דער בריוו איז א קלארער מזוייף. קוקט אויפן דאטום: יום ה' לס'... ו' טבת! דאכט זיך מיר אז היינט איז געווען ה' טבת....
ולגופו של ענין, איך האב יעצט מברר געווען מיט איינעם וואס האט גערעדט מיטן באבובער דיין הרה"ג רח"י טויבער שליט"א וואס האט קלארגעשטעלט אז ער האט יא געחתמ'ט אויפן ארגינעילן קול קורא און נישט אויפן יעצטיגן "הבהרה". איך לאך פשוט פון די גרויסע קארפן קעפ אויף ק"ש וואס קענען ניטאמאל זעהן אזא אפענע טעות.
איך ווייס נישט ווער דער ר' שמואל ניימאן איז, איך האב קיינמאל נישט געהערט פון אים, קען זיין אין זיין תחום טוט ער זייער אסאך אויף, אבער פאר די אלע שרייערס און שפעטערס אויף די א.ג. "רבנים" וויל איך אנווייזן, דער באבובער דיין שליט"א (און אזוי אויך הגר"י רובין שליט"א מבאבוב 45) שרייבט זייער זעלטן אויף קול קורא'ס, און בכלל האלט ער זיך צוריק פון שרייבן אויף א יחיד, דאס איז זאכן וואס יעדער ווייסט, און אויב ער האט געפילט פאר וויכטיג צו חתמנ'ן קעגן דעם ניימאן מוז זיין אז יש דברים בגו.
ניין, ער איז נישט א דיין וואס זוכט אטענשע"ן און כבוד, פארקערט ער זוכט נישט די גאס זאל רעדן פון אים און אנטלויפט פון די זאכן ווי פייער, ער האט ב"ה גענוג אויפן קאפ מיט א הנהגה פון א גרויסע קהילה, איז לעכערליך אים צו באשולדיגן אז ער זוכט סתם צו באגראבן איינעם מחמת קנאה וכדו'.
אויף אנדערע חתימות וואלט איך טאקע נישט געמאכט קיין עסק, זיי זעהט מען אסאך אויף קו"ק, אבער אויב די באבובער דיינים האבן אונטערגעשריבן, איז עס א פרעצעדענטלאזע זאך וואס מען דארף ערנסט אננעמען. והנראה לענ"ד כתבתי. איך פערזענליך האב נישט קיין מיינונג אויף הרב ניימאן, נאר ס'גרוילט צו זעהן ווי מען באשמוצט רבנים אהן קיין האפט, בשעת מען איז אזוי "מוחה" אויף כבוד ת"ח. היפאקראטיע בתפארתו.
צפור בודדאיך זע נישט דא עיונים אין דער לשון הקול קורא. ס'הייבט זיך לשון יחיד פון איין פערשוין, דערנאך גייט עס אריבער צו לשון רבים "לא לשמוע דרשותיהם" "לא לקבל מהם" "אסור להזמינם". פון וויפל מענטשן רעדט מען דא? ויש ליישב בדוחק אז זיי מיינען תלמידים פון רב ניימאן, כעין פראנקיסטן. אויב אזוי דארף דאך יעדער שומר נפשו וויסן ווער זענען די תלמידים כדי להתרחק מהם.
און צום סוף דערמאנען זיי גאר טעיפס. האלאו, איינער אונטער 35 ווייסט וואס דאס איז בכלל א טעיפ? ביי רב פילאפ אין דער היים הערט מען טעיפס? און איז דער איסור חל אויך אויף סידיס אדער וואטסאפ קליפס? און אויב רב ניימאן איז מתיר בני ט' דבר, וויבאלד ס'איז נישט איסורי כריתות מעג מען אים כאטש אויף דעם פאלגן?
תורה היא וללמוד אני צריך.
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
יודעי דבר זאגן אז זיי האבן געפלאנט ארויסצוקומען מיט עטליכע נעמען אבער דער אנדערער האט זיך צוגעשטעלט אין די לעצטע מינוט און זיך אונטערגענומען נישט צו רעדן השקפה ענינים פאר א רבים.
הנוי והנצח
אויף אנדערע חתימות וואלט איך טאקע נישט געמאכט קיין עסק, זיי זעהט מען אסאך אויף קו"ק, אבער אויב די באבובער דיינים האבן אונטערגעשריבן, איז עס א פרעצעדענטלאזע זאך וואס מען דארף ערנסט אננעמען. והנראה לענ"ד כתבתי. איך פערזענליך האב נישט קיין מיינונג אויף הרב ניימאן, נאר ס'גרוילט צו זעהן ווי מען באשמוצט רבנים אהן קיין האפט, בשעת מען איז אזוי "מוחה" אויף כבוד ת"ח. היפאקראטיע בתפארתו.
נישטא ווער ס'אל לאכן..
[ציטאט אראפגענומען]
קאפיש?
פארוואס האט מען אויסגעלאזט די אנדערע חתימות אויף די הבהרה? פארוואס נאר יענער חותמים?
איך האב פיין געלאכט צו זען די ווערטער
אבער אויב די באבובער דיינים האבן אונטערגעשריבן, איז עס א פרעצעדענטלאזע זאך וואס מען דארף ערנסט אננעמען.
אין די שווערע צייטן אין כלל ישראל, דארף מען האבען אויף וואס צו געבן א שמייכל און א לאך. קיפ איט אפ!
שבת של פרישות
אידעלעך טייערע אצינד נאך די מעכטיגע קול קורא פון אונזערע הייליגע רבנים יושבים על מדין, אלזא בהוראת הרבנים הגאונים וועט דעם שבת זיין פרעזאווירט פאר פרישות, שבת ביינאכט ביי די באטעס אדער ביי די טישען וועט ווערן אויסגעשמועסט הלכות פרישות בהרחבה, ותן לחכם ויחכם עוד.
שמחהלע קאפשטיקאידעלעך טייערע אצינד נאך די מעכטיגע קול קורא פון אונזערע הייליגע רבנים יושבים על מדין, אלזא בהוראת הרבנים הגאונים וועט דעם שבת זיין פרעזאווירט פאר פרישות, שבת ביינאכט ביי די באטעס אדער ביי די טישען וועט ווערן אויסגעשמועסט הלכות פרישות בהרחבה, ותן לחכם ויחכם עוד.
און וואס וועט זיין מיט וְלָנוּחַ בְּחִבַּת?
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
צפור בודדשמחהלע קאפשטיקאידעלעך טייערע אצינד נאך די מעכטיגע קול קורא פון אונזערע הייליגע רבנים יושבים על מדין, אלזא בהוראת הרבנים הגאונים וועט דעם שבת זיין פרעזאווירט פאר פרישות, שבת ביינאכט ביי די באטעס אדער ביי די טישען וועט ווערן אויסגעשמועסט הלכות פרישות בהרחבה, ותן לחכם ויחכם עוד.
און וואס וועט זיין מיט וְלָנוּחַ בְּחִבַּת?
נע... דאס ווארט "חיבת" איז העכערע זאכן וואס מיר פארשטייען נישט, ואין מגלין סודו אלא ליודעי ח"ן
וואס מען האלט אין איין הערן פין פארשידענע איז, אויב יענער האט אונטערגעשריבן מוז זיין אז יש דברים באיד, עפעס טוט דא דער ר' שמואל וואס מען טאר נישט.
און דער עפעס הערט מען נישט, קיינער קען נישט אנווייזן עפעס קראנט וואס זאל ברענגען דער קול קורא, אפילו פאר איינער וואס איז לגמרי בתלם.
דרייענדיג צווישן מענטשן, דער עולם לאכט אין די פויסטען, קיינער נעמט עס נישט ערענסט, קיינער האלט נישט אז דער ר' שמואל איז עפעס ראנג, יעדער וואס מען רעדט מיט זאגט אז עס מיינט גארנישט, סאטמארע שטיק וכו', פארוואס?
דער קרבתנו עולם האלט פין אים, און א ריזען עולם פין אונז איז שוין געוועהן ביי קרבתנו, און מען קען נישט טוישן דער דעת הקהל מיט א קול קורא פין אפאר, טאקע גרויסע, טאקע אנערקענטער רבנים, אבער אלע זענען זויערע באמאכטע, און האבן פשוט נישט דער שליטה ווען אפאר עסקנים מיט זיסע פיסקלעך לייגן זיך אויף זיי ארויף, און שפילן אויסצוגן פין טעיפס פין ר' שמואל, און געבן אונטער צו פרעשור און שרייבען אונטער אויף שטותים.
רח"ד כץ וואס איז דער אונטער דרייער פין דער גאנצער מעשה, לייגט אראפ כאילו עס זענען דא צוויי סארט אידן, עס איז דא "נארמאלע" מענטשן, און פראבלעמאטישע מענטשן, און פראבלעמאטישע מענטשן דארפען טאקע ר' שמואל, אבער נארמאלע מענטשן טארען נישט גיין צו אים.
עס איז אבער זיכער אז פאר די רבנים זאגט רח"ד כץ נאר אז ר' שמואל איז א סכנה פאר אידישקייט, אנדערע רבנים האבן נישט זיין נארישע בליק פין מאכן האלב עולם, דער קרבתנו עולם פראבלעמאטישע מענטשן, און אנדערע האבן נישט דער פראבלעם אז געווענליכע עולם זאל ווען הנאה האבן פין לעבן, רח"ד האלט אז מען טאר נישט הנאה האבן נאר פין א שיינער שיעור, אדער פין א רבי'ס טיש. אפילו א הייסע מקוה איז אסור לויט רח"ד.
ועל כולם איז דער פרעכע ליגענט פין דער קול קורא וואס שטייט אז ער איז מתיר איסורי כריתות, וואס דאס האט נישט קיין שום פשט, ער איז נישט קיין מקיל אין הלכות נדה בכלל. דאס האט מען געמוזט אריין ווארפען פאר די רבנים פין דער פרעמד וואס קענען אים נישט, למשל די ליטווישע רבנים, וואס זאלען לכתחילה ווי ר' שמואל, און וואלטען קיינמאל נישט אונטער געשריבן ווען זיי ווייסן דער טיילווייז אמת'ער פראבלעם פין ר' שמואל.
כלומר, ווי געשריבן פריער, דער אמת'ער סאטמארע פראבלעם מיט ר' שמואל איז, אז ער זאגט אז זיין א ציוני איז נישט קיין סתירה צו זיין א פרומע איד, און תהלים זאגן שבת צופרי איז נישט פין די ג' חמורות. אבער דער באבאווער דיין וואלט נישט אונטער געשריבן צוליב אזעלכע פראבלעמען, אבער ווען ער זאגט אז מען מעג הנאה האבן איז עס יא א פראבלעם לדעתו, ווייל ער איז נעבעך א באמאכטע פארמאכטע מענטש, וואס לייקענט אפילו אז ער האט הנאה פין טשאקאלאד טשיפ קאקיס. אבער פאר די ליטווישע רעדט מען איין אז ער איז מתיר כריתות, און אזוי ארבעטען די פיפיגער סאטמארע עסקנים אויף יעדן איינעם, און די נארישע רבנים שרייבען אונטער.
איין זאך האבן די רבנים אויפגעטוהן, אז דער עולם לאכט פין זיי מער, מען זאגט זיי נישט אין פנים, אבער ברוך השם דער עולם איז נישט קיין עמי הארץ, זיי ווייסן נאך אזוי גוט ווען די רבנים נעמען אונז אויף א רייד, און מען פאלגט נישט זייערע שטותים.
אישתישבי
דרייענדיג צווישן מענטשן, דער עולם לאכט אין די פויסטען, קיינער נעמט עס נישט ערענסט, קיינער האלט נישט אז דער ר' שמואל איז עפעס ראנג, יעדער וואס מען רעדט מיט זאגט אז עס מיינט גארנישט, סאטמארע שטיק וכו', פארוואס?
.
זעהט אויס אז דו דרייסטיך נאר ציווישן אזא איין סארט קרבתנו מענטשן. יש ויש פון אלע מינע, די שאלה איז נאר וועלכע איז מער...
און דער שמוציגער צייטונג ״דער גוי״ (פלעגט הייסן אמאל ״דער איד״) האט אריינגעלייגט די קול קורא אין זייער ביליגע פאפיר.
זיי נעמען א חלק און מוציא שם רע אויף א פארנעם ווי קיינמאל בעפאר, לשון הרע, און המלבין את פני חבירו.
היכי דמיאון דער שמוציגער צייטונג ״דער גוי״ (פלעגט הייסן אמאל ״דער איד״) האט אריינגעלייגט די קול קורא אין זייער ביליגע פאפיר.
זיי נעמען א חלק און מוציא שם רע אויף א פארנעם ווי קיינמאל בעפאר, לשון הרע, און המלבין את פני חבירו.
זאג נאר ס'איז די ערשטע מאל איר ליינט יענע גוי'אישע צייטונג?
גערעכט! וואס איך מיין צו זאגן, א קול קורא מיט 30 מעינסטריעם רבנים קעגן א דיין בישראל איז דאכט זיך נאך קיינמאל נישט געווען.