☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #13516

אשכול אן א טיטל #13516

417 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13516
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9

שבת אחים » מיטוואך יאנואר 15, 2020 8:17 pm

· #441575
חיבוק ונישוק שלא בשעת מצוה ברענג אלע צרות

דער מלך מלכי המלאכים זיצט אויבן אין הימל אויפן כסא הכבוד און האט פשוט נישט קיין אנדערע דאגות צי יענקל ברוך פון וויליאמסבורג איז עוסק בחו"נ... און פארדעם שיקט ער קענסער פאר קליינע קינדער...

וויאזוי זאגט נאר די רבי קארלין ז״ל
“Here is A guy you wanna work for”

וואו באהאלט מען זיך פאר בושה?

real fake news » מיטוואך יאנואר 15, 2020 8:30 pm

· #441576
אזוי נישט גוט ארויסברענגען א פוינט האביך שוין לאנג נישט געזען.

די ממ"ה האט נישט קיין בעסערע דאגה ווי זיך צו זארגן אז די זאלסט נישט בראטן פלייש אין פוטער? ביסט אינגאנצן משוגע? סא חילוק צו סאיז פוטער אדער אויל??

שמחהלע קאפשטיק » מיטוואך יאנואר 15, 2020 8:34 pm

· #441579
ישי שטיינמעץ
אפדעיט,

ר' יוחנן וואזנער האט אנגעריפען ר' שמואל ניימן איבערבעטען (פאריגע וואך ערב שבת פאר'ן זמן ), אבער ער וויל נישט ארויסקומען מיט א צעטעל אז ער האט חרטה דערויף.... ער זאגט קודם זאל יוסף ישראל (אייזענבערגר דיין סקווירא) צוריקציען...., און אנדערע ווערטער ר' יוחנן האט מורא אז ער גייט חאפען פראסקעס פון די סקווירא רעזשים טאמער קומט ער ארויס מיט א אפיציעלע צעטעל,

ר' שלום פאללאק האט לויט ווי כ'הער פון א באגלייבטע מקור אויך אנגעריפען איבערבעטען, כ'מיין ער טענה'ט אז ער האט קיינמאל נישט מסכים געווען מען זאל ניצען זיין נאמען אויף אזא וועג, אבער פון וויפעל איך ווייס איז ער אויך נישט ארויסגעקומען מיט א בריוו צי צוריקציען ברבים,

כ'מיין אז קאמען סענס איז אז איבערבעטען אן טרייען צו פיקסען די שאדען איז ווערד א רעטעך !!!! וואס פארא סארט איבערבעטען איז דאס ???? ליצנות !!!

איינער זאגט מיר היינט אז ר' יוסף מאיר קענטאר האט היינט געחתמעט אויף א בריוו אז ער ציהט צוריק !!!! (ברויך מען זעהן צו שאפען דעי בריוו און עס דא ארויפלייגען)

כ'האב געהערט פון א פאר מענטשען אז לויט ווי ס'קוקט אויס שטייט טווערסקי פון סקווירא אונטער די גאנצע קול קורא, יענער טענה'ט אז דאס איז די סיבה פארוואס ר' יוחנן וואזנער האט געלאזט ניצען זיין נאמען, ווייל ס'געקומען פרעשור פון טווערסקי,

דאס איז די זעלבע טווערסקי וואס שיקט משפיעים זאגען פאר יונגעלייט אז חיבוק ונישוק שלא בשעת מצוה ברענג אלע צרות......(....sick) (נישט קיין וויץ, אזוי טוט ער ! ) ממילא איז גרינג צו פארשטיין פארוואס ער זאל זיין ברוגז אויף ר' שמואל ניימאן,

לויט ווי כ'הער פון איינעם וואס קען סקווירא, אז דארט אין סקווער שמועסט מען געהעריג אז "סקווירא" שטייט אונטער דעי קול קורא,
טאמער ס'איז טאקע אזוי, דאן קוקט אויס אז דער טווערסקי האלט אז נישט נאר ער האט זיך געגעבען די רעכט צו איינטיילען פאר מונסי איינוואוינער ווי זיי מעגען וואוינען, נאר ער געבט זיך אויך די רעכט צו איינטיילען וועלכע רבנים צו ניצען..... ס'איז א ערענסטע חוצפה !!!!

דער טווערקי מיט זיינע נאכשלעפער האבען שוין לאנג א מערכה קעגען ר' שמואל ניימן, זייערע רבנים רעדען שוין לאנג קעגען אים בכל עת מצוא,
ווי כ'הער האט דער דירנפלד מיט זיין גענג גווארענט ר' שמואל ניימאן אז ער מוז אויפהערען מיט זיינע שעורים פאר חתנים ! אין טאמער נישט קומט ארויס חתימות קעגען אים אויף אלע גאסען,
ר' שמואל האט זיך אויסגעלאכט פון זיי, אזוי ווי ער האט טאקע געדארפט טאהן, אין דעי גענג האט מקיים פסק געווען,

נאר זיי האבען זיך פאררעכענט !!! זיי האבען זיך נישט גערעכענט אויף אזא בעקלעש,
יעצט דארף מען עקספאוזען פינקטליך ווער ס'שטייט אונטער די גאנצע זאך,

ווי עס קוקט אויס איז עס טווערסקי פון סקווירא מיט זיין שמש דירנפעלד !!! און דירנפלד איז ארום געגאנגען אנרייצען אנדערע ווי יצחק שטערן פון סאטמאר אין אזוי ווייטער,

ה' יצילנו מהם ומהמונם !!!

ווער איז טווערסקי ?

איש את רעהו » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 12:36 am

· #441594
real fake news
שבת אחים
חיבוק ונישוק שלא בשעת מצוה ברענג אלע צרות

דער מלך מלכי המלאכים זיצט אויבן אין הימל אויפן כסא הכבוד און האט

אזוי נישט גוט ארויסברענגען א פוינט האביך שוין לאנג נישט געזען.

די ממ"ה האט נישט קיין בעסערע דאגה ווי זיך צו זארגן אז די זאלסט נישט בראטן פלייש אין פוטער? ביסט אינגאנצן משוגע? סא חילוק צו סאיז פוטער אדער אויל??

שבת איז אן אפיקורוס ער גלייבט נישט אין די י"ג עיקרים, און לאכט אפ פון די תוה"ק דינג זיך נישט מיט אים, מיט אן אפיקורוס גייט מען נישט אין א ויכוח.

real fake news » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 1:00 am

· #441598
ער גלייבט דאך בכלל נישט אין די וואן עבאוו, ער רעדט נאר לשיטתייהו

הדסים » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 1:38 am

· #441601
שבת אחים
חיבוק ונישוק שלא בשעת מצוה ברענג אלע צרות

דער מלך מלכי המלאכים זיצט אויבן אין הימל אויפן כסא הכבוד און האט פשוט נישט קיין אנדערע דאגות צי יענקל ברוך פון וויליאמסבורג... און פארדעם שיקט ער קענסער פאר קליינע קינדער...

וויאזוי זאגט נאר די רבי קארלין ז״ל
“Here is A guy you wanna work for”

וואו באהאלט מען זיך פאר בושה?

און אויב וועל איך דיר זאגן אז איך גלייב נישט אז עס איז אמת?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 8:00 am

· #441610
ביי א באשעפער א כל יכול, איז נישט דא קיין קלייניקייטען. וואס מיינסטו עס גייט איהם מער אן ווען א מיליאן מענטשן שטארבען? ער איז דאך א בורא כל העולמות, אונזער וועלט איז נישט מער ווי א האלבע בליפ אויף די נידריגסטע ריידאר. נאר וואס? ביי א כל יכול, דארף איין זאך נישט צונעמן פון א צווייטן, כקטן כגדול תשמעון.

און טאקע אזוי, דער אויבישטער קימערט זיך מיט יעדער מעשה, און בפרט פון א איד, און בפרט פון די מצוות און מעשים טובים פון א איד, ווי דער אויבישטער כביכול שפרינגט און טאנצט פון שמחה, אז א איד איז משמח זיין ווייב מיט א חו"נ, און ער בויט אויף אן ערליכע קשר מיט אשת בריתו, וואס מיט אזעלכע שטיבער וועט מען זיך בארימען ווען משיח וועט קומען. א שטוב ווי מ'טראכט איינער פון די צווייטער, און מ'לעבט אינאיינעם באחוה ורעות, נישט מיט א דערווייטערונג און א קאלטקייט. אוודאי דארף אלסדינג זיין אונטער די ראמען פון הלכה, אבער די אויפגעלייגטע הרגשים צווישען מאן און פרוי זענען גאר הייליג ביים באשעפער, און ער קימערט זיך שוין איינמאל דערמיט. נאר אזעלכע ווי בלעם האבען דאס נישט געקענט דערהויבען.

אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' א-להיו.

טראכטכמוני » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 9:01 am

· #441612
ליטוואק פון בודאפעסט

אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' א-להיו.

ביי גויים איז נישטא קיין חו"נ 😲 ???

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 9:15 am

· #441613
ליטוואק פון בודאפעסט
די אויפגעלייגטע הרגשים צווישען מאן און פרוי זענען גאר הייליג ביים באשעפער, און ער קימערט זיך שוין איינמאל דערמיט. נאר אזעלכע ווי בלעם האבען דאס נישט געקענט דערהויבען.

אויף דעם שטייט אין די משנה: כל מי שיש בידו עין רעה מתלמידיו של בלעם הרשע, פארשטייט זיך אז מיט זיין אייזל האט ער געמעגט טון וואס ער האט געוואלט, אבער יענער זאל חס ושלום נישט האבן א פרייליכע מינוט אין זיין לעבן.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 9:19 am

· #441614
טראכטכמוני
ליטוואק פון בודאפעסט

אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' א-להיו.

ביי גויים איז נישטא קיין חו"נ 😲 ???

מי מנה עפר יעקב ומספר את רובע ישראל. דאס אז דער אויבישטער קימערט זיך עקסטער מיט דעם, איז א מתנה פון אויבן פאר זיין באליבטע פאלק. ווייל די שייכות בין איש לאשה ביי א איד איז א הייליגע זאך, און ביי א גוי איז עס א פראעווע זאך.

והאיש משה » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 12:12 pm

· #441632
די צייטונגען גייען מעלדן אז ס'פארהאן א רב וואס האט צוריקגעצויגען?
אדער גייען זיי עס נאך אמאל מפרסם זיין 😞 אהן זיין חתימה?

שבת אחים » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 1:49 pm

· #441644
כהאב געהערט אז די רבנים האבן אים גערופן צו א מיטינג. האט ער געזאגט אז ער איז זיך גרייט אראפצוזעצן מיט יעדען רב באזונדער אבער זיי האבן נישט געוואלט. קיין איין איינציגער רב האט נישט געוואלט רעדן מיט אים One on one

זיי האבן נאר געוואלט אז ער זאל אראפקומען צו א גאנצע מיטינג פון אסאך רבנים ווי מ׳גייט אים אויספראקן...

אמת?

דולה ומשקה » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 2:09 pm

· #441645
די דרייסיג רבנים אין מיינע אויגן:

1)וכטפויגל
2) קאטלער
3) שוסטאל
4)נוימאן
די פיר האבן נישט מיט מיר און איך מיט זיי עפעס איינגעלייגט. (שיין זעהן מיר אויס אז רעכניץ האט זיי געדארפט לייגן אין פלאץ)

5) וויינבערגער (2)
6) כ"ץ
7)טויבער
8) רובין
9) טירנויער
10) פריעדמאן
11) פילאפף
זענען פון גרעסטע בעלי מחלוקות וואס יהדות החרדית אין אמעריקא פארמאגן / בעלי לשון הרע / הולכי ערכות

12) ביק
ואתכם הסליחה...

13) שטיינמעץ
זיין חתימה קומט שוין גרייט נאך מיטן ערשטן דרעפט פון יעדע קול קורא, ממילא אויך מיר א ראיה

14) בעק
א שטיק דרעק, מיט אים האב איך א אייגענע נגיעה, ממילא די לחכימה

15) וואזנער
16) אייזענבערג
17) פאללאק
18) באב"ד
18) ראזנער
19) שארר
20) הארפענעס
21) האלפערין
22) פויגעל
23) פישער
24) שטיינמעץ
די חתימות זענען סתם קיינעם נישט מחייב גארנישט, אפשר פאר סקווירא ראבאטן אדער גור פרוש'ניקס, הארפענעס זאל קוקן צום ערשט אויף זיין אייגענע משפחה..., האלפערין א וואוילע איד, אבער... והשאר כולו יצא.

25) גרין
זאל ער קודם בעטן מחילה פון די איבער טויזענטער בחורים במשך די יארן וועם ער האט אפגעזאגט פון אריינקומען און זיין ישיבה, זאל ער קודם בעטן מחילה פון די טויזענטער בחורים וועמען ער האט מבזה געווען ברבים וביחיד, געברענגט צו עגמת נפש, צו צובראכענקייט, ארויסגעווארפן פון זיין ישיבה וכו' וכו' וכו'. דערנאך זאל ער קומען מיט א חתימה... עס ווארט אויף איהם א שווערע געריכט בבאו היום, ואוי לאותו בושה ואוי לאותו כלימה.

26) שטיין
27) זילבער
נו, מי ראו אלו יוצאים ולא יצאו? צו אסר'ן פאר מיר ר' שמואל ניימאן אויף די סמך פון די צוויי חתימות...?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 2:10 pm

· #441647
דאס שרייבט ער דאך אין זיין בריוו צום בעלזער דיין.

איך האב געהערט וועגן די רעקארדינג. איינער שמועסט מיט איהם וועגן זיין פסקים, און ער דערמאנט אז מ'האט טענות אויף איהם פאר'ן דערמאנען אין מיטן א שמועס א שיטת ר"ת וואס איז מתיר עפעס, וואס איז נישט להלכה. ער זאגט 'אפשר וואלט איך עס נישט געדארפט דערמאנען'.

ביג דיעל! פון דעם בויט מען א בער?! אפשר וואלט ער עס טאקע נישט געדארפט זאגען. און אנדערע וואלטען נישט געדארפט זאגען אסאך וואס זיי זאגען, און רשכבה"ג'ס בלייבען זיי.

דולה ומשקה האקט

איסר האטלקי » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 2:12 pm

· #441648
טראכטכמוני
ליטוואק פון בודאפעסט

אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' א-להיו.

ביי גויים איז נישטא קיין חו"נ 😲 ???

מיין חתן רבי האט געזאגט אז נישט, סאו איך ווייס נישט.

לך לך » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 3:41 pm

· #441657
יתן ויחזור ויתן
📎 1579206217510804125368.jpg

תורה ומדע » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 3:51 pm

· #441658
לגיונות...ושקרים. 😉

תורה ומדע » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 3:54 pm

· #441659
וואס פאר א ווערט האט דאס צעטיל אהן אפילו איין חתימה פון א רב. ס׳מיר א חידוש אז ס׳האט נאך קיין קיין רב זיך נישט אנגענומען פאר ר שמואל׳ן. וואס איז געשען מיטן לא תעמוד על דם ריעך.

Joseph » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 4:05 pm

· #441660
קען אפשר איינער צישטעלען EMAIL אדרעסעס פאר לעזער אין דירענפעלד?

real fake news » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 4:31 pm

· #441665
לך לך
יתן ויחזור ויתן

אנטשולדיגט, סגעווען גביית עדות מושב בי"ד וכו'? סתם רעקארדערונגען? סתם שמועות?
האסט זיי אנגערופן פרעגן וואס זיי האלטן?

סתם באשמיצן אפאר יידן אהן קראנטע מקורות אז סאיז טאקע געווען זיי, אהן הערן זייער צד וואס זיי האבן צו זאגן??

איך פארשטיי נישט די היפאקרעסי וואס דא גייט פאר!!!

Joseph » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 4:51 pm

· #441667
ר' שמואל האט קרוב צי 3000 שעורים אוף תורה אנייטיים אפען פאר יעדעם צי הערען, קען מיר אפשר איינער א טובה טאן אין פליז טרעפען עפעס שלא כהלכה???
אדער אפשר א נישט ריכטיג פשט אין גמרא???
איך האב נישט געקענט טרעפען, עס הערט זיך באלד ווי טראמפ מיט ראששע, מען זיכט א קריים אוף ר' שמואל אבער מען האט עס נאך נישט געטראפעןץ

ליב צו וויסן » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 7:45 pm

· #441676
real fake news
לך לך
יתן ויחזור ויתן

אנטשולדיגט, סגעווען גביית עדות מושב בי"ד וכו'? סתם רעקארדערונגען? סתם שמועות?
האסט זיי אנגערופן פרעגן וואס זיי האלטן?

סתם באשמיצן אפאר יידן אהן קראנטע מקורות אז סאיז טאקע געווען זיי, אהן הערן זייער צד וואס זיי האבן צו זאגן??

איך פארשטיי נישט די היפאקרעסי וואס דא גייט פאר!!!

וואס פארא מין טענה.. די צעטל האט חתימות פון רבנים?
די ערשטע מאל וואס דו ליינסט א פאשקעוויל ?

טראכטכמוני » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 7:54 pm

· #441677
לך לך
יתן ויחזור ויתן

ווי האט דער רבי אין חדר געזאגט? עס איז א טו וועי סטריט!
ביסט אויפגערעגט אז מ׳באשמוצט איינעם אן מפרט זיין על מה זה ועל מה זה? טוה נישט דאס זעלביגע.
הגם ס׳איז נישט קיין פראגע וועלעכע ׳רבנים׳ האבן דעס געהייסן מפרסם זיין, ס׳איז דאך פלעין איינעם׳ס בויך-וויי. אבער וואס פונקטליך האבן די דריי חוטא געווען אז די לייגסט ארויס זייערע פריוואטע קאנטאקט אינפא? האסט קראנטע אינפא אז זיי האבן ׳יעדן׳ פון די רבנים פארדרייט?

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 8:01 pm

· #441679
די הלכה איז אז איינער וואס טוט אן עבירה אויף וואס ס'קומט זיך מיתת בית דין קען מען נאר הרג'נען אויב מ'האט איהם געווארנט בשעת מעשה. אן אויסנאם איז ביי פאלשע עדים וואס די הלכה איז אז עדים וואס זאגן פאלש עדות אז איינער האט למשל מחלל שבת געווען און בית דין דארף איהם הרג'נען דאן הרג'עט מען די פאלשע עדים אן התראה, ווייל אין פסוק שטייט אז מ'דארף טון צו די פאלשע עדים די זעלבע זאך וואס זיי האבן געוואלט טון פאר'ן אומשולדיגן מענטש, און פונקט ווי זיי האבן געוואלט הרג'ענען א מענטש אן התראה אזוי אויך הרג'עט מען זיי אן התראה. יעצט פירט אליינס אויס...

טראכטכמוני » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 8:21 pm

· #441681
זייער שיין @רביה״ק ביסטו דאך מודה אז אויף צו באצאלן די ערשטע פאר עדים אויפן קאפ דארף מען האבן געהעריגע גביית עדות אז זיי זענען טאקע באגאנגען אן אומרעכט הלא הוא אשר דיברתי.

real fake news » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 8:23 pm

· #441682
real fake news
לך לך
יתן ויחזור ויתן

אנטשולדיגט, סגעווען גביית עדות מושב בי"ד וכו'? סתם רעקארדערונגען? סתם שמועות?
האסט זיי אנגערופן פרעגן וואס זיי האלטן?

סתם באשמיצן אפאר יידן אהן קראנטע מקורות אז סאיז טאקע געווען זיי, אהן הערן זייער צד וואס זיי האבן צו זאגן??

איך פארשטיי נישט די היפאקרעסי וואס דא גייט פאר!!!

חוץ מזה, אז די גייסט זיך צוריק שלאגן אויף די זעלבע וועג ווי זיי ביסטו דאך גארנישט אנדערש ווי זיי.

אויב אונז ווילן זיין בעסער ווי די ׳סיסטעם׳ און די רבנים איז דאס נישט די מהלך, נישט פאר דעם איז קאווע שטיבל דא.

אישתישבי » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 8:32 pm

· #441683
שבת אחים
כהאב געהערט אז די רבנים האבן אים גערופן צו א מיטינג. האט ער געזאגט אז ער איז זיך גרייט אראפצוזעצן מיט יעדען רב באזונדער אבער זיי האבן נישט געוואלט. קיין איין איינציגער רב האט נישט געוואלט רעדן מיט אים One on one

זיי האבן נאר געוואלט אז ער זאל אראפקומען צו א גאנצע מיטינג פון אסאך רבנים ווי מ׳גייט אים אויספראקן...

אמת?

איך מיין אז ניימאן שרייבט עס אין זיין בריוו צו דער בעלזער דיין, און ער שרייבט אז זיי האבן אים געבעטן ער זאל קומען צו דריי רבנים נאר איבערשמועסן, און ער איז געגאנגען, און רח"ד כץ האט געשריגן און אים מבזה געווען און חוזק געמאכט פין זיין פשט אויף דרך עזות, וואס ער איז מקיל לעת הצורך אויף למעלה למטה, און געשריגען מיט עקסטאז אז דרך עזות מיינט ווייל ער איז אן עזות פנים צום אויבערשטען, א שיינע סאטמארע פשט.

טראכטכמוני » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 8:39 pm

· #441684
real fake news
real fake news
לך לך
יתן ויחזור ויתן

אנטשולדיגט, סגעווען גביית עדות מושב בי"ד וכו'? סתם רעקארדערונגען? סתם שמועות?
האסט זיי אנגערופן פרעגן וואס זיי האלטן?

סתם באשמיצן אפאר יידן אהן קראנטע מקורות אז סאיז טאקע געווען זיי, אהן הערן זייער צד וואס זיי האבן צו זאגן??

איך פארשטיי נישט די היפאקרעסי וואס דא גייט פאר!!!

חוץ מזה, אז די גייסט זיך צוריק שלאגן אויף די זעלבע וועג ווי זיי ביסטו דאך גארנישט אנדערש ווי זיי.

אויב אונז ווילן זיין בעסער ווי די ׳סיסטעם׳ און די רבנים איז דאס נישט די מהלך, נישט פאר דעם איז קאווע שטיבל דא.

הגם, איך בין מסכים אז ארויסשטעלן אזא צעטל קען זיין אן עוולה, און ס׳איז נאריש נישט צו כאפן אז מיט היפאקריסי וועט קיינער נישט ווערן איבערצייגט ווי אויפריכטיג דו ביסט.
ס׳איז אבער נישט קיין תירוץ בשעת א מערכה זאגן ׳אונז וועלן זיין בעסער ווי זיי׳, וועסט קיינמאל נישט געווינען דעם שאך געים דורך זיין ׳בעסער פון זייי׳ און נישט קעפטשורען דיין אפאנענטס שטיקלעך.

איש את רעהו » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 9:30 pm

· #441685
ס'דא וואס האבן געלייגט א האנט אויף עטליכע רעקארדירונגען
מיר האט איינער אנגעצינדען א שיינע פאר מינוט, כ'שעם מיר אזעלכע זאכן צו רעדן ברבים, אבער ס'זיכער ווען נישט וואס דא האנדעלט זיך פון הל' צניעות וכו' וואלט פיל קלארער געווען די עסק, היות מען רעדט ניטאמאל ברמיזה פון די זאכן כאפן זיך ארויף די אויבער חכמים פון ק"ש אויף די רבנים, עס איז די האקעלע סיטואציע וואס לאזט נישט די זאך ארויף אויפן אויבערפלאך.

ליב צו וויסן » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 9:42 pm

· #441686
איש את רעהו
ס'דא וואס האבן געלייגט א האנט אויף עטליכע רעקארדירונגען
מיר האט איינער אנגעצינדען א שיינע פאר מינוט, כ'שעם מיר אזעלכע זאכן צו רעדן ברבים, אבער ס'זיכער ווען נישט וואס דא האנדעלט זיך פון הל' צניעות וכו' וואלט פיל קלארער געווען די עסק, היות מען רעדט ניטאמאל ברמיזה פון די זאכן כאפן זיך ארויף די אויבער חכמים פון ק"ש אויף די רבנים, עס איז די האקעלע סיטואציע וואס לאזט נישט די זאך ארויף אויפן אויבערפלאך.

נו זיי מזכה דעם עולם

ישן מלא חדש » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 10:54 pm

· #441688
א יעדער בר דעת פארשטייט אז רעקארדינגס קענען ווערן מיניפולעיטעד כפי הצורך וד"ל.
איש את רעהו
ס'דא וואס האבן געלייגט א האנט אויף עטליכע רעקארדירונגען
מיר האט איינער אנגעצינדען א שיינע פאר מינוט, כ'שעם מיר אזעלכע זאכן צו רעדן ברבים, אבער ס'זיכער ווען נישט וואס דא האנדעלט זיך פון הל' צניעות וכו' וואלט פיל קלארער געווען די עסק, היות מען רעדט ניטאמאל ברמיזה פון די זאכן כאפן זיך ארויף די אויבער חכמים פון ק"ש אויף די רבנים, עס איז די האקעלע סיטואציע וואס לאזט נישט די זאך ארויף אויפן אויבערפלאך.
חלק מהמכתב של הרב ניימאן להרב וועטענשטיין

Sent from my SM-T113 using Tapatalk

שבת אחים » פרייטאג יאנואר 17, 2020 1:37 pm

· #441723
אישתישבי
שבת אחים
כהאב געהערט אז די רבנים האבן אים גערופן צו א מיטינג. האט ער געזאגט אז ער איז זיך גרייט אראפצוזעצן מיט יעדען רב באזונדער אבער זיי האבן נישט געוואלט. קיין איין איינציגער רב האט נישט געוואלט רעדן מיט אים One on one

זיי האבן נאר געוואלט אז ער זאל אראפקומען צו א גאנצע מיטינג פון אסאך רבנים ווי מ׳גייט אים אויספראקן...

אמת?

איך מיין אז ניימאן שרייבט עס אין זיין בריוו צו דער בעלזער דיין, און ער שרייבט אז זיי האבן אים געבעטן ער זאל קומען צו דריי רבנים נאר איבערשמועסן, און ער איז געגאנגען, און רח"ד כץ האט געשריגן און אים מבזה געווען און חוזק געמאכט פין זיין פשט אויף דרך עזות, וואס ער איז מקיל לעת הצורך אויף למעלה למטה, און געשריגען מיט עקסטאז אז דרך עזות מיינט ווייל ער איז אן עזות פנים צום אויבערשטען, א שיינע סאטמארע פשט.

יא, נאך די מעשה ווי מ׳האט אים פארשעמעט ברבים האט ער מסכים געוועהן זיך אראפצוזעצן מיט אלע פון די רבנים באזונדער. אבער קיינער האט נישט געהאלטן דערביי.

שבת אחים » פרייטאג יאנואר 17, 2020 1:43 pm

· #441724
איש את רעהו
ס'דא וואס האבן געלייגט א האנט אויף עטליכע רעקארדירונגען
מיר האט איינער אנגעצינדען א שיינע פאר מינוט, כ'שעם מיר אזעלכע זאכן צו רעדן ברבים, אבער ס'זיכער ווען נישט וואס דא האנדעלט זיך פון הל' צניעות וכו' וואלט פיל קלארער געווען די עסק, היות מען רעדט ניטאמאל ברמיזה פון די זאכן כאפן זיך ארויף די אויבער חכמים פון ק"ש אויף די רבנים, עס איז די האקעלע סיטואציע וואס לאזט נישט די זאך ארויף אויפן אויבערפלאך.

יא יא ווייל די אלע אנדערע קול קורא׳ס פון די זעלבע רבנים זענען דאך טאקע ״זייער קלאר״

מיאמי ביעטש, קומזיצן, שמאלע געפאסטע קליידער, שטרימפ, ביי האר, שייטלעך, האט קאפס, קעסיא, עירוב, טיים אוטס, שייגעץ בייק, נחום ראזענבערג וכו׳

ס׳הערשט ממש א קלארקייט אין די אלע זאכן אזש אז יעדער חדר יונגל פארשטייט עס מיט א קלארקייט...

#געלעכטער #טוה מיר א טובה

אישתישבי » פרייטאג יאנואר 17, 2020 2:06 pm

· #441725

לול

דאס וואס ער זאגט אז עס איז צניעות און מען קען נישט רעדן, דאס אליין זענען זיי אראפ געגאנגען און געדרייט א קאפ די רבנים, און געזאגט אז זיי קענען נישט שפילען זיינע טעיפס ווייל עס איז אזוי געפערליך.

געפערליך איז צו זיין א יצחק שטערען. ער איז א געפערליכע מענטש, און א מיסט קאסטען פין שקר און דמיונות.

נחום הסופר » זונטאג יאנואר 19, 2020 9:21 am

· #441758
נאך אלע שמוסערייען דא, אהין און צוריק, אחרי ככלות הכל בלייבט א פאקט אז דער ר' שמואל ניימאן קו"ק האט געמאכט היסטאריע מיט פרעסטיזשפולע חותמים וואס מ'זעט נישט יעדן שני וחמישי אויף קו"ק'ס.

פאר מיר, וואס כ'וויל נאכנישט גענצליך פארלירן דעם טראסט אין רבנים, איז עס א שטארקע זאך, והדבר אומר דרשני, כאטש וואס מאידך גיסא זאגט מיר מיין הארץ אז דער דור דארף האבן אזעלכע ר' שמואל ניימאן'ס. וה' הטוב יעזרנו.

moneyminded » זונטאג יאנואר 19, 2020 9:51 am

· #441759
נחום הסופר
נאך אלע שמוסערייען דא, אהין און צוריק, אחרי ככלות הכל בלייבט א פאקט אז דער ר' שמואל ניימאן קו"ק האט געמאכט היסטאריע מיט פרעסטיזשפולע חותמים וואס מ'זעט נישט יעדן שני וחמישי אויף קו"ק'ס.

פאר מיר, וואס כ'וויל נאכנישט גענצליך פארלירן דעם טראסט אין רבנים, איז עס א שטארקע זאך, והדבר אומר דרשני, כאטש וואס מאידך גיסא זאגט מיר מיין הארץ אז דער דור דארף האבן אזעלכע ר' שמואל ניימאן'ס. וה' הטוב יעזרנו.
למשל וועלכע רבנים ?
איך למשל אלס סאטמארער איז עס א חוכא וטלולה עס איז נישדא קיין איין באמבע אינטערשריפט און דאס ווייזט אז רבנים האבן זיך נישט געלאזט און נישט אינטערגעשריבן

הקטן » זונטאג יאנואר 19, 2020 10:52 am

· #441761
איך מיין אז דער דארך שניטלעכער מענטש זעט נישט דער וועלט, אינקלאדינג רבנים, מיט שווארץ אדער ווייסע קאליר
ער האט נישט קיין בלינדע טראסט און אויך פאלירט ער נישט קיין טראסט, ער ווייסט וואו איין וואו אויס, און נעמט א יעדער זאך סיי וואו מיט א גרען-אף-סאלט

טראכטכמוני » זונטאג יאנואר 19, 2020 11:16 am

· #441764
moneyminded
נחום הסופר
נאך אלע שמוסערייען דא, אהין און צוריק, אחרי ככלות הכל בלייבט א פאקט אז דער ר' שמואל ניימאן קו"ק האט געמאכט היסטאריע מיט פרעסטיזשפולע חותמים וואס מ'זעט נישט יעדן שני וחמישי אויף קו"ק'ס.

פאר מיר, וואס כ'וויל נאכנישט גענצליך פארלירן דעם טראסט אין רבנים, איז עס א שטארקע זאך, והדבר אומר דרשני, כאטש וואס מאידך גיסא זאגט מיר מיין הארץ אז דער דור דארף האבן אזעלכע ר' שמואל ניימאן'ס. וה' הטוב יעזרנו.
למשל וועלכע רבנים ?
איך למשל אלס סאטמארער איז עס א חוכא וטלולה עס איז נישדא קיין איין באמבע אינטערשריפט און דאס ווייזט אז רבנים האבן זיך נישט געלאזט און נישט אינטערגעשריבן

סארי, ״אלס סאטמארער״ איז לכאו׳ נישט שייך ביי דיר קיין איין ׳באמבע׳ אינטערשריפט ווייל אלע דיינע דיינים זענען פון די וואס זענען דא קאראקטעזירט אלס די וואס זענען סובסקרייבט צו די קול קורא׳ס.

טראכטכמוני » זונטאג יאנואר 19, 2020 11:20 am

· #441765
הקטן
איך מיין אז דער דארך שניטלעכער מענטש זעט נישט דער וועלט, אינקלאדינג רבנים, מיט שווארץ אדער ווייסע קאליר
ער האט נישט קיין בלינדע טראסט און אויך פאלירט ער נישט קיין טראסט, ער ווייסט וואו איין וואו אויס, און נעמט א יעדער זאך סיי וואו מיט א גרען-אף-סאלט

במה דברים אמורים? אי בחברי ק״ש טראסט ער דאך ׳גארנישט׳ וואס די רבנים זאגן, ואי באינשי דעלמא פוק חזי וועסטו שוין איינמאל זען ווי מ׳טראסט די רבנים.

הקטן » זונטאג יאנואר 19, 2020 11:34 am

· #441766
טראכטכמוני
הקטן
איך מיין אז דער דארך שניטלעכער מענטש זעט נישט דער וועלט, אינקלאדינג רבנים, מיט שווארץ אדער ווייסע קאליר
ער האט נישט קיין בלינדע טראסט און אויך פאלירט ער נישט קיין טראסט, ער ווייסט וואו איין וואו אויס, און נעמט א יעדער זאך סיי וואו מיט א גרען-אף-סאלט

במה דברים אמורים? אי בחברי ק״ש טראסט ער דאך ׳גארנישט׳ וואס די רבנים זאגן, ואי באינשי דעלמא פוק חזי וועסטו שוין איינמאל זען ווי מ׳טראסט די רבנים.

בלינדע טראסט? איי דאנט טינק סא

מענטשען זענען מער סינעקעל, א יעדער בר-דעת פארשטייט ווען א יצחק ש. שטייט אינטער א קו"ק און ווען נישט
מענטשען פארשטייען אז דער רב איז אויך א בשר ודם, און דאס מיינט נישט אז איך קען נישט הערען זיין שבת תשיבה דרשה

ליב צו וויסן » זונטאג יאנואר 19, 2020 12:48 pm

· #441771
נחום הסופר
נאך אלע שמוסערייען דא, אהין און צוריק, אחרי ככלות הכל בלייבט א פאקט אז דער ר' שמואל ניימאן קו"ק האט געמאכט היסטאריע מיט פרעסטיזשפולע חותמים וואס מ'זעט נישט יעדן שני וחמישי אויף קו"ק'ס.

פאר מיר, וואס כ'וויל נאכנישט גענצליך פארלירן דעם טראסט אין רבנים, איז עס א שטארקע זאך, והדבר אומר דרשני, כאטש וואס מאידך גיסא זאגט מיר מיין הארץ אז דער דור דארף האבן אזעלכע ר' שמואל ניימאן'ס. וה' הטוב יעזרנו.

So די היסטאריע פון די קו"ק אין דיינע אויגן איז די "פרעסטיזשפולע חותמים".. 😉 😂

moneyminded » זונטאג יאנואר 19, 2020 6:35 pm

· #441779
טראכטכמוני
moneyminded
נחום הסופר
נאך אלע שמוסערייען דא, אהין און צוריק, אחרי ככלות הכל בלייבט א פאקט אז דער ר' שמואל ניימאן קו"ק האט געמאכט היסטאריע מיט פרעסטיזשפולע חותמים וואס מ'זעט נישט יעדן שני וחמישי אויף קו"ק'ס.

פאר מיר, וואס כ'וויל נאכנישט גענצליך פארלירן דעם טראסט אין רבנים, איז עס א שטארקע זאך, והדבר אומר דרשני, כאטש וואס מאידך גיסא זאגט מיר מיין הארץ אז דער דור דארף האבן אזעלכע ר' שמואל ניימאן'ס. וה' הטוב יעזרנו.
למשל וועלכע רבנים ?
איך למשל אלס סאטמארער איז עס א חוכא וטלולה עס איז נישדא קיין איין באמבע אינטערשריפט און דאס ווייזט אז רבנים האבן זיך נישט געלאזט און נישט אינטערגעשריבן

סארי, ״אלס סאטמארער״ איז לכאו׳ נישט שייך ביי דיר קיין איין ׳באמבע׳ אינטערשריפט ווייל אלע דיינע דיינים זענען פון די וואס זענען דא קאראקטעזירט אלס די וואס זענען סובסקרייבט צו די קול קורא׳ס.
איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט
די קול קורא איז פאר מענטשן פון
סקווירא
לעיקוואד
ליטווישע
ביידע באבוב

סאטמאר האט גארנישט מיט די גאנצע קול קורא,עני סאטמארע איד אדער א כלל חסידי איד זעט זיך נישט אינעם קול קורא ווי מען מיינט אים

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

טראכטכמוני » מאנטאג יאנואר 20, 2020 2:28 pm

· #441818

וועלעכע קו״ק רעדסטו וועגן?! אויף די וואס איך האב געזען איז דא בנוסף צו וואס דו האסט ערווענט (טאקע נישט אלע אבער טייל) דיינים פון:

סאטמאר זלוני
סאטמאר ארוני
סאכדעס
וויזניץ מאנסי
וויען
גור

סתם עמך רבנים פון מאנסי:
ר׳ רפאל שור
ר׳משה גרין
ר׳ קאנטאר (וואס האט צירוקגעצויגן)

דעס אז ס׳איז געווען דארט א קאאליציע פון חתימות וואס מ׳טרעפט נישט נארמאל זיצן צוזאמען אויף איין בלעטל.

וויפיל נאך חתימות דארף א סאטמערער און/אדער כלל חסידי איד צו פילן אז מ׳מיינט זיי?

s054 » דינסטאג יאנואר 21, 2020 12:32 am

· #441844
א נייע ברייף, הרב קנטור איז חוזר פון זיין חתימה📎 rabbi kantor.jpg

Sent from my Redmi 7 using Tapatalk

שיטה הקדושה » דינסטאג יאנואר 21, 2020 1:11 am

· #441846
רבותי וואס גייט זיין דא......
לע"ד טאר מען מער נישט עסן קיין שום הכשר פון אלע די רבנים וואס האבן געחתמ'ט
ווי קען מען זיי טראסטען ווען זיי פארלאזן זיך אז דער יענער האט געזאגט די מצב איז איום ונורא
באלד וועלן זיי זאגן אז זיי האבן געמיינט עס האט א ou ווי שטייען מיר אויף דער וועלט
טאטע אין הימל האב שוין רחמנות

Sent from my Pixel 3 XL using Tapatalk

s054 » דינסטאג יאנואר 21, 2020 3:25 am

· #441853
הרב קנטור
קוק דא וואס איינער האט געשרייבען ווי אזוי די עסקנים האבן עם גדרייט א קאפ

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/13541">viewtopic.php?f=24&t=13541&start=50</a><!-- l -->

דורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יאנואר 19, 2020 3:31 pm

איך האב יעצט געהערט אביסל פון די מעשה מיט הרב קענטאר.

הרב קענטאר איז א בן שמונים וחמש, און ער איז אריין יענעם טאג קיין מאנהאטען אויף א דאקטאר'ס וויזיט. ווען ער איז אהיים געקומען האט אן עסקן פון סקווער זיך געוואלט טרעפן מיט אים וועגן די וויכטיגע נושא, און זיין זון וואס האט אויפגעהויבען די טלפון געזאגט פאר'ן עסקן אז ער איז יעצט נישט געזונט, קום אן אנדערן צייט. ווען יענער האבען דאס געהערט האבען זיי גלייך פארשטאנען אז יעצט דארפען זיי ערשט קומען, און זיי זענען טאקע געקומען.

זיי האבען געזאגט פאר הרב קענטאר אז הרב דוד פיינשטיין שליט"א וויל נאר אונטערחתמ'ן מיט די מאנסי רבנים, און ממילא זאל ער חתמנ'ן. זייענדיג שוואך פון די נסיעה און די פרעשור וואס מ'האט געלייגט, האט ער אונטער געגעבן.

(עס זעט אויס אז דאס איז געשען. ווארשיינדליך האבען די דזשוליקעס לבית סאטמאר-זאלי געמיינט אז פון די פראנקרייך מערכה האבען זיי הרב דוד אויף זייער זייט, און זיי זענען ערשט געגאנגען צו איהם מיט זייער בייזוויליגע פלענער. זייענדיג א גברא דמרא סייעיה, איז ער פון זיי פטור געווארען מיט א זאג 'די זאכען זענען מאנסי'ס זאכען, עס איז פאר די לאקאלע רבנים'. און די שקרנים האבען דאס אבערגעטייטשט אז ר' דוד גייט חתמנ'ן. דערנאך האבען זיי געשיקט יעדער 'עסקן' צו זיין ציל, דער מאנסי'ער האט באומען זיין סקווערע, דער סאטמארער און לעיקוואדער האבען באקומען זייער זאלי וכו').

ווען ער האט געזען די צעטל און הרב דוד פיינשטיין'ס חתימה איז זטארק קענטיג אין זיין העדר, האט ער פארשטאנען וואס איז דא געשען. מ'האט גע'ארבעט אויף א שוואכע איד. ער האט איינגעזען אז ער האט דא געטון א גרויסע עוולה, און צען יאר פריער וואלט ער דאס קיינמאל נישט געטון, אפילו מיט ר' דוד'ס נאמען, און ער האט געקלינגען הרב ניימאן איהם איבערצובעטן. הרב ניימאן האט איהם מוחל געווען, אבער געבעטן די זאך בכתב. האט ער געגעבען די בריוו.

מ'האלט אין איין ווייטער מאכען פרעשור מיט טענות, היתכן ער שרייבט 'הרה"ג' אויף איהם? ממילא איז ער נישט מסכים צום אריגינעלע צעטיל, אבער וואס נעמט ער יענעמ'ס צד? און ער טענה'ט, 'וואס הייסט? איך האב איהם בא'עוולה'ט, איך מוז איהם מפייס זיין!'.

ער האט געזאגט פאר זיין זון אין לעיקוואד אז ער שלאפט נישט נעכט צוליעב דער זינד וואס האט איהם אזוי אריין געשלעפט. (דער זון פון הרב קענטאר זאגט מיר אויך אז ער זעט זיין טאטע איז פאר'עלטערט געווארען מיט צען יאר צוליעב דעם) איך האב געזאגט פאר דער זון אז זיין טאטע זאל זיך נישט זארגען, מהעז יצא מתוק. זיי האבען קיינמאל נישט געדארפט די חתימה פון הרב קענטאר, אבער די חזרה ווארפט א ליכט אויף די גאנצע זאך, און די גאנצע פאשקעוויל האט אזוי פארלוירען זיין ערך, דייקא צוליעב די חזרה פון הרב קענטאר.

צום שלוס, דא האט איהר א וועבסייט מיט רעקארדירונגן פון די שיעורים פון הרב קענטאר, וואס זיין משפחה לייגט ארויף.

לך לך » דינסטאג יאנואר 21, 2020 3:36 pm

· #441870
אדוואיר קעגן דבר יום ביומו
פארן לייגן די פאשקאוויל קעגן ר' שמואל ניימאן
📎 EO05A85WkAA37In.jpg

טראכטכמוני » דינסטאג יאנואר 21, 2020 8:39 pm

· #441875
לך לך
אדוואיר קעגן דבר יום ביומו
פארן לייגן די פאשקאוויל קעגן ר' שמואל ניימאן

ס׳ווערט שוין שווער מיטצוהאלטען ווער ס׳באשמיצט וועם וועגן יענער האט באשמיצט דער וואס האט אים באשמיצט ווייל ער האט באשמיצט א צווייטן.

קול קורא » דינסטאג יאנואר 21, 2020 9:41 pm

· #441879
קהילה חדשה בנשיאות רבי שמואל ניימאן
שמיעה שמעתי אז ר' שמואל האט מודיע געווען פאר'ן עולם אין וויזשניץ ביהמ"ד אויף דר. פרענק וואו ער לערנט שוין פאר זיינע שיעורים באלד דרייסיג יאר אז צוליב די פרעשור וואס ער פילט מטעם וויזשניצע רבי'ן רבי ישראל (ר' שמואל איז נוטה צו די רבי פון גיבער'ס) גייט ער מארגן געבן די לעצטע שיעור אין ביהמ"ד, און פון דאנערשטאג און ווייטער וועלן די שיעורים פארקומען אין א נייע ביהמ"ד וואס זיינע חסידים עפענען אים אין מאנסי.

האט ער איינער מער פרטים?

יין שרף » דינסטאג יאנואר 21, 2020 10:02 pm

· #441881
רבי שמואל איז נוטה צום רבי'ן אין גיבערס 😂 😂 😂
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9