בעלזא רבי קומט אויף א היסטארישע וויזיט אין לאנדאן
313 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11470
@איש חזון שכויעח פאר די ד"ת
יעצט דערהער איך פארוואס אייכלר האט אים פארגליכן צו די עבודה וואס די כה"ג האט מקטיר געווען קטורת לפני ולפנים ביוה"כ.
ליטוואק פון בודאפעסטזייער פיין, שפירט מקושר איז דער ענין דא. וע"ז שאלתי, וואס האט עס מיט תורה?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אורייתא קוב"ה וישראל חד הוא
Re: בעלזא רבי קומט אויף א היסטארישע וויזיט אין לאנדאן
תורה ומדעליטוואק פון בודאפעסטזייער פיין, שפירט מקושר איז דער ענין דא. וע"ז שאלתי, וואס האט עס מיט תורה?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אורייתא קוב"ה וישראל חד הוא
לויט ווי ס׳קוקט אויס, איז געשטעלט געווארען א מטרה צו בארעכטיגען פארטיידיגען און גאר אויסרימען יעדער ריר וואס א פאר כבוד שמעקערס און חדר אינגלעך איז איינגעפאלען אין קאפ. ס׳איז וויכטיג פאר דער אינגעלע צו טרעטען זיין הייליגע פיס אויף א רויטע טעפעך און אז גאנץ סטאמפארד היל זאל שטורעמען פון א וויזיט פון איינעם, און דעריבער דארף מען מאכען א טאראראם. פיין און וואויל. אבער דער נעקסטע טריט איז, אז מ׳דארף זיך פארדרייען אין א פרעצעל דאס צו בארעכטיגען. פאר דעם דארף מען טרעפען נייע טייטשען פאר אלטע ווערטער, און אזוי איז אלס ערלעדיגט. אורייתא האט א נייעם טייטש, קב"ה האט א נייעם טייטש, ישראל האט א נייעם טייטש און חד הוא האט א נייעם טייטש. אלס צו פארטיידיגען קינדער שטיק פון א פאר ליידיגייערס.
וכ"ה ביי אסאך פארטייען. התקשרות לצדיקים מיינט באלאנגען צו א פארטיי. ת"ח מיינט דער וואס שטימט די בעסטע פאר׳ן פראפאגאנדא.
און דאס איז טאקע וואס איז אזוי געפערליך פון פארטייען, דאס ווערטשאפט פון שקר וואס דארף געבויט ווערען ארום דעם, וכמו שהארכתי במקומו.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איך בין נישט מצדיק יעדער שטות און אוודאי קומט דאס מיט מיט אסאך סייד עפעקטס. אבער דא אין ק״ש, אין אן אנדערען אשכול, איז זיך א אינגערמאן מתוודה אז ער האט געזינדיגט מיט גאר א גראבע נביירע. מיין השערה איז אז טאמער וואלט ער געווען א חלק פון א פארטיי און דבוק אין א רבין, וואלט ער געקענט ענדערש עומד בנסיון זיין. וד״ל.
Re: בעלזא רבי קומט אויף א היסטארישע וויזיט אין לאנדאן
קודם כל, איז וואס? דער תורה גיבט אונז עצות און הדרכות וויאזוי צו פארמיידען עבירות. זוכען נייע וועגען איז מסוכנ׳דיג און קעגען תורה.
צווייטענס, דו האסט דאך נישט קיין אהנונג, נישט וואס איז געשען און נישט וואס וואלט געשען. ציען אן אויספיהר בארעכטיגען נידריגקייט דארף מען עפעס א בעסערע מקור.
דריטענס, מי נדחה מפני מי? דארף יעדער איידעלער יונגערמאן אריינפאלען אין שקר צוליעב איין אויסגעלאזענע יונג? הלעיטהו לרשע וימות, זאל ער אנגעשטעקט ווערען צוליעב זיין אייגענע החלטה, און דער ריזיגע ציבור זאל נישט פארדרייט ווערען זייער גאנצע לעבען (איך הער אז מ׳דארף אפשר עפעס ארויסהעלפען אזא איינער, אבער נישט אויף קיינעמ׳ס חשבון).
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
די מאכסט א טעות.
דאס אחדות און געפיעל פון התקשרות צין א רבין איז נישט ניי נאר אלט זינט דער בעש״ט האט דאס מגלה געווען. און אזוי שפירען אלע חסידים המקוריים למשל סלונים, חב״ד, סטאלין, רוזין, צאנז, סאטמר בעת דער דברי יואל האט געלעבט, און נאך. דאס היט אפ א מענש פון שאול תחתית און איז בכח איהם אויף הייבען ממדרגה למדרגה אין רוחניות. אויב די פארשטייסט דאס נישט איז עס מחמת חסרון ידעה און עקספוזר צו אמתע חסידות. אויב איך וואלט געדארפט געסן וואלט איך געזאגט אז דו ביזט אויף געוואקסען אין וויליאמסבורג ווי מען האט עוקר געווען דעם דרך הבעש״ט כידוע אין חב״ד און אין נאך מקור׳תדיגע מקומות.
אנאנים, איהר זענט 100% קאררעקט. אוודאי א חסידות איז נישט דער בלענק טיקעט צום גן עדן. און עס קען גאר זיין א מקור פון השחתה און זיך ענטוויקלען צו א קולט און שטיפת מוח און עמהראצעס נוסח ניי סקווירא, טאש, אדער לב טהור ל"ע. א יעדע זאך דארף זיין געבעלנסט מיט לימוד התורה, שכל, און מסורה. האועבער, דאס בארעכטיגט נישט אפצופרעגן די נארמאלע חסידות'ן וואס האלטען עד היום זייער ציבור ערליך, תורה'דיג, מסורה'דיג, חסידיש און מענשליך אהן קיין שינעניגענס.
חסידות'ער וואס גייען אריין אין דעם קטעגאריע זענען לדעתי הקלושה:
באבוב
קרלין סטולין
צאנז נתני'
סלונים- נתיבות שלום
בעלז
באיאן
וויזניץ מאנסי און ר ישרלצע פון ב"ב גייען אויך אינעם ריכטונג
איך בין א חסיד פון אלע רבי'ס
[ציטאט אראפגענומען]
פשיהא, ער קוקט ארום און דערקענט...
[ציטאט אראפגענומען]
סאטמר האט אנדערע מעלות וואס דעקט איבער דאס חסרון פון דביקות אין א רבין. איטס אלל עבאוט בעלנעס.
עס זענען פארהאן חסרונות אין בעלז אזוי ווי אין אללע ערטער. עס איז דא א ירידה כללית אין דער מצב הרוחני פון דער געזעלשאפט בכלל און בעלז איז ניט אימיאן פון דעם.
מסורה איז א בריאה וואס בייגט זיך מזמן לזמן און עס איז נישט גע׳עטשט אין שטיין. מנהיגי ישראל זענען ביכולת צו משנה צו זיין מסורה ובית רחל דסטמר יוכיח.
ווען דער נעפיו איז ניט ראוי לאותו איצטלא וואלט איך נישט זיך אנגענומען פאר איהם פונקט ווי איך נעם זיך נישט אהן פאר זיין שוואגער פון נוי העמסטעד.
תורה ומדעוויזניץ מאנסי און ר ישרלצע פון ב"ב גייען אויך אינעם ריכטונג
און וויזניץ סטעטן איילענד האסטו אויסעלאזט??? 😢 נא נא! דו גייסט כאפן פון מיר...
I'm back[ציטאט אראפגענומען]
פשיהא, ער קוקט ארום און דערקענט...
ס'ווייט נישט קיין סוד. די גאנצע בארא פארקער גאס איז אויף דערמיט די לעצטע תקופה!
אזוי? גארנישט געוויסט דערוועגן, איך וואוין אין בארא פארק און איך האב גארנישט באמערקט, און איך האב אויך נישט געהערט רעדן דערוועגן
Re: בעלזא רבי קומט אויף א היסטארישע וויזיט אין לאנדאן
דער בעש"ט האט געהאלטען אז מ׳זאל זיך מדבק זיין אין סיי וועמען און אזוי ארום זיך באשיצען פון זונות?
דאס נאכאנאנדיגע טוישען טערמינען לויט דער נויט איז שקר. דער בעש"ט האט מחדש געווען שקר? זיך מתדבק זיין אין א צדיק האט גארנישט מיט פארטיי, גארנישט מיט משפחה נעמען און גארנישט מיט פאמפ. דאס קומט פון די גוים, און דער בעש"ט איז נישט קיין גוי געווען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איך בין אין ב"פ, איך ווייס אויך דערפון (נישט אז איך "זע" עס, ווייל אויפן גאס ווייסעך נישט ווער איז א בעלז'ע און ווער א באבובע), אבער איך הער דערפון אפט.
זיי זאגן אז די סיבה דערצו איז וויבאלד דער רבי קומט נישט אהער באזוכן, זיי שפירן זיך אפגעזונדערט.
דאס איז געווען די סיבה - לויט זיי - אז דער רבי האט מסכים געווען צו די מראות הקודש פון אלע טישן, אז מען זאל זיך שפירן נאענט צו די מקור הקדושה.
@איסר איטלקי איר זאגט א נקודה
זינט בעלזא שטעלט צו די לייוו טשענעלס פון די הייליגע מראות, זאגן די מחנכים אז ביי די וואס זענען רעגיסטירט עס מיטצוהאלטן און פארפאסען נישט פון מיטצוהאלטן די לעבעדיגע סצענע'ס, איז ביי זיי דא א פיל גרעסערע פראצענט וואס היט ערליכער תורה ומצוות.
ס'געקומען אין אימעיל דער צעטיל בנוגע הוראת מהר"א לחסידיו איבער נעמען א טייל אין די בעלזא צאמקומען
איז עס א אמת'ר צעטיל ?
📎 סאטמאר מזהירה מן השעורוריה המתרחשת בלונדון בבאו של הרבי מבעלזא לעיר.jpg
איך ווייס שוין נישט וואס איז ערגער. גיין קיין בעלזא אדער גיין צום פויבסט. ווייל אויף בעלזא האלט און איין קומען צעטליך אבער וועגן גיין צום פויבסט זעהט אויס איז נישט אזוי הארב......
טויזענטער חסידי בעלזא זענען מקדם בברכה רבם ומאורם.
https://drive.google.com/file/d/0Byr7qA ... ptZGM/view
איש , כהאב נישט געוויסט אז די קענסט גרעפיק אויך? שיינט צו זיין א צעטיל פון די זלונים
ליטוואק פון בודאפעסטדער בעש"ט האט געהאלטען אז מ׳זאל זיך מדבק זיין אין סיי וועמען און אזוי ארום זיך באשיצען פון זונות?
דאס נאכאנאנדיגע טוישען טערמינען לויט דער נויט איז שקר. דער בעש"ט האט מחדש געווען שקר? זיך מתדבק זיין אין א צדיק האט גארנישט מיט פארטיי, גארנישט מיט משפחה נעמען און גארנישט מיט פאמפ. דאס קומט פון די גוים, און דער בעש"ט איז נישט קיין גוי געווען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דער בעש״ט האט מחדש געווען אז פשוטע אידען זאללען זיך מדבק זיין אין צדיקים שטייגען בתורה וביראה,און צוזאמען בייקומען דעם יצה״ר. די מתנגדים האבען נישט אויף געטוהן ביים המון עם דאס וואס די חסידים האבען באוואוזען. די היינטיגע מתנגד׳ישע וועלט פראבירען אויך ארויס צו נעמען די חסידישע מושגים און דאס פאר רופען אויף זייער מסורה. צום ביישפיעל די מושגים פון דעת תורה, שמירת עיניים, טבילת עזרא, צניעות הלבוש, בארד און פיאות, און נאך. דאס האט אמאל נישט עגזיסטירט אין די ליטא בכלל.
ליטוואק, אז דו ווילסט מען זאלל דין הארכען דארפסטו מודה זיין און געבען קרעדיט דארטען ווי עס קומט.
דו רעדסט שוין ווייטער ליגענט. וואס האט איינס צטוהן מיט דער אנדערע? דער יורש פון בעלז האט קיינער נישט געוויזען אלס צדיק, נישט אלס ת"ח און נישט אלס בעל חסד. וואס האט דער בעש"ט צו טוהן מיט דער וויזיט? וואס האט דאס צוטוהן מיט חסידות? וואס האט דאס צוטוהן מיט קרעדיט? עפען אן אשכול וועגען חסידים און מתנגדים אז דו ווילסט, אבער דאס האט גארנישט מיט דעם איינגעשטויסען.
און דאס איז דיין ליגענט. דאס נוצען דער ווארט 'חסידות' צו פארטיידיגען יעדער גויישע סטייל שריט וואס פארטייען טוהן, כאילו אויף דעם האט מען זיך געדינגען איז ליגענט. דאס מאכט אזא גלויבונג אז אפילו מ'ווייזט אויף שווארץ אויף ווייס אז ס'איז שקר, קען מען זאגען 'דער בעש"ט האט עס מחדש געווען, דעריבער מעג מען טוהן דער שקר'. און איך בין גאר דער מתנגד?!
איש את רעהוטויזענטער חסידי בעלזא זענען מקדם בברכה רבם ומאורם.
https://drive.google.com/file/d/0Byr7qA ... ptZGM/view
דער מענטש אויף די רעכטע קארנער פון די קליפ זעהט אויס צו זיין הרה"ח ר' יעקב בער פרידמאן שליט"א פון בארא פארק...איי ער וואוינט נישט אין לאנדאן. און ער האט א גראסערי אין ב.פ...אבער ווען ס'קומט צו אט די זאכן קען ער אייביג מיטהאלטן. דאס איז זיין סחורה...!
לכאורה איז עס משה רינגעל
הרב פדווא מיטן בעלזע רב
📎 g4y4m27h__w470h289q95.jpg
די בי"ד אין לאנדאן האט ארויסגעגעבן א צעטיל זיך אנעמענדיג פאר די בעלזע אידן וואס ווערן ווייגעטון צוליב זייער רבי'ס אויפירונג
בי"ד בעט מען זאל נישט די בעלזע אידן ווייטון
📎 5f95v7vf.jpg
רב פאדווא שליט"א איז א וואוילער איד. אבער ער מוז א סאך מאל גיין צוישן די טראפן. אין די מערסטע פעלער שטעלט ער זיך ארויס אויף די זייט פון סאטמאר. ער זוכט זיך נישט קיין צרות. נאך דאס פעהלט איהם אויס אז די סיקריקים ובריונים (פון וועלכע ס'איז דא בשפע אין לאנדאן. צו אונטער'ן נאמען סאטמאר אדער נטורי קרתא. אדער סתם משוגעים.) זאללן איהם אפסטעמפלען אלס ציוני. ער קען אבער נישט פארגעסן די הערכה וואס זיין משפחה האט געהאט נאך אין יוראפ צו די צדיקים לבית בעלזא...! און, להבחל"ח דער זידיטשויבער רבי, זצ"ל האט אויכעט געהאט א שטארקע הערכה צו בעלזא. און אנדערע צדיקי אמת. כאטש זיי זענען נישט געגאנגען אין שפאן און צום געשמאק פון סאטמאר...!
אין די פאסט איז אנגעקומען א
קונטרס לרגל די ביקורנאך גליונות זענען צושפרייט געווארן אין שטאט
https://drive.google.com/drive/folders/ ... sp=sharing
איש את רעהוהרב פדווא מיטן בעלזע רב
מאי האי ?
איך האלט די סיקריקים זאלן אים שיקן די קולקורא וואס זיי האבן ארויסגעשאסן פאר פורים עטליכע וואכן נאכדעם ווי דער בעלזער האט זיך געטראפן מיט ביבין
די דרשה פון רש"ש האט מען שוין געשיקט
berlbalagulehרב פאדווא שליט"א איז א וואוילער איד. אבער ער מוז א סאך מאל גיין צווישן די טראפן. אין די מערסטע פעלער שטעלט ער זיך ארויס אויף די זייט פון סאטמאר
ער איז א איידעם ביי סאטמאר רב אין ב"ב זצ"ל
איש את רעהואין די פאסט איז אנגעקומען א
קונטרס לרגל די ביקורנאך גליונות זענען צושפרייט געווארן אין שטאט
https://drive.google.com/drive/folders/ ... sp=sharing
א פלא אז אין 2017 קען זיך נאך אזעלכע משוגעים אויפהייבען דעם קאפ.
ליצנות
berlbalagulehאיש את רעהוטויזענטער חסידי בעלזא זענען מקדם בברכה רבם ומאורם.
https://drive.google.com/file/d/0Byr7qA ... ptZGM/view
דער מענטש אויף די רעכטע קארנער פון די קליפ זעהט אויס צו זיין הרה"ח ר' יעקב בער פרידמאן שליט"א פון בארא פארק...איי ער וואוינט נישט אין לאנדאן. און ער האט א גראסערי אין ב.פ...אבער ווען ס'קומט צו אט די זאכן קען ער אייביג מיטהאלטן. דאס איז זיין סחורה...!
ער האט א גראסערי אין ב״פ זייט ווען?
ר׳ בערל סאיז נישט ער! יענער איז לכאורה א בעלזער וואס קוקט אויס ווי אים, איך קען אים שוין 30 יאהר ער האט געלערנט אין מיין קלאס נאך אלץ קליין קינד, זייער משפחה זענען וויזניצער פון אינדערהיים, היינט איז ער איז א ראחמסטריווקער, ניין? וואס זוכט ער אין בעלז אין לאנדאן? סאיז נישט ער.
כהאב געהערט א קליפ פון דעם בעלזער רב זז״ג אין לאנדאן, ווי ער מאכט א ברכה (דאכצעך) אדער ביי א דרשה, ער וויינט מיט אזא התרגשות, איך האב נישט געוואוסט אז ער איז א מרוגש׳דיגע מענטש, ער וויינט מיט בכיות אזש ער קען נישט קומען צום ווארט. ער האט זיך פארעלטערט און האט זיך געטוישט? אדער אייביג איז ער געוועהן א בעל בכי?
תורה ומדעאיש את רעהואין די פאסט איז אנגעקומען א
קונטרס לרגל די ביקורנאך גליונות זענען צושפרייט געווארן אין שטאט
https://drive.google.com/drive/folders/ ... sp=sharing
א פלא אז אין 2017 קען זיך נאך אזעלכע משוגעים אויפהייבען דעם קאפ.
איך זעה ב"ה אז דער לונדונער ציבור ווערט נישט נתפעל און זיי געבן אפ דעם גאסט דאס כבוד התורה כערכו.
http://www.jdn.co.il/gallery/834289
עס גייט קיינעם נישט אן און אונז האב מיר ענק אלע פארפאקט, עס איז נאר א בושה און א חרפה וויאזוי די סאטמערע זלונים שקצים פירן זיך אויף צו א גדול בישראל.
הרה''ח ר' חיים קעניג יצא עכשיו מהאדמו''ר מבעלזא שליט''א, הביקור ארך 45 דקות.
תורה ומדעתורה ומדעאיש את רעהואין די פאסט איז אנגעקומען א
קונטרס לרגל די ביקורנאך גליונות זענען צושפרייט געווארן אין שטאט
https://drive.google.com/drive/folders/ ... sp=sharing
א פלא אז אין 2017 קען זיך נאך אזעלכע משוגעים אויפהייבען דעם קאפ.
איך זעה ב"ה אז דער לונדונער ציבור ווערט נישט נתפעל און זיי געבן אפ דעם גאסט דאס כבוד התורה כערכו.
http://www.jdn.co.il/gallery/834289
שוין וידער מיט דיין ליגענט. זיי געבען אפ כבוד בית בעלזא, זיי גיבען אפ כבוד הפארטיי, זיי גיבען אפ כבוד הרעביסטיווע. רוף נישט אן דיין נאנסענעס מיט'ן נאמען 'תורה'. איינער האט שוין א קאפירייט דערויף.
פונקט זאגט מיר פריער א גערער חסיד אז אויב וואלטן די סאטמארע חיות געטוהן צו זייער רבי אפילו נאר האלב ווי אזוי זיי פירן זיך יעצט אויף, וואלטן זיי ארויף צו ר' פאדווא און גערעדט צו עם 'א שפראך וואס ער פארשטייט'. אדערוויל האט ער געשריבן א כללית'דיגע בריוו פאר שלום עפעס א שטייגער כאילו מען רעדט פונעם סכסוך אינעם מיטל-מזרח צו וואס.
סמבטיוןעס גייט קיינעם נישט אן און אונז האב מיר ענק אלע פארפאקט, עס איז נאר א בושה און א חרפה וויאזוי די סאטמערע זלונים שקצים פירן זיך אויף צו א גדול בישראל.
לאמיר נישט פארצימעסן דעם אשכול, אבער לויט ווי היסטאריע לערנט אונז, גלייב איך אז זיין אייגענע זיידע רבי ישכר דוב ז"ל וואלט געווען קעגן אים. ווי קיצוניותדיג סאטמער איז נאר, איז די "ריכטיגע" בעלז געווען בכפלים.
איך קען נישט דעם היינטיגן רבין פערזענליך, במילא איז מיר נישט מעגליך צו מעריך זיין זיין 'גדלות', און ס'קען זיין ער איז א אמתדיגער גדול (meaning אז אן ירשנ'ן דעם בענקל וואלט ער נאך אלץ געווען א איש מורם מעם) און ס'קען זיין אז ער איז גארנישט אנדערש ווי רוב אנדערע געבלומטע בעקיטשעס, דהיינו, א פיינער בעל הבית וואס שפילט רבי. אבער מ'דארף זיין בלינד צו האלטן אז ב'שיטה' שטעלט ער פאר בעלז.
איך האב באקומען אויף אימעיל א דרשה פון רבי לייבוש זז"ג ווי ער לייגט פאר וואס בעלז מיינט, ווי אויך א טוץ מימרות לגבי ציונות און די אגודה פון אדמורי בית בעלז, אויב איינער קען מסביר זיין -אפי' בדרך דרוש- וויאזוי די היינטיגע בעלזא שטעלונג זאל האט דאס מינדעסטע שייכות מיט דאס וואס זיינע פארגייער האבן געהאלטן, איי וואלד ווערי מאטש עפרישיעטעד.
איך קום נישט דא לקנתר, איך וויל באמת וויסן וויאזוי א בעלזער מאכט סענס פון די זאכן.
זיין פעטער און זיין טאטע האבען משנה געווען אין אר"י ווי עס איז שוין ארום גערעדט באריכות דא אין שטיבל. ער איז נאר ממשיך זייער דרך. ואידך פירושא הוא.
ומעניין להוסיף אז ר' לייביש איז געווען אמאל א געווייקטער בעלזער שוואנץ מיט אלע פירושים ביז.... כידוע ליודעים.
שבת אחיםכהאב געהערט א קליפ פון דעם בעלזער רב זז״ג אין לאנדאן, ווי ער מאכט א ברכה (דאכצעך) אדער ביי א דרשה, ער וויינט מיט אזא התרגשות, איך האב נישט געוואוסט אז ער איז א מרוגש׳דיגע מענטש, ער וויינט מיט בכיות אזש ער קען נישט קומען צום ווארט. ער האט זיך פארעלטערט און האט זיך געטוישט? אדער אייביג איז ער געוועהן א בעל בכי?
א בעל בכי איז ער קיינמאל נישט געווען, ביז לעצטנס. עטליכע יאר צוריק ווען ער האט חתונה געמאכט זיין ערשטער אייניקל האט ער צום ערטשן מאל אין היסטאריע זיך צעוויינט ברבים. זינט דאן פאסירט עס אפטער. אזש אז בנו הרה"צ רא"מ שליט"א האט זיך שוין אויך אמאל צעוויינט אינמיטן אויפטרעטן ברבים.
[ציטאט אראפגענומען]
אויב דו וועסט איבער לייענען וועסטו זעהט אז האב להדיא געשריבן ביים המון עם.
לענין ״דעת תורה״. להוי ידוע לך אז דאס קומט פון חסידים. אין די ליטא איז א רב געווען נאר א רב צו פסקנען הלכה און מדריך זיין דעם ציבור אבער קיינער האט נישט גיהאט דער אויבער סמכות פון ״דעת תורה״ וואס צו דעם דארף מען צוהערן כתורת משה מסיני. א ליטוואק איז ביסודו געווען א חכם בעיניו, און יעדער חכם, א חכם פאר זיך. אגוד״י האט פראבירט מיט ר׳ חיים עוזר׳ן און דער ח״ח זצ״ל צו מאכען אן ארגאן טאקע פאר דעם צזאצצונעמען די גאנצע אידישע געמיינדע און רעדן מיט איין קול לטובת הציבור. אבער ניט כאילו אז נאר זיי האבען דאס אמת׳ע דעת תורה. און אז איינער קריקט מיט זיי קריקט ער אויף משה רבינו שבדור. דאס איז א ניע ערשיינונג וואס האט זיך אנגעהויבען אין ארץ ישראל מיט הגרא״מ שך זצל אין אוודאי, לדעתי, קומט דאס נאך דעם וואס ער האט דערזעהן אז די חסידים זענען שטערקער און מער באחדות אונטער א רבין. נאך מער נאר אזוי האט ער געקענט לוחם זיין און קריגען מיט׳ן לובאוויטשער רבי׳ן זצ״ל.
Re: בעלזא רבי קומט אויף א היסטארישע וויזיט אין לאנדאן
און וועגען דעם מעג מען זיך און די קינדער איינרעדען אז אפגעבען כבוד פאר א מנהיג הייסט כבוד התורה?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסטאון וועגען דעם מעג מען זיך און די קינדער איינרעדען אז אפגעבען כבוד פאר א מנהיג הייסט כבוד התורה?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פארוואס נישט? ער דארף קודם קומען זיך פארהערן ביי אייך אין בודאפעשטי?
Re: בעלזא רבי קומט אויף א היסטארישע וויזיט אין לאנדאן
ניין, ביי דיר דארף ער זיך פארהערען. ווי איז דיין זעלבסטשעצונג אז דו ביסט גרייט זיך אזוי צו באנידערען פאר איינעם אן קיין שום סבה? ווי לאזט מען זיך באטרעטען אזוי לייכט? א מענטש איז ווערט מער ווי דעם
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איך האב שוין פארהערט אסאך צדיקים.
פארן דברי יואל אדער דברי יציב וואלסטו דען יא מסכים אז מען זאל מאכען א פאראדע? אוודאי אויך נישט. האט דאך דאס גאר נישט מיט חסרון אין דאקומעניטירטע תורה קענטעניס. נאר משום איזה סיבה קענסטו נישט סובל זיין אז חסידים ווייזען ארויס א נאטיריליכער חיבה צו זייער רבין.