☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » בעלזא רבי קומט אויף א היסטארישע וויזיט אין לאנדאן

בעלזא רבי קומט אויף א היסטארישע וויזיט אין לאנדאן

313 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11470
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

סמבטיון » מאנטאג מאי 15, 2017 1:17 pm

· #371074
-

תורה ומדע » מאנטאג מאי 15, 2017 1:23 pm

· #371075
שבת אחים
תורה ומדע
@שבת, וואס איז ווערט גאנץ וויזניץ מיט אללע קרעכצן אז זיי האבען ארויס געגעבען אזא נעביך 'דיגע אפיקורוס ווי דו. טו תשובה און נאכהער וועלען מיר שמועסן.


כהאב טאקע פארגעסן אז פרסטר און שטריימל בלאוגער זענען... ????

מקען דאך זאגן די זעלביגע מיט א פולע מויל אויף בעלזא, פעלט דען אטד״ס ביי ענק??? איך קען אפאר מנינים פון בעלזע אטד״ס, בעלזא האט בייגעשטייערט צו די אטד קאמיונטי פונקט ווי וויזניץ און לכאורה פראצענטאל אסאך מעהר.

אבער דו ביסט דאך געבליבען מיט די ווארימקייט' ווייזט אויס אז דו ביזט נאך משלנו.

תורה ומדע » מאנטאג מאי 15, 2017 1:33 pm

· #371077
עס איז צייט אויף אחדות רבותי. דער בעלזער רב רופט אויס צום כלל ישראל לאמיר לעבען בשלום.
<a class="postlink" href="https://youtu.be/aMYXse1NTrI">https://youtu.be/aMYXse1NTrI</a>

גאנצל » מאנטאג מאי 15, 2017 1:52 pm

· #371078
געוואלדיג
לאמיר פארשטיין איין מינוט, וואס איז די פראבלעם פונעם בעלזער? ער האט משנה געווען פונעם פעטער, אה, און פאר זיין פעטער האבן די סאטמארער אסאך דרך ארץ געהאט אוודאי כידוע,

ער האט גערעדט קעגן גדולים פון פאריגן דור? אה, ווייל אין סאטמאר איז מען אויסטערליש נזהר געווען אין דעם.

איך פארשטיי.


למען ה'קלארקייט'

די זאכן דארף ווערן צוטיילט אין צוויי קודם 'סאטמאר ביז תשכ"ח' האט נישט בארעדט קיינעם פון תשכ"ח און ווייטער ווען די רבי זצ"ל איז נישט געווען ביי די כוחות האט זיך דעמאלט געגרינדעט די היינטיגע סיקריקים דורך אפאר הפקר יונגען די פני ד' בעושי רע'ניקעס סאו פון זיי פרעג נישט מיך

און אפילו אין ברך משה'ס צייטן האט סאטמאר נאר געאנטווארט פאר די צוויי באקאנטע משפחות עזי פנים וואס האבן געטרונקען דאס בלוט פונעם רבי'ן ז"ל ווען זיי האבן נאר געקענט

אבער סתם בארעדן גדולי ישראל על לא דבר איז נישט געווען

דאס איז איינס

צווייטנס דער בעלזער האט בערעדט גדולי ישראל פון פריערדיגן דור על לא דבר ווי האט מען אמאל אין סאטמאר בארעדט דעם חתם סופר ?

גאנצל » מאנטאג מאי 15, 2017 1:55 pm

· #371079
סמבטיון
ליטוואק איך האב דיר שוין געזאגט אפאר מאל, אז דו באלאנגסט נישט דא און דעם אשכול, דיין מיינונג איז נישט אינטערעסאנט פאר קיינעם, ווייל דיין ליטווישע צלם וואס דו טראגסט ארום אין הארץ לאזט דיר נישט פארשטיין עפעס וואס האט מיט חסידות, איך מיין נישט דוקא מיין רבי, איך מיין חסידות בכלל, דן ביזט זייער וועלקם צו לאזן הערן דיין מיינונג, אבער נישט דארט ווי די הייבסט נישט אן צו פארשטיין פון וואס מען רעד דא בכלל.

בדרך אגב איך וואלט געוואלט וויסן צו וועם דו באציעסט זיך ווען די זאגסט אז רוב כלל ישראל און א גרויס פראצענט פון בעלזע חסידים האלטן אים פאר א קראנקן מענטש?

און צו ידידי היקר גאנצעל, אוודאי האט סאטמער אויך ארויסגעגעבן גוטע פירות אוודאי האבן זיי אויפגעשטעלט מוסדות איבעראל און געפענט צענדליגע חסד אפאראטן וואס איז קיינמאל נישט געווען אזא מושג פאר דעם, איך האב אבער גערעד וואס נאך סאטמער האט פאברעצירט און זייער פעקטערי, און וואס זענען די תוצאות ביי ביידע , בעלזא וואס איז פארכאפט אין ציונות vs סאטמער וואס איז געבליבן תורה טרייע יודן.

גאנצעל, מקען מיינען וואס ער האט אלטס גערעד ביי די דרשה, האספול? איך פארשטיי אז עס האט ענק זייער וויי געטוהן וויאזוי ער האט גערעד, אבער האספול? גיוו מי א ברעיק מיי פרעינד, גיי הער אביסעל סאטמערע דרשות וואס זענען געזאגט געווארן און נאך דעם עמער דיסיידן וואס הייסט האספול.

ווי אויך האב איך נישט פארשטאנען וויאזוי די בעלי תשובה'ס פון בעלזא זעהן אויס וואס איז שלעכט מיט זיי? אפשר זאלסטו יא פארציילן, ווייל לויט וויפיהיל איך ווייס שטעלן זיי אויף דורות לשם ולתפארת,


בשעת מ'האט געשטאפט גענז אין צאנז האט מען אין בעלזא איך ווייס וואס געטון רינגט עפעס א בעל די ווערטער ?

ער האט חוזק געמאכט פון חתם סופר ותלמידיו אויך דעמאלט איך געדענק שוין נישט גענוי זיינע ווערטער איך האב עס געהערט גאנץ לאנג צוריק

אדרבה ברענג אהער די דרשה ולכו נא ונוכחה

גאנצל » מאנטאג מאי 15, 2017 2:01 pm

· #371081
סמבטיון
מיר געפעלט נאר די גאנצע צייט ווי די סאטמערע קענען זיך נישט בארואיגן פון די האסליכע ווערטער וואס די רב האט געזאגט ביי די שטייעדיגע תורה, @וחליפהן, אפשר וואלט כדי געווען אראפצוברענגן אפאר דרשות פון סאטמער אדער אפאר שטעך ווערטלעך פון ר' יואל זצ"ל. היפאקראטיע!

נ.ב. מיין לייק פאר וחליפהן איז נאר פאר א חלק פון זיין תגובה, איך דיסעגרי מיט אים 80 פראצענט וויאזוי ער קוקט אן בעלזער רב.


מיש נישט אויס שטעך ווערטלעך ביחיד מיט דרשות ברבים דאס איז איינס אדרבה ברענג מיר איין דרשה ווי סאטמאר רב הד"י זצ"ל האט גערעדט אויף סיי וועם מיאוס אדער אפגעחוזק'ט

און צווייטנס די דרשה וואס אייער רב זאל מאריך ימים זיין האט געזאגט איז געווען מער א מהלך ווי א דרשה ער האט געוואלט אויסטרעיטן א נייע וועג פון זיך מאדענעזירן און ער האט עס מיט דעם דרשה געוואלט דערגרייכן

סמבטיון » מאנטאג מאי 15, 2017 2:23 pm

· #371084
איך מיש טאקע נישט אויס, ביחודות איז דא אן א שיעור שטעך ווערטלעך פונעם דברי יואל זצ"ל, און סתם שארפע שפיזיגע מאמרים אויף אנדערע רבי'ס איז אויך דא לרחצה, און בנוגע דרשות ברבים בין איך נישט באקאנט, און איך רעד טאקע נישט פונעם דברי יואל, איך רעד פון ר' אהרן דרשות, פלעגט ווייניג אריינפליקען?

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 15, 2017 2:32 pm

· #371086
Re: בעלזא רבי קומט אויף א היסטארישע וויזיט אין לאנדאן
קנאות איז א קולטורישע ערשיינונג. דער קנה מדה פון קנאות איז נישט וואס איז ריכטיג און וואס נישט, נאר וואס קנאים טוהן. אז אן אונגארישער איד וועט גאלען זיין בארד און עסען או. יו. און וועלען זין קנאיווען קעגען דער מדינה, וועט מען איהם אנקוקען ווי פאררוקט. דאס איז נישט קיין שכל׳דיגע זאך, וואס האט איינס מיט׳ן צווייטע? נאר אזוי איז עס.
אינדערהיים, איז איינער פון די קנה מדה געווען געשטאפטע גענץ. א כ׳ניאק האט עס נישט געגעסען און א בעלעבאס האט עס יא געגעסען.
איינער וואס איז א גאס יונג, ער האט נישט די כלי ההבחנה פון א ת"ח, ווייסט נאר די געזעלשאפטליכע אויסדרוקען און גלויבונגען, נישט דער אמת. דאס טענה׳ן אויף סאטמאר אז עסען געשטאפטע גענץ איז א סתירה צו קנאות איז א חלק פון די קטנות. נישט קיין חוצפה צום חת"ס דער מתיר פון געשטאפטע גענץ, נאר פלעינער קטנות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איך אויך » מאנטאג מאי 15, 2017 3:14 pm

· #371091
בעלזער רב שליטא איז א בקיא נפלא בספרי מרן ההייליגע חתם סופר פון דעקל צו דעקל, און צו זאגן אז ער האט פוגע געווען בכבודו איז רשעות און טפשות צוזאם.

ער האט איין זאך געזאגט: איך האב געהאט גענוג חשובע זיידעס און אפאר אונגארישע ווילי לעטערהעד ליידאקעס בן ליידאקעס (ווען זיי לעבן ווען היינט וואלט איך אויך מק''ש זיי אנגערופן ראדני נפיחות פראדעצירערס) וועלן מיר נישט דיקטירן/טעארעזירן וואס צו טוהן.

גאנצל » מאנטאג מאי 15, 2017 3:35 pm

· #371094
סמבטיון
איך מיש טאקע נישט אויס, ביחודות איז דא אן א שיעור שטעך ווערטלעך פונעם דברי יואל זצ"ל, און סתם שארפע שפיזיגע מאמרים אויף אנדערע רבי'ס איז אויך דא לרחצה, און בנוגע דרשות ברבים בין איך נישט באקאנט, און איך רעד טאקע נישט פונעם דברי יואל, איך רעד פון ר' אהרן דרשות, פלעגט ווייניג אריינפליקען?


ווי געזאגט ר' אהרן האט זיך בס"ה אנגענומען פאר זיין טאטענ'ס כבוד און ער האט עאנטווארט פאר אזעלכע וואס זיי האבן געשריבען אויף זיין טאטן און אויפ'ן שטעיטל קרית יואל סאך ארגער ווי זיי האבן געזאגט און זיי האבן יעדן טאג איבערגעדרייט דעם שטעיטעלע

אבער נישט סתם על לא דבר אלטע רבי'ס פון דער אלטער היים

איש חזון » מאנטאג מאי 15, 2017 4:10 pm

· #371099
שמעון וואלף
תורה ומדע
סמבטיון האסט אויסגעלאזט דאס גרעסטע גדלות פון דיין רבין. בעת די מחלוקת מיט די עדה״ח האט ער אנגעפרעגט ביי הגרי״ש אלישיב צו בעלז מעג מאכען א בי״ד אין ירושלים.און נאר נאך דעם ווואס ער האט באקומען א הסכמה פונעם גאון האט ער אויף געשטעלט דער בידץ שחסידי בעלז. איין תנאי האט דער גאון הגאונים זיך אויסגענומען, זיין הסכמה דארף בלייבן א סוד. דער בעלזער רב האט איינגענומען דאס גאנצע שטינק פונעם סאקמארער טעראר מאשין און קיינמאהל פאר קיינעם גאר נישט דערציילט. וויפיעל עגמ״נ וואלט ער זיך געקענט איינשפאהרען די אלע יאהרען מיטן מגלה זיין דער סוד...
אגב מען זאגט אז הגרי״ש האט דערציילט די מעשה און מיט דעם מסביר געווען פארוואס ער איז יוצא מהרגלו צו ג'יין אויף א ברית צו אן אייניקל פונעם בעלזער רב.
שומעים חרפתם ואינם משיבים ועונים... עליהם הכתוב אומר ואוהביו צאת השמש בגבורתו.


איך ווייס נישט ווי באקאנט די ביסט אבער תשמ"ב האט רב אלישיב געשפילט גאנץ א קנאפע ראלע ביים יהדות החרדית און פאר דיין רבי'ן וואלט נישט קיין סאך געהאלפן די הסכמה פון רב אלישיב. כבוד רב אלישיב במקומו מונח אבער ער האט מער באלאנגט צו די מזחיסטישע קרייזן יענע יארן. הערשט נאך די פטירה פון רב שך איז רב אלישיב אקצעפטירט געווארן אין אונזערע מחנות

תנא גוזמא נקט. און דו ווייסט דאס גוט. אבער חוץ המעשה, ער איז געווען א ריכטיגע ירושלמי, און געוואוסט גוט אויב דער שטאט געהערט טאקע אויסשליסליך צו די עמודי הענן ההולכים לפני המחנה'.

איש חזון » מאנטאג מאי 15, 2017 4:17 pm

· #371101
איש את רעהו
סמבטיון
איך האב געהערט די דרשה גענוג מאל און עד היום פארשטיי איך נישט די עוולה,
די רב זזג פארשטייט לכה"פ צו גיין איבערבעטן
און ניטאמאל זעהסטו ווי דער יוד האט גערעדט דברי לעג וזלזול אין גדו"י ?
עטץ מיזט האבן פראפענישעל ברעינוואשינ"ג פראגראמען דאס אהערצושטעלן



דער בעלזער רב האט דען אמאל איבערגעבעטן איינעם? איך ווייס נישט אויב עס פארהאן א שפוי בדעתו וואס קלערט אזוי.

איש חזון » מאנטאג מאי 15, 2017 4:22 pm

· #371102
[ציטאט אראפגענומען]

וואס נאך זאגט מען ווען מען האט נישט וואס? שעם דיך. דער וואס דענייט דעם פערזענליכע צדקות און קדושה (הנראה לעינים) פון בעלזער רב (אפגעזעהן די הנהגה) דער איז מסוגל צו דענייען דעם שואה.

איש חזון » מאנטאג מאי 15, 2017 4:23 pm

· #371103
[ציטאט אראפגענומען]

וואס כידוע האט עס געברענגט א מורא'דיגע ריבוי כבוד שמים.

איש את רעהו » מאנטאג מאי 15, 2017 5:06 pm

· #371112
[ציטאט אראפגענומען]


הרב ריכטיג זייער קלאר ארויסגעברענגט די פוינט
און די נקודה איז לאו דוקא נוגע צו יענע דיבורים וואס איז געשאטען געווארן נגד גדו"י
נאר עד היום איז דאס די הילוך המחששבה ביי זיינע נאכפאלגער

נאר וואס דען אויף אלע קרומע זאכן טרעפט מען דעם אלטען תירוץ אז נישט יעצט האט מען אנגעהויבען משנה זיין
ער איז ממשיך א אור אלטע מסורה פון משנה זיין, און וויאזוי מע באגערט אז די היינטיגע שינוי דארף אויסזעהן, ווערט דאס בארעכטיגט
וכל המשנה בשינויים הכי משונים הרי זה משו..
___
געט א קוק ווי אויף דער סימפל שאלה צו מען קען מייחס זיין די שינויים צו אמאל ענטפערט מען זירא
איש את רעהו
איש את רעהו
תורה ומדע
זיין פעטער און זיין טאטע האבען משנה געווען אין אר"י ווי עס איז שוין ארום גערעדט באריכות דא אין שטיבל.
ער איז נאר ממשיך זייער דרך.
ואידך פירושא הוא.
דעס פאלגענדע וידיאו מ'בעלז
ביסטו חלילה מייחס צו א צדיק וקדוש ? , עס האט קיין זינען דאס אנצוקניפן צום קדוש עליון הרב מבעלזא זצ"ל

די תמי' הנ"ל איז געווארן אנגעפרעגט צו א בעלזער חסיד עטליכע בלעטער צוריק, אנשטאט ענטפערן צום ענין, יא ! אדער ניין !
האט נאכגעפאלגט 4 בלעטער טעצער קללות און לאנגע הסברים איבער אלעס ארום
אבער דאס פשוטע אנטווארט קומט נישט.

איש את רעהו » מאנטאג מאי 15, 2017 5:09 pm

· #371113
תורה ומדע
עס איז צייט אויף אחדות רבותי. דער בעלזער רב רופט אויס צום כלל ישראל לאמיר לעבען בשלום.



די ווארטזאגער רש'ש טעלער האט עטליכע וואכן צוריק געזאגט די פאלגענדע צו די בעלזע כרוז
אז די רופסט אויס שלום אויך צום איידעם פון בן ארצי, דאן רופסטו אויס קריג צו די וואס ווילן נישט לעבן מיט הארמאניע מיט חתן בן ארצי.

סמבטיון » מאנטאג מאי 15, 2017 5:14 pm

· #371114
א גוט מארגן איש את רעהו, האסט שוין געהאט א קאווע היינט?

איש את רעהו » מאנטאג מאי 15, 2017 5:45 pm

· #371121
@סמבטיון וואס איז געבליבן מיט חצר פשעווארסק ?
מען האט שוין געפויעלט ער זאל אריינלאזן אדער נישט
מהרא מסאטמאר קומט יעצט אהן קיין אנטווערפן מעגליך ער וועט עס דורכברעכן

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 15, 2017 6:19 pm

· #371128
איש חזון
[ציטאט אראפגענומען]

וואס נאך זאגט מען ווען מען האט נישט וואס? שעם דיך. דער וואס דענייט דעם פערזענליכע צדקות און קדושה (הנראה לעינים) פון בעלזער רב (אפגעזעהן די הנהגה) דער איז מסוגל צו דענייען דעם שואה.

דו ביסט צו דו מאכסט זיך? דער האלאקאוסט האט ראיות, ווער האט געזען צדקות און קדושה ביים בעלזער רבי'ן? פון וואס באשטייט עס? אפילו די בעלזער חסידים, דא אין שטיבעל און אין גאס, וואגען נישט צו רעדען דערפון און דו זאגסט אז יעדער זעט עס שוין?!

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 15, 2017 6:25 pm

· #371131
ווען ער וויל טאקע שלום, זאל בעלז אויפהערען נאכאנאנדיגע סטראשעריי אנטקעגען די לאנדאנער קהלה זיך אפצושיידען. יעדער וואס ווייסט עפעס פון קהלות ווייסט אז דער עצם סטראשעריי איז א ריזיגע פראבלעם פאר די פאראייניגטקייט פון די קהלה, און הגם אז אין אמעריקא און א"י ווייסט מען נישט שוין פון קהלות צו זאגען, אין יוראפ איז דאס די שמירה פון אידישקייט. לאנדאן איז נישט ירושלים און דאס איז א פשע בל יכופר פון זייער זייט.

איש את רעהו » מאנטאג מאי 15, 2017 10:43 pm

· #371178
ליטוואק פון בודאפעסט

זאל בעלז אויפהערען נאכאנאנדיגע סטראשעריי אנטקעגען די לאנדאנער קהלה זיך אפצושיידען. יעדער וואס ווייסט עפעס פון קהלות ווייסט אז דער עצם סטראשעריי איז א ריזיגע פראבלעם פאר די פאראייניגטקייט פון די קהלה

אין יוראפ איז דאס די שמירה פון אידישקייט. לאנדאן איז נישט ירושלים און דאס איז א פשע בל יכופר פון זייער זייט.

אויף די אנהייב און סוף פון דיין תגובה האב איך געלייקט.

עס איז אומדערהערבאר די צוגאנג וויאזוי בעלז פירט זיך צו די רבנות און הנהגת הקהילות אין לאנדאן
עס קען צוגרונדלייגן די פאראייניגטע כח הרבנות
הרב פדווא האט פרובירט ביים וויזיט ווי מער צו געבן אנערקענונג צום בעלזער ס'צום האפן ער איז ערגעץ אנגעקומען דערמיט

_________
אז די וועסט אינעם שכינות'דיגע אשכול קוקן וויאזוי די חסידים זיינע קוקן דערויף ארויף איז עס גאר א
מ-א-ד-ע-ר-ע-נ-י-ז-ע-ם
ס'מער פארגעשריטן/התחכמות/משכיליש אפצולאכן וואס איז געווען אמאל געשעצט.

סמבטיון » מאנטאג מאי 15, 2017 10:48 pm

· #371180
איש את רעהו, איך מיין אז דו האסט שוין יוצא געווען. דיינע חברים לדבר עבירה רעדן דאך כאטש צום זאך ,זיי פירן א קאנווערסעישן , דו גיסט דאך פעך און שוועבל אמפערס פון שנאה מיט האס אן קיי אפשטעל, פון די ערשטע תגובה דיינע ביז די לעצטע, איך האב געהערט דיין פוינט, בעלזא חסידות איז דורכפאל און זיי האבן א רבין א משכיל, ביזט העפי?

איש את רעהו » מאנטאג מאי 15, 2017 11:18 pm

· #371186
סמבטיון
בעלזא חסידות איז דורכפאל און זיי האבן א רבין א משכיל, ביזט העפי?


לשמחה מה זו עושה ?
אין די בילדער זעט מען היינט אידן הייבענדיג הענט
ס'קוקט אויס ווי מען האנדעלט דא פון א קריג קעגן ציונים וואס זיכן צו שמד'ן אידישע נשמות,
וואסי דא צו זיין פרייליך מיט דעם, ס'נישט קיין בטעמ'ט געשעפט

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 16, 2017 12:45 am

· #371197
מוריי ורבותיי: נאכדעם וואס מ'האט אדורכגעווארפן וועלטן צו דער רבי איז יא גרויס אדער יענער רבי איז נישט אזוי קליין, (און מ'איז נאכנישט פארטיג.) וועל איך אני הקטן, בערל בעל עגלה וועלכער פארשטייט לכאורה טאקע נאר צו פערד און זיי געבן צו עסן און איינשפאנען אין וואגן און אונטערשמייסן פון צייט צו צייט ווען מ'דארף. (שמעקעדיג. באלד עמיר נעמען דעם באס צוריק צום אשכול, גוט. ווארט'זשע צו א ביסל. --- ------ ---! נעמען דאס ווארט און ארויסזאגן מיין ארעמע דיעה איבער די גאנצע סומאטאכע פון דעם בעלזער רב'ס באזוך אין לאנדאן.

די סאטמאר'ע (קבוצת זאלוני) התנגדות צו דעם באזוך און אלעס ארום דעם איז ריין אומפארגינערישקייט. נישט קיין חילוק וויאזוי די סיקריקים וועללן עס באקליידן און פארשלייערן אלס כבוד שמים און קנאות. ניין. ס'איז פוסטע אומפארגינערישקייט וואס זיי מיינען אז אלץ און איבעראל דארפן זיי זיין די קופצים בראש. און אלעס דארף אדורכגיין דורך זיי און נאר מיט זייער גושפנקא. דאמאלס איז עס פיין און וואויל און ויאכלו גנבים וישבעו. אבער די מינוט זיי זעהען אנ'אנדער קהילה קדושה בישראל פיהרט אן א שיינע מערכה פון א שבת טיש און אנדערע געהויבענע זאכן, האלטן זיי עס נישט אויס. און זיי גייען צוריק צו זייערע אלטע געמיינע געוואוינהייטן פון מבזה זיין , שעלטן און שפעטן און חוזק מאכן. און מאכן ליצנות. און זאגן אז ס'איז ליצנותא דעבודה זרה. און זיי וועללן טרעפן כל מיני עבירות שבעולם אויף יענעם כדי צו בארעכטיגן זייערע מעשים תעתועים. לאז יענעם אפאטעמען. פארגין איהם די שמחה. זיין רבי איז געקומען אויף א שבת. דו מוזסט נישט גיין צו זיין טיש. ס'האט דיר קיינער נישט געבעטן אדער פארלאנגט אז דו זאלסט איהם געבן שלום. בלייב אינדערהיים. נאר שעלט נישט. בריקע נישט ווי א צעווילדעוועטער אקס...! און זיי בארעכטיגן נאך זייער געמיינע, עקלהאפטיגע אויפפיהרונג מיט קנאות. לשם שמים. יענער איז א שייגעץ. ער פארדינט זיך בזיונות...דאס איז זייער דרך (אויב מ'קען עס אנרופן דרך. זה דרכם כסל למו). נאר זיי האבן א גוטע סטראטעגיע (לשיטתם) זיי הייבן נישט אן מיט עטליכע אנדערע רבי'ס און חסידות'ן אויף איינמאל. זיי מאכן אויף איין פראנט אויפאמאל. דא מיט בעלז. דא מיט ליובאוויטש. דא מיט קלויזנבורג. און זיי זענען אייביג גערעכט. זיי געבן נאך ארויס קונטרסי הסברה אויפצו ווייזן זייער ..."שיטה"... פון די קלענערע מחלוקת'ן רעדט מען דאך נישט...! און זיי מיינען אייביג נאר דעם באשעפער...! און זיי זענען נעבעך אייביג דער קאזאק הנגזל...! (יא. שמעקעדיג. וואס זאגסטו צו דעם...?!)

שמעון וואלף » דינסטאג מאי 16, 2017 12:50 am

· #371198
וחלופיהן
טענו בחטים והודו לזכר קדשו. איך האב אמאל גערעדט פון נגידים?

אבער אז דו דערמאנסט עס שוין איז דרך אגב שפילן נגידים א קלענערע ראלע אין בעלז. פארשטייט זיך אז מען דארף געלט און מען שפייט נישט אויף זיי אבער מכוח פון דער רב'ס כאראקטער וואס ער קען זיך נישט בייגן (רוף עס proud אז דו ווילסט) לויפט ער נישט צופיל נאך געלט און דאס פילטערט אראפ צום עולם אויך. אונז האבן נישט קעסטנבויםס און חיים משה פעלמאןס, פרישוואסערס וכדומה ווייל זיי וואלטן קיינמאל נישט ביי אונז באקומען דער סארט כבוד. אוודאי וועט מען זיי נישט אפזאגן און אונז וואלטן געקענט באשטיין און האסט עס געקענט זען שבת. מען האט מכבד געווען נגידים נאר נישט אווער דע טאפ. איך זאג עס נישט אלץ מעלה און מער צו פארשטיין זיין כאראקטער.


זייער קינדעריש געווען פון @שבת אחים בכלל ארויף צו ברענגן די טעמע. אבער אז מ'רעדט שוין יא איז כדאי אנצומערקן אז די בעלזע על אף וואס זיי האבן נישט אזוי סאך נגידים ווי וויזניץ קענען זיי אבער שלעפן גרויס געלט פון פרעמדע ווי למשל די גארפינקעלס און וואלף זיכערמאן פון מונקאטש ועוד

איסר האטלקי » דינסטאג מאי 16, 2017 12:56 am

· #371200
וואלף און אנדערע בדומה לו האבן זייער ליב צו געבן דארט וואו עס איז נישטא צו סאך. וואלף גיבט לעצטנס פאר באבוב 45, פרעג פארוואס... דארט וואו ער ווייסט אז מען גייט הנאה האבן פון 50 אלפים א יאר, שיסט ער עס אריין. אין סאטמאר מאכט א פופציגער גארנישט אויס. זייער פשוט.

איש את רעהו » דינסטאג מאי 16, 2017 2:10 pm

· #371239
בעלזע סטראשעט פאר די כח הרבנות אין שטאט, אז מען וועט נאך אנלערנען די שטאטישע רבנים וואס בעלז קען


📎 001.jpg📎 0010.jpg

סמבטיון » דינסטאג מאי 16, 2017 2:27 pm

· #371240
איך וויל בעטן א פערזענליכע בקשה פאר אלע בעלזע סימפאטיזירער, ביטע איגנארן דעם טראלל איש את רעהו

I'm back » דינסטאג מאי 16, 2017 2:29 pm

· #371242
סמבטיון
איך וויל בעטן א פערזענליכע בקשה פאר אלע בעלזע סימפאטיזירער, ביטע איגנארן דעם טראלל איש את רעהו


לאו דוקא בעלזע סימפאטיזירער.
יעדער וואלט ווען געדארפט איגנארירן דעם טראלל (אינאיינעם מיט די אנדערע באוואוסטע טראלל)

איסר האטלקי » דינסטאג מאי 16, 2017 3:05 pm

· #371245
איך האב מיך אמת'דיג געוואונדערט פארוואס מען פירט זיך אויף ווי בעביס מיט די אלע פאשקעווילן און ביכלעך, זיי זענען נאכנישט אויפגעוואקסן די לעצטע פערציג יאר די לאדנאנע צוריקגעשטאנענע קנאים.

ווען איך זע דעם בריוו אבער פארשטיי איך אז עס האט טאקע יא אויסגעפעלט. אויב די בעלזא קענען אויך נישט אויפוואקסן, האבן זיי אלע רעכטן צו בלייבן אזוי אינג.

איש את רעהו » דינסטאג מאי 16, 2017 3:16 pm

· #371248
@סמבטיון איר האט רעכט, ווען מען זעהט וויאזוי בעלזע רעאגירט צום כח הרבנים אין לאנדאן איז נאר דא די פאלגענדע וועג ארויס
סמבטיון
איך וויל בעטן א פערזענליכע בקשה פאר אלע בעלזע סימפאטיזירער, ביטע איגנארן איש את רעהו סע גרויסע צרות מיר האבן זיך נישט ווי אהינצוטון, די קאנווערסעישאן דארף שוין געשלאסן ווערן.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 16, 2017 3:16 pm

· #371249
Re: בעלזא רבי קומט אויף א היסטארישע וויזיט אין לאנדאן
עמעזאן - א. איך האב אליינס נישט געכאפט אז איך בין דער צווייטע טראלל. איך האב געמיינט ער מיינט גאר א צווייטען.

ב. נישט ווייל איך האב עפעס געשריבען אין דער וועקער בין איך נישט קיין טראלל, נאר ווייל דא האב איך אויך געשריבען צו דער זאך. איש את רעהו האט מען שוין אין פארשידענע וועגען אפגע׳ענטפערט. מיר האט קיינער ניטאמאל פראבירט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איסר האטלקי » דינסטאג מאי 16, 2017 3:19 pm

· #371251
ליטוואק פון בודאפעסט
עמעזאן - א. איך האב אליינס נישט געכאפט אז איך בין דער צווייטע טראלל. איך האב געמיינט ער מיינט גאר א צווייטען.

ב. נישט ווייל איך האב עפעס געשריבען אין דער וועקער בין איך נישט קיין טראלל, נאר ווייל דא האב איך אויך געשריבען צו דער זאך. איש את רעהו האט מען שוין אין פארשידענע וועגען אפגע׳ענטפערט. מיר האט קיינער ניטאמאל פראבירט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

הגם וואס נישט בעלזא און נישט סאטמאר קען איך סובל זיין, האב איך דיר גראדע וואס צו ענטפערן. אבער מחמת כבודך הרמה וועל איך בלייבן שטיל. כן דרכי בקודש לפני ניק כמותך. אבער אין געוויסע תגובות האב איך געטראפן זאכן וואס שטומען מען נישט הונדערט פראצענטיג, און געוויסע וואס זענען נישט געשטויגן...
פארט אבער ביזטו גערעכט אז האסט געשריבן מער צום זאך ווי אלע אנדערע, אריינגערעכנט סמבטיון.

גאנצל » דינסטאג מאי 16, 2017 3:21 pm

· #371252
איש את רעהו
@סמבטיון איר האט רעכט, ווען מען זעהט וויאזוי בעלזע רעאגירט צום כח הרבנים אין לאנדאן איז נאר דא די פאלגענדע וועג ארויס
סמבטיון
איך וויל בעטן א פערזענליכע בקשה פאר אלע בעלזע סימפאטיזירער, ביטע איגנארן איש את רעהו סע גרויסע צרות מיר האבן זיך נישט ווי אהינצוטון, די קאנווערסעישאן דארף שוין געשלאסן ווערן.



די סיקריקים גייען נאך אלס אן מיט זייער אלטע דרך אנבעליוועבעל נאך א גאנצע וואך וואס זיי פירן א שווערע מערכה מיט בעלזא מיט בזיונות און נאך

קומען זיי נאך וויינען מיט קאקאדיל טרערן כח הרבנים 😢

יאפ די סאטמארע עדה זענען שוין צו געוואוינט לאנגע יארן צו דעם

גאנצל » דינסטאג מאי 16, 2017 3:23 pm

· #371254
איסר האטלקי
איך האב מיך אמת'דיג געוואונדערט פארוואס מען פירט זיך אויף ווי בעביס מיט די אלע פאשקעווילן און ביכלעך, זיי זענען נאכנישט אויפגעוואקסן די לעצטע פערציג יאר די לאדנאנע צוריקגעשטאנענע קנאים.

ווען איך זע דעם בריוו אבער פארשטיי איך אז עס האט טאקע יא אויסגעפעלט. אויב די בעלזא קענען אויך נישט אויפוואקסן, האבן זיי אלע רעכטן צו בלייבן אזוי אינג.


טיפיקעל סיקריק ביז יעצט איז ער שטול געווען צו אלע בזיונות פאשקעווילן און וואס נישט איז ער שטולערהייט אן א ווארט אמתדיג פארוואונדערט אבער ווען בעלזא שרייט איינמאל צוריק איז ער שוין דא

יאפ די סאטמארע עדה זענען שוין צוגעוואוינט יארן צו דעם

איש את רעהו » דינסטאג מאי 16, 2017 3:30 pm

· #371257
גאנצל
איש את רעהו
@סמבטיון איר האט רעכט, ווען מען זעהט וויאזוי בעלזע רעאגירט צום כח הרבנים אין לאנדאן איז נאר דא די פאלגענדע וועג ארויס
סמבטיון
איך וויל בעטן א פערזענליכע בקשה פאר אלע בעלזע סימפאטיזירער, ביטע איגנארן איש את רעהו סע גרויסע צרות מיר האבן זיך נישט ווי אהינצוטון, די קאנווערסעישאן דארף שוין געשלאסן ווערן.



די סיקריקים גייען נאך אלס אן מיט זייער אלטע דרך אנבעליוועבעל נאך א גאנצע וואך וואס זיי פירן א שווערע מערכה מיט בעלזא מיט בזיונות און נאך

קומען זיי נאך וויינען מיט קאקאדיל טרערן כח הרבנים 😢


וואסערע רעכט האט בעלזא צו אינטערברעכן די רבנות כח פון לאנדאן, ווייל זיי ווייטיגען אויף סאטמאר
זיי קענען שיקן שארפע בריוו צו רבי ש"ש פאר זיינע דרשות קעגן זיי און פאר די וואס זענען נישט מוחה על כבוד רבם המחולל
וואס האט דאס שייכות צו צוברעכן די כח הרבנות בלאנדאן

ב.ד.וו. @גאנצל ביסט א גיטע ספאוקסמען פאר די בעלזע

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 16, 2017 3:34 pm

· #371259
Re: בעלזא רבי קומט אויף א היסטארישע וויזיט אין לאנדאן
איש את רעהו - וואס איז ערגער? אן אהרוני צו א בעלזער? מ׳רעדט דאך טויזענט מאל ארגער, נישט סתם ערגער.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

גאנצל » דינסטאג מאי 16, 2017 3:35 pm

· #371260
איש את רעהו
גאנצל
איש את רעהו
@סמבטיון איר האט רעכט, ווען מען זעהט וויאזוי בעלזע רעאגירט צום כח הרבנים אין לאנדאן איז נאר דא די פאלגענדע וועג ארויס
סמבטיון
איך וויל בעטן א פערזענליכע בקשה פאר אלע בעלזע סימפאטיזירער, ביטע איגנארן איש את רעהו סע גרויסע צרות מיר האבן זיך נישט ווי אהינצוטון, די קאנווערסעישאן דארף שוין געשלאסן ווערן.



די סיקריקים גייען נאך אלס אן מיט זייער אלטע דרך אנבעליוועבעל נאך א גאנצע וואך וואס זיי פירן א שווערע מערכה מיט בעלזא מיט בזיונות און נאך

קומען זיי נאך וויינען מיט קאקאדיל טרערן כח הרבנים 😢


וואסערע רעכט האט בעלזא צו אינטערברעכן די רבנות כח פון לאנדאן, ווייל זיי ווייטיגען אויף סאטמאר
זיי קענען שיקן שארפע בריוו צו רבי ש"ש פאר זיינע דרשות קעגן זיי און פאר די וואס זענען נישט מוחה על כבוד רבם המחולל
וואס האט דאס שייכות צו צוברעכן די כח הרבנות בלאנדאן

ב.ד.וו. @גאנצל ביסט א גיטע ספאוקסמען פאר די בעלזע


אזוי שווער צו פארשטיין ? מ'האט מבזה געווען זייער רבי'ן ערגער ווי די דעמאראטן זענען מבזה טראמפ ווי ער וואלט געווען א גאסן יונג און אלע רבנים און כדתיא זענען שטול און לאזן עס צו עס טאר נישט וויי טון פאר בעלזא ??

דו האלטסט אז מען מעג דאס טון פאר בעלזא טו ווייטער אבער קום מיר נישט וויינען כח הרבנים אם רבנים אתם טוט 'ס עפעס דרצו און אויב האלט איר אז דאס מעג געטון ווערן דאן זייט שטול ווען מ'שרייט אויף ענק

איך בין ניט קיין ספאוקסמאן פאר קיינעם ענקער טמאנע מושחתדיגע צבועדיגע מהלך נוצט עטץ פאר יעדעם איין טאג איז בעלזא מארגן איז סאטמאר איבערמארגן איז הרב שטערנבוך דעס מוז פארשריגען ווערן

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 16, 2017 3:36 pm

· #371261
Re: בעלזא רבי קומט אויף א היסטארישע וויזיט אין לאנדאן
[ציטאט אראפגענומען]

יענער תגובה איז גלייך פארמעקט געווארען, אבער איך האב עספייעט צו זען.

קבלה קבלנו, ווען א חסיד רעדט אויף זיין רבי, איז ער יצא מכלל דעת. געוויסע חסידות׳ער זענען נישט מער צודרייט ווי אנדערע, נאר זיי רעדען מער פון זייער רבי.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

גאנצל » דינסטאג מאי 16, 2017 3:38 pm

· #371262
ליטוואק פון בודאפעסט
איש את רעהו - וואס איז ערגער? אן אהרוני צו א בעלזער? מ׳רעדט דאך טויזענט מאל ארגער, נישט סתם ערגער.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


א וודאי א אהרוני די גאנצע מערכה קעגן בעלזא איצט און די קול קורא פאר פורים איז וועגן די בעלזער האט איבערגעבעטן די צוויי סאטמאר רבי'ס ז"ל אויפ'ן פארלאנג פון ר' אהרן

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 16, 2017 3:40 pm

· #371264
Re: בעלזא רבי קומט אויף א היסטארישע וויזיט אין לאנדאן
טאמער זיי ווילען, קען ער עס נאכאמאל טוהן אויפ׳ן פארלאנג פון רז"ל.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איש את רעהו » דינסטאג מאי 16, 2017 3:41 pm

· #371266
גאנצל
e]



די סיקריקים גייען נאך אלס אן מיט זייער אלטע דרך אנבעליוועבעל נאך א גאנצע וואך וואס זיי פירן א שווערע מערכה מיט בעלזא מיט בזיונות און נאך

קומען זיי נאך וויינען מיט קאקאדיל טרערן כח הרבנים 😢
[/quote]

וואסערע רעכט האט בעלזא צו אינטערברעכן די רבנות כח פון לאנדאן, ווייל זיי ווייטיגען אויף סאטמאר
זיי קענען שיקן שארפע בריוו צו רבי ש"ש פאר זיינע דרשות קעגן זיי און פאר די וואס זענען נישט מוחה על כבוד רבם המחולל
וואס האט דאס שייכות צו צוברעכן די כח הרבנות בלאנדאן

ב.ד.וו. @גאנצל ביסט א גיטע ספאוקסמען פאר די בעלזע[/quote]

אזוי שווער צו פארשטיין ? מ'האט מבזה געווען זייער רבי'ן ערגער ווי די דעמאראטן זענען מבזה טראמפ ווי ער וואלט געווען א גאסן יונג און אלע רבנים און כדתיא זענען שטול און לאזן עס צו עס טאר נישט וויי טון פאר בעלזא ??
[/quote]

עס איז ארויס א בריוו פון רב פדווא דערוועגן

אפן גיין ארויסשרייבן וואס די דין צו מען מעג יא מבזה זיין בעלזא רב אדער נישט
צו די אלטע קו"ק קעגן איז גילטיג
צו די פיוס ביים ציון איז עפעס
צו רבי ש"ש איז יא אדער נישט בארעכטיגט צו רעדן שארפע דרשות קעגן בעלזער
צו רבי אליקים שלעזינגער מעג יא אדער נישט שארף רעדן צו די שליחים פינעם בעלזער פאר א אויפנאמע
אין די אלע נושאים האט ער נישט געוואלט אריינגיין
עס איז נאכנישט דערפאר בארעכטיגט צו צוברעכן די סמכות הרבנות פון שטאט

גאנצל » דינסטאג מאי 16, 2017 3:42 pm

· #371267
@ליטוואק ס'וועט שוין נישט בהעלפן ס'איז א מעות לא יכול לתקון..........

גאנצל » דינסטאג מאי 16, 2017 3:45 pm

· #371268
איש את רעהו
גאנצל
e]



די סיקריקים גייען נאך אלס אן מיט זייער אלטע דרך אנבעליוועבעל נאך א גאנצע וואך וואס זיי פירן א שווערע מערכה מיט בעלזא מיט בזיונות און נאך

קומען זיי נאך וויינען מיט קאקאדיל טרערן כח הרבנים 😢


וואסערע רעכט האט בעלזא צו אינטערברעכן די רבנות כח פון לאנדאן, ווייל זיי ווייטיגען אויף סאטמאר
זיי קענען שיקן שארפע בריוו צו רבי ש"ש פאר זיינע דרשות קעגן זיי און פאר די וואס זענען נישט מוחה על כבוד רבם המחולל
וואס האט דאס שייכות צו צוברעכן די כח הרבנות בלאנדאן

ב.ד.וו. @גאנצל ביסט א גיטע ספאוקסמען פאר די בעלזע[/quote]

אזוי שווער צו פארשטיין ? מ'האט מבזה געווען זייער רבי'ן ערגער ווי די דעמאראטן זענען מבזה טראמפ ווי ער וואלט געווען א גאסן יונג און אלע רבנים און כדתיא זענען שטול און לאזן עס צו עס טאר נישט וויי טון פאר בעלזא ??
[/quote]

עס איז ארויס א בריוו פון רב פדווא דערוועגן

אפן גיין ארויסשרייבן וואס די דין צו מען מעג יא מבזה זיין בעלזא רב אדער נישט
צו די אלטע קו"ק קעגן איז גילטיג
צו די פיוס ביים ציון איז עפעס
צו רבי ש"ש איז יא אדער נישט בארעכטיגט צו רעדן שארפע דרשות קעגן בעלזער
צו רבי אליקים שלעזינגער מעג יא אדער נישט שארף רעדן צו די שליחים פינעם בעלזער פאר א אויפנאמע
אין די אלע נושאים האט ער נישט געוואלט אריינגיין
עס איז נאכנישט דערפאר בארעכטיגט צו צוברעכן די סמכות הרבנות פון שטאט[/quote]

ביסט זייער גערעכט

אבער בעלזא טענהט צוריק די זעלבע וועגן אלע בזיונות וואס מ'טוט מיך דא אפ ווילסטו נישט רעדן

איש את רעהו » דינסטאג מאי 16, 2017 3:45 pm

· #371269
ליטוואק פון בודאפעסט
איש את רעהו - וואס איז ערגער? אן אהרוני צו א בעלזער?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ווען די וועסט אויסקלארן וויפיל מאל מען פארלירט עולם הבא ווען מען איז מיט רב אויערבאך
וועט מען די חקירה אויך פושט זיין

אגב בעלזא חסידים און מהר"א חסידים זענען דא זייער אסאך וואוילע און טייערע אידן, זיי זענען נישט שילדיג אינעם באלאנגען צו אזא געמיינדע

בן אדם » דינסטאג מאי 16, 2017 3:47 pm

· #371272
ר' אהרנ'ען קען זיך פארשטעקן פאר'ן בעלזער מיט תורה און קליגשאפט. די בעלזער איז געווען צו א שרעקליכער מחוצף אז מ'זאל עם אפילו היינט פארגעבן. די בעלזא קהילה שטעלט זיך קיינמאל נישט צו צו כדתיא. די אלע פאשקעווילן זענען מער קעגן די ארונים ווי אקעגן די בעלזער. ר' אהרן האט געהייסן נישט גיין צום בעלזער ווייל ער האט מורא פון די זאלונים. תם ולא נשלם.

איש את רעהו » דינסטאג מאי 16, 2017 3:47 pm

· #371273
גאנצל
איש את רעהו
גאנצל
e]



די סיקריקים גייען נאך אלס אן מיט זייער אלטע דרך אנבעליוועבעל נאך א גאנצע וואך וואס זיי פירן א שווערע מערכה מיט בעלזא מיט בזיונות און נאך

קומען זיי נאך וויינען מיט קאקאדיל טרערן כח הרבנים 😢



ביסט זייער גערעכט

אבער בעלזא טענהט צוריק די זעלבע וועגן אלע בזיונות וואס מ'טוט מיך דא אפ ווילסטו נישט רעדן


אויב רעדן זיי יא דארפן זיי אריינגיין
אין כל הנ"ל אויף וואס יא צו מוחה זיין אין אויף וואס נישט

אזויפיל האבן זיי געטון דאס מערסטע אטענשאן געגעבן וויפיל ס'שייך פאר הרב מבעלזע, און א בריוו געשריבן לטובת בני הקהילה פון בעלזע.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 16, 2017 3:50 pm

· #371274
Re: בעלזא רבי קומט אויף א היסטארישע וויזיט אין לאנדאן
צו דעם בין איך מסכים. פונקט ווי ס׳איז א פשע בל יכופר ווען איינער וויל צוברעכען די עמטליכע (דייקא) רבנות אין שטאט, אזוי אויך איז דאס אריינגייען צו בעלזער חסידים און זיי ׳אויפווייזען׳ אז זייער רבי איז א גארנישט און צוברעכען די צוימען פון זייער אידישקייט איז אויך אן עבירה. איין עבירה פארדעקט נישט די צווייטען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איש את רעהו » דינסטאג מאי 16, 2017 3:54 pm

· #371275
ליטוואק פון בודאפעסט
צו דעם בין איך מסכים. פונקט ווי ס׳איז א פשע בל יכופר ווען איינער וויל צוברעכען די עמטליכע (דייקא) רבנות אין שטאט, אזוי אויך איז דאס אריינגיין צו בעלזער חסידים און זיי 'אויפווייזען' אז זייער רבי איז א גארנישט.


ס'זייער שווער אריינצוגיין ביי זיי
עס האט נאך דערווייל קיינער נישט דערגרייכט צום עפענונג, מיינע בעלזע שכנים וועם איך קען, און די מגיבים דא זענען מורא'דיג פארמאכט און שטארק תמימות'דיג מיט זייער רבי
קיינער גייט ביי זיי נישט אריין.

גאנצל » דינסטאג מאי 16, 2017 4:53 pm

· #371279
נו דעס איז דאך די קשיא

מ'האט שויןו אויפגענומען דעם גאר איידלן נועם המדות און גארנישט זיינע חברה פירן זיך אויף ווי די זעלבע חיות ווייטער

און ביי די וועי סאטמאר רב ז"ל ובנו סאטמאר רב שליט"א האבן קיינמאל נישט סתם אזוי אריינגערעדט צו קיין שום רב וואס ער זאל טאן און ווי אזוי ער זאל זיך פירן

און יא פאר א איד וואס קען שרייבן אויף א גאנצע עדה אידן אז זיי זענען פושעים קומט זיך א עפרא לפומי'
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7