☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » בעלזא רבי קומט אויף א היסטארישע וויזיט אין לאנדאן

בעלזא רבי קומט אויף א היסטארישע וויזיט אין לאנדאן

313 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11470
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

איש את רעהו » דאנערשטאג מאי 4, 2017 8:42 pm

· #369939
בעלזא רבי קומט אויף א היסטארישע וויזיט אין לאנדאן
צום ערשטן מאל אין 20 יאר וואס די בעלזא רבי פארט אויף א היסטארישע וויזיט אין שטאט לאנדאן, בעפאר דעם וועט ער גיין אין יוראפ ביי די ציונים הקדושים אין בעלזא און ליזענסק

גאר א גרויסע ציבור חסידים פון איבער דער וועלט גרייטען זיך צו קומען מיטהאלטען דעם נסיעה.

אין לאנדאן וואוינען א היבשע צאל קנאישע אינגעלייט, מסתמא וועט זיין אנשטויסענישען צווישען זיי מיט די בעלזא.

די קעניג פין אמעריקע » דאנערשטאג מאי 4, 2017 9:08 pm

· #369941
וויפיעל אשכולות דארף מען איבער דעם?

סמבטיון » דאנערשטאג מאי 4, 2017 9:20 pm

· #369947
איש את רעהו, איך מיין אז די האסט שוין אראפגעברענגט די נייעס 1 מאל . יא אונז זעמער אלע זייער עקסיידעט, גראדע איז ער שוין נישט געווען 25 יאהר דארט, ווי אויך קומען אסאך חסידים פון איבער די וועלט קיין שטאט בעלזא און ליזענסק און לאנדאן וועלען נאר זיין די יוראפעישע חסידים,

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 4, 2017 9:37 pm

· #369954
Re: בעלזא רבי קומט אויף א היסטארישע וויזיט אין לאנדאן
אפשר קומט ער צען מאל? אפשר האט ער צען ׳צענלינגען׳? אפשר זענען פארהאנען צען לאנדאנס אין דער וועלט?

גיי ווייס וואס טוט זיך ביי איש את רעהו אין קאפ.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

גאנצל » דאנערשטאג מאי 4, 2017 9:40 pm

· #369957
@סמבטיון

דו מאכסט זיך צו טון פון דעם סיקריק ? זיי זוכן דאך ווי זיי קענען אנצוזייען מחלוקת און פראטעסטן און אויגעבן זייער סיקריקיש בלוט

מאך נאר זיכער איין זאך אז זיי זאלן נישט איין טאג גוט ווערן מיט ענק אזוי ווי זיי זענען יעצט אויפאמאל גוט געווארן מיט ר' שמואל ווי ער רופט אים

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מאי 5, 2017 12:59 am

· #369981
Re: בעלזא רבי קומט אויף א היסטארישע וויזיט אין לאנדאן
להחיות בהם נפש כל חי

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איש את רעהו » פרייטאג מאי 5, 2017 5:07 am

· #369990
די קעניג פין אמעריקע
וויפיל אשכולות דארף מען איבער דעם ?

מינימום איין
אזא היסטארישע מאמענט מעג פארמאגן כאטש איין אשכול
סמבטיון

ווי אויך קומען אסאך חסידים פון איבער די וועלט קיין שטאט בעלזא און ליזענסק
אין לאנדאן וועלען נאר זיין די יוראפעישע חסידים,

די עולם בלייבט נישט אין לאנדאן?

די קעניג פין אמעריקע » פרייטאג מאי 5, 2017 8:43 am

· #369994
ליטוואק פון בודאפעסט
להחיות בהם נפש כל חי

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

צימעס אלערט

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מאי 5, 2017 8:47 am

· #369997
Re: בעלזא רבי קומט אויף א היסטארישע וויזיט אין לאנדאן
.

קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 5, 2017 10:36 am

· #370010
You proved your point. Now it really belongs in there

איש את רעהו » פרייטאג מאי 5, 2017 1:46 pm

· #370067
צוליב די גאר גרויסע צאל ערווארטעטע ציבור
האבן די עסקנים לבית בעלזא געבעטן ביי די אינסטאנצען מען זאל ערלויבן א שטח דאפלט גרעסער פון די געפלאנטע טענט פאר 1800 אידן
די פאליציי האט מיט א ערנסטע מינע געפרעגט פארוואס מען דארף בויען '1' טענט 2 מאל אזוי גרויס, מען קען 2 מאל איבערשפילן די סצענע 😃
גיי לערן א גוי ברטנורא

אוהב ספרים » פרייטאג מאי 5, 2017 2:48 pm

· #370069
למעשה איז פארגעקומען א מיטיניג בבית הרב ברוך נתן ה"ש רב דקיט"ל מהרז"ל מיט די ראשי ישיבות פון די סאטמארע ישיבות, ותורת חסד וכו' אז מען זאל צוימען די בחורים און אז די פאשקעווילען זאלען זיך אויפהערן, אין סאטמארע ישיבה קטנה האט מען געהאלטען א דרשה א בחור וואס מען וועט כאפן מיט פאשקעווילען וועט פליען פון ישיבה

אויך איז געווען געשלעג צווישען די בעלזער און סאטמארע בחורים

יעלה ויבא » פרייטאג מאי 5, 2017 3:07 pm

· #370070
Re: בעלזא רבי קומט אויף א היסטארישע וויזיט אין לאנדאן
זעהט אויס אז די מיטינג האט נישט געהאלפען.

lead, follow, or get out of the way!

איש את רעהו » פרייטאג מאי 5, 2017 3:18 pm

· #370071
איינע פון די היסטארישע מאמענטן וועט זיכער זיין די צוזאמטרעף פון הנגיד רבי אליש מיט די בעלזא רבי
נאכן יארן זיין צוטיילט איבער די סכסוך פון מאכניווקא בעלזא מיט בעלזא

______
גאר א חשובע זאך האבן די מנהלי הישיבה געטון מיטן צוימען די בחורים פון ווארפן צעטליך.

איש את רעהו » פרייטאג מאי 5, 2017 3:29 pm

· #370072
די גרויסע שאטער ווי עס וועלן פארקומען אלע גרויסע געשעהנישען ווערט אהערגעשטעלט

📎 השהענק שהולך ונבנה בלונדואירעים בבעלזא1.jpg

איש את רעהו » מוצ"ש מאי 6, 2017 10:37 pm

· #370101

איש את רעהו » זונטאג מאי 7, 2017 7:24 pm

· #370172
צוגרייטונגען

📎 orig_109fd9fdf7334cd89491716a25.jpg
📎 בעלזc.jpg

די קעניג פין אמעריקע » מאנטאג מאי 8, 2017 8:36 am

· #370226
די אשכול זעט אויס מער ווי א טוויטער אקאונט פון איש את רעהו

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 9, 2017 9:48 am

· #370345
איש את רעהו
צוליב די גאר גרויסע צאל ערווארטעטע ציבור
האבן די עסקנים לבית בעלזא געבעטן ביי די אינסטאנצען מען זאל ערלויבן א שטח דאפלט גרעסער פון די געפלאנטע טענט פאר 1800 אידן
די פאליציי האט מיט א ערנסטע מינע געפרעגט פארוואס מען דארף בויען '1' טענט 2 מאל אזוי גרויס, מען קען 2 מאל איבערשפילן די סצענע 😃
גיי לערן א גוי ברטנורא

און דו האסט געמיינט די וויץ איז אויפ'ן גוי?! דער אמת'ער וויץ איז אז דער גוי האט אנטדעקט דער אמת אסאך שנעלער ווי דיר.

איש את רעהו » דינסטאג מאי 9, 2017 1:04 pm

· #370376
лпم iοوԴ
ווען פאנגט זיך די נסיעה אן?

היינט דינסטיג האט די שיירת הרבי געלאנדעט אין אוקריינא צו גיין צו די קברי אבות

איש חזון » דינסטאג מאי 9, 2017 5:51 pm

· #370395
שיינע בילדער דא.

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 9, 2017 8:46 pm

· #370401
איך מוטשע מיך נאר צו פארשטיין די ענגלישע מענטאליטי. דארט מישט זיך די גאווערנמענט אריין אין די קליינע פרטים פון אידישן לעבן. כאילו זיי זארגן זיך שטארק פאר'ן וואוילזיין פון די אידישע באפעלקערונג. דאהי, למשל איז א קליינע נפקא מינה פאר מעיאר די בלאזיא און זיינע שלוחים וווי גרויס דער שאטער וואס קהילתנו הק' מהר"א שליט"א האט אויפגעשטעלט אויף טעילאר סטריעט. פון זייערטוועגן קען זיך עס ציען ביז'ן ים אריין אויף קענט עוו. משא"כ אין לאנדאן אינטרעסירט די רעגירונג א יעדן פרט למשל די סייז פונ'ם טענט. און זיי זאגן אויכעט דיעות און זיי פרעגן קשיות מיט זייער גוי'אישן ענגלישן קאפ...! און ווילן איינטיילן פאר די אידן ווי גרויס ס'זאלל זיין. און אויף וואספארא אופן מ'זאלל עס נוצן...! מ'האט ענק געפרעגט, גוי'אישע קעפ...?!

תורה ומדע » דינסטאג מאי 9, 2017 10:39 pm

· #370414
איש את רעהו
лпم iοوԴ
ווען פאנגט זיך די נסיעה אן?

היינט דינסטיג האט די שיירת הרבי געלאנדעט אין אוקריינא צו גיין צו די קברי אבות

איך האב איבער געהערט דער בעלזער רב׳ס דברים חוצבים אויף די ציונים היינט אויף דער בעלזער האטליין. איך מוז זאגען אז ווען ער האט איבער געזאגט די דיבורים פון זיינע אבות הקדושים בעניין וכל אדם לא יהיה באהל מועד, אז דער כה״ג ביוה״כ איז געווען בבחינת חנוך, מלאך מט״ט, נישט א מענש און נישט א מלאך, כדי צו קענען מליץ יושר זיין אויף אידען, מיט אזעלכע געגועים און דביקות, האב איך ניט געקענט האלטען מיינע אויגען טרוקען.
דער פערזענליכקייט זיינער קומט ארויס אויף די עלטער כחד מקמאי. און בבחינה מסיומת פרעגט זיין גדלות אפ מיין נטיה צו לאכן פון אדמורי דורינו בבחינת נשתכחה תורת האדמורות.

איש את רעהו » דינסטאג מאי 9, 2017 11:13 pm

· #370418
תורה ומדע
איש את רעהו
лпم iοوԴ
ווען פאנגט זיך די נסיעה אן?

היינט דינסטיג האט די שיירת הרבי געלאנדעט אין אוקריינא צו גיין צו די קברי אבות

דער פערזענליכקייט זיינער קומט ארויס אויף די עלטער כחד מקמאי. און בבחינה מסיומת פרעגט זיין גדלות אפ מיין נטיה צו לאכן פון אדמורי דורינו בבחינת נשתכחה תורת האדמורות.

רבי מיכל ניקלשבורג האט עס אין א יונגערע עידזש באוויזען ארויסצוברענגען

איסר האטלקי » דינסטאג מאי 9, 2017 11:24 pm

· #370419
אויף א ווידעאו זע איך ווי ער שפאצירט ארויף און אראפ בשעת'ן זאגן תורה.
ביז היינט האב איך נאר געוואוסט פון שטייעדיגע און זיצעדיגע תורה, היינט האב איך אויסגעפונען איבער 'גייענדיגע תורה'.

סמבטיון » מיטוואך מאי 10, 2017 12:22 am

· #370428
דער רב זז"ג איז ארום געגאנגען אהין און צוריק די דריי ציונים בשעת וואס ער האט נאך געזאגט תורה פון די אלע דריי צדיקים, אשרי עין ראתה כל אלה.

תורה ומדע » מיטוואך מאי 10, 2017 12:28 am

· #370430
א לינק, פליז.

איסר האטלקי » מיטוואך מאי 10, 2017 1:06 am

· #370433
תורה ומדע
א לינק, פליז.

אט האט איר (ענדליך מיך אויסגעלערנט ארויפצולייגן...)

תורה ומדע » מיטוואך מאי 10, 2017 10:09 am

· #370468
יישר כוחכם, יה"ר שתתקבל ברחמים וברצון את תפילותיו והמלצותיו.

וחלופיהן » מיטוואך מאי 10, 2017 10:35 am

· #370471
תורה ומדע
איש את רעהו
лпم iοوԴ
ווען פאנגט זיך די נסיעה אן?

היינט דינסטיג האט די שיירת הרבי געלאנדעט אין אוקריינא צו גיין צו די קברי אבות

איך האב איבער געהערט דער בעלזער רב׳ס דברים חוצבים אויף די ציונים היינט אויף דער בעלזער האטליין. איך מוז זאגען אז ווען ער האט איבער געזאגט די דיבורים פון זיינע אבות הקדושים בעניין וכל אדם לא יהיה באהל מועד, אז דער כה״ג ביוה״כ איז געווען בבחינת חנוך, מלאך מט״ט, נישט א מענש און נישט א מלאך, כדי צו קענען מליץ יושר זיין אויף אידען, מיט אזעלכע געגועים און דביקות, האב איך ניט געקענט האלטען מיינע אויגען טרוקען.
דער פערזענליכקייט זיינער קומט ארויס אויף די עלטער כחד מקמאי. און בבחינה מסיומת פרעגט זיין גדלות אפ מיין נטיה צו לאכן פון אדמורי דורינו בבחינת נשתכחה תורת האדמורות.

ממש כחד מקמאי אריינגערעכנט אפילו דער motorcade

וחלופיהן » מיטוואך מאי 10, 2017 10:49 am

· #370474
berlbalaguleh
איך מוטשע מיך נאר צו פארשטיין די ענגלישע מענטאליטי. דארט מישט זיך די גאווערנמענט אריין אין די קליינע פרטים פון אידישן לעבן. כאילו זיי זארגן זיך שטארק פאר'ן וואוילזיין פון די אידישע באפעלקערונג. דאהי, למשל איז א קליינע נפקא מינה פאר מעיאר די בלאזיא און זיינע שלוחים וווי גרויס דער שאטער וואס קהילתנו הק' מהר"א שליט"א האט אויפגעשטעלט אויף טעילאר סטריעט. פון זייערטוועגן קען זיך עס ציען ביז'ן ים אריין אויף קענט עוו. משא"כ אין לאנדאן אינטרעסירט די רעגירונג א יעדן פרט למשל די סייז פונ'ם טענט. און זיי זאגן אויכעט דיעות און זיי פרעגן קשיות מיט זייער גוי'אישן ענגלישן קאפ...! און ווילן איינטיילן פאר די אידן ווי גרויס ס'זאלל זיין. און אויף וואספארא אופן מ'זאלל עס נוצן...! מ'האט ענק געפרעגט, גוי'אישע קעפ...?!

הודו לשם אז אונזערע גוי'אישן ענגלישן קעפ האבען א קאנטראל איבער וואס און ווען מען בויעט און פאר סוכות זענען אונזערע געסער נישט אנגעלייגט מיט סוכות און פאר פסח נישט מיט קאנטיינערס און אונזערע גאסן זען נישט אויס ווי בני ברק. פאר דו שרייבסט וואלסט דו אויך געמעגט וויסן אז דער מייער פון לאנדאן איז נישט אחראי אויף דעם נאר לאנדאן איז צוטיילט אויף באראס און דער קאוינסעל נישט דער רעגירונג איז דער איבערקוקער. און עס אינטערסירט זיי טאקע דער סייז און וויפיל מענטשן קומען אז עס זאל נישט זיין הרוגות ווי ביי רב וואזנערס לוויה. יא, מען האט זיי געפרעגט ווייל דער געזעץ פארלאנגט מען זאל זיי פרעגן. ברוך השם אז עס זענען דא געזעצן און א סדר און נישט ווי עס זעט אויס דו וואלסט געוואלט עס זאל אויסזען.

תורה ומדע » מיטוואך מאי 10, 2017 11:31 am

· #370479
וחלופיהן
תורה ומדע
איש את רעהו
лпم iοوԴ
ווען פאנגט זיך די נסיעה אן?

היינט דינסטיג האט די שיירת הרבי געלאנדעט אין אוקריינא צו גיין צו די קברי אבות

איך האב איבער געהערט דער בעלזער רב׳ס דברים חוצבים אויף די ציונים היינט אויף דער בעלזער האטליין. איך מוז זאגען אז ווען ער האט איבער געזאגט די דיבורים פון זיינע אבות הקדושים בעניין וכל אדם לא יהיה באהל מועד, אז דער כה״ג ביוה״כ איז געווען בבחינת חנוך, מלאך מט״ט, נישט א מענש און נישט א מלאך, כדי צו קענען מליץ יושר זיין אויף אידען, מיט אזעלכע געגועים און דביקות, האב איך ניט געקענט האלטען מיינע אויגען טרוקען.
דער פערזענליכקייט זיינער קומט ארויס אויף די עלטער כחד מקמאי. און בבחינה מסיומת פרעגט זיין גדלות אפ מיין נטיה צו לאכן פון אדמורי דורינו בבחינת נשתכחה תורת האדמורות.

ממש כחד מקמאי אריינגערעכנט אפילו דער motorcade

יא א מנהיג ישראל אויף אזא פארנעם קומט היטאריש מיט גינוני מלכות. געב א קוק אויף די בילדער פון אמאהל וויאזוי מען האט מכבד געווען די רביס פון די גרויסע חסידישע הויפען. ווער דען איז א מלך ביבי, אדער טראמפ?
פארוואס זאל א מנהיג וואס טראגט איף זיין הארץ די גשמיות'דיגע און רוחניות'דיגע ווייטאגען און באדערפינישען פון טויזענטער אידען ארום די גאנצע וועלט נישט האבען לכה"פ דאס זעלבע רויטע קארפעט ווי טראמפ אדער אנאנדערע העד אוו סטעיט?

וחלופיהן » מיטוואך מאי 10, 2017 12:05 pm

· #370481
תורה ומדע האט געשריבן

לאמיר צונעמען דיינע ווערטער. זיין פארנעם איז אפשר צען טויזנט בתי אב וואס איז רעלאטיוו גאנץ קליין. בילדער פון אמאל זענען ווייניג מכריע און אמאל זענען זיי אויך געווען בייביס. ער איז נישט א מלך, און לכאורה אפילו נישט א גדול בתורה. ער איז סך הכל א רבי פון א פאר טויזנט חסידים און דער פארגלייך צו ביבי אדער טראמפ וואס זענען ראשי מדינות וואס רויטע קארפעט איז א חלק פון פראטאקאל איז סתם קינדעריש. נאר מבחינת אידיאלאגיע, מען פארקויפט אלץ אז מיר שטעלען זיך נישט ביי א מינוט סיילענס אויף יום השואה אדער יום הזכרון ווייל עס איז מנהג הגויים. הייסט פאר טויטע וואס זענען אימגעקומען עק"ה איז מען מקפיד אויף חוקת הגוי נאר אויף לעבעדיקע וואס האבן געזען צופיל יוטיוב קליפס איז גאר א מ"ע דאורייתא

תורה ומדע » מיטוואך מאי 10, 2017 12:42 pm

· #370482
פון וואנט נעמסטו מצ"ע דאורייתא ווייס איך נישט. אבער כבוד און גינוני מלכות פאר גדול"י איז נישט קינדעריש אין מיינע אויגען בכלל און דאס האט א טראדיציע ביי חסידים וואס האבען מקיים געווען דעם "מאן מלכא רבנן" כפשוטו. אויב ווילסטו קאנסטו דאס אנרופען חסידישע קאלטור, אז נישט רוף עס אהן כבוד רבו וכבוד התורה וכדו'. פארצייטענס איז עס געווען מיט פערד און וועגנער און טייערע קאוטשעס, אין וועלכער די חסידים האבען אמאהל אליינס געדינט אלץ פערד, כידוע פון די ספורים, און היינט איז עס מיט אוטומאבילען טייערע וכדו'.
יום השואה איז אוועקגעשטעלט געווארען דורך פרייע אידען וואס אנשטאט נוצען שבעה עשר בתמוז אדער כ סיון וכדו' וואס איז שוין אוועקגעשטעלט אלץ יום תענית פאר צרות פון פריערדיגע תקופות האבען זיי מחדש געווען א נייער פולחן וואס איז פרעמד צום אידישען פאלק. וואס פונקטליך איז דער צושטעל.

איש את רעהו » מיטוואך מאי 10, 2017 1:54 pm

· #370485
סמבטיון

אשרי עין ראתה כל אלה.
שוואכער חסיד

דער זאגט עס שטארקער
תורה ומדע

דער פערזענליכקייט זיינער קומט ארויס אויף די עלטער כחד מקמאי

ווי קומט עס אבער צום השגה פון א ריכטיגער חסיד ווי חה"כ י. אייכלער וואס באגלייט די נסיעה
י. אייכלער
די רב ארומגייענדיג ביי די הייליגע ציונים האט אויסגעקוקט ווי:

די עבודת כהן גדול אינעם הייליגן טאג לפני ולפנים

תורה ומדע » מיטוואך מאי 10, 2017 2:38 pm

· #370490
איש את רעהו
סמבטיון

אשרי עין ראתה כל אלה.
שוואכער חסיד

דער זאגט עס שטארקער
תורה ומדע

דער פערזענליכקייט זיינער קומט ארויס אויף די עלטער כחד מקמאי

ווי קומט עס אבער צום השגה פון א ריכטיגער חסיד ווי חה"כ י. אייכלער וואס באגלייט די נסיעה
י. אייכלער
די רב ארומגייענדיג ביי די הייליגע ציונים האט אויסגעקוקט ווי:

די עבודת כהן גדול אינעם הייליגן טאג לפני ולפנים

און איש את רעהו פארגינט נישט אז עס זענען נאך דא חסידים וואס זענען אי בעלי שכל און אי דבוק אין א רבי׳ן

גאנצל » מיטוואך מאי 10, 2017 2:56 pm

· #370492
איש את רעהו
תורה ומדע
איש את רעהו
лпم iοوԴ
ווען פאנגט זיך די נסיעה אן?

היינט דינסטיג האט די שיירת הרבי געלאנדעט אין אוקריינא צו גיין צו די קברי אבות

דער פערזענליכקייט זיינער קומט ארויס אויף די עלטער כחד מקמאי. און בבחינה מסיומת פרעגט זיין גדלות אפ מיין נטיה צו לאכן פון אדמורי דורינו בבחינת נשתכחה תורת האדמורות.

רבי מיכל ניקלשבורג האט עס אין א יונגערע עידזש באוויזען ארויסצוברענגען

אזוי בחדא מחתא באנוצט זיך מיט ביליגע לשונות אויף צוויי חשובע אדמורים אויף די וועלט

ר' מיכל ניקלשבורגער האט נאך אזא שיינע קהלה ווי דיין צדיקל רז"ל בכמות ובאיכות.......... ער האט נאך אריינגעברענגט אזויפיל יראת שמים אין זיינע חסידים ווי דיין צדיק'ל און ער קען נאך אזויפיל לערנען ווי דיין צדיקל אנגעהאלטן מיט מסי"נ א שיין הייפעלע פון ערליכע תמימותדיגע חסידים ואנשי מעשה
זיינע חסידים זענען נאך 1000 מאל אזוי ערליך ווי די לויפער שקצים בני העניא/הענא.......

קוק ווער ס'רעדט

איש את רעהו » מיטוואך מאי 10, 2017 2:59 pm

· #370494
תורה ומדע

איש את רעהו פארגינט נישט אז עס זענען נאך דא חסידים וואס זענען אי בעלי שכל און אי דבוק אין א רבי׳ן

ח"ו
איר זאלט עס וואויל באקריגען.

..
אין אנדערע נייעס:
די פאליציי האט ערנסט גענימען די געשעהניש ווען
עטליכע קנאקערס אין לאנדאן-בעלזא נאכן צוזעהן נעכטן אויף די הייליגע מראות, די הייליגע עבודה כחד מקמאי אין שטאט בעלזע
האבען זיי גענימען היינט א בחורל פינעם ישיבת מתיבתא אריינגעשלעפט אין א קאר און געגעבן רוצחישע קלעפ
די אינסטאנצען אויס מורא אז די צושטאנד וועט ליפערן פון סקווירא קיין אייראפע רציחה'שע אקטן נעמען אינטער שטרענגע זיכערהייטס מיטלען.

סמבטיון » מיטוואך מאי 10, 2017 3:59 pm

· #370499
איש , מקען שוין זאגן מישן אקאמפלישט ? איך פארשטיי אז דו ביזט דא מיט אן אגענדע אקעגן בעלזער רב, און דו פרובירסט מיט אלע כוחות אנצודרייען א שטינק דא אין שטיבעל, עד כדי כך אז דו האסט געפילט פאר וויכטיג אויסצוהערן די תורה, וויייל אפשר וועסטו אים קענען כאפן ביי א ווארט וואס דו זאלסט קענען האבן ברענן שטאף צו ווייטער פירקלען מיט דיינע נישט געשטויגענע נייעס/תגובות, איים סארי טא טעלל יו, קיינער איז נישט נייגעריג צו הערן וואס דו פארקויפסט, און אז די זעסט אז עס גייט נישט, געב אויף , דאס פאברעצירן מעשיות פון קלעפ מיט רציחה וועט קיין סאך נישט העלפען.

גאנצל » מיטוואך מאי 10, 2017 4:05 pm

· #370501
איך האב אייך שוין געבעטן ווער נישט דערשראקן פון דעם סיקריק טאג און נאכט פאריביצירט ער מעשה'ס אויף אלע זיינע שונאים

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 10, 2017 4:14 pm

· #370502
Re: בעלזא רבי קומט אויף א היסטארישע וויזיט אין לאנדאן
אלס פיין און וואויל, אבער וואס האט תורה דא צו טוהן? איינער האט איהם פארהערט איידער מ׳האט אינוועסטירט אין דער רויטע טעפעך?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

וחלופיהן » מיטוואך מאי 10, 2017 4:45 pm

· #370509
תורה ומדע, דער צושטעל צו א מינוט סיילענס איז אז חרדים האלטן אין איין פארפירן אז זיי קענען נישט געדענקן געפאלענע זעלנער ווייל עס איז נישט דער יידישער דרך. אז דער צושטעל געפעלט דיר נישט איז געפין הונדערט אנדערע וואו מיר שטיין באזונדער אין לבוש, אין שפראך, אין נישט לערנען לימודי חול וכו' וכו', ווייל אונזערע דרך איז תורהדיק. אין דער תורה שטייט רויטע טעפעכער און מאוטארקיידס און מאטארבייקס? דאס איז נישט מער ווי למען הטראסק און מאכן א מצב פאר א באנדע בייביס. קארדיישיענס מיט שטריימעל און בעקעשע. אדער bread and circuses נוסח רומי

איש חזון » מיטוואך מאי 10, 2017 5:01 pm

· #370510
וחלופיהן
ממש כחד מקמאי אריינגערעכנט אפילו דער motorcade

בגולם.
בעל מחבר פון "דער סאמע ערגסטע, גרויליגסטע, און נידריגסטע תגובה וואס איז נאר אמאל געשריבן געווארן אין דער היסטאריע פון קאווע שטיבל"

תורה ומדע » מיטוואך מאי 10, 2017 5:05 pm

· #370512
ליטוואק פון בודאפעסט
אלס פיין און וואויל, אבער וואס האט תורה דא צו טוהן? איינער האט איהם פארהערט איידער מ׳האט אינוועסטירט אין דער רויטע טעפעך?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איהר האט פארהערט דעם הייליגען רוזין׳ער אדער ר מאטעלע טשערנובלער וכהנה וכהנה.

איש את רעהו » מיטוואך מאי 10, 2017 5:12 pm

· #370514
סמבטיון

האסט געפילט פאר וויכטיג אויסצוהערן די תורה, וויייל אפשר וועסטו אים קענען כאפן ביי א ווארט וואס דו זאלסט

וועלכע תורה
דערווייל האב איך עס נאכנישט געהערט
ווי איז דא א לינק אדער געשריבן די דברי תורה

בן אדם » מיטוואך מאי 10, 2017 5:18 pm

· #370515
תורה ומדע
ליטוואק פון בודאפעסט
אלס פיין און וואויל, אבער וואס האט תורה דא צו טוהן? איינער האט איהם פארהערט איידער מ׳האט אינוועסטירט אין דער רויטע טעפעך?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איהר האט פארהערט דעם הייליגען רוזין׳ער אדער ר מאטעלע טשערנובלער וכהנה וכהנה.

דו גלייכסט צו דיין רבי'ן מיט זיין טעפיך צו אזעלכע גרויסע לייט???

איש חזון » מיטוואך מאי 10, 2017 5:18 pm

· #370516
איש את רעהו
סמבטיון

האסט געפילט פאר וויכטיג אויסצוהערן די תורה, וויייל אפשר וועסטו אים קענען כאפן ביי א ווארט וואס דו זאלסט

וועלכע תורה
דערווייל האב איך עס נאכנישט געהערט
ווי איז דא א לינק אדער געשריבן די דברי תורה

נישט עפעס עקסטער אינטערסאנט (=ענהאלט נישט קיין מחלוקת שלש''ש [קנאות בלע"ז])
📎 בעלזא-ליזענסק תשע-ז (1).pdf

איש חזון » מיטוואך מאי 10, 2017 5:20 pm

· #370517
בן אדם
תורה ומדע
ליטוואק פון בודאפעסט
אלס פיין און וואויל, אבער וואס האט תורה דא צו טוהן? איינער האט איהם פארהערט איידער מ׳האט אינוועסטירט אין דער רויטע טעפעך?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איהר האט פארהערט דעם הייליגען רוזין׳ער אדער ר מאטעלע טשערנובלער וכהנה וכהנה.

דו גלייכסט צו דיין רבי'ן מיט זיין טעפיך צו אזעלכע גרויסע לייט???

אייגנטליך פארוואס נישט? אין די אויבנדערמאנטע צדיקים'ס צייטן האבן אויך געלעבט אזעלכע בייביס ווי די היינטיגע גאונים וקדושים, אלזא וואס איז די גרויסע קשיא?

תורה ומדע » מיטוואך מאי 10, 2017 5:37 pm

· #370518
בן אדם
תורה ומדע
ליטוואק פון בודאפעסט
אלס פיין און וואויל, אבער וואס האט תורה דא צו טוהן? איינער האט איהם פארהערט איידער מ׳האט אינוועסטירט אין דער רויטע טעפעך?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איהר האט פארהערט דעם הייליגען רוזין׳ער אדער ר מאטעלע טשערנובלער וכהנה וכהנה.

דו גלייכסט צו דיין רבי'ן מיט זיין טעפיך צו אזעלכע גרויסע לייט???

איך גלייך נישט צו ווייל איך ווייס נישט.איך ווייס אבער פון מסורה אז די רוזינער רביס און די טשערנובלער רביס זענען געווען גרויס אפילו זיי זענען עד היום נישט קיין דוקומענטירטע תלמידי חכמים. נאר וואס דען, עס איז בע״כ פאראהן ביי חסידים, אפילו די לומדים צווישען זיי, א מושג רבי וואס דער חסיד שפירט אז ער איז איהם מקשר צום רבש״ע. און דער ענין האב איך דערשפירט נעכטען אז עס געפונט זיך נאך היינט ביי די חסידי בעלז. הלוואי וואלט איך זיך געקענט ציילען ציווישען זיי אין דעם הינזיכט.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 10, 2017 8:06 pm

· #370534
Re: בעלזא רבי קומט אויף א היסטארישע וויזיט אין לאנדאן
זייער פיין, שפירט מקושר איז דער ענין דא. וע"ז שאלתי, וואס האט עס מיט תורה?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7