בעלזא רבי קומט אויף א היסטארישע וויזיט אין לאנדאן
313 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11470
איך אויךהרה''ח ר' חיים קעניג יצא עכשיו מהאדמו''ר מבעלזא שליט''א, הביקור ארך 45 דקות.
ווער איז דאס?
שבת אחיםכהאב געהערט א קליפ פון דעם בעלזער רב זז״ג אין לאנדאן, ווי ער מאכט א ברכה (דאכצעך) אדער ביי א דרשה, ער וויינט מיט אזא התרגשות, איך האב נישט געוואוסט אז ער איז א מרוגש׳דיגע מענטש, ער וויינט מיט בכיות אזש ער קען נישט קומען צום ווארט. ער האט זיך פארעלטערט און האט זיך געטוישט? אדער אייביג איז ער געוועהן א בעל בכי?
שוין אפאר יאר וואס ער איז אזוי.
יתכן אז דאס קומט פון זיין אויף העווי מעדיקעישן וואס ברענגט דעפרעסיע
איך וויל בעטן סמבטיון, תורה ומדע און אלע אנדערע בעלזע ניקס אז זיי זאלן נישט אויפשפרינגן אויף מיר און אטאקירן פאר'ן שרייבן אז זייער רבי ליידט פון דעפרעסיע. ס'איז א נארמאלע זאך פאר איינער וואס נעמט מעדיקעישן און ס'איז לא מעלה ולא מוריד פון זיין גאונות, צידקות ופרישות וכו'
Re: בעלזא רבי קומט אויף א היסטארישע וויזיט אין לאנדאן
תורה ומדעפארן דברי יואל אדער דברי יציב וואלסטו דען יא מסכים אז מען זאל מאכען א פאראדע? אוודאי אויך נישט. האט דאך דאס גאר נישט מיט חסרון אין דאקומעניטירטע תורה קענטעניס. נאר משום איזה סיבה קענסטו נישט סובל זיין אז חסידים ווייזען ארויס א נאטיריליכער חיבה צו זייער רבין.
א. א פאראדע איז א פאסקודנע זאך, דאס איז א וועג פון מאכען ראבאטס פון מענטשען. דאס האט גארנישט מיט חסידות.
ב. ׳נאטורליך׳. דאס איז אומנאטורליך. א פאר עסקונעם האבען איינגעטיילט פונקט וויאזוי דער ׳חיבה׳ זאל אויסקוקען אז דער פיינעל פראדוקט זאל אויסקוקען פערפעקט כיאה לבית בעלזא.
ג. דו האסט געזאגט אז זיי גייען אריין צו איהם און ווייזען כבוד התורה. דאס איז שקר. ווען מ׳וואלט עס געטוהן פאר ר׳ חיים קאנייעווסקי אדער ר׳ שמחה מימון, וואלט עס נאר געווען א גויישע וועג פון אויסדרוקען א אידישע הרגש. יעצט איז עס א גויישע הרגש פון ׳מיין׳ פארטיי און ׳מיין׳ רבי (און דאס הייסט גאר הכנעה?!) און אויסגעדרוקט אויף א פאסיגע גויישע וועג. דאס איינ׳עקשנ׳ן דיינער דא איז טאקע א משל פון ׳גיי לערן א גוי ברטנורא׳. מ׳קען זיך נאך איינרעדען אז דאס איז גאר אידיש, חסידיש און פון די חידושים פון דער בעש"ט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מדברך איז ניכר אז דו האסט קיינמאהל נישט געשפירט דעם טעם פון זיין מקושר מיט א רבי'ן. אויב אזוי איז שווער דאס מסביר צו זיין. אבער פטור בלא כלום אי אפשר.
ביים בעל דברי יואל, לדוגמא, האבען די חסידים דערשפירט יעדע קרעכץ זיינער. און עד היום זאגען זיי נאך זיינע תורות, קרע כצל, נוסח און ניגון שבתות און יו"ט וכדו'. דאס קנאות מאכן זיי נאך נישט ווייל ער האט אזוי אויפגעוויזן עפ"י הלכה, נאר ווייל זיי שפירן זיין ווייטאג און פילן מיט מיט זיין כאב אויף דער חילול השם פון מדינת ישראל וכדו'. וכן הדין בחב"ד לענין משיח והגאולה, און אין גור לענין זייערע זאכן, וכדו'. הצד השווה שבהן אז מען איז מקושר אין א פערזענליכקייט און מכח דעם איז נובע דאס קנאות, מנהגים, שארפקייט, שליחות וכו'. חסידים האבן א שייכות מיט דעם רבין, מיט דעם גאנצן פערסאנע זיינע, זיין מהלך המחשבה, זיינע תנועות, נוסח, ניגונים, דברי תורה, חידושים בהלכה, ספורים וכדו'. ממילא אז מען זעהט דעם רבי'ן אדער מען גיט אפ א קוויטל איז דאס זייער א ספעציעלע איבערלעבעניש.
ווידער דער ליטוואק, אפילו ווען ער האט א ראש ישיבה, איז ער נאר מקושר מיט זיין תורה אדער זיין דרך הלימוד, דקדוקי הלכה וכדו'. ער האט גארנישט מיט דעם אישיות זיינער. ער בעט עם נישט מתפלל זיין פאר איהם, פרייט זיך נישט מיט זיין שמחה און איז נישט מתפלל פאר איהם. ער איז עם נאר מחשיב פאר זיין גדלות אין תורה אדער, גרוע מזה, פאר זיין כשרון אין לערנען. ומהאי טעמא וועסטו נישט טרעפן א ליטוואק זיך משתטח זיין ביי א ציון פונעם בעל אגר"מ, חזו"א, אדער ר' אהרן קאטלער זצ"ל. און דו וועסט נישט הערן א ליטוואק מחשיב זיין א זוהן אדער א חפץ פון זיין ראש הישיבה, ווייל דאס איז נאר פארהאן ווען מען איז מקושר מיט דעם מענטש און מען שפירט באמת אז דער מענטש האט מיר אינזינען וכדו'.
אט דאס איז די ארגינעלע דביקות אין צדיקים וואס דער בעש"ט האט מחדש געווען. דער ליטווישער מהלך איז גאר א מאדערנער מהלך וואס איז אויך פארהאן אין די וועלט ביי להבדיל פראפעסארען מיט זייערע תלמידים ארטיסטען ביי זייערע גורוס וכדו'.
וואס איך באמערק ביים בעלזער רבי'ן, און ביי נאך א פאהר געציילטע רבי'ס היינט, איז צוויי ענינים. איינס, א רבי א פערזענליכקייט, מיט א ווארעם הארץ, גרויסע מוחין, און גאר א שטארקע נושא בעול בכללות פארן ציבור און בפרטות פאר אינדיווידואלע חסידים. און צווייטענס אז די חסידים זיינע קלעבן אין איהם מיט אן אמת'ע ליבשאפט ואהדה. ווען דער ליטוואק שפירט ווען דער טעם פון דעם וואלט ער דאס אויך נאכגעמאכט. אבער מה יעשה דאס קען מען נישט נאך מאכען. אדער איז מען אדער איז מען נישט.
איך קלער אויך אז באמת איז דאס דער סיבה פארוואס אין סאטמאר האבן זיי אזוי פיינט דעם בעלזער רבי'ן און אנדערע סוקסעספול רבי'סטעוועס, ווייל וויפיל זיי וועלן נאר פרובירן וועלן זיי נישט קענען נאכמאכן דאס פאזיטיווע קשר פון רבי'ן צו חסידים און פון חסידים צום רבי'ן, נאך דעם ווי זיי האבען פראקלאמירט אז נשתכחה תורת האדמורים..
מען האט מיר געבטן צו מרחיב זיין און מסביר זיין וואס האב געמיינט מיטן ביז.....
איז אזוי, ווי געזאגט איז ר' ליבוש געווען א בעלזער יונגערמאן מן השורה און דייקא געווען א שוואנץ. ער האט געוואונט אין ווילי און איז בסך הכל געווען ר' איציקל'ס אייניקל.
אין די סוף ל יארן האט בעלזא געוואלט אויפנעמען א רב זאל מכהן זיין אלס אב''ד הקהילה אן ר' ליבוש האט דאן קאנדידירט, למעשה האט מען דאן אויפענומען די אנדערע קאנדידאט הרב ר' חיים לייב כץ (מפני סיבות שונות איז זיין רבנות געווען א דיזעסטער, און טאקע זייט ער איז ארויס פון בעלזא צו ווערן אב''ד סערדאהל האט מען נישט אויפגענומען קיינעם על מקומו).
קורץ דערנאך האט אויסעבראכן די בעלזער מערכה וכאן מצא לגבות את חובו, כידוע אז ער האט שרעקליך געהייצט דעם טאטן קעגן בעלזא.
איז די שבת דורך בשלום?
תורה ומדע - דו שפרינגסט פון נושא צו נושא. פון דיין גאנצע כוואליע פון אותיות און ווערטער האסטו נישט מסביר געווען פארוואס דאס געבען א קוויטעל צו א בשר ודגים, א פלעינע מענטש, וואס האט קיין שום קענטעניס אין תורה צו עבודה געוויזען, הייסט כבוד התורה. רוף עס אן וואס דו ווילסט, אבער בארג נישט קיין ווערטער פון אנדערע אן זייער רשות.
דו ווילסט מיר זאגען אז דאס מחשיב זיין עפעס זאכליך איז דער מאדערנער מהלך, און דער פארצייטישער אריגינעלע בעל שמ׳סקע מהלך איז מחשיב זיין די מינדערוויכטיגע זאכען. האסט עפעס אויפצוווייזען אז פארצייטענס, למשל בחיי המהרש"א, האט מען מחשיב געווען אנדערע זאכען אחוץ די זאכליכע?
פערזענליך זיץ איך שעות ארוכות ביי מיין רבי׳ן (נישט קיין ראש ישיבה) און איך הער פון איהם בכל מקצועות התורה והחיים. איך פאלג נישט אלס, ווייל ער אליינס האלט נישט פון די גאנג ׳קודם נישט אוועקגעבען די אייגענע גאט געשאנקענע שכל׳ זאגט ער. אבער די זייטיגע זאכן זענען מיר גענצליך אומוויכטיג. איין זוהן האט ער א ריז, און איהם בין איך מחשיב טאקע. די אנדערע, נו נו, און זיכער נישט זיין איידעמער (אחוץ איינער וואס איז טאקע יא א זאך). ווען אבער ער גיבט מיר אן אלטע פרא. זיינער, וואלט איך עס געלייגט אין דער פורים שאפע. ווען דער ח"ח ווידיאו איז ארויס האט ער נישט פארשטאנען מיט וואס איז עס אינטרעסאנט.
דיין מציאות איז אבער שקר. דער בעלזער יונגערמאן פון 35 האט גארנישט מיט דער רבי, זיין הרגש איז גארנישט מקושר מיט קיין 'גרויסע מוחין' אד"ג. ער גלויבט ווייל דער פראפעגאנדע האט איהם אזוי געהייסען. ער האט קיין מדרגה נישט געזען, קיין מדות (ניטאמאל די שלעכטע מדות, די בעלזער יונגעלייט זענען געווענדליך פיהל איידעלער ווי זייער גייסטישע פיהרער) נישט אפגעלערנט, זיין קענשאפט אין נגינה איז פונקט ווי אן electric saw און קיין שום אנדערע זאך האבען זיי נישט פון איהם. נאר וואס די צייטונג פאדערט פון זיי. ווען איין טאג שטייט אין צייטונג, אונטער'ן קעפל 'טעות לעולם חוזר' אז אלס איז געווען א טעות מעיקרא און דער רבי דארף זיין גאר א דריטער נישט די היינטיגע צוויי, וועט קיינער נישט קענען לייקענען. דאס האט גארנישט מיט דער בעש"ט און רבי'ס מיט זייער תלמידים און חסידים. דער פאמפ און פראפאגאנדא איז א תעמולה לשם תעמולה, וכלשונו הזהב פון ש"י עגנון. דאס אליינס אז מ'קען שטייען אויפ'ן בארענטשע איז דער תכלית, נישט קיין תוצאה פון דער קשר וואס ער האט.
כפול
הרב ליטוואק ,
עס הערשט יעצט א ריזיגן חלל ביי חסידים. עס זענען נאך דא די מנהיגים וואס זענען יוצא חלציו פון אמאליגע רבי'ס און מען האט פשוט נישט עפעס אנדערש און מען האלט זיך אן און שטריק(pun intended).
קיק דיך ארום וועסטו זעהן אז ווי נאר עס שטעלט זיך אויף א משפיע וואס האט עפעס א האלבע לשון לימודים, וואקסן דארט אויס מענטשן ווי שוואמען נאך א רעגן.
די נעמסט אויף זיך א גרויסע אחריות ווען די קלערסט אויף די בעלזער, איך בין חושש אויף לועג לרש.
דאס האט נישט מיט חסידות, נאר מיט ירושה. נאר דער חילוק איז אז אין לעיקוואוד האט דער עולם די יורשים אינדערערד.
הרב ישראל סאלאנטער האט עס געזאגט בשעתו, און דער וואודרידזשער רב שטעלט עס צו לעניינינו. די תורה דארף נישט קיין הילף. פאלג דעם תורה און זי וועט מציל זיין מן החטא. אז מ׳וויל וויסען וויאזוי צו העלפען א יונגערמאן זיך אפהאלטען פון זינדיגען, זוך עס אין תורה, נישט אין בויך און נישט אין דער גוי'ישע וועלט.
איך בין נישט קיין בעלזער באבאווער, ליטוואק, אדער לובאוויטשער. איך פרוביר נאר זעהן דאס גיטס, אפ לערנען דער מציאות, און זוכן עצות צו האלטען מיינע דורות עהרליך, אידיש, תורה׳דיג, און נארמאל מיט א פרנסה קלה ונקי׳. איך שרייב וואס עס קומט מיר אויס לטב ולמוטב. דער אמת איז אז איך קען שרייבען און מגיב זיין פונקט אזוי להיפך און נעגאטיוו קעגען דער פונאמענע פון קאמירשלייזט חסידות דהיום. אבער ריעלסטיש איז דא אין דעם מעלות וואס ווערט פארוואסערט מיט אללע קריטיק.
זאת ועוד, אלץ אוהב ישראל און אלץ שטארקער חסיד פון פריערדיגע רביס, איבערהויפט פון זייערע ספרים הקדושים, בענק איך און דענק איך אז דער מושג פון דביקות אין א רבין זאל נישט בטל ווערען מחמת דאס קריטיק וואס איז אזוי שגור בפי כל און אזוי קלישעי בזמננו.
עפ״י מסורת החסידות איז אפ געבען א קוויטעל א רבין איז א טייערער און געהויבענער איבערלעבעניש ווען דער חסיד גלייבט אז דער רבי איז מתפלל פאר איהם און זיינע קינדער און אז דער רבי מיט זיין עבודת השם, פרישות, דביקות בתורה, השגות בענינים פנימיים, וכדו׳ האט הימלישע כוחות מתפלל זיין דורך דעם וואס דער חסיד איז זיך מקשר מיט איהם. לשבר את האוזן, איז עס דומה צו דעם וואס א חבר קען דאווענען פאר זיין ידיד מיט א שטארקייט און אויפטוען בתפילתו מער ווי דער ידיד אליין ווען ער געפונט זך אין אן עת צרה ח"ו. בפרט ווען דער חבר איז חשוב׳ער און מער עלול שיתקבל תפילותיו.
דער אינגערמאן פון 35, א בעלזער אדער לובאוויטשער, אויב ער איז נוטה צו רוחניות און פיהרט א שטוב מיט ערענסקייט איז יונק זיין חיות רוחני פון דעם וואס ער הערט און זעהט צו דאס עבודת הקודש און עקשנות פון זיין רבין.
כמעט אללע טענות דיינע וואלט מען געקענט זאגען א הונדערט יאר צוריק אויפען הייליקען טשארטקובער, ר״א טשערנובליר, דער שינוווער רב, מהרי מבעלז, וכו וכו׳. דו מיינסט אז דער סאנדזער רב האט גיהאט הערנער? נאר וואס דען, עס איז דא ביי חסידים אן הנהגה פון אדמורות וואס האט א פליכט פאר די רביס און א פריוויליגיע פאר די חסידים. עס איז מעגלים דאס זאל ג'יין בירושה כמפורסים, און עס קען לכאורה יא אנגיין בזמננו.
עס ווייזט אויס אז דו האסט נישט א רבין, נאר א מענטאר כדוגמת דער וואודרידשער רב שליט״א. פיין און וואויל אבער נישט דאס איז א רבין. רעד מיט א לובאוויטשער, א קארלינער, אדער אפילו א סטמערער פונעם דברי יואל וועסטו הערן גאר אנאנדער בחינה. ביי אייך אין אונגארען איז דאס בכלל נישט געווען בנימצא. וועגען דעם זענען אללע חסידי הונגריא, דוגמת ר׳ שאול בראך, ערוגת הבשם , כוונת הלב, נאסוידער רב, און נאך געפארען קיין גאליציע זוכן א רבין.
ווייזט אויס אזדי קאמבינאציע פון ליטוואק און בודאפעשט לאזט נישט אריין אין דיין קאפ דער פשוטער מושג פון חסידות בטהרתה.
ליטוואק פון בודאפעסטדאס האט נישט מיט חסידות, נאר מיט ירושה. נאר דער חילוק איז אז אין לעיקוואוד האט דער עולם די יורשים אינדערערד.
הרב ישראל סאלאנטער האט עס געזאגט בשעתו, און דער וואודרידזשער רב שטעלט עס צו לעניינינו. די תורה דארף נישט קיין הילף. פאלג דעם תורה און זי וועט מציל זיין מן החטא. אז מ׳וויל וויסען וויאזוי צו העלפען א יונגערמאן זיך אפהאלטען פון זינדיגען, זוך עס אין תורה, נישט אין בויך און נישט אין דער גוי'ישע וועלט.
רבי ישראל סאלאנטער איז נישט געווען קיין חסיד לויט מיין ריסירטש.
זאת ועוד, דיין עקפוזר צו חסידות איז בע״כ זייער לימיטעד. חסידות זאגט להדיא אז פונעם בעש״ט און ווייטער האט זיך אנגעהויבען א נייער תקופה און הנהגה אין עבוה״ש. דער מהרש״א האט געלעבט צוויי הונדערט יאהר פארן בעש״ט. וואס איז די שייכות בכלל. ווען דער מהרש״א זאלל אריינקוקען אין ספר התניא אדער אין ליקוטי מהר״ן וואלט ער געדארפט א פרייוועט טוטאר צו פארשטיין וואס שטיין דארט. דאס איז א בעיסיק יסוד וואס יעדער וואס האט צוגירירט דאס קלאמקע פון חסידות ווייסט דאס.
ער וואלט אויך נישט פארשטאנען פארוואס ר שאול ידידי פון מאדזיץ זינגט לאנגע מערכות פון ניגינה שבת און יוט, אדער פארוואס דער ראפשיץער רב מאכט וויצען מיט גרויס דביקות. אוודאי וואלט ער נישט פארשטאנען די גרויסע רבישע חתונות וואס עס זענען געווען דארט טויזענטער חסידים און צענדליקער רביס בעלי רוח הקודש לובשי בעקשעס לבינות. היעלה על הדעת אז די גדולים זענען קלענער געווען וועגען דעם?
ליטוואק, דער חזו"א האט געזאגט אז אויב מ'דינגט זיך מיט אן אפיקורס ווערט מען אויך איינס...
תזהר!
תורה ומדע
ביסט נישט קיין בעלזער??? דעמאלסט איז דאך די קשיא פול שווערער, מילא איז דו ביסט אויפגעוואקסן אזוי, קען איך נאך פארשטיין 😂
לויט דיין שרייבן דא ביסטו א פולשטענדיגע בעלזער, שווער צוגלייבן אז דו באלאנגסט נישט צו בעלזא.
איך האב א משפחה שייכות מיט פארשידענע רביסטעוועס, ובעלז בתוכם.
איך אויךפונקט זאגט מיר פריער א גערער חסיד אז אויב וואלטן די סאטמארע חיות געטוהן צו זייער רבי אפילו נאר האלב ווי אזוי זיי פירן זיך יעצט אויף, וואלטן זיי ארויף צו ר' פאדווא און גערעדט צו עם 'א שפראך וואס ער פארשטייט'. אדערוויל האט ער געשריבן א כללית'דיגע בריוו פאר שלום עפעס א שטייגער כאילו מען רעדט פונעם סכסוך אינעם מיטל-מזרח צו וואס.
הרב פדווא האט געטין די והותר
ער שטייט אויס געניג פראבלעימען פון דעם וואס די בעלזע ווילן זיך ארויסשרייבן פינעם התאחדות הקהילות, עס איז נישט אזוי רחוק אז עס זאל פאסירן אינעם צוקנופט דאס ארויסשרייבען זיך,
פאר אזעלכע צרות אויסטיילער איז אזא בריוו גענוג
והשנית
אויב זאל הרב פדווא קלאר ארויסשרייבן וועט ער אויך דארפן קלאר ארויסשרייבן אז די געפעלטשטע צעטיל אין זיין נאמען צו מקדם זיין פני בעלזא איז א זיוף פין בעלזע חצופים
📎 033.pngתורה ומדעזיין פעטער און זיין טאטע האבען משנה געווען אין אר"י ווי עס איז שוין ארום גערעדט באריכות דא אין שטיבל. ער איז נאר ממשיך זייער דרך. ואידך פירושא הוא.
דעס פאלגענדע
וידיאו מ'בעלזביסטו חלילה מייחס צו א צדיק וקדוש, עס האט קיין זינען דאס אנצוקניפן צום קדוש עליון הרב מבעלזא זצ"ל
איש את רעהו: די טעראר ארגאניזאציע אייסיס האט אויכעט שיינע ווידיאוס און סצענעס דורך וועלכע זיי רעקרוטירן די טויזנטער משוגע'נע יוגנטליכע. נאר וואו זיי האקן אפ קעפ דאס ווייזן זיי נישט. די זעלבע מיט די קליפ וואס דו ברענגסט. די גרעסטע חירופים וגידופים אויף א גדול בישראל. א מנהיג פון צענדליגע רבבות אלפי ישראל, באגלייט מיט ..."שיינע"... מוזיק...! די אלע וועלכע האבן צוזאמגעשטעלט די ווידיא קליפ זענען די ערגסטע סיקריקין און שווינדלערס און גזלנים...! ווייל זיי גייען נישט ארבעטן. און נעמען געלט פון די מדינה דורך שווינדל און גניבה...!
איש את רעהותורה ומדעזיין פעטער און זיין טאטע האבען משנה געווען אין אר"י ווי עס איז שוין ארום גערעדט באריכות דא אין שטיבל. ער איז נאר ממשיך זייער דרך. ואידך פירושא הוא.
דעס פאלגענדע
וידיאו מ'בעלזביסטו חלילה מייחס צו א צדיק וקדוש, עס האט קיין זינען דאס אנצוקניפן צום קדוש עליון הרב מבעלזא זצ"ל
מעגסטיך שעמען. איך דערמאן זיך וואס א קלויזענבורער חסיד האט געטוהן נאכגעם וואס דיינע כוליגאנעס האבען וואדאלאזירט זייער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג. ער האט אויף געשריבען אין גרויסע גידוש לבנה אותיות "
[size=200]לע"נ רבינו יואל בן חנניה יום טוב ליפא[/size]". וה"ה הכא.
די בזיון אין די ווידאו איז די פלעינע נאמען אן קיין ר' וכדו', אבער נאכ'ן ווייזן די אלע געוואלדיגע אויפטואונגען מיט זיין קלארע שיטה איז ברענגט דאס נאר כבוד והערצה, אין די טיטול איז ממש לא נודע כי באו אל קרבנה. (על כן ציון במר תבכה קענען די בעלזער אויך זינגען).
תורה ומדעאיש את רעהותורה ומדעזיין פעטער און זיין טאטע האבען משנה געווען אין אר"י ווי עס איז שוין ארום גערעדט באריכות דא אין שטיבל. ער איז נאר ממשיך זייער דרך. ואידך פירושא הוא.
דעס פאלגענדע
וידיאו מ'בעלזביסטו חלילה מייחס צו א צדיק וקדוש, עס האט קיין זינען דאס אנצוקניפן צום קדוש עליון הרב מבעלזא זצ"ל
מעגסטיך שעמען. איך דערמאן זיך
.
ס'איז בסך הכל נאכגעברענגט בילדער/קליפ'ס
אז מען האלט דאס פאר מורשת בית אבותיו, איז דאס מבזה געווען גרויסע לייט.
תורה ומדעאיש את רעהואין די פאסט איז אנגעקומען א
קונטרס לרגל די ביקורנאך גליונות זענען צושפרייט געווארן אין שטאט
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/drive/folders/0B2QesgrIIXoUcUoxMFMyZmFZOU0?usp=sharing">https://drive.google.com/drive/folders/ ... sp=sharing</a>
א פלא אז אין 2017 קען זיך נאך אזעלכע משוגעים אויפהייבען דעם קאפ.
די כאפסט נישט די עגלענגדע שטייטע קעפ האלטן דארט ווי אונז האמיר געהאלטן תשמ"ד זיי האלטן נאך אן די מסוירע מיט אלע קליפערליך, דאס איז סתם אזוי באקאנט אז די לאנדענער זענען 20 יאר ביהיינד
לאך נישט... ווען א מגיד שיעור שרייט אין לאנדאן: די תורה האט זיך נישט געטוישט אין טווענטי סעווענטין מיינט ער נישט דעם זעלבן 2017 ווי אונז, ער האלט ביי 1980 ... ודוק
אוממענשליך און פרימעטיוו איז אן אונדערסטעיטמענט, דאס טוט פארעקלען סאטמער בעיני הבריות און איז א געפערליכער חילול השם.
קלארמאכונג
אזוי ווי 2 3 סאטמארע ניקס האבן מיר גע'אישי'ט אז ס'פאסט נישט פאר א סאטמארע חסיד זיך אן צו נעמען פאר'ן בעלזער משכיל ע"כ וויל איך מיך קלאר מאכן
דא איז 2 זאכן וואס דארף ווערן צוטיילט
1) וואס דער בעלזע רב הא זיך מתחצף געווען פאר די עדה החרידית און עקסטער זייער מיאוס גערעדט קעגן דעם קדוש וטהור רשכבה"ג סאטמאר רב זצ"ל (לאחר הסתלקותו) אויסער וואס ער האט גערעדט מיאוס אויף אנדערע ווי דעם חת"ם סופר ותלמידיו ער האט דעס געטון מתוך ילדותו און ווייל ער איז געווען העפי אז סאטמאר רב זצ"ל גייט אים שוין נישט שטיין אין וועג אזוי האט ער געמיינט
2) וואס דער בעלזע רב איז ליידער זייער א לינקער -ניט נאר אין עניני אמונה בנוגע די מדינה של גיהנום און ממשלת הכופרים וואס אין דעם זענען זיי פונקט ווי די ליטווישע און גור'ע- אויסער דעם זענען זיי אין די וועלט זייער לינק און ליבעראל
צום ביישפיל אין אייראפע הערשט א געפערליכע גזירה אויף די חנוך און אלע עסקנים און אזוי אויך כדתיא לייגן אוועק אסאך כוחות להעביר הגזירה אבער דער בעלזער מיט זיינע לינקע דעות שטייען אין וועג פאר די עסקנים
און אזוי ווי איך בין נישט קיין סיקריק האב איך נישט מורא מודה צו זיין על האמת אז די פרט האב איך נישט געוואוסט און יעצט איז שוין מער פארשטענדליך פארוואס די לאקאלע עסקנים זענען זייער גערעגט און זיי שרייען אויס א מחאה און א התבדלות
אבער זיך אויפירן ווי ווילדע מענטשן מיט פרעות דאס האט נישט קיין פשט איי פארוואס טוען דעס די סיקריקים אויף דעם איז די תירוץ פשוט ווייל דער סיקריק האלט נישט אויס אז דער בעלזער האט זיך געוואנדן צו זייער שונא זיך איבער צו בעטן און אז דער בעלזער האט זיך בע"כ געבויגן פאר סאטמאר און געשיקט 10 דיינים איבער בעטן סאטמאר רב זצ"ל און לאכט פון די סיקריקים
@גאנצל
וואס איז פשט פון דעם "בעל כרחך" אין דיין תגובה? איינער האט אים געהייסן? (איך האלט אז ער האט פון שטענדיג געטראגן א גילט קאנטשעס, און ער האט געמוזט משלים זיין מיט זיך זעלבסט)
יעקב מענטש@גאנצל
וואס איז פשט פון דעם "בעל כרחך" אין דיין תגובה? איינער האט אים געהייסן? (איך האלט אז ער האט פון שטענדיג געטראגן א גילט קאנטשעס, און ער האט געמוזט משלים זיין מיט זיך זעלבסט)
ער האט עס געשלעפט צוויי יאר פאר א סיבה
ער האט קודם געוואלט ווערן גוט מיט סאטמאר אפי' אן שיקן איבערבעטן
Re: בעלזא רבי קומט אויף א היסטארישע וויזיט אין לאנדאן
דו האסט געזאגט ׳אריגינעל׳ ווס. מאדערן. צו דעם האב איך געברענגט דער מהרש"א.
אלע דיין ווערטער זענען געבויט אויפ׳ן זעלבען שקר וואס מ׳האט דיר שוין אויפגעוויזען.
ווייז איין מקור, איין מראה מקום אז דאס זיך איינרעדען אויף איינעם און זיין מדרגות איז א ווירדע אין חסידות. אויף דער ליובאוויטשער וואס פארברענגט מיט זיין רבי׳ן האב איך נישט אזא קשיא (און טאקע דער ליובאוויטשער התקשרות איז פיהל זאכליכער ווי סיי וועלכע אנדערע חסידות). נאר אויף די וואס זענען געבויט אויף איינרעדעניש איז עס א סכנה גדולה און א פירכא.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ווער זאגט סאיז איינגערעדט?
שמעון וואלףאיך אויךהרה''ח ר' חיים קעניג יצא עכשיו מהאדמו''ר מבעלזא שליט''א, הביקור ארך 45 דקות.
ווער איז דאס?
מיסטעיק
Re: בעלזא רבי קומט אויף א היסטארישע וויזיט אין לאנדאן
דער בריוו פון הרב פאדווא איז א ריזיגע פאטש צו בעלז. נישט ווייל בעלזער רבי קומט זיך כבוד, נישט ווייל ס׳איז חוצפה׳דיגע פאשקעווילען. נאר ווייל דער קהלה דארף אייננעמען פיהל מענטשען און מ׳דארף זיך אויסקומען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איך וויל רעדן אפאר ווערטער דא צו איש את רעהו און צו עמעזאן און פאר ווער סע טראגט די סאטמערע פאן מיט אזא שטאלץ, איך גיי ענק נישט מאכן פאר חסידים, ווייל קודם כל בעלז האט היינט געניג פלייש און מען דארף נישט נאך, צווייטענס די טיעפע שנאה וואס מען האט ענק איינגעווארצעלט פון קינדווייז אן, איז נישט מעגליך ארויס צו רייסן, ווייל צוזאמען מיט מודה אני האט מען אויסגעלערנט אז די מדינה איז טמא, די כותל איז טמא און בעלזער רב איז א שייגץ און אן אפיקורס עפ"ל, אבער לאמער כאפן א שטיקעל בליק וואס בעלזער רב האט געטוהן פאר יהדות החרידות בכלל און פאר בעלזא בפרט, און וואס האט סאקמער ארויסגעגעבן פאר די וועלט און די לעצטע 50 יאהר,
יעצט אזוי, איך שלא כתורה ומדע בין יא א בעלזער חסיד ברחמ"ח אברים ובשס"ה גידים, כאטש איך בין נאך גאנץ יונג דאך האב איך מיט געהאלטן אסאך , בעלזער רב זז"ג האט געהאט די אלע יארן 1 מטרה, מרבה צו זיין כבוד שמים וכבוד החסידות אויפן וועלט, מען קען זאגן זיין הויפט מישן אויפן וועלט איז געווען 1 זאך נאך א יוד זאל וויסן פון גאט ברוך הוא נאך א יוד זאל זאגן שמע ישראל און נאך א יוד זאל אויפשטעלען יודישע דורות, ווען ער איז געקומען תשנ"ה קיין אמעריקא נאך געלט פאר זיין נייע בית המדרש, איז דעמאלטס געווען גאר שווערע צייטן, וואס האט ער גערעד ביים דרשה וואס וואלט געדארפט דינן אלטס די הויעך פונקט פונעם מעמד אין הילטאן האטעל? , איין זאך האט ער געשריגן, סעדא טויזענטער יודן וואס זענען תינוקות שנשבו און מען דארף זיי זעהן צו דערנעטערן צום אייבערשטן דער רב האט דאן געמאכט קולות וברקים ווי מען דארף זיך מוסר נפש זיין פאר דעם, דער עולם איז געווען שאקט, אבער דאס איז נאר א משל ארויסצוברענגען וואס איז איהם געליגן אין קאפ, ווי באקאנט האט דע רב אויפגעשטעלט א מוסד צוהר וואס האט שוין געמאכט טויזנטער בעל תשובות, און נישט אמנון יצחק סטייל , נאר וואס מען זארגט פאר זיי און מען מאכט זיי חתונה און מען העלפט זיי לכל אורך הדרך ווי אויך האט דער רב געפענט די הידברות ארגענעזאציע וואס טאקע דורך די טעלעוויזיע זעהן טויזענטע יודן שיעורי תורה והלכה יעדן נאכט אויפן טיווי, בעלזער רב האט פארשטאנען אז דאס וועט ברענגן בעלי תשובות, נאך אפאר יודן וועלן נתקרב ווערן צום אייבערשטן, דאס איז די עיקר, ער האט זיך נישט דערשראקן פון אפאר סאקמערע סיקריקים וואס חוץ פראטעסטירן האבן זיי נאך נישט אריינגעלייגט א פינגער אין קאלט וואסער פאר יודישקייט,
עטס רופטס אים א פורץ גדר, ענק זענען הייליג גערעכט מיט דעם, ער איז טאקע א פורץ גדר, ער האט נישט מורא פון קיין טעראר, ער האט פארשטאנען אז עס איז א טובה םפאר כלל ישראל צו האבן נאך א הכשר האט ער עס געפענט אליין, און היינט אדאנק דעם איז דא צענדליגע הכשירים ביי כלל ישראל, ער האט פארשטאנען אז מען דארף האבן חינוך מיוחד אין די מוסדות האט ער עס אריינגעברענגט, וועלכע תלמיד תורה האט נישט קיין צענדליגע פראגראמס פאר שוואכע קינדער, פארשטייט זיך אלטס איז על טהרת הקודש.. אבער די אלע ארגונים צו העלפן בחורים אדער קינדער, נועם התורה, חיים של תורה, עצה, מלאכת שמיים חברים מקשבים, אלטס איז געקומען אדאנק בעלזער רב. ווען עס איז געקומען צו מיוזיק, האט ער אויך פארשטאנען פאר 30 יאהר צוריק אז חסידושע יודן דארפן האבן אייגענע טעיפס, די זעלבע איז מיט אויפשטעלען דעם אירגון מכלול, אז יונגעלייט זאלן קענען האבן בכבודיגע דזשאבס, ער האט נישט מורא צו ברענגען ציונישע פראפעסארן, אונז הייס מיר שוין פארכאפט אין ציונות די לעצטע 50 יאהר, און איך מיין אונז זעה מיר אויס נאך גאנץ יודישלעך, איך גיי נישט יעצט אויסרעכענען אלע זיינע אויפטואנגען , ווייל איך וועל ענדיגן מיט אפאר בלעטער לענגער ווי אנאנים ז"ל אשכול אויפן אמשינעווער, די אינטערשטע שורה וואס איך וויל ארויסברענגען איז, יעדע ארגענעזאציע וואס דארף חיזוק און וואס זוכט אויפצוטוהן פאר יודישקייט האט אן אפענע טוהר ביים בעלזער רב, קיינער קען עס נישט לייקענען, מיר האט מען געאנערט אפאר יאהר צוריק אין בויני עולם אין בארא פארק האט מיר שלמה באכנער געזאגט אז די ערשטע און די מערסטע שטיצע האט ער באקומען פון בעלזער רב, קען זיין ער זאגט עס פאר יעדעם, איך זאג נאר איבער וואס ער האט מיר געזאגט, אזוי איז איז ביי יעדע ארגענעזאציע, ווען עס איז געווארן א טומל ביי קרבתנו, האט דער בעלזער רב געגעבן זיין פולע שטיצע, און היינט האלטן זיי שוין ביי זייער זעקסטע שבת, און הינדערטע יודן געניסן פון דעם על כל פנים יעדע וואס וויל אויפטוהן איז בעלזער רב דא אים צו שטיצען, און אזוי איז און גשמיותדיגע חלקים די זעלבע זאך, ווער איז געווען די ערשטע מנין אין אשדוד וואס איז היינט אן עיר ואם בישראל מיט צענדליגע טויזענטע חרדישע משפחות, אפאר בעלזע חסידים, וואס האבן געפאלגט זייער רבי, און יעצט חזרט זיך איבער די זעלבע זאל אין לעיקוואד, ווי איין חסידת נאכן צוויטן קומען נאך די בעלזע, סע מיז דיר נישט געפעלן אבער דאס איז די מציאות.
בעלזער רב זז"ג האט אויפגעשטעלט אזוי לינקערהיט ווי גאנצעל ריפט אים, אן אימפעריע פון טויזענטע חסידים ואנשי מעשי פון די שענסטע חסידות'ר ביי כלל ישראל, לויט ווי די סאטמערע לייגן אראפ אין זייער קונטרס וואלט לכאורה נישט געקענט בליבן א שומר תורה ומצוות אין בעלזא, און זעה נאר וואונדער איבער וואונדער ווי עס איז ארויסגעקומען א דור יראים ושלמים הינדערטע דיינים בלי גוזמא און צענדליגע רבנים, און טויזענטע ערליכע חסודישע יונגעלייט, די רב שליט"א האט אלעס אויפגעשטעלט מיט זיינע צוויי הענט פון א קומץ בעלזע צושליסענע חסידים און מיט א שיינע צאל מתנגדים פון די ערשטע מעניט , און מען זעהט וויפוהל סיעתא דשמיא ער האט געהאט, אוודאי איז דא שוואכע און ארויסגעפלענע , ווי גרעסער די פאבריק איז אלטס מער גארבעדזש איז דא, אבער באופן כללי איז עס א הערליכע חסידות פון קליין ביז גרויס,
יעצט לאמער א מעניט זעהן וואס די סאטמערע חדר האט ארויסגעגעבן פאר די וועלט, א נטורי קרתא, א לב טהור קולט, סיקריקים, א משה אריה פריעדמאן, שנאה און מחלוקות רשעות פונעם ערגסטן סארט, מחללי שם שמיים אין די גאסן פון ירושלם און איבער די וועלט, דאס האט ענקער חינוך ארויסגעגעבן, גאנצעל, איש את רעהו, זאגטס מיר נאר, וויפיהל יודן זענען נתקרב געווארן צום אייבערשטען דורך ענקער פראטעסטן? 100? 10? אפילו קיין 1 יוד האט עטס נישט דערנענטערט מיט ענקערע נידריגע מעשים,איך גלייב באמונה שלמה אז עטס האטס דערווייטערט נאך יודן מיט ענקער פעולת, די חילול השם וואס עטס זייטס אן אין די גאסן פון ירשולים איז איום ונורא, און אין די צייט וואס ענק רייסן זיך ארום מיט די פאליציי אדער בעסער געזאגט מיט די פאליציאנטעס..., ווערט נאך א יוד נענטער צום רבונו של עולם און נאך פרוי הייבט אהן היטן טהרת המשפחה, נו פרעג איך דיר ווער פארט שענער? אונז צו ענק? ווער ברענגט כבוד שמים בעלזא אדער סאטמער???. איך מיין אז די ענפער איז פשוט
פריער אין אשכול האט דא איינער, כמיין עמעזאן, געזאגט אז ער האלט אז בעלזער רב'ס זיידעס וואלטן געוען קעגן אים, קודם כל איך בין בטוח אז נישט ווייל בעלזער רב גייט און די פיסטריט פון זיין פעטער ז"ל, וואס אלעס האט זך געטוישט נאכן מלחמה, איך זיך נישט יעצט אריינצוגיין אין דעם נושא פון פארענטפערן די סאקמערע שש"ט בלאף וואס איז מיר א גאנצע מבין וואס דער הייליגע בעלזער רב ז"ל האט געמיינט , און קורצן ממש איז דער פוינט אז די רב האלט ווי מען קען בויען נאך א ישיבה נאך א תלמוד תורה נאך א מיידל סקול איז כדי צו נעמען געלט פון די רעגורונג, און עס איז קין שום חסרון נישט און פארדעם איז דא חבר כנסת צו קענען אופטוהן און אז די חרדים זאלן האבן א כח מיט פאוער. יעצט איך וויל דיר פרעגן, דו האלטסט אז דאס האט סאטמער רב ז"ל געוואלט פון זיינע חסידים? אזא מין בעהעוויער? איך זאג דיר צו אז ער קוילירט זיך אין קבר פאר צער וואס זיינע חסידים האבן געמאכן פון זיין שיטה, סא זאג מיר נישט אז די פריעדיגע בעלזער רב וואלט געהאט א פראבלעם וויאזוי זיין אייניקעל פירט זיין חסידות,
צום שלום פון מיין נישט געפלאנטע לאנגע דרשה, וויל נאך זאגן איין פוינט, בעלזער רב און די לעצטע 10 צו מער יאהר האט א גאול עס זאל זיין שלום אויפן וועלט, ער וויל אז די חסידותער זאלן זיך נישט ארום קריגן און ער רעד פון דעם כסדר, ער איז גרייט אלעס נאך צו געבן פאר שלום ווי יעדער זעט, חוץ פארשטטיט זיך נאכטאנצען יעדע סאקמערע שטות, ווי בחירות אד"ג, סאטמערע חסידים! , עס איז צייט אראפ צולייגן די געווער, עטס האטס נישט קיין בר פלוגתא, נאר א רבי וואס זוכט שלום צווישן יודן, ער האט דאך שוין איבער געבעטן ענקער רבי, וואס איז יעצט? וואס איז דאס ארויפברענגן מחלוקןת פון 30 יאהר צוריק? צו וואס פעלט עס אויס? איר האלט אז די רבי קוועלט אויף יענע וועלט ווען מען הענגט בערעלעך אין גאסן פון לאנדאן? ער האט ממש פאר אפאר מעניט צוריק גענדיגט זיין תורה, וואס האט ער דארט געזאגט?, נאכאמאל די זעלבע זאך, מען זאל זיך האלטן באחדות איין חסידות מיט די אנדערע, עס גייט אים בנפשו, קומען אפאר רשעים ארורים און רייצן אן די מאסן, פאר אןויסגעלאפענע מחלוקתער,
למעשה ב"ה עס האט זיי נישט געהאלפן קיין סאך און איך הער פון מיינע ברודערס אז עס איז געווען א הערליכע שבת וואס לאנדאן וועט געדענקען א לאנגע צייט, עס איז געוועהן געפאקט מיט געסט ווי אויך מיט רוב תושבי לאנדאן, ביים באגלייטן הער איך איז געווען א קנאפע 15000 מענטשן, די שבת איז געווען א געוואלדיגע חיזוק פאר די אירופישע בעלזע חסידים, הלוואי וואלט איך געקענט זיין דארט, איך האב אויך געהערט אז די סאטמערע שקצים האבן געוואלט מאכן א פראטעס אבער די פאליציי האט זיי נישט געגעבן רשות, ווי אויך האב איך מיטגעהאלטן לייוו ווי ר' אהרן'ס קהלה האט געשיקט זייער דיין וואזנער און חשובי הקהל צום ל"ג בעומר טיש, כל הכבוד, (פלאצען זאלסטו איש), ווי אויך איז הרב אליעזר דוד פריעדמאן רב ביהמ"ד 99 (מאכנובקא) געווען ביים טיש היינט, און א גרויס עולם מאכנאווקע חסידים זענען געווען שבת ביים טיש בהוראת קודש פון זייער רבי'ן,
שלום שלום צווישן יודן!
יעצט הייבטס אהן צו ווארפן שטיינער, איך בין רעדי
Re: בעלזא רבי קומט אויף א היסטארישע וויזיט אין לאנדאן
איך בין אביסל נייגעריג פארוואס נאר בעלזער חסידים און גאנץ פרעמדע זע׳ען דאס איין. צווישען ת"ח און גדולים פון אלע קרייזען איז דער בעלזער א רבי ווי אלע רביס צו נאך ווייניגער. זיין דעה איז נישט עולה על שלחן מלכים, קיינער זוכט איהם נישט נאכצומאכען און קיינער פרעגט איהם נישט קיין עצות. זענען בעלזער חסידים געשאנקען מיט עקסטער בריללען, און אין א געוואלדיגע אויפווייזונג פון השגחה פרטית, טוט עס זיי אויפווייזען עפעס אויף זייער רבי וואס קיין אנדערע זעט נישט?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
א ייש''כ צום סאטמארן חזיר איש את רעהו. מען זעהט טאקע לעצטענס א מאסן טויפונג פון בעלזער חסידים צום סאטמארן רעליגיע, יעצט פארשטיי איך אז עס איז אדאנק דעם קליפ.
ליטוואק, עס איז עמעיזינג צו זעהן ווי אומוויסענד די ביסט, עס איז כמעט נישט דא א נושא וואס מען קיקט נישט פאר דעם וואס בעלזא טוט, צו אין חינוך צו אין אלגעמיינע הנהגות, גיי ארום אין די מוסדות התורה און פרעג דיר אביסעל נאך צו מען קיקט וואס בעלזא טוט, איך זאג נישט אז אלעס וואס בעלזא טוט איז ריכטיג און איך זאג אויך נישט אז יעדע הנהגה טובה קומט פון בעלזא, סעפעלט נישט קיין געלונגענע חסידותער, אבער דעם שורה פון "זיין דעה איז נישט עולה על שלחן מלכים, קיינער זוכט איהם נישט נאכצומאכען און קיינער פרעגט איהם נישט קיין עצות. ווייזט אויף א גרויסע חיסרון אין ידיעה, און פאקט איז ער היינט פון די גרעסטע מנהיגים, און מען רעכענט זיך שוין איין מאל מיט זיין דעה, בדרך אגב, באלאנגסט בכלל נישט אין דעם אשכול, מען רעד נישט פון תורה יעצט און נישט פון רב ש"ך ז"ל,
סמבטיוןאבער דעם שורה פון "זיין דעה איז נישט עולה על שלחן מלכים, קיינער זוכט איהם נישט נאכצומאכען און קיינער פרעגט איהם נישט קיין עצות. ווייזט אויף א גרויסע חיסרון אין ידיעה, און פאקט איז ער היינט פון די גרעסטע מנהיגים, און מען רעכענט זיך שוין איין מאל מיט זיין דעה",
ביטע געבן ספעציפישע אינצידענטן מיט נעמען פון מנהיגי הדור וואס האבן זיך מייעץ געווען מיט אים און בנוגע וועלכן ענין?
איך בין קיינמאל נישט געווען קיין משמש און איך האב זיך קיינמאל נישט געדרייט אין צימער ביים אויפנעמען רבנים, אז דו ווילסט זייער שטארק קען איך מאכן ריסערדזש און צוריק קומען מיט א קלארע ענטפער.
סמבטיון האסט אויסגעלאזט דאס גרעסטע גדלות פון דיין רבין. בעת די מחלוקת מיט די עדה״ח האט ער אנגעפרעגט ביי הגרי״ש אלישיב צו בעלז מעג מאכען א בי״ד אין ירושלים.און נאר נאך דעם ווואס ער האט באקומען א הסכמה פונעם גאון האט ער אויף געשטעלט דער בידץ שחסידי בעלז. איין תנאי האט דער גאון הגאונים זיך אויסגענומען, זיין הסכמה דארף בלייבן א סוד. דער בעלזער רב האט איינגענומען דאס גאנצע שטינק פונעם סאקמארער טעראר מאשין און קיינמאהל פאר קיינעם גאר נישט דערציילט. וויפיעל עגמ״נ וואלט ער זיך געקענט איינשפאהרען די אלע יאהרען מיטן מגלה זיין דער סוד...
אגב מען זאגט אז הגרי״ש האט דערציילט די מעשה און מיט דעם מסביר געווען פארוואס ער איז יוצא מהרגלו צו ג'יין אויף א ברית צו אן אייניקל פונעם בעלזער רב.
שומעים חרפתם ואינם משיבים ועונים... עליהם הכתוב אומר ואוהביו צאת השמש בגבורתו.
סמבטיון
וויפיהל יודן זענען נתקרב געווארן צום אייבערשטען דורך ענקער פראטעסטן?
קענסט האלטן ווי דיין רב זז"ג צו לאכן פון אלע קדושים
[וועמען ער האט מיט ביליגע שפאט רייד מבזה געווען ברבים ביי די שטייעדיגע תורה, און האט זיי קיינמאל מפייס געווען, און נישט חוזר געווען מדבריו] נאך פריער פון סאטמאר רב וואס האבן יא זיך געהייסן שלאגן מיט רשעים [דלא כשיטת הבעלזער אז מען דארף זיך לעקן צו זיי]
אבער היינט איז ערשינען א רעפארט אז די מדנ"י קען שווערליך נאכקומען די פארלאנג אריינצוכאפן אין זייער נעץ אידישע נשמות, נישט אדאנק די הייליגן מראות ה'קאקאש פינעם בעלזער נישט א דאנק די הייליגע טעלעוויזאן סטאנציעס און אנדערע ארגונים, נישט א דאנק זיין גרויסע נגינה קענטעניס
נאר צוליב אנדערע
עי' כאן, ווען דער מדינה האט ווען נאר הייליגע שותפים וואס ברענגן בנט צו מיידלעך, אריינצוברענגן אין די בתי חינוך די מורדים בד' וואלטן די יעדי גיוס שוין געהאלטן אין די שווערע טויזענטעראשרינו אז זיין שליטה איז זייער מצומצם אויף דערווייל.
סמבטיוןאיך בין קיינמאל נישט געווען קיין משמש און איך האב זיך קיינמאל נישט געדרייט אין צימער ביים אויפנעמען רבנים, אז דו ווילסט זייער שטארק קען איך מאכן ריסערדזש און צוריק קומען מיט א קלארע ענטפער.
סמבטיון: פארשפאר די די טירחה. די שאלה איז נאר לקנטר...!
די בעלזע לייגן נאך שטארק האפענונג אויף 2 חסידי בעלזע צו איינקעשן ביים נסיעה אויף לאנדאן
הנגיד רבי אליש און פשעווארסקע חצר
נאכן האבן רבי אליש וואס איז נאנט שטארק צום פשעווארסקער רבי
האפט מען אין בעלז אז די שטינק מיט וואס מען האט זיך איינגעזאלצען אחר פטירת מרן מ'סאטמאר זצ"ל זאל נאכלאזען.
תורה ומדעסמבטיון האסט אויסגעלאזט דאס גרעסטע גדלות פון דיין רבין. בעת די מחלוקת מיט די עדה״ח האט ער אנגעפרעגט ביי הגרי״ש אלישיב צו בעלז מעג מאכען א בי״ד אין ירושלים.און נאר נאך דעם ווואס ער האט באקומען א הסכמה פונעם גאון האט ער אויף געשטעלט דער בידץ שחסידי בעלז. איין תנאי האט דער גאון הגאונים זיך אויסגענומען, זיין הסכמה דארף בלייבן א סוד. דער בעלזער רב האט איינגענומען דאס גאנצע שטינק פונעם סאקמארער טעראר מאשין און קיינמאהל פאר קיינעם גאר נישט דערציילט. וויפיעל עגמ״נ וואלט ער זיך געקענט איינשפאהרען די אלע יאהרען מיטן מגלה זיין דער סוד...
אגב מען זאגט אז הגרי״ש האט דערציילט די מעשה און מיט דעם מסביר געווען פארוואס ער איז יוצא מהרגלו צו ג'יין אויף א ברית צו אן אייניקל פונעם בעלזער רב.
שומעים חרפתם ואינם משיבים ועונים... עליהם הכתוב אומר ואוהביו צאת השמש בגבורתו.
איך ווייס נישט ווי באקאנט די ביסט אבער תשמ"ב האט רב אלישיב געשפילט גאנץ א קנאפע ראלע ביים יהדות החרדית און פאר דיין רבי'ן וואלט נישט קיין סאך געהאלפן די הסכמה פון רב אלישיב. כבוד רב אלישיב במקומו מונח אבער ער האט מער באלאנגט צו די מזחיסטישע קרייזן יענע יארן. הערשט נאך די פטירה פון רב שך איז רב אלישיב אקצעפטירט געווארן אין אונזערע מחנות
סאקמער רב האט געהאלטן אז מען דארף זיך שלאגן ? אלעדיגט פיין, קען בעלזער רב נישט חולק זיין אויף אים און האלטן אז מיטן זיין אין די כנסת וועט מעו מער אויף טוהן? סאטמער רב איז עפעס א משנה וואס מען קען זיך נישט קריגן מיט אים? עם כל הכבוד צום סאטמער רב האט בעלזע רב ז"ל זיך נאך געקענט פארמעסטן מיט אים.
און בנוגע מיין שאלה האסטו גארנישט גענפערט, איז איין יוד נתקרב געווארן צום אייבערשטן דורך ענקערע פראטעסטן? יא צו ניין?
בדרך אגב האסטו פארגעסן צו אפדעטן די עולם מיט די דורךפאל ביי די לעצטע קול קורא וואס עטס האטס ארויסגעגעבן נאך וואס ביבי האט מנחם אבל געווען דעם רב, די סאטמערע חיות האבן געלייגט גרויס פרעשור אויף ר' לייבוש זאל אונטער חתמנען, ר' לייבוש האט זיי געוויזן די טוהר, ער האט שוין יוצא געווען פאר אלע צייטן, דעם האסטו מורא צו פארציילן הא?
די שטינק האט שוין לאנג נאך געלאזט חוץ ביי דיר מיט דיינס גלייכן וואס לאזן נישט די שטינק זאל נאך לאזן.
שמעון וואלף האק א צוויטער אין קאפ, הרב אלישיב איז קיינמאל נישט אקצעפטירט געווארן אין סאטמער ער האט אייביג געהייסן פון די פארכאפטע, און פאר בעלזער רב איז ער גענוג געווען צו האבן א רואיגן געוויסן אפילו אין תשמ"ב
און נעמטס ענק אראן נאך א כלל, יהדות החרדית באשטטיט פון מערער שיכטן און קרייזן, יהדות החרדית מיינט אויסדריקלעך נישט נאר סאטמער
סמבטיוןסאקמער רב האט געהאלטן אז מען דארף זיך שלאגן ? אלעדיגט פיין, קען בעלזער רב נישט חולק זיין אויף אים און האלטן אז מיטן זיין אין די כנסת וועט מעו מער אויף טוהן? סאטמער רב איז עפעס א משנה וואס מען קען זיך נישט קריגן מיט אים? עם כל הכבוד צום סאטמער רב האט בעלזע רב ז"ל זיך נאך געקענט פארמעסטן מיט אים.
און בנוגע מיין שאלה האסטו גארנישט גענפערט, איז איין יוד נתקרב געווארן צום אייבערשטן דורך ענקערע פראטעסטן?
קירוב להקב"ה קענט איר ליינען אינעם לינק וואס איז אנגעצייכענט, קירוב להקב"ה הייבט זיך נישט אן ביי גיין זיכן רשעים וועמען צו חונף זיין
די שטינק האט שוין לאנג נאך געלאזט חוץ ביי דיר מיט דיינס גלייכן וואס לאזן נישט די שטינק זאל נאך לאזן.
אין לאנדאן קוקט נישט אויס ווי די שטינק האט נאכגעלאזט, הער איין די שמועסן בי פילע אידן פון שטאט, כל זמן ער איז עומד מיט יענע מהלכים וואס ער האט אוועקגעשטעלט ביי זיינע ד"ת תשמ"ב וועט מען עס געדענקען.
סמבטיון
פאר בעלזער רב איז ער גענוג געווען צו האבן א רואיגן געוויסן אפילו אין תשמ"ב
פארן בעלזער איז רב דרוקמאן אדער רב קוק אויכעט געווען צופרידענשטעלנד,
מען דארף נישט הייבן רב אלישיב צו באקוועם מאכן בעלז
נאר ווי הייבט קירוב זיך אן? און גוואטאמאלה? אין איראן? ביים זיך חנפענן צו אחמאדינזשאד?
Re: בעלזא רבי קומט אויף א היסטארישע וויזיט אין לאנדאן
קודם בין איך אומוויסענד, נאך דעם ווייסטו אליינס נישט. זע׳מיר ביידע אומוויסענד צוזאמען.
אגב, די אלע ׳דברי בלע׳ וואס מ׳זאגט נאך פון בעלזער רבי׳ן ווייס איך אויך נישט. דער געשטאפטע גענץ מימרא איז א נארישע קינדערישע היימישע באבע רעדעכץ, אבער קיין גרויסע בזיון איז עס נישט.
נאך איין שאלה. וואס וואלט כבוד שמים דערלייגט ווען ער מאכט נישט זיין ב"ד? ער האט מעגליך געהאט רעכט (איך קען זיך נישט פארשטעלען וואס דער הלכה׳דיגע שאלה איז אפילו געווען. דער וואס האט געלאזט דער עדה חרדית זיך גרינדען הוא יאמר לבעלז וידליק) אבער וואס האט עס אויסגעפעלט? אויף צו לערנען חסידות דארף מען א ב"ד? אויף צו בויען חדרים, מיידלעך שולע׳ס, טעלעוויזיע סטאנציעס און רייזעדיגע חסידים (פון ליטווישע אפשטאם) דארף מען דען אן אייגענעם קהלה ווערטשאפט?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
סמבטיוןשמעון וואלף האק א צוויטער אין קאפ, הרב אלישיב איז קיינמאל נישט אקצעפטירט געווארן אין סאטמער ער האט אייביג געהייסן פון די פארכאפטע, און פאר בעלזער רב איז ער גענוג געווען צו האבן א רואיגן געוויסן אפילו אין תשמ"ב
יהדות החרדית באשטייט נישט בלויז פון סאטמאר. רב אלישיב איז דעמאלטס נישט געווען אנגעקומען אפילו אין די עולם הישיבות וכ"ש ביי די חסידישע קרייזן. פאר'ן בעלזע רב צו שרייען אז ער האט א הסכמה פון רב אלישיב וואלט געווען פונקט ווי א הסכמה פונ'ם בעל ציץ אליעזר אדער ר' עובדי' יוסף